☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #9183

אשכול אן א טיטל #9183

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9183
בלאט: 1 2

שארפןקאפ » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 12:11 am

· #513895
קהל'ס נער
איך וויל דא פרעיגן א שטיקל קשיא, וואס מיינט מאראליש?
די גאנצע טראלי פראבלעים איז ווייל מען איז נישט מגדיר מאראל נאר לויט די געפיל, אין אזא פאל איז ר' יעקב'ן גערעכט, אויב מאראל ווערט געמאסטן מיט געפיל דאן וועט די געפיל פון נישט הרג'נן גובר זיין אויף די רעטונג פון פינף.

משא"כ אויב מאראל איז א הארטע מאטעמאטישע זאך מוז ער געמאסטן ווערן מיט שכל און שכל זאגט אז סלוינט זיך צי פארלירן איינס אויף צי פארדינען פינף.

בקיצור, מהייבט אביסל אן צי גיין אין סירקלס, מיין פוינט איז, סנישט קיין טראלי פראבלעים, סאיז א מהו מאראל? סוגיה.
יא און ניין ... כמעט יעדע ביינערי זאך אין אונזער וועלט איז רעלאטיוו און דו קענסט פרעגן אן אלע זאכן וואס וואלט עס געווען גרויס vs קליין וכו',
דרך אגב, עס קומט טאקע פאר ריזיגע דעבאטעס אויב מאראלישקייט וואלט עקזיסטירט אן רעליגיע מיט שכל אליין.
באט אין אינזער וועלט ווי אונז האלטן קען מען דיפיינען וואס עס מיינט.

אויב ביסט אינטערעסירט אין עס שטודירן, די פלעי ליסטע איז גאנץ גוט:

https://youtube.com/playlist?list=PLD69712B84F998857

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 12:22 am

· #513897
שמן למאור
קהל'ס נער
איך וויל דא פרעיגן א שטיקל קשיא, וואס מיינט מאראליש?
די גאנצע טראלי פראבלעים איז ווייל מען איז נישט מגדיר מאראל נאר לויט די געפיל, אין אזא פאל איז ר' יעקב'ן גערעכט, אויב מאראל ווערט געמאסטן מיט געפיל דאן וועט די געפיל פון נישט הרג'נן גובר זיין אויף די רעטונג פון פינף.

משא"כ אויב מאראל איז א הארטע מאטעמאטישע זאך מוז ער געמאסטן ווערן מיט שכל און שכל זאגט אז סלוינט זיך צי פארלירן איינס אויף צי פארדינען פינף.

בקיצור, מהייבט אביסל אן צי גיין אין סירקלס, מיין פוינט איז, סנישט קיין טראלי פראבלעים, סאיז א מהו מאראל? סוגיה.
מאראל מיינט גארנישט. מאראל איז א אויסגעטראכטע זאך וואס האט גענצליך מיט געפיל. דו קענסט מיר מסביר זיין שכל'דיג פארוואס רציחה איז שלעכט? פארוואס איז עס אומאראליש? און פארוואס איז הרג'ענען א טשיקן יא מאראליש? און וואס איז מיט א מורישקע? און וואס איז מיט אראפרייסן א עפל פון א בוים? ס'איז אלעס געבויט אויף געפיל.
גערעכט אז די איידיע אז רציחה איז א שלעכטע זאך איז א געפיל, אבער מען דארף ניצען די שכל צי מחליט זיין צי הרגנן איינעם צי ראטעווען 5 צו נישט.
משל למה הדבר דומה, אז אייסקרים איז א גיטע זאך איז א געפיל, אבער מען דארף ניצען די שכל צי אוועקווארפן א אייסקרים אויף צי פארדינען פינף אייסקרימס צו נישט.
איז נישט פשוט א ווען די טראלי פראבלעים איז מיט אייסקרים אז די וואלסט כערחקט דע לעווער?

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:07 am

· #513900
ביי די אייזקרים ביסטו גערעכט, ווייל ס'נישטא קיין שלעכטע געפיל אוועקציווארפן די אייזקרים מיטן חשבון אז דו וועסט באקומען פינעף. דו וועסט נישט האבן קיין געוויסנסביסן פארן פארטיליגן אן אומשולדיגן אייזקרים.
משא"כ ווען מען רעדט פון מענטשן, וועט דיר די געפילן און חרטה נאכלויפן, אז תכלית.. דו האסט גורם געווען די רציחה פון אן אומשולדיגן מענטש. סאו שכל דארף מחליט זיין וועלכע געפיל וועט דיר לאזן שלאפן רואיגער ביינאכט, די געפיל אז דו ביסט געזעצן מיט איינגעלייגטע הענט בשעת 5 מענטשן זענען צוטרויטן געווארן, אדער די געפיל אז דו האסט בידים געפירט די באן צו רצח'ענען א מענטש.

הויזן טראגער » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:47 am

· #513905
קענסט עס נעמען צו נעקסט לעוועל, נניח אז מען דארף יא הרגענען דעם איינעם צו ראטעווען פינעף, וואס טוט זיך ווען דער איינער איז א הארץ ספעשעליסט, סאיז יעצט דא 25 מענטשן וואס ווארטן אויף זיין סערוויס, אויב גייט ער זיי נישט העלפן גייען זיי שטארבן, דארף מען יעצט הרגענען די פינעף צו ראטעווען 25?

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:05 am

· #513908
אין וואס טוט זיך אויב עס ליגט דארטן א טראנסדזשענדער, וואס פאריפט זיך they/them, צו האט ער/זי א דין קדימה כאילו זיי זענען צוויי מענטשן...?

חדשים » זונטאג יאנואר 1, 2023 1:24 am

· #514742
אין גליון הלכה בגבעה די וואך.
📎 [94]הלכה_בגבעה_ויגש.pdf

מי אני » מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:16 pm

· #516237
ומענין לענין באותו ענין טוהט הרב דר. מיכאל אברהם ‏דא דורך אַן אינטרעסאנטע ענליכע שאלה. עס איז געווען א שיף וואס איז געפארן פון ליווערפּוּל צו פילאדעלפיע און עס האט אָנגעהויבן זינקען. יעדער איז אריין אין די לייפבּוֺיטס אבער עס איז נישט געווען גענוג פלאץ, אזוי אז טאמער וואלטן אלע געבליבן וואלט יעדער דערטראנקן געווארן. איז געווען דארט א גיבור וואס האט אראפגעווארפן אפאר מענטשן, און זיי האבן זיך ל״ע דערטראנקן, און אזוי האט זיך דאס לייפבּוֺיט סטאביליזירט. מ׳האט אים דערנאך געברענגט צום געריכט פאר׳ן זיי אראפווארפן מיט׳ן טענה אז דאס וואלט געדארפט גיין ע״י גורל. פרעגט דר. עלי מרצבך אז וואס איז דאס אנדערש פון זאגן אז דער גיבור האט שוין געוואונען דעם גורל בהולדתו בכח? מיינענדיג, אז א גורל שטעלט יעדן אויפ׳ן זעלבן שטאנד, דער שטארקער צי שוואכער, און דער וואס געוואונט איז יעצט דער ״שטארקער״ און ״אויבן״. נו, איז דורך דעם גיבור׳ס געבוירן ווערן אלס גיבור האט ער מיט דעם ״געוואונען״ דעם גורל (משמים/מהטבע) וואס מאכט אים דער געוואונער אין די קאנטעקסט? ער וויל דאס צוגלייכן צום געדאנק בהלכה פון כל דאלים גבר.

הרב דר. אברהם זאגט אז דאס איז נישט דומה צו כל דאלים גבר, וואס דארט איז זיכער איינער גערעכט נאר בי״ד ווייסט נישט ווער, וממילא מישט זיך בי״ד פשוט נישט אריין. משא״כ דא וואו יעדער איז ממש אויפ׳ן זעלבן שטאנד לגבי זה. ובפרט לויט וואס דער רא״ש זאגט דארט בב״ב לד: אז די געדאנק פונעם פסק פון כל דאלים גבר איז פשוט דאדורך ארויסצוהאבן דעם אמת: דער וואס ס׳איז באמת זיינס וועט זיך שטערקער שלאגן דערפאר און געוואונען ע״ש. משא״כ דא.

ער איז עולה אז אַן עטישע ״הגרלה״ קען נאר באדייטן ווען אירע פּאַראַמעטערן זענען מוסכם מיט א קאָנסענסוס מעיקרא, אונטער די באקאנטע ״וועיל פון איגנאראנץ״ עפ״י דר. דזשאן ראָלס, וואו די סטרוקטור פונעם געזעלשאפט ווערט אויסגעשטעלט דורך מענטשן און וואו די מענטשן האבן נישט קיין איינונג אין וועלכעס קלאס און/אדער פאזיציע/שטאטוס אינעם געזעלשאפט זיי וועלן האבן. (ער האלט אז די עטישקייט פון א גורל איז נישט מכח א הכרעה מן השמים. ער האלט אז ג-ט איז נישט מעורב בהעולם והטבע.) ער ברענגט ארויס אז בעצם דאס ענפאָרסמענט פון די תוצאות פונעם הגרלה גייען טאקע צוקומען צום געדאנק פון ״כח וגבורה״.

ביי אזא סארט מצב סימטרי, אזא סארט סאָפי׳ס טשוֺיס, האלט ער אז מ׳זאל מאכן א גורל. און די מקורות וואו עס איז משמע אז מ׳לאזט ביידע שטארבן עפ״י הלכה, איז עס מער מכח חילול ה׳.

מי אני » דינסטאג יאנואר 31, 2023 5:14 pm

· #516477
דא טענה'ט דר. ריטשערד אמבּראן קעגן די וואס זענען קעגן אבּארשען מכח דעם טראַלי פראבלעם. והיינו, אז אויב אין א שפיטאל איז דא א פייער, און מ'האט א ברירה צווישן ראטעווען 5 עוברים וואס זענען אויף אינקיוּבּעיטארס און 1 געהעריגע פאציענט, וועלן זיי לכאורה ראטעווען דעם געהעריגן פאציענט.

דר. וויליאם לעין קרעיג פרובירט דאס צו פארענטפערן.

מי אני » מאנטאג מערץ 13, 2023 12:15 pm

· #518515
‏דא טוהט דר. מעטיוּ סוויִט דורך מיט אנדערע פילאזאפן אז לגבי החלטות על הכלל איז מער ראוי די קאנסעקווענטשעליסט מהלך, משא״כ החלטות וואס א פרטי מאכט איז מער ראוי א דעאנטאלאגישע מהלך. ווי אויך, א מענטש מאכט מער א קאנסעקווענטשעליסט החלטה, וואס פאדערט מער צייט שוקל צו זיין די הפסד נגד שכר, ווען ער האט די צייט דאס צו טוהן. משא״כ ווען נישט, גייט מען מיט א דעאנטאלאגישע מהלך.

די חילוק פארוואס לגבי פארקירעווען דעם טראַלי פון 5 מענטשן צו 1 מענטש, וועלן מער מענטשן וועהלן דאס יא צו פארקירעווען, איז ווייל דארט ווילן זיי נישט דייקא אז דער 1 מענטש דארט זאל גע׳הרג׳עט ווערן - די עיקר איז דאס פארקירעווען און דאס קומט ארויס לפועל אפגעזעהן צו דער 1 מענטש דארט ווערט למעשה גע׳הרג׳עט צי נישט. משא״כ מיט׳ן אריינשטופן א גאר פעשער מענטש וואס זאל דאס אפשטעלן, אפילו וואו מ׳שטופט אים נישט ממש בפועל, וועלן רוב מענטשן דאס נישט וועהלן, וויבאלד דארט וויל מען דייקא דאס טויט פונעם פעשער מענטש - נאר אזוי ווערט די טראַלי אפגעשטעלט און מ׳ראטעוועט די איבעריגע 5.

מי אני » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 5:31 pm

· #519500
הרב דר. מיכאל אברהם האט שטעלט צאם די געדאנק פון הצלת ראובן את יוסף מן האחים בהשליכו אל הבור, מיט די שאלה צווישן קאנסעקווענטשעליזם ולבחור את הרע במיעוטו בהתוצאות, און דעאנטאלאגיע. ער ענדיגט צו צום סוף:
האם באמת למדנו מהתנ"ך שראוי לפעול לפי שיקולי הרע במיעוטו? האם הוא הנחה אותנו כיצד עלינו לפעול במצבים כאלה? כזכור, שיטתי היא שלא לומדים שום דבר ערכי מהתנ"ך. המסקנות הערכיות של לומדי תנ"ך הן לעולם המסקנות שהיו מקובלות עליהם גם קודם לכן. המשחק מכור. לכאורה כאן ניתן להכריע דילמה לגבי שיקולי רע במיעוטו. אז לכאורה למדנו משהו מהתנ"ך, לא?

טוב, ברור שלא. ישתקע הדבר ולא ייאמר. אל יחשוד בי איש שנלמד בזה משהו מהתנ"ך. להיפך, הראיתי את המורכבות וההבדלים בין סיטואציות, ובאמצעות ניתוח הגיוני הגעתי למסקנות כלשהן. מתוך כך תראו שפרשנותנו לראובן ניזונה מתובנות אפריוריות שלנו. איני מעלה בדעתי מישהו שיתייחס לסיטואציה שלגביה יש לו ספק כיצד לנהוג, וילמד מראובן מה נכון לעשות. המצב בדרך כלל הוא הפוך: יש לנו עמדה בשאלה מה לעשות, וכעת יש להסביר לאור זאת את מה שעשה ראובן (דומה או לא דומה). ודוקו היטב.
ער שטעלט דאס אויך צאם מיט די געדאנק פון מינימעקס אין געים טעאריע: צו מינימיזירן די הפסד פון די מאקסימומס וואס זענען דא.

מי אני » זונטאג אפריל 16, 2023 5:06 pm

· #521356
א וויץ אין דעם עפ״י די חילוק צווישן אינפיניטיס אין סעט טעאריע: 📎 F53FA227-6410-40B5-990F-B38C50309C54.jpeg 🙂

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 16, 2023 8:32 pm

· #521375
מי אני
א וויץ אין דעם עפ״י די חילוק צווישן אינפיניטיס אין סעט טעאריע: 📎 F53FA227-6410-40B5-990F-B38C50309C54.jpegF53FA227-6410-40B5-990F-B38C50309C54.jpeg 🙂
אוואדע וואלט איך געשלעפט דעם ליווער, איך פארשטיי נישט די צד אויף נישט.

מי אני » מאנטאג אפריל 24, 2023 10:10 pm

· #522497
📎 IMG_4527.jpeg 📎 IMG_4526.jpeg 😃

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 24, 2023 11:36 pm

· #522524
מי אני
📎 IMG_4527.jpegIMG_4527.jpeg 📎 IMG_4526.jpegIMG_4526.jpeg 😃
ועל דא אפקוהו ר' ירמיה מבי מדרשא......
(ב"ב כג:)

מי אני » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 4:38 pm

· #533345
📎 IMG_5325.jpeg דאס איז א וויץ בזה וואס איז שוין אויך כולל בתוכה די געדאנק פונעם שיף פון טעסעאוס, הילבּערט׳ס האטעל, און דעם געדאנק פון אלבּערט קאמוס לגבי סיסיפוס און זעלבסט-מארד.

ווי געזאגט, קען הומאר זיין טיף און פילאזאפיש. (איז דאס אליינס א וויץ דא?…)

אלפא » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 11:23 am

· #533542
ס'איז מיר אינטרעסאנט אז קיינער האט נישט צוגעצייכנט די צוויי אינפארמאטיווע שיעורים איבער דעם נושא.
1. רבי עקיבא טאטץ דא - מער אן אריינפיר
2. פראפעסאר מייקל סאנדעל - הארווערד פאליטיק-מאראל לעקטורער, באקאנט פאר זיין סעריע איבער די פילאזאפיע פון JUSTICE, ווי די שמועס איבער די טראללי דילעמע איז די סאמע ערשטע אין די סעריע (ווערד אויסצוהערן די סעריע..)

מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 12:01 am

· #536927
דער ציץ אליעזר פסק'נט (חט"ו סימן ע) אז להלכה מעג מען נישט אוועקדרייען דעם טראַלי כדי צו ראטעווען די 5 מענטשן און דאדורך אומברענגען דעם איינעם, ושב ואל תעשה עדיף. און דאס איז אפילו וואו דער יחיד אויפ'ן אנדערע טרעק איז ל"ע א טריפה ע"ש.

מי אני » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 6:45 pm

· #537205
שד״ל שרייבט בסוף ספר קהלת, וואט ער רירט אָן אויף דעאנאטאלאגיע און קאַנסעקווענטשעליזם (ומטרת העונש):
כי המתעה את הרודף הציל את הנרדף, ובזה עשה טובה, אך ציער את הרודף, כי לא נתנו לנקום נקמתו ובזה עשה רעה. והנה תשאל: איך אם כן תחליט על המסתיר את הנרדף כי טוב עשה? אמנם בדעת ובכוונה בחרתי את המשל הזה, למען הודיעך כי פלס ומאזני משפט לתורת האדם, ולא יתגלו פקודיה בזולת חשבונות הרבה. והרי עוד זה כלל גדול: העושה רעה קטנה, אשר תמשך ממנה בהכרח טובה גדולה, טובה עשה; ואין חילוק אם תבא הטובה על מי שקבל הרעה או על זולתו. ומזה נמשך שמצוה ליסר את הילד, ושאסור להניח את הנער בלי עול, למען יחכם באחריתו; ומזה נמשך גם כן שחובה על השופטים לענוש החוטא למען כל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד.

ואולם ידוע תדע כי העושה רעה לאדם אחד כדי לגרום למאה אנשים טובה אשר לא תהיה גדולה מהרעה אשר עשה לאותו יחיד, הנה זה לא טוב עשה; כי הטובה לא תתרבה ברבות אוכליה, כי שיעור הטובה איננו אלא לפי שיעור ההרגשה, וההרגשה לא תתרבה ברבות המרגישים. ובהפך העושה רעה גדולה לאיש אחד, רע מעשהו יותר מאשר אם יעשה רעות קלות לאלף בני אדם; משל למה הדבר דומה, לגונב אלף כסף מאיש אחד, או מאלף אנשים. לפיכך לא היה לבית דין להרוג הרוצח, אם לא היינו יראים אלא שמא ירבו רוצחים; אבל הורגים הרוצח, כדי שלא יעיז איש רשע לרצוח רעהו במיתה קשה יותר ממיתת בין דין.

והנה ישאל אדם: אם מותר להזיק לאחד נזק מועט הגורם טובה רבה לאחר, הנה נוכל לגנוב מן העשיר ולתת לעני. והתשובה על זה, כי באמת שורת הדין כך היא נותנת, אלא שאי אפשר לבית דין להתיר דבר זה, שמא כל גנב יאמר להיטיב נתכוונתי.

כל הרגשה טובה היא דבר טוב, וכל הרגשה רעה היא דבר רע; יהיה המרגיש איש רע או איש טוב, ההרגשה אחת היא. והנה לפי שורת הדין, לכל אדם היה לנו להיטיב בשוה, בלי הבחנה בין טוב ובין רע; אבל כדי לחזק ידי הטובים, ולאיים על הרשעים אולי ישובו מדרכם הרעה, על כרחנו צריכים אנחנו להקדים הטובים אל הרעים.

דבר שאינו צריך להאמר הוא שאסור לעשות רעה הגורמת טובה גדולה הימנה, אם אפשר להביא הטובה ההיא בדרך אחרת, כגון האב המכה את ילדיו על עשותם מה שהוא עצמו עושה בפניהם, וכן המלך המכרית הקושרים, אם היה אפשר לו למנוע אחרים מלקשור עליו, מאהבה ולא מיראה. וכן אין צריך לומר שאסור לעשות רעה שאין הדבר ברור שתמשך ממנה טובה גדולה הימנה, כגון הרופא המצער את החולה בדברים שאין תועלתם ברורה. אסור להכריח שום אדם לסבול רעה קלה אשר תביא עליו טובה רבה, כי העדר הטובה הָרַבָּה לא יוליד הרגשה רעה כהרגשת הרעה הקלה; אך מותר להכריח אדם לסבול צער קל אשר יצילהו ממכאוב קשה, כגון להסיר קוץ מכאיב ושן מצערת; לא כן להשיב הראות אל הָעִוֵּר.
בלאט: 1 2