☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ספר מלחמות השם פונעם רלב"ג

ספר מלחמות השם פונעם רלב"ג

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2317
בלאט: 1 2

מצב הדור » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:58 pm

· #59768
ספר מלחמות השם פונעם רלב"ג
פין דע את ה
די רלב"ג פאר זיך פארלאנגט א לענגערע אפהאנדלונג, מער ווייניגער איז ער אנגענומען אלס איינע פון די ראשונים, און די צייט וואס עס איז קלאר אז היינט, און אפילו פאר 400 יאר צוריק וואלט ער פארשריגען געווארען אלס אן אפיקורס, צווישען דעם רלב"ג און שפינוזה איז דא ממש א חוט השערה, וואס דער רלב"ג האט זיך געהיטן נישט אריבערצוגיין (לכאורה נאר אין שרייבען, און פילוזופיה זעהט אויס שטייט ער אייניג מיט שפינוזה, עס איז נאר די פאר נקודות אין וואס ער וויל נישט אריינגיין), דער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה, די תורה אזי נישט קיין יצירה אלקות, ער גלייבט נישט אין השגחה פרטית,וכו' וכו', אבער כמובן, רעדט מען כמעט נישט דערוועגן, ועוד חזון למועד איך האף נאך זיך מעמיק צו זיין עד הסוף בתורתו ומשנתו פונעם רלב"ג און עס ארויסגעבען לאור עולם, פאר ווער עס זוכט, די יסודות זיינע קען מען גאנץ גרינג זעהן און זיין ספר, און וויקיפידיע באשרייבט עס גאנץ גוט.
מלחמות השם מאמר ששי, פרק שנים עשר שרייבט ער ביאור אינעם ענין פון שמש בגבעון דום, אז יהושע האט אפגעשטעלט דעם זון, אזעס איז נאר א דימין
הא לך כל הקטע בשלימות: והנה מופת יהושע היה שהוא אמר שתשלם נקמת גוי אויביו בזה הזמן הקצר אשר לא תורגש בו לשמש ירידה בהיותו בחצי השמים, וזהו אמרו וידום השמש וירח עמד עד יקום גוי אויביו הלא היא כתובה על ספר הישר ויעמוד השמש בחצי השמים ולא אץ לבא כיום תמים. ולא היה כיום ההוא לפניו ולאחריו לשמוע ה' בקול איש כי ה' נלחם לישראל. רוצה בזה שלא הורגש השמש יוצא מכנגד גבעון לעיני ישראל, ולא יצא הירח מכנגד עמק אילון עד שנשלמה נקמת גוי אויביו. ואחר כן ביאר הסבה בזה, כדי שלא יחשוב חושב שנתבטלה תנועת השמש, ואמר כי השמש היה בחצי השמים, והיה זה סבה שלא מהר לרדת, כמו שימצא זה הענין בכל יום כשהוא בתמימותו ושלמותו שלא ימהר אז השמש לרדת, ולזה אמר שלא היה כיום ההוא לפניו ולאחריו שישמע השם לקול איש לעשות תכף דבר גדול כזה בזה השעור המעטי מן הזמן, ואמנם היה זה כן רוצה לומר שתשלם זאת הנקמה בזה הזמן המעטי, כי ה' נלחם לישראל. ואולם בירח לא נתן סבה איך יתכן שתעמוד כנגד עמק אילון כל הזמן הזה, לפי שעמק אילון היה לפי מה שאחשוב יותר רחב מגבעון, ולזה יתרן שתעמוד הירח שם זמן מורגש מה. ומה שיוסיף גלוי ושלמות על מה שבארנו מזה הענין הוא מה שנזכר בתורה מההבדל בין מופתי משה רבינו עליו השלום למופת זולתו, ואם היה מופת יהושע על זה האופן שישתנה בו נמוס תנועת הגרמים השמימיים, היה יותר נפלא לאין שעור זה המופת ממופתי משה רבינו, וזה מבואר מאד. ומפני שהוקשה זה הענין לקצת רבותינו זכרונם לברכה, להיותם מבינים מזה הענין שישתנה בו תנועת הגרמים השמימיים, הסכימו שכבר נעשה זה המופת על יד משה רבינו, אלא שהוא מבואר שאם היה הענין כן, לא השמיטה התורה זכרו, עם היות קטבה אשר עליה תסוב האמנת המופתים. וכבר יתבאר לך עוד שזה המופת לא היה שתתבטל תנועת השמש והירח, כמו שזכרנו, לפי שהוא מן השקר שיתחדש מופת מהמופתים לבטלה לפי מה שהתבאר מענינם, וזה שעמידת השמש אם היתה אז, לא נמצא ממנה תועלת לא לישראל ולא לזולתם, וזה שישראל היו מאמינים בנבואה בעת ההיא, ולא מצאנו שהשתדלה אומה מהאומות האחרות לשוב לשם יתברך בעבור זה המופת, ולא הישירם בזה שום נביא מפני זה המופת, כאלו תאמר שיאמר להם שיאמינו בשם יתברך ויכנעו לעבודתו, כי הוא אדון לכל הנמצאות, והמופת על זה שכבר יבטל השם יתברך תנועת השמש, שאם היה הענין כן, היה נזכר זה הענין בספור זה המופת. ובהיות הענין כן, הוא מבואר שאי אפשר שנאמר שיפין דהיה זה המופת מתחדש בגרמים השמימיים, ואולם היה המופת נצוח ישראל אויביו בזה הזמן המעטי, כמו שבארנו, והנה התועלת שהגיעה לישראל מזה הענין מבואר מאד.

קען מיר איינער זאגן וואס די ספר איז?
(איך מיין קיינער דארף נישט מורא האבן צו ליינען זיינע זאכן, עס איז פלעין הוילע שטיסעם, עס קאסט נאר א לאך)

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:43 pm

· #59786
דער רלב"ג איז געווען פון די ראשונים וואס זענען געגאנגען גאנץ וייט מיט דער מהלך פונ'ם רמב"ם וכו' איבער צושטעלן די תורה צו די גריכישע פילאסאפיע. ער איז אויך געווען א חכם אין כמה חכמות און האט כמדומה אויסגעטראפען א המצאה אויף מעסטען די שטערנס .
זיין ספר מלחמות ה' איז א ספר מסודר שטארק אויף ענינים פון אמונה און השקפה און ער קומט אן צו גאר קאנטרעברסיאלע מסקנות אין כמה נושאים.

כדי צו פארשטיין ריכטיג זיין שיטה דארף מען לערנען די גאנצע ספר און ארויסהאבן די פילאסאפישע אריסטוטלישע הנחות וואס איז דעמאלטס געווען אנגענומען. למעשה היינט וואס אויך דער וויסנשאפטליכע וועלט האט אנגעווארפען רוב פון די טעראיעס איז אסאך פון דעם נישט אקטואל. דאך איז דאס א שטארקע פרעצעדענט ומקום לתלות פאר די וואס ווילן צושטעלן די תורה צו די היינטיגע וויסענשאפט און לכאורה יש על מי לסמוך הגם אז סגייט גאנץ וייט אוועק פון פשטות התורה אויב זעהט מען אז מגדולי הראשונים האבן אויך משנה געווען שטארק די השקפת התורה לויט די וויסענשאפט.

מאנכע גדולי ישראל האבן עם טאקע שטארק פארדאמט, סאיז געווען אזעלכע וואס האבן גערופען דער ספר "מלחמות על ה'", דער מהר"ל אין הקדמה צו גבורות ה' דינגט זיך מיט עם גאר שטארק איבער די נושא פון נסים און וואס ער שרייבט כלפי שמש בגבעון דום [הגם אז אויך דברי מהר"ל צריכים פירוש רב ועיון גדול]. עם כל זה איז ער אנגענומען למעשה אלץ איינער פון די ראשונים און פאר א אדם גדול און ממאכט עם נישט אוועק אינגאנצען.

דאס איז טאקע זייער אינטרעסאנט פארוואס און וויאזוי אנדערע ווערן אנגענומען הגם זייערע דעות ווערן נישט אנגענומען און אנדערע ווערן ארויסגעשלאסן אלץ כופרים. מען קען אנווייזען אויך אפאר סיבות צו דעם, איינס איז אז דער דרוקער פון תנ"ך מקראות גדולות האט עם אריינגעדרוקט און דורכך דעם איז ער געווארן א חלק פונם מיינסטרים. און צווייטענס איז אז למעשה אפילו די וואס דינגען זיך מיט עם רעכנען זיך מיט עם און האבן דרך ארץ פאר עם אלס תלמיד חכם וגדול בישראל ממילא זעהט אויס אז אזוי איז דאס.

זיינע דעות והשקפות notwithstanding, איז זיין פירוש אויף תנ"ך איינע פון די שענסטע מסודרדיגע און קלארע פירושים וואס סזענען דא. יעדער פרשה טייטשט ער קודם די שווערע ווערטער איינס ביי איינס, שפעטער נעמט ער ארום די כללותדיגע מהלך פונם פרשה, שפעטער האטער א עקסטערע חלק וואס ער רופט "תועליות", דאס הייסט ער רעכנט אויס אלע מיני זאכן וואס מברויך זיך לערנען פון די פרשה, סיי בעניני השקפה סיי בעניני מדות סיי בעניני מעשה.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:54 pm

· #59795
דער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה

מלחמות ה' האב איך נישט, אבער דאס איז וואס דער רלב"ג שרייבט אנפאנג פרק י"ז פון מלכים א':

וזה לא יתכן שיעיד בו הנביא קודם העשות החטאים, כי אע"פ שיראה הנביא באיש אחד שכבר יחטא חטא מה, הנה האיש ההוא יוכל להישמר שלא יחטא, כי השם יתברך לא יכריח האדם שיחטא, ושמהו בעל בחירה כדי שימלט מהרעות הנפשיות והגופיות, כמו שביארנו בשלישי מספר מלחמות ה', עכ"ל.

זאגט ער דאך בפי' אז דער נביא קען וויסן פון פאראויס, ער קען נאר נישט זאגן.

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 6:06 pm

· #59804
ונבנתה העיר
דער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה

מלחמות ה' האב איך נישט, אבער דאס איז וואס דער רלב"ג שרייבט אנפאנג פרק י"ז פון מלכים א':

וזה לא יתכן שיעיד בו הנביא קודם העשות החטאים, כי אע"פ שיראה הנביא באיש אחד שכבר יחטא חטא מה, הנה האיש ההוא יוכל להישמר שלא יחטא, כי השם יתברך לא יכריח האדם שיחטא, ושמהו בעל בחירה כדי שימלט מהרעות הנפשיות והגופיות, כמו שביארנו בשלישי מספר מלחמות ה', עכ"ל.

זאגט ער דאך בפי' אז דער נביא קען וויסן פון פאראויס, ער קען נאר נישט זאגן.

זעהט אויס ווי ער זאגט אז א נביא אפילו ער זעהט איז דאס נישט אמת, דאס איז דאך נאכמער א שווערע זאך ווייל סקומט אויס אז נבואה מוז נישט זיין אמת. עכ"פ רעדט ער פון א נביא נישט פון ידיעת ה', מדארף וויסען ווי ער פארשייט נבואה בכלל אפשר איז דאס נישט קיין סתירה.
בכל אופן דער שיטת הרלב"ג איז ער זייער קלאר מבאר אין מלחמות ה' מאמר שלישי, עס איז אביסל מער קאמפיליצירט פון דעם וויל ער איז מחלק צווישען ידיעת דברים פרטיים און ידיעה כללית וואס איך פארשטיי נישט אזוי וואס דאס מיינט, אבער עכ"פ ער האלט אז דער אייבעשטער האט נישט קיין ידיעה אין די פרטים וייל דאס וואלט סותר געווען צו דער בחירה.
אין זיינע פירושים אויף תנ"ך מיין איך אז ער זאגט נישט אלעמאל קלאר זיין דעה אין די סארט ענינים נאר צייכנט מזאל קוקען אין מלחמות ה'.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 7:36 pm

· #59838
אין וויקעפידא, צום סוף אין די מקורות איז דא א לינק צו א מאמר בנוגע שיטת הרלב"ג בענין השגחה.
אין עברית.
מ'קען עס DOWNLOAD'ען, וכן עשיתי
כ'דארף נאר צייט דאס צו ליינען

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:15 pm

· #59909
לעיקוואד
זעהט אויס ווי ער זאגט אז א נביא אפילו ער זעהט איז דאס נישט אמת, דאס איז דאך נאכמער א שווערע זאך ווייל סקומט אויס אז נבואה מוז נישט זיין אמת.

אודאי איז עס אמת, מען קען אבער נאכנישט רעדן דערפון ווי א פאקט - ידיעה ובחירה איז נישט קיין פראבלעם נאר ביים אייבערשטען וואס זיין ידיעה איז מחייב.

לעיקוואד
עכ"פ רעדט ער פון א נביא נישט פון ידיעת ה', מדארף וויסען ווי ער פארשייט נבואה בכלל אפשר איז דאס נישט קיין סתירה.

א) אז ער ווייסט בנבואה איז דאך פשט אז מען האט איהם אזוי מודיע געווען מלמעלה [מסתמא האסטו דאס געמיינט מרמז צו זיין אין ווי אזוי מען פארשטייט נבואה בכלל].

ב) ולאו ק"ו הוא אז דער אייבערשטער ווייסט? חוץ אז מען וועט מדחיק זיין אז דער אייבערשטער איז בכונה מעלים זיין ידיעה כדי עס זאל קענען זיין בחירה, וכשם שכוחו בבלי גבול כך כוחו בגבול שאם אי אתה אומר כן נמצאת מחסר שלימותו.

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:23 pm

· #59915
מצב הדור

(איך מיין קיינער דארף נישט מורא האבן צו ליינען זיינע זאכן, עס איז פלעין הוילע שטיסעם, עס קאסט נאר א לאך)

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:29 pm

· #59919
[איך מיין אז מצב הדור האט זיך נישט באצויגען צו דער רלב"ג נאר צו דער בלוג פון ווי ער האט מעתיק געווען די שטיקעל- "דע את אלקיך" פון יעקב אבן דפ"ב [yisroelotd דק"ש]

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:32 pm

· #59923
ר' ונבנתה, איך פארשטיי נישט פונקטליך, דו ווילסט דאס אלס אריינלערנע אינם רלב"ג? דאס שטימט אפשר לויט אנדערע שיטות, אבער דער רלב"ג מאכט זיין שיטה זייער קלאר אין מלחמות ה' און מערסטע שכלדיג איז מפרש זיין וואס ער זאגט אין זיין פירוש לויט ווי ער איז מרחיב אין זיין ספר וואס ער צייכנט אליינס צו.

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:33 pm

· #59924
לעיקוואד
[איך מיין אז מצב הדור האט זיך נישט באצויגען צו דער רלב"ג נאר צו דער בלוג פון ווי ער האט מעתיק געווען די שטיקעל- "דע את אלקיך" פון יעקב אבן דפ"ב [yisroelotd דק"ש]

אם כן צו איך צוריק והוא רחום יכפר עון.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:40 pm

· #59931
לעיקוואד
ר' ונבנתה, איך פארשטיי נישט פונקטליך, דו ווילסט דאס אלס אריינלערנע אינם רלב"ג? דאס שטימט אפשר לויט אנדערע שיטות, אבער דער רלב"ג מאכט זיין שיטה זייער קלאר אין מלחמות ה' און מערסטע שכלדיג איז מפרש זיין וואס ער זאגט אין זיין פירוש לויט ווי ער איז מרחיב אין זיין ספר וואס ער צייכנט אליינס צו.

גערעכט, ווי געזאגט האב איך נישט דעם ספר, איך וועל פראבירן עס נאכצוקוקען.

יאיר » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 12:54 am

· #59960
עס געפעלט מיר ווי אונזער חסיד שנהפך לפילאזאף גייט אזוי באקוועם פון רלב"ג צו שפינאזע אהין און צוריק, איבערשפרינגענדיג דעם דינעם חוט השערה.
מעשה בחסיד אחד בנן של קדושים שלא ידע צורתא דספרא בר מן הני ספרי דבי רב, וחי כל ימיו ביני כותלי דבי מדרשא. לימים נזדמן לידו קומפוטרתא אחת עם ההיא אנטרניתא. נתן עיניו בה. וכיון שנסתכל בה פעם אחת מיד פרחה אמונתו, בתר הכי התחילו החושך והאור משתמשים בערבוביא, להני רבנן קרא להו אפיקורסא, ולהבעש"ט קרא אור שבעת הימים. כיון שראה האי מבי שותי קפא בלוגא דיליה, פתח ואמר, האי אפרוח שלא נפתחו עיניו נעשה כעוף הפורח באויר.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 10:30 am

· #60001
כיון שראה האי מבי שותי קפא בלוגא דיליה

😂

מצב הדור » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 10:34 am

· #60002
יידל
לעיקוואד
[איך מיין אז מצב הדור האט זיך נישט באצויגען צו דער רלב"ג נאר צו דער בלוג פון ווי ער האט מעתיק געווען די שטיקעל- "דע את אלקיך" פון יעקב אבן דפ"ב [yisroelotd דק"ש]

אם כן צו איך צוריק והוא רחום יכפר עון.

אמת איך האב מיר באצויגען צו "דע את אלקיך"

אוהב דעת » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 1:00 pm

· #60062
וואס איז טאקע שיטות שפינוזה, וואס זענען זיינע ריאות אז משה האט נישט געשריבען די תורה עפ״י ד׳ ביים בארג סיני?
דאכט זיך אז איינשטיין איז עפעס געגאנגען לשיטתו לגבי מציאות השם, אז כל זמן מקען נישט אויפוויזען אז סאיז דא א גאט מיז מען נישט גלייבען אין גאט אבער ער האט נישט געהאט א ריאה אז עס איז נישטא קיין גאט 

לעיקוואד » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 3:47 pm

· #60112
דער ענין פון שפינאזע איז א עקסטערע שמועס און איך וייס נישט פונקטליך וואס חתן דינן האט מחליט געווען אז דאס האט א שייכות מיט שיטת רלב"ג. זיינע טענות און אויך ספרים קען מען ליינען אויפן געוועב דורך וויקי וכדו', נאר איך וייס נישט צו עס פאסט צו לינקען זאכען וואס זענען עמטליך כפירה. אויב דער עולם האלט דא אז עס איז דא א מקום צו רעדן וועגן דעם קען מען אפשר פארציילען די מעשה אויפן שפיץ גאפל.

לאדיך אפ » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 7:30 pm

· #60119
פליז זיך האלטן צום רלב"ג. ס'זעט אויס אן אינטערעסאנטע נושא.

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 8:37 pm

· #60127
לעיקוואד
דער ענין פון שפינאזע איז א עקסטערע שמועס און איך וייס נישט פונקטליך וואס חתן דינן האט מחליט געווען אז דאס האט א שייכות מיט שיטת רלב"ג. זיינע טענות און אויך ספרים קען מען ליינען אויפן געוועב דורך וויקי וכדו', נאר איך וייס נישט צו עס פאסט צו לינקען זאכען וואס זענען עמטליך כפירה. אויב דער עולם האלט דא אז עס איז דא א מקום צו רעדן וועגן דעם קען מען אפשר פארציילען די מעשה אויפן שפיץ גאפל.

איך מיין עס איז כדאי. צו ברענגען אין א באזונדערע אשכול די השוואות פין שפינוזה צום בעל שם טוב. עפעס דענק איך מיט דער צמצום אין אין סוף מיט די גלדי בצלים. אבער איך מיין אז אנדערע קענען דאס בעסער, מיין דאקטערייט באשטייט נישט אויף דעם.

zurich » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 9:42 pm

· #60135
עפעס גאר אינטערסאנט אנוויקעלט זיך דא, עפעס א יודל האט זיך איין שיינעם טאג "דערקלערט" אפיקורת לייגט ארויף זיינס א בלאג דא אין שטיבל,איך ווייס נישט צו ס'אריבער מער ווי 10 מינוט אין די הנהלה האט עס אראפגעפליקט.. אבער ווינדער איבער ווינדער יעדער האט די אדרעסס פון דעים באנדיט!!

זעהט אויס די עולם גלייכט יא אזאלכע זאכן 😉

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 10:05 pm

· #60138
לאדיך אפ
פליז זיך האלטן צום רלב"ג. ס'זעט אויס אן אינטערעסאנטע נושא.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:43 am

· #60191
אויף די וויקיפידע בלאט זע איך נאכברענגען א ריין גריכישע שיטה בשם דעם רלב"ג. ער שרייבט אז דער לעבן נאכ'ן טויט באשטייט פון די ידיעות וואס דער מענטש זאמלט זיך אן ביים לעבן, און לויט ווי שטארק ער נוצט זיין קאפ. ווייל דער גשמיות'דיגער חלק פון דעם מענטש שטארבט, און נאר דער אינטעלעקט, דער שכל, וואס איז א גייסטיגע זאך, בלייבט לעבן. ממילא וויפיל וויסנשאפט מען האט ביים לעבן, אזוי פיל האט מען נאכ'ן טויט. דאס הערט זיך ווי דער גריכישער שיטה אז דער וועג צו וממארטאליטעט איז צו נוצן דעם קאפ, און איך מיין אז דאס איז ממש אין קעגנזאץ צו די תורה'דיגע בליק אז עולם הבא באשטייט פון שכר אויף תורה ומצוות, נישט פון יעדע סארט וויסנשאפט.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:56 am

· #60195
יאיר

דער שיטה איז גאנץ קלאר נישט נאר שיטת רלב"ג נאר אויך שיטת הרמב"ם בכמה מקומות, אמת אז דאס שטימט נישט אזוי גוט מיט פשטות ענין השכר על תומ"צ, נאר דער רמב"ם האלט אז דער תכלית פון גאנץ תומ"צ איז אז א מענטש זאל באקומען די ריכטיגע דעות און אמונות ממילא איז דאס נישט קיין סתירה בי עם. און אגב שטימט דאס גאנץ גוט, אביסעל צוגעפיצט, מיט חסידות וואס טענה'ט אז דער תכלית פון גאנץ תומ"צ איז צוצוקומען צו דבקות בה' און ווער סאיז נישט דבוק בחייו קומט נישט צו לאחר מותו, שכר מצוה איז דאס אליין, וכו'. די איינציגסטע חילוק איז אז לפי הרמב"ם איז דער עיקר דבקות בשכל אז מוייסט ריכטיגע ידיעות און לפי חסידות איז דבקות לאו דווקא דורכן שכל נאר אויך דורך רגש נשמה וכדומה.
דער רמב"ם טענה'ט אז אלע סארט וויסנשאפט איז א מצווה וואס ער לערנט ארויס פון ואהבת את ה' אלקיך וכו'.

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:03 am

· #60199
יאיר
אויף די וויקיפידע בלאט זע איך נאכברענגען א ריין גריכישע שיטה בשם דעם רלב"ג. ער שרייבט אז דער לעבן נאכ'ן טויט באשטייט פון די ידיעות וואס דער מענטש זאמלט זיך אן ביים לעבן, און לויט ווי שטארק ער נוצט זיין קאפ. ווייל דער גשמיות'דיגער חלק פון דעם מענטש שטארבט, און נאר דער אינטעלעקט, דער שכל, וואס איז א גייסטיגע זאך, בלייבט לעבן. ממילא וויפיל וויסנשאפט מען האט ביים לעבן, אזוי פיל האט מען נאכ'ן טויט. דאס הערט זיך ווי דער גריכישער שיטה אז דער וועג צו וממארטאליטעט איז צו נוצן דעם קאפ, און איך מיין אז דאס איז ממש אין קעגנזאץ צו די תורה'דיגע בליק אז עולם הבא באשטייט פון שכר אויף תורה ומצוות, נישט פון יעדע סארט וויסנשאפט.

זייער ענדליך האב איך געלערנט פון ר' אביגדור מילר און די רמב''ם.
בעסיקלי עולם הבא איז די הנאה וואס מיר גייען האבן פון זיין איינס מיט גאט . לוט וויפיל א מענטש לערענט געטליכקייט אויף די וועלט וועט ערפארשטיין און הנאה האבן דערפון דעלמטס.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:39 am

· #60202
לעיקוואוד, מיר ליגט אין קאפ אז דער רמב"ם לייגט מער דגוש אויף מצוות מעשיות און אויף תורה כשלעצמה. אזוי איז עכ"פ משמע אין ספר היד. ווייטער לויט'ן רלב"ג פארשטיי איך אז יעדע זאך וואס מען לערנט צום ביישפיל מאטעמאטיקס וועט בלייבן מיט'ן מענטש לאחר מיתתו, און פון די ידיעות באשטייט דער עולם הבא לאחר מאה ועשרים. דאס איז שארף אין קאנטראסט מיט אנדערע ראשונים, און אודאי מיט'ן חסידות, לויט חסידות איז פונקט פארקערט, אפילו דער תכלית פון לערנען איז אויך נאר התדבקות בה', אבער דער רלב"ג מאכט דער גאנצער שכר אויף תורה גארנישט מער ווי שכר אויף מאטעמאטיקס. און אודאי איז דאס אינגאנצן נישט קיין פארגלייך מיט ר' אביגדור מילער אז דאס חכמה פון געטליכקייט פון די וועלט וועט באגלייטן אויף יענע וועלט, אדרבה, דער גאנצער געטליכקייט באשטייט פון אלע סארטן חכמות און וויסנשאפט.

yisroelotd » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:58 am

· #60582
[quote="יאיר"]עס געפעלט מיר ווי אונזער חסיד שנהפך לפילאזאף גייט אזוי באקוועם פון רלב"ג צו שפינאזע אהין און צוריק, איבערשפרינגענדיג דעם דינעם חוט השערה.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז דער רלב"ג האלט דער זעלבע ווי שפינוזה (באמת צריך להיות להיפך, אבער כך יצא), עס איז קלאר אז דער רלב"ג איז געווען א מאמין ווען שפינוזה נישט, און זיי זענען ווייט אין אסאך ענינים, וואס איך שרייב איז נאר, אז דער רלב"ג זאגט אסאך ענינים אויף אן אופן ענדליך צו שפינוזה, וואס ווען שפינוזה זאגט עס איז מען אים מחרים (ניין איך זאג נישט אז וועגן דעם האט מען אין מחרים געווען, עס איז א לשון מושאל... - און דא מוז איך זאגען ווען א ווארט מיינט נישט ממש עברי טייטש, ווייל איך זעה מען געט מיר נישט די רעכט וואס יעדער שרייבער האט זיך משתמש צו זיין בשיגרא דלישנא נאר מען לערנט מיינע ווערטער ווי א פסוק חומש), אבער דעם רלב"ג לאזט מען הייליג, וד"ל.
איך שרייב פון א טעלעפאן מילא קען איך נישט מאריך זיין, ואתכם הסליחה

יידל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:46 am

· #60603
יאיר
לעיקוואוד, מיר ליגט אין קאפ אז דער רמב"ם לייגט מער דגוש אויף מצוות מעשיות און אויף תורה כשלעצמה. אזוי איז עכ"פ משמע אין ספר היד. ווייטער לויט'ן רלב"ג פארשטיי איך אז יעדע זאך וואס מען לערנט צום ביישפיל מאטעמאטיקס וועט בלייבן מיט'ן מענטש לאחר מיתתו, און פון די ידיעות באשטייט דער עולם הבא לאחר מאה ועשרים. דאס איז שארף אין קאנטראסט מיט אנדערע ראשונים, און אודאי מיט'ן חסידות, לויט חסידות איז פונקט פארקערט, אפילו דער תכלית פון לערנען איז אויך נאר התדבקות בה', אבער דער רלב"ג מאכט דער גאנצער שכר אויף תורה גארנישט מער ווי שכר אויף מאטעמאטיקס.

אין דעם איז נישט דא אזא גרויסע (אדער בכלל נישט קיין) חילוק צווישן דער רמב"ם און דער רלב"ג. דער רמב"ם זאגט נאר אז די גרינגסטע וועג צוצוקומען צו שלימות השכל איז דורך תורה ומצוות, אבער ער שרייבט קלאר אז אריסטו האט זיך אויסגעארבעט דעם שכל אן תורה ומצוות און איז צוגעקומען "כמעט לדרגת נביא".

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:18 am

· #60932
yisroelotd
יאיר
עס געפעלט מיר ווי אונזער חסיד שנהפך לפילאזאף גייט אזוי באקוועם פון רלב"ג צו שפינאזע אהין און צוריק, איבערשפרינגענדיג דעם דינעם חוט השערה.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז דער רלב"ג האלט דער זעלבע ווי שפינוזה (באמת צריך להיות להיפך, אבער כך יצא), עס איז קלאר אז דער רלב"ג איז געווען א מאמין ווען שפינוזה נישט, און זיי זענען ווייט אין אסאך ענינים, וואס איך שרייב איז נאר, אז דער רלב"ג זאגט אסאך ענינים אויף אן אופן ענדליך צו שפינוזה, וואס ווען שפינוזה זאגט עס איז מען אים מחרים (ניין איך זאג נישט אז וועגן דעם האט מען אין מחרים געווען, עס איז א לשון מושאל... - און דא מוז איך זאגען ווען א ווארט מיינט נישט ממש עברי טייטש, ווייל איך זעה מען געט מיר נישט די רעכט וואס יעדער שרייבער האט זיך משתמש צו זיין בשיגרא דלישנא נאר מען לערנט מיינע ווערטער ווי א פסוק חומש), אבער דעם רלב"ג לאזט מען הייליג, וד"ל.
איך שרייב פון א טעלעפאן מילא קען איך נישט מאריך זיין, ואתכם הסליחה

אקעי, דאס איז שוין גענצליך עפעס אנדערש. דו מיינסט צו זאגן אויף געוויסע זאכן פונ'ם רלב"ג, ווען שפינאזע וואלט דאס געשריבן וואלט מען דאס אויך אויסגערעכנט צווישן זיינע עוולות. אפילו אויב דאס איז אמת, קען מען דאס שרייבן אויפ'ן רמב"ם, אבן עזרא, און נאך ראשונים. עס איז א פשוט'ע זאך אז ווען א מענטש זאגט עפעס אין אזעלכע דקות'דיג פעלדער דארף מען עס זען אין פארגלייך צו זיינע אנדערע שיטות. אזעלכע סארט גזירה שוות קען מען מאכן אויף יעדן (טראכט אריין, ווען טענדלער וואלט מתיר געווען הזרעה מלאכתית וואלט ער געווען א שייגעץ, ווען רבי משה פיינשטיין איז עס מתיר איז ער זיך פשוט טועה).
אבער פארשטייט זיך אז פון דארטן ביז'ן שרייבן אז דער חילוק פונ'ם רלב"ג און שפינאזע איז בלויז א חוט השערה אדער נאר אין עטליכע נקודות אדער אז ער האט געהאלטן כמעט אייניג מיט אים אין פילאזאפיע איז פאלג מיר א גאנג, און א שרעקליכער זלזול אויפ'ן רלב"ג.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:21 am

· #60933
יידל
יאיר
לעיקוואוד, מיר ליגט אין קאפ אז דער רמב"ם לייגט מער דגוש אויף מצוות מעשיות און אויף תורה כשלעצמה. אזוי איז עכ"פ משמע אין ספר היד. ווייטער לויט'ן רלב"ג פארשטיי איך אז יעדע זאך וואס מען לערנט צום ביישפיל מאטעמאטיקס וועט בלייבן מיט'ן מענטש לאחר מיתתו, און פון די ידיעות באשטייט דער עולם הבא לאחר מאה ועשרים. דאס איז שארף אין קאנטראסט מיט אנדערע ראשונים, און אודאי מיט'ן חסידות, לויט חסידות איז פונקט פארקערט, אפילו דער תכלית פון לערנען איז אויך נאר התדבקות בה', אבער דער רלב"ג מאכט דער גאנצער שכר אויף תורה גארנישט מער ווי שכר אויף מאטעמאטיקס.

אין דעם איז נישט דא אזא גרויסע (אדער בכלל נישט קיין) חילוק צווישן דער רמב"ם און דער רלב"ג. דער רמב"ם זאגט נאר אז די גרינגסטע וועג צוצוקומען צו שלימות השכל איז דורך תורה ומצוות, אבער ער שרייבט קלאר אז אריסטו האט זיך אויסגעארבעט דעם שכל אן תורה ומצוות און איז צוגעקומען "כמעט לדרגת נביא".

דעם רמב"ם'ס דרגה פון נביאות איז נישט אזוי שווער צוצוקומען, אבער אויסער דעם, דאס איז אלעס בנוגע עולם הזה, ווי ריין דער מח פונ'ם מענטש איז. יא, קען זיין דער רמב"ם האט געהאלטן אז אריסטו'ס מח איז מער ריין און אויסגעארבעט ווי א איד וואס איז א וואסער טרעגער, אבער לגבי עולם הבא, האט ער העכסט ווארשיינליך געהאלטן אז דער וואסער טרעגער וועט זיין אויף א העכערע דרגה. לויט'ן רלב"ג בין איך אבער נישט אזוי זיכער.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:29 am

· #60934
יאיר

דעם רמב"ם'ס דרגה פון נביאות איז נישט אזוי שווער צוצוקומען, אבער אויסער דעם, דאס איז אלעס בנוגע עולם הזה, ווי ריין דער מח פונ'ם מענטש איז. יא, קען זיין דער רמב"ם האט געהאלטן אז אריסטו'ס מח איז מער ריין און אויסגעארבעט ווי א איד וואס איז א וואסער טרעגער, אבער לגבי עולם הבא, האט ער העכסט ווארשיינליך געהאלטן אז דער וואסער טרעגער וועט זיין אויף א העכערע דרגה. לויט'ן רלב"ג בין איך אבער נישט אזוי זיכער.

קודם האב איך הנאה אז דו ביסט שוין ווארשיינליך צוגעקומען צו נבואה לויט'ן רמב"ם... לגבי מיר איז עס גארנישט אזא קלייניקייט.. [אפגערעדט אז מדארף לויט עם קענען צו דעם אריסטוס פיזיקה ומטאפיזיקה וואס איז דאך נישט אמת בכלל..]
איך וייס נישט קיין מקור פון דער רמב"ם אז ער זאל האבען געהאלטען אז אין עוה"ב שטייט א פשוטער יוד העכער אריסטו, אויב האסטו א מקור דערפאר וועל איך זיך פרייען. פון וואס איך וייס שרייבט ער גאנץ קלאר אנדערש.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:30 am

· #60939
אין, לגבי מש"ה מילתא זוטרתא הוא...
הא לך לשונו ספ"ד יסוה"ת:
ועניני ארבעה פרקים אלו שבחמש מצות האלו הם שחכמים הראשונים קוראין אותו פרדס כמו שאמרו ארבעה נכנסו לפרדס ואף על פי שגדולי ישראל היו וחכמים גדולים היו לא כולם היה בהן כח לידע ולהשיג כל הדברים על בוריין ואני אומר שאין ראוי לטייל בפרדס אלא מי שנתמלא כריסו לחם ובשר ולחם ובשר הוא לידע האסור והמותר וכיוצא בהם משאר המצות ואע"פ שדברים אלו דבר קטן קראו אותן חכמים שהרי אמרו חכמים דבר גדול מעשה מרכבה ודבר קטן הוויות דאביי ורבא אעפ"כ ראויין הן להקדימן שהן מיישבין דעתו של אדם תחלה ועוד שהם הטובה הגדולה שהשפיע הקדוש ברוך הוא ליישוב העולם הזה כדי לנחול חיי העולם הבא ואפשר שידעם הכל קטן וגדול איש ואשה בעל לב רחב ובעל לב קצר.
יעצט לאמיר הערן פון די "אומלעגאלע" פלעצער וואו עס איז משמע אנדערש.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:08 am

· #60944

דער שטיקל איז נאנט צו א ראייה פארקערט, דארפסט וויסען וואס ער מיינט לנחול על ידם העוה"ב לויט ווי ער איז מסביר אין מו"נ כוונת התורה. עכ"פ שטייט נישט דא אז דער בעל לב קצר וועט אנקומען ווייטער ווי דער בעל לב רחב אנע תומ"צ.
דער עיקר מ"מ וואס איך וייס ווי עס שטייט קלאר פארקערט איז אין מו"נ ח"ג בסופו במשל ארמון המלך יעו"ש.

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 11, 2013 7:43 pm

· #95813
ריכטיג , '' צווייטענס אז עס נעמט זיך פון פעסעמיזם'' וואס מיינט דאס?
די מיינסט , א שווארץ זעער?

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:43 am

· #95876
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז שייך אנקוקן די טבע אפטעמיסיטיש?
איז נישט דא געניג אומגליקן וואס טבע איז גורם? דאס אז סאיז נישט שייך פאר מענטש צי זיין צי פריעדן איז דאך א שטיקל טבע וואס לאזט נישט במנוחה.

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:16 am

· #95899
[ציטאט אראפגענומען]

וואו שרייבט ער עס?

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:37 am

· #95902
וואס האט דאס מיט אריסטו און די חכמים?

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:47 am

· #95905
נו, סליפקין רעדט אויך נישט לגבי די נביאים. אגב, ס'מוז נישט זיין אז די נביאים האבן געוואוסט פונקט וואס אריסטו האבן געהאלטן לגבי די נאטור, זיי האבן נאר געמוזט קענען די חכמה פון אלקות און מעטאפיזיקס.

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:28 am

· #96007
הרמב"ם כתב במפורש שרז"ל לא ידעו את כל המדע כי המדע בימיהם לא היה שלם, ואף על יחזקאל הנביא רמז כמעט במפורש שטעה בעניני אסטורנומיה. והבאתי כן במ"א כאן מרלב"ג שכתב כן במפורש גם על החומש לגבי מספר הכוכבים.
אכן מצד שני פירש כמה פסוקים ומארז"ל ע"פ הנחות המדע שלו, אך לא ברור אם חשב שזו באמת כוונת רז"ל ודו"ק.
אלא שהשאלה מתנאי הנבואה הוא אכן שאלה חשובה שצל"ע בה, ועכ"פ זה לא הסתירה הראשונה שבין תנאי הנבואה של הרמב"ם לבין המציאות של הנביאים המבואר במקראות, וכבר הכו רבים על קדקדו. אם כי אפשר ליישב דעת הרמב"ם ואכ"מ.

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:32 pm

· #96139
לעקוואד , וואס איז א שטארקע באווייז אז די רמב''ם האט געשריבן זאכן וואס לאו דוקא ער האלט באמת אזוי?

יידל » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:12 pm

· #96148
כלעיקוואד ועוד, צו שרייבט דען נישט דער רמב"ם אז המשלים בנביאת יחזקאל אינם תואמים את המציאות?

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:21 pm

· #96150
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב עס פארשטאנען פון די ווערטער .''אך לא ברור אם חשב שזו באמת כווונת רז"ל ודו"ק''

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:18 pm

· #96206
נולד מאוחר
לעקוואד , וואס איז א שטארקע באווייז אז די רמב''ם האט געשריבן זאכן וואס לאו דוקא ער האלט באמת אזוי?

הקדמה למו"נ, סבות הסתירות, הסיבה השביעית.

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 7:26 pm

· #96244
לעיקוואד
נולד מאוחר
לעקוואד , וואס איז א שטארקע באווייז אז די רמב''ם האט געשריבן זאכן וואס לאו דוקא ער האלט באמת אזוי?

הקדמה למו"נ, סבות הסתירות, הסיבה השביעית.

א גרויסן ייש"כ פאר דעם מראה מקום, וזה לשונו:
הסיבה השביעית היא הכרח לדון בדברים עמוקים מאוד אשר יש להסתיר חלק מענייניהם ולגלות חלק. לפעמים יש הכרח, על סמך אמירה מסוימת, לדון בעניינים אלה בדרך של קביעת הנחה מוקדמת כלשהי, ובמקום אחר יש הכרח לדון בהם בדרך של קביעת הנחה מוקדמת סותרת לזו. ראוי שההמון לא ירגיש בשום אופן בנקודת הסתירה ביניהם. יש שהמחבר נוקט בכל תחבולה כדי להסתיר זאת.

דו וואלסט געקענט צולייגן עפעס א גוטע דוגמא וואו מען זעט אים דאס פראקטיצירן?

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:34 pm

· #96271
יאיר שכח פארן ברענגן די רמב''ם'ס רייד. די רמב''ם וויל עס באהאלטן און די ווילסט אז לעקוואד זאל עס מגלה זיין?

כגדענק אז אסאך זאכן שטייט און ספר היד מער טרעדישנאל ווי אין מורה.
למשל עין תחת עין.

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:00 pm

· #96278
ס'טאקע דא זאכן וואס ער איז מגלה טפח אין מורה און מכסה טפחיים אין משנה תורה, למשל, עין תחת עין שרייבט ער קלאר אז דאס איז נאר על דרך פשט לולא דברי רז"ל, כעין הרשב"ם על והיה לאות על ידך. אבער איך וויל טרעפן א סתירה. די אקעדעמיקער זאגן אז אפילו אין מורה אליין איז דא פלעצער וואו ער שרייבט אויף איין פלאץ אזוי און אויף אן אנדער פלאץ, מער באהאלטן, פארקערט. איך וויל הערן פון אונזער בקי בספרי המורה אויב ער קען אונז צושטעלן אזא דוגמא, איך בין זיכער אז דער רמב"ם וועט זיך מיען פאר אים אויבן אין הימל.

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:40 pm

· #96331
דא
האט יידל ציגעצייכנט א סוד פונעם'ם רמב''ם . כווייס נישט אויב דארט איז די זעלבע סיבה ווי דא. עפעס ''אמיתיות ונצרכות ''

עסקן בדברים » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:40 pm

· #97026
דער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה

אינטערסאנט אז אין חידושי הג"ר אלעזר משה הורוביץ סוטה דף ב. (אין back פון די ווילנא ש"ס) זאגט ער די זעלבע זאך פון זיך אליין קארץ אין שארף.

ער גלייבט נישט אין השגחה פרטית

קיין איין ראשון האט נישט געגלייבט אין השגחה פרטית, אדער עכ"פ נישט געשריבן פון דעם. איך בין נישט זיכער אויב מ' טרעפט דעם מושג פאר דער בעש"ט

ודי למבין » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:53 pm

· #97032
עסקן בדברים
דער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה

אינטערסאנט אז אין חידושי הג"ר אלעזר משה הורוביץ סוטה דף ב. (אין back פון די ווילנא ש"ס) זאגט ער די זעלבע זאך פון זיך אליין קארץ אין שארף.

ער גלייבט נישט אין השגחה פרטית

קיין איין ראשון האט נישט געגלייבט אין השגחה פרטית, אדער עכ"פ נישט געשריבן פון דעם. איך בין נישט זיכער אויב מ' טרעפט דעם מושג פאר דער בעש"ט

די מיינסט אוודאי השגחה פרטית אויף דומם צומח חי, אזוי ווי די רמב"ם שרייבט אין מורה חלק ג פרק יז
" שאני אאמין שההשגחה האלוהית אמנם היא בזה העולם התחתון - רצוני לומר, מתחת גלגל הירח - באישי מין האדם לבד, וזה המין לבדו הוא אשר כל עניני אישיו ומה שישיגם מטוב או רע נמשך אחר הדין, כמו שאמר, "כי כל דרכיו משפט"; אבל שאר בעלי החיים, וכל שכן הצמחים וזולתם, דעתי בהם דעת אריסטו, לא אאמין כלל שזה העלה נפל בהשגחה בו, ולא שזה העכביש טרף זה הזבוב בגזרה מאת האלוה ורצונו האישי עתה, ולא שהרוק אשר רקק אותו ראובן התנועע עד שנפל על זה היתוש במקום מיוחד והרגו בגזרת האלוה, ולא שזה הדג חטף ובלע זאת התולעת מעל פני המים ברצון אלוהי אישי - אבל אלה כולם אצלי במקרה גמור, כמו שחושב אריסטו. ואולם ההשגחה האלוהית, לפי דעתי ולפי מה שאני רואה, היא נמשכת אחר השפע האלוהי - והמין אשר נדבק בו השפע ההוא השכלי עד ששב בעל שכל ונגלה לו כל מה שהוא גלוי לבעל שכל הוא אשר התחברה אליו ההשגחה האלוהית ושיערה לו כל פעולותיו על צד הגמול והעונש. אמנם אם טבעה הספינה ומה שבתוכה, כמו שזכר, ונפל הגג על מי שבבית, אם היה זה במקרה, לפי דעתנו, אבל ברצון אלוהי - לפי הדין במשפטיו, אשר לא יגיעו דעותינו לידיעת סדרם: ואשר הביאני לזאת האמונה הוא - שאני לא מצאתי כלל בדברי ספר נביא, שיש לאלוה השגחה באיש מאישי בעלי החיים, כי אם בבני אדם לבד" וכו'

עסקן בדברים » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:40 pm

· #97046
אפי' ביי מענטשן ווייס איך נישט קיין ראשון זאל זאגן אלע מענטשן. דאכט זיך אז דער רמב"ם און אנדערע זאגן אז די מאז השגחה איז לויט די צדקות פון,ם מענטש

יאיר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:57 pm

· #97054
דער רמב"ם זאגט עס אביסל ווייטער, וז"ל:
איני סובר שהוא יתעלה נעלם ממנו דבר, או שאני מייחס לו אי יכולת, אלא אני בדעה כי ההשגחה נספחת לשכל וחיובית לו, כיון שההשגחה אינה אלא ממשכיל, ואשר הוא שכל שלם שלמות שאין שלמות אחריה, והרי כל מי שנצמד בו משהו מאותו השפע כפי ערך מה שהגיע לו מן השכל יגיע לו מן ההשגחה.

אבער איך ווייס נישט אויב דאס איז א סתירה מיט די היינטיגע השגחה פרטית. איך מיין אז דער בעש"ט האט אויך געהאלטן אז לויט ווי גרויס די בטחון איז אזוי פיל העלפט אים דער אויבערשטער, וואס איז לכאורה מער א נאנטערע השגחה. אגב, פון אבן עזרא (בראשית יח כא) איז משמע אז דער באשעפער האט אפילו נישט קיין ידיעה אויפ'ן יעדן מענטש באזונדער, נאר אויפ'ן כלל.

עסקן בדברים » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:18 pm

· #97065
יאיר
איך מיין אז דער בעש"ט האט אויך געהאלטן אז לויט ווי גרויס די בטחון איז אזוי פיל העלפט אים דער אויבערשטער, וואס איז לכאורה מער א נאנטערע השגחה.

העלפן און השגחה איז צוויי אנדערע זאכן. מער/ווייניגער העלפן איז שכר/עונש
בלאט: 1 2