☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן?

זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן?

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2973
בלאט: 1 2

Starbucks » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:18 am

· #88042
זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן?
די אנדערע וואך האט דער פויבסט געמאלדן אז ער איז צו אלט און שוואך אהנצוגיין מיט זיין ארבעט און ער גייט אפטרעטן פון זיין פאסטן. נו, אפשר דארפן מיר להבדיל טוהן מדה טובה מרובה און ריטייערן די רבנים מנהיגי העדה ביי א געוויסן עלטער און לאזן די יונגערער דור איבערנעמען?

לאמיר אויסשמועסן די זאך. וואס זענען די מעלות און חסרונות פון יעדע צד? וויאזוי וואלטן געוויסע חסידות'ער אנדערש אויסגעקוקט ווען דער פריעדיגע רבי וואלט ריטייערט ביי די 65 אדער 70?

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:20 am

· #88095
איך מיין עס איז שוין דערמאנט געווארען ערגעץ אין שטיבל, עכ"פ פאר א פויבסט צו רעזיגנירען איז טאקע א חידוש, אבער פאר א רב איז עס בכלל נישט קיין חידוש. רוב גדולי הפוסקים האבען אויף די עלטער אויפגעהערט צו פסקנען ערנסטע שאלות, און אסאך גרויסע רבנים האבען אויף די עלטער זיך אנטזאגט פון פירען, ע"פ רוב נישט רעטייערט ממש, נאר מהאט אויפגענומען א יונגערע רב אז ער זאל זיין דער רב בפועל בשעת דער אלטער רב בלייבט נאר רב אויפן טיטל און נישט למעשה. פארקערט, דאס אז מקען היינט זיין א הונדרעט יעריגע רב און נאכאלץ פסקנען און ארויסגעבן חתימות און הדרכות (ר"ל אונטערשרייבען וואס נאר די גבאי גיט אריין אין האנט) דאס איז אינגאנצן א נייע זאך ביי יודען וואס איז קיינמאלנישט געווען.

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:42 am

· #88106
איך ווייסנישט וועגען ריזיינען , איך וואלט ווען געוואלט אז מזאל דארפען לויפען פאר רעביסטעווע און ראש הקהל, און מנהל המוסד, יעדע 4 יאר אזוי ווי דער פרעזידענט,
איך ווייס נישט ווילאנג נאך סוועט נעמען פאר אונזער קאמיונעטי צו קומען צום שכל, וזאת נחמתי אז אונז האלטען היינט אסאך בעסער ווי 50 יאר צוריק.... 

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:03 am

· #88111
הרב וואזנער שיחי' שרייבט שוין אסאך יארן נישט קיין ערנסטע תשובות להלכה, אפילו פון די סארט וואס ער פךעגט אמאל שרייבען. און ער וייסט פון דעם אז זיינע כחות הגופניים והשכליים זענען נישט ווי אמאל.
עס ווערט נאר שווער אויב אזוי וויאזוי האט ער די מוט נאכאלץ ארויסצוגעבן פסקים ("בקיצור כדרכי", כלומר כדרכי מאז שאין לי כח להאריך) אויף זאכען וואס ער וייסט אליינס אז ער האט נישט די כח דוכרצוטוהן געהעריג, און מאיז נאך מחייב יעדער איינער זיי צו פאלגען ווייל ער איז "פוסק הדור".

בחירות איז טאקע נישט שייך אויף אזוינע טיטלאך ווי "פוסק הדור" אדער "גדול הדור" אדער "זקן האדמורי"ם", עס איז אבער יא שייך אויף יעדע זאך וואס איז בפועל שררה. און אויב נעמט איינער א שררה על הציבור בשם זיין טיטל אלץ פוסק הדור פאדערט זיך ער זאל זיך לאזען וועלן פאר דער אמט. און אז נישט סטראשע נישט און גיב נישט ארויס קיין פסקים אין דער וועלט אריין בשם "דעת תורה".

דרך אגב, אויך אויף א ישיבה וואס מהאט אליינס אויפגעבויט מעג מען האבען שכל און אז מזעהט מהאט נישט קיין כח נעמט מען א צוייטער זאל עס פירען, און דער צוייטער מוז נישט זיין דיין זון אדער איידעם..

gehlungen » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:09 am

· #88113
Starbucks
די אנדערע וואך האט דער פויבסט געמאלדן אז ער איז צו אלט און שוואך אהנצוגיין מיט זיין ארבעט און ער גייט אפטרעטן פון זיין פאסטן. נו, אפשר דארפן מיר להבדיל טוהן מדה טובה מרובה און ריטייערן די רבנים מנהיגי העדה ביי א געוויסן עלטער און לאזן די יונגערער דור איבערנעמען?

לאמיר אויסשמועסן די זאך. וואס זענען די מעלות און חסרונות פון יעדע צד? וויאזוי וואלטן געוויסע חסידות'ער אנדערש אויסגעקוקט ווען דער פריעדיגע רבי וואלט ריטייערט ביי די 65 אדער 70?

I am sorry to tell you. But this eshkol is a waste of time & it doesn't make any sense (my opinion ) !

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:40 am

· #88119
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט די היסטארי פון רב וואזנער צו ער האט גענומען געלט ביי אנדערע צו נישט , אויב יא זאל בעטן די קאמיטע זאל איבערקוקען צו ער איז נאך אלס סוקסעספול אין בויען די מוסדות אויב נישט, זאלען זיי אריינברענגען איינעם אנדערשט, אזוי ווי יעדע גרויסע קאמפ. אין אמעריקע, רב וואזנער קען נאך אלס בלייבען א ערליכע איד אלס דעם אויס(בקיצור אויף אזא פאל קען איך נאך הערן דיין סברה) אבער נעם למשל סאטמער וואס דער מייסד אליינס איז שוין נישט דא פארוואס זאל איך נישט האבען די ברירה צו זאגען אז למשל טודרוס זילבער זאל שטיין בראש , פארוואס דארף מיין בחירה בלייבען צעווישען אהרן און זלמן לייב, איך האב נישט ליב קיינע פון די צוויי( סאיז אלעס נאר א משל טראג מיך נישט אריין אין צימעס)

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:44 am

· #88121
[ציטאט אראפגענומען]

ניין, נישט אויב דער ביזנעס ענהאלט שליטה אויף אנדערע מענטשען. דאס איז נישט קיין ביזנעס נאר השתלטות על הציבור, וואס אויף דעם דארף מען דער ציבור'ס הסכמה.

אויך סאדאם כוסעין האט אריינגעלייגט אסאך כחות אויף צו בויען זיין כח און שליטה, נו פארדעם האט ער א זכות צו באוועלטיגען אויף אדערע מענטשען? פארדעם האט ער נאך א זכות עס מוריש צו זיין צו זיינע קינדער?

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:01 am

· #88133
קודם כל האף איך איר רעדט נישט טאקע אויף הרב וואזנער'ס ישיבה וייל קיינער שיקט נישט דארט טראצדעם וואס ער שטייט בראש, וד"ל.
איך רעד אבער בכללות, זיין א ראש ישיבה איז אביסעל מער ווי עד"מ זיין א בעל הבית פון א גראסערי, דאס איז נישט סתם עפעס א ביזנעס וואס ממאכט אויף פאר די אייגענע פלעזשור און ריווח, עס ענהאלט שליטה אויף מענטשען, עס ענהאלט א געווויסע מעמד און דעה וואס מבאקומט ביי די אלגעמיינער ציבור פארן זיין א ראש ישיבה, וכו' וכו'. אויב האט נאך איינער עפעס א אינטערעס אז ישיבות זאלן האבען עפעס א שייכות צו אידישקייט, צו מפיץ זיין תורה, אדער עפעס אזוי, טאר מען נישט צולאזען אז עס זאל ווערן געפירט נאר דורך פרעזענליכע אמביציעס. איך וואלט געמיינט אז אזוינע וואס מיר רופען גדולי מאורי ומנהיגי הדור זאלן נאך פארשטיין אזא פשוטע אלף ביתדיגע לאגיק.

דרך אגב, עס איז נישטא אזא זאך א מענטש וואס בויט א מוסד מיט זיינע אייגענע צען פינגערס, אחוץ אויב ער איז אויך דער מגיש שיעור אויך דער תלמיד און אויך דער פאנדרעיזער. א מוסד במהותו איז א ציבורישע זאך. אן אריינגיין אין די חושן משפט חלק פון דעם, מענטשען געבן דיר געלט, שיקען דיר זייערע קינדער, נישט ווייל זיי ווילען דיר העלפן בויען דיין ביזנעס, נאר ווייל עס איז דא א ציבורישע צורך אין ישיבות ומוסדות התורה, און דו שטעלסט זיך ארויס פאר א פאסיגער שליח ציבור דאס צו פירען בפועל. אויב נעמסטו דאס פאר דיין איייגענע תועלת ביסטו פשוט א מועל בשליחות און א משתלט על הציבור. יעדער פעני וואס הרב וואזנער האט איז פון דער ציבור וואס זעהט אין עם ע פאסיגער שליח צו זיין א רב אדער ראש ישיבה, ווידער זיין זון האט דער ציבור נישט איינגעזעהן אזוי און אפילו אויב יא איז עס אדאנק מאניפולאציעס וכו'.

אפשר בין איך פשוט א תמים מופלג איך מיין נאך נעבאך אז ישיבות קהילות און מוסדות התורה האבען עפעס צו טוהן מיט יידושקייט, איך וייס נישט אז סאיז אלץ פלעין פראסט ביזנעס. איך שריי נאר אז דער מנהיג זאל נישט תופס זיין את החבל בשני ראשיו, ווילסטו אריינשטעלן דיין זוהן אלץ רב רבי און ראש ישיבה פשוט מטענץ ביזנעס, קום מיר נישט מארגען בעטן געלט פאר דער גרויסער חיזוק היהדות והדת דיינע, איך בין דיר גארנישט שולדיג פאר דיין ביזנעס, און קום מיר נישט איבערמארגען בשם היותך גדול הדור איינטיילען וואס צו טוהן, איך בין גארישט שולדיג פאר דעם וואס דיין טאטע האט דיר מוריש געווען א גוטע ביזנעס.

מתוקנים שבאומות האבן זיך שוין געלערנט אז יעדער זאך וואס ענהאלט שליטה על הציבור איז תלוי בדעת הציבור, כל שכן אז עס גייט נישט פראסט בירושה ווייל איך האב זיך אויפגעבויט מיין פאליטישע שליטה מיט די אייגענע הענט. עס איז געקומען די צייט מיר זאלן דאס אפשר איינזעהן.

וואס זאגט איר צו א ראש ישיבה, הרב יהודה עמיטל, וואס אויף די עלטער האט פשוט איבערגעבעבן די ראשות הישיבה זיינער צו פרעמדע רבנים ע"פ החלטת הוועד של ישיבתו, שוין, אבער ווי קענען מיר זיך לערנען פון עם, ער איז דאך רח"ל א לינקער א מזרחיסט.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:08 am

· #88138
ניין, א ישיבה איז נישט קיין פרטישע ביזנעס, עס איז א מוסד ציבורי, עס איז פטור פון טעקס לכבוד דעם... די טענה אז דו ווילסט נישט שיק נישט דיינע קינדער איז נישט קיין טענה וייל עס איז נאר דא א באגרעניצטע מספר פון ישיבות און אלע פון זיי זענען געבויט אויף די מוגבלדיגע געלט און מענטשען וואס זענען דא אין דער קהילה. אז סדא איין ישיבה וואס א ביזנעסמאן האט צוגעגנבט נעמט דאס צו פון א צווייטער וואס וואלט געקענט מאכען א ישיבה.

יעדער זאך וואס האט צוטוהן מיט דער פאבליק איז דא א געוויסע עטיק מיט וואס מדארף זיך פירען, אפילו א זאך וואס איז א ביזנעס ממש. א געשעפט למשל טאר נישט אויפנעמן נאר וייסע ארבעטער נישט שווארצע, איי סמיין געשעפט אז דו ווילסט נישט קויף נישט, עס גייט נישט אזוי, ברגע וואס דו טוסט ביזנעס מיטן ציבור דארפסטו זיך צושטעלן צו געוויסע מענטשליכקייט און עטישקייט וואס פארלאנגט זיך. די זעלבע לגבי א ישיבה, ברגע וואס עס האט צוטוהן מיט נאך מענטשען מוז עס גיין לויט די געזעצן און ריכטיגקייט וואס פאדערט זיך, מקען נישט טענה'ן סאיז מיין מוסד איך טוה מי דארט וואס איך וייל אז דו ווילסט נישט קום נישט אריין.

קיינער איז נישט מדמה הרב וואזנער'ס פרעזנעליכקייט צו סאדאם, מאיז מדמה די צורת המחשבה אז ממיינט אז שליטה אויף מענטשען און נכסי ציבור גייט בירושה.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:13 am

· #88140
דער חתם סופר האט (אם זכרוני איני מטעני) גארנישט איבערגעבן פאר זיין זון. סאיז געווען א וועד הקהילה און זיי האבען צופעליג אויסגעקליבען דער רב'ס זון זאל זיין דער נעקסטער רב. און אזוי איז געווען ביי רוב אמאליגע קהילות. אמת אויב דער זון איז געווען ראוי איז ער געקומען אמאל פאר אנדערע, און אמאל נישט, עכ"פ סנישט געווען אוטומאטיש און אוודאי נישט אז די מענטשען און די קהילה איז פשוט זיין ביזנעס.

צוייטענס, אפילו נניח אז דער חתם סופר האט אזוי געטוהן מאכט עס דאס נאכנישט ריכטיג אזוי צו טוהן. ממעג זיך אמאל מתקן זיין די עונות הראשונים אויך. (וע"ע אכשר דרא).

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:19 am

· #88143
[ציטאט אראפגענומען]

האב איך דאך מסביר געווען בטוטו"ד פארוואס יא. ולא ראית בדבריך תשובה על טענותי.
איך וייס נישט וועלכע איסור דאס איז ע"פ הלכה, עכ"פ איך האב מסביר געווען פונקט וואס איך מיין אז דאס האט גארנישט צוטוהן מיט דער אישיות פון הרב וואזנער וואס איז כמובן מאליו להבדיל מיליאן מאל פון סאדאם. נאר אויף דער צורת ההנהגה זייערע. אויב פארשטייסטו אז סאדאם כוסעין האט נישט קיין רעכט מוריש צו זיין זיין מלוכה פאר זיינע קינדער טראצדעם וואס ער האט מיט די אייגענע הענט דאס אויפגעשטעלט און ווער עס וויל נישט קען גיין וואוינען ערגעץ אנדערש, איז עליך חובת הביאור פארוואס הרב וואזנער מעג דאס יא. עס העלפט נישט שרייען אז מטאר נישט אזוי פרעגן. מדארף ענטפערן צו דער זאך.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:31 am

· #88145
וואס איז מיט די מענטשען וואס זענען געקומען קיין איראק נאך עם? אויף זיי איז יא א טענה? וואס איז מיט די ואוס זענען געבוירען שוין אונטער זיין הערשאפט? וואס איז מיט א מענטש וואס איז געקומען דארט נאר אדאנק זיין הערשאפט? מעג ער וועגן דעם עס מוריש זיין צו זיין זון אן זיי פרעגן?

והעיקר, אויך צו הרב וואזנערס ישיבה קומען מענטשען וואס זענען געווען פאר עם. כמוסבר כמה פעמים, עס זענען דא מענטשען וואס געהערן פאר זיין קהילה און מוזן שיקען די קינדער דארט, עס איז בכלל דא א געוויסע סכום מענטשען וואס מוזען שיקען צו עם ווייל עס איז נאר דא א געוויסע סכום מענטשען א געוויסע סכום געלט און א געוויסע סכום ישיבות. און אז ער גיט די הנהגה צו זיין זון הייסט דאס אז ער איז ממנה א ראש ישיבה אויף מענטשען וואס ווילען דאס נישט.

לעולם איז די עיקר נקודה דא נישט די ישיבה במובן המצומצם. נאר דאס וואס מפאדערט זיך שררה על הציבור באופן כללי, צו בשם דעם וואס איך בין א ראש ישיבה, אדער א רב, וכדו' באופן כללי.

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:53 am

· #88149
ממי איך מיין אז מפארפארט, מיין שאלה איז: וואלט בעסער געווען פאר מיר און דיר היינטיגע צייטען ווען מקוקט זיך אים וויאזוי כלל ישראל פארמט זיך, אז ישיבותאון מוסדות גייען נישט בירישה נאר ענדערשט אריין וואטען????
לאז רב וואזנער און סאדאם אין דער זייט 

משה רוקח » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:25 am

· #88170
האט דען נישט ר' מאטעלע וויזניצער לעצנטס געזאגט אז ער איז שוין צו אלט און נעמט מער נישט קיין מענטשן?
_____
אויב איז דא א רבי אדער ראש ישיבה וואס איז גענוג קלוג אויפצוגעבן די פירערשאפט, מאכט דאס אים נישט קלוגער ווי אלע אנדערע רבנים וראשי ישיבות? אויב יא, דעמאלס דארף ער אפשר יא בלייבן אויף זיין פאסטן.

איציק » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:39 am

· #88183
[ציטאט אראפגענומען]


א איד האט מיר מעורר געווען, אז א פריוואטע ישיבה איז נאר ווען ער האלט עס אויס פון די אייגענע קעשענע. איין מאהל ער שנארט געהער עס פאר דעם ציבור וכך פסק (כמדומני החזו"א) בנוגע אם שייך איסור גניבה על בחורים שמעלימים מאכלים לטובת עצמם, אז די נדבות איז לטובת די לומדי תורה דארט, אמת, אז עס דארף זיין ארדענונג, אבער נישט אז דער מענעדזשער - CEO ווערט בעל הבית דערויף.

איציק » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:42 am

· #88190
משה רוקח

אויב איז דא א רבי אדער ראש ישיבה וואס איז גענוג קלוג אויפצוגעבן די פירערשאפט, מאכט דאס אים נישט קלוגער ווי אלע אנדערע רבנים וראשי ישיבות? אויב יא, דעמאלס דארף ער אפשר יא בלייבן אויף זיין פאסטן.

א שיינע פורים תורה!
1. ער איז טאקע קלוגער פון אנדערע אין זיין עלטער וואס טויגן נישט, אבער קלאמערן זיך נאך צום פאסטן
2. קענסט זאגן אז ער איז קלוגער פון אנדערע אין דעם הינזיכט

אבער אויב ער שפירט אז ער טויג שוין נישט דערצו, און דערפאר גיבט ער עס אויף, טא פארוואס זאל ער בלייבן.

-
יעצט נאכ'ן שרייבן, קלער איז אז דו האסט מן הסתם געמיינט טאקע פורימ'דיג.

איציק » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:43 am

· #88193
[ציטאט אראפגענומען]

דאס האב איך נישט געזאגט.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:47 am

· #88194
רבנים אפשר נישט, אבער אדמורים יתכן אז יא
אבער רבנים וואס דערקלערן זיך ביי די זיבעציג אלץ א אדמו"ר זאל אויך שנעל רעזיגנירען
90% פון הייניטיגע מחלוקות שנאת חנם וואס הערשט ביי חסידים וואלט געוועהן ווען העט דער רבי רעזיגנירט, אין געקענט מאכן סדר בצייטענס.

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:47 am

· #88195
ממי, אויב די ישיבה נעמט נישט קיין געלט ,קען איך הערן דיין פוינט, אויב נעמט ער געלט פונם ציבור, זאל ער שיינערהייט לאזען דעם עולם אויסוועלן וועם זיי ווילען,ער איז נישט בעה״ב ער קען מאכען דיסישענס ווילאנג ער לעבט כדוגמת סאטמער רב, און סאטמער רב האט אויך פארשטאנען אז די רגע וואס ער פארלאזט דער וועלט איז ער נישט בעה״ב ,(והא ראיה ער האט נישט געשריבען קיין צוואה)
יעצט בלייבט איבער פאר די לעבעדיגע צו מאכען די ריכטיגע באשלוס , און די בעסטע איז צו מאכען וואלען , קענסט זיך פארשטעלן וויפיל מחלוקת דעס וואלט איינגעשפארט???
בוזטו עכ״פ מודה אז סוואלט איינגעשפארט מחלוקת?????

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:03 pm

· #88210
ממי,פארגעס פון מיין הנחה, יעצט פרעג איך דיר ווי א טאטעלע, סוואלט איינגעשפארט מחלוקת??????

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:51 pm

· #88225
די טענה איז נישט יא מחלוקת נישט מחלוקת, א מחלוקת ווען עס איז לעגיטים, דהיינו אז יעדער צד פראבירט זיך צו פארשטעלן אלץ דער בעסטער קאנדידאט, און פארשטייט אז צום סוף דארף דעת הציבור מכריע זיין, איז בכלל נישט קיין שלעכטע זאך (ובזה טועים הרבה ואכ"מ), אדרבה, דאס איז דער בעסטער זאך, דעמאקראטיע.
דער טענה איז מיט וואסארא רעכט נעמט דער רב זיין זון און מאכט עם רב אויף מענטשען וועם ער האט נישט געפרעגט. די פראבלעם פון מחלוקת איז נאר ווען מזעהט נישט דער מחלוקת אלץ לעגיטים, און יעדער זייט שרייט אז הלכה למשה מסיני ער דארף זיין רבי און דער צוייטער האט גארנישט קיין רעכט זיך צו דינגען. און די גאנצע מחלוקת פירט זיך בבית דינו של מרן הגאון מח"ס כל דאלים גבר, דעמאלטס איז מחלוקת א פראבלעם.

דער חילוק פון דער ערשטער מנהיג פון א קהילה און דער צוייטער איז אז ביי די ערשטער וואס האט מייסד געווען דער קהילה איז טאקע אמת א מענטשען קומען צו עם לכתחילה וייל זיי טראסטען עם, ממילא איז ער טאקע רבי אפילו מהאט עם נישט געוועלט, דאס מיינט אבער נאכנישט אז די מענטשען פארקויפען זיך ובני בניהם עד סוף כל הדורות פאר ער מיט זיינע קינדער עד סוף כל הדורות. און אויך דער ערשטער רבי טאר נישט טוהן אינגאנצן וואס ער וויל ער מוז זיך אויך רערכענען מיט די רעכטען פון די מענטשען לפי גדרי האנושיות.

די רגע וואס עס איז דא א מנהיג וואס דער עולם האט אויפגענומען און טראסט קומט זיך מיט דעם די רעכטען ער זאל טוהן כל מיני זאכען על דעת עצמו, פונקט ווי דער פרעזידענט פון א מדינה אדער קארפארעישין נאכדעם וואס ער איז דערוועלט דארף נישט פרעגן אויך יעדער זאך, שהרי לכך נבחר. אבער עס מיינט נישט בשום אופן אז ער קען טון אפילו איין קליינע זאך לטובת עצמו. די קלענסטע אזא זאך וואס ער טוט איז ער מועל בשליחותו. (פארשטייט זאך מקען נישט פאדערן וואס איז למעלה מהשגת אנוש, אבער זאכען ווי עס שרייט ארויס אז דא מיינט ער זיין אינטערעס, מעג ער האבען גענוג שכל נישט צו טוהן. להבדיל אין אלע פאליטישע תפקידים אי דא קלארע געזעצן פון עטיקס וואס מטאר און טאר נישט טון פאר אייגענע חשבונות)

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:18 pm

· #88251
איך בין נישט מסכים אז דער ערשטער סארט קהילה האט די הלכות ווי דו זאגסט. אויך אויב ער האט אליינס געפענט און אלץ ווערן די מענטשען נאכאלץ נישט זיין רכוש פרטי. די טענה אז מענטשען קענען אוועקגיין איז ברגע וואס עס איז אן אוועקגעשטעלטע קהילה מיט משפחות וואס ווערן געבוירען דארט וכו' אזא לעכערליכע טענה ווי די טענה אז מקען אוועקגיין וואוינען פון סאדאם'ס מדינה. די סארט טענה איז אפשר שייך ביי איינער וואס האט א קליינער שול ביי זיך אין בעיסמענט ווואס ווערט נישט בשום אופן קיין קהילה (אויך דעמאלטס בין איך מסופק אין דעם) . ברגע וואס דא איז דא א קהילה איז די קהילה, דהיינו די מענטשען, בעלעבאס אויף אלץ. נישט קיין חילוק אויב עס איז פארשריבען אויף דעם נאמען אדער אויף יענער נאמען. במציאות ע"פ רוב איז אויך די גאנצע געלט געקומען פון זיי.

אויב ווילסטו טאקע מדמה זיין דער ערשטער סארט צו א דיקטאטאר, האב איך נייעס פאר אייך, היינט איז אנגענומען אז עס איז קיינמאל נישט דא קיין רעכט פאר קיינער צו זיין קיין דיקטאטאר אונטער קיין שום אומשטענדען, נישט קיין חילוק וואס און ווען. און איך מיין אז דאס איז כולל אויך איינער וואס האט געעפענט א בית מדרש.

בנוגע רב וואזנער איז מיר דוקא בכלל נישט קלאר פון וואסארא סארט קהילה עס רעדט זיך, אפילו זאל מען אננעמען דיין חילוק, בכל אופן איז עס נישט חשוב בעצם, עס איז נאר א דוגמא צו דער עצם ענין.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:33 pm

· #88261
וואס הייסט ווער רעדט פון מענטשען? פון וואס דען רעדט מען?
לאמיר זאגען אז סדא א קהילה תולדות חיים יענקל, די קהילה האט זיך אנגעהויבען פון א פשוטער מנין אינעם בעיסמענט פונם רבין, אבער עס איז געוואקסען ביז עס איז היינט א פולשטענדיגער קהילה מיט מוסדות וכו', יעצט זאגט דער רבי איך בין מוריש מיין רבנות צו מיין זוהן, מיינט דאס דען ער גיט עם פשוט איבער די ברענד פון תולדות חיים יענקל? עס הייסט דאך אז ער גיט עם איבער די מענטשען. און טענה'ן אז די מענטשען קענען אוועקגיין איז לעכערליך ברגע וואס זיי זענען בפועל א חלק פון דער קהילה.

כמו"כ די נכסים האבן דאך די מענטשען געצאלט דערפאר אלץ א חלק פון די זאכען וואס מדארף פאר א קהילה, נישט ווייל סאיז זייי בייגעפאלען צו געבן א מתנה פאר דער רבי.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:47 pm

· #88271
שוין, דער וויכוח האלט שוין ביים שלב פון סתם זאגען סטעיטמענטס אן קיין טענות, בלייב איך דא.
ביי מיר איז הונדרעט פראצענט אז אויב דער נייער רבי נעמט די רבנות אן די הסכמה פון לכה"פ רוב בני הקהילה ובשאלת פיהם איז ער א פשוטער גנב א גזלן א רויבער א פוסע על ראשי עם קדוש א משתלט על הציבור א מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים א דיקטאטאר א סאדאם כוסעין א נבוכדנצר א פרעה וכו' וכו'

און דער חילוק פון דער זכות פונם ערשטען רבין אויפצונעמן ווער ער וויל ביז ממנה זיין א ממלא מקום האב איך שוין מסביר געווען למעלה- אז דאס איז בהסכמת בני הקהילה און דאס נישט.

אויב דו האסט עפעס א נייע טענה, נישט נאר א סטעיטעמנט, בין איך גרייט צו הערן און זיך דינגען עד אשר יצא מאפכם, אנישט, איז כל טוב ואת והב בסופה.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 18, 2013 3:19 pm

· #88284
דולה ומשקה
רבנים אפשר נישט, אבער אדמורים יתכן אז יא
אבער רבנים וואס דערקלערן זיך ביי די זיבעציג אלץ א אדמו"ר זאל אויך שנעל רעזיגנירען
90% פון הייניטיגע מחלוקות שנאת חנם וואס הערשט ביי חסידים וואלט געוועהן ווען העט דער רבי רעזיגנירט, אין געקענט מאכן סדר בצייטענס.


דא האט איהר א אשכול איבער דער וויזניצער רבי'ס רעזיגנאציע <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1149">viewtopic.php?f=33&t=1149</a><!-- l -->

דער ליבאוויטשער רבי האט די לעצטע יאר פאר זיין סטראוק געזאגט, מ'זאל איהם שוין מער נישט פרעגן קיין שאלות עצות וכדומה, ער האט געזאגט מ'זאל פרעגן א רב שבעירו, אזוי אויך האט שוין אלעס געשריבען אדער געזאגט.

אבער איז דען נישט דער טיטול 'רב הצעיר' געבוירען געווארען לכתחילה, צוליב וואס דער רב איז שוואכער געווארען?

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:08 pm

· #88316
קופערניקס, טאקע א געוואלדיגע ראיה פון ר קאפעלמאן , און אזוי האט טאקע געטון יעצט הרב ראזענבלום איבערגעגעבן צו הרב שטיינווארצעל( נישט פאר זיין איידעם וואס וואלט ווען געקענט נוצען דעם אמט)ווייל ער איז א צדיק און ער פארשטייט אז דאס איז לטובת העינן,
ועוד, זאלען די רבנים וויסען אז זיי ווערן אריינגעוואט יעדע 4 יאר וואלטען זיי שוין איינמאל געטאן פארן ציבור , זיי ארבעטן נישט ווייל גארנישט שטופט זיי נישט צו ארבעטן, בקיצור אפכא מסתברא, דאס איז דער יסוד פון אלע פארבלעמן

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:24 pm

· #88336
[ציטאט אראפגענומען]

סארי, איך נעם עס נישט אן. בעהוש, אפשר.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:29 pm

· #88338
אוהב דעת
קופערניקס, טאקע א געוואלדיגע ראיה פון ר קאפעלמאן , און אזוי האט טאקע געטון יעצט הרב ראזענבלום איבערגעגעבן צו הרב שטיינווארצעל( נישט פאר זיין איידעם וואס וואלט ווען געקענט נוצען דעם אמט)ווייל ער איז א צדיק און ער פארשטייט אז דאס איז לטובת העינן,

אויב איז ער טאקע אזא צדיק, וואלט ער דאך דאס געקענט איבערגעבן פאר ר' יוסף מייער, שוין לאמיר דאס אוועקלייגן אויף נאך פורים.

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:32 pm

· #88340
קופערניקס, ביזט שוין פורימדיג? אזוי ווי איינער לויפט פאר מעיאר דארפ ער ברענגען עפעס 10,000 חתימות , די זעלבע געדאנק לכאורה קען ארבעטן דא אויך, פארוואס זאל נישט סאטמערע אידען האבען א ברירה בוחר צו זיין טודרוס זילבער אדער י ח מ פרידמאן? פארוואס אין די העל מוז עס בלייבען ביי טייטעלבוים????

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:34 pm

· #88341
קאווע טרינקער
אוהב דעת
קופערניקס, טאקע א געוואלדיגע ראיה פון ר קאפעלמאן , און אזוי האט טאקע געטון יעצט הרב ראזענבלום איבערגעגעבן צו הרב שטיינווארצעל( נישט פאר זיין איידעם וואס וואלט ווען געקענט נוצען דעם אמט)ווייל ער איז א צדיק און ער פארשטייט אז דאס איז לטובת העינן,

אויב איז ער טאקע אזא צדיק, וואלט ער דאך דאס געקענט איבערגעבן פאר ר' יוסף מייער, שוין לאמיר דאס אוועקלייגן אויף נאך פורים.

בוזט משוגע?? פלעין וויל י מעיאר וויל עס, איך וויל אויך! , ער געט עס פאר ווער סאיז פאסיג נישט פאר זיין משפחה אדער פריינד אדער זיין נאנסטע מענטש וואס האט זיך געהארגעט פאר עם , he is doing whats right!

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:16 pm

· #88371
שוין, איך זעה אז דער עולם, ובראשם מוהר"ר אב"ד פורים (איך הער אז ער האט שוין רעזיינט צוליב זיין עלטער, זייענדיג דער פורים רב שוין מיום התייסדות השטיבל עד היום, און עס איז עם שוין שווער מיטצוהאלטען יעדער סאמאטוכע מאכען ליצנות פון דעם, ומהיום והלאה ייקרא שמו פורים רב עמירעטוס), האט גענומען מיין פאזיציע פאר א פאליטישע פאזיציע למעשה. בין איך שוין דא מוסר מודעה אז איך שרייב נישט קיין שום זאך אויף הלכה למעשה, מיין תפקיד איז נאר אויף צו פילאזאפירען און טראכטען וואס וואלט געדארפט זיין, וואס איז די הונדרעט פראצענטיגע גערעכטיגקייט און אמתדיגקייט פון יעדער נושא. איך מיין נישט קיין שום זאך וואס איך שרייב אויף למעשה במובן הפשוט, עס איז נאר ארויסצוברענגען דער אמת און דער גערעכטיגקייט פון דער זאך. למעשה לעבן מיר טאקע נישט אין קיין עולם הפילאסאפיע נאר ענדערש אין א עולם גולם עלמא דשיקרא ודטינופא, דארף מען זיך נישט מער ווי דערמאנען פון צייט צו צייט וואס איז אבער דער ריינער אמת, ועל משמרתי זו אעמודה.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:43 pm

· #88381
דאס וואס איז מקשר דער פילאסאפישער אידיאליסטישער אוטופישער אמתער וועג וויאזוי זאכען דארפן אויסזעהן מיט דער פשוטער נידעריגער נארישער וועג וויאזוי זיי קוקען אויס, דאס וואס גיט אונז א רעכט טאקע אין דער מצב השפל צו רעדן פון הויכע אידיאלן, צו שטרעבן אויף ווייטע און הימלדיגע שלימותדיגע וועלטן, און פראבירען מיט זי ביסעלע כוחות וואס גאט האט אונז באשאנקען צוצושטיפען דער מציאות אפאר קליינע בעיבי טריט און דער ריכטונג פון דער תכלית, אט דאס איז די זאך וואס רופט זיך חלום, אדער אין אנדערע ווערטער תקווה. איך בין נישט קיין נאר, איך וייס טאקע אז פון די אידיאלען פון וואס איך רעד ביז די פראסטע מציאות בשטח איז א היבשע מהלך, דאך אבער רעד איך נישט פון דער אידיאל נאר אין א מופשטדיגער פילאסאפישער קאנטעקסט, נאר אויך און בעיקר אין א קאנטעקסט פון האפענונג, אין א קאנטעסקט פון חלומן, פון שטרעבן אז מיר וועלן נאך אמאל זוכה זיין צו זעהן אין אונזער פראבסטע ארצישע מציאות די הימלדיגע חזונות פון שלימות, אמת, וצדק.

אט דאס איז טאקע וואס עס שטייט לפני עיני ועיניכם בחתימתי, בשמו של הקדוש הרב ד"ר מרתין לוטר קינג זצוקללה"ה, "i have a dream", דאס איז דער רוף וואס האט מעורר געווען מילאנער אמעריקנער גוים און יודען (ובראשם חברו של ד"ר קינג שצעד עמו בצעדה המפורסמת הרב אברהם יהושע העשיל זצ"ל), נישט ארפאלייגען הענט בייאוש, נאר ארבעטן און פועלן מיט ביטערע שוייס ביז דער גערעכטיגקייט ntil justice rolls down like waters and righteousness like a mighty stream.' , ווי ער האט מצטט געווען פונם נביא, ביז זיי האבען אויסגעפירט, אום האלטען אין איין אויספירען, ווי מלכנו יר"ה מהר"ר אובמה זאגט, change, yes we can!

אט דאס איז דאס וואס מוועט אונז פרעגן ביים בית דין של מעלה "צפית לישועה?", דאס איז דער זאך וואס איז דער יסוד פון א יידושע לעבן, דער יסודישע טיפוס פון דער גלות יוד, וואס נארט זיך נישט, ער זאגט נישט אז משיח איז שוין געקומען, ער רעדט זיך נישט איין אז ער לעבט אין דער אוטופיה, ער מאכט נישט קיין תירוצים פאר יעדער חסרון וואס איז דא ביי זיין מציאות אז אזוי דארף טאקע זיין, ער זעהט און וייטאגט טאג ביי טאג די געוואלדיגע ריחוק פון דער טאגטעגליכער מציאות און עוולות ביז דער געטליכער הימלדיגער צדק און אמת, דאך ברענגט דאס עם נישט צו ציניזם, צו ממציא זיין אזוינע תירוצים און השקפות עולם אז "אלץ איז ביזנעס און אינטערעסן, פראביר דו צו ארבעטן ציניש אפשר וועט דיר גיין", נאר צו לעבן מיט דער חלום פון גאולה אין הארץ, און נישט נאכצולאזען און זיך נישט מייאש צו זיין נאר ממשיך זיין וייטער צו חלומען און האפען און טוהן וואס מקען אזוי טריט ביי טריט וועט דער טויש אפירקומען ביז מיר וועלן זיך זעהן אין גאר אן אנדערע וועלט.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:10 pm

· #88398
די גאנצע פראבלעם פון אלטע רבי'ס וואס די מוח הייבן אן צו גיין בדרך כל אדם איז א רעלאטיוו נייע זאך, ביז נישט לאנג צוריק זענען די מענטשען געשטארבן פיזיש און גייסטיש בערך די זעלבע צייט, אבער היינטיגע צייטן מיט די מאדערנע מעדעצינען, זיין א בן תשעים איז שוין נישט קיין יקר המציאות, מענטשען בלייבן פעלזן פעסט ביז די טיפע עלטערע יארן, אבער קיינער איז נישט אינדערהיים דארט, די מח גייט אויס, און ס'קען אזוי אנגיין פאר יארן.
די קינדער ווערן אומגעדולדיג, דער טאטע שטייט זיי אין וועג, אבער מה לעשות, מ'האט קיינמאל נישט געהערט אז א רבי זאל רעזיגנירן.
און אזוי ווי יעדע נייע זאך, א פלאץ ווי מיר קענען נישט ארויסגיין בעקבי הצאן, מיר האבן נישט קיין אויסגעטרעטענע וועג, און מיר ווערן פארלוירן.

די נושא דא איז צוויי פאכיג, שתים שהן אחת, אויב רבנים זאלן רעזיגנירן, און אויב די קינדער ירשנ'ן די כסא המלכות. און ביידע זענען תלוי אין אויב מיר זאגן אז א חסידות איז א נכס פרטי פונעם מנהיג, און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין, אדער מיר זאגן אז וויבאלד דו לעבסט אויף כספי ציבור, ווי אויך אין מלך בלא עם, זענען די מענטשען נישט קיין נכס וואס מ'קען ירשנ'ן, נאר די רבי איז א געשטעלטער פארטרעטער, צו לערנען דעם פאלק ווי אזוי צו דינען דעם באשעפער.

מ'פראבירט עס צוצוגלייכן צו א קעניג וואס האט איינגענומען א לאנד, נעמט ווי פיל שטייערן ער וויל, און פרעגט נישט קיינעם וואס צו טוהן. נו, איז איינעם איינגעפאלן אז דאס איז יושר? ניין, ער האט די כח און מאכט, און ממילא קען ער טוהן וואס ער וויל, אבער גערעכט איז ער נישט.

צוגלייכן צו א גראסערי? איך מיין ס'איז מער גלייך צו אזא מעשה.
געווען אמאל א שטאט, פישפעק-לאדיין, די שטאט האט נישט געהאט קיין גראסערי, דער עולם נעמט זיך צאם און נעמט אויף איינעם צו עפענען און פירן די גראסערי, אבער מ'דארף דאך א בנין פארן גראסערי, גייט דער בעל החנות ארום פון שטוב צו שטוב, קלייבט נדבות, מעות קדימה, קרן הבנין, אן מ'גייט בויען א פראכטפולע גראסערי. געענדיגט בויען, מ'מאכט א גרויסע חנוכת הבית, די שטאט פרייעט זיך מיט, א מחיה, א גארדזשעס גראסערי. יארן לויפן פארביי, דער עולם קויפט, ס'עפענען זיך נאך גראסערי'ס, די עולם שיקט די קינדער אין גראסערי, די וואס האבן געצאלט מעות קדימה באקומען א שטיקל הנחה, און אלעס גייט כשורה. דער בעל החנות ווערט אבער נישט יונגער, קוים וואס ער שלעפט זיך אויפן שטעקן, אלזא, ער איז שוין נישט ביי די כוחות, און ער גייט אויפנעמען זיין זון, ער איז שוין געגאנגען אין ביזנעס קאלעדזש, ער גייט איבערנעמען, דער זון איז א ביזנעס מאן במלוא מובן המילה, ער גייט העכערען פרייזן, דערנאך מיט די הנחות, דאס איז מיין ביזנעס וואס מיין טאטע האט געבויעט מיט זיינע צען פינגער, ער איז ארום געלאפן אין הוץ און אין קעלט צו קלייבן נדבות פארן גראסערי, איך מעג טוהן וואס איך וויל! ס'געפעלט דיר נישט? ס'דא נאך גראסערי'ס.
וועסטו זאגן אז פאקטיש איז ער אויסגעהאלטן לעגאל, ער איז א פרייוועט ביזנעס? חלילה. עטיש און יושר איז דאס זיכער נישט.

נארוואדען? אזוי ווי יעדע נייע זאך, איז דאס יהדות החרדית הונטערשטעליג פון די וועלט מיט א פאר יאר, אמאל איז עס געציילטע יארן, און אמאל עטליכע אין הונדערט יאר. די זעלבע דא, דעמאקראטיע איז א נייע זאך, ס'וועט נעמען צייט ביז ווי לאנג ס'וועט אריינדרונגען במחנינו הקדוש, אבער מיט די צייט וועט עס געשען.


[ציטאט אראפגענומען]

און וואס וועט זיין אויב די נייע תולדות חיים יענקל רבי איז מאדערן, און וויל איינפירן געמישטע זיצונגען אין שול? האט ער די זעלבע רעכט?

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:34 pm

· #88421
איך האב ארויסגעברענגט די פוינט ווען די קינד טוהט עס נישט בנאמנות, כדי זאלסט פארשטיין אז די זעלבע איז ווען די קינד איז יא פאסיג, אבער נישט די פאסיגסטע, די קהילה האט א "סעי" אין די מעטער.

sunbar » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:59 pm

· #88429
לעיקוואד
[ציטאט אראפגענומען]

ניין, נישט אויב דער ביזנעס ענהאלט שליטה אויף אנדערע מענטשען. דאס איז נישט קיין ביזנעס נאר השתלטות על הציבור, וואס אויף דעם דארף מען דער ציבור'ס הסכמה.


עס איז נישט קיין השתלטות על הציבור. קיינער צווינגט נישט קיינעם צו זיין אונטערגעווארפן.

[ציטאט אראפגענומען]


אז איינער האט א זון וואס קען נישט פירן קיין ביזנעס, זאל ער עס נישט איבערגעבן פאר זיין זון???

לעיקוואד
ניין, א ישיבה איז נישט קיין פרטישע ביזנעס, עס איז א מוסד ציבורי, עס איז פטור פון טעקס לכבוד דעם... די טענה אז דו ווילסט נישט שיק נישט דיינע קינדער איז נישט קיין טענה וייל עס איז נאר דא א באגרעניצטע מספר פון ישיבות און אלע פון זיי זענען געבויט אויף די מוגבלדיגע געלט און מענטשען וואס זענען דא אין דער קהילה. אז סדא איין ישיבה וואס א ביזנעסמאן האט צוגעגנבט נעמט דאס צו פון א צווייטער וואס וואלט געקענט מאכען א ישיבה.

יעדער זאך וואס האט צוטוהן מיט דער פאבליק איז דא א געוויסע עטיק מיט וואס מדארף זיך פירען, אפילו א זאך וואס איז א ביזנעס ממש. א געשעפט למשל טאר נישט אויפנעמן נאר וייסע ארבעטער נישט שווארצע, איי סמיין געשעפט אז דו ווילסט נישט קויף נישט, עס גייט נישט אזוי, ברגע וואס דו טוסט ביזנעס מיטן ציבור דארפסטו זיך צושטעלן צו געוויסע מענטשליכקייט און עטישקייט וואס פארלאנגט זיך. די זעלבע לגבי א ישיבה, ברגע וואס עס האט צוטוהן מיט נאך מענטשען מוז עס גיין לויט די געזעצן און ריכטיגקייט וואס פאדערט זיך, מקען נישט טענה'ן סאיז מיין מוסד איך טוה מי דארט וואס איך וייל אז דו ווילסט נישט קום נישט אריין.

קיינער איז נישט מדמה הרב וואזנער'ס פרעזנעליכקייט צו סאדאם, מאיז מדמה די צורת המחשבה אז ממיינט אז שליטה אויף מענטשען און נכסי ציבור גייט בירושה.


לגבי רב וואזנער ביסטו נישט גערעכט. אנדערש וואלט געווען ווען למשל רבי יצחק טובי" ווייס לייגט פרעשור אז זיין זון זאל איבערנעמען נאך עם. משא"כ רב וואזנער האט אליינס געבויעט זיין ישיבה.

משה רוקח
האט דען נישט ר' מאטעלע וויזניצער לעצנטס געזאגט אז ער איז שוין צו אלט און נעמט מער נישט קיין מענטשן?
_____
אויב איז דא א רבי אדער ראש ישיבה וואס איז גענוג קלוג אויפצוגעבן די פירערשאפט, מאכט דאס אים נישט קלוגער ווי אלע אנדערע רבנים וראשי ישיבות? אויב יא, דעמאלס דארף ער אפשר יא בלייבן אויף זיין פאסטן.


ער האט עס געזאגט צוליב א אנדערע סיבה. ואכמ"ל

[ציטאט אראפגענומען]


די שאלה איז: וואס הייסט מעביר זיין? מעביר זיין פון פירן? מעביר זיין פון באקומען די געלט?

און אגב, א ראש ישיבה אדער רב איז אינגאנצען אנדערש פון א רבי. מען קען עס בכלל נישט פארגלייכן.

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:15 pm

· #88435
איך זע אז לעיקוואוד האט שוין געשריבן אז ער שרייבט נישט ע"פ הלכה. לאמיר נאר צולייגן אז דער נידון איז נישט קיין כי הוא זה נוגע פאר אונז ערליכע אידן על דרך הסלולה לנו מזקנים וזקנותינו, אנשים ונשים המסוללות. לעיקוואוד קומט מיט דעקאראטישע און סוקראטישע מושגים, מיר אידן האבן א תורה, און לויט דעם מעסט זיך אלעס. אויב די תורה זאגט אז א ממזר איז אסור לבא בקהל, איז אזוי דער דין, אפילו ער קומט פון א פרייע שטוב און ער האט זיך נעבעך מוסר נפש געווען זיך צו אומקערן צו א רעליגיע וואס גייט אים אפשפארן דעם טיר צו קענען פירן א נארמאל לעבן. איי, ס'איז נישט מאראליש? איר זעט, די קשיא אליין שמעקט שוין מיט אפיקורסות, און איך גיי אפילו נישט מסביר זיין פארוואס, ווייל מכותלי מכתבך וריסי עיניך איז שוין ניכר אז דו ביסט אן אנגעליינטער.
יעצט, וואס ס'איז נוגע לדין, האבן מיר א פסק הרמב"ם (הל' מלכים פ"א ה"ט): [quote="דער רמב"ם"]כל השררות וכל המינויין שבישראל--ירושה לבנו ולבן בנו עד עולם: והוא שיהיה הבן ממלא מקום אבותיו בחכמה, וביראה. היה ממלא ביראה--אף על פי שאינו ממלא בחכמה--מעמידין אותו במקום אביו, ומלמדין אותו; וכל מי שאין בו יראת שמיים--אף על פי שחכמתו מרובה, אין ממנין אותו למינוי מן המינויין שבישראל.[/quote]
במאי עסקינן? א קהילה האט אויפגענומען רב ואזנר, און סוף ימיו דערזעט מען זיך אז ער האט א חשוב'ער זון, א גרויסער ערליכער איד, אבער קיין גרויסער יודע ספר איז ער נישט. ער איז אבער גרייט זיך צוצולערנען דעם פאך, און ער איז נישט מוותר אויפ'ן רבנות. זענען די תלמידי חכמים פון זכרון מאיר מחוייב צו לערנען מיט אים שהי' והטמנה און דיני וסתות (אקעי, מסתם נישט ממש אזוי, באט יו געט די פוינט) ביז ער וועט קענען פסק'נען שאלות. האבן מיר לכאורה א קלארע פסק דלא כעיר התורה.
און וואס איז מיט'ן חתם סופר אז ירושה גייט נישט אריבער ברבנות? אויף דעם האבן מיר דאך א קלארער פסק פונ'ם פוסק הדור, חתן דנן.
[quote="שבט הלוי (ח"ד סי' קכ"ח)"]ואמנם י׳׳ל גם לאידך גיסא דכהיום יש הרבה קהלות
שאין התיסדות הקהלה קדמה להרב הראשון
המוריש כמו שהי׳ בימי קדם שהקהלות היו עתיקות
עם תקנות ומסורת והם שקבלו את הרב ולדעת הח״ס
רק אותו קבלו לא בנו ױורשו אבל כהיום למדתי
מהנסיון
שקודם שבא הרב הראשון לא היתה קהלה
כלל אלא ע׳׳י השפעת הרב וצדקתו נתיסדה קהלה
קדושה ונתמנו אנשי קהל בתחלה על ידו והוא כשותף
וכמיסד בקהלתם כי לו מגיע הזכות קיום שלהם אולי
בכזה הכל מודים דהבן יורש מעמדו של אביו. [/quote]
יא יא, הרב וואזנער האט געהאט א ווייטער בליק...
נאכמער, אויף אזא אופן האבן מיר שוין מעגליך אפילו נישט דעם פראבלעם פון לעיקוואוד, ווייל די קהילה האט דאך אויפגענומען א רב כדיני התורה, וכמובן אז אויב לויט די דיני התורה איז דער דין אז דער זון דארף איבערנעמען, איז דאך דעתייהו אהכא.
יעצט, בנוגע צו עס איז עטיש אדער נישט, ס'הייסט טעארעטיש גערעדט, פארשטיי איך אינגאנצן נישט לעיקוואוד. דאס אז מען נעמט אויף א רב און מען בלייבט משועבד כל ימי חייו איז עפעס יא עטיש? דאס אז מען נעמט אויף א רב צו פירן דיני תורה און האלטן שבת הגדול דרשות, און ער נוצט אויס דעם טיטל צו ארויפצווינגען אויף זיינע חברי הקהילה אן איסור אויפ'ן פרויען דרייוון אדער אויף גיין דינערע טייטס וואס מען קען דורכזען זיין האנט, דאס איז יא עטיש? דאס אז א ראש ישיבה קען ארויסווארפן א בחור אינמיטן זמן ווייל ער איז געווען א מחוצף, דאס איז יא עטיש? איך וועל זיך אפשטעלן דא, ווייל אויב גיי איך ווייטער וועל איך אנקומען צו ננתקה.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:34 pm

· #88438
[quote="יאיר"]איך זע אז לעיקוואוד האט שוין געשריבן אז ער שרייבט נישט ע"פ הלכה. לאמיר נאר צולייגן אז דער נידון איז נישט קיין כי הוא זה נוגע פאר אונז ערליכע אידן על דרך הסלולה לנו מזקנים וזקנותינו, אנשים ונשים המסוללות. לעיקוואוד קומט מיט דעקאראטישע און סוקראטישע מושגים, מיר אידן האבן א תורה, און לויט דעם מעסט זיך אלעס. אויב די תורה זאגט אז א ממזר איז אסור לבא בקהל, איז אזוי דער דין, אפילו ער קומט פון א פרייע שטוב און ער האט זיך נעבעך מוסר נפש געווען זיך צו אומקערן צו א רעליגיע וואס גייט אים אפשפארן דעם טיר צו קענען פירן א נארמאל לעבן. איי, ס'איז נישט מאראליש? איר זעט, די קשיא אליין שמעקט שוין מיט אפיקורסות, און איך גיי אפילו נישט מסביר זיין פארוואס, ווייל מכותלי מכתבך וריסי עיניך איז שוין ניכר אז דו ביסט אן אנגעליינטער.
יעצט, וואס ס'איז נוגע לדין, האבן מיר א פסק הרמב"ם (הל' מלכים פ"א ה"ט): [quote="דער רמב"ם"]כל השררות וכל המינויין שבישראל--ירושה לבנו ולבן בנו עד עולם: והוא שיהיה הבן ממלא מקום אבותיו בחכמה, וביראה. היה ממלא ביראה--אף על פי שאינו ממלא בחכמה--מעמידין אותו במקום אביו, ומלמדין אותו; וכל מי שאין בו יראת שמיים--אף על פי שחכמתו מרובה, אין ממנין אותו למינוי מן המינויין שבישראל.[/quote]
במאי עסקינן? א קהילה האט אויפגענומען רב ואזנר, און סוף ימיו דערזעט מען זיך אז ער האט א חשוב'ער זון, א גרויסער ערליכער איד, אבער קיין גרויסער יודע ספר איז ער נישט. ער איז אבער גרייט זיך צוצולערנען דעם פאך, און ער איז נישט מוותר אויפ'ן רבנות. זענען די תלמידי חכמים פון זכרון מאיר מחוייב צו לערנען מיט אים שהי' והטמנה און דיני וסתות (אקעי, מסתם נישט ממש אזוי, באט יו געט די פוינט) ביז ער וועט קענען פסק'נען שאלות. האבן מיר לכאורה א קלארע פסק דלא כעיר התורה.
און וואס איז מיט'ן חתם סופר אז ירושה גייט נישט אריבער ברבנות? אויף דעם האבן מיר דאך א קלארער פסק פונ'ם פוסק הדור, חתן דנן.
[quote="שבט הלוי (ח"ד סי' קכ"ח)"]ואמנם י׳׳ל גם לאידך גיסא דכהיום יש הרבה קהלות
שאין התיסדות הקהלה קדמה להרב הראשון
המוריש כמו שהי׳ בימי קדם שהקהלות היו עתיקות
עם תקנות ומסורת והם שקבלו את הרב ולדעת הח״ס
רק אותו קבלו לא בנו ױורשו אבל כהיום למדתי
מהנסיון
שקודם שבא הרב הראשון לא היתה קהלה
כלל אלא ע׳׳י השפעת הרב וצדקתו נתיסדה קהלה
קדושה ונתמנו אנשי קהל בתחלה על ידו והוא כשותף
וכמיסד בקהלתם כי לו מגיע הזכות קיום שלהם אולי
בכזה הכל מודים דהבן יורש מעמדו של אביו. [/quote]
יא יא, הרב וואזנער האט געהאט א ווייטער בליק...
נאכמער, אויף אזא אופן האבן מיר שוין מעגליך אפילו נישט דעם פראבלעם פון לעיקוואוד, ווייל די קהילה האט דאך אויפגענומען א רב כדיני התורה, וכמובן אז אויב לויט די דיני התורה איז דער דין אז דער זון דארף איבערנעמען, איז דאך דעתייהו אהכא.
יעצט, בנוגע צו עס איז עטיש אדער נישט, ס'הייסט טעארעטיש גערעדט, פארשטיי איך אינגאנצן נישט לעיקוואוד. דאס אז מען נעמט אויף א רב און מען בלייבט משועבד כל ימי חייו איז עפעס יא עטיש? דאס אז מען נעמט אויף א רב צו פירן דיני תורה און האלטן שבת הגדול דרשות, און ער נוצט אויס דעם טיטל צו ארויפצווינגען אויף זיינע חברי הקהילה אן איסור אויפ'ן פרויען דרייוון אדער אויף גיין דינערע טייטס וואס מען קען דורכזען זיין האנט, דאס איז יא עטיש? דאס אז א ראש ישיבה קען ארויסווארפן א בחור אינמיטן זמן ווייל ער איז געווען א מחוצף, דאס איז יא עטיש? איך וועל זיך אפשטעלן דא, ווייל אויב גיי איך ווייטער וועל איך אנקומען צו ננתקה.[/quote]
לאמיר מאכן קלאר,
1) אפילו לויטן רמב"ם, שטייט נישט אין רמב"ם בכלל אז דער קהילה, אדער די מענטשען, אדער בכלל עפעס א שום זאך, איז אין דער בעלות פון דער רב און ער איז עס מוריש צו זיין זון ווייל עס איז זיין ביזנעס. לא מיניה ולא מקצתיה. שטייט סך הכל א הלכה צו די קהילה, וואס איז מובן מאליו אז צו זיי דארף מען רעדן אין אזא פאל, אז אפילו ער איז נישט ממלא מקומו בחכמה, לערנט מען עם צו. פארשטייט זיך עס רעדט זיך ער איז א בר הכי אז אויב וועט מען עם לערנען וועט ער פארשטיין. מכל מקום איז דאס א דין וואס איז קלאר פונה צו דער קהילה וואס איז עם ממנה, און אויב זיי ווילען זיך אנפייפען אויף דער שטיקל רמב"ם קען דער זון נישט האבען קיין שום טענות. אין ערגעץ אין די אלע הלכות שטייט נישט דער אבסורדישע און רשעותדיגע טענה וואס ממי שאמרו טענהט דא אז עס קען זיין א מציאות אז א קהילה על כל האנשים והבנינים והמוסדות וכו' זאל אלץ זיין נידון ווי א פריוואטער ביזנעס וואס א מענטש האט אויפגעשטעלט און ברוב ערמומיותו גורם געווען אז מענטשען זאלן עס אויסהאלטן מיינענדיג אז דא איז א קהילהדיגע כללישראל זאך און דערווייל שטייט דער רב און טראכט כל אלה ידי עשתה ושלי ורכושי הם.

(ווען די סיבה וואלט געווען ווי מטענהט דא אז עס איז זיין ביזנעס, וואלט דאך נישט געווען שייך בכלל א הלכה אז ער מוז זיין ממלא מקומו כאטש ביראה, אז עס איז זיינס איז עס דאך זיינס, סנישטא אזא זאך א ירושה וואס איז תלוי אין די מעלות אדער ערליכקייט פון קינד.)

וועגן די נידון אין די פוסקים אויף ירושת רבנות און טענת בעל שבט הלוי וויל איך נישט אריינגיין, עכ"פ דער סברא וואס דו ברענגסט בשמו איז גאר שוואך מכל הטעמים שטרחתי להסביר באשכול זה.


2) די טענה דיינע וועגן עטיק און תורה איז גאר לעכערליך, און איך שטעל מיר פאר דו מיינטס אליינס נישט כפשוטו. הגע בעצמך, נניח עס זענען דא חלקים אין די תורה וואס זענען נישט דעמאקראטיש אדער עטיק לויט אונזער השגה, איז וועגן דעם איז יעצט א חיוב אלעמאל זיך אויפציפירען מיט די גרעסטע רשעות און ציניות לויט די עטיק ווייל אפשר איז הלכות ממזר נישט עטיש? דאס איז טאקע א ברייטערער שמועס, אבער מכל מקום לעניינינו איז קלאר אז דאס ואס איז עטיש איז אויך תורהדיג, די תורה פארלאנגט אז דער קהילה זאל וועלן דער מנהיג און נישט להיפך, און אזוי האבען זיך קהילות ישראל געפירט אלע דורות, נישט אז א קהילה איז א פריוואטער ביזנעס פון עמיצער, ממילא איז דער נושא פון עטיק בכלל נישט רעלעוואנט צו אונזער שמועס.

3) לגבי די לעצטע טענות דיינער, אויפנעמן א רב אויף כל ימי חייו זעה איך נישט עפעס ראנג, בנוהג שבעולם אז סדא פאסטענעס וואס זענען לייפטיים, און סדא וואס זענען נישט, עכ"פ סאיז גארנישט בעצם ראנג מיט דעם אז איינער זאל זיין רב לכל חייו. אז א רב נוצט אויס זיין שררה צו ענפארסען איבעריגע נישט וויכטיגע זאכען וואס נישט אויף דעם האט מען עם געגעבן די שררה איז דאס טאקע אומעטיש און ממוז אויף דעם מוחה זיין, די זעלבע דער ראש ישיבה וואס ווארפט ארויס א בחור אינמיטען זמן (ע"פ רוב למען כבודו) איז א מנוול און מברויך עם נאכשרייען אויף די גאס.

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:24 pm

· #88468
1) איך זוך נישט דא צו דעפענדען ממי שאמרו'ס הגדרה אויף א קהילה, איך זוך נאר צו פארענטפערן אז רב וואזנער האט יא געמעגט ע"פ הלכה שטעלן זיין זון אלס רב אויב ער האלט אז ער איז א ירא שמים און א תלמיד חכם. און בכלל, פון די הלכה זעט מען אז עס איז דא א געוויסע בעלות וואס דער רב האט, ווייל אויב נישט, ווי קומט אריין ירושה בכלל, איז עס דען הלכה למשה מסיני אז די קהילה מוז שטעלן דעם זון אלס רב?
2) איך זאג בסך הכל אז אויב דער פסק על פי דין איז אז א רב מעג אריינשטעלן זיין זון, דעמאלט איז דיין טענה אז ס'איז נישט עטיש בכלל נישט קיין טענה, אויב יא קענסטו פרעגן אויף הונדערטער דינים לויט וואס כלל ישראל פירט זיך.
3) איך מיין אז ס'איז נישט אזוי פשוט, דעמאקראטיע און היינטיגע עטיק וואלט געזאגט אז מען דארף וואוטן פאר'ן רב יעדע פינף-צען יאר. נישט אז ער זאל קענען בלייבן על מי מנוחות, און די קינדער און אייניקלעך פון די פריערדיגע קהילה מעמבערס זאלן אים נישט קענען ארויסשטויסן ווייל העי, ער איז אריינגעקומען דורך בחירות. לגבי תקנות און ווארפן א בחור פון ישיבה, האבן אלע רבנים און ראשי ישיבה זיך אזוי געפירט, מער אדער ווייניגער, און קיינער האט נישט געהאלטן אז ס'איז שלא על פי תורה. כאטש ס'איז גאנץ זיכער אומעטיש.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:49 pm

· #88481
1) פון הרב וואזנער האט מען שוין אפגעמאכט אז מרעדט נישט. עכ"פ לפי ההסבר שלי ברמב"ם אין זה כלל בעלות, והוכחתי זאת. יש דין שנלמד מהפסוקים לגבי מינוי מלך שיש למנות בנו אם ראוי, אבל אם הציבור לא רוצה בדווקא אין הרב הקודם יכול לעשות כלום. לא שיש כאן בעלות בכלל.

2) לא נכון כלל, כי הדין כאן הוא הוא העטיק, כמו כל החושן משפט, ועכ"פ באנו למחלוקת החזון איש באמו"ב וכל העולם כולו. אני כשלעצמי חולק על כל ההבחנה בין דין עטיש לדין תורה, ולענ"ד אין ההבחנה הזו משמשת בד"כ אלא להצדיק מעשה רשעות גמורים לכל הדעות.

3) אויב קיינער האט נישט געהאלטן אז ווארפען איז אומעטיש, און אומתורהדיג, האלט איך אזוי, וכך שמעתי מרבותי. לגבי רבנות לכל חייו או לא יש לדון בנפרד. ועכ"פ אינו קשור למחלוקת תורה ועטיק כלל אלא לשאלה שאפשר לעיין בה. (למשל בעולם, א מעיאר אדער סענטאר וכו' איז מען ממנה לזמן , ווידער א שופט איז מען ממנה לכל ימיו, מה בין זה לזה?)

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:18 pm

· #88499
איך בין נישט געווען ביי די מיטינג וואו מען האט אפגעמאכט אז מען רעדט נישט פון רב וואזנער, אדער בין איך ארויס אויף די פאר מינוט, בכל אופן שטעל איך מיך צו צום דעת הקהל 🙂.
דאס ביסטו גערעכט, אז מען זעט נישט אין ערגעץ אז א רב זאל מעגן טון וואס ער וויל אין א קהילה ממש כל מה שלבו חפץ, ובפרט אויב ער מיינט נישט די טובה פון די קהילה, און דאס קען אויך זיין אז ירושה ברבנות האט נישט קיין שום שייכות מיט בעלות אויף די רבנות (כאטש איך האלט אז מען קען זיך דינגען דערויף), פונדעסטוועגן מיין איך אז ס'איז א דבר ברור אז רבנים במשך כל הדורות האבן אין זיך געזען מער ווי סתם א געוויסע משרת הציבור, זיי האבן ענדערש זיך געהאלטן אלס מער פאראנטווארטליך אויך פאר זאכן וואס מען האט זיך נישט דוקא אויסגענומען אין דעם שטר הרבנות. קען זיין אז דו ביסט מחולק מיט מיר, אדער אפשר האלטסטו אז זיי האבן טאקע געטון ראנג.
דער חילוק צווישן א מעיאר און א שופט איז אז א מעיאר איז א פאליטישע אמט. ווען מען זאל אויפנעמען א דיין פאר כל ימי חייו איז דאס פארשטענדליך, אבער אויפנעמען א רב (כעין א גאווערנאר, מעגליך אפילו מער לויט די היינטיגע דעפינישען פון א רב אדער רבי) איז א דבר פשוט אז כדי עס זאל זיין יושר'דיג מוז מען איינפירן וואלן יעדע עטליכע יאר, און מעגליך אפילו נישט לאזן דינען מער ווי א געוויסע צאל טערמינען, ווי אונזערע גאונ'ישע מייסדי ארצינו, די גרינדער פון די קאנסטיטוציע האבן שוין ברוב חכמתם איינגעזען.
וועגן תורה מיט עטיקס, איך וייס נישט אויב דאס איז ממש דער שמועס דא, אבער איך וואלט זייער געוואלט וויסן וואס דו טוסט מיט אונזער ממזר'ל, ער שטייט דא נעבן מיר און בעט זיך פאר אן עצה, זאל איך אים שיקן צו רב לעיקוואוד?

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:50 pm

· #88510
אנאנים, דיין עצם נקודה אין אלגעמיין איז ריכטיג, אבער איך מיין אז דא איז עס דעם זכות פונ'ם זון, נישט פונ'ם טאטן. די שאלה איז צו ס'איז סתם א דין וואס דער קהל האט צו שטעלן דעם זון (וואס דער רב האט לכאורה א רעכט צו אינפארסירן), אזוי ווי מען דארף שאקלען לולב, אדער ביסודו ליגט דא א געוויסע הבנה אין דעם עצם בעלות פון די רבנות.

יידל » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:08 pm

· #88514
אז מ'רעדט שוין, אין וויען איז דאך ביז היינט געווען דעמאקראטיע (עכ"פ לאחר פטירת הרב). וויפיל שאנסן איז דא אז די טראדיציע פון ערוויילן א רב זאל אנהאלטן? לענ"ד, זילטש.

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:11 pm

· #88517
פון דעם רעדט מען דאך דא, אז אלע רבנים וואס ליינען קאווע שטיבל זאלן איבערטראכטן זייערע מעשים און אויפהערן משתלט זיין על הציבור.

יידל » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:13 pm

· #88518
מיינסט צו זאגן אלע רבנישע קינדער.

יאיר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:30 pm

· #88531
און אז מען האט שוין טענות, לאמיר נישט פארגעסן אז בעיקר זענען מיר אליין שולדיג, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. ווען מיר וואלטן נישט געטאנצן קדוש אויף יעדן עם הארץ און בעל מידות רעות בלויז ווייל ער הייסט טווערסקי אדער טייטלבוים און ער האט זיבן שטאקיגע זיילן אויף די חתונה בריוולעך אנגעפילט מיט באבעס און זיידעס, וואלטן מיר אסאך שענער אויסגעזען.

יידל » מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:38 pm

· #88534
ממי שאמרו, די רבנים אליינס זענען זיך נישט משתלט, דער ציבור האט פאר סאם ריזען זיך מכניע געווען תחתיהם. וויאזוי זאגט יאיר? לאו עכברא גנב אלא חורא גנב.

איחוד פעלד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:38 am

· #88581
אריין צו ווארפען מיינע פאר קוואדערס,

מען איז דן דא אויב עס איז ריכטיג איבערצוגעבען פאר די קינדער די רבנות.

הן אמת, אז מען קען דעבאטירען, צו עס איז עטיש אויסגעהאלטען אדער נישט, ווען א רב האט קינדער און תלמידים, און מען ווייסט אז ער האט א תלמיד וואס איז זיכער מער ראוי ווי דער זוהן, און דער רב גיט עס איבער פאר זיין זוהן, ווייזט עס אויף קאראפציע.

אבער, און דער אבער זאגט זיך מיט א שטיקעל גרעפץ, מען קען טרעפען ווען מען גייט צוריק גאר גרויסע וואס האבען געהאט דער קאראפציע. מי לנו גדול פין משה רבינו אליין, וואס חז"ל זאגען אז ער האט ענדרעש געוואלט זיין גרשום, וואס פין אים נישט געבליבען קיין יידיש זכר, זאל זיין די ממלא מקום זיינע, און נאך איין מזל ער האט געהאט דיירעקט שייכות מיט דער רבש"ע אליין, וואס האט ממנה געוועהן דער ממלא מקום, און ער האט געזאגט "ניין" און ביי דעם איז עס געבליבען.

און פין זכרון דענקט זיך ר' מענדעלע וויטעבסקער, וואס מען קען ליינען די בריוו און פרי הארץ סוף ספר, ווי ער זאגט אהן אז זיין זוהן טאר נישט פירען קיין שום שררה אדער רביסטווע, און אלעס ווייל ער האט געהאלטען אז דער ממלא מקום זאל זיין א צווייטער, הערשט איז זיין זוהן נישט געוועהן קיין קטלא קניא. (גענוג ערליך איז ער געוועהן פאר פאלגען, היינט וואלט מען אים גערופען א שוטה פאר פאלגען).

ווידער ארום, ווען מען רעדט פין די סאדיגורער ריזשענער הויפען, דארט איז דאך געוועהן כמעט ווי ביי די רעביס היינט, נאר נאך מער, אז יעדער איינער איז געווארען א רבי, און נישט סתם א רבי, נאר א קדוש, נישט קיין חילוק צו ער איז געוועהן א תלמיד חכם עם הארץ שוטה חכם צדיק רשע עניו גס רוח, און אלע חסידים פין אלע רעביס פלעגען אריין גיין מחזק זיין אלע רעביס ווען עס איז זיי אויסגעקומען אדורך צו פארען. גיי פארשטיי. (ברוך השם אז דעס איז שוין נישטא, אבער די מצב ווערט דאך ערגער מצד אחר).

און דער גרויסער צאנזער רב, דער ד"ח, פלעגט זיך נידריג מאכען אריין צו זעצען אלע קינדער און אפילו אייניקלעך צו זיין רבנים אין שטעט, און אנגעפירט א גאנצע מחלוקת אין קשאנוב, נאר פאר די רבנות פין זיין זוהן ר' דוד, מיט דער תפארת שלמה. און נישט אז דער תפארת שלמה איז געוועהן פאר א תלמיד חכם, ער האט געוואלט זיינס א קינד זאל זיין רב (עפעס אזוי, אבער די מחלוקת איז זיכער נישט געוועהן לטובת הקהל). אזוי אז פאר די קריג, איז אין גאנץ גאליציע נישט געוועהן קיין איין שטאט וואס די רב אדער דיין זאל נישט זיין א צאנזער אייניקעל. צו מעסטען א לעוועל ווי דאס אין קאראפשען, דארף מען האבען כלי פין מ' סאה............

און מען זאגט נאך אז מען האט געפרעגט די ד"ח היתכן? האט ער געזאגט אז פאר קינדער גיט מען אלעס................ גיי פארשטיי.

און מען קען טאקע אנגיין און מאכען ליסטעס פאר א לאנגער צייט, און אלע גדולים זענען גענוג חשוב זיי צו לייגען דא אויף ק"ש טיש, אבער די עיקר נקודה וואס מען דארף ארויסנעמען איז, קיינער פין די מנהיגים, על כל פנים כמעט קיינער, ווען ער שטעלט זיין זוהן מיינט נישט לטובת הקהל, נאר לטובת זיין זוהן. כמעט יעדער וויל איבער לאזען די קינדער מיט וואס ער קען.


אוודאי איז לעיקוואד גערעכט טיארעטיש, עס וואלט געוועהן בעסער ווען ר' מלכיאל קאטלער איז א מקוה איד, און רז"ל איז א בדחן, און ר' אהרן איז פורים רב, און פאפא רב איז מוהל פאר גוים, און מען קען רעכענען ווייטער, אבער וואס קען מען טוהן? אזוי איז עס. א מענטש האט א רעכט על פי תורה צו געבען פאר קינדער וואס ער קען.

לגבי איין נקודה פין לעיקוואד דארף מען ארויס ברענגען, ער טענה'ט אז די קהלה באלאנגט נישט פאר רב וואזנער (למשל), און ער האט נישט קיין רעכט וכו'. אפילו די גאנצע קהלה געהערט נישט צו אים, אבער זיין פאזיציע געהערט יא צו אים, און דאס קען זיין האט ער יא א רעכט איבערצוגעבען. און נישט מיט דער טענה, אויב עס געפעלט דיך נישט דאווען נישט דא ווי מישאמרו זאגט, נאר סתם, דאווען דא, און לערן דיך אויס עס זאל דיך יא געפעלען, ווייל דאס איז נישט דיין דיסיזשען אין דעם בית המדרש, ודו"ק.

ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט מען געמאכט א סענטראלע קהלה מיט פיל קליינע בתי מדרשים ווי די רבנים זאלען אויף גענומען ווערען דורך דער עולם, דוגמת די קליינע בתי מדרשים אין לעיקוואד, און די רבנים זאל דארפען ווידער ערוועלט ווערען, אפשר פיר יאר איז צו ווייניג, עס קען זיין יעדער צעהן יאר איז אויך גענוג. און אזוי ארום מבטל זיין די כח וואס די פירמע רעביס האבען. דער כח וואס זיי האבען היינט, און מן הסתם נישט געוועהן וואס א אידישע מנהיג האט דאס געהאט זיין די ריש גלותא צייטען.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:51 am

· #88584
יעצט אראפ געלייגט דעם טעלעפאן מיט הרב וואזנער, ער זאגט ער וועט איבערקלערן די גאנצע זאך.

טעפל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:00 am

· #88608
אידען די רבנים ווארטען מיט שפאנונג צו זעהן וואס וועט ארויסקומען פון לעיקוואד מיט יאיר וכו' צו זאלען זיי רעזיגנירן אדער נישט.. כ' מיין נישט קיין ספק אז וועגען דעם האט מען געעפנט דעם אשכול..

איך אויך » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:15 am

· #88626
ווילאנג זיי ווארטן געב זיי ביטע א טעפל קאווע מיט אפאר פון דיינע טשאקלעד טשיפס קוקיס.
בלאט: 1 2