☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פורים קווענקעלנישען

פורים קווענקעלנישען

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3020

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:23 am

· #89514
פורים קווענקעלנישען
פורים איז שוין דא, אין א שלימזל'דיגע שעה.

מיין פראבלעם מיט פורים מער ווי אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר, איז צוליב דעם וואס זי איז נצחי. ימי הפורים האלה לא יעברו. אנדערע ימים טובים ווי שלש-עשרה-מידות, חמשה-עשר-בשבט, שבת נחמו, ווי שווער זיי זאלן נאר זיין, האבן זיי כאטש אן ענדע-דאטום, ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעטע, אבער פורים איז הער טו סטעי.

יא, פורים איז נישט מיין favorite. כ'ווייס נישט פארוואס, אפשר ווייסעך יא? כ'ווייס אליינס נישט.
איז דאס צוליב דעם וואס אלץ קינד בין איך געווען פון דיע וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין גראגער כמו שצריך, ווער רעדט נאך פון אנדערע מכשירי קולות?

אפשר איז דאס צוליב דעם וואס ממחרת ימי הפורים האט מען מיך באפאלען אין חדר "הע, הא, קאוועלע, דיין טאטע איז נעכטען ביים טיש געווען שיכור", און דאס בושה איז איינגעקריצט עד היום הזה? איז דאס צוליב דעם וואס אלץ בחור האט מען מיך abused בעצם יום הפורים? להוי ידוע, abused מיינט נישט דוקא עניני נח"ר. אויסצונוצען הערשאפט און מיין יונגע תמימות און מיך צווינגען צו גיין נאך געלט און זאמלען כמספר את רובע זרעך וכו', איז abuse נוממער צוויי. און אויב דו מנהל, ראש ישיבה, מיינטס אז ס'האט זיך דיר אויסגעצאלט, האסט מיך אפגעקויפט מיט א זכות אין א ליזענסקער-גורל, וויל איך דיר זאגן, אז דו האסט פארלוירען פי כמה, שוין יארן וואס מער ווי מיין יערליכע 10 דאללער דינער-געלט גייט נישט אריבער פון מיר צו דיר, אפילו ווען איך קום שוין יא צום א.ג. כינוס התלמידים, איז דאס נאר צו טרעפן אלטע לצים, און זעהן ווער ס'איז קלוגער געווארן זינט דעם פאריעריגען יובל-דינער. מיינע קינדער, וואס דו פרעגסט מיך אלץ ווי אלט זיי זענען שוין, וועלען ביי דיר נישט לערנען. פינטעל.

אפשר איז דאס צוליב דעם וואס איין יאר אלץ בחור בין איך געווען א שיכור, און ס'איז מיר פון טאש ארויסגעפאלן מיין לוח-המפואר (מ'מאכט דאס נאך היינט?), און דער טרעפער האט געזעהן מיינע רשימות פון חטאים און זייערע דאטום. נאך היינט גיי איך אריבער דעם גאס ווען ער קומט אין מיין תחום יום-טוב. (זארגט אייך נישט, ס'אלץ נתהפך געווארן לזכיות).

אפשר איז דאס צוליב וואס אלץ שנה ראשונה האב איך זיך געשלעפט מיט וויליאמסבורג-בארא-פארק באס מיט א גרויסע אייער באקס (דער מחבר פון שטיקל 5, דאס הינער איי, האט פארגעסן צוצולייגן "מיט אים טוט מען באקסעס מעסטען") מיט א כלומר'שע משלוח מנות פאר די באבע, און די בושה, פון די צוקוקער, באגלייט מיך עד היום הזה. (בושה פון וואס? קאווע, דו מיינסט טאקע? להוי ידוע, קיינער קוקט ניטאמאל אויף דיין זייט...)

אפשר איז דאס ווייל אין שנה שניה, איז געווען א שטיקל געפעך אינדערהיים "וואו גייט מען קודם?", און זייענדיג אנגעצויגען און אפשר אביסל חכלילי עינים'דיג האב איך א זאג געטאן "כ'וועל דיר הרג'ענען", און דאס באגלייט מיר עד היום הזה, נישט נאר פורים, נאר א גאנץ יאר.

אפשר איז דאס צוליב וואס זינט שנה שלישית והלאה קומען צו נאך צוויי רבי'ס און דריי טיטשערס אויף די שלועכמאנעס דעליווערי, און דורכצודרייווען די גאסן בעצם היום איז אזוי מעגליך ווי אריינצוגיין אין שומרי-שבת שול אן גיין נאנט בתוך ד' אמות פון א מתפלל.

אפשר ווייל איך שעהם זיך מיט איר משלוח-מנות (המשך אין מאחורי) (הע הע, ס'איז נישט קיין לינק, כ'האב נאר געוואלט טשעקען ווי נייגעריג דו ביסט אין מיין פרגודיגע ענינים)

אפשר ווייל קיינער ברענגט מיר נישט קיין משלוח-מנות? (ביטע נישט קומען צווישען 7 אינדערפרי ביז 10 ביינאכט)
נאכדעם הייבט זיך אן מיין יאהר יערליכע דעבאטע איבער די קטנות פון גדולים וואס פארשטעלען זיך, מאכן זיך נאריש, בעבי'ש און זענען מגלה פאר תבל ומלואו זייער גרויסע שבירת-הכלים. פון איין זייט נעם איך אן כמעט פאר זיכער אז א נארמאלע צופריעדענע מענטש, א אינגערמאן מיט א Job ווייב און קינדער, איז מקיים דעם גאנץ-יעריגען דאורייתא פון שם-לשון-מלבוש, און גייט אנגעטוהן פורים גארנישט אנדערשט ווי חול המועד פסח. מ'איז נישט מזלזל און מסלסל די דיוקנא קדישא דרבנן, און מ'טוישט נישט די הויזן-זאקן צו לאנגע הויזן, און vice versa. מ'איז נארמאל. אמאל ווערט מען אביסעל לעבעדיג פון טרינקען א גלעזעל דא א גלעזעל דארט, אבער מ'איז ביי זעך די גאנצע צייט. מ'איז א מענטש אן קיין בויך וויי און אן קיין קאפ וויי. – די וואס טוישען א זיז כל שהוא, לאזען אראפ די גאנץ-יעריגען פארקניפטע פיאות, צינדען אן א רויטע, לכה"פ א געלע, לעמפעל, לאמר: עפעס איז נישט בסדר מיט אים, וואס באדערט אים? ק"ו פארקערט, אז מ'דרייט ארויף די לאנגע פיאות, און מ'שטעקט דאס ערגץ וואו אונטערן אויער, דאס צינד שוין אן א פלאם פייער בליטשקעדיגע לעמפעל, עפ"י יסוד וואס דער רבי אין חדר האט עומד ומצוה געווען, פירוש ולא סתם: פורים קען מען זעהן וואס א אינגעל וויל באמת זיין. – אסור להרהר אחר רבו, כנראה האט ער געהאט גאר א ווייטע בליק, ווייל לעת עתה זעהט מען נאך נישט די תוצאה, וויפיל איך ווייס. יוחנן, פלעגט אלע יארן זיין א סאלדאט, היינט איז ער קאר-סערוויס דרייווער, יאנקי'ס מאמע פלעגט אים פארשטעלן ווי מרדכי הצדיק, היינט איז יאנקי א הויפט-שומרים, און איך, פלעג אלץ זיכען א פארשטעלעץ וואס פארלאנגט זיך לאנגע האר און א נעק-טיי, און בעוה"ר עדיין לא נושענו.

פון די אנדערע זייט הער איך א בת קול מודזשעט אין אויער: קאווע, דו ביסט צו-חושט (וואס מיינט דיע ווארט?), ביסט אזוי נישט גערעכט.. דו ביסט אזוי אנגעזעצעט.. פארגינסטעך נישט אביסעל זיך צוצולאזן, כאפן א טאנץ אינמיטען העלן גאס. דו בעל-גאוה! ס'פאסטעך נישט?! הע? אדער האסטו מורא דו וועסט ארויסלאזן סודות פון שטיבל? וואס האסטו צו באהאלטען, דאס אליינס טויגט נישט?
וואס איז די אמת?
ביי מיר, די ריכטיגע שמחת פורים איז, ווען כ'דאווען מעריב ביים זמן. כ'גיי אהיים, כ'לייג מיך שלאפן, כ'שטיי אויף שושן פורים פארטאגס, כ'קום אריין אין קאווע שטיבל (די עכטע) און כ'דאווען מיט די 7 אזייגער מנין מיט די אלטע אידן (וואס געדענקען נאך שושן פורים אן קיין שטריימל), כ'לערען אביסל, וואס קען זיין בעסער פון דעם?
ומתן שכרה בצדה, ס'קען ביי מיר געבוירען ווערען א בעל-שם-טוב, ווער נאך לערענט אין די צייט?

בד"וו, די גאנצע שמחה אין פורים איז מיר נישט אזוי קלאר. שריי נישט, לאמירמעך מסביר זיין. ערשטענס, אכתי עבדי אבאמא אנן. צווייטענס, איך פארשטיי מ'מאכט א זכר פאר א נס/הצלה וויטש טוק פלעיס 1000'נטע יארן צוריק. אבער זיך פרייען באמת פאר אותו נס, דאס איז שוין א מדרגה. פסח למשל איז א פייערונג פאר יציאת מצרים, די אתחלתא פון יסוד האומה ביים קבלת התורה. ס'איז א יו"ט מיט אלע טעמים (איידער די גזירה פון געבראקסט), די זעלבע איז שבועות און סוכות. גראדע ביי פסח שטייט טאקע חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, אבער דאס איז שוין תוספות מצוה, א הידור. משא"כ פורים, די גאנצע צולאזענקייט קומט, עכ"פ דארף צו קומען, פון דעם וואס מ'פרייט זיך אז מ'איז ניצל געווארן ממות לחיים. נישט נאר אלץ א זכר, ווייל פאר א זכר דארף איך נישט זיין פרייליך. פסח איז נישט קיין מצוה זיך צו פרייען אז מ'איז ארויס פון מצרים.

בקיצור, כ'האב נישט קיין געדולט מסביר זיין מיין קשיא, כ'פארלאז מיך אויף די וד"ל חברה.

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:10 pm

· #89566
קאווע געוואלדיג, דאס איז נישט פורימדיג דאס איז א ריינע הארץ אויסרעדעניש געפלאכטען מיט ריזיגע גאונות, און יעדע שורה ליגט עפעס א גוט'ס (כ'האב עס איבערגעליינט צוויי מאל) א שאד דו האסט עס נישט געמאכט אין קליינע שורות וואלט עס זיכער געוואנן דעם פאעיזיע פארמעסט.
דוקא די חיד"א פרעגט אז די נס איז געווען אין שושן איז פארוואס פייערט מען פורים אין די גאנצע וועלט.

יידל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:01 pm

· #89589
מילא די יו"ט פורים, אבער וואס איז פשט פון תענית אסתר? מ'איז דאך געראטעוועט געווארן צום סוף, נישט אזוי? צו מאכן מיר דען א תענית חשמונאים ערב חנוכה? א תענית משה ערב פסח? א תענית מרים ערב סוכות?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:07 pm

· #89593
ולא עוד, זייער תענית איז געווען אויף א פסח, און מיר פאסטען שוין דעמלאסט, איז פארוואס צוויי מאהל פאסטען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:51 pm

· #89614
מיר פאסטן פסח? אפשר מיינסטו תענית בכורים ערב פסח וואס די פאר חברה בכורים זענען יוצא מיט איינעמ'ס סיום?

קאוועלע, איך וויל דיר פרעגן עפעס. דו שיכור'סט טאקע נישט פורים?
אידער וועי, די ארטיקל איז עפעס נישט נארמאל.

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:57 pm

· #89618
ניין, ער מיינט פסח, אזוי ווי ער שרייבט:
קאווע טרונקער
איידער די גזירה פון געבראקסט

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:10 pm

· #89622
ווי גייט דאס ווערטל? "פסח קען מען גארנישט עסן, סוכות קען מען אין ערגעץ נישט עסן."
און פורים, ווען מען קען שוין יא עסן, ברעכט מען. א מין מאדנע פאלק די חסידי'שע אידן.
קאוועלע, האסט געמאכט מיין פורים.

יאיר » זונטאג פעברואר 24, 2013 9:14 am

· #89999
נו, קאוועלע, ווי אזוי גייט דיר דיין פורים, איז עס טאקע אזוי שלעכט?

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 24, 2013 11:30 am

· #90012
סאו פאר סאו גוד.
פאר די איינע איד וואס כ'האב שוין יא געטראגן משלוח מנות, זאגט מען מיר ביים טיר, אז כבוד הרב איז אין די יאר און נעמט נישט אן.
סאו, יא געט די איידיע.....

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 24, 2013 11:38 am

· #90014
קאוועלע, דיין אלע קווענקלינישן איז געשריבן קודם השטיבל.
יעצט אז סדא א שטיבל איז נישט אנדירשט דע מצב?

משה געציל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 12:35 am

· #90055
וויאזוי איז עס למעשה דורך קאווע זיסער? האסט געזינגען להתווווודדדדעעע?! דיין דרייצן יעריג שוואגער/ברידער האט זיך אנגעקטרונקען אויף א קאפ לעמאן סאדע?! האסט אריינגעפליקט פאר דעם אינגערמאן מיטן לעקסאס קאר און פ.ס. קארטל?! האסט אראפגעברענגט אפאר גרויסע נשמות מיט דיין תורה היינט?! ציפורי און ציפי האבן געברענגט א שלאכמאנעס ווי דער רבי׳ האט ליב געהאט?!

איך בין געווען א עבד כנעני פאר מיין פארשטינקענעם קאר, די ווייב האט זיכער געמאכט אז איך קען זיך אויס אין יעדע ווינקל פון שטאט.
מיין שוואגער האט עפעס איינגעקלאפט היינט מיטן באשעפער באופן מבהיל! געווינטשן ברכות, פוקד געווען עקרות, מגלה געווען יענעמ׳ס חטאים, געזינגען ימים נוראמדיג'ע שטיקלך אויסעווענדיג, (וואס איז מיר אגב א גרויסע פליאה פון ווי ער קען עס, פון ר״ה זיכער נישט ווייל ער טרינקט זיך נישט אן אין תשרי, ביז ש״ת...) ווען ער איז ווען נישט מיין שוואגער וואלט איך זיכער געזאגט אז זיין משפחה נאמען איז אבאחאצירא.

לאז אונז ביטע וויסן וויאזוי עס איז דורך. מיר האפן אז עס איז אדורך לעילא מן כל ברכתא, אזוי ארום וועט מרן אדמו״ר וועט ווייטער קענען משפיע זיין ממיטב קאוועניאתו, בגדלות דמוחין מיט פרישע כחות!

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 10:29 am

· #90066
משה געציל, שכוח פארן פרעגן. איך בין שוין נעכטען געווען 7 ביינאכט נאך מעריב, דאס ביסל נאשעריי וואס כ'האב בולע געווען דא דארט האב איך פולט געווען נאכן דורך ליינען די נייע לא-יוצלח מאגאזין. א לענגערע באריכט וועט נאכפאלגן.

יידל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:12 am

· #90075
דיין ווייב איז אין א קערידזש? רח"ל! אוי טאטע זיסער וויפיל צרות קענען מיר דען פארנעמען?

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:29 am

· #90081
[ציטאט אראפגענומען]

דו ביסט געוועין דעי אינגערמאן וואס איך האב געזעין פושען זיין ווייב און א קערידש?!?! נייס!

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:34 pm

· #90134
איך האב מיך גראדע אינטערהאלטען במשך'ן טאג, ווען אימער א בחור'ל און צומאל א אינגערמאן איז מיר אנטקעגן געקומען צו מזכה זיין מיט מצות צדקה, האב איך אים א פרעג געטוהן: זאג מיר וואס טייטש "שושנת יעקב" באקומסטו 2 דאללער.
יא, ס'געווען וואס האב דאס ערליך פארדינט, אבער איך בין געבליבן מיט גענוג געלט אין טאש

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:44 pm

· #90151
[ציטאט אראפגענומען]

ואלה הצאן מה חטאו? איך פארשטיי ביסט אביסל אנגעצויגן פון ארבעטן אזוי שווער צו פרטענדען צו זיין פרייליך, אבער מעגסט זיך האלטן אביסל אין די ראמען.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:50 pm

· #90157
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

ואלה הצאן מה חטאו? איך פארשטיי ביסט אביסל אנגעצויגן פון ארבעטן אזוי שווער צו פרטענדען צו זיין פרייליך, אבער מעגסט זיך האלטן אביסל אין די ראמען.

ער מיינט די בחורים'לעך וואס גייען ארום נאך געלט מיט שמוציגע הוטען און ריח רע, זאל כאטש דער מנהל זיי אויסלערנען ווי אזוי אויסצוקוקען גוט.
לעצטע וואך האב איך געקויפט א ראפעל טיקעט פון ישיבת נתיבות התלמוד, פשוט צוליב דעם וואס די בחורים האבן אויסגעקוקט מענטשליך.

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:25 pm

· #90166
קאווע טרינקער
איך האב מיך גראדע אינטערהאלטען במשך'ן טאג, ווען אימער א בחור'ל און צומאל א אינגערמאן איז מיר אנטקעגן געקומען צו מזכה זיין מיט מצות צדקה, האב איך אים א פרעג געטוהן: זאג מיר וואס טייטש "שושנת יעקב" באקומסטו 2 דאללער.
יא, ס'געווען וואס האב דאס ערליך פארדינט, אבער איך בין געבליבן מיט גענוג געלט אין טאש


איך וואלט מסתמא דורכגעפאלן דיין בחינה ווען נישט כבר בא יואלי לעבאוויטש ופירשוה. שושנת יעקב-די בלימעלע פון יעקב!

טעפל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:31 am

· #90297
קאווע טרינקער וואס זאל איך טוהן אז ס'איז ב"ה אריבער אויף מיר א רואיגען פורים אהן קיין רדיפות?? שוין איך וועל שווייגען..

בדחן » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:41 am

· #90315
..

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:03 pm

· #90593
קאווע, איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דיין ארטיקל, ס'איז געוואלדיג! האסט מיר געמאכט מיין שיתסר, שוין יעצט נאך פורים טאר מען שוין נישט לאכן בפה מלא, אבער אזא איידעלע שמייכל אין די זייט מעג מען דאך יא, דאס זעהט מען דאך ביי אלע צדיקים אינעם כל העולם כולו.

אבער דאס וואס דו ביזט ברוגז אויפ'ן זיין פרייליך פורים דאס פארשטיי איך נישט, נניח אז דו ביזט גערעכט אז עס האט נישט קיין געהעריגע סברה פארוואס מען זאל זיין פרייליך, אבער אז עס מאכט זיך א געלענגנהייט צו זיין פרייליך פארוואס זאל מען עס נישט אויסניצן?
איך האב ב"ה געהאט זייער א פיינעם פורים, איך פיר זיך אז איך נעם נישט זאכן אזוי סיריעס, איך פרוביר צו זיין פרייליך, און איך לאז יענעם זיין פרייליך, אבער איך מוז דאך נישט זיין קיין עבד כנעני פאר די גאנצע שטאט, נאך פורים האב איך א פארטיגן תירוץ פאר די אלע צו וועם איך בין נישט אנגעקומען צו גיין, נו וואס זאל איך טוהן אז כ'האב אנגעהויבן אביסל פרי צו טרינקן עד דלא ידע, אז איך האב פשוט פארגעסן צו אנקומען צו די מלמדים/טיטשער'ס/טאטע/שווער/וכו', "דו ביזט באמת געווען די ערשטע אויף מיין ליסט, אבער איך בין פשוט נישט אנגעקומען", אונס רחמנא פטרי'.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:51 pm

· #90677
בדחן טייערער, האסט געזאגט פונקט די זעלבע ווערטער ווי קופי?

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:49 pm

· #90713
בדחן האט א מנהג יסודתו בהררי קודש צו קוואוטן "מעכטיגע" תגובות, כדי שיעמוד למשמרת ימים רבים אויב יענער וועט עס וועלן פארמעקן שפעטער......

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:59 pm

· #90741
אופפס ופרח לו בדחן'ס קוואוט.

מילא דער בדחן אבער פארוואס האט קופי געטוישט די מעשה פון זיין שווער צו זיין שוואגער?

בדחן » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:39 pm

· #90753
שמעקעדיג
איך אויך
בדחן טייערער, האסט געזאגט פונקט די זעלבע ווערטער ווי קופי?

בדחן האט א מנהג יסודתו בהררי קודש צו קוואוטן "מעכטיגע" תגובות, כדי שיעמוד למשמרת ימים רבים אויב יענער וועט עס וועלן פארמעקן שפעטער......



וואס גייט דא פאר?? ווען איז קאווע שטיבעל געווערן אזוי וואן טרעק מיינדעד אז מען טאר נישט ארויסברענגן א מיינוג..??

איך האב ארויס געברענגט א א פוינט דורוך מאכען א קוואט.. איז די עצבות אזוי הויך אפילו און די וואך פון פורים אז מען קען נישט דערהערן א צווייטען..??

יענער וועם איך האב געקוואט האט פארשטאנען מיין תגובה און געטוישט דערפאר זיין תגובה דערפאר האב איך פארמעקט מיין תגובה,
אבער ווער ווייסט דען נישט ווי אזוי ר״י אייבשיץ האט אויסגעטייטשט דעם חד גדיא, וד״ל.

קריכטס ארויס פינעם זעקל, עס איז דא א וועלט ווערט צו לעבן דערין.

יידל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:23 pm

· #90765
אוי, כ'האב פארפאסט די סאמעטוכע. קופי געשריבן, בדחן גע'קוואוט, קופי פארמעקט, בדחן פארמעקט, שמעקי אנאליזירט, בדחן קריטיקירט. ס'גייט א רויך. אבי דער עולם האט א זעקל פון וואס ארויסצוקריכן.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:26 pm

· #90766
האסט אפשר א איבריגע זעקל?

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:46 pm

· #90810
בדחן
איך האב ארויס געברענגט א א פוינט דורוך מאכען א קוואט.. איז די עצבות אזוי הויך אפילו און די וואך פון פורים אז מען קען נישט דערהערן א צווייטען..??

זיי נישט אזוי בייז, דערוילעם איז נאכנישט אינגאנצן אויסגעניכטערט.

טעפל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:47 am

· #90873
בדחן
שמעקעדיג
איך אויך
בדחן טייערער, האסט געזאגט פונקט די זעלבע ווערטער ווי קופי?

בדחן האט א מנהג יסודתו בהררי קודש צו קוואוטן "מעכטיגע" תגובות, כדי שיעמוד למשמרת ימים רבים אויב יענער וועט עס וועלן פארמעקן שפעטער......



וואס גייט דא פאר?? ווען איז קאווע שטיבעל געווערן אזוי וואן טרעק מיינדעד אז מען טאר נישט ארויסברענגן א מיינוג..??

איך האב ארויס געברענגט א א פוינט דורוך מאכען א קוואט.. איז די עצבות אזוי הויך אפילו און די וואך פון פורים אז מען קען נישט דערהערן א צווייטען..??

יענער וועם איך האב געקוואט האט פארשטאנען מיין תגובה און געטוישט דערפאר זיין תגובה דערפאר האב איך פארמעקט מיין תגובה,
אבער ווער ווייסט דען נישט ווי אזוי ר״י אייבשיץ האט אויסגעטייטשט דעם חד גדיא, וד״ל.

קריכטס ארויס פינעם זעקל, עס איז דא א וועלט ווערט צו לעבן דערין.

למעשה וואס איז געבליבען מיטן שווער??

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 9, 2014 1:39 am

· #189471
פורים איז שוין ווייטער דא.....
😮

13'טע עוועניו » זונטאג מערץ 9, 2014 5:26 pm

· #189670
This might help you with your purim enxiety and help you enjoy it.

דיין דיסקריפשען איז זייער הומאריסטיש און עקיורעטלי וויאזוי אסאך מענטשן פילען.

דריידל » זונטאג מערץ 9, 2014 5:38 pm

· #189672
איך וויל מעורר זיין די ליינער אז אין די לעצטערע יארן איז פארדרייט געווארן דאס ענין פון מתנות לאביונים ווען ישיבות און ארגענעזאציעס שיקן ארויס די בחורימלעך צאמצונעמען פאר פארשידענע צוועקן. מ'דארף וויסן אז פורים האט מען מתקן געווען איינע פון די מצוות היום צו שטיצן ארעמעלייט און ווי די גמרא זאגן עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה. די וואס גייען ארום פאר אנדערע צוועקן זענען מקפח את העניים און עס קען גאר זיין א מצוה הבאה בעבירה.
די וואס געבן געלט דארפן וויסן אז אויב איז דא אן ארעמאן וואס גייט און אויך איינער וואס גייט פאר א מוסד, דארף מען ערשט געבן פאר'ן ארעמאן ווייל ביי אים איז דא צוויי מצוות, די מצוה פון צדקה און די מצוה פון מתנות לאביונים.

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 9, 2014 5:49 pm

· #189674
@קאווע טרינקער, זיס ווי קאצקע צוקער! גארנישט געוואוסט אז דער moody-איין-שורה'דיגע-מגיב קען אזוי אפשרייבן אזאנס און אזעלעכס...

ברסלבער » זונטאג מערץ 9, 2014 5:53 pm

· #189676
פישל'ע העררינג
@קאווע טרינקער, זיס ווי קאצקע צוקער! גארנישט געוואוסט אז דער moody-איין-שורה'דיגע-מגיב קען אזוי אפשרייבן אזאנס און אזעלעכס...

אויף דעם האט דער רבי געקלאגט. עס וואקסט אונטער א יונגע דור אשר לא ידע את יוסף, זיי ווייסן גארנישט וואסערע שרייבערס מיר האבן דא פארמאגט. דער קאווע טרינקער פלעגט דאך גיסן סחורה ווי גאלד, יעצט האט ער פארלוירן דעם אפעטיט און שרייבט בלויז קורצע תגובות. לאמיר האפן אז עס וועט זיין חדש ימינו כקדם, מען וועט צוריק אנהויבן באקומען לענגערע מאמרים פון אים און פון די אנדערע בדומה לו.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 9, 2014 6:31 pm

· #189698
אז מען רעדט שוין פונעם יונגן דור אשר לא ידע את יוסף,
די 2 בעסטע מייסטער ארטיקלען פון @קאווע טרינקער (לויט מיין ארימען זכרון אויפן מאמענט) זענען די פאלגענדע:

"ספר יואל הבדוי" - וועלכע איך האב דא איבערגעמאכט אין א PDF פארמאט
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/81067">viewtopic.php?p=81067#p81067</a><!-- l -->

"תולדות צדיקים בדוי"
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/62925">viewtopic.php?p=62925</a><!-- l -->

דער האט א זעלטענעם כח.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 9, 2014 7:06 pm

· #189708
ויעלוז לבי.

אויס מענטש » זונטאג מערץ 9, 2014 8:39 pm

· #189727
לכאורה זעהט מיר אויס ווי קאווע טרינקער האט פארלארן זיינע סעקרעטארען

#פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה