☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א איד פארלוירען אין מאנסי!!

א איד פארלוירען אין מאנסי!!

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6123

סאשי פיש » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:36 pm

· #191294
א איד פארלוירען אין מאנסי!!
א איד מיטען נאמען פרץ שאנטעג פעלט שוין זייט פרייטאג, פון די מאנסי - עירמאנט געגענט.
זייט מתפלל פאר פרץ יהודה בן מירל,
מען האט ארויסגעלייגט א באלוינונג פון 20 טויזענט דאלער פאר אינפארמאציע וואס וועט אים העלפען טרעפען.
image.jpg
image.jpg
מאנרא פאבליק סעפטי העלפט מיט די זוכעריי
image.jpg
בארא פארק שומרים אויפען סצענע
image.jpg

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:27 pm

· #191301

סאשי פיש » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:07 pm

· #191316
מען האט יעצט ביי די פרעסע קאנפרענץ געהעכערט די באלוינונג פאר אינפראמאציע צו דרייסיג טויזענט דאלער.
image.jpg

סאשי פיש » מיטוואך מערץ 19, 2014 11:36 pm

· #191443
בילדער פון די זוכעריי,
מען זוכט מיט אן ערעפלאן!!
image.jpg image.jpg

סאשי פיש » מיטוואך מערץ 19, 2014 11:39 pm

· #191446
@אנאנים
זייט מתפלל פאר פרץ יהודה בן מירל,


נאך בילדער,
מערק אן ווי מען זוכט אום פורים, זעט ווי אזוי מען גייט אנגעטון
image.jpg image.jpg image.jpg image.jpg

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:44 am

· #191494
[ציטאט אראפגענומען]

פרץ יהודה בן מירל, קרעדיט @סאשי פיש אינעם ערשטן תגובה

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:40 am

· #191504
איך בין מסכים צו זאגן תהלים, אבער מיט איין תנאי, אז ווען מ'טרעפט אים זאל מען פארציילען די גאנצע מעשה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:42 am

· #191505
אזוי סעלפיש צו זיין?...

סאשי פיש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:20 pm

· #191514
איינער ווייסט ווי ער איז?
image.jpg

טעפל » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:48 pm

· #191520
ס'איז דא עפעס א בעקראונד אין די מעשה?

sefish » פרייטאג מערץ 21, 2014 12:17 am

· #191737
די ווייב זאגט "קאם בעק עווירינטינג וויל בי אקעי" .... עפעס ליגט דא אונטער די ווערטער

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 21, 2014 12:22 am

· #191738
sefish
די ווייב זאגט "קאם בעק עווירינטינג וויל בי אקעי" .... עפעס ליגט דא אונטער די ווערטער


ס'איז זיין שוועסטער. די סיבה פארוואס זי זאגט עס איז וועגן ער ליידט, ווי באשריבן איבעראל, פון שווערע דיפרעשען ה"י.

דער שכן » פרייטאג מערץ 21, 2014 12:27 am

· #191739
טעפל
ס'איז דא עפעס א בעקראונד אין די מעשה?


יורד ל״ע..

פליקער » פרייטאג מערץ 21, 2014 8:28 am

· #191750
עס זעיט מיר אויס אז ער האט זיך אנגעליטן פון איר, אזוי ווי פון אירע ווערטער שרייט ארויס, ממילא האט ער גענימען דעים אוטא און ויסעו, איך גלייך נישט אז דעפרעסיע פירט איינעם אוועקציפארן, עס פירט איינעם זיך אוועקצישיקן צים אייביגען רי דורך שטריק אדער ביקס, חוץ אויב ער איז אריבער א הויכן בארג ווי דער בעל שם טוב, און איז ערגעץ אין א אפגרינד

יעדער לאזט איבער עפעס פינגער אפדריקן דורך איזי פעס, א קרעדיט קארד אקאנט, סוף כל סוף ברויך דאך א מאן לעיבן פראבירט מען צי לייזן אפאר דאלער,

דאמירן בעלמה

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 21, 2014 11:14 am

· #191790
די אייבישטער זאלל העלפן אז די אלע תפילות און מעשים טובים זאללן נתקבל ווערן און ער זאלל אפירקומען באיזה אופן ומצב שהוא. האפנטליך געזונטערהייט. דעיס הייסט אן אמת'ע עגונה און די קינדער זענען נעבעך לעבעדיגע יתומים. ממש אזוי ווי אין די מעשיות פון בעש"ט הק' און זיינע תלמידים, די צדיקי אמת וועלכע האבן מיט זייער רוח הקודש אפירגעזוכט א פארשוואונדענעם מאן. 😃 🙂 😕 😉 😮

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 21, 2014 12:38 pm

· #191798
זיבן קינדער.

א הויז.

אזא טייערע קאר.

ווער קען זיי אויסהאלטן? די פינאנציעלע לאסט אויף א היינטיגע טאטע איז אין לשער ואין לתאר. ווען אונז האבן ווען אזעלכע שוואכע נערוון ווי איהם וואלטן אונז אלע אנטלאפן.

ווי אהין? שאלה זו נשאלה לצדיקים וכו' למלאכי השרת וכו' לשכינה הקדושה וכו'

היימישער ליטוואק » פרייטאג מערץ 21, 2014 2:54 pm

· #191812
בעש"ט מיט עגונה'ס???!!@#@. בערל, וואט אר יו טאלקינג עבאוט??

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 21, 2014 3:37 pm

· #191820
היימישער ליטוואק
בעש"ט מיט עגונה'ס???!!@#@. בערל, וואט אר יו טאלקינג עבאוט??

ווי ס'זעט אויס האט מען ביי אייך אין די ליטא ניט גורס געווען קיין מופתים און רוה"ק. נאר ס'געווען אמאל (בערך מיט 250 יאר צוריק) א איד, ר' ישראל לייזערסון ע"ה וועלכער איז אויפגעוואקסן ביי עלטערן וועלכע זיינען שוין גיווען אלטע מענטשן ווען ר'איז געבוירן. און ער האט פארברענגט א סאך צייט בהתבודדות מיט דער נאטור. ווען ער איז אויפגעוואקסן האט ער באקומען א טיפערע פארשטענדעניש איבער אלע ברואים און געוויקסן אויף דער וועלט. ער האט אויך געהאט א שטארק ברענעדיגע אהבת ישראל. אין זיינע דערוואקסענע יארן האט ער איינגעזען אז די ליטוואקעס/מתנגדים האלטן זיך פאר אן עליטע און זיי קוקן אראפ מיט בזיון און השפלה אויף די פשוטי עם, וועלכע האבן ליידער נישט זוכה געווען צו לערנען תורה. ס'איז געווען א גרויסע סכנה אז א גרויסער טייל פונ'ם אידישן פאלק זאל ח"ו אוועקפאלן צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות. האט ער געגרינדעט א באוועגונג וועלכע ער האט גערופן "חסידות". איינזעענדיג אז ביי הקב"ה איז פונקט אזוי חשוב א פשוט'ע תפילה פון אן ערליכן איד ווי די סוגיות פון "נגעים ואהלות" פון די עליטע. ער האט מקרב גיווען די ערליכע פשוט'ע אידן און געמאכט סעודות פאר זיי און געזינגען הארציגע ניגונים און מחזק גיווען. ער האט טאקע געליטן שטארקע רדיפות פון די ליטוואקעס/מתנגדים. זיי האבן איהם זאגאר געלייגט אין חרם. נאר ער האט זיך נישט דערשראקן. אדרבה. כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ. ס'האבן זיך פארמערט זיינע תלמידים וועלכע האבן געגרינדעט צווייגן פון חסידות אין אלע שטעט פון פאדאליע, פוילן און רוסלאנד. זיינע (ר' ישראל'ס) תלמידים זענען צוגעקומען צו גאר גרויסע מדריגות. בעיקר צוליב זייער אהבת ישראל. און זיי האבן באוויזן "מופתים" מיט רוח הקודש. פיל מאל, ווען ס'האט זיך געטראפן א פאל ווי א מאן איז פארשוואונדן געווארן אן קיין שפור, און איבערגעלאזט די ווייב און די קינדער ווי אויפ'ן וואסער. האבן די צדיקים, תלמידי הבעש"ט הק' געגעיבן עצות און פאראויסגעזאגט אוואו מ'קען אפגעפונען דעם פארשוואונדענעם מאן. נאר אלס ליטוואק, מוזט איר נישט גלייבן.... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😮

סאשי פיש » פרייטאג מערץ 21, 2014 5:11 pm

· #191839
מען זוכט!
image.jpg

שעפטל » זונטאג מערץ 23, 2014 4:16 pm

· #192029
געטראפן!!! אבער ברוך דיין האמת!

ברסלבער » זונטאג מערץ 23, 2014 4:20 pm

· #192032
ברוך דיין האמת.
עפעס מער דיטעילס?

מ גפני » זונטאג מערץ 23, 2014 4:21 pm

· #192033
שעפטל
געטראפן!!! אבער ברוך דיין האמת!

מ'האט אים געטראפן אין די קאר אין הערימאן סטעיט פארק, די קאר איז אראפגעפאלן אין א טיפע קליפ

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 4:34 pm

· #192037
רחמנא יצילנו.
אזא חודש אדר געדענק איך נישט.
ברוך דיין האמת ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

ווער האט אים געטראפן?

רחב רחב » זונטאג מערץ 23, 2014 6:28 pm

· #192099
פון דער Lakewood scoop
TRAGEDY: Peretz Sontag Z”L, Missing Father of 7 Found Dead
We regret to inform you of the Petirah of Peretz Sontag Z”L, the missing father of 7 who was found dead a short time ago. The Monsey man, who was the subject of an intense search by hundreds of volunteers from New York and New Jersey, was reportedly found dead inside his vehicle in Harriman State Park – the last known location of him.
Mr. Sontag Z”L, 50, was reported missing about 10 days ago.

Sources tell TLS that Mr. Sontag Z”L was found by a hiker in an area of the park which was off-limits by park officials.

Baruch Dayan He’emes.

לאליפאפ » זונטאג מערץ 23, 2014 7:59 pm

· #192136
מ גפני
שעפטל
געטראפן!!! אבער ברוך דיין האמת!

מ'האט אים געטראפן אין די קאר אין הערימאן סטעיט פארק, די קאר איז אראפגעפאלן אין א טיפע קליפ

ביבער » זונטאג מערץ 23, 2014 10:04 pm

· #192203
לויט באריכטן האט חברים 2 מאל געוואלט זוכן דעם פלאץ פאריגע וואך און זענען געשטערט געווארן פון די פארק פאליס, עטליכע מעמבערס האבן באקומען טיקעטס.
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2014/03/23/outrage-park-police-ticketed-volunteers-attempted-search-area-sontag-found/">http://jpupdates.com/2014/03/23/outrage ... tag-found/</a>

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:31 am

· #192238

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:31 am

· #192239

עפל סיידער » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:50 pm

· #192497
מען באגלייט די נפטר📎 לוית.jpg

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:26 pm

· #192520
יוסי געשטעטנער האט נישט גענוג שכל נישט צו שפילן קענדי קראש אינמיטן א פרעס קאנפערענץ??

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:32 pm

· #192524
לאליפאפ
יוסי געשטעטנער האט נישט גענוג שכל נישט צו שפילן קענדי קראש אינמיטן א פרעס קאנפערענץ??

אוואו האסטו עהם געזעין. פליס ברענג א פיקטשער (וויאזוי ער שפילט.( 🙄 😂 😠 😛 😳 😳 😳 😮

רחב רחב » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:26 am

· #192796
רעפארט פון די לויה אויף ניוס 12.
<a class="postlink" href="http://youtu.be/v7jOw5iwYxo">http://youtu.be/v7jOw5iwYxo</a>

טעפל » מיטוואך מערץ 26, 2014 10:24 am

· #192838
berlbalaguleh
לאליפאפ
יוסי געשטעטנער האט נישט גענוג שכל נישט צו שפילן קענדי קראש אינמיטן א פרעס קאנפערענץ??

אוואו האסטו עהם געזעין. פליס ברענג א פיקטשער (וויאזוי ער שפילט.( 🙄 😂 😠 😛 😳 😳 😳 😮

אפשר איז עס געוועהן זיי פייסבוק אקאונט 😂 🙄 😠 😈 😈 😢

לאליפאפ » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 7:07 am

· #192994
berlbalaguleh
לאליפאפ
יוסי געשטעטנער האט נישט גענוג שכל נישט צו שפילן קענדי קראש אינמיטן א פרעס קאנפערענץ??

אוואו האסטו עהם געזעין. פליס ברענג א פיקטשער (וויאזוי ער שפילט.( 🙄 😂 😠 😛 😳 😳 😳 😮

קוק אויף די ווידיא פון קריסטאפער סט. לורענס'נס פרעסע קאנפערענץ 😛 ➡️ 😐 🙄 ❗ ❓