☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווען Off The Derech גייט Off Track

ווען Off The Derech גייט Off Track

357 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

בעריש » דינסטאג יולי 9, 2013 12:47 pm

· #131847
פאר די וואס גייען יא מיט די אלד פעשענד אמונה אט איז א שטיקל רמב"ם הלכות אבילות
כל הפורשין מדרכי ציבור, והם האנשים שפרקו עול המצוות מעל צווארן, ואינן נכללין בכלל ישראל בעשיית המצוות וכבוד המועדות, וישיבת בתי כנסייות ובתי מדרשות, אלא הרי הן כך בני חורין לעצמן, כשאר האומות, וכן המינים והמשומדים והמוסרין--כל אלו אין מתאבלין עליהן; אלא אחיהם ושאר קרוביהם לובשין לבנים ומתעטפים לבנים, ואוכלים ושותים ושמחים: שאבדו שונאיו של הקדוש ברוך הוא, ועליהם הכתוב אומר "הלוא משנאיך ה', אשנא"

יידל » דינסטאג יולי 9, 2013 4:09 pm

· #131912
די תגובה האב איך שוין אנגעהויבן שרייבן נעכטן נאר וויבאלד איך בין אויף וואקאציע האב איך עס געלאזט אויף היינט. עס איז מעגליך אז יעצט איז עס שוין רעלעוואנט נאכדעם וואס די שמועס איז שוין געלאפן אפאר מייל פאראויס, אבער דאך וועל איך ארייווארפן מיינע צוויי צענט.

קודם כל, שרגא, שפתיים יישק משיב דברי נכוחים. די פראבלעם איז נאר אז די אשכול (ביז צו די תגובה ווי איך האב נאך געליינט בעיון) האט נישט גערעדט פון די באמעס פענאמענאן, נאר פון די כופרים פענאמענאן. ווי ווייט איך ווייס און קענענדיג טייל פעלער פון די נאענט זעט מיר דוקא יא אויס ווי עס איז פארהאן א שיינע פראצענט OTD'ס וועלכע זענען חכמים ונבונים וועלכע זענען לאו דוקא געווען להוט שוין מנעורם צו גיין מיט א טשופ און א פיר סלייס קאפל. אויב רעדט מען אויף די נושרים בכלליות ביסטו גערעכט אז ס'רוב קומט נישט פון פילאזאפיע ומחשבה און טאקע דערפאר איז ביי טייל אזוי גרינג צוריקצוברענגן. משא"כ די כופרים פענאמענאן ווי אינגעלייט און פרויען קומען צו די הכרה מתוך חקירה ודרישה אז זייער יוגנט חינוך איז נישט ריכטיג למחצה לשליש ולרביעה, ביי זיי ביסטו בכלליות נישט גערעכט מיט דיינע באהויפטונגען.
שרגא

און דזשאסט פאר די פאן, לאמיר נעמען די דוגמא וואס מען האט דא דערמאנט וועגן ושתי'ס וויידל. אויב איינער זאגט ער איז ממש אלערגיש צו הערן וועגן אן אמאליגע מעשה מיט א וויידל, איז אויסער דעם וואס מען האט שוין אנגעוויזן אז ווער ס'איז אומבאקוועם דערמיט מוז עס נישט אננעמען עפ"י פשטות, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב ווען ער וועט הערן די אידענע דערציילן די קינדערלעך וועגן א נאז וואס האט זיך פארלענגערט, צי איבער איין-אויגיקע מאנסטערס, אדער די אנדערע טויזנט מאדנע געשיכטעלעך, וועט ער אויך אויפטאנצן און זיך פשוט נישט קענען איינהאלטן פון שרייען "געוואלד! אזוינע שטותים!"? גענוג זאגן 'נישט' פאר די קינדער ביז זיי ווערן עלטער אז די מעשה'לעך זענען נאר סך הכל א מעשה ארויסצוהייבן א מוסר השכל און זיי ניצן עס צו לערנען די קינדערלעך נישט צו נעמען אליין, נישט ליגנט זאגן, זיך אויפפירן מאראליש, און אוזי ווייטער. די זעלבע קענסטו זאגן מיט די מדרשים.

די חילוק איז נאר אז צווישן עדאלטס ווייסט יעדער אז פענאקיאו איז נישט עכט. פרוביר אבער אריינקומען אין שול פורים אינדערפרי און רעדן כאילו ושתי'ס וויידל לא נברא ולא היה אלא משל היה? אינעם בעסטן פאל וועלן דיר דיינע חבירים אויסלאכן אלץ אויבערחכם, אויפגעקלערטער, און קאווע שטיבל ליינער און אינעם ערגסטן פאל וועט דער רב פון שול שרייען אויף דיר אז זאלסט אויפהערן פארקויפן דיין אפיקורסות אין זיין שול. כאפסט שרגא? עס איז נישט די פערטיקולער אישו פון פארציילן פאר די קינדער, עס איז די בככליות'דיגע עטיטוד פון די געמיינדע איבער די מדרשים. און ווי לאנג איך וועל בדרך הטבע נישט קענען זאגן פאר מיינע קינדער at one point פון זייער לעבן אז די מדרשים זענען מער אן ענין פון א מעטאפאר ווי א ווירקליכער פאסירונג אן זיי צעמישן אדער מאכן פראבלעמען אין זייער סאציאלן לעבן, בין איך אין א קלעם. איך האף אז דו פארשטייסט.

אה, און ביי דע וועי, לגבי דעם וויידל. פאר די יעניגע וואס האלטן זיך מוראדיג איינגעטונקען אין רעאליטעט און גלייבן נישט אז עס איז מעגליך געווען אזא מציאות און קלערן אז מען דארף זיין העכסט פאנאטיש און אומראציאנאל דאס צו קענען גלייבן? אט געב א קוק אויף דעם אינדיאנער מאן. און גוגל וועט דיר גערן צואווייזן נאך אזעלכע וויידלדיגע חברה, און טאקע מיט לעבעדיגע בילדער.
און די וויידל איז ארויסגעוואקסן פלוצים ווען אחשדרפנים האבן געקלאפט אויפן טיר?

גלייבן איז צומאל א גרעסערע חכמה ווי נישט גלייבן.

וויאזוי האט דער ווילנא'ר גאון געענטפערט פארן דובנא'ר מגיד? מיר זענען נישט קיין קונצן מאכער. מיר זענען נישט דא צו מאכן גרעסערע חכמות אדער קלענער חכמות, נאר צו פרובירן זיך צו דערנענטערן צום אמת ככל מה שניתן.

און אפילו די פראצענט פון חסידים וואס זענען אנגעליינט און זענען באמת נישט אינטערעסירט אין יעדן קוצו של יוד פון דעם "היינטיגן" חרדישן אידישקייט מיט אלע צוגעלייגטע ספייסעס און עקסטרעס (וואס אגב, די צאל פון די חברה זענען לענ"ד שטארק איבערגעטריבן, ווייל די אלע "אויפגעקלערטע" רעדן נאר מיט זייער מין און עס קוקט זיי אויס ווי יעדער דריטער האט אפענע אויגן, אבער זיי פארגעסן פון דעם ריזיגן און גרעסטן פראצענט ואוס זענען פונקט ווי זיי זענען געווען איידער'ן אנהייבן ליינען. געדענקט נאר דעם פאקט אז געווענליך זענען דאס נאר די מער אינטעליגענטע שיכט וואס האט א ברייטערן ידיעה און טיפערן בליק אויף זאכן, יעצט טראכט וויפיל פראצענט פון מענטשן ואוס דו קענסט זענען אין דעם קאטעגאריע), האבן זיי אבער אנגענומען דעם אזויגערופענעם דאפלטן לעבן און פארטיג. "דאבל" מיט דעם אז סך הכל קען ער זיך יא איינהאלטן ביים הערן די מעשה מיט'ן וויידל און ער ציטערט נישט ווען זיין קינד קריכט אריבער א פענסטער. אבער דער טיפ דארף געווענליך אויך האבן גענוג שכל צו אנאליזירן און באגרייפן אז די אלטערנאטיוו איז קיין גרויסע ישועה. זיי ווייסן אז די קשיות ליגן נישט בלויז דא און די ענטפערס ליגן נישט בלויז דארט, דאס זיך אוועקגליטשן פון סיסטעם איז נישט דער אויסלייזער און ווייטער נישט דער גאראנטיע פאר א בעסערן לעבן, ווייל די אינערליכע צעריסנקייטן און קוועקלענישן ווערן נישט פארשוואונדן ווען מען טוט זיך אויס דעם קאפל, און אויסער דעם פארשטייען זיי אז א חלק פון די פארמולע וועט צוקומען די אזוי שווערע גשמיותדיגע פעקל פון א צעריסענע טאטע מאמע געשוויסטער ווייב און קינדער אויף אייביג.

דו זאגסט גוט, אבער דו מאכסט עס סאונדען ווי כאילו פארלאזן די געמיינדע איז אלץ א זיכערער אנזעץ בעת האלטן אלעס אין בויך, שפייען בלוט און רעדן פון נחת (קרעדיט: בנימין פרנקל), איז א זיכערער געווינס. נישט ריכטיג. איך און דו ווייסן דאס.

דאס גליק איז נישט דוקא דא - און נישט דוקא דארט. עס איז אין דעם מענטש.

(כ'האב ארויסגענומען דעם "זיכער". ואתכם הסליחה...)

פידלער » דינסטאג יולי 9, 2013 4:16 pm

· #131915
איך האב הנאה אז די האסט ארויסגענומען די *זיכער*. ס'האט מיך געבאדערט.

שרגא » דינסטאג יולי 9, 2013 5:01 pm

· #131946
יידל
קודם כל, שרגא, שפתיים יישק משיב דברי נכוחים. די פראבלעם איז נאר אז די אשכול (ביז צו די תגובה ווי איך האב נאך געליינט בעיון) האט נישט גערעדט פון די באמעס פענאמענאן, נאר פון די כופרים פענאמענאן. ווי ווייט איך ווייס און קענענדיג טייל פעלער פון די נאענט זעט מיר דוקא יא אויס ווי עס איז פארהאן א שיינע פראצענט OTD'ס וועלכע זענען חכמים ונבונים וועלכע זענען לאו דוקא געווען להוט שוין מנעורם צו גיין מיט א טשופ און א פיר סלייס קאפל. אויב רעדט מען אויף די נושרים בכלליות ביסטו גערעכט אז ס'רוב קומט נישט פון פילאזאפיע ומחשבה און טאקע דערפאר איז ביי טייל אזוי גרינג צוריקצוברענגן. משא"כ די כופרים פענאמענאן ווי אינגעלייט און פרויען קומען צו די הכרה מתוך חקירה ודרישה אז זייער יוגנט חינוך איז נישט ריכטיג למחצה לשליש ולרביעה, ביי זיי ביסטו בכלליות נישט גערעכט מיט דיינע באהויפטונגען.

קודם שקויעך, יידל. דיינע רייד זענען אלץ א פארגעניגן.

סארי, אבער דער קעפל און אויך די תגובות האבן גערעדט פון OTD, וואס דאס נעמט אריין די אלע "באמעס". דאס איז א שם הכלל וואס נעמט אריין די אלע וואס גליטשן זיך אראפ פון וועג און איך מיין קיינער איז זיי נישט בודק די ציצית (אקעי, גערעכט, זיי האבן נישט...) צי זיי זענען כופרים צי נישט. די וואס היטן נישט די מצוות ווערן גערופן OTD און דאס נעמט זיי אלע אריין. ריכטיג?

די פראצענט קען מען זיך דינגען אהין און צוריק ווייל וויבאלד מ'גייט נישט דא אנהייבן מאכן א ליסטע מיט נעמען, קענען ביידע זייטן נישט איבערווייזן. נאר דאס בעסטע וואס קענסט טון איז נישט צו טראכטן פון די פינף נעמען וואס יעדער ווייסט, נאר קוקן אויף דעם גאנצן ריזיגן חלק יונגען וואס זענען אוועקגעפאלן און טראכטן וויפיל "פראצענט" זענען אוועקגעפאלן צוליב "אנערקענונג". איך זאג דיר (און מוזט מיר פארשטייט זיך נישט גלייבן) אז א פיצעלע פראצענט. איך בין למשל דורכגעגאנגען איין קליפ פון א גרויסע פארברענג פון יענע חברה מיט א חבר און ממש איינצלנע זענען געווען אזעלכע מיט אפענע קעפ, דאס ריזיגע מערהייט זענען געווען סתם בויטשיקעס וואס יעדער צוליב זיין סיבה איז אוועקגעגאנגען אדער צומאל פשוט "ארויסגעפאלן" פונעם סיסטעם. (און געדענק איך רעכן נישט אויב איינער דערקלערט סתם "העי, דו, איך בין א ריכטיגער שייגעץ און עיטיאיסט." איך רעד פון איינעם וואס ווייסט עפעס בעיסיקס, וואס נאך איין מינוט רעדן זעט מען גרינג צי ער ווייסט בכלל דעם אפטייטש פון דעם ווארט, און אויב נישט דארפסטו מודה זיין אז מ'קען אים נישט אנרופן אלס א הציץ ונפגע פון ואוס מיר רעדן.)


די חילוק איז נאר אז צווישן עדאלטס ווייסט יעדער אז פענאקיאו איז נישט עכט. פרוביר אבער אריינקומען אין שול פורים אינדערפרי און רעדן כאילו ושתי'ס וויידל לא נברא ולא היה אלא משל היה? אינעם בעסטן פאל וועלן דיר דיינע חבירים אויסלאכן אלץ אויבערחכם, אויפגעקלערטער, און קאווע שטיבל ליינער און אינעם ערגסטן פאל וועט דער רב פון שול שרייען אויף דיר אז זאלסט אויפהערן פארקויפן דיין אפיקורסות אין זיין שול. כאפסט שרגא? עס איז נישט די פערטיקולער אישו פון פארציילן פאר די קינדער, עס איז די בככליות'דיגע עטיטוד פון די געמיינדע איבער די מדרשים. און ווי לאנג איך וועל בדרך הטבע נישט קענען זאגן פאר מיינע קינדער at one point פון זייער לעבן אז די מדרשים זענען מער אן ענין פון א מעטאפאר ווי א ווירקליכער פאסירונג אן זיי צעמישן אדער מאכן פראבלעמען אין זייער סאציאלן לעבן, בין איך אין א קלעם. איך האף אז דו פארשטייסט.


קודם כל, האט יענער ארטיקל-שרייבער גערעדט פון זיין אוממעגליכקייט זיך איינצוהאלטן פון נישט אויסזאגן זיין קינד דעם אמת איבער דעם וויידל, און אויף דעם האב איך זיך באצויגן.

און לגבי דעם ואוס דו זאגסט, איז הו קעירס אז דו קענסט נישט ארומגיין שרייען אין שול וואס דו טראכטס? אויב דאס האלטסטו און דו ווייסט האסט ראשונים מיט דיר, וואס גייט דיך אן? יא, מעגסט פארשטיין אז עס בלייבט דער דעת היחיד און נישט אלעס איז געמאכט פאר יעדן, ווי דער רמב"ם שרייבט, און מיינד יו איז אין יעדן קולטור דא קלוגע מענטשן ואוס זיי האבן אן אנדערע מיינונג אויף רוב זאכן ווי דעם המון עם. רוב אמעריקאנער זענען דעמאקראטיש אדער רעפובליקאניש, די קלוגערע זענען מסתמא מער אינדעפענדענט, און די קלענערע פראצענט ריכטיגע חכמים האבן אויף יעדע אישו זייער אייגענעם מיינונג, אבער אנדערע חכמים קענען זיין בעצם אנארכיסטן, אבער דאך ווייסן זיי נישט ארומצולויפן אויסשרייען פאר יעדן מענטש וואס זיי באגעגענען זייערע מיינונגען, אויסער אויב קענען זיי נישט די סאושעל נארמס. סתם מענטשן וואס זיי טרעפן ווילן האבן לייכטע שמועסן און זענען נישט אינטערעסירט צו הערן די מיינונגען וואס זענען פרעמד און עקסטרעם אין זיינע אויגן. זיינע נאנטסטע וועלן וויסן און מיט זיי קען ער אלעס אויסשמועסן, אבער אפילו דער אטעאיסט וועט וויסן נישט צוועלן ארויפשטופן זיין מיינונג אויף זיינע ארומיגע און וועט רעספעקטירן זייערע סענסיטיווע געפילן צו די האקעלע אישוס. איז פארוואס זאלן אזעלכע אידן ווי דיר דאס אויך נישט קענען באווייזן צו טון? וועט דען זיי עפעס פעלן אויב דו וועסט זיי נישט זאגן דיין חוות דעת אין דעם ענין?

און די וויידל איז ארויסגעוואקסן פלוצים ווען אחשדרפנים האבן געקלאפט אויפן טיר?


קודם כל, אויב איך וועל דיר ווייסן אן ענליכע משונה'דיגע פענאמען ווי א מענטש האט פלוצלינג באקומען עפעס א גאר מאדנע זאך וואס איז רעקארדירט אין גינעס, וועסטו שוין יא גלייבן אז עס איז דא אזא מעגליכקייט?
צווייטנס, שטייט דען ערגעץ אז עס איז געשען פלוצים אין איין רגע (כ'רעד נישט פון לייבוש לאנגער)? אפשר איז עס שוין געשען אביסל פריער, נאר דעמאלט ווען אחשורוש האט געוואלט זי זאל קומען נאקעט, האבן עס די אחשדרפנים באמערקט.
דריטנס, דארף מען דא "אפלאזן דעם וויידל". מיר האבן דאך שוין א צווייטן תנא וואס האלט בכלל נישט דערפון און זאגט פשוט אז זי איז געווארן קרעציג, נו, קענסטו אננעמען ווי אים און שפאר מיר זיך די דאגות.

דו זאגסט גוט, אבער דו מאכסט עס סאונדען ווי כאילו פארלאזן די געמיינדע איז אלץ א זיכערער אנזעץ בעת האלטן אלעס אין בויך, שפייען בלוט און רעדן פון נחת (קרעדיט: בנימין פרנקל), איז א זיכערער געווינס. נישט ריכטיג. איך און דו ווייסן דאס.

אמת, עס איז נישט אייביג קיין זיכערע געווינס. אבער דאס איז דאך נישט קיין נייעס. וואס איך וויל זאגן איז אז מען זאל זיך נישט איינרעדן אז דארט איז יא א זיכערע געווינס. זייער ווייט פון זיכער. און אויסער דעם וואס כ'האב שוין געשריבן אויבן אז די אינערליכע פראבלעמען בלייבן, וויל איך טאקע אויסברייטערן אביסל די חלק פארוואס דארט איז לאו דוקא אן אויטאמאטישע גן עדן התחתון, נאר יעצט מוז איך גיין. וועל איך עס משלים זיין אי"ה ביינאכט אדער מארגן.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יולי 9, 2013 5:42 pm

· #131962
שרגא איך בין מיט דיר אויף איין בלעטל, אבער דער דמיון צו גינעס ווארלד אוו רעקארדס גלייך איך נישט ואינו עולה יפה, בשעת וואס דארט באהאנדלט מען אויסערארנטליכע געשעענישן משא"כ חז"ל ווילן פארציילן א ספאנטאנישער ניסים'דיגע תופעה מיט א סיבה אז ושתי זאל זיך וועלן שעמען.

קענסט ענטפערן אז ס'איז נישט כפשוטו, אדער ניין ס'איז יא כפשוטו און אז חז"ל זאגן איז אזוי געווען, ולא גרע פון אלע אנדערע ניסים וואס ווערן געברענגט אין חז"ל דוגמת אז ס'איז ארויסגעוואקסן דדם פאר א מאנספערזאן אן אלמן ער זאל קענען שפייזן זיין קינד. (גראדע די גמ' האט א צד עס צו פארדאמען אז מ'האט געדארפט משנה זיין מעשה בראשית פאר דעם מענטש, וראי' הוא לדברי יידל לעיל בשם המורה אז ניסים איז א חסרון אין דער בריאה).

אויסער דעם בין איך געווען שאקירט פון דיין וואונדערבארן כוח הכתיבה אז איך האב מיך געמוזט נאכפרעגן ביי עלטערע פארוואס איר קומט דא אזוי זעלטן. עטליכע זאצן אייערע זענען ממש גאונות ליטעראטור ווערק. וואס איך האב די מערסטע געגליכן איז די ליניע: בלינדע און אויבערפלעכליכע סקעפטיציזם איז קיין פינטל נישט מער חכמה ווי בלינדע אויבערפלעכליכע אמונה!

שעפטל » דינסטאג יולי 9, 2013 5:58 pm

· #131967
ואף אני בחלומי...

איי @שרגא שרגא ווי גוט האסט געשריבן,
קודם נאכן לייענען דיין האב איך מיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן אדורך צו גיין די או טי די'ס וואס איך קאן אדער געהערט פון זיי, און אויף דעם וויל איך צולייגן:

יא רובא דרובא או טי די'ס וועלן דיר ניטאמאל קענען נאכזאגן א מימרא פון א געלערענטער גוי צו כופר, אפגערעדט א סייענטיסט, אדרבה גייטס ארויס אויפן גאס און הייב אן אפשטעלן די דראפ'אוטס און פרעג זיי, וועסט הערן א בוך מיט תירוצים ווער ס'איז שילדיג, די טאטע, די מאמע, די מנהל, מלמד, משגיח, חבר, מאלעסטער, מענעדזשער, ווייב, שוויגער. יעדער איז עט בלעים, יעדער האט אים דערווייטערט, יעדער האט אים צוקלאפט, אראפגעקוקט, בא'עוול'ט, געטשעפעט וכו'. רוב פון זיי וועלן דיר נישט ענטפערן אז די מעשה מיט נחשון בן עמינדב מאכט נישט קיין סענס. ער ווייסט נישט און האט קיינמאל נישט געוויסט אז ס'דא מענטשן וואס ממש לייקענען אין כל הקודש לנו.. סך הכל איז ער פארווייטאגט אדער א בעל תאוה און טוהט פשוט עבירות ווייל ער פאלגט די יצר הרע, רוב פון זיי דרייען זיך געהעריג ארום מיט גילטי קאונטשעס, איינער מער און איינער ווייניגער.

נאר וואס דען? די וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט און לאזן זיך כסדר הערן איז דיבעיטעבל צו זיי זענען אראפ ווייל זיי זענען געווארן אויפגעקלערט, צו זיי האבן נישט געהאט קיין נערווען צו די סיסטעם, אדער זענען זיי פונקט ווי די אויבן דערמאנטע, נאר צוליב זייער גוטע שפראך/פענע און לעק אוו אטענטשן האבן זיי זיך אויך גענומען שטודירן און היינט האבן זיי תירוצים אויף אלעמען און קשיות אויף דיר.
איך גיי נישט זאגן אז ממש יעדער איז אזוי, ס'איז אייביג געווען מענטשן וואס האבן זיך אנגעליינט און האבן באמת באקומען קשיות און צוליב אונזער סיסטעם פון נישט האבן קיין תירוצים זענען זיי געגאנגן ווי זיי זענען אנגעקומען.

אבער, זינט די לעצטע פאר יאר איז פשוט אריבער די סטייל פון "כ'בין אזוי געווארן ווייל מ'האט מיך מאלעסטירט" צו "כ'בין אן אטיעסט". און קוקט נאכדעם אויף וויקיפידיע וואס דאסז איז אטיעסט וואס ער האט באמבאסטיש געווארפן..

איבער די פונקט אז רוב פון זיי זענען שוין געווען וואקעלדיג אין זייערע אינגע יארן, קענסטו נישט זיין מער גערעכט, ס'איז דא ממש א מיעוט המצוי וואס זענען געווען קילע בחורים צו פראבלימאטישע מיידלעך יונגווייז אויס און זענען אויפגעוואקסן וואוילע, יא די האבן ביי די צוועלף געוואלט גיין מיט א פיר סלייס קאפל... ביי די בר מצוה קיינמאל נישט געוואלט גיין מיט א וואלענע ציצית.. קוים געקענט ווארטן חתונה צו האבן און קענען טוהן מה שלבו חפץ, קומט נאך צו צו דעם די רדיפות וואס ער האט געהאט אין חדר אז ער זאל זיך יא צושטעלן ביז ער האט איין טאג באשלאסן 'זייטס מיר און האטס מיר' אדער האט מען אים גאר מרחק געווען. ער האט נאכנישט געקענט ליינען קיין ענגליש אבער שרייט אז ער איז אן אנגעליינטער (כ'ווייס ס'דא היינט אידישע אויך) ער וויינט מיט קראקעדאל טרערן אז ער ווייסט קוים וואס א לייברערי איז, וויאזוי מ'ניצט א קאמפיוטער, ער ווייסט נעבעך ניטאמאל וואס צו זיכן, אבער פאר זיין חבר זאגט ער מיט שפאס "העי, האסט נישט געליינט וואס איך האב.. ליין און קום צוריק.."
טאקע ברם יזכר ל.. די פאר נשים וואס האבן אריינגעלייגט די פאר נעמען אין זייער פיסק ביי די אינטערוויו'ס און אלע איינס ביי איינס ניצן עס ווען מ'ברויך עס...

יעצט צו זיי זענען מער העפי צו נישט, איך גיי נישט אריינגיין צו מ'קען בכלל זיין העפי צו נישט, ווייל ס'איז נעריש צו דעבאטירן און מאכן א פאקט אז מ'קען נישט זיין העפי דארט, ס'קומט מיר פאר ווי איך האב נעכטן געזעהן ביי איינעם וואס שרייבט איבער וואס זי גייט אדורך מיט אירע עלטערן און ס'ווערט דארט אראפגעלייגט א כלל אז יעדער וואס איז נאך אינעם אידישן 'קולט' קען קיין ליבשאפט נישט געבן אדער קריגן...!!! און מענטשן אפאלאדירן איר מיט זייערע ווייטאגן (וואס ווייזט היפש אז רוב פון זיי זענען פשוט און פראסט אדורך א שווערע יוגענט..) מ'גלייכט אונז צו צו טאליבאנע מוסלומענע וכו'., איבערדעם האב איך אמאל געטראכט אז ס'איז א שטיקל כלל (מיז נישט זיין אמת..) רוב וואס לעת עתה מאכן זיי באמת א לעבן זענען געגאנגן זייער וועג און טראכטן כמעט נישט צוריק צו זייער דערביטערטע לעבן, יא אמאל אמאל קען זיך זיין שנאה און האס אויפוועקן און ער וועט זיך לאזן הערן, כ'רעד אבער אין דזשענעראל.
די וואס כסדר הערט מען פון זיי ווערטער פון כעס, ווייטאג, פארשעמעונג, געשרייערייען פרובירן דיך אויפצוווייזן ווי גוט ס'גייט זיי און ווי אינדער ערד אונז זעמער ווילן פשוט די זאלסט אויך זיין צומישט און צוחוש'ט אדער ווילן זיי אז דו זאלסט זיי נאכגיין אפשר דעמאלטס וועט זיי בעסער ווערן..

כללו של דבר, יעדער האט זיך זיין מעשה און יעדער זיין ווייטאג, צו שרייען אז מ'דארף זיך רעכענען מיט זיינע געפילן, לאמיר זעהן ער זאל זיך רעכענען מיט אונזערע.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 6:10 pm

· #131972
די טענה 'זאל ער זיך רעכנען מיט אונזערע געפילען', איז מורא'דיג פאני און איינזייטיג.
לאמיר פראיבערן צו זיעהן, וואס אנטיילט אז דער אפפארער זאל זיך רעכענען מיט דער פרומער'ס געפילען vs. אז דער פרומער זאל זיך רעכענען מיט זיינע געפילען.

דער או טי די בעט סך הכל, הרג'ט מיר נישט, מאכט מיר נישט אינגאנצען אוועק, כאפ נישט אוועק מיינע קינדער פון מיר, וכו'.
דערקעגן דער פרומער בעט פון עם מער ווייניגער ער זאל זיין פרום, בשם זיינע געפילען. דער חילוק איז אז בשעת דער פרייער בקשה אויף זיך רעכענען מיט געפילען איז סך הכל לעב און לאז לעבן, דאס הייסט ער אנערקענט אין דער זכות פון יעדער איינער צו פירען זין לעבן ווי ער וויל און בעט סך הכל אז די דאזיגע נקודה זאל אויסגעפירט ווערן, מ'זאל זיך נישט אריינשטעקן די נאז אין יענמ'ם לעבן, פילט זיך דער פרומער דער רעכט בשם זיינע 'געפילען' צו דיקטירן פאר יענער וואס צו טוהן מבואו ועד צאתו.

עס דערמאנט די אראבישער גלויביגער וואס בשם דער איסור פוגע זיין אין זייערע רעליגיעזע פילינגס ווייל איינער האט אפשר געמאכט א וויץ אויף זייער נביא, איז בשם דעם פראברענען זיי א האלבע שטאט און הרג'ענען אפאר הונדרעט מענטשען.

יידל » דינסטאג יולי 9, 2013 6:13 pm

· #131975
שרגא

און לגבי דעם ואוס דו זאגסט, איז הו קעירס אז דו קענסט נישט ארומגיין שרייען אין שול וואס דו טראכטס? אויב דאס האלטסטו און דו ווייסט האסט ראשונים מיט דיר, וואס גייט דיך אן? יא, מעגסט פארשטיין אז עס בלייבט דער דעת היחיד און נישט אלעס איז געמאכט פאר יעדן, ווי דער רמב"ם שרייבט, און מיינד יו איז אין יעדן קולטור דא קלוגע מענטשן ואוס זיי האבן אן אנדערע מיינונג אויף רוב זאכן ווי דעם המון עם. רוב אמעריקאנער זענען דעמאקראטיש אדער רעפובליקאניש, די קלוגערע זענען מסתמא מער אינדעפענדענט, און די קלענערע פראצענט ריכטיגע חכמים האבן אויף יעדע אישו זייער אייגענעם מיינונג, אבער אנדערע חכמים קענען זיין בעצם אנארכיסטן, אבער דאך ווייסן זיי נישט ארומצולויפן אויסשרייען פאר יעדן מענטש וואס זיי באגעגענען זייערע מיינונגען, אויסער אויב קענען זיי נישט די סאושעל נארמס. סתם מענטשן וואס זיי טרעפן ווילן האבן לייכטע שמועסן און זענען נישט אינטערעסירט צו הערן די מיינונגען וואס זענען פרעמד און עקסטרעם אין זיינע אויגן. זיינע נאנטסטע וועלן וויסן און מיט זיי קען ער אלעס אויסשמועסן, אבער אפילו דער אטעאיסט וועט וויסן נישט צוועלן ארויפשטופן זיין מיינונג אויף זיינע ארומיגע און וועט רעספעקטירן זייערע סענסיטיווע געפילן צו די האקעלע אישוס. איז פארוואס זאלן אזעלכע אידן ווי דיר דאס אויך נישט קענען באווייזן צו טון? וועט דען זיי עפעס פעלן אויב דו וועסט זיי נישט זאגן דיין חוות דעת אין דעם ענין?


אבער רבונו דעלמא כולו, וואס פאר א מין עצה איז דאס צו בלייבן שטיל איבער זאכן וואס דו האסט אפאר תגובות ארויף געמאכט מיט די הענט דערויף ווי צו זאגן "עה, הו קעירס, משל היה, מציאות היה, סעים דיפרענס"?! וויאזוי איז פון אזא נישטיגער נושא געווארן פלוצים א "האקעלע נושא" וואס איך דארף רעספעקטירן מיינע ארומיגע'ס סענסעטיווע געפילן מיטן האלטן מיין מיינונג איבער דעם אין בויך? און דו ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן? אז עס שטעלט זיך אפ ביי ושתי'ס וויידל וואלט עס טאקע נישט געווען קיין פראבלעם. נאר אויב 25% פון וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט און די ארומיגע זענען סענסעטיוו איבער דעם, הייבט אן צאמצופאלן, הייבט דיין לעבן אן זיין א חיי גיהנום וויבאלד מיטן יעדן דריי ביסטו אויסן צו פוגע זיין אין די סענסעטיווע געפילן פון אן ארומיגן. זאג ער פאר זיין ווייב א קרום ווארט אויף תגלחת נשים, הייבט זי ברעמען און זי ווערט באליידיגט. אז ער מערקט אן אז אין מגילה שטייט נישט אז ושתי איז גע'הרג'ט געווארן נאר ס'רשי'ס חידוש, זאגט אים זיין שכן "אויבערחכם איינער, רש"י איז דען נישט תורה הקדושה?" און אז ער האט אין קאר אן אורות הקודש כאפט ער א פסק פונעם אינגערמאן וואס ער האט גענומען אויף א היטש קיין וויליאמסבורג. וואספארא פנים טראגט אזא לעבן ווי מ'מוז אנשטעלן א פנים פון א תם און זיין א חכם נאר אונטער די דאכענע?

און די וויידל איז ארויסגעוואקסן פלוצים ווען אחשדרפנים האבן געקלאפט אויפן טיר?


קודם כל, אויב איך וועל דיר ווייסן אן ענליכע משונה'דיגע פענאמען ווי א מענטש האט פלוצלינג באקומען עפעס א גאר מאדנע זאך וואס איז רעקארדירט אין גינעס, וועסטו שוין יא גלייבן אז עס איז דא אזא מעגליכקייט?
צווייטנס, שטייט דען ערגעץ אז עס איז געשען פלוצים אין איין רגע (כ'רעד נישט פון לייבוש לאנגער)? אפשר איז עס שוין געשען אביסל פריער, נאר דעמאלט ווען אחשורוש האט געוואלט זי זאל קומען נאקעט, האבן עס די אחשדרפנים באמערקט.
דריטנס, דארף מען דא "אפלאזן דעם וויידל". מיר האבן דאך שוין א צווייטן תנא וואס האלט בכלל נישט דערפון און זאגט פשוט אז זי איז געווארן קרעציג, נו, קענסטו אננעמען ווי אים און שפאר מיר זיך די דאגות.

איך רעד דוקא יא פון לייבוש לאנגער. (אלץ דוגמא, האט @אנאנים חברינו געברענגט דא אמאל אין שטיבל פון דער ניק "גראדער'ס" בוך איבער מעשה בראשית, עיי"ש).
ועוד, פרוביר נאר זאגן דיין דריטער נקודה אין שול ביים ליינען. ווי איך דאווען, וועט מען מיר דאס ערשטע מאל איידל מעיר זיין אז מ'טאר נישט אזוי זאגן, קלו וקלו דברי אלוקים חיים און אז דער צאנזער רב שרייבט דאך שוין אז אפילו צווישן ראשונים טאר מען נישט מכריע זיין, און ביים פיפטן מאל וועל איך שוין באקומען א טיטל פון אן אויפגעקלערטער.


אמת, עס איז נישט אייביג קיין זיכערע געווינס. אבער דאס איז דאך נישט קיין נייעס. וואס איך וויל זאגן איז אז מען זאל זיך נישט איינרעדן אז דארט איז יא א זיכערע געווינס. זייער ווייט פון זיכער. און אויסער דעם וואס כ'האב שוין געשריבן אויבן אז די אינערליכע פראבלעמען בלייבן, וויל איך טאקע אויסברייטערן אביסל די חלק פארוואס דארט איז לאו דוקא אן אויטאמאטישע גן עדן התחתון, נאר יעצט מוז איך גיין. וועל איך עס משלים זיין אי"ה ביינאכט אדער מארגן.

העי, דו טוישסט יעצט פון "זיכער נישט קיין געווינס" צו "נישט קיין זיכערער געווינס". דאס איז גאר א צווייטער מעשה, און יעדער דארף זיך אליינס שוקל זיין זיינע געווינסן ווערסוס פארלוסטן.

שעפטל » דינסטאג יולי 9, 2013 7:07 pm

· #131985
לעיקוואד
די טענה 'זאל ער זיך רעכנען מיט אונזערע געפילען', איז מורא'דיג פאני און איינזייטיג.
לאמיר פראיבערן צו זיעהן, וואס אנטיילט אז דער אפפארער זאל זיך רעכענען מיט דער פרומער'ס געפילען vs. אז דער פרומער זאל זיך רעכענען מיט זיינע געפילען.

דער או טי די בעט סך הכל, הרג'ט מיר נישט, מאכט מיר נישט אינגאנצען אוועק, כאפ נישט אוועק מיינע קינדער פון מיר, וכו'.
דערקעגן דער פרומער בעט פון עם מער ווייניגער ער זאל זיין פרום, בשם זיינע געפילען. דער חילוק איז אז בשעת דער פרייער בקשה אויף זיך רעכענען מיט געפילען איז סך הכל לעב און לאז לעבן, דאס הייסט ער אנערקענט אין דער זכות פון יעדער איינער צו פירען זין לעבן ווי ער וויל און בעט סך הכל אז די דאזיגע נקודה זאל אויסגעפירט ווערן, מ'זאל זיך נישט אריינשטעקן די נאז אין יענמ'ם לעבן, פילט זיך דער פרומער דער רעכט בשם זיינע 'געפילען' צו דיקטירן פאר יענער וואס צו טוהן מבואו ועד צאתו.

עס דערמאנט די אראבישער גלויביגער וואס בשם דער איסור פוגע זיין אין זייערע רעליגיעזע פילינגס ווייל איינער האט אפשר געמאכט א וויץ אויף זייער נביא, איז בשם דעם פראברענען זיי א האלבע שטאט און הרג'ענען אפאר הונדרעט מענטשען.

אפילו דיוואס האבן די קינדער זיצן און שרייבן, רעדן, שרייען, טרעטן אויף מיט האס און העץ אקעגן זייער געוועזענע גלויבן, מיט זינלאזע אטאקעס פשוט מסביר צו זיין פארוואס ער האט פשוט נישט געקענט בלייבן דארט, און גלייכצייטיג שוינט ער/זי נישט קיין ווערטער צו אראפמאלן דאס חסידישע/אידישע פאלק אלס טערעריסטן און קולט פירער.

70% פון די וואס האבן געשריבן און גערעדט האבן אדער נישט קיין קינדער אדער האבן זיי די קינדער מיט זיך, דעס איז נישט די אישו און ענטפער פארוואס צו באשמיצן.

דער פרומער באשמיצט אים נישט ביז ווילאנג ער קומט צוריק און פרובירט ארויפצוצווינגן זיין פרייען לעבן צווישן די פרומע לעבן.

דו ווייסט וויפיל או טי די'ס ס'דא וואס דו ווייסט ניטאמאל ווער זיי זענען? זייער אסאך, יא זייער אסאך! די אלע וואס האבן זיך אפגעשאקעלט און אוועקשפאצירט און לעבן זייער לעבן און לאזן אנדערע לעבן. די וואס דו הערסט יא, יא ס'דא א שיין חלק וואס שלאגן זיך פאר זייערע קינדער -אויך ווי ס'איז געווענדליך א קריג וויאזוי די קינדער זאלן אויפוואקסן, דו נעמסט נאר אן ער דער פרייער האט עפעס מער רעכטן אויף דעם שוין אזוי אויך צומישטע 5 יעריג קינד, און מיט דעם וואס ער שרייט 'פרייהייט' איז ער מער גערעכט ווי דער אנדערער וואס פארלאנגט שיעבוד התורה-. אבער ס'דא א גרעסערע חלק וואס צוליב זייער איינגעגעסענע ביטערניש וועלן זיי פרובירן אראפצוברענגן זיין משפחה און פריינד פון די פארגאנגענהייט.

ווילסט ארויסגיין? גיי געזינטערהייט! פרוביר נארנישט צו שפילן רחמנות, און פרוביר נישט צו צווינגן דיין טאטע/מאמע און משפחה מיט חבירים מיטצולעבן מיט דיר.

הקטן » דינסטאג יולי 9, 2013 7:38 pm

· #131993
ליידער האב איך האב נישט פיינט קיין עטיאיסט, און איך האב אבער יא פיינט ווען איינער טשעפעט מיין טאטע אדער אן אנדערע קרוב משפחה. איך בין זיך דן לכף זכות אז דער עטיעסט איז אן עונס אין זיין נישט גלייבן. נאכן ליינען וואס ער האט געליינט, און האלטען פין זיין קאפ וואס ער האלט, און ער זעט נישט קיין וועג ארויס, איז ער איבערצייגט אז ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס, און ער האט ער נישט קיין ברירה, און מיז אויפהערן גלייבן אז קען זיין אז יש מנהיג לבירה. אבער אין ערגסטען פאל איז ער סך הכול א מומר לתיאבון, אן עטיעסט קען דאך קיין מומר להכעיס נישט זיין!

וואס גייט מיר אבער נישט אריין און קאפ, פין די עטיעסטס point of view , וואס פארא טענה האט ער בכלל, לאז עוועלאשען זיך אויסשפילען! זאלען די "גלייבערס" מיט די "נישט גלייבערס" זיך ארימשלאגען און survival of the fittest וועט אנשיידען.

(פאר 98,765,456,787 יאר צוריק איז געווען "עטיאיסטען"מען האט אבער ציגענימען זייער קינדער איז נישט געבליבען פין זיי , אדער ס'געווען "גלייבערס" אמאל ביז ס'געקימען א גרויסע אינטערנעט און האט זיי אלע פארציגט)

אויב די עטיעסט וויל אויף זיך נעמען מענשליכע מאראלען, אלס אן הסכמה פין איין עטיעסט צום צווייטען, זאל זיין אזוי, אבער וואס פארא תביעה קען ער האבען אויף מיר - מאנקי אפשטאמיגע - איך זאל זיך רעכנען מיט זיינע זעלבסט געגרינדעטע מאראל?

שרגא » דינסטאג יולי 9, 2013 8:08 pm

· #131997
מאראנצןזאפט
שרגא איך בין מיט דיר אויף איין בלעטל, אבער דער דמיון צו גינעס ווארלד אוו רעקארדס גלייך איך נישט ואינו עולה יפה, בשעת וואס דארט באהאנדלט מען אויסערארנטליכע געשעענישן משא"כ חז"ל ווילן פארציילן א ספאנטאנישער ניסים'דיגע תופעה מיט א סיבה אז ושתי זאל זיך וועלן שעמען.

קענסט ענטפערן אז ס'איז נישט כפשוטו, אדער ניין ס'איז יא כפשוטו און אז חז"ל זאגן איז אזוי געווען, ולא גרע פון אלע אנדערע ניסים וואס ווערן געברענגט אין חז"ל דוגמת אז ס'איז ארויסגעוואקסן דדם פאר א מאנספערזאן אן אלמן ער זאל קענען שפייזן זיין קינד. (גראדע די גמ' האט א צד עס צו פארדאמען אז מ'האט געדארפט משנה זיין מעשה בראשית פאר דעם מענטש, וראי' הוא לדברי יידל לעיל בשם המורה אז ניסים איז א חסרון אין דער בריאה).

איך מיין דו האסט פארפאסט דעם פונקט וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען. כ'האב סך הכל געזאגט אז די מעשה מיט'ן וויידל וואס האט ממש איינעם אויפגעשאקלט און נישט געקענט פועל'ן ביי זיך צו לאזן א קינד הערן אזעלכע "נארישע געשיכטעלעך", איז צופעליג א מציאות וואס יעדער קען עס היינט זען מיט די אייגענע אויגן, ווייל עס זענען טאקע דא מענטשן מיט וויידלעך. האט דאך ושתי אויך געקענט האבן איינס. און אויב דו קענסט זען אזעלכע געשעענישן אין דעם גינעס בוך, וואס יענץ וואלט אויך א סעקפעטיקער קיינמאל אין לעבן געוואלט גלייבן, איז פארוואס זאל ער נישט אויך קענען גלייבן אנדערע ענליכע מעשה'לעך וואס איז פשוט מעגליך אפילו עפ"י טבע, און מ'מוז אפי' נישט צוקומען צו א נס. (נאר אוודאי פאר די וואס האבן קיין שום פראבלעם מיט נסים, איז דאך בכלל גארנישט שווער. מ'רעדט דאך אבער לשיטתיה.) דערנאך האב איך געזאגט אז אויב איינער וויל דוקא, קען ער אפילו האלטן אז עס איז נישט עפ"י פשטות.

דעת תורה » דינסטאג יולי 9, 2013 8:28 pm

· #132002
@שרגא שפתיים ישק.

איך שריי שוין זייער לאנג די נקודה, אין ק"ש האט זיך עפעס אוועקגעשטעלט א מאדנער באראמעטער, אויב קענסטו זאגן דיינע בויך קראצענישן אין פובליק, איז די סאסייעטי גוט, אויב אבער וועט די סאסייעטי דיר פארשרייען דערפאר, ביסטו געבינדן. כאילו איינער וואס איז בשיטה א קאמוניסט קען דא אין אמעריקע זיך פריי אויסדריקן אן פארשריגן ווערן דערפאר. פארשטייט זיך אז עס דראעט קיינעם נישט קיין פאקטישע קאנסעקווענצן פארן זיין א אויפגעקלערטער, נאר די מאס אומגינסטיגע בליקן וואס א קאמוניסט באקומט. (גראדע געווען מעקארטי'ס צייטן ווען א קאמוניסט איז געווען א ערנסטע סכנה). דאס איז איינס.

צווייטנס, ברויך מען זיין א מכיר את מקומו. ניין, דו קענסט זיך נישט שטעלן טענה'ן און מסביר זיין פאר יעדן שמויגער. דו ביסט סאך קלוגער ווי דער וואס פארשרייט דיר! דו רעדסט דקות'דיגע נושאים וואס א עב השכל, קען נישט פארשטיין. לויטן רמב"ם'ס אויסדריק וואס ער נוצט כסדר קומט עס אויס צו א רעטיא פון 1 חכם פער טויזנט טפשים. סאו פארשטיי דיין מצב, און לאז ארויס די איבריגע וועלט פון דיין געמויזעכץ.

דריטענס, אויב פייגערסטו דוקא צו מפרסם זיין דיינע "אוט אוו ארדינערי" מיינונגען פילאזאפיעס השקפות, געדאנקען און בעיקר ידיעות און אנדערע שיטות, קענסטו דאס זייער גרינג טאן, דו דארפסט עס נאר זאגן מיטן ריכטיגן טאן, נישט ווי עפעס א אויפגעקלערטער נאר פשוט ווי א ידען. קען זיין אויב דיין ידענות ענדיגט זיך ביי אויפגעקלערטע נושאים וואס דו ליינסט אויף עפעס א בלאג וואס שרייבט נאך עם הארצות'דיג פאר א נויט, וועט עס טאקע נישט מעטשן, אבער געווענליך וועט עס ארבעטן.

שרגא » דינסטאג יולי 9, 2013 8:40 pm

· #132003
יידל
אבער רבונו דעלמא כולו, וואס פאר א מין עצה איז דאס צו בלייבן שטיל איבער זאכן וואס דו האסט אפאר תגובות ארויף געמאכט מיט די הענט דערויף ווי צו זאגן "עה, הו קעירס, משל היה, מציאות היה, סעים דיפרענס"?! וויאזוי איז פון אזא נישטיגער נושא געווארן פלוצים א "האקעלע נושא" וואס איך דארף רעספעקטירן מיינע ארומיגע'ס סענסעטיווע געפילן מיטן האלטן מיין מיינונג איבער דעם אין בויך? און דו ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן? אז עס שטעלט זיך אפ ביי ושתי'ס וויידל וואלט עס טאקע נישט געווען קיין פראבלעם. נאר אויב 25% פון וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט און די ארומיגע זענען סענסעטיוו איבער דעם, הייבט אן צאמצופאלן, הייבט דיין לעבן אן זיין א חיי גיהנום וויבאלד מיטן יעדן דריי ביסטו אויסן צו פוגע זיין אין די סענסעטיווע געפילן פון אן ארומיגן. זאג ער פאר זיין ווייב א קרום ווארט אויף תגלחת נשים, הייבט זי ברעמען און זי ווערט באליידיגט. אז ער מערקט אן אז אין מגילה שטייט נישט אז ושתי איז גע'הרג'ט געווארן נאר ס'רשי'ס חידוש, זאגט אים זיין שכן "אויבערחכם איינער, רש"י איז דען נישט תורה הקדושה?" און אז ער האט אין קאר אן אורות הקודש כאפט ער א פסק פונעם אינגערמאן וואס ער האט גענומען אויף א היטש קיין וויליאמסבורג. וואספארא פנים טראגט אזא לעבן ווי מ'מוז אנשטעלן א פנים פון א תם און זיין א חכם נאר אונטער די דאכענע?


עצה אויף וואס? וואס גענוי באדערט דיך? אז דו קענסט נישט אפן רעדן די אנדערע שיטות ווייל יענער וועט זאגן ביסט אן אויבערחכם? אקעי, קודם האסטו אנערקענט דעם פאקט אז דו ביסט געבוירן א חסיד צווישן חסידים און דו ווייסט וואס עס איז אנגענומען צו קענען רעדן און פרעגן און וואס נישט.

איך זע דריי ברירות: 1) אוועקגיין פון דעם סיסטעם. 2) בלייבן, אבער אנפייפן יעדן און זאגן וואס דו האסט צו זאגן ווען דו האסט צו זאגן. 3) בלייבן, און זיך האלטן פארמאכט דאס מויל פאר ווער עס דארף נישט הערן.

יעצט, אויב איז די צער ביי דיר ממש געוואלדיג גרויס און ממש דו פילסט אז דו וועסט זיך דערשטיקן אויב וועסטו זיך נישט אנרופן נאך די מגילה אז דער וויידל חלק געפעלט דיר נישט וכדומה, דו פילסט אז וכל זה איננו שוה לי אויב קענסטו נישט משפיע זיין אדער ווייזן דיין חכמה פאר דיינע ארומיגע חברים, דעמאלט בלייבסטו מיט אפציע 1 אדער 2, וואס אויב ביסטו קלאר אווער אויף זייערע קאנסעקווענצן און עס לוינט זיך דיר, דעמאלט ווייסטו דאך וואס האסט צו טון. ווידער אויב נעמסטו אן דעם פאקט כמו שהוא און גייסט גלייך צום פיפטן שטאפל פון גריווענס, וואס איז "עקסעפטנס", דו נעמסט אן דעם פאקט אז דאס איז עס, און יעצט נעמסטו זיך טוישן דיין געדאנקענגאנג עס זאל זיך קענען צופאסן צו דיין ענווייראמענט, בשעת די אנדערע זאכן וואס קיינער האלט נישט מיט וועסטו זיך סייווי ווייטער אויסגעבן (רעדן מיט "יענע" חברים און קומען אין קאווע שטיבל, וכדו'), וועסטו דיך העכסטנס אביסל בארואיגן.

האסט זיכער גענוג אנדערע זאכן וואס דו קענסט נישט שעירן מיט רוב פון דיינע חברים אויסער דיין פאמיליע, ווידער האסטו מסתמא זאכן ואוס וואלסט יעדן געזאגט אויסער פאר דיין פאמיליע, און יעצט וועסטו העכסטנס האבן א דריטע קאטגעאריע. סך הכל קענעסטו עס אנקוקן ווי די פארשידענע קאטעגאריעס וואס יעדער מענטש האט מיט זיינע ארומיגע. איין חבר האט מען צו רעדן/הערן לשון הרע, א צווייטן פאר אלע זאפטיגע רכילות'ן אין שטאט, א דריטן זיך צו לופטערן און ליצנות'ן, א פערטן צו שפילן שאך, א פיפטן וואס שלעפט אמאל אוועק צו א פארברענג, און דו וועסט אויך האבן א זעקסטן, זיבעטן און אכטן חבר פאר וועם דו קענסט איבערגעבן אלע דיינע השערות, רעצענזיעס, ספיקות און סעמי-מסקנות. ואוס איז אזוי געפערליך? יעדער מענטש האט דאך זאכן וואס ער באהאלט, ווי דו זאגסט, "אונטער די דאכענע". נו, וועגן דעם זאל מען ארויסטאנצן פון די הויט און איבערלאזן ווייב און קינדער? דאס רוב טאג און רוב לעבן דארף נישט ווערן אפעקטירט דערפון, אויסער אויב מען איז אנגעגעסן מיט האס, מען טראכט דערפון א גאנצן טאג און מען האט נישט קיין שום כוח המעצור, וואס דעמאלט איז מען סייווי אויף צרות.

ועוד, פרוביר נאר זאגן דיין דריטער נקודה אין שול ביים ליינען. ווי איך דאווען, וועט מען מיר דאס ערשטע מאל איידל מעיר זיין אז מ'טאר נישט אזוי זאגן, קלו וקלו דברי אלוקים חיים און אז דער צאנזער רב שרייבט דאך שוין אז אפילו צווישן ראשונים טאר מען נישט מכריע זיין, און ביים פיפטן מאל וועל איך שוין באקומען א טיטל פון אן אויפגעקלערטער.

עגען, פארוואס זאל איך עס פרובירן זאגן. קודם איך דארף נישט צוקומען דערצו, ווייל איך האב קיין פראבלעם צו גלייבן אלעס וואס חז"ל האבן געשריבן. אבער אפילו אויב נישט, וואס האב איך פון עס זאגן פאר איינעם? עס אינטערעסירט מיך בכלל נישט אז יענער זאל מיך אנקוקן מיט "יענע" אויגן, איך וועל גארנישט פארדינען און יענער וועט גארנישט פארדינען. און איך קען נאר דערלייגן. און געווענליך איז מען בכלל נישט אינטערעסירט צו רעדן סיי וועלכע דברי חכמה מיט איינעם ואוס האט נישט די אויערן דערצו און איז נישט אינטערעסירט צו הערן. סאו, יא, הו קעירס?

העי, דו טוישסט יעצט פון "זיכער נישט קיין געווינס" צו "נישט קיין זיכערער געווינס". דאס איז גאר א צווייטער מעשה, און יעדער דארף זיך אליינס שוקל זיין זיינע געווינסן ווערסוס פארלוסטן.


נישט אמת. איך האב געזאגט "דאס געווינס איז זיכער נישט דוקא דארט", און דאס איז גענוי די זעלבע ווי "נישט קיין זיכערער געווינס". און איך האף דאס ביסטו אויך מודה.

יידל » דינסטאג יולי 9, 2013 9:00 pm

· #132010
איך מיין אויב אזוי אז איך און דו, שרגא, זענען אויף די זעלבע פעידזש. נאר דו האלטסט אז עס איז אסאך גרינגער זיך צו קענען איינפאקן און ליינען ביכער נאר אונטער די דאכענע און עס דערנאך קומען אויסברעכן אויף קאווע שטיבל באהאלטן אונטער א ניק, און איך האלט אז געווענליך וויל א מענטש האבן א באקוועמען לעבן ווי ער וויל קענען דיסקוסירן ענינים וואס פאראינטערעסירן אים מיט א רואיגקייט אן פחד און געוויסן-ביסן פון טרעטן אויף יענעם'ס האקעלע סענסעטיווע געפילן. אזוי צו אזוי זאגסטו דאך קלאר דאס זעלבע וואס איך זאג אז דאס איז א חשבון וואס יעדער דארף זיך פריוואט אויסרעכענען ווי שווער - אדער ווי גרינג - ס'פאר אים צו לעבן א דאפעלטן/באהאלטענעם לעבן און לויט דעם מאכן זיין החלטה.

שרגא

עגען, פארוואס זאל איך עס פרובירן זאגן. קודם איך דארף נישט צוקומען דערצו, ווייל איך האב קיין פראבלעם צו גלייבן אלעס וואס חז"ל האבן געשריבן. אבער אפילו אויב נישט, וואס האב איך פון עס זאגן פאר איינעם? עס אינטערעסירט מיך בכלל נישט אז יענער זאל מיך אנקוקן מיט "יענע" אויגן, איך וועל גארנישט פארדינען און יענער וועט גארנישט פארדינען. און איך קען נאר דערלייגן. און געווענליך איז מען בכלל נישט אינטערעסירט צו רעדן סיי וועלכע דברי חכמה מיט איינעם ואוס האט נישט די אויערן דערצו און איז נישט אינטערעסירט צו הערן. סאו, יא, הו קעירס?

דו קענסט דו סארט מענטשן וואס האבן ליב צו שעירן אינטערעסאנטע חתם סופרס/משך חכמהס/ר' חייםס/נייעס/פאליטיק/גאסיפ און וואס נישט מיט זייערע חבירים און באקאנטע? איך קען אסאך אזעלכע מענטשן. עס זענען דא אסאך מענטשן וואס ווען זיי גלייכן עפעס (ספארטס, דרוש, לשה"ר, פאליטיק וכו') גלייכן זיי דאס צו שעירן מיט ארומיגע. שטעל זיך פאר ווען אויף א יעדן טידביט וואס מ'שעירט דארף מען זיך שטעלן חקר'ענען צו דאס קען שטעלן דיין סאציאלען לעבן אין געפאר אדער נישט. עס האט דאך נישט קיין פשט! איי דו טענה'סט אז הו קעירס, well, עס ווענדט זיך ווער, וויפיל און וואס. איך קען זען ס'זאל איינעם צושטערן זיין מנוחת הנפש.

נישט אמת. איך האב געזאגט "דאס געווינס איז זיכער נישט דוקא דארט", און דאס איז גענוי די זעלבע ווי "נישט קיין זיכערער געווינס". און איך האף דאס ביסטו אויך מודה.

אה, אקעי. נאר ס'וואונדערט מיר פארוואס דאס אז דא איז נישט דוקא די גליק איז נישט "זיכער", בעת אז דארט איז אויך נישט דוקא די גליק דאס איז יא זיכער... שוין, פארגעט איט. אז דו זאגסט אזוי, זאגסטו דאך די זעלבע וואס איך. 🙂

שרגא » דינסטאג יולי 9, 2013 11:41 pm

· #132056
א שטיקל ערקלערונג איבער די ווערטער וואס איך האב געזאגט אז "עס איז נאך בכלל נישט זיכער קיין אויטאמאטישע ישועה אין לעבן ווען מען טוישט." מען דארף אויך אביסל וויסן וואס עס איז יענער גויאישער לעבן און אין ערגעץ איז מען נישט גאראנטירט מיט א גרינג לעבן. איך האב עס געשריבן אין דעם אשכול.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:26 pm

· #132727
כעין הפתיחה.
רעביצין רייך, איז אריין אין דיזיינען תכשיטי נשים ביזנעס. איך וואונטש איר הצלחה. אפשר וועל איך אפילו קויפן פאר מיינע סעקראטארן.
מיין שאלה איז נאר - קיינער זאל נישט באליידיגט ווערן - גייען יעצט אלע OTD מיטגעלידער מוזען האלטן אז אירע תכשיטים זענען טאקע אויסטערליש?
די שאלה קען גיין פארקערט אויך, וועלן די שיירי ON DERECH מוזען האלטן אז זי הייבט נישט אן צו פארשטיין...?

איך פערזענדליך בין נישט קיין מבין, איך פרעג סתם.

הוגה » דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:57 pm

· #132857
ס'א שאלה פון תקרובת ע''ז ..... וואס זאג איך שאלה, זיכער תקרובת ע''ז!

(יעצט וועלן אלע ק''ש אויבער חכמים.קומען שרייען אז כ'בין אן עקסטרימיסט... 😮 )


o

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 1:38 am

· #132897
פארוואס ערווארטעט איינער אז די או טי די געמיינדע זאלן זיין קלוגער אדער נארישער ווי סיי וועלכע גרופע? אין יעדע גרופע איז דא א חלק, לאמיר זאגן פופציג פראצענט, וועלכע גייען מיט מיט'ן שטראם אן טראכטן, נאך דרייסיג-פערציג פראצענט וואס טראכטן אביסל אבער היבש נגיעות'דיג, און די איבריגע צען פופצן פראצענט וואס האבן זיך אויסגעבויט אן אייגענע מיינונג. נע, כ'בין מגזם. אפשר פינף פראצענט. עכ"פ, לענינינו, וואס א חילוק צו דער בחור איז געבליבן אן ערליכער איד ווייל פערצופאל האט אים קיינער נישט מאלעסטעט און ער האט געהאט א פיין קעפל און געקענט ביים לערנען, צו דער בחור איז אראפ פון וועג ווייל ער איז געקומען פון א גע'גט'ע שטוב? ביידע לעבן זייער לעבנסשטייגער אן צופיל אריינטראכטן, מען טוט בלויז וואס עס קומט אויס באקוועם און גוט. סדנא דארעא חד הוא. דער דיפערענץ צווישן ריטשארד דאוקינס און דער רבי זכותו יגן עלינו (פיל אריין די בלענק) אדער צווישן שלום דין און דעת תורה איז אסאך קלענער ווי מען מיינט.

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 1:47 am

· #132902
איך שטים צו צו שרגא אז א דיסבעליף אין ושתי'ס וויידל אדער אין די ששים רבוא בכרס אחד איז ווייט פון גענוג צו איבערלאזן א משפחה, אבער מיר זעט אויס אז דאס איז א תוצאה פון כללית'דיגע נפשיות'דיגע יסורים ווען א מענטש וואס (בדרך כלל) גלייבט אין ממש גארנישט העכערס איז געצווינגען צו פראקטיצירן כל מיני מעשים ממעשים שונים און נאך שפילן פאר די קינדער. איך קען זייער גוט זען פארוואס אזא מצב פירט א מענטש אראפ פון זינען און ער מוז טון אזא דראסטישע שריט.

דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 1:57 am

· #132907
יאיר, או טי די איז א קום ועשה, אקטיוו, נישט קיין פאסיווע עולם כמנהגו נוהג. זיי מאכן א דראסטישע טויש.

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 2:42 am

· #132911
דעת תורה
יאיר, או טי די איז א קום ועשה, אקטיוו, נישט קיין פאסיווע עולם כמנהגו נוהג. זיי מאכן א דראסטישע טויש.

מיט וואס איז בלאזן שופר ווייניגער קום ועשה ווי עסן יום כיפור?

דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 2:51 am

· #132915
מכח די סביבה און די אפברינגינג. איינמאל מען איז שוין געווארן א או טי די איז שוין די סביבה אנדערש, און דעמאלט איז שייך צוזאגן עולם כמנהגו נוהג. אבער די שאלה איז וואס זאל מאכן א או טי די טון אזא דראסטישער שריט? וויאזוי איז ער געווארן אן או טי די?

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 2:56 am

· #132916
הקטן
יך בין זיך דן לכף זכות אז דער עטיעסט איז אן עונס אין זיין נישט גלייבן. נאכן ליינען וואס ער האט געליינט, און האלטען פין זיין קאפ וואס ער האלט, און ער זעט נישט קיין וועג ארויס, איז ער איבערצייגט אז ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס, און ער האט ער נישט קיין ברירה, און מיז אויפהערן גלייבן אז קען זיין אז יש מנהיג לבירה. אבער אין ערגסטען פאל איז ער סך הכול א מומר לתיאבון, אן עטיעסט קען דאך קיין מומר להכעיס נישט זיין!

און דער מאמין איז נישט קיין אונס פאר'ן גלייבן? סוף כל סוף, נאכ'ן הערן וואס ער האט געהערט און לערנען וואס ער האט געלערנט האט ער נישט קיין ברירה און ער מוז גלייבן אז יש מנהיג לבירה.
מיר זעט דאס אויס ווי סתם מאכן פורים פון א מענטשנ'ס מיינונג צו זאגן אז ער איז א פשוט'ער אונס אדער תינוק שנשבה.

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 3:02 am

· #132918
דעת תורה
מכח די סביבה און די אפברינגינג. איינמאל מען איז שוין געווארן א או טי די איז שוין די סביבה אנדערש, און דעמאלט איז שייך צוזאגן עולם כמנהגו נוהג. אבער די שאלה איז וואס זאל מאכן א או טי די טון אזא דראסטישער שריט? וויאזוי איז ער געווארן אן או טי די?

אין אנדערע ווערטער, גיין דאווענען, פירן א שבת טיש, שאקלען אתרוג ווערט אויס קום ועשה וויבאלד די סביבה טוט עס אויך?
אויב דיין שאלה איז פארוואס אן או טי די האט בכלל מחליט געווען אראפצוגיין פון וועג, פארוואס ס'איז אים געקומען אויפ'ן געדאנק, דאן איז דאס ביי יעדן אנדערש. ביי אויבערפלעכליכע מענטשן איז דאס אן אויבערפלעכליכע סיבה, און ביי טיפע מענטשן איז עס א טיפע סיבה. פונקט ווי דער אויבערפלעכליכע מאמין וואס האט באקומען א גוטע חינוך טראכט נישט צוויי מאל איידער ער שאקלט לולב, אזוי טראכט נישט דער זעלבער אויבערפלעכליכער מענטש וואס האט געהאט א שווערע יוגנט איידער ער עסט יום כיפור. דער ערשטער שאקלט לולב ווייל ער טראסט זיינע עלטערן, דער צווייטער עסט יום כיפור ווייל ער טראסט נישט זיינע עלטערן.

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 3:30 am

· #132922
אגב, איך וויל מעורר זיין אונזער טייערער ר' שרגא ער זאל נישט זיין אזוי פארנומען מיט דעם וויידל, ווייל דאס קען צוברענגען אן ערנסטער חשש צו דארפן גלייבן אין עוואלוציע און דעמאלט וועלן מיר דארפן זאגן אז נישט בלויז דער תלמוד דערציילט משלים, נאר זאגאר די תורה הקדושה אליין האט זיך אויך באשעפטיגט מיט אזוינע משלים און מיתוסים.

הוגה » פרייטאג יולי 12, 2013 3:55 am

· #132925
@יאיר, איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון דיינע לעצטע פאר תגובות, געשריבן בהשכל ודעת.

יאיר
דער דיפערענץ צווישן ריטשארד דאוקינס און דער רבי זכותו יגן עלינו (פיל אריין די בלענק) אדער צווישן שלום דין און דעת תורה איז אסאך קלענער ווי מען מיינט.


וואס הייסט?

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 4:02 am

· #132926
א דאנק פאר דעם קאמפלימענט און פאר די געלעגנהייט זיך צו מסביר זיין. לאמיר זען מיט וואס דאוקינס און, לדוגמא, סאטמאר רב זענען אייניג. ביידע גלייבן אז ס'איז דא א כח וואס פירט די וועלט. איינער רופט עס אן חוקי הטבע, דער צווייטער רופט עס אן גאט. איינער גלייבט אז מען קען האבן א פערזענליכע קשר מיט דעם כח, דער צווייטער גלייבט אז נישט. קיינער האט נישט קיין ראיה צו זיין זייט. ביידע האלטן אז א מענטש דארף זיין גוט און פארמערן גוטסקייט צווישן מענטשן. ביי איינעם איז די סיבה צוליב א מאראלישע פליכט, ביי א צווייטן איז עס וויבאלד דאס איז דער רצון פון דעם שורש הטוב וואס ער רופט גאט. לדעתי השפלה איז נישטא דא קיין חילוק אויסער קריאת שם.

איז וואס איז מען שוין מחולק? אויב פאר דריי טויזנט יאר צוריק האט זיך דער רויטער ים צוטיילט? אויב די וועלט איז אלט זעקס טויזנט יאר אדער זעקס ביליאן יאר? אויב מענטשן זענען באשאפן געווארן כמות שהם אדער זיך אנטוויקלט פון אנדערע באשעפענישן. לאמיר אייך מגלה זיין א סוד. מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האט "קיינער" נישט געהאלטן אז די וועלט איז ביליאנען יארן אלט אדער אז מענטשן האבן זיך עוואלווד, און די קלוגסטע געלערנטסטע מענטשן האבן געגלייבט אין גאט. בסך הכל איז דער סאטמאר רב א ריטשארד דאוקינד וואס איז צוריקגעשטאנען אין געציילטע מינדערוויכטיגע ענינים מיט צוויי הונדערט יאר.

נישט אז כ'בין מדמה דעם סאטמאר רב צו ריטשארד דאוקינס. דער סאטמאר רב האט דאך אודאי נישט געקענט אזוי גוט מסביר זיין סייענטיפישע מושגים ווי דאוקינס, און דאוקינס קען נישט וויינען קיין שלש סעודות תורה. אבער אויף דעם זאגט דאך שוין די גמרא, כשם שדי ען עיהם שונות, כך דעותיהן שונות.

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 4:49 am

· #132928
קאווע טרינקער
כעין הפתיחה.
רעביצין רייך, איז אריין אין דיזיינען תכשיטי נשים ביזנעס. איך וואונטש איר הצלחה. אפשר וועל איך אפילו קויפן פאר מיינע סעקראטארן.
מיין שאלה איז נאר - קיינער זאל נישט באליידיגט ווערן - גייען יעצט אלע OTD מיטגעלידער מוזען האלטן אז אירע תכשיטים זענען טאקע אויסטערליש?
די שאלה קען גיין פארקערט אויך, וועלן די שיירי ON DERECH מוזען האלטן אז זי הייבט נישט אן צו פארשטיין...?

איך פערזענדליך בין נישט קיין מבין, איך פרעג סתם.

הרב טייטלבוים איז אריין אין אריזאנע מצות ביזנעס. איך וואונטש אים הצלחה. אפשר וועל איך אפילו קויפן פאר מיין משפחה.
מיין שאלה איז נאר - קיינער זאל נישט באליידיגט ווערן - גייען יעצט אלע סאטמארוני מיטגלידער מוזען האלטן אז די אריזאנע מצות זענען טאקע אויסטערליש?
די שאלה קען גיין פארקערט אויך, וועלן זיינע מתנגדים מוזען האלטן אז ער הייבט נישט אן צו פארשטיין...?
איך פערזענדליך בין נישט קיין מבין, איך פרעג סתם.
--
וויצן אין אזא זייט. אזעלכע חשבונות קען מען מאכן אויף יעדע געמיינדע אדער קהילה.

יואב » פרייטאג יולי 12, 2013 7:54 am

· #132938
מיט יאיר'ס לעצטערע תגובות, קען יעדער ערווארטן דער אשכול וועט דערגרייכן דאפעלט אזויפיל בלעטער ווי יעדער האט געטראכט בעפאר.
יאיר'ס רעטאריק וועט זיכער אויסגעטייטש ווערן ביי טייל אלס דברי טעם, און ביי די מערהייט אלס שטארק פראוועקאציש. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין וועט דאס ברענגן א פלייץ פון שטורימישע תגובות פון אלע סארטן.

דעת תורה, און דעת בעלי בתים; בדחנים, תרתי משמע. אייוועלטיסטן, עקסטרעמיסטן; שטיבעליסטן, און ראציאנאליסטן.
דער וועט שרייען עפרא לפומיה, און דער וועט פרעגן וואס איז דאס בכלל א מויל, וואס איז ערד, און וויאזוי קומען זיי זיך צוזאם.

יאיר וועט מסביר זיין, ענטפערן, און צוריקפרעגן, דערביי וועט ער אנפילן עטליכע שיינע תגובות. באזירט אויף היסטאריע, וועט זיך די אגרעסיווע דעבאטעס זיינע ענדיגן : " הרב ...... טייערער, דאס איז די לעצטע מאל איך גיי דיר ענטפערן, און איבער זאגן די זעלבע זאך שוין צום טויזנסטער מאל". (הגם מ'וועט אים נאך זעהן דא דארט עובר זיין אויף זיין צוזאג).

שרגא מיט זיין צענטער-רעכטן בליק, וועט פראבירן צו ראציאנאליזן די נושא, דערביי ארויפהייבן די צדדים פונעם דעבאטע אויף א העכערן לעוועל. יידל מיט זיין צענטער-לינקן בליק וועט דאס קאמפלימענטירן, און צושניידן. דערנאך וועט שרגא אריינפילן די לעכער, ביידע וועלן איינגיין אויף א מעסיגן קאמפראמיס, און ארויסקוקן אויף פרישע אמפערייען.

לעיקוואד האט נישט אין פלאן צו פארלעשן דעם גראז שניידער. ווער, און וויפיל מ'גייט אים שטעלן אויף דעפענסיווע וועט ער נאך אלץ שטיין אויף אפענסיווע, און קנאקן שטיקער רעכטס און לינקס.

איבריג צו באטוינען אז געוויסע גייען זיך ארויפכאפן אויף די אריזאנע ווייץ תגובה, און פריוון מיט גוטן אדער בייזן צו מאנעווירן דעם שמועס. פון איבעראל וועט זיך אנזעהן פריש געשפראצטע ניקס פראגראמירט מיט די נייעסטע צימעס סאפטווער, וכל אחד לבית אבותו, וועט פראבירן נופך צו זיין משלו.

פילע שפאגל נייע אשכולות—דירעקטע תולדות פון היציגע תגובות דא--זענען ערווארטעט ארויפשפראצן אויפן אויבערפלאך, ווי ס'גלייבט זיך ס'וועט זיין תולדותיהן כיוצא בהן.

ער וועט זיכער פארדינען אפאר פרישע חתימות, שלום דין האט שוין געבאקמארקט די אשכול, און קאווע טרינקער וועט אומסוקסעספול פראבירן צו שלעפן דעם שמועס 'כעין הפתיחה'.

יואליש הגם נאר אויף א טובל און ארויס, וועט נישט אנטוישן דעם ציבור, און ברענגן א שמייכל אויף די לעפצן נישט קיין חילוק וועלעכע ליניע ער באשליסט צו נעמען באשר הוא שם.

הוגה פלאנט נישט אפצוטרעטן פון זיין אראפגעשטעלטן הארטע לאגיק, טאמבל סאס וועט מאכן א ווילדן אומפאראויסגעזענע טאמבל סאס, און הקטן וועט שרייבן לאנגע תגובות, זה הקטן גדול יהיה.

פשוט קאמפליצירט וועט אויך אריינבלאנדזשנען איינמאל אין צוויי וואכן, און פראבירן פשוט-פשוט צו מאכן זאכן וואס קאמפלעצירטע ניקס האבן קאמפליצירט.

סמייליס אין אלע פארמאטן זענען אויך ערווארטערט אנטייל צו נעמען אינעם קריג, און דעמאנסטרירענדע לייקס וועלן זיך גיסן די והותר פון רעכטס ביז לינקס.

פילע קאמפלעצירטע נושאים פון פיליזאפיע, טעאלאגיע,מעטאפיזיקס, עוועלוציע, ביגבענג, תורה מסיני, אמת'ע אטיאיסטן, פאלשע אטיאיסטן, אגנאסטיק, און וואס ס'שטייט באמת אין מורה נבוכים. אלץ וועט זיך אריינ'גנב'נען צווישן די שפאלטנעס, און מאכן א קוגל פון אלצדינג.

אינצווישן וועט שוין זיין א פרישע אוי טי די שאו, און מ'וועט קענען שיפטן די געירס אהין.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 8:27 am

· #132941
@יאיר איי'ם טרילט יא'ער בעק.
צוזאמשטעלן רעביצין רייך'ס תכשיטים מיט'ן היינטוגען רב טייטלבוים איז פיין, אבער צוזאמשטעלן דער גוי, דער כופר, נו, וויאזוי הייסט ער נאר, ווייסט וועם איך מיין, מיט'ן אלטען רב טייטלבוים, איז עפעס מאדנע ביז גאר. בתוך הדברים זאגסטו אז ביז 200 יאר צוריק האט יעדער געגלייבט אז גאט האט באשאפען די וועלט, איז וויאזוי קענסטו זאגן תוכ"ד אז קיין איין צד - להבדיל - קען נישט "אויפווייזען" זייער גערעכטיקייט. דאס אז דער "גאנצע" וועלט האט געגלייבט אין בורא עולם איז די שטערקסטע אויפווייז (פאר ווער ס'שפילט די איני מאמין געים) אז דאס איז געבויט אויף א פאקט און מעשה שהיה.

כ'זוך א נדבן צו פארשפרייטן רב קורמאן'ס ספרים, כדי צו מחזק זיין דר'עולם מיט ריינע אמונה.

יואב » פרייטאג יולי 12, 2013 8:41 am

· #132943
קאווע'לע, איך וויל נישט אריינגיין אינעם גאנצע נושא פון סייענס, אבער אי משום הא לא ראיה. אפילו לויט די תורה האט אלצדינג געדינט פרעמדע געטער ביז אברהם אבינו היכר את בוראו. קענסטו אויך פרעגן 'יעדער' בעפאר האט געהאלטן.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 8:47 am

· #132944
אוודאי געוויס אין דער "יעדער" איז פארהאנען א געמיש פון sub געטער וכדומה, אבער דאס אז "יעדער" האט געגלייבט אז (א) גאט האט באשאפען די וועלט, איז גענוג אויף נישט צו קענען צוזאמשטעלן די צוויי פיגורען.

לעיקוואד » פרייטאג יולי 12, 2013 8:53 am

· #132946
קאווע טרינקער


כ'זוך א נדבן צו פארשפרייטן רב קורמאן'ס ספרים, כדי צו מחזק זיין דר'עולם מיט ריינע אמונה.



האב איך געהערט פון אנדערע אז קורמן'ס ספרים זענען דווקא מחליש די אמונה, אלא מאי דו האלטסט אז דאס איז די ריכטיגע אמונה, נו, איז מעג יאיר האלטן אז דווקא קאווע שטיבל ותגובותיו זענען מחזק די ריינע אמונה.

לעיקוואד » פרייטאג יולי 12, 2013 8:57 am

· #132947
@קאווע טרינקער, איך ווייס נישט וויפיל הרה"ג ר' זאקס שליט"א איז ביי דיר מייצג דער אלטער הרב טייטלבוים, אבער פון דער פאלגענדער שמועס קען מען דאך זעהן גאנץ קלאר אז ער מיט דער יענער נו ווי הייסט ער זענען טאקע למעשה גאנץ נאנט אין זייעער דעות.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 9:06 am

· #132948
מארק שפירא האט מיר אמאל געשריבן אויף ספרי קורמאן "מלאים יראת שמים"..!

לעיקוואד » פרייטאג יולי 12, 2013 9:11 am

· #132950
נו, ראו מאן דמסהיד עלייהו...

יואליש » פרייטאג יולי 12, 2013 10:51 am

· #132970
קאווע טרינקער
@יאיר איי'ם טרילט יא'ער בעק.
צוזאמשטעלן רעביצין רייך'ס תכשיטים מיט'ן היינטוגען רב טייטלבוים איז פיין, אבער צוזאמשטעלן דער גוי, דער כופר, נו, וויאזוי הייסט ער נאר, ווייסט וועם איך מיין, מיט'ן אלטען רב טייטלבוים, איז עפעס מאדנע ביז גאר. בתוך הדברים זאגסטו אז ביז 200 יאר צוריק האט יעדער געגלייבט אז גאט האט באשאפען די וועלט, איז וויאזוי קענסטו זאגן תוכ"ד אז קיין איין צד - להבדיל - קען נישט "אויפווייזען" זייער גערעכטיקייט. דאס אז דער "גאנצע" וועלט האט געגלייבט אין בורא עולם איז די שטערקסטע אויפווייז (פאר ווער ס'שפילט די איני מאמין געים) אז דאס איז געבויט אויף א פאקט און מעשה שהיה.

כ'זוך א נדבן צו פארשפרייטן רב קורמאן'ס ספרים, כדי צו מחזק זיין דר'עולם מיט ריינע אמונה.


קאווע, דו מאכסט איין טעות. אריזאנא ווייץ איז אויך עפעס אין וואס יעדער האט געגלייבט פאר 2000 יאר. פארשטייט זיך ס'איז נישט אראפגעשריבן, אבער ס'איז פארהאן א לאנגע ארעל טראדיציע. כ'מיין בהכרך מיזטו זאגן אז מ'מיז צוקומען צו אראל טראדיציע ווארום אויב ווילסטו זיין אן עקשן און זיך פארלאזן בלויז אויף די טעקסט פונעם פסוק 'בערב תאכלו מצוות' דאן וויאזוי וועסטו וויסן אז די מצות שאכטלעך ברויכן קומען מיט א שטריק פאר די פסח-געים? און די אינטערעסאנטע זאך איז איז אידן פון אלע עקן פון די וועלט, פון אשכנזים אין וויליאמסבורג ביז ספרדים אין דיעל און רוסן אין ברייטן ביעטש, יעקעס אין וואשינגטאן הייטס, אלע פארקניפן זיי די מצות אויפן זעלבן אופן. צו זאגן אז דאס איז א פערצופאל ברויך מען זיין א שוטה וגס רוח.

הזהרו בדבריכם.



(דאס איז אן ארומע פארזוך צו פארפילן יואב'ס צוטיילונג צו מיר די ראלע פון א בדחן. ובזה יצא ידי חובתי און העמיר היצט גיין איינקויפן די קעז פאר של"ס שבת חזון, כמנהג רבותינו.)

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 11:26 am

· #132978
@יואליש, איר האט ממש צו געטראפן... די מצה שטריק איז לכאורה א זכר פון צובינדען די @לעמיל צום בעט...

יואליש » פרייטאג יולי 12, 2013 11:41 am

· #132986
און די שפיל מיט די שטריק איז א זכר פאר ווען די מצריים זענען ארומגעגיינגען זוכן כל הבן, און די היטערס האבן געשריגן "א מצרי קומט, א מצרי קומט," האבן די אינגעלעך אנגעטוהן און שעסלען און פארקעמטע האר שנעל ארוסגענומען די מיידעלישע געימס און זיך געמאכט טעמיש איבער ווי זייער ברודער זענען.

שרגא » פרייטאג יולי 12, 2013 12:33 pm

· #133009
יואב
שרגא מיט זיין צענטער-רעכטן בליק, וועט פראבירן צו ראציאנאליזן די נושא, דערביי ארויפהייבן די צדדים פונעם דעבאטע אויף א העכערן לעוועל. יידל מיט זיין צענטער-לינקן בליק וועט דאס קאמפלימענטירן, און צושניידן. דערנאך וועט שרגא אריינפילן די לעכער, ביידע וועלן איינגיין אויף א מעסיגן קאמפראמיס, און ארויסקוקן אויף פרישע אמפערייען.


ביסט צוקער זיס, אבער ליידער בין איך פארטיג דא פאר יעצט. איך האב געהאט אביסל אן אומגעווענליכע וואך, בין איך דא געקומען האבן אביסל פאן. אבער פון קומענדיגע וואך גיי איך צוריק צום הארטן סקעדזשועל און וועל אי"ה ווייטער ניצן דעם כוח המעצור צו קומען דא באזוכן ווי ווייניגער, מערסטנס איינמאל א חודש. טאקע באמת קלוגע און באטעמטע מענטשן צווישן וועמען עס איז א פלעזשור צו זיין, ממש יעדער איינער באזונדער (אפילו וועם איך האב נישט געטארט לייקן צוליב א שאלה פון לא תחנם), אבער מיין פרנסה און פאמיליע קומען ביי מיר ערשט.
מילא אמאל א בליק טון בגניבה איז איין זאך, אבער שרייבן וואלט מיר געברענגט נאך און נאך און נאך און נאך, און עס נעמט אוועק פון מיין פריוואטן לעבן. ביי מיר איז דער פאקט אז דאס טוט בע"כ שטערן פון מיין ארבעט, עס נעמט אוועק פון מיין קריטיש-וויכטיגע צייט וואס איך וויל שפענדן מיט מיין באליבטע אשת חיל אדער פון דאס ביסל קריטיש-וויכטיגע צייט וואס איך וויל שפענדן מיט מיינע קינדער (און פרובירן הייבן זייערע שאנסן צו אויסוואקסן מיט א געזונטן חן און שכל טוב בעיני אלוקים ואדם). איך זע כמעט נישט קיין מציאות וויאזוי די צוויי זאכן זאלן נישט אווערלעפן. און דאס איז שוין אויסער דעם וואס איך וויל נאך סעלפישע צייט פאר מיר אליין צו שטילן מיין אומבאגרעניצטע תאוה צו לערנען און ליינען, בצירוף פון נאך אנדערע גשמיות'ער. איך וויל נישט האבן קיין שום מין פארם פון עדיקשאן וואס קען שטערן מיין פריוואט לעבן. (און איך זאג עס דא יעצט כדי עס מיר זאל העלפן זיין נאך גרינגער, ווייל יעצט זאל יעדער וויסן אז אויב איך שרייב דא מער ווי איינמאל א חודש האט מיין לב גובר געווען אויפ'ן מוח. דאס איז מיר דעמאלט א בושה און עס קומט מיר א גרויסן דיסלייק.)
שוין, באלד גייט מען מיר דן זיין למיתה פאר'ן פארדרייען אן אשכול.

שרגא » פרייטאג יולי 12, 2013 1:15 pm

· #133016
יאיר, האסט אין געוויסן זין אמת'ע פונקטן מיט וואס איך בין לאו דוקא מחולק, נאר עס איז ארומגענומען פון אן איבערגעטריבענעם סארקאסטישן טאן, וואס כ'האב שוין נישט קיין כח צו צענעמען ווייל איך וועל דאך מוזן צוריקקומען מסתמא עטליכע מאל מיט מגילות צו מסביר זיין מיין זייט פון די מטבע. נאר אין קורצן ביסטו למעשה אויך מודה אז די וואס גייען אוועק זענען לאו דוקא די איבערגעקלוגטע. און איך בין דיר מודה אז די וואס בלייבן זענען לאו דוקא צוליב חכמה.

דאס אז איינער וואס גלייבט זירא אין א העכערן כוח פארשטייסטו וואס קען אים טרייבן צו וועלן גיין, האב איך געזאגט פארשטיי איך אויך, נאר כ'האב צוגעלייגט אז עס מיינט נאך אויך נישט אז דאס גייט אים יעצט ברענגען א בעסער לעבן, ווייל אויסער די געווענליכע שוועריגקייטן וואס יעדע פרישע קולטור ברענגט גייט זיך געווענליך אנהייבן אן עמאציאנאלע דראמא מיט די ביאלאגיש-באליבסטע זאכן אין לעבן וואס דאס וועט אים רויבן אסאך מנוחה.

וועגן דעם וויידל ווייסן מיר, אבער דא איז דאך בלויז געווען דער פוינט אז דאס וואס איינער האט עס גענוצט אלס משל פון "די" זאך וואס איז ממש א ראדיקאלע פאנאטישע זאך צו וועלן "איינרעדן" א קינד, האב איך אנגעוויזן אז צופעליג דאס איז למעשה א מציאות וואס יעדער קען נאך ביז היינט זען. און אפגעזען צי ווילסט דאס אויך ניצן אלס ראיה צו אן אנדערע ענין (וואס קודם מוז דאך עוואלוציע נישט זיין קיין סתירה, און צווייטנס קען מען זיך דינגען דערויף אויב נויטיג ווייל יענער אנגעבליכער "איבערגעבליבענער" חלק דינט פאקטיש א פונקציע צוזאמצוהאלטן די ארומיגע מוסקלען, און עס האט נישט קיין שום ביין אדער מוסקלען, ממילא ווען נישט די פון-פריער-געמאכטע הנחה פון עוואלוציע וואלט מען דאס בכל נישט געמוזט אנקוקן אזוי.) נעמט דאס אבער נישט אוועק און עס איז קאי וקיים אלס ביישפיל פון א זאך וואס מיט א קורצע צייט צוריק ווען די וועלט איז נאכנישט געווען אזוי טעכנאלאגיש קליין, איז דאס מסתמא געווען פון די בעסטע שפאט-פראגע צו אידישע ראציאנאליסטן. "נו, א וויידל. אויף ושתי. יא, אוודאי, דו משוגענער גלייבסט נאך בכלל אזא מציאות!" האב איך געוויזן אז דאס האט זיך יא ארויסגעשטעלט אלס מציאות.

אבער אוודאי זענען נאך דא גענוג אנדערע זאכן וואס מוזן בלייבן אויף ריינע אמונה. און דער גלויביגער גלייבט יא, און דער אומגלויביגער גלייבט נישט (נאר ער גלייבט אנשטאט מיט פונקט אזא בלינדע און פאנאטישע אמונה ווען ער הערט למשל אז עס איז דא איינער וואס זאגט אז ער האט א מאטעמאטישע חשבון און פענסי טערמינען צו מסביר זיין אז א יש מאין קען יא באשאפן ווערן אליין אן קיין שום דרויסנדיגער כוח. פלוצלינג גלייבט ער באמונה שלימה און טאקע מיט א תמימות אז אויב יענער זאגט, מסתמא פארשטייט ער. ממש ווי די העכערע פארשטאנד פון א רבי'ן, אפילו ער רעדט די מערסט אומפארשטענדליכע און פאראדאקסישע רייד וואס נאר שייך).

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 1:21 pm

· #133020
@שרגא, האסט נישט מורא פון גילוי? ווער האט מער צייט אין די ניין טעג אויסער א פלייש האקער?
אפשר ביסטו דער "ארי" וואס ראקלענד קושער האט אוועקגעכאפט פון פאמעגרענעט?

שרגא » פרייטאג יולי 12, 2013 1:29 pm

· #133026
קאווע טרינקער
@שרגא, האסט נישט מורא פון גילוי? ווער האט מער צייט אין די ניין טעג אויסער א פלייש האקער?
אפשר ביסטו דער "ארי" וואס ראקלענד קושער האט אוועקגעכאפט פון פאמעגרענעט?


איך האב זייער מורא פון גילוי, אין פרשת כי תצא. אבער אין ריעל לייף, פארוואס זאל איך דען מורא האבן? איך בין ב"ה א גאנצער מאמין. וואלסטו מיך נישט גענומען פאר אן איידעם אויב דו ווייסט מיין איידי?
סייווי האב איך נאר מגלה געווען טפח אבער דו ביסט מגלה טפחיים און אזוי ארויסגעשריבן דעם נאמען און אלעס? איך בעט דיך נעם שנעל אראפ. באלד פארליר איך דא מיין פאסטן.

יואליש » פרייטאג יולי 12, 2013 1:31 pm

· #133029
ס'איז דערפרישענד צו זעהן אז ווען דו קומסט אהיים אונטער די שרגא ניק הערשט א שטארקע שלום בית אין שטוב. 😃

ערענסט גערעדט, כ'האלט מיך איין אגאנצן וואך פון אריינשפרינגן אין די רינג וואס גייט ארום ענדלאז, אבער לקראת שבת קען מען זיך ערלויבן אנשטאט א שווים.

דאס מאכן די עצם ושתי וויידל אלס אן ענין וואס דער אריגינילער שרייבער האט אראפגעשטעלט אלס זיין פראבלעם איז א טעות עט בעסט, אויב נישט קיין שטרוי מאן. ווי - דאכט זיך - יידל האט קארעקטלי אנגעמערקט איז געווען זיין נקודה דאס פחד פון זיך פריי אויסדריקן צו קינדער אפילו אין ענינים וואס, ווי שרגא זאגט ריכטיג, קען ארבייטן האנט און האנט מיט אמונה און אפי' מסורה. דאס בארויבן די אפענע קאמיוניקאציע מיט א קינד און בארויבן דאס נאטורליכע דראנג צו קלערן, אויסשמועסן און פרובירן צו זיין אמת'דיג (פון זיין קוקווינקל) מיט די ארומיגע, און פארלאנגן מוח-ריאנרינטאציע און אנדערע דערשטיקענדע מיינד קאנטראל טעקניקס שמעקט פון א טאטליטעריען צוגאנג. געוואנדן לויט די מהות פון א מענטש קען עס מיינען גארנישט פאר איין מענטש און אלעס פאר א צווייטן. און וואס ארבייט פאר שרגא (גאנץ באשטימט א סאפיסטיקירטע קאפ) קען אדער יא פרעסקרייבט ווערן פאר א צווייטן אדער נישט. אבער זיכער איז עס נישט קיין רעצעפט פאר יעדן. צו אפרעגן די פראבלעם מיט די פאקט אז ס'איז דא מענטשן אינעם געזעלשאפט געניג ברייט אויפגעבויט וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז ושתי'ס זנב ווי איוב זעלבסט איז לא היה ולא נברא איז מיסינג די פאוינט. די רעדע איז איבער די מעינסטריעם געזעלשאפט. אפי' דא אין קאווע שטיבל קען מען זעהן עדיטוט פון אסך אז אזא זאך גרעניצט זיך מיט כפירה, און אין די דורכשניטליכע בית מדרש איז דאס די אלגעמיינע סענטימענט. און מיט דעם ברויך א אינגערמאן דיעלן ערב ובוקר וצהרים.

אן אנדערע ביישפיל קען איך געבן ווען איינער האט מיר פרובירט צו אפרעדן פון רעדן איבער די סאלאר סיסטעם אין העליאסעטריק טערמינען. ער האט מסביר געווען אז דאס קינד וועט זיין "קאנפויזד" און קען אריינלויפן אין פראבלעמען אין חדר. דערווייל האט ער נאכנישט געהאט קיין מלמד וואס ווייסט די חילוק פון א לבנה ביז א פלאנעט ביז א שטערן, אבער זיי האבן שטאקע מיינונגן איבער די מהלך הכוכבים און איך מיז געדענקן צו משנה זיין שטענדיג משום דרכי שלום צו אקאמאנדירן אפאר אנאלפעבעטניקעס וואס קענען נישט אסטראנאמיע און נישט יהדות. ס'איז אפשר א שטארקע און אין רוב פלעצער אן איבערגעטריבענע משל, אבער אין א טייל פלעצער איז עס וואר, און זיכער איז עס וואר מיט פיל אנדערע משלים. (און דאס איז אויך א נקודה. נישט יעדע מקום און יעדע מענטשן איז אייניג מיט די ענינים, און ס'איז נישט שייך צו זאגן, פאר מיר ארבייט עס פיין אדער ביי אונז איז נישט דא דעם פראבלעם. אשרי חלקך אבער וואס האט דאס מיט יענעם?)

ס'איז דא מענטשן וואס זענען בעצם די סטיל צו וועלן משפיע זיין און זענען מער אפען און וואקאל פון אנדערע. א טאטע בפרט האט א חיוב אויסצופארמען א קינד און האט די נאטריליכע דרייוו עס צו טוהן ווי ער שפירט איז קרוב לאמת שלו (דאס איז וויאזוי איך לערן אפ אין אדם מוריש שקר לבניו). צו הייסן פאר א פאטער צו כובש זיין עדותו און ארויס-סובען די חינוך צו א סיסטעם געוואנדן אין וואספארא ווינט ס'בלאזט יעצט אין חדר און עמי בבית ברויכן זיצן ביים שבת טיש און הערן אבער גארנישט אריינרעדן איז דערשטיקענד פאר מאנכע, און א רויב פון עלעמענטארע הומענטארישע רעכטן און געוויסן.

יואליש » פרייטאג יולי 12, 2013 1:32 pm

· #133031
קאווע טרינקער
@שרגא, האסט נישט מורא פון גילוי? ווער האט מער צייט אין די ניין טעג אויסער א פלייש האקער?
אפשר ביסטו דער "ארי" וואס ראקלענד קושער האט אוועקגעכאפט פון פאמעגרענעט?


די קליידער געשעפטן זענען אויך פארשפארט. און די בארבער גייען אויף ערלויב לחוגג שריפת בית אלוהינו.

שרגא » פרייטאג יולי 12, 2013 2:14 pm

· #133041
@יואליש,אמחיה צו ליינען אזעלכע קלאר-ארויסגעקומענע דיבורים. אגב, למען האמת פארשטיי איך נישט געהעריג דיין ערשטע שורה.

צום פונקט, פארשטיי איך דיין פונקט איבער דעם גרעסערן פונקט פון יענעם ארטיקל, אבער איך האלט קלאר אז דער פונקט וואס איז ארויסגעקומען פון דעם וויידל (ווערטערשפיל נישט במכוון) איז א שטארקע פונקט פאר דעם מאמין. ס'איז נישט ער האט עס דערמאנט אין א שורה און איך האב זיך ארויפגעכאפט דערויף, נאר עס איז דעטאלירט אין זעקס-זיבן פאראגראפן. און יא, ווען איינער זאגט
But I could no longer lie to my son, pretend to believe a midrash so fanciful, and so I told my son that no, I did not believe that Vashti grew a tail.
איז זייער א לעגיטימער פונקט (אקעי, לאמיך טוישן ווארט...) צו אנמערקן און דאס נעמען אלס ביישפיל אז דער גלויביגער איז נישט אייביג משוגע מיט זיינע גלויבונגען און דער סקעפטיקער איז לאו דוקא קלוג און גערעכט מיט זיין סקעפטיציזם (ווי נאך א משל פון חידוש העולם וואס איז אמאל געווען ביי פילאזאפן א געוואלדיגער און אומגלויביכער חידוש). עפעס נאר דער כופר מעג אייביג ארויפטאנצן אויף יעדע קלייניגקייט וואס ער טרעפט אין רעליגיעזע טעקסטן און מאכן דערפון שפאט און חוזק עד נאזיום?
לגבי די זון און מחנך זיין קינדער, ווייס איך נישט ווער עס איז יענער קלוגער איד, אבער איך רעד יא צו מיינע קינדער און העליאסענטרישע טערמינען. און אויב דער ואוס פסק'נט די הארבע מניעת הריון שאלות רעדט אזוי אין זיינע דרשות, ווער קען קומען זאגן אנדערש? איך דערצייל אייביג פאר מיינע קינדער דברי חכמה, איבערהויפט די עלטערע, און די איינציגע צוויי אפציעס זענען נישט "באהאלטן" אדער "אויפקלערן". איך פרוביר אריינבאקן אמונה, אבער ווען עס קומט צו פארשידענע גרויע תחומים וועל איך זיי געבן אמביגועזע (סארי, ר' סענדער, כ'האב עס ערשט געכאפט...) ענטפערס. מ'קען ניצן ווערטער ווי "עס זענען דא וואס האלטן אזוי און דא וואס האלטן אנדערש", "עס קען זיין, אבער אפשר איז עס דא נאר א בחינה", און אזוי ווייטער לויט דעם ענין, ואוס לערנט זיי אויס דעם וויכטיגן כלל אז "גארנישט איז נישט אזוי פשוט." סתם זיך רעגן און בלעימען נאכאמאל און נאכאמאל דעם סיסטעם איז מען ווייטער שטעקן אין פינסטערניש און קיין פראגרעס ווערט געמאכט.

יואליש » פרייטאג יולי 12, 2013 2:27 pm

· #133044
נאכאמאל א משל וואס אפי' דער דיין זאגט ברבים אבער פארט קענסטו באקומען בייזע בליקן (כ'מיין לאו דוקא דו). דאס מאכט די נקודה שטערקער. אז אפי' אין תחומים וואס איז שוין היינט עטוואס מעינסטריעם, האט די המון עם (וואס איז די שטערקסטע פארס אין סאסייעטי) נישט באקומען די מעמא. און טאקע אויף דעם נושא, כ'געדענק כ'האב געכאפט א פסק פון א איד וואס איז געזיצן פארענט פון מיר אין ביהמ"ד און האט זיך פערצופאל אינטערגעהערט א שמועס איבער דעם נושא. און ווילאנג כ'האב איך נישט געקענט ווייזן אז אן אפיציעלע רעדנער דורך די אפיציעלע קהלה האט אויך מסכים געווען דערצו, בין איך געווען א האלבער ערל. וואלט די קהלה פערצופאל נישט געהאט קיין ניטל דרשה דורך דעם רב, וואלט איך זיך קיינמאל געקענט ריינוואשן.

און מיט אזוינע ברויך מען דיעלן אגאצן טאג.

אבער געניג מיט די דראמאטיזאציע. די נקודה איז אז ס'הערשט אן אומדעריקטע קאלעקטיווע קאנשיענס עדיטוד, אז פונקט ווי מ'מיז האבן א מקוה קארטל מיז מען האבן א טראכטן קארטל. און די קאלעקטיווע קאנשיענס איז לאו דוקא א סאפיסטיקירטע, און ס'איז זייער שווער צו נישט באנייען די חודש קארטל.

****


די עדיטוד אז דער גלויביגער איז אוטומאטיש א שוטה בין איך מודה איז אראגאנטיש און א טיפשות. כ'וואלט געוואלט גלייבן אז דאס איז פשוט לכל.

איינער » פרייטאג יולי 12, 2013 3:52 pm

· #133079
שרגא

עצה אויף וואס? וואס גענוי באדערט דיך? אז דו קענסט נישט אפן רעדן די אנדערע שיטות ווייל יענער וועט זאגן ביסט אן אויבערחכם? אקעי, קודם האסטו אנערקענט דעם פאקט אז דו ביסט געבוירן א חסיד צווישן חסידים און דו ווייסט וואס עס איז אנגענומען צו קענען רעדן און פרעגן און וואס נישט.

איך זע דריי ברירות: 1) אוועקגיין פון דעם סיסטעם. 2) בלייבן, אבער אנפייפן יעדן און זאגן וואס דו האסט צו זאגן ווען דו האסט צו זאגן. 3) בלייבן, און זיך האלטן פארמאכט דאס מויל פאר ווער עס דארף נישט הערן.

יעצט, אויב איז די צער ביי דיר ממש געוואלדיג גרויס און ממש דו פילסט אז דו וועסט זיך דערשטיקן אויב וועסטו זיך נישט אנרופן נאך די מגילה אז דער וויידל חלק געפעלט דיר נישט וכדומה, דו פילסט אז וכל זה איננו שוה לי אויב קענסטו נישט משפיע זיין אדער ווייזן דיין חכמה פאר דיינע ארומיגע חברים, דעמאלט בלייבסטו מיט אפציע 1 אדער 2, וואס אויב ביסטו קלאר אווער אויף זייערע קאנסעקווענצן און עס לוינט זיך דיר, דעמאלט ווייסטו דאך וואס האסט צו טון. ווידער אויב נעמסטו אן דעם פאקט כמו שהוא און גייסט גלייך צום פיפטן שטאפל פון גריווענס, וואס איז "עקסעפטנס", דו נעמסט אן דעם פאקט אז דאס איז עס, און יעצט נעמסטו זיך טוישן דיין געדאנקענגאנג עס זאל זיך קענען צופאסן צו דיין ענווייראמענט, בשעת די אנדערע זאכן וואס קיינער האלט נישט מיט וועסטו זיך סייווי ווייטער אויסגעבן (רעדן מיט "יענע" חברים און קומען אין קאווע שטיבל, וכדו'), וועסטו דיך העכסטנס אביסל בארואיגן.

האסט זיכער גענוג אנדערע זאכן וואס דו קענסט נישט שעירן מיט רוב פון דיינע חברים אויסער דיין פאמיליע, ווידער האסטו מסתמא זאכן ואוס וואלסט יעדן געזאגט אויסער פאר דיין פאמיליע, און יעצט וועסטו העכסטנס האבן א דריטע קאטגעאריע. סך הכל קענעסטו עס אנקוקן ווי די פארשידענע קאטעגאריעס וואס יעדער מענטש האט מיט זיינע ארומיגע. איין חבר האט מען צו רעדן/הערן לשון הרע, א צווייטן פאר אלע זאפטיגע רכילות'ן אין שטאט, א דריטן זיך צו לופטערן און ליצנות'ן, א פערטן צו שפילן שאך, א פיפטן וואס שלעפט אמאל אוועק צו א פארברענג, און דו וועסט אויך האבן א זעקסטן, זיבעטן און אכטן חבר פאר וועם דו קענסט איבערגעבן אלע דיינע השערות, רעצענזיעס, ספיקות און סעמי-מסקנות. ואוס איז אזוי געפערליך? יעדער מענטש האט דאך זאכן וואס ער באהאלט, ווי דו זאגסט, "אונטער די דאכענע". נו, וועגן דעם זאל מען ארויסטאנצן פון די הויט און איבערלאזן ווייב און קינדער? דאס רוב טאג און רוב לעבן דארף נישט ווערן אפעקטירט דערפון, אויסער אויב מען איז אנגעגעסן מיט האס, מען טראכט דערפון א גאנצן טאג און מען האט נישט קיין שום כוח המעצור, וואס דעמאלט איז מען סייווי אויף צרות.

ועוד, פרוביר נאר זאגן דיין דריטער נקודה אין שול ביים ליינען. ווי איך דאווען, וועט מען מיר דאס ערשטע מאל איידל מעיר זיין אז מ'טאר נישט אזוי זאגן, קלו וקלו דברי אלוקים חיים און אז דער צאנזער רב שרייבט דאך שוין אז אפילו צווישן ראשונים טאר מען נישט מכריע זיין, און ביים פיפטן מאל וועל איך שוין באקומען א טיטל פון אן אויפגעקלערטער.

עגען, פארוואס זאל איך עס פרובירן זאגן. קודם איך דארף נישט צוקומען דערצו, ווייל איך האב קיין פראבלעם צו גלייבן אלעס וואס חז"ל האבן געשריבן. אבער אפילו אויב נישט, וואס האב איך פון עס זאגן פאר איינעם? עס אינטערעסירט מיך בכלל נישט אז יענער זאל מיך אנקוקן מיט "יענע" אויגן, איך וועל גארנישט פארדינען און יענער וועט גארנישט פארדינען. און איך קען נאר דערלייגן. און געווענליך איז מען בכלל נישט אינטערעסירט צו רעדן סיי וועלכע דברי חכמה מיט איינעם ואוס האט נישט די אויערן דערצו און איז נישט אינטערעסירט צו הערן. סאו, יא, הו קעירס?


די מערסטע עלעגאנטע ווערטער און עצות, קען נישט אווען נעמען די ווייטאג און פיין, פון זיך איינהאלטן טאג נאך טאג צוזאגן וואס מען גלייבט.

איינער » פרייטאג יולי 12, 2013 4:01 pm

· #133083
איך פארשטיי נישט די דעבאטע דא, די רבנים האבן שוין געזאגט זייער מיינוג. אויב די וואס זענען אפגעפארן צוליב פרעגן קשיות איז אזא קליינער צאל, פארוואס פארפירען זיי אזוי אנקעגען די אינטערנעט? עס איז די ערשטע מאל אין אמעריקע וואס מעט פראבירט איינצופירן אזעלכע עקסטרעמע קאנטראלען. פארוואס? פאר די פאר חכמים? זעט אויס אז די רבנים און עסקנים ווייסן עפעס מער ווי די שרייבער דא.

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 5:57 pm

· #133110
קאווע טרינקער
@יאיר איי'ם טרילט יא'ער בעק.
צוזאמשטעלן רעביצין רייך'ס תכשיטים מיט'ן היינטוגען רב טייטלבוים איז פיין, אבער צוזאמשטעלן דער גוי, דער כופר, נו, וויאזוי הייסט ער נאר, ווייסט וועם איך מיין, מיט'ן אלטען רב טייטלבוים, איז עפעס מאדנע ביז גאר. בתוך הדברים זאגסטו אז ביז 200 יאר צוריק האט יעדער געגלייבט אז גאט האט באשאפען די וועלט, איז וויאזוי קענסטו זאגן תוכ"ד אז קיין איין צד - להבדיל - קען נישט "אויפווייזען" זייער גערעכטיקייט. דאס אז דער "גאנצע" וועלט האט געגלייבט אין בורא עולם איז די שטערקסטע אויפווייז (פאר ווער ס'שפילט די איני מאמין געים) אז דאס איז געבויט אויף א פאקט און מעשה שהיה.

כ'זוך א נדבן צו פארשפרייטן רב קורמאן'ס ספרים, כדי צו מחזק זיין דר'עולם מיט ריינע אמונה.

אוי, קאוועלע, האסט מיר שלעכט פארשטאנען. א קלוגער איד ווי דיר דארף ארויסנעמען א געוואלדיגע חיזוק אין אמונה פון מיינע ווערטער. טראכט אריין, פאר הונדערטער יארן האבן מיר ערליכע אידן געגלייבט אז ס'איז דא א גאט וואס ער איז דער מקור החכמה, ער איז חכמה אליין, ווי דער רמב"ם ערקלערט. די מקובלים האבן דאס גענומען נאך א שטאפל ווייטער אז די וועלט איז בעצם א מאניפעסטעישאן פון גאט, דא איז זיין התגלות. זענען שפעטער געקומען די סייענטיסטן צו גענוי די זעלבע מסקנות! עס איז דא א גרויסע כח וואס זיי רופן חוקי הטבע וואס דאס איז חכמה און דאס פירט די וועלט, פאקטיש איז לויט זיי די גאנצע וועלט א דירעקטע תוצאה פון די חוקי הטבע. דאס איז דאך ממש אות באות וואס מיר אידן האבן אלץ געוואוסט פון די תורה הקדושה. אמת, זיי זענען מחולק אין געוויסע טעאלאגישע פרטים איבער דעם "גאט". אבער צו דען זענען דער רמב"ם און רבי משה תקו נישט געווען ראדיקאל מחולק איבער די נאטור פון גאט? איך מיין אז דער חילוק צווישן הגשמה און אי הגשמה איז פיל גרעסער ווי דער חילוק צווישן א פערזענליכער גאט און נישט א פערזענליכער גאט.
אין אנדערע ווערטער, דער פאקט אז טראצדעם וואס די אטעאיסטן לאכן פון סיי וועלכע רעליגיעזע התגלות פונדעסטוועגן זענען זיי פעסט ביי די מיינונג אז ס'איז דא כוחות פון חכמה וואס פירן די וועלט און אז מיר מוזן זיך פירן מאראליש באפעסטיגט מיין אמונה אויף אן אומגלויבליכע פארנעם.
רבותי, איך זוך א נדבן צו פארשפרייט פראפעסאר דאוקינס ספרים.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8