☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אשכול אן א טיטל #3634

אשכול אן א טיטל #3634

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3634
בלאט: 1 2 3 4

מורינו הרב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:39 am

· #113347
ווי אזוי גייט מען דורכפירן דעם מעמד אונטער אזא גאס רעגן?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:13 am

· #113353
פאלגענד זענען עטליכע שו"ת וואס דער רבי שליט"א האט פארענטפערט לרבים השואלים את הדרך ילכו בה:

פראגע: צי דארף איך גיין צום כינוס 'הדר קבלוה', כדי נישט צו זיין א פורש מן הציבור און זיך משתתף זיין ביי א קידוש שם שמים, ווי אזוי פיל אידן וועלן ענטפערן אמן יהש"ר?
ענטפער: אויב ביסטו מקפיד יעדע יאר צו פארן אויף אומאן כדי צו אנטייל נעמען אין דעם קידוש שם שמים ווי אזויפיל אידן ענטפערן אמן און זאגן תשליך, דאן איז א קלער, אבער אויב נישט ביסטו פטור, ווייל מי שאמר לאומאן ויפריש וכו'.

פראגע: צי דארף מען דען נישט גיין מתקן זיין און מחזק זיין דעם ענין פון קדושה ביי אידן?
ענטפער: אודאי דארף מען מחזק זיין אזא חשוב'ע זאך, און מען פרובירט דאס טאקע צו טאן ביי יעדע מעמד, אסיפה, של"ש תורה, כינוס התעוררות, בכל יום ובכל עת. ומה נשתנה הלילה הזה וכו'.

פראגע: אבער די רבנים ועסקנים פארפירן אז מען זאל גיין כדי צוצוהעלפן אין די מערכה כבידה קעגן דעם שטן מיט זיינע כלים טמאים!
ענטפער: די עסקנים זענען כפויי טובה, באמת וואלט א איד אן א אינטערנעט נישט געטארט מאכן א ברכה יעדן טאג 'שעשה לי כל צרכי' פונקט ווי א מענטש אן שיך, נאר ספק ברכות להקל, ממילא איז מען נישט מחמיר. אבער בימי חז"ל וואלט מען בלי ספק מתקן געווען א מעמד "הכרת הטוב" פארן באשעפער פארן אונז צושטעלן אזעלכע געוואלדיגע נוצליכע כלים וואס העלפט ארויס יעדן איד באשר הוא שם, דירעקט אדער אומדירעקט, אפילו די רבנים הגאונים זעלבסט זענען נהנה מזיו האינטערנעט ווען זייערע עשירים און נגידים אין זייערע קהלות טוען ביזנעס אויפן אינטערנעט, און היתכן צו נעמען א מתנה פון השי"ת און עס אזוי צוריקווארפן אין פנים.

פראגע: אבער למעשה זעען מיר דאך אז מענטשן ווערן נכשל דורך די מתנה?
ענטפער: שאלה גדולה שאלת, בני. אין היסטאריע פון אסאך מעשיות זעהען מיר, אז סיי ווען מען האט געוואלט געבן פאר א איד א מתנה פון הימל, האט עס געמוזט קומען באגלייט מיט א נסיון, אמאל האט זיך אליהו הנביא פארשטעלט ווי א ארחי פרחי, אנדערע מאל דער שטן המשחית אליינס, אויסצופרובירן דעם מענטש וואס דארף באשאנקען ווערן מיט א מתנה, ווייל מען קען נישט געבן א מתנה פון הימל אן דעם וואס זאל מיטקומען א נסיון, אזוי ארבעט דער סיסטעם אויף דער וועלט. און ווי גרעסער די מתנה, אלס גרעסער דער נסיון.

אצינד דארפן מיר זוכן מיטלען ווי אזוי צו איבערקומען די שוועריגקייטן. און דאס איז, קודם דאנקען השי"ת פאר די געוואלדיגע מתנה, דער אינטערנעט בכלליות און יעדע כלי פאר זיך בפרטיות, און דערנאך אינסטולירן פילטערס אז מען זאל נישט קענען אנקומען וואו מען דארף נישט און נישט נכשל ווערן אין די נסיונות וואס דער אינטערנעט שטעלט מיט זיך פאר.

פראגע: אבער רבי, נישט יעדער פאלגט, אסאך טוען נישט דאס מינימום פון אינסטולירן א פילטער? וואס דארף מען טון דערצו?
ענטפער: עס איז געוויס א עוולה, אבער עס איז נישט די פליכט פון די רבנים אדער עסקנים צו אינפארסירן זייערע תקנות. השי"ת האט געגעבן פאר יעדן מענטש זיינע נסיונות מיט א בחירה, און די בחירה ליגט אויסשליסליך אויפן מענטש אליין. רבנים הגאונים זאלן מחזק זיין און זאגן דברי מוסר, און מצד שני מחזק זיין און ארויסברענגען די פאזיטיווע זייט פון אידישקייט, כדי אריינצוגעבן א חשק צו טון די זאכן מרצון, און דערנאך לאזן דעם מענטש אליין טון וואס ער פארשטייט, אויף וואס ער אליין וועט אפגעבן דין וחשבון נאך די 120.

(וענו השואלים: יישר כח, רבי, איר דערלייכט אונז די אויגן! ונשקו על ידיו הקדושים, ויצאו מביתו נאוה קודש)

לייבעלע » דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:18 am

· #113356
מורינו הרב
ווי אזוי גייט מען דורכפירן דעם מעמד אונטער אזא גאס רעגן?


איך האב געטראכט דאס זעלבע ,

זייענדיג א יליד מאנסי פאר קרוב צו 10 יאר בין איך שוין באקאנט מיטן סדר דא און די אלע רבנים ,
ידידים פרעגן מיר די לעצטע פאר טעג, אויב כ'גיי צום כינוס. וווען איך ענטפער בשלילה, שטעלן זיי אן אפאר אויגן אויף מיר, הייתכן
איך ענטפער אז כ'האב שוין געהערט פון רבי חיים יושע 10 דרשות אנטקעגן דעם נגע , פון רבי משה גרין איבער 18 דרשות. איבעראאל איז ער דאך די לעצטע יארן דער ראש המדברים, ר' אפרים וואקסמען האבעך שוין געהערט לעצטע יאר ביי די כינוס הענקי, ובכן זעה איך נישט וואס נאך יאך קען מוסיף זיין צו הערן, און צאלען 10 דאלאר אין דעם גאס רעגן און פאר'תכלעווען 4 שעה בלויז צו הערן נעגאטיווע וויי געשרייען ווי שלעכט אינז זענען נעבאך אין דעם נידעריגען דור,

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:55 am

· #113365
דער בלאט באריכט מיט קידוש-הדר-קבלוהו אותיות איבער א מעמד קידוש השם וואס קומט פאר אין מאנסי!

וואסי?

הערט!

גלייבט מיר נישט, צייגט אייך אליינס איבער:

"קידוש השם אין מאנסי: באזונדערע אסיפה פאר אידיש, און פאר ענגליש רעדענדע"

טאקע א קידוש השם, נעבאך.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 12:19 pm

· #113368
שעפטל
סקווירא מאכט זינטאג ביי זיך אין לאנד


יענע אסיפה בשיכון סקווירא איז נישט אנטקעגן דער אינטערנעט, שיכון סקווירא איז ב"ה פראבלעם-פריי, נאך מימות "דער טאהטעעעע"
דער אסיפה אין שיכון סקווירא איז אנטקעגן די פארהאסטע טמא'ענע כלי המנוול ביותר ה"ה 'ריקארדערס'.
רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי שליט"א זעהט דער ירידות הדורות אלץ א דיירעקט תוצאה פון די "ריקארדערס" כ"ש פון די וואס האבן רח"ל די 'סקרינס'.

מורינו הרב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 12:21 pm

· #113369
מנשה איז דא?

לעבעדיג זאל זיין.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 9, 2013 12:48 pm

· #113373
קען מיר איינער מסביר זיין די שנאה כבושה פאר די כינוסים.
איך האב נאכנישט באגעגנט דער טעראר, און אין מיינע אויגן איז עס שיינע כינוסי התעוררות ערב שבועות, וואו איך האף מיך משתתף צו זיין, און אנגעווארעמט ווערן, אויב ס'וועט נישט רעגענען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 1:01 pm

· #113376
מאראנצןזאפט
קען מיר איינער מסביר זיין די שנאה כבושה פאר די כינוסים.

מיין טענה: פארוואס גרייטסו אן נאר 7000 בענקלעך, ווען דו רופסט 13,000 ב"פ יוצא צבא בישראל?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 9, 2013 1:11 pm

· #113385
מאראנצן, כ'האב דיר געענטפערט אין אישי.
און אויב איינער פילט אז דער כינוס ברענגט אים טאקע א התעוררות (צו וואס?) איז אדרבה ואדרבה. צו אים זענען מיינע דיבורים נישט געוואנדן.

(יאנקל, ס'איז מיינס, כ'בין באשאנקען געווארן פאר א קורצע צייט מיטן כח פון רבינו שליט"א)

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 1:17 pm

· #113390
שמעקעדיג, הערליך שיין און קלאר ארויסגעברענגט!
אגב, איך פאר גראדע יא אויף אומאן, צו בין איך מחיוב לכבוד דעם צו גיין צום כינוס?
איך פאר אבער נישט צו קענען ענטפערן אמן ברוב עם, און תשליך זאג איך גראדע אויך נישט ברוב עם נאר ביי א זייטיגע טייכל.

עסקן בדברים » דאנערשטאג מאי 9, 2013 1:26 pm

· #113394
שמעקעדיג
אבער עס איז נישט די פליכט פון די רבנים אדער עסקנים צו אינפארסירן זייערע תקנות. השי"ת האט געגעבן פאר יעדן מענטש זיינע נסיונות מיט א בחירה, און די בחירה ליגט אויסשליסליך אויפן מענטש אליין. רבנים הגאונים זאלן מחזק זיין און זאגן דברי מוסר, און מצד שני מחזק זיין און ארויסברענגען די פאזיטיווע זייט פון אידישקייט, כדי אריינצוגעבן א חשק צו טון די זאכן מרצון, און דערנאך לאזן דעם מענטש אליין טון וואס ער פארשטייט, אויף וואס ער אליין וועט אפגעבן דין וחשבון נאך די 120.

I don't think this is a correct interprtation of the halachic norm. Rabbonim have in all generations done what is in their power to enforce takanos

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 1:44 pm

· #113400
עסקן בדברים
שמעקעדיג
אבער עס איז נישט די פליכט פון די רבנים אדער עסקנים צו אינפארסירן זייערע תקנות. השי"ת האט געגעבן פאר יעדן מענטש זיינע נסיונות מיט א בחירה, און די בחירה ליגט אויסשליסליך אויפן מענטש אליין. רבנים הגאונים זאלן מחזק זיין און זאגן דברי מוסר, און מצד שני מחזק זיין און ארויסברענגען די פאזיטיווע זייט פון אידישקייט, כדי אריינצוגעבן א חשק צו טון די זאכן מרצון, און דערנאך לאזן דעם מענטש אליין טון וואס ער פארשטייט, אויף וואס ער אליין וועט אפגעבן דין וחשבון נאך די 120.

I don't think this is a correct interprtation of the halachic norm. Rabbonim have in all generations done what is in their power to enforce takanos


Conclusion
From the above analysis one can see that as halakha tries to adapt itself to the realities of its day, it must contend not only with past precedent but also with the social and ethical fabric of its time. This, in my opinion, is the best way to explain the various positions that Rabbis in different times and places, whether 14th-century Spain or 16th-century Poland, took with respect to capital punishment and dismemberment, respectively. The sources remain the same, from Rav Huna's hand chopping to Rav's lashes, but it is the social, historical and ethical constructs of a given community's [worldview] that ultimately determines the course of its pesak.

בעריש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:07 pm

· #113427
שמעקעדיג
פאלגענד זענען עטליכע שו"ת וואס דער רבי שליט"א האט פארענטפערט לרבים השואלים את הדרך ילכו בה:



(וענו השואלים: יישר כח, רבי, איר דערלייכט אונז די אויגן! ונשקו על ידיו הקדושים, ויצאו מביתו נאוה קודש)

און וואס זאגט דער רבי אויף די טענה אז האבן די אינטערנעט און שטוב ווי סאיז דא קינדער עפענט עס פאר זיי א נייע וועלט מיט נסיונות בשעת ווען זיי האבן נאך נישט די כוחות זיך צי שלאגען דערמיט?

נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:20 pm

· #113443
וועלכע ניסיונת האבן קונדער אויפן וועב?

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:40 pm

· #113464
יואליש, טו א טובה לייג ארויף דעם פי די עף פונעם מאמר וואס דו האסט צוגעלינקט, איך קען עס נישט דאונלאודן. (ווער איז דער שרייבער?)

לעניננו, ווער רעדט דען דא פון געבן מלקות, מען טוט וואס איז היינט די נארמע צו טון כדי צו אינפארסירן יעדע אידישקייט זאך. באקוקן דעם טאטן'ס קאמפיוטער איז ווייניגער אפענדינג ווי א פרוי זאל קומען קוקן צי מען איז אפגעשוירן. און די זאך פון אריין דרינגען אין איינעמס פריוואטן אנליין לעבן איז בכלל נישט אויסגעשלאסן ביי די רעגירונגס אינסטאנצן וואס ווילן קענען קוקן אימעילס אן א ווארענט.

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:52 pm

· #113471
כ'האב זיך באצויגן צו די טענה אז מ'האט אלע דורות אזוי געטוהן, האב איך צוגעצייכענט אז א סורוועי פון פוסקים פונעם תלמוד ביזן מיטל אלטער תשובות צייגט אז דאס איז אזאך וואס טוישט זיך לויטן צייטגייסט.

לויט דעם, איז די פרעצענדעט אז אויב וויל מען עפעס איינפירן ווערט עס געמאסטן און באיינפלוסט לויט די עמפידליכקייטן פונעם רוח החיים אין יענע תקופה. ממילא איז גילטיג די שאלה וואס די ציבור פון היינט וויל. קיינער קען יעצט נישט קומען אויסהאקן אויגן ווייל ס'איז דא א פרעצעדענט אין הלכה. די בדיקות של ראש ביי נשים איז בבחינת זו ואין צריך לומר זו. ס'איז די זעלבע שאלה.

(דער שרייבער פונעם עסיי איז זאב פארבער. איך ווייס נישט וויאזוי אריבערצופירן די פי די עף. פילייכט קען זיך איימיצער מרחם זיין. אדער בעט זשעי נעט בעצם היום ער"ח סיון זיי זאלן דיר עפענען די תורה סייט...)

הוגה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:55 pm

· #113473
באקומען אין אישי סתם ליצנות:

Monsey upcoming Internet asifa!

$6,500 to rent stadium, 6000 seats,

$10.00 per seat =$60,000

Now make the Calculation!!
$53,500 profit.

it's not about the money right? It's about saving Jewish souls ...

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:03 pm

· #113478
נישט איך האב עס געשריבן, אבער ער האט א פוינט. איך מיין אז אפילו דער ארטיקל וואס דו ברענגסט רעדט נאר פון די מיטלען, נישט פון דעם עצם קאנצעפט פון פרובירן צו אינפארסירן די מצות התורה דורך צוואנג, וואס אויבן אויף על פי הלכה איז דא א חיוב אויף בית דין אזוי צו טאן.

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:17 pm

· #113485
דעת תורה
נישט איך האב עס געשריבן, אבער ער האט א פוינט. איך מיין אז אפילו דער ארטיקל וואס דו ברענגסט רעדט נאר פון די מיטלען, נישט פון דעם עצם קאנצעפט פון פרובירן צו אינפארסירן די מצות התורה דורך צוואנג, וואס אויבן אויף על פי הלכה איז דא א חיוב אויף בית דין אזוי צו טאן.


ס'איז דא מצות עונשין אויך. די נקודה איז אז רוח המקום באיינפלוסט די מעטאדן.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:22 pm

· #113490
עס גייט ארום יעצט א קאל וואס זאגט אז קינדער ווערען בשום אופן נישט ערלויבט צו קומען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:06 pm

· #113511
.
📎 IMG-20130509-WA0001[1].jpg

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:25 pm

· #113519
מיין דרשה צו'ם כינוס הקדוש (היות סהאט זיך אריינגעכאפט אזוי שטילערהייט אין א אשכול העוסק בענינים אחרים, צייכען איך עס צו אין די אינטערנעט אשכולות)
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/112816">viewtopic.php?p=112816#p112816</a><!-- l -->

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:08 pm

· #113536
@יואליש, פאסט נישט פאר דיר. מצוות עונשין גייט בכלל נישט אן ביי א בית דין שאינו סמוך, וכל מה שעושין הוא מחמת בית דין מכין ועונשין שלא על פי תורה.

מיט די מעטאדן חלק ביסטו אפשר גערעכט, אבער דער עיקר קאנצעפט - אויב איז טאקע דא א חיוב אויף א מנהיג צו צווינגען זיינע שאף צו האלטן די תורה (פשטות איז דער חיוב ערבות אויף יעדן יחיד, כרגע בין איך נישט קלאר אין די נושא) - פון אינפארסירן די דיני התורה - כמובן על הצד אז די מערכה איז על פי תורה - קען זיך נישט טוישן לויט די אומשטענדן.

און לעצם די מעטאדן פון ברעכן איינעם'ס אנליין פרייוועסי איז בכלל נישט מופרך בדורנו ווען די געזעץ אינפארסירער נוצן דעם מיטל אויף א רעגולערן באזיס.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:36 pm

· #113544
וואס איז שלעכט מיט דעם? דא זעה איך פילטערס פאר ענדרויד אויך.

photo-9.jpg

שעפטל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:38 pm

· #113546
ס 'איז פריי דאכצעכמעך

לעמיל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:50 pm

· #113549
ווער גייט לייגען לייוו אופדעיטס?

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:57 pm

· #113553
סקאסט געלט.
<a class="postlink" href="http://vcf.co.il/vcf/download">http://vcf.co.il/vcf/download</a>

אגב, קען איינער מסביר זיין פארוואס מדארף אזוינע אסיפות ווען יעדער קען זיך אליינס דאונלואדען די פילטער פונ'ם אינטערנעט?

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:07 pm

· #113555
דער פילטער ארבעט אויף א cloud, איך בין נישט דער גרויסער טעקנישאן, אבער איך פארשטיי אז דאס מיינט פילצאליגע פרייוועסי פראבלעמן, יבואו המבינים את הענין ויסבירו כאן.

ולפלא, דורכקוקענדיג די גאנצע וועבסייט זייערע, זעה איך נישט אין קיין שום פלאץ קיין פרייוועסי סטעיטמענט.

gehlungen » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:20 pm

· #113560
לעיקוואד
סקאסט געלט.
<a class="postlink" href="http://vcf.co.il/vcf/download">http://vcf.co.il/vcf/download</a>

אגב, קען איינער מסביר זיין פארוואס מדארף אזוינע אסיפות ווען יעדער קען זיך אליינס דאונלואדען די פילטער פונ'ם אינטערנעט?

Is it on KOL MEVASER ?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:53 pm

· #113578
יעצט באקומען א רוף: טיייערע ערליכע אידן, ביטע גייט נישט צום כינוס, התחברות לרשעים... ווכו'

לייבעלע » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:14 pm

· #113592
קאווע טרינקער
יעצט באקומען א רוף: טיייערע ערליכע אידן, ביטע גייט נישט צום כינוס, התחברות לרשעים... ווכו'


איך האב אויכעט ערהאלטען א ענליכע טעלעפאון קאל, טייערע אידען, גייט נישט צו דעם כינוס, צוזאמען מיט די אגודיסטען,

לייבעלע » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:18 pm

· #113594
יעצט קאלען זיי נאכאאמל, אז אלע זיץ פלעצער אין מאנסי איז אויספארקויפט, און מען וועט צישטעלען נאך פלאץ אויף בענקלעך,
אויך פאר די נשים צדקניות שטעלט מען צו א לייוו ווידעאו (הש' ישמרינו ויצילינו) אין זאל פון עטרת חיה שרה\סאטמאר מאנסי, לכתחילה האט מען געבעטען פאר דעם 12 דאלער, אבער מען האט עס אראפגענידערט אויף 8,
עס פארען ארום באסעס פון אלע גאסען. די וועטער קוקט אויס גאנץ פיין דערווייל, ס'נישט ערווארטעט ערנסטע רעגען.

איך פרעג פריער א איד, גייסט נישט? זאגט ער, ניין,כ'על עס וואטשן לייוו אויפן אינטערנעט...........

לייבעלע » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:21 pm

· #113596
נאך א פאון קאל יעצט, עס איז דא אויך א כינוס אין לייקוואד (נישט דער ניק) און מען שטעלט צו פאר די נשים א לייוו פרעזענטאציע אין עטריום זאל פון יענעם כינוס.

יידל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:24 pm

· #113599
לעיקוואד
סקאסט געלט.
<a class="postlink" href="http://vcf.co.il/vcf/download">http://vcf.co.il/vcf/download</a>

אויפן וועבזייטל שטייט אז:
Both have free option available for those who can't pay

הוגה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:32 pm

· #113605
קאווע טרינקער
יעצט באקומען א רוף: טיייערע ערליכע אידן, ביטע גייט נישט צום כינוס, התחברות לרשעים... ווכו'


Call 7187050045 press 1

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:09 pm

· #113628
יידל
לעיקוואד
סקאסט געלט.
<a class="postlink" href="http://vcf.co.il/vcf/download">http://vcf.co.il/vcf/download</a>

אויפן וועבזייטל שטייט אז:
Both have free option available for those who can't pay


און וואס מיינט דאס? אז מקען זיי אנרופען אריינשיקען די טעקס רעטורנס און וייזען אז מהאט נישט גענוג געלט און זיי וועלן דיר אויפסיינען פאר די פרי פראגרעם ספאנסערט דורך ....?

אדער אז מגייט באקומען די זעלבע פראגרעם מיט וייניגער פיטשערס?

אדער רעד'ן זיי סתם פון דער פרי טרייעל, און מקען עס נאכאמאל דאונלואדען יעדער 30 טעג (כמנהג אנ"ש)?

בכל אופן, איז פאר די פאר דאלער א חודש גלייב איך נישט איינער גייט זיך נאריש מאכען מסביר זיין ער איז אן ארימאן. דאס יא, א פרארעם וואס מגעט אוועק פאר פרי, איז אסאך גרינגער צו פארשפרייטען ווי איינס וואס קאסט געלט, אבער אז מדארף זיך בעטן פאר א הנחה, לוינט שוין נישט די גאנצע זאך.

בכלל, קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס זיי טוהן זיך אויף אפשר פופצען מאל אויף די וועבסייט אז מהאט אין דעם אריינגעלייגט זעקס מיליאן דאלאר? וואס וויל מען פון דעם? סאיז לזכר די קדושים? דארף טאקע קאסטען אזא אסטראנאמישע סומע צו מאכען א פראגרעם וואס איז סך הכל אביסעל אן אנדערע ווערזיע פון צויי פראגרעמס וואס עקזעסטירען שוין (מסתמא נאר שוואכער געמאכט און צוגענומען פיטשערס למען זיכוי הרבים) ?

שלשלת » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:23 pm

· #113636
הוגה
Call 7187050045 press 1

דער וואס רעדט דארט, דארף נויטיג עטליכע טאבלעטן, מיט אזא מח-בארואיגונג איינשפריץ

ד' ירחם

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:19 pm

· #113656
Fake VosIzNies ‏@vosiznies
Boro Park - Internet Asifa Psak: Any1 without Filter Not Allowed to Daven for the Umid, Cant be Sofer or Shochet, Parshas Pusil, Meat Trifa.

אמת?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:31 pm

· #113661
דאס איז נישט קיין נייעס. שוין לעצטע יאר געווען די פסקים.
די קשיא איז, מי שמך לאיש. זייט ווען קענען היינטיגע פוסקים ארייננעמען און אויסשליסן אידן פון כלל ישראל.
אין דער איד (א לענגערע ארטיקל די וואך איבער אינטערנעט און די מערכה) שרייבט ער קלאר אז אן א פילטער איז מען נישט אין כלל ישראל. פיריאד.
נא, ווער קען קריגן מיט א בפירוש'ן "איד".

הגה: איך בין מודה אז מען מוז האבן א גוטן פילטער! אבער דאס נישט האבן שטעלט נאך נישט ארויס פון כלל ישראל.
עמיר זעהן צו ווען די רבנים וועלן זיך נויטיגן אין א צענטן צו מנין ווען די הויט ברענט, און א אינטערנעט איד וועט אדורכשפאצירן נעבן ביהמ"ד, צי זיי וועלן אים נישט נוצן פאר א צענטן.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:35 pm

· #113665
דער איד מיינט מסתמא צו זאגן אז אן א משומר פילטער איז מען נישט רעפרעזענטירט אין דעם ארגאן פון אומאפהענגיקן אידענטום (= כלל ישראל)...

knoblecoffee » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:16 pm

· #113684
קאווע טרינקער
יעצט באקומען א רוף: טיייערע ערליכע אידן, ביטע גייט נישט צום כינוס, התחברות לרשעים... ווכו'


לכאורה חסידים פין ר' יחזקאל גאלד, עס איז דא שטארקע חילוקי דעות אין די עקסטרימיסטישע רייען, בשעת ר' כעזקעל גאלד איז דערקעגן, איז ר' חיים פלאהר אין שטיצע.

איינער האט א אפדעיט, עפעס פרישע איסורים, חירוםות, קונמות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:20 pm

· #113687
לויטן "בלאט" איז די זעלבע וויכטיג די אינטערנעט אסיפה ווי די טיילונג צווישן אידיש און ענגליש, וכדברי קאווע טרינקער הנ"ל.

אט האט איר די דברי חכמה (בל' סגי נהור, ווייל משוגע איז נישט דאס ווארט, מאכן חוזק פון די רבנים מיט די פארשטאפטע אויערן)
📎 0002.jpg 📎 0001.jpg

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:32 pm

· #113691
איין שורה בין איך מיט זיי מסכים: די אינטערנעט תקנות האבן נישט קיין גאראנטי אנצוהאלטן אפילו יום אחד. אבער די סיבה דערצו איז נישט וועגן אין די שנעלקייט פון די אינטערנעט איז הונדערט יאר אזוי ווי איין טאג...

האלאנד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:34 pm

· #113693
שיינעם עדיטאריעל גוט ארויסגעברענגט..

דער אַלף » פרייטאג מאי 10, 2013 11:08 am

· #113806
יעדער מכה האט זיין אייגנארטיגן רפואה
איבער די פילע יארן יעדער מאל די הייליגע חכמים האבן געזען א צרה ביי כלל ישראל, האבן זיי מתקן געווען א גוויסע תקנה און דאס האט געהאלפן ראטעווען די וואס האבן די וואס האבן זיך געוואלט האלטן,
די היינטיגע סקולענע רבי זאל ער זיין געזינט און שטארק איז אויפגעקימן מיט א רפואה פאר די שרעקליכן אינטערנעט, ער האט אנגעהויבן מאכן אסיפות אין א "בעיס באל פילד (baseball field), ווייל זעט אויס אז די איינצקסטע עצה קעגן די אינטערנעט איז שפילן בעיס באל,
טייערע יידן אויב וועלען ענק נישט אנהויבן שפילן ספארט"ס וועט ח"ו די יצר הרע אייך פארדרייען א קאפ מיט די שרעקליכן אינטערנעט, האט רחמנות אויף זיך אליין און טוט צו די זאך.

שעפטל » פרייטאג מאי 10, 2013 11:17 am

· #113812
שמעקעדיג
עמיר זעהן צו ווען די רבנים וועלן זיך נויטיגן אין א צענטן צו מנין ווען די הויט ברענט, און א אינטערנעט איד וועט אדורכשפאצירן נעבן ביהמ"ד, צי זיי וועלן אים נישט נוצן פאר א צענטן.

😂 😂 😂

newkave » פרייטאג מאי 10, 2013 5:07 pm

· #113951
לאמיר זאגן אז א געוויסע רב וואס האלט אז מען טאר נישט עסן פון די שחיטה פון איינער וואס האט אינטערנעט.. .
יעצט לאמיר זאגן דער רב עסט פון יענקל שוחט'ס שחיטה, און יענקל האט אינטערנעט. זאגט דער רב אויף זיך אז ער עסט טריפות?

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 5:19 pm

· #113956
האסט שוין אמאל געזעהן א רב רעדען וועגען/אויף זיך?
ס'נישט בכבוד'דיג
זיי רעדן צו אנדערע.
ממילא איז דאך אפשר ליישב.

זר זהב » פרייטאג מאי 10, 2013 6:00 pm

· #113985

אביגדור » פרייטאג מאי 10, 2013 6:37 pm

· #113991
וועלטס חכם.
בלאט: 1 2 3 4