ס'האט מיר געברענגט טרערן 582 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4134
@שמעקעדיג, זיי האבן עס געטהון צוליב די פראבלעמען מיט די א.ג. סיסטעם אין די חרדישע געגענטער, בעסער וויעטנאם ווי איידער די קראפטירטער ברוקלין........ דזשאסט קידינג. ערענסט גערעדט איז עס א געוואלדיגע גבורות הנפש, שכרם הרבה מאוד, וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב״ה ישלם שכרם.
דעת תורה ווערי מאווינג, אבער אויב האט איינער געטראכט אז דאס איז א אמת'ע מעשה האט ער עס אפגעהארגעט מיט די לעצטע פאראגראף ווען ער איז פלוצלינג געוואר געווארן אז זי איז קראנק, א זאך וואס ער האט בכלל נישט באמערקט ביז היינט. און פון צופרי ביז אויפדערנאכט איז זי שוין פלוצלינג געשטארבן!
ס'מאכט בכלל א נ"מ אויב ס'איז אמת צו נישט? ס'בארירט די סטרונעס פון הארץ, מאכט טראכטן איבער אונזערע פראיאריטעטן, און איז צו אלעם זייער שיין געשריבן. מה לי אויב ס'זענען טאקע אמאל געווען צוויי מענטשען וואס האבן דורכגעלעבט גענוי די מעשה?
זייער א שיינע קליפ, ר' שלמה אין זייין לעצטע יאר
מ'זעהט ווי דאס רביסטעווע איז זיין טבע שני, עד זיבולא בתרייתא
ס'האט מיר געברענגט התרגשות, זיך אריינשטעלנדיג אין א באבובע חסיד'ס הויזן, וויאזוי ער פילט ווען זיין רבי קומט ארויס פון זיין פריוואטע שטוב ווי ער איז איינגעשפארט, און איז זיך משמח מיט זיינע חסידים, זיידעס טאטעס אייניקלעך, אלע זיינע תלמידים.
VIDEO
מיר ברענגט עס טרערן יעדעס מאל איך טראכט ווי אזוי דער איד איז נעבעך אוועק.
איך אויך מיר ברענגט עס טרערן יעדעס מאל איך טראכט ווי אזוי דער איד איז נעבעך אוועק.
וואס הייסט? ווי אזוי?
מיר גיסט טרערען ווען איך דערמאן מיך וויאזוי זיין טאטע איז נעבעך נפטר געווארן. הי"ד. גראדע איז דא עפעס א ווידיאו וואס קוקט אויס ווי ז דער קדושת ציון בעת צר
ס'קומט אויס אור ליום ו' טבת תשנ"ט (יארצייט פון שינעווער רב) א שמחה, מ'זעהט די חתן. א וואך פאר דעם, יענע חנוכה בין איך אריין די איינציגסטע מאל צו אים. קבלתי ברכה ומטבע.
איך בין געוועהן א שיינע פאר מאהל אין די תקופה דארט, ער פלעגט זיך ממש בעטן ביי די גבאים אז ער וויל נאך בלייבען אין ביהמ"ד..
אויסערגעוונליך דער באבובער קליפ, פארפאלן דער באבובער רבי זצ"ל האט פארקערפערט אין זיך א אויסערגעווענליכער כאראקטער און פערזענליכקייט, ס'נישט קיין צופאל אז אזוי פיל אידן האבן געקלעבט צו איהם ווי א מאגנעט,
[ציטאט אראפגענומען]
יא, ער איז געווען ביי זיך מער ווייניגער, וואסי געווען מיט איהם, זיינע לינגען זענען ציגרינד געגאנגען האט ער געמוזט האבן א טרעי"ק דאס איז אזא רעספערעטער פון אינדרויסן די האלדז, און מ'פארלירט דעם דיבור דערפין, ווייל דער קול שטעלט זיך אפ ביים פייפ פון די טרעי"ק, פארשטענדליך דאס קיין זייער דעפרעסן א מענטש,
דא
שפתים קישאקTM !
די נס הצלה פון די
גרוס יינגלעך
דא , דוקטורס און נורסיס וויינען ווי קינדער
זע זייער אמונה און
זייער קשר מיט כלל ישראל
איך וויין איצט
ס'ברענגט מיר טרערן צו זעהן א ליידיגע זאל, צוליב די שווערע וועטער.
וואס ברענגט מיר אבער הייסע טרערן אז ליידער זענען דא פרומע אידן, שומרי תורה ומצוות,
וואס צושטערן אידישע שמחות און האלטן אפ חברים פון די חתן זיך צו משמח זיין צוזאמען.
VIDEO
וואס מישטו דא א טשולענט חברים פון חתן גייען צו חתונות געהעריג אין קר"י, דא איז שוין צום סוף אדער זענען נישט געקומען וועגן וועטער
זייער א שיינער אקט, איך פראביר נאר פארשטיין פארוואס טאנצן זיי מיט די חבירים דזשעקעטס, עס גיבט די איינדרוק ווי מען רעדט דא פון א שלחמנות'דיגער חתונה. וואלט נישט געווען פיל מער ווען זיי טאנצן דארט ווי משפחה, פריינד? #איךקריטקירנישטאיךפרעגסתם
געטראכט די זעלבע.
קאווע טרינקער: פאר מיר ברענגט עס טרערן פון שמחה. איך וויל אויסשרייען (אין אלע גאסן פונ'ם אינטערנעט) 😂 😃 🙂 😉 😢 😞 😂 😂 😂 😮 "מי כעמך ישראל". טראץ דעם שווערן וועטער און די הויכע שניי, וואס האט געמאכט כמעט אוממעגליך אנצוקומען זענען די חברים געקומען משמח זיין דעם חתן.
איך אויך געטראכט די זעלבע.
דער תירוץ איז... עבדים היינו לפרעה במצרים! אז זיי זענען געקומען מיט זייער "חברים" אוניפארם ווייזט עס אויף אחדות און מסירת נפש פאר א צווייטן איד. ווען זיי קומען מיט די רעקלעך און היטן וואלט מען געקענט מיינען אז זיי זענען בני משפחה. (דער תירוץ איז פאר משה געציל אויך(. 😂 😂 😂 😮 😮 😮
ס'האט מיר נישט געברענגט טרערן, אבער כ'מיין ס'באלאנגט דא:
VIDEO
@ משה געציל דער תירוץ איז אז זיי זענען געקומען העלפן די חתן כלה אהיים גיין, און ווען זיי זענען אנגעקומען אין זאל האט מען זיי אריין געשלעפט אין א רינג נישט עובר צו זיין אויף כל המשמח חתן וכלה ואינו נהנה וכו' וכו'
קאווע טרינקער ס'ברענגט מיר טרערן צו זעהן א ליידיגע זאל, צוליב די שווערע וועטער.
וואס ברענגט מיר אבער הייסע טרערן אז ליידער זענען דא פרומע אידן, שומרי תורה ומצוות,
וואס צושטערן אידישע שמחות און האלטן אפ חברים פון די חתן זיך צו משמח זיין צוזאמען.
VIDEO
אויב האב איך נישט קיין טעות האט דער חתן געלערנט אין א ישיבה ווי מען לאזט יא חברים גיין צו חתונות
א תמימות'דיג, זיס אינגל מיט א רחמנות'דיגע הערצל פארשטייט נישט פארוואס מיר מארדעווען און עסן באשעפענישן.
VIDEO
דענקער: ייש"כ. ס'איז זייער א הארציגער קליפ. איך וואונדער מיך וואס פאר א גוטען אקט די עלטערן האבן געטון אין זייער לעבן אז זיי האבן זוכה געווען צו אזא קינד. לאמיר האפן אז ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער בלייבן מיט זיין גוטהארציגקייט, און נישט ווערן אנגעשטעקט מיט שנאה און פיינטשאפט צו אנדערע מענטשן. 😃 😉 😞 😮 😂
דאס איז א הארציגער סעט אפ, דאס קינד איז געפרעידיגט געווארן פינעם טאג וואס עס איז געבוירן, אז שיננע זיסע בעלי חיים'לעך ווי די הערליכער אקטיפוס ברויך מען היטן און פיטערן, א פיגי איז אזוי קיוט, א טשיקען איז זייער וויכטיג צי כאדעווען און מאכן זיכר אז דערלעיבט א שיינע עלטער ביז עס זעיט נחת פון דורות ישרים, פינקט איז די מאמע מיט א בילדער מאכער געוועין און א פערצאפאל מאמענט,און בעיט דעים אימשילדיגער קינד אפשר וויל ער ער שוין אויפעסן אקטי דער שיינע זיסע אקטיפוס פיסעלע וועלכע איך פאר דיר אפגעזויגן מיט מיין שארפע זעיג, און די איבריגע חלק איז נאך און די פיש מארקעט,
@פליקער , איך קלער אז ביסט סארקאסטיש. אבער דו ביסט גערעכט. מען האט אויסגעלערנט דאס קינד פון אלס פיצל אז מען דארף האבן רחמנות און ליב האבן אלע באשעפענישן. כדכתיב ורחמיו על כל מעשיו. די פליכט פון דעם מובחר הבריאה איז נישט צו מארדן און פלינדערן ווייל ער קען. נאר זיך אפגעבן מיט די בריאה און מאכן די וועלט א בעסער פלאץ.
או יאמר, אז דאס קינד איז געבוירן מיט אויסגעצייכנטע מידות בטבע. אזוי דארפן זיין די נאטורליכע געפילן ווילאנג עס ווערט נישט קארופטירט.
אמת טאקע איך בין א סארקאסטישער טיפ, אבער גריידע דא בין איך נישט סארקאסטיש, די גאנצע בריאה וואס דער באשעפער האט באשאפן האט ער באשאפן אז עס זאל אינז מענטשען פיטערן, אזוי פירן זיך גריידע די אלע בהמות וחיות אויף וועימען זיי האבן אזוי רחמנות, גריידע דער אקטיפוס איז פון די גרעסטע פרעדיטארס פארהאן, אזוי ווייט אז א אקטיפוס קען איינעמען א שארק פיש ווי קיינמאל גארנישט, די זעלבע פסוק וואס זאגט ורחמיו על כל מעשיו זאגט אויך ורדו בדגי הים ובעוף השמים וכבשיה, דעיס איז זייער תפקיד אויף די וועלט איינער פיטערט זיך אויפן צווייטן, גריידע איך האב שרעקלעך רחמנות אויף די אלע ביימער וואס מען האקט אפ די שטילען אינזער מערדערליכע אינסטינקן צי לעיבו באקוועים, אויך די הערליכע לעיבהאפטיגע פרוכט וואס מיר רייסן אראפ אן רחמנות, כדי מיר זאלן לעיבן.
http://www.cbsnews.com/news/for-wwii-so ... ly-solved/
די משפחה פון דעם
מענטש וואס איז פארשוואונדן אין מאנסי אפעלירט צו אים, ער זאל אהיימקומען.
מכאן הקריאה יוצאת!
אמאל קען אייך אויסקוקן אז דאס לעבן איז צופיל, מען ווערט דערביטערט און צוקלאפט. ביטע געדענקט! עס זענען דא אייערע נאנטע וואס שעצן אייך און האבן אייך ליב. אייער עצם עקזיסטענץ מיינט די וועלט פאר זיי.
אזוי אויך די פאמיליע!
עס קען זיין אז אייער מאן/טאטע איז נישט דער גרעסטער מוצלח, ער איז פילייכט נישט א גרויסער בעל פרנסה. אבער ער איז דא פאר אייך. ער האט אייך ליב מער פון אלעס אויף דער וועלט. ער שטייט אויף צופרי און מוטשעט זיך נאך א טאג בלויז פאר אייך. ווארט נישט ווילאנג עס איז צו שפעט.
גייט אהיים און נעמט ארום אייער ווייב און קינדער, גיט זיי א קיש און זאגט זיי ווי שטארק איר האט זיי ליב.
VIDEO
40 יעריגע פרוי הערט די ערשטע מאל אין איר לעבן.
VIDEO
... ווען אונזער היימישע
@מאראנצןזאפט האט מיך היינט מיט בלינדע געטריישאפט געראטעוועט א הון תועפות פון חלילה גיין לטמיון. כמותו ירבו בישראל. טרערן פון פרייד און מי כעמך ישראל'דיגע געפילן...
רויטע וואנצעס 40 יעריגע פרוי הערט די ערשטע מאל אין איר לעבן.
VIDEO
ווי אזוי פארשטייט זי וואס מען רעדט צו איהר?
ווייל זי קען רעדן אפילו זי רעדט נישט קלאר, האט זי געטרעינטע מיינד ווי אזוי מען רעדט ביי פערזאנען וואס קענען יא הערן, איבעות אימא, אז זי האט געקענט הערן וואס זי האט אליין גערעדט נאר נישט געקענט הערן וואס אנדערע רעדן, עס איז נישט דומה צי די מעשה מיטן רמב"ם וואס איינער איז געוועין בלינד וואס האט דערקענט קאלירן.
אן ארטיקל פון איר אין די גארדיען. http://www.dailymail.co.uk/health/artic ... -felt.html http://www.theguardian.com/commentisfre ... ?CMP=fb_gu לויט ווי איך פארשטיי האט זי ווי אסאך טויבע, געקענט ליינען די ליפן, יעצט ליינט זי ווייטער די ליפן, אבער מיט דעם קומט א סאונד. די הבנה אין וואס די ווערטער מיינען לערענט מען מיט טויבע מענטשען ווען זיי זענען נאך קליינע קינדער.
http://www.huffingtonpost.com/andrea-ga ... 82769.html
פישל'ע העררינג ... ווען אונזער היימישע
@מאראנצןזאפט האט מיך היינט מיט בלינדע געטריישאפט געראטעוועט א הון תועפות פון חלילה גיין לטמיון. כמותו ירבו בישראל. טרערן פון פרייד און מי כעמך ישראל'דיגע געפילן...
אפשר קען מיר איינער אויך שיקן Adobe פאר אידיש פאר אימזיסט. פאר ווינדאוס אדער פאר Mac
א דאנק.
Brothers Reunited after 34 years!!
Yehuda Boroosan from Atlanta, Georgia has an older brother who was unable to leave Iran for 34 years, Here is their reunion in Ramat Beit Shemesh, Israel
VIDEO
פאקיסטאנע יוסטיץ, ארעסטירט ניין חדשים קינד און פינגערפרינט אים http://m.youtube.com/watch?v=z9LUxkvZqfo
ישמעאל הכהן פאקיסטאנע יוסטיץ, ארעסטירט ניין חדשים קינד און פינגערפרינט אים http://m.youtube.com/watch?v=z9LUxkvZqfo
VIDEO
מחילה
http://edition.cnn.com/2014/04/17/world ... -forgives/
יא יא דאס איז די מצב היינט אין די ישיבות.
http://ktla.com/2014/05/19/puppy-dumped ... z32JMR3XHD
אוי מלך מלכי המלכים ... אה, אזא ריינע תמימות, די ווערטער האבן דא אן אנדערע משמעות [נשים]
ס'האט מיך געברענגט טרערן... ...ווען גאנץ דינסטאג איז אדורך און איך האב נישט ערהאלטן א טעלעפאן קאל פון "הצלה".
http://www.vosizneias.com/166511/2014/0 ... ty-photos/
VIDEO
@קאווע טרינקער איז דאס די חתונה פונם גר מיט זיין וויב די גיורת וואס האבן זיך ביידע מגייר געווען מיט זייערע צען קינדערלעך?
אויף קול מבשר איז געווען א שיינע אינטערוויו מיט אים, ס'האט מיר מעורר געווען ערב שבועות, די שיינקייט פון כלל ישראל ווי א אמאליגע גוי קיקט אויף דעים, א בחינה ווי בלעם האט געזאגט מה טובו אוהליך יעקב, דער גוי פון אינדרויסן האט געזעהן די שיינקייט פון כלל ישראל וואס דער יוד פון אינעווייניג כאפט נישט אויך אסאך מאל...
רְבוּתְכוֹן מֶה חֲשִׁיבָא קֳבֵל הַהִיא שְׁבַחְתָּא ...