☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ס'האט מיר געברענגט טרערן
ס'האט מיר געברענגט טרערן
582 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4134
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 8:44 pm
· #419527
ער ארבעט דא פאר געלט. וואס וויל מען פון אים? דאס איז א ווידיאו ווי מ'פרעגט צו מ'זאל געבן געלט פאר עפעס א צוועק.
קיינער ווייסט נאך נישט פארוואס מ'גייט נאך געלט פאר א ביזנעס, אבער דאס איז אן עקסטער שמועס
איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 7:31 pm
· #421104
אמאל איז ר' חיים יא מקיים ענה כסיל.
מישהו מנג'ס לו עם קלוץ קאשעס מה זה "יבדוק באחיה", אז הגר"ח עונה לו "שהם נורמלים", ואז הוא שואל: "איך יודעים שהוא נורמלי"? ור' חיים ענה לו: "שהוא יודע ללמוד.." (זה היה יותר מרמז, מה הוא חושב על השואל..). הוא ממשיך ושואל: "אם אחד נורמלי ואחד לא, לעשות את השידוך או לא? והגר"ח עונה: "רק חצי"..
כשבסוף הנודניק מבקש ברכה, ר' חיים מברכו בחום "ברוך שפטרני"..
https://www.youtube.com/watch?v=smCi4e8 ... e=youtu.be
berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 8:28 pm
· #421108
איך אויך: ער איז דאך יא צו דער זאך. וואס זאגן זיי אז ר' חיים איז א..."תמים"...!
אישתישבי » פרייטאג יאנואר 4, 2019 2:19 pm
· #421178
און וואס מיינט באמת יבדוק באחיה?
סמבטיון » זונטאג מערץ 3, 2019 9:47 pm
· #425596
https://www.youtube.com/watch?v=7bRNEZVNVSs
יהודי פשוט » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 5:42 pm
· #427901
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
הוגה » פרייטאג מאי 31, 2019 11:25 am
· #431392
א קינד מיט אוטיזם און איז אויך בלינד באקומט די גאלדנע באזער נאכן ערשטוינען די דזשאדזשעס אויף אמעריקא'ס גאט טאלאנט.
לבי ובשרי » פרייטאג מאי 31, 2019 1:49 pm
· #431401
לעצטס בין איך געוואויר געווארן אז יד לאחים איז קיין סקעם בכלל.
https://youtu.be/6ajenJl6agU
https://youtu.be/t7adOloAzLs
לבי ובשרי » מיטוואך יוני 5, 2019 10:53 pm
· #431674
כמעט געברענגט..
מאטעלע שטיינמעץ צעזינגט זיך מיט א יהא רעוא פון יצחק אונגאר'ן
https://youtu.be/G5b9mVpk6UA
קאצקע ציקער » פרייטאג יוני 28, 2019 6:24 pm
· #432440
📎 20190628_181016.png
רימון » מאנטאג יולי 15, 2019 5:54 pm
· #433180
https://twitter.com/jmich019/status/1150409170052624389
יהודי פשוט » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 8:24 pm
· #438551
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
די ארטיקל פון ר' אליהו יואל גליק אין מאמענט
או אינו » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 12:40 am
· #438566
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
Please post.
רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 5, 2020 11:59 pm
· #447846
רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 13, 2020 11:22 pm
· #448579
אבישלום פון שילוח מאכט קידוש
ווער ס'פארשטייט קען טאפן די צומישעניש פון א פארבלאנזשעטע נשמה וועלכע פילט זיך אינגאנצן פארלוירן צווישן די ליגנס און רשעות פון די פרומע גאס פון איין זייט און די קאלטקייט און ליידיגקייט פון די סעקולארע גאס פון די אנדערע זייט, ער פרובירט מיט אלע כוחות צו מאכן סענס פון וואס מ'האט איהם אויסגעלערנט אבער ס'גייט איהם נעבעך נישט. זיין נשמה שרייט ארויס, איך וויל זיין הייליג! איך וויל זיין גוט! איך וויל זיין ערליך! ער ווייסט אבער נישט וויאזוי. ער זוכט ענטפערס אינדערהיים אבער ער שטויסט זיך נאר אן אין מער שטותים, ער זוכט אין די גאסן אבער די תירוצים זענען נאכאלץ נישט אינגאנצן צופרידענשטעלנד. די ווייטאג, די קשיות, די ספיקות, די קווענקלנישן, אוי, ס'רייסט ביים הארץ!
במדבר » דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:40 am
· #448586
רביה''ק זי''ע
ס'איז נישט אבישלום'ס קידוש, ס'איז דיינע ווייטאג-פולע שורות, וואס האט מיר געברענגט טרערען.
(און פארדעם קימט אייך: א דאנק! איך האב א פחד געהאט, אז מיין טרערן קוואל איז שוין אויסגעטריקנט.)
קרעקער » דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:13 am
· #448587
רביה"ק האט עס ארויסגעברענגט זייער גוט, און יא מען קען קייכען פונעם קידוש
אמאל האט מען ביי אינז אפגעסטעמפלט דע קינדער אלס שקצים כופרים, היינט ווייסט מען נעבעך וואס טוט זיך אין הארץ פון די נעבעכדיגע קינדער
יעדער פון זיי וועם דו זעהסט ביים טיש איז אדורך א שוידערליכע טראומע אלס קינד וואס האט צוריסען זייער אינערליכע נשמה, און וועגען דעם קוקען זיי נעבעך אזוי אויס, נישט ווייל זיי האבען איינגעזעהן נאך חקירה אז סנישטא קיין באשעפער, זייער התנהגות איז א סימפטעם פון די טיפע פעין וואס זיי ליידען, זיי ווילען אזוי שטארק זיין גוט אבער זיי קענען פשוט נישט
און כגיי נישט יעצט אריין אינעם פאקט אז אין רובא דרובא פעלער איז די טראומע געוועהן פון סעקשועל אביוז, טאקע דורך היימישע ערליכע יודען, וואס מאכט די פעין אסאאאך שטערקער, און נאכדעם האט מען זיי נאך ארויסגעווארפען פון חדר/סקול ווייל זיי זענען אויפגעקלערט, ווי א לעמאן אויסקוועטשט און אוועקגעווארפען, ווען זייערע מאלעסטערס זענען פון די חשובי העדה
נאר דורכן זיי מקרב זיין, און נישט מער אוועקשטופען ווי מיר האבען געטוהן אלע יארען, וועלען זיי אויסגעהיילט ווערען
במדבר » דאנערשטאג מאי 14, 2020 7:19 am
· #448589
קרעקער
יעדער פון זיי וועם דו זעהסט ביים טיש איז אדורך א שוידערליכע טראומע אלס קינד וואס האט צוריסען זייער אינערליכע נשמה, און וועגען דעם קוקען זיי נעבעך אזוי אויס, נישט ווייל זיי האבען איינגעזעהן נאך החקירה אז סנישטא קיין באשעפער, זייער התנהגות איז א סימפטעם פון די טיפע פעין וואס זיי ליידען, זיי ווילען אזוי שטארק זיין גוט אבער זיי קענען פשוט נישט
און כגיי נישט יעצט אריין אינעם פאקט אז אין רובא דרובא פעלער איז די טראומע געוועהן פון סעקשועל אביוז, טאקע דורך היימישע ערליכע יודען, וואס מאכט די פעין אסאאאך שטערקער, און נאכדעם האט מען זיי נאך ארויסגעווארפען פון חדר/סקול ווייל זיי זענען אויפגעקלערט, ווי א לעמאן אויסקוועטשט און אוועקגעווארפען
נאר דורכן זיי מקרב זיין, און נישט מער אוועקשטופען ווי מיר האבען געטוהן אלע יארען, וועלען זיי אויסגעהיילט ווערען
ס'איז א געפלאגטע געזעלשאפט אין אלע הינזיכטען, און ''סעקסואלע אביוז'' איז נישט די איינציגסטע אורזאך פארוואס מיר פארלירען אינזערע פיינסטע און איידלסטע. גערעכט! ס'איז א טראומע בפרט ''סעקסואלע'', וואס ברענגט דער מענטש צו באוויסזינענקייט, אבער ס'איז נישט באגרעניצט צו דעם, יעדער פארשטענדליכער מיטגליד, וואס קימט אמאל א'קעגן א ערנסטע שוועריקייט (און ווער דען נישט?!) וואס מאכט אים מער ''באוויסטזיניג'' קימט צי צו די זעלבע אדער ענדליכע ''מסקנות'', נאר אין די מערסטע פעלער צו שפעט (עכ''פ אזוי מיינט מען) אויף זיך צו באפרייען.
@קרעקער: טיסט א פעלער מיט דעם וואס די מאלסט זיי אראפ ווי אטעאיסטן, ניין! זיי זענן ''סקעפטיקער'', און אין מאמענטען פון ''עקזיסטענציואלע-אמונה'', זענן זיי די גרעסטע גלויביקער.
קרעקער » דאנערשטאג מאי 14, 2020 8:31 am
· #448590
ווי געשריבען איך וויל נישט די שמועס זאל יעצט אריין אין דעם טעמע פון סעקשועל אביוז אין אינזער סאסייעטי, סאיז א זייטיגע אנעקדאט פון וואס זייער טראומע קימט, וואס אלע גרויסע מומחים אגרעין שוין היינט אז איבער 90% קימט עס פון סעקשועל אביוז [אבי פישאף טענה'ט 93% !!]
די פוינט איז אז אונז [געוויסע פון אינז] האבען זיי געמאכט די טראומע, און אונז [ישיבות סקולס] ווארפען זיי ארויס וועגען דעם וואס זיי זענען אדורך, און זייער התנגות און לבוש איז א פועל יוצר און סימפטעם פון זייער טראומע, אפילו די דראגס וואס זיי נעמען איז צו שטילען אביסעלע דעם פעין וואס זיי האבען
רובא דרובא פון זענען נישט עיטיעסטן, און אפילו די קליינע פראצענט וואס טענה'ן אז זיי זענען יא עכטע עיטיעסטס, זיי שמד'ן זיך, איז עס אויך נאר א סימפטעם פון די טראומע וואס זיי זענען דורך
ווי מייקל סעוועטש שרייט אייביג, אין שפיטאל פארען שטארבען פארגעסט יעדער אז ער איז א עיטיעסט, מען שרייט צו גאט
רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 14, 2020 11:52 am
· #448597
איך בין נישט פון די מענטשן וועלכע האבן ליב אפצומאכן וואס אנדערע מענטשן טראכטן און פילן אן נעמען אין חשבון וואס זיי זאגן אליינס, אויך בין איך נישט פון די מענטשן וועלכע האבן ליב אריינצושטעלן מענטשן אין קאטעגאריעס, איך באטראכט יעדעס מענטשן עקסטער.
דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:13 pm
· #448615
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
"@קרעקער: טיסט א פעלער מיט דעם וואס די מאלסט זיי אראפ ווי אטעאיסטן, ניין! זיי זענן ''סקעפטיקער'', און אין מאמענטען פון ''עקזיסטענציואלע-אמונה'', זענן זיי די גרעסטע גלויביקער"
הא ראי' זיי זענען א גאנצן טאג פארנומען מיטן אפפרעגן די עקזיסטענץ פון א גאט, און פון די תורה
במדבר » מאנטאג מאי 18, 2020 6:54 pm
· #448914
איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.
כאן מקשיבים | עברתי פגיעה מינית
די פיינפולע געשיכטע פון די אימבאשיצטע קינד שמולי דייטש, וואס האט מיטגעמאכט סעקסואלע אביוז פון די פינעף יאר טיילמאל מיט אלימות ביז צו די זעכצען יאר, שפעטער חתונה געהאט און די אינטימע באציאונג האט ארויף געברענגט פאסט-טראומע (ptsd),נאך דריי יאר זיך ג'גט איבערלאזענדיג א טאכטער.
האסט פארציילט פאר דיין מאמע? פרעגט זי... ניין! וויייל איך ווייס וואס זי גייט ענטפערן: אוי אוי אוי נעבעך שוין! וואס קען מען טון אזוי איז עס!!!
#יהודים אינם חרדים
זבולון » מאנטאג מאי 18, 2020 7:04 pm
· #448915
במדבר
זייער טרויעריג, כהאב איהם געקענט נאך ווען ער איז געווען יונג. עס איז באמת טרויעריג.
יין שרף » מאנטאג מאי 18, 2020 7:36 pm
· #448917
רביה''ק זי''ע
אבישלום פון שילוח מאכט קידוש
ווער ס'פארשטייט קען טאפן די צומישעניש פון א פארבלאנזשעטע נשמה וועלכע פילט זיך אינגאנצן פארלוירן צווישן די ליגנס און רשעות פון די פרומע גאס פון איין זייט און די קאלטקייט און ליידיגקייט פון די סעקולארע גאס פון די אנדערע זייט, ער פרובירט מיט אלע כוחות צו מאכן סענס פון וואס מ'האט איהם אויסגעלערנט אבער ס'גייט איהם נעבעך נישט. זיין נשמה שרייט ארויס, איך וויל זיין הייליג! איך וויל זיין גוט! איך וויל זיין ערליך! ער ווייסט אבער נישט וויאזוי. ער זוכט ענטפערס אינדערהיים אבער ער שטויסט זיך נאר אן אין מער שטותים, ער זוכט אין די גאסן אבער די תירוצים זענען נאכאלץ נישט אינגאנצן צופרידענשטעלנד. די ווייטאג, די קשיות, די ספיקות, די קווענקלנישן, אוי, ס'רייסט ביים הארץ!
די באטל וויין אין די שווארצע בעג 😂 #גירסא דינקותא
דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מאי 18, 2020 7:42 pm
· #448918
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
איז דער שמוליק דייטש וואס זיין טאטע און ער פלעגן וועקסלען געלט, דוכט זיך זיי פלעגן וואוינען אויף רחוב הושע צו איינער פון די גאסן צווישן רחוב יואל און רחב יחזקאל??
רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 18, 2020 7:44 pm
· #448919
יין שרף
די באטל וויין אין די שווארצע בעג 😂 #גירסא דינקותא
מן הסתם האט ער מורא אז די מחללי שבת זאלן נישט קןקן אויף די וויין...
וואס איז מיט'ן וויין אין די בעכער? ווייסטאך וואס מ'זאגט אויף איינער פון די רוז'ינע רביס (דאכצעכמער די לעצטע באיאנע רבי) אז ווען ער האט געמאכט קידוש האט די וויין אין בעכער געקאכט, מן הסתם האלט ער שוין אויך ביי יענעם מדריגה ממילא איז די וויין מבושל. 😂
berlbalaguleh » מאנטאג מאי 18, 2020 9:26 pm
· #448923
רביה''ק זי''ע
יין שרף
די באטל וויין אין די שווארצע בעג 😂 #גירסא דינקותא
מן הסתם האט ער מורא אז די מחללי שבת זאלן נישט קןקן אויף די וויין...
וואס איז מיט'ן וויין אין די בעכער? ווייסטאך וואס מ'זאגט אויף איינער פון די רוז'ינע רביס (דאכצעכמער די לעצטע באיאנע רבי) אז ווען ער האט געמאכט קידוש האט די וויין אין בעכער געקאכט, מן הסתם האלט ער שוין אויך ביי יענעם מדריגה ממילא איז די וויין מבושל. 😂
רביה"ק זי"ע: איך גלייב נישט אין די זאכן...ווען מ'האט אזוי שטארק ליעב דעם רבי'ן שפיעלט שוין די פאנטאזיע. נאר אונז דארפן גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעהן אז די וויין זאלל קאכן בשעת קידוש...!
פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 19, 2020 4:46 am
· #448942
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
פארוואס דארפן אונז גלייבן אז עס וואלט געקענט געשען?
און אויב גלייבסטו באמת אז עס וואלט געקענט געשען, און אז עס איז דא במציאות, דאן פארוואס נישט גלייבן אז עס האט למעשה יא געשען? דערלייגסט עפעס?
מילא ס'הערט זיך שווער, און לייגט זיך נישט אויפן שכל, פיין איז נישטא וואס אריינצוגיין אין די גלייבן נושא, פשוט ווייל איך גלייב דעס נישט.
אבער אויב דארף מען (און פון דעם פארשטיי איך אז די קענסט) גלייבן אזא זאך, דאן וואס איז די חילוק אויב עס איז למעשה געשען צו נישט?
וואלווי » דינסטאג מאי 19, 2020 7:37 am
· #448948
רביה''ק זי''ע
יין שרף
די באטל וויין אין די שווארצע בעג 😂 #גירסא דינקותא
מן הסתם האט ער מורא אז די מחללי שבת זאלן נישט קןקן אויף די וויין...
וואס איז מיט'ן וויין אין די בעכער? ווייסטאך וואס מ'זאגט אויף איינער פון די רוז'ינע רביס (דאכצעכמער די לעצטע באיאנע רבי) אז ווען ער האט געמאכט קידוש האט די וויין אין בעכער געקאכט, מן הסתם האלט ער שוין אויך ביי יענעם מדריגה ממילא איז די וויין מבושל. 😂
באהוש'ער רבי זצ"ל
דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מאי 19, 2020 7:49 am
· #448950
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
במדבר
איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.
כאן מקשיבים | עברתי פגיעה מינית
די פיינפולע געשיכטע פון די אימבאשיצטע קינד שמולי דייטש, וואס האט מיטגעמאכט סעקסואלע אביוז פון די פינעף יאר טיילמאל מיט אלימות ביז צו די זעכצען יאר, שפעטער חתונה געהאט און די אינטימע באציאונג האט ארויף געברענגט פאסט-טראומע (ptsd),נאך דריי יאר זיך ג'גט איבערלאזענדיג א טאכטער.
האסט פארציילט פאר דיין מאמע? פרעגט זי... ניין! וויייל איך ווייס וואס זי גייט ענטפערן: אוי אוי אוי נעבעך שוין! וואס קען מען טון אזוי איז עס!!!
#יהודים אינם חרדים
א ווייטאג! כ'האב עם גוט געקענט פון דער נאענט, א געשמאק בחור בחור געווען. בלע המאלעסטעישן לנצח, ומחה ד' דמעה מעל כל ילדים ונאמר אמן
איך אויך » מיטוואך מאי 20, 2020 7:01 pm
· #449139
במדבר
איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.
#יהודים אינם חרדים
ער קומט אריין היבש אומקלאר. כ'זאג נישט אז גארנישט איז געשעהן אבער כבדהו וחשדהו.
חוץ אויב ער האט באלאנג צום כת סרוח לב טמא אדער צום סוטה המין בערלאנד'ס מטורפים איז אינגאנצן עפעס אנדערש.
לוותר להוסיף אז די לעצטע זאך וואס די אנטיסעמיטן פון 'כאן' זארגן זיך איז פאר זיין וואוילזיין.
רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 20, 2020 7:14 pm
· #449141
כאילו די אנסיטעמיטן פון בני ברק זארגן זיך יא פאר זיין וואוילזיין, יעדער זארגט זיך פאר זיין אייגן בענקל, ווילאנג ער איז געווען א טייל פון די אנטיסעמיטן פון בני ברק האבן זיי זיך געזארגט פאר איהם, יעצט אויפ'ן מינוט האבן די אנטיסעמיטן פון כאן א תועלת פון איהם זענען זיי זיינע פארזארגער, ווען ער וועט (האפענטליך?) צוריקגיין צו די אנטיסעמיטן אין בני ברק וועט אלס צוריקגיין צום אלטן בעז"ה.
איך אויך » מיטוואך מאי 20, 2020 7:30 pm
· #449143
מה ענין בני ברק למאה שערים?
רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 20, 2020 7:39 pm
· #449144
זאל זיין מאה שערים.. (רשעים?)
איך אויך » מיטוואך מאי 20, 2020 7:47 pm
· #449146
אגב, די מליצה איז עלטער פון דיר מיטן רבין אינאיינעם.
בת קול » דינסטאג מאי 26, 2020 10:35 pm
· #449726
יודישע שרייבער » פרייטאג יולי 10, 2020 1:56 am
· #454225
יודישע שרייבער » מאנטאג יולי 13, 2020 12:10 am
· #454403
לעילוי נשמת הבחור משה אריה ע"ה בן יבלחט"א שמואל בנימין
ווען איך האב געהערט אז ער איז אוועק האט עס מיר געברענגט טרערן, פון דאס האב איך באקומען טשילס, ס'מיר קאלט און ווארעם אין אלע ביינער...
איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 7:21 pm
· #464993
די כוחות הנפש פונעם טאטן.
https://www.youtube.com/watch?v=wCbujSU ... Simchagram
חמלה גדולה » פרייטאג מאי 7, 2021 12:48 am
· #472658
https://www.amazon.com/Street-South-Cen ... B07ZVLVX2Z
berlbalaguleh » פרייטאג מאי 7, 2021 5:56 pm
· #472730
איך אויך
די כוחות הנפש פונעם טאטן.
https://www.youtube.com/watch?v=wCbujSU ... Simchagram
איך אויך: ייש"כ. מ'זעהט. ניין מ'שפירט די ליעבשאפט פון א טאטן צו זיין זון. נישט געקוקט אויף זיין חיצוניות...! דעם זיידן, ווייס איך שוין נישט. מסתמא איז ער אויך זייער שטארק נתרגש. און מיט ליפא בראש. קענמען נאר גוט פארן...! אפגעזעהן פון אלע שטותים...!
לבי ובשרי » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 3:10 pm
· #480112
https://youtu.be/oPXQhAUebr4
היכי דמי » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 3:11 pm
· #480113
מיר אויך.
עס איז א ווייטאגליכע נושא, און דער בחור׳ל איז מסתם א וויקטים און רעדט זיך אזוי אויס. אוי באשעפער!
berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:55 pm
· #480122
לבי ובשרי
https://youtu.be/oPXQhAUebr4
לבי ובשרי: ייש"כ. יא. ס'האט מיר טאקע געברעגט טרערן...!
אבער פארוואס זאלל דאס טאקע זיין דער מצב?!. די תורה שטייט איין ביי די מענטשן וועלכע זענען חכמתם קודמת ליראתם.זאלל טאקע מקויים ווערן וואס ס'שטייט אין פרקי אבות. כל שיראתו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת...! ומכלל הן אתה שומע לאוו...?
איך אויך » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 12:24 pm
· #482500
ווען מען קוקט אויף עם ביי זיין חתונה זעהט מען גלייך אז ער ליידט פון א מצוקה נפשית.
https://www.youtube.com/watch?v=cvNyXdW ... hartknzrjh
berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 1:18 pm
· #482505
איך אויך: ייש"כ. נאר אלס חילוני איז ער אויך נאכנישט אינגאצן קיין מושלם. אמת. ער האטציך אפגעגאלט די פיאות. אבער ער האט נאכנישט קיין אויעררינגל/עך.
ס'איז מיר סתם א חידוש פון וואו ער ( א געוועזענער בטלנ'ישער יונגערמאן) רעדט אזא געשליפענעם עברית.
קודם. די חילונים באלעקן זיך מיט אזא פרשה. נעבעך א רחמנות אויף זיינע עלטערן. וויפיהל צער און עגמ"נ און בושות זיי גייען אדורך.
די גרעסטע דזשאוק וועט זיין אויב, בזמן מן הזמנים וועט ער זיך צוריק לאזן וואקסן א אידישע בארד און פיאות. און איבערנעמען די רבי'סטווע. און .."ער"... וועט זיין אונזער מוסר זאגער. און זיין אונטערגעשריבן אויף אלע נארישע קול קורא'ס וואס די ליידיגייערס טראכטן נישט אויס...!
יהודי פשוט » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:00 pm
· #482508
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
איך אויך
ווען מען קוקט אויף עם ביי זיין חתונה זעהט מען גלייך אז ער ליידט פון א מצוקה נפשית.
https://www.youtube.com/watch?v=cvNyXdW ... hartknzrjh
ס'האט מיר געברענגט צו לאכן
קהל'ס נער » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:08 pm
· #482509
יהודי פשוט
איך אויך
ווען מען קוקט אויף עם ביי זיין חתונה זעהט מען גלייך אז ער ליידט פון א מצוקה נפשית.
https://www.youtube.com/watch?v=cvNyXdW ... hartknzrjh
ס'האט מיר געברענגט צו לאכן
ס'איז פאני אז א איד איז פאר'צרה'ט?
יהודי פשוט » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:47 pm
· #482511
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
קהל'ס נער
ס'איז פאני אז א איד איז פאר'צרה'ט?
ניין, ס'נאר פאני אז ווען א איד רעדט צו די פרייע פרעסע, האלט ער זיך נישט צוריק פון זאגן ליגענט קבל תבל ומלואה, סיי ווייל ער ווייסט אז דער וואס רעדט מיט אים כאפט נישט אז ס'ליגענט, און סיי ווייל דער וואס רעדט מיט אים וויל נישט וויסן אז ס'איז ליגענט, ווייל ער גלייכט דעם געקעכטס ווי א ווארעמע טשאקאלאד-טראפענדע ראגעלע
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
איך אויך » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 5:47 pm
· #482521
וועלכע חלק איז ליגענט? אמת זיין טאטע האט כמעט נישט השפעה אין יוראפ (אדער סיי ווי) און ער/זיי איז היבש מגזים לגבי דעם. אבער חוץ פון דעם האב איך נישט געהערט עפעס עקסטערס ליגענט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12