סארי, נישט מיין לעוועל.
ווען Off The Derech גייט Off Track
357 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4150
קאווע טרינקערסארי, נישט מיין לעוועל.
דעמאלט וועסטו זיך מוזן פארלאזן אויף מיר. ווען דו טענה'סט זיך מיט אן או טי די און יענער דערמאנט ריטשארד דאוקינס, זאג אים אז יאיר פון קאווע שטיבל האלט אז דאוקינס איז מחזק די אמונה, ער קען קומען אויסטשעקן דעם אשכול. ער קען מיר אפילו שיקן אן אישית און כ'וועל אים גערן ענטפערן. איך האב א שפראך מיט אטעאיסטן, קאוועלע.
יאירווען דו טענה'סט זיך מיט אן או טי די...
איך? קיינמאל.
וואס געשעהט אויב ער טעיפ'ט אפ אלץ וואס כ'זאג אים, און ביום מן הימים דרייט זיך דער גלגל, ער נעמט איבער מיין קאפל און איך נעם איבער זיין גוישע הויזן, וואס פעילט מיר אויס ער זאל אויפשפילן מיינע דיבורים ?
א גוט שבת
צוריק צום אלטן טעמע...
איך ישוב מיר שוין עטליכע טעג צו איך זאל שרייבן דאס פאלגנדע, ווייל עס איז אביסל באריכות און די נושא איז שוין אפשר צופיל צוקייעט, און אמת'ע חידושים איז שוין נישטא. @שרגא'ס לענגערע הודעה עטליכע בלעטער צוריק האט מיך אבער אנגערייצט, און איך פיל א פליכט צו אנערקענען וואו ער זאגט ריכטיג און אויך דארט וואו איך זעה עטליכע טעותים. אויך, היות עס קוקט אויס ווי עס ווערט דא אביסל סענסיטיוו איבער די נושא פון או-טי-דיס, עס ברויזט זיך אביסל צווישן אייניגע, עס בוזשעווען ווינטן, סיי איבער'ן טיש סיי אינטער'ן (און אויך פון אונזערע גוטע ברודער לוחמי מלחמות ה' אין איי-וועלט) האב איך אביסל מורא אז די רעגעלמעסיג 'פרידאם אוו ספיטש' וואס הערשט יעצט (און וואס איך טוה שטארק שעצן) וועט נחסם ווערן, ממילא איז אפשר כדאי יא אריינצוכאפן אפאר ווערטער.
צום ערשטן וויל איך איין זאך אנמערקן: עס זעהט מיר אויס אז שרגא און אנדערע האבן גערעדט צוממערסטנס נישט פון או-טי-דיס נאר פון "באמס." ווען איך רעד פון או-טי-די רעד איך נאר פון אזא איינער וואס האט אפגעמאכט א בפירוש'ע החלטה זיך אפצוטיילן אינגאנצן פון דעם ציבור שותו"מ און לעבן א פריי לעבן. איך רעד נישט פון דער וואס ווערט אפגעטיילט למחצה שליש ולרביע. איך רעד נישט פון דער וואס טרעפט זיך איין טאג אינדרויסן ווייל ער'ט זיך אזויפיל געדרייט מיט אנדערע קלים וריקים, און שוין אזויפיל טעג פארגעסן אדער נישט געהאט קיין געדולד צו לייגן תפילין אדער היטן שבת, אבער בעצם עגבערט אים נאך אין מוח אז ער'ז עתיד ליתן את הדין, און האפט נאך איין טאג זיך צוריקצוכאפן מיט א פעסטקייט, אויב נישט דאס יאר יום כיפור דעמאלס נעקסטע, אדער עכ"פ ווען מען הייבט אן רעדן שידוכים פאר זיין עלטסטע קינד. נישט פון אזא איינעם רעד איך. איך האלט די סארט זענען אן נושא וואס קומען בכלל נישט אהער, און זיי אנצורופן או-טי-די איז סתם א צומישעניש און א מיספארשטענדעניש.
יעצט צום עצם נושא...
שוין עטליכע חדשים וואס עס האלט אין איין ארויפקומען: וואס זענען די מאטיוון פון דעם או-טי-די? זה בכה, וזה בכה, דער האלט תאוות, און דער האלט שכל, דער האלט א צובראכענע שטוב, און דער האלט שלעכטע טאטע מאמע, שלעכטע מלמדים, אביוז, סתם פארביטערטקייט, וכו', וכו'. און עס קוקט מיר אלץ אויס אז מען היפט איבער דאס וואס קוקט מיר אויס א פשטות שבפשטות.
מענטשן פארלירן אמונה יעדן טאג צוליב קשיות און חקירה. דאס איז א דבר פשוט, און דער פאקט אז אידן יראים ושלמים ציטערן שוין הונדערטער יארן פון חקירה, און דאס אז היינט ציטערט מען פון אפיקרסישע בלאגס און מ'מאכט שטרענגע תקנות אין די פארומס אנטקעגן דברי מינות וכפירה יוכיח אז ס'איז נישט סתם עפעס געזאגט נאר ס'איז אן ערנסע פחד און מען זעהט די פירות דערפון. זענען די קשיות דווקא סאפיסטיקירטע? אפשר נישט. נאר אז דער פרעגער, דער היינטיגער או-טי-די, איז נישט קיין שפינאזע, איז דער משיב -- דער רב צו ראש ישיבה צו דער אש התורה קירובניק – אויך נישט קיין רמב"ם. יעדער גייט לויט די אייגענע כשרונות.
אין די זעלבע צייט (און דאס איז א פונקט וואס איך האלט גאר וויכטיג), מוז מען אויך מודה זיין אן אנדערן כלל גדול:
קיינער ווערט נישט "או-טי-די בפועל" ווייל דער שכל אליין איז אים מחייב. ס'איז פשוט נישט במציאות אזא זאך. נישט אז רוב ווערן נישט. קיינער ווערט נישט. אפילו א זעלטענער בעל מוח קען נישט זאגן אויף זיך אז ער האט זיך זיין גאנץ לעבן איבערגעטוישט בלויז אויף א שכליות'דיגע חשבון.
די סיבה דערפאר איז פשוט: שכל אליין נישט מחייב א מענטשליכע פעולה. נאר פסיכאלאגישע געפילן האבן א כח מחייב צו זיין א פעולה.
לאמיך עס מסביר זיין מיט א משל: א מענטש א בעל מוח זיצט אינמיטן גאס און ער זעט אז עס קומט אים אנטקעגן צו פארן אן קאר. זייענדיג א געבילדעטער און א קלוגער, גיט ער באלד א חשבון אויס, ניצנדיג די כללים פון פיזיקס און מאטעמאטיקע (לאמיר זאגן ער ווייסט פונקטליך די דעטאלן פון דעם קאר, אריינגערעכנט מאסע/ענערגיע/גיכקייט/ווייטקייט/א.א.וו.) אז דער קאר וועט אנקומען צו אים ביז פונקטליך צען סעקונדן, און אויב רוקט ער זיך נישט פון ארט, ווארט אים אפ א זיכערן טויט.
אויב איז דער מענטש בלויז שכל, אויב איז זיין מוח פשוט ווי א קאמפיוטער, האט ער זיך געמאכט א פיינעם חשבון, ס'איז אקוראט און עס שטימט פון אלע זייטן, און יעצט זיצט ער ווייטער מיט א שמייכל ביז דער קאר קומט אן און צעהארגעט אים. דער חשבון איז א פיינער, אבער אויב איז ער פשוט א ראבאט, וועט ער זיך נישט רירן פון ארט.
דער מענטש איז אבער נישט בלויז שכל. ער לעבט מיט א טיפן רצון צו לעבן און מיט פחד פאר'ן טויט, און אט זעהט ער דעם טויט פאר זיך, דאס הארץ נעמט זיך קלאפן און ממילא הייבט ער זיך זאפארט און גיט א שפרינג און רעטעט זיך דאס לעבן. דער שכל האט אים געמאכט א טריקענער חשבון, אבער ס'איז דער פסיכאלאגישער מאטיוו וועלכער האט מחייב געווען די פעולה.
די זעלבע ווען א מענטש קלערט אריין אין עניני אמונה און ער קומט צו שכליות'דיגע החלטות. ער קען מאכן א חשבון צו ער גלייבט אין גאט צו נישט, צו ער גלייבט אין תורה מן השמים, אין דברי נביאים, אין תחיית המתים, וואס אימער עס זאל נאר זיין. די החלטות וועלן אים נישט ברענגן צו טון עפעס אויף למעשה אויב עס איז נישטא אין צוגאב א פסיכאלאגישע מאטיוו, א געפיל וואס ווייזט אין ריכטונג פון א פעולה.
אויב, למשל, איז ביי דעם אינגערמאן אלעס גוט, ער וואוינט זיך גוט מיט די ווייב, די קינדער זענען אין פיינע מוסדות, ער שפירט זיך אלץ א יש און א חלק פון דעם ציבור, ער האט פיין פרנסה, ער ליידט נישט פון קיין יסורים נפשיים פון אלטע זכרונות פון חדר, פון פיזישע צו סעקסועלע אביוז, ער האט א רב צו א רבי מיט וועמען ער האט א קשר, ער האט זיינע חברים, ער איז פרייליך און צופרידן מיט אלעם, איז כמעט נישט מעגליך אז אזא מענטש זאל מאכן א החלטה אוועקצוגיין. ער איז נישט קיין מאמין, איז וואס? ס'איז נישט אז ער וועט זיך באגיין א נארישקייט מיט'ן אפפארן—ס'איז אסאך פשוט'ער דערפון: דער גוף גשמי, דער מוח מיט די הארץ מיט אלע פסיכאלאגישע געפילן ערלויבן נישט א שריט וואס גייט קעגן דער מענטש'ס גאנצע צופרידנהייט.
והא ראי', מע זעהט פאקטיש צווישן אחב"י צענדליגע צענדליגע אזעלכע (ביודעי ומכירי קא אמינא -- און איך שטעל מיך פאר אז רוב דא קענען אויך אזעלכע) וועלכע גלייבן בכלל נישט, זיי זענען כופרים ממש, אבער זיי זענען צופרידענע מענטשן -- און אז דאס לעבן איז גוט, וואס פעלט אויס אוועקצוגיין?
ווידער אנדערע איז דא וועמען דער שכל האט ביי זיי אוועקגענומען די אמונה און דאס אליין ברענגט א פסיכאלאגישע קריזיס. עס קען זיין א מענטש וואס איז שוין לאנג אומצופרידן פון זיין ווייב, פון זיין ארבייט, פון זיין סביבה, אבער ווילאנג ער האט געגלויבט האט ער עס אנגענומען מער ווייניגער באהבה, אזוי האט דער באשעפער געוואלט, און אזוי גייט דער סיסטעם, און וואס קען מען טון... יעצט אז ער גלויבט מער נישט, קומען ארויף די געפילן פון ביטערקייט ביתר שאת, ער הייבט אן קלאר צו זען זיין אומגליקליכקייט אין דעם חסיד'ישער/חרד'ישער לעבנסשטייגער, וכו' וכו'. צומאל זענען זיינע טענות ריכטיגע—מ'האט אים נישט געגעבן קיין עדזוקעישען, מ'האט אים אנגעזעקלט א שידוך מיט א פארביסענע ווייב, אין בית המדרש קוקט אים קיינער נישט אן, ער'ט זיך אלץ געפילט צוקלאפט וועגן די גע'גט'ע עלטערן, דער משוגענער ברודער, דער זיידע דער קבצן—אדער קען זיין זענען זיינע טענות גאר איינגערעדטע. וואס א נפק"מ, דער מציאות איז יעצט פילט ער זיך פארקלעמט, און זיין חוסר אמונה האט דאס אין א גרויסן טייל אנגעברענגט.
צומאל מאכט זיך אויך א צופרידענער אינגערמאן וואס בדרך כלל האט ער גראדע יא געהאט א פיינעם לעבן: א ווייב נישט קיין שלעכטע, א פיינעם פרנסה, א שטיקל בר אוריין אויכעט, גיט א דף יומי שיעור שוין יארן, אבער מחמת די פארלוירענע אמונה הייבט אן צו שפירן שטארק אומבאקוועם. דער עולם ווערט געוואור אז ער'ז אן "אויפגעקלערטער" און מען הויבט אים אן צו רודפ'ן. ס'גייט ארום שמועות, מ'זאגט ער'ז א שטיקל אפיקורס, אן אנדערער זאגט נישט א שטיקל נאר א גאנצער, מ'געט אים שוין נישט קיין עלי' אין בית מדרש, ווער רעדט נאך אויב מ'ווארפט אים ארויס, צו מ'ווארפט די קינדער פון די מוסדות, מ'שפייט אים אן, מ'שרייט אים נאך אין גאס, מ'הענגט אויף אים פאשקעווילן, די ווייב הויבט אים אן צו דערגיין די יארן, די שווער רופט אים אן און באזידלט אים, און דער אינגערמאן קוקט זיך אום און פרעגט מה לי ולצרה הזאת?
אין געציילטע פעלער איז אפשר דא איינער וועמען דאס געשעהט אויך נישט -- ער ליידט נישט צופיל פון דאס פרומע לעבן אויף אן עפענטליכן אופן, אבער זייענדיג א נישט-גלויביקער שפירט ער זיך יעצט טיף אין הארצן אז ער פארשווענדעט דאס לעבן אין א הילוך החיים וואס גיבט אים נישט קיין סיפוק. ער האט למשל כשרונות וואס ער קען נישט ארויסגעבן – ארטיסטישע צו אינטעלעקטועלע – און ער פילט א טיפער אינערליכער אומצופרידנהייט. ער קוקט זיך אום און מאכט א חשבון אז אויב טוישט ער דעם לעבן איז דא אויסזיכטן אז ער'ט האבן מעגליכקייטן אויף צו פארבעסערן זיין גייסטישן צושטאנד.
אויף די סארטן קען זיין עס האט זיך אנגעהויבן מיט שכליות'דיגע החלטות, אבער נישט די שכל האט מחייב געווען צו גיין, נאר ער איז געווען מחשב שכר מצווה נגד עבירה, און געזען אז ס'לוינט אים נישט; ער האט אפגעמאכט אז אויב גלויבן גלויבט ער נישט און צופרידן אין לעבן איז ער אויך נישט, איז וואס טויג אים דאס בלייבן? ער'ט זיך גיין זוכן א לעבן צווישן די גוים און אז עס ארבעט זיך אויס איז גוט און אז נישט, נו איז דאך פריער אויך נישט גוט געווען, איז וואס וועט ער האבן דערלייגט?
איז דער כלל, על כל פנים, אז – קשיות אהער, קשיות אהין – אויף זיך אפצוטיילן פון א גאנצע געמיינדע און א פאמיליע און א סביבה און א גאנצע לעבנסשטייגער, פארלאנגט זיך אז דער מענטש זאל ליידן אזויפיל יסורים נפשיים אז לויט זיין חשבון שטייגן זיי איבער די יסורים וועלכע וועלן קומען פון אוועקגיין. אמת, דער מענטש קען זיך נער'ן. ער האט אפשר נישט ארויס זיין אייגענעם מצב, און ער קען נישט גענוג די דרויסנדע וועלט צו וויסן צו ס'וועט זיך אויסארבייטן. זיין החלטה צו גיין קומט אבער ווייל ער שפירט אז די גייסטישע טובה פון אוועקגיין (ווי אומזיכער עס זאל נישט זיין) שטייגט איבער די גייסטישע טובה פון בלייבן. עס קען זיין אז מיט קשיות האט זיך עס אנגעהויבן, אבער דער סוף איז אז "קשיות" האבן ווייניג צו טון מיט דעם ענדגילטיגן באשלוס אויף צו טוישן א לעבנסשטייגער. צו טענה'ן אויף פארקערט איז, מיין איך, אביסל נאריש.
סאו פאר סאו גוד – אפשר פאר קיינעם דא נישט קיין חידוש.
וואס איז אבער יא וויכטיג צו אנערקענען איז דער פליפ-סייד פון דעם זעלבן מטבע. דער או-טי-די האט טאקע געהאט בעיקר א פסיכאלאגישע מאטיוו צו גיין, אבער פאר די זעלבע סיבה, דער וואס בלייבט, צו ער איז א מאמין צו נישט, האט אויך נאר א פסיכאלאגישער מאטיוו צו בלייבן. ס'איז נישט קיין צופאל אז רוב געבוירענע חסידים בלייבן חסידים, רוב געבוירענע קריסטן בלייבן קריסטן, רוב געבוירענע מוסלמענער בלייבן מוסלמענער. דער סאציעלער פרייז פון טוישן א לעבנסשטייגער איז אזוי גרויס אז פאר רוב מענטשן לוינט זיך עס פשוט נישט.
ממילא איז דער פרומער אויך נישט פרום מיט שכל. דער פרומער איז נישט פרום ווייל ער האט אן ענטפער אויף אלע קשיות, צו ווייל ער האט א שטערקערע כח המעצר אויף זיינע תאווות, צו ווייל ער איז א גרעסערער בעל אחריות. דער פרומער איז נישט פרום מיט פרינציפן און איז נישט פרום ווייל ער האט איינגעזען שכל'דיג אז ס'איז בעסער צו לעבן דווקא א אידיש לעבן.
דער פרומער מיט אביסל שכל ווייסט וויפיל קשיות ס'איז דא. ער בלייבט פרום נישט ווייל ער דורכגע'חקרנ'ט דעם מורה מיטן כוזרי, צו רב דעסלער מיט ר' אביגדור מילער, נאר ווייל צו זיין א נישט-פרומער איז פשוט נישט קיין אפציע. דער עצם געדאנק פון אפפארן ווארפט אים אין א פסיכאלאגישן אנגסט. נישט נאר אויף צו ווערן פריי ווייסט ער נישט וויאזוי, נאר אויב וויל ער זיך טוישן פון א כניאקישער חסיד אויף א מאדערנער איד פון פייוו טאונס ווייסט ער אויך נישט גענוי וויאזוי. נאך מער: דער פרומער כולל אינגערמאן, למשל, דער וואס איז אלץ געווען א איידעלער און אן ערליכער, ווייסט נישט גענוי וויאזוי פלוצלינג צו ווערן א "באם" אפילו אויב ער וויל – עס נעמט יארן זיך אנקניפן מיט די ריכטיגע חברים און פארשטיין פונקטליך די גאנצע הלוך-ילך פון "באמישקייט". דער בנש"ק וואס איז נישט צופרידן מיט זיין בנש"קשאפט ווייסט אויך נישט וויאזוי צו ווערן א געווענליכער בעלבתישער איד, ער ווייסט נישט פונקטליך וויאזי מען באגייט זיך אן שיך-און-זאקן און א ריבסענע בעקישע, ער ווייסט נישט וואס מענטשן וועלן זאגן, און צו זיין ווייב אדער שווער וועט עס צולאזן און ממילא צוממערסטנס לוינט זיך אים נישט אפילו צו פרובירן. אוודאי, אויב וויל איינער דווקא, קען מען זיך לערנען, אבער די נקודה איז, א מענטש'ס לעבנסשטייגער איז אזוי איינגעווארצלט אז שכל און פרינציפן האבן גאר א קליינער חלק אין דעם.
איז ממילא, סוכ"ס: דער פרומער און דער או-טי-די ביידע קענען זיין בעלי מוחות, בעלי תאוות, בעלי אחריות. זיי קענען ביידע האבן קשיות, און ביידע האבן תירוצים, און זיי קענען ביידע זיין הוילע קארפן-קעפ, עס האט ווייניג מיט דעם עצם החלטה צו בלייבן אדער צו גיין. דאס האט מיר אייביג אויסגעקוקט ווי א פשטות, און עס חידוש'ט מיר אויף די וואס טענה'ן זיך אויף דעם אפילו.
ממילא דאס וואס שרגא און אנדערע זאגן זיי האבן ראיות ברורות אז רובא דרובא וואס פארן אפ האבן נישט קיין קשיות קען זיין טאקע איז ריכטיג, עס איז אבער אויכט א 'רעד הערינג'. קען זיין אז די עצם סיבות פאר'ן אפפארן זענען נישט די קשיות, אבער ממילא איז וואס? קשיות אויף אמונה און טענות אויף די פרומע וועלט און סיבות אויף זיך צו בייזערן איז נאך אלץ דא, צו או-טי-דיס פרעגן עס צו נישט, צו פרומע פרעגן עס צו נישט, צו דאס איז סיבה פאר'ן אפפארן צו פאר'ן בלייבן.ערנסטע קשיות און טענות און פראבלעמען אין די חרד'ישע וועלט עקזיסטירן, און דא אין ק"ש אליין אנערקענט מען עס גענוג, צו במישרין צו בעקיפין, און ווייל או-טי-דיס פרעגן עס מער (אפשר טאקע ווייל זיי געפונען זיך יעצט אין א סביבה וואו קיינער קען נישט זיי נישט הייסט שווייגן) מיינט נישט אז די קשיות פארלאנגען נישט קיין דורכגעטראכטע תשובות.
עד כאן אויף די לענגערע נושא פון או-טי-דיס און די מאטיוון, און די גאנצע ענין פון קשיות.
נאך עטליכע נקודות פאר הר"ר שרגא'ן, וועלכע אנדערע האבן אין טייל אנגעמערקט אבער איך האב וואס צוצולייגן:
די מעשה מיט ושתי'ס וויידל האסטו זעהט אויס אביסל אויבערפלעכליך אפגעלייענט. מיין נקודה איז בכלל נישט געווען דאס וויידל. די נקודה איז געווען אז אויף די ערשטע צוויי פראגן, וועגן אחשוורוש און המן, האב איך געענטפערט אויף אן אופן וואס איך אליין האב נישט געגלויבט. איך וויל אויך באטאנען (און איך מיין אז רוב לייענער האבן פארשטאנען, אבער דזאסט אין קעיס...) אז איך האב דאס נישט אהערגעשטעלט ווי אן אייזן-פעסטע טענה אנטקעגן מסורה, נאר אלץ א רעטארישע/ליטערארישע מיטל, אנצוווייזן א פעלער אין דעם פתגם אין אדם מוריש שקר וכו', און נאך מער, מעורר צו זיין מיט דעם אויפ'ן ענין פון 'טראסט'. פארשטייט זיך אז אויב בויעט מען א בנין פון טעאלאגישע קשיות איז דאס פאר זיך גאנץ א שוואכער.
בנוגע דאס אז א וויידל קען וואקסן אויף א מענטש, דאס איז גוט אויף צו טענה'ן אז עס קען מעגליך זיין במציאות, אמת. איך בין גראדע גוט באקאנט מיט די פענאמענאן פון וויידלען אויף מענטשן. פאקטיש אבער רעדט זיך דא פון א חז"ל וואס אפילו א מאמין ווילט זיך אים זאגן אז עס איז געזאגט געווארן מעטאפאריש, ספעציעל ווען, ווי די גמרא זאגט, דער מלאך גבריאל האט זיך פונקט אונטערגערוקט מיט'ן וויידל און עס אנגעקלעבט. דאס אז מיין ענטפער איז געווען אז "ס'האט נישט פאסירט עכט" איז גראדע איינשטימיג מיט וואס פילע (אבער פארשטייט זיך נישט אלע) פרומע אידן וואלטן געזאגט. דער חלק איז פשוט געווען דעם אויספיר פון דעם מעשה שהיה, אבער, ווי געזאגט, נישט מיין מעין פוינט.
דאס וואס דו שרייבסט וועגן טשיטינג אין די אלגעמיינע וועלט ווערסוס די היימישע, איך גיב דיר גערעכט מיט די בערך'דיגע פראצענטן. די זיטן זענען אבער אנדערש, און כאטש בפירוש טשיטן איז אסאך אסאך העכער אין די אלגעמיינע וועלט, זיך צו ווענדן צו פראפעשינעלס (זונות, סטריפערס, מאסאזש, א.א.וו.) איז לכאורה אסאך א גרעסערע פראצענט צווישן די היימישע, פשוט ווייל פאר א היימישע זיך אנצוטרעפן מיט סתם איינעם מיט וועם צו זינדיגן איז נישט אזוי גרינג. בכל אופן, אז א איד זוכט זיך נאכצוגעבן א תאווה איז ער לובש שחורים ועוטף שחורים אבער או-טי-די ווערט ער נאך נישט, און והא ראי', אז ס'איז מעשים בכל יום. ממילא איז א דוחק צו זאגן אז מען ווערט או-טי-די ווייל אנדערש קען ער נישט נאכגעבן די תאווות.
דאס וואס דו זאגסט וועגן דראגס, לעט מי טעלל יו סאמטהינג: ווען מען גיבט ווען צו רייכערן אביסל מאריוואנא ביי א שבת אחים פון חסיד'ישע אינגעלייט צו ביי א רבי'ןס טיש, וואלט געהערשט א גדלות המוחין וואס מיט א גלעזל משקה קען מען נישט דערגרייכן, און אפשר וואלט געווען ווייניגער או-טי-דיס. מאריוואנא איז נישט עדיקטיוו, און עס האט נישט קיין לאנג-טערם עפעקטס אויפ'ן געזונט, ספעציעל אויב נעמט מען מיט א מאס. (ווידער אלקאהאל, קען זיין ממש א סם המוות, און אויך געפערליך עדיקטיוו, אבער אין די פרומע וועלט רעדן ווייניג דערגעגן.) מער צום פונקט, בנוגע די ווייסע פאודער וואס דו דערמאנסט: איך קען זיך פערזענליך מיט הונדערטער, הונדערטער או-טי-דיס, און צווישן מיינע ידידים קען איך נישט קיין איינציגער וואס שמעקט קאקעין (אדער אנדערע "הארטע" דראגס), זיכער נישט אויף א כסדר'דיגן אופן, און זיכער נישט קיינער וואס איז אדיקטעד. הוא אשר דיברתי, דו רעדסט פון "באמס" און סתם ליידיגגייערס, וועלכע זענען זייער נישט געסעטלט און דרייען זיך נאך צווישן די היימישע עולם (און האבן זיך קיינמאל נישט פולשטענדיג אפגעטיילט), און איך רעד פון או-טי-דיס וואס האבן געמאכט א בפירוש'ע החלטה צו לעבן א נישט-פרום אבער געסעטלט לעבן. די לעצטע זענען בכלל נישט אריינגעטון אין דראגס מער ווי א געווענליכער היימישער איד.
בנוגע די פראגע צו או-טי-דיס האבן א בעסערע לעבן: איך האב שוין אמאל געשריבן בקיצור וואס איך האלט, איך וויל אבער דא צולייגן, עס חידוש'ט מיר באמת אויף די פראגע אז עס האלט אין איין ארויפקומען. אז עס ציט זיך איינער פון אפגאניסטאן אדער פאקיסטאן קיין אמעריקע און ער ווערט א טעקסי דרייווער אדער ער פארקויפט האלאל סענדוויטשעס פון א וואגאן אויף זעקסטע עוועניו, פרעגט מען אים מיט וואונדער צו דאס איז דען א בעסערע לעבן ווי אין זיין היימלאנד? דער איד וואס איז געקומען פון רוסלאנד קיין אמעריקע אין די אנהייב 1900'ער יארן, און קוים געצויגן חיונה פון פארקויפן פירות און ירקות פון א וועגעלע אין די איסט סייד, האט ער דווקא געהאט א בעסערע לעבן ווי דער איד וואס איז געבליבן אין שטעטל? זינט די וועלט שטייט האבן זיך מענטשן אונטערגענומען צו טוישן זייער מצב מיט ריזיקאלישע שריטן מיט'ן האפענונג אז זייער גורל וועט זיך דורכדעם ענדערן. נישט אלץ זעט זיך אן א שינוי, און אפילו ווען יא, געשעהט עס נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן. מסתם טאקע האבן די רוסישע אידן אין די שטעטלעך זיך אויך תיכף גענומען אנאליזירן צו עס האט זיך טאקע געלוינט פאר יאסעל ביילעס אדער משה דער טרעגער צו פארן קיין אמעריקע, און עס איז זיכער געווען די וועלכע האבן אפגעלאכט און געטענה'ט: וואס האט עס אויסגעפעלט אויב יעצט וואוינט דער אמאליגע שטעטל איד מיט די זעלבע דחקות נאר אין א פארכמארעטער טענעמענט מיט די איירישער און די איטאליענע? גיב עס אבער א צוואנציג-דרייסיג יאר, און יאסעל ביילעס קינדער גייען אין קאלעדז און ווערן דאקטוירים און לויערס, אן משה דער טרעגער'ס אייניקלעך פירן אן האליוואד מואווי סטודיאס. איז ווער שעפט נחת צום סוף? דער שטעטל'ישער פיקח ווייסט ניטאמאל וואס מיינט א מואווי און פארשטייט בכלל נישט פארוואס מאכן מואוויס איז בעסער ווי צו זיין א פאקן טרעגער.
זאג איך אויך: דער פענאם האט זיך קוים אנגעהויבן אויף דעם היינטיגן פארנעם. גיב או-טי-דיס נאך א פינף-צען יאר און דערנאך עמער רעדן. איך גאראנטיר אז עס וועט זיין גאר אן אנדערער געשפרעך.

סאו בסך הכל, איז אמת מער ווייניגער אז או טי די'ס זענען כמעט אלע אנגעווייטאגטע מענטשן. דו טענה'סט נאר אז דו קענסט הונדערטער הונדערטער או טי די'ס, און יעדער איינער איז באמת א כופר. דער חילוק צווישן זיי און כופרים וואס בלייבן יא אינעם סיסטעם, איז ווי שטארק אנגעווייטאגט מען איז. איז דאס דיין טענה?
בעצם וואס דו זאגסט שטימט מיט די אנגענומענע מיינונג ביים חרדי'שן ציבור, אז צו זיין א או טי די מוז מען האבן עפעס א פראבלעם. דו לייגסט זייער גוט אראפ אז שכליות אליין ווירקט נישט אויפן מענטש, נאר געפילן. אלזא, פארוואס קען נישט זיין אז בלויזע געפילן זאלן פארשלעפן א מענטש וואס האט נישט קיין אנונג ווער שפינאזע איז, צו ווערן א או טי די און דערנאך זיך ערקלערן כופר (ווייל מען דארף דאך אריין פיטן אין די או טי די סאסייעטי)?

ס'האט מיר נישט אויסגעקוקט אז שרגא האט גערעדט פון די באמס וואס זענען נאך א חלק פון די חרדישע געזעלשאפט. מיר דאכט זיך אז ער האט דוקא יא געמיינט די אוי טי די, א חלק פון זיי וואס זענען באזעסן און א חלק וואס זענען גאר ליידיג.
לגבי די פראגע איבער "א בעסערע לעבן", מער typically געפרעגט: "Are you happy now", מיין איך אז דא איז א גוטע פלאץ צו נאכזאגן א ווארט פון פראן לעבאוויטש:
"Happiness is a sensation, not a condition."

דעת תורהדו טענה'סט נאר אז דו קענסט הונדערטער הונדערטער או טי די'ס, און יעדער איינער איז באמת א כופר.
איך האב דאס אין ערגעץ נישט געזאגט. לייען איבער.
דעת תורהדער חילוק ... איז ווי שטארק אנגעווייטאגט מען איז. איז דאס דיין טענה?
דער חילוק איז דער פסיכאלאגישער מאטיוו. דער או-טי-די האט א פסיכאלאגישער מאטיוו צו גיין, און דער וואס בלייבט האט א פסיכאלאגישער מאטיוו צו בלייבן.
עס אנצורופן "אנגעווייטאגט," כאטש צומאל ריכטיג, איז נישט אקוראט. גענוג פון די וואס בלייבן זענען אנגעווייטאגט, און גענוג פון די וואס גייען אוועק זענען נישט. די וואס בלייבן זענען אפט נאך מער אנגעווייטאגט פון די וואס גייען, ווייל דער סיסטעם האלט זיי אין דערינען. נאר דער פסיכאלאגישער מאטיוו צו בלייבן איז שטערקער פון צו גיין.
פידלערמיר דאכט זיך אז ער האט דוקא יא געמיינט די אוי טי די, ...
דו ווילסט זיך טענה'ן סעמענטיקס? ער האט אין זיין הודעה אריינגערעכנט אזעלכע וועלכע האבן זיך נישט אפגעטיילט מיט א בפירוש'ע החלטה. איך רוף זיי נישט או-טי-די. דו ווילסט זיי יא אזוי רופן, בי מיי געסט.
דא זעסטו פון וועם שרגא האט גערעדט:
און דא:
איך קען באשטיין אז דו ווילסט זיי אנרופן וויאזוי דו ווילסט. מיינע אנמערקונגען זענען אבער נישט כולל די חברה.
שרגאאיך קען גענוג וואס האבן ביי די אכצן געצויגן אויף לינקס און נאכדעם האט די צייט געטון דאס זייניגע. מען זעט עטליכע חברים מיט קליינע קאפעלעך און טשופיקעס און דאס הייבט זיי אן אויסזען ציענד.... נאך עטליכע יאר האבן זיי אויסגעזען ווי יענע, אבער זייער אינהאלט איז גארנישט ווייניגער געווען, זיי האבן נאך היבש געציטערט פון אן עבירה נאר זייער סאשעל ענווייראנמענט האט זיך געטוישט און זיי האבן זיך צוביסלעך צוגעוואוינט.
און דא:
שרגא
יעצט צי זיי האבן א בעסער לעבן ווי אונז? "בעסער" איז רעלאטיוו. אבער פון אונזער פערספעקטיוו, קוקנדיג ארויס צו זייער סארט לעבן, איז דאס פאר קיינעם פון "אונז" נישט געווינטשן. אוודאי אויב זעט א צוואנציג יעריגער בחור דעם באם אין א דאך-לאזע קאר, אדער ווי יענער פארברענט אין טרינק-הויז ביינאכט, קען ער מקנא זיין (כאטש אויב לעבט מען יענעם לעבן פאר איין גאנצע יאר שפירט עס נישט קיין צענטל פון וואס עס קוקט אויס;
איך קען באשטיין אז דו ווילסט זיי אנרופן וויאזוי דו ווילסט. מיינע אנמערקונגען זענען אבער נישט כולל די חברה.
דו זאגסט אז אן או טי די קוואליפיצירט מען צו זיין בלויז אויב מען פילט בכלל נישט קיין פחד אין הארץ פארן יום הדין. דאס הייסט אז די הונדערטער הונדערטער וואס דו קענסט זיי פערזענליך (אז זיי נעמען נישט קיין קאקעין) זענען אלע אין די הגדרה.
לאמיר זיין קלארער: וויפיל או טי די'ס - שאצטו - זענען היינט פארהאן? און וויפיל פראצענט פון די זענען כופרים מעיקרא בעפארן ווערן או טו די'ס?
און אגב, וואס און פארוואס טראכסטו גייט זיך טוישן צען יאר ארום?

דעת תורהדו זאגסט אז אן או טי די קוואליפיצירט מען צו זיין בלויז אויב מען פילט בכלל נישט קיין פחד אין הארץ פארן יום הדין.
כ'ווייס נישט פארוואס ס'איז אזוי שווער צו פארשטיין, אבער כ'וועל זאגן נאכאמאל: אן או-טי-די איז דער וואס האט געמאכט א בפירוש'ע החלטה צו לעבן אן שמירת המצוות, און זיך אויסצוזוכן א לעבן צווישן דער אלגעמיינער נישט-פרומער וועלט. נישט אזא איינער וואס האט זיך געטראפן איין טאג אן אוועקגעפאלענער צווישן "באמס", אבער בעצם האלט ער זיך נאך א חלק פון ציבור שותו"מ. (איך בין אויך נישט אויסן צו זאגן אז ס'איז נישטא אזעלכע וואס זענען אין א "גרעי עריע." אוודאי איז יא דא. אבער אז מען קלאסיפיצירט, איז דאס דער קלאסיפיצירונג.)
דעת תורהויפיל או טי די'ס - שאצטו - זענען היינט פארהאן? און וויפיל פראצענט פון די זענען כופרים מעיקרא בעפארן ווערן או טו די'ס?
און אגב, וואס און פארוואס טראכסטו גייט זיך טוישן צען יאר ארום?
ס'איז נישטא קיין שטודיעס אדער סורוועיס צו וויסן קלאר. פוטסטעפס האט 800 מעמבערס -- און איך שאץ אז דאס איז בערך 20-30% פון אלע או-טי-דיס.
די אנדערע פראגן הערן זיך עפעס מאדנע און קינדעריש. וויפיל זענען כופרים איז נישט מעלה און נישט מוריד אויף קיין שום חלק פון דעם געשפרעך.
שלום דין, שרייבט!
זאג איך אויך: דער פענאם האט זיך קוים אנגעהויבן אויף דעם היינטיגן פארנעם. גיב או-טי-דיס נאך א פינף-צען יאר און דערנאך עמער רעדן. איך גאראנטיר אז עס וועט זיין גאר אן אנדערער געשפרעך.
מיט נביאות בין איך נישט מחולק ווייל איך בין נישט קיין נביא, אבער וואס דער עבר האט געוויזען איז עס גאר אנדערש, נעם למשל דע אידן וואס זענען געקימען נאך פין פאר דע קריג וואס זענען כמעט גאר ווייניג געבליבן פרום, אין זייערע קינדער שוין נאך 30 40 יאר זענען געווען אזעלעכע וואס זענען געווען גיט עבטעבלישט טייל דעקטוירם לאיערס אא"וו, זענען אבער פין דע פרומע געווען מער מאלטי מיליאנערען אווי פין דע פרייע, איך רעד פראצענטאל, אין צי ווערן א דאקטער אדער לאיער זעטמען היינט אז מ'מיז נישט זיין א.ד.ד.
ב.ד.וו. פין צווישען דיינע שורות ליין איך אז די ביסט דא צווישען אינץ,

שלום דיןדעת תורהדו זאגסט אז אן או טי די קוואליפיצירט מען צו זיין בלויז אויב מען פילט בכלל נישט קיין פחד אין הארץ פארן יום הדין.
כ'ווייס נישט פארוואס ס'איז אזוי שווער צו פארשטיין, אבער כ'וועל זאגן נאכאמאל: אן או-טי-די איז דער וואס האט געמאכט א בפירוש'ע החלטה צו לעבן אן שמירת המצוות, און זיך אויסצוזוכן א לעבן צווישן דער אלגעמיינער נישט-פרומער וועלט. נישט אזא איינער וואס האט זיך געטראפן איין טאג אן אוועקגעפאלענער צווישן "באמס", אבער בעצם האלט ער זיך נאך א חלק פון ציבור שותו"מ. (איך בין אויך נישט אויסן צו זאגן אז ס'איז נישטא אזעלכע וואס זענען אין א "גרעי עריע." אוודאי איז יא דא. אבער אז מען קלאסיפיצירט, איז דאס דער קלאסיפיצירונג.)דעת תורהויפיל או טי די'ס - שאצטו - זענען היינט פארהאן? און וויפיל פראצענט פון די זענען כופרים מעיקרא בעפארן ווערן או טו די'ס?
און אגב, וואס און פארוואס טראכסטו גייט זיך טוישן צען יאר ארום?
ס'איז נישטא קיין שטודיעס אדער סורוועיס צו וויסן קלאר. פוטסטעפס האט 800 מעמבערס -- און איך שאץ אז דאס איז בערך 20-30% פון אלע או-טי-דיס.
די אנדערע פראגן הערן זיך עפעס מאדנע און קינדעריש. וויפיל זענען כופרים איז נישט מעלה און נישט מוריד אויף קיין שום חלק פון דעם געשפרעך.
דו מאכסט זייער א גוטע הגדרה. (דיסטינקש'ן). אבער, ווי מ'האמיר שוין אזויפיל מאל איבערגעקייעט ('עט נישט שאטן נאכאיינמאל.) אז א געוויסער פראצענט פון די אזויגערופענע או.טי. די.'ס -- וועלכע זענען אוועקגעגאנגען ווייל דאס אידישקייט וואס זיי (אדער זייערע עלטערן ) האבן פראקטיצירט איז געווען צו שווער פאר זיי -- זענען בדיעבד (לאחר המעשה) געווארן פילאזאפן און האבן דערקלערט אז זיי זענען בשיטה אפיקורסים און זיי זענען אוועק ווייל זיי גלייבן נישט אין באשעפער. נאר ס'איז אינטרעסאנט אז זיי זענען קיינמאל פארדעם נישט געווען באוואוסט אלס אזעלכע חכמים און חקרנים. איין משל, איז שאולי גראסמאן, וועלכער האט איבערגעלאזט דעם באשעפער פאר באקוועמליכקייט און אנדערע סאציאלע טעמים, איז פלוצלינג געווארן א חקרן און פילאזאף, קומענדיג צו די מסקנא אז ס'איז נישט דא קיין באשעפער, ח"ו.
elter-zeideשלום דין, שרייבט!
זאג איך אויך: דער פענאם האט זיך קוים אנגעהויבן אויף דעם היינטיגן פארנעם. גיב או-טי-דיס נאך א פינף-צען יאר און דערנאך עמער רעדן. איך גאראנטיר אז עס וועט זיין גאר אן אנדערער געשפרעך.
מיט נביאות בין איך נישט מחולק ווייל איך בין נישט קיין נביא, אבער וואס דער עבר האט געוויזען איז עס גאר אנדערש, נעם למשל דע אידן וואס זענען געקימען נאך פין פאר דע קריג וואס זענען כמעט גאר ווייניג געבליבן פרום, אין זייערע קינדער שוין נאך 30 40 יאר זענען געווען אזעלעכע וואס זענען געווען גיט עבטעבלישט טייל דעקטוירם לאיערס אא"וו, זענען אבער פין דע פרומע געווען מער מאלטי מיליאנערען אווי פין דע פרייע, איך רעד פראצענטאל, אין צי ווערן א דאקטער אדער לאיער זעטמען היינט אז מ'מיז נישט זיין א.ד.ד.
ב.ד.וו. פין צווישען דיינע שורות ליין איך אז די ביסט דא צווישען אינץ,
היינט איז טאקע מעגליך צו ווערן א דאקטער אדער לאיער און בלייבן אן ערליכער איד. אבער אמאל (50-60 יאר צוריק) איז עס געווען אן אוממעגליכקייט.
@שלום דין, כ'מיין אז דיין נעכטיגע תגובה איז זייער קלאר אין פארשטענדליך. דער וואס האט נישט פארשטאנען ביז יעצט פארשטייט יעצט זיכער. און דער וואס וויל נישט פארשטיין וועט קיינמאל נישט פארשטיין.
אגב, איך בין מפליא דיין כח הכתיבה סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש.

שלום למען האמת דיין 800 פוטסטעפס מעמבער נומער איז שרעקליך פאלש און פארפירענד. איך האב געזען פ.ס אליינס געבן די נומבערס, איך האב נישט דא דעם לינק אןיפן סעקונדע, זיי שרייבן אז זייטן גרינדונג פון פוטסעפס בערך צען יאר צוריק איז געווען 600 מעמבערס. פון די זענען 200 צוריק צו די ארטאדאקסי, 200 זענען לגמרי פארפאלן צו סעקולאריזם אדער אנדערע מרעין בישין. בלייבט איבער 200 וואס זענען אקטיווע מעמבערס שרייבן זיי און דאס רעכנט אריין חסידים ליטווישע רוסישע און סתם בני בלי שם. אגב אויף די כסדרדיקע קליפס פון פוט סטעפס זעט מען די זעלבע 5-10 פנימער איינמאל און אודך. דאס שיסן נומבערס איז ווי די 35 טויזנט ביים סאטמארן כ"א כסלו און 100 טויזנט ביי פראטעסטן.
היינט איז טאקע מעגליך צו ווערן א דאקטער אדער לאיער און בלייבן אן ערליכער איד. אבער אמאל (50-60 יאר צוריק) איז עס געווען אן אוממעגליכקייט.
איך געדענק דאקטורים נאך פין פארן קריג וואס זענען געווען פרום אין ערליך, סיי אמעריקאנער אין סיי וואס האבן נאך שטאדירט אין יאראפ,

elter-zeideהיינט איז טאקע מעגליך צו ווערן א דאקטער אדער לאיער און בלייבן אן ערליכער איד. אבער אמאל (50-60 יאר צוריק) איז עס געווען אן אוממעגליכקייט.
איך געדענק דאקטורים נאך פין פארן קריג וואס זענען געווען פרום אין ערליך, סיי אמעריקאנער אין סיי וואס האבן נאך שטאדירט אין יאראפ,
ס'איז אבער געוועין אחד בעיר ושנים במשפחה.
הוגה
אגב, איך בין מפליא דיין כח הכתיבה סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש.
חכמה בגויים תאמין!! 🙂
אין קרית יואל איז דא א גארבידש קאמפעני וואס רופט זיך OTD, ליידער שטימט עס אביסל מיט'ן אמת, די OTD מאוועמענט איז די גארבידזש קאללעקטער פונעם עם ישראל חי.
berlbalaguleh[...] א געוויסער פראצענט פון די אזויגערופענע או.טי. די.'ס ... זענען בדיעבד (לאחר המעשה) געווארן פילאזאפן.... איין משל, איז שאולי גראסמאן, וועלכער האט איבערגעלאזט דעם באשעפער פאר באקוועמליכקייט און אנדערע סאציאלע טעמים, איז פלוצלינג געווארן א חקרן און פילאזאף...
לאמיר זאגן אז ס'איז אמת, דאס באדערט דיר זייער שטארק? עס שטערט דיר פשוט אז מענטשן זענען נישט וואס זיי געבן זיך אן? ווי מען זאגט: וואס האט דאס צו טון מיט'ן פרייז פון ווייץ אין כינע?
elter-zeide
מיט נביאות בין איך נישט מחולק ווייל איך בין נישט קיין נביא, אבער וואס דער עבר האט געוויזען איז עס גאר אנדערש, נעם למשל דע אידן וואס זענען געקימען נאך פין פאר דע קריג וואס זענען כמעט גאר ווייניג געבליבן פרום, אין זייערע קינדער שוין נאך 30 40 יאר זענען געווען אזעלעכע וואס זענען געווען גיט עבטעבלישט טייל דעקטוירם לאיערס אא"וו, זענען אבער פין דע פרומע געווען מער מאלטי מיליאנערען אווי פין דע פרייע, איך רעד פראצענטאל, אין צי ווערן א דאקטער אדער לאיער זעטמען היינט אז מ'מיז נישט זיין א.ד.ד.
וואס דער עבר האט געוויזן איז דאס אז פון א הייפעלע ווערט א בערגל און דערנאך א ריזן בארג. פון מיליאנען אידן אין די שטעט און שטעטלעך איבער דער וועלט זענען געבליבן נאר 5-10% שותו"מ. וואס אפאר נארישע משכילים האבן אלץ אנגעמאכט, פשוט ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט זיי זענען קלוגער פון רמב"ם, און זיך גענומען שפילן מעשה פילאזאף.
elter-zeideב.ד.וו. פין צווישען דיינע שורות ליין איך אז די ביסט דא צווישען אינץ,
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט. אויב פיזיש, איך וואוין אין ברוקלין, נישט אין א היימישער געגנד.
בן תמליוןאיך האב נישט דא דעם לינק אןיפן סעקונדע...
אפשר ווייל עס עקזיסטירט נישט?
איך בין א באערד מעמבער אין פוטסטעפס, און כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון די נומבערס וואס דו שרייבסט דא.
שלום דיןבן תמליוןאיך האב נישט דא דעם לינק אןיפן סעקונדע...
אפשר ווייל עס עקזיסטירט נישט?
איך בין א באערד מעמבער אין פוטסטעפס, און כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון די נומבערס וואס דו שרייבסט דא.[/quote
איך געדענק גאנץ קלאר. איך בין דא אין קאנטרי אויף א כשר'ן סעל פאן שווער צו זוכן אי"ה מארגן.
בקיצור א מעשה.
איז פארהאנען א זאכליכע סיבה פארוואס צו בלייבן דא?

קאווע טרינקערבקיצור א מעשה.
איז פארהאנען א זאכליכע סיבה פארוואס צו בלייבן דא?
פארגעס נישט פון אונז אויפן אנדערע זייט... 😉
בן תמליוןאיך געדענק גאנץ קלאר. איך בין דא אין קאנטרי אויף א כשר'ן סעל פאן שווער צו זוכן אי"ה מארגן.
נו גוט.
ווי לאנג דו זוכסט, גיב אויך צו ערקלערן אין איינוועגס וויאזוי פונקטליך דאס איז "שרעקליך פאלש און פארפירענד," ווי דו רופסט עס, און אויך וויאזוי דו האלטסט אז די פונקטליכע צאל נומערן פון פוטסטעפס מעמבערס בפרט ווי אויך או-טי-דיס בכלל כאפן א גרויס נפק"מ אויף דעם גאנצן ענין. איך האב אנגעגעבן נומערן ווייל @דעת תורה האט געפרעגט, איך האלט אבער אז אמת'ע נומערן זענען זייער שווער צו וויסן, און אויך אז זיי פארציילן ווייניג אויף דעם גאנצן ענין. יעדער עהרליכער איד שרייט דאך אז עז טוט זיך אפ חורבנות, ס'פאלן אוועק קרבנות פון אלע זייטן, צוליב דעם אינטערנעט, בלאגס, וכו'. ס'איז הכל מודים אז עס טוט זיך עפעס אפ היינט וואס איז נישט געווען פאר צען יאר צוריק.
(קען זיין ווייל אין סאטמאר איז מען אזויפיל פארנומען מיט נומערן מיינסטו עס מאכט אויס. מיר, למשל, גייט גאנץ ווייניג אן צו סאמאר ברענגט צען טויזנט צו הונדערט טויזנט אויף א פראטעסט. ווי אויך, למשל, ווער עס פארמאגט מער חסידים, מוהר"א צו מוהרי"י, צו אנדערע אזעלכע דעטאלן וועלכע א נומער ארויף צו א נומער אראפ ערפילט אפשר איינעם'ס נייגער, אבער איז גאנץ א קנאפער נפק"מ אויף למעשה.)
berlbalagulehelter-zeideהיינט איז טאקע מעגליך צו ווערן א דאקטער אדער לאיער און בלייבן אן ערליכער איד. אבער אמאל (50-60 יאר צוריק) איז עס געווען אן אוממעגליכקייט.
איך געדענק דאקטורים נאך פין פארן קריג וואס זענען געווען פרום אין ערליך, סיי אמעריקאנער אין סיי וואס האבן נאך שטאדירט אין יאראפ,
ס'איז אבער געוועין אחד בעיר ושנים במשפחה.
אפשר אין די מדינות וואו ווען איינער איז געגאנגען קאלעדזש האט די משפחה געריסן קריעה, אבער אין די מדינות וואו תורה ומדע איז געווען אנגענומען, זענען געווען אסאך פראפעסיאנאלן, לויערס, פראפעסארן, און דאקטוירים יראים ושלמים, געווען אפילו רבנים וואס דורכן טאג זענען זיי געווען דאקטוירים אדער פראפעסארן אין קאלעדזש, און ביינאכט האבן זיי פארגעלערענט דעם דף היומי שיעור און געפסקנט שאלות.
@שלום דין, כ'ווייס נישט ווער ס'האט אייך אייגערעדט אז איר זענט אראפ פון וועג... איר זענט דא מיטן גאנצען קנאק...
@שלום דין
האסטו מסביר געווען די סיבות וואס פירן נישט עמיצן אוועקצואווארפן די משפחה און לבוש. האסט אויך אויסגערעכנט עטליכע פאקטארן וואס שפילן יא א ראלע אין מאכן אזא החלטה. איך מיין אבער אז דו האסט נישט מסביר געווען די טיפיש-געווענליכע סיבה. דו דערמאנסט יא אז "פסיכאלאגיע" שפילט א ראלע. אבער וואס מיינסטו דערמיט: א פסיכישע פראבלעם -- פון דעם מין וואס ווערט געווענליך באהאנדלט דורך א פסיכאלאג אדער פסיכאטאר? ס'איז מעגליך (יתכן אז דאס האסטו געהאט אין זינען) אז דו מיינסט פשוט די פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער יעדער החלטה וואס יעדער מענטש מאכט כסדר אין לעבן. א פאסיגער משל-דוגמא: מרס קאמפליצירט האט געוואלט היינט גיין שאפינג, אבער מר. קאמפליצירט איז אויפגעשטאנען אין א מוצאי-שבת גיסטע. האב איך געזאגט מיין ווייב אז גיין שאפינג אין די ניין טעג שמעקט מיט ערנסטע שאלות. ווער רעדט נאך אין "שבוע שחל בו תשעה באב", איז עס גאר אן ערנסט ענין.
די אמת'ע סיבה פארוואס פשוט-קאמפליצירט'ס וויל נישט גיין שאפינג איז א געפערליכע אפוועזנהייט פון געדולד. געזאגט האט ער אבער, אז די מניעה האט מיט'ן שלחן ערוך. זיין פעולה, הייסט עס, האט מיט עפעס א מצב רוח; דער אנגעגעבענער אויסרייד איז אבער טעאלאגיש.
אין אונזער פאל: וואס מיינט דער פסוק?

וואס איז די הגדרה פון OTD?
נאך א שאלה: ווער איז אלץ נכלל אין דעם "או-טי-די" טערמין? כ'מיין אז דו האסט געגעבן א הגדרה: עמיצער וואס האט באשלאסן איבערצולאזן די חרדישע געזעלשאפט און לעבן אין דער אלגעמיינער קהילה. זאל דאס זיין אזוי, איז אין דעם אריינגערעכנט עמיצער וואס בלייבט מיט'ן לבוש און אפילו אפשר פרום, אבער פירט א לעבן וואס שטימט מער-ווייניגער מיט די אנגענומענע סאסייעטי נארמעס (עדיוקעישאן, שפראך, באנעמונג מיט אנדערע, מאראלישע ווערטן)? און וואס איז מיט עמיצן וואס בדעת, האלבוועגס אדער כמעט-גאנצוועגס, "דארט", אבער למעשה איז זיין לעבן דא? (כ'קען אזא איינעם. ער האט א שטעלע אין YU.) און וואס טוט זיך מיט א מאדערנעם ארטאדאקס וואס אדאפטירט פארשידענע יסודות'דיגע אספעקטן פון דער חרדישער קולטור און אפילו לעבנסשטייגער (די וואס אין ארץ ישראל רופט מען "חרדלים")?
קאווע טרינקער@שלום דין, כ'ווייס נישט ווער ס'האט אייך אייגערעדט אז איר זענט אראפ פון וועג... איר זענט דא מיטן גאנצען קנאק...
טשולנט און קוגל מיט הערינג און גאלע עס איך אויכעט. נעקסט טיים איך קום אין בית מדרש, קומט זיך מיר שישי, לכאורה...
פשוט-קאמפליצירטנאך א שאלה: ווער איז אלץ נכלל אין דעם "או-טי-די" טערמין? כ'מיין אז דו האסט געגעבן א הגדרה: עמיצער וואס האט באשלאסן איבערצולאזן די חרדישע געזעלשאפט און לעבן אין דער אלגעמיינער קהילה. זאל דאס זיין אזוי, איז אין דעם אריינגערעכנט עמיצער וואס בלייבט מיט'ן לבוש און אפילו אפשר פרום, אבער פירט א לעבן וואס שטימט מער-ווייניגער מיט די אנגענומענע סאסייעטי נארמעס (עדיוקעישאן, שפראך, באנעמונג מיט אנדערע, מאראלישע ווערטן)? און וואס איז מיט עמיצן וואס בדעת, האלבוועגס אדער כמעט-גאנצוועגס, "דארט", אבער למעשה איז זיין לעבן דא? (כ'קען אזא איינעם. ער האט א שטעלע אין YU.) און וואס טוט זיך מיט א מאדערנעם ארטאדאקס וואס אדאפטירט פארשידענע יסודות'דיגע אספעקטן פון דער חרדישער קולטור און אפילו לעבנסשטייגער (די וואס אין ארץ ישראל רופט מען "חרדלים")?
למאי נפקא מינה?
כ'האב די זעלבע קשיא אויפ'ן אשכול. נאר היות דער עולם פרעגט און ענטפערט, טראכט איך אז מאיזה סיבה שהיא איז די טעמע גענוג אינטערעסאנט פאר גענוג שטיבל-חברים.
שלום דיןקאווע טרינקער@שלום דין, כ'ווייס נישט ווער ס'האט אייך אייגערעדט אז איר זענט אראפ פון וועג... איר זענט דא מיטן גאנצען קנאק...
טשולנט און קוגל מיט הערינג און גאלע עס איך אויכעט. נעקסט טיים איך קום אין בית מדרש, קומט זיך מיר שישי, לכאורה...
אפשר טוסטו די גבאים א טובה מיט פארמיידן קאפ וויי דורך וואלונטירן צו עולה זיין די תוכחה? פילייכט צושניידסטו די לאנגע כי תשא קריאה אין העלפט דורך וואלונטירן צו עולה זיין די מעשה העגל אלס ישראל. מיר הינגעריגע אינגעלייט מיט הערינג טובח לעינינו און ווארטן אויפן בין גברא לגברא ווי א מחלה המושכות וועלן אייך מכיר טובה זיין.
פשוט-קאמפליצירט[...] וואס מיינסטו דערמיט: א פסיכישע פראבלעם -- פון דעם מין וואס ווערט געווענליך באהאנדלט דורך א פסיכאלאג אדער פסיכאטאר? ס'איז מעגליך (יתכן אז דאס האסטו געהאט אין זינען) אז דו מיינסט פשוט די פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער יעדער החלטה וואס יעדער מענטש מאכט כסדר אין לעבן.
דאס לעצטע.
לאמיך עס מסביר זיין אביסל אנדערש. איך האב א חבר א חסיד'ישער אינגערמאן גאנץ אן אינטעליגענטער, אויך אביסל א וועלטליכער, ער ארבייט אין מאנהעטטען צווישן גוים, א.א.וו. פון צייט צו צייט מאכט זיך א שמועס צווישן אונז און עס פארפירט אריין אין פראבלעמען מיט דעם "סיסטעם." ער'ז א פארשטענדליכער מיט א אפענע קאפ, און פארשטייט וויאזוי צו אנאליזירן א מצב מיט שכל. די רגע די שמועס ווערט אבער פארקירעוועט אין עניני אמונה, שטעלט ער מיך אפ: "שלום, איך קען נישט רעדן פון די זאכן. איך וויל ווייטער בלייבן א איד, א חסיד, און איך וויל מיר נישט פארדרייען דעם קאפ מיט ספיקות." איך רעספעקטיר עס, איך פארשטיי עס, און מיר בלייבן ווייטער גוטע פריינט און דער שמועס פארדרייט מען אויף אנדערע ענינים.
דער אינגערמאן האט א פסיכאלאגישע אינטערעס (און איז מודה דערצו) צו בלייבן מיט זיין איצטיגן לעבנסשטייגער, און ממילא וויל ער נישט אריינגיין אין קיין חקירות. ער איז נישט פרום ווייל ער איז איבערצייגט מיט שכל אז אין דעם פרומקייט ליגט דעם אמת. ער איז פרום ווייל אזוי איז אים באקוועם, ווייל נאר פון דעם ווייסט ער, און אזוי וויל ער בלייבן. והא ראי', ער וויל ניטאמאל הערן א צווייטער צד.
דאס מיינט אז א מענטש ארבעט מיט בלויז פסיכאלאגישע מאטיוון.
אזא ענטפער באדערט מיך אהן א שיעור.
דער שלום האט אלעס אזוי מעכטיג ארויס.... נאר ער פארשטייט...
פון דעם נעם איך ארויס אז ער האלט אז די ריזאן מען לאט אינז נישט חקר'ענען איז ווייל טאמער מען וואלט יא געלאזט וואלט מען געווארען אפיקורסים.
סאיז אמת אבער נאר וועגען עס איז א סכנה אז מען וועט נישט וויסען ווי אזוי צי זיין א חוקר.... ויכולין להאריך
אבער דער שלום וויל ארויסלאזען א ים מיט היסטאריא פין פיל גדולים אנגעהויבען ביזען היינטיגע גדולים וואס האבען גיט פארשטאנען חקירה אין זענען פרום געבליבען... זיי האבען געהאט דיבעטס מיט אפיקורסים. זיי הטבען ארויסגעהאט די זאך, גשריבען ספרים אויפן נושא וכו...
אבער איז גארנישט קיין ראיה אז דיין חבר וויל נישט רעדען מיט דיך חקירה. ווייל קיינער וואס איך קען וויל אויך נישט. מיר זענען נישט עקוויפט.
נישט יעדער ווערט נתפאל אבער רוב פין אינזער ציבור איז עס א סכנה.
אבער קלאר נישט די סיבה וואס די האסט געזאגק.

כ'מה טובו' ועוד, איך ווייס נישט צי דאס האט מיט פסיכאלאגיע אדער ענדערש ברעינוואשינג פון אונזערע עלטערן און מלמדים אז מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט אן אפיקורס, כ"ש דפקר טפי, עס איז א סכנה, אויב וועסטו נישט האבן וואס צו ענטפערן קענסטו פארפאלן ווערן ח"ו, א.א.וו.
וויבאלד איינער ווייסט נישט אלע תירוצים אויף יעדע פראגע, איז שב ואל תעשה עדיף, בעסער און געזונטער. פארוואס מוז איך אויסהערן יעדנ'ס שאלה און בלייבן מיטן צונג אינדרויסן? אויף יעדע רעליגיע איז פאראן שאלות, און איך בין דא געבוירן און איך וויל דא בלייבן, און איך וויל נישט ווערן פארדרייעט א קאפ. דעריבער האט מען אונז אויסגעלערנט, רעד נישט מיט איינעם וואס איז א כופר. און דאס איז א געזונטער מיטל זיך צו האלטן אויפן דרך.
קענסט אפשר טענה'ן אז ניין, א מענטש דארף נישט האבן "אמונה פשוטה" און גלייבן ווי א קלאץ אלעס וואס מען באמבלט אריין אין איהם, נאר אליינס אדורכטון דעם ענין, אבער באמת לאו כל מוחא סביל דא, און אויף יעדע שאלה וואס מען פרעגט אקעגן אידישקייט זענען פאראן צענדליגער אקעגן אנדערע רעליגיעס, קיינער איז נישט קלאר און גלאט, ממילא איז עס פשוט נארמאל און פארשטענדליך וואס דער חבר דיינער ענטפערט דיר, און איך וואלט מסתמא דאס זעלבע געענטפערט. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט פאראן קיין תשובות דערויף, נאר אז איך ווייס עס נישט און ממילא איז נישט פאסיג פאר אונז אריינצוגיין אין א ויכוח דערוועגן, עס איז ציללאז. כנלע"ד.

וויבאלד איינער ווייסט נישט אלע תירוצים אויף יעדע פראגע, איז שב ואל תעשה עדיף, בעסער און געזונטער. פארוואס מוז איך אויסהערן יעדנ'ס שאלה און בלייבן מיטן צונג אינדרויסן? אויף יעדער עליגיע איז פאראן שאלות, און איך בין דא געבוירן און איך וויל דא בלייבן, און איך וויל נישט ווערן פארדרייעט א קאפ. דעריבער האט מען אונז אויסגעלערנט, רעד נישט מיט איינעם וואס איז א כופר. און דאס איז א געזונטער מיטל זיך צו האלטן אויפן דרך.
דאס איז א פסיכאלאגישע סיבה. ריכטיג? פסיכאלאגיש מיינט נישט אז ס'איז נישט אמת.
קאררעקט!
אין וועגען דעםסאיז נישט אמת צי זאגען אז דיין חבר איז נישט פרים וויל ער האט עס עכט נישט ארויס.
באשעפער כבעט דעך שוין וכל המינים כרגע יאבדו...

דאס הייסט, אז סיי די וואס גייען, סיי די וואס בלייבן, מאכן זייערע החלטות לויט ווי באקוועם דאס איז אים. אבער פארוואס איז דאס מער פסיכאלאגיש ווי דאס לעבן בכלל? דאס איז דאך דער אופן, מער ווייניגער, וויאזוי רוב-רובם מענטשן לעבן. אויב די החלטה פון גיין קעגן בלייבן אין דער חרדישער געזעלשאפט ליגט אין די פשוט'ע, אויבערפלעכליכע פאקטן פון לעבן, פארוואס טאקע זאל עמיצער באשליסן צו גיין? בלייבן איז פאר רוב מענטשן דער מושכל ראשון, דער "דיפאלט". אינעם אוועקגיין איז נכלל קאפווייטאג, הארצווייטאג, און א סך עגמת נפש. מוז דאך זיין א סיבה וואס זאל טרייבן א מענטש צו באגיין דעם שריט. "פסיכאלאגיע", לויט דיין דעפיניציע, איז נישט גענוגנד, ווייל ס'איז פונקט ווי זאגן אז עמיצער איז אוועק ווייל ער האט געוואלט עסן פרישטאג. (אוקעי, נישט פונקט אזוי -- אבער, דו פארשטייסט וואס כ'מיין.) והדרא קושיא לדוכתא.
קען זיין אז ס'איז שווער דאס מסביר צו זיין, אדער איז פארבינדן מיט עובר זיין אויף די תקנות פונעם שטיבל. אויב דאס זאל זיין די סיבה, ביזטו פטור ויה"ר ס'זאל זיין נחשב כאילו דו האסט יא געענטפערט.
(אגב: דיין חבר, ווי איך לערן אים אפ אויפ'ן סמך פון דיינע ווערטער, באלאנגט צום מיעוט וואס טראכט יא און פאר וועמען אמונות ודיעות טראגן א סך חשיבות. היות ס'איז אים גוט ווי ס'איז, זוכט ער זיך נישט קיין פראבלעמען און לאזט די טעמע אין א זייט. דאס הייסט, אפילו אזא איינער ווי ער, וויל ליבערשט לעבן באקוועם ווי אויפריכטיג. דו זאגסט דאך אויך אז פילאסאפיע און עמקות איז בדרך כלל נישט די אייגנטליכע סיבה אויף אוועקצוגיין.)
_____
מה-טובו און שמעקעדיג האקן.
און יא, איך בין גרייט צו רעדן וועגן אמונות ודיעות. איך וועל לכאורה דא בלייבן, אפילו אויב כ'וועל בלייבן מיט דער צונג אינדרויסן. ווייל, פונקט ווי רוב-רובם פון די וואס פארלאזן די משפחה און בייטן דעם לבוש, איז מיין "פסיכאלאגיע" מאטיווירט בעיקר פון באקוועמליכקייט 🙂

matovuבאשעפער כבעט דעך שוין וכל המינים כרגע יאבדו...
לאמיר ענדערש בעטן "והאר ענינו". קלארקייט פאר זיך איז מער ווירקזאם ווי א פארלוירן-געגאנגענער מין 🙂
מיין מיינונג איבער דער נושא באופן כללי האב איך שוין געשריבען אויוון אין דער אשכול, תדרשנו משם. אבער נאך די שיינע שמועס וואס האט זיך דא פארצויגען, וואס איז בעצם א כללות'דיגער שמועס וועגן די מאטיווען פון מענטשען וואס איז די ראלע פון פסיכאלאגיע און וואס איז די ראלע פון פילאסאפיע, און מ'קען וועגן דעם רעדן אסאך. וויל איך נאר מעורר זיין איין הערה שנתחדשה לי. מ'קען אסאך מעיין זיין אויב איינער פארט אפ מער וועגן פסיכאלאגיע אדער מער וועגן מחשבה וכו'. דאס איז אבער איינמאל זיכער, אז די תגובות וואס מיר זעהן די אין דער אשכול צו דער פאנעמענעם פון אפפאראכץ, זה בכה וזה בכה, זענען קלאר א תולדה פון פסיכאלאגיע און נישט פון מחשבה. האלטס דאס נאר אין קאפ.
צו וואס ווידמען מחשבה אויף עפעס וואס איז א תוצאה פון פסיכאלאגיע?
אגב: דו האסט היפש גערעדט וועגן דיין מיטגעפיל צו אנדערע מענטשן ווי א סיבה צו פרובירן פארשטיין זייערע מאטיווען 😕

דער מענטש האט אן אינטערעס זיך זעלבסט צו פארשטיין, ווי אויך צו פארשטיין דער וועלט אין וואס ער לעבט, אנדערע מענטשען, וכו'.
דער פארשטאנד מיינט פשוט פארשטיין דאס וואס איז די אמת'ע מאטיווען וואס פירען מענטשען. אויב איז דאס פסיכאלאגיע איז דאס גאר אינטרעסאנט און חשוב צו פארשטיין. עס איז בכלל נישט קיין זאך מזלזל צו זיין אין.
טאקע מיטגעפיל מיט אנדערע איז א פסיכאלאגישע געפיל, אבער בנוהג שבעולם רופט מען דאס א מצווה אדער מדה טובה אדער מאראל.

איך בין נישט זיכער אז כ'פארשטיי. פסיכאלאגיע איז א צווייג פון מחשבה? א פועל יוצא פון מחשבה?
מיטגעפיל מיט א צווייטן מענטש, בכל אופן, איז א מצווה. אבער ווי ס'זאל נאר נישט זיין, מצווה, מדה טובה, אדער מאראל, איז עס לכאורה
חוץ אויב מיט "מחשבה" מיינסטו פשוט די פעולה פון טראכטן. אויב אזוי, אבער, איז מיר נישט קלאר פארוואס ס'איז "איינמאל זיכער אז ...

לעיקוואדקלאר א תולדה פון פסיכאלאגיע און נישט פון מחשבה.
חוץ אויב מיט "מחשבה" מיינסטו פשוט די פעולה פון טראכטן. אויב אזוי, אבער, איז מיר נישט קלאר פארוואס ס'איז "איינמאל זיכער אז ...
לעיקוואדדי תגובות וואס מיר זעהן די אין דער אשכול צו דער פאנעמענעם פון אפפאראכץ, זה בכה וזה בכה, זענען קלאר א תולדה פון פסיכאלאגיע און נישט פון מחשבה.
@שלום דין, עס איז שוין איינמאל א נפקא מינה צו וויסן צי די או טי די'ס (לויט דיין שאצונג: 3 - 4 טויזנט) זענען אלע בעפארן אוועק גיין שוין געווען כופרים, און אוודאי איז עס. נישט מאדנע אדער קינדעריש.
דער וויכוח וואס ציט זיך שוין א לענגערע צייט דא על פני צענדליגע אשכולות, איז אין איין ווארט, די אפיציעלע חרדי'שע שטעלונג איז אז דאס איז צוליב פסיכאלאגישע מאטיוון, אוו נישט צוליב א שוואכקייט אין עצם חרדיות, לעומת זה טענה'ן אנדערע אז לעולם איז דא גאר אסאך וואס פייגערן אוועק צו גיין זיי זענען נאר משועבד צו די אומשטענדן, משא"כ די מיט א פראבלעמאטישן עבר, זענען נישט. דער פועל יוצא פון אזא צוגאנג איז, אז מען ברויך רי-עוואליועיטן און מאכן א ערנסטן בדק הבית פנימה.
מיט דיין לאנגע תגובה האסטו מער ווייניגער באשטעטיגט די ערשטע צוגאנג.

איך האלט אז שלום דין איז גערעכט מיט זיין הגדרה.
מענטשען פארען אפ מער ווייל זיי ווילען נישט זיין א חלק פין דער "כלל" ווי ווייל זיי ווילען נישט זיין שותו"מצ.
מען דארף א בעל שם טוב זאל מאכען א נייע דרך לא דרך, אזוי אז יעדער זאל קענען זיין אוי טי די, און אראפ פין דעם דרך פין חרדים, און ווערען אנגעשלאסען אין א נייע "דרך".

matovuאזא ענטפער באדערט מיך אהן א שיעור.
דער שלום האט אלעס אזוי מעכטיג ארויס.... נאר ער פארשטייט...
פון דעם נעם איך ארויס אז ער האלט אז די ריזאן מען לאט אינז נישט חקר'ענען איז ווייל טאמער מען וואלט יא געלאזט וואלט מען געווארען אפיקורסים.
סאיז אמת אבער נאר וועגען עס איז א סכנה אז מען וועט נישט וויסען ווי אזוי צי זיין א חוקר.... ויכולין להאריך
אבער דער שלום וויל ארויסלאזען א ים מיט היסטאריא פין פיל גדולים אנגעהויבען ביזען היינטיגע גדולים וואס האבען גיט פארשטאנען חקירה אין זענען פרום געבליבען... זיי האבען געהאט דיבעטס מיט אפיקורסים. זיי הטבען ארויסגעהאט די זאך, גשריבען ספרים אויפן נושא וכו...
אבער איז גארנישט קיין ראיה אז דיין חבר וויל נישט רעדען מיט דיך חקירה. ווייל קיינער וואס איך קען וויל אויך נישט. מיר זענען נישט עקוויפט.
נישט יעדער ווערט נתפאל אבער רוב פין אינזער ציבור איז עס א סכנה.
אבער קלאר נישט די סיבה וואס די האסט געזאגק.
@שלום דין מיינט נישט צוזאגן אז אויב זיין חבר וואלט זיך אריין געלאזט אין חקירה וואלט ער זיכער געווארן אן אפיקורס, עס קען זיין אז זיין אמונה וואלט גאר שטארקער געווארן, דער פונקט איז אז זיין חבר וויל נישט נעמען דעם טשאנס, ווייל אויב עס איז נאר איין פארצענט אז ער וועט ווערן א כופר איז אים נישט ווערט, צוליב וואס ער פלאנט סייווי צו בלייבן א חסיד, און דאס ריפט ער אן א ״פסיכאלאגישע אינטערעס״.
דעת תורה@שלום דין, עס איז שוין איינמאל א נפקא מינה צו וויסן צי די או טי די'ס (לויט דיין שאצונג: 3 - 4 טויזנט) זענען אלע בעפארן אוועק גיין שוין געווען כופרים, און אוודאי איז עס. נישט מאדנע אדער קינדעריש.
דער וויכוח וואס ציט זיך שוין א לענגערע צייט דא על פני צענדליגע אשכולות, איז אין איין ווארט, די אפיציעלע חרדי'שע שטעלונג איז אז דאס איז צוליב פסיכאלאגישע מאטיוון, אוו נישט צוליב א שוואכקייט אין עצם חרדיות, לעומת זה טענה'ן אנדערע אז לעולם איז דא גאר אסאך וואס פייגערן אוועק צו גיין זיי זענען נאר משועבד צו די אומשטענדן, משא"כ די מיט א פראבלעמאטישן עבר, זענען נישט. דער פועל יוצא פון אזא צוגאנג איז, אז מען ברויך רי-עוואליועיטן און מאכן א ערנסטן בדק הבית פנימה.
מיט דיין לאנגע תגובה האסטו מער ווייניגער באשטעטיגט די ערשטע צוגאנג.
דו האסט נאר געליינט די ערשטע האלב פון די תגובה. זיין פוינט איז אז יעדער מאכט זיינע החלטות אין וועלכע קהילה יא אדער נישט באלאנגען באזירט אויף פסיכאלאגיע. סיי דער או טי די און סיי דער אן די די. בעצם האב איך דאס פריער געמיינט ארויסצוברענגען, אז דער חילוק צווישן דעם אויבערפלעכליכן או טי די און דעם חרדישן איד איז גארנישט מיט נישט, כאטש מיין עלאקוואנס איז א ווייטע געוויין פון ר' שלומ'ס.