☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נטרונא, מצילים אדער רודפים?

נטרונא, מצילים אדער רודפים?

195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5806
בלאט: 1 2 3 4

איש עברי » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:17 pm

· #180997
אי איתמר הכי איתמר
נועם חומסקי איז א אידישע אנטיסעמיט א סעלף העיטינג דשו וואס שפילט ביודעין אריין אין די הענט פון אנטיסעמיטן

איך אויך » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:21 pm

· #180999
און דעקט עס איבער מיט א דינע שיכט פון 'אנארכיזם' שיין זעהען מיר אויס אז אנארכיסט איז שוין אויך א טיטל כבוד במשפחת הטיטלען.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:05 am

· #181115
ר' נאר פרייליך: א חוץ פון דיינע דיעות כוזבות וטיפשיות בכלל. ברענגסטו א ציטאט "קוואוט" בלע"ז פונ'ם "גלובוס", וואו די ערליכע אידן האבן אייביג געוואלט לעיבן בשלום מיט די אראבער אין די היסטארישע פאלעסטינע. אנדערש ווי די ציוניים וועלכע האבן אייביג נאר געזוכט התגרות באומות. אבער לשיטתך וואס די נאציס זענען געוועין וואוילע ארנטליכע דייטשע גוים. זיי זענען נאר געוועהן אנטי-ציונים, וועלכע האבן געפיהלט רחמנות אויף די אומשולדיגע אראבער, וועלכע ווערן בארויבט דורך די ציוניים. פארוואס האבן זיי נישט געמאכט א סעלעקציע אין אוישוויץ און אנדערע פלעצער צווישן שלומי אמוני ישראל אזוי ווי דו ודכוותיך, און סתם ציונים. פארוואס האבן זיי געשיקט אלע אידן, סאטמאר'ער חסידים, נטורי קרתא און ציוניים צוגלייך אין די גאז קאמערן מיט גרויס שמחה. זעהט אויס אז דר. מענגעלע ימ"ש האט נישט געוואוסט פון דעים חילוק. איז אויב נטרונא וואלט אריינגעלייגט אן עד אין דעם חשוב'ן צייטונג דער שטורמער, דער ארגאן פון די אומאפהענגיגע נאציס, אז אינז ערליכע אידן זעמער קעיגן די ציונים וואלט מען וועין געגקענט אפראטעווען א סאך אידן. ס'הייסט די ציונים זענען שולדיג פארוואס די נאציס ימ"ש האבן אויסגעהרג'עט זעקס מיליאן אידן. כ'האב נייעס פאר דיר. אזוי ווי מ'ענטפערט פאר'ן רשע אין די הגדה. אילו הי' שם לא הי' נגאל. דו וואלסט געקענט פראטעסטירן און שרייען צו די וואוילע נאציס אז דו ביסט נישט קיין ציוני. נאר סתם אן ערליכער איד וועלכער גייט אין די שיטה הקדושה. מ'וואלט דיך פונקט אזוי אריינגעשיקט אין גאז קאמער ווי מיין זיידע און באבע, וועלכע זענען אויכעט נישט געוועין קיין ציונים נאר פשוט'ע ערליכע אידן. און דו וואלסט עס דיר ערליך פארדינט. כ'האב נאך נייעס פאר דיר און די בהמות און רשעים אזוי ווי דו. אויב ח"ו היל"ת ס'זאל נישט זיין, אז שונאי ישראל וועלן זיך גובר זיין וועלן זיי קינעם נישט פארהערן ויואל משה אדער על הגאולה ועל התמורה. אפילו מנשה פיליפ'ן וועט נישט ביישטיין דער זכות אז ר'האט געשריבן ארטיקלען אנגעפולט מיט שנאת ישראל אקעיגן זיינע אייגענע ברידערס. 🙄 😕 😠 😛 😳 😢 😢 😮

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:32 am

· #181122
shem-tov
נישט אז איך זוך מיך יעצט אנצוהייבן מיט איינעם. נאר די אלע זאכן וואס די טענהסט אויף נטרונא און סאטמאר ווייזט אויף דיין נאאיווקייט ס'איז דא אן ענין פון מוחאה. און דאס איז וואס יעדער איז מחיוב צו טאן. די רעדסט פון היסטאריע וועל איך דיר פשוט צוהעלפן. גיי שטילערהייט ווען קיינער זעהט נישט און ווער געוואר אביסעל מער "היסטארישע" אינפארמעישאן איבער עטליכע ראשי פרקים וואס כ'גיי דיר יעצט געבן.

הרהגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל.
דער סלאגן רק בדם תהי לנו הארץ. פון ווי דאס קומט
די מעשה מיט די צינדער וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה.
ווי ווערן היינט נעבעך געהרג'ט די מערסטע יודן פון די גאנצע וועלט.
ווי קומט נאך פאר אזא רדיפת הדת ווי אין די מדינה
ווער איז יואל בראנד געווען
פארוואס האבן די מצילים געהרגט דר. די האן

אויך ווער געוואר פארוואס דער מופטי ימ"ש וואס האט געגעבן די עצה פאר היטלער ימ"ש צו פארטיליגען די יודן, פארוואס ער איז געווען אזוי אויפגערעגט

די ווילסט זיין א ציוני פיין אין גוט, רוב וועלט זענען פארכאפט אבער א שוטה זיי נישט

ר' בעל שם טוב: איבער די אלע היסטארישע נעימען און פיגורן וועלכע דו האסט דא צוזאמגעווארפן וועל איך נישט טענה'ן. דאס לאז אי איבער פאר גרעסערע פון מיר. ווי קופערניקוס , איש עברי וכו'.אבער איבער איין בריאה וועלכן דו האסט דא אויסגערעכנט וועל איך מיך יא מתווכח זיין מיט דיר. הרה"צ ר' יואל בראנד. די אלע היפאקריטן און דעמאגאגן ווי סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו פרובירן צו שילדערן דעם מנובל און שייגעץ אלס אן ערליכער און וואוילער איד. א חוץ וואס ער האט זיך אויפגעפיהרט כגרועים שבאומות, ווי אן עקלדיגער טמא'נער גוי. איז ער געוועהן אזוי אויסגעטון פון אידישקייט. איך וועל נאר ברענגען א קליינע דוגמא. ביים משפט פון אייכמאן ימ"ש האבן אויפגעטרעטן פארשידענע מענטשן עדות צו זאגן.פארשטייט זיך אז די אפיציעלע שפראך איז געווען עברית. אבער א טייל מענטשן האבן גבעטן רשות צו רעדן אין אנדערע שפראכן. איינער האט גערעדט אידיש. א צווייטער פראנצויזיש. און הרה"צ דנן האט גערעדט אין דעם הייליגן שפראך דייטש. דארט האט ער זיך געשפירט די מערסטע באקוועים. 😈 🙄 😠 😳 😢 😈 😮

איש עברי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 6:29 am

· #181129
נאך איין מאהל איך הער אז די ציונים זענען שולדיג אין די האלאקאוסט וועל איך מוזן ברענגען דא א פונקטליכע אנאליז ווער נאך עס האט אידיש בלוט אויף די האנט איך זאג ענק צו אז ס'וועט זיין אומבאטעמ'ט

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:03 am

· #181144
נאך איין מאל איך הער אז היטלער איז שולדיג אין די האלוקאוסט וועל איך מוזן ברענגן א פונקטליכע אנאליז וועלכע גויים נאך עס האבן אידיש בלוט אויף די האנט.

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:13 am

· #181145
עברי קריגט דער מעדאל קומענדער יאר ביים צערעמאניע אין אוישוויץ פאר'ן זיך אנעמען פאר די רודפי הדת ושונאים פינעם כלל ישראל.

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:18 am

· #181146
קוקט אויס עברי וחבירו הבעל עגלה האבען זיך נאכנישט בארואיגט פינעם ציטאט

דער גלובס

הדובר יעץ ל"גלובס" לבדוק את הנאמר באתר של סאטמר, TrueTorahJews.org. כצפוי, היה האתר גדוש בנאצות וחרפות על ישראל.

באחד מחלונות האתר, בפרק שכותרתו "מדינת ישראל: המקום המסוכן ביותר ליהודים", מצוטט מחקר, "אינדקס המדינות שוחרות השלום". לפי האתר של סאטמר, מדורגת ישראל במקום ה-140 מתוך 144 מדינות באינדקס, לפני סומליה, אפגניסטאן ועיראק, אך מתחת לסודאן, הרפובליקה הדמוקרטית של קונגו, צ'אד ופקיסטאן."אנו מקווים שהמידע הזה יועיל ליהודים שבוחנים אפשרות להגר לישראל, לבקר במדינה הציונית או ללמוד בה", נאמר באתר. "נתעלם מכל השיקולים האידיאולוגיים. זה פשוט לא חכם לעשות זאת... למעשה, הרבי של סאטמר אמר פעם, שכל אדם שחי במדינה הציונית צריך לברך ברכת הגומל כל יום. הוא צריך להודות לד' שהוא קם בבוקר בעודו בחיים".

בחלון אחר, שנושא את הכותרת, "התעמולה הנאצית התבססה על מה שאמרו הציונים", נאמר: "יהודים נאמנים לתורה שואפים לחיות בשלום ובהרמוניה עם שכניהם בכל אחת מהמדינות בקהיליה הבינלאומית, לרבות פלסטין ההיסטורית. יהודים אלה מגנים את המדיניות ואת הפעולות האלימות של אלה, שארצם נושאת את שם ישראל אבינו לשווא, אלה שזנחו את הערכים הנצחיים של התורה... ובחרו במקומם בלאומנות שובניסטית".

וכך הלאה וכך הלאה עד אין קץ.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:30 am

· #181147
די ציונים זענען שולדיג אין די האלאקאוסט!

(@איש עברי, יעצט פאק ארויס וואס דו האסט)

איש עברי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:10 pm

· #181192
איך בין נישט אין די גוסטע פון פאקן

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:34 pm

· #181203
עההם... מיך, אדער קיינעם נישט?

הוגה » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:43 pm

· #181206
מיינסט אוודאי די צדיקים וואס האבן אפגערעדט שטארק זייערע חסידים נישט צו אנטלויפן וכ"ש נישט קיין פאלעסטינא, בשעת וואס זיי אליין האבן זיך אן עצה געגעבן צו אנטלויפן טאקע קיין פאלעסטינא? (איך שרייב צדיקים, לשון רבים.)

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:45 pm

· #181208
געפילטע פיש
עההם... מיך, אדער קיינעם נישט?

מה זה? #ליסטיגשפראך?

איש עברי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:57 pm

· #181211
הוגה
מיינסט אוודאי די צדיקים וואס האבן אפגערעדט שטארק זייערע חסידים נישט צו אנטלויפן וכ"ש נישט קיין פאלעסטינא, בשעת וואס זיי אליין האבן זיך אן עצה געגעבן צו אנטלויפן טאקע קיין פאלעסטינא? (איך שרייב צדיקים, לשון רבים.)

איש עברי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:08 pm

· #181219
<a class="postlink" href="http://www.jpost.com/Jewish-World/Jewish-Features/Why-Europe-blames-Israel-for-the-Holocaust-Post-1945-anti-Semitism-339571">http://www.jpost.com/Jewish-World/Jewis ... ism-339571</a>

I'm back » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:05 pm

· #181269
איש אשכולות
נאך איין מאל איך הער אז היטלער איז שולדיג אין די האלוקאוסט וועל איך מוזן ברענגן א פונקטליכע אנאליז וועלכע גויים נאך עס האבן אידיש בלוט אויף די האנט.

עס זעט זיך טאקע אן, אזוי ווי די האסט געשריבן, אז די ביסט נישט קיין סאטמארער.

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:51 pm

· #181282
I'm back
איש אשכולות
נאך איין מאל איך הער אז היטלער איז שולדיג אין די האלוקאוסט וועל איך מוזן ברענגן א פונקטליכע אנאליז וועלכע גויים נאך עס האבן אידיש בלוט אויף די האנט.

עס זעט זיך טאקע אן, אזוי ווי די האסט געשריבן, אז די ביסט נישט קיין סאטמארער.

You got it, Dude

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 6:50 pm

· #181342

shem-tov » מאנטאג פעברואר 3, 2014 6:58 pm

· #181345
היימישער ליטוואק

וואס איז די נייע משוגעת פון גיין קיין דייטשלאנד

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:06 pm

· #181346
מכיר טוב צו זיין די דייטשן פארדעם וואס זיי האבן געוויזן פאר די וועלט וואספארא רשעים די ציונים זענען.

איש עברי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:07 pm

· #181347
shem-tov
היימישער ליטוואק

וואס איז די נייע משוגעת פון גיין קיין דייטשלאנד

שם טוב פונקטליך ווען באקומט א מחאה די טיטול "משוגעת"
אויסב דו האלטסט אז גיין קיין דייטשלאנד איז משוגעת מעג איך האלטן אז נטרונא'ס וועבסייט איז רשעות און שפיכת דמים

shem-tov » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:11 pm

· #181349
ווי קומט נטורי קרתא צו נטרונא צו סאטמאר. כ'האב דיך שוין געבעטן מאך כאטשיק אביסעלע ריסוירטש

איש עברי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:15 pm

· #181351
shem-tov
ווי קומט נטורי קרתא צו נטרונא צו סאטמאר. כ'האב דיך שוין געבעטן מאך כאטשיק אביסעלע ריסוירטש

הצד השווה שביניהם אז ביידע זענען מעודד שנאת ישראל און רציחה די חילוק איז נאר אז נטורי קרתא נעמט קיינער נישט ערנסט און זיי האבן ליידער גאנץ א פראפעסיאנעלע אפעראציע ממילא זענען זיי נאך ארגער, און אויך די נטורי קרתא מיינען עס מער ערנסט.
אגב אפשר קענסטו מער געבן מקורות ווי צו מאכן ריסוירטש, מן המיצר שוין געזעהן, הדור האחרון אויך, ווי נאך שטייט וועגן די עניינים?

shem-tov » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:19 pm

· #181353
יעצט האסטו גוט געפרעגט. גוט איך וועל דיך אי"ה מאכן פאר א בעל תשובה

הוגה » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:39 pm

· #181359
איש עברי

אגב אפשר קענסטו מער געבן מקורות ווי צו מאכן ריסוירטש, מן המיצר שוין געזעהן, הדור האחרון אויך, ווי נאך שטייט וועגן די עניינים?

משכנות הרועים ג' חלקים פון ראזענבערגער האט מיר געהאלטן ענטירטעינד פאר דריי וואכן אין כולל...

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:42 pm

· #181363
געפילטע פיש
מכיר טוב צו זיין די דייטשן פארדעם וואס זיי האבן געוויזן פאר די וועלט וואספארא רשעים די ציונים זענען.

איך וויל דיר עפעס פרעגן, איך מיין נישט דיר איך מיין דיין יצר הרע אזוי פלעגט מיין מלמד זאגן.. דיך האב איך זייער ליב.. יעצט איז אזוי, פארוואס איז עס Cool צו זיין א ציוני? אדער ציוניסטיש געשטומט? די ציוני וועם דו קוקסט ארויף האט דיר ערגער פיינט ווי דער גוי האט דיך. איך בין נישט דער גרויסער קנאי, איך האלט נישט קיין של״ס תורות, איך טאנץ נישט מיט די אראבערס, איך האב פיינט נטרונא, אבל ציוני מה זו עושה? וואס האט ער דיר אזוי חן געפונען אין דיינע אויגן?

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:47 pm

· #181366
אזוי האבן מיר מיינע רבי'ס אויסגעלערנט, און איך פרעג נישט קיין קושיות.

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:48 pm

· #181367
@איש אשכולות
איך וויל דיר עפעס פרעגן, איך מיין נישט דיר איל מיין דיין יצר הרע אזוי פלעגט מיין מלמד זאגן.. דיך האב איך זייער ליב.. יעצט איז אזוי, פארוואס איז עס Cool צו זיין א אנטי-ציוני? אדער אנטי - ציוניסטיש געשטומט? די ציוני וועם דו קוקסט אראפ איז דיין ברודער. ווען די גויים אין יוראפ וועלן/האבן הרגן יידן גייט איר ביידע אין דעם זעלבן לאגער און אין דעם זעלבן קראמיטעריום אויוון. איך בין נישט דער גרויסער ציוני, איך זאג נישט הלל ביום עצמאות, איך טאנץ נישט ביום ירושלים, איך האב פיינט די חילונים, אבל אנטי - ציוני מה זו עושה? וואס איז די נושא אזוי צענטראל אין דיינע אויגן?

הוגה » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:58 pm

· #181373

IMG_3447685500241.jpeg

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:01 pm

· #181376
היימישער ליטוואק
@איש אשכולות
איך וויל דיר עפעס פרעגן, איך מיין נישט דיר איל מיין דיין יצר הרע אזוי פלעגט מיין מלמד זאגן.. דיך האב איך זייער ליב.. יעצט איז אזוי, פארוואס איז עס Cool צו זיין א אנטי-ציוני? אדער אנטי - ציוניסטיש געשטומט? די ציוני וועם דו קוקסט אראפ איז דיין ברודער. ווען די גויים אין יוראפ וועלן/האבן הרגן יידן גייט איר ביידע אין דעם זעלבן לאגער און אין דעם זעלבן קראמיטעריום אויוון. איך בין נישט דער גרויסער ציוני, איך זאג נישט הלל ביום עצמאות, איך טאנץ נישט ביום ירושלים, איך האב פיינט די חילונים, אבל אנטי - ציוני מה זו עושה? וואס איז די נושא אזוי צענטראל אין דיינע אויגן?

ווייל דער ציוני מאכט די גרעסטע התגרות באומות, ווייל דער ציוני הרג׳ט מיינע פרומע ברידער אין ארץ ישראל (עין ערך זעקס טעג מלחמה), ווייל דער ציוני ברענגט אלע צרות משונות אויף דער וועלט, ווייל דער ציוני האט פיינט דעם אייבירשטען. די איינציגסטע זאך מיט וואס א ציוני איז בעסער ווי א גוי איז אז ער קען תשובה טון. רא״מ זצ״ל האט אמאל געזאגט אז איינער וואס היט נישט די חוקי התורה איז נישט א מצוה אים ליב צו האבן, ער איז נישט דיין ברודער. די איינציגסטער זאך וואס איך האב מיט היימישער ליטוואק איז אז מיר היטן די זעלבע תורה. אז דו ווילסט קען איך דיר ציטירן די גאנצע שמיעס פון רבי אביגדור ווי ער איז דאס מסביר בטוב דעם ודעת. יעצט אז איך האב דיר דאס גע׳ענטפערט, ערווארט איך א תשובה פון מיינע ידידים. מאמענטאל האט דיין קאנטאר פראגע מיט מיינע פראזען אויסגעזען ווי איינער וואס זאגט איך בין באמאכט.

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:03 pm

· #181377
געפילטע פיש
אזוי האבן מיר מיינע רבי'ס אויסגעלערנט, און איך פרעג נישט קיין קושיות.

דו מיינסט געוויס צו זאגן די פרייע אינטערנעט.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:10 pm

· #181379
כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט.

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:19 pm

· #181383
א מורא'דיגן המצאה; אנשטאט זיך קוקן אין שפיגל און זעהן ווי מ'קען רעדעצירן די אייגענע התגרות באומות און חילול השם, שטייט מען און מ'מוסר'ט תנוקות שנשבו וואס זענען אדער יא אדער נישט עובר אויף חילול השם און התגרות.
ס'איז איום ונורא וואס מען האט געמאכט פון ענק. די חרדים זענען אסאך מער באשמוצט, פארהאסט און פארפיינטעט אין די אלגעמיינע וועלט ווי די ציונים. אין יום אשר אין קללתו מרובה מחברו; יעדן צווייטען טאג מאכט א צווייטער "ערליכע" איד זיכער מחלל שם שמים צו זיין מסוף העולם ועד סופו, אבער ניין, די 'מדינה' איז דער פראבלעם. פארוואס נישט.
אפשר הערט עטס אויף אויפרייניגען יענעמס שמוץ, און פאנגטס אן רייניגען ענקער אייגענע מיסט? האו אבאוט?

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:37 pm

· #181386
דאס מוז איך מודה זיין אז כסדר רעדן קעגן ציונית איז א איבעלדיגע פיל, אלעס האט א שיעור. צום ביישפיל סאטמאר, יעדן מאורע, סעודה, חתונה, מסיבה אדער דרשה האקט מען אויף ציונית. עס איז איבעלדיג. אבער ווען מען דערמאנט יא די ענין ציניות למשל אין די אשכול, פארוואס זיך אזוי אננעמען פאר זיי? פארוואס? ווילסט זאגן תינוקת שנישבו, קען זיין, און מען רעדט טאקע נישט פון די קיבוצען, אדער פרייע יוניווערסיטעטן, מען רעדט פון די גרינדער, די ראשי הממשלה. און דא האט מען גערעדט נאר פון די הויפטן, וואס זענען יודעים את רבונם ומתכונים למרוד בו. דאס אלעס.

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:39 pm

· #181389
איש אשכולות
דאס מוז איך מודה זיין אז כסדר רעדן קעגן ציונית איז א איבעלדיגע פיל, אלעס האט א שיעור. צום ביישפיל סאטמאר, יעדן מאורע, סעודה, חתונה, מסיבה אדער דרשה האקט מען אויף ציונית. עס איז איבעלדיג. אבער ווען מען דערמאנט יא די ענין ציניות למשל אין די אשכול, פארוואס זיך אזוי אננעמען פאר זיי? פארוואס? ווילסט זאגן תינוקת שנישבו, קען זיין, און מען רעדט טאקע נישט פון די קיבוצען, אדער פרייע יוניווערסיטעטן, מען רעדט פון די גרינדער, די ראשי הממשלה. און דא האט מען גערעדט נאר פון די הויפטן, וואס זענען יודעים את רבונם ומתכונים למרוד בו. דאס אלעס.

agree 👍 :

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:41 pm

· #181391
@איש אשכולות. דע שאלה איז נישט אזוי ווייט אויף אלע וואס האלטן טאקע אזוי ווי אויף יענע וואס טאנצן נאך דעם שדים טאנץ. ער פיגערט אויס ווי דער ווינט בלוזט ווייל ער וויל זיך געפינען אין א גרופ פון קאאאאאלע חברה... און טאנצט אזוי מיט איך וויל נישט דערמאנען זיין ניק ווייל לעצטענס איז ער געפערליך באבלוזען.

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:46 pm

· #181393
מיר זענען - פור בעטטער אור ווארס - איין פאלק
איש אשכולות

ווייל דער ציוני מאכט די גרעסטע התגרות באומות, ווייל דער ציוני הרג׳ט מיינע פרומע ברידער אין ארץ ישראל (עין ערך זעקס טעג מלחמה), ווייל דער ציוני ברענגט אלע צרות משונות אויף דער וועלט, ווייל דער ציוני האט פיינט דעם אייבירשטען. די איינציגסטע זאך מיט וואס א ציוני איז בעסער ווי א גוי איז אז ער קען תשובה טון. רא״מ זצ״ל האט אמאל געזאגט אז איינער וואס היט נישט די חוקי התורה איז נישט א מצוה אים ליב צו האבן, ער איז נישט דיין ברודער. די איינציגסטער זאך וואס איך האב מיט היימישער ליטוואק איז אז מיר היטן די זעלבע תורה. אז דו ווילסט קען איך דיר ציטירן די גאנצע שמיעס פון רבי אביגדור ווי ער איז דאס מסביר בטוב דעם ודעת. יעצט אז איך האב דיר דאס גע׳ענטפערט, ערווארט איך א תשובה פון מיינע ידידים. מאמענטאל האט דיין קאנטאר פראגע מיט מיינע פראזען אויסגעזען ווי איינער וואס זאגט איך בין באמאכט.

דער ציוני הרג'ט פרומע יידן, עיין ערך זעקס טאג מלחמה. אר יו נורמעל?? די ציונים האבן זיך גהרג'ט אז מיר - כלל ישראל - זאל האבן איין פלאץ אויף דער וועלט וואו זיי גייען נישט גרודפט ווערן צוליב זייער יידישקייט, בשעת די פרומע זענן גזעסן און גזאגט תהלים (איך מאך דאס נישט אוועק!) זאגט דו אז זיי האבן גהרגט יידן??
דער ציוני איז מיין/דיין/אונזער ברודער פור בעטטער אור ווארס. ווען אין שמים איז מען דן צו רובו חייב אודער זכאי רעכנט מען אריין די ציונים און מזרחיים. עס גפעלט דיר נישט? עס איז פחד'יג? דאן זע צו אינפלוענסן די פרייע זאלן היטן שבת אביסל מער, זאלן זיין מער מאמינים בה' און אזוי ווייטער.
דאס איז דיין פאלק.
יא רוב פאלק איז נישט ווי עס דארף צו זיין.
אבער מיט דיין זיך שלאגן מיט אים פארדינסטו נישט. אדרבה.

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:34 pm

· #181412
איך וועל זיך בל״נ דא אפשטעלן, ווייל די אשכול הייבט אן צו ווערן א חרוסת, ״היימישער ליטוואק אמר קהלת״, אזוי וואלט שלמה המלך אנגעהויבן קהלת בימים הזה בימי קאווע שטיבל. חרוסת האבן מיר שוין אויסגעשמיעסט יעצט גייען מיר גיין צו ׳זרוע׳. עמיצער האט זיך אמאל געאייסערט: די ציונים האבן נישט עובר געווען על שלש שבועות, זיי האבן פשוט באקומען די מדינה אלס מתנה פון ענגלאנד, זיי האבן עס נישט איינגענומען.. אזוי זעט אויס די פראזע אז זיי האבן פשוט ״אינזינען״ געהאט אז די אשכנזים מיט די ספרדים זאלן האבן א מקום מנוחה. מיט די זעלבע ״אינזינען״ (ליין: אראפ פון זינען) ווי זיי האבן געהאט מיט די עצם המדינה, זיי האבן פשוט געראטעוועט טויזענטער אידן פון דייטשלאנד.. פאר מער אינפארמאציע איבער די ששת ימי אפילה, נעם אפיר די ספר על הגאולה פון סאטמאר רב, און זיי דארט מלבן אליבא דהילכתא צו זיי האבן ״געוואלט״ ראטעווען, אדער האבן זיי געראטעוועט אזוי ווי אין דייטשלאנד. איך האב די ספר נישט געלערנט, אבער בעפאר דו שענקסט ״קהלת״ (הנ״ל) שטודיר דורך די נושא וואס א אדם גדול האט מלבן געווען און פארשוויצט שעות עומד צו זיין איבער די גרויליגע געוואלדטאטן וואס רשעי ישראל האבן געטון צו ״זייערע ברידער״. איין מינוט, איך רעדט נאך? אה!. איך האב געמיינט איך בין שוין פערטיג.. להתראות ביי אנדערע נושא.

איך האף איך וועל נישט דארפן אויסשמיעסן די איבריגע סימני הקערה..

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:02 pm

· #181419
פון דעם האב איך אבער נישט גערעדט. קיען ביים באגעגעניש מיט קיען.
📎 image.jpg

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:38 pm

· #181431
איש אשכולות,
ביטע ערקלער וואו די ציונים האבן גהרג'ט פרומע יידן ביי די 6 טאגיקע מלחמה.

צו זיי האבן גפירט קריג ריכטיג? . זענן זיי גווען אגרעסיוו? וואלטן זיי גדארפט הארכן דעם סטמאר רבי אדער דעם חבד'סקער רבי? האבן זיי גוואוסט זייערע כחות פון פריער אדער האבן זיי ג'געמבלט? איז דאס גווען נסים צו ראטווען יידן, פרומע יידן, אדער פשוט גבורה און שטארקע ארמיי, צו גאר פון דעם שטן אליינס? אויף דעם אלעם יש לדון.
אבער ווער זאגט אדער טענה'ט אז ציונים האבן גפלאנט אדער בפועל גהרג'ט פרומע יידן ביי די 6 טאגיקע מלחמה? מעודי לא שמעתי שטות כזה

diff » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:40 pm

· #181432
Did you learn rabbi beks sefarim b4 you make fun of him

יתרו » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:43 pm

· #181435
יא

diff » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:51 pm

· #181439
Why is it different from
על הגאולה

יתרו » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:54 pm

· #181441
ס'מער עקסטרעם, אלעס איז שווארץ אדער ווייס, בבחינת אם אין דעת הבדלה מנין.

יתרו » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:56 pm

· #181444
גראדע בין איך א שטארקע חסיד פון ר' משה בער ער איז אן אפגעהיטענע איד א תלמיד חכם און א געוואלדיגער ירא שמים דערצו טוט ער גאר אסאך חסד. אבער ווען עס קומט צו די נושא פון ציונות איז רחמנא יצילנו.

diff » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:00 pm

· #181447
גראדע בין איך א שטארקע חסיד פון על הגאולה ער איז געווען אן אפגעהיטענע איד א תלמיד חכם און א געוואלדיגער ירא שמים דערצו טוט ער גאר אסאך חסד. אבער ווען עס קומט צו די נושא פון ציונות איז רחמנא יצילנו

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:02 pm

· #181448
what's the diff?

גנדי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:05 pm

· #181451
ווען עס וואלט געווען סאטמאר בימי חז״ל. וואלט מען נאך ביז היינט געהאקט אויף די צדוקים..

איש אשכולות » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:12 pm

· #181452
גנדי
ווען עס וואלט געווען סאטמאר בימי חז״ל. וואלט מען נאך ביז היינט געהאקט אויף די צדוקים..

ווען עס וואלט געווען ק״ש בימי ערב רב, וואלט מען נאך ביז היינט גערעדט בשבחם..

diff » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:12 pm

· #181453
It all depends how much money would remain by the askanim from it
בלאט: 1 2 3 4