בחורים ביי חברים'ס חתונות
118 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2198
אן אריינגיין אין די עצם נקודה אויב דאס איז בארעכטיגט אדער נישט, אבער האסט געשריבן צו שארף. מאכסט זיך נאריש? א בחור האט נישט פעמעלי מיט וועמען ער פריידט זיך? האבן טאקע רוב רובם פון די בחורים נישט קיין קשר מיט זייערע עלטערן? אפגעזען ווי שטרענג זיי זענען? נישט פאראן פעטערס, קאזינ'ס, זיידע'ס, אלעס איז שטותים?
אבי אנגעבלאזן.
100 פערסענט נאר ת״א איז נישט די איינצוגסטע!!
עס איז בכלל נישט אזוי ווי די מאכסט עס, קודם כל יעדע משפחה האט לעבעדיגע מענטשן וואס קענען פרייליך מאכן דעם חתן, און נאכדעם אייביג איז דא גענוג און נאך חברים מיט וועם צו טאנצן, ווי למשל קרובים, חתנים וואס זענען שוין נישט אין ישיבה, אינגעלייט, און נאך
איך בין מסכים מיט זיידעטשקע. ווען מען גייט צו א חתונה אהן חברים פון דער חתן איז עס זייער ניכר
עטץ האטס א גרויסן טעות. א חתונה אן קיין חברים קוקט אויס כמעט ווי א בית .... ל"ע.
זייער ווייניג איז די משפחה אליין גענוג לעבעדיג.
(איך דריי מיך אסאך ביי חתונות)
א שרעקליכע עוולה. אלעס פאר די (לייג אריין די חסידות נאמען) זאל האבן נאך עפעס זיך צו אויפטון.
פון די צווייטע זייט (בחורים-חברים׳ס זייט) פון די מטבע
ווי גלייך די בחורים טוען עפעס בעסערס אין די צייט
עס איז - לכאורה - פון די געזונטסטע 'אוטלעטס' פאר בחורים, פארוואס נעמט מען עס זיי אוועק?
חברים זאלן קומען אויף חתונות איז זה נהנה וזה נהנה.
קודם כל שרייבט ער דארט אז אסאך אנדערע חסידות האבן אויך די תקנה,
נאכדעם שרייבט ער אז שיעור ג חברים קענען יא גיין,
און נאכדעם א בארעכטיגטע טענה אז עס מאכט חרוב די שיעורי הישיבה,
איך בין זיכער אז ער האט עס אדורכגעטראכט בעפאר די תקנה.
דער היינטיגער תולדות אהרנער איז בכלל נישט קיין פארפרומטער. ער איז א פראקטישער מענטש און פארשטייט דעם דור.
חרוב מאכן סדרי הישיבה איז גארנישט קיין תירוץ. אויף וואס איז דער ישיבה געמאכט אז נישט מחנך זיין בחורים זיין ייודען און מקיים זיין מצוות? סאיז א בפירושע הלכה מבטלין ת"ת להכנסת כלה.
די סארט געדאנק שטאמט פון דער מהלך פון ישיבות אז זייער סדר און משמעת [ליין: גוטע נאמען] אי דער תכלית פון די גאנצע ישיבה, און אלעס אנדערש וואס מטוט דארט, די בחורים, די לערנען, איז נאר א טפל צו דעם.
אזויווי סדא ישיבות וואס לאזען בכלל נישט חתונה האבן ביז א געוויסע עידזש מיט די טענה אז ראס שוואכט אפ די סדרי הישיבה.
ותורה חוגרת שק ואומרת וואס האלט איר זיך גרויס אז איר לערנט מיר אז איר זענט נישט אינטרעסירט אין מיר מקיים זיין. איר נוצט מיר נאר אלץ א הילף צו אייער פארטיי.
סדא עפעס א סיבה פארואס די סארט געדאנקן פאלט נאר איין אין געוויסע סארט חצירות.
און דאס אז נאך פלעצער טוהן אזוי מאכט נישט קלענער די עוולה, עס מאכט נאר אז די וואס זענען מתקן אזא אומנאטורליכער און אוממעטשליכער תקנה זאלן נישט פילען אז זיי טוהן עפעס ראנג, כמנהג אונזער געזעלשאפט אז יעדער חסידות טאנצט נאך דער צוייטער מיט יעדער משוגעת.
פארשטייט זיך אז ווען דער רבי מאכט חתונה און די גאנצע ישיבה פארט אויף רעדער פאר אפאר וואכען האט קיינער נישט קיין טענות ח"ו, אדרבה, דאס איז הייליג, מגעט ארויס קונטרסים מסביר זיין פאר די תמימותדיגער בחורים די גרויסע מצווה פון קוקען ווי די רבי טאנצט און מפילעוועט דאס וואכן לאנג.
איך קלער טאקע אז די משגיחים אין ישיבות אזויווי זיי זאגן שמועסן מסביר זיין די מצוות פון ימים טובים און די הייליגקייט דערפון מפראבירט אריינגעבן א ווארימקייט אין די בחורים, אזוי וואלטן זיי געמעגט זאגן אפאר שמועסן איבער די גרויסע מצווה פון א חתונה צו גיין משמח זיין חתן וכלה וואס שטייט אויף דעם אזעלכע גרויסע זאכן.
עס איז קלאר אז ישיבות וואס לאזן נישט חבירים גיין צי קיין חתונות דערקענט זיך עס זייער שטארק ביי יענע חתונות, נישט יעדע משפחה איז גרויס, און נישט יעדער בלייבט ביז נאכ׳ן טאנצן.
אבער איך גלייב אז די רבנים- ראשי ישיבות, וואס האבן געמאכט די תקנה, האבן עס גוט דורעכגעטראכט פאר דעם, און זיי ווייסן אויך וויאזוי א חתונה קוקט אויס אן חבירים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אזוי באשלאסן, ווייסן זיי וואס זיי טוען.
מען קען עס פארשטיין אויך, קוק וועסטו זעהן אז רוב ישיבות וואס לאזן נישט גיין צי קיין חתונות זענען די גרעסערע ישיבות, ווי עס איז דא געווענליך מער ווי איין חתונה א וואך, און עס איז שווער יעדע וואך אזויפיל מאל צי שטערן די סדרי הישיבה, משא׳כ די קלענערע ישיבות ווי עס זענען דא ווייניגער חתונות, איז נישט אזא גרויסע פראבלעם צי גיין.
דארט שטייט אז עס וועט זיין א וועד משמחים, וואס זיי וועלען קומען צו יעדער חתונה מאכען אלע לעבעדיגע שטיק.
איז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?
ברוך השם דער רבי פין תו"א כאטש מיט אנדערע זאכען איז ער נישט אזוי אויסגעהאלטען, האט געהאט די קוראדזש צו טוהן די ריכטיגע זאך און אסר'ן בחורים גיין אויף חתונות.
ווי באקאנט איז דאס פין די היינטיגע פירצות, ווען גענוג פרויען קומען צו חתונות אויסגעצירט און באפיצט אזוי ווי זיי וואלטען געווען די כלה אליין. און בחורים קענען און חלילה זענען שוין נכשל געווארען מיט ראיות אסורות, און מען דארף נישט מאריך זיין וואס געשעט שפעטר.
זאל דער רבש,ע העלעפן אז דער רבי זאל מאכען נאך און נאך תקנות וואס זענן גוט פאר בחורים און יונגלייט.
פיקציעאיז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?
האדמור מסאטמאר ז׳צל (בעל ויואל משה) האט געהאט אזא תקנה, מיט די צייט איז עס בטול געווארן, און מה׳רא האט עס צוריק איינגעפירט אין זיין ישיבה אפאר יאר צירוק.
ביי די ישיבה פון מהרז"ל גייט מען יא צו חתונות?
יא
אויב איז עס א אלטע תקנה פארואס האט עס נישט די ישיבה פון מהרז"ל אויך???
זיידעטשקע
א חתונה דארף צו זיין די פרייליכסטע טאג פון א מענטש׳ס לעבן. מיט וועם פינקטליך דארף זיך א חתן פרייען?? מיט זיין כלה וואס ער קען נישט?
פארוואס איז עס זיין פרייליכסטע טאג פון לעבן אויב ער קען ניטאמאל די מענטש וואס דארף אים מאכן אזוי פרייליך?
די געדאנק אז א חתונה איז די פרייליכסטע טאג קומט פון די קולטור וואס לאזט א מענטש זיין צוזאמען מיט זיין ארוסה פאר א לענגערע צייט ביז ער גארט שוין זייער שטארק חתונה צו האבן מיט איר, און דאן איז די חתונה טאקע די גליקליכסטע טאג אין זיין לעבן. אבער פאר חסידישע בחורים? פארוואס פונקטליך איז די טאג די פרייליכסטע טאג אין זיין לעבן?
לעמילאויב איז עס א אלטע תקנה פארואס האט עס נישט די ישיבה פון מהרז"ל אויך???
און פארוואס איז עס נישט אנגעגאנגען ביים בעל ברך משה?
מיר האט מען אויסגעלערנט אז אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות! איך גלייב אז ער ווייסט וואס ער טוט, און ער האלט עס איז נישט קיין פראבלעם.
(אפשר קען מען זאגן, אז אין וויליאמסבורג איז גרינגער, ווייל רוב חתונות זענען דא, און מען דארף נישט טרעוולען יעדע נאכט, איז עס נישט אזוי שווער?! איך ווייס נישט..)
אוי טאטיעס איז קלאר אז ישיבות וואס לאזן נישט חבירים גיין צי קיין חתונות דערקענט זיך עס זייער שטארק ביי יענע חתונות, נישט יעדע משפחה איז גרויס, און נישט יעדער בלייבט ביז נאכ׳ן טאנצן.
אבער איך גלייב אז די רבנים- ראשי ישיבות, וואס האבן געמאכט די תקנה, האבן עס גוט דורעכגעטראכט פאר דעם, און זיי ווייסן אויך וויאזוי א חתונה קוקט אויס אן חבירים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אזוי באשלאסן, ווייסן זיי וואס זיי טוען.
אוי טאטימען קען עס פארשטיין אויך, קוק וועסטו זעהן אז רוב ישיבות וואס לאזן נישט גיין צי קיין חתונות זענען די גרעסערע ישיבות, ווי עס איז דא געווענליך מער ווי איין חתונה א וואך, און עס איז שווער יעדע וואך אזויפיל מאל צי שטערן די סדרי הישיבה, משא׳כ די קלענערע ישיבות ווי עס זענען דא ווייניגער חתונות, איז נישט אזא גרויסע פראבלעם צי גיין.
דאס איז טאקע א ריכטיגע הערה אבער ווער זאגט די גאנצע ישיבה דארף גיין צו יעדער חתונה? איך מיין אז נארמאל גיין נאר די בחורים וואס האלטן זיך גוט אדער קענען זיך עפעס מיטן חתן. ביי א פאפולער בחור קען דאס אמאל זיין א גרויסע חלק פון די ישיבה אבער איך מיין נארמאל איז עס נישט די גאנצע ישיבה [עכ"פ אין ישיבות וואו איך האב געלערנט איז אזוי געווען.]
פראטעסט!
בחורים וועלען שב"ק פראטעסטירען אין נישט אנטייל נעמען אין טישען פון תולדות אהרן רבי ווען ער וועט זיין אין ווילימסבורג און אין בארא פארק - שטיין ווי קעלבלעך אויף די פארענטשעס איז אויסדריקלעך נישט ערלויבט!
אוי טאטיפיקציעאיז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?
האדמור מסאטמאר ז׳צל (בעל ויואל משה) האט געהאט אזא תקנה, מיט די צייט איז עס בטול געווארן, און מה׳רא האט עס צוריק איינגעפירט אין זיין ישיבה אפאר יאר צירוק.
אה, כ'האב מיך געווינדערט פארוואס "געוויסע" דא האלטן פלוצלינג אזוי פונעם תו"א רבי און פון די תקנה, כ'האב מיך נישט פארגעשטעלט אז דאס האט אויך מיט די סאטמערע פאליטיק, (וואס? איך וואלט עניוועי געהאלטן אזוי!) וואס מחלוקת קען אלס אויפטוהן.
ס'גייט זיך ב"ה גרינדן א "וועד משמחים" וואס וועלן פיגורירן ביי יעדע חתונה און טאנצן, משמח זיין, און זיי גייען אויך האבן איינער וואס קען טאנצן קאדאטשקע! די זאלן אין אמעריקע ווילן אויך אימפארטירן די וועד פאר זייער תקנה חתונות, ווי מ'וועט מער נישט מעגן רופן מער ווי די ז' קרובים און ס'איבעריגע געסט ביים חתונה וועט זיין פון די וועד. רבנים און עסקנים פראבירן אויסצוארבייטן ווי אזוי מ'קען אדאפטירן די פלאן פאר שבע ברכות, ברית'ן, קדישים, און שלום זכר'ס.
געפילטע פיש ס'גייט זיך ב"ה גרינדן א "וועד משמחים" וואס וועלן פיגורירן ביי יעדע חתונה און טאנצן, משמח זיין, און זיי גייען אויך האבן איינער וואס קען טאנצן קאדאטשקע! די זאלן אין אמעריקע ווילן אויך אימפארטירן די וועד פאר זייער תקנה חתונות, ווי מ'וועט מער נישט מעגן רופן מער ווי די ז' קרובים און ס'איבעריגע געסט ביים חתונה וועט זיין פון די וועד. רבנים און עסקנים פראבירן אויסצוארבייטן ווי אזוי מ'קען אדאפטירן די פלאן פאר שבע ברכות, ברית'ן, קדישים, און שלום זכר'ס.
אין עס גייט קאסטן א חתונה, וויפיל, 500 אדער $1000?
אין דער גייט פאר ...צדקה, די מוסדות...
לויט מיין אינפארמעשען האט מהרז"ל געטרייט איינצופירן און זיין ישבה די תקנה אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו א לאנגע צייט
אוי טאטיפיקציעאיז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?
האדמור מסאטמאר ז׳צל (בעל ויואל משה) האט געהאט אזא תקנה, מיט די צייט איז עס בטול געווארן, און מה׳רא האט עס צוריק איינגעפירט אין זיין ישיבה אפאר יאר צירוק.
עס איז נישט בטל געווארן, עס איז נתרשל געווארן, מען האט אייביג געוויסט אז דאס איז א תקנת הישיבה, נישט אייביג האט מען געהאט די כוחות עס צו פייטן, מיך האט אמאל אהיימגעשיקט פון ישיבה צוליב דעם
עד שבא מהר״א שליט״א און עס איינגעפירט בתוקף שוין אפאר יאר
איינס פון די גרויסע קשיות אויף צד מהרז״ל, אז זיי שטעלן זיך פאר אלס די ממשיכים פון רבי׳ן זצ״ל, ביים עירוב וואס דעם רבינ׳ס התנגדות איז געבויעט אויף עדות איש מפי איש, זענן זיי לוחם מיט אלע כוחות, און בחורים ביי חתונות וואס דער רבי איז געקומען א פרייטאג אין ישיבה ספעציעל צו מכריז זיין די תקנה, איז בטל ומבוטל
נאכמער ביי די ערשטע דרשה אין קווינס ישיבה האט נפתלי בלומינפעלד מסביר געווען די מעלות פון א ישיבה אין שטאט אז 1) מ׳ קען גיין ביינאכט שפאצירן אוף לי עוו. 2) מ׳ קען גיין צו חבירים׳ס חתונות
היסטאריקעראוי טאטיפיקציעאיז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?
האדמור מסאטמאר ז׳צל (בעל ויואל משה) האט געהאט אזא תקנה, מיט די צייט איז עס בטול געווארן, און מה׳רא האט עס צוריק איינגעפירט אין זיין ישיבה אפאר יאר צירוק.
נאכמער ביי די ערשטע דרשה אין קווינס ישיבה האט נפתלי בלומינפעלד מסביר געווען די מעלות פון א ישיבה אין שטאט אז 1) מ׳ קען גיין ביינאכט שפאצירן אוף לי עוו. 2) מ׳ קען גיין צו חבירים׳ס חתונות
דעיס קענסטו שרייבען און צימעס נישט דא
קליגער אידלויט מיין אינפארמעשען האט מהרז"ל געטרייט איינצופירן און זיין ישבה די תקנה אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו א לאנגע צייט
ער האט נישט געטרייט, ער האט געזאגט פאר ר׳ שלמה רובין אז הלוואי ער קען עס ווען איינפירן, אבער ער ווייסט ער האט נישט די השפעה וואס זיין ברודער האט
היסטאריקערקליגער אידלויט מיין אינפארמעשען האט מהרז"ל געטרייט איינצופירן און זיין ישבה די תקנה אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו א לאנגע צייט
ער האט נישט געטרייט, ער האט געזאגט פאר ר׳ שלמה רובין אז הלוואי ער קען עס ווען איינפירן, אבער ער ווייסט ער האט נישט די השפעה וואס זיין ברודער האט
האסט עס אליין געהערט ווי ער זאגט עס 😂 😂
לעמילהיסטאריקעראוי טאטיפיקציעאיז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?
האדמור מסאטמאר ז׳צל (בעל ויואל משה) האט געהאט אזא תקנה, מיט די צייט איז עס בטול געווארן, און מה׳רא האט עס צוריק איינגעפירט אין זיין ישיבה אפאר יאר צירוק.
נאכמער ביי די ערשטע דרשה אין קווינס ישיבה האט נפתלי בלומינפעלד מסביר געווען די מעלות פון א ישיבה אין שטאט אז 1) מ׳ קען גיין ביינאכט שפאצירן אוף לי עוו. 2) מ׳ קען גיין צו חבירים׳ס חתונות
דעיס קענסטו שרייבען און צימעס נישט דא
פארוואס?
עס איז נישט אמת?
ווייל דארט באלאנגט עס,
איך באלאנג נישט צו סאטמער איז אינטערסירט מיך גאנץ ווייניג צו עס איז אמת צו נישט
לעמילהיסטאריקערקליגער אידלויט מיין אינפארמעשען האט מהרז"ל געטרייט איינצופירן און זיין ישבה די תקנה אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו א לאנגע צייט
ער האט נישט געטרייט, ער האט געזאגט פאר ר׳ שלמה רובין אז הלוואי ער קען עס ווען איינפירן, אבער ער ווייסט ער האט נישט די השפעה וואס זיין ברודער האט
האסט עס אליין געהערט ווי ער זאגט עס 😂 😂
די גלייבסט נאר וואס די האסט אליין געהערט?
ר׳ שלמה האט עס פארציילט פאר מיין ברודער, זיי זענן מיר ביידע באגלייבט
לעמילווייל דארט באלאנגט עס,
איך באלאנג נישט צו סאטמער איז אינטערסירט מיך גאנץ ווייניג צו עס איז אמת צו נישט
מען זעט אויף דיינע הודעות אז די באלאנגסט נישט צו סאטמאר
באלאנגסט צו סאטמאר החדש
היסטאריקערלעמילווייל דארט באלאנגט עס,
איך באלאנג נישט צו סאטמער איז אינטערסירט מיך גאנץ ווייניג צו עס איז אמת צו נישט
מען זעט אויף דיינע הודעות אז די באלאנגסט נישט צו סאטמאר
באלאנגסט צו סאטמאר החדש
ניטאמאל א קרוב צו סאטמער
קענסט האבען די לעצטע ווארט אז דו ווילסט
אקעי, די לעצטע פאר תגובות קען שוין גיין אין צימעס
לענינינו, מהר"א האט צוריק אויפגעפרישט די אלטע תקנה באלד 10 יאר צוריק, הרה"ג ר' יונה פילאפף ז"ל איז דעמאלטס געשטאנען בראש המערכה, נאכדעם וואס הרה"ג ר' זעליג שפילמאן ז"ל איז אוועק אינמיטן די חתונה פון זיין קינד, דאס איז געווען סיון תשס"ג
למעשה פארשטייט מען די צד פון די בחורים אויך, בחורים דארפן זיך אויסגעבן, בחורים ווילן זיך פרייען מיט זייערע חברים, און מען האט איינגעפירט אז א מוצ"ש (דאכט זיך) פאר די שבת באווארפן קומט מען זיך צוזאם און מען טאנצט אלע חברים צוזאמען
אגב, די וועד משמחים איז אויך געווען אין קרית יואל אין די ערשטע יארן, ביז די אייגענע משפחה האט זיך אויסגעלערנט אז מען דארף טאנצן ביי א חתונה, און נישט שטיין אין די זייט, און זינט דאן פעלט עס שוין אפילו נישט אויס, איך גלייב אין תולדות אהרן איז עס אויך נאר פאר די אנהייב
אין ארץ ישראל זענען נישט פאראן אזעלכע באקוועמע פארשלאפענע אידן ווי אין די באקוועמע אמעריקע.
ווער עס איז נאר אמאל געווען א ל"ג בעומר אין מירון אדער א שמחת בית השואבה אין ארץ ישראל, (און בפרט אין תולדות אהרן) ווייסט גוט אז ס'הערשט א אנדער סארט מענטאליטעט, דער עולם לעבט און הייבט זיך עד לב השמים. ווער רעדט נאך פון הקפות אדער הקפות שניות.
ווי מ'האט שוין אויבן געשריבן, אז א ישיבה צעוואקסט זיך גאר גרויס, איז נישט מעגליך צו לאזן גיין אלע בחורים יעדן צווייטן טאג אויף חתונות, עס גייט ארויס די קאנטראל פון אלע גרעניצן.
איך האב אפאר קרובים דארטן, וביודעי ובמכירי קאמינא. תולדות אהרן שטעלט ב"ה צו גענוג קאשער אינטערטעינמענט אז מען זאל נישט ווערן אנגעזעצט פון נישט גיין יעדע נאכט אויף חתונות.
חוץ מזה וואס ביי יעדע חתונה דארט זענען ממילא 30 משפחות קרובים, און האלב בחורים קענען גיין אלס ברודער/קאזין/פעטער/פלומעניק און האפקען.
כ'בין זיכער אז ווען די טוענים דא וואלטן געפרעגט דעם תו"א רבי'ן די סיבה בעפארן אויסגיסן זייער ווייטאג דא, וואלטן זיי ארויס מיט א צופרידשטעלנדן תירוץ.
נאר אזוי גייט דאך עס היינט, מען הערט עפעס, עס געפעלט נישט, יעדער פארשטייט בעסער, און מען שרייט אז יענער איז משוגע. אפשר הערסטו אויס יענעמ'ס צד? דאס שוין נישט.
שמעקעדיג
כ'בין זיכער אז ווען די טוענים דא וואלטן געפרעגט דעם תו"א רבי'ן די סיבה בעפארן אויסגיסן זייער ווייטאג דא, וואלטן זיי ארויס מיט א צופרידשטעלנדן תירוץ.
נאר אזוי גייט דאך עס היינט, מען הערט עפעס, עס געפעלט נישט, יעדער פארשטייט בעסער, און מען שרייט אז יענער איז משוגע. אפשר הערסטו אויס יענעמ'ס צד? דאס שוין נישט.
איך בין זיכרע ווען דער תו"א רבי'ן וואלט מיר געפרעגט פאר דעם וואלט איך עם מסביר געווען און משכנע געווען אז דער תקנה איז נישט ריכטיג.
כ'מיין צו זאגן, דער טענה פון נישט אויסהערן די צוייטע צד גייט ביידע וועגן.
דא איז סך הכל א שטיבל וואס מען רעדט זיך אדורך פארשידענע מיינונגען. נו פארסענאל אישוס היר.
וכבר כתבתי, אוודאי דארף נישט די גאנצע ישיבה גיין, נאר די חברים. וכמדומני שכן נוהגים כבר.
מורינו הרבאן אריינגיין אין די עצם נקודה אויב דאס איז בארעכטיגט אדער נישט, אבער האסט געשריבן צו שארף. מאכסט זיך נאריש? א בחור האט נישט פעמעלי מיט וועמען ער פריידט זיך? האבן טאקע רוב רובם פון די בחורים נישט קיין קשר מיט זייערע עלטערן? אפגעזען ווי שטרענג זיי זענען? נישט פאראן פעטערס, קאזינ'ס, זיידע'ס, אלעס איז שטותים?
אבי אנגעבלאזן.
זעהט אויס אז דו האסט געהאט דיינע חברים ביי דיין חתונה.
גיהנום פאר די אלע תקנות-מאכער'ס. ווען זיי זעלבסט מאכן חתונה, פארשפארן זיי די ישיבה במשך כל ימי שבעת המשתה! (אין ביי די לעצטע שבע ברכות געבן די בחורים אוועק במתנה פארן רבי'ן 100000000000000 שעות רצופות *WT
קארטאפלעס איז בכלל נישט אזוי ווי די מאכסט עס, קודם כל יעדע משפחה האט לעבעדיגע מענטשן וואס קענען פרייליך מאכן דעם חתן, און נאכדעם אייביג איז דא גענוג און נאך חברים מיט וועם צו טאנצן, ווי למשל קרובים, חתנים וואס זענען שוין נישט אין ישיבה, אינגעלייט, און נאך
שוין אין דיין ערשטע הודעה האקסטו פאטעיטאוס?
אלע תירוצים וועלן נישט פארענטפערן דאס רשעות פון מתקני תקנות
פיקציעאיז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?
און אויב יא?
זאלן בחורים זיך אויסלערנען וויאזוי צו פיצען די שיך, אנטוהן א ריינע רעקל, און אויסגראדן די בארד, און אויסקוקען ווי א מענטש.
זיי האדעווען זיך אויף אין שטאהל, ווייסען ניטמאל וויאזוי זיך אומצוגיין צווישען מענטשען, וועגן דעם איז כדאי זיי זאלן זיין אין פאבליק אמאל אמאל
דאס איז אויסער דעם פשוט'ער טעם אז בחורים זאלן זיין ביי חתונות, פשוט ווייל זיין חבר האט חתונה..........
קאווע טרינקערפיקציעאיז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?
און אויב יא?
דארף מען אים פאלגן
כ'וואלט אייך געגעבן א "לייק"
אבער אייער חתימה טענה'ט אז א "לייק" איז אן הסכמה................
אוי טאטי
אבער איך גלייב אז די רבנים- ראשי ישיבות, וואס האבן געמאכט די תקנה, האבן עס גוט דורעכגעטראכט פאר דעם, און זיי ווייסן אויך וויאזוי א חתונה קוקט אויס אן חבירים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אזוי באשלאסן, ווייסן זיי וואס זיי טוען.
זעט אויס אז די האסט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן וויאזוי א תקנה ווערט געמאכט.
מיט יארן צירוק, ווען מ'האט געמאכט די תקנה אין מיין ישיבה, האב איך מיטגעהאלטן פינקטליך.
סך הכל אפאר פארביטערטע באלעבאטים האבען פארפירט אז די בחורים זענען צי ווילד אין ס'גיט א נישט-גיטען נאמען פאר די ישיבה\חסידת.
קיין שום "דעת תורה" אדער "ביטול תורה" !
קאווע טרינקערכ'וואלט אייך געגעבן א "לייק"
אבער אייער חתימה טענה'ט אז א "לייק" איז אן הסכמה................
און, ביסט נישט מסכים אז מ׳ דארף פאלגן דעם מיסד/רבי פון די ישיבה?
אז די ברך משה זצ"ל האט נישט געפילט פאר וויכטיג איינצופירן דעי תקנה מיינט עס אז ער האט נישט מסכים געווען צו פאלגן די מייסד?
אין אז דו קומסט שוין יא מיט די טענה פין די מייסד התקנה, צווישן מיר אין דיר איז דא גענוג און נאך תקנות וואס סיי צד מהרא און סיי צד מהרזל פאלגן נישט.
NAVY SEALאז די ברך משה זצ"ל האט נישט געפילט פאר וויכטיג איינצופירן דעי תקנה מיינט עס אז ער האט נישט מסכים געווען צו פאלגן די מייסד?
אין אז דו קומסט שוין יא מיט די טענה פין די מייסד התקנה, צווישן מיר אין דיר איז דא גענוג און נאך תקנות וואס סיי צד מהרא און סיי צד מהרזל פאלגן נישט.
וואס הייסט ער האט נישט געפילט פאר וויכטיג עס איינצופירן? דו ווייסט וויפיל מאל ער האט גערעדט דערפון אין ישיבה? איך געדענק דען נישט? נאר וואס, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, מהר"א אליין האט אויך כמה וכמה פעמים גערעדט דערפון אין ישיבה און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, יעדע פאר יאר האט מען פריש באנייט די תקנה און געפירט א מערכה ביז ס'האט זיך אפגעשוואכט, איך געדענק איינמאל האט מהר"א געהאלטן א דרשה אין ישיבה בנוכחות פון ברך משה (אין די יארן וואס דער ברך משה האט שוין נישט גערעדט ברבים), און געזאגט בשם אביו אז דער טאטע האט צוגעזאגט ווער ס'וועט פאלגן די טענה וועט געהאלפן ווערן במהרה (א חתן ווערן), ס'האט שטארק אויסגעמאכט דעמאלטס אין ישיבה, אבער אויף יענע זמן, נעקסטע זמן איז אודך, אזוי איז אנגעגאנגען אלע יארן.
תשס"ג האט עס אבער למעשה יא געארבעט, איך ווייס נישט פארוואס, איך האב שוין לאנג נישט געלערנט דעמאלטס אין ישיבה, במציאות איז מען געגאנגען מיט א מין מהלך וואס האט זייער גוט געארבעט און ס'האלט נאך אן ב"ה עד היום הזה.
איינער האט מיר דאס יעצט אריינגעשיקט, דאס איז א אויסצוג פון א באשרייבונג אדער א בריוו, איך ווייס נישט פונקטליך וואס, יענער האט מיר נאר געשריבן אז די מעשה איז געווען תשנ"ט
אין איינע פון די טעג איז איינער פון חברי הנהלת הישיבה געווען אין שטוב ביים רבין שליט"א און ער האט איבערגעשמועסט עטליכע ענינים בנוגע די ישיבה, און עס איז אויך דערמאנט געווארן די תקנה וואס רבינו הקדוש האט מתקן געווען אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות, און ער האט געזאגט פארן רבין אז ס'איז אביסל נאכגעלאזט די תקנה ביי די בחורים, און ס'איז נישט מעגליך צוריקצוהאלטן די בחורים פון גיין אויף חתונות.
רבינו שליט"א האט זיך מורא'דיג מתרמר געווען בלשון קדשו: "וואס הייסט מען קען דאס נישט צוריקהאלטן, ממילא קרובים גייען, אבער בחורים, וואס האבן בחורים צו זוכן אויף א חתונה", די הנהלת הישיבה האבן פרובירט צו פארענטפערן אז וויבאלד די בחורים האבן אלע יארן געלערנט און פארברענגט צוזאמען מיטן חתן ממילא וויל מען זייער שטארק גיין אויף די חתונה משמח זיין, דער רבי האט אבער נישט נאכגעלאזט פרעגנדיג: וואס האט איינס מיטן צווייטן?!
דאנערשטאג פרשת תולדות איז די גאנצע הנהלת הישיבה ובתוכם דער רב שליט"א אריבער צום רבין אין שטוב, איבערצוגעבן א באריכט איבער די סדרי הישיבה, ובתוך הדברים האט דער רבי שליט"א געפרעגט וואס איז געווארן וועגן די תקנה פון די חתונות, האט זיך איינער פון די חברי הנהלה אנגערופן און געזאגט, אז עס זענען דא וואס זענען מציע אז מען זאל געבן רשות פאר פינף-צען בחורים, גאר נאנטע חברים, צו גיין אויף א חתונה, ממילא וועט נישט זיין אזא ביטול תורה.
דער רבי האט אבער נישט מסכים געווען צו דעם און געזאגט: "ח"ו, אויב אפאר בחורים גייען גייט שוין יעדער". און דער רבי האט זיך געוואנדן צום רב און איהם געבעטן אז צומארגנס נאכן דאווענען זאל ער רעדן פאר די בחורים בנוגע דעם ענין, און ער זאל צוזאגן אין זיין נאמען אז ווער עס וועט איינהאלטן די תקנה פון רבין זי"ע נישט צו גיין אויף חתונות וועט געהאלפן ווערן במהרה.
צומארגנס עש"ק פרשת תולדות, איז דער רבי שליט"א ווי געווענליך געקומען דאווענען אין די ישיבה מיט די בחורים, נאכן דאווענען איז דער רב שליט"א ארויף אויף די בימה - ווען אין די זעלבע צייט האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט ביים עמוד פון בעל תפלה נישט אראפנעמענדיג אן אויג פון רב שליט"א במשך די דרשה - און געזאגט בזה"ל:
נעכטן נאכמיטאג, איז אריבערגעגאנגען די הנהלת הישיבה - די מנהלים רוחניים צוזאמען מיט די נייע הנהלה גשמיות - צום טאטן זאל זיין געזונט, און איבערגעגעבן א באריכט פון די ישיבה. ער האט אויסגעפרעגט אלע פרטים פון די ישיבה, ווי אזוי ס'גייט אן די שינויים וואס מען האט געמאכט, ווי אזוי עס גייט דאס פארלערנען און דאס פארהערן און אלע ענינים, די כיתות פון די אינגערע בחורים און פון די עלטערע בחורים, ער האט אויסגעפרעגט אלע פרטים, און ער האט געוואלט הערן ווי אזוי ס'איז.
מענין לענין ווען מען האט אויסגעשמועסט די ענינים פונעם סדר הישיבה, איז אויסגעקומען דאס ענין פון חתונות, ס'איז היינט ר"ח כסלו און די קומענדיגע וואך וועט שוין זיין אי"ה אסאך שמחות, און מען האט ארויסגעברענגט דאס ענין פון חתונות, אז די בחורים האבן א יצה"ר צו גיין צו א חתונה, מען האט אדורכגשמועסט דאס גאנצע ענין לארכה ולרחבה, דער טאטע זאל זיין געזונט האט געזאגט ער קען נישט פארשטיין אז בחורים גייען צו א חתונה, ווי קומען בחורים זיי זאלן גיין צו א חתונה, ער האט אזאנס נאכנישט געהערט, אבער מען האט איהם געזאגט אז בחורים האבן דאך א תאוה, ס'איז שווער מסביר צו זיין פאר אנדערע, אבער דאס איז דער מציאות.
האט ער בתוך הדברים געזאגט מען זאל איבערגעבן פאר אלע בחורים אין זיין נאמען - דאס אז בחורים דארפן נישט גיין צו קיין חתונה דאס דארף מען שוין נישט איבערגעבן, דאס איז אן אלטע זאך, נאר ער האט געזאגט אזוי - "די אלע בחורים וואס וועלן נישט גיין צו די חתונות וואונטש ער אן זיי זאלן א חתן ווערן במהרה".
NAVY SEALאין אז דו קומסט שוין יא מיט די טענה פין די מייסד התקנה, צווישן מיר אין דיר איז דא גענוג און נאך תקנות וואס סיי צד מהרא און סיי צד מהרזל פאלגן נישט.
סתם געשאסן, למשל וואס?
דרך הלימוד? דערווייל נאר ביי צד מהרז״ל
היסטאריקערNAVY SEALאין אז דו קומסט שוין יא מיט די טענה פין די מייסד התקנה, צווישן מיר אין דיר איז דא גענוג און נאך תקנות וואס סיי צד מהרא און סיי צד מהרזל פאלגן נישט.
סתם געשאסן, למשל וואס?
דרך הלימוד? דערווייל נאר ביי צד מהרז״ל
פליז! דא איז נישט צימעס!!
און דרך אגב, איך מיין קיינעם נישט אינטערצורייסן אבער די תקנה הייבט צוביסלעך אן אפגעשוואכט צי ווערן, כ׳בין די וואך געווען ביי א חתונה פון א ק׳י תלמוד, און עס זענען געווען היבש אפאר בחורים דארט.
לויט ווי איך זעה דא, איז עס אלע יארן געווען א תקנה נאר עס איז געווען אפגעשוואכט ביז מען האט זיך גענומען דערצו, איז קען זיין יעצט איז אויך שוואכער אבער מען וועט עס נאכאמאל נעמען שטרענג.