☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא

נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא

276 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3438
בלאט: 1 2 3 4 5 6

יידל » פרייטאג מאי 24, 2013 12:24 pm

· #117635
אנאנים, דא איז מען נישט מכבד מענטשן נאר געדאנקן. א גאסט פון איין טאג איז פונקט אזוי חשוב ווי אן אלט געזעסענר. בן תמליון האט געשריבן על אשה כשרה בבארא פארק אז זי איז פריי. ער האט צוריקגעזצויגן און באשולדיגט די באבע. נאט נייס, no matter how you spin it.אבער דיין פוינט לגבי סעם קעטץ'ס אומשטענדן איז ריכטיג.

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג מאי 24, 2013 12:30 pm

· #117641
פון אלע מענטשען איז פונקט שלום דין דער וואס האלט אז עס איז אן עוולה צו "באשמוצען" א מענטש אז זי איז נישט פרום. סטרענידזש.

בן תמליון » פרייטאג מאי 24, 2013 12:42 pm

· #117647
יידל נישט עולה על רוחי געווען צו ווארפן באשולדיגונגען איך האב בלויז פרובירט צו מאכן קןפערניקעס' נקודה אז דער פאל איז א יוצא מן הכלל לויט די שמועות וואס איך האב פארשטאנען זענען די פאקטן און שוין. ואת והב בסופה מיר פארבלייבן אלע געטרייע חברים.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 1:11 pm

· #117657
איך האב הנאה אז דאס אננעמען זיך אויף ידידנו עוז בן תמליון איז געקומען פון אנדערע, איך האב געוואלט מגיב זיין, אבער ווען ס'זעה שלומ'ן טראסקע איך אריין אין א עולם אחר, ס'וועקט זיך פון פריש אויף דעם יצר פון איבערשפריגען דעם צוים, און כ'ווער איבערגענומען מיט א חולשה.
עכ"פ, שלום האט מגיב געווען אביסל ווילד, כאילו בן תמליון נעמט זיך אן פאר Kelly s מאן.

בעריש » פרייטאג מאי 24, 2013 1:50 pm

· #117672
בן תמליון
סעם קאטץ איס נישט קיין טיפיקעל אף דע דערעך. זיין מאמע איז פריי און זי שטיצט איהם און איז אונטער זיין הצלחה, ממילא קען מען איהם נישט נוצן אלץ דוגמה לדעתי.

אויב די זכרון דינט מיר איז עס פונקט קאפויער
דער טאטע זיינער איז דער וואס האט נישט קיין פראבלעם (אדער שטיצט עס גאר) מיט זיין איצטיגער מהלך החיים.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 2:01 pm

· #117678
צוריק צום נושא האשכול, footsteps צוזאמען מיט די UJA FEDERATION גייען אפהאלטן אן event איבער וויאזוי צו ענטפערען פאר די מידיע ווען שמוץ קומט ארויס אין פאבליק.
June 17
6:30 pm

סעם כ"ץ הנ"ל וועט זיין דער moderator

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 24, 2013 2:21 pm

· #117685
שמוץ קעגן וועם? די היימישע אדער די OTD?

יואליש » זונטאג מאי 26, 2013 2:02 am

· #117824
מ'זאגט נאך פון אלבערט איינשטין אז ער זאל האבן געזאגט דאס פאלגענדע:

If my theory of relativity is proven correct, Germany will claim me as a German and France will declare that I am a citizen of the world. Should my theory prove untrue, France will say that I am a German and Germany will declare that I am a Jew.

לענינינו, מ'קען וויסן וועם איימיצער איז באטראכט אלס א סוקסעס אפי' לויט די היימישע ספעציעלע ערווארטונגן ווען מ'הייבט אן צו לייקעען יענעם'ס קרידענטשיעלס אלס א טיפישע או. טי. די.

אויב אשר שמואל'ס פאטער איז צו פארדאנקן פאר זיין סוקסעס איז עס מסתם פאר זיין זשינס וואס ער האט אים אריינגעגעבן. אבער ווען סעם האט געברויכט לערנען פאר זיין GED, איז עס געווען 'פוטסטעפס' וואס האט אים באגלייט.

אויב איז אמת אז א פנים שוחקות פון א פאטער איז דאס גאנצע וואס פאדערט זיך צו מאכן איינעם פון א פאטענציעל דראג עדיקט צו א צעלעבריטער שקאהלער, פילייכט איז צייט צו איבערטראכטן די צוגאנג פון די אנדערע עלטערן וועלכע רירן זיך נישט אוועק פונעם שיטות שמאל דוחה.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג מאי 26, 2013 2:10 am

· #117826
יואליש, מאנכע עלטערן וואס רירן זיך נישט אוועק פונעם שיטת שמאל דוחה איז ביי זיי נישט קיין גרויסע חילוק פון א קינד א דראג עדיקט צו א קינד א צעלעברירטער שקאהלער, אדרבה א דראג עדיקט האט מער שאנסן צוריקצוקימען צום שויס און מהלך החיים פון זיינע עלטערן ווי א צעלעברירטער שקאהלער.

יואליש » זונטאג מאי 26, 2013 2:12 am

· #117827
סאו די טרערען איבער דעם דראג עדיקט זענען באמת טרערן פון פרייד.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג מאי 26, 2013 2:15 am

· #117830
אויך נישט, אז עס קען זיין ערגער מיינט נישט אז דאס איז גוט.

יואליש » זונטאג מאי 26, 2013 2:18 am

· #117831
כ'מיין דמעות של שמחה ע"ד "מזמור" לדוד בברחו מפני אבשלום בנו.

לעיקוואד » זונטאג מאי 26, 2013 11:03 am

· #117907
קאווע טרינקער
צוריק צום נושא האשכול, footsteps צוזאמען מיט די UJA FEDERATION גייען אפהאלטן אן event איבער וויאזוי צו ענטפערען פאר די מידיע ווען שמוץ קומט ארויס אין פאבליק.
June 17
6:30 pm

סעם כ"ץ הנ"ל וועט זיין דער moderator

לעיקוואד » זונטאג מאי 26, 2013 11:36 am

· #117924
איך זעה מזוכט דא אביסעל נעגאטיווע ליכט, איז דא האט איר:

לא אחות: סולקה מהלימודים עקב ספקות באמונה
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4384176,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4384176,00.html</a>

יואליש » זונטאג מאי 26, 2013 12:10 pm

· #117938
פון די רעקלאמע קוקט בכלל נישט אויס אז די פאנעל זאל האבן צוטוהן מיט אפענטפערן מידיא.

בן תמליון » זונטאג מאי 26, 2013 12:47 pm

· #117963
נישט קלאר יואליש מיין איך וואס זיי ווילן. עפעס משמע אז מען גייט פארמירן א "רעספאנס" א קאנטער מהלך צום ארטאדאקס דאמינאציע פון העדליינס אין די פרעסע. און איצט אז פוטסטעפס האט שוין א פולברייט סקאלער צו פאכען זעט אויס זיי האלטן די קארטן פון שפיל גייט זיך טוישן. עס איז נישט קלאר וויפיל זיצן די לימיטעד סיט זאל האט, אבער ווילאנג די ארטאדאקסן קענען אנפילן א סיטי פיעלד מיט א וואונק, קענען ראביי רעטשל מיט פוטסטעפס פארגעסן דערפון, מיר וועלן דאמינירן די העדליינס עד ביאת משיחנו.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 26, 2013 1:20 pm

· #117979
העדליינס האט לאו דוקא מיטן מספר פון מענטשען, מיר אידן זענען דאך די מעט מבין העמים, ניטאמאל א פראצענט פונעם וועלט פאפולאציע, און מיר פילן אן די העדליינס ארום די וועלט טאג טעגליך, ממילא קען א קומץ קטן פונעם קומץ קטן באווייזן די זעלבע קונץ.

מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 26, 2013 2:57 pm

· #118038
שוין כ'האב געוויסט ס'וועט קומען דעם טאג.
ראביי יששכר כ"ץ, מגדולי משפיע דורינו...
א וויליאמסבורגער, אן ערליכן טאטן מיט א טשולנט טאפ ממש פון די סמעטענע, געלערנט האט ער אין מאנדרא ביי מהר"א, גאנץ א גוט קעפל, ליב געהאט צו קוקן מפתחות פון תשובה ספרים, לערנען רמב"ם פרענקל, און גענומען די הוראה כנהוג באותו מקום ובאותו זמן .
נכבדות בו ידובר, מ'האט אים אנגעטראגן פאר יעדן וויליאמסבורגער נגיד'ל און למעשה איז ער געווארן אן איידעם ביי הרב קאפל שווארץ.
דער זיווג האט נישט עולה יפה געווען מאיזה סיבה שהוא ונתפרדה החבילה. א כהן איז ער געווען, קיין גרויסע אויסוואלן האט ער נישט געהאט, גענומען א מיידל ממרחקים, ענד דע רעסט איז היסטארי.

יידל » זונטאג מאי 26, 2013 3:25 pm

· #118054
אביסל פארדרייט די כראנאלאגיע, אבער ס'מאכט נישט אויס. אלענפאלס די מדובר איז דאך איבער זיין זון אשר שמואל, נישט אבער אים.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2013 8:47 pm

· #118192
יידל
אביסל פארדרייט די כראנאלאגיע, אבער ס'מאכט נישט אויס. אלענפאלס די מדובר איז דאך איבער זיין זון אשר שמואל, נישט אבער אים.

אבער די שאלה בלייבט נאכאלץ: פארוואס איז ער געווארן א נודע בגוים שטאטס א נודע ביהודה? 😳 ❓

berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2013 8:49 pm

· #118194
דרך אגב: האט ער עפעס א שייכות מיט זשיבוי? דער זשיבויער דיין/רב ז"ל האט אויך געהייסן ר' אשר שמואל כ"ץ.

יואליש » מאנטאג מאי 27, 2013 1:17 am

· #118299
וועלכע חלק פון יהודה וואלט עפרעשיעטעט וועלכע חלק פון מייקראביאלאגיע?

דרך אגב האב איך אמאל געהערט אז דער פאטער'ס זיווג שני האט א פי. עיטש. די. אויפן נודע ביהודה פון ישיבה אוניווערסיטי.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 1:34 am

· #118306
יואליש
אגב האב איך אמאל געהערט אז דער פאטער'ס זיווג שני האט א פי. עיטש. די. אויפן נודע ביהודה פון ישיבה אוניווערסיטי.

Professor Sharon Flatto

בן תמליון » דינסטאג מאי 28, 2013 11:20 am

· #118806
גוגלענדיק פראפעסארין שעראן פלאטא (כ"ץ?), קום איך אנטקעגן א גאר היציגער וויכוח צווישן איר און פראפעסאר אלען נאדלער וואס באציהט זיך צו די טעמע אין איר בוך איבער פראג און דער נודע ביהודא. ווי איך פארשטיי, און איך האב נישט דעם בוך, פרובירט פלאטא צו פארברענגען א מהלך אז דער נודע ביהודא איז געווען א מיסטישער און קבלה ליבהאבער נישט ווי פאפולער אנגענומען. נאדלער אטאקירט איר שטעלונג און טענה'ט אז דער נודע ביהודא איז דירעקט נישט געווען קיין מקובל. ספעציעל דינגען זיי זיך איבער א תשובה איבער אויפגראבן א נפל צו מאכן א ברית ווי דער נו"ב שרייבט "לדעת המקובלים שיש גלגול נשמות" וואס פון דעם דרינגט אויף פלאטא אז דער נודע ביהודא האט געטוהן אין קבלה, נאדלער זאגט אז פון דא זעט מען פארקערט, דער נודע ביהודא רעדט מיט ביטול אויף די קבלה.

רעספעקט פאר אן אשת חבר (און אפשר מיין בייעס) אין א זייט געלייגט, איז לדעתי נאדלער גערעכט, פון אלע נודע ביהודא'ס ספרים זעט מען נישט אז ער איז געווען אן עוסק בנסתרות נאר פארקערט. אויפן געדאנק קומט ארויף די תשובה איבערן לשם ייחוד ווי ער שרייבט "בדורנו הזה... עזבו את תורת ה'... ומתנשאים ברום לבבם כל אחד אומר אנכי הרואה ולי נפתחו שערי שמים ובעבורי העולם מתקיים צדיקים ילכו בם וחסידים יכשלו בם" וואס זאגט אביסל וואס ער האט געהאלטן פון די אלע מיסטישע מעשיות.

זעט דא דעם וויכוח. ווער עס האט צו זאגן זאל מוסף נופח זיין.

<a class="postlink" href="http://www.jewishreviewofbooks.com/publications/detail/exchange">http://www.jewishreviewofbooks.com/publ ... l/exchange</a>

דענקער » דינסטאג מאי 28, 2013 11:24 am

· #118807
אין פארווערטס איבער די שטייגנדע דאמינאציע פון די פונדאמענטאליסטן איבער די אלגעמיינע אידישע פאפולאציע.

<a class="postlink" href="http://m.forward.com/articles/177405/the-creeping-jewish-fundamentalism-in-our-midst/?p=all">http://m.forward.com/articles/177405/th ... dst/?p=all</a>

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 28, 2013 12:17 pm

· #118825
הודעה צו בן תמליון
איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".

בן תמליון » דינסטאג מאי 28, 2013 12:45 pm

· #118830
berlbalaguleh
איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".


קענסט דעם איד מיט די הירינג עידס? די וועג ווי ער פלעגט עס זאגן מיט זיין אונגארישן תקיפות. וואס מלמדים איז געווען אמאל.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 28, 2013 1:11 pm

· #118842
בן תמליון
berlbalaguleh
איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".


קענסט דעם איד מיט די הירינג עידס? די וועג ווי ער פלעגט עס זאגן מיט זיין אונגארישן תקיפות. וואס מלמדים איז געווען אמאל.

רעדנדיג פון אמאליגע מלמדים: איך האב געהאט א מלמד ר' איטשע גוטמאן ע"ה. ער האט געליטן אויף מאגן ברענונג. גלייך אין אנהייב אינדערפריה האט ער אויסגערופן אין קלאס. "ברענגטס מיר נאר אהער דעם פייערלעשער". יונגלעך זענען געלאפן צום פענסטער, וואו ס'איז געווען א באקסעלע בעיקינג סאדא. ער האט אריינגעלייגט אביסל אין א גלעזל וואסער און אויסגעטרונקען. דער "בוירפ" וואס האט זיך געהערט נאכדעים האט אויפגעציטערט דעם בילדינג. דאס האט זיך איבערגעחזר'ט כמעט א יעדן טאג.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 28, 2013 3:56 pm

· #118918
וואס איז דאס א "בוירפ"?

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 28, 2013 4:11 pm

· #118935
בן תמליון, כ'ווייס נישט צו ס'איז ממש א ראי' דאס וואס ער רעדט מיט ביטול, און ס'שווער אנצונעמען אז ער האט נישט געקענט א לימוד וואס יעדער בנשק" וואס וויל קען דאס לערנען, שוין נישט אויסגערעדט די אלע סעלעברעטיס למיניהם וואס לערנען היינט קבלה אנגעהויבן מיט מאדאנע און געענדיגט ביי בריטני ספיערס.
דער נודע ביהודה הייבט אן א תשובה אזער האט נישט קיין שום אנונג בחכמת הדקדוק, און נאכהער קומט א הערליכע תשובה אין דקדוק מיט קראנטע ראיות פון תנ"ך ממש צום שטוינען.

יואב » דינסטאג מאי 28, 2013 4:33 pm

· #118954
הדד בן בדד
וואס איז דאס א "בוירפ"?


טייטש #1: א מין פרוכט וועלעכע וואקסט אין מעסיג ווארימע לענדער.
טייטש #2: א קליינער אינסעקט וועלעכע טאנצט ארום צווישן דופן עקומות.
טייטש #3: צעהן האר צוזאמגעקלעבט וועלעכע שווימען אין מקווה.
טייטש #4: אפפאל פון א פייגל וועלעכע לאנדעט אויף די האד פון א קאר.
טייטש #5: עפעס דעמאניסטראטיש אריינגעקריצט אין א סיידוואלק. (למשל, כולנו לוואשינגטאן יום ג').
טייטש #6: אנגעקאטנטע טוילעט זיצן. (ס'טרעפט זיך אין בתי מדרשים).

הדד, דו מאכסטוך, אדער דו ווייסט באמת נישט ?
האט דיר דיין ווייב קיינמאל געהייסן קלאפן אויפן ריקן פונעם פיצל?
"אבער א גרעפעטס" ווי ר' שלום דים וואלט זיך אויסגעדריקט.

בן תמליון » דינסטאג מאי 28, 2013 4:36 pm

· #118957
מאראנצןזאפט
בן תמליון, כ'ווייס נישט צו ס'איז ממש א ראי' דאס וואס ער רעדט מיט ביטול, און ס'שווער אנצונעמען אז ער האט נישט געקענט א לימוד וואס יעדער בנשק" וואס וויל קען דאס לערנען, שוין נישט אויסגערעדט די אלע סעלעברעטיס למיניהם וואס לערנען היינט קבלה אנגעהויבן מיט מאדאנע און געענדיגט ביי בריטני ספיערס.
דער נודע ביהודה הייבט אן א תשובה אזער האט נישט קיין שום אנונג בחכמת הדקדוק, און נאכהער קומט א הערליכע תשובה אין דקדוק מיט קראנטע ראיות פון תנ"ך ממש צום שטוינען.


ווי איך פארשטיי וויל רבנית פלאטא אויפווייזן אין איר בוך אז דער נודע ביהודא האט געטוהן אין קבלה און איז געווען דערין. איך האב נישט געליינט איר בוך אבער עס איז לכאורה נישט אזוי. צו דער נו"ב וואס האט געקענט כל התורה האט בכלל געלערנט קבלה, מסתבר אז יא חאטש איך ווייס נישט. איינער וואס קען גוט זיינע ספרים וועט וויסן.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 28, 2013 4:41 pm

· #118959
עם כל הכבוד פאר אונזערע חברים דא,
וויאזוי איז שייך צו פסק'נען אויף א מיינונג איידער מ'הערט אויס דעם צד שכנגד?
לאמיר מאכן א נאכט-ארויס מיט איר, הערן ממקור ראשון, און נאכדעם צולייגען אונזערע 2 סענט

יידל » דינסטאג מאי 28, 2013 4:42 pm

· #118960
וואס פעלט אויס א נאכט-ארויס? מ'קען ליינען איר בוך. לענ"ד דראפט זי זיך אויף גראדע ווענט, אבער וואס ווייס איך?

chosen people » דינסטאג מאי 28, 2013 5:45 pm

· #119008
אינז האבן שוין א קאנדעדאט פאר די זיממער אין די קעטסקילס.
📎 IMG-20130528-WA0006.jpg

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 28, 2013 6:53 pm

· #119034
יואב
הדד בן בדד
וואס איז דאס א "בוירפ"?


טייטש #1: א מין פרוכט וועלעכע וואקסט אין מעסיג ווארימע לענדער.
טייטש #2: א קליינער אינסעקט וועלעכע טאנצט ארום צווישן דופן עקומות.
טייטש #3: צעהן האר צוזאמגעקלעבט וועלעכע שווימען אין מקווה.
טייטש #4: אפפאל פון א פייגל וועלעכע לאנדעט אויף די האד פון א קאר.
טייטש #5: עפעס דעמאניסטראטיש אריינגעקריצט אין א סיידוואלק. (למשל, כולנו לוואשינגטאן יום ג').
טייטש #6: אנגעקאטנטע טוילעט זיצן. (ס'טרעפט זיך אין בתי מדרשים).

הדד, דו מאכסטוך, אדער דו ווייסט באמת נישט ?
האט דיר דיין ווייב קיינמאל געהייסן קלאפן אויפן ריקן פונעם פיצל?
"אבער א גרעפעטס" ווי ר' שלום דים וואלט זיך אויסגעדריקט.


יואב, א געוואלדיגער שקויעך. טייטש דריי געפעלט מיר דאס בעסטע

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 28, 2013 8:42 pm

· #119083
הערה צו טשאוז'ן פיעפל
ביידע, סיי ירמי' סאלאמאן און דער "ראביי" אייזיק קאנטראוויץ גייען הוילן קאפ. זיי קענען אויפמאכן א רעפארם קאנגרעגעישן אין סאוט פאללסבורג.

הדד בן בדד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:37 am

· #119518
פאר דעם האט מען דאך גענומען דעם טשאפלעין, ער גלייבט נישט אין א ראביי מיט א קאפל...

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:46 am

· #119611
יידל
וואס פעלט אויס א נאכט-ארויס? מ'קען ליינען איר בוך. לענ"ד דראפט זי זיך אויף גראדע ווענט, אבער וואס ווייס איך?

יידל. תתחדש און מזל טוב לכבוד דיין נייעם אויסקוק. נאך א מזל דו האלסט דיין הוט אזוי וואויליונגעריש. כ'האב דיך שיער פארטוישט מיט "ונבנתה" 😂

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 3:56 pm

· #123690
טונא בעיגלס. די חסידים מיט די שטריימלעך אין אפגעשוירענע בערד. <a class="postlink" href="https://newyork.newsday.com/news/nation/chaya-fried-walks-crooked-path-between-ultra-orthodox-judaism-and-secular-life-1.5440663">https://newyork.newsday.com/news/nation ... -1.5440663</a>

איך אויך » מאנטאג יוני 10, 2013 4:21 pm

· #123706
פון עסן טונא (א געוויסע מאחורי'דיגע אקט) האב איך שוין געהערט אבער טונא בייגל איז מיר א חידוש.

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 4:30 pm

· #123714
הא. ס'איז שוין אפילו דא א מוחה אויפן טערמין "טונא בייגל". לדעתו דארף מען די מאדערנע חסידים אנרופן מיטן מער רעספעקטפולן טיטל: "מאדערנע חסידים". <a class="postlink" href="http://finkorswim.com/2013/06/10/lets-call-them-modern-chasidim/">http://finkorswim.com/2013/06/10/lets-c ... -chasidim/</a>

איך אויך » מאנטאג יוני 10, 2013 4:41 pm

· #123717
פון דא זעהט מען אז דער טערמין (מיט א אנדערע משמעות) גייט שוין צוריק לפחות ביז תשס"ט.

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 4:55 pm

· #123723
איך אויך
פון דא זעהט מען אז דער טערמין (מיט א אנדערע משמעות) גייט שוין צוריק לפחות ביז תשס"ט.

פארוואס מיט אן אנדערן משמעות? ער זאגט דאך די זעלבע זאך.

איך אויך » מאנטאג יוני 10, 2013 4:58 pm

· #123726
גערעכט איך האב געליינט צו שנעל און געפלויגן צו Beigel busting און Beigel watching.

דבילה » מאנטאג יוני 10, 2013 5:28 pm

· #123733
איך אויך
פון דא זעהט מען אז דער טערמין (מיט א אנדערע משמעות) גייט שוין צוריק לפחות ביז תשס"ט.


טונא בייגל אלץ א טערמין ווערט שוין אויסגעלופטערט דורך העשי פריעד מיט מער ווי א יאר פריער:
<a class="postlink" href="http://www.frumsatire.net/2008/09/22/what-on-earth-is-a-tuna-beigel/">http://www.frumsatire.net/2008/09/22/wh ... na-beigel/</a>

דבילה » מאנטאג יוני 10, 2013 5:33 pm

· #123735
יידל
טונא בעיגלס. די חסידים מיט די שטריימלעך אין אפגעשוירענע בערד. <a class="postlink" href="https://newyork.newsday.com/news/nation/chaya-fried-walks-crooked-path-between-ultra-orthodox-judaism-and-secular-life-1.5440663">https://newyork.newsday.com/news/nation ... -1.5440663</a>


'ך זע נישט וויאזוי דאס איז חרדים אונטער א נעגאטיווע ליכט. ס"ה ווערט ארויסגעברענגט וויאזוי די פרוי האט זיך דוקא נישט אפגעשאקלט עד כדי כך אז איר שוועסטער זעט זי ווי אן אינספיראציע. נאכמער, אין דעם ארטיקל ווערט היבש ארויסגעברענגט ווי אסאך חרדים האבן זיך געטראפן א מיטל-וועג, ענדערש ווי אפלאזן און אנטלויפן, נעמען זיי אן א גרינגערע ווערסיע פון אידישקייט און ס'דא א משמעות אין דעם ארטיקל אז דאס איז א ריאליסטישע מעגליכקייט. געווענליך ווען די או.טי.די. חברה באשרייבן זייער וויי געשריי איז די טענה אז אונזער געזעלשאפט איז אוממעגליך דערפין צו אנטלויפן אדער אפילו צו מאכן מער מעסיג.

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 5:42 pm

· #123737
יא, כ'האב טאקע געוואלט שטעלן אין פאזעטיווע ליכט אויף חרדים וכו', נאר כ'האב נישט געטראפן יענץ אשכול.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 7:04 pm

· #123755
'ך גראדע געשטעלט דעם לינק נעכטען אין "לב אבות על בנים" אשכול

wassup » דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:43 pm

· #124868
Feldman is coming out with a new book
בלאט: 1 2 3 4 5 6