☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווען Off The Derech גייט Off Track

ווען Off The Derech גייט Off Track

357 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 3, 2013 10:57 am

· #130406
איך וואלט געטראכט הויעך, אז שלום'ס ארטיקל איז געשריבן געווארן אלץ א שטיקל ענטפער צו דעם אשכול.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 3, 2013 12:29 pm

· #130423
קאווע טרינקער
איך וואלט געטראכט הויעך, אז שלום'ס ארטיקל איז געשריבן געווארן אלץ א שטיקל ענטפער צו דעם אשכול.

ביז כ'הא געליינט שלום דיענ'ס ארטיקל (וואו ער געט א נותן טעם פאר זיין אפפארן) האביך עים געגעיבן מער גערעכט און געבלעימט אונזער חינוך סיסטעם אלס א שטארקע סיבה פארוואס די חברה פארן אפ. אבער נאכ'ן ליינען זיין מאמר איז מיר קלאר געווארן אז זיין גאנצער אמונה סיסטעם איז שוין געווען פארפוילט פון אינווייניג, לאנג פאר ער האט אראפגעווארפן די חסידישע מלבושים פון זיך. (ר'האט עס איבערגעלאזט ביי א חבר אין בעיסמענט,לעת הצורך. אזוי זאגט ער). לדוגמא. אין דעם "זיק" ארטיקל זאגט ער אז ווען זיין אינגל האט איהם געפרעגט (נאך זייענדיג אן ערליכער איד, לפנים) אויב ושתי האט עכט געהאט א "טעיל", האט ער שוין נישט געקענט זיך איינהאלטן אויף דעם ליגנט וואס חז"ל האבן אונז פרובירט איינצורעדן און האט איהם געזאגט אז די מעשה איז נישט אמת. כאטש ער האט נישט געגלייבט די גאנצע מעשה פון מגילת אסתר. פון דא זעט מען אז זיין גאנצע אמונה איז שוין געווען נפגע, (מעגליך ווייל זיין טאטע איז געווען א בי. טי. און האט נישט געקענט משריש זיין אמונה אין זיינע קינדער.) און ער איז געווען ווי א בוים וואס איז פארפוילט פון אינעווייניג.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 3, 2013 12:35 pm

· #130426
הבהרה צו מיין פריערדיגע תגובה
די ראי' וואס איך ברענג אז זיין (שלום דיען'ס) אמונה איז שוין געווען נפגע לאנג פאר ער איז אפיציעל געווארן "או.טי.די." איז נישט ווייל ר'האט נישט געגלייבט די דעה אין חז"ל אז ושתי האט באקומען א זנב, און דערפאר האט זי נישט געוואלט קומען ווען אחשורוש האט זי גערופן. נאר ווייל ר'האט געהאלטן אז חז"ל האבן אונז פרובירט איינצורעדן ליגנס און באבע מעשיות. (עפ"ל(.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 4, 2013 12:04 am

· #130608
שלום אחי, צר לי עליך מאד, איך האב דעם רושם אויף דיר - ובפרט פון וואס דו האט געשריבן ביי אונז - אז דו ביסט א פארשטענדליכער און קלוגער איד, ווי קומט צו דיר זיך צו דערקלערן 'עיטיעסט' אויף אזעלכע גרונדן? געבויעט האלב אויף הרגש און האלב אויף שיין-קלינגענדיגע פראזן?

אלס א קלוגער איד שטעל איך זיך פאר אז דו האסט זיך אמאל געזעצט טראכטן: איז דא דא א גאט אויף די וועלט? אפשר איז עולם קדמון? איז טבע גאט? דארף א נברא א בורא? וכו' וכו', כ'מיין, דאס זענען דאך נצחיות'דיגע שאלות אין וועכע די גרעסטע קעפ האבן געהארעוועט.

איז ווען דו זאגסט מיר: יא אודאי, איך גיי עפעס גלייבן ווייל פלוני בן פלוני האט אזוי געזאגט? איך האב מיר גענומען ספרי חקירה, איך האב געהארעוועט אין יו-טוב ויכוחים, איך האב זיך אליין מתבודד געווען אויפן בארג 10 יאהר פאר'ן דערקלערן אז גאט איז טויט, נו מילא, דורכאויס די היסטאריע זענען געווען גאנץ קלוגע עיטיעסטן.

אבל אהה! וואס זאגסטו מיר? ווייל עס האט דיר אויסגעזעהן צו אלטמאדיש צו זאגן [אפי' עס איז דא א גאט, ווייל אז נישט איז דאס דאך צירקולער ריזאניג] אז גאט האט געמאכט א נס צו ראטעווען די אידן, און לדעתך האסטו אויסגעשפילט דעם כלל פון אין אדם מוריש שקר מיט'ן עס פארציילן פאר דיין אינגל [וואס איך גלייב אז עס וועט יעדער מסכים זיין אז דער כלל רעדט פון מוריש זיין א דרך חיים וואס דער טאטע ווייסט איז שקר], אדער ווייל עס געפעלט דיר נישט דער ארטאדאקסיש'ער סיסטעם, אדער אפאר שיינע פראזן ווי that anyone but we as individuals can determine our own truths and values, דאס איז דיין פילאזאפישער\סייענטיפישער מעטאד מברר צו זיין צו עס איז דא א גאט? דאס ליגט ביי דיר אין שאפע נעבן דעם רמב"ם און אריסטו, רלב"ג און שפינאזא? כ'מיין אין וועלכע יונעווערס זענען ליגנט-זאגענדע רבנים\גלייבן אין טעקסט און atheism א סיבה און מסובב?

האסט פארלוירן טראסט? דו ביסט מלא חימה אויף אלעס וואס מען האט דיך איינגערעדט? גוט איך הער, atheism איז אבער א שכל'דיגע מסקנא און מען קען נאר צוקומען צו איהר מיט די כלי השכל, אידישקייט קומט נישט אריין אין דעם בילד, קודם זיי מברר\מחליט צו איז דא א גאט וואס אנגעצינדן דעם ביג-בענג אדער נישט, אויב יא וועסטו דערנאך גיין טראכטן צו די מציאות פון א גאט איז אויך מחייב עס זאל זיין רעליגיע און אויב יא וועלכע? אפשר קריסטינטום, אפשר אידישקייט וכו'.

ווי אזוי קען מען פון דעם ענף אפ-פרעגן דעם שורש?

פרענקלי, איים קווייט דיסעפוינטעד אין יו, שלום, אויב דאס איז נישט לב שליט על המוח, וואס איז?

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 4, 2013 12:23 am

· #130614
אין א אנדערע אשכול לאנג צוריק האט ער גישריבן אז זיין ערשטע פייגל אין קאפ איז געווען צו אנטדעקן אז די תורה האט ענליכע דינים ווי די קאוד אוו האמאראבי.

ווען ער וואלט געלערנט בעפאר אביסל ראשונים מפרשי המקרא וואלט ער געזען דארטן אומצאליגע מאל דעם חידוש, אז אסאך פון די דיני התורה זענען געגעבן געווארן לאפוקי פון די דיני עכו"ם, און א חלק פון זיי האט דער אייבישטער פשוט געמוזט זיי געבן אזא דין ווייל זיי זענען געווען געוואוינט דערצו א.א.וו.

ווי האט ר' אייזל חריף געזאגט פאר יענעם משכיל: איר זענט נישט קיין משכיל, איר זענט א פשוטער עם הארץ.

שלום דין » דאנערשטאג יולי 4, 2013 7:20 pm

· #130871
ונבנתה העיר

אבל אהה! וואס זאגסטו מיר? ווייל עס האט דיר אויסגעזעהן צו אלטמאדיש צו זאגן [אפי' עס איז דא א גאט, ווייל אז נישט איז דאס דאך צירקולער ריזאניג] אז גאט האט געמאכט א נס צו ראטעווען די אידן, און לדעתך האסטו אויסגעשפילט דעם כלל פון אין אדם מוריש שקר מיט'ן עס פארציילן פאר דיין אינגל [וואס איך גלייב אז עס וועט יעדער מסכים זיין אז דער כלל רעדט פון מוריש זיין א דרך חיים וואס דער טאטע ווייסט איז שקר], אדער ווייל עס געפעלט דיר נישט דער ארטאדאקסיש'ער סיסטעם, אדער אפאר שיינע פראזן ווי that anyone but we as individuals can determine our own truths and values, דאס איז דיין פילאזאפישער\סייענטיפישער מעטאד מברר צו זיין צו עס איז דא א גאט? דאס ליגט ביי דיר אין שאפע נעבן דעם רמב"ם און אריסטו, רלב"ג און שפינאזא? כ'מיין אין וועלכע יונעווערס זענען ליגנט-זאגענדע רבנים\גלייבן אין טעקסט און atheism א סיבה און מסובב?


האסט שלעכט פארשטאנען דעם ארטיקל, הרב ונבנתה. גארנישט וואס איך האב געשריבן איז א "סיבה און מסובב" אויף אטעיזם. דער "זיק" ארטיקל איז נישט געווען מסביר צו זיין מיין אייגענע התדרדרות פון מאמין צו נישט-גלויביקער, נאר מסביר צו זיין פארוואס, אין אלגעמיין, די וואס פארן אפ מאכן נישט קיין סטאפ ביי די מאדערן ארטאדאקסישע, צו אפילו ביי די קאנסערוואטיווע אדער די רעפארמער, נאר גייען אזש ביז א פולשטענדיגן סעקולאריזם (אין וועלכע עס איז נכלל אטעיזם, אבער עס איז לאו דווקא). אויף דעם טענה איך אז דער OTD איז אזוי פאראיבלט אין יעדן מין גלויביגקייט, ער'ט זיך שוין אזויפיל אנגעהערט פון דעות טפלות פון חרד'ישע עקסטרעמיזם אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן. (איך מיין נישט אויף עיקרים, נאר אויף דאס געמישעכץ פון עיקרים און טפלים אז יעדער שטות ווערט א קוצו של יוד.) ער האט זיך אויסגעלערנט אז אחוץ דאס וואס זיין אייגן הארץ און מוח וועט דערגרונטעווען (לפי גודל שכלו הפרטי), איז אים גארנישט נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס אנדערע האלטן איבער גאט, די תורה, וכו'.

איך האב דערמאנט מיין אייגן אטעיזם נאר ווי עס איז נוגע געווען פאר די מעשה שהיה מיט דעם סאטמארער איד וואס האט זיך געלאזט הערן זיינע מתוקים מדבש ומנופת צופים'דיקע דיבורים אז מיין אטעיזם איז פשוט א תוצאה פון סקווירא קליינקעפיגקייט. מיין נקודה מיט די מעשה איז סתם געווען אויף אנצוווייזן אז די אלע מאדערנע וואס מיינען אז ביי זיי הערשט "מעסיגקייט" זאלן זיך נישט פאטשן אזוי אין בויך. ווייל אויך דער סאטמארער רעדט זיך איין ער איז מעסיג כלפי אנדערע. ווי דער סאטמארער איד האט מיר דרך אגב דעמאלס פארזיכערט: "א סאטמארער איז נאך קיינמאל נישט געווארן קיין אטעיסט." ודברים עמוקים.

הוגה » דאנערשטאג יולי 4, 2013 7:34 pm

· #130874
@שלום דין, כ'האב הנאה; כ'האב פונקט היינט געזאגט פאר א חבר מיינער אז די עולם האט בכלל נישט פארשטאנען דיין ארטיקל. זיי מיינען אז דו האסט עס געשריבן להסביר דיין כפירה, דערווייל האסטו בעצם נאר מסביר געווען דיין מהלך אלץ דוגמא, צו פארשטיין געבן ווי דער עולם פארשטייט בכלל נישט די otds, און מען misjudged זיי. כעין די סאטמארער יונגערמאן וואס דו האסט געטראפן אין טשולענט. ועל סמך די misjudgment פרעגט מען קשיות און מ'בויט בנינים.

בדחן » דאנערשטאג יולי 4, 2013 11:38 pm

· #130935
שלום דין
האסט שלעכט פארשטאנען דעם ארטיקל, הרב ונבנתה. גארנישט וואס איך האב געשריבן איז א "סיבה און מסובב" אויף אטעיזם. דער "זיק" ארטיקל איז נישט געווען מסביר צו זיין מיין אייגענע התדרדרות פון מאמין צו נישט-גלויביקער, נאר מסביר צו זיין פארוואס, אין אלגעמיין, די וואס פארן אפ מאכן נישט קיין סטאפ ביי די מאדערן ארטאדאקסישע, צו אפילו ביי די קאנסערוואטיווע אדער די רעפארמער, נאר גייען אזש ביז א פולשטענדיגן סעקולאריזם (אין וועלכע עס איז נכלל אטעיזם, אבער עס איז לאו דווקא). אויף דעם טענה איך אז דער OTD איז אזוי פאראיבלט אין יעדן מין גלויביגקייט, ער'ט זיך שוין אזויפיל אנגעהערט פון דעות טפלות פון חרד'ישע עקסטרעמיזם אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן. (איך מיין נישט אויף עיקרים, נאר אויף דאס געמישעכץ פון עיקרים און טפלים אז יעדער שטות ווערט א קוצו של יוד.) ער האט זיך אויסגעלערנט אז אחוץ דאס וואס זיין אייגן הארץ און מוח וועט דערגרונטעווען (לפי גודל שכלו הפרטי), איז אים גארנישט נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס אנדערע האלטן איבער גאט, די תורה,.


דאס איז איין סיבה, עס איז דא נאך א סיבה דערצו, ווייל וויבאלד די ODT זענענן געווענליך די חברה מיט די שוואכערע באגרעצונגען צו תאוות, {כידוע אז רובא דרובע אפגעפארענע קימט פון האבן תאוות לדבר האסור} און זיי האבן נישט די כח המעצר ווי דער אלגעמיינער מענטש, זיי האבן נישט דאס וואס די ספרים טייטשען אויף ומותר אדם מן הבהמה אי"ן - דאס הייסט זיי האבן נישט געהאט די כח צו זאגען "ניין" אויף זייער יצר הרע אדער תאווה, דערפאר איז פארשטענדליך פארוואס זיי גייען ביזען סוף, ווייל וויבאלד זיי זענען געווענליך פון די עלעמענט וואס גייען נאך ווי די הארץ און אויגן טראגט זיי אן אריינטראכטען א טיפע מחשבה צו עס איז ווערט אדער ריכטיג, זיי האבן נישט די כח זיך צוריק צוהאלטן צו גארנישט, והא ראיה זיי זענען מפקיר זייערע אייגענע קינדער - זייער פלייש און און בלוט - צו די גאס פאר אביסל תאוות, עס איז א דיפעקט וואס האט לאוו דווקא א שייכות מיט יודשקייט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 4, 2013 11:45 pm

· #130938
לכבוד הרב הוגה
הוגה
@שלום דין, כ'האב הנאה; כ'האב פונקט היינט געזאגט פאר א חבר מיינער אז די עולם האט בכלל נישט פארשטאנען דיין ארטיקל. זיי מיינען אז דו האסט עס געשריבן להסביר דיין כפירה, דערווייל האסטו בעצם נאר מסביר געווען דיין מהלך אלץ דוגמא, צו פארשטיין געבן ווי דער עולם פארשטייט בכלל נישט די otds, און מען misjudged זיי. כעין די סאטמארער יונגערמאן וואס דו האסט געטראפן אין טשולענט. ועל סמך די misjudgment פרעגט מען קשיות און מ'בויט בנינים.

איך האב שוין איינמאל פארשטאנען שלום דיען'ס ארטיקל אין זיק. איך קען נאך א ביסל ליינען און פארשטיין ענגליש. ער(ש.ד.) שרייבט זייער קלאר און כ'האב א הנאה צו ליינען זיינע ארטיקלען. נאר איך האב געשריבן מיין פערזענליכע אבזערוואציע. אז איך דארף א "רי-אססעססמענט". ווייל כ'האב אייביג געמיינט אז שלום דיען איז א מאמין באלוקי ישראל, נאר נישט א פראקטיצירנדער יוד, וואס די חיצוניות'דיגע סיבה איז געווען די צו פיהל בהמה'שע רעסטריקשנס פון זיין (און אנדערע פארמאכטע קרייזן) קרייז. נאר וואס איך האב ארויסגענומען פון זיין ארטיקל אין זיק איז, אז ר'האט (ליידער) פארלוירן די אמונה אויך. חוץ דעים וואס ער לערנט פאלש פשט אין דעם מאמר חז"ל (גמרא או מדרש) אז ושתי האט געהאט א "טעיל" ווייל אז ער פערזענליך האלט נישט אזוי. מיט דעם אליינס וואלט ער נאכנישט פאררעכנט געווארן פאר אן אפיקורס. ווייל דאס איז דאך נאר איין מיינונג. ער מוז נישט האלטן אזוי. אבער ווען ער זאגט (און האלט) אז ער גלייבט נישט די איבעריגע טייל פון מגילת אסתר מיינט דאס אז ער האט נישט קיין קאנפידענס אין די ווערטער און מיינונגען פון חז"ל. דאו פאלט ביי איהם אוועק די גאנצע תורה. אזוי א מענטש קען שוין נישט זיין א מאמין אין גאט.

יואליש » פרייטאג יולי 5, 2013 1:21 am

· #130964
דאו פאלט ביי איהם אוועק די גאנצע תורה. אזוי א מענטש קען שוין נישט זיין א מאמין אין גאט.


איינער וואס גלייבט נישט אין תורה מן השמים קען נישט גלייבן אין א גאט? דאן פארוואס ברויך דער רמב"ם באזונדערע אני מאמין'ס פאר איטליכע?

@בדחן כ'האב נארוואס געזעהן א שפאגל נייע קליפ אויף יוא טוב ווי א חסידישע איד מיט א ווייסע בארד פארציילט פאר א שכן זיין באהאלטענע לעבן אין די תאווה וועלט, נישט וויסענדיג אז ער ווערט אפגעפילמט. אינטערעסאנט איז אז אין קעגענזאץ צו בדחן'ס סייענטיפישע טאריע פון תאווה באהערשער ווס. נישט באהערשער, איז דער איד נישט אפגעפארן און בתוך עמו הוא יושבת און איז ממלא תאוותו. ולא זו, אין יעדע מיטעלע סייז בית מדרש קען מען טרעפן אין די "ברכת כהנים" זיצן געניג בעלי תאווה אויף צו מאכן אן אלוהינו ביים בענטשן. אינטערעסאנט אז זייער זיך נישט קענען באהערשן האט זיי נישט באוואויגן אויסצוטוהן דאס שטריימל און בעקישע.

בדחן » פרייטאג יולי 5, 2013 1:30 am

· #130965
@יואליש כאפסט נישט? דאס איז זיין גבורה, ער באווייזט צו קאנטערלירען די תאווה אז ער זאל נישט פארלירען דערמיט אלעס, און ער זאל האבן ווייטער זיין משפחה און סביבה (מן הסתם מיט א אינערליכע האפענוג אז איין טאג זאל ער זיך קענענן אינגאנצן גובר זיין דערויף) כאטש אז ער איז פארכאפט אינעם תאווה,

לעומת זה האבן מיר די וואס האבן נישט די מינדערסטע סארט גבורה, און זיי זענענן שוואך ווי א פלוג אז גארנישט שטייט זיי נישט אין וועג ניטאמאל זייער טובה אדער די טובה פון זייערע קינדער, און זיי מאכען אלעס חרוב פאר א פאר מינוט תאווה, דאס איז גארנישט מיט וואס זיך צו גרויסן, און עס איז נישט דא קיין פשטים אריינצולערנענן דערין, עס איז א פרעזענליכע דורכפאל און א דיפעקט פאר יענעם באטרעפענדען,

און נאכאמאל, איך רעדט נישט פון קיין יחידים, איך רעדט פון באופן כללי פון די סארט מענטשן וואס פארלאזן יודשקייט צוליב תאוות, און ווי באוויסט איז דאס די גרעסערע מערהייט פון יענע מענטשן.

דעת תורה » פרייטאג יולי 5, 2013 1:32 am

· #130967
כ'יואליש, גלייבן אין גאט קען מען מדעת עצמו, די סברא זאגט אז ס'איז דא א גאט דער שכל איז אזוי מחייב, מען קען פילאזאפירן לעולם ועד וואס ער איז און ווי שטארק אינוואלווד אין די וועלט ער איז, אבער בעיקרון קען דאך נישט זיין אז דער ביג בענג איז פון זיך אליין געשען. און דאס איז דאך געווען די הכרה וואס אברהם אבינו איז מדעת עצמו צוגעקומען.

מען קען אבער אויף קיין פאל נישט פון זיך אליינס אויסבויען אז גאט האט געגעבן א תורה ביים בארג סיני און אלעס אראפ עד ימינו אנו, דאס מוז צוגיין מיט אמונה און קבלה. וואסערע שייכות האט דאס מיט אמונה אין מציאות ה'?

יואליש » פרייטאג יולי 5, 2013 1:34 am

· #130968
וואס מיינסטו מיט "קאנטרעלירן" די תאווה? סך הכל זאגסטו אז מ'קען זיין א נבל ברשות הסיסטעם, טא צופאלט די טעאריע.

שלום דין » פרייטאג יולי 5, 2013 1:56 am

· #130969
בדחן
ווייל וויבאלד די ODT זענענן געווענליך די חברה מיט די שוואכערע באגרעצונגען צו תאוות, {כידוע אז רובא דרובע אפגעפארענע קימט פון האבן תאוות לדבר האסור} און זיי האבן נישט די כח המעצר ווי דער אלגעמיינער מענטש, זיי האבן נישט דאס וואס די ספרים טייטשען אויף ומותר אדם מן הבהמה אי"ן - דאס הייסט זיי האבן נישט געהאט די כח צו זאגען "ניין" אויף זייער יצר הרע אדער תאווה


פלאי פלאים ווי א מענטש קען צוזאמווארפן א הויפן שטותים און איינרעדענישן וואס שטימען נישט מיט פאקט און נישט מיט לאגיק, אלץ פשוט זיך גוט צו פילן מיט זיך און זיין וועלטל. לדעתי איז דאס פון די גרעסטע פראבלעם פון די חרד'ישע וועלט: די פיליזאפישע און אידעאלאגישע באזיס איז אזוי שוואך אז ווען מען זעט די וועלכע אנטלויפן האט מען נישט וואס צו זאגן חוץ זיך צו נעמען פסיכאנאליזירן מיט איינגערעדטע החלטות.

איך בין נישט פון די וועלכע האלטן אז חרד'ישע אידן זענען ערגער -- מאראליש, עטיש, גייסטיש, וכו' -- ווי סיי וועלכע אומה ולשון. אבער אויב באזידלען, לאמיר עס אפשר צולייגן אויף קליין געלט...

דאס אז אטלאנטיק-סיטי און מאנהעטטענער סטריפ-קלאבס און די ראקעוועי ביטשעס זענען אנגעפילט מיט חרד'ישע אידן (וועלכע רעדן זיך נאך איין ווי טיפשים אז מיט באהאלטן די פיאות אונטער די בעיס-באל קעפס דערקענט מען נישט דעם בארא-פארקער צו וו"ב-ער אפשטאם) איז א דבר ידוע פאר יעדן גוי אין דעם גאנצן טריי-סטעיט געגנד. דאס אז די זונות איבער דעם גאנצן געגנט גיבן אן אז זייערע קליענטן זענען פראפארציאנאל א ריזיגן חלק חרד'ישע אידן, איז אויכט א זאך וואס יעדער ווייסט. דאס אז אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל (ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע". דאס אז יעדער איינציגע 'היפסטער' גוי'טע אויפ'ן גאס קען פארציילן פון אייגענע פאסירונגען ווי חסיד'ישע מענער האבן זיי פרובירט מפתה צו זיין, איז מעשים בכל יום אין יעדן באר און קלאב אין צפון וויליאמסבורג.

איז וואס האקסטו אין קאפ אריין וועגן די וועלכע האבן נישט דעם כח המעצר אויף זייערע יצר הרע'ס...

בדחן » פרייטאג יולי 5, 2013 2:12 am

· #130973
הקיצור די זאגסט אז נישט יעדער נואף איז גרייט צו גיין פאר אבסיל תאווה אזוי ווייט, און אפטיען זיך מיט די קינדער און אפהאקען אינגאנצן, נאר עס זענענן דא וואס בלייבען ביי יודשקייט כאטש אז זיי פארזינקען און תאווה...מסכים, לו יהא עס זאל זיין אמת, וואס האסטע האסטע געענפערט דערמיט? וואס האסטע אפגעוואנדען דערמיט? וואס האסטע אויפגעוויזען דערמיט? (חץ מזה וואס עס איז ידוע אז ווען מען ווערט צוויי יאר עלטער, מאכט די סארט יודען א יו-טערן, מען טוט תשובה, און מען האט ווייטער א לעכטיגען קליגליכען יודשען לעבן מיט זיך מיט די משפחה און מיט די קינדער, והימים הראשונים יפלו ווי די חסידישע ספרים זענענן מסביר)


הכלל? וואס ווייזט עס אויף די וואס האבן יא פארשניטען די קינדער זיך און די משפחה?
און וואס ווייזט אויף די מערהייט חסידישע אידן וואס דינען השי״ת און האבן נישט קיין חלק און דעם?

יעדע גרופע איז עקסטע פאר זיך, און איינער איז נישט קיין ראיה אויפן צווייטען.
עס איז דא בעלי תאוות וואס זענענן צוליב תאווה געווארען וואס זיי זענענן געווארען, עס זענענן דא בעלי תאווה וואס האבן רחמנות אויף זיך און די קינדער און זיי באהאלטן די תאווה צו א דעגרי צו בלייבען אידן, כאטש אז זיי זענענן צייטווייליג פארזינקען און תאוות, און עס זענענן דא די מערהייט וואס זיצען בכלל נישט אין שמוץ,

דאס אלעס איז בהנחה אז דו זאגסט אמת, איך גלייב עס נאך נישט, און אפילו יא איז א שאלה ווי גרויס די פערצענט פינעם כלל זיי זענענן.

שלום דין » פרייטאג יולי 5, 2013 2:33 am

· #130979
הכלל פרעגסטו? וויפיל דארף מען דאס אויס-ספעלען? אויף תאוות פארשטייט יעדער, מ'דארף נישט ווערן או. טי. די. אויף קיין שום תאווה שבעולם, מען געט זיך גאנץ פיין אן עצה ווי אימער מען זאל וואוינען צו וואס פארא לעבן מען לעבט. איינער וואס רעדט זיך איין אז א מענטש טוישט זיך איבער א גאנץ לעבן פשוט אויף צו קענען אנצונדן א לעקטער אין שב"ק, אדער קויפן א איינפאכן סענדוויטש אן א הכשר איז נישט מער ווי א טיפש עצום, און ס'נישט אינטערעסאט אפילו אריינצוגיין אין וויכוחים.

OTD זענען נישט קיין גרעסערע בעלי תאווה און נישט קיין קלענערע בעלי תאווה פון סיי וועלכע איד צו א גוי. ווער ס'האט דיר איינגערעדט די נארישקייטן וואס דו פלאפלסט, זיי מוחל בעט אים צוריק דאס געלט ווייל ער ווייזט נישט בחייכון וביומייכון פון וואס ער רעדט.

מאטי » פרייטאג יולי 5, 2013 3:55 am

· #130986
איך האב געליינט דער פארווערד ארטיקל איך האב אנגעקוקט דעם סאטמארער איד אלס א גרויסער טיפוש צו זאגן פאר אן אטעאיסט וואלסט געקענט ווערן א סאטמערער. איך אלס חסיד וואלט געזאגט ביסט אן אטעאיסט! נאו פראבלעם ענזשוי לייף. הגם איך גלייב ס׳איז דא אזא עלעמענט צווישן חסידים און איבעראל, מוז איך דא באמערקן אז שלום דין מאלט אפ דער בעסט קעיס סינעריא otd קעגן די worst case רעליגיעזער כאילו אלע סאטמערער זאגן קומט צו אונז, אלע מאדערן זאגן ווער ווי אונז, אלע קאנסערוואטיוון...אלע קריסטן ...

קאם אן!! איז נישט דא קיין ראציאנאלע אונדיווידואלן אויף דער אנדערער זייט ספעקטרום?

און פארקערט, זענען אלע או טי דיס אזאלכע פיינע טאלערירענדע מענטשן וואס פייטן פאר אידנ׳ס רעכטן ווי ער לייגסט אראפ מיט אזא אומאעטיאיסטישער בלינדע פאנאטישקייט ?
סאיז שוין געווען גענוג און נאך otd וואס ווען מ׳האט זיי געפרעגט פארוואס ? איז דער תירוץ געווען סעקולער בילדונג,קאמפעראביליטי און relationship, ארענדזשע סליפפערס, און נאך אזאלכע טענות וואס א חסיד וואס האט אביסל שכל קען זייער גרינג איבער קומען. אפשר נישט אין סקווירא/ סאטמאר/ ווילי קעי זשעי אבער גענוג און נאך אנדערע פלעצער. און פאר דיזע פאסט גוט די פראגע (וואס זיי דארפן זיך אליינס פרעגן אין א moment of truth ) פארוואס נישט מאדערן ארטעדאקס? האט טאקע אויסגעפעלט צו גיין עד הסוף? טאקע נישט אין די קאנטעקסט ווי אברעמל האט געפרעגט פארוואס ביסט נישט געווארן אזוי ווי מיר כאילו איך האלט מיר בעסער און מעסיגער פון ווי דו קומסט.
צום שלוס
נישט אלע חסידים פירן זיך ווי אברעמל.
און נישט אלע otd פירן זיך ווי שלום דין .
ס׳איז דא גענוג און נאך פרומע וואס פארשטייען און פילן מיט דער פסיכילאגישער קריזיס וואס אן Otd גייט דורך (וקאווע שטיבל תוכיח).

ווי אויך איז דא א שיין ביסל otd וואס האבן געהאט minor issues מיטן סיסטעם - וואס כ״ע מודי האט לעכער - און ער וואלט פיין געקענט מסודר ווערן אין אן environment וואס איז פאסיג פאר זיין נפש.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 5, 2013 8:14 am

· #130996
אויב ס'שייך צו מאכן א קורצע sub total פאר מ'גייט ווייטער: בדחן האלט אז double life איז א גבורה! דהיינו, כאטש וואס דער חסיד - נישט אז בדחן האלט אז ס'דא אזעלעכע - איז נהנה פון תאות איסור, בסתר ולא בגלוי, ער פאפט זיך, זיין ווייב אין קינדער. דאך, בלייבט איר מיט זיין חסידישן לבוש (וואס זענען א שמירה אויף תאות... What the בעילה) און דאס אלץ צוליב איין מטרה: צו האלטן די משפחה (וואס ער פאפט זיי אויס).
נו, איז שקר א מהלך? ווער יא אויב נישט די אידן שרייען אז גייען אויסדרוקליך מיטן אמת? איך פערזענליך שעהם זיך אז מיין ווייב ווייסט נישט מיין ניק דא אין קאווע שטיבל, איך שפיר ווי איך פאפ איר אויס. לעבן double איז א געפערליכע נידריגקייט.

נאך איין זאך וואס פעלט אויס צו פארשטיין.
OTD איז נישט קיין זאך וואס "מ'גייט" rather "ס'געשעהט".
קיינער שטייט נישט אויף אינדערפרי, און מאכט אן החלטה: די סיסטעם און די היינטיגע אידיש לעבן זענען נישט פאר מיר, ע"כ לאז איך איבער מיין תפילין, שטריימל-בעקיטשע, און קינדער, און איך בין מצער מיינע עלטערן און די גאנצע משפחה וכו'. נאר וואס דען, פון אזוי פיל אנגעווייטאגטקייט, אדער אויפגעקלערטקייט טרעפט ער זיך OTD, ס'געשעהט פשוט. פאר א משל, נעמט any מנהג טוב וואס איר האט אפגעלאזט במשך הזמן. האט איר דאס געטוהן בשאט נפש אדער ס'איז אזוי געווארן?

לעיקוואד » פרייטאג יולי 5, 2013 9:00 am

· #130999
אנטשולדיגס פאר די וואס ווארטען אויף זאראטוסטרא..

שלום דין ברענגט דאך ארויס אזא פשוטער און קלארער זאך ,אז מטראכט וועגן דעם קוקט מען אין שפיגל און מוואונדערט זיך אויף די פילע דעות וואס מזאגט אויף אנדערע מענטשען, און ווי נאריש עס סאונדט די אייגענע ווערטער, ווען מאיז מצליח א משהו ארויסצוגיין פון די אייגענע באקס און זעהן א זאך פון נאך אנדערע שטאנדפונקטען.

דער סאטמערער יוד איז דאך ממש זיכער אז ווען שלום וואלט געווען א סאטמערער וואלט ער געבליבען פרום, וואס הייסט, די סקווערע פאנאטען, וואס גיין מיט שטיוול און עסן צוויבל קיגל, נו אוודאי איז עם נישט געווען גוט דארט, אונז אין סאטמער זענען דאך נארמאלע מענטשען, מיר גיין ווייסע זאקן מיט רעזשוואלקעס,* ביי אונז איז דאך אלץ פשוט נארמאל על אדני ההגיון והיושר.. פונקט ווי דער קריסטליכער גוי פארשטייט פשוט, נו אוודאי האסטו נישט ליב יידושקייט, זיי האבען דאך פארדרייט די רעליגיע, ער פארשטייט פשוט נישט פארוואס אינטרעסירט איר זיך נישט אין די מער גלייכע רעליגיע פון דזשיסעס קרייסט.

יעדער איינער איז דאך אזוי איינגערעדט און פארכאפט אין זיינע דל'ת אמות, אז עס פאלט עם ניטאמאל ביי אז פון א נייטראלער, אדער אפילו א משהו אנדערע, קוק, רעדט ער פשוט נארישקייטן ווי א קליין קינד. ווי יענער ננח אין מירון וואס האט נישט געוואלט איבערנעמן די קיוסק פון זיין שכן דער משיחיסט, ער טענה'ט מוועט עם אנקוקען פאר א משועגענר..

עצה טובה קא משמע לן, פאר מזאגט עצות און דעת פאר יענער, "ווען דו וואלסט געוואוסט אז ביי מיר איז בכלל נישט קיין פראבלעם אז משה רבינו האט מעתיק געווען פון חמורבי" (יא שור, פאר דיינע קינדער פארציילסטו אויך אזוי? דו מוריש שקר לבניך וואס דו ביסט.) "ווען דו וואלסט געוואוסט אז ביי מיר אין שטוב מעג מען גוין רויטע פאנטאפל" (יא שור, אוינטער פיר שלעסער און אן אז א שום בריה זאל וויסען דערפון) "אז ביי אונז אין קאווע שטיבל מעג מען רעדן אלעס גראד און אפען און מאיז מקבל יעדען איינעם" (כל זמן וואס ער רעדט נישט גארנישט וואס איך האב נישט ליב, און דווקא אינטער ניקים וניקי ניקים) "אז ביי אונז מעג מען יא לערנען אין קאלעדזש", "פארוואס דארפסטו ווערן א גוי, קענסט דאך זיין מאדערן ארטאדאקס" (און פאר די די קינדער מיינע אין חדר בין איך מסביר אז מאדערנער יודען זענען ערגער פון גוים, מיט א ווערטל פון ר' שלום שוודרון) וואלסטו נישט אפגעפארען. זאל מען טראכטען א רגע וויאזוי עס וואלט זיך געהערט ווען איר הערט די סארט טענה אויף א רעליגיע/שיטה/סעקטע, וואס איר האלט נישט פונקט אז דאס איז ריכטיג. ווען מטוט דאס א רגע, הייבען אן די אלע ווערטער זיך הערן אזוי נאריש און בלידנ צו זיך, ווי דער קעמל וואס זעהט נישט זיין אייגענעם הויקער, אז משעמט זיך פשוט פון זיך אליינס.

*ערגעץ אין שטיבל איז געווען אמאל א טיפע שמועס צווישען [נאמען פארמעקט] מיט אנדערע איבער די מורא'דיגע נארמאלקייט און שיינקייט פון ווייסע זאקן לכבוד שבת vs די עקלדיקייט פון שטיוול.

מאראנצןזאפט » פרייטאג יולי 5, 2013 9:38 am

· #131001
טו טו טורורוטו דער רבי איז שוין דא טוטו דער רבי איז שוין דא.
קודם כל א ישר כוח פאר ר' שלום ארי' פאר'ן נישט פארן אין די קאנטרי.
לעיקוואד, האסט געזען וואס מאטי שרייבט, ער זאגט דאך גוט, ר' שלום ארי' רעדט פון זיינע ד' אמות אין פאל פון אטעאזים, אבער ס'דאך דא גענוג און נאך וואס האבן אנדערע געזעלשאפטליכע סיבות שונות, דאן וואלט אברמ'ל געהאט א גערעכטער ארגומענט: איר מוזט עס נישט טון אויף א שטייגער ווי וויליצדיקת, איר קענט דאך פונקט אזוי נעמען א ריכטונג ווי מרת האש!

דעת תורה » פרייטאג יולי 5, 2013 9:50 am

· #131002
@לעיקוואד אויב האסטו מיר געמיינט מיט חמורבי, איז קודם עפרא לפומיך אדער יוצק זהב רותח לתוך פיך פארן שרייבן אז "משה רבינו האט מעתיק געווען פון חמורבי", און דערצו נאך עס אריין לייגן אין מיינע ווערטער. דאס איז דאך אקוראט וואס די כופרים טענה'ן, אין תורה מן השמים. (פארשטייט זיך אז דאס איז נאר בהנחה אז ס'איז בכלל געווען א משה רבינו, אבער אויב האט עזרא הסופר אויסגעטראכט די גאנצע תורה עפ"ל איז בכלל א צ"ע פארוואס דוקא חמורבי...).

איך האב גערעדט בסך הכל פון דאס וואס שטייט אומצאליגע מאל אין די ראשונים אז די דיני התורה וואס דער הייליגער באשעפער האט געגעבן פאר כלל ישראל דורך משה רבינו, און קיין איין ווארט האט משה רבינו נישט אריין געלייגט דארט מדעת עצמו נאר אלעס איז מפי ממ"ה הקב"ה, דאך זענען נישט די דיני התורה געווען עפעס אוט אוו דיס ווארלד שלא מעלמא הדין, נאר מותאם און צוגעפאסט צו די דעמאלסדיגע קולטורן.

א גרויס טייל פון זיי קומען להדיא שולל זיין לאפוקי פון די גוים בימים ההם, און עס שטייט אפילו ארויס אין פסוק, אנדערע קען מען עס זען טאקע ווען מען קאמפעירט מיט חמורבי למשל לא תסגיר עבד אל אדוניו, און אנדערע זאכן - ווי קרבנות לויט טייל ראשונים - איז געגעבן געווארן סתם ווייל דער עולם איז אזוי געווען געוואוינט דערצו, און זיי וואלטן נישט געקענט אנע דעם, זיי וואלטן געזאגט א גאט וואס מען איז נישט מקריב קיין קרבנות איז קיין גאט נישט און זיי וואלטן צוריקגעגאנגען צו ע"ז.

פארשטייט זיך אז וויבאלד למעשה איז די תורה געגעבן געווארן אין יענעם מצב, און אין נביא רשאי לחדש דבר מעתה, מוז מען אויף יעדן פאל זיך האלטן צו די דיני התורה.

א עווערעזש סקווערע קאפ - אדער סאטמארע, פאר דעט מעטטער - קען אבער זיך נישט ברענגען אנצוקוקן די דיני התורה מיט אזא דאון טו ערטה בליק ווי די ראשונים האבן געקוקט, אין מאור עינים שטייט נישט אזאלכע געדאנקען, (פארשטייט זיך עס איז בכלל קיין סתירה נישט, די קדושה נשגבה אין יעדעס ווארט פונעם היילעגן בורא און די אלע אפענע און באהאלטענע טעמים כמבואר בכל מקום אז כולהו איתנייהו בהו, און נאך מער דוקא על פי קבלה וחסידות ווייסט מען דאך אז די תורה איז געגעבן געווארן צירופי אותיות וואס האבן זיך אויסגעפארעמט לויטן מציאות זעט מען דאך ממש די בחינה).

אבער פון איינער וואס דערשלאגט זיך צו ווערן אן אטעיאיסט, איז יא ערווארטעט ער זאל קענען אביסל מער ווי סתם וואס מען לערנט אים אויס אין חדר.

און די אמת'ע כוונה פון די אלע נקודות וואס מען ברענגט אויף, איז ווייל ווי די אלע זאגן עס קלאר, ווען זיי זאלן סתם אזוי זיך אראפזעצן פילאזאפירן אפשר אפילו לערנען מורה נבוכים וואלטן זיי גאנץ מעגליך קיין כופרים נישט געווארן, דער עיקר גורם וואס ארבעט אויף זיי איז די פלוצלינגדיגע קאנפראנטאציע מיט פאקטן וואס זענען אומאפפרעגבאר לכאורה, און זיי זענען ממש א קאנטרעדיקציע צו אלעס וואס זיי האבן מקבל געווען ביז היינט. אט דער פלוצלינגדיגער שאק איז גורם א שטארקע קייט רעאקציע וואס ברענגט דעם מענטש צו א מסקנא אז שקר נחלו לנו אבותינו, און איינמאל די קביעה האט זיך אים אריין געזעצט אין מוח, וועט ער שוין זיך נישט באגנוגענען מיט קיין "תירוצים" אויף קשיות, ער וועט דארפן "פירכות" אויף זיינע קשיות, ווילאנג זיין קשיא האט א מקום וועט ער ליבערשט אננעמען דאס ווי דער תירוץ. ער וועט זיך פילן ווי א נאר צו אננעמען תירוצים און גלייבן דערין.

אלזא ווען דער שאק זאל נישט זיין אזוי גרויס אין פירסט פלעיס, וואלט עס קיינמאל נישט געקומען דערצו.

הוגה » פרייטאג יולי 5, 2013 10:14 am

· #131007
דעת תורה, א תשובה פאר דיין לעצטע תגובה קענסטו טרעפן אין די צווייטע העלפט פון קאווע טרינקער'ס תגובה דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/130996">viewtopic.php?p=130996#p130996</a><!-- l -->

און אויך אין מיין תגובה דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/131005">viewtopic.php?p=131005#p131005</a><!-- l -->

מאטי » פרייטאג יולי 5, 2013 10:24 am

· #131010
@דעת תורה דו האלטסט שוין אסאך ווייטער ווי דער מציאות, לניח אז ס׳איז דא טיפע טראכטער און דענקער אין דער או טי די קאמיוניטי וואס האבן א פראבלעם מיט חמורבי אדער עוועלאציע וואלט איך זיי נאכגעגעבן אן דזשאזשמענט. און לעיקוואד איך גיב דיר גערעכט מיט דעם. אבער אזוי ווי דו טראכטסט דאך אויך אין דיין ד׳ אמות קוקטסט דו אן אלע otd וויאזוי דו וואלטסט אויסגעקוקט אלס אזא איינער. אבער @לעיקוואד ווילסט מיר איינרעדן אז אלע אלע האלטן און די מדרגה? ס׳קען נישט זיין! אזויווי ס׳אידישט זיך אזוי גויאישט זיך און א גרויסע פראצענט מענטשן האבן פאר די אויגן גאר אנדערע דאגות ווי דאס אטענטישקייט פון תורת משה אדער די לענג פונעם וויידל פון ושתי. נאר לאקאלע און דאמעסטישע פראבלעמען.

לעיקוואד » פרייטאג יולי 5, 2013 10:32 am

· #131012
מוטי, האב איך שוין געענפערט אויף דעם ערגעץ אנדערש, ילנקקו המלנקקים.

בן תמליון » פרייטאג יולי 5, 2013 10:47 am

· #131014
עס טוט זיך דא לדעתי א געמישעכטס פון עפלעך און אראנדזשן, פון טענו ליה בחיטין והודו לו בזכר קדשו. עס איז דא בדרך כלל צוויי הויפט סיבות וואס וועט אראפטרייבן א איינעם פון וועג, איינס איז די רעסטריקציעס אינעם חרדישן לעבנס שטייגער, די וואס בדחן רופט בעלי תאוה, ער וויל קענען מזנה זיין און מאכן א לעבן אפן. איז אבער שלום גערעכט אז פאר איינעם מיט אביסל אחריות און שכל וועט ילבש שחורים ויעשה מה שלבו חפץ און מארגן אויסזאגן תהלים גאט וועט שמייכלען צו איהם און איבערמארגן וועט זיך דער שפיל איבערחזרן ביז ער'ט אויסוואקסן די תאוות און זיך מוחל זיין עבירות און ווערן א שיינער איד. בדרך כלל די וואס פארן אפ פשוט צו מאכן א לעבן האבן אדער געהאט שווערע יוגנטס אדער ליידן אויף פסיכילאגישע פראבלעמען עס איז שווער צו דן זיין זייעאע שריט פארוואס ער ווערט נישט סתם מאדערן וכדומה ווייל נישט גאט שטייט זיי אין וועג בכלל נאר אנדערע אישוס.

צווייטער סארט והוא העיקר זענען די וואס הערן אויף גלייבן צו ווייל זיי האבן געליינט צו פיל און דער אינטערנעט. אןיף זיי איז נישט קיין שום פראגע פארוואס ווערסטו נישט מאדערן ארטאדאקס, אז ער גלייבט נישט גייט ער אלל די וועי. די זענען בדרך כלל געווען די גוטע לערנערס אין ישיבה און זענען באזעסענע מענטשן. איז למעשה מעג מען זאגן הויך עס זענען דא בתוכנו וואס גלייבן נישט אבער לעבן א דאפלטן לעבן פאר זייערע קינדער און עלטערן און דאס @קאווע טרינקער איז א מוראדיקן גבורת הנפש צו לעבן א גיהנם יום ויום פאר אנדערע. דאס איז דער עפיטאם פון זיך מקריב זיין פאר די משפחה. די וואס לאזן איבער זייערע באליבטע ווייל זיי קענען מער נישט דערטראגן די דאבל לייף, חאטש עס איז שווער צו דן זיין ווייזט עס אויף שוואכע כוחות הנפש און סעלפישנעס צו לייגן זיך פאר די קינדערלאך און עלטערן.

דער נושא איז נישט אזוי פשוט @שלום דין איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן אייער מיינונג.

לעיקוואד » פרייטאג יולי 5, 2013 10:58 am

· #131015
@דעת תורה איז וויל איך קלאר מאכען, דו ביסט מודה אז שלום דין'ס, און רוב סאטמערע/סקווערע עלטערן זענען מוריש שקר לבניהם? איז וואס ווילסטו פון ר' שלומ'ן? ער האט דאס איינגעזעהן און האט געטוהן וואס איז ריכטיג. סך הכל זאגסטו אז ס'דא אן אנדערע גירסא פון יידישקייט ערגעץ פון די 'ראשונים' וואס איז נישט שקר, נו, ער קען דאך נישט און האט קיינמאל געהערט דערפון. און אגב, איך האב אויך נישט געהערט דערפון. ווען דו שטעלסט אויף קהילת דעת תורה ווי מגייט מחנך זיין מיט די רמב"ם און די ראשונים וכו', לאז וויסען. דערווייל איז דאס נישטא, און זיכער נישט אין אינזערע גלילות.

דעת תורה » פרייטאג יולי 5, 2013 11:16 am

· #131018
ס'איז נישט א אנדערע גירסא, עס איז א אנדערע ענגל, וואס איינס איז נישט קיין סתירה מיט די אנדערע, כמבואר בדברי. א געווענליך עווערעזש קינד וועט דערצו נישט אנקומען, אבער עס שטייט. און מילא דאס איז נישט אז מ'איז מוריש שקר.

ומודינא לך בהא, איך האב עס שוין געשריבן אין אנדערע אשכולות, אין א וועלט וואס אלע פאקטן זענען בלויז א קליק אוועק, ברויך אונזער קוריקאלאם א היפשן טאטש אפ. עס איז גענוג שווער און הייקל די עצם אמונה, מען דארף אסאך מתפלל זין "שתקבע אמונתך בלבנו כיתד שלא תמוט", און כל שכן אזאלכע זאכן וואס פעלן בכלל נישט אויס, סתם ווייל דער מלמד ווייסט אליין נישט דערפון.

לעיקוואד » פרייטאג יולי 5, 2013 11:21 am

· #131019
ניין, עס איז א קלארע סתירה.
סתם א קליינער משל, איינער פון די יסודות הדת ביי נארמאלע יודען איז השגחה פרטית, שכר ועונש, וכו'. אליבא דהרמב"ם איז דאס אלעס נישט ריכטיג, דער אייבישטער איז נישט משגיח בפרטיות אויף מענטשען און ער גיט נישט קיין שכר ועונש פאר דער וואס טוט נישט געוויסע זאכן. שוין איינמאל א סתירה. לויט עדער וועג איז די צוויטער וועג שקר.
דער רבי אין דיין חדר לערנט אויס אז ושתי האט טאקע געהאט א וויידל, לויט די ראשונים איז דאס סתם א משל צו וואס, איז ווייטער א סתירה.
וכו' וכו' וכו'.

עניוועיס, קודם טאטש אפ דיין חינוך, און לאמיר זעהן וויאזוי עס וועט אויסזעהן, נאכדעם קום מיט טענות צו אנדערע.

בעריש » פרייטאג יולי 5, 2013 11:43 am

· #131024
אינטערסאנט די OTD ציילט זיך נישט דערווייל ב"ה און אזאנע גרויסע ציפערן אז אויב עימיצער קומט דא זאגן אז רוב זענען בעלי תאוה לאזט זיך עס דיבעיטן צי ער בעיסט דאס אויף הארטע פאקטן אדער ווישפול טהינקונג
אני כשלעצמי לדוגמה קען ב"ה פון דערנאנט נישט קיין סך פון דיע נאר ליידער איינער פון די חברה. בעפאר יענער האט איבערגעלאזט דאס עסק איז ער געווען קאונסלינג ביי היבש קליגע אוט אוו די באקס טהינקערס (נישט סאטמארע/סקווירא, שטיוול/ווייסע זאקן) אלע האבן געטענה'ט אז נישט די עיטיעזום טרייבט אים נאר סאיז דא אן אנדערליינונג סיבה למורת רוח און צי די ביטערע פראטעסן פון חתן דינן
וואס עס שטעלט זיך ארויס זינט יענער איז נתפקר געווארן לעבט ער אזא חי הפקר וואס דערציילט אונז אז די וואס האבן פראבירט ארבייטן מיט אים זענען ביטער גערעכט געווען.


ווידער לגבי די חרדים רעדט מען דאך דא אן ערך פון 750000 ראשי משפחה דא און די טריי סטעיט עיריע, דארט האט דער עיטעסט יא סטאדיס אז פראפארשענל זענען זיי אסאך מער און אטלאנדיק סיטי ראקעוועי זונות וכו'
זייער שווער צי זאגן אז ער האט גענומען א סוירוועי אדער פראפעשענעל סטאדי דערויף
דערנאך וואס א פראצענט רעדט מען דען דא אז די ווילסט ארויף שמירן א נאסן ליילעך אויפן אלגעמיינעם ציבור? 5 פראצענט אדער אפילו 10 פראתענט אפשר גאר 15 פראצענט? בלייבט דאך נאך אלץ ווייטער אז די אווערוועלמינג מעדזשאריטי וואס די תורה האט יא קאנטראל אויף זייער פערזעליכע נייגונגען
דאס מערסטע ווי ס'שטארט ארויס דאס בייעס (אפענע מוח/אוט אוו די באקס) איז דאס קלעימען די געפערליכע זנות וואס טיט זיך אפ צווישען היימישען עולם עימי בבית שוין אפגערעד פון די קאנטרי.
אינטערסאנט איך ווייס אז זייער אסאך האבן אן אומבאקוועליכקייט זיך ארויסציכאפן א ליל טבילה און קאנטרי מכוח די טשאלענט טאפ דארט ווי די יענטעס לעבן אינאיינעם זיצן אפ אויפן גאס ביזן אינמיטן די נאכט אריין און ווייסען יעדען מאוו וואס טיט זיך ביי יענעם און פונקט דארט הפלא ופלא איז די זנות ארויס פון אלע פראפארציעס
צי זאגן בלאנט דאס איז אן עלילה פון דעם נואף נ"ר וואס אינזער שלום דין האט אפגעקויפט פאר גיט געלט. אבער ווען בדחן אדער כיוצא לעוועלד געוויסע אקיזעשענס איז ער א פלעט העד איגנארענט האסיד
וואס קען מען מער זאגן??

דעת תורה » פרייטאג יולי 5, 2013 12:04 pm

· #131028
לעיקוואד
ניין, עס איז א קלארע סתירה.
סתם א קליינער משל, איינער פון די יסודות הדת ביי נארמאלע יודען איז השגחה פרטית, שכר ועונש, וכו'. אליבא דהרמב"ם איז דאס אלעס נישט ריכטיג, דער אייבישטער איז נישט משגיח בפרטיות אויף מענטשען און ער גיט נישט קיין שכר ועונש פאר דער וואס טוט נישט געוויסע זאכן. שוין איינמאל א סתירה. לויט עדער וועג איז די צוויטער וועג שקר.
דער רבי אין דיין חדר לערנט אויס אז ושתי האט טאקע געהאט א וויידל, לויט די ראשונים איז דאס סתם א משל צו וואס, איז ווייטער א סתירה.
וכו' וכו' וכו'.

עניוועיס, קודם טאטש אפ דיין חינוך, און לאמיר זעהן וויאזוי עס וועט אויסזעהן, נאכדעם קום מיט טענות צו אנדערע.


גיבסט א מיש אויס אפאר זאכן. השגחה פרטית איז טאקע א חידוש פון בעש"ט, עס איז שווער צו זען עס גיין אין ליין מיט עני ראשון. ס'איז דא א מאמר מקיף בנושא פון נחום גרינוואלד וואס איך האב נאך נישט אנגעיאגט דורך צו ליינען.

שכר ועונש, ווייסעך נישט וואס דו רעדסט, דער רמב"ם האט דאך מסדר געווען די אני מאמין'ס - גומל טוב לשומרי מצוותיו ומעניש לעוברי מצוותיו. מסתמא מיינסטו דאס וויאס ער איז מסביר אז די עונש פאר די נשמות איז א עונש רוחני, נישט ממש שמייסן מיט א ברענעדיגע בייטש. נו פיין, דאס איז א ערוואקסענע הבנה וואס - צומאל עלטערע, גאר אלטע - קינדער קומען נישט אן דערצו, אבער דאס איז אויף קיין פאל נישט קיין סתירה מיט שכר ועונש.

לגבי ושתי'ס וויידל, ווילאנג די ארכעאלאגן קומען נישט אויף מיט פאקטישע באווייז אז זי האט נישט געהאט קיין וויידל, פעלט נישט אויס עס צו טוישן. איך בין נישט קיין שונא פאר נסים אדער אבער-נאטור. עס שטערט מיר בכלל נישט מיין סדר היום אויב דער אייבישטער טוט א נס למעלה מדרך הטבע.

הוגה » פרייטאג יולי 5, 2013 12:06 pm

· #131029
הוגה
דעת תורה, א תשובה פאר דיין לעצטע תגובה קענסטו טרעפן אין די צווייטע העלפט פון קאווע טרינקער'ס תגובה דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/130996">viewtopic.php?p=130996#p130996</a><!-- l -->

און אויך אין מיין תגובה דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/131005">viewtopic.php?p=131005#p131005</a><!-- l -->


איך וויל מסביר זיין וואס פונקטלעך איך האב געמיינט, כאטש א טייל איז שוין מעגליך נישט רעלעוואנט נאך די לעצטע פאר תגובות.

דעת תורה
און די אמת'ע כוונה פון די אלע נקודות וואס מען ברענגט אויף, איז ווייל ווי די אלע זאגן עס קלאר, ווען זיי זאלן סתם אזוי זיך אראפזעצן פילאזאפירן אפשר אפילו לערנען מורה נבוכים וואלטן זיי גאנץ מעגליך קיין כופרים נישט געווארן, דער עיקר גורם וואס ארבעט אויף זיי איז די פלוצלינגדיגע קאנפראנטאציע מיט פאקטן וואס זענען אומאפפרעגבאר לכאורה, און זיי זענען ממש א קאנטרעדיקציע צו אלעס וואס זיי האבן מקבל געווען ביז היינט. אט דער פלוצלינגדיגער שאק איז גורם א שטארקע קייט רעאקציע וואס ברענגט דעם מענטש צו א מסקנא אז שקר נחלו לנו אבותינו, און איינמאל די קביעה האט זיך אים אריין געזעצט אין מוח, וועט ער שוין זיך נישט באגנוגענען מיט קיין "תירוצים" אויף קשיות, ער וועט דארפן "פירכות" אויף זיינע קשיות, ווילאנג זיין קשיא האט א מקום וועט ער ליבערשט אננעמען דאס ווי דער תירוץ.


אויף דעם ארויף האב איך צוגעצייכנט וואס קאווע טרינקער האט געזאגט:

קאווע טרינקער
OTD איז נישט קיין זאך וואס "מ'גייט" rather "ס'געשעהט". קיינער שטייט נישט אויף אינדערפרי, און מאכט אן החלטה: די סיסטעם און די היינטיגע אידיש לעבן זענען נישט פאר מיר, ע"כ לאז איך איבער מיין תפילין, שטריימל-בעקיטשע, און קינדער, און איך בין מצער מיינע עלטערן און די גאנצע משפחה וכו'. נאר וואס דען, פון אזוי פיל אנגעווייטאגטקייט, אדער אויפגעקלערטקייט טרעפט ער זיך OTD, ס'געשעהט פשוט. פאר א משל, נעמט any מנהג טוב וואס איר האט אפגעלאזט במשך הזמן. האט איר דאס געטוהן בשאט נפש אדער ס'איז אזוי געווארן?


דערנאך שרייבסטו:

דעת תורה
ווען דער שאק זאל נישט זיין אזוי גרויס אין פירסט פלעיס, וואלט עס קיינמאל נישט געקומען דערצו.


אויף דעם ארויף האב איך צוגעצייכנט די תגובה וואו איך שרייב אז די פראבלעם איז די חינוך סיסטעם. עיי"ש באריכות.

איך האף אז יעצט איז עס מער פארשטענדליך.

לעיקוואד » פרייטאג יולי 5, 2013 12:39 pm

· #131037
דעת תורה
בראש אפ אויף דיין מורה נבוכים פליז, און שפעטער קום רעדן וועגן וואס שטייט דארט און ווי עס שטימט פונקט מיט וואס מלערנט אין סקווערע חדר.

יידל » פרייטאג יולי 5, 2013 4:52 pm

· #131081
דעת תורה

שכר ועונש, ווייסעך נישט וואס דו רעדסט, דער רמב"ם האט דאך מסדר געווען די אני מאמין'ס - גומל טוב לשומרי מצוותיו ומעניש לעוברי מצוותיו. מסתמא מיינסטו דאס וויאס ער איז מסביר אז די עונש פאר די נשמות איז א עונש רוחני, נישט ממש שמייסן מיט א ברענעדיגע בייטש. נו פיין, דאס איז א ערוואקסענע הבנה וואס - צומאל עלטערע, גאר אלטע - קינדער קומען נישט אן דערצו, אבער דאס איז אויף קיין פאל נישט קיין סתירה מיט שכר ועונש.

לגבי ושתי'ס וויידל, ווילאנג די ארכעאלאגן קומען נישט אויף מיט פאקטישע באווייז אז זי האט נישט געהאט קיין וויידל, פעלט נישט אויס עס צו טוישן. איך בין נישט קיין שונא פאר נסים אדער אבער-נאטור. עס שטערט מיר בכלל נישט מיין סדר היום אויב דער אייבישטער טוט א נס למעלה מדרך הטבע.

ר' דעת תורה, דער רמב"ם האט קלאר נישט געהאלטן פון שכר ועונש אלץ רוחניים עיין בענין זה במורה ח"ג כז און נד. זע אויך מנחם קעלנער'ס אפפענדיקס איבער שכר ועונש אין זיין בוך "Must a Jew Believe Anything?".

לגבי ושתי'ס וויידל - אליבא דהרמב"ם איז אלעס וואס איז אבערנאטורליך א חסרון אין די בריאה, און עס איז ענדערש זאגן אז עס איז א משל וכדו' ווי זאגן אז די דער אויבערשטער האט געטון זאכן למעלה בדרך הטבע, כמבואר כמ"פ בכתבי הרמב"ם ושאר ראשונים, און ווי מ'האט שוין איבערגעקייט דא אין שטיבל צענדליגע מאל.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 5, 2013 5:59 pm

· #131092
הערה צו דעת תורה
איך האב געהאלטן אינמיטן שרייבן א תגובה צו לעיקוואוד ווען כ'האב באמערקט דיין ענטפער וועלכער איז ממש ווארט ביי ווארט וואס איך האב געוואלט זאגן. איך בין מסכים מיט אללעס. נאר איין פאוינט האב איך געוואלט ארויסברענגען. אז דער וועלכער גלייבט נישט אז ושתי האט באקומען א וויידל (אלס אן עונש) איז נאכנישט קיין אפיקורס. ווייל דאס איז נאר איין מיינונג. אבער ווען מ'גלייבט אז משה רבינו האט געגנב'ט א סאך פון די מצוות התורה פון האמוראבי, אדער אז וואס די חז"ל פארציילן אונז איבער מגילת אסתר איז היסטאריש נישט אמת, דער איז אן אפיקורס.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 5, 2013 6:05 pm

· #131093
לעיקוואד
דעת תורה
בראש אפ אויף דיין מורה נבוכים פליז, און שפעטער קום רעדן וועגן וואס שטייט דארט און ווי עס שטימט פונקט מיט וואס מלערנט אין סקווערע חדר.

דיסקלעימער: וואס איך גיי יעצט זאגן איז נאר אין א הומאריסטישן טאן. ס'קען נישט זיין אז וואס מ'לערנט אין סקווערע חדר שטימט מיט'ן מורה נבוכים, ווייל צו לערנען מורה נבוכים להרמב"ם מוז מען האבן שכל.... 😮

diff » מוצ"ש יולי 6, 2013 11:59 pm

· #131133
@לעיקוואד wrote בראש אפ אויף דיין מורה נבוכים פליז,
Please bring location or text when you quote
Moreh is made for nebochim and surely not before you finish the yad

יואליש » זונטאג יולי 7, 2013 1:22 am

· #131142
@בעריש כ'האב שוין אמאל געשריבן אז אין איסלאם זאגט מען אויף יעדן אז די סיבה פארוואס זיי ווילן איבערלאזן די רעליגיע איז לשם תאווה, זיי ווילן נישט פאסטן ראמאדאן. און טאקע אלע עקס-מוסלימס פאסטן נישט ראמאדאן, איז הוברר הדבר למפרע אז דאס איז געווען די סיבה.

די לאגיק איז מרפסין איגרא, פארשטייט זיך.

דאס ווארט "חי הפקר" איז אומקלאר און מסתם זייער סוביעקטיוו. איז דאס רעטאריש גערעדט ווי ס'איז די סדר פון, לאמיר זאגן, א געוועזענע שכן וואס אבסעסירט אויף פאנטאזיע געמישט מיט קלאנגן און פארטייטשט עס דערנאך פון א חרידישע פערספעקטיוו? איז דער חתן דנן אנגעבליך טועם הלחם אשר הוא אוכל אן א שבע ברכות, אדער זאגאר האלט זיך נישט צוריק פון פת עכו"ם? וויאזוי איז דאס א ראי' אז דאס איז די סאמע סיבה און נישט א נאטורליכע ביי-פראדוקט פון זיין נייע לעבן?

איז ער געווארן אן אלקאהאליק, א דראג עדיקט, א געמבלער? ווי איז שייך צו זאגן אז דאס איז געוען סוף מעשה במחשבה תחילה. אויב איז ער נישט געווען איינס בעפאר, ווי איז שייך צו זאגן ער האט פלאנירט צו ווערן אן עדיקט?


וואס נאך קען ווען מיינען "חי הפקר"? שטימט ער פאר קאנדידאטן וועלכע שטיצן חוקי תועבה? דאס פארציילט שוין עפעס. 😉

לאדיך אפ » זונטאג יולי 7, 2013 1:28 am

· #131143
diff
@Lakewood wrote בראש אפ אויף דיין מורה נבוכים פליז,
Please bring location or text when you quote
Moreh is made for nebochim and surely not before you finish the yad

די רמב"ם האט אבוויסלי נישט געהאלטן אזויווי דיר, אזויווי ער שרייבט אין די הקדמה צום מורה.

diff » זונטאג יולי 7, 2013 8:25 am

· #131171
This is a different topic. But I don't have to learn it just because somebody comes and fardreis it. He claims he is brushed up. Why doesn't he show it me black and white haroitse leshaker..

לעיקוואד » זונטאג יולי 7, 2013 12:14 pm

· #131185
diff
please see more perek 1-end.

בדחן » זונטאג יולי 7, 2013 12:21 pm

· #131187
דעת תורה
אבער פון איינער וואס דערשלאגט זיך צו ווערן אן אטעיאיסט, איז יא ערווארטעט ער זאל קענען אביסל מער ווי סתם וואס מען לערנט אים אויס אין חדר.

און די אמת'ע כוונה פון די אלע נקודות וואס מען ברענגט אויף, איז ווייל ווי די אלע זאגן עס קלאר, ווען זיי זאלן סתם אזוי זיך אראפזעצן פילאזאפירן אפשר אפילו לערנען מורה נבוכים וואלטן זיי גאנץ מעגליך קיין כופרים נישט געווארן, דער עיקר גורם וואס ארבעט אויף זיי איז די פלוצלינגדיגע קאנפראנטאציע מיט פאקטן וואס זענען אומאפפרעגבאר לכאורה, און זיי זענען ממש א קאנטרעדיקציע צו אלעס וואס זיי האבן מקבל געווען ביז היינט. אט דער פלוצלינגדיגער שאק איז גורם א שטארקע קייט רעאקציע וואס ברענגט דעם מענטש צו א מסקנא אז שקר נחלו לנו אבותינו, און איינמאל די קביעה האט זיך אים אריין געזעצט אין מוח, וועט ער שוין זיך נישט באגנוגענען מיט קיין "תירוצים" אויף קשיות, ער וועט דארפן "פירכות" אויף זיינע קשיות, ווילאנג זיין קשיא האט א מקום וועט ער ליבערשט אננעמען דאס ווי דער תירוץ. ער וועט זיך פילן ווי א נאר צו אננעמען תירוצים און גלייבן דערין.

אלזא ווען דער שאק זאל נישט זיין אזוי גרויס אין פירסט פלעיס, וואלט עס קיינמאל נישט געקומען דערצו.


וופיל ODT קענסטע וואס האבן אנגעהויבן מיט זייער מהלך צוליב קשיות און סתירות וואס זיי האבן געהאט?
עס איז דא {ליידער} זייער אסאך otd און עס איז דא זייער ווייניג וואס ווייסען ווי אזוי צו פרעגן אדער אויף וואס צו פרעגן,
עס איז היינט און סטייל צו זאגען אז מען איז א כופר אנשטאט זאגען אז מען איז א בעל תאווה,

קאווע טרינקער
אויב ס'שייך צו מאכן א קורצע sub total פאר מ'גייט ווייטער: בדחן האלט אז double life איז א גבורה!

דו ווייסט אז איך האב דאס נישט געשריבען, און דו האסט זייער גוט פארשטאנען מיין כוונה מיט מיין שרייבען לגבי דער חסיד וואס זינדיגט, אז בסך הכל איז ער א דורוכפאל מיט זיין נסיון אבער ער קלאמערט און ער וויל בלייבען א איד, ער דינט ווייטער השי"ת, און ער קוקט ארויס אויפן טאג זיך צו קענענן מתגבר זיין אויפן נסיון, און אז ער רעכענט זיך מיט זיין ווייב און קינדער בפרט, און אנשיות בכלל, אנדערש ווי דער צווייטער וואס האט אוועק געווארפן זיינע קינדער, זיין גאט, זיין משפחה, זיין אנשוית, פאר די תאווה,

אויב פארדרייען מיינע ווערטער און עס מאכן פאר דיין שטרוי מאן האט דיר געמאכט פילען גוט, יהיה זה שכרי מיטען מחיה זיין א צווייטען איד.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 7, 2013 4:53 pm

· #131220
שלום דין
... נאר מסביר צו זיין פארוואס, אין אלגעמיין, די וואס פארן אפ מאכן נישט קיין סטאפ ביי די מאדערן ארטאדאקסישע, צו אפילו ביי די קאנסערוואטיווע אדער די רעפארמער, נאר גייען אזש ביז א פולשטענדיגן סעקולאריזם (אין וועלכע עס איז נכלל אטעיזם, אבער עס איז לאו דווקא). אויף דעם טענה איך אז דער OTD איז אזוי פאראיבלט אין יעדן מין גלויביגקייט, ער'ט זיך שוין אזויפיל אנגעהערט פון דעות טפלות פון חרד'ישע עקסטרעמיזם אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן. (איך מיין נישט אויף עיקרים, נאר אויף דאס געמישעכץ פון עיקרים און טפלים אז יעדער שטות ווערט א קוצו של יוד.) ער האט זיך אויסגעלערנט אז אחוץ דאס וואס זיין אייגן הארץ און מוח וועט דערגרונטעווען (לפי גודל שכלו הפרטי), איז אים גארנישט נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס אנדערע האלטן איבער גאט, די תורה, וכו'.


פארוואס, אויב אזוי, ווארפן רוב-רובם א"ג "או-טי-דיס" אוועק ממש אלעס, אריינגערעכנט די עיקרים? און אויב פירט אזא שריט צו אליין זיך גרונטעווען אין די אייביגע פראגעס וואס רעליגיע פרעטענדירט צו אדרעסירן, פארוואס ענדיגט קיינער פון זיי נישט ביי אן אנדערן צווייג פון אידישקייט -- אדער אפילו אן אנדערער רעליגיע? (איך פרעג אויפריכטיג, נישט רעטאריש.)

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 7, 2013 5:02 pm

· #131221
יואליש
איינער וואס גלייבט נישט אין תורה מן השמים קען נישט גלייבן אין א גאט? דאן פארוואס ברויך דער רמב"ם באזונדערע אני מאמין'ס פאר איטליכע?


טאקע דערפאר, ווייל אמונה אין א ג-ט בכלל איז נישט דווקא מחייב אלע עיקרים פון אידישקייט. דעם רמב"מ'ס אני מאמינס שטעלן אוועק די עיקרים פון יהדות, אין וועלכע אמונה בה' איז דער ערשטער און וויכטיגסטער.

יואליש
@בדחן כ'האב נארוואס געזעהן א שפאגל נייע קליפ אויף יוא טוב ווי א חסידישע איד מיט א ווייסע בארד פארציילט פאר א שכן זיין באהאלטענע לעבן אין די תאווה וועלט, נישט וויסענדיג אז ער ווערט אפגעפילמט. אינטערעסאנט איז אז אין קעגענזאץ צו בדחן'ס סייענטיפישע טאריע פון תאווה באהערשער ווס. נישט באהערשער, איז דער איד נישט אפגעפארן און בתוך עמו הוא יושבת און איז ממלא תאוותו. ולא זו, אין יעדע מיטעלע סייז בית מדרש קען מען טרעפן אין די "ברכת כהנים" זיצן געניג בעלי תאווה אויף צו מאכן אן אלוהינו ביים בענטשן. אינטערעסאנט אז זייער זיך נישט קענען באהערשן האט זיי נישט באוואויגן אויסצוטוהן דאס שטריימל און בעקישע.


😃

תאווה איז מסתמא נישט די איינציגע סיבה, ווי דו ווייזט אן. ס'איז אבער לכאורה א פאקטאר אין רוב פעלער. תאווה, אגב, איז נישט באגרעניצט צו איין ספעציפישן מין תאווה. אן אומווילן (אדער אוממעגליכקייט) צו בייגן אביסל די נטיות און טבעיות איז אויך א תאווה -- אין דעם זין אז ס'איז א מענטשליכע שוואכקייט וואס מען קען אפשר איבערקומען.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 7, 2013 5:25 pm

· #131224
@לעיקוואוד

ס'איז מיר א חידוש אז איינער ווי דו, וואס איז ווי עס שיינט אויסגעקאכט אין פילאסאפיע און יהדות ליטעראטור, זאל סטאק ווערן אויף א פאר הנחות ("אין אדם מוריש שקר לבניו") און הנחות קדומות וואס מענטשן האבן כלפי אונז און כלפי די וואס פארלאזן זייערע משפחות. אונזער לעבן באשטייט אין גרויסן חלק פון געוויסע קולטורעלע ווערטן, בנוסף צו אידישקייט. עס איז פאראן א מספר מצומצים פון פאקטארס און סיבות (פסיכאלאגישע און אומשטענדן) וואס טרייבט ביידע צדדים, בלייבערס און אנטלויפערס. די מענטשן און געשעענישן קענען אויסזען גאר אנדערש; אבער ביסודם זענען די סיבות זייער ענליך. די וואס נעמען דעם שריט פון איבערלאזן די משפחה און בייטן דעם לבוש (אלע אריינגעקוועטשט אינעם כל-הנערים OTD), טוען עס בדרך כלל צוליב איינער פון גאר ווייניג סיבות. רוב פון וואס מען שמועסט דא, לכאן ולכאן, איז בבחינת פריטשינג טו דהי קווייער -- יעדער צו זיין מוזיקאלישער גרופע. כמעט קיינער דערציילט נישט דעם אמת פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין משפחה, פונקט ווי כמעט קיינער וואס פארטיידיגט אונז, דעם עולם חרדים, זאגט נישט דעם אמת וואס ער האלט באמת איבער דעם סיסטעם. (די אנטלויפערס פעקעדזשן זייערע שריט אין כל'ערליי פענסי פילאסאפישע אדער פסיכאלאגישע פשט'לעך, בעת די בלייבערס קריכן צו עיקרים אין יהדות, רוב פון וועלכע שפילן נישט קיין גרויסע ראלע אינעם חרדישן לעבן, ווי יעדער ווייסט.)

berlbalaguleh » זונטאג יולי 7, 2013 10:26 pm

· #131272
פשוט-קאמפליצירט
שלום דין
... נאר מסביר צו זיין פארוואס, אין אלגעמיין, די וואס פארן אפ מאכן נישט קיין סטאפ ביי די מאדערן ארטאדאקסישע, צו אפילו ביי די קאנסערוואטיווע אדער די רעפארמער, נאר גייען אזש ביז א פולשטענדיגן סעקולאריזם (אין וועלכע עס איז נכלל אטעיזם, אבער עס איז לאו דווקא). אויף דעם טענה איך אז דער OTD איז אזוי פאראיבלט אין יעדן מין גלויביגקייט, ער'ט זיך שוין אזויפיל אנגעהערט פון דעות טפלות פון חרד'ישע עקסטרעמיזם אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן. (איך מיין נישט אויף עיקרים, נאר אויף דאס געמישעכץ פון עיקרים און טפלים אז יעדער שטות ווערט א קוצו של יוד.) ער האט זיך אויסגעלערנט אז אחוץ דאס וואס זיין אייגן הארץ און מוח וועט דערגרונטעווען (לפי גודל שכלו הפרטי), איז אים גארנישט נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס אנדערע האלטן איבער גאט, די תורה, וכו'.


פארוואס, אויב אזוי, ווארפן רוב-רובם א"ג "או-טי-דיס" אוועק ממש אלעס, אריינגערעכנט די עיקרים? און אויב פירט אזא שריט צו אליין זיך גרונטעווען אין די אייביגע פראגעס וואס רעליגיע פרעטענדירט צו אדרעסירן, פארוואס ענדיגט קיינער פון זיי נישט ביי אן אנדערן צווייג פון אידישקייט -- אדער אפילו אן אנדערער רעליגיע? (איך פרעג אויפריכטיג, נישט רעטאריש.)

דיין שאלה איז ביי דעפיניש'ן (על כרחך) א רעטארישע שאלה.ווייל אונז אלע (און זיי אויך) ווייסן דעם ענטפער. נעם ,לדוגמא שאולי גראססמאן, וואס חוץ די סאציאלע און משפחה פראבלעימען איז זייער פשוט פארוואס ר'איז געווארן או.טי.די. נאר ער איז עס מטעים (זיין נייעם דרך( מיט אפיקורסות אלס שיטה. דער ענטפער איז אזוי ווי איינער פון די צדיקים (כ'מיין דער מלבי"ם) האט אמאל געזאגט פאר א משכיל וואס ר'האט איהם געזאגט אז ער האט סאך קשיות אויף די אמונה. "דיינע קשיות זענען תירוצים" דו ווילסט זיין א שייגעץ זוכסטו תירוצים...

זר זהב » זונטאג יולי 7, 2013 10:29 pm

· #131275
"דיינע קשיות זענען תירוצים", און אויף א תירוץ איז נישטא קיין תירוץ

berlbalaguleh » זונטאג יולי 7, 2013 10:33 pm

· #131277
זר זהב
"דיינע קשיות זענען תירוצים", און אויף א תירוץ איז נישטא קיין תירוץ

און אויף א תירוץ קענמען נישט פרעיגן קיין קשיות...כצ"ל...

שלום דין » זונטאג יולי 7, 2013 10:37 pm

· #131282
פשוט-קאמפליצירט
פארוואס, אויב אזוי, ווארפן רוב-רובם א"ג "או-טי-דיס" אוועק ממש אלעס, אריינגערעכנט די עיקרים? און אויב פירט אזא שריט צו אליין זיך גרונטעווען אין די אייביגע פראגעס וואס רעליגיע פרעטענדירט צו אדרעסירן, פארוואס ענדיגט קיינער פון זיי נישט ביי אן אנדערן צווייג פון אידישקייט -- אדער אפילו אן אנדערער רעליגיע? (איך פרעג אויפריכטיג, נישט רעטאריש.)


גראדע האלט איך נישט אז רוב רובם או-טי-דיס ווארפן אוועק די עיקרים אינגאנצן. רוב רובם ווארפן אוועק שמירת המצוות, דאס יא, אבער אין עצם גלויבן איז דא א ברייטע ספעקטרום. ס'דא אטעיסטן (וואס פון זיי הערט מען די מערסטע) און ס'איז דא וואס בלייבן מיט עצם אמונה אין גאט, און צומאל אויך אין עפעס א שטיקל באגריף פון תורה מה"ש. דאס אלעס זאגט אבער גארנישט בנוגע זיך אנקניפן אין א ספעציפישן גלויבן. דער בחור אדער מיידל וואס האלט נאך אין א געוויסע זין פון די אידעע פון שמירת שבת אדער כשרות (לאמיר זאגן אויף א קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער אופן) האט נישט גענוג סיבה זיך אנצוקניפן אין דעם עצם קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער "ציבור." ס'איז אים נישט אינטערעסאנט זייערע ראבייס און זייערע טעמפלס. אויב וויל ער לייגן תפילין צו זאגן א תפילה, טוט ער עס ביי זיך אינדערהיים, ווייל דאס וואס איז אים פארבליבן איז נישט קיין ציבור'ישע אידישקייט נאר א פריוואטע רעליגיעזע געפיל. איז וואס'ט ער האבן פון גיין אין ערגעץ א טעמפל זיך הערן ווי א ראביי דרשנ'ט וועגן איזראעל און 'געי רייטס' און א חזנ'טע וואס קעקעצט מיט די עברי?

שלום דין » זונטאג יולי 7, 2013 10:47 pm

· #131286
ווען איך זאג זיי ווארפן אוועק שמירת המצוות, מיין איך בדרך כלל -- זיי ווארפן אוועק די חיוב דערפון, און די דקדוקים דערפון, וכו'. עס איז אבער גאנץ מצוי צווישן או-טי-דיס אזעלכע וואס האבן זייער אייגענעם באגריף פון כשרות, למשל. ער'ט עסן אן א הכשר, אבער נישט קיין פלייש. אדער וועט ער עסן פלייש, אבער נישט קיין חזיר. ער'ט נישט ארבייטן שבת, אבער דרייוון וועט ער יא, וכדו'.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 7, 2013 10:51 pm

· #131289
שלום דין
פשוט-קאמפליצירט
פארוואס, אויב אזוי, ווארפן רוב-רובם א"ג "או-טי-דיס" אוועק ממש אלעס, אריינגערעכנט די עיקרים? און אויב פירט אזא שריט צו אליין זיך גרונטעווען אין די אייביגע פראגעס וואס רעליגיע פרעטענדירט צו אדרעסירן, פארוואס ענדיגט קיינער פון זיי נישט ביי אן אנדערן צווייג פון אידישקייט -- אדער אפילו אן אנדערער רעליגיע? (איך פרעג אויפריכטיג, נישט רעטאריש.)


גראדע האלט איך נישט אז רוב רובם או-טי-דיס ווארפן אוועק די עיקרים אינגאנצן. רוב רובם ווארפן אוועק שמירת המצוות, דאס יא, אבער אין עצם גלויבן איז דא א ברייטע ספעקטרום. ס'דא אטעיסטן (וואס פון זיי הערט מען די מערסטע) און ס'איז דא וואס בלייבן מיט עצם אמונה אין גאט, און צומאל אויך אין עפעס א שטיקל באגריף פון תורה מה"ש. דאס אלעס זאגט אבער גארנישט בנוגע זיך אנקניפן אין א ספעציפישן גלויבן. דער בחור אדער מיידל וואס האלט נאך אין א געוויסע זין פון די אידעע פון שמירת שבת אדער כשרות (לאמיר זאגן אויף א קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער אופן) האט נישט גענוג סיבה זיך אנצוקניפן אין דעם עצם קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער "ציבור." ס'איז אים נישט אינטערעסאנט זייערע ראבייס און זייערע טעמפלס. אויב וויל ער לייגן תפילין צו זאגן א תפילה, טוט ער עס ביי זיך אינדערהיים, ווייל דאס וואס איז אים פארבליבן פון זיין אידישקייט איז נישט קיין ציבור'ישע אידישקייט נאר א פריוואטע רעליגיעזע געפיל. איז וואס'ט ער האבן פון גיין אין ערגעץ א טעמפל זיך הערן ווי א ראביי דרשנ'ט וועגן איזראעל און 'געי רייטס' און א חזנ'טע וואס קעקעצט מיט די עברי?

ס'הייסט לדעתך (אפילו אויב דו ביסט נישט דער עכטער "שלום דיען", וואס אזא חשד גאנב'עט צעך אריין בא מיר אין הארצן.) די או.טי.די'ס זענען פראקטישע מענטשן. נאר איך האלט אז אויב א מענטש איז געקומען צו די מסקנא אז תורה איז נישט מן השמים און אז משה רבינו האט געטראפן מאנוסקריפטן (אויף טאבלעטן אדער פאפירוס איז נישט קיין נפקא מינה.) פון האמוראבי און ר'האט עס נאכקאפירט און פארקויפט אלס תורת אמת. און אז חז"ל האבן אונז פארקויפט שקרים און באבע מעשיות, אזא מענטש דארף שוין נישט מקיים זיין קיין שום מצוות, ווייל ס'איז נאר כמעשה קוף בעלמא.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8