דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #3296
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3296
[ציטאט אראפגענומען]
איך פארשטיי נישט פונקטליך דער חילוק וואס דו ווילסט מאכן צווישן אמאליגע צייטן און היינטיגע צייטן! אמת אז היינט איז "יעדער פשוט א בעל תאוה". און פארוואס קען נישט זיין אז די תאוה האט איהם געברענגט צום חילול שבת?!
רחמנא ליצלן. איז דאס א פארשפרייטע זאך?? מסתמא נישט ווייל עס איז משמע אז ווינער רב איז אויך שאקירט געווארן. אבער האט איינער שוין געהערט אזוינס?? און וואס זאגט דאס אויף דעם עתיד?
ביי אונזערע קרייזן איז עס אוודאי נאכנישט אזוי פארשפרייט [און דער אייבערשטער זאל היטן אויף אונז אז עס זאל חלילה וחס נישט פארשפרייט ווערן....], אבער ביי די מער מאדערן ארטאדאקסישע אידנטום איז צווישן די יוגענטליכע דא א היבשע באוועגונג וואס רופט זיך "חצי שבת" וואס מכלומרשט היטן זיי דעם שבת אחוץ'ן זיך אפשיידן פון די טעכענעלאגישע כלים [און זיי פארריפן זיך נאך אלץ אידן וויבאלד עס איז נישט ממש קיין דאורייתא! שומו שמים היל"ת].
איך גלויב אז ווינער רב האט געמיינט צו זאגן עפעס אנדערש, ער האט עס נאר נישט געוואלט זאגן ברבים, האט ער געזאגט 'מחלל שבת'.
וואסערע אנדערע זאך? אז דער בחור גייט צום כותל? נעה דער וויענער רב וואלט נישט שאקירט געווארן דערפון
מורינו הרב: אויב איך פארשטיי גוט ביסטו שוין אויכעט one track minded צו... פונקט ווי ר' נ"ר!
ממ"נ - אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך, וואס איז דער ר' וואס דו באטיטלסט אים?
לעצם הענין, האב איך געוואלט ארויסברענגען צום פותח האשכול, אז מען מיינט טאקע נישט השכלה, נאר דוקא תאוה, ודו"ק.
לעצם הענין, האב איך געוואלט ארויסברענגען צום פותח האשכול, אז מען מיינט טאקע נישט השכלה, נאר דוקא תאוה, ודו"ק.
זר זהבוואסערע אנדערע זאך? אז דער בחור גייט צום כותל? נעה דער וויענער רב וואלט נישט שאקירט געווארן דערפון
פארקערט ער האט נישט געווילט מדמה זיין חילול שבת צי גיין צים כותל ווייל ווער עס גייט איז דאך ממש כפר בעיקר....
[ציטאט אראפגענומען]
איז האסטו אלעמאל געוואוסט. האסט געלעבט אין א טעות.
סארי, אבער עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישען היינט און אמאל, איך קען פרעזענליך נישט איינער און נישט צויי וואס זענען אפגעפארען דורך א שכלדיגער קלארער באשלוס נאכדעם וואס זיי האבען איינגעזעהן לפי סברתם אז יידושקייט איז צע"ג, האבענדיג זיך אנגעליינט מיט פארשידענע דברי השכלה וכו', גארנישט מיט תאוות צוטוהן.
אוודאי, א חלק פון זיי, אז זיי זענען שוין געקומען צו דער מסקנא אז לית דין ולית דיין ח"ו, לאזען זיי זיך וואוילגיין, אז סנישטא קיין דין וחשבון, איז בעצם פארוואס נישט? דאס מיינט אבער נישט אז דער פריקת עול זייערער איז פשוט וועגן תאוות, נאר נאכדעם וואס ער האט מחליט געווען אז סאלץ שטותים איז די פשוטסטע סברא איזיל ואהני בהאי עלמא. ועם כל זה קען איך אנדערע וואס זענען גארנישט מער משוקע אין תאוות ווי א עוורידזש חסידישע יונגערמאן, סך הכל די תאווה וואס דו האסט ביים טשולענט האט ער אין מעקדאנעלדס, אבער זיין מהלך החיים איז בכלל נישט געפירט דורך תאוות מער ווי א צווייטער.
און לאמיר זיך נישט נארען, אפצופרעגן דער סארט יידושקייט וואס מפרעדיגט ביי אונז עפ"ר, פאדערט זיך נישט קיין גרויסע חכמה אדער קענטעניש. צוויי דריי ארטיקלאך אין דער ניו יארק טיימס, אדער א פשוטער גוגל סירטש, זענען גענוג פאר דעם. און אנטקעגן דער סארט מהלך אין יידושקייט וואס האלט רוב היימישע יידען ביים יידושקייט (דהיינו inertia און social pressure) לאזט זיך טענה'ן אז תאוות זענען א לעגיטימישער ענטפער.
דער בחור איז קלאר א בעל תאוה. ס'איז נישטא נאך אזא געשמאקע פארגעניגן ווי א בלאט גמרא תוס'!
מורינו הרבממ"נ - אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך, וואס איז דער ר' וואס דו באטיטלסט אים?
לאמיר נישט אריבערפירן די שמועס צו דעם! אבער בקיצור איז עס אזוי:
-איך האב אין ערגעץ געשריבן אז ס'איז נישט קיין גוטע זאך, כ'האב נאר געשריבן אז "ער" איז וואן טרעק מיינדעד.
-לדעתי, אפי' ער טוט למעשה שלעכטע זאכן מיינט ער עס ערענסט.
ויש להאריך בזה טובא, ואכמ"ל....
לעיקוואודאון לאמיר זיך נישט נארען, אפצופרעגן דער סארט יידושקייט וואס מפרעדיגט ביי אונז עפ"ר, פאדערט זיך נישט קיין גרויסע חכמה אדער קענטעניש. צוויי דריי ארטיקלאך אין דער ניו יארק טיימס, אדער א פשוטער גוגל סירטש, זענען גענוג פאר דעם. און אנטקעגן דער סארט מהלך אין יידושקייט וואס האלט רוב היימישע יידען ביים יידושקייט (דהיינו inertia און social pressure) לאזט זיך טענה'ן אז תאוות זענען א לעגיטימישער ענטפער.
outch.
לעיקוואד
און לאמיר זיך נישט נארען, אפצופרעגן דער סארט יידושקייט וואס מפרעדיגט ביי אונז עפ"ר, פאדערט זיך נישט קיין גרויסע חכמה אדער קענטעניש. צוויי דריי ארטיקלאך אין דער ניו יארק טיימס, אדער א פשוטער גוגל סירטש, זענען גענוג פאר דעם. און אנטקעגן דער סארט מהלך אין יידושקייט וואס האלט רוב היימישע יידען ביים יידושקייט (דהיינו inertia און social pressure) לאזט זיך טענה'ן אז תאוות זענען א לעגיטימישער ענטפער.
דערמאנסט מיר פון דעם ווארט אז פארדעם זענען די אונגארישע נאראנים ווייל זיי גלייבען וואס מען האט זיי איינגערעדט אז די פוילישע זענען קלוגער פון זיי.
ווייל איך האב אייביג פארשטאנען אז א בעל תאוה מיינט איינער וואס וויל זיין א לאו לייף. נישט איינער וואס וויל הארעווען.
אנאנים, וועק זיך אויף. דיפערענצן אין אמונות ודעות האבן גארנישט צו טון מיט תאוות, און קשיות האט צוטון מיט קלוגשאפט און נישט מיט אויפגעקלערטקייט. די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט פון היינטיגע משכילים איז נישט ווייל זיי עקזיסטירן נישט, נאר ווייל די חרדי'שע קאמיוניטי האט געטון א גוטע דזשאב מיט זיי פארשטעקן אונטער'ן קארפעט.
ר' אלחנן וואסערמאן בעגס טו דיפפער, ער זאגט אז אלע אמונה קושיא'ס איז משורש פון תאוות הבהמיות.
זר זהבר' אלחנן וואסערמאן בעגס טו דיפפער, ער זאגט אז אלע אמונה קושיא'ס איז משורש פון תאוות הבהמיות.
כ'הער.
וויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?
העמיר דארפן נאכקוקן דארט פומקטליך אין קובץ מאמרים
יידלוויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?
יעדער איינער האט עפעס נפש הבהמיות אין זיך. מסתמא לויט ר' אלחנן קומען די קשיות פון די נטיה צו תאוות וואס כמעט יעדער מענטש האט, נישט קיין חילוק ווי אויסגעארבעט מ'איז.
יאיר
ווייל איך האב אייביג פארשטאנען אז א בעל תאוה מיינט איינער וואס וויל זיין א לאו לייף. נישט איינער וואס וויל הארעווען.
אנאנים, וועק זיך אויף. דיפערענצן אין אמונות ודעות האבן גארנישט צו טון מיט תאוות, און קשיות האט צוטון מיט קלוגשאפט און נישט מיט אויפגעקלערטקייט. די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט פון היינטיגע משכילים איז נישט ווייל זיי עקזיסטירן נישט, נאר ווייל די חרדי'שע קאמיוניטי האט געטון א גוטע דזשאב מיט זיי פארשטעקן אונטער'ן קארפעט.
על דעתי - ואיני אומר קבלו דעתי - איז עס נישט לגמרי אזוי. עס איז מער א אינערליכער דראנג, בנוי על נגיעותיו ורצונותיו של האדם, צו וועלכע זייט צו ציען. א איד וואס עמדו רגלי אבותיו על הר סיני און ער האט די פינטעלע אין הארץ פון וואס דער רשב"א רעדט, וועט אנקומען אויף די ריכטיגע זייט, און איינער וואס נישט, וועט ווערן איבערגענומען פון שטחיות'דיקע זאכן וואס זעען אים אויס ווי א סתירה צו וואס ער האט מקבל געווען פון זיין כיתה א רבי, און איינמאל ביי אים איז שוין אין מח נקבע געווארן אז ער איז קיל, און ער גלייבט נישט, קענסטו אים אויפווייזן באותות ומופתים מיט לאגיק אז ער איז נישט גערעכט, אער עס וועט נישט גיין, ווייל ער ציט שוין צום אנדערן זייט.
קוקט דא
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_47114_97.pdf">http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 114_97.pdf</a>
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_47114_97.pdf">http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 114_97.pdf</a>
יאיר
די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט פון היינטיגע משכילים איז נישט ווייל זיי עקזיסטירן נישט, נאר ווייל די חרדי'שע קאמיוניטי האט געטון א גוטע דזשאבןןב מיט זיי פארשטעקן אונטער'ן קארפעט.
עד שבא האינטרנט וגילה אותם. פארשטייט איר נאכנישט פארוואס. עס איז אזוי שרעקליך? ארבעט פון צענדליגע יארען פון נייען קארפעט גייט צוגריננד מיט איין קנעפל.
אבער לעיקוואוד דו האסט אויך פריער מודה געווען אז דער אינטערנעט האט געמאכט נייע משכילים, דאס איז שוין יא א טראגעדיע.
אויב דער בחור לערנט פיין און איז נאר א מחלל שבת, בין איך נישט באזארגט, המאור שבה מחזיר למוטב, איך בין זיכער אז ער וועט זיין א איד א שותומ"צ בקרוב. דער זאך אבער, פין איינעם ארויף קלעיבען דער לעיבעל פין א "מחלל שבת" דאס ווייס איך שוין נישט צו דער מאור שבה האט א כח ריינצוואשען,
[ציטאט אראפגענומען]
גענוג איז גענוג. עס איז ouch, נישט outch. יאיר איך וואלט דיך ווען מוחל געווען ווען נישט די פארסירסט ווערטער אויף אנדערע. 😂
יאיריידלוויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?
יעדער איינער האט עפעס נפש הבהמיות אין זיך. מסתמא לויט ר' אלחנן קומען די קשיות פון די נטיה צו תאוות וואס כמעט יעדער מענטש האט, נישט קיין חילוק ווי אויסגעארבעט מ'איז.
יא, ביסט גערעכט. איך קוק נאך זע איך ווי ר' אלחנן שרייבט
היוצא מזה כי יסודי האמונה מצד עצמם הם פשוטים ומוכרחים לכל אדם שאינו בכלל שוטה, אשר אי אפשר להסתפק באמיתתם, אמנם רק בתנאי שלא יהא האדם משוחד, היינו שיהא חפשי מתאות עוה"ז ומרצונותיו . . . נמצא שאנו חייבין לשמוע לקבלותינו מרז"ל, אשר רק הם היו כשרין לדון בעניני אמונה, בהיות שכלם חפשי משום נטית רצו כל שהוא.
אבער וואס איך פארשטיי נישט איז אזוי: ר' אלחנן האלט אז די אמונה איז פשוט, מ'טאר נאר נישט זיין משוחד, אבער פון צווייטן זייט האלט ער אז יעדער איז משוחד - וויאזוי שטימען די ביידע? אויב די גאנצע וועלט איז משוחד צו טראכטן פארקערט דאן איז די אמונה נישט פשוט, נישט אזוי?
ר' אלחנן שרייבט אז עס איז א דבר פשוט. אלע פילוזפען כאריסטו וחביריו זענען פשוט משוחד. דער רמב"ם שרייבט אז די כפירה פון אריסטו וואס דאס איז בענין קדמות העולם, איז נישטא קיין איבערוועגענדע ראיות לכאן או לכאן. א שטיקל סתירה פון ר' אלחנן ביז דעם רמב"ם.
אפי' איך זאל אננעמען אז ר' אלחנן איז גערעכט, מיז דאך ר' אלחנן מודה זיין אז אריסטו האט א רעכט צו זאגען קים לי. קען דאך אריסטו האבען אנגענומען ווי די רמב"ם ויש לו על מי לסמוך. ויצא מכלל בעל תאוה ורשע.
אפי' איך זאל אננעמען אז ר' אלחנן איז גערעכט, מיז דאך ר' אלחנן מודה זיין אז אריסטו האט א רעכט צו זאגען קים לי. קען דאך אריסטו האבען אנגענומען ווי די רמב"ם ויש לו על מי לסמוך. ויצא מכלל בעל תאוה ורשע.
דל הנגיעות והשוחד מהכא, והאמונה פשוטה מאיליו. וק"ל.
ר' אלחנן האלט אז די אמונה מצד עצמה איז פשוט, און ווען נישט אונזערע שלעכטע טבעיות'ן (דערמאנט מיר פון אוגוסטיינ'ס original sin) וואלטן מיר איינגעזען דעם אמת. אזוי ווי סייענטיסטן ווייסן קלאר אז זמן איז רעלאטיוו, כאטש אונז דאכט זיך אז ס'איז אבסאלוט צוליב אונזערע חושים וואס פארדרייען אונז, דערפאר מוזן מיר טראסטן די סייענטיסטן אז זיי ווייסן דעם אמת. יידל, דער משל איז קאסטום מעיד פאר דיר 😉.
אין א זייטיגע נאטיץ, ר' אלחנן'ס סברא זעט מיר אויס ווי א מאדנע פאל פון צירקולער ריזאנינג. איך וואלט דאס בכלל נישט ערווארט פון אזא שכל הישר ווי אים, נאר ווען עס קומט צו אמונה, זענען מיר אלע משוחד 😉.
אין א זייטיגע נאטיץ, ר' אלחנן'ס סברא זעט מיר אויס ווי א מאדנע פאל פון צירקולער ריזאנינג. איך וואלט דאס בכלל נישט ערווארט פון אזא שכל הישר ווי אים, נאר ווען עס קומט צו אמונה, זענען מיר אלע משוחד 😉.
דעת תורהדל הנגיעות והשוחד מהכא, והאמונה פשוטה מאיליו. וק"ל.
ס'איז ווי כ'זאל זאגן, דל האנושיות מכאן. הרג'ע זיך וועסטו אנקומען אויף יענע וועלט און וועסט גלייבן. אויב קען מען נישט פטור ווערן פון די נגיעות, דאן איז דער מענטט מיט די נגיעות איינס. פשוט מיינט נישט וואס איז פשוט צו מלאכי השרת נאר צו מענטשן.
יאיר, עיין בתגבותי לדברי דעת תורה. טאקע נישט קאסטום מעיד, אבער א פירכא איז עס...
פארוואס מיינסטו אז עס איז צירקולער ריזענינג?
פארוואס מיינסטו אז עס איז צירקולער ריזענינג?
גערעכט, ר' אלחנן רעדט אין טעאריע, במציאות איז עס אפשר נישט שייך. אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם פשטות דערפון, דאס הייסט אז עפ"י שכל הישר - גראדער לאגיק - אן קיינע נגיעות וואלט א מענטש אזוי אליינס פארשטאנען. (ער רעדט פון יסודות האמונה, נישט פון אידישקייט דוקא, ווייל שכל הישר איז נישט מחייב קיין מעמד הר סיני).
יידליאיר, עיין בתגבותי לדברי דעת תורה. טאקע נישט קאסטום מעיד, אבער א פירכא איז עס...
איך זע נישט וואס איז די פירכא לפי מה שהסברתי.
פארוואס מיינסטו אז עס איז צירקולער ריזענינג?
ווייל די סיבה פארוואס ער האלט אז רק חז"ל הם כשרים לדון בעניני אמונה איז דאך אויך נאר צוליב זיין אמונה.
זר זהבאבער לעיקוואוד דו האסט אויך פריער מודה געווען אז דער אינטערנעט האט געמאכט נייע משכילים, דאס איז שוין יא א טראגעדיע.
איך וייס נישט ווי איך האב פריער אזוי געשריבען, עכ"פ אוודאי איז דאס אמת. אבער נישט "דער אינטערנעט" האט געמאכט", נאר דער מציאות האט געמאכט. כלומר עס איז דא אויף דער וועלט אזעלכע ידיעות ושכליות וואס שלאגען פאר ערנסטע שאלות פאר יידושקייט, און דער אינטערנעט איז סל הכל א כלי וואס וייזט דאס פאר מענטשען וואס ביז דעמאלטס זענען זיי געווען מיט די אויגען פארמאכט. ממילא זי פראבירען צוריק פארמאכען די אויגען כמנהג בת היענה און שרייען און קלאגען אויף עפעס א ישות גערופען 'אינטערנעט', כאילו זי איז שולדיג אויף עפעס, איז נישט קיין גלייכע וועג.
לעיקוואדאון לאמיר זיך נישט נארען, אפצופרעגן דער סארט יידושקייט וואס מפרעדיגט ביי אונז עפ"ר, פאדערט זיך נישט קיין גרויסע חכמה אדער קענטעניש. צוויי דריי ארטיקלאך אין דער ניו יארק טיימס, אדער א פשוטער גוגל סירטש, זענען גענוג פאר דעם. און אנטקעגן דער סארט מהלך אין יידושקייט וואס האלט רוב היימישע יידען ביים יידושקייט (דהיינו inertia און social pressure) לאזט זיך טענה'ן אז תאוות זענען א לעגיטימישער ענטפער.
יאיריידליאיר, עיין בתגבותי לדברי דעת תורה. טאקע נישט קאסטום מעיד, אבער א פירכא איז עס...
איך זע נישט וואס איז די פירכא לפי מה שהסברתי.
אקעי, לאמיר אפירנעמען דיין הסבר:
יאירר' אלחנן האלט אז די אמונה מצד עצמה איז פשוט, און ווען נישט אונזערע שלעכטע טבעיות'ן (דערמאנט מיר פון אוגוסטיינ'ס original sin) וואלטן מיר איינגעזען דעם אמת. אזוי ווי סייענטיסטן ווייסן קלאר אז זמן איז רעלאטיוו, כאטש אונז דאכט זיך אז ס'איז אבסאלוט צוליב אונזערע חושים וואס פארדרייען אונז, דערפאר מוזן מיר טראסטן די סייענטיסטן אז זיי ווייסן דעם אמת. יידל, דער משל איז קאסטום מעיד פאר דיר 😉
מיר טראסטן נישט די סייענטיסטן מחמת אמונה, מיר טראסטן די סייענטיסטן וויבאלד זיי זאגן אז זיי האבן א מאטעמאטישן חשבון און אמפירישע ראיות אז צייט איז רעלאטיוו. "קום נאר, קום נאר!" זאגן זיי, "און מיר וועלן דיר ווייזן אונזערע ראיות". נו, אז ער טענה'ט אז ער האט א ראיה און אז ער איז גרייט מיר עס צו ווייזן, קען איך אים שוין טראסטן אפילו אויב דאס וואס ער זאגט איז סותר מיינע חושים. אויב אבער וואלטן זיי מיר געזאגט אז איך וועל קיינמאל נישט קענען משיג זיין די ראיות וויבאלד מיינע חושים ערלויבן דאס נישט בשום אופן, וואלט איך זיי אודאי נישט געטראסט קיין רגע, ווייל מי גילה להם רז זה וואס זיי קענען יא משיג זיין און איך נישט? צוריקצוקומען צום נמשל, ר' אלחנן טענה'ט אז די אמונה איז פשוט, ער טענה'ט אבער אויך אז קיינער קען דאס נישט משיג זיין וויבאלד מיר זענען אלע משוחד צו די תאוות. נו, וויאזוי קען מען דעמאלטס וויסן אז די אמונה איז טאקע פשוט?
@זר זהב, ביסט גערעכט. איך האב דאך אבער אויך געשריבען דער נ. י. טיימס. איך מיין עס קומט שוין ארויס בערך הונדרעט יאר פאר דער אינטערנעט. איז וואס האסטו זיך צושעטשעפעט פונקט צו דער אינטערנעט?
ר' אלחנן קען טענה'ן אז וויבאלד בעצם איז א מענטש אלמאל משוחד בנושאי אמונה,קען מען זיך בעצם נישט סומך זיין אויף קיינער נישט, אפילו די גרעסט חכמים, ווארום זיי האבען אויך תאוות. איז נישטא קיין אובייקטיבישער וועג דאס מברר צו זיין נאר טרעפן דער מענטש וואס זעהט אונז אויס די מערסטע אויסגעטוהן פון תאוות, און עם פרעגן. ביי עם איז עפעס אנגענומען אז נאר די חכמי ישראל זענען אויסגעטוהן פון תאוות, וממילא טראסט ער נאר זיי. אמת קענסט זיך דינגען אויב דאס איז אמת אדער מוכרח, אבער אויב איז דאס זיין לאגיק איז עס לפחות א לאגישער טענה און נישט רינדעכיג.
@לעיקוואד, אמת אמת איך האב געטראכט דערפון, אבער די אלע צייטונגען האבן סך מער ליינער זינט ס'דא עס צו ליינען בחינם אויפ'ן נעט.
יידל, איך מיין דיין טענה שמעקט אביסל מיט מיין טענה פון צירוקולער ריזאנינג. לאמיר אננעמען לעת עתה אז א מלאך איז אראפגעקומען פון הימל און געזאגט פאר ר' אלחנן אז די חכמי התלמוד זענען געווען ריין פון נגיעות, זיי האבן דן געווען בלויז אויף שכל'דיגע ראיות. אויב אזוי איז פארשטענדליך אז ר' אלחנן פארלאזט זיך אויף זיי און נישט אויף זיין זינדיגער מוח פונ'ם עץ הדעת.
לעיקוואוד כותב כעי"ז.
לעיקוואוד כותב כעי"ז.
זר זהבוואסערע אנדערע זאך? אז דער בחור גייט צום כותל? נעה דער וויענער רב וואלט נישט שאקירט געווארן דערפון
אז ער גייט צו די בחירות הטמאות, ר"ל און געשטימט פאר אגודה, ר" ר"ל.
מורינו הרבממ"נ - אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך, וואס איז דער ר' וואס דו באטיטלסט אים?
לעצם הענין, האב איך געוואלט ארויסברענגען צום פותח האשכול, אז מען מיינט טאקע נישט השכלה, נאר דוקא תאוה, ודו"ק.
איך האלט בעצם ביסטו גערעכט. ווייל למשל שאולי גראססמאן געט זיך אן אלס חקרן, און ער איז געקומען צו די פילאזאפישע מסקנא אז "לית דין ולית דיין" ר"ל. ער איז קיינמאל נישט באוואוסט געווען אלס חקרן און פילאזאף. נאר, דאס אלעס איז בלויז א תירוץ. ווייל ר'איז א פשוט'ער בעל תאווה. ווי יענער רב (כ'מיין דער מלבי"ם ( האט געזאגט פאר אן אפיקורס וואס האט איהם געזאגט אז ר'האט א סאך קשיות אויף די אמונה. האט ער איהם געענטפערט "דאס איז נישט קשיות. דאס זענען תירוצים םפארוואס דו ביסט א שייגעץ, א בעל תאוה.
יואלישדער בחור איז קלאר א בעל תאוה. ס'איז נישטא נאך אזא געשמאקע פארגעניגן ווי א בלאט גמרא תוס'!
מיט דעם מהלך קען מען אפשר בעסער פארשטיין די גמ' אין מס' בבא מציעא. וואו די גמ' פרעגט (רעטאריש) "מפני מה חרבה ירושלים? ענטפערט די גמ' על שלא ברכו בתורה תחילה." דאס מיינט, זיי (די בני ירושלים פון אמאל) האבן געהאלטן די תורה ווי א סייענס. וואס מ'שטודירט. ס'איז היינט אויך פאראן אזאלכע מענטשן ווי למשל די פרוי רחל? קאלדעראן, פון די יש עתיד פארטיי, וועלכע האט זייער שיין אפגעלערנט א שטיקל גמרא אין כנסת ביי איר איינצוג'ס רעדע אין כנסת. זי איז אבער בכלל נישט רעליגיעז. זי קען אבער גוט אפלערנען א בלאט גמרא. זי האט אפילו א דאקטאראט אין "ספרות תלמודית".
יידלוויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?
איך האב נאכנישט באגעגנט א יוד וועלכער איז מקפיד צו גיין אין מקוה פאר'ן דאוונען און ער קומט ארויס מיט נאסע פיאות און ער זאל זיך ארויס שטעלן אלס אפיקורס. וואס איינער האלט ביי זיך אין בויך ווייסט קיינער נישט חוץ דער יודע מחשבות. אבער א יוד וואס איז מדקדק במצוות (און איז נישט געפאפט) און ר'זאל אין די זעלבע צייט זיין אן אפיקורס האב איך נאכנישט באגעגנט.
ר' אלחנן"ס קלעים איז איינע פון די עיקרי אמונה אדער דאס איז שייך צו פראווען?
berlbalagulehיידלוויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?
איך האב נאכנישט באגעגנט א יוד וועלכער איז מקפיד צו גיין אין מקוה פאר'ן דאוונען און ער קומט ארויס מיט נאסע פיאות און ער זאל זיך ארויס שטעלן אלס אפיקורס. וואס איינער האלט ביי זיך אין בויך ווייסט קיינער נישט חוץ דער יודע מחשבות. אבער א יוד וואס איז מדקדק במצוות (און איז נישט געפאפט) און ר'זאל אין די זעלבע צייט זיין אן אפיקורס האב איך נאכנישט באגעגנט.
איך יא.
הג"ר אלחנן וועט מען דארפן איינזעצן אין א פאל וואס תאוה שפילט [שוין] נישט קיין ראלע, ווי למשל יום המיתה אין דוקא ביי א תינוק שנישבה ווי עס איז אויך נישט שייך קיין תאות הנצוחון. אדער אין אנדערע קלארע זמנים ווי ביי סוף ניעלה.
בקיצר שכל גייט נאך רצון אין נישט רצון נאך שכל
בקיצר שכל גייט נאך רצון אין נישט רצון נאך שכל
יידלberlbalagulehיידלוויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?
איך האב נאכנישט באגעגנט א יוד וועלכער איז מקפיד צו גיין אין מקוה פאר'ן דאוונען און ער קומט ארויס מיט נאסע פיאות און ער זאל זיך ארויס שטעלן אלס אפיקורס. וואס איינער האלט ביי זיך אין בויך ווייסט קיינער נישט חוץ דער יודע מחשבות. אבער א יוד וואס איז מדקדק במצוות (און איז נישט געפאפט) און ר'זאל אין די זעלבע צייט זיין אן אפיקורס האב איך נאכנישט באגעגנט.
איך יא.
עס איז זיכער דא. פינקט ווי מענטשען פרעגן קשיות אדער פארשטייען נישט אנדערע זאכן. וואס איז זיי יא אדער נישט נוגע. נאך אלס איז זייער מסתבר צי זאגן אז להתיר להם עריות וכו איז א גרויסע מאטיוו קאנשיס אין סוב-קאנשיס
אינטערעסאנט ווי די אלע וואס פרעגן קשיות און זוכן תירוצים, אויב זענען זיי צוגעקומען צו די אנגעבליכע נישט ריכטיגע מסקנות דאן מוז זיין אז זיי ווערן געטריבן פון ריינע תאוות, אבער די אלע וואס ווערן געבוירן אויף ראדני סטריט און ווערן באגראבן אין קרית יואל'ער בית החיים און אינצווישן האבן זיי ניטאמאל זיך גענומען די מיה דורכגעטון אויף וואספארא יסודות זייערע אני מאמין'ס שטייען, אט די אלע זענען צוגעקומען דערצו מחמת זייער אייגענעם שכל, מדעתם הצלולה והברורה ומתוך בחירה חפשית.
נאכמער אינטערעסאנט ווי די זעלבע וואס פארפירן אז אלע אפיקורסים זענען פשוט'ע בעלי תאוה זענען געווענליך אויך ביי די מיינונג אז מען טאר נישט לערנען חקירה ספרים, מען דארף זיך בלויז פארלאזן אויף די מסורה פון די עלטערן, אין אנדערע ווערטער, זיי אליין זענען מאמינים צוליב די תאוה פון זיין באקוועם און בלייבן אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו זיי זענען געבוירן געווארן.
נאכמער אינטערעסאנט ווי די זעלבע וואס פארפירן אז אלע אפיקורסים זענען פשוט'ע בעלי תאוה זענען געווענליך אויך ביי די מיינונג אז מען טאר נישט לערנען חקירה ספרים, מען דארף זיך בלויז פארלאזן אויף די מסורה פון די עלטערן, אין אנדערע ווערטער, זיי אליין זענען מאמינים צוליב די תאוה פון זיין באקוועם און בלייבן אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו זיי זענען געבוירן געווארן.
זר זהבאבער לעיקוואוד דו האסט אויך פריער מודה געווען אז דער אינטערנעט האט געמאכט נייע משכילים, דאס איז שוין יא א טראגעדיע.
קלאר אז אינטערנעט האט און טוהט פארגרינגערן די ACCESS,
אבער דאס מיינט נישט אז דאס איז דער סאמע צוואנג צו שמד,
קווענקעלנישן, ספיקות, סקעפטסיזים, און קשיות האבן אלץ עקזיסטירט,
אינטערנעט איז א גרינג פארבינדונג מיטל, דעטס אלל,
די זעלבע איז מיט שמוץ.
זונות מן הסתם איז דער עלטסטער ביזנעס אויף דער וועלט,
אמאל האט מען אקטועל געטוהן, אלץ וואס מ'קען היינט זעהן,
און נאך מיט ווייניגער מורא פון דער רעגירונג,
,
די ACCESS פשוט איז אסאך גרעסער, וד"ל
בנוסף לדברי יאיר, איז נאריש צו זאגען אז איינער איז א בעל תאווה און פארדעם ווערט ער אן אפיקורס, ווען מען זעהט א וועלט בעלי תאווה וואס קענען זיך נישט בהערשען, און זענען מאמינים בני תאוונים.