☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » נשים באוהל תבורך

נשים באוהל תבורך

182 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5634
בלאט: 1 2 3 4

על המחיה » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:01 pm

· #176927
לשוא הכיתי
גם התמונה מהרבנית מוויזניץ אינה בת האמרי נועם אלא מהרבנית השלישית בת הרב הצדיק ר יעקב לייב מטריסק


איר האט רעכט
דאס איז שיינדל טווערסקי די זיווג שלישי פונ'ם אהבת ישראל

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:36 pm

· #176964
זעהסט הרב יהודא הורוויץ פון 1910 מאכסטו גלייך א ג"ש צו ר יהודא'לה? אזוי ארבייט מען נישט.

לויט זיי איז דאס א ספק ר' יהודא הורוויץ רב אין מעליץ א זוהן פון ר' יעקב הורוויץ רב אין קאלבאסאב און מעליץ, ער איז געווען א איידעם ביי ר' חיים מאיר שפירא ממאגלניצא.

נאר זיי זענען זיך אויך טועה ווייל ר' יהודא דינן איז שוין אוועק אין יארע 1879 ,איז אדער איז די בילד אסאך עלטער ווי 1910 אדער איז עס א צווייטער. אדער וועט מען זאגן דאס איז ממלא מקומו זיין זוהן ר' נפתלי רב אין מעליץ, ער איז געווען א איידעם בזו"ש ביי ר' אביש קאנער פון סאנוק.

על המחיה » פרייטאג יאנואר 17, 2014 3:51 am

· #177109
איר האט רעכט, אבער און מיי דעפענס האב איך מיר פארלאזט אויף דעם ידען mefikel אין בחדרי, וואס האט געטעהנ'ט אז דאס איז ר' יודא'לע מדזיקוב, זעה דא

זיי ברענגען דארט א בילד וואס איז אנגענומען אז דאס איז ר' יודא ממעליץ, און לדעתי איז דאס נישט די זעלבע מענטש ווי דער יוד מיט זיין ווייב
אדער אפשר בין איך מיר טועה, און עס איז יא די זעלבע?
וואס זאגט איר?



רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:17 am

· #177128
איך ווייס נישט אויב ס'איז די זעלבע מענטש, אבער ס'איז זיכער די זעלבע קאמרע.

Maxwell » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:13 pm

· #177154
.
📎 IMG_20140117_121018.jpg

גד החוזה » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:52 pm

· #177828
גיטל אשת רבי יצחק מאיר העשיל מקופישניץ
בת רבי מרדכי שרגא פייוויש פרידמאן מהוסיאטין בן רבי ישראל מרוזין
📎 גיטל אשת יצחק מאיר העשיל.png

גד החוזה » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:55 pm

· #177830
הרבנית שרה ברכה אשת רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן מקופישניץ
בת רבי מרדכי העשיל ממעזיבוז-וורשא
📎 שרה ברכה אשת אברהם יהושע העשיל.png

elter-zeide » מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:04 am

· #178326
[ציטאט אראפגענומען]

ווי עס קיקט אויס איז דאס בילד נאך אין דע שנה ראשונה פון דע רבעצען, דע טאכטער איז געווען עלטער פון איר שטיף מאמע,

גד החוזה » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:39 am

· #178395
א באקאנטע אבער דאך א היסטורישע בילד פון דער סיגוט'ער משפחה
📎 siget teitelbaum.jpg

גד החוזה » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:56 am

· #178400
הרבנית בלימה רחל אשת רבי שלמה האלבערשטאם מבאבוב
בת רבי חיים יעקב טייטעלבוים מלימנוב חתן רבי שלמה האלבערשטאם (הראשון) מבאבוב
אמו של רבי נפתלי צבי האלבערשטאם מבאבוב
📎 rachel_halbertsamm_b_large.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:32 pm

· #179060
גיזי פליישמאנן זצ"ל
געהאלפן ראטעווען אידן ביים צווייטען וועלט קריג.
📎 images.jpg

גד החוזה » זונטאג יאנואר 26, 2014 1:28 pm

· #179240
הרבנית פייגא דינה אשת רבי אלטר ישראל שמעון פרלוב מנאוואמינסק
אמו של רבי נחום מרדכי פערלוב מנאוואמינסק
📎 פייגא דינה אשת אלתר ישראל שמעון פירלאוו.png

גד החוזה » זונטאג יאנואר 26, 2014 1:35 pm

· #179243
הרבנית פייגא דינה אשת רבי אלטר ישראל שמעון פרלוב מנאוואומינסק (זיצענדיק - זעה אויך פריעדיגע בילד).

אינאיינעם מיט איהר שוועסטער (שטייענדיק) הרבנית מלכה אשת רבי משה מרדכי טווערסקי מטריסק-לובלין,
מחותנת'טע פון רבי ישכר דוב רוקח מבעלז (איהר זוהן ר' יוחנן איז געעועהן א איידעם ביים בעלזא רב)
📎 פייגא דינה פירלאוו.png

גד החוזה » זונטאג יאנואר 26, 2014 1:42 pm

· #179246
נאך א בילד פון הרבנית פייגא דינה אשת רבי אלטר ישראל שמעון פרלוב מנאוואמינסק (זיצענדיק).
אינאיינעם מיט איהר טאכטער (שטייענדיק) הרבנית דבורה אשת רבי אלעזר אייכנשטיין
(בן רבי מנשה בעל תורת האשם בן רבי ישכר בעריש בעל מלבוש שבת ויום טוב ב"ר אלכסנדר יום טוב ליפא בן רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב בעל לקוטי מהרי"א)
📎 פייגא דינה פרלוב ובתה דבורה אייכנשטיין.png

גד החוזה » זונטאג יאנואר 26, 2014 1:58 pm

· #179258
[ציטאט אראפגענומען]


ביידע פון זיי זענען שוין לאנג נאך זייער חתונה ווען דער בילד איז גענומען געווארען.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 26, 2014 2:06 pm

· #179262
הרב פנחס הירשפרונג מיט זיין פרוי.
📎 Capture.JPG

גד החוזה » זונטאג יאנואר 26, 2014 2:08 pm

· #179264
[ציטאט אראפגענומען]


למאי נפק"מ?
רבי שלמה יעקב זיידא מפאדהייץ ב"ר יצחק אייזיק מנחם מפודהייץ ב"ר שלמה יעקב מסטרי ב"ר יצחק אייזיק מזידיטשוב

קומט אויס אז דער דבורה אייכנשטיין איז א דריטע קאזין מיט בני הרב מפודהייץ.

איך בעט נאך אמאהל איך וויל נישט דער אשכול זאל זיך צופארן, פרעג באישי אדער אין א צווייטע אשכול, א דאנק.

גד החוזה » זונטאג יאנואר 26, 2014 9:12 pm

· #179420
הרבנית טראנה אשת רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא (דער מיטעלסטע)
בת רבי פנחס טווערסקי מאוסטילה

הרבנית חנה סימה בת רבי דוד טווערסקי (הראשון) מסקווירא (מיט דער פאקעט-בוק)

דער מיידעל איז - הרבנית פייגא מלכה אשת רבי מרדכי האגער מוויזניץ מאנסי
בת רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא
📎 twersky rebbetzin.png

אמאל געווען » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:55 pm

· #179634
זייער שיין איך האב הנאה פון אזעלעכע ארטיקלען

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 8:26 pm

· #235704
אפטעמיסט
רעביצין חיה מושקא ז"ל
#7

נ.ב.: דאס שייטל האט זי נישט געלאזט מאכן ביי א שייטל מאכערין. זי איז געבוירן מיט דעים....!

דולה ומשקה » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:43 pm

· #238286
הרבנית חי' דבורה אשת חבר בזוו"ש של רבי ישכר דוב רוקח אבד"ק בעלזא
ובת רבי אברהם שמואל פאטשעניק מברעזנא
בילד: אין מארינבאד
אשת ר ישכר דוב מבעלזא.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:27 am

· #249171
רבי משה בלוי
אינאיינעם מיט זיין פרוי דער באקאנטער גיורות רות
משה בלוי וזוגתו רות.jpg

ברוך שאמר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:32 am

· #249172
נישט ר' עמרם??

דולה ומשקה » מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:22 pm

· #249311
יא גערעכט, רבי עמרם בלוי

ונבנתה העיר » פרייטאג פעברואר 27, 2015 1:40 pm

· #256247
ר' משה הארנשטיין ורעיתו בת אדמו"ר מהר"ש מליובאוויטש, אחות הרש"ב.

📎 18114ae69924393d4e55c20e48f02549.jpg

הרבנית שטערנא שרה, אשת הרש"ב מליובאוויטש.
📎 9bb9c9a73c9ae4c80e38a82cc9898d52.jpg

בן נריהו » פרייטאג פעברואר 27, 2015 1:50 pm

· #256249
ונבנתה העיר
ר' משה הארנשטיין ורעיתו בת אדמו"ר מהר"ש מליובאוויטש, אחות הרש"ב.

אינטרעסאנט עס קען זיין געוויס - אויב איז זי די שוועסטערין וועלכע ווערט אין זיגמאנד פראויד'ס נאטיצען פונעם מהרש"ב דערמאנט.

ונבנתה העיר » פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:25 pm

· #256257
פרויד'ס נאטיצן, אדער דעם רש"ב'ס נאטיצן?

בן נריהו » פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:33 pm

· #256258
ונבנתה העיר
פרויד'ס נאטיצן, אדער דעם רש"ב'ס נאטיצן?

דערמאנען דערמאנט פראויד - אין זיינע נאטיצען, דאס פארציילען האט דער רש"ב עם דערציילט, ווען זיין שוועסטערין שוין פארהייראט געווען - זיך געשפילט מיט איר האט ער.

ונבנתה העיר » פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:39 pm

· #256261
וואו קען מען דאס ערגעץ זעהן?

בן נריהו » פרייטאג פעברואר 27, 2015 4:15 pm

· #256276
ונבנתה העיר
וואו קען מען דאס ערגעץ זעהן?

איבער'ן נעץ - בין איך נישט באקאנט, די זיכרון, אבער, עראינערט עס מיט זיכער.

איך אויך » זונטאג מערץ 1, 2015 12:58 am

· #256324
וואס הייסט געשפילט?

בן נריהו » מאנטאג מערץ 2, 2015 8:25 am

· #256630
ונבנתה העיר

צו זעהן איבער דעם ענין, דעם לינק א קוועטש גיב, ביטע.

<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2010/06/5th-and-6th-lubavitch-rebbes-sexually-molested-as-children-scholar-shows-123.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... s-123.html</a>

בן נריהו » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:37 am

· #256654
בן נריהו
ונבנתה העיר

צו זעהן איבער דעם ענין, דעם לינק א קוועטש גיב, ביטע.

<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2010/06/5th-and-6th-lubavitch-rebbes-sexually-molested-as-children-scholar-shows-123.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... s-123.html</a>



הויטע קראנט עס ווערט, דאס נישט מיט א שוועסטער פאסירט האט עס, נאר מיט א שוועגערין - געשעהן איז עס.

די גענוי ווערטער - אויף אנגלישע איבערטייטשט, צום לעזן אט איז עס, ביטע:

In his brother’s absence, the rabbi stayed with his sister-in-law, playing with her and “having fun” without getting carried away


אויסגעציגט איז עס - פינעם אויבן-אנגעגעבענעם לינק.

כוכב » זונטאג מערץ 22, 2015 11:09 am

· #260421
איך מיין אז דער בילד איז העכער פון אותיות. מזעט דעם שטראלנדער געזיכט וואס דער צדיק שענקט פאר זיין פרוי און ווי די אויגן זיינע פינקלען מיט ליבשאפט צו זיין עזר כנגדו.
אגב, זי גייט א שייטל ויסכר פי דוברי ליפשיץ.

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 22, 2015 11:28 am

· #260423
כוכב

אגב, זי גייט א שייטל ויסכר פי דוברי ליפשיץ.

צו שרייבן ויסכר פי דוברי ליפשיץ דארף מען האבן א בילד פון זיין ערשטע רביצין (און סתם אזוי אפי' זיין ערשטע רביצין איז אויך געגאנגען א שייטל איז נישט יסכר פי ... ער מעג האלטן און זאגן אז די ריבניצער האט נישט ריכטיג געטוהן)
דער רביצין איז סך הכל איינער וואס ער האט געמאכט פאר א בעל תשובה און נאך זיין רביצין איז אוועק האט ער איר גענומען

בן תמליון » זונטאג מערץ 22, 2015 11:31 am

· #260424
פונקט באקומען דאס בילד פון די רעביצין אלטע פיגא ע"ה. דוכט זיך אזא געשטעל וואלט געווען טריף פסול ביי די בית אלטע פיגא בית רחל'ס אכשיר דרא תקנה מאכערס.

אגב איינער ווייסט ווער איז דער מיטן שמייכל און ביבער הוט רעכטס? דער אנדערער זעט אויס ווי ר' יצחק שווארץ ע"ה.
📎 IMG_9116.jpg

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 22, 2015 11:41 am

· #260427
קוקט אויס ווי א טירנויער

צדיק נסתר » זונטאג מערץ 22, 2015 12:12 pm

· #260433
ישמעאל הכהן
קוקט אויס ווי א טירנויער

יעקב ברוך המכונה יענקל תרח (ברוך טעם מעילינג)

לייב פאללאק » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 2:56 am

· #263751
על המחיה
איר האט רעכט, אבער און מיי דעפענס האב איך מיר פארלאזט אויף דעם ידען mefikel אין בחדרי, וואס האט געטעהנ'ט אז דאס איז ר' יודא'לע מדזיקוב, זעה דא

זיי ברענגען דארט א בילד וואס איז אנגענומען אז דאס איז ר' יודא ממעליץ, און לדעתי איז דאס נישט די זעלבע מענטש ווי דער יוד מיט זיין ווייב
אדער אפשר בין איך מיר טועה, און עס איז יא די זעלבע?
וואס זאגט איר?




ס'קוקט מיר אויס דער זעלבער מענטש, נאר שבת האט ער אוודאי נישט געמאכט די בארד און פיאות
די אויגן און נאז זענען גענוי די זעלבע

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 3:08 am

· #263753
אין מיינע אויגן ללא ספק נישט די זעלבע

לית דין בר נש » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 4:29 pm

· #263873
@שמעקעדיג ווי ביסטו? קוק וואס דער אינגל טוט דא ער מאכט א Railroad Crossing אויף יעדע בילד
STOP

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 3, 2015 1:20 am

· #264010
געוואלדיג
אין מיינע אויגן ללא ספק נישט די זעלבע

אבער די רביצין זעהט אויס ווי פון די וויזשניצער/קאסוב'ער גזע...!

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 3, 2015 1:54 am

· #264013
שיינע בילדער, אבער זעהט אויס ווי פאזעטיוו שאלאטן מיט דרייצן השגחות.

דולה ומשקה » מאנטאג אפריל 6, 2015 9:04 pm

· #264422
רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל זי"ע
והרבנית
הרב וואזנר עם הרבנית נופשים.jpg

בן תמליון » מאנטאג אפריל 27, 2015 7:41 pm

· #270192
.

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 1, 2015 2:50 pm

· #271723
הרבנית פרומה'לע אשת ר' ברוך מונקאטש מיט איר מאמע אשת המנח"א
📎 QuickMemo+_2015-04-29-00-55-33-1.png

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 1, 2015 3:58 pm

· #271747
ר' ברוך מ'מונקאטש מיט זיין זיווג שני און קינדער וואס ער האט געהאט פון איר
📎 QuickMemo+_2015-04-29-01-26-35-1-1.png

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 3:04 pm

· #298732
רבי משולם פייש לאווי זצ"ל הרב מטאש
והרבנית חוה ע"ה
אינאיינעם\

[אגב, דער האלדז איז נישט באדעקט לפי שיטת ה'אכשר דרא']
AoNKFzeKINc7gyic3mGnhvyBfU3vPtRCJ_xD0yrijtr2.jpg

רוסישער » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:17 pm

· #298807
[ציטאט אראפגענומען]

ניין

יהושע חיים » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 9:22 am

· #298887
דולה ומשקה
רבי משולם פייש לאווי זצ"ל הרב מטאש
והרבנית חוה ע"ה
אינאיינעם\

[אגב, דער האלדז איז נישט באדעקט לפי שיטת ה'אכשר דרא']


זיי האלטן נישט הרחקות ברבים ר"ל שיין זעהט אויס די דור מיט אזאליכע מנהיגם ב"ה היינט האבן אינז מנהים וואס פירן זיך בעסער און איידלע ווי אזא פירעכטס
(עס איז סארקאסטיש קיינע זאל מיר ביטע נישט אטאקירן אז איך מאך חוזק פון טאהשער רבי זצ"ל הכ"מ
בלאט: 1 2 3 4