איך וואלט געוואלט זיך דינגען און צונעמן יעדער איינער פון די פונקטען וואס מ'האט דא געשריבען, ווייזען ווי לעכערליך עס איז און קלאר אז דאס גאנצע שמועס איז נישט מער ווי אן אפשפיגלונג פון די פרעזענליכע רגילות און prejudice'ן פון די שרייבער, נאר איך האב נישט קיין נערוון זיך אריינצולאזען אין דער וויכוח און סייווי וועט דאס נישט העלפן על כן יהי נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם.
ווען Off The Derech גייט Off Track
357 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4150
(לכבוד דעם נייעם אנשיקעניש וואס האלט זיך אינמיטן אריינכאפן)
ווי יארמער רב זאגט: ער וויל זייער שטארק וויסן ווער דער 'פורטם' איז וואס אזויפיל אידן ווינשן זיך 'כאילו הייתי פורטם'.
לעיקוואדאיך וואלט געוואלט זיך דינגען און צונעמן יעדער איינער פון די פונקטען וואס מ'האט דא געשריבען, ווייזען ווי לעכערליך עס איז און קלאר אז דאס גאנצע שמועס איז נישט מער ווי אן אפשפיגלונג פון די פרעזענליכע רגילות און prejudice'ן פון די שרייבער, נאר איך האב נישט קיין נערוון זיך אריינצולאזען אין דער וויכוח און סייווי וועט דאס נישט העלפן על כן יהי נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם.
לעיקוואד, ס'העלפט יא שאץ דיך נישט אונטער.
בקיצור, דער עולם זאל זיך בעטן, דער עולם זאל לעקן, אפשר וועט זיך דער רבי מרחם זיין.
איין זאך וועל איך יא שרייבען, וואס איז זייער חשוב צו וויסען און איז מורא'דיג משנה די גאנצע קוק דא. איך מיין איך האב עס שוין געשריבען אמאל דא ערגעצוואו.
להוי ידוע, קיינער איז נאכנישט אפגעפארען מיט א גרויסער כי בשמחה תצאו. פאר יעדער איינער פון די יוצאים, און איך רעד פון פירסט הענד ידיעה נישט פון מקווה נייעס, איז דאס א פרעזענליכע טראומע אפשר בדומה צו א פטירה אדער א צווייטער טראגעדיע. קיינער האט נישט קיין גרויס הנאה ווען די יסודות פון זיין גאנצע לעבן צופאלען עם פאר זיינע אויגען און ער טרעפט זיף נישט דאס פלאץ צווישען די חברים און משפחה וואס ער איז אויפגעוואקסען מיט זיי צוליב די גענצליכע הבדל אין אמונה וואס איז נוגע יעדער פרט פון לעבן. קיינער טאנצט נישט פון שמחה אה עס איז נישטא קיין גאט יעצט קען איך רוהיג עסן חזיר און שלאפען מיט יעדער איינער.
(אגב, כחוזר על הראשונות, קיינער וואס גייט ארויס פון ישיבה ווארטן עם נישט אפ קיין שורה פון מיידלעך וואס שרייען שכבה עמי, עס איז אפשר שווערער צו טרעפן לאוו אין דער גוישע וועלט ווי אין דער שידוך סיסטעם על כל חסרונותיו, ובפרט איינער וואס קומט ארויס פון דער סיסטעם, נאך אלעס שטעלט עס צו פאר רוב אירע איינער צו שלאפן מיט, איז אויב איינער איז מקנא די הנאות עולם הזה זייערע און דאס איז גורם שופט צו זיין און זאגען אז סאיז סתם א משוגעת כדי זיך צו בארוהיגען די קנרה, זאל ער זיך נישט זארגען, ס'איז גארנישט אזוי גלענציג)
די החלטה צו טוהן דער אקט און אפלאזען איז אפשר פון די ערנסטסטע און טיפסטע החלטות וואס א מענטש קען מאכען, איך מיין אז רוב בעלי תשובות אפילו האבען נישט געמאכט אזא ערנסטע באשלוס אין זייער לעבן ווי די יוצאים, און אוודאי אז קיינער פון ענק/אונז נארמאלער יונגעלייט וואס מער ווייניגער איז אונז אלץ צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ, האבען בכלל אמאל שוקל געוון אזוי ערנסט א החלטה אין זייער לעבן.
זיצט זיך א אנגעפאשעטער יונגערמאן, וואס אמת מבחינה שכלית האט ער נישט צופיל תשובות אויף אמתע שאלות, און עס שטערט עם נישט כל זמן ער האט אן אשה מקושטת לפניו כשלבו חפץ, אמת פון די סיסטעם, אבער למעשה פעלט עם זייער ווייניג, און קעגן עם שטייט א יונגעל, בחור, אדער יונגערמאן, וואס איז טאקע פון א גע'גטע' שטוב, און לעבט נישט אזוי על סיר הבשר מלכתחילה, און פאסט א גענצליך ראציאנלער און ערוואקסענער באשלוס צו ווערן או טי די, טאקע לאור די אלע תנאים, און דער יונגערמאן האט אין זיך די חוצפה און אפילו רשעות, סארי קאווע טרינקער איך מיין נישט דיר פרעזענליך, איך זעה נאר אזוי דער געדאנק יעצט, צו שרייען הע, דו ביסט סך הכל ארויס וועגן דיינע פראבלעמען. איז דא א גרעסערע ציור פון טאנצען אויף יענער'ס בלוט פון דעם??
לפחות אביסעל ענווה און מיטפילען מיט איינער וואס האט באוויזען גדלות הנפש וואס רוב פון אונז קענען נאר חלומ'ן דערפון, (נישט קיין חילוק צו שכל'דיג זענען מיר מסכים מיט זיין שריט). און איז אדורך שוועריקייטן אין לעבן וואס רוב פון אונז זענען ב"ה נישט אדורך. איך זעה נישט ווי א טיפיקל יונגערמאן וואס שרייבט דא אדער ערגעץ אנדערש האט בכלל די קרעדיט צו ענטפערן אזא איינער איין ווארט.
איך מוז זאגען אז די צעטל וואס מ'האט דא געברענגט איבער א יונגערמאן אין לאנדאן וועגן דער אינטערנעט טראגט אין זיך א רשעות שאין כדוגמתה, ווער עס פארשטייט נישט די רשעות פון הענגען אזא צעטל, כלפי דער יונגערמאן זיינע באקאנטע און כלפי דער גאנצער ציבור, איז א שאד איך זאל עס פראבירען מסביר זיין.
ודי בזה מאימת הצום.
(איך אויך און מאראנצן האקען, שוין דא האט איר א חלק פון דער פורטם, איך האב נאר געוואלט הערן ווי עטס בעטס זיך 😕 )

דו קומסט מיט א טעאריע אז אלע זענען עפעס חכמים ונבונים, טייל פון זיי האט מען נישט געקענט פאר אזעלכע פיקחים ווי דו מאלסט זיי אראפ, און נאר פארשידענע אומשטענדן האבן זיי אראפגעשלעפט אדער ארויפגעשלעפט וויאזוי דו ווילסט עס רופן טריט נאך טריט, צעביסלעך און נישט מיט קיין ראציאנאלע החלטות, ביז צו א מצב פון או.טי.די..
א מענטש וואס איז געטריי צו זיין רעליגיע איז נישט מחויב צו אנקוקן אלס העלדישקייט ווען איינער פארלאזט איר, איך וואלט עס אפילו אנגעקוקט ווי א דירעקטע סתירה צו זיין רעליגיע. און נישט קיין חילוק מיט וויפיל מסירת נפש דאס איז געבינדן. נישט יעדע זאך וואס קומט אן שווער איז העלדיש, א מענשט קען גרייזן אפילו מיט מסירת נפש, אןו א מענטש קען זיין רשעות'דיג מיט מסירת נפש, וכו'.

@מאראנצן
איך האב נישט געזאגט אז אלע דארפן אריינגיין אין די ווארלד סעריס פון פילאסאפיע אדער עפעס. בפירוש נישט. הגם א חלק זענען יא און דאס איז בפירוש יא א גורם. און איך רעד נישט דא פון נעמען בכלל.
איך האב נאר געזאגט אז זיי האבען א געוויסע , לאמיר עס רופען level of maturity און הרפתקי דעדי עלן, וואס רוב היימישע יונגעלייט וואס שפירען זיך אזוי רוהיג און ראוי זיי אוועקצומאכען נעה, זיינע עלטערן זענען גע'גט, קענען זיך נישט מתפאר זיין אפילו מיט א צענטל דערפון.
מיט 'ראציאנלאשי'ע' באשלוס האב איך נישט געמיינט דווקא אז ער האט דורכגעלערנט גאנץ פילאסאפיע און טעאלאגיע לדורותיה און מחליט געווען אזוי, הגם אז אויך דאס געשעהט, נאר אז דאס איז א מענטשליכע ערוואקסענער מעטשור החלטה וואס ער האט גענומען וואס רוב היימישע האבען נישט בכלל.
איך ווייס נישט וויפיל מ'דארף מעריך זיין מסירות נפש פאר נישט א ריכטיגע סיבה, ויש לדון בזה, איך האב געזאגט אז מ'דארף וויסען אז די גדלות הנפש פון דאס טוהן איז עפעס וואס קיינער פון די בארעדערס האבען אמאל געטוהן און זיי האבען נישט קיין רעכט דן צו זין איינער וואס האט יא. איך פרעזענליך בין פיל מער מעריך דאס וואס האט מסירות נפש פאר זיין דעה אפילו עס איז א טעות אדער רשעות, ווי דער וואס זיין גאנצע לעבן איז געבויט אויף עולם כמנהגו נוהג ומפטירין כדאתמול, ווי דער מציאות איז ביי רוב חסידישע יונגעלייט.

לעיקוואד, דו ביזט זייער קאנווינסינג, אבער איך מיין אז וועסט אויך מודה זיין אזויווי כ'האב געפרעגט יידל א יא ניין שאלה אז כבר היה לעולמים אז דער תירוץ פארוואס איינער איז אוועק פון אידישן וועג איז יא, ווייל ער האט געהאט א שווערע שטוב און דאס האט געברענגט א ריפל אפעקט.
דאס איז נאך איין סיבה אין די לאנגע ליסטע פון סיבות וואס קען אלץ זיין, אריינגערעכנט דיינע ווערטער. דער סינעריוא וואס דו מאלסט איז דירעקט נישט עקסקלוסיוו.
נאך א נקודה: וויאזוי וואלטסטו געטייטשט דעם פסוק אוהבי ה' שנאו רע.

לעיקוואוד, איר זענט נשפע געווארן פון די sub תגובות, וואס זענען שלא מענין די ערשטע תגובה בכלל. מאנכע האבן זיך צוגעקלעפט צום לעצטען שורה. וואס איך האב געוואלט זאגן, און למעשה געזאגט, פאר ווער ס'האט פארשטאנען, אז "חברת OTD " האבן נישט אין common נאר דאס אז זיי זענען אפגעפארן. יעדער איינער פון זיי צוליב א סיבה. וואס די סיבה איז? דאס זאג איך שוין נישט. ווי אויבן געשריבן, אמאל הייבט אן צו גריבלען ספיקות פון א רלב"ג, און אמאל פון שבחי בעש"ט. יא, אין אמאל פון ליבעלאזע שטוב (יא גע'גט נישט גע'גט, קיין נפק"מ)
ס'האט פשוט נישט קיין פשט, אז ווייל אן ארגאנעזאציע נעמט זיי צוזאמען, ווערט פלוצלינג זייער אפפארען א כלליות'דיגע פראבלעם, ווי אלע ווייזען מיט די פינגער אויף לעכער אין סיסטעם.
ס'האט פשוט נישט קיין פשט, אז ווייל אן ארגאנעזאציע נעמט זיי צוזאמען, ווערט פלוצלינג זייער אפפארען א כלליות'דיגע פראבלעם, ווי אלע ווייזען מיט די פינגער אויף לעכער אין סיסטעם.
קאווע טרינקער
ביסט גערעכט אז איך האב מגיב געווען צו דער לעצטער שורה און נישט צו די גאנצע דרשה דיינע, אויב איז דאס נישט דער עיקר יהיה כן, האב איך סתם גערעדט צו'ם וואנט.
אבער לגבי די ערשטע שרות דיינע, דאס איז א שמועס וואס געהער איבערהאלב דער "או טי די קאמיוניטי". למעשה פראבירען זיי מיט די ציינער צו בויען פאר זיך א קהילה מיט א געוויסע אידענטיטעיט, וואס יעדער מענטש דארף אין זיין לעבן, און איך ווינטש זיי הצלחה דאס צו קענען טוהן הגם עס איז טאקע גאר א שווערע זאך וועגן די פראבלעמען וואס דו האסט דערמאנט און אנדערע. איך מיין אבער נישט אז די חברה זייערע איז מבוסס בלויז אויף שנאת הדת/החרדיות, עס איז בעיקר מבוסס אויף דעם וואס זיי אלע האבען אן ענליכע עבר און זענען זיך מתמודד מיט ענליכע פראבלעמען, מ'קען זאגען אז זיי האבען מער אין קאמאן ווי רוב חברים אין א געהעריגע קהילה האבען.
@מאראנצןזאפט
א מענטש איז גאר א מורכבב'דיגע באשעפעניש און איעדער זאך איז א סיבה צו וואס ער טוהט. די נקודה איז נאר אז מזלזל זיין אין א מענטש וואס האט גענומען א בחירה אויף א מדרגה וואס איז נישט מצוי ביי 'אונז' איז נישט אין פלאץ
אוהבי ה' שנאו רע הייסט דו זאלסט פיינט האבען בלב ונפש דער זיסער טעם פון דער קאווע וואס דו טרינקסט ביים אויספאסטן וואס איז לצורך הנאת גופך און נישט מאוחד באלוהות (כ"כ בתניא).

איך וויל נאר צולייגן נאך א נקודה צו לעיקוואד'ס ווערטער.
פאר א יעדע otd זענען פארהאן כאטש צען וואס וואלטן געקענט באשטיין צו גיין otd, און עס זענען פארהאן אסאך otd'ס בלב. א שיינע שטיקל עולם דא וואלט שיינערהייט געקענט באשטיין בועט צו זיין אינעם סיסטעם, און מיר דרייען זיך ארום מיט די זעלבע טענות ווי אסאך פון זיי זאגן הויך. קוקטס נאר אביסל ארום ביני עמידי דק''ש וועט איר זעהן.
נו, אויב אזוי פארוואס טאקע פארלאזן מיר נישט די סיסטעם? ווייל דאס פארלאזן די סיסטעם (ביי איינעם מיינט עס ארויס גיין פון כולל, און ביי א צווייטע מיינט עס מופן קיין טינעק) וועט אים זיין אסאך מער פיינפול ווי דאס בלייבן דארט.
אבוויעסלי איז די גענוי פארקערטע מיט די וואס זענען יא געגאנגן otd. פאר זיי איז דאס בלייבן געווען מער פיינפול ווי דאס אוועק גיין.
עכ''פ, איז אפשר דא א מעגליכקייט אז ווען מיר דזשאדזשען און האבן טענות צו די otd'ס אז ס'קומט מחמת שנאה וקנאה אז יענעם איז געלונגען דאס וואס דו האסט נישט די אומץ צו טון?

לעיקוואד, ביי איינעם וואס זיין העכסטער אידיאל אין לעבן איז שמירת התורה והמצוות אדער עכ"פ ער איז נתחנך געווארן צו וועלן אז דאס זאל זיין, פארוואס איז אויסלייגן אזא צעטיל אין לאנדאן אנדערש ווי אל תמות כדרך שמת פלוני?
און איך פארשטיי נישט פארוואס דו קוקסט אן שמירת התורה והמצוות אריגינעל און נאטירליך. יעדער האט זיך זיינע התמודדות ברוחניות וואס איז קלאר יא א מצב פון בחירה. א בוחר בטוב איז נישט ווייניגער בחירה ווי א בוחר ברע אפילו ער האט נישט געטוישט זיין וואוינארט, ואיזהו גבור הכובש את יצרו און נישט דער וואס נעמט דעם שווערן בחירת או.טי.די.
איך וואלט דיר געפרעגט אפילו ווילדער, דער וואס שעכט אויס זיין פאמיליע - שכבר היה לעולמים - האט אויך גענומען זיין בחירה צו א פלאץ וואס איז נישט מצוי ביי 'אונז'. פארוואס זאל איך נישט מעגן אנקוקן א מרידה באלוקיו אזוי?

מאראנצןזאפטלעיקוואד, ביי איינעם וואס זיין העכסטער אידיאל אין לעבן איז שמירת התורה והמצוות אדער עכ"פ ער איז נתחנך געווארן צו וועלן אז דאס זאל זיין, פארוואס איז אויסלייגן אזא צעטיל אין לאנדאן אנדערש ווי אל תמות כדרך שמת פלוני?
לעיקוואדווער עס פארשטייט נישט די רשעות פון הענגען אזא צעטל, כלפי דער יונגערמאן זיינע באקאנטע און כלפי דער גאנצער ציבור, איז א שאד איך זאל עס פראבירען מסביר זיין.
אפשר איז נישט א שאד? איך בין עפעס אזוי הארטנעקיג.
מאראנצןזאפטאון איך פארשטיי נישט פארוואס דו קוקסט אן שמירת התורה והמצוות אריגינעל און נאטירליך. יעדער האט זיך זיינע התמודדות ברוחניות וואס איז קלאר יא א מצב פון בחירה. א בוחר בטוב איז נישט ווייניגער בחירה ווי א בוחר ברע אפילו ער האט נישט געטוישט זיין וואוינארט, ואיזהו גבור הכובש את יצרו און נישט דער וואס נעמט דעם שווערן בחירת או.טי.די.
איך וואלט דיר געפרעגט אפילו ווילדער, דער וואס שעכט אויס זיין פאמיליע - שכבר היה לעולמים - האט אויך גענומען זיין בחירה צו א פלאץ וואס איז נישט מצוי ביי 'אונז'. פארוואס זאל איך נישט מעגן אנקוקן א מרידה באלוקיו אזוי?
נו ווילסט זיך דינגען אויף א מציאות? במציאות האבען רוב מענטשען וואס בלייבען on the derech נישט געמאכט די סארט בחירה קיינמאל. דער וואס יא פארשטייט געווענטליך אוי דער וואס האט געמאכט א פארקערטע באשלוס און רעדט נישט אזויווי מאנכע דא רעדן. ער ווייסט אז ס'איז נישט דא קיין וועג דן צו זיין א צווייטער מענטש אויף זיינע החלטות און דאס וואס ער 'האלט' פון יהדות און אז פארקערט איז א מרידה וכו' גיט עם נאכאלץ נישט קיין מעגליכקייט דאס צו טוהן.
איינער וואס הרג'ט יענער דאס איז סתם א רוצח, עס האט נישט קיין קשר אהער. איך רעד פון איינער וואס מאכט א געוויסע באשלוס איבער וויאזוי צו פירען זיין לעבן. אויב וואלט געווען עפעס א מהלך אין לעבן צו זיין א רוצח און יענער איז בוחר אזוי וואלט עס אפשר געווען א פארגלייך, בפועל איז דאס נישט אזוי.
דו קענסט נישט מחליט זיין אויף עפעס אז עס איז א 'מרידה באלוהיו' אן זיך מתייחס זיין צו דער מענטש, וויאזוי ער זעהט עס. עס איז נישט קיין חכמה צו זיין א גרויסער קנאי און זאגען אז דאס איז 'אוהבי ה' שנאו רע', און איך האלט אז יידושקייט איז אלעס און דאס איז א מרידה וכו', בשעת וואס דו האסט נישט אוועקגעגעבן קיין גלאז וואסער דערפאר. (שוין, יא, האסט געפאסט י"ז בתמוז, דאס איז אבער נישט קיין בחירה מצדך).
מאראנצןזאפטאפשר איז נישט א שאד? איך בין עפעס אזוי הארטנעקיג.
איך בין דיר נישט חושד, נאר עס איז מיר שווער זיך צו שטעלן מסביר זיין אזא סארט זאך וואס איז ביי מיר אז איך זעה אזא צעטל זעה איך ווי מ'נעמט א מעסער און משטעכט עס אריין אין דער יונגערמאן'ס הארץ. ביי דער וואס דאס זעהט נישט אוטומאטיש אויס אזוי, אדער וואס האט אפילו די מעגליכקייט צו טראכטען, אפשר דארף מען עם טאקע אריינשטעכן א מעסער אין הארץ, מורידין ולא מעלין, וכו', קען איך נישט העלפן.
דאס איז אחוץ די זלזול אין דער ציבור וואס ליגט דא, כאילו זיי זענען אלע אומבאהאלפענע שעפעלעך קעגן אביסעל אינפארמאציע און די איינציגסטע וועג צו רעדן מיט זיי איז מיט קינדערישע קאריקאטורעס "שלא תמות כדרך פלוני".
דו האלטסט אז דער או.טי.די. האט מער נישט קיין בחירה להבחין בין רע לטוב ווייל ביי אים איז ברור זיין וועג און ממילא מוז ער נעמען זיין לעבנשטייגער און מ'קען אים נישט דן זיין דערויף?
מסכים אז דער צעטיל פון א סטראטאגיסטישער שטאנדפונקט איז א פערדעריי נישט ווייניגער ווי א פשוט'ער פאשקעוויל.
מסכים אז דער צעטיל פון א סטראטאגיסטישער שטאנדפונקט איז א פערדעריי נישט ווייניגער ווי א פשוט'ער פאשקעוויל.
הוגהדער יונגערמאן וועט בקרוב זיין אויף א טי ווי שאו און ער וועט ארויסגעבן אלע זיינע טענות אויף די קאמיוניטי, אדער זיינע קשיות אויפן באשעפער וכדומה, וועט איר אוודאי שרייען, "ליגנער! דו ביזט נישט געגאנגן OTD צוליב דעם נאר צוליב די אינטערנעט!". סיריעסלי? ער פרעגט א קשיא אויף די אמונה און דו ענטפערסט אים "אינטערנעט"?
יא. ס'גאנץ מעגליך אז ער האט די אלע פראגעס אויפן באשעפער נישט געהאט בעפאר ער האט זיך אנגעליינט אויפן אינטערנעט.
אויב אזוי איז דער ענטפער ''אינטערנעט!'' שוין איינמאל אמת.
@מאראנצן
איך האב נישט געזאגט ער איז אן אונס, אויב וויל מען דווקא קען מען מאכען אזא פשעטל און עס וועט זיין אויסגעבויט הלכה'דיג (מדין אונס בדעות וכו') אבער איך מיין צו זאגען עפעס אנדערש, דווקא אז ער האט יא בחירה און ער האט מבחירתו אויסגעקליבען אן אנדערע וועג (בכלל איז לענ"ד אז שטארקע זלזול אין א מענטש אויב דער איינציגסטער לימוד זכות וואס מטרעפט אויף עם איז ער איז א "אונס", "תינוק שנשבה", ואכ"מ), פאר גענצליך לעגיטימישער סיבות, פון יעדער מענטשליכער שטאנדפונקט. און וועגן דעם דווקא קען א צווייטער, בפרט איינער וואס האט אין זיין לעבן נישט געפאסט אזא באשלוס, עם נישט דן זיין דערפאר.

יי
לעיקוואדזיצט זיך א אנגעפאשעטער יונגערמאן, וואס אמת מבחינה שכלית האט ער נישט צופיל תשובות אויף אמתע שאלות, און עס שטערט עם נישט כל זמן ער האט אן אשה מקושטת לפניו כשלבו חפץ, אמת פון די סיסטעם, אבער למעשה פעלט עם זייער ווייניג, און קעגן עם שטייט א יונגעל, בחור, אדער יונגערמאן, וואס איז טאקע פון א גע'גטע' שטוב, און לעבט נישט אזוי על סיר הבשר מלכתחילה, און פאסט א גענצליך ראציאנלער און ערוואקסענער באשלוס צו ווערן או טי די, טאקע לאור די אלע תנאים, און דער יונגערמאן האט אין זיך די חוצפה און אפילו רשעות, סארי קאווע טרינקער איך מיין נישט דיר פרעזענליך, איך זעה נאר אזוי דער געדאנק יעצט, צו שרייען הע, דו ביסט סך הכל ארויס וועגן דיינע פראבלעמען. איז דא א גרעסערע ציור פון טאנצען אויף יענער'ס בלוט פון דעם??
לפחות אביסעל ענווה און מיטפילען מיט איינער וואס האט באוויזען גדלות הנפש וואס רוב פון אונז קענען נאר חלומ'ן דערפון, (נישט קיין חילוק צו שכל'דיג זענען מיר מסכים מיט זיין שריט). און איז אדורך שוועריקייטן אין לעבן וואס רוב פון אונז זענען ב"ה נישט אדורך. איך זעה נישט ווי א טיפיקל יונגערמאן וואס שרייבט דא אדער ערגעץ אנדערש האט בכלל די קרעדיט צו ענטפערן אזא איינער איין ווארט.
זייער גוט ארויסגעברענגט דיין פוינט, אבער לאור הנ״ל איז מיר נולד געווארען אזא שאלה, וואס פארא געפילען דארף א עווריטש אינגערמאן האבען צו די וואס באשמיצען אים כמעט טאג טעגליך? אמת אז צווישען די otd זענענן דא איידעלע חברה וואס האבן געמאכט זייער סוויטש און זיך געגאנגענן זייער וועג און קיקען נישט צוריק און באדערן נישט קיינעם, עס זענענן אבער דא אזעלכע ווי למשל רייך פעלדמאן ג״ב און נאך צענדליגער וואס קיקען כסדר צוריק, און ווארפן ריזיגע שטיינער ווי אימער עס לאזט זיך, און מאכען שאדען פאר אסאך אינדעווידשעלע איידעלע אינגעלייט וואס האבן זיי קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטיען,
איז יושר אז צוליב די צענדליגער וואס פירען זיך אזוי אויף און קיינער פון זיי שטערט עס נישט, זאל מען זיי פיינט האבן דערנידערן דערווייטערן רודפ׳ן מסר׳ן באשמיצען העלפן מיט אוועק נעמען די קינדער און פראבירען צו גיין מיט זיי א שטיין פאר א שטיין? און פראבירען צו טיען מיט זיי דאס וואס זיי פראבירען צו טיען מיט די טויזענטער מענשטן וואס האבן זיי קיינמאל נישט געטשעפעט, קיינמאל נישט געבלינקט אויף זייער זייט, און קיינמאל זיי נישט וויי געטיען?!
אדער דארף מען זיך נאר בייסען די נעגעל און גארנישט ענטפערן זיצען ליידען און שווייגען? איך רעדט ע״פ יושר וויי די תורה האלטן זיי נישט און זיי רעכענענן זיך נישט דערמיט.
איך האב נישט פארשטאנען דיין וויץ בדחן טייערער, קענסט מיר עס נאכאמאל מסביר זיין אפשר?
לעיקוואדאיך האב נישט פארשטאנען דיין וויץ בדחן טייערער, קענסט מיר עס נאכאמאל מסביר זיין אפשר?
ייש״כ פאר דיין ענטפער, און פאר דיין פארשטענדעניש מיט די טויזענטער עווריטיש בחורים אינגעלייט און בעה״ב, וואס ווערן גע׳רודפ׳ט דורוך געציילטע otd וועם זיי האבן קיינמאל נישט געטשעפעט אדער געבאדערט, עט-ליסט אז דו פארשטייסט זיי.
עמ איי מיסינג סאמטינג? איינער רודפ'ט איינער? פארוואס האב איך נישט געהערט דערפון? און וויאזוי האט דאס דער מידענסטע שייכות מיט וואס איך האב געשריבען?
@בדכן -- אמת אז צווישען די otd זענענן דא איידעלע חברה וואס האבן געמאכט זייער סוויטש און זיך געגאנגענן זייער וועג און קיקען נישט צוריק און באדערן נישט קיינעם, עס זענענן אבער דא אזעלכע ווי למשל רייך פעלדמאן ג״ב און נאך צענדליגער וואס קיקען כסדר צוריק, און ווארפן ריזיגע שטיינער ווי אימער עס לאזט זיך
ס'וואונדערט מיך אלץ ווען איך זע די OTD וואס זענען כסדר ביזי מיט חרדים אי אויף tv אי אויף facebook א.ד.ג. -- זענען זיי נישט געווען פאר'חלש'ט אונז איבערצולאזן? נו פארוואס לאזן זיי אונז נישט איבער?
ס'וואונדערט מיך אלץ ווען איך זע די OTD וואס זענען כסדר ביזי מיט חרדים אי אויף tv אי אויף facebook א.ד.ג. -- זענען זיי נישט געווען פאר'חלש'ט אונז איבערצולאזן? נו פארוואס לאזן זיי אונז נישט איבער?
@ לעקוואד. דו האסט פארלאנגט אז מען זאל האבן מיטגעפיל איינזעעניש, און א הארץ צו די otd,
האב איך דיר געפרעגט צו עס גייט ביידע וועגן, און אפילו נאכדעם וואס די יעניגע רודפ׳ן טויזענטער מענטשן מיטען ארויסגעבן ביכער קעגן כלל ישראל, קליפס מיט אינטערוויס, און ווידיא׳ס דארפן מען ווייטער האבן א הארץ מיט זיי און זיצען שטיל און נישט אפענטפערן אדער פיינט האבן? דערויף האסט געענפערט אויף אזא אויפן אזוי אז מען זאל פארשטיין אז איך בין גערעכט מיט מיין שאלה,
יעצט וואס איז דא וואס דו פארשטייסט נישט?

ניין נישט דאס האב איך פארלאנגט, גיי צוריק און ליין איבער.
אוודאי זאל מען האבען מיטליידעניש מיט טויזענטער יונגעלייט וואס ווערן אויפגעצויגען אן וויסען בין ימינם ושמאלם פיל מיט שנאה צו יעדער זאך אין דער וועלט און מיט אזא מוגזמ'דיגער פאראנויע אז יעדער איינער וואס רעדט נאר א פיפס וועגן זיי וואס לויבט זיי נישט אויס ביז'ן הימל וויל זיי עפעס דערהרגנען אדער עפעס.
(ליין ביטע איבער וואס הוגה האט געשריבען וועגן די נקודה אויוון).
בכל אופן אויב פארשטיי איך ביסטו גאר געווארען דא דער נציג פון די שיטה וואס הייסט "שטויס צוריק פאר דער וואס האט דיר (בדמיונך) געשטויסען" און אויב דו קענסט צוריקדערלאנגען צווי שטויסעס הרי זה משובח". דו ביסט זיכער אז דאס איז די שיטה וואס פאסט פאר דער וואס שטעלט זיך דא אוועק אלץ פארטרעטער פון קנאות און די ריינסטע יידושקייט זיך אידענטיציפירען מיט?

בעפאר מען גייט און דיטעליס איבער וואס מיין שיטה איז, ביטע קלאר זיך אויס,
דו האסט געשריבען:
טאקע אזוי? דאס איז די גאנצע וואס מען האט צוריקגעהערט פון די otd די לעצטע פאר יאר? עס איז נישט מער ווי דאס אז מען לויבט זיי נישט אויס? דעטיס איט? עס איז נישט מער ווי א פאראנויע כאילו איינע פון די otd באשמיצט כלל ישראל?
ביסט נישט דאהי? ביסט אומוויסענד? אדער דו זיכסט צו פארדרייען די מציאות?
דו האסט געשריבען:
לעיקוואדניין נישט דאס האב איך פארלאנגט, גיי צוריק און ליין איבער.
אוודאי זאל מען האבען מיטליידעניש מיט טויזענטער יונגעלייט וואס ווערן אויפגעצויגען ...... מיט אזא מוגזמ'דיגער פאראנויע אז יעדער איינער וואס רעדט נאר א פיפס וועגן זיי וואס לויבט זיי נישט אויס ביז'ן הימל וויל זיי עפעס דערהרגנען אדער עפעס.
טאקע אזוי? דאס איז די גאנצע וואס מען האט צוריקגעהערט פון די otd די לעצטע פאר יאר? עס איז נישט מער ווי דאס אז מען לויבט זיי נישט אויס? דעטיס איט? עס איז נישט מער ווי א פאראנויע כאילו איינע פון די otd באשמיצט כלל ישראל?
ביסט נישט דאהי? ביסט אומוויסענד? אדער דו זיכסט צו פארדרייען די מציאות?
איך האב נישט געזאגט אז זיי לויבען נישט, נאר אז זיי רודפ'ן נישט קיין שום עוורידזש יונגערמאן אזויווי דו רעדסט פריער. אפשר זאגסטו מיר איין זאך ווואס עס שטערט דיר די אלע או טי די מעשיות.
נאכאמאל. ביטע ליין איבער וואס הוגה האט געשריבען וועגן די "באשמוצערייען".
און יא, מ'מעג שוין כאפען אז דאס איז א וועלט ווי די מידיע 'באשמוצט' יעדער איינער, קיינער איז נישט ריין פון ביקורת, און מ'מעג אויך אונז מבקר זיין און דאס מאכט דיר נאכנישט פאר קיין עוכר ישראל וואס רודפ'ט אומשולדיגע קינדער אזויווי דו שטעלסט עס פאר. עס איז בכל נישט א זאך וואס איז מצדיק אםילו שנאה, עס איז די העכסט נארמאלער וועג פון די היינטיגע וועלט.
אבער פארגעס, טאקע וועגן אזלכע תגובות ווי דו שרייבסט, וואס מ'דארף זיך מוטשענען לגבי זיי וואספארא שייכות זיי האבע מיט די המשך פונ'ם שמועס אויזער אז זיי זאגען מיינונגען אויף די זעלבע נושא, און עס וואונדערט יך יעדעס מאל פון פריש "דער מענטש האט געליינט וואס מ'האט געשריבען ביז יעצט?", און מענטשען ווי דו וואס האבען פשוט אן א'גענדע און וועלן יעדער פאר מינוט דרייען א צווייטער וועג פארוואס זייער סעקטע איז גערעכט און די גאנצע וועלט זענען סתם רוצחים וואס ווילן זיי פארברענען, האב איך זיך שוין מתייחס געווען פריער.
איז זיי מיר געזונט און שטארק בדחן זיסער, יהי לך אשר לך, איך האב נישט קיין אינטערעס ווייטער צו פירען דער שמועס.

לעיקוואדנאר איך האב נישט קיין נערוון זיך אריינצולאזען אין דער וויכוח און סייווי וועט דאס נישט העלפן על כן יהי נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם.
איז זיי מיר געזונט און שטארק בדחן זיסער, יהי לך אשר לך, איך האב נישט קיין אינטערעס ווייטער צו פירען דער שמועס.
איים סארי הרב בדחן, אבער איך האב נאך נישט געטראפן קיין שום ארטיקל אדער שאו פון די otd חברה וואס האט וויי געטון אונזער סאסייעטי. קריטיק יא, שאדן נישט. יא דאס איז הוילע פערענויע אויב נישט פוסטע ego. ער טאר נישט ארויס גיין פון אונזער קאמיוניטי און אויב גייט ער יא מוז ער עס טון לויט דיינע תנאים? זאל ער זאגן וואס ער וויל, און אויב טוט די קריטיק וויי דאן פאררעכט די פראבלעם.
לעיקוואד האקט...
לעיקוואד האקט...
לעיקוואדניין נישט דאס האב איך פארלאנגט, גיי צוריק און ליין איבער.
(ליין ביטע איבער וואס הוגה האט געשריבען וועגן די נקודה אויוון).
עס איז פארשטענדליך פון זיך אליינס, און איך דארף דיר עס נישט מסביר זיין, אז הוגה׳ס ליבראלע השקפה פארטרעט נישט די חרדי׳שע מעין סטרים, און זיין נקודה איז זייער פארשטענדליך נאר פאר די וואס ביי זיי זענענן די otd אייניג גערעכט ווי די חרידים, אבער פאר די חרידי׳שע מעין סטרים האט ער גארנישט געענפערט,
און איך וויל דיר געבן איין קלארע משל, איך ווייס פערזענליך ווי צוויי פרויען האבן שטארק שאדען געהאט פון די גרינוואלד/שווארץ נעגאטיווע נישט אמת׳ע ארטיקעל אינעם ניו יארקע מאגעזין, לויט הוגה׳ס מיינוג האט זי געהאט די רעכט דערצו און עס דארף קיינעם נישט באדערן, אבער לויט די מציאות האט זי אפגעטיען היבש אסאך פרויען וואס מען האט נאכגעהערט סעקענד הענד, צוויי וואס איך ווייס ערשטע האנט אינפערמאציע, איז דען שייך אז די מעין סטרים חרידים נאכען א פראסק דורוך די העצע צו פארשטיין הוגה׳ס נקודה? קלאר אז נישט, נאר אויב מען איז גאר א שטארקע ליבעראלער, אבער די ליבעראלע דארפן נישט צוקימען צו הוגה׳ס תירוץ ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין קשיא.
און איך רעדט שוין נישט פון די אנדערע משלים ווי די פעלדמאן בוך אדער אלע אנדערע וואס עס איז נישט אינטערסאנט אויסצורעכענענן זייערע נעמען,
אבער צו מאכען א סך הכל, מען דארף זיין גרייט צו כאפען קלעפ פון יעדן otd, פארט דארף מען האבן א הארץ צו זיי און נישט האבן קיין פיינטשאפט צו זיי, און ווען מען הערט ווי איינער זאגט ליגענט אויף א שוי קעגן אידן אידן זאל מען אים דן זיין לכף זכות ווייל ער איז אדורוך א טראמא ווען ער איז געווארען otd, און זיכער טאר מען נישט אפענטפערן, און מען מוז גאר מאכען א אייגענע חשבון הנפש
****
הוגוה- לעקוואד, האקט.
בדחן
און איך וויל דיר געבן איין קלארע משל, איך ווייס פערזענליך ווי צוויי פרויען האבן שטארק שאדען געהאט פון די גרינוואלד/שווארץ נעגאטיווע נישט אמת׳ע ארטיקעל אינעם ניו יארקע מאגעזין, לויט הוגה׳ס מיינוג האט זי געהאט די רעכט דערצו און עס דארף קיינעם נישט באדערן, אבער לויט די מציאות האט זי אפגעטיען היבש אסאך פרויען וואס מען האט נאכגעהערט סעקענד הענד, צוויי וואס איך ווייס ערשטע האנט אינפערמאציע,
קלארע משל? אדרבא, פארצייל ווי אזוי זיי האבן שאדן געהאט, כ'בין גאר נייגעריג צו וויסן. איך וויל פארשטיין ווי אזוי אן ארטיקל פון א lone פרוי קען אפעקטירן א גאנצע סאסייעטי.
הוגהקלארע משל? אדרבא, פארצייל ווי אזוי זיי האבן שאדן געהאט, כ'בין גאר נייגעריג צו וויסן. איך וויל פארשטיין ווי אזוי אן ארטיקל פון א lone פרוי קען אפעקטירן א גאנצע סאסייעטי.
וואס עפעס? איך גיי עפעס זיין דיין שטרוי מאן? איך האב דען געשריבען אז זי האט אפגעטיען די גאנצע סאסייעטי אז איך זאל עס דארפן פארענטפערן?
איך האב געשריבען פון מיין ערשטע תגובה דא, אז אינדעווידזשל מענטשן ליידען פון די נעגאטיווע העצע פון די otd קען די חרידים, און דאס פאסירט כמעט נאך יעדע העצע עקסטער, און עס איז דא פעלער וואס איך ווייס ערשט האנטיניג און עס איז דא וואס אנדערע פארציילען, און דערויף האב איך געפרעגט וואס פארא הארץ דארפן זיי אדער זייערע חברים האבן צו די וואס באשמיצען זיי.
און אויב דיין רעקציע דערצו איז, אז די חרידים זענענן גאר די וואס דארפן מאכען א אייגענע ביקורות נאך יעדע העצע, דעמלאטס רעדן מיר פון צוויי באזונדערע וועלטען, און עס איז א שאד אנצופילען די סערווער פראבירענדיג מסביר צו זיין די שטעלע פון א מעין סטרים חרדי, מיר וועלן במילא נישט אקימען צו א אגרימענט.
איך בין אקעי אויב דו פארציילסט נישט. ס'נאר אינטערעסאנט אז דו זאגסט אז דו גייסט שרייבן א 'קלארע' משל, און דערנאך שרייבסטו עפעס vaguely איבער צוויי ערשט האנטיגע פרויען, אן קיין מעשה.
א OB דאקטער האט זיי פארשיקט דורוך א געבן א שרעקליכע עריאטוט אינעם זעקסטען חודש צוויי וואכען נאכען פובלישען די ארטיקעל, און א נורס האט זיי געזאגט אז די ארטיקעל באדערט זייער פאר די דאקטער, צופרידען?
עס איז נישט געווען ביי א OB דאקטער.. און די פינקטליכע פרטים ווי וואס ווען איז אירעליווענט, די מעשה איז אמת און די פוינט פארשטייסטע.
עס איז נישט געווען ביי א OB דאקטער.. און די פינקטליכע פרטים ווי וואס ווען איז אירעליווענט, די מעשה איז אמת און די פוינט פארשטייסטע.
אויב איז אמת דער מעשה פארשטיי איך זייער גוט פארוואס די צוויי פרויען און זייערע משפחות זאלן האבן א פערזענליכע vendetta אקעגן מיס גרינוואלד. (טראץ דעם וואס פון אן אינטעלעקטואלע שטאנדפונקט איז פארשטענדליך אז נישט דאס איז געווען גרינוואלד'ס מטרה.)
אבער דאס נעמט אבער נישט אוועק די גענעראלע קאנצענזוס אז די מידיע און די יוצאי הסאסייעטי מעגן און וועלן אלץ האבן ביקורת אויפן סאסייעטי (כדוגמת האמיש וואס איך האב געברענגט) און אין דזשענעראל האט עס נישט קיין עפעקט אויפן סאסייעטי בכלל, אויסער גראדואלע טוישן צום גוטן.

זר זהבהוגהדער יונגערמאן וועט בקרוב זיין אויף א טי ווי שאו און ער וועט ארויסגעבן אלע זיינע טענות אויף די קאמיוניטי, אדער זיינע קשיות אויפן באשעפער וכדומה, וועט איר אוודאי שרייען, "ליגנער! דו ביזט נישט געגאנגן OTD צוליב דעם נאר צוליב די אינטערנעט!". סיריעסלי? ער פרעגט א קשיא אויף די אמונה און דו ענטפערסט אים "אינטערנעט"?
יא. ס'גאנץ מעגליך אז ער האט די אלע פראגעס אויפן באשעפער נישט געהאט בעפאר ער האט זיך אנגעליינט אויפן אינטערנעט.
אויב אזוי איז דער ענטפער ''אינטערנעט!'' שוין איינמאל אמת.
איך כאפ נאך אלץ נישט די טענה. די אינטערנעט גיבט בסך הכל Access פאר די וואס זוכן.
אין פאל איינער באשליסט דאס צו נוצן אלס מיטל אויסצוקלארן אדער שווערער מאכן זיינע קשיות, איז דאס ווייניגער עפעקטיוו ווי אויב זאל ער ווען אפזיצן אין לייבעריס ?
און אויב פארמאגט ער נישט די מעגליכקייטן צו נישטערן פונקטליך יעדעס דעטאל אין היסטאריע אויפן אייגן האנט; ער איז נישט דער גרעסטער עקספערט אויף פיליזאפישע און טעאלאגישע געביטן; אדער קען נישט יורד זיין לעמיקא של סייענס, דאן טאר ער נישט ספיקות'ן און אבזערווירן א צווייטענס מסקנה, הכרח, קשיות, און פלאגענישן?
(נישט אז חכמים ונבונים וועלעכע קענען יא די אלע זאכן, קומט זיי די אינטערנעט נישט צונוץ. כ'מיין נאר ארויסצוברענגן אז אלמלא האינטרנט קען טאקע זיין אז נאכן קריגן א צעטל פון א דאקטאר אז ער דארף נישט דינען אין מיליטער, וואלט ער ווייטער געשטאנען אין א שטאל אין אנאפאלי און געמאלקן מילך ביז ער שאפט א בולעט צו קענען גיין שטודירן אין בערלין, צוליב דעם וואס זיינע באגרעניצטע באמיאונגן וואלט נישט געווען גענוג אים פארצושטעלן א קלארן בחירה).
די אינטערנעט שטעלט פאר א גרעניצלאזע קוואל אינפארמאציע איבער אלע הינזיכטן. יא, דאס גיבט אוטעמאטיש די מעגליכקייט צו קריגן גרינג צוטריט צו אלעס וואס א מענטש האט אינטערעסע אין.
יעצט ווען די אינטערנעט האט געפירט צו איינעמס מסקנה, איז דאס שרייען 'אינטערנעט' קיין תירוץ. ס'איז א מיטל וואס האט אים ארויסגעהאלפן, אבער נעמט לגמרי נישט אוועק זיינע יעצטיגע רעכטן פון אויסנוצן זיין גאט געשאנקנעם בחירה.
זר, דו זיצט דאך אויך אויפן אינטערנעט, און סאום האו ערשיינסטו נישט אויף TV שאוס. אה! דאס איז פשוט ווייל דיינע עלטערן זענען נישט ג'גט, מילא אנשטאט חקרן'ען קוקסטו קליפס פון מיכאל סעוועדש, און דו גיבסט באריכטן איבער האדמו"ר ממילקשעיק. עסטו פרעגן פון וואנען איך ווייס ביזט נישט קיין OTD, אה! דאס איז וואס איך האלט. און אלס חסיד (?) ווייסטו זייער גוט אז יעדער פארמאגט די מעגליכקייט צו פארוואנדלען מיינונגען און טעאריעס פאר א בלוט געזיגלטן פאקט.
און אויב גייען מיר מיטן הנחה אז דו ביזט נישט קיין OTD, ווייס איך אויף זעכער אז דיינע עלטערן זענען נישט ג'גט, און דיין סטאבילן הונטערגרונד לייכט און שיינט. פרעג נאר מאראנצןזאפט.
טראכט איך אויב רש"י הקדוש זאל ווען היינט פרעגן דעם מדרש ' וקורח שפיקח היה מה ראה לשטות זה' וואלטן אלע אריינגעשריגן מסתם ווייל ער קומט פון א צובראכענעם שטוב.
און ווער רעדט נאך אויב יצהר זאל ווען טאקע זיין ג'גט (כ'ווייס נישט. יאיר,יאנקל, יידל עטס זענטס דא?) וואלט דאס אפילו קיין פראגע געוועזן.
אינטערסאנט ווי רש"י דערוואגט זיך בכלל צו פרעגן אזא קשיא.
דו מאכסט אפ אז ער האט געטוהן א שטות, נאכער פרעגסטו מה ראה לשטות זה. חכם, קורח האט געהאלטן אז דו טוסט א שטות! יידל איך פרעג עס גוט?
דו מאכסט אפ אז ער האט געטוהן א שטות, נאכער פרעגסטו מה ראה לשטות זה. חכם, קורח האט געהאלטן אז דו טוסט א שטות! יידל איך פרעג עס גוט?
אשפג קאוועלע. די תירוץ איז אז אין ריטראספעקט זעט מען דאך אז עס איז געווען א שטות. פאסט דאך צו פרעגן, וקרח שפיקח היה, העט ער דאך געדארפט זיין רואה את הנולד אז עס איז א שטות. עניוועי, רשי"ס תירוץ פארשטייסטו?
עס איז באקאנט אז דער צאנזער רב בעל דברי חיים האט אויך נישט פארשטאנען רש"י'ס קשיא, 'וקורח שפיקח היה מה ראה לשטות זה'? וואספארא שטות איז עס צו וועלען זיין כהן גדול?
ביז אמאל איז געקומען צו עהם א מחבר ספר, און אינעם ספר האט ער געמאכט א גאנצען פשט'ל (פורים תורה) איבער די מחלקות פון משה און קורח, האט צאזער רב געזאגט נו יעצט פארשטיי איך שויך וואס רש"י זאגט 'מה ראה לשטות זה'.

יא, רש"י ענטפערט אז קנאה און כבוד האבן געשפילט א ראלע. אויב אזוי, איז שוין גארנישט שווער.
הוגהאויב איז אמת דער מעשה פארשטיי איך זייער גוט פארוואס די צוויי פרויען און זייערע משפחות זאלן האבן א פערזענליכע vendetta אקעגן מיס גרינוואלד. (טראץ דעם וואס פון אן אינטעלעקטואלע שטאנדפונקט איז פארשטענדליך אז נישט דאס איז געווען גרינוואלד'ס מטרה.) .
אויף דעם האט שוין שרגא געענפערט א יאר צוריק:
שרגאווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.
די נקודה איז זייער פארשטענדליך, ווען דו וועסט ענדיגען דן זיין לכף זכות יעדעם איינעם וואס גיבט ארויס א בוך קעגן כלל ישראל, אדער באשרייבט זיי נעגאטיוו און די צייטונגען, אדער אויף טעלעווישען, אדער אויף ווידיא אויפן אינטערנעט, אדער סתם אזוי ווי נישט, זאלסטע אויך דן לכף זכות די ערליכע אידן וואס ווערען נפגע דערפון און זיי ווערט באשמיצט, און פארשטיין יעדע ביזנעסמאן פארוועם עס מאכט שאדען, און זאלסט פארשטיין אז עס איז אבסעלוט נישט דא קיין פלאטץ פאר א שותומ"צ צו האבן מיטגעפיל אדער פארשטעדעניש, און זאלסט פארשטיין פארוואס דיין צושטעל צו אמיש איז אינגאנצן נישט די זעלבע, און עס פארענפערט נישט גארנישט.
הוגהאבער דאס נעמט אבער נישט אוועק די גענעראלע קאנצענזוס אז די מידיע און די יוצאי הסאסייעטי מעגן און וועלן אלץ האבן ביקורת אויפן סאסייעטי (כדוגמת האמיש וואס איך האב געברענגט) און אין דזשענעראל האט עס נישט קיין עפעקט אויפן סאסייעטי בכלל, אויסער גראדואלע טוישן צום גוטן.
וואס פארא גערעדאכטס איז דאס? דו האלסט באמת אזוי? לאמיר זען שרייב ארויס דיין משפחה נאמען לאמיר עס אנהייבן צו באשמיצען און בארעדן דערנאך זאלסטע מיר זאגן אז עס האט נישט געהאט קיין שום עפעקט אויף דיר אדער אויפן משפחה און עס האט גאר געהאט גראדואלע טוישן צום גוטן,
עס זענענן דא צוויי צענדליגער מענטשן וואס שטייען נישט פאר גארנישט, רוב שותומ"צ בלינקען נישט אויף זייער זייט, מען באדערט זיי נישט, מען שטערט זיי נישט, אבער זיי קימען כסדר מיט אטאקעס און העצע, באשמיצען מיט אלע ערליי אופנים וואס שייך, און..? עס האט נישט קיין עפעקט? קיינעם גייט עס נישט אן?
איך גיי דיר זאגען אזאך וואס איך ווייס אז די ווייסט דערפון דאך וויל איך דיר עס איבערזאגען, פאר רוב מענטשן באדערט ווען מען בארעדט זיי.. קען זיין אז עס איז מאדענע אז עס איז אזוי, אבער עס איז א טבע הבריאה און מען קען עס נישט טוישן, ישראל אע"פ שלא חטא ישראל הוא און זיין בלוט איז אויך רויט,
איך פארשטיי נישט איין זאך (פון אלע צענדליגע שאלות), מ'האט גענומען פונקט לאזערען און געוואלט פארענטפערען אז ער האט א מעשוגענעם טאטען, איז פארוואס איז ער געגאנגען אףדערעך (ארענדזע פאפוטשען בלע"ז) נאכען לערנען אין א גוטע ישיבה, און נאך גוט חתונה האבען?? ווי קומט זיין טאטע דא אריין יעצט?
לאזער האט חתונה געהאט?
איך אויךלאזער האט חתונה געהאט?
יא, כ'האב עס געהערט פון איהם אליין.
איך אויךלאזער האט חתונה געהאט?
ס'געווען אמאל, בזיווג ראשון. יעצט גייט ער מיט אן איירישע-קאטוילישע שיקסע. (ס'א א רחמנות אויף איר).
בדוו. אראנדזשע סליפערס האט גארנישט צו טון מיט או. טי. די. ס'ווייזט אז א שרייפ'ל איז לויז ערגעץ. אדער א טשיפ איז אויסגעברענט.
שלום דין, די 7 מינוטגע קליפ פארציילט נישט גענוג
<a class="postlink" href="http://zeek.forward.com/articles/117822/">http://zeek.forward.com/articles/117822/</a>
<a class="postlink" href="http://zeek.forward.com/articles/117822/">http://zeek.forward.com/articles/117822/</a>
וועלכע קליפ רעדסטו פון?
אגב, דער ארטיקל איז זייער on track, די אופן וואס otd'ס ווערן געדזשאדזשד מיט general misconceptions, איז אן אינסאלט צו אונזערע און זייער אינטעליגענץ. כאילו אלע פון זיי האבן געהאט די זעלבע פראבלעם מיט אונזער סאסייעטי וואס די גולם המקשה האט, און צוליב דעם האט ער א טוץ מיט קשיות אויף די otd.

קאווע טרינקערשלום דין, די 7 מינוטגע קליפ פארציילט נישט גענוג
<a class="postlink" href="http://zeek.forward.com/articles/117822/">http://zeek.forward.com/articles/117822/</a>
איך זע נישט קיין קליפ