איך אויך: דאס אז זיין טאטע און די קהילה האבן איהם פאריאגט און מדחה געווען בשתי ידיים. זיין טאטע האט פרובירט פארשידענע מעטאדן און טעראפיסטן. ער האט איהם געגעבן א סאך ברירות און פלעקסיביליטי. זיכער קען ער נישט האבן א יוצא ונכנס ביי זיך אין שטוב וואס איז מחלל שבת און עסט טריפות. און גייט אריין אין שול אן א קאפל.. דער טאטע זינקט דאך נעבעך איין פאר בושות...! איך בין זיכער אז זיין טאטע האט אין זיין (נעבעכדיגן) מצב איהם געלאזט האבן א ראדיא. מסתמא האט ער עס געלאזט לויפן אום שבת.
דאס איז די פארקערטע ווי די קלאסישע מעשה'לע וואס איך האב מיך דערמאנט. א ישיבה בחור איז ל"ע פארדארבן געווארן און געטון אלעס וואס א שייגעץ טוט. ווען מ'איז געקומען זאגן פאר'ן ראש ישיבה אז איינער פון זיינע בעסטע תלמידים, דער בחור דער מצוין איז משוגע געווארן. ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס...! האט דער ר"מ געענטפערט. ניין. ער איז נישט משוגע. ער איז א שייגעץ...! ווען ער עסט שיקסעס און טאנצט מיט חזירים וואלט איך געזאגט אז ער איז משוגע. אבער אז ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס איז ער א שייגעץ...!
אבער דער חתן דנן איז אויסער וואס ער איז א שייגעץ איז ער לא עלינו א ביסל (א ביסל מער ווי א ביסל) צודרייט. דאס גליק האט איהם געטראפן. ער איז א וועיטער אין עפעס א טריפה'נעם רעסטאראנט אדער קלאב. און ער מאכט מינימום וועידזש...!