וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5549
וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?
איינע פון די זאכן אויף וואס איך האב שוין אויפגעגעבן אין לעבן איז צו עקספיריענסן די הנאה און רואיגקייט שלות הנפש פארזיכערטקייט וואס א עושר אדיר מוז שפירן. אזא געפיל פון אז ס'נישט דא גארנישט קיין צוריקהאלט וואס ער זאל נאר וועלן וואס געלט קען ברענגען. נישט דא א זארג פון וויאזוי גיי איך באצאלן דאס אדער יענץ, נישט דא א זארג פון חתונה מאכן קינדער אדער אייניקלעך, מ'האט שווערע פארזיכערטע מיליאנען מיט וואס מ'קען יעדן אייניקל אפילו שטאפירן מיט אן אייגן הויז. וויאזוי פילט עס צו וויסן אז בדרך הטבע איז מען פינאנציעל פארזיכערט עד סוף כל הדורות אפילו ער זאל לעבן 1000 יאר? דער עושר האט נישט קיין שום מענטשליכע דאגות חוץ פון זאכן וואס זענען אויסער זיינע הענט ווי למשל קינדער און נחת, מלך פורץ גדר איז פאר אים נישט דא קיין שום שטרויכלונג, אפגערעדט פון די כבוד וואס ער קען האבן אויב וויל ער און אפילו אויב וויל ער נישט קומט עס נאטורליך ווייל מענטשן האבן א רעספעקט פאר אן עושר.
וויאזוי שפירט עס פארן עושר אויפצושטיין יעדע צופרי צו זען יעדן לויפן צום ארבעט צו קענען קויפן ברויט ווען ער קען מיט איין טשעק אפקויפן א סקווער בלאק און עס פארוואנדלען פאר ביליגע דירות אדער בויען א שול פאר זיין חסידות. ס'מוז דאך זיין עפעס א טעם שלא מעלמא הדין.
אלעס האט טאקע צוויי זייטן. און מ'וועט זאגן אז צו זיין א ריזיגע מיליאנער קומט מיט זיינע חסרונות מ'איז נישט רואיג און אז מ'האט 100 מיליאן וויל מען צוויי און אזוי ווייטער. דאס איז אלעס זאכן וואס איך קויפ נישט אפ (איך בין דאך ארעם קען איך נישט קויפן...)
איך ווייס נישט אויב איך וויל טאקע זיין א ריזן מיליאנער איך וואלט אפשר מורא געהאט דערפון. אבער דעם טעם גן עדן וואלט איך געוואלט אפילו שפירן פאר איין טאג. ווען איינער קען עס ווען מיר אראפלייגן... אפילו וויאזוי עס שפירט צו זיין א זון פון אזא עושר איז אויך נישט אוועקצומאכן. דאס איז עפעס וואס איך בין שוין ענדערש מקנא. קודם האט ער א דירה און נאכדעם אויב וויל ער עפענען א ביזנעס האט ער אפענע טירן מיט געלט וואס טוט דען נישט א טאטע פאר א קינד?
זאלן די עשירים דא אדער קינדער פון רייכע פרובירן דאס בעסטע וואס שייך עס אראפצוגעבן מיטן פולן זאפט...
לעצטענס בין איך געווען אויף א פלאץ וואו עטליכע גאר גרויסע עשירים זענען געווען אנוועזענד. ס'כאפט אן א יראת הכבוד צו זען א מענטש וואס השם האט אים באשאנקען מיט אזא זאך ווי עשירות. נישט אומזיסט האט רבי מכבד געווען עשירים. ס'קומט אפילו אינסטינקטיוו.
בדרך מוסר: דער דאגה פון מרבה נכסים מרבה דאגות, עפ"י רוב קענען עשירים יא באהערשן זייערע דאגות, אבער אמאהל קענען די דאגות זיי ממש אראפ שלעפן פון דער גלייזן.
איך רעספעקטיר אן עושר בלויז אויב ער געט עפעס צו פארן ציבור, צי איז עס ווען ער טוט גוטע זאכן מיט זיין געלט, אדער פרובירט נישט צו הערשן איבער אנדערע טראץ זיין איבערגעפילטער באנק קאנטע.
אנדערש איז ער פונקט ווי דער בלוטיגער ארעמאן וואס צוליב וואס זיין פיי סאמעך קארטל האט זיך שוין אויסגעליידיגט וויינט ער נאך א שטיקל ברויט און דעריבער גייט ער נישט ארום מיט פיינטליך גרויליגע אויגן ווי דער אויסגעפיצטער רעקל וואס באהאלט א פאר'סמ'טער קאפ מיט הויכע פערדלדיגע אויגן.
אה, און אויך גלייך איך דער עושר וואס ברוב חסדו וטובו געט ער א ברייטהארציגע מילכיגער תיקון ביים יארצייט פון זיינע עלטערן...
וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?
לכאורה פילט עס גאר גוט?
איך האב נאכנישט געטראפען א עושר ווי דו לייגסט אראפ רואיג אן קיין דאגות
רוב מאל האבען זיי אסאך מער און גרעסערע דאגות ווי אינדז
אפילו אויב נישט אין ביזנעס דאן אין אנדערע זאכען זיי האבען סאך מער קאמפלעקסן און ליידן אסאך אסאך אפט הערט מען מיליאנערען נעמען זיך דאס לעבען
מרבה נכסים מרבה דאגה איז א פאקט
זיי לאכן פון אונזערע דאגות.
זיי קוקן אונז (ארימעלייט) אן אין א בחינה ווי גרויסע טאטעס קוקן אן קינדער מיט שפילצייג פראבלעמען... זיי רעדן פון מעלאנעס און בענק און מיליאן זאכן צו ארלעדיגן, דו ביסט ס"ה ביזי מיט אביסל שכר לימוד און מיט אפאר דאלער קען מען דיר צעפרידן שטעלן...
בקיצור הדברים, זיי זענען טאקע רואיג מיט דעם חלק וואס דו זאגסט, חתונה מאכן וכו', אבער די אנדערע דאגות נעמט זיי איבער דאס לעבן.
אביסל מער באריכות: יעדער מענטש איז מקנא אנדערע ווילאנג ער האט נישט די זאך. איינמאל ער באקומט עס (אויב ליידט ער אויף קנאה) ווערט ער בכלל נישט צופרידן, די מנה איז שוין, מ'שטיינס געזאגט, כלאחר יד, ער ווערט יעצט ביזי מיט די מאתים.
שטעל דיר פאר אז א בלוטיגער ארעמאן וואס האט ממש נישט קיין קליידער אנצוטאן. אזוי ווי דער היימלאזער גוי ואס א פאליציאנט האט אים געקויפט שטיוול לעצטע ווינטער. ער טראכט פון מר. חולם, און זאגט, 'אה! א מענטש וואס האט יעדן טאג וואס אנצוטאן, הלואי קען איך שפירן דעם טעם פאר איין טאג!! ער האט נישט קיין דאגה צופרי "וואס גיי איך היינט אנטאן"? און מארגן, און איבערמארגן?...'
און דו טראכסט ביי דיר, "נעבעך! מיט דעם איז ער מיר מקנא? קליידער?? ביג דיעל!!"...
והא ראי', מיר אפרישיעטן נישט גענוג וואס מיר האבן יא. אונזערע זיידעס אין לאגער האבן גארנישט געדארפט נאר א שטיקעלע ברויט, און ארום דעם האט זיך זייער קאפ געדרייעט א גאנצן טאג, און געשפירט אז אויב וועלן זיי דאס באקומען וועלן זיי זיין גליקליך. מען קען דאך נישט לעבן אנע עסן. אבער מיר האבן ב"ה עסן צו דער זעט, צי טוען מיר עס אפרישיעטן? אונזער ברכת המזון איז דען מיט כוונה און התעוררות מלא הכרת הטוב? אדער דאס נעמט מען פאר גרענטעד און דער קאפ זוכט אנדערע זאכן, ווי נאך געלט?
מיר האבן אלע ע"פ רוב עסן יעדן טאג 3 מאל א טאג. מיר האבן קליידער, מיר האבן הייזער, מיר האבן א ווייב און קינדער, און עכ"ז זענען מיר נישט פון די "פאזיטיווע מענטשן" וואס זאלן זיין ביזי זיך פרייען דערמיט און זיין דאנקבאר. נאר קאמפלעינען אויף וואס מיר האבן "נישט".
ממילא דער סך הכל איז, דער עושר איז נישט מער בשמחה און נישט מער רואיגער ווי דיר. נאר פארקערט. ער אפרישיעט בכלל נישט אז ער קען רואיג חתונה מאכן די קינדער, דאס נעמען זיי פאר גרענטעד בתוך שאר הלוקסוס'ן. און דאס מיינען חז"ל מרבה דאגה. דיין מנה איז פיצי ממילא גלוסטו און חלומ'סטו פון א קליינע מאתיים. אבער דער עושר האט גרעסערע השגות, און זיינע דאגות פאר זיין מאתיים איז גורם אסאך שלאפלאזע נעכט, משא"כ מתוקה שנת העובד...
שטייצעך דאס איז אלעס נאר אויב מען איז בטבע נישט קיין צופרידענער מענטש. דאס איז מער א פערסאנאליטי, נישט א חילוק א עושר צו ארעמאן. איינער וואס איז באמת אלס נאטור צופרידן, דער איז גליקליך. וכמאחז"ל איזהו עשיר השמח בחלקו. אפגעזעהן פון זיין באלאנס אין באנק קאנטע.
כעל ענק זאגן פין אייגענע עקספיריענס זייענדיג אן עושר׳ס קינד
טאטע וויל נישט געבן
קינד וויל נישט נעמען
ברעכטס ענק נישט דאס קאפ ווייל עטץ וועטס עס קיינמאל נישט פארשטיין
פיטומי מיליכעל ענק זאגן פין אייגענע עקספיריענס זייענדיג אן עושר׳ס קינד
טאטע וויל נישט געבן
קינד וויל נישט נעמען
ברעכטס ענק נישט דאס קאפ ווייל עטץ וועטס עס קיינמאל נישט פארשטיין
משום אינו ראיה. ווען איך האב א זון ווי דיר, וואלט איך אויך נישט געגעבן,
בד''וו מיין טאטע געבט מיך זייער גערן אין איך נעם אן נאך מער גערן
איך האב גערעדט מיט אן עושר וואס האט פליצלונג באקומען אסאך געלט. ער אעז געווען זייער פרייליך אז ער האט אסאך געלט. אבער זיין קאפ האט אים נישט געלאזט מנוחה. ער האט פליצלונג געוואלט אלעס און געדארפט אלעס.
Unlimited options can drive a person crazy.
RICHES& how it feels
The ones who made their MILLIONS HONESTLY yes.....
But the SCHWINDLERS of today have MANY headaches.
איך האב אן עצה: זאלן אלע וואס ווילן נישט זיין עשירים אוועקגעבן זייער איבריג געלט פאר די וואס ווילן יא זיין עשירים, אזוי וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.
איך ווייס נישט אויב די עשירים זענען אונז מקנא אדער נישט, מיר זענען זיי זיכער מקנא.
שטילע אינגערמאןפיטומי מיליכעל ענק זאגן פין אייגענע עקספיריענס זייענדיג אן עושר׳ס קינד
טאטע וויל נישט געבן
קינד וויל נישט נעמען
ברעכטס ענק נישט דאס קאפ ווייל עטץ וועטס עס קיינמאל נישט פארשטיין
משום אינו ראיה. ווען איך האב א זון ווי דיר, וואלט איך אויך נישט געגעבן,
בד''וו מיין טאטע געבט מיך זייער גערן אין איך נעם אן נאך מער גערן
סאיז זייער נישט קיין שיינע זאך וואס דו טיסט מיט מיר הרב שטילע יונגערמאן,
ביסט מיך אזוי שטארק מבזה ברבים על לא דבר, נאר ווייל מיין עלטרען ווילן אז זייער קינדער זאלן שטיין אויפן אייגן פיס (וואס ב״ה אלע פין אינז זענען סוקסעספול) אין נאר ווייל קינדער זענען נישט קאמפרטאבל מיט קיין נהמא דיכסופא (וואס פאר דעים איז א יעדע מענטש באשאפן געווארן ווי די זוה״ק זאגט) דארפסטו מיך אזוי אינטערייסן? עס טוט מיר זייער שטארק וויי איספעשולי אזא שטילער איידעלע יונגערמאן ווי דיר טוט עס, איך וועל מיך שעמען זיך ציווייזן מיין פנים דא אין קאווע שטיבל,
חולם
איך ווייס נישט אויב איך וויל טאקע זיין א ריזן מיליאנער איך וואלט אפשר מורא געהאט דערפון. אבער דעם טעם גן עדן וואלט איך געוואלט אפילו שפירן פאר איין טאג.
ווען דו וועסט עס שפירן נאר איין טאג בין איך נישט מקנא ווי אזוי דו וועסט שפירן א טאג שפעטער, ווי די אלע לאזער עשירים וואס האבן דערלייגט די הויזן ביים סטאק מארקעט קראכט (אבער פארן נאך מיט די גרויסע יוקונס און מען שטעלט זיי צוזאמען די געלט צו קענען צאלן די געז...)
לאמיר קודם רעדן פון רייכקייט. ריסוירטש ווייזט אז כאטש עשירות געט די מעגליכקייט פאר'ן מענטש צו קענען קויפן אסאך זאכן, טוט עס אבער אין די זעלבע צייט שטערן די מעגליכקייט פון דעם מענטש צו אינדזשויען די זאכן.
איין סטאדי האט געוויזן אז ווי רייכער די ארבעטער אין א פלאץ זענען געווען, אלץ ווייניגער האבן זיי געקענט שפירן א טעם אין די פאזיטיווע זאכן אין זייער לעבן. די סיבה איז מסתמא ווייל וויבאלד רייכקייט ערמעגליכט מענטשן צו הנאה האבן פון די בעסטע לוקסוס וואס שייך אין לעבן, טוט עס צום סוף שטערן זייער מעגליכקייט צו קענען הנאה האבן פון די קלענערע הנאות אין לעבן. איינמאל ער האט געהאט די געלעגנהייט צו פארוויילן אין די טייערסטע האטעל און פליען אין א פריוואטן פליגער איז אים שוין נישט אינטערעסאנט א גוט שטיקל טשאקאלאד און ער שפירט שוין נישט דעם פארגעניגן פון א זוניגן טאג נאך א וואך פון רעגן.
דאס זעלבע האט מען
געזען אין א שטודיע אויף לאטערי געווינער אז די וואס האבן געווינען צווישן 50,000 און א מיליאן דאלאר זענען געווארן ווייניגער אנטציקט פון די געווענליכע סארט פארגעניגנס וואס מענטשן האבן אין לעבן ווי סתם מענטשן. איינמאל ער האט געשפירט אזא געוואלדיגן טעם, פארלירט ער דעם פשוט'ן. דאס הייסט אין קורצן אז מען ווערט געספוילט און זיין מוח עקספעקט אים צו שפירן ווידער יענעם טעם, אבער עס קומט נישט צוריק און כמעט גארנישט קען ערפילן דעם חלל אויף וואס ער קוקט אזוי ארויס.
בכלל בלייבן די אלע מיני הנאות נאר אויף א קורצע צייט אבער נאכדעם וועפן זיי אויס און זיי געבן מער נישט קיין תענוג פאר'ן מענטש, דאן גייט ער צוריק צום זעלבן אלטן געפיל ווי פאר ער האט געהאט יענע זאך. יעדער קען זיך דאס איבערצייגן ווען מ'קויפט א נייע קאר, וכדומה. אפילו קויפסט א לעקסוס, וועט דיר דאס געבן א גוטן געפיל פאר א חודש-צוויי, אבער נאך זעקס חדשים וועסטו מער כמעט גארנישט שפירן פון יענעם ערשטן גוטן טעם. אלע סטאדיס ווייזן דעם אפעקט אז עס געט הנאה אויף גאר א קורצע צייט, דערנאך איז צוריק צום אלטן.
דאס הייסט אז אויב איז דער מענטש נישט קיין צופרידענער אן געלט, וועט אים געלט נישט טוישן צו קיין פרייליכער מענטש. איך האב אויך געקענט אן עושר מיט אסאך אסאך געלט, אבער קיין שמץ פון צופרידנקייט און העפינעס האט ער נישט געהאט, כאטשיג ער האט אסאך שכל, נאר ער האט נאר געלאקערט נאך מער און מער געלט. (בדרך אגב דערמאן איך זיך וואס אן אנדערער רייכער איד האט מיר אמאל געזאגט, אז זיין סאושעל לעבן איז אים זייער שווער געווארן זייט ער איז געווארן אן עושר, ווייל ער קען מער נישט האבן קיין איין עכטן חבר וואס ער טראסט, ווייל אויף יעדע ווארט פון א צווייטן צינדט זיך אן זייער אינערליכע בעל און ער טראכט "וואס וויל יענער פון מיר?, ווי צילט ער מיט זיינע ווערטער? איז דאס סתם חנופה? וואס גייט ער מיר מארגן בעטן?" וכדומה.)
דער סך הכל איז נישט אז געלט קען נישט מאכן דעם מענטש מער העפי, נאר אז געלט איז ווייט נישט קיין גאראנטי צו זיין העפי, עס ברענגט אויך פרישע שוועריגקייטן, און עס איז זיכער נישט די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו העפינעס.
געלט איז נישט דער ציל, עס איז איין אופן וואס העלפט אנצוקומען צו העפינעס, אבער מ'קען פונקט אזוי ניצן אנדערע בריקן אנצוקומען צו דעם זעלבן ציל.
אבער יעצט וויל איך צוקומען צו די הויפט און וויכטיגסטע נקודה וועגן געלט:
כאטש עשירות מוז לאו דוקא מאכן העפי, איז קלאר אז ארימקייט קען ברענגען אסאך פראבלעמען און קען שטערן פון זייער אסאך זאכן, וואס אויטאמאטיש ברענגט צו ווייניגער העפינעס און מער עצבות. דא דארף מען אבער וויסן דעם וויכטיגן שליסל: איינמאל מען פארדינט העכער א געוויסע סומע, איז מען אריבער דעם שוועל און דעמאלט איז מען שוין פון די גליקליכע. בערך דריי יאר צוריק האט די סטאדי געוויזן אז די סומע איז 75,000, אבער בערך א יאר צוריק איז די סומע אראפ צו 50,000 דאלאר.
דאס הייסט אזוי, די מענטשן וואס מאכן מער ווי 50 טויזנט דאלאר א יאר זענען מער
צופרידן מיט זייער לעבן אין אלע הינזיכטן, ווי חבירים, געזונט, וויאזוי זיי פארברענגען די צייט, ווי די וואס מאכן ווייניגער פון 50 אלפים. ביי דעם פונקט פון 50,000 איז דער גרעניץ וואס מען זעט אן ערנסטע חילוק אז מענטשן זענען מער העפי ווי די קלענערע פארדינער.
אבער דא קומט דער גרויסער אבער, פון 50,000 און העכער זעט מען מער נישט קיין ערנסטע חילוק. אפילו דו מאכסט 80,000 דאלאר, וועסטו נישט וועגן דעם זיין מער העפי ווי דעם וואס מאכט פופציג טויזנט.
ביי אונז אידעלעך וואלט איך געמיינט אז א ריזיגע פראצענט מאכט נישט ווייניגער ווי 50 אלפים א יאר, נאר דער פראבלעם איז אז אין א פלאץ אדער קולטור וואו דאס לעבן קאסט אסאך מער, איז דער פארדינסטן נומער וואס מאכט העפי אויך העכער. א איד, דערצו אין ניו יארק, איז זיכער דער העפי-נומער אביסל העכער.
אבער אפילו מען דארף מאכן אביסל מער, איז דער יסוד וואס מען נעמט ארויס פון דעם סטאדי נאך אלץ קאי וקיים: אמת אויב מען פארדינט קוים ברויט אויף הויזן איז מען אויף צרות און עס קען שטערן דאס לעבן, אבער איינמאל דו מאכסט א דיסענט עמאונט דארף מען אויפהערן חלומ'ען אז מען וועט ווערן אזויפיל מער פרייליך אויב מען וועט פארדינען דאפלט. דער פאקט און די סטאדיס ווייזן אנדערש.
דארף מען נאר יעצט קענען אנאליזירן וויפיל עס איז דער הכנסה נומער פון חרדישע אידן (מיט פינף קינדערלעך און באגיבאס) וואס אויב פארדינט מען יענע סכום איז מען ביי דעם פרייליכן פונקט וואס א גרעסערע סומע וועט שוין נישט העלפן ווערן העפיער.
הילל,
סארי פאר פרעגן, ווער זענען די צוויי אויף די בילד וואס זענען זיך מנשק ...... mouth to moth ? It sounds
מיינע ''צוויי צענט'' אין אזא ''רייכע'' אשכול ווייל איך האב טאקע נישט צופיל מער. איך באגרייף נישט וויאזוי א מעגא עושר קען אנגיין מאראליש אן גילטי פיעלינגס וויסענדיג אז ס'דא אזויפיל אידן וואס פלאגן זיך און כאפן נערוון בראכן צוליב געלט פראבלעמען ווען ביי זיי אין קאנטע ליגט מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן. ס'דא וואס טיילן אסאך אויס אבער ווייט נישט וואס מ'וואלט געקענט זייער אסאך טיילן ממש גארנישט.
איך זאג נישט אז איך בין זיי דן , איך זאג נאר וויאזוי איך וואלט נישט געקענט אזוי לעבן.
איך האב אמאל געהערט א ווארט פון א גרויסן עושר וואס האט זוכה געווען צו אויפשטעלן א שיינע שטוב האט ער געזאגט "געלט האט מיך קיינמאל נישט געמאכט גליקליך, געלט איז א באקוועמע זאך, גליקליך, דאס איז מען וועט מען האט וואוילע קינדער"
ביי אונז אידעלעך מיט א שטוב פון 5 קינדער, אונטער 100000 דאלער א יאר איז מען זייער טייט, חוץ אויב מען האט פון די שטאטישע הילף דאן ווענדט זיך שוין וואס און וויפיל
יענער עושר האט פארגעסן אז מיט געלט איז גרינגער צו האבן גוטע קינדער
און אגב אויך גרינגער צו ענדיגן שס.. .
ווי דער גוטען בוך זאגט: ס׳איז נישט אזוי זיס מיט געלט ווי ס׳איז ביטער אן געלט.
דער (פינטעל) אידמיינע ''צוויי צענט'' אין אזא ''רייכע'' אשכול ווייל איך האב טאקע נישט צופיל מער. איך באגרייף נישט וויאזוי א מעגא עושר קען אנגיין מאראליש אן גילטי פיעלינגס וויסענדיג אז ס'דא אזויפיל אידן וואס פלאגן זיך און כאפן נערוון בראכן צוליב געלט פראבלעמען ווען ביי זיי אין קאנטע ליגט מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן. ס'דא וואס טיילן אסאך אויס אבער ווייט נישט וואס מ'וואלט געקענט זייער אסאך טיילן ממש גארנישט.
איך זאג נישט אז איך בין זיי דן , איך זאג נאר וויאזוי איך וואלט נישט געקענט אזוי לעבן.
איידער דו ביסט דן א מיליאנער וויאזוי ער שלאפט רואיג ווען אידן פלאגן זיך אויף א דאלער:
איך וויל דיך נישט דן זיין: איך וועל רעדן צו מיר.
ווען א איד קומט צו מיר נאך געלט אינדערהיים אדער אין שול, און איך געב אים א טאלער. אויב אויב בעט ער זיך מער, געב איך 5 טאלער. איך שפיר זיך שלעכט פארוואס איך געב נישט מער, אבער דאס איז עס. פארוואס?
ווען א איד קלאפט אין מיין טיר, איך "קלער" געוואלד דער איד איז אפשר הונגעריג... איך שפיר זיך געפערליך שולדיג, אבער איך נעם נישט אריין דעם איד אין שטוב עסן... פארוואס?
יעצט, פרעג איך מיך אליין, ווער זאגט אז אויב איך וואלט געווען א מיליאנער וואלט איך געטיילט וויפיל עס קומט זיך פאר די ארימע אידן?
איך קען האבן איין קליינע לימוד זכות אויף די מיליאנערן, אז די משולחים/שנארער לויפן זיי נאך יומם ולילה, און זיי פילן אז זיי האבן נישט קיין מנוחה... קיין תירוץ איז עס נישט אבער אמת איז עס.
דאכט זיך מיר אז איינע פון די גרעסטע הנאות וואס אלגעמיינער עשרים ספענדען זייער געלט איז און מאחורי.
זיי צאלן אפאר טויזענט פאר א נאכט.
ביי אונדז שומר נשג''ז ורבינו גרשם, פאלט אוועק אט די גרויסע הנאה וואס געלט קין ברענגען.
אפי' מותרדיגע הנאות לאזט נישט אונזער סאסייעטי. ווער פארמאגט א יאכט ביי אונדז ? ווער פאר א מענטשען ?
היללאבער יעצט וויל איך צוקומען צו די הויפט און וויכטיגסטע נקודה וועגן געלט:
כאטש עשירות מוז לאו דוקא מאכן העפי, איז קלאר אז ארימקייט קען ברענגען אסאך פראבלעמען און קען שטערן פון זייער אסאך זאכן, וואס אויטאמאטיש ברענגט צו ווייניגער העפינעס און מער עצבות. דא דארף מען אבער וויסן דעם וויכטיגן שליסל: איינמאל מען פארדינט העכער א געוויסע סומע, איז מען אריבער דעם שוועל און דעמאלט איז מען שוין פון די גליקליכע. בערך דריי יאר צוריק האט די סטאדי געוויזן אז די סומע איז 75,000, אבער בערך א יאר צוריק איז די סומע אראפ צו 50,000 דאלאר.
דאס הייסט אזוי, די מענטשן וואס מאכן מער ווי 50 טויזנט דאלאר א יאר זענען מער
צופרידן מיט זייער לעבן אין אלע הינזיכטן, ווי חבירים, געזונט, וויאזוי זיי פארברענגען די צייט, ווי די וואס מאכן ווייניגער פון 50 אלפים. ביי דעם פונקט פון 50,000 איז דער גרעניץ וואס מען זעט אן ערנסטע חילוק אז מענטשן זענען מער העפי ווי די קלענערע פארדינער.
אבער דא קומט דער גרויסער אבער, פון 50,000 און העכער זעט מען מער נישט קיין ערנסטע חילוק. אפילו דו מאכסט 80,000 דאלאר, וועסטו נישט וועגן דעם זיין מער העפי ווי דעם וואס מאכט פופציג טויזנט.
ביי אונז אידעלעך וואלט איך געמיינט אז א ריזיגע פראצענט מאכט נישט ווייניגער ווי 50 אלפים א יאר, נאר דער פראבלעם איז אז אין א פלאץ אדער קולטור וואו דאס לעבן קאסט אסאך מער, איז דער פארדינסטן נומער וואס מאכט העפי אויך העכער. א איד, דערצו אין ניו יארק, איז זיכער דער העפי-נומער אביסל העכער.
אבער אפילו מען דארף מאכן אביסל מער, איז דער יסוד וואס מען נעמט ארויס פון דעם סטאדי נאך אלץ קאי וקיים: אמת אויב מען פארדינט קוים ברויט אויף הויזן איז מען אויף צרות און עס קען שטערן דאס לעבן, אבער איינמאל דו מאכסט א דיסענט עמאונט דארף מען אויפהערן חלומ'ען אז מען וועט ווערן אזויפיל מער פרייליך אויב מען וועט פארדינען דאפלט. דער פאקט און די סטאדיס ווייזן אנדערש.
דארף מען נאר יעצט קענען אנאליזירן וויפיל עס איז דער הכנסה נומער פון חרדישע אידן (מיט פינף קינדערלעך און באגיבאס) וואס אויב פארדינט מען יענע סכום איז מען ביי דעם פרייליכן פונקט וואס א גרעסערע סומע וועט שוין נישט העלפן ווערן העפיער.
רעב איד: איר רעד פון אייער קוק-ווינקל, פון אייערע ברילן.
דער מציאות איז קלאר: א איד וואס איז אויפגעצויגן אין א ריח פון בטחון, אמונה און סיפוק א פולן הויפן. אזא איינער קען זיין ארים ווי די נאכט און דאך זיין העפי בין הימל.
עס האט מיט די אפברינגינג. דא אין אונזער סביבה איז טאקע אזוי, אז גער וואס מאכט נישט קיין 50,000 איז צעקלאפט. אבער איך קען מענטשן אין ירושלים וועלכע האבן 14 קינדער, אן קיין לחם לאכול און די קינדער און די עלטער לאכן און לאכן און לאכן, און לאזן נישט דאס דלות זיין באהערשן.
איז עס גרינג: ניין.
איז עס מעגליך: יא.
לעומת זה קען איך מיליאנערן וועלגע זענען גארנישט העפי. האבן נישט קיין רואיגע מינוט, און מיינען אז מ'איז העפי אויס מ'גייט פון ניו יארק קיין מאמי, פון מיאמי, און פון דארט קיין ארץ ישראל, גלייך נאך ארץ ישראל פליט מען קיין אייראפע און צוריק... אן צורירן צו א גמרא אין משך פון חדשים!
פארוואס? ווייל ער איז העפי מיט זיך?
נולד, זאגסט זייער א אמת'ע פוינט. א היימישער איד קען זיין רייך ווי קרח אבער ער האט נישט קיין פריוואטע פליגער, קיין יאכט, קיין צופיל גרעסערע הויז ווי דעם באלעבאטישן יונגערמאן, קיין וואקאציעס אין אלע עקן וועלט מיט אלע משונה'דיגע סערוויסעס, קיין פריוואטע רייכע קלאבס וואו ער באלאנגט נאר די זעלבע היימישע שול וואו ער פארברענגט איינאיינעם מיט די ארימסטע קלאס, און ניטאמאל האט ער עפעס מער ווי א יוקאן, און אין בעסטן פאל א טיפישע לעקסוס.
איז נאך מער די נקודה אז ווי לאנג מ'קען דעקן די בילס, איז א שאד צו פיבערן און חלומ'ען פון ווערן א מיליאנער.
אבער איין זאך האבן אונזערע עשירים געווענליך יא: כבוד. און איינמאל מען דעוועלאפט דעם טעם דערצו, קען דאס זיין נאך מער תאוה ווי אסאך אנדערע תאוות (און אסאך פאנדרעיזערס ווייסן וויאזוי דאס אויסצוניצן...), נאר דאס איז נישט געווענליך עפעס וואס די ארימע זענען דוקא מקנא.
נאטרוליסט, איך עגרי מיט יעדן ווארט וואס דו זאגסט. איך האלט קלאר אזוי ווי דיר, אבער דאס איז שוין א מדריגה, און רוב מענטשן קענען נישט. דער פאקט בלייבט אויך אז ארימקייט מאכט שווערער דאס לעבן, נאר עס זענען טאקע דא מענטשן וואס קען באווייזן דעם קונץ און זיך האלטן פרייליך אזוי אויך, אבער נאך אלץ פלאגן זיי זיך געווענליך מער ווי דעם וואס פארדינט נארמאל אויף צום לעבן. דאס איז אבער נישט קיין סתירה מיט דעם אז א איד מיט אמונה און בטחון קען באווייזן זיך צו האלטן פרייליך און אפילו שפירן גליקליך און צופרידן מער פון דעם מיליאנער.
פיטומי מיליהילל,
סארי פאר פרעגן, ווער זענען די צוויי אויף די בילד וואס זענען זיך מנשק ...... mouth to moth ? It sounds
עס איז מיר קיין שום נפקא מינה ווער זיי זענען. ווי לאנג צוויי אידן האבן זיך ליב בין איך גליקליך און צופרידן און כ'בין זיי מקנא. הלואי זאל זייער טיפע חיבה זיך פארשפרייטן אויף אונז אלע.
דער (פינטעל) אידמיינע ''צוויי צענט'' אין אזא ''רייכע'' אשכול ווייל איך האב טאקע נישט צופיל מער. איך באגרייף נישט וויאזוי א מעגא עושר קען אנגיין מאראליש אן גילטי פיעלינגס וויסענדיג אז ס'דא אזויפיל אידן וואס פלאגן זיך און כאפן נערוון בראכן צוליב געלט פראבלעמען ווען ביי זיי אין קאנטע ליגט מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן על גבי מיליאן. ס'דא וואס טיילן אסאך אויס אבער ווייט נישט וואס מ'וואלט געקענט זייער אסאך טיילן ממש גארנישט.
איך זאג נישט אז איך בין זיי דן , איך זאג נאר וויאזוי איך וואלט נישט געקענט אזוי לעבן.
עס איז זייער פארשטענדליך צו טראכטן אזוי, אבער דער ענטפער איז לכאורה ווי ביי יעדע זאך אין לעבן: יעדער זעט נאר זעט אלעס פון זיין אייגענע פערספעקטיוו. עס איז קיין ספק אז ווען דו ביסט דער עושר, וואלסטו געהאט פונקט די פארקערטע תמיהות: וויאזוי האבן די פאנדרעיזערס די חוצפה צו קומען יעדע וואך נאך אנדערע צוועקן? וויאזוי קען זיין אז כ'האב שוין צען מאל געזאגט פאר ראובן אז יעצט קען איך נישט געבן קיין צען אלפים און ער לויפט מיך נאך און דערקוטשעט מיך יעדן טאג נאכאמאל? בין איך ממש יעדנ'ס שמאטע? פארוואס מיינט יעדער אז ווייל איך האב אפאר טאלער (אויף וואס איך האב אזוי ביטער שווער געארבעט און געשוויצט און קומט זיך
מיר ערליך) בין איך יעדן שולדיג די וועלט? ווייל איך האב אויסגעצאלט די חתונה פון משה'ס קינד, בין איך יעצט מחויב אויסצוצאלן אלע זיינע אנדערע קינדער'ס חתונות? און פארואוס קומט יעדע פראבלעם פון מיין גאנצע משפחה און פון מיין גאנצע גאס און פון מיין גאנצע שטעטל און פון מיין גאנצע חסידות אלעס קומט אן נאר צו מיר און יעדן איינעם
מוז איך ארסהעלפן, און אויב נישט בין איך א שלעכטער, א קמצן, א רשע, און אפשר אויך א גזלן? פארוואס שטערט מען מיך יעדן טאג אין ביזנעס פאר אלע משוגענע צוועקן ווען איך האב שוין טויזנט מאל געזאגט אז איך וויל נישט? איך בין אפילו געווען א צדיק און באשטימט א זייגער אויפצונעמען מענטשן, אבער ווי איך בין זייער שפילצייג קומט מען פארטאגס און ביינאכט און מען צעשטערט מיר מיין לעבן?
אזוי וואלסטו אנגעגאנגען מיט אזא לאנגע רייע פון תרעומות אויף די ארימע שלעכטע אומגעפילישע סעלפישע פאראזיטן.
יעדער קוקט אויף די וועלט פון זיין ווינקל און באקומט לויט דעם זיין פערספעקטיוו, און מען פארגעסט אז יענער קוקט אויף די וועלט פונקט פון קעגנאיבער און האט פונקט די פארקערטע פערספעקטיוו און פארקערטע טענות.
הלל אויך אמת. אבער איך בין א פאנטאזירער. און איך האב שוין אסאך ג'דמיונ'ט וואס איך וואלט געטון ווען איך האב איבער גענוג געלט. איינס דערפון למשל אריינגיין איין טאג אין א כולל ווי אינגערלייט לערנען באמת מיט א טשעק ביכל און שרייבן 1000 דאלעריגע טשעקס פאר יעדן. פון ווי נעמט מען אזעלכע עשירים מיט אזעלכע גוטע איידיעס?
היללנאטרוליסט, איך עגרי מיט יעדן ווארט וואס דו זאגסט. איך האלט קלאר אזוי ווי דיר, אבער דאס איז שוין א מדריגה, און רוב מענטשן קענען נישט. דער פאקט בלייבט אויך אז ארימקייט מאכט שווערער דאס לעבן, נאר עס זענען טאקע דא מענטשן וואס קען באווייזן דעם קונץ און זיך האלטן פרייליך אזוי אויך, אבער נאך אלץ פלאגן זיי זיך געווענליך מער ווי דעם וואס פארדינט נארמאל אויף צום לעבן. דאס איז אבער נישט קיין סתירה מיט דעם אז א איד מיט אמונה און בטחון קען באווייזן זיך צו האלטן פרייליך און אפילו שפירן גליקליך און צופרידן מער פון דעם מיליאנער.
דעיס איז גאר גאר א גרויסע מדרגה, איך פארשטיי אינאנצן נישט דעי דרגה,
אפשר קענט איר מיר מסביר זיין די שכל דערפון ווי מ'קומט אהן צו אזא מדרגה,איז עס נישט סתם הפקרות ?
דער (פינטעל) אידהלל אויך אמת. אבער איך בין א פאנטאזירער. און איך האב שוין אסאך ג'דמיונ'ט וואס איך וואלט געטון ווען איך האב איבער גענוג געלט. איינס דערפון למשל אריינגיין איין טאג אין א כולל ווי אינגערלייט לערנען באמת מיט א טשעק ביכל און שרייבן 1000 דאלעריגע טשעקס פאר יעדן. פון ווי נעמט מען אזעלכע עשירים מיט אזעלכע גוטע איידיעס?
אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין את לבו לשמים. קענסט אפשר יעצט דאס נישט טוהן, אבער א קלענערער טשעק קענסטו אפשר יא. טאמער דו זעסט דאס צו באווייזען, קענסטו זיך אינרעדען אז בבא היום וועסטו רייד אויך טוהן.
ויהי נועם ה' אלקינו וגו'
נישט געגלייבט אז מיין אשכול וועט זיך אזוי ציוואקסן, דאס איז א הנאה וואס איך האב אויך נישט געוויסט כ'וועל אמאל האבן... ווער ווייסט אפשר וועל איך יא רייך ווערן.
חולםת יעדע חלומ'ט ווי דיר און דעריבער מ'האט ליעב צו שמועסען דערוועגען. דער אמת איז איך פארשטיי דיר. דו זעסט דיין לעבען אלס א מער-ווייניגע צופרידענע, נאר א ביסל מער געלט, נאר א ביסל ווייניגער דאגה אויף דער צוקונפט און אלס וואלט געווען פערפעקט. דעריבער קלערסטו וועגען דער לעבען פון א מענטש וואס האט נישט די אלע דאגות. נאר ווי יעדע זאגט ס'איז נישט אזוי. אז מ'קען נישט טרעפען מנוחת הנפש אין די היינטיגע אומשטענדען קען מען עס קיינמאל נישט טרעפען. מנוחת הנפש איז פון אינערווייניג, און טאמער דער מצב איז נישט עקסטרעם (דאגות פון געלט געזונט שלום בית וכדו') דארף א מענטש זיך אויסלערנען וויאזוי קונה צו זיין אט דער מדה פון מנוחת הנפש ווייל נאר אזוי קען ער מצליח זיין. אגבת ס'מוז זיין גויישע וועבסייט'ס פאר מענטשען צו שמועסען און דורכצופלאנען זייער לעבען נאכ'ן געווינען דער לאטטער"י. טאמער איינער קען שיקען א לינק וואלט עס געווען אינטרעסאנט.
ס'וואלט געווען אינטערסאנט ווי אזוי א גרויסע רביש 'קרוין' קינד פילט, ער ווייסט אז ער איז פאר'געט'דיקט וואס ער זאל נאר טון, ער האט און וועט האבן וויפיל געלט ער דארף.
עס איז מיר שווער צו זאגן ווי אזוי אן עושר פיהלט, אין די צייט וואס איך בין נאכנישט געווען אין זיינע שוך. אבער אויסערליך זעהט נישט אויס זיי זאלן זיין אזוי גליקליך און צופרידן.
טעד טאלק. וויאזוי רייכע מענטשען שפירען און טראכטען. Paul Piff: Does money make you mean? #TED :
http://on.ted.com/iz8S