☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » מאחורי אפדעיטס

מאחורי אפדעיטס

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13902
בלאט: 1 2

סדרן » דאנערשטאג יוני 4, 2020 6:06 pm

· #450536
מאחורי אפדעיטס
אין די ראמען פון א רייע לעצטיגע פארבעסערונגען און פעולות צו פארלייכטערן די ערפארונג פון אונזערע מיטגלידער אין קאווע שטיבל טוען מיר אצינד פארברייטערן די צאל מאחורי הפרגוד מיטגלידער.
מיר האבן עטוואס פארגרינגערט די פראצעדור צו קענען אריינגענומען ווערן אין מאחורי הפרגוד און יעדער חבר השטיבל וואס האט מער ווי פופציג זאכליכע תגובות, איז פארהייראט און איז כסדר אקטיוו קען שיקן אן אישי און מיר וועלן אים בעז"ה געבן צוטריט.
פאר די טובה פון מאחורי און צו האלטן דער פארום אקטיוו פארלאנגט זיך אבער ווייטער אז די מיטגלידער זאלן זיין אקטיוו אין מלפני ווי אין מאחורי. פון צייט צו צייט וועלן מיר איבערפרישן די ליסטע און אראפנעמען אזעלכע מיטגלידער וועלכע זענען מער נישט אקטיוו אין שטיבל.
מיר האבן היינט אויסגעשלאסן א גרויסע צאל ניקים וועלכע זענען נישט געווען אקטיוו אין שטיבל במשך די לעצטע זעקס חדשים. אויב זענט איר אויסגעשלאסן געווארן און איר ווילט צוריקבאקומען צוטריט, זעט צו זיין אקטיוו און מיר וועלן אייך גערן אריינלאזן.
מיט פארשטענדעניש,
סדרן

Instagram » דאנערשטאג יוני 4, 2020 8:58 pm

· #450556
@Instagram פירט זיך צו לייקן תגובות וואס ווערן פארשפרייט אויף אינסטעגרעם.
אזויווי אינסטעגרעם האט נישט אקסעס קיין שבת אחים אדער מאחורי, נעמט דאס אן אלץ א לייק צום נייעם ספר ״מה טובו אוהליך- שלום וקדושת הבית אין אידיש״.

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 5, 2020 12:05 am

· #450594
סדרן
אין די ראמען פון א רייע לעצטיגע פארבעסערונגען און פעולות צו פארלייכטערן די ערפארונג פון אונזערע מיטגלידער אין קאווע שטיבל טוען מיר אצינד פארברייטערן די צאל מאחורי הפרגוד מיטגלידער.
מיר האבן עטוואס פארגרינגערט די פראצעדור צו קענען אריינגענומען ווערן אין מאחורי הפרגוד און יעדער חבר השטיבל וואס האט מער ווי פופציג זאכליכע תגובות, איז פארהייראט און איז כסדר אקטיוו קען שיקן אן אישי און מיר וועלן אים בעז"ה געבן צוטריט.
פאר די טובה פון מאחורי און צו האלטן דער פארום אקטיוו פארלאנגט זיך אבער ווייטער אז די מיטגלידער זאלן זיין אקטיוו אין מלפני ווי אין מאחורי. פון צייט צו צייט וועלן מיר איבערפרישן די ליסטע און אראפנעמען אזעלכע מיטגלידער וועלכע זענען מער נישט אקטיוו אין שטיבל.
מיר האבן היינט אויסגעשלאסן א גרויסע צאל ניקים וועלכע זענען נישט געווען אקטיוו אין שטיבל במשך די לעצטע זעקס חדשים. אויב זענט איר אויסגעשלאסן געווארן און איר ווילט צוריקבאקומען צוטריט, זעט צו זיין אקטיוו און מיר וועלן אייך גערן אריינלאזן.
מיט פארשטענדעניש,
סדרן

דענק איך שוין נישט די פראצעדור וואס איז געווען אמאל, אבער איז עס נישט געוועהן די זעלבע זאך?
1) 50 זאכליכע תגובות (וואס איז מיר אנגעקומען זייער שווער, היות איך בין נישט קיין שרייבער פון פאך אויס)
2) פארהייראט
3) אקטיוו

סדרן » זונטאג יוני 7, 2020 1:47 am

· #450693
@קלוגע אידל מיר האבן פארלייכטערט די פארהערן פראצעדור וואס מ'פלעגט אפרעכטן צו באשטעטיגן אז דער ניק איז א יונגערמאן (פשוט פון ערפארונג האט זיך כמעט נישט געמאכט אז א בחור זאל זיך פרובירן אריינכאפן).

סדרן » זונטאג יוני 7, 2020 1:48 am

· #450694
מיר האבן באקומען 21 פארלאנגען פון חשוב'ע מיטגלידער צו באקומען צוטריט צו מאחורי.
מיר וועלן בעז"ה דורכגיין יעדנ'ס פארלאנג אין די קומענדיגע טעג, אבער עס נעמט עטוואס צייט, ביטע אויסווארטן, אדאנק.

בת קול » זונטאג יוני 7, 2020 9:26 am

· #450720
.

real fake news » זונטאג יוני 7, 2020 5:05 pm

· #450769
וואס פונקטליך איז די פראבלעם אז א בחור זאל זיין אין מאחורי?
כווייס נישט וואס מזעט דארט אבער כגלייב אז א בחור וואס האט עקסעס צו קאווע שטיבל האט עקסעס צו ערגערע זאכן ווי מאחורי.
בכלל ווייס איך נישט די חילוק פון א אינגערמאן און א בחור אפשר דארף מען זיכער מאכן אז ער איז העכער אכצן און שוין.

אישתישבי » מאנטאג יוני 8, 2020 12:54 am

· #450816
ווען מען וועט אנהייבן לערנען די סוגיות פין נדה אדער די ערשטע בלעטער אין כתובות מיט בחורים, קענען בחורים גיין אין מאחורי.

ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 8, 2020 7:37 am

· #450838
אישתישבי
ווען מען וועט אנהייבן לערנען די סוגיות פין נדה אדער די ערשטע בלעטער אין כתובות מיט בחורים, קענען בחורים גיין אין מאחורי.


די בחורים וואס האבן עקסעס אהער קענען שוין די סוגיות..

מיינונגזאגער » מאנטאג יוני 8, 2020 7:58 am

· #450839
א גוט מארגען מנהל,
איך וואלט זייער שארק געהאט חשק צו זדשוינען די מאחורי אפדעיטס. צו בין איך שוין בארעכטיגט דערפאר ?
הגם איך בין נישט פינקליך זיכער וואס דאס איז. אבער עס זעהט מיר אויס אינטערסאנט.

נאשער » דאנערשטאג יוני 11, 2020 5:41 pm

· #451342
Re: מאחורי אפדעיטס
מיינונגזאגער
א גוט מארגען מנהל,
איך וואלט זייער שארק געהאט חשק צו זדשוינען די מאחורי אפדעיטס. צו בין איך שוין בארעכטיגט דערפאר ?
הגם איך בין נישט פינקליך זיכער וואס דאס איז. אבער עס זעהט מיר אויס אינטערסאנט.
אין אז די קימסט אהן לאז מיך וויסן וויא אזוי די ביסט אהנגעקימען


Sent from my SM-G981U using Tapatalk

לייבל שטילער » פרייטאג יוני 19, 2020 11:25 am

· #452225
וואס דארף מען טוען צו באקומען א ריספאנס אויף א מאחורי ריקוועסט?

סדרן » פרייטאג יוני 19, 2020 12:02 pm

· #452236
מ'פרובירט דורכצוגיין אלע בקשות.
ווער עס ווערט נישט געענטפערט זאל בעטן נאכאמאל.

ערליכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:22 pm

· #458974
נאכאמאל, איך זיך ווי קען מען אריין און מאחורי?

לכבוד שבת קודש » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:45 pm

· #458978
אום חודש אלול? - איי יאיי יאיי...

גרעפיקסער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:49 pm

· #458981
לכבוד שבת קודש
אום חודש אלול? - איי יאיי יאיי...

ווייל דו ווייסט וואס דארט טוטסעך? אדער סתם...

לכבוד שבת קודש » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:09 pm

· #458984
א איש, דמתקריא "ערליכער איד", זוכט און פרעגט זיך נאך בכל כוחו, זיך אריינצובאקומען אין דעם געוויסן פלאץ. ער איז דאך נישט געווען דארט, ער ווייסט נישט וואס דארט קומט, אבער די תאוה ברענט אים, ער "מוז" דארט אהינקומען.

נו, שוין, מילא, כ'בין אים נישט דן. אבער עטליכע טעג פאר ראש-השנה? - ער וועט שטיין ביי מכלכל חיים, לדוד מזמור, תקיעת שופר, און פלוצלינג וועט ער זיך דערמאנען וכו' וכו'...

עטליכע טעג פאר ראש-השנה, ביים שוועל פון יום הרחמים וכו'?

איי יאיי יאיי... רחמנות!

ארץ חמדה » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 7:55 am

· #458996
אז איינער מיינט לשם שמים איז ערב ראש השנה די פאסיגסטע צייט. ער האט זיך געמאכט א חשבון הנפש און ביי די זאכן האט ער פלאץ צו וואקסן, וואויל פאר אים אז ער טוט גלייך צום זאך.
נישט מיט ערליכקייט איז די זעלבע רחמנות אויף יענער וואס די תאוה ברענט אים צו שרייבן אין בחצרות הקודש. אדער א גרעסערע רחמנות ווייל ער מאכט זיך אליינס זיין יצר הרע.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 7:07 pm

· #459045
פשיהא, א גדלות פון א איד, ער האט זיך געמאכט א חשבון-הנפש וואו ער האלט אויף די וועלט און ער איז געקומען צו די מסקנא אז אלעס איז ביי אים בסדר, דאס דאווענען, לערנען, עבודת המידות, חסידות ומוסר, אלעס איז ברוך-השם פיקס, אבער הופס! - ער האט געטראפן עפעס אין וואס ער דארף זיך באמת פארבעסערן, אין מאחורי הפרגוד! - נישט מער און נישט ווייניגער. ער ווייסט נאכנישט פונקטליך פון וואס מען רעדט, ער ווייסט נישט צי דאס וועט אים אראפשלעפן חלילה אדער נישט, אבער ערב-ראש-השנה דערמאנט ער זיך, אז נאך איין זאך דארף ער פאר א זכות פארן יום הדין, זיך אריינבאקומען אין מאחורי הפרגוד.

דאס הייסט אן "ערליכער איד".

פשיהא! - אכשר דרא.

כ'מיין אז דער אמשינאווער מיטן טאהשער קענען זיך פארשטעקן פאר אים.

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:19 pm

· #459048
ביי אונז פלעגט מען זאגן מוסר 'פאר זיך' ,קוקט אויס ווי געוויסע ניקס זענען אויפגעוואקסן אין א קרייז וואס דרכם כסל למו איז אייביג געווען צו טרעפן עבירות 'ביי יענעם'.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:32 pm

· #459051
איך אויך: אזא עבירה ביי יענעם צו טרעפן, האב איך שוין לאנג נישט געהערט...

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:54 pm

· #459054
איך צייל דא 3 תגובות/אטאקעס פון דיר אקעגן ערליכער איד, קענסט מיר אפשר ערקלערן וואס דו ווילסט פון זיין לעבן האבען? און פארוואס דו האלסט אז ער דארף זיך מיט דיר מתייעץ זיין ווען פונקטליך ער זאל בעטן א רשות כניסה.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:14 pm

· #459058
איך בין אים נישט מייעץ, איך וויל פון אים גארנישט. איך האב סך-הכל געשריבן א קליינע תגובה, ווי געזאגט "ס'פאסט נישט אין אזא צייט", קומט איינער און טענה'עט אז דווקא יעצט איז די צייט און דווקא יעצט מוז מען עוסק זיין דערין... האב איך מגיב געווען דערויף.

דעטס אלל.

מה בכך » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:36 pm

· #463234
איך האב שוין ריקוועסטעד צי די גבאים וועגן מאחורי , און .... אין פיפס ואין עונה..
וואזשע טוט מען ?

שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 12:06 am

· #463240
מה בכך
איך האב שוין ריקוועסטעד צי די גבאים וועגן מאחורי , און .... אין פיפס ואין עונה..
וואזשע טוט מען ?
אפשר כולל חצות

אן עי מאאר סיריעס נאוט, איך שפיר דיין ווייטאג, מ'קען טאקע צעפלאצט ווערן ווען מ'טאפט א וואנט. פראביר יעדע אחראי, מנהל, סדרן. אולי יחוס

סאשי פיש » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 1:16 am

· #463247
Re: מאחורי אפדעיטס
מה בכך
איך האב שוין ריקוועסטעד צי די גבאים וועגן מאחורי , און .... אין פיפס ואין עונה..
וואזשע טוט מען ?

קודם דארף מען חתונה האבן

פאליטיקאנט » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 3:18 am

· #463252
Re: מאחורי אפדעיטס
פופציג זאכליכע תגובות.


קאפי פעיסטן פון טעלעגראם איז זייער חשוב אבער נישט בגדר זאכליך.

סאשי פיש » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 8:27 am

· #463262
Re: מאחורי אפדעיטס
[ציטאט אראפגענומען]

גענטפערט מיט די צווייטע ניק [emoji15]

מפיל קינד » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 10:11 am

· #463278
ס'איז נישט די זעלבע מענטש.

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 10:18 am

· #463281
וואס זעט מען מאחורי?

ס'איז דארט פארהאן א פירוש אויף ספר יצירה? אדער קאמענטארן אויף סידור רש''ש הארוך?

מנחם ציון » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 12:22 pm

· #463300
.

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 3:34 pm

· #463308
פאליטיקאנט
פופציג זאכליכע תגובות.


קאפי פעיסטן פון טעלעגראם איז זייער חשוב אבער נישט בגדר זאכליך.

נאר וואס דען איז עס ? נייעס ווערט נישט אנדערש ווען אנשטאט איך זאל עס אליינס אראפשרייבן נעם איך עס פון א צווייטע פלאץ ... סאו מה הבעי' ?

גרעפיקסער » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2020 11:31 pm

· #463335
ס׳דא איינער בכלל וואס האט עקסעס? אדער ס׳נאר א טאקטיק צו האלטן דעם עולם אקטיוו? 😉

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:47 am

· #484917
[ציטאט אראפגענומען]

מילא דאווענען מיט א טלית (פאר די וועלכע דאווענען) בלייבט אפילו מ'ווערט דיווארסט. אבער עקסעס צו מאחורי פון קאווע שטיבל ביניך נישט זיכער. אויב דיין מערידזש לייסנס האט עקספייערט, האט דיין עקסעס אויך עקספייערט...לאל

ערבי נחל » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:53 pm

· #485564
איך האלט מאן דארף מאכען וואלען אין זען וואס רוב עולם האלט אז מאחורי זאל זיין פארשפארט. רוב זאכען וואס מען רעדט דארט איז זאכען וואס א יעדער טוט אין א יעדער קען זען אויף די אינטערנעט סא פארשטיי איך נישט פארוואס עס דארף זיין פארמאכט ?

תרמב » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:44 am

· #485587
דו ווייסט וואס טוט זיך דארט? אפשר רעדט מען דארט קבלה העכערע זאכן פאר די וואס פארשטייען?

Nanach » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:53 am

· #485589
תרמב
דו ווייסט וואס טוט זיך דארט? אפשר רעדט מען דארט קבלה העכערע זאכן פאר די וואס פארשטייען?

אויב אזוי פארוואס האב איך נאך נישט עקסעס? 😂 😂 😂
גראדע בין איך נישט געווען נייגעריג דערויף ביים זיך איינשרייבן, ביז איך האב מיר אביסל געדרייט דא און מען האט אסאך ציטירט פון דארט, נאך איינמאל וואס מען האט אהינגעפירט א אשכול וואס איך האב געהאלטן אינמיטן ליינען האב איך דא געפרעגט איינער פון די חברים דא האט ער מיר מסביר געווען

ערבי נחל » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:59 am

· #485595
Nanach
תרמב
דו ווייסט וואס טוט זיך דארט? אפשר רעדט מען דארט קבלה העכערע זאכן פאר די וואס פארשטייען?

אויב אזוי פארוואס האב איך נאך נישט עקסעס? 😂 😂 😂
גראדע בין איך נישט געווען נייגעריג דערויף ביים זיך איינשרייבן, ביז איך האב מיר אביסל געדרייט דא און מען האט אסאך ציטירט פון דארט, נאך איינמאל וואס מען האט אהינגעפירט א אשכול וואס איך האב געהאלטן אינמיטן ליינען האב איך דא געפרעגט איינער פון די חברים דא האט ער מיר מסביר געווען

מיין חבר האט מיך געוויזן וואס טוט זיך דארט. איין זאך קען איך זאגן, איך פארשטיי נישט פארוואס עס איז פארשפארט. קיינער רעדט נישט דארט ניבל פה ממש. קיינער לייגט נישט ארויף קיין פיקטשערס פון אדם הראשון פאר די חטא. וכדומה. עס איז זייער א ריינע שפראך דארט. איך האלט עס דארף זיין אפען, איינער וואס וויל די ריכטיגע סחורה גייט עס נישט דארט טרעפן.

איך חזר איבער דאס ווואס איך האב פריער געשריבן אז מען זאל מאכען וואלן אויב עס זאל זיין פארשפארט.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:37 am

· #485606
אפשר מאכסטו וואלען בײ דיר אינדערהיים אויב די טיר פון דיין שלאף צימער זאל זיין אפען ווען ס'איז אין דינסט? מיינסט אז איינער גייט דוקא דארט טרעפן די ריכטיגע סחורה? יעדער ווייסט סיי ווי וואס טוט זיך דארט...

ישר בעיניו » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:46 am

· #485607
איך פארשטיי פארוואס מדארף זיכער מאכן אז מ'איז חתונה געהאט אבער פארוואס דארף מען האבן 50 תגובות? נישט יעדער איינער האט די פעדער און האנט אדער האט וואס צו פארקויפן.

ערבי נחל » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:46 pm

· #485629
וואלווי
אפשר מאכסטו וואלען בײ דיר אינדערהיים אויב די טיר פון דיין שלאף צימער זאל זיין אפען ווען ס'איז אין דינסט? מיינסט אז איינער גייט דוקא דארט טרעפן די ריכטיגע סחורה? יעדער ווייסט סיי ווי וואס טוט זיך דארט...

ביסט אפשר א סקיוורער וואס זעט נישט קיין חילוק צווישען מעשה ממש און ליינען איבער דעם, במילא איז דא א צנזור אויף די חומש... ממש אזוי איז פארשפארען מאחורי, ארויסצונעמען אלע פסוקים גמרות וואס רעדט פון ס…

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:55 pm

· #485630
ערבי נחל: און אין סקווירא גופא (אז מ'רעדט שוין) קענמען נאר קומען לידי מעשה מיט די ברכה והסכמה פון מרן רביה"ק הגה"ק שליט"א (תמ"ל) אך און וויי צו אונז. יענער האט כאטש געקענט לערנען...!
נו, קהל'ס נער. דו ביסט מכובד צו לערנען פשט אין מיינע ווערטער...לאל

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:22 pm

· #485636
ווי איך זעה האט קהל'ס נער שליט"א נישט געלערנט פשט אין מיינע (מיסטעריעזע) רייד. עניבאדי. סיי ווער איז מכובד צו לערנען פשט אין מיינע דיברות הקדשות... אנישט וועל איך אליינס מוזן לערנען פשט און מפרש זיין ברחל בתך הנ--- וואס כ'האב געמעינט צו זאגן...!

לאלה השואלים: נעין. איך בין נישט קעין חסיד פונ'ם העיליגן רעבי'ן שליט"ע. ווייל ער וועיסט קעינמאל גארניט. איך זוך א רעבי'ן וואס ער וועיסט יא. און נעמט יא אחריות פאר די שייגעץ שטיק וואס ווערט אפגעטון אין זיין נאמען...!

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:32 pm

· #485639
berlbalaguleh
ווי איך זעה האט קהל'ס נער שליט"א נישט געלערנט פשט אין מיינע (מיסטעריעזע) רייד. עניבאדי. סיי ווער איז מכובד צו לערנען פשט אין מיינע דיברות הקדשות... אנישט וועל איך אליינס מוזן לערנען פשט און מפרש זיין ברחל בתך הנ--- וואס כ'האב געמעינט צו זאגן...!

לאלה השואלים: נעין. איך בין נישט קעין חסיד פונ'ם העיליגן רעבי'ן שליט"ע. ווייל ער וועיסט קעינמאל גארניט. איך זוך א רעבי'ן וואס ער וועיסט יא. און נעמט יא אחריות פאר די שייגעץ שטיק וואס ווערט אפגעטון אין זיין נאמען...!


שאאא שאאאא נאאאא שטיל זאל זיין.......

העמער מכבד זיין די רבי רבי בערל, צי לערנען פשט אין די העיליגע רעבאס דיבורים עם פירוש ע"ט ברחל ביתך העירומה, כדי אלע נערנים פון קהל זאלן פארשטיין.

נו ר' בערל.... שעימט אייך נישט.... שטעלט אייך אויף.....

בערל באלאגאלע: ברשות כל הקהל הקודש.... ווער בין איך וואס בין איך...... מקען זאגן בדרך רמז.......

קהל'ס נער: זיידי בערי קום אריין קלאר, רעדט צום דבר, אז נישט וועל איך עס מילא אויסגעפינען אויף קאווע שטיבל....

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:45 pm

· #485643
קהל'ס נער: איך גיי דיך פאלגן. איך נעם אן דעם כיבוד.לאמיך מאזבער זיין...איך האב געהאט געשריבן תמ"ל אויפ'ן העיליגן סקווירא רעבע שליט"ע. כידוע האבן דאך דאס אריגינאל געשריבן די חסידים פון הרב שלמה העלבראנס. בג"ע תהא מנוחתו. ער האט כאטשיג געקענט לערנען. אבער אויף די רעבע שליט"ע פאסט דען אויף איהם צו זאגן תמ"ל? ער איז דאך א געשוואלענער. נאר ס'איז נאך מעגליך ער זאלל ווערן א ת"ח איבערנאכט. א מלאך קען קומען און לערנען מיט איהם די גאנצע תורה...!

Nanach » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:50 pm

· #485645
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך גיי דיך פאלגן. איך נעם אן דעם כיבוד.לאמיך מאזבער זיין...איך האב געהאט געשריבן תמ"ל אויפ'ן העיליגן סקווירא רעבע שליט"ע. כידוע האבן דאך דאס אריגינאל געשריבן די חסידים פון הרב שלמה העלבראנס. בג"ע תהא מנוחתו. ער האט כאטשיג געקענט לערנען. אבער אויף די רעבע שליט"ע פאסט דען אויף איהם צו זאגן תמ"ל? ער איז דאך א געשוואלענער. נאר ס'איז נאך מעגליך ער זאלל ווערן א ת"ח איבערנאכט. א מלאך קען קומען און לערנען מיט איהם די גאנצע תורה...!

איינמאל פאר אלעמאל וואס איז דאס תמ”ל?

תוהו ובוהו » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:52 pm

· #485646
Nanach
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך גיי דיך פאלגן. איך נעם אן דעם כיבוד.לאמיך מאזבער זיין...איך האב געהאט געשריבן תמ"ל אויפ'ן העיליגן סקווירא רעבע שליט"ע. כידוע האבן דאך דאס אריגינאל געשריבן די חסידים פון הרב שלמה העלבראנס. בג"ע תהא מנוחתו. ער האט כאטשיג געקענט לערנען. אבער אויף די רעבע שליט"ע פאסט דען אויף איהם צו זאגן תמ"ל? ער איז דאך א געשוואלענער. נאר ס'איז נאך מעגליך ער זאלל ווערן א ת"ח איבערנאכט. א מלאך קען קומען און לערנען מיט איהם די גאנצע תורה...!

איינמאל פאר אלעמאל וואס איז דאס תמ”ל?

תורתו מגן לנו

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 6:08 pm

· #485672
Nanach
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך גיי דיך פאלגן. איך נעם אן דעם כיבוד.לאמיך מאזבער זיין...איך האב געהאט געשריבן תמ"ל אויפ'ן העיליגן סקווירא רעבע שליט"ע. כידוע האבן דאך דאס אריגינאל געשריבן די חסידים פון הרב שלמה העלבראנס. בג"ע תהא מנוחתו. ער האט כאטשיג געקענט לערנען. אבער אויף די רעבע שליט"ע פאסט דען אויף איהם צו זאגן תמ"ל? ער איז דאך א געשוואלענער. נאר ס'איז נאך מעגליך ער זאלל ווערן א ת"ח איבערנאכט. א מלאך קען קומען און לערנען מיט איהם די גאנצע תורה...!

איינמאל פאר אלעמאל וואס איז דאס תמ”ל?

דאס איז די ראשי תיבות פון די ווערטער..."תורתו מגן לנו"...דעם עקספרעשן האבן די חסידים אויפגעמאכט. זיי האבן עס געניצט אויף זייער רבי'ן...!

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 6:22 pm

· #485673
ערבי נחל
וואלווי
אפשר מאכסטו וואלען בײ דיר אינדערהיים אויב די טיר פון דיין שלאף צימער זאל זיין אפען ווען ס'איז אין דינסט? מיינסט אז איינער גייט דוקא דארט טרעפן די ריכטיגע סחורה? יעדער ווייסט סיי ווי וואס טוט זיך דארט...

ביסט אפשר א סקיוורער וואס זעט נישט קיין חילוק צווישען מעשה ממש און ליינען איבער דעם, במילא איז דא א צנזור אויף די חומש... ממש אזוי איז פארשפארען מאחורי, ארויסצונעמען אלע פסוקים גמרות וואס רעדט פון ס…


קען זיין דאס איז א סיבה אויףַ נישט צו געבן צוטריט צו מאחורי:

חוץ אז ס'איז נאר צו לייענען אבער נישט למעשה...

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/485273">viewtopic.php?p=485273#p485273</a><!-- l -->

תוהו ובוהו » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:01 pm

· #485677
@סדרן קומט אריין אין שטיבל איינמאל אין אפאר וואכן, און האפענטליך ליינט ער אלע בקשות.

אין א סייד נאוט: מאחורי איז דריי מאל אזוי טויט ווי ק"ש, ס'מער געמאכט פאר אלטע ניקס צו קענען זיך נישט-אנרופען אין א מער פריוואטע פארום.. (איי געס זיי נעמען די "דברים שהשתיקה יפה להם" בוכשטעבליך.. 😃 )
בלאט: 1 2