ענטפערס אין אמונה
392 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14758
ענטפערס אין אמונה
איך זיך א דענקער וואס זאל מיר קענען ענטפערן קשיות אין אמונה
נישט קיין היימישע (בושה) אבער גענוג היימיש ער זאל פארשטיין פון ווי איך קום
א געדאנק ווי הרב זאקס ע”ה וואס לעבן און מען קען אנקומען צו אים
איך מיין אז הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי איז א גוטע אדרעסס אנצופאנגען אין מיינע אויגן קען ער זיך פארמעסטן מיט הרב זאקס ז״ל
אדער אפשר מי אני פון קאווע שטיבל, ער איז אויך נישט אוועקצומאכן.
Re: ענטפערס אין אמונה
איך פארשטיי אז ער זיכט לייוו, נישט ווירטואל
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
איך קען דיר פארענטפערן אלע דיינע קשיות אין אמונה אויב דו ווילסט, די שאלה איז נאר צו דו זוכסט טאקע תירוצים פאר די קשיות אדער דו זוכסט דעם אמת נאר דו מיינסט אז די אמת ליגט אין די תירוצים, אויב דו צווייטע איז וואר איז א שאד די צייט. איך זאג דיר קלאר אז דער אמת ליגט נישט דארט (זאקס און יאזעפאוויטש האלטן אויך אזוי), אבער אז דאס איז וואס דו זוכסט קען איך דיר צושטעלן די תירוצים.
רביה"ק ס'שטערט דיר אז א מענטש לעבט רוהיג?
ישעיהרביה"ק ס'שטערט דיר אז א מענטש לעבט רוהיג?
מבשרי אחזה.. Been there done that...
רואיג לעבט מען ווען מען איז משלים מיט די מציאות...
ווילאנג מען דרייט זיך ארויס פון טראכטן דאן קען מען זיין רואיג, איינמאל מען הייבט אן האבן קשיות איז זייער שווער צוריק צו ווערן רואיג.
Re: ענטפערס אין אמונה
ישעיהרביה"ק ס'שטערט דיר אז א מענטש לעבט רוהיג?
פארקערט, רביה"ק וויל פשוט מקיים זיין דעם ואהבת לרעך "כמוך"
צו ער איז גערעכט איז א שמועס פאר זיך[emoji6]
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
רביה''ק זי''עאיך קען דיר פארענטפערן אלע דיינע קשיות אין אמונה אויב דו ווילסט, די שאלה איז נאר צו דו זוכסט טאקע תירוצים פאר די קשיות אדער דו זוכסט דעם אמת נאר דו מיינסט אז די אמת ליגט אין די תירוצים, אויב דו צווייטע איז וואר איז א שאד די צייט. איך זאג דיר קלאר אז דער אמת ליגט נישט דארט (זאקס און יאזעפאוויטש האלטן אויך אזוי), אבער אז דאס איז וואס דו זוכסט קען איך דיר צושטעלן די תירוצים.
עס איז נישט שייך צו אויפווייזן אז עס איז נישט דא א גאט (לא ראיתי אינו ראיה)
וואס איז זיין תורה, וואס וויל ער פון אונז קען מען זיך דינגען דא איז ווי איך האלט.
רב יאזאפאוויטש קען איך נישט, אבער אויף וואס ארויף זאגסטו אז רב זאקס האט נישט געגלייבט? פון זיין שיעורים איז נישט משמע אזוי
יתרואיך מיין אז הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי איז א גוטע אדרעסס אנצופאנגען אין מיינע אויגן קען ער זיך פארמעסטן מיט הרב זאקס ז״ל
מער פרטים? אדרעס וכדומה
סאיז עכט נישט שייך צו ענטפערן די שאלות איינמאל מען פאנגט אן טראכטן איז מען אין טראבל....
יעדער וועט דיר ענטפערן אז סאיז העכערע זאכן
וואס פעלט אויס צו פארענטפערן די קשיות? קשיות איז דא אויף אלע שיטות און גלויבונגען. דעיס איז דאך דער כח פון ׳אמונה׳ וואסיז אריינגעבויעט אינעם נפש הישראלי,
׳שהאמונה היא למעלה מן הדעת וההשגה׳Nanachרביה''ק זי''עט, די שאלה איז נאר צו
עס איז נישט שייך צו אויפווייזן אז עס איז נישט דא א גאט (לא ראיתי אינו ראיה)
וואס איז זיין תורה, וואס וויל ער פון אונז קען מען זיך דינגען דא איז ווי איך האלט.
רב יאזאפאוויטש קען איך נישט, אבער אויף וואס ארויף זאגסטו אז רב זאקס האט נישט געגלייבט? פון זיין שיעורים איז נישט משמע אזוי
די זאגסט אז עס איז נישט שייך אויפצוווייזן אז עס איז "נישט" דא א גאט.
לאמיר זאגן אז וואס די זאגסט איז אמת, וויאזוי העלפט עס דיר?
איז שייך אויפצוווייזן אז עס איז יא דא א גאט? דאס איז דער עיקר שאלה.
וואס זיין תורה איז? העלאו? אפגעשריבן אין יעדעס בית המדרש.
דארפסט איינער זאל דיר זאגן פרשנות? זאג אליין.
כפירה איז נישט ערלויבט דא.
מנהל
Nanachיתרואיך מיין אז הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי איז א גוטע אדרעסס אנצופאנגען אין מיינע אויגן קען ער זיך פארמעסטן מיט הרב זאקס ז״ל
מער פרטים? אדרעס וכדומה
ער וואונט אויף Joshua Ct אין מאנסי.
Nanachרביה''ק זי''עאיך קען דיר פארענטפערן אלע דיינע קשיות אין אמונה אויב דו ווילסט, די שאלה איז נאר צו דו זוכסט טאקע תירוצים פאר די קשיות אדער דו זוכסט דעם אמת נאר דו מיינסט אז די אמת ליגט אין די תירוצים, אויב דו צווייטע איז וואר איז א שאד די צייט. איך זאג דיר קלאר אז דער אמת ליגט נישט דארט (זאקס און יאזעפאוויטש האלטן אויך אזוי), אבער אז דאס איז וואס דו זוכסט קען איך דיר צושטעלן די תירוצים.
עס איז נישט שייך צו אויפווייזן אז עס איז נישט דא א גאט (לא ראיתי אינו ראיה)
וואס איז זיין תורה, וואס וויל ער פון אונז קען מען זיך דינגען דא איז ווי איך האלט.
אז דו ווילסט קען איך דיר אביסל פארגרייטן וואס דו גייסט הערן (בנוגע אז תורתינו איז די "אמת'ע" ווארט פון גאט).
"נישט נאטורליכע" ראיות.. (אותות ומופתים)
פראבלעם: די זעלבע איז באדמת בני חם.. יעדע רעליגיע האט זיך אירע מופתים צו פארציילן אויף איר זייט..
Bible codes
פראבלעם: סיי וועלכע Book געשריבן אין א שפראך אן קיין Vowels קען מען טרעפן די זעלביגע, והא ראיה אז אפילו מיט די Bible codes זעלבסט וועט פאר יעדע איין Code וואס שטימט זיין מיליאן אנדערע Codes וואס שטימען נישט...
און דאן וועט קומען די באמבע..
אז די עכטע סיבה צו גלייבן אז "אונזער" תורה איז די "אמת'ע" ווארט פון גאט (Whatever he is), איז ווייל 600000 מענטשן האבן עדות געזאגט פאר זייערע קינדער אז זיי האבן "געזעהן און געהערט, פון גאט זעלבסט" אז דאס איז זיין ווארט..
דאס אז 600000 מענטשן זאלן זאגן די זעלבע זאך איז דאך גאר א שטארקע ראיה, און וויבאלד די 600000 מענטשן האבן עס געזאגט פאר זייערע קינדער און זיי פאר זייערע קינדער ביז היינט איז עס ממש א ראיה שאין עליו פירכה...
פראבלעם: אן אריינגיין אין די דעבאטע צו ס'איז שייך צו פאר'נער'ן מענטשן אז זאלן מיינען אז זיי הערן גאט זעלבסט, איז אבער די גאנצע ראיה געבויעט אויף א פאלשע יסוד..
די ראיה איז געבויעט אויף די הנחה אז ס'איז פאראן א דירעקטע מסורה קייט פון "סיני" ביז "Nebach" פון ק"ש, דאס איז אבער א "שקר גס"... ווי געזעהן מערערע מאל אין תנ"ך אז די מסורה איז פאר "הונדערטער" יארן געווען אפגעהאקט.
פאר די ראיות אז תנ"ך איז "נישט" זיין דירעקטע ווארט וועט מען דארפן עפענען א פרישן אשכול... ס'איז פאראן גאר אסאך...די גאנצע דרשה ביז אהער קען איך, מיין פראבלעם איז אז איך האב אנגעהויבן זען וויפיל שטותים מען האט אונז איינגערעדט די לעצטע 200 יאר וואס ווען נישט וואס עס איז א אפענע, דאקעמענטירטע וועלט, וואלט 300 יאר ארום געווארן די זאכן הלכה למשה מסיני.
האט מיר עס אנגעהויבן צו אפפרעגן די הנחה אז מען קען נישט איינרעדן וכו’
דרך אגב אז עס איז דא א גאט ( העכערע כח) בין איך קלאר
ווי אויך גלייב איך אין שכר ועונש (קארמא) השארת הנפש און גולגל בין אויך נוטה צו גלייבן משום כמה סיבות (איך בין פויל צו שרייבן לאנג)
און אפילו דאס אז א מענטש קען הייבן חומר איבער צורה (נביאה/רוה”ק/מעדיטעישען)
מיין עיקר נקודה איז אויף אונזער תורה
you-had-a-revelationזייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש
@רביה"ק זי"ע דו פאסט יום כיפור?
ישעיה@רביה"ק זי"ע דו פאסט יום כיפור?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14759">viewtopic.php?f=42&t=14759</a><!-- l -->
לאמיר שרייבן מיין מיינונג בנוגע זוכן ענטפערס אין אמונה, אסאך מאל מיינט מען די אמונה איז די פראבלעם, ווען באמת איז עס בכלל נישט די נקודה. לאמיר עס צוטיילן אין 3.
די ערשטע גרופע זארגט זיך פאר אידישקייט, זיי קענען נישט שלאפן רואיג ווען זיי האבן אזא שטארקע קשיא, זיי פילן זיי מוזן פארענטפערן די רעליגיע. די גרופע דארף נישט טרעפן קיין תירוצים, זיי דארפן פשוט ארבעטן זיך אליין צו בארואיגן, אידישקייט גייט שוין אן אסאך פאר זיי זענען געבוירן, עס מאכט באמת נישט קיין פראבלעם ווען זיי האבן א קשיא.
די צווייטע גרופע זוכט א וועג ארויס פון א פראבלעם. לאמיר זאגן איינער וויל זייער שטארק עסן גיד הנשה, הייבט ער אן צו טראכטן ווער זאגט אידישקייט איז בכלל אמת, אפשר האלט איך מיר צוריק פאר גארנישט. די גרופע דארף אויך נישט קיין תירוצים, פארוואס זיך אריינלייגן אין א טיפע פיליזאפיע וועגן דו ווילסט עפעס? לאז אפ די אלע טיפע ענינים, זאג וואס דו ווילסט און עס איז זיכער דא אן עצה דערפאר. אפילו אויב מען קען נישט טרעפן אן עצה צו דיין פראבלעם, איז עס נישט ווייל עס יא אדער נישט דא א באשעפער אויפן וועלט.
די דריטע גרופע האט פשוט ליב צו רעדן פון אמונה, עס מאכט גארנישט אויס למעשה, עס איז פשוט אינטערסאנט צו רעדן דערפון, פונקט ווי אנדערע ווילן רעדן פון טראמפ, סאטמאר, עקאנאמיע אא"וו, ווילן זיי רעדן פילאזאפיע. פאר זיי איז די שמועס טאקע געמאכט, און קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ פאר די סארט שמועס.
יעקב מעקסוועלדי ערשטע גרופע זארגט זיך פאר אידישקייט, זיי קענען נישט שלאפן רואיג ווען זיי האבן אזא שטארקע קשיא, זיי פילן זיי מוזן פארענטפערן די רעליגיע. די גרופע דארף נישט טרעפן קיין תירוצים, זיי דארפן פשוט ארבעטן זיך אליין צו בארואיגן, אידישקייט גייט שוין אן אסאך פאר זיי זענען געבוירן, עס מאכט באמת נישט קיין פראבלעם ווען זיי האבן א קשיא.
הרב דר. נתן סליפקין ברענגט טאקע אראפ די געדאנק מיט׳ן אידישן פתגם, ״פון א קשיא שטארבט מען נישט.״ ער זאגט אבער אז צומאל איז אבער דא
די קשיא וואס כדי דער מענטש זאל קענען אנהאלטן זיין אמונה [קאגניטיוו דיסאנענס וכו׳ וכו׳] מוז ער דאס אויסגראדן.
דער רומענישער-פראנצויזישער שרייבער און פילאזאף עמיל סיארען האט געזאגט:
There are questions which, once approached, either isolate you or kill you outright
די זאך איז אבער אז אויב א מענטש קען נישט אנהאלטן די אמונה איז אויך גארנישט געשעהן. מ׳רעדט דאך נישט פון קשיות אויף עקרי אמונה, צו משה רבינו איז געווען די טאטע פון אלע נביאים צו די זיידע פון אלע נביאים (ווי מ׳האט שוין פריער ערווענט אז מ׳קען נישט אויפווייזן אז ס׳נישט דא קיין גאט), די אלע אזויגערופענע קשיות זענען סתם זייטיגע פילאזאפישע חקירות וואס ס׳איז א גרויסע ספק צו זיי קענען בכלל ווערן אנגערופן קשיות אין אמונה. לאמיר זאגן אז איינער טראכט אז ס׳קען נישט זיין אז גאט איז א גוטער וועגן צדיק ורע לו איז אויך נישט עק וועלט, נישט דא קיין איין פוסק וואס האלט אז מ׳גייט איהם שמייסן אין הימל דערפאר.
אויסערדעם האב איך באמערקט אז מ׳האט פארמעקט א תגובה מיינער ווייל כ׳האב געשריבן כפירה, וויל איך נאר קלארשטעלן אז איך האב מיך באצויגן צו די שיטות פון געוויסע מענטשן וואס מ׳האט ערווענט אין דעם אשכול, מ׳האט גערעדט איבער זייערע שיטות האב איך געזאגט וואס זיי האלטן (אינאיינוועגס האב איך אויך געזאגט אז כמעט אלע פרומע אידן מיט וועם כ׳האב גערעדט אין אמונה ענינים האבן מיר געזאגט ענליכע ווערטער at some point, גלייב מיר יא גלייב מיר נישט), איך האלט אויסדרוקליך נישט ווי זיי. ש׳כח.
אויך וויל איך אויסקלארן וואס כ׳האב פריער געזאגט אז די אמת ליגט נישט אין די תירוצים, כ׳האב נישט געזאגט אז די אמת ליגט נישט אין אידישקייט (וואטעווער דעט מיענס), כ׳האב געזאגט אז די אמת ליגט נישט אין די תירוצים. ״אידישקייט״ קען זיין אמת, די תירוצים וויאזוי מ׳פארענטפערט עס זענען נישט אמת. צ.ב. מיר גלייבן אז די וועלט איז ה׳תשפ״א (יאזעפאוויטש האלט נישט אזוי) יאר אלט אבער נישט ווייל דער באשעפער האט באהאלטן פאלשע ביינער פון דיינעסארס, די תירוץ אז דער באשעפער האט באהאלטן איז שקר כמובן ווייל ס׳מאכט נאר שטערקער די קשיא, די וועלט קען אבער ווייטער זיין ה׳תשפ״א יאר אלט אן דעם ליגן, וויאזוי פונקטליך איז נישט אונזער געשעפט, אויב האלטסטו אז ס׳איז יא דיין געשעפט און דו זוכסט אן אמת׳ע תירוץ זאג איך דיר פון פאראויס אז ס׳איז א שאד דיין צייט. מיר גלייבן אז מ׳גייט שמייסן אויבן אין הימל פאר׳ן נישט לייגן תפילין (הרב זאקס האט נישט געהאלטן אזוי) אבער נישט ווייל די פסוק זאגט אז מ׳דארף לייגן תפילין, די פסוק מיינט נישט דאס כמבואר ברשב״ם, דאס וואס מ׳טייטשט עס אריין אין פסוק איז א שקר קדוש, מ׳קען אבער ווייטער שמייסן אין הימל אפילו אנדעם וואס ס׳זאל שטיין אין פסוק. איז איינער וואס דארף באפעסטיגן זיין אמונה מיט הוכחות און ער קען נאר גלייבן אויב די תירוצים פאר די קשיות שטימען באמת האט ער ממש נישט וואס צו זוכן ביי די אלע פילאזאפן און מחזירי בתשובה למיניהם, אז דו האסט געקענט גלייבן ביז היינט גלייב ווייטער און מאך זיך נישט צוטוהן פון די קשיות, און אז דו האסט אישוס מיט אידישקייט וואס שטערן דיר קען מען זיי מסדר זיין אן לויפן צו כפירה בעיקר. אז דו ביזט ממש לאנגווייליג, אדרבה, גיי טענה זיך אויס מיט זיי און קום צוריק צו מיר אין א יאר ארום און פארצייל מיר וואו דו ביזט אנגעקומען מיט זיי, איך וועל מיך פרייען צו זיין חוזק, אפשר וועל איך אויך גיין מקבל מרות זיין פון זיי.
יעקב מעקסוועללאמיר שרייבן מיין מיינונג בנוגע זוכן ענטפערס אין אמונה, אסאך מאל מיינט מען די אמונה איז די פראבלעם, ווען באמת איז עס בכלל נישט די נקודה. לאמיר עס צוטיילן אין 3.
די ערשטע גרופע זארגט זיך פאר אידישקייט, זיי קענען נישט שלאפן רואיג ווען זיי האבן אזא שטארקע קשיא, זיי פילן זיי מוזן פארענטפערן די רעליגיע. די גרופע דארף נישט טרעפן קיין תירוצים, זיי דארפן פשוט ארבעטן זיך אליין צו בארואיגן, אידישקייט גייט שוין אן אסאך פאר זיי זענען געבוירן, עס מאכט באמת נישט קיין פראבלעם ווען זיי האבן א קשיא.
די צווייטע גרופע זוכט א וועג ארויס פון א פראבלעם. לאמיר זאגן איינער וויל זייער שטארק עסן גיד הנשה, הייבט ער אן צו טראכטן ווער זאגט אידישקייט איז בכלל אמת, אפשר האלט איך מיר צוריק פאר גארנישט. די גרופע דארף אויך נישט קיין תירוצים, פארוואס זיך אריינלייגן אין א טיפע פיליזאפיע וועגן דו ווילסט עפעס? לאז אפ די אלע טיפע ענינים, זאג וואס דו ווילסט און עס איז זיכער דא אן עצה דערפאר. אפילו אויב מען קען נישט טרעפן אן עצה צו דיין פראבלעם, איז עס נישט ווייל עס יא אדער נישט דא א באשעפער אויפן וועלט.
די דריטע גרופע האט פשוט ליב צו רעדן פון אמונה, עס מאכט גארנישט אויס למעשה, עס איז פשוט אינטערסאנט צו רעדן דערפון, פונקט ווי אנדערע ווילן רעדן פון טראמפ, סאטמאר, עקאנאמיע אא"וו, ווילן זיי רעדן פילאזאפיע. פאר זיי איז די שמועס טאקע געמאכט, און קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ פאר די סארט שמועס.
די האסט פארפעלט א פערטע גרופע וואס זיכט פשוט די אמת. און וויל גיין מיט דעים און אויב וועט ער זיין איבערצייגט אז אלע פרויען דארפן אנטון שאלן און די מענער דארפן גיין מיט א צוקראכטע הוט טוט ער מארגן אן א צוקראכטע הוט און זיין ווייב א שאל.
און אויב ווייזטו אויף אז מאדערן ארטעדאקס איז ריכטיג שרייבט ער איין זיינע קינדער אין ישיבה יונעבערסעטי.
און אויב קענסטו אויפוויזן אז ... איז משיח... אדער אז גאט איז אין אינדיע... ואידך זול גמור שהשתיקה יפה להן
די געדאנק איז אז עס מוז נישט זיין אז ער גייט מארגען טוישן, אבער די קאנצעפט איז אז אויב מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט שטותים גיי איך נישט אויסלערנען מיין קינדער שטותים. און עס איז דא מענטשן וואס קענען נישט לעבן מיט שקר.
און פאר די 4טע סארט מענטש איז די אשכול
איך האב נאכנישט געטראפן אזא מענטש אין ריעל לייף, אויב ביזטו טאקע פון די דאן פארוואס ביזטו אזוי אנגעצויגן צו פארענטפערן אידישקייט, פארוואס נישט טאקע גיין קיין אינדיע און פארענטפערן זייערע פאנטאזיעס? ווייסטו וואס, דארפסט ניטאמאל אנטלויפן קיין אינדיע, אויף פארט העמילטאן איז דא א בודדהיסטישע טעמפל, קענסט אהינגיין און זיך נאכפרעגן ביי זיי, אפשר האבן זיי דעם אמת?
רביה''ק זי''עאיך האב נאכנישט געטראפן אזא מענטש אין ריעל לייף, אויב ביזטו טאקע פון די דאן פארוואס ביזטו אזוי אנגעצויגן צו פארענטפערן אידישקייט, פארוואס נישט טאקע גיין קיין אינדיע און פארענטפערן זייערע פאנטאזיעס? ווייסטו וואס, דארפסט ניטאמאל אנטלויפן קיין אינדיע, אויף פארט העמילטאן איז דא א בודדהיסטישע טעמפל, קענסט אהינגיין און זיך נאכפרעגן ביי זיי, אפשר האבן זיי דעם אמת?
די פוינט איז נישט אז אפשר זיי יא די שאלה איז צו אונז יא.
ליגנטס קען זיין אסאך אמת נאר איינס (אן אריינגיין אין די פיליזאפיע צו עס קען זיין מער ווי איין אמת)
די רעליגיע וואס אונז זענען אויפגעצויגן איז נישט איינמאל א יאר פראווענען קראצמעך און אפילו נישט איינמאל א וואך גיין אין קלויסטער, עס נעמט א רום די גאנצע מענטש אגאנצע לעבן, און עס פאדערט אויך (בעיקר ע”פ קבלה וחסידות) הארץ און מחשבה.
און איך האב נישט קיין פראבלעם צו פאלאווען אויב איז עס אמת. אבער אויב איז נאר אוחזים מעשי אבותיהם... איז פארוואס? און דעמאלטס לאמיר טרעפן די ריכטיגע
די נקודה איז עס איז דא מענטשן וואס זיכן meaning אין לעבן, מיין געפיל זאגט מיר אז די אמת איז ביי אונז אבער איך בין נישט די איינציגסטע מיט די געפיל איז פארוואס איז מיין געפיל מער ווי די פון די צווייטע גלויבן
רביה''ק זי''עישעיה@רביה"ק זי"ע דו פאסט יום כיפור?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14759">viewtopic.php?f=42&t=14759</a><!-- l -->
וואס איז געשען מיט די פארום?
אויב גייסטו מיט אזא מהלך דארפסטו ערשט אויסגראדן די דיפערענצן אינערהאלב אידישקייט אליינס, ארטאדאקס, רעפארם, קראים, שומרונים, קאנסערוואטיוו, ריקאנסטראקטיסט, וכו׳. און אינערהאלב ארטאדאקסיע אליינס איז אויך דא אסאך שיטות וואס מ׳דארף מברר זיין, איז בחירות א חוב קדוש אדער ערגער פון שלוש חמורות, דארף מען גיין א שטריימל אדער קנייטש, מעגן מיידלעך לערנען חומש אדער נישט, מוז מען גיין מיט שוארצע טייץ אדער טאר מען נישט גיין מיט שווארצע טייץ, איז כפרות שלאגן דרכי אמורי אדער א הייליגע מצוה. מעגן פרויען דרייוון, בחורים ארבעטן, וויפיל בעשאוס איז מותר ע״פ תורה, גורע תקנות, סמארטפאונס, סוף זמן תפילה, שווארצע רצועות אויף איין זייט אדער ביידע זייטן, טלית מיט שוואצע שטרייפן אדער ווייסע, מעג מען גיין מיט א קורצע רעקל וואס דער חזון איש פלעגט רופן גילוי עריות רעקל, לעיס טאפ שייטלען, מעג מען בכלל גיין מיט א שייטל? ערשט טוה דורך די זאכן וואס זענען באמת נוגע ווייל אפילו אויב מתן תורה איז אמת איז נאכאלץ נישט קיין ראיה אז די קראים אדער רעפארם זענען נישט גערעכט.
גיי הער אויס אויף יוטיוב שיעורים פון דער רב הראשי לעדת הקראים משה פירוז, זוך דיר אפיר עפעס א רעפארם ראביי וואס רעדט קלארע דיבורים, א חסידישע רב וואס רעדט קלאר, און מאך אליינס אפ ווער ס׳רעדט צום זאך.
רביה''ק זי''עאויב גייסטו מיט אזא מהלך דארפסטו ערשט אויסגראדן די דיפערענצן אינערהאלב אידישקייט אליינס, ארטאדאקס, רעפארם, קראים, שומרונים, קאנסערוואטיוו, ריקאנסטראקטיסט, וכו׳. און אינערהאלב ארטאדאקסיע אליינס איז אויך דא אסאך שיטות וואס מ׳דארף מברר זיין, איז בחירות א חוב קדוש אדער ערגער פון שלוש חמורות, דארף מען גיין א שטריימל אדער קנייטש, מעגן מיידלעך לערנען חומש אדער נישט, מוז מען גיין מיט שוארצע טייץ אדער טאר מען נישט גיין מיט שווארצע טייץ, איז כפרות שלאגן דרכי אמורי אדער א הייליגע מצוה. מעגן פרויען דרייוון, בחורים ארבעטן, וויפיל בעשאוס איז מותר ע״פ תורה, גורע תקנות, סמארטפאונס, סוף זמן תפילה, שווארצע רצועות אויף איין זייט אדער ביידע זייטן, טלית מיט שוואצע שטרייפן אדער ווייסע, מעג מען גיין מיט א קורצע רעקל וואס דער חזון איש פלעגט רופן גילוי עריות רעקל, לעיס טאפ שייטלען, מעג מען בכלל גיין מיט א שייטל? ערשט טוה דורך די זאכן וואס זענען באמת נוגע ווייל אפילו אויב מתן תורה איז אמת איז נאכאלץ נישט קיין ראיה אז די קראים אדער רעפארם זענען נישט גערעכט.
אה”נ האסט זייער גוט ארויסגעברענגט ווי איך האב אנגעהויבן
בעצם לאמיר אנהייבן די מעשה פון אנהייב נאך די חתונה האט מיין ווייב מיר געזאט אז עס קומט איר אן זייער שוווער די זיך שערן די האר, און זי האט מיר געפרעגט צו זי מעג זיך אויפהערן שערן האב איך איר געזאגט איך וועל עס דורך טוהן, נאכן טוהן א שטיק צייט דערוהן האב איך געזעהן אז עס איז מקסימום א מנהג ביי א חלק קהילות עכ”פ נישט אזוי הארב ווי מען לייגט עס אראפ, דאס האט מיר געמאכט אנהייבן פרעגן אויף אונזער גאנצע חסידישע קולטור, פון דארט צו מאדערן ארטעדאקס צו קראים וכו’
ביז איך בין אנגעקומען אז לאמיר אנהייבן די בנין פון אינטן ארויף, לאמיר עסטעבלעשן מתן תורה און פון דארט גיין ווייטער
אין א זייטיגע נאטיץ אין מצוות מעשיות האב איך נישט געטוישט
כ׳פארשטיי נישט, דיין ווייב שערט זיך נאך די האר? אויב מ׳מעג זיך שערן און ס׳נאר אוחזים מעשי אבותיהם... איז פארוואס?
רביה''ק זי''עכ׳פארשטיי נישט, דיין ווייב שערט זיך נאך די האר? אויב מ׳מעג זיך שערן און ס׳נאר אוחזים מעשי אבותיהם... איז פארוואס?
איך האב גערעדט פון ”מצוות” מעשיות נישט שיינע מנהגים/מנהגי שטות, די שטריימל ביים סעודה האב איך נאך אויסגעטון ביים שווער אין שטוב די ערשטע וואך וכו’
ניין זי שערט זיך נישט מער פון די שיעור הגידול בימי טומאה פאר מקוה
איך האלט אז ס׳נישט כדאי פאר געוויסע באקוועמלעכקייטן צו זיין אנדערש פון א סאסייעטי ווי מ׳וויל געהערן צו, ס׳דא מענטשן וואס בטבע קענען זיי זיך שווער צושטעלן צו א סטראקטור אדער סיסטעם, געווענליך קומטעס צוליב א טיפע כארקטער, אביסל קלוגער ווי עוורעדזש וכו׳.
ערשט׳נס דארף מען אפמאכן ווי מ׳וויל זיין, ווי ס׳זעט אויס די מערסטע קרוב לאמת (א פלאץ זאל זיין באמת ריכטיג אויסגעהאלטן פון אלע צדדים גלייביך שווער אז ס׳איז צום געפינען היינט צוטאג׳ס...) און צו קענען קוקן אויף די זאך מיט א ניכטערע בליק דארף מען לייגן אלע נגיעות אין א זייט. דערנאך אז מ׳האט אפגעמאכט וואס מען וויל דארף מען ארויסהאבן דעם ׳פיין-ליין׳ די רויטע ליניע ביי דעם קרייז, און מאכן זיכער נישט ארויסטרעטן דערפון.
׳סיי ווי׳ מ׳געפינטסעך דארף מען פארקוקן אויף אייגענע רצוניות.
ס׳נישטא א פלאץ אויף דעם פלאנעט וואס איז צוגערישט מיט מנהגים און דרכים פונקט ווי דער יחיד וויל...
---
אפילו אין הלכה איז אלץ געווען אזא זאך ווי ׳הלכה ואין מורין כן׳ דאס מיינט אז א יחיד פאר זיך וואס האט מברר געווען א געוויסע זאך אנדערש ווי דער אנגענומענע מיינונג מעג זיך ׳בצנעה׳ פירן אזוי, אבער פארן הנהגת הכלל פעלטסעך אויס געוויסע סטרוקטשער׳ס פארן קיום הדת, וכו׳
בְּתוֹךְ עַמִּיאיך האלט אז ס׳נישט כדאי פאר געוויסע באקוועמלעכקייטן צו זיין אנדערש פון א סאסייעטי ווי מ׳וויל געהערן צו, ס׳דא מענטשן וואס בטבע קענען זיי זיך שווער צושטעלן צו א סטראקטור אדער סיסטעם, געווענליך קומטעס צוליב א טיפע כארקטער, אביסל קלוגער ווי עוורעדזש וכו׳.
ערשט׳נס דארף מען אפמאכן ווי מ׳וויל זיין, ווי ס׳זעט אויס די מערסטע קרוב לאמת (א פלאץ זאל זיין באמת ריכטיג אויסגעהאלטן פון אלע צדדים גלייביך שווער אז ס׳איז צום געפינען היינט צוטאג׳ס...) און צו קענען קוקן אויף די זאך מיט א ניכטערע בליק דארף מען לייגן אלע נגיעות אין א זייט. דערנאך אז מ׳האט אפגעמאכט וואס מען וויל דארף מען ארויסהאבן דעם ׳פיין-ליין׳ די רויטע ליניע ביי דעם קרייז, און מאכן זיכער נישט ארויסטרעטן דערפון.
׳סיי ווי׳ מ׳געפינטסעך דארף מען פארקוקן אויף אייגענע רצוניות.
ס׳נישטא א פלאץ אויף דעם פלאנעט וואס איז צוגערישט מיט מנהגים און דרכים פונקט ווי דער יחיד וויל...
---
אפילו אין הלכה איז אלץ געווען אזא זאך ווי ׳הלכה ואין מורין כן׳ דאס מיינט אז א יחיד פאר זיך וואס האט מברר געווען א געוויסע זאך אנדערש ווי דער אנגענומענע מיינונג מעג זיך ׳בצנעה׳ פירן אזוי, אבער פארן הנהגת הכלל פעלטסעך אויס געוויסע סטרוקטשער׳ס פארן קיום הדת, וכו׳
זייער ריכטיג און שיין געשריבן
אבער נאכאלץ דארף מען וויסן וואס איז די אמת, און זאכן וואס מען טוט נאר בלית ברירה נישט צו ארויספאלן דארף מען וויסן קלאר אז מען טוט עס פאר דעם אזוי ווי די באוויסטע משל פון די חכם די יאר וואס די ווייץ האט געמאכט משוגע ווער עס עסט עס
הקטןyou-had-a-revelationזייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש
איך האלט ביי די גרעסערע האלב, דערווייל איז עס בעיסיקלי שיין מסביר געווען די באוויסטע חינוך/רמב”ן/רמב”ם שלשלת הקבלה
אבער נישט קיין גרויסע חידושים
אבער דאס פארענטפערט בכלל נישט מיין קשיא מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול
Nanachהקטןyou-had-a-revelationזייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש

איך האב שוין געהערט אויף דעם עטליעסט 3 שיעורים פאר free, די איינציגסטע חילוק איז אז דאס האט געקאסט א דאלער
Nanachהקטןyou-had-a-revelationזייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש
איך האלט ביי די גרעסערע האלב, דערווייל איז עס בעיסיקלי שיין מסביר געווען די באוויסטע חינוך/רמב”ן/רמב”ם שלשלת הקבלה
אבער נישט קיין גרויסע חידושים
אבער דאס פארענטפערט בכלל נישט מיין קשיא מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול
יעצט גענדיגט די צווייטע האלב, צום סוף רירט ער אן מיין קשיא אבער ער פארענטפערט עס מיט איגנארענס
אויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
בְּתוֹךְ עַמִּיאויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
דאס אז איך האב נישט קיין צווייטע זאך אויפן וואגשאל מיינט נישט אז איך דארף נישט זוכן, בעצם וואס האט אברהם אבינו געטוהן? אנגעהויבן זוכן!
אדער קען זיין אז א חלק איז אמת, כגון מצוות שכליות, אזויווי עסאיז דא וואס זענען מסביר לגבי די ז מצוות.
די געדאנק איז אז אויף צו טוהן מיט א זיכערקייט דארף מען זיין איבערצייגט.
הלכה למעשה איז אה”נ איך היט אלעס (כמעט אלעס) אזוי ווי איך בין געווארן אויפגעצויגן ווייל איך ווייס נישט פון עפעס אנדערש וואס איז מער אמת
בְּתוֹךְ עַמִּיאויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
העלף מיר ארויס פליז.. וויאזוי ווערט מען זיכער אז דער בורא וויל עפעס פון אונז?
ליב צו וויסןבְּתוֹךְ עַמִּיאויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
העלף מיר ארויס פליז.. וויאזוי ווערט מען זיכער אז דער בורא וויל עפעס פון אונז?
אנטשולדיג ביטע. איך האב גערעדט צו Nanach און זיך באצויגן צו וואס ער האט געזאגט אפאר תגובות ארויפצו... אויב ווילסטו קענסטו אים פרעגן דיין שאלה...
Nanachדי געדאנק איז אז אויף צו טוהן מיט א זיכערקייט דארף מען זיין איבערצייגט.
לאמיר דיר פרעגן.
יבוא יום. נאך לאנגע יארן זיכעניש און האריוואניע צו איבערצייגן דעם אמת, וועט קומען דער טאג וואס וועט זיין דיין לעצטן טאג אויף דעם עולם.
׳אויב׳ וועסטו זיך דאן געפינען מיט מער ווייניגער די זעלבע ספיקות און אומזיכערקייט וואס דו האסט יעצט*. וואס טראכסטו וואלט דעמאלס געווען די זאך אויף וואס דו האסט חרטה פארן זיך נישט אפגעבן מער דערמיט במשך דיין לעבן?
*נאך א ביסעלע נישטערן און חקר׳נען דאכטסעך אז מ׳קען האבן א בליק ווי סוקסעספול די פארש ארבייט וועט זיין...
Nanach
די האסט פארפעלט א פערטע גרופע וואס זיכט פשוט די אמת.
יעדער איינער זוכט דעם אמת, איך האב אריינגעלייגט אין 3 קאטעגאריעס "פארוואס" מען זוכט דעם אמת. פון דיינע תגובות שפעטער פארשטיי איך אז דו זוכסט דעם אמת ווייל דו ווילסט זיך אויפפירן אנדערש אין דיין לייפסטייל. גייסטו אריין אין די צווייטע קאטעגאריע וואס איך האב געשריבן אויבן. עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין פיליזאפיע פאר א לייפסטייל טויש.
דו ווייסט אליין עס איז נישטא קיין שום פרוף מען דארף זיך אפגיסן נעגל וואסער, מאכן א ברכה פונקט מיט די לשון, בענטשן נאכאמאל ווען מען האט אויסגעלאזט רצה אא"וו. דו טוסט דאס אלעס ווייל דו ביסט א חלק פון א קהילה וואס פירט זיך אויף אזוי. אויב ווילסטו עפעס טוישן פעלט נישט אויס צו חקרנ'ען אויב עס איז געווען 600,000 אידן ביי מתן תורה אדער נאר 599,999, ווייל דאס איז נישט די סיבה דו טוסט די אלע זאכן אין די פירסט פלעיס.
דיין שאלה דארף זיין, וויל איך ווייטער זיין א חלק פון קהילה, וויל איך ווערן אביסל אנדערש, אסאך אנדערש. וויאזוי דו ביסט מחליט צו פירן דיין לעבן וועסטו דארפן מיטנעמען די גאנצע פעקל קאנסעקווענצן דערפון.
ליב צו וויסןבְּתוֹךְ עַמִּיאויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
העלף מיר ארויס פליז.. וויאזוי ווערט מען זיכער אז דער בורא וויל עפעס פון אונז?
דאס איז א פילאזאפישע ענין מבואר אין די ראשונים
יעקב מעקסוועלNanach
די האסט פארפעלט א פערטע גרופע וואס זיכט פשוט די אמת.
יעדער איינער זוכט דעם אמת, איך האב אריינגעלייגט אין 3 קאטעגאריעס "פארוואס" מען זוכט דעם אמת. פון דיינע תגובות שפעטער פארשטיי איך אז דו זוכסט דעם אמת ווייל דו ווילסט זיך אויפפירן אנדערש אין דיין לייפסטייל. גייסטו אריין אין די צווייטע קאטעגאריע וואס איך האב געשריבן אויבן. עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין פיליזאפיע פאר א לייפסטייל טויש.
דו ווייסט אליין עס איז נישטא קיין שום פרוף מען דארף זיך אפגיסן נעגל וואסער, מאכן א ברכה פונקט מיט די לשון, בענטשן נאכאמאל ווען מען האט אויסגעלאזט רצה אא"וו. דו טוסט דאס אלעס ווייל דו ביסט א חלק פון א קהילה וואס פירט זיך אויף אזוי. אויב ווילסטו עפעס טוישן פעלט נישט אויס צו חקרנ'ען אויב עס איז געווען 600,000 אידן ביי מתן תורה אדער נאר 599,999, ווייל דאס איז נישט די סיבה דו טוסט די אלע זאכן אין די פירסט פלעיס.
דיין שאלה דארף זיין, וויל איך ווייטער זיין א חלק פון קהילה, וויל איך ווערן אביסל אנדערש, אסאך אנדערש. וויאזוי דו ביסט מחליט צו פירן דיין לעבן וועסטו דארפן מיטנעמען די גאנצע פעקל קאנסעקווענצן דערפון.
דא איז דיין טעות
עס איז נישט אז איך וויל טוישן אין זיך אז איך מעג, פונקט פארקערט, איך וויל ווייטער אפגיסן נעגל וואסער (לפי דיין משל) נאר וויסן אז איך טוה עס פאר פעיר פרעשער
אין אנדערע ווערטער איך האף צו אנקומען אז אלעס (99%) וואס מען האט מיר אויסגעלערנט איז אמת, אבער אויב נישט וויל איך נישט אויסלערנען מיינע קינדער שטותים
איך בין נאכנישט זיכער עס איז מיין טעות, דו דארפסט קלערן עס איז אויך דא א צד עס איז דיין טעות. אבער לאמיר בעסער פארשטיין די מציאות.
אויב וועסטו נאך דיין חקירה אנקומען אז (כמעט) אלעס וואס מען האט דיר אויסגעלערנט איז אמת, וועסטו לעבן ווייטער צופרידן, מאכט סענס.
וואס טוסטו אויב 50 פראצענט איז אמת? אויב גארנישט איז אמת?
יעקב מעקסוועלאיך בין נאכנישט זיכער עס איז מיין טעות, דו דארפסט קלערן עס איז אויך דא א צד עס איז דיין טעות. אבער לאמיר בעסער פארשטיין די מציאות.
אויב וועסטו נאך דיין חקירה אנקומען אז (כמעט) אלעס וואס מען האט דיר אויסגעלערנט איז אמת, וועסטו לעבן ווייטער צופרידן, מאכט סענס.
וואס טוסטו אויב 50 פראצענט איז אמת? אויב גארנישט איז אמת?
אויב אלעס איז אמת וועל איך לעבן זייער צופרידן
אויב 50 פראצענט איז אמת וועל איך דארפן אויסארבעטן א מהלך וויאזוי צו עס איבערגעבן פאר די קינדער און וויאזוי צו טוהן וואס איז ריכטיג אן צו וויי טון די ארום (בעיקר די עלטערן, וואס דאס איז א מצווה שכלי אויך)
פון די מעגליכקייט אז גארנישט איז אמת וויל איך נישט טראכטען (איך ווייס אז עס איז היפאקראטיק אבער דאס איז די מציאות)
ווי איך האלט יעצט ווייס איך אז די פרעפערענסעס וואס מען איז אונז מחנך איז נישט ריכטיג אפילו לויט די תורה, און דאס טריי איך צו טוישן
Nanachאויב נישט וויל איך נישט אויסלערנען מיינע קינדער שטותים
דו! בוסט מיין עווידענ׳ס...!
כמוך ירבו בישראל
---
לגופו של ענין; לערן אויס דיינע קינדער אלעס וואס אויב זיי וועלן וועלן מחזיק זיין ביהדות, זאלעס נישט זיי זיין שווער אויף דער עלטער... ס׳איז אייביג דא א געלעגנהייט צו זאגן פאר קינדער ווען זיין זענען שוין אויפגעוואקסן, הער זיך איין מיין טייערע איך האב נישט פרוף אז אלעס וואס כ׳האב דיר אויסגעלערנט איז 100% אמת. אויב ווילסטו עס אפלאזן טו וויאזוי דו פארשטייסט... (איך מיין אז דאס איז פשוט פשט אין די ברכה ׳ברוך שפטרני מענשו שלזה׳).
משא״כ פארקערט צו אנהויבן א תורה טרייע לעבן אויף דער עלטער איז גאנישט אזו פשוט...
בְּתוֹךְ עַמִּיNanachאויב נישט וויל איך נישט אויסלערנען מיינע קינדער שטותים
דו! בוסט מיין עווידענ׳ס...!
כמוך ירבו בישראל
---
לגופו של ענין; לערן אויס דיינע קינדער אלעס וואס אויב זיי וועלן וועלן מחזיק זיין ביהדות, זאלעס נישט זיי זיין שווער אויף דער עלטער... ס׳איז אייביג דא א געלעגנהייט צו זאגן פאר קינדער ווען זיין זענען שוין אויפגעוואקסן, הער זיך איין מיין טייערע איך האב נישט פרוף אז אלעס וואס כ׳האב דיר אויסגעלערנט איז 100% אמת. אויב ווילסטו עס אפלאזן טו וויאזוי דו פארשטייסט... (איך מיין אז דאס איז פשוט פשט אין די ברכה ׳ברוך שפטרני מענשו שלזה׳).
משא״כ פארקערט צו אנהויבן א תורה טרייע לעבן אויף דער עלטער איז גאנישט אזו פשוט...
לגבי די עווידענס אז איך וויל נישט אויסלערנען שטותים איז נישט קיין ראיה, ווייל מיין טאטע האט מיר יא אויסגעלערנט שטותים, און אין כמעט יעדע דור בפרט ביי גרויסע טשעינדזשעס אין כלל ישראל זענען געווען וואס האבן געשריגן אויף אונזער אידישקייט עטץ פארפארטץ (צדוקים, נוצרים, קראים, רעפארמער/משכילים...) און וואס איז געווען פאר written history ווייסן מיר נישט, הגם אין נ”ך זעהט אויס אז רוב צייט זענען רוב אידן נישט מיטגעגאנגן מיט די נביאים.
לגבי חינוך איז אה”נ טאקע פארדעם בין איך דערווייל מחנך מיינע קינדער 95% די זעלבע ווי מען האט מיר מחנך געווען
NanachNanachהקטןyou-had-a-revelationזייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש
איך האלט ביי די גרעסערע האלב, דערווייל איז עס בעיסיקלי שיין מסביר געווען די באוויסטע חינוך/רמב”ן/רמב”ם שלשלת הקבלה
אבער נישט קיין גרויסע חידושים
אבער דאס פארענטפערט בכלל נישט מיין קשיא מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול
יעצט גענדיגט די צווייטע האלב, צום סוף רירט ער אן מיין קשיא אבער ער פארענטפערט עס מיט איגנארענס
איך האב עס אויסגעהערט און איך האב א הערה אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע ווי מען קען פרעגן