☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?

קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14857

טמיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 2:19 pm

· #482182
קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?
דבר בעתו, אין די יארצייט פון די גדול המופתים בזמנינו וואלט איך געוואלט אויסשמועסן די דאזיגע שאלה. אוודאי איז עס שוין אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל כמ"פ פון פארשידענע פערספעקטיווס, דאס זאל דינען אלס א כמו "סך הכל", נישט צי דן זיין ספעציפיש.

די שאלה איז בעיקר געבעיסט אויף 2 נקודות.
1. איז באמת דא עפעס ממש חוץ לדרך הטבע אדער אלעס קען מען פארענטפערן מיט @מי אני'ס מאטאמאטישע חשבונות?
2. את"ל אז יא, עס איז מוכרח חוץ לדרך הטבע, מיז דאס זיין אן הוכחה אז עס קומט מכח קדושתו פון דער מענטש אדער מכח תפילה וכדומה, אדער עס קען זיין אנדערע פאקטארן?


מען קען צוטיילן "מופתים" אין עטליכע קאטייגאריעס, איך וואלט געזאגט 3.

1. א נס גלוי ממש. דוגמת א קאר וואס איז געפארן אהן א מאטאר אדער א פיש וואס רעדט. די סארט מופתים האבן נישט קיין שום קראנטע מקור, ממילא איז עס ווערט א זייפן בלאז. דער איינער וואס האט עס פארציילט, האט רואיג געקענט דמיונען, מיינען אדער שקרן'ן. עס איז מעשים בכל יום.

2. אן אויסערארענטליכע געשעעניש, ווי א געוואוקס וואס איז נעלם געווארן איבערנאכט. (די סארט וואס תהילים כולל האט כסדר). על אף אז די דאקטוירים האבן נישט קיין הסבר דערויף, איז עס אבער דאך מעשים בכל יום און בכלל נישט קיין הוכחה צי קיין שום רעליגיע. https://www.dailypress.com/news/dp-xpm-20031020-2003-10-20-0310200014-story.html
איז אזוי, אויב וואלטן אזאלכע זאכן פאסירט מיט א גרעסערע פראצענט ביי אזאלכע וואס האבן געטון א געוויסע זאך (באקומען א ברכה פון א צדיק/גלח להבדיל, געדאווענט) וואס עס געקענט זיין אן הוכחה. אבער היות עס געשענט ביי יעדעם צוגלייך (גראדע איז יעדער חסידישער איד געווען ביי א רבי זיך מזכיר זיין...) קען דאס נישט זיין קיין הוכחה. עס מוז זיין אדער א הסבר ע"פ טבע וואס די דאקטוירים ווייסן (נאך) נישט אדער א העכערע כח, ווייס איך אבער נישט וועלכע כח).

וואס ברענגט אונז צי די דריטע קאטעגאריע. אבער איך האב נישט קיין צייט יעצט. גלייב איך אז אנדערע קענען משלים זיין בעסער ווי מיר.

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 3:50 pm

· #482184
די דריטע קאטעגאריע איז;
ווען א רבי וואונשט אן א קינד פאר א יוד וואס האט שוין נישט קיין קינדער צוואנציג יאר, און הפלא ופלא נס גלוי וידוע... א וואך שפעיטער דער יוד האלט א קדיש'ל אין די האנט...

קרעדיט: א רבי'ש קינד

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 4:19 pm

· #482186
לגבי די ערשטע קאטעגאריע [״נסים״] אויף דעם איז בעיקר געזאגט געווארן דוד הום׳ס מימרא: ״נאר אויב די עדות וואס איז דיר מעיד דאס נס וכו׳ גייט זיין א גרעסערע נס טאמער די עדות איז א טעות, ליגענט וכדומה ווי דאס עצם נס וואס ס׳איז מעיד אויף, נאר דעמאלטס זאלסטו גלייבן דאס נס״. ווי אויך די מימרא דמטין משמיה דהדברי יואל: ״ווער ס׳גלייבט די מעשיות איז א נאַר. ווער ס׳קען נישט גלייבן די מעשיות איז אן אפיקורוס״.

לגבי די צווייטע קאטעגאריע האט מען דאס דורכגעטוהן אין די אשכול ובפרט לפי ליטלוואָד׳ס געזעץ. ווי אויך האט מען דערמאנט דארט אז אפילו מ׳זאל זאגן און אָננעמען ״רוה״ק״ אד״ג בלייבט עס נאך אלס גאר וועיג/פארנעפעלט אָן קיין געהעריגע מעכאניזם וממילא נישט קיין סאך מער פארשטענדליך, וואס דאס שטערט בעצם ווייטער פונעם דאס זיין א ״הוכחה״.

עס דארף אויך גענומען ווערן אין אכט אז אויב וויל מען קענען נוצן די סארט מעשיות וכו׳ אלס ״הוכחות״, דאן דארף מען לכאורה מודה זיין אז טאמער עס פאסירט נישט אדער להיפך וכדומה, דאן ווערט דאס פאלסיפיצירט; א הוכחה אויף פארקערט. ועיין באשכול זו.

‏מ׳קען זאגן אז א דריטע קאטעגאריע זענען די סארט אנאליטישע אומעגליכקייטן וסתירות מיניה וביה [ווי שאפן א סקווער סירקעל], וואס אונז הא׳מיר דורכגעטוהן איז נמנע לויט א גרויס טייל ראשונים אף מהקב״ה כביכול…

חוקר ודורש » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 4:43 pm

· #482188
קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?
די קאטוילישע קירכע האט דאקומענטירט ענדלאזע מופתים נפלאים וואס זייערע ״קדושים״ האבן אלס באוויזען, און דאס ניצען זיי אלס אן הוכחה צו זייער גלויבען, איז ווי אזוי וועט מען דאס מסביר זיין ?
איז מופתים זאגט נישט קיין סאך פאר מיר אלס אן הוכחה אויף אידישקייט אויב עפעס זאגט עס אז איינער וואס איז ״הייליג״ קען דאס באווייזען זאל עס זיין א רב צו א גלח.


Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 4:55 pm

· #482190
יא יא. אט אויף דעם האב איך פריער אָנגערירט מיט דעם ״נישט קענענדיג זיין א הוכחה אויף נישט אדער פארקערט״. והיינו, אין די פאל וועט מען זיך באזירן אויף די גמרא אין ע״ז נה. אז ״כוחות הטומאה״ קענען אויך באווייזן מופתים וכדומה. והיינו, אז מ׳וועט אלס קומען מיט עד האַק טענות ״פארוואס דא האט עס דעמאלטס נישט געארבעט״, אדער, וואו מ׳וויל נישט אז ס׳זאל ארבעטן ״פארוואס דא האט עס יא געארבעט״ אא״וו אא״וו. עכ״פ מ׳איז שוין לאנג ארויס פונעם פעלד פון ״הוכחה״.

יעקב מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:17 pm

· #482192
די תורה נוצט מופתים אלץ אן הוכחה אויף מציאת השם, דאס איז דאך דער רמב"ן פ' בא, ניין?

צו זאגן אויף די אלע מעשיות אז ס'איז סך הכל עפעס וואס געשעהט ביי 'טשענס' איז ריין טיפשות. ס'איז גוט דאקומענטירט הונדערטער און טויזנטער מעשיות ווי מענטשען זענען געהאלפן געווארן נאך א ברכה/הבטחה פון א צדיק, נאכדעם וואס זיי האבן שוין פראבירט אלע השתדלות אויף דער וועלט

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:37 pm

· #482194
יעקב מענטש

צו זאגן אויף די אלע מעשיות אז ס'איז סך הכל עפעס וואס געשעהט ביי 'טשענס' איז ריין טיפשות. ס'איז גוט דאקומענטירט הונדערטער און טויזנטער מעשיות ווי מענטשען זענען געהאלפן געווארן נאך א ברכה/הבטחה פון א צדיק, נאכדעם וואס זיי האבן שוין פראבירט אלע השתדלות אויף דער וועלט


און אז עס איז דאקומענטירט, מיינט עס אז עס איז אמת? סא, מיזטו אויכט גלייבן די מעשה פון יאשקעס הייליגע גרעיל.

און אויב די גלייבסט נישט די מעשה פון דעם גרעיל, מיינט אז די ביסט אליינס מודה אז דאקומענטאציע איז נישט קיין ראיה, קשיא יעקב מענטש איעקב מענטש, אלא כדאמר ההוא גברא קאנפערמעישאן בייעס, הכי נמי קאנפירמעישאן בייעס.

חוקר ודורש » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:53 pm

· #482195
Re: קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?
@יעקב מענטש איך קוק דאס אן אלס א צווייטע זאך.
די תורה דערציילט אונז אז דער באשעפער האט באוויזען ניסים ווי למשל די עשר מכות, צי מעמד הר סיני לפני כל קהל ועדה! משא״כ די ״ניסים״ אינעם ברית החדשה זענען געטוהן געווארן פאר א ענגע צאל מענטשען.
דא רעדט מען אבער פון מופתים וואס צדיקים באווייזען.


Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:52 pm

· #482200
יעקב מענטש
די תורה נוצט מופתים אלץ אן הוכחה אויף מציאת השם, דאס איז דאך דער רמב"ן פ' בא, ניין?

דאס זענען בדרך כלל די ערשטע סארט קאטעגאריע נסים - למעלה מדרך הטבע לגמרי (און ווי יענער האט געזאגט, ״זייט די אויפשטייג פון קאמערעס איבעראל זעהט מען דאס מער נישט…״). און אפילו ביי די סארט האבן די מער ראציאנאלע געשטימטע ראשונים דאס געזוכט צו פארמינערן און רעדוּסן צו טבע און מסביר געווען ווי אזוי דער נביא האט דאס באוואוזן בהתקשרותו לשכל הפועל וכו׳. וממילא קען די ״הוכחה״ דערביי זיין צו די חלק פון נבואה (כמובן אויב מען נעמט דאס טאקע אָן און מ׳גלייבט טאקע דערין כהווייתם); דאס איז אבער ל״ד א הוכחה צו ג-ט. צו גלייבן דערין אין כח הנבואה דאס איז טאקע די זעקסטע עיקר פונעם רמב״ם [איינע פון די פריער-דערמאנטע ״מער ראציאנאלע ראשונים״]. אבער איה״נ, טאמער איז דאס א הוכחה, אפילו נאר צו נבואה, איז דאך דאס וואס מ׳זוכט. די זאך איז נאר אז, כנ״ל, איז דאס ל״ד מכח געטליכקייט (הגם דער רמב״ם האלט טאקע יא אין מו״נ ח״ב פל״ב אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט געטליכקייט ודוקא בבחירת הקב״ה בו לאחר הכנתו - דער רלב״ג במלחמות ה׳ מאמר ב האט נישט אזוי געהאלטן); ס׳איז נאר א געוואלדיגע מדריגה אין חכמה (עס קען זיין אז נבואה איז אזוי ווי די דעת הפילוסופים, דעת השני, וואס דער רמב״ם ברענגט דארט צו וכעין שיטתו של הרלב״ג בזה).

ליב צו וויסן » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 7:12 pm

· #482202
יעקב מענטש
די תורה נוצט מופתים אלץ אן הוכחה אויף מציאת השם, דאס איז דאך דער רמב"ן פ' בא, ניין?



פילע פון די מופתים אין די תורה זענען אין די בחינה ווי א פיש וואס רעדט (אן אייזל..) וכדומה.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 7:18 pm

· #482203
יעקב מענטש


צו זאגן אויף די אלע מעשיות אז ס'איז סך הכל עפעס וואס געשעהט ביי 'טשענס' איז ריין טיפשות. ס'איז גוט דאקומענטירט הונדערטער און טויזנטער מעשיות ווי מענטשען זענען געהאלפן געווארן נאך א ברכה/הבטחה פון א צדיק, נאכדעם וואס זיי האבן שוין פראבירט אלע השתדלות אויף דער וועלט


קען זיין ביזט נישט באקאנט, אבער דאס איז א טייל פון יעדע רעליגיע אויף דער וועלט (ווי ווייט איך ווייס...).

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 10:09 pm

· #482217
קהל'ס נער
די דריטע קאטעגאריע איז;
ווען א רבי וואונשט אן א קינד פאר א יוד וואס האט שוין נישט קיין קינדער צוואנציג יאר, און הפלא ופלא נס גלוי וידוע... א וואך שפעיטער דער יוד האלט א קדיש'ל אין די האנט...

קרעדיט: א רבי'ש קינד

קהל'ס נער: איך ווייס פו אן ענליכן מופת. א חשוב'ער יונגערמאן וואס זיין ווייב האט למזל טוב געבוירן א בן זכר בערך 3 חדשים נאך זיין חתונה. יא. די כלה איז געגאנגען צו די חופה אין א מאטערניטי דרעסס...! (אן אמת'ע מעשה.)

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 10:49 pm

· #482220
ליב צו וויסן
פילע פון די מופתים אין די תורה זענען אין די בחינה ווי א פיש וואס רעדט (אן אייזל..) וכדומה.

דאס איז גראדע א שטיקל ראיה לדברי. דער רמב״ם לערענט אפ (מו״נ ח״ב פמ״ב) אז פתיחת פי ודברי האתון איז נאר געווען ״במראה הנבואה״ און נישט במציאות אמתי ע״ש. זעה׳מיר ווייטער ווי מ׳טוהט רעדוצירן די אויסטערלישע חוץ לדרך הטבע׳דיגע מופתים (הגם עס איז די ענין המלאכים וואס שטייען דערביי וואס טוהט אים טרייבן דערצו - ווייל זיי זענען נישט חוץ לנפש ע״ש ובהמפרשים).

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 10:54 pm

· #482222
מי אני: דער רמב"ם האט געהאט א רעכט צו זיין מיינונג. אבער אויב ס'שטייט אין חומש ..."ויפתח ה' את פי האתון"... גלייב איך עס בפשטות. ווייל דאס איז א מופת פונ'ם אייבישטן. און נישט פון א רבי...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 11:33 pm

· #482229
א מין צופראסקעטע חקירה דאס, נישט נאר וואס מופתים איז נישט קיין הוכחה צו אידישקייט, ס׳איז גאר א ראיה קעגן אידישקייט! פרעג נאר סיי וועלכער מענטש וואס דרייט זיך אדער האט זיך געדרייט ביי א מופתים פראווענער, כמעט יעדער פון די מענטשן האט זיך זיינע זאכן וואו ער פייפט אויפ׳ן שולחן ערוך אויף אלע באקן, אז מ׳רעדט פונעם ריבניצער איז דאך באקאנט אז זיין דאווענען איז נישט געווען אויסגעהאלטן לויט׳ן שולחן ערוך. עפעס פונקט די וועלכע זענען נישט מקפיד אויף הלכה׳דיגע קלייניקייטן פונקט זיי זענען די וואס האבן די אפענע אויגן און איבערנאטירליכע כוחות, הלא דבר הוא. ס׳נישט טראץ דעם וואס זיי איגנארירן הלכה ווען ס׳שמעקט זיי נישט זענען זיי אזוי גרויס, נאר טאקע היא הנותנת, טאקע דערפאר וואס זיי פארלייגן זיך נישט אויף זאכן וואס זיי פילן נישט קיין שייכות דערצו דערפאר זענען זיי אזוי גרויס.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 11:37 pm

· #482230
זאג, דו גלייבסט סיי וואספארא מופת פין דעם ריבניצער?!?

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 12:12 am

· #482235
רביה''ק זי''ע
א מין צופראסקעטע חקירה דאס, נישט נאר וואס מופתים איז נישט קיין הוכחה צו אידישקייט, ס׳איז גאר א ראיה קעגן אידישקייט! פרעג נאר סיי וועלכער מענטש וואס דרייט זיך אדער האט זיך געדרייט ביי א מופתים פראווענער, כמעט יעדער פון די מענטשן האט זיך זיינע זאכן וואו ער פייפט אויפ׳ן שולחן ערוך אויף אלע באקן, אז מ׳רעדט פונעם ריבניצער איז דאך באקאנט אז זיין דאווענען איז נישט געווען אויסגעהאלטן לויט׳ן שולחן ערוך. עפעס פונקט די וועלכע זענען נישט מקפיד אויף הלכה׳דיגע קלייניקייטן פונקט זיי זענען די וואס האבן די אפענע אויגן און איבערנאטירליכע כוחות, הלא דבר הוא. ס׳נישט טראץ דעם וואס זיי איגנארירן הלכה ווען ס׳שמעקט זיי נישט זענען זיי אזוי גרויס, נאר טאקע היא הנותנת, טאקע דערפאר וואס זיי פארלייגן זיך נישט אויף זאכן וואס זיי פילן נישט קיין שייכות דערצו דערפאר זענען זיי אזוי גרויס.


רביה"ק זי"ע ועל כל ישראל ואמרו אמן יהא שמו הגדול ברוך ומבורך תמיד לעולם ועד ולנצח נצחים: פארוואס האסטו מחליט געוועין אז די שולחן ערוך איז די מעסטער פון הלכה?

איין מינוט, פאר מען באשילדיגט מיך אלץ רעפארמער, (אזוי ווי מען האט שוין פרובירט איינמאל) לאז מיך פארעקספלעינערען.

ס'דא ביי אונז א געזאגעכטס אז בני ישראל יוצאים ביד רמ"א, מילא ווער סע גייט נישט מיטן שולחן ערוך איז א רעפארמער, איז לאמיר טאקע זעין ווער זענען אט די בני ישראל וואס זענען יוצא ביד רמ"א,

די ספרדים, גייען מיטן בית יוסף.
די תימנים, גייען מיטן רמב"ם.
די ליטאים, גייען מיטן גר"א.
די חסידים, גייען מיטן רב אדער ט"ז/מג"א/פרי מגדים ווענד זיך ווי מע געהערט.
בלייבט אונז א הייפעלע יודן, די יעקעס וואס זיי זענען אט די בני ישראל יוצאין ביד רמ"א.
הייסט אז רוב רובם פון כלל ישראל האט נישט אנגענומען די שו"ע, נאר א מיעוטי דמעוטי מצטמק-ורע-לו-ענדעינדשערד-ספישי-קהלה האט עס אנגענומען.

יעצט אז עס איז קלאר אז די איינרעדעניש אז מען רירט זיך נישט פון שולחן ערוך איז סתם א דזשאוק, קען יעדער שוין אויסוועילען זיין אייגענע ראשון אדער ראשונים וועם צי פאלאוען.

טמיר » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 12:33 am

· #482239
Re: קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?
צוריק צי די דריטע קאטייגאריע, וואס איז עפעס וואס איז בעצם נישט עפעס למעלה מטבע מצד עצמו, נאר מצד די סירקעמסטענסעס ארום. אויף דעם דארף מען דן זיין צי עס איז טאקע למעלה מטבע, ואת"ל אז יא, צי עס איז אן הוכחה אויף עפעס.

לאמיר נעמען א דוגמא א מעשה געדריקט אין מאמענט אויף סוכות. בקיצור נמרץ, דער ריבניצער האט געשיקט טרעפן איינעם צי מצרף זיין צי מנין אין א ספעציפישן דערנעבענדיגע געשעפט . ווען איינער איז אנגעקומען האט אים די ריבניצער איבערגעפרעגט עטליכע מאל אויב ער האט שוין געלייגט תפילין. נאך לאנגע הפצרות האט ער זיך דערמאנט אז טאקע פונקט היינט האט ער פארגעסן צי לייגן מאיזה סיבה!

יעצט די מעשה כמות שהוא איז הפלא ופלא. אבער אויב טשעלענדזש מען עס פון עטליכע זייטן קען עס ווערן צונישט. 1. וויפיל מאל א טאג האט דער ריבניצער געפרעגט אזאלכע סארט מאדנע שאלות (חלילה וחלילה איך מיין נישט חוזק מאכן, ער איז קלאר געווען אן איש קדוש און זעכער געהאט א חשבון אויב עס איז אזוי)? איך ווייס נישט, איך פרעג נאר. 2. איז די מעשה טאקע געווען פונקט אזויווי באשריבן, אדער באפערפערט כדרך המספרים? אפשר האט ער נאר געגעבן איינמאל א פרעג, נישט איבערגעפרעגט עטליכע מאל (אויב די מעשה וואלט געווען ביי מיר וואלט איך מיך דערמאנט ביים ערשטן מאל פרעגן!). 3. אפשר איז ער געווען אנגעטון ווי א "ער איז א איד?? -וויליאמסבורגע יונגעל שאלה" , און עס האט געמאכט סענס לויט זיין אויסזען. 4. אפשר איז יענע געשעפט געווען די נענסטע אדער איינציגסטע אידישע אויף די בלאק, האט נאר געמאכט סענס צי שיקן אהין.

בקיצור, נאכן אנעמען אז די שדרה פון די מעשה איז טאקע אמת, דארף מען וויסן צי עס האט נישט נתקרם געווארן עור ובשר ורקמה, און צי עס האבן זיך נישט געוואלגערט 100 מאדנע זאכן וואס איינס דערפון איז ארויסגעקומען אלס מופת.

יעצט את"ל אז יא עס איז דא קלארע מעשיות וואס האבן נישט קיין שום תירוץ, קען דאס זיין אן הוכחה אויף זיין קדושה? דאס ווענדט זיך צי אזאלכע זאכן טרעפן זיך אויך ביי להבדיל די קריסטליכע גדולים וכדומה. אויב יא, איז קלאר אז עס נישט קיין הוכחה אויף גארנישט, אפשר אן הוכחה אויף די ערשטע 2 אני מאמין'ס אבער נישט מער.

טמיר » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 12:42 am

· #482241
Re: קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?
יעצט אויף די לעצטע סענטענס וועט אודאי גלייך זיין וואס וועלן ארויפשפרינגען און שיסן לינקס אז ביי די גוים איז פונקט אזוי דא אזאלכע מופתים און נאך סאך מער. די פראבלעם איז אבער אז איך טראסט נישט סתם איינער וואס איך קען נישט ווייל ער האט געזאגט, ספעציעל ווען אין זיין ברית החדשה איז נישטא די איסור פון מדבר שקר תרחק. מצד שני דא האב איך אסאך טראסטבארע מענטשן וואס איך בין נישט חושד בכלל אין אויסטראכטן אדער חלומ'ן אזא מעשה!

אדרבה, אויב איינער קען אריינקומען מיט קלארע טראסטבארע כלי ראשון סחורה פון א שמייליגע פויבסט וועט מען שטארק ארויסהעלפן מיט מיינע פראבלעמען!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:05 am

· #482243

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:06 am

· #482244
ערעב טמיר:
מדבר שקר תרחק איז נאר געזאגט געווארען אין בית דין, סתם אזוי זאגן ליגענט (אדער אויפמאכן מופתים) איז מותר אויכט פאר א איד, השתא דאתית להכי קענסטו שוין אויכט נישט גלייבן קיין מופתים פון רביס.

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:13 am

· #482246
רביה''ק זי''ע


און מען ווינדערט זיך פארוואס קיינער גלייבט נישט די אלע סגולות/הבטחות/ישועות/קוויטלעך/בליי גיסעכץ.

שנייד דעם יוסיף מכאוב

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:19 am

· #482247
ווי אויך וואונדערט מען זיך פארוואס פונקט דער ריבניצער וואס האט געטרעטן אויף הלכה איז געווארן אזוי גרויס בשעת מיר תמימים וואס פאלגן יעדעס דיטעיל קומען אין ערגעץ נישט אן.

גראדע דאס בלייגיסן גלייב איך יא, אבער דאס איז שוין אפשר אן הוכחה קעגן אידישקייט, זיכער לויט׳ן רמב״ם.

טמיר » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:35 am

· #482250
Re: קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?
רביה''ק זי''ע
ווי אויך וואונדערט מען זיך פארוואס פונקט דער ריבניצער וואס האט געטרעטן אויף הלכה איז געווארן אזוי גרויס בשעת מיר תמימים וואס פאלגן יעדעס דיטעיל קומען אין ערגעץ נישט אן.

גראדע דאס בלייגיסן גלייב איך יא, אבער דאס איז שוין אפשר אן הוכחה קעגן אידישקייט, זיכער לויט׳ן רמב״ם.

קיינער זאגט נישט אז הלכה איז די רעסעפי פאר מופתים nor אז קדושה קען נישט זיין העכער ווי הלכה

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:38 am

· #482251
אקעי, היטן הלכה איז אראפ פון טיש, וואסערע חלק פון אידישקייט קען יא זיין די רעסעפי? רעדן אידיש? גיין מיט א שטריימל? די בבא סאלי האט נישט גערעדט אידיש און נישט געגאנגען קיין שטריימל. אפשר ליגט די סוד פונעם ריבניצער אין דעם וואס ער האט געוואוינט צווישן גוים פאר לאנגע יארן? אקעי, איך מוף שוין קיין אלאבאמא, כ׳על דיר שיקן אפדעיטס וואו מיין רוח הקודש האלט.

טמיר » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:49 am

· #482255
Re: קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?
כ'ווייס נישט פארוואס דא ביזטו געווארן עפעס געפערליך סטאק אין חציוניות. יעדע בחור'ל פארשטייט אז עס איז דא אזא זאך ווי דביקות בשם, לעבן בלתי לשם לבדו. ס'איז דא עפעס מער ווי סתם טינקן חלב אין האניג ווייל אזוי שטייט אין רמ"א. ס'איז מער אין קאפ ווי אין די איבעריגע איברים

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 1:51 am

· #482257
זאגסטו אז לייגן תפילין און בלאזן שופר איז נישט וויכטיג ווייל ס׳נאר חיצוניות, אקעי, יעצט ווערט די שאלה וויפיל מענטשן קענסטו וואס לעבן בלתי לשם לבדו (אגב, וואס מיינט בלתי לשם לבדו אויב נישט היטן השם׳ס תורה?) און אויסער הבטחות פון עולם הבא האבן זיי גארנישט וואס צו ווייזן? ענדיוועיס, יעצט אז מיר האלטן שוין דא קענסטו שוין אויך פארשטיין וויאזוי א גלח וואס איז דבוק בהשם און לעבט בלתו לשם לבדו קען באזיצן איבערנאטירליכע כוחות.

הקטן » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 2:02 am

· #482259
איך בין זיכער דא איז דא אסך וואס זענען זייער איםבאקוועם מיט די קאנסעפט פין איבערנאטירליכע כוחות. אפגעזען צי דאס קימט פינעם גלח אדער רבי
אפשר דאס מיינט דער רמב"ם כדי לישר דרך למלך המשיח

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 2:09 am

· #482260
גראדע די מענטשן פארשטיי איך זייער גוט ווייל מ׳נוצט די פענאמענאן פון איבערנאטורליכע כוחות זיי צו מאניפולירן צו פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער וואס זיי האלטן נישט דערביי, דערפאר שלאגן זיי עס אפ ווייל זיי ווילן זיך נישט לאזן מאניפולירט ווערן, ווען מ׳זאל אפטיילן די צוויי זאכן און עס נישט נוצן צו מאניפולירן וואלטן זיי פיל מער אפן געווען צו דיעס קאנצעפט. יעדנפאלס, די מענטשן וועם איך פארשטיי טאקע נישט זענען דיזע מענטשן וואס זענען אומבאקוועם מיט די קאנסעפט אז ס׳עקזיסטירט נישט קיין איבערנאטירליכע כוחות, כ׳קען זיי ממש נישט פארשטיין, כ׳גלייב אז מ׳קען עפעס ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם אויף דעם אויך.

הקטן » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 7:37 am

· #482264
איך בין זיכער דא איז דא אסך וואס זענען זייער איםבאקוועם מיט די קאנסעפט פין איבערנאטירליכע כוחות. אפגעזען צי דאס קימט פינעם גלח אדער רבי
אפשר דאס מיינט דער רמב"ם כדי לישר דרך למלך המשיח

רביה''ק זי''ע
גראדע די מענטשן פארשטיי איך זייער גוט ווייל מ׳נוצט די פענאמענאן פון איבערנאטורליכע כוחות זיי צו מאניפולירן צו פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער וואס זיי האלטן נישט דערביי, דערפאר שלאגן זיי עס אפ ווייל זיי ווילן זיך נישט לאזן מאניפולירט ווערן, ווען מ׳זאל אפטיילן די צוויי זאכן און עס נישט נוצן צו מאניפולירן וואלטן זיי פיל מער אפן געווען צו דיעס קאנצעפט. י
איך פארשטיי זיי אויך זייער גוט, אלע זייערע סברות ראיות וואו אויך "רמב"ם ארויסקוועטשן" איז געטריבן און טענטעט פין א דערענג פין ווילן לעבן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער.


איך קען אויך אזאלעכע וואס ווייל זיי ווילען נישט פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער, אדער פאר סיי וואספאר סיבה (עטענשען?), וועלן זיי ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם ממש דער היפך פין וואס דער רמב"ם האט געהאלטן און קלאר געשריבן.

איך מיין הרב אלחנון וואסערמאן זאגט עפעס זייער ענדליך אדער ממש דאס...

מי אני » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 8:31 am

· #482267
הקטן
איך קען אויך אזאלעכע וואס ווייל זיי ווילען דוקא פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער, אדער פאר סיי וואספאר סיבה, וועלן זיי ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם ממש דער היפך פין וואס דער רמב"ם האט געהאלטן און קלאר געשריבן.

FTFY
#לא׳מיר_״חרדי׳שן״_דעם_״הייליגן״_רמב״ם

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 8:32 am

· #482268
רביה''ק זי''ע
א מין צופראסקעטע חקירה דאס, נישט נאר וואס מופתים איז נישט קיין הוכחה צו אידישקייט, ס׳איז גאר א ראיה קעגן אידישקייט! פרעג נאר סיי וועלכער מענטש וואס דרייט זיך אדער האט זיך געדרייט ביי א מופתים פראווענער, כמעט יעדער פון די מענטשן האט זיך זיינע זאכן וואו ער פייפט אויפ׳ן שולחן ערוך אויף אלע באקן, אז מ׳רעדט פונעם ריבניצער איז דאך באקאנט אז זיין דאווענען איז נישט געווען אויסגעהאלטן לויט׳ן שולחן ערוך. עפעס פונקט די וועלכע זענען נישט מקפיד אויף הלכה׳דיגע קלייניקייטן פונקט זיי זענען די וואס האבן די אפענע אויגן און איבערנאטירליכע כוחות, הלא דבר הוא. ס׳נישט טראץ דעם וואס זיי איגנארירן הלכה ווען ס׳שמעקט זיי נישט זענען זיי אזוי גרויס, נאר טאקע היא הנותנת, טאקע דערפאר וואס זיי פארלייגן זיך נישט אויף זאכן וואס זיי פילן נישט קיין שייכות דערצו דערפאר זענען זיי אזוי גרויס.

רביה"ק זי"ע: ספעציפיש ביים ריבניצער. (אויב די מופתים וואס מ'פארציילט אויף איהם זענען טאקע אמת.) איז דא אן אנדער (הימלישער) חשבון. ער האט אין רוסלאנד אונטער דעם קאמוניסטישן רעזשים אדורכגעפיהרט צענדליגער און אפשר הונדערטער ברית מילה'ס מיט מסירות נפש. סאו דער אייבישטער האט איהם ספעציעל ליעב.אזוי ווי דעם אלטן סקולענער רבי, זצ"ל (ר' אליעזר זוסיא). דאס מיינט אבער נישט אז איעדער פשוט'ער מענטש קען זיך ערלויבן בשאט נפש צו איגנארירן אפענע הלכות אין שולחן ערוך...!

פאלאצ'ינטא » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 8:42 am

· #482269
ניין מופתים איז נישט קיין ראי'. די גוים האבען אויך מופתים.
עס איז א אפענע פסוק אין דברים י"ג ב
כִּֽי־יָק֤וּם בְּקִרְבְּךָ֙ נָבִ֔יא א֖וֹ חֹלֵ֣ם חֲל֑וֹם וְנָתַ֥ן אֵלֶ֛יךָ א֖וֹת א֥וֹ מוֹפֵֽת׃

וּבָ֤א הָאוֹת֙ וְהַמּוֹפֵ֔ת אֲשֶׁר־דִּבֶּ֥ר אֵלֶ֖יךָ לֵאמֹ֑ר נֵֽלְכָ֞ה אַחֲרֵ֨י אֱלֹהִ֧ים אֲחֵרִ֛ים אֲשֶׁ֥ר לֹֽא־יְדַעְתָּ֖ם וְנׇֽעׇבְדֵֽם׃

לֹ֣א תִשְׁמַ֗ע אֶל־דִּבְרֵי֙ הַנָּבִ֣יא הַה֔וּא א֛וֹ אֶל־חוֹלֵ֥ם הַחֲל֖וֹם הַה֑וּא כִּ֣י מְנַסֶּ֞ה יְהֹוָ֤ה אֱלֹֽהֵיכֶם֙ אֶתְכֶ֔ם לָדַ֗עַת הֲיִשְׁכֶ֤ם אֹֽהֲבִים֙ אֶת־יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֵיכֶ֔ם בְּכׇל־לְבַבְכֶ֖ם וּבְכׇל־נַפְשְׁכֶֽם.

מופתים איז נישט קיין ראי'

מי אני » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 8:27 am

· #482665
מי אני
הקטן
איך קען אויך אזאלעכע וואס ווייל זיי ווילען דוקא פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער, אדער פאר סיי וואספאר סיבה, וועלן זיי ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם ממש דער היפך פין וואס דער רמב"ם האט געהאלטן און קלאר געשריבן.

FTFY
#לא׳מיר_״חרדי׳שן״_דעם_״הייליגן״_רמב״ם

📎 98FB4630-4F8D-4864-9BA0-EDC5C214F2B6.jpeg
פון אלעקס שטודען׳ס רעצענזיע אויף די בוך.

ברוך שפינוזה » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:40 pm

· #552948
און דער רבי האט איהם געשאלטן ער זאל נישט מוציא שנתו זיין.