☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווען Off The Derech גייט Off Track

ווען Off The Derech גייט Off Track

357 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 2:34 pm

· #127775
ווען Off The Derech גייט Off Track
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
איך בין נישט קיין שופט; איך בין קיינעם נישט דן; צופיל פאקטן ווייסעך נישט; פסיכלאגיע האב איך נישט שטודירט, און איבער אלעם: קיינער האט מיר נישט געפרעגט.
אבער אז ס'טוט וויי, שריי(ב)ט מען.

היינטיגע צייטען פארעמען זיך גרופעס פאר יעדע מצב וואס א מענטש קען זיך נאר (אדער זאל זיך נישט) געפונען. ס'הייבט זיך אן מיט א meeting אין א שבע-ברכות-זאל ע"ד ותשועה ברוב יועץ, ביז מ'מאכט א logo און מ'פראוועט שבתונ'ס. ווען אט די מענשטען קומען זיך צוזאם, איז דא איין זאך וואס איז זיי מאחד. אלע פון זיי מוטשען זיך צו פרוכטבארן; אלע פון זיי האבן ליידער פארלוירען א קינד; אלע פון זיי האבן ליידער א געוויסע מחלה, וכדומה. אויסער די איין זאך וואס זיי זענען גלייך, זענען זיי אבער, און וועלן בלייבן, צוטיילט אין אלע אנדערע דברים העומדים על הפרק.
אויפן געדאנק קומט ארויף א תורה'לע אויף פרשת בשלח און יתרו. אויפן פסוק "והנה מצרים נוסע אחריהם", זאגט רש"י "בלב אחד כאיש אחד", צוליב דעם זאגט דער פסוק "נוסע" בלשון יחיד. אלע מצרים זענען געווען אין איין מיינונג אקעגן די אידן. אין פרשת יתרו אויפן פסוק "ויחן שם ישראל נגד ההר", זאגט רש"י "כאיש אחד בלב אחד", צוליב דעם זאגט דער פסוק "ויחן" בלשון יחיד, ווייל אלע אידן זענען געווען איינס. מ'קען אנמערקען אז אויף די מצריים לייגט רש"י אויס "בלב אחד" איידער "כאיש אחד". משא"כ ביי די אידן. האב איך געזעהן אין טללי אורות (הרב רובין ע"ה) בשם אנאנים (פארגעסען די מקור), אז אידן זענען בעצם "איש אחד" (פרעג מיך נישט וואס דאס מיינט), "לב אחד" איז פשוט א ממילא'דיגע תוצאה פון דעם. משא"כ די מצריים זענען בעצם צוטיילט (מעלמא דפירודא. לעיקוואד, איך זאג עס גוט?), ס'איז נאר די "לב אחד", די איין רצון, אנטקעגן אידן, וואס מאכט זיי כ"איש אחד".

צוריק צום ענין.
ס'איז געווארן אזא מנהג, אז מ'זעצט אראפ עטליכע OTD מיטגעלידער און זיי לאזען זיך וואויל גיין, זאגענדיג זייערע מיינונגען כחפץ לבם. פארשטייט זיך אז זיי פארפעלען נישט נעגעטיווע זאצן אויף דעם "סיסטעם", ווארום, אויב די סיסטעם איז האניג און צוקער, וועלען זיי מוזן ענטעפערן די שווערע שאלה "פארוואס האט איר געטוישט?". פארשטייט זיך אז ס'האט נישט קיין זינען זיך איינצוטענה'נען אויף יעדע פון זייערע טענות באזונדער. באופן כללי, די טענות שפייזען נישט גענוג אויף צו נישט גלייבן אין בורא עולם ותורתו.
די גוישע וועלט וועט אייביג זיין (און אוודאי אויסקוקען) בעסער און געשמאקער ווי די אידישע וועלט, ווי אפען און לינק מ'זאל נאר זיין. ס'איז אסאך מער גרינגער צו זיין א גוי, אוי ווי מ'האקט א לעבן (אויב איז מען נארמאל)! מ'איז מקיים שמח בחור בילדותך מיט אלע מפרשים. והראיה, לויט ווי כ'האב מברר געווען, זענען דא אפגעפארענע אפילו פון אזעלכע קרייזען ווי מ'צענזורט נישט קיין ביכער, שטודירען איז אנגענומען, ענגליש איז די מאמע שפראך, מ'שערט נישט די האר, און מ'date'ט א רויעך, מפלאנט די משפחה, מ'עסט כמעט אלעס, מ'טרינקט ממש אלעס, וכו'.

וואס מיר שטערט איז, אז בעצם יעדער אפגעפארענער האט זיך זיין פערזענדליכע פרשה. איינער איז נשפע געווארן פון א שלעכטע חבר, ביי איינעם האט די תאוה געברענט אזוי שטארק אז ס'האט זיך דערקייטעלט ביז מ'האט אים געמוזט ארויסווארפען פון שטוב וכו' וכו'. איינעם האט געפעלט ווארימקייט אינדערהיים. א צווייטער האט שלעכט חתונה געהאט, א דריטער האט מען גע'רודפ'ט פאר זיין אויפגעקלערטקייט. לא הרי שפרה לאווין כפרידא וויזעל, ולא הרי שאולי פייערוועקער כ[נאמען באהאלטן] וואס האט געטראפן א רלב"ג וואס זאגט - לויט ווי יענער האט פארשטאנען - אז מ'דארף נישט גלייבן אין גאט. הצד השוה שבהם?

וואס איז די "צד השוה"? basically גארנישט, ווען נישט די שם הכולל "OTD". האבן זיי עפעס אין common? ווען נישט Footsteps איז שטארק מעגליך אז זיי וואלטען זיך ניטמאל געקענט. - יעצט אז מ'זעצט זיי אראפ ארום א טיש, און זיי רעכענען אויס די שוואכקייטן פון אונזער סיסטעם, כאילו דאס האט זיי געברענגט צו ווי זיי זענען יעצט. יסכר פיהם! ס'רעגט מיך אויף. טייערע זיסע שיינע מיידעלע, נישט דו און נישט דיין חבר'תה זענען אפגעפארן ווייל מ'לערנט נישט קיין ענגליש אין חדר, אדער ווייל א גרויסע היימישע עולם האט 7-8 קינדער פון וועם זיי שעפען נחת.

אז ס'רעגט מיך מיינט דאס אז איך האלט אז די סיסטעם perfect? ניין, Absolutely נישט! ס'דא סאך וואס צו מתקן זיין. מ'דארף eliminate'ען דאס גאנצע רביסטעווע יחידי'שע authority ; בתי חינוך דארפן טוישן די סדר הלימודים; שידוכים סיסטעם דארף ווערן געטוישט אינגאנצען; creative מענטשען, נישט נאר חזנים, דארפן מעגן ארויסגעבען זייער talent; און בכלל דארף געטוישט ווערן די tolerance level אויף אסאך נידריגער.

אבער ענק טייערע ברידער און שוועסטער, וואס זענען זיך דוגל אונטערן OTD ראשי תיבות, ראו חיים עם הדרך אשר בחרתם, אז איר האט אן עצה וויאזוי צו פארעכטען אונזער סיסטעם, אדברה, מיר זענען גרייט צו הערן. אבער ביטע זאגט דעם אמת ווען מ'פרעגט אייך פארוואס איר האט פארלאזט אידישקייט, פארציילט אייערע שוועריקייטן און מיטמאכענישן, פארציילט וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן, פארצייל אז דו ביסט אפגעפארן ווייל דיין טאטע איז א משוגע'ער, נישט ווייל דו האסט נישט געזען גאט'ס שטרענגע האנט ווען דו האסט גערויכערט שבת. א.א.וו. - אדער plead the fifth. (די בעסטע Option)

'ך האף איר פארשטייט וואס 'ך רעדט (=סגולה צו באקומען א לייק פון דבילה)

איך אויך » דינסטאג יוני 25, 2013 2:45 pm

· #127778
פיינע פוינט.

לגבי "טייערע זיסע שיינע מיידעלע" עס איז אפשר פאני אבער גראדע רוב פון די זעהען מיר אויס ווי אזעלכע וואס איך וואלט געהאט א קנאפע תאווה אויף זיי און אסאך פון זיי פון האבען זאגאר בעסער אויסגעזעהן (איך רעד פון א ריין גשמיות'דיגע פערפעקטיוו) זייענדיג פרום. בין איך דער איינציגסטער וואס האט עס באמערקט?

אביגדור » דינסטאג יוני 25, 2013 2:58 pm

· #127780
פיין און וואויל, אבער.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 3:00 pm

· #127781
קאווע טרינקער
פארצייל אז דו ביסט אפגעפארן ווייל דיין טאטע איז א משוגע'ער, נישט ווייל דו האסט נישט געזען גאט'ס שטרענגע האנט ווען דו האסט גערויכערט שבת. א.א.וו.

👍
אדער פארצייל אז דו האסט גע'גט'ע עלטערן א טאטע א צרה'לייט און א מאמע א צדיקת וואס האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר דיר. ביזט געבוירן מיט מדות משחתות באגלייט מיט טפשות און כפיית טובה, די אלע וואס האבן געטון פאר דיר האסטו שטענדיג בארעדט און קיינמאל נישט געווען צופרידן. א גאונות אין עין רעה און שטענדיג נאר געזען ווי יעדער וויל דיר באגראבן און קיינער פארגינט דיך נישט. ליידער צוליב דיין פארקאקטע פערזענליכקייט האט מען דיר צוויי מאל א כלה געמאכט מיט די נישט ריכטיגע. איינס איז געגאנגען פייפן צוליב דיין פערדישקייט און די צווייטע ווייל ביזט נעבעך אריינגעפאלן, און נישט צוליב דיינע אלע חלקלקות'ן אויף פעיסבוק און טוויטער.
ווייסט כעדער זאגן, יאשקע האט נישט אזויפיל פארדינט מיט דיר אפילו דיין האר איז פינק און גרין.

אביגדור » דינסטאג יוני 25, 2013 3:01 pm

· #127783
.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 3:10 pm

· #127786
כ'האב געמיינט צו זאגן אז ווען כ'שטיי אינדערפרי, אין איך זעה "איר האב באקומען א לייק", ווייסעך אז איינער האט הנאה געהאט פון מיר בשעת כ'בין געשלאפען.
בד"וו, איך ווייס וואס דו האסט געטראכט בשעת'ן זאגן סליחות היינט....
צוריק צום ענין.

קינות גירושין » דינסטאג יוני 25, 2013 3:15 pm

· #127790
מעראנצעןזאפט דו מיט קרעקער זענען געזונטע בהמות! פארקאקטע נאטארען! !!!!!!!!
וואס איז דאס, אז איינער גט זיך איז עס אנדערשט ווי איינער וואס האט נישט אזוי געטון???
פעראבלימאטישע קינדער קומען נישט פון שטיבער ווי מגט זיך
סקומט פון שטיבער וואס מרעדט אזוי ווי דיר און קרעקער, עקלדיג!
אדער ווי שטיבער וואס די עלטערן רייסען זיך ארום און מוויל זיך נישט גטן

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

· #127792
העי!
שפיל לסיפיה דקרא.. "....א טאטע א צרה לייט"...
ער מיינט נישט דיר.

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 3:20 pm

· #127793
פארגעט איט, קאוועלע. האסט איין ברירה: הער אויף וואטשן טיווי.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 3:24 pm

· #127796
יידל
פארגעט איט, קאוועלע. האסט איין ברירה: הער אויף וואטשן טיווי.

כ'האב עס געזעהן אויף קאווע שטיבל... אן אנדערע ברירה ?

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 3:26 pm

· #127797
קינות גירושין
מעראנצעןזאפט דו מיט קרעקער זענען געזונטע בהמות! פארקאקטע נאטארען! !!!!!!!!
וואס איז דאס, אז איינער גט זיך איז עס אנדערשט ווי איינער וואס האט נישט אזוי געטון???
פעראבלימאטישע קינדער קומען נישט פון שטיבער ווי מגט זיך
סקומט פון שטיבער וואס מרעדט אזוי ווי דיר און קרעקער, עקלדיג!
אדער ווי שטיבער וואס די עלטערן רייסען זיך ארום און מוויל זיך נישט גטן


איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר. איך האב נישט בא'עוול'טט קיין איין גע'גט'ן דא, בלויז אויסגערעכנט פארשידענע פאקטארן וואס האבן געשפילט א ראלע אין איר צושטאנד.
יא, אז מ'האט א טאטן א צרה'לייט וואס וויל נישט געבן א גט פאר יארן אפעקטירט עס די חינוך פון א קינד לפעמים, און פיק יור נאוז עט יור און ביזנעס קיינער רעדט נישט דא פון קיין גרושים אדער גרושות.
נאטורן שרייבט מען אזוי, והצלחה מרובה, וברכתי מקירות לבי שתמצא זווגתך כאוות נפשך בקרוב ובניקל.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 3:31 pm

· #127799
אז מ'רעדט שוין, גם קבלתי ממו"ר באישי אז אשר שמואל'ס פארקריכן דארף מען צום קענטעניס נעמען אז זיינע עלטערן זענען גע'גט. ופשוט הוא, והיינו טעמא דדבורה פעלדמאן היינו טעמא דליבי פאלאק ועוד.
פארוואס ס'איז אזוי אז קינדער פון גע'גט'ע ליידן לפעמים, (ס'דא גענוג און נאך וואס נישט אפשר אפילו דער רוב, איך האב עטליכע חברים אזוינע און ס'פעלט זיי גארנישט ברוח וגשם), איך ווייס נישט, און איך רעד נישט, און זאל השי"ת היטן אלע אידישע קינדער, אבער א קשיא אויף א מעשה.
קינות יו או מי ען אפאלעדזשי.

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 3:32 pm

· #127800
ווער זאגט אז גע'גט'ע עלטערן איז א סיבה? אפשר איז גע'גט'ע עלטערן בלויז עפעס וואס גיט מער מעגליכקייט? ווער ווייסט וויפיל מענטשן פון נישט גע'גט'ע עלטערן וואלטן אויך אראפ פון וועג, נאר ווילן נישט וויי טון די עלטערן?

יואליש » דינסטאג יוני 25, 2013 3:36 pm

· #127802
מאראנצןזאפט
קאווע טרינקער
פארצייל אז דו ביסט אפגעפארן ווייל דיין טאטע איז א משוגע'ער, נישט ווייל דו האסט נישט געזען גאט'ס שטרענגע האנט ווען דו האסט גערויכערט שבת. א.א.וו.

👍
אדער פארצייל אז דו האסט גע'גט'ע עלטערן א טאטע א צרה'לייט און א מאמע א צדיקת וואס האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר דיר. ביזט געבוירן מיט מדות משחתות באגלייט מיט טפשות און כפיית טובה, די אלע וואס האבן געטון פאר דיר האסטו שטענדיג בארעדט און קיינמאל נישט געווען צופרידן. א גאונות אין עין רעה און שטענדיג נאר געזען ווי יעדער וויל דיר באגראבן און קיינער פארגינט דיך נישט. ליידער צוליב דיין פארקאקטע פערזענליכקייט האט מען דיר צוויי מאל א כלה געמאכט מיט די נישט ריכטיגע. איינס איז געגאנגען פייפן צוליב דיין פערדישקייט און די צווייטע ווייל ביזט נעבעך אריינגעפאלן, און נישט צוליב דיינע אלע חלקלקות'ן אויף פעיסבוק און טוויטער.
ווייסט כעדער זאגן, יאשקע האט נישט אזויפיל פארדינט מיט דיר אפילו דיין האר איז פינק און גרין.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 3:36 pm

· #127804
יידל, גם כן יתכן, רוף עס סיבה רוף עס מעגליכקייט, או שאר שם וחניכא דאית ליה, ומעולם לא ירדתי לטעמא ועומקן של דברים, ומסתמא שניהם אמת לפעמים.
אויך קאווע זאגט אזוי: באמת וויל יעדער אראפגיין פון וועג נאר דער לאזער האט פשוט א משוגענעם טאטן האט ער זיך דאס געקענט ערלויבן...
אבער וואס קומט דא אריין די אויסברוך פון קינות פאר זיס לעכטיג יאר.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 3:38 pm

· #127805
מאראנצןזאפט

אויך קאווע זאגט אזוי: באמת וויל יעדער אראפגיין פון וועג נאר דער לאזער האט פשוט א משוגענעם טאטן האט ער זיך דאס געקענט ערלויבן...


כ'האב עס נישט געזאגט. אפשר געטראכט.

יואליש » דינסטאג יוני 25, 2013 3:38 pm

· #127806
יידל, ס'איז נישט קיין סתירה מיט מאראנצןזאפט. מה לי צו דאס שטיפט ומה לי צו דאס ערלויבט אים?

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 3:40 pm

· #127808
אויב דאס שטיפט אים, זאגן זיי דאך ליגנט אויף טיווי, אבער אויס דאס ערלויבט אים האקט קאווע טרינקער סתם אין קאפ.

יואליש » דינסטאג יוני 25, 2013 3:41 pm

· #127809
קאווע קומט זיך א לייק פארן ארויסברענגן דע כשם שפרצופיהן עקזעסטירט איבעראל, און מאכן זשענערעלייזעישאנס, גזירה שווה'ס און דונ מינה ומינהס העלפט פאר איינער וואס שפירט זיך דיפענסיוו אבער ס'העלפט נישט בעסער פארשטיין.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 3:42 pm

· #127810
קאווע טרינקער
מאראנצןזאפט

אויך קאווע זאגט אזוי: באמת וויל יעדער אראפגיין פון וועג נאר דער לאזער האט פשוט א משוגענעם טאטן האט ער זיך דאס געקענט ערלויבן...


כ'האב עס נישט געזאגט. אפשר געטראכט.


כ'האב סתם גענוצט דיינע ווערטער צו צייגן אז דער שמועס איז נישט צו ס'איז גורם אדער נאר א תירוץ.
די חברה געבן נישט אן קיין איינע פון די צוויי אפציעס נאר כאילו מיר זענען מענטשן פרעסער.

אין אנדערע נייעס, ס'לעבעדיג דא דער עולם פאסט, כ'האב געוויסט ס'קומט א וועלט מלחמה.

יואליש » דינסטאג יוני 25, 2013 3:48 pm

· #127812
כ'פארשטיי נישט די דראנג צו באצייכענען איינער מיט א "משוגענען" טאטע אלס א לאזער. אויב עפעס איז דער יעניגער א געווינער פארן זיך ארויסזעהן פון א געזעלשאפט וואס לוזער אדער סוקסעס איז געמאסטן לויט די עלטערען'ס קלאסס אין סאסייעטי.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 3:54 pm

· #127818
כ'האב נישט פארלאנגט פון יעדען וואס האט א משוגענע טאטע צו גיין אראפ פון וועג.
אבער אז מ'פרעגט דיר דיין עבר, ביטע פארציילט דאס גאנצע מעשה, וזהו.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 3:56 pm

· #127820
יואליש
כ'פארשטיי נישט די דראנג צו באצייכענען איינער מיט א "משוגענען" טאטע אלס א לאזער. אויב עפעס איז דער יעניגער א געווינער פארן זיך ארויסזעהן פון א געזעלשאפט וואס לוזער אדער סוקסעס איז געמאסטן לויט די עלטערען'ס קלאסס אין סאסייעטי.


לאזער איז א נאמען.

דעת תורה » דינסטאג יוני 25, 2013 3:58 pm

· #127822
סאיז דא סאסייעטי'ס וואס מעסטן אנדערש? איבעראל מאכט אויס וואסערע משפחה מען קומט פון, און אייביג איז דא מענטשן מיט אזויפיל אמביציע אז זיי וועלן איבערקומען זייערע סטיגמעס און לעיבלס און ווערן באקאנט פארוואס זיי זענען, נישט זייער משפחה. אבער דאס איז א אויסנאם, און קאסט אסאך כוח און נעמט אסאך צייט.

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 4:01 pm

· #127823
קאווע טרינקער
כ'האב נישט פארלאנגט פון יעדען וואס האט א משוגענע טאטע צו גיין אראפ פון וועג.
אבער אז מ'פרעגט דיר דיין עבר, ביטע פארציילט דאס גאנצע מעשה, וזהו.

זאל ער אויך פארציילן פונקטליך ווי לאנג די הכנות פארן דאווענען פלעגט אים נעמען? כ'מיין, אויב לעשירות דעתו איז דאס גירושין פון זיינע עלטערן נישט געווען מער ווי א מיטל זיך ארויסצוזען, וואו קומט עס אריין אין די מעשה?

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 4:03 pm

· #127825
יואליש
כ'פארשטיי נישט די דראנג צו באצייכענען איינער מיט א "משוגענען" טאטע אלס א לאזער. אויב עפעס איז דער יעניגער א געווינער פארן זיך ארויסזעהן פון א געזעלשאפט וואס לוזער אדער סוקסעס איז געמאסטן לויט די עלטערען'ס קלאסס אין סאסייעטי.



קיינער אין אונזער סוסייעטי איז נאכנישט באצייכנט געווארן אלס א לוזער ווייל ער האט א משוגענעם טאטן.
איינער וואס לעבט ווי אין א חזיר שטאל און רימט זיך מיט זיין ברייטע בעט און רויטע פאפוטשען אויף נעשינאל טי.ווי. איך ווייס נישט וואס ער איז אבער עפעס איז ביים אים לויז.
גראדע קען איך אים פערזענליך און ער ענדלט צו א וואנזיניגער.

פידלער » דינסטאג יוני 25, 2013 4:05 pm

· #127827
איך אויך
פיינע פוינט.

לגבי "טייערע זיסע שיינע מיידעלע" עס איז אפשר פאני אבער גראדע רוב פון די זעהען מיר אויס ווי אזעלכע וואס איך וואלט געהאט א קנאפע תאווה אויף זיי און אסאך פון זיי פון האבען זאגאר בעסער אויסגעזעהן (איך רעד פון א ריין גשמיות'דיגע פערפעקטיוו) זייענדיג פרום. בין איך דער איינציגסטער וואס האט עס באמערקט?


די פרט איז זייער subjective. אבער איך מיין אז מערנסטנס פון אונז נייגן נאך דאס וואס איז געווען אין אונזער ערשטע fantasies. נתן ענגלענדער (שרייבער פון For the Relief of Unbearable Urges) זאגט אז ער האט נאך אלץ א ווייעך פלאץ אין זיין הארץ פאר א לאנגע דענים סקורט אויף א מיידל. אויף אנפייעס איז אויך אמאל געווען א באשרייבונג דורך אלי סענדראוויטש, אן או טי די וואס האט נאר א תאוה צו חסידישע מיידלעך.

איך אויך » דינסטאג יוני 25, 2013 4:15 pm

· #127834
יידל
קאווע טרינקער
כ'האב נישט פארלאנגט פון יעדען וואס האט א משוגענע טאטע צו גיין אראפ פון וועג.
אבער אז מ'פרעגט דיר דיין עבר, ביטע פארציילט דאס גאנצע מעשה, וזהו.

זאל ער אויך פארציילן פונקטליך ווי לאנג די הכנות פארן דאווענען פלעגט אים נעמען? כ'מיין, אויב לעשירות דעתו איז דאס גירושין פון זיינע עלטערן נישט געווען מער ווי א מיטל זיך ארויסצוזען, וואו קומט עס אריין אין די מעשה?

דאס איז די צענטראלע נקודה דא ,וואס ביי זיי איז עשירות דעתו איז ביי קאוועלע עניות דעת וכן להפך והבן.

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 4:19 pm

· #127840
נו נו, קאוועלע פארשטייט נישט פארוואס זיי זאגן נישט אויס דעם סוד אז די עלטערן זענען גע'גט. אויב וועט ער אבער פארשטיין אז ביי זיי איז דאס נישט קיין סיבה, בלויז א מיטל, וועט אים אפשר די קושיא שוין נישט שווער זיין.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 4:21 pm

· #127842
יידל דו האלטסט באמת אז אן אנגעווייטאגטן יוגנט שפילט די זעלבע ראלע אין ציען מסקנות איבער אונזער לעבנסשטייגער און געזעלשאפט פונקט ווי די לענג פון הכנות?

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 4:23 pm

· #127846
אודאי נישט, אבער ווען אשר שמואל כץ האט אויפגעהערט גלייבן אין תורה מסיני און איז געגאנגען OTD, קומט גע'גט'ע עלטערן נישט אריין אין בילד אלץ סיבה, נאר אלץ מיטל. און מיטלן זענען נישט נוגע.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 4:23 pm

· #127847
יידל, כנראה פאסט צוויי מאל, אלץ ספיקא דיומא.
איך האב בכלל נישט דערמאנט דעם ענין פון גירושין.
כ'האב נאר פארלאנגט, למען האמת, זיי זאלן פארציילן זייער לעבען דורכגאנג, און נישט זיך מסתפק זיין מיט די סיסטעם פראבלעמען.

יואליש » דינסטאג יוני 25, 2013 4:25 pm

· #127849
כ'מיין דער עולם גיט די מידיא מער קרעדיט פון וואס זיי פארדינען. זעלטן וואס א גיטע ריסוירטש באריכט קומט ארויס פון דארט. צו בעסער פארשטיין די סאציאלאגיע און פסיכילאגיע ברויך מען קוקען וואס אקעדעמיע זאגט, און אפי' דארט ברויך מען רחמי שמים אז ס'זאל נישט זיין לעכעריג.

פון איין זייט איז אין חבוש מתיר עצמו און מ'זעהט נישט דעם אייגענע הויקער, חוץ מנגעי עצמו. אבער פון די אנדערע זייט איז די דעווייד אזוי גרויס צווישן אונזער און די מערב קולטור אז ווייניג ריסורטשערס כאפן די קנייטש.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 25, 2013 4:26 pm

· #127850
אויב רעדט מען וועגען פערי,

זי איז זיך שטארק סותר בנוגע דער זאך טאקע.

מצד אחד זאגט זי, אז פארדעם האט מען איר נישט געוואלט לאזן גיין פריי מער פין אלע אנדערע וואס פארען אפ, וואס זיי שטופט מען ארויס, וויל זיי איז אנדרעש פין זיי, זיי איז נארמאל מה שאין כן די אנדערע האט יעדער פין זיי א קופה של שרצים, וואס מען קיין אין דעם תולה זיין זייערע יציאה לחוץ.

און דער אמת איז אז זי איז טאקע קלוג שיין און גוטהארציג ערענסט און א שטיק פייער.

אבער זי זעהט נישט איין אז איר טאטע איז א שטיק משוגענע, זי לייגט אים אראפ כאילו אלע חסידים זענען אזוי וכו.

און דערפאר איז זי א געליטענער, און פין איר גיין ווערט נישט גאנץ אידישקייט צושאקעלט.



אין דעם אשכול זעה אזעלכע וואס בארעדען איר מיט געמיינע צונעמען וכדומה. דאס העלפט נישט פאר גארנישט, און ברענגט נאר ארויס אז פין די זאכען וואס זיי טענה'ט איז זי גערעכט.

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 4:27 pm

· #127853
קאווע טרינקער
יידל, כנראה פאסט צוויי מאל, אלץ ספיקא דיומא.
איך האב בכלל נישט דערמאנט דעם ענין פון גירושין.
כ'האב נאר פארלאנגט, למען האמת, זיי זאלן פארציילן זייער לעבען דורכגאנג, און נישט זיך מסתפק זיין מיט די סיסטעם פראבלעמען.

פארוואס? ווייל דו האלטסט אז דאס איז די סיבה, ריכטיג? אויף דעם זאג איך דיר אז דער OTD האלט נישט אזוי, ער האלט אז דאס איז בלויז א מיטל.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 4:28 pm

· #127855
אן אינטערעסאנטע קאווינסעדענס. דער זעלבער בחור וואס זיין טאטע איז א מאדערן ארטאדאקס ראביי, און זיינע עלטערן זענען גע'גט, האט גראדע באשלאסן אז תורה איז פון הר פארן און נישט פון סיני, און אין א הימלישע השגחה פרטית האט ער ב"ה געהאט טאקע די ברירה צו פארלאזן אידישקייט.
ממש השגחה עליונה.
יידל רעד נישט קיין שטותים, איך בין אויך אמאל געווען א חסיד פון א רבי, און ווען מ'האט מיר נישט געגעבן קיין עלי' ווען כ'האב געהאט יארצייט האב איך שוין געהאט גענוג און נאך סיבות צו זאגן דער רבי איז א פעיק פאני.
ס'איז א מיטל, א טיטל, א סיבה, און אלעס, אמאל מער און אמאל ווייניגער.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 4:28 pm

· #127857
מ'רעדט נישט פון פערי, מ'רעדט נישט פון לאאזער.
מ'רעדט אין אלגעמיין

יואליש » דינסטאג יוני 25, 2013 4:31 pm

· #127860
קאינסידענס הייבט זיך אן פארדעם. פערצופאל דער וואס איז געבוירן צו קריסטליכע עלטערן איז קאנווינסט אין קריסטענדום, וכו' והדברים עתיקין.

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 4:33 pm

· #127866
מאראנצן, צוליב דיין טענה האב איך אויבן געשריבן אז ווער ווייסט וויפיל אידן פארן נישט אפ בלויז וויבאלד זייערע עלטערן זענען בסדר און זיי ווילן זיי נישט וויי טון? אויב קלעבסטואן יעדע אראפ-פון-דרך און צעשאקעלטע אומשטענדן, וואס וועסטו זאגן ביי אן OTD מיט גענצילך נארמאלע אומשטענדן?

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 4:35 pm

· #127867
יידל
קאווע טרינקער
יידל, כנראה פאסט צוויי מאל, אלץ ספיקא דיומא.
איך האב בכלל נישט דערמאנט דעם ענין פון גירושין.
כ'האב נאר פארלאנגט, למען האמת, זיי זאלן פארציילן זייער לעבען דורכגאנג, און נישט זיך מסתפק זיין מיט די סיסטעם פראבלעמען.

פארוואס? ווייל דו האלטסט אז דאס איז די סיבה, ריכטיג? אויף דעם זאג איך דיר אז דער OTD האלט נישט אזוי, ער האלט אז דאס איז בלויז א מיטל.

ווער רעדט פון סיבות? די סיבה ווייסעך, פשוט, א גוי האט מער fun. אבער אז דו פארציילסט דיין לעבן, לאז נישט אויס מיטמאכענישען וואס א גוי וואלט אויך נישט אויסגעלאזט.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 4:35 pm

· #127868
יואליש א שטארקע טענה, אבער ס'מיינט נישט אז א מענטש קען נישט געבוירן ווערן דארט ווי עס איז דעם אמת.
ערגעץ איז דאך דער אמת און ס'איז נישטא קיין תנאי כפול ומכופל אז א מענטש מוז דאס אליין וועלן ווי א גר.
אויף דעם מאכן מיר די ברכה אשר בחר בנו, יא ער האט מיר הענד פיקט, און מיך געבוירן ביי אידישע עלטערן.

(בכלל דער אמת'ער אני פון א מענטש איז זיין נשמה וואס השי"ת שיקט אראפ צו אידישע עלטערן וקושי' מעיקרא ליתא).

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 4:39 pm

· #127871
יידל
מאראנצן, צוליב דיין טענה האב איך אויבן געשריבן אז ווער ווייסט וויפיל אידן פארן נישט אפ בלויז וויבאלד זייערע עלטערן זענען בסדר און זיי ווילן זיי נישט וויי טון? אויב קלעבסטואן יעדע אראפ-פון-דרך און צעשאקעלטע אומשטענדן, וואס וועסטו זאגן ביי אן OTD מיט גענצילך נארמאלע אומשטענדן?


איז דא איינער וואס לייקנט דער פאקט אז ס'דא אזא טערמין ווי איינער וואס האלט אן אידישקייט צוליב זיינע עלטערן?!
אבער פארוואס זאל דאס זיין א סתירה אז א צעשאסענע שטוב איז אמאל די סיבה און נישט נאר די מיטל, וואס האט הודו מיט קוש?
איז דא איינער וואס טענ'הט אז עידער או.טי.די. קומט פון א צעבראכענע שטוב, ס'איז דאך אן אפענער שקר, אבער פארוואס זאל דאס זיין א סתירה אז יא אמאל איז א צעבראכענע שטוב די סיבה.
יעצט יידל ענטפער מיך א יא אדער א ניין, א צעבראכענע שטוב איז קיינמאל נישט קיין סיבה צו פארלאזן אידישקייט?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 25, 2013 4:41 pm

· #127873
איך אויך
פיינע פוינט.

לגבי "טייערע זיסע שיינע מיידעלע" עס איז אפשר פאני אבער גראדע רוב פון די זעהען מיר אויס ווי אזעלכע וואס איך וואלט געהאט א קנאפע תאווה אויף זיי און אסאך פון זיי פון האבען זאגאר בעסער אויסגעזעהן (איך רעד פון א ריין גשמיות'דיגע פערפעקטיוו) זייענדיג פרום. בין איך דער איינציגסטער וואס האט עס באמערקט?

ניין . דו ביסט נישט דער איינציגער. אנדערע האבן עס אויכעט באמערקט, נאר זיי האבן נישט קאמענטירט.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 4:43 pm

· #127877
חברה ווארטס נאר ווארט, בערך 3:44 am וועט זיך לעיקוואד אהעריקן, און ס'גייט גיין פינקען פייער, פעטש ווי די ברעטער.
דער עולם זאל זיך אנגארטלען.

יואליש » דינסטאג יוני 25, 2013 4:45 pm

· #127880
יידל
מאראנצן, צוליב דיין טענה האב איך אויבן געשריבן אז ווער ווייסט וויפיל אידן פארן נישט אפ בלויז וויבאלד זייערע עלטערן זענען בסדר און זיי ווילן זיי נישט וויי טון? אויב קלעבסטואן יעדע אראפ-פון-דרך און צעשאקעלטע אומשטענדן, וואס וועסטו זאגן ביי אן OTD מיט גענצילך נארמאלע אומשטענדן?


נישטא קיין נארמאלע אומשטענדען. קאם אן, דו זיצט מיטן טלית אויף די פלייצע בין גברא לגברא און די ידענים ווייסן אז זי איז אויםגעוואקסן אין אן אויפגעקלערטע שטוב, ער איז אויפגעוואקסן אין א פארמאכטע שטוב, זי איז אויפגעוואקסן אין א שטוב מיט עניות, ער איז אויפגעוואקסן מיט עשירות אין שוואוילטאג, זי איז געווען אנגעליינט, ער איז געווען מצומצום, זי איז געווען גערודף'ט ביי א טיטשער, ער איז געווען א מיוחס אין חדר, זי האט נישט געהאט קיין חבר'טעס, ער האט געהאט שלעכטכ חבירים. ס'איז ענדלאז.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 25, 2013 4:49 pm

· #127884
יואליש איך בין מחולק, ס'דא גענוג און נאך אפגעפארענע און מ'קען אפילו טרעפן אזעלכע וואס האבן יא ממש נארמאלע אומשטענדן, ער זיצט מיט'ן טלית אויפ'ן קאפ ביים ליינען, נישט אויףגעקלערט אדער אונטערגעקלערט וכו'.
ס'דא פון אלע סארטן און אלע מינים. יעדער האט זיך זיינע געשיכטע צו פארציילן ולא הרי זה כהרי זה. נאר צומאל קען מען ציען שטריכן ווי למשל מאלעטעישאן, א שווערע יוגנט, וכו'.

יואליש » דינסטאג יוני 25, 2013 4:52 pm

· #127888
כ'האב געזאגט אז יידל זיצט בתוך עמי בין גברא לגברא און די סייקאאנאליסיס ברויך זיין באקאנט פאר אים.

יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 7:26 pm

· #127925
מאראנצןזאפט

יעצט יידל ענטפער מיך א יא אדער א ניין, א צעבראכענע שטוב איז קיינמאל נישט קיין סיבה צו פארלאזן אידישקייט?

אודאי איז עס!

הוגה » דינסטאג יוני 25, 2013 7:50 pm

· #127927
איחוד פעלד
אויב רעדט מען וועגען פערי,
זי איז זיך שטארק סותר בנוגע דער זאך טאקע.
מצד אחד זאגט זי, אז פארדעם האט מען איר נישט געוואלט לאזן גיין פריי מער פין אלע אנדערע וואס פארען אפ, וואס זיי שטופט מען ארויס, וויל זיי איז אנדרעש פין זיי, זיי איז נארמאל מה שאין כן די אנדערע האט יעדער פין זיי א קופה של שרצים, וואס מען קיין אין דעם תולה זיין זייערע יציאה לחוץ.
און דער אמת איז אז זי איז טאקע קלוג שיין און גוטהארציג ערענסט און א שטיק פייער.
אבער זי זעהט נישט איין אז איר טאטע איז א שטיק משוגענע, זי לייגט אים אראפ כאילו אלע חסידים זענען אזוי וכו.
און דערפאר איז זי א געליטענער, און פין איר גיין ווערט נישט גאנץ אידישקייט צושאקעלט.
אין דעם אשכול זעה אזעלכע וואס בארעדען איר מיט געמיינע צונעמען וכדומה. דאס העלפט נישט פאר גארנישט, און ברענגט נאר ארויס אז פין די זאכען וואס זיי טענה'ט איז זי גערעכט.


לויט דאס ביסל וואס איך פארשטיי איז איר טאטע גארנישט מער "משוגע" ווי אסאך טאטעס וואס איך קען. און זי איז לכאורה גערעכט מיט דער פונקט אז זי איז געווען אויף די א.ג. נארמאלע טרעק. זי איז נישט געווען קיין דראפ-אוט אדער שוואכע קינד. זי איז געווען א היי סקול לערערין כפי ידיעתי. נאר זי אליינס פארציילט אז זי האט געהאט א שווערע שלום בית וכדומה.

הוגה » דינסטאג יוני 25, 2013 8:05 pm

· #127935
איידער איך שרייב מיינע הגהות איבער די עצם נושא וויל איך שרייבן אפאר ווערטער איבער אן אבזערוואציע וואס איך האב לעצטענס געמאכט.

לעצטענס (זייט די אינטערנעט איז געקומען אין פולן קראפט) קומען ארויס מערערע שויס, ארטיקלן און רעפארטס דורך די וואס האבן פארלאזט אונזער קומיוניטי מיט קריטיק און טענות אקעגן די סיסטעם/קאמיוניטי. (איך האב דייקא געשריבן אז דאס איז זייט די אינטערנעט, ווייל גייט אין די לייבעריס און איר וועט טרעפן זיייער אסאך ביכער איבער דער נושא, נאר עס איז נישט אזוי שנעל פארשפרייט/באקאנט געווארן פאר אלעמען צוליב דעם וואס עס האט נישט די 'שאני אינטערנעט דמשכי'.) די עולם נעמט עס זייער פערזענליך, די ליגנטס און די אמת. פארוואס זאגט ער נישט די אמת? פארוואס פארציילט ער די סודות? יענער איז דאך אזא אפגעריסענע, וכו'.

כאילו איינעם גייט בכלל אן וואס זיי זאגן, און כאילו עס וועט האבן עפעס א גרויסע עפעקט. אין א יעדע כלל איז דא יוצאים מן הכלל, און אין א יעדע סאסייעטי זענען דא יוצאים מן הסאסייעטי. א סאסייעטי איז געמאכט מיט rigid rules, און עס קען נישט ארבייטן פאר א יעדעם. דער וואס גייט/פאלט ארויס פון א סאסייעטי - אפגעזעהן וואס די גורם איז געווען - האט זיך אבוויעסלי נישט געפילט אין פלאץ אינעם סאסייעטי, און ממילא האט ער א טוץ מיט טענות אויפן סאסייעטי. דער וואס בלייבט אינעם סאסייעטי - אפגעזעהן צו עס איז ברצון אדער בכפיה - וועט געווענטליך טרעפן אונטער-ערדישע תירוצים צו מצדיק זיין די פראבלעמען וואס עס זענען דא אינעם סאסייעטי.

לדוגמא, אין א יעדע בוך געשעפט און לייברערי וועט איר טרעפן א גאנצע סעקשאן איבער די אמיש מענטשן. א טייל פון די ביכער זענען געשריבן דורך אזעלכע וואס האבן פארלאזט די הייליגע מסורה פון די אמיש. אויך איז דא טי ווי שאוס וואס דעקט די מענטשן וואס האבן פארלאזט די אמיש. זיי זענען מלא טענות (רוב פון זיי) און זיי האבן ריכטיגע טענות. איר מיינט דען אז די ביכער און טי ווי שאוס טוישן א כהוא זה די בליק וואס די וועלט האט אויף די אמיש? די בליק בלייבט די זעלבע: די אמיש זענען מענטשן מיט א מאדנע אויסזעהן, מיט מאדנע שיטות, זיי זענען פרידליכע מענטשן מיט א שיינע טראדיציע וכו'. די זעלבע קענט איר טרעפן אין א יעדע סאסייעטי און אין א יעדע גלויבונג.

די מענטשן וואס זענען ארויס זענען א מיעוט דמיעוט משום כמה סיבות. זיי האבן אסאך ריכטיגע טענות כאטש אז די זענען נישט אלעמאל די סיבות פארוואס זיי האבן פארלאזט. די אונטערשטע שורה איז אז זיי האבן זיך נישט געפונען דאס פלאץ. נאטירליך וועלן זיי געדעקט ווערן אין די מידיע און דורך ביכער, אבער עס טוישט נישט די בליק וואס די וועלט האט אויף די סאסייעטי as a whole. לאנג פאר לוזער טווערסקי און פערי רייך זענען געבוירן געווארן האבן די גוים געהאלטן אז מיר זענען מאדנע, און אז אונזער חינוך סיסטעם איז ראנג וכו', והא ראי' זיי האבן אונז נישט נאכגעמאכט. און ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס עס באדערט מענטשן וווען די ארטיקלן/שאוס ווערן פארשפרייט. וואטש עס (אדער נישט) for entertainment purposes only. העכסטענס אויב ווילסטו עפעס אויפטון, דאן נעם ארויס די פאר אמת'דיגע טענות וואס זיי האבן און ארבייט אז כאטש ביי דיר אין דער היים זאלסטו פארבעסערן די ענינים, און אויב קענסטו האבן א השפעה אויף דיין קהלה דאן איז אודאי גוט.

די וועלט טוישט זיך gradually און אונזער אסייעטי נעמט עס אביסל לענגער אבער עס טוישט זיך אויך. א טייל פון די השפעה אויף די טויש האבן די OTD חברה. ווען מען זעהט די חלומות וואס זיי האבן (געהאט) קען מען ריאליסטיש זעהן וואו מיר וועלן זיין אין אפאר/אסאך יארן ארום.

בנוגע זייער פערזענליכע מעשיות, רוב פון זיי זענען זיך סותר מניה וביה (לדוגמא, כץ זאגט אין איין ארט אז ער איז געווארן א כופר נאך זייענדיג אין ישיבה, און יעצט זאגט ער אז ער איז געגאנגן OTD צוליב דעם וואס ער האט נישט געקענט גיין אין קאלעדזש אלץ חסיד'ישע איד. אגב, איך קען א פאר שטריימל - ווייסע זאקן יודן וואס האבן באקומען דעגריס פון פרעדטידזשפולע שולעס.), אנדערע פארציילן מעשיות וואס לאזן זיך נישט גלייבן (לדוגמא, רייך טענה'ט אז זי האט נישט געוויסט בכלל פון עניני אישית ביז געציילטע טעג פאר די חתונה, און דאס איז טראץ דעם וואס זי האט - לדבריה - געהאט א בוי-פרענד שוין ביי די 17 יאר). אבער ווי שוין געשריבן פריער, מען וואטשט/ליינט עס for entertainment purposes only מיט א פילטער מקבל צו זיין נאר וואס מען וויל.

בנוגע וואס קאווע טרינקער שרייבט אין עצם ארטיקל אז די אלע האבן געוויסע דעטאלן אין זייער מעשה וואס זיי וואלטן געדארפט דערציילן. איך בין מסכים מיט דעם אז זיי מוזן עס דערציילן פשוט כדי צו געבן די גאנצע פיקטשער. איך בין אבער נישט מסכים אז דאס מיינט אז דאס איז די סיבה פארוואס זיי זענען אפגעפארן. איך קען אסאך "געשלאגנע, מעלעסטעד, שפחה חרופה'ט, חליצה'ט קינד" וואס זענען נישט געגאנגן OTD. נאר וואס דען, עס קען זיי אז די קליינע דעטאלן האבן זיי געגעבן נאך א שטופ ארויס צו גיין.

דא ברענגט מען אראפ א צעטל וואס איז געהאנגן אין לאנדאן איבער א פרישע יונגערמאן וואס איז געגאנגן OTD צוליב די טמא'נע אינטערנעט. דער יונגערמאן וועט בקרוב זיין אויף א טי ווי שאו און ער וועט ארויסגעבן אלע זיינע טענות אויף די קאמיוניטי, אדער זיינע קשיות אויפן באשעפער וכדומה, וועט איר אוודאי שרייען, "ליגנער! דו ביזט נישט געגאנגן OTD צוליב דעם נאר צוליב די אינטערנעט!". סיריעסלי? ער פרעגט א קשיא אויף די אמונה און דו ענטפערסט אים "אינטערנעט"? האסט נישט עפעס מער אינטעלעקטואל צו ענטפערן? די זעלבע איז מיט די אלע, דער טענה'ט אז מען גיבט נישט קיין עזשוקעישאן און דיין ענטפער איז גע'גט'ע עלטערן? דער טענה'ט אז נאר תורה איז אן ארטיקל און מען לאזט נישט אביסל ארויסגעבן אפילו מיט עקסערסייז, און דיין תירוץ איז א משוגענע מאמע?

יא, א משוגענע מאמע, א גע'גט'ע שטוב, א שווערע שלום בית און די אינטערנעט זענען א טייל פון די מעשה, אבער זיי זענען נישט קיין תירוצים אויף די קושיות.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8