☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל

שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9282

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 12, 2015 1:19 am

· #288763
שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל
איך וויל אנהייבען אן אשכול אויף "מסורה וחז"ל". די טעמע איז שינויי נוסחאות אין פסוקים וואס חז"ל האבען געהאט אנדרעש פון אונזערע מסורה. אויב עס געפינט זיך שוין אזא אשכול, בעט איך די מסדרים זאלען מאכען פון ביידע אידען איין איד.

הקדמה

עס איז ווערט מקדים זיין א ידיעה וואס נישט יעדער איינער ווייסט, אז אין מערערע פעלער האבען חז"ל געהאט אן אנדערע נוסח אין פסוק פון וואס מיר האבען היינט. א באקאנטע משל אויף דעם איז אין די הגדה של פסח. ווער ווייסט נישט די קשיא: וואס איז די אונטערשייד צווישען די בן הרשע און די בן חכם? פארוואס ווען די רשע זאגט "מה העבודה הזאת לכם?" שרייט מען עם אן בנזיפה "לכם? ולא לו?" און ווען די חכם זאגט "אשר צוה ה' אלקינו אתכם?" דערציילט מען עם רוהיגערהייט וועגען די אפיקומן?
באקאנט איז די תירוץ פון מונקאטשער רב (וכן אומרים בשם רבים אחרים בנוסחאות אחרים) אז די רשע רעדט עברית ממילא פאדערט מען פון עם צו דערקענען א חילוק צווישען "לכם" און "לו", אבער דער חכם רעדט דאך נישט עברית וכו' וכו'.
אנדערע ווייסען צו זאגען אז די מקור פון די ברייתא איז אין דער ירושלמי (ערבי פסחים) און דארט טאקע שטייט נישט "אשר צוה ה' אלקינו אתכם", נאר אשר צוה ה' אלקינו אותנו". אין די תרגום השבעים שטייט אויך "אותנו" און מסתבר צו זאגען אז דאס איז געווען די גירסת הירושלמי אין דער פסוק והכל על מקומו יבוא בשלום. [דרך אגב: עיין בדברי הגרדצ"ה (בית ועד לחכמים מאמר בקורת בהגדה של פסח) שבאמת לא היו לחז"ל נוסח התרגום שבעים, ע"ש, אבל הגם שיש פקפוק בחרתי בדוגמא זו בגלל שהוא מפורסם]
תוספות אין מסכת שבת (נה, ב) מערקט שוין אן אז "הש"ס שלנו חולק על ספרים שלנו" און תוספות לייגט צו "וכן מצינו בירושלמי...". רעק"א אין זיין גליון הש"ס [איינער פון די לענגסטע שטיקלאך אין גליון הש"ס] ברענגט כמה וכמה דוגמאות אויף אזא זאך ווי חז"ל באניצן זיך מיט אן אנדערע נוסח פון תנ"ך פון וואס מיר האבען. וכבר דשו בו רבים.

נוסח הגמרא מתאים לנוסח מגילת ים המלח

לעצטענס האב איך באגעגינט א גמרא (עבודה זרה כג, ב) וואס ברענגט א פסוק "כל צאן קדר יקצבו לך יעלו לרצון על מזבחי". די ב"ח (הגהות הב"ח אות א) זאגט "נכתב בצדו אף על פי דבקרא לאו כתוב כך, דהא כתיב יעלו על רצון" אלא שהתלמוד משנה משמעו וכה"ג כתבו התוספות בעירובין". ער מיינט צו זאגען אז כאטש אפילו אין פסוק (ישעיה ס, ז) שטייט "כל צאן קדר יקבצו לך [אילי נביות ישרתונך] יעלו על רצון מזבחי", די גמרא איז נישט מקפיד צו ברענגען די פסוק פונקט ווי אזוי עס שטייט בפרט ווען עס איז שווער צו טייטשען, דעריבער 'דרייט' אויס די גמרא די ווערטער מען זאל עס לייכטער פארשטיין.
איך האב געקוקט אין די Isaiah Scroll פון מגילות ים המלח דא און איך האב געטראפען אז דארט שטייט די פסוק פונקט אזוי ווי אין די גמרא: "יעלו לרצון על" - דאס ווייזט אז די גמרא האט מסתמא געהאט יענער גירסא אזוי ווי אין די מגילות ים המלח!

בירור נוסח ע"פ התרגום

אין דער אויבען דערמאנטע פאל האבען מיר געקענט באשטעטיגען אז די גמרא האט טאקע געהאט אן אנדערע גירסא מיט דעם אז עס איז די זעלבע ווי מגילות ים המלח, אבער עס זענען דא א סאך אנדערע וועגען דאס צו באשטעטיגען. איינער פון די בעסטע וועגען איז מיט'ן תרגום. מען קען זעהן פון די תרגום וואס איז געשטאנען אין זיין ספר.
דוגמא לדבר: אין זיין ספר אמת ליעקב (במדבר יח, כא) אויף דער פסוק "ולבני לוי הנה נתתי כל מעשר בישראל" שרייבט רבי יעקב קמנצקי זצ"ל וז"ל, בתרגום יונתן כתוב וז"ל, הא יהבי "ית" כל מעשרא וכו'". הרי שתרגם תיבת "את" שליתא בספרינו. ועיין במסורה שכתב: מטעים ביה "את", וכן הוא במנחת שי. ועיין ברמב"ם (פרק ו ממתנות עניים הל"ב): וזהו סדר תרומות וכו' ונאמר ולבני לוי הנה נתתי "את" כל מעשר בישראל, עכ"ל. הרי שהיתה להרמב"ם גירסת אותם הספרים ודו"ק, עכ"ל.
זעהט מען אז רבי יעקב זצ"ל נוצט דער תרגום יונתן צו ווייזען אז אין די ספר תורה פון "יונתן בן עוזיאל" [עיין במאור עיניים מאת רבי עזריה דמן אדומים שאיננו מיונתן בן עוזיאל אלא "תרגום ירושלמי" ועיין מה שהאריך בזה מהר"ץ חיות] איז געווען דארט די ווארט "את" וואס פעלט ביי אונז. ער דערמאנט אויך אז די רמב"ם ברענגט אויך אזוי די פסוק. [במהדורת פרנקל ליתא "את", אבל חיפוש באוצר החכמה מגלה שעוד ראשונים היו להם גירסת "הרמב"ם" כמו שציטט בעל אמת ליעקב.]

בירור נוסח הפסוק בפרשת פינחס ע"פ התרגום

אין פרשת פינחס (במדבר כו, נה) שטייט "אך בגורל יחלק את הארץ". דער ווארט "ארץ" איז בדרך כלל לשון נקיבה אזוי ווי מען זאגט "ארץ הקדושה" נישט "ארץ הקדוש", און עס שטייט "והארץ לעולם עומדת" נישט "לעולם עומד". אויב אזוי וואלט געדארפט שטיין "בגורל תחלק את הארץ" אזוי ווי עס שטייט טאקע פריער (שם פסוק נג) "לאלה תחלק הארץ" און שפעטער (שם פסוק נו) "על פי הגורל תחלק נחלתו".
למעשה אין מסכת סנהדרין דפוס ונציה און אין דפוס שונצינו פיזארו (מג, ב) זאגט די גמרא "עתידה ארץ ישראל שתתחלק בגורל שנאמר "אך בגורל תחלק הארץ". אין די נייע ש"ס'ין האבען זיי "מתקן" געווען און אריין געשטעלט אזוי ווי עס שטייט ביי אונז "יחלק", אבער א זוך אין אוצר החכמה אנדעקט אז א סאך ראשונים כולל דער רמב"ן האט געהאט דער גירסא "תחלק". וכן הוא בילקוט שמעוני.
איך מיין אז פון דער תרגום קען מען זעהן אז חז"ל האבען געהאט אן אנדערע גירסא. דער תרגום זאגט "ברם בעדבא תתפלג ית ארעא" – "תתפלג" איז לשון נקיבה און איז די תרגום פון "תחלק" און נישט "יחלק". אויב דער תרגום וואלט געהאט דער גירסא "יחלק" וואלט ער געדארפט זאגען "יתפלג". די ספר "מעט צרי" אויף תרגום אונקלוס מערקט אן די פראבלעם און זאגט: "תרגם בלשון נקבה בהתאם למלה "ארעא", אבל במקרא "יחלק" הוא לשון זכר בהתאם למלה "ארץ" שבאה לפעמים במקרא גם בלשון זכר. [אגב אורחא: עיין בדפוס ארטסקרול שתיקנו התרגום ל"יתפלג"]
לויט וואס מיר זעהן אין די גמרא איז מסתבר צו זאגען אז די גמרא און אונקלוס [עיין מהר"ץ חיות ש"אונקלוס" הוא תרגום בבלי] האבען ביידע געהאט די גירסא "תחלק" אין דער פסוק.

דער עולם איז געבעטען צו מעיר זיין און צולייגען נאך אזעלכען הערות

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 12, 2015 2:21 am

· #288790
[ציטאט אראפגענומען]


פרופסר ליימן דא #74 רעדט דא וועגען דער רשב"א/רמב"ן. ער ברענגט אז דער מנחת ש"י האט געהאט א גירסא אין יענע תשובה אז אלעמאל פסקנ'ט מען אזוי ווי די בעלי מסורה. ער ברענגט אז דער קיצור שלחן ערוך אין קסת סופר האט מעתיק געווען די גירסא פון די מנחת שי און פון דעם איז ארויס געקומען אז מיר פסקנ'ן אלעמאל אזוי ווי די בעלי מסורה.

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 2:22 am

· #288791
Re: שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל
די תרגום איז דאך מפורסם אז סאיז זייער גרייזיג

רוסישער » זונטאג יולי 12, 2015 2:23 am

· #288792
א גרויסן דאנק!
זע אויך פון דא און ווייטער

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 12, 2015 2:23 am

· #288793
ירא שמים
די תרגום איז דאך מפורסם אז סאיז זייער גרייזיג

איך האב נאך געקוקט אין ספרים מדוייקים. בכל אופן המקרה לא יתמיד. פונקט אין גמרא און פונקט אין תרגום האט זיך געמאכט די זעלבע טעות??

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 2:26 am

· #288795
Re: שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל
וואס ליגט מיר אין זכרון : אלס איסור פון דברים שבכתב אי אתה רשאי לאמרם בעל פה האבן זיי משנה געווען סדא אזא טעם ?

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 12, 2015 2:26 am

· #288796
רוסישער
א גרויסן דאנק!
זע אויך פון דא און ווייטער

איך וואלט געדארפט דערמאנען אז יענע מאמר פון הרב דוד צבי הילמאן האט מיר געמאכט אויפמערקזאם אויף די שינוי פון "יחלק" ביז "תחלק". למעשה הילמן גייט די גאנצע צייט מיט די הנחה אז חז"ל האבען נישט געהאט אן אנדערע מסורה נאר זיי האבען בכוונה געטוישט די ווערטער מסיבות וסיבות שונות. אין געוויסע פעלער איז ער מסתמא גערעכט, אבער נישט אלעמאל. א סאך מאל איז דא א חילוק צוליב דעם ווייל חז"ל האבען געהאט אן אנדערע גירסא.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 12, 2015 2:29 am

· #288797
ירא שמים
וואס ליגט מיר אין זכרון : אלס איסור פון דברים שבכתב אי אתה רשאי לאמרם בעל פה האבן זיי משנה געווען סדא אזא טעם ?

עיין בספר המקרא והמסורת, מאמר יג "דברים שבכתב על פה" פון ר' ראובן מרגליות. ער דערמאנט די סברא. די פראבלעם מיט אלע די סברות איז ווען מיר געפינען טאקע עדות אז עס איז געווען אן אנדערע נוסח, אזוי ווי איך האב געוויזען אין די פאל פון די פסוק אין ישעיה.

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 2:30 am

· #288798
Re: שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל
זייטיגע הערה : די דרגא פון דיוק פון אונזער נוסח אין תורה (נ״ך איז א אנדערע נושא ) איז לאין ערוך איבער די דיוק פון לכאו׳ סיי וועלכע אנדערע ס׳ קדמון זיכער פון אונקלס און פון די גמרא.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 12, 2015 2:32 am

· #288799
ירא שמים
זייטיגע הערה : די דרגא פון דיוק פון אונזער נוסח אין תורה (נ״ך איז א אנדערע נושא ) איז לאין ערוך איבער די דיוק פון לכאו׳ סיי וועלכע אנדערע ס׳ קדמון זיכער פון אונקלס און פון די גמרא.

גערעכט, אבער די סברא העלפט נאר ווען עס איז דא איין ארט אין די גמרא פון עס ערשיינט די שינוי, אבער ווען די שינוי טרעפט זיך אין ילקוט שמעוני און אין תרגום אויך, איז שוין נישט מסתבר צו זאגען אז א טעות איז געפאלען.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 12, 2015 2:39 am

· #288803
נאך א נקודה. מיר זענען נישט די איינציגע וואס האבען געהיטן די "ביבל", א סאך מאל קענען מיר טרעפען שינויים אין אנדערע ביבל'ס און אויב די גמרא שטימט מיט זיי איז דאס א ראיה אז די גמרא האט געהאט אן אנדערע גירסא.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 12, 2015 2:41 am

· #288804
אויבערלענדער חכם: איך האב צוויי הערות. נאר איך ווארף מיך נישט מיט קיין רשב"ם'ס און אנדערע ראשונים. נאר פון א קוקווינקל פון א בעל עגלה ובזמן קריב. דער מונקאטשער רב זצ"ל, זאלל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן האט געהאט אן אבסעסיע מיט די אגודה און די ציונים וכל המסתעף. ממילא האט ער געזאגט אז דער רשע רעדט אויף עברית און דער חכם רעדט אויף לשון הקודש. אפשר האט ער אויך געהאט א שטיקל סענס אף היומער, ווען ער האט איבעראל געטראפן רמזים אקעיגן די ציונים און די אגודה. ווי אין די גמ'. "קמצא" פי'. קאמוניסטן מזרחיסטן ציוניסטן אגודיסטן. אדער אויפ'ן פסוק אין חומש וכל "מנאצי" לא יראוה האט ער געטייטשט מזרחיסטן נאצאנאליסטן אגודיסטן ציוניסטן ישוב'יסטן...! אבער לפי האמת איז טאקע שווער לויט די גירסא אין די הגדה וואס אונז האמיר. איז דאך לכאורה נישט קיין חילוק פון די שאלה פון דעם חכם ביז די שאלה פון דעם רשע. פארשטייצעך ס'איז דא א סאך תירוצים אויף די קשיא. ודברי תורה כפטיש יפוצץ סלע...!
די צווייטע הערה וואס איך האב איז, אז די היינטיגע מעתיקים און מפרשים אויף ש"ס וועלן אלע פסוקים און מאמרי חז"ל איבערדרייען אויף לשון זכר, צו געפעלן פאר די היינטיגע אכשר דרא'דיגע "לומדים" כדי מ'זאלל זיי נישט אסר'ן ווי שטיינזאלץ און ארט סקראלל. אפילו דער נארישער בלאט האט בראשית דרכו געשריבן אלעס בלשון זכר. צו ס'האט יא אדער נישט געשטימט עפ"י דיקדוק...!

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 11:54 am

· #288839
שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל
@אויבערלענדער חכם האסט געקוקט אין מסורה אויף יחלק את הארץ ? כבין פ׳ נייגעריג צו איז דא דארט עפעס א רעפרענס צו דעם

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 12, 2015 12:38 pm

· #288848
איך זעה גארנישט, אבער אין די היכל ברכה חומש זעה איך דער תרגום בנוסח ״יתפלג״.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 15, 2015 1:12 am

· #289468
עוד דוגמא מאת הרב יעקב קמנצקי
איך וויל ממשיך זיין צו ברענגען דוגמאות פון שינויי נוסחאות אין פסוקים וואס מיר געפינען אין חז"ל, אבער איך וויל בעטען דער עולם זאל אויך צולייגען א האנט און העלפען טרעפען נאך דוגמאות.

דער פאלגענדיגע דוגמא איז אינטערסאנט מצד דער וואס זאגט עס, און וואס ער זאגט. ערשט וויל איך מציע זיין זיינע ווערטער און נאכדעם ארויסברענגען פארוואס דאס איז אינטערסאנט.

נוסח הרמב"ם בפסוק שונה ממסורה שלנו

אין פרשת קדושים (ויקרא כ, כג) באמערקט רבי יעקב קמנצקי זצ"ל אין זיין ספר "אמת ליעקב" אז דער רמב"ם (פרק יא מהלכות עבודה זרה הלכה א) ברענגט אראף דער פסוק "ולא תלכו בחקת הגוי אשר אני משלח מפניכם כי את כל אלה עשו ואקץ בם ואמר לכם אתם תירשו את אדמתם וגו'" מיט אן אנדערע לשון פון ווי עס שטייט אין פסוק. דער רמב"ם שרייבט: "ולא תלכו בחקות הגוים אשר אני משלח מפניכם".

נוסח הרמב"ם מסתבר מתוך הפסוק

רבי יעקב לייגט צו אז דער נוסח פונעם רמב"ם איז מער מסתבר ווייל דער גאנצע פסוק איז דאך געשריבען בלשון רבים: "עשו", "בם", "אדמתם", און וואס עפעס זאל דער ווארט 'גוי' זיין א יוצא דופן?

ראיה מדברי אונקלוס, הספרי, ומדרש משלי לנוסח הרמב"ם

פון דער תרגום ברענגט ער אויך א ראיה צו די נוסח פונעם רמב"ם, ווייל דער תרגום זאגט: "בנמוסי עממיא". דער לשון "עממיא" איז דער תרגום פון "גוים" בלשון ארמי. ער ברענגט אויך א ראיה פונעם ספרי אז אזוי איז דארט געווען דער גירסא, אבער עס איז א ביסל קאמפלאצירט יבקשהו המבקש משם. נאך ברענגט ער א ראיה פון מדרש משלי (א, טו) אויף דער פסוק "אל תלך בדרך אתם" וואס דער מדרש זאגט: אלה אומות העולם שנאמר "ולא תלכו בחוקת הגוים וכו'".

ראיה מחומש השומרנים ועוד תרגומים!

צום סוף שרייבט רבי יעקב א ביסל א פלא'דיגע זאך פאר א רבנישע פיגור. ער זאגט: "וראיתי בחמשה חומשי תורה עם הגהות מן כתבי יד עתיקים [מן כ. ד. גינצבורג-לונדון תרס"ט] שהביא נוסחא שכתוב שם "הגוים" בשם חומש השומרונים (Samaritan Pentateuch) וכמה תרגומים ואולי שכן היה כתוב בספרי הרמב"ם. דאס מיינט אז מיר קענען זיך לערנען פון דער נוסח פון ספרים וואס זענען נישט מחכמי ישראל, און אזוי אויך פון אזעלכע תרגומים לגבי נוסח המקרא.

וע"ע מש"כ איש הספר כאן

הוספה לדברי הגר"י קמנצקי

1- דער רמב"ם דערמאנט דער פסוק אויך אין "מורה נבוכים" (חלק ג פרק לז) און אין ספר המצוות (מצוה ל) בלשון רבים.
2- דער רד"ק דערמאנט עס בלשון רבים אין ספר מלכים ב (יז, כח).
3- ריטב"א (שבת קל, א)
4- שו"ת תשב"ץ (חלק ג סימן קלג)
5- ספר יראים (סימן נז)

מי היה כ. ד גינצבורג?

כריסטיאן דוד גינצברג איז געבוירען געווארען אין 1831 (תקצב) אין וורשה צו אידישע עלטירען, אבער ער האט זיך געשמד ווען ער איז געווארען פופצען. פאר נאך פרטים קוקטס אין וויקיפידיה אדער דא דאס מיינט "קבל את האמת [ליעקב] ממי שאמרו!"

מיימון » מיטוואך יולי 15, 2015 5:23 pm

· #289555
דער ספר משפחת סופרים איז א גאנצער חיבור וואס נעמט צוזאם אלע חילוקים און שינויים וואס מיר טרעפן אין חז''ל אנדערש ווי אונזער מסורה, עטליכע הונדערט אין צאל, טייל מיט שטערקערע באווייזן ווי צב''ש אז די דרשה קען נאר שטימען לויט אן אנדערע נוסח, און טייל מיט שוואכערע ראיות, דער מחבר טענה'ט אז דער נוסח המסורה איז פון די חכמי טבריה וואס זענען געווען שפעטער ווי חז''ל, און טייל פון זיי זענען געווען קראים (כידוע אויף בן אשר איז א גרויסע מחלוקה), דעריבער איז דער נוסח פון חז''ל שטערקער.

למעשה איז אבער די נוסח המסורה אנגענומען געווארן ביי גאנץ כלל ישראל און איז פארשטערקערט געווארן דורך דעם רמב''ם און רמ''ה, און לויט דעם כלל אז פוק חזי מאי עמא דבר איז דאס דער נוסח, און כאטש דער רמ''א שרייבט אז היינט זענען ספרי תורה בחזקת פסול ווייל מיר זענען נישט בקי בחסירות ויתרות, איז דאס דאך דער נוסח וואס איז אנגענומען, און אויב צוריקגיין קען מען דאך צוריקגיין נאך ווייטער ואין לדבר סוף.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 15, 2015 6:22 pm

· #289564
מאי קא משמע לן?
מיימון
דער ספר משפחת סופרים איז א גאנצער חיבור וואס נעמט צוזאם אלע חילוקים און שינויים וואס מיר טרעפן אין חז''ל אנדערש ווי אונזער מסורה, עטליכע הונדערט אין צאל, טייל מיט שטערקערע באווייזן ווי צב''ש אז די דרשה קען נאר שטימען לויט אן אנדערע נוסח, און טייל מיט שוואכערע ראיות, דער מחבר טענה'ט אז דער נוסח המסורה איז פון די חכמי טבריה וואס זענען געווען שפעטער ווי חז''ל, און טייל פון זיי זענען געווען קראים (כידוע אויף בן אשר איז א גרויסע מחלוקה), דעריבער איז דער נוסח פון חז''ל שטערקער.

למעשה איז אבער די נוסח המסורה אנגענומען געווארן ביי גאנץ כלל ישראל און איז פארשטערקערט געווארן דורך דעם רמב''ם און רמ''ה, און לויט דעם כלל אז פוק חזי מאי עמא דבר איז דאס דער נוסח, און כאטש דער רמ''א שרייבט אז היינט זענען ספרי תורה בחזקת פסול ווייל מיר זענען נישט בקי בחסירות ויתרות, איז דאס דאך דער נוסח וואס איז אנגענומען, און אויב צוריקגיין קען מען דאך צוריקגיין נאך ווייטער ואין לדבר סוף.


ייש"כ. איך האב שוין געזעהן דער ספר, אבער מיין ציל איז געווען אויסצושמועסען פעלער וואס איז א ביסל אינטערסאנט. אזוי ווי צו ווייזען אז די נוסח ים המלח איז דער זעלבע ווי די גמרא, אדער צו ווייזען וואו רבי יעקב רעדט עס ארום און איז מציין צו א משומד.

דעת תורה » מיטוואך יולי 15, 2015 7:58 pm

· #289570
Re: שינויי נוסחאות בפסוקים שהוזכרו בחז"ל
איך זע נישט די גרויסע חידוש בדבר, ער זאגט דען נאך חידושים פון דעם משומד, ער ברענגט סך הכל נאך כ"י פון זיין ביבליאטעק. איז שוין די וועלט היינט אזוי פאררוקט אז דאס איז שוין אויך א פלא?

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:02 pm

· #289799
דעת תורה
איך זע נישט די גרויסע חידוש בדבר, ער זאגט דען נאך חידושים פון דעם משומד, ער ברענגט סך הכל נאך כ"י פון זיין ביבליאטעק. איז שוין די וועלט היינט אזוי פאררוקט אז דאס איז שוין אויך א פלא?


קענט איר מיר ווייזען אין א ספר פון אן אנגענומען גדול בישראל ווי ער דערמאנט דער נאמען פון א משומד און צייכענט צו צו א חומש וואס יענער האט געדרוקט?

האט דאס נישט א ביסל צו טוהן מיט נותן שם לרשע? וויפיל מאל זעהן מיר אז מחברים ווילן אפילו נישט דערמאנען דער נאמען פון דער מכון וואס דרוקט געוויסע ספרים ווייל כאטש עס הייסט נאך א גאון אחד ווילן זיי נישט דערמאנען דער נאמען פון א תלמיד חכם ווער איז נישט געווען זעלבסשטענדיק מיט זיי.

א חידוש מעסט מען אויב דאס איז נישט א מילתא דשכיחא. איך ווייס נישט וויפיל מ'קען מדייק זיין אין די ווערטער פון ר' מלך שפירא (Marc Shapiro) אבער אין זיין ספר THE LIMITS OF ORTHODOX THEOLOGY עמוד 97 הערה 42 שרייבט ער בזה הלשון:

Emet l'ya'akov, 388. To support this view he cites information obtained from critical apparatus of the apostate C. D. Ginsburg's edition of the Pentateuch (London 1908).


אם ניתן רשות לדייק, איז שטארק משמע אז פאר אן historian אזוי ווי מלך שפירא הייסט דאס יא א חידוש, אבער עס איז גאר מעגליך אז אין די ספרים וואס קאווע שטיבל עולם לערענט פאסירט דאס גאר אפט, און אויב אזוי אתכם הסליחה אז איך האב ארויף געברענגט אן ענין ידוע לכל.

לגבי די אלגעמיינע מציאות אז רבי יעקב איז דן אויף דער נושא ווי קראנט איז דער מסורה, שרייבט שפירא אין הערה 44:

I have cited Kamenetzky's view simply to show that a leader of the right wing yeshiva world has no difficulty rendering the Masoretic aspect of the Principle (Revelation of the Torah) non-binding.


ער איז ממשיך אין יענע הערה צו זאגען אז דער ראיה וואס רבי יעקב ברענגט פון רמב"ם איז נישט אזוי שטארק ווייל דער רמב"ם פלעגט שרייבען פסוקים פון זכרון און צוליב דעם האט ער געמאכט א טעות. שפירא גייט מיט דעם יסוד לשיטתו אין זיין ספר Studies in Maimonides אז אסאך זאכען אין דער רמב"ם קען מען פארענטפערען מיט א פשוט'ע תירוץ: ער האט געמאכט א טעות. למעשה איך האב געברענגט פון עטליכע אנדערע ראשונים וואס האבען אויך יענע נוסח "חקת הגוים" און פון דעם זעהט אויס אז עס איז יא צוליב אן אנדערע מסורה.

ועיין בהודעות הבעל"ט

מיימון » פרייטאג יולי 17, 2015 12:36 am

· #289814
לכבודו פון הרב @אויבערלענדער חכם וועל איך פרובירן צוצולייגן אביסל.

באמת איז דער ענין זייער ברייטפארצווייגט און האט אסאך מדריגות, מעגליך וועל איך נאך שרייבן אמאל מער דערוועגן, אבער קודם א דוגמא, הגם א באקאנטע, פון תרגום יונתן, אין יונתן געפינען מיר באמת אסאך שינויים וואס דער רד''ק מערקט שוין אן.

אין זכריה י''ד ה' ווערט דערציילט איבער א 'רעש', א ציטערניש, וואס וועט פארקומען אין דעם 'יום ה'', דער פסוק זאגט 'ועמדו רגליו ביום ההוא על הר הזיתים וגו' ונבקע הר הזיתים וגו' ונסתם גיא הרי כי יגיע גי הרים אל אצל, ונסתם כאשר נסתם מפני הרעש בימי עזיה מלך יהודה'. דער נוסח ביי אונז איז ביי אלע דריי ונסתם מיט א פתח נון, מלשון מנוסה, מען וועט אנטלויפן, אבער דער תרגום יונתן טייטשט ויסתתים חילא דטוריא וכו', וואס ווייזט אז ער האט געהאט דעם נוסח ביים ערשטן מאל ונסתם מיט א חירק נון מלשון סתימה, עס וועט ווערן פארשטאפט און פארמאכט דורך די ערד ציטערניש.

למעשה איז דאס אבער א מחלוקה צווישן די בעלי המסורה ווי דער אבן עזרא און מהר''י קרא ברענגען שוין אז די מדינחאי, ד.ה. די בני א''י האבן געהאט דעם נוסח מיט א חירק, און אזוי ברענגט אויך דער רד''ק. רש''י ברענגט נאר דעם יונתן וואס זעט אויס אז ער האט אויך געהאט די גירסא.

דער מנחת שי צייכנט אבער צו א אינטערעסאנטע זאך, אז ר' עזריה מן האדומים אין ספר מאור עינים ברענגט אז אין תרגום השבעים איז די גירסא ונסתם מיט א חיריק ביי אלע דריי מאל, דאס טייטש אז דער פסוק זאגט אז בימי עוזיהו איז אויך פארשטאפט געווארן דער בארג, ר' עזריה
ברענגט א ראיה דערצו פון יוסיפון וואס שרייבט אז ווען עוזיהו האט געוואלט טון די עבודה איז געשען א ערד ציטערניש און עס האט זיך גערוקט דער בארג פון מערב צו מזרח און האט פארשטאפט דעם וועג וואס איז דארט אדורך. וואס פון דעם זעט אויס אז יוסיפון האט געהאט די גירסא ווי דעם תרגום השבעים.

דער מאור עינים ברענגט דארט נאך א פלאץ וואס יונתן האט געהאט א אנדערע גירסא, אין תהלים נ' שטייט ושם דרך אראנו בישע אלהים, ושם מיט א שי''ן שמאלית, חז''ל דרש'נען אל תקרי ושם אלא ושם מיט א שי''ן ימנית, אבער אין תרגום זעט אויס אז ער האט געהאט די גירסא מיט א שי''ן ימנית, ווייל ער טייטשט ומאן דיצדי אורחא בישא וכו' מלשון שממה (ביי אונז שטייט דיעדי זע מנחת שי).

נאך א קליינע שינוי קען מען צוצייכענען דעם רש''ש אין תענית ז' ע''ב אויף די גמרא אז אן עז פנים מותר לשנאותו זאגט רש''י אז די גמרא דרשנ'ט ישנא בשו''א, און דער רש''ש איז מגיה ווי די דפוסים הראשונים בש' וא' דהיינו אז רש''י האט געהאט די גירסא אין פסוק מיט א ה' און דא דארף מען דרש'נען מיט א אלף. ואגב אז מען רעדט פון די חילוקים פון א' וה' מוז מען צוצייכענען די ווערטער פון המדקדק הגדול בעל מנחת שי וואס שרייבט אין עזרא ב' נ' אז עס זענען געווען זייער אסאך חילוקים אין די ספרים וואס ער האט איבערגעקוקט, צווישן די נעמען ביי די אותיות א' און ה', און דעריבער האט ער עס געלאזט אזוי ווי עס איז און מ'קען שרייבן וויאזוי מ'וויל וויבאלד ביידע זענען סייווי מאותיות הנשימה, דאס איז זייער אינטערעסאנט לאור פון דעם וואס די בעלי שמות גיטין מאכן א גאנצן עסק פון די נעמען (הוי וויפיל עגונות די נעמען פראבלעמען האבן שוין פאראורזאכט), וויאזוי דער דקדוק פון אונגאריש און רוסיש קומט, און ברענגען ראיות פון עזרא און נחמיה אין די צייט וואס די ספרים זענען בכלל נישט מדויק און קענען רואיג זיין בטעות.

אויבערלענדער חכם » פרייטאג יולי 17, 2015 1:59 am

· #289836
מיימון
לכבודו פון הרב @אויבערלענדער חכם וועל איך פרובירן צוצולייגן אביסל וכו' דער מאור עינים ברענגט דארט נאך א פלאץ וואס יונתן האט געהאט א אנדערע גירסא, אין תהלים נ' שטייט ושם דרך אראנו בישע אלהים, ושם מיט א שי''ן שמאלית, חז''ל דרש'נען אל תקרי ושם אלא ושם מיט א שי''ן ימנית, אבער אין תרגום זעט אויס אז ער האט געהאט די גירסא מיט א שי''ן ימנית, ווייל ער טייטשט ומאן דיצדי אורחא בישא וכו' מלשון שממה (ביי אונז שטייט דיעדי זע מנחת שי) וכו' ואגב אז מען רעדט פון די חילוקים פון א' וה' מוז מען צוצייכענען די ווערטער פון המדקדק הגדול בעל מנחת שי וואס שרייבט אין עזרא ב' נ' אז עס זענען געווען זייער אסאך חילוקים אין די ספרים וואס ער האט איבערגעקוקט, צווישן די נעמען ביי די אותיות א' און ה', און דעריבער האט ער עס געלאזט אזוי ווי עס איז און מ'קען שרייבן וויאזוי מ'וויל וויבאלד ביידע זענען סייווי מאותיות הנשימה, דאס איז זייער אינטערעסאנט לאור פון דעם וואס די בעלי שמות גיטין מאכן א גאנצן עסק פון די נעמען (הוי וויפיל עגונות די נעמען פראבלעמען האבן שוין פאראורזאכט), וויאזוי דער דקדוק פון אונגאריש און רוסיש קומט, און ברענגען ראיות פון עזרא און נחמיה אין די צייט וואס די ספרים זענען בכלל נישט מדויק און קענען רואיג זיין בטעות.


א - ייש"כ

ב- די ווערטער פון הרה"ג ר' @מיימון צריכים עיון אצלי, ווייל די גמרא דערציילט אז יונתן האט געוואלט שרייבען תרגום אויף כתובים, אבער פון שמים האט מען נישט צוגעלאזט (עיין מגילה ג, א), אויב אזוי ווי אזוי קען זיין אז יונתן האט געשריבען תרגום אויף תהילים וואס איז א חלק פון כתובים כמבואר בבבא בתרא (יד, ב).

דרך אגב: אין אמת ליעקב אויף תהילים קמט, ה "יעלזו חסידים בכבוד ירננו על משכבותם, ברענגט ער דער תרגום דארט "יבועין חסידי בכנרא", דאס מיינט אז דער תרגום האט געטייטשט "יעלזו חסידים בכבוד" כאילו עס וואלט געשטאנען "בכנור". ער שרייבט נאר צו אז "אחר כך נודע לי כי בדפוסים אחרים מתורגם 'ביקרא' - דאס מיינט 'בכבוד'. אין די הערה דארט (102) איז געשריבען "כי לא נודע בבירור מי הוא המתרגום של כתובים - עיין בספר רב פעלים לר' אברהם בן הגר"א".

ג- בענין שמות הנתינים באל"ף או בה"א - אין אמת ליעקב אויף ספר עזרא ב, מג שרייבט אז "לא מצינו סתם שמות אנשים שבסוף קמץ שהנחה תהיה אל"ף כי בכל מקום הנח שאחר הקמץ היא ה"א [עזרא איז אן אויסנאם ווייל מיט א ה"א איז עס "עזרה"], ער טעהנ'ט אז נאר די שמות פון די נתינים האבען אן אל"ף צום לעצט ווייל עס שטאמט פון אן אנדערע שפראך און אויפן הדיבור. ער זאגט אז וועגען דעם זאל מען אויך שרייבען אידישע נעמען [פייגא שפרינצא וכו'] מיט אן אל"ף ווייל עס איז נישט לשון הקודש. עיין שם.

אויבערלענדער חכם » מוצ"ש יולי 18, 2015 11:50 pm

· #289966
עוד בענין ציטוט מהמשומד
דעת תורה
איך זע נישט די גרויסע חידוש בדבר, ער זאגט דען נאך חידושים פון דעם משומד, ער ברענגט סך הכל נאך כ"י פון זיין ביבליאטעק. איז שוין די וועלט היינט אזוי פאררוקט אז דאס איז שוין אויך א פלא?

עיין מה שכתבתי לעיל להשיב ע"ד @דעת תורה שליט"א, ועתה באתי להוסיף עליהם.

אמת ליעקב על נ"ך

נישט לאנג צוריק איז געדרוקט געווארען א ספר "אמת ליעקב על נ"ך" (חלק שני - דער ערשטער חלק דארף באלד ארויס קומען). עס איז א ספר נפלא ויחיד במינו מכמה סיבות. ערשטענס, רבי יעקב איז דאך געווען ידוע אלץ מומחא אין נ"ך, און יעצט קען מען לערנען זיין תורה דבר דבר על אפניו. צווייטענס, די אייניקלעך וואס געבען דאס ארויס זענען נישט די זעלבע וואס האבען ארויס געגעבען די אנדערע ספרים. חוץ פון דער דעקעל און די פונט איז גארנישט די זעלבע. די מוציא לאור פון די ספר אויף נ"ך איז א זוהן פון רבי נתן קמנצקי (מחבר פון Making of a Gadol) און ער האט געלאזט א סאך זאכען וואס די אנדערע וואלט קיינמאל נישט געדרוקט. די הערות זענען פיל מיט גאר אינטערסאנטע זאכען. גראדע אויף די נקודה וואס איך וויל יעצט ברענגען איז ונהפוך הוא, כאטש אפילו די מוציא לאור פון אמת ליעקב על התורה האט געדרוקט די נאמען פון די משומד כ. ד. גינזבורג, די מוציא לאור פון די ספר אויף נ"ך מאכט זיך נישט וויסענדיג פון דעם.

סוד העבר

עס איז כדאי מקדים צו זיין אז אין דער וואך'ס פרשה שטייט "אלה הדברים אשר דבר משה בעבר הירדן", שטעלט זיך די שאלה, וואס מיינט "בעבר הירדן" - די אנדערע זייט ירדן - דאס איז נאר די "אנדערע זייט" רעלעטיוו צו איינער וואס שטייט אויף די "אנדערע זייט". מען זעהט פון דא אז דער תורה איז געשריבען געווארען פון א פערספעקטיוו (perspective) פון איינער וואס איז אין ארץ ישראל, און ער זאגט אז משה איז געווען "בעבר הרדן" - אויף די "אנדערע" זייט ירדן. עיין אבן עזרא והדברים ידועים. מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס "מערב" רופט זיך אהן "ים" אין די תורה, ווייל דער "ים הגדול" איז אויף דער "מערב" זייט פון ארץ ישראל.

ממזרח וממערב מצפון ומים

א דאנק דער בעל שם טוב איז דער פסוק אין תהילים (קז, ג) "ומארצות קבצם ממזרח וממערב מצפון ומים" גאנץ באוואוסט- עס שטעלט זיך די קשיא, אויב עס שטייט שוין "ממערב" פארוואס דארף שטיין "מים", און אויך פארוואס שטייט נישט "דרום"? עיי"ש באבן עזרא ורד"ק. אין אמת ליעקב אויפ'ן ארט ברענגט ער אז דער רב פון שאוול הגאון רבי אהרן יוסף באקשט הי"ד [ידוע בשם ר' ארצ'יק ובעמח"ס שו"ת תורת אהרן ושיחות לב אהרן] האט עם דערציילט אז די "מבקרי המקרא" האבען געוואלט מגיה זיין "מצפון ומימין" [שמעתי שיש אברכים יוצאי בית מדרשו של קאווע שטיבל שאומרים הפסוק פעמיים לצאת ידי דעה זו] - דרום איז דאך דער רעכטע זייט ווען מען קוקט צו מזרח. מיט דעם ווערט פארענטפערט ביידע קשיות. רבי יעקב פארענטפערט אבער די קשיא אז אפשר איז דער משורר ווער עס האט געזאגט דער קאפיטל זיך געפינען אין א לאנד וואס אז צום צפון פונעם ים הגדול און צוליב דעם האט ער גערופען "דרום" - "ים". אדער זאגט ער אז דער כוונה איז צו דער "ים האדום" (the red sea).

ונעו מים עד ים ומצפון ועד מזרח

אין עמוס (ח, יב) שטייט "ונעו מים עד ים ומצפון ועד מזרח ישוטטו" - רבי יעקב ברענגט פון דא א ראיה אז סיי מערב און סיי דרום קענען זיך רופען "ים" ווייל דער ים הגדול אין מערב רופט זיך "ים", און אזוי אויך דער "ים סוף" אין דרום. אין אמת ליעקב אויף עמוס שרייבט ער "ולפי זה בטלו דבריו של אותו שכתב בתהלים קז, ג "ומארצות קבצם ממזרח וממערב ומצפון ומים" ורצה להגיה: "מצפון ומימין" וכמו שכתוב שם פט, יג: "צפון וימין אתה בראתם" וגו'.

שלשה שמות למשומד

ווער זענען די "מבקרי המקרא"? און ווער איז דער "אותו שכתב"? אין די הערה (60) אויף עמוס שרייבט דער מוציא לאור: "הכוונה ליהודי משומד ד. ג. שהוציא תנ"ך המופץ ע"י שאינם בני ברית ושם הוא כותב שצריך להגיה "ומימין". רבינו לא רצה להזכיר את שמו לקיים "שם רשעים ירקב". אינטערסאנט אז אין תהילים און אין עמוס האט רבי יעקב געוואלט מקיים זיין "שם רשעים ירקב" ווען ער קריגט זיך אויף עם, אבער אין זיין ספר על התורה וואו ער ברענגט א ראיה פון עם האט ער עם מזכיר געווען לשבח. איין זאך איז זיכער אז ער איז נישט געווען באקוועם מיט דאס אז ער האט געקוקט דארט ווייל אויב נישט וואס דארף ער דערמאנען אז א רב האט עם דאס דערציילט [דאס דערמאנט פון דער בארא פארקער רב וואס האט גערעדט וועגען א פרצה אין צניעות און געזאגט "איך האב דאס נישט געזעהן הרב מנשה קליין האט מיר דערציילט].

מיימון » זונטאג יולי 19, 2015 3:31 am

· #289998
דער תיקון מצפון ''ומימין'' איז א אלטער און איז ברייט באקאנט ביי די מבקרים, אינטערעסאנט איז אנצומערקן וואס רנ''ק שרייבט אין מורה נבוכי הזמן און אזוי שרייבט אויך שי''ר אז דער קאפיטל איז געזאגט געווארן דורך די עולי הגולה פון בבל ווי עס ווייזט דער לשון יאמרו גאולי ה', און ביי די וואס זענען אין בבל און פרס קומט אויס דער ים נענטער צו דרום דעריבער האבן זיי גערופן דרום זייט ''ים'' אזוי ווי די בני א''י האבן גערופן מערב ''ים'' ווייל דער ים איז ביי זיי צו מערב, זיי ברענגען א ראיה פון ישעיהו מ''ט אלה מצפון ומים, רנ''ק איז מאריך זייער שיין וויאזוי דער גאנצער קאפיטל שטימט מיט די מאורעות פון די עולי הגולה, זע אין מורה נבוכי הזמן שער י''א סימן ג', און זע אויך אין אגרות שי''ר עמ' 244-245 , דאס איז געווען א טייל פון א שטורמישן ויכוח צווישן שד''ל און שי''ר מיט רנ''ק איבער ישעיהו השני און די מזמורי תהלים, ובמקו''א אאריך.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 19, 2015 6:47 am

· #289999
מיימון
דער תיקון מצפון ''ומימין'' איז א אלטער און איז ברייט באקאנט ביי די מבקרים, אינטערעסאנט איז אנצומערקן וואס רנ''ק שרייבט אין מורה נבוכי הזמן און אזוי שרייבט אויך שי''ר אז דער קאפיטל איז געזאגט געווארן דורך די עולי הגולה פון בבל ווי עס ווייזט דער לשון יאמרו גאולי ה', און ביי די וואס זענען אין בבל און פרס קומט אויס דער ים נענטער צו דרום דעריבער האבן זיי גערופן דרום זייט ''ים'' אזוי ווי די בני א''י האבן גערופן מערב ''ים'' ווייל דער ים איז ביי זיי צו מערב, זיי ברענגען א ראיה פון ישעיהו מ''ט אלה מצפון ומים, רנ''ק איז מאריך זייער שיין וויאזוי דער גאנצער קאפיטל שטימט מיט די מאורעות פון די עולי הגולה, זע אין מורה נבוכי הזמן שער י''א סימן ג', און זע אויך אין אגרות שי''ר עמ' 244-245 , דאס איז געווען א טייל פון א שטורמישן ויכוח צווישן שד''ל און שי''ר מיט רנ''ק איבער ישעיהו השני און די מזמורי תהלים, ובמקו''א אאריך.

פרופסר @מיימון אילו לא באתי אלא בשביל זה לקאווע שטיבל דייני! איך האב נאך געקוקט דער מראה מקום פון שי"ר און איך זעה טאקע אז דער גאנצע שמועס איז דארט. אינטערסאנט צו שפעקעלירען אויב רבי יעקב אדער דער שאוול רב רבי ארצ'יק האבען געוואוסט פון דעם אדער נישט. למעשה שי"ר שרייבט דארט אז קיין אנדערע פלאץ אין תנ"ך ווערט דרום זייט נישט אנגערופען "ים" און רבי יעקב ברענגט דאך א פסוק אין עמום "מים ועד ים".
עוד הפעם אני רוצה להביע הכרה לפרופסר הגדול שמדי פעם לפעם פוקד את הבית הזה עם הודעותיו המחכימות והמשכילות.

אויבערלענדער חכם » דינסטאג יולי 21, 2015 10:06 pm

· #290784
[ציטאט אראפגענומען]

לא רציתי להיות הולך רכיל ומגלה "סוד" ולכן כתבתי בדרך שמשכילים ילכו בו וחסידים יכשלו בו.

רוסישער » דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:12 pm

· #291437
[ציטאט אראפגענומען]

ווייזט אויס אז ער מיינט דאס וואס רוזן האט מגיה געווען 'לאותם שעברו את הירדן', וואס לאזט זיך טייטשן אז ער מיינט שהכתוב דיבר ע"ש העתיד וכהא דכתובות, אנדערש ווי אין די מהדו' הנפוצות 'לאחר שעברו את הירדן'. וואס יעמאלט איז בפירוש משמע 'שראוי ליכתב כן' נאר נאכן אריינגיין אין ארץ ישראל. למעשה קען מען קוועטשן אויך לויט דער אריגנאלער גירסא אז ער מיינט ווי רוזן'ס טייטש.
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=40236&st=&pgnum=227

מיימון » זונטאג יולי 26, 2015 6:34 pm

· #291803
אין דעם ארטיקל שרייבט ער אז דער רשב''א האט באמת געהאלטן אז מ'זאל פאררעכטן די פסוקים לויט די דרשות חז''ל, נאר א טעות אין די תשובה האט גורם געווען מ'זאל דאס נישט גוט אפלערנען במשך פון יארן, (ווי אויך זאגט ער אז א גורם איז געווען ר' יעקב בן חיים דער דרוקער פון ויניציאה וואס האט געדרוקט אין אנהייב פון זיין מקראות גדולות א מאמר ווי ער שרייבט אז דער נוסח המסורה איז שטערקער, ר' יעקב איז שפעטער געווארן א משומד @אויבערלענדער חכם .... ) למעשה איז לכאורה בעסער אזוי ווי איידער מ'זאל זיך נעמען פארריכטן כל אחד לפי השערתו, ובפרט די הונדערטער שינויים פון די ספרי הזוהר, אויף אזא מהלך וואלטן מיר געהאט אזויפיל ספרי תורה וויפיל חסידות'ן זענען דא...

און אז מ'שרייבט שוין אום תשעה באב איז אינטערעסאנט צו דערמאנען דעם פסוק אין איכה ד' י''ח צדו צעדינו מלכת ברחובותינו, וואס דער אבן עזרא ברענגט אין ספר צחות אז עס איז געווען ווער עס האט גע'טענה'ט אז עס איז געשטאנען לכתחילה ''צרו'' צעדינו, אזוי ווי אין פסוק בלכתך לא יצר צעדך, נאר וויבאלד דער אות ד' איז זייער ענליך צום ר' האט זיך עס פארטוישט, ריה''ל אין כוזרי מאמר ג' סימן כ''ז ברענגט אויך די דוגמא ווען ער רעדט וועגן די נוסחאות, ער שרייבט אבער אז מ'קען נישט מגיה זיין אפילו קלייניגקייטן וויבאלד דאס וועט גיין ווייטער און ווייטער.

דער פענאמען פון טוישונגען צווישן ד' און ר' טרעפן מיר שוין באמת אין חז''ל ווי אין עירובין יג. ווארנט ר' ישמעאל אן ר' מאיר אז ער זאל זיין נזהר במלאכת הכתיבה דלמא יתיב זבוב אתגיה דדלת ומחיק ליה ומשוי ליה ריש, ווי אויך איז באקאנט וואס עס שטייט פארוואס עס איז דא א גרויסע ד' ביי שמע און א גרויסע ר' ביי לא יהיה לך אל אחר כדי מען זאל זיך נישט פארטוישן צווישן זיי. אין חז''ל טרעפן מיר פיל מאל אן חילופי גירסאות וועלכע זענען פארטוישט צווישן ד' און ר' און בפרט אין ירושלמי ווי הג''ר יוסף ענגל צייכנט אן אויף א פלאץ.

ענליכע חילוקים זענען פארהאן ביי געוויסע נעמען צווישן ד' און ר', וואס עטליכע דערפון צייכנט דער אויבנדערמאנטער אבן עזרא צו, צב''ש דעואל - רעואל אין פרשת במדבר, דודנים - רודנים אין בראשית און דברי הימים (גראדע זענען דא וואס זאגן אז דער נאמען פונעם פאלק איז געווען דורדנים ווי דער תרגום יונתן אין ביידע פלעצער), צווישן בראשית און דברי הימים זענען פארהאן נאך חילוקים ווי דיפת - ריפת, חמדן - חמרן, הדר - הדד, טייל פון זיי איז רש''י אין דבה''י מפרש עפ''י דרש.

אין יחזקאל ו' ווערט דערמאנט די שטאט דבלה וואס לויט'ן רד''ק איז דאס רבלה, אין ישעיהו ט''ו שטייט כל זקן גדועה א ווארט וואס טייטשט זיך זייער שווער, דער מנחת שי ברענגט אז געוויסע האבן די גירסא גרועה אזוי ווי די זעלבע פסוקים שטייען אין ירמיהו מ''ח וואס דארט שטייט גרועה.

נאך א דוגמא ווי די אותיות האבן זיך ווארשיינליך פארטוישט ביי רש''י'ס נוסח קענען מיר טרעפן אין ישעיהו מ''ז י' ווי דער פסוק זאגט ''חכמתך ודעתך היא שובבתך'' אויף וואס רש''י זאגט ''חכמתך ורוע לבבך היא שובבתך הפכו לבך להיות שובבה'' וואס איז משמע אז אין רש''י'ס תנ''ך איז געשטאנען ורעתך.

א אינטערעסאנטע דוגמא איז דא אין פסוק ביי די עקידה, והנה איל ''אחר'' נאחז בסבך, וואס דער תרגום יונתן און פשיטתא שרייבן דכרא ''חד'', וואס איז משמע אז עס איז געווען א נוסח איל ''אחד'', איבער דעם איז שוין אסאך געשריבן געווארן.

עס זענען דא נאך פארשידענע אינטערעסאנטע השערות איבער חילופי אותיות, פארשטייט זיך אז דאס איז ווייט נישט קיין דבר ברור, און דער נוסח המקודש בפי ישראל האט שוין גאר א אלטע מסורה וואס טייל דערפון גייט שוין צוריק ביז חז''ל, אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן אז עס זאל זיך מאכן א טעות אין איינע פון די כתבי יד און שפעטער זאל דאס פארשפרייט ווערן, ווי דער רד''ק שרייבט שוין לגבי קרי וכתיב וכדומה, און ווי מיר זעען דאס טאג טעגליך אין די ספרים וועלכע מען דרוקט אז עס פאלן אריין טעותים. און ווי ר' ישמעאל האט אנגעזאגט ר' מאיר ''בני הוי זהיר במלאכתך שמלאכתך מלאכת שמים היא שמא אתה מחסר אות אחת או מייתר אות אחת נמצאת מחריב את כל העולם כולו''.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 26, 2015 7:00 pm

· #291811
להסיר מכשול
@מיימון עס זעהט אויס אז איר וואוינט ערגעץ וואו מען האט שוין געזאגט קידוש לבנה, ווייל אויף די סארט רייד איז געזאגט געווארען פקודי ה' משמחי לב און איר האט מכשיל געווען דער עולם אויף תשעה באב. דאס וואס איר ברענגט פון דער ארטיקל, האב איך שוין צוגעצייכענט צו ליימן'ס ארטיקל [עיין הערה 74 אין דער ארטיקל וואס איר האט צוגעצייכענט וואו ער דאנקט ליימן].

הערה כללית: מציין זיין די אינטערסאנטע שינויים האט צוויי משמעויות. איינער די עצם שינוי, און צוויינטענס ווער עס צייכענט עס צו אדער רעדט וועגען דעם. עס וואלט געווען א תועלת צו שרייבען וואו מען קען טרעפען די שמועס איבער די פארשידענע שינויים. אויב דער שרייבער אליין איז דער מקור זאל ער שרייבען "כן נראה לעניות דעתי" כדי מען זאל "פארשטיין" אז ער אליין איז דער מחדש.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 26, 2015 7:11 pm

· #291819
אויבערלענדער חכם
[ציטאט אראפגענומען]


פרופסר ליימן דא #74 רעדט דא וועגען דער רשב"א/רמב"ן. ער ברענגט אז דער מנחת ש"י האט געהאט א גירסא אין יענע תשובה אז אלעמאל פסקנ'ט מען אזוי ווי די בעלי מסורה. ער ברענגט אז דער קיצור שלחן ערוך אין קסת סופר האט מעתיק געווען די גירסא פון די מנחת שי און פון דעם איז ארויס געקומען אז מיר פסקנ'ן אלעמאל אזוי ווי די בעלי מסורה.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 26, 2015 7:47 pm

· #291821
שינויים במשנה
@מיימון האט זייער שיין מסביר געווען אז די שינויים וואס מיר געפינען אין תנ"ך זענען פון ענליכע אותיות אזוי ווי ד' און ר' וואס קענען זיך גרינגערהייט בייטן אין מלאכת הכתיבה [היינט איז דא נאך א מין טעות ווען צוויי אותיות זענען לעבען איינער דעם אנדערע אויפן keyboard]. אינטערסאנט איז אז אין די משנה טרעפען מיר שינויים וואס זענען געפאלנען נישט צוליב ענליכע אותיות נאר דורך ענליכע מבטא. אן אלף און אן עין פארמישט מען נישט דרך כלל אין כתיבה, אבער אין זאגען מישען זיי זיך שוין איינמאל [אפילו לאלו היודעים להגות את העין כראוי]. היות די משנה איז נישט געווען פארשריבען בזמן האמוראים [כשיטת רש"י ושלא כשיטת הרמב"ם] זענען די חילופים דווקא צוליב מבטא און נישט צוליב כתיבה.
וז"ל מהר"ץ חיות (מבוא התלמוד פרק לג עמוד שמז בכל ספרי מהר"ץ חיות), עוד הביאו ראיה מה שמצינו דרב ושמואל פליגי אם 'מעברין' תנן או 'מאברין' (עירובין נג, א) וכן חכמים מסופקים אם 'אידיהן' תנן או 'עדיהן' (עבודה זרה ב, א) וכדומה הרבה. ואם היה משניות בכתב, הרי יכולין לעיין היכי כתיבי. וכה"ג פריך הש"ס (קידושין ל, א) ניתי ספר תורה ונחזי.

מיימון » זונטאג יולי 26, 2015 7:52 pm

· #291823
איך האב נישט באמערקט אז מען האט שוין גערעדט דערפון.

וועגן פיקודי ה' ישרים משמחי לב, האב איך זיך מורה היתר געווען וויבאלד עס זענען דא מענטשן וואס אזעלכע שמועסן מאכט זיי טרויעריג...

די מקורות אויף וואס איך האב געשריבן זענען די פסוקים מיט מפרשים, די לעצטע צוויי האב איך געזען ברענגען, וועגן רש''י אין ישעיהו חכמתך ודעתך האב איך געזען דא פון יעקב רייפמן, (זע דארט נאך שינויים, איך האב געברענגט דוקא חילופי ד' ור'). לגבי איל אחר האב איך מתחילה געזען אין דעם הערליכן מבוא אויפ'ן תרגום פון הרב י. לויפר אין חומש אוצר הראשונים, אין גוגל טרעף איך דאס, זיי שרייבן אז אין אסאך אלטע נוסחאות פון אונקלוס איז אויך געשטאנען ''חדא''.

מיימון » מאנטאג יולי 27, 2015 1:10 am

· #291971
איבער איל ''אחר'' זע אויך דא פון ר' חיים הלר, ער ברענגט דארט אז אין ילקוט אין מיכה איז אויך דא די גירסא אחד, ווי אויך ברענגט ער נאך פילע מאל ווי עס זענען דא חילוקים צווישן די תרגומים ביי די ווערטער אחד און אחר, ר' חיים איז אבער שטענדיג געגאנגען מיט'ן מהלך אז די שינויים טוען נישט פארשטעלן א אנדערע נוסח, זע אויך זיין ספר איבער דעם תרגום השבעים וואו ער פרובירט צו פארענטפערן אלע חילוקים, עס איז אינטערעסאנט צו זען די אלע שינויים וואס ער ברענגט דארט.

איינס פון די השערות וואס איך האב פריער נישט געברענגט איז ביי די ברכות פון בלעם וואו עס שטייט וקרקר כל בני שת, א שווערע לשון, געוויסע צייכענען צו צו די פסוקים אין ירמיהו מ''ח וואס זענען ענליך צו די פסוקים פון פ' חוקת און בלק, דארט שטייט ותאכל פאת מואב וקדקד בני שאון, לפ''ז איז מעגליך אז דער מכוון דא איז דער זעלבער, און דער פשט פון ''פאתי'' מואב ווערט קלארער, אז דאס מיינט די עקן פונעם קאפ, און די צוויי טיילן פונעם פסוק שטימען הערליך.

נאך א פסוק איז אין תהלים י''ח וואס איז דער זעלבער ווי שמואל ב' כ''ב נאר מיט אסאך קליינע חילוקים, אין פסוק מג שטייט כטיט חוצות אריקם, וואס דער טייטש איז נישט קלאר, אין תרגום שטייט אבער 'בעטית אינון' וואס איז דער זעלבער טייטש וואס ער נוצט אין שמואל וואו עס שטייט אדיקם, מלשון כתישה.

זוכער » מאנטאג יולי 27, 2015 12:48 pm

· #292052
אויבערלענדער חכם
[ציטאט אראפגענומען]

לא רציתי להיות הולך רכיל ומגלה "סוד" ולכן כתבתי בדרך שמשכילים ילכו בו וחסידים יכשלו בו.



יהושע העשיל ראזענקראנץ אין זיין בוך אורות מאופל איז נאך געגאנגען א שטאפל ווייטער פון שפינאזא, און וואס דרוקט אריין דעם פשט אינעם אבן עזרא אשר לא כדת כידוע.
קומט דוד קריוויצקי אינעם הפלס און דערלאנגט ראזענקראנצן הפלס דף קנד און רופט אים אן "אופל מאורות".

מיימון » דינסטאג יולי 28, 2015 1:58 am

· #292315
נאך א חילוף צווישן ד' און ר' האב איך געטראפן אין אגרות שד''ל עמ' 174 וואו ער שרייבט אז אין איוב כ''ד כ''ד שטייט ''רומו מעט ואיננו'', וואס עס דארף שטיין ''דומו'' אזוי ווי דום לה' והתחולל לו און ווי דער תרגום זאגט ''אוריכו''.

שד''ל איז באקאנט מיט זיינע חידושים אין תיקוני הנוסח, ווי ואפי על תבליתם וואס ער שרייבט אז עס קומט צוויי ווערטער תבל יתם, און ישר ממסוכה וואס דארף זיין ישרם מסוכה, און נאך, ער שרייבט אבער אז דוקא אין נ''ך האט געקענט אריינפאלן טעותים אבער אין די תורה זענען נישט פארהאן קיין טעותים ווי מ'זעט אז אין די מסורה זענען נישט פארהאן חילוקים צווישן די מדינחאי און מערבאי ביי די תורה נאר ביי ניקוד וטעמים. שד''ל איז ווי באקאנט געווען גאר שארף קעגן די בעלי הביקורת און האט בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:53 am

· #292787
מיימון
אין דעם ארטיקל שרייבט ער אז דער רשב''א האט באמת געהאלטן אז מ'זאל פאררעכטן די פסוקים לויט די דרשות חז''ל, נאר א טעות אין די תשובה האט גורם געווען מ'זאל דאס נישט גוט אפלערנען במשך פון יארן, (ווי אויך זאגט ער אז א גורם איז געווען ר' יעקב בן חיים דער דרוקער פון ויניציאה וואס האט געדרוקט אין אנהייב פון זיין מקראות גדולות א מאמר ווי ער שרייבט אז דער נוסח המסורה איז שטערקער, ר' יעקב איז שפעטער געווארן א משומד @אויבערלענדער חכם .... )


לגבי א מדפיס וואס האט זיך געשמד, עיין מש"כ בספר אמת ליעקב עה"ת (פרשת בא יב, מג) עה"פ "כל בן נכר לא יאכל בו" אז דער תרגום פון "בן נכר" איז "דאשתמד" אבער די מדפיסים האבען עס געביטן צו "דאסתלק", און רבי יעקב שרייבט "ושמעתי מהרב החכם ר' משולם פישל בעהר מראסיין שהמגיה בדפוס ווארשא של המקראות גדלות המיר דתו באותו שנה שנגמרה הדפסת מקראות גדולות הנ"ל, והוא באמת העתיק "דאסתלק", אבל נאמן עלינו הרמב"ן שהיה כתוב "דאשתמד". ועיינתי ומצאתי ששינה [המשומד הנ"ל] לשון הרמב"ן, דז"ל הרמב"ן בדפוס ווארשא: והכתוב לא הוצרך אלא לישראל וכן תרגום אונקלוס כל בן כל בר ישראל שהתנכר לאחיו ולאביו שבשמים במעשיו הרעים והוא נכר שהזכירו חכמים בכל מקום ופירושו מנוכר ושיעורו מלשון ואשתמודע יוסף לאחוהי ואינון אשתמודעוהו וחסרו העי"ן כמו שהבליעה במלות רבות וכו'. ואין ביאור לדבריו. אבל בדפוסים אחרים כתוב: והכתוב לא הוצרך אלא לישראל וכן תרגום אונקלוס כל בן נכר כל בר ישראל דאשתמד שהתנכר לאחיו ולאביו שבשמים במעשיו הרעים הווא מומר שהזכירו חכמים בכל מקום, ופירושו מנוכר ושיעורו משומדע מלשון ואשתמודע יוסף וכו', עכ"ל.
בקיצור: דער מגיה פון דער מקראות גדולות איז ממש דעלמאלס געווארען א משומד, און צוליב דעם האט ער געטוישט די ווערטער אין די תרגום און דער רמב"ן און ארויס גענומען דער ווארט "משומד".

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:59 am

· #292788
מיימון

ענליכע חילוקים זענען פארהאן ביי געוויסע נעמען צווישן ד' און ר', וואס עטליכע דערפון צייכנט דער אויבנדערמאנטער אבן עזרא צו, צב''ש דעואל - רעואל אין פרשת במדבר, דודנים - רודנים אין בראשית און דברי הימים (גראדע זענען דא וואס זאגן אז דער נאמען פונעם פאלק איז געווען דורדנים ווי דער תרגום יונתן אין ביידע פלעצער), צווישן בראשית און דברי הימים זענען פארהאן נאך חילוקים ווי דיפת - ריפת, חמדן - חמרן, הדר - הדד, טייל פון זיי איז רש''י אין דבה''י מפרש עפ''י דרש.

לגבי "דודנים" און "רודנים": רבי יעקב האט א יסוד אז לפי המקום והשעה האבען זיך געביטן נעמען. באופן פרטי אויף דודנדים און רודנים זאגט ער (מלכים א טז, לד) וז"ל, שכיח בכל עם ולשון ששמות אנשים ומקומות משתנים במשך הזמן. ואפילו שינוי השם "דודנים (ברשית י, ד) ל"רודנים" בדברי הימים א (א, ז) אפשר ליחס לתופעה זו של שמות המשתנים מזמן הקדום לתקופת בית שני, עכ"ל.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:48 pm

· #301070
'והזרתם' בתרגום השבעים
נוסח השבעים ב'והזרתם' את בני ישראל

די פסוק (ויקרא טו, לא) "והזרתם את בני ישראל מטמאתם" ווערט געברענגט מיט די לשון "והזהרתם" אין חידושי הרשב"א (נדה דף טו) און אין חידושי הרמב"ן (שבועות יח), ספר החינוך (פרשת אחרי), ספר הישר מר"ת (סימן מה), און ספר חסידים (סימן תקט), און שאילתות פט און אזוי איז אין תרגום השבעים ווי מען קען זעהן דא.

אם נאמר 'טוב' בדברות
די גמרא בבא קמא (נד, ב - נה, א) "שאל רבי חנינא בן עגיל את רבי חייא בר אבא: מפני מה בדברות הראשונות לא נאמר בהם טוב, ובדברות האחרונות נאמר בהם טוב? אמר לו: עד שאתה שואלני למה נאמר בהם טוב, שאלני אם נאמר בהן טוב אם לאו, שאיני יודע אם נאמר בהן טוב אם לאו, כלך אצל ר' תנחום בר חנילאי, שהיה רגיל אצל ר' יהושע בן לוי, שהיה בקי באגדה. אזל לגביה, א"ל: ממנו לא שמעתי" - די פני יהושע וואונדערט וויאזוי קען זיין אז די אמוראים זאלען נישט וויסען קיין פסוק אין די עשרת הדברות. נאר רבי דוד צבי הופמן זאגט פשט אז היות מיר געפינען אין תרגום השבעים שטייט 'טוב' אפילו אין די דברות הראשונות, און אין די תרגום השומרוני שטייט נישט 'טוב' סיי נישט אין די ערשטער און סיי נישט אין די צווייטער, האבען די אמוראים - רבי חייא בר אבא און רבי יהושע בן לוי - נישט געוואוסט וואס צו זאגען.

רבי חייא בר אבא עם תרגום השבעים
רבי ראובן מרגליות אין זיין מאמר "חכמי התלמוד ותרגום השבעים" (המקרא והמסורה מאמר יז) ווייזט אז אין נאך אן ארט טרעפען מיר אז רבי חייא בר אבא זאל האבען אן ענין מיט די תרגום השבעים. ער ברענגט א ירושלמי (שבת פרק טז סוף הלכה א) און לערענט אריין רבי חייא בר אבא האט זיך גערעגט אויף איינער וואס האט געוואלט מגיה זיין לויט די תרגום השבעים.

חיוב פרישה נלמד מ'והזרתם' מלשון נזורו אחור
עס איז זייער אינטערסאנט אז די ירושלמי (הוריות פרק ב הלכה ה) זאגט: אי זו היא מצות עשה שבנידה, אמר רבי אבין "והזרתם את בני ישראל מטומאתם. דאס מיינט אז די טייטש פון "והזרתם" איז מלשון נזורו אחור, און עס מיינט זיך אפשיידען פון א נדה. די דרשא איז אויך געברענגט אינעם בבלי (שבועות יח, ב; נדה סג, ב). א סאך ראשונים לערנען אז פון די ירושלמי קומט אויס אז די חיוב 'פרישה' איז מן התורה.

שיטת רבי חייא בר אבא ורבי יהושע בן לוי
די בבלי (שבועות יח, ב) זאגט: אמר ר' חייא בר אבא אמר רבי יוחנן: כל הפורש מאשתו סמוך לוסתה הויין לו בנים זכרים, דכתיב (ויקרא יא, מז) "להבדיל בין הטמא ובין הטהור", וסמיך ליה (שם יב, ב) "אשה כי תזריע וילדה זכר". רבי יהושע בן לוי אמר: הויין לו בנים ראויין להוראה, דכתיב (שם י, י-יא) "להבדיל ולהורות"."
עס זעהט אויס אז רבי חייא בר אבא און רבי יהושע בן לוי האלטען אז עס איז נישט קיין חיוב גמור 'פורש' צו זיין, נאר א מידת חסידות. [עיין פסקי רי"ד יבמות סב, ב, ובקרן אורה וערוך לנר על אתר שכתבו כן]. אפשר ווייל זיי האבען געהאט די נוסח פון תרגום השבעים 'והזהרתם' און דעריבער האבען זיי נישט מקבל געווען די דרשא וואס לערענט זיך מלשון 'והזרתם' - קוקט אויך אין תורת כהנים אז עס איז דא צוויי דעות אויב עס איז מלשון 'אזהרה' - כפי שיוצא מנוסח השבעים - אדער מלשון 'נזורו אחור'- כפי שיצא מנוסח המסורה. ווייטער טרעפען מיר אן ענין תלוי אין נוסח תרגום השבעים און די זעלבע אמוראים שפילען א גרויסע רוילע. וה' יאר עינינו במאור תורתו.

דריידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 1:48 pm

· #301091
די וואך אויפ'ן פסוק וילך משה וידבר את הדברים האלה שרייבט די אוחה"ק א ביאור פארוואס ס'שטייט את כל הדברים האלה, ווען באמת ס'שטייט בכלל נישט "כל".

לגבי פסוקים וואס ווערט דערמאנט אין גמרא, שרייבט שוין תוספות אין יש נוחלין (אנדערע פלעצער אויך) אז אמוראים זענען נישט געווען בקי אין פסוקים.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:34 pm

· #308490
עוד שינוי נוסח מספר אמת ליעקב
אין ספר אמת ליעקב על נ"ך (עזרא ט, א) אויפ'ן פסוק "לא נבדלו העם גו' מעמי הארצות גו' לכנעני החתי הפרזי היבוסי העמני המאבי המצרי והאמרי" שטעלט זיך רבי יעקב קמנצקי ז"ל פארוואס שטייט "אמורי" דער לעצטער [עיין שם אריכות הדברים]. די ערשטער תירוץ וואס ער דערמאנט איז "ומפני חומר הקושיא עלה בדעתי דאולי צריך לומר "והאדמי" או "והארמי" ויותר נראה 'האדומי' מפני שהוזכרו שניהם - מצרי והאדומי - בפסוק אחד", עכ"ל הקדוש.
קוק דא