☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י

ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5294

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:35 am

· #164852
ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י
ר' שבתי משורר בס האט געלעבט מיט א דריי הונדערט יאהר צוריק, בעיקר איז ער באקאנט מיט זיין פירוש אויף רש"י עה"ת מיט'ן נאמען 'שפתי חכמים' [אין בעלזא האט מען שטארק מחבב געווען זיין פירוש], לויט ויקיפדיה האט ער לכאורה באקומען די צוויי נעמען 'משורר' און 'בס' ע"ש זיין חזנות שטעלע אין פראג [זיי ברענגען דארט אז זיין רבי אין געזאנג האט זיך גערופען 'לייב שיר השירים'...].

עס האט שוין יעדער מבין על דבר מן הסתם באמערקט אז ער זאגט אסאך מאהל מאדנע פירושים, אבער לעצטענס, קוקענדיג אביסל גרונטליכער, האב איך באמערקט - במח"כ - אז יעדע צווייטע שטיקל וואו ער זאגט אייגענס איז מאדנע, קרום און פאלש.

פריער האב איך געלערנט אביסל חומש מיט רש"י פון די וואכעדיגע פרשה - מקץ, לאמיך אנצייכענען וואס איך האב באמערקט פון אנפאנג ביז שלישי.

פסוק א', רש"י:
"על היאור" - כל שאר נהרות אינם קרוים יאורים חוץ מנילוס מפני שכל הארץ עשויין יאורים יאורים בידי אדם ונילוס עולה בתוכם ומשקה אותם לפי שאין גשמים יורדין במצרים תדיר כשאר ארצות.

שפ"ח:
דקשה לרש"י למה כתיב על היאור בה"א הידוע, אלא ודאי הכי פירושו היאור הידוע הנזכר לעיל, וקאי על ארבעה נהרות שכתובים בפרשת בראשית, וא"כ למה לא כתיב בכאן נהר כמו שכתוב שם, אלא ודאי אי הוה כתיב נהר לא הייתי יודע על איזה נהר קאי, שארבעה נהרות כתובים שם, לכך כתיב היאור, כלומר הנהר שעשוי יאורים והוא נילוס ונילוס היינו פישון הנזכר בפרשת בראשית וכדפירש רש"י שם, וכל שאר נהרות דנקט רש"י קאי אשאר שלשה נהרות הכתובים שם.

[ומש"כ רש"י דנילוס עולה ומשקה היינו משום] דקשה לרש"י כיון דקאי אאחד מארבעה נהרות הנזכרים בבראשית למה לא הזכיר אותו בשמו המיוחד, אלא לפי שעשוי יאורים יאורים ע"י בני אדם לכן קראו בשם יאור, וכל שאר נהרות אינם עשויים כן.

איהר הערט? דער גאנצער פלפול האט רש"י טאקע געמיינט נאך פאר ער האט זיך בכלל געפענט דאס מויל... וואס רש"י שרייבט דאס איז שוין דעמעדזש קאנטראל פון דעם פלפול וואס יעדער האט שוין אליין געכאפט... [דאס איז אהן אריינגיין אין די איכות הפלפול].

פסוק ה', רש"י:
"בקנה אחד" - טואיד"ל בלע"ז

שפ"ח:
ר"ל כמו בלשון לעז קורין לקש של שיבלים טואד"ל, שהוא נמי שם קנה של עץ, וא"כ בלשון עברי נמי כן הוא.

ווי איינער האט אמאהל מגדיר געווען די מפרשי הרמב"ם, דער איז מפתה דעם רמב"ם און דער איז מאנס...

פסוק ו', רש"י:
"קדים" - רוח מזרחית שקורין ביש"א.

שפ"ח:
דקשה לרש"י דכאן משמע שרוח מזרחית רע הוא, ובמקום אחר (יומא כ"א:) אמרינן דרוח מזרחית הוא טוב יותר מכל הרוחות וסימן ברכה הוא לעולם, לכן פירש וכו', ר"ל דלרוח מזרחית יש שלשה רוחות ושנים טובים ואותו רוח שקורין ביש"א הוא רע.

really? דאס מיינט רש"י? וועלן מיר נישט יעצט אריינגיין וואו פונקליך די רוח מזרחית האט דריי רוחות, און אז אין די גמ' וואס ער ברענגט שטייט בפירוש אז אין א טרוקענע לאנד איז די מזרח ווינט נישט גוט.

פסוק י"ב, רש"י:
"נער" - שוטה ואין ראוי לגדולה.

שפ"ח:
ר"ל נער בגימטריא שוטה.

א שיינע המצאה, אבער נישט דאס איז רצונו לומר.

פסוק י"ט, רש"י:
"דלות" - כחושות.

שפ"ח:
ולא מלשון עוני.

כן מלשון עוני.

שם, רש"י:
"ורקות בשר" - כל לשון רקות שבמקרא חסרי בשר.

שפ"ח:
פירוש משום דאמרינן כל אכין ורקין מיעוטין הן, ורקות דהכא נמי מיעוט הוא, ומהו ממעט, ממעט בשר, אבל אין פירושו כמו ריק בציר"י, ומעלומי העי"ן.

זייער מאדנע אין מיינע אויגן, אבער איך קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט.

פסוק ל', ל"א, רש"י:
"ונשכח כל השבע" - הוא פתרון הבליעה, "ולא יודע השבע" - הוא פתרון ולא נודע כי באו אל קרבנה.

שפ"ח:
וא"ת ולמה לא פירש על ונשכח כל השבע הוא פתרון אכילת הפרות הטובות, ולמה מפרש הבליעה דהיינו בליעת שבלים, י"ל משום דלשון ולא נודע, ולשון ולא יודע, תרווייהו הם מלשון הודעה, משום הכי פירש על מילת ולא יודע הוא פתרון ולא נודע, מה שאין כן מלת ונשכח שאין פירושו לשון הודעה משום הכי פירש על פתרון הבליעה וק"ל.

😉 דאס איז שוין גארנישט קיין וק"ל אפי' מיט א וק"ל, ווער עס קען מיר מסביר זיין די תירוץ באקומט א לייק...

און צו ענדיגן מיט א דבר טוב:
אין פרשת ויצא זאגט יעקב צו לבן: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב אֶל לָבָן הָבָה אֶת אִשְׁתִּי כִּי מָלְאוּ יָמָי וְאָבוֹאָה אֵלֶיהָ, זאגט רש"י: "מלאו ימי" - שאמרה לי אמי ועוד מלאו ימי שהרי אני בן פ"ד שנה ואימתי אעמיד י"ב שבטים וזהו שנאמר ואבואה אליה והלא קל שבקלים אינו אומר כן אלא להוליד תולדות אמר כך, נו, וואס טראכט איהר, פארוואס זאל א קל שבקלים נישט זאגן גיב מיר מיין ווייב ואבואה אליה? איז דער שפתי חכמים מסביר: שאין מדרך מוסר שיאמר השכיר תיכף ששלמו שני עבודתו הבה את שכרי...

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:48 am

· #164855
די שפתי חכמים איז געווען א וואוילער איד א יודע ספר, אבער א בעל הבית. זיין פירוש איז געשריבן אויף א בעל בתישן גאנג. ער איז אויך געווען א חזן און געדרוקט ספרים צו ביכער.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:53 am

· #164857
אבער והוי זהיר בגחלתן. נישט אומזיסט האט דער בעל לקט בהיר ז"ל מגיה געווען זיין ספר , ער האט געזען סימנים זאגט מען. און ער איז אגב אויך געווען א וואוילער איד א בעל הבית

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:57 am

· #164859
אודאי, עס איז מיר נאר א גרויסע פלא, אפשר האט @איך אויך עפעס מער אינפארמאציע וועגן זיין מעמד אין בעלזא.

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 1:04 am

· #164862
על ההקפדה – כפי הנהוג בחצר בעלזא– לקבוע את פירוש 'שפתי חכמים' לצד הרש"י בכל המהדורות.

האדמו"ר מעיר בהנאה "ישנם מהדורות שקיצרו ותימצתו, כאן הבאתם את כל השפתי חכמים, המבאר כמעט כל עניין ועניין בפירוש רש"י– ממש כביאור שוה לכל נפש".

<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=4058">http://ladaat.info/article.aspx?artid=4058</a>

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:17 am

· #164872
דער לקט בהיר איז אויך געווען א וואוילער בעה"ב, א באס דרייווער. אבער א רש"י האט ער אפגעלערנט ווי עס דארף צו זיין, ער האט ארויס גענומען דאס בעסטע פון אלע פירושי רש"י.
אגב איז זייער אינטערעסאנט צו קוקן אין די אלטע דרוק פון לקט בהיר די לשונות וואס ער האט געשריבן אויפן שפ"ח, געניאלע מליצות לגנאי כמעט ביי יעדע שטיקל.

מאטי » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:41 am

· #164877
יא יא איך פלעג אלס בחוריל נעמען די (סעמי) נייער דרוק צוזאמען מיטן אלטן דרוק, און ביי יעדן חלל נאכזוכן וואס פארא שטעך ווערטליך ס'שטייט דארט. אגב דער לקט בהיר ווי גוט ער איז געווען איז ער זייער מאריך פאר איינעם וואס וויל פשוט דורכגיין די סדרה. ועוד, נישט יעדער ועוד יש לומר אין רש"י באדייט אז דאס פריערדיגע פשט איז געווען שווער.

הבא ללמד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:08 am

· #164881
95 % פין שפתי חכמים איז גענימען פין דע מפרשים אויף רש"י, איך געדענק אלטס בחור פליעג איך ליב האבן צי זיכען דע שארפע לשונות און לקט בהיר אויפן שפ"ח (דעמאלטס איז עס נאך נישט געווען מגיה)איך נאך זיכען דע מקור פאר דע פירוש פינען שפ"ח און רוב מאל פליעג איך טרעפען
איין זאך וואס ליגט מיר יעצט און קאפ איז אנהייב פרשת תולדות ווי ער האט אריין געהאקט שטיקער אינעם שפתי חכמים (ער האט אפילו צי געברענגט א שטיקעל דברי יחזקאל אויף דיעם) און שפעטער האב איך עס געטראפען אינעם מזרחי

ברעסלאווער איך האף שפעטער צי האבן צייט און נאכזיכען דע מקור פאר דיינע קשיות

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 3:25 pm

· #164956
אויב מיט 'ברעסלאווער' מיינסטו מיר האב איך דאך בפירוש אנגעצייכענט אז איך רעד פון זיינע אייגענע שטיקלעך.

הבא ללמד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 4:03 pm

· #164963
@ונבנתה העיר גערעכט, איך וועל בל"נ שפעטער מעיין זיין

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 4:04 pm

· #164964
ונבנתה, איך מיין אז נאך דיינע העתקות דארף מען נישט די שטעכעדיגע לקט בהיר'ס. ווי זיי זאגן, קאמענטארן זענען איבריג. דער שפתי חכמים איז זעט אויס א גוטע דוגמא אויף דער באקאנטער ווארט, דער האניג נעמט פון אנדערע ממילא פראדוצירט ער האניג, און דער שפין גיבט אייגנס ממילא פראדוצירט שפין געוועבאכץ
ווי איינער האט אמאהל מגדיר געווען די מפרשי הרמב"ם, דער איז מפתה דעם רמב"ם און דער איז מאנס...

👍

really? דאס מיינט רש"י? וועלן מיר נישט יעצט אריינגיין וואו פונקליך די רוח מזרחית האט דריי רוחות, און אז אין די גמ' וואס ער ברענגט שטייט בפירוש אז אין א טרוקענע לאנד איז די מזרח ווינט נישט גוט.

עס וועט זיין אינטערעסאנט אנצומערקן דער פשוט'ער פשט פון דער רוח קדים, פארוואס עס איז נישט גוט. אויף מזרח און דרום זייט פון מצרים און ארץ ישראל געפינען זיך די מדבריות פון אפריקע, סאודי אראביע און מיטל מזרח, און ווען עס קומט פון דארט א הייסער, טרוקענער ווינט איז צרות צרורות. עס ווערט שרעקליך הייס און עס בלאזט אריין די זאמד אין די אויגן. אזא סארט ווינט ווערט גערופן אויף אראביש חמסין. דאס ערקלערט הערליך דער 'ושדופות קדים'. ס'איז געווארן אויסגעטרוקנט פון אזא מזרח ווינט.

הבא ללמד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 4:36 pm

· #166144
@ונבנתה העיר איך דיע שבת באמערקט אז און דע נייע מקראות גדולות פין עוז והדר האבען זיי פירש "שפתי חכמים החדש" דארט האבען זיי ביים סוף פין יעדע שטיקעל פין ווי דע מקור איז
ביי דע אלע זאכען ברענגען זיי א מקור
פסוק א' איז מנח"י (איך ווייס נישט ווער דיעס איז)
פסוק ה' מנח"י ע"פ מהר"ם
פסוק ו' מנח"י
פסוק י"ב דב"ט
פסוק י"ט מנח"י
פסוק ל' מנחי

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:06 am

· #235143
[ציטאט אראפגענומען]

און ליידער, א זון אויכעט. נאר ער האט זיך שוין א ביסל צוריקגעכאפט. און גייט היינט צו טאג אן אלס קדוש וטהור. והימים הראשונים יפלו. אבער, ונבנתה איז גערעכט. דער פירוש שפתי חכמים, זאגט צומאל גוטע הארות און פירושים. אבער אין זייער א סאך פעלער זאגט ער אזעלכע מאדנע אויסטייטשונגען אז ס'קומט פשוט צו לאכן... לדוגמא, ווען ער וויל אריינטייטשן די בלע"ז ווערטער, וועלכע זענען אריגינאל געשריבן געווארן דורך רש"י הק' אין פראנצויזיש, נאר מיט לשה"ק אותיות. אין די לשה"ק פשט. כאילו ס'איז עפעס א מליצה...!

ונבנתה העיר » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:15 pm

· #309744
זיך דערמאנט די וואך ביי ואבואה אלי'.

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:28 pm

· #309747
Re: ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י
מה הי׳ קשה לבעל שפתי חכמים, שהי׳ צריך להוציא את הרש״י מפשוטה?

קאצקע ציקער » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:37 pm

· #309750
ירא שמים
מה הי׳ קשה לבעל שפתי חכמים, שהי׳ צריך להוציא את הרש״י מפשוטה?

ווייל ער זעהט נישט וואס איז אזוי שלעכט אזוי צו רעדן. ספעיצעל ביי אן אכציג יעריגער יוד

moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:26 pm

· #309762
דער שפתי חכמים איז געווען דער וואס האט מחליט געווען צו דרוקן דעם מגן אברהם על צד השולחן ערוך. ער האט געבעטןרשות פון די יוצאי חלציו של המגן אברהם און עס געדרוקט. ער איז לכאורה דער וואס האט געמאכט דעם מגן אברהם אלס הויפט באגלייטער צום חלק אורח חיים.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:27 am

· #309776
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: איך ווייס נישט אויפ'ן מאמענט וויאזוי דער בעל שפתי חכמים האט געהייסן. נאר עס איז א דבר ידוע (כמובא בהקדמה לפי' מגן אברהם על שו"ע או"ח) אז דער בעל מגן אברהם איז געווען א גרויסער ארימאן, אן ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דרוקן זיין חבור. ביז ס'איז געקומען א א יוד א גביר מיט'ן נאמען ר' ישראל און ער האט מנדב געווען די הוצאות פון דרוקן און פארשפרייטן דעם פירוש. און לכבודו ולזכרו האט דער בעל מג"א אדער זיינע קינדער מוסיף געווען די ראשי תיבות ...נ"י.../נר ישראל, אויף א יעדן עמוד וואו דער פירוש מג"א איז געדרוקט...!

ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:32 am

· #309778
Re: ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י
מושב רעדט דאך וועגן עס דריקען מיטן שלחן ערוך, יתכן אז סאיז שוין איינמאל געדרוקט געווארן אלס א באזונדער ספר.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:38 am

· #309781
ירא שמים
מושב רעדט דאך וועגן עס דריקען מיטן שלחן ערוך, יתכן אז סאיז שוין איינמאל געדרוקט געווארן אלס א באזונדער ספר.

ירא שמים: אויב אזוי. פארוואס ווערט די מעשה געברענגט אין די הקדמה צו שו"ע או"ח...?
אויך. פארוואס ווערט געברענגט די ראשי תיבות נ"י אויף א יעדן עמוד אין שולחן ערוך...?

יהושע חיים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 am

· #309783
Re: ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י
אויב מען מעג פרעגען פארוואס שטייט ביים ט"ז מגן דוד (אזאך וואס שטייט נאר אין או"ח נישט אין די אנדערע דריי חלקים)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:51 am

· #309788
ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=44346&st=&pgnum=1&hilite=">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=</a> דא האט איר וואס זעט אויס די דפוס ראשון פון מג״א וואס איז יא אויפן שו״ע און די מדפיס הייסט טאקע ר׳ שבתי משורר,(ער האט טאקע אזוי געהייסן?) און אין די הקדמה פונ׳ם זון פונ׳ם מחבר שטייט אן אנדערן טעם פארן נאמען נר ישראל, עיי״ש.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:53 am

· #309790
יהושע חיים
אויב מען מעג פרעגען פארוואס שטייט ביים ט"ז מגן דוד (אזאך וואס שטייט נאר אין או"ח נישט אין די אנדערע דריי חלקים)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

מהאי טעמא זענען מיר ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני זיך נוהג נישט צו לערנען שו"ע או"ח. אפילו נישט מגן אברהם. וויבאלד ער איז אויפ'ן זעלבן בלעטל ווי דער מגן דוד/ט"ז...!

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:58 am

· #309860
די מדפיסים שרייבן אז כדי עס זאל זיין ענדליך צו מגן אברהם האבן זיי א נאמען געגעבן מגן דוד, גראדע האט דער מג"א אליין גערופן זיין ספר נר ישראל נאר זיין זוהן וואס האט דאס געטראגן לדפוס האט געטוישט די נאמען אויף מגן אברהם.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:02 pm

· #309862
געוואלדיג
די מדפיסים שרייבן אז כדי עס זאל זיין ענדליך צו מגן אברהם האבן זיי א נאמען געגעבן מגן דוד, גראדע האט דער מג"א אליין גערופן זיין ספר נר ישראל נאר זיין זוהן וואס האט דאס געטראגן לדפוס האט געטוישט די נאמען אויף מגן אברהם.

געוואלדיג: אבער דער טעם פארוואס דער מחבר האט עס געגעבן א נאמען נר ישראל, על מקומו עומד...!