☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #10005

אשכול אן א טיטל #10005

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10005
בלאט: 1 2

— » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 4:45 pm

· #316463

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 5:06 pm

· #316466
[ציטאט אראפגענומען]


צו דעם האט מען נישט געדארפט זיין דער גרויסער גדול וויבאלד אז אין יענע יארן איז פראג שוין געווען היבש היבש שוואך אין אידישקייט כידוע.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 5:06 pm

· #316467
Where does Reb Akiva Yosef write with admiration of Shi"r

טמיר » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 7:06 pm

· #316493
זעהט אויס זייער אונטערעסאנט, כ'ווארט מיט שפאנונג. די אלע זאכן איז פארגעקומען אין די זעלבע תקופה, אדער די פאזיטיווע קודם און די נעגאטיווע שפערע ווען ער איז נחמץ געווארן?
איי געס כ'על דארפן אויסווארטן מיט געדולט

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:39 pm

· #316563
איך גלויב נישט אז גלייך נאכ'ן פטירה פונ'ם נוב"י איז שוין געווארען שוואך. מ'האט נאך נישט אנגעהויבען די משכילים עפאכע, דער האמבורגער מרידה איז נאך נישט געשען און פראנקפורט האט נאך געהאט א הפלאה מיט א ר' נתן אדלר (און רוו"ה) ווי אויך נאך גרויסע רבנים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פרייוויליג » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:43 pm

· #316564
בילד פונעם גאון:
<a class="postlink" href="http://onthemainline.blogspot.com/2009/04/rarely-seen-images-of-shir-r-solomon.html?m=1">http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... n.html?m=1</a>

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:58 pm

· #316570
ליטוואק פון בודאפעסט
איך גלויב נישט אז גלייך נאכ'ן פטירה פונ'ם נוב"י איז שוין געווארען שוואך. מ'האט נאך נישט אנגעהויבען די משכילים עפאכע, דער האמבורגער מרידה איז נאך נישט געשען און פראנקפורט האט נאך געהאט א הפלאה מיט א ר' נתן אדלר (און רוו"ה) ווי אויך נאך גרויסע רבנים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


ער איז געווארן דארט רב נישט גלייך נאכן נוב"י נאר בערך 50 יאר נאך דעם נוב"י'ס פטירה, אין די יארן איז געשעהן די טויש אז ער האט געקענט ווערן דארט רב.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 8, 2016 2:43 am

· #316591
אנאנים: איך גיי דא שרייבן א קורצע, כלליות'דיגע תגובה איבער דיין הקדמה. והנה:
דאס ווארט..."משכיל" האט נישט אייביג געטראגן מיט זיך א נעגאטיווע קאננאטאציע. מ'געפונט א סאך אין די קארעספאנדענץ פון די גדולי האחרונים אז זיי רופן איינעם ..."החכם המשכיל"...דאס איז נאר געווארן אויטאמאטיש נעגאטיוו ווען א טייל פון די געלערנטע צווישן אידן און די וועלכע האבן געוואלט רעפארמירן דעם אידישן חינוך האבן זיך ארויסגעוויזן צו זיין נישט ערליך. און זיי האבן געציהלט אפצולאזן שמירת התורה ומצוות. אבער דאס ווארט אליינס איז א שבח, ווען סיווערט געזאגט אויף איינעם...!
די צוויי גדולי ישראל וועלכע דו האסט דערמאנט אז זיי האבן געשטיצט ...שי"ר...זענען געווען גענוג קנאות'דיג און קאנטראווערסיאל אין זייערע אייגענע רעכטן. אזוי אז קיינער קען נישט מסופק זיין אין זייער ערליכקייט.
איבער דעם חת"ס' קנאות ווייסט דאך א יעדער. זיין קאמף קעגן די רעפארמער איז דאך א טייל פון די אידישע היסטאריע.
און ר' עקיבא יוסף שלעזינגער'ס קנאות און פרומקייט איז דאך געווען באוואוסט אין די גאנצע געגנט וואו ער האט געוואוינט. און ער איז געווען זייער פעסט אין זיינע מיינונגען. ער האט נישט געזוכט צו זיין פאפולאר. נאר ער האט געטון וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג.
ס'איז באוואוסט דער פאל ווען ער האט איינגעזאמלט א בי"ד און לויט זייער פסק האט ער געבלאזן שופר אום ר"ה שחל להיות בשבת. כאטש זייער א סאך רבנים האבן איהם פארדאמט און ער האט געליטן רדיפות.

יהושע חיים » פרייטאג יאנואר 8, 2016 2:06 pm

· #316648
מער געוואגט איז געווען ווען ר עקיבה יוסף איז ארויס קעגן דער אונגארישע כולל (און אלע כוללים בכלל)
ער האט דאנסמאל געדארפט (פאר זיין אייגענע סעפטי וד"ל) ארויס גיין פון די אידישע פערטל אין אלט שטאט און גיין זיך באזעצן ציווישן זיינע אראבישע געשוויסטער קינדער

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נהורא נפישא » פרייטאג יאנואר 8, 2016 3:08 pm

· #316657
Litvak, you lump together Rabbi Wolf Heidenheim with Rabbi Nathan Adler and Rabbi Pinchas Horowitz, as if Reb wolf was a conservative Rabbi, an old-time rov. The fact is that Reb wolf was already a modern scholar, he wasn't a rov at all, I'm not sure if he identified himself with the Hascalah, but he was certainly not one who fought against them, nevertheless Rabbi Mosha Sofer spoke highly of him.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 8, 2016 3:48 pm

· #316668
נהורא נפישא
Litvak, you lump together Rabbi Wolf Heidenheim with Rabbi Nathan Adler and Rabbi Pinchas Horowitz, as if Reb wolf was a conservative Rabbi, an old-time rov. The fact is that Reb wolf was already a modern scholar, he wasn't a rov at all, I'm not sure if he identified himself with the Hascalah, but he was certainly not one who fought against them, nevertheless Rabbi Mosha Sofer spoke highly of him.

N.N.: I have no first hand historical knowledge of the personality of Reb Wolf Heidenheimer. But if Reb Moshe Sofer, the Rav of Pressburg and the author of many books spoke highly of him, Reb W.H. did not belong to the Reform or Conservative movement...!

אחד העם » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 6:32 pm

· #316679
berlbalaguleh
נהורא נפישא
Litvak, you lump together Rabbi Wolf Heidenheim with Rabbi Nathan Adler and Rabbi Pinchas Horowitz, as if Reb wolf was a conservative Rabbi, an old-time rov. The fact is that Reb wolf was already a modern scholar, he wasn't a rov at all, I'm not sure if he identified himself with the Hascalah, but he was certainly not one who fought against them, nevertheless Rabbi Mosha Sofer spoke highly of him.

N.N.: I have no first hand historical knowledge of the personality of Reb Wolf Heidenheimer. But if Reb Moshe Sofer, the Rav of Pressburg and the author of many books spoke highly of him, Reb W.H. did not belong to the Reform or Conservative movement...!

האט מיר געקאסט א לאך.

אויבערלענדער חכם » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 6:38 pm

· #316681
[ציטאט אראפגענומען]

ווי אויבען דערמאנט איז ער נישט געווארען רב אין פראג גלייך נאכ'ן נודע ביהודה. מען קען אויך צולייגען אז ער איז געווען גענוג לינק אז אין געוויסע ענינים (ישעיה ב) האבען אפילו משכילי הדור נרתע געווארען פון זיין השכלה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 6:43 pm

· #316684
If we have degenerated to English, far be it from me to ignore the zeitgeist.
I understand that rabbi heidenheim was more 'with it' than the staunchly conservative Sofer (of the many seforim fame), yet if we are to consider the haskalah of frankfurt society through the lens of Heidenheim, we are far from any real haskalah, and even further from that of Rappaport. The fight against Adler (the private teacher of him of seforim fame), that was principally run by Heidenheim was along the lines of community hegemony, with Heidenheim denouncing 'innovations' of Adler with the stridency of the anti-reform voices.
That being said, I did place his name in brackets to hint at a possible erosion of classic orthodoxy in the Frankfort society, with the barriers far from that of the Hamburg total collapse of any Jewish religious standards.
בערעלע איז געליידענט צו טייטשען אויף אידיש

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:37 pm

· #317055
ליטוואק פון בודאפעסט
If we have degenerated to English, far be it from me to ignore the zeitgeist.
I understand that rabbi heidenheim was more 'with it' than the staunchly conservative Sofer (of the many seforim fame), yet if we are to consider the haskalah of frankfurt society through the lens of Heidenheim, we are far from any real haskalah, and even further from that of Rappaport. The fight against Adler (the private teacher of him of seforim fame), that was principally run by Heidenheim was along the lines of community hegemony, with Heidenheim denouncing 'innovations' of Adler with the stridency of the anti-reform voices.
That being said, I did place his name in brackets to hint at a possible erosion of classic orthodoxy in the Frankfort society, with the barriers far from that of the Hamburg total collapse of any Jewish religious standards.
בערעלע איז געליידענט צו טייטשען אויף אידיש

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: איך בין א ארץ ישראל'דיגע איד. איך קען נישט אמעריקאניש...!
BTW: You did NOT Capitalize a proper noun...the name ...Heidenheimer.... 😂 🙄

נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:08 pm

· #319399
ר' שאול לעווין איז גאנץ אן אינטערסאנטע פערזענליכקייט אויף צו באשרייבן, א באהאלטענע משכיל, נאך זיין טויט האט מען אפגעפונען באמתחת כתביו אסאך השכלה'ישע געשרייבעכצער, בעיקר באקאנט אלס דער ארויסגעבער פון שו"ת בשמים ראש, און זיינע הערות מיטן נאמען כסא דהרסנא, אנגעבליך תשובות פונעם רא"ש און נאך ראשונים, ווי ער ריקט דארט אריין פיינע סחורה, אגב ער האט ארויסגעגעבן דעם חיבור אקעגן דעם תורת יקתואל בעילום שם, אונטערן נאמען עובדיה ב"ר ברוך, זיין טאטע האט זיך זייער אנגענומען פאר אים ביי אלע זיינע קאנטערווערסיעס.
דרך אגב פארוואס שר"י פאר גייגער, און וואס איז מיט שפינאזא, אויב שרייבן מיינעך קומט דאס נאר פאר אזעלעכע ווי היטלער ודומיו
נישט דער אמסטערדאמער רב ר' שאול מורטירה האט ארויסגעגעבן דעם חרם אקעגן שפינאזא ?

נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:39 pm

· #319404
איבער שר"י בין איך מחולק, אבער דאס וועל איך לאזן פאר א צווייטע מאל.

ירא שמים » זונטאג פעברואר 21, 2016 1:24 am

· #322112
סדא צו באקומען זיינע ספרים ערגעץ אנליין?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:08 am

· #322139
אז דער עולם איז אינטרעסירט אין א געדרוקטע קאפי פון די ספרים, מיט א ווייכע טארבעל, פאר בערך $12-$15, זאל מען זיך איינמעלדען. טאמער ס'איז דא א פארלאנג, קען איך עס ארויפשטעלען אויף עמעזא"ן, אזוי ווי איך האב געטוהן דא.

יואב » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:30 am

· #322144
שש, דאס שרייבן אין קלענערע חלקים און מיט אביסל לופט צו אטעמען אינצווישן, איז הפנים פאר מיר א געוואלדיגע זאך. איך האב נישט קיין סך צייט אינמיטן וואך, אבער א שטיקל דא און א שטיקל דארט קען איך אריינשטופן. ווען איך פלעג זען דיינע ענדלאזע ארטיקלען פלעג איך קלערן: יעצט אויף דער מינוט האב איך נישט קיין צייט, דאס פאדערט אביסל מער קאפ צו לייענען, כ'וועל ליבערשט קוקן אין פארברענגען אפטיילונגען, וכשאפנה אשנה. ווייטער ברויך איך דיך נישט זאגן אז פון יענעם שמא איז געווארן א ברי. קיפ איט אפ

אויבערלענדער חכם » מאנטאג מערץ 28, 2016 10:04 pm

· #326649
[ציטאט אראפגענומען]

1. עס דאכט מיר אז ער האט געהייסען 'ר' שאול ברלין'.
3. ניבא @אנאנים ולא ידע מה ניבא: דער אונטערשייד צווישען פונקט די ביידע [גייגער און שפינאזא] באשרייבט שי"ר אין איינער פון זיינע בריווען צו שד"ל (אגרות שי"ר עמוד 218) וזל"ק, עוד אחד אשר בשם ישראל יכונה וגם רב יתקרי, ולא מזה ומזה יש בו רוח חיים, הוא המנגן בכנור [גייגע"ר בלשון אשכנז] אשר אמר [בחיבורו 'אורשריפט' וכו'] אין לו חלק באלקי ישראל... יקרא בקול גדול לאנשים אבותיכם ומוריכם רימו אתכם, והתורה הזאת הנקראה תורת משה רובה מזמן מאוחר כאלף שנים אחרי זה משה האיש... ועוד תשוב תראה תועבה גדולה מאלה... כי במקום אחד מחיבורו הוא סובב והולך להכניס מצוה חדשה בתורה, והיא להקריב קרבן אדם, ולהבעיר באש כל פטר רחם גם באדם..... וכל הרואה נבלותו ואמר לא נהיתה ולא נראתה כזאת למיום נשמע שם ישראל בתבל, שימו לבכם עליה עוצו ודברו! ואם לא ידבר שום רב נגדו, מה יאמרו אנשי דור הבא, בנים יולדו? הרבנים של דור העובר פשטו בגדי הרבנות מעליהם, והראו לכל כי אין תורה ואין מצוה.... והנה גם שפינאצא ברוך יהיה נגד זה הארור, איש אשר רוב ימי חייו היה יושב בדד ודבר אין לו עם אדם, ואף כי עם עדה או גם אדם מישראל, היה רושם לעצמו ספיקותיו ודמיוניו המלאים שגיאות, והוא לא ידע ואשם כי דמיונו התעהו מני דרך וכדי בזיון וקצף גם על זה. אך זה המנגן בכנור רימה עדתו......

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 28, 2016 10:09 pm

· #326651
אינטערסאנט.
דרך אגב זענט איר אפשר באקאנט אויב אזא איינער ווי רשר"ה שרייבט אמאל אויף א יחיד, שר"י ?

אויבערלענדער חכם » מאנטאג מערץ 28, 2016 10:25 pm

· #326660
יחס שי"ר לרנ"ק לאחר מותו
[ציטאט אראפגענומען]

מערקווערדיג צו דערמאנען אז אין א בריוו צו שד"ל שרייבט שי"ר (אגרות שי"ר עמוד 123) אז "דרכך [של שד"ל] נגד הרב החכם הגדול ר' נחמן הכהן ז"ל לא ישר בעיני... והוא איננו אתנו עוד... ולמה תעציב נפשות בנניו היקרים אשר לא חטאו לך.... לא ערבתי את לבבי להוציא לעיני השמש דבר בזיון וקצף כאלה על גבר גדול בשם ובמעלה כמוהו..... עכ"ל. און נאכדעם וואס ער נעמט זיך אן פאר רנ"ק, לייגט שי"ר צו "ולוא ידעת את אשר היה ביני [שי"ר] ובינו [רנ"ק] איזה זמן לפני מותו, אולי השתוממת איך יכולתי לזכור רק את הראשונות [די גוטע צייטען] ולכסות על האחרונות [די שלעכטע צייטען] אחרי כסהו עפר. אין א שפעטערדיגע בריוו צו שד"ל (אגרות שי"ר עמוד 125 מכתב יז ב' ויחי ז' טבת תר"ב) בעט שי"ר זיך ביי שד"ל אז ער זאל שרייבען מיט מער כבוד וועגען רנ"ק. ער זאגט עם אז ער זאל עם רופען 'הרב החכם' און נישט בלויז 'הר"ר'.

דעת תורה » מאנטאג מערץ 28, 2016 10:29 pm

· #326661
Welcome back אויבערלענדער

אויבערלענדער חכם » מאנטאג מערץ 28, 2016 10:36 pm

· #326663
[ציטאט אראפגענומען]


אין א בריוו צו שד"ל (אגרות שי"ר עמוד 49) רעדט זיך אפ שי"ר זייער שטארק אויף די רדיפות וואס ער האט געליטען פון דער ישועות יעקב און זיין זוהן וזל"ק, אכן הרב אב"ד דפה ובנו עשירי כסף ועי"ז ג"כ מטילי אימה על כל בעלי מו"מ פה לחמו נגדי בפרסום רב... והנה המה מחזיקים בריבם עמדי זה שבע עשרה שנה ולא חדלו מאז ועד עתה מרדוף אותי ומהשפיל כבודי. ותודה לא-ל לא יכלו לי עד אשר שמו אל לבם בעת להיות יורדים לחיי בפומבי ואני לא עשיתי להם מאומה רק מאשר יודעים הם כי לא דרכיהם דרכי בעניני הדת. כי ידם עם כת החסידים המרשעת. בכל משך השנים ההם לא ראיתי פניהם ולא דרכתי על סף ביתם [בשגם רוב גדולי ארצי המה ממכירי ואוהבי ויכבדוני גם כן לבא אל ביתי] כי יראתי פן יכלימוני ברבים ... ובאתי פתאום אל היכלם, והמה משתאים מחרישים לי ואשאלה בקהל רב מה חטאי ומה פשעי כי דלקתם אחרי? ולא יכלו לענות כי נבהלו מפני. ואחרי זה נחבאו עמי חדר בחדר ואתוכח עמהם רוב היום, ולא ענוני על אחת מני אלף. סוף דבר בושו לצאת עוד לקראתי ביד חזקה... אך עוד לא יחדלו אלה החנפים המתחסדים אשר הבן גם בעל מדות רעות ומגנונות מאד...

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 28, 2016 10:59 pm

· #326665
[ציטאט אראפגענומען]

איז אזוי, איך האב צוויי השערות, איינס
אז רשר"ה וואלט נישט געשריבען שר"י אויף קיין אדם פרטי, נישט בימיו און נישט מדורות הקודמים.
פארוואס בין איך דאס משער, ווייל איך האלט אז רשר"ה איז געווען גענוג קלאסיש נישט צו שרייבן אויף דעם סגנון.
יעצט היות אז איך קען נישט פעסטשטעלן דאס אלס א פאקט, דערפאר פרעג צו עכ"פ אלס א פאקט איז דאס בכלל אמת.
השערה ב': בהנחה אז ער האט טאקע קיינמאל נישט געשריבען, בין איך משער אז דאס איז געווען מכח זיין קלאסישקייט, קיינמאל נישט צו שרייבן קללה ווערטער וועגן יענעמ'ס גלויבן.
די השערה האלט איך נאך אלס, כאטש דו טענה'סט אז דאס האט ער געטאן אלס פראקטישקייט, נישט מכח זיין איבערצייגונג, וואס איך האלט אז אוודאי ביזטו גערעכט אז ס'נישט פראקטיש אויך נישט, די שאלה איז נאר פארוואס אונגארישע קנאים, האבן נישט געכאפט אז ס'נישט בייהילפיג, און דוקא רשר"ה ודומיו, האבן יא דאס תופס געווען.
דאס וואס שי"ר שרייבט אויף גייגער, איז נישט קיין חידוש, ער איז בכלל נישט געווען קלאסיש, ער איז געווען א איש ריב ומדון, ובכלל לויט די מקורות איז נישטא קיין שום חילוק לגבי שר"י פון גייגער ביז שפינאזא, דאס איז זיין פערזענליך געפיל. מיין פערזענליך געפיל איז אז מ'שרייבט נישט אויף קיינעם שר"י נאר אויף רוצחים ומושחתים וכדומה, און ןוי איך האב שוין אויפגעוויזן איז דאס בכל אופן לויט קיינעם קיין חיוב, ס'נאר א געוויסע המלצה

אויבערלענדער חכם » מאנטאג מערץ 28, 2016 11:01 pm

· #326666
[ציטאט אראפגענומען]

די הצעה וועגען א רבנות אין אשכנז דערמאנט שי"ר אין א בריוו (אגרות שי"ר עמוד 230 אגרות מד) וזל"ק, בימי המצוק האלה נשלחה לי אגרת נחמה מהאדון דאקטאר צונץ מברלין שמה יודיעני כי נמצאו לי אוהבים בארץ אשכנז המתאמצים למעני להכין לי משמרת הרבנות בעיר נכבדה..." שי"ר בעט פון שד"ל ער זאל עם העלפען און דערמאנט ערטער וואו מען קען זעהן זיין כוח אין פלפולא דאורייתא אין זיין כתבים, בתוכם זיין הערות אויפן אבני מילואים "שם בסופו נדפסים ממני כמה חידושים בתלמוד ופוסקים מושכלים וקרובים לאמת תודה לא-ל".
אבער איך קען נישט גלייבען אז ער האט נישט געקענט רעדען דייטש. אפשר קענט איר מגלה זיין וואו איז די מקור פון די ידיעה. הגע בעצמך איינער וואס האט זיך געלערענט לאטיין און נאך אסאך שפראכען, זאל נישט קענען רעדען דויטש, וואס כמעט יעדער איד האט געקענט!
די סיבה פארוואס ער האט נישט געקענט ווערען רב אין טריעסט באשרייבט ער מיט אסאך דיטאלען, און פון דארט איז אויך מוכח אז דויטש וואלט נישט געווען זיין פראבלעם וזל"ק (אגרות שי"ר 238), בדבר הרבנות מטעריעסט מר לי מר כי הוספת תנאי שאי אפשר לי לקיימו בארצי זאת, אשר חכמת הפילוספיה תדרש רק בבתי בלמוד שלהם [דאס מיינט מען מוז זיך לערענען אין די אוניברסיטה], אחרי למד אצלם התלמיד מקודם כל הששה קלאססין [classes] לאטיין [Latin] ג"כ רק בהיכליהם, ואיש אשר למד בביתו כמוני [דאס מיינט אז ער האט זיך געלערנט לטין] היום לא ינוסה מהם בשום אופן ולא יקבל כתב עדות לעולם... וגם בלעדי לבוש נכרי לא יאסף איש אל ביתם [מיט אידישע מלבושים קען מען נישט גיין אין אוניברסיטה], ומה אעשה איפה היום? אני אשר הגעתי לשנות העמידה, ואם אשנה בגדי אהי לשנינה בעיני בני עמי.... וכמצחק יהי האיש פה בעיני זולתו אם למען יוכל להעשות בימים הבאים רב ומורה יהיה מתחלה סורר ומורה לגלח זקנו וללבוש מלבוש נכרי והעושה כזאת כבר ביזה את כבודו בעיני ההמון.... כי למוד לשון איטלקי הוא הנקל בעיני מאד לקרוא בה ידעתי. ובמעט שקידה למדתי גם לדבר, ושבתי שנים או שלש ירחים באצרך הספיקה לי לדבר כאנשי הארץ, עכ"ל.

אויבערלענדער חכם » מאנטאג מערץ 28, 2016 11:07 pm

· #326667
חינוך בנו
עס איז כדאי צו דערמאנען אז שי"ר שרייבט אין א בריוו (אגרות שי"ר עמוד 229) די סיבה פארוואס ער האט נישט געשיקט זיין זוהן צו א שולע צו לערנען שפות העמים וזל"ק, בני דוד יחי' וישכיל איננו לומד לשון זר בשום בית ספר אשר לעמים [ואצלנו היהודים לא נמצא בית מיוחד ללמוד לשונות וחכמות] כי פחד אפחד פן ידיחוהו רעיו ההולכים שמה אשר אין עושה טוב בהם אין גם אחד. ועיקר למודו כעת הוא בגמרא ופוסקים. ואני לומד עמו בכל יום בבקר השכם טור יו"ד עם ב"י וש"ע עם ט"ז וש"ך. והוא בעצמו יש לו ידיעה בלשון אשכנז [עי' לעיל] ומתיגע לשעות בלמוד לשונות אחרות, עכ"ל.

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 6:01 am

· #326683
[ציטאט אראפגענומען]

שעפעלע, כ'האב קלאר געזאגט אז מיין השערה איז געבויעט איבער מיין הבנה אויפן מהות און כאראקטער פון רשר"ה זעלבסט און נישט פון עפעס א ראיה מוכחת ווי כאילו אז טאמער מ'געפינט נישט אז רשר"ה זאל זיך באנוצן מיט דעם שפראך מוז דאז זיין די איינציגסטע סיבה, און ס'קען נישט זיין נאך א סיבה, אז דו קומסט פריש מחזק זיין דיין פריערדיגע הסבר, הגם איך ווייס אז דו באציעסט זיך צו מיין הערה פון ארויסברענגען די קאנטראסט פון די אונגארישע קנאים, מוז איך דאס מדגיש זיין, אז כ'האב קלאר געזאגט אז דו סיבה אז רשר"ה האט זיך געדארפט פירן דיפלאמאטיש איז אויך אמת.
והעיקר, איך האב געמיינט אז עכ"פ מיט די סברא אז רשר"ה האט זיך געדארפט פירן דיפלאמאטיש בין איך איינשטימיג מיט די זעלבע מכוון, דערווייל האסטו א מאדנע מכוון אין די ווערטער, כאילו אז ווייל רשר"ה האט געוואוינט אין דייטשלאנד און ער איז אין די זעלבע מדינה, ממילא טאמער וועט ער שרייבן שר"י אויף די מנהיגי תנועת הריפורם וועלן סתם די עמך אידן ווערן פערזענליך באליידיגט, ער האט עפעס דען געוואלט מחזיר זיין גייגער למוטב אז ער האט געדארפט שרייבן שיין צו אים, און וואס איז נאכדעם וואס רשר"ה האט געמאכט א טיילונג, צן וואס האט ער געדארפט כאילו שרייבן מיט איינגעהאלטנקייט.
צווייטענס האט נישט דען אין אונגארן אויך געבוזשעוועט די רעפארם באוועגונג, אז לויט דיין סברא וואלט מען אויך דארט געדארפט נזהר זיין וויאזוי די מלחמה ווערט געפירט (עי' ערך אהרן חורין)
נאך מער, דאס פארענטפערט נישט פארוואס רשר"ה וואלט נישט געשריבען שר"י אויף כופרים פון פריערדיגע דורות ווי כ'האב קלאר דאס אויך מדגיש געווען.
צוריק צו די דיפלאמאטישע סברא, איך האב געהאט גאנץ אן אנדערע מכוון אין די ווערטער, אז וויבאלד פארן דייטשן איד איז אין יענע השכלה עפאכע, געווען פרעמד די סארט קללות, און איז נישט געווען אטראקטיוו, ממילא איז דאס נישט געווען בייהילפיג, אפגעזען צו ער באליידיגט איינעם פערזענליך. משא"כ די אונגארישע קנאים האבן זיך געהאדעוועט אין א פלאץ ווי זיי האבן נישט געהאט די זעלבע מיינד-סעט ווי די דייטשע אידן אין דעם הינזיכט

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 7:09 am

· #326686
לאמיר איין מינוט רעדן פון היינט צוטאגס, געדאנקן וואס זענען געווען בגדר חידוש ביים אויפקום פון די אינלייטמענט זענען היינט פון די זאכן וואס זענען פשוט בתכלית הפשטות, היינט צוטאגס אין די מערב וועלט, איז דאס שעלטן א צווייטן נאר וועגן יענעמ'ס אמונות נישט אקצעפטירבאר, עד כדי כך אז מ'קריגט דערפאר דעם באליידיגונגס טיטול "פונדאמענטעליסט", פאר יעדען בר בי רב דחד יומא פון די פאבליק סקאול סיסטעם איז עס א דבר פשוט.
ס'גרינגער צו רעדן פון גייגער און דאס נישט צו כאפן, דערפאר לשם המחשה, איז דא איינער אינעם היינטיגן דור, וואס דו וואלסט גענוצט דעם קללה שר"י נאר פארן האבן א אמונה מיט וואס דו ביזט מחולק.
וואלט געפאסט צו שרייבן אויף היינטיגע רעפארם ראבינער שר"י.
וואלטסטו געשריבען שר"י אויף גרשם שלום וואס האט מגשם געווען תורת הקבלה.
וואלסטו געשריבען שר"י אויף זלמן שכטר

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 29, 2016 7:28 am

· #326689
[ציטאט אראפגענומען]

זיין ברודער שלמה הירשל איז געווען טשיף ראביי אין לונדון 1802-42. אגב זייערע טאטע האט אויך געדינט אויף רבנות שטעלע אין די great synagogue of London עט סאם פוינט אין זיין לעבן. אלזא הירשל, לעווין און בערלין איז אלץ איין פאמיליע. דאס קומט לכאו' פון דעם אז אביהם'ס נאמען איז געווען הערשל לעווין וכבודו בברלין. האט שאול, צו היטן אויף זיין אנאנימעטי זיך דערפאר ארומגעשפיהלט מיט זיין נאמען, ווי מזעהט היינט ביי אנדערע וד"ל? אפשר.

ערגעץ האט שוין יאיר דערמאנט זיין קונטרס און פאשקעוויל - כתב יושר. דאס האט ער מחבר געווען אין רעספאנס צו די דברי שלום ואמת שערורייה וואס נה"ו האט דאס אנגעווערטשאפט. כתב יושר האט געזאלט צוזיין א שמועס צווישן צוויי אידן אין וואס איינער פרובירט דעם אנדערן איבערצייגן אז דער קונטרס איז נישט באמת דאס שאנדבלעטל ווי ס'קוקט אויס אויבן אויף נאר דאס איז אלץ הויכע רזא דרזין. דערמיט חוזקט ער אפ פון ביידע - די קאמף פון די מסורתיים קעגן רנ"ו און זייערע עולם'ס אמונה עיוורת אין די מיסטיקס.
איך פארשטיי נישט פ"וו שש קוקט שאול'ן אהן ווי א מאדארעיט. צוריקוקענדיג האט ער לכאורה נאך סך גרעסערע חרבנות אנגעמאכט ווי די לינקערע וולפסון, אייכל און אפ' פרידלענדער. פאר זיין פערווערסיטי פאסט זיך אים אן ארט צוזאמען מיט זיין שותף לדבר עבירה דער נאטאריעס יצחק סאטאנאוו - מיין פעיוואריט.



Sent from my SM-G903F using Tapatalk

דעת תורה » דינסטאג מערץ 29, 2016 9:03 am

· #326695
שש, א מקור צו די קביעה אז נעאאלאגן זענען 'קאנסערוואטיוו'? ס'איז אינו דומה די רעפארם אין אמעריקע צו די פון דייטשלאנד, און די אונגארישע רעפארם צו די אנדערע. אבער מיט קאנסערוואטיזם, בשיטה, במהות ובפועל, האט עס זיכער נישט.

און אהרן חארינער ווייס איך ניטאמאל צי ער האט נאך געלעבט ווען עס האט זיך עטאבלירט די נעאאלאגן ווס. ארטאדאקסן. ער איז געווען א געהעריגער רעפארמער לכל דבר, זיך באטייליגט ביי די קאנגרעסן און מסכים געווען אויף זייערע עקסטרעמסטע שיטות, אריין גערעכנט דאס אפשטופן שבת אויף זונטאג. כאפ א בליק אויף זיין וויקיפעדיע בלאט און וועסט ערשטוינט ווערן.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 29, 2016 1:04 pm

· #326714
אנאנים: איך וויל דא קאמענטירן איבער דיין הודעה פון היינט 6:25 אינדערפריה. דו ביסט אלעס מסביר בטוב טעם ודעת. נאר איך דינג מיך מיט דיר איבער א דעפינישן (מיינע עלטערן זענען געקומען פון אונגארן. און כ'האב א סאך געהערט די ..."טערמס"...נעאלאגן, וכו'.
ובכן. די נעאלאגן זענען געווען די רעפארמער. די קאנסערוואטיוון האט מען גערופן שטאטוס קווא. דאס איז דער אפטייטש פון קאנסערוואטיזם אויף לאטייניש...!
נאר (מסתמא איז דאס איינס פון די סיבות פון די צומישעניש) די נעאלאגישע קהילות אין אונגארן זענען געווען אויף די רעליגיעזע דרגא פון די קאנסערוואטיוון אין דייטשלאנד. נישט קיין גויים גמורים, ווי די רעפארמער...! כנלענ"ד...!

An Etymological elaboration:... NEO-LOGUE = New Religion; STATUS-QUO = The Status stands/remains (The same) = Conservative. )Ideologically)

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 2:08 pm

· #326726
בערל, שטאטוסקווא, מיינט סך הכל אז זיי האבן נישט געהאלטן פונעם טיילונג, אוודאי זאגט דאס אויף א געוויסע ליבעראלע צוגאנג צו אידישקייט, אבער ס'האט עכ"פ נישט צו טאן מיטן זיך מזדהה זיין מיט א געוויסע באוועגונג, נעמט למשל דעם באקאנטן ר'ירמיה לעוו די רב אין אוהעל וואס איז אויך געווען פון די שטאטוסקווע רבנים, און איז נישט נאר געווען ארטאדאקסיש, נאר היבש קנאי'ש אין געוויסע אספעקטן.

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 4:58 pm

· #326775
איך האב נישט געמיינט סאלאמאן שכטר פון די דזשואיש טיעלאגיקעל סעמינערי, נאר זלמן שכטר שלומי פון דזשואיש רינואעל.

mevakesh » דינסטאג מערץ 29, 2016 5:28 pm

· #326784
ווי איך פארשטיי שרייבט שש שרי נישט לויט די דעות פונים מענטש נאר מער אויף וואס פאר א חורבן ער האט געמאכט און אויף וואס פאר א סארט יודען ער האט משפיע געווען
זלמן שעכטער שפינאזע גרשום שלום האבען נישט געטוישט אדער אפילו געוואלט טוישען יידישקייט אויף דעם פארנעם פון גייגער

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 29, 2016 6:26 pm

· #326811
mevakesh
ווי איך פארשטיי שרייבט שש שרי נישט לויט די דעות פונים מענטש נאר מער אויף וואס פאר א חורבן ער האט געמאכט און אויף וואס פאר א סארט יודען ער האט משפיע געווען

שש, דאס האב איך אויך געמיינט לגבי ברלינער און סטאנוב.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 29, 2016 7:26 pm

· #326826
אנטשולדיגט. כבין צו אמביגיועס געווען. דאס האט גארנישט מיט דעם גייגער-שר"י שמועס. פילייכט שלא מן העניין. סתם זאג איך אז פון אונטערגרעבער זענען די צוויי אויבן אויף די ליסטע.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 29, 2016 9:01 pm

· #326856
נהורא נפישא
בערל, שטאטוסקווא, מיינט סך הכל אז זיי האבן נישט געהאלטן פונעם טיילונג, אוודאי זאגט דאס אויף א געוויסע ליבעראלע צוגאנג צו אידישקייט, אבער ס'האט עכ"פ נישט צו טאן מיטן זיך מזדהה זיין מיט א געוויסע באוועגונג, נעמט למשל דעם באקאנטן ר'ירמיה לעוו די רב אין אוהעל וואס איז אויך געווען פון די שטאטוסקווע רבנים, און איז נישט נאר געווען ארטאדאקסיש, נאר היבש קנאי'ש אין געוויסע אספעקטן.

נהורא נפישא: נו, זיכער. שמא קא מסהיד עליה. זיי האבן גארנישט ספעציעל געטון. נאר זיי האבן נישט געהאלטן אז מ'דארף זיך אפטיילן פון די רעפארמער אין אלע אספעקטן פון קהילה לעבן. אזוי ווי די תלמידי חת"ס האבן געהאלטן. אבער מיט די צייט זענען זיי אויטאמאטיש שוואכער געווארן אין אידישקייט. אבער אט דאס איז געווען די באוועגונג. אז זייער קהילה האט זיך נישט אנגעשלאסן אין די התבדלות באוועגונג פון די ארטאדאקסן.
מיין הערה איבער די מימרא פון אנאנים איז הויפטזעכליך געווען איבער די דעפינישן. נישט דווקא די מדריגה אדער לעוול פון זייער אידישקייט...!

אויבערלענדער חכם » דינסטאג מערץ 29, 2016 9:39 pm

· #326870
האם ידע שי"ר לדבר גרמנית צחה
[ציטאט אראפגענומען]


קודם כל, ווי אויבען דערמאנט האט שי"ר עדות געזאגט אויף זיך אז אויב ער וואלט געוואוינט פאר א קורצע תקופה אין איטליה וואלט ער געקענט רעדען איטלקי אזוי ווי אחד מיושב הארץ ההיא. אזא איינער האט זיכער געקענט הויכדויטש. יהיה איך שיהיה, ד"ר פיט (יום כ"ט דצמבר שנת 1839) פרעגט זיין ידיד ר"מ זקס: "הנך רואה, כי בחפצי לשאול בעצתך ע"ד משפט הרב בברלין ומעשהו בימינו אלה. האם מוכשר רפאפורט לכהונה זו? מה כחו בשפת גרמניא בדבור ובכתב?" מיר ווייסען נישט די תשובה, אבער צונץ האט מעיד געווען לטובתו אז פון שי"ר'ס בריווען קען מען זעהן אז ער האט גוט געקענט דויטש. אין די יאר תקפ"ו האט שי"ר געשריבען א בריוו צו די שרי המדינה אין גליציא מלמד זיין זכות אויפן תלמוד און ער האט עס געשריבען אין הערליכע דויטש. אין פראג האט ער געדרשנט אין דויטש, אבער מען האט מעיד געווען אויף עם אז מען האט געקענט דערקענען אז די מקור פון זיין דויטש איז געווען אידיש. אזוי האט ד"ר רוזין, זיין חבר מעיד געווען אויף עם. עס איז אויך פארהאן א בריוו פון שי"ר געשריבען אין דויטש און פול מיט טעויות כתיב. למעשה, איך גלייב נישט אז ער האט פארלוירען די רבנות נאר צוליב זיין נישט קענען דויטש. גאר שווער צו גלייבען און בכלל נישט באשטעטיקט. עס קען זיין א צירוף, אבער נישט די גאנצע סיבה.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך מערץ 30, 2016 12:06 pm

· #326958
[ציטאט אראפגענומען]


@אנאנים: פון וואו נעמט איר אז שי"ר איז געווען א יחסן עצום? ער איז געווען פון משפחת רפאפורט, אבער דאס מאכט עם נאך נישט קיין יחסן עצום. זיין טאטע איז געווען א מיטלמעסיגע תלמיד חכם און האט געטאן די שווארצע ארבייט פון זיין די אפשאצער פאר די ריגירונג כדי צו גובה זיין שטייער. קיין גרויסע ייחוס איז דאס נישט.

געלט לרחצה
מי גילה לך רז זה?

ירא שמים » מיטוואך מערץ 30, 2016 12:07 pm

· #326959
שש,וואס גייט זיין מיט דעם אשכול? גייסט עס נאך פארענדיגן?

אויבערלענדער חכם » מיטוואך מערץ 30, 2016 12:14 pm

· #326961
אשר לא ידע את יוסף
[ציטאט אראפגענומען]

מסתמא מיינט איר דער פראנץ יוסף אבער ער איז ערשט געבוירען געווארען אין 1830 און נאר געווארען קייסער אין 1848. עם האט מען גערופען 'דער חסיד אומות העולם'. די קייסער פון וועמען איר רעדט איז געווען יוזף השני דער זוהן פון מריה תריזה איז דער וואס האט איינגעפירט פארשידענע רעפארמען וכו'.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 30, 2016 1:28 pm

· #326977
אויבערלענדער חכם: ייש"כ. איך האב אייביג געוואוסט אז ס'איז דא עפעס א דיסקרעפענסי (אומבאלאנץ/סתירה) איבער די אינטרעסאנטע סיפורי מעשיות וואס דער עולם האט פארציילט מיט דעם חסיד אומות העולם דער קייזער פראנץ יאזעף (דער צווייטער) וועם די אידן האבן גערופן בלשון חיבה...אפרים יוסל...און דער זוהן פון די קייסערין די מרשעת מאריא טהערעזא...וואס די גדולי ישראל האבן געהאט מיט איהם. און איבער די השתדלות אין זיין הויף. די תקופות פון די יארן האבן נישט געשטימט. עד שבא אויבערלענדער חכם והעמידם על שתיים. אב ובנו. או סב ונכדו... 😮

אויבערלענדער חכם » פרייטאג אפריל 1, 2016 6:26 pm

· #327319
[ציטאט אראפגענומען]


ט. תולדות. דער באנד איז כולל די תולדות רבינו נתן איש רומי, רב סעדיה גאון, רב האי גאון, אלעזר הקליר, ועוד. עס איז געווען די ערשטער מחקרישע ביוגרפיה אין די הסטוריה פון עם ישראל.

היסטאריע » מאנטאג יולי 11, 2022 1:02 am

· #503951
עס איז דא מערערע ספרים וואס משכילים האבן געדריקט און עס איז דא דארט א לאנגע הקדמה פין דער שי"ר.

me smart » מאנטאג יולי 11, 2022 10:53 am

· #503966
היסטאריע
עס איז דא מערערע ספרים וואס משכילים האבן געדריקט און עס איז דא דארט א לאנגע הקדמה פין דער שי"ר.
Like which? Please name some

היסטאריע » מאנטאג יולי 11, 2022 11:42 am

· #503967
me smart
היסטאריע
עס איז דא מערערע ספרים וואס משכילים האבן געדריקט און עס איז דא דארט א לאנגע הקדמה פין דער שי"ר.
Like which? Please name some
למשל דא, א הערליכע בריוו, זיבן צו אכט בלעטער לאנג. ער טוט אדורך די ראשונים די בעלי הדקדוק, זייערע יארען. ממש שפתים ישק. איך בין נישט באקאנט מיט זיינע ספרים, קען זיין אז דער בריוו איז שוין געדריקט ערגעץ אנדרעש.

כרם זית » מאנטאג יולי 11, 2022 2:28 pm

· #503976
עס איז לעצטנס ארויסגעקומען נייע ביכל אויף שי''ר מיטן נאמען 'שיר חדש' דורך מרכז זלמן שזר נ''ע, שירו לו שי''ר חדש.

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 7:11 pm

· #513989
📎 13B71E40-36DB-420B-8330-90533B00C416.jpeg ‏הרב דר. מלך שפירא.
בלאט: 1 2