טאטע לעבן, איך וויל דיך פיר... טאטע, ווי ביסטו? (דער סדר נאכט ביי משפחת בערדיטשעווסקי).
אהר׳לע, מיין אהר׳לע! (משפחת בערדיטשעווסקי אין פרייליכערע מאמענטן).
ילמדינו רבינו. א לינק, אן אוידיאו, א ווידיאו? כ'בין אן עם הארץ. כ'ווייסנישט ווער משפחת בערדיטשעווסקי,איז . כ'שעים מיך. אבער ס'איז א גרעסערע בושה צו בלייבן אן עם הארץ.
ביטע נישט רעדן אין קיין רמזים איר זעהט אז אפילו א בעל עגלה וויל נישט בלייבן קיין עם הארץ ע״כ אז איר האט עפעס במחשבה אדער ברענגט גאס ארויס אינגאנצן אדער לאזט עס דארט
נישטא וואס צו רעדן, איך ליין שוין בוכלעך פאר דעקעדס, און אזא הארץ פילענדיגע ביכעל ווי 'אתהלך' פון הרב אהרן מרגליות האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געליינט!!
בעיקר איין פוינט וואס וועל איך פיקען : ער דערציילט וויאזוי ס'איז אריבער דריי/פיר יאר פון זיין לעבן אין אן אינוואליד אנשטאלט, ער שילדערט פונקטליך וואספארא פראבלעמען ער האט אלץ געהאט (עס לוינט זיך צו ליינען). מיט פופציג יאר שפעטער - שוין שטייענדיג אויף זיינע צוויי פיס - איז ער געגאנגען באזוכען די אנשטאלט, ווען ער איז אנגעקומען דארט האט דער אויפזעער נישט געוואלט גלייבן אז ער איז דארט געווען, ער האט גע'טענה'ט אז נאר שטערבליך קראנקע זענען דארט געווען. הקיצור דערציילט ער, אז ער איז געווען אויפגעשוידערט צו זען אז מענטשען וואס זענען אריינגעפירט געווארן מיט אים אין דעם אנשטאלט זענען נאך דארט געווען!
ליינט וואס ער אליין שרייבט מיט זיין געשליפענעם פעדער: אבער דאס אומגלויבליכע האט זיך באוויזן פאר מיינע אויגן, איך בין געווען שאקירט, ווען כ'האב אנטדעקט צו מיין שרעק אז אויף דעם ארט געפונען זיך ז ע ק ס מענטשען פון מיין תקופה! זעקס מענטשליכע באשעפענישן, ווי איך און אייך, וואס ווערן געהאלטען אויף דעם שרעקליכן ארט נאנט צו זעכציג יאר. איך קען נישט שילדערן די ערשיטערונג וואס האט מיך ארומגענומען, דעם שאק וואס האט מיך אינגאנצען באהערשט. זעכציג יאר?! דא?! אינ׳ם אנשטאלט פאר שווערע אינוואלידן אין סאן-סימון?! ד - א ?! - - -
גלייבטס מיר, די פאראגראף האט מיר צוגענומען אפאר שעה שלאף!
לעקוואד איך טראכט אז די ביזט א מיסת ומדיח ער האלט דאך אין איין רעדן פון יאשקע וואס איז דאס?
נו אוודאי, איך בין אינטערגעשטעלט פון די וואטיקאן אריינצוכאפען אידישע נשמות פון קאווע שטיבל צו שמד.
דאס איז בשילוב מיט מיין געהיימע ארבעט פאר די לגבט"ק געמיינדע אריינצכאפען טייערע נשמות אין זייער נעץ.
איין זאך איז זיכער. א חוץ דיין פריערדידגע אויסגערעכנטע ארבעט ביסטו אויך אן אונטערגעשטעלטער, געהיימער אגענט פון די נטורי קרתא וועלכע ארבעטן פאר בנימן נתניהו, וועלכער איז א געהיימער אגענט פון אכמאדינידזשאד, וועלכער איז א געהיימער אגענט פון מוסד. עטץ האט אנגעמאכט גרויסע חורבנות אין מצרים דורך אראפווארפן דעם דעמאקראטיש ערוועלטן פרעזידענט מורסי. הרב ישראל מ. סופר האט שוין געשריבן (און אויב נישט, וועט ער שרייבן) אז די ציונים זענען שולדיג אין אלע צרות אין מיטל מזרח. זיי מאכן אן א שרעקליכן התגרות באומות מיט אריינמישן זיך אין די פאליטיק פון א מלכות של חסד ווי עגיפטן.
מענטשען רעדן וועגן XP און וויסטא, דו ביסט נאך אויף איינע פון די אפעראציע סיסטעמן? אפדעיטן די קראום בראוזער קען קיינמאל נישט שאדטן. גיי צו די אפציעס אויבן אויפן רעכטע זייט, וועל אויס About Google Chrome, און ס'וועט דיר זאגן אויב דו ביסט אפ טו דעיט (נישט מיט די לעצטיגע פאריזע מאדע'ס חלילה, נאר די בראוזער). אדער קאפי פעיסט דעם לינק אין די אדרעס באר.