☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין איך דער איינציגסטער?...

בין איך דער איינציגסטער?...

495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

כוכב » דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:25 pm

· #213593
קיין הרהורים ברענגט עס מיר נישט, אבער איך בין מסכים סאיז א קארני וויץ און ספאסט נישט.

יואב » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:26 pm

· #225202
וואס האט נישט אין פלאן, צו שיקן ערב ראש השנה, א שנה טובה באגריסונג אויף וואטסעפפ?

וואס גייט לכאורה נישט ליינען ניינציג פראצענט פון אינקאמינג שאנעטויבערייען?

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:14 pm

· #225222
דו האסט נאך וואטסעפפ? און דיינע קינדער לערנען נאך אין די היימישע מוסדות?

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 10:39 am

· #225793
וועלכער ווען לעיקוואד שרייבט:
לעיקוואד
איז דאך פראסט נישט אמת במציאות.

איז סאמהאו משוכנע אז ער ווייסט וואס ער רעדט?...

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 11:08 am

· #225796
וואס זעהט אין די פולע-שוהלן-וואס-זאגן-סליחות-מיט-כלי-נגינה א דורכפאל אין די אונגארישע קנאישע רבנים?

petergrifin » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:16 pm

· #225811
װאס שטײט אויף פרי צו סליחות און שװערט זיך אז ס׳איז אזוי געשמאק דאס אויף שטײן פיר אזײגער פארטאגס אז איך װיל עס טון א גאנץ יאר.
(עס בלײבט בײם װעלן)

לית דין בר נש » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:32 am

· #225906
לכאורה יא די ביסט די איינציגסטע

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:44 pm

· #226264
בין איך די איינציגסטער...
וואס האלט אז הייקינד צאלט אויס קאללער׳ס קאמפיין יעדעס מאל...?

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:46 pm

· #226267
בין איך די איינציגסטער...
וואס דאווענט א עווערידש פון 6 שמו״ע א טאג אין עשרת ימי תשובה..?

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:16 pm

· #226286
וואס פאשטייט נישט היתכן א פריקען וואלענע טלית קטן קאסט קרוב צו פערציג דאללער?
רבותי, ס'א הימל געשריי, סתם גנבים, א טלית גדול קומט פיהר מאל די סחורה אין קאסט ניטאמאל דאפעלט.

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:18 pm

· #226290
אפשר איז א פריקען טלית קטן טייערער ווי א געהעריגע? בעט פאר א נארמאלע וואלענע טלית קטן ס'קאסט ארום 25.

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:24 pm

· #226294
האבן מיר א דיעל, טרעף א טלית קטן פאר 25$ אין באקומסט פון מיר 25$.
כ'רעדט נישט טאמער ס'מאכט זיך פונקט ערגעץ א סעיל, נאר רעגעלער פרייז

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:33 pm

· #226297
רעגולער פרייז ביי ראב אין מאנסי איז בערך $27

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:34 pm

· #226298
מ'קען קויפן קאטענע פאר 12 דולר, וכן נוהגין...

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:40 pm

· #226301
יין שרף
רעגולער פרייז ביי ראב אין מאנסי איז בערך $27

בערך נישט, פרעג וויפיהל א וואלנע קאסט, סייז 22~24~26 געבינדען, אין לאז וויסן טאמער ס'איז 27$

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:41 pm

· #226302
יא! ס׳איז 28.25 אינקלודינג טעקס

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:46 pm

· #226303
טאמער ביסטו גערעכט האסטו נאך א סיבה צו מאפן קיין מאנסי,
וואס שרייט ער ס'טייער דארט?

פלעין יודיש » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:12 am

· #226457
יין שרף
וואס האלט אז הייקינד צאלט אויס קאללער׳ס קאמפיין יעדעס מאל...?

און אז אמעריקא האט אריינגעקראכט אין וואורלד טרעיד סענטער
מדינת ישראל האט געהארגעט די דריי בחורים
וכו' וכו'

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 11:11 pm

· #227834
בשבילי!
אפשר איז א פריקען טלית קטן טייערער ווי א געהעריגע? בעט פאר א נארמאלע וואלענע טלית קטן ס'קאסט ארום 25.


יין שרף
יא! ס׳איז 28.25 אינקלודינג טעקס


געווען אין א געשעפט אין געכאפט א בילד פאר ענק,@יין שרף @בשבילי!
.
📎 p_00012.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 5:24 pm

· #228093
וואס האט פאביעס ביינאכט פון יואב'ס אוואטאר?

.
📎 1026.jpg

כוכב » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 5:39 pm

· #228098
וואס האט נישט קיין ד' מינים?
איך בין צו ביזי, ווער עס קען מיר ארויסהעלפן זאל ביטע קומען אין אישי. איך וואוין בעצם אין אוריגוויי, נאר ווי געזאגט, בין איך די יעצטיגע טעג אין בארא פארק.

מ גפני » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 6:06 pm

· #228102
בין איך די איינציגסטער...
וואס לייגט נישט צו קיין פינגער צו מיין סוכה, איך לאז אלעס פאר מיין בחור'ל און קלענערע קינדער

לית דין בר נש » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 6:46 pm

· #228107
מ גפני
איך לאז אלעס פאר מיין בחור'ל און קלענערע קינדער

קענסט זיי אריבער שיקן צו מיר ווען זיי זענען פארטיג ביי דיר?
איך דארף בעיקר נאר פאר הענגען די נוי סוכה

כוכב » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 7:53 pm

· #228122
<a class="postlink" href="http://i.word.com/idictionary/aroma">http://i.word.com/idictionary/aroma</a>

נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 9:18 pm

· #228152
וואס ווערט משוגע איבער די גרוך וואס קומט פאר דא #אראומע
ביי דע וועי שמעקדיג דארף ווען זיין א הויפט מחותן מיטן אראומע.

פארוואס? » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:03 pm

· #228181
וואס גייט בלייבן דא אויסגעשפילט. (אהן קיין אראומא#).
איך זעה נישט ווי אזוי דער עולם האט צייט צו שרייבן לייקן און לייענען.
איהר קויפט נישט קיין ארבע מינים? בויעט נישט קיין סוכה?

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:55 pm

· #230793
....וואס ווען אימער כ'גיי אריין אין א גוי'איש געשעפט, פון וואלמארט ביז סטעיפלס, פון בעסט ביי ביז מעסי'ס, אויב וויל איך עפעס קויפן וועל איך נישט טרעפן קיין ארבעטער פאר קיין רפואה, יעדער באהאלט זיך ערגעץ. אבער אויב קום איך אמאל אריין סתם זיך אומקוקן, דאן וואקסט ארויס יעדע ד' אמות נאך אן ארבעטער "קען איי העלפ יו, סיר"? "דיד יו פיינד וואט יו אר לוקינג פאר"?

וואט דע העק? צי האבן סיי סענסארס וואס דערשפירן וואס איך איך וויל?

קליגער אינגערמאן » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:12 am

· #233969
[ציטאט אראפגענומען]


יא די ביסט דו איינציגסטער...
מיין נישט אז די גראז איז גרינער ביי יענעם

chusid » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:55 pm

· #234477
וואס ווערט נאך איקסיידעט פין עקשאן למשל מלחמה... און ווערט אראפגעלאזט ווען ס'ווערט א פייעראפשטעל?

קאסטנער » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:37 pm

· #234520
קליגער אינגערמאן
[ציטאט אראפגענומען]


יא די ביסט דו איינציגסטער...
מיין נישט אז די גראז איז גרינער ביי יענעם

איז ער די איינציגסטער וואס רעד זיך איין אז ביי יענעם איז די גראז גרינער ??

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:54 pm

· #234535
שטאפענע קאפעליטש
האבן מיר א דיעל, טרעף א טלית קטן פאר 25$ אין באקומסט פון מיר 25$.
כ'רעדט נישט טאמער ס'מאכט זיך פונקט ערגעץ א סעיל, נאר רעגעלער פרייז

איך ווייס ב"ה נישט פון דעי צרות צו זאגן. ווייל איך האב נאר קאטט'ן טלית קאטט'ן'ס...!

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:00 pm

· #238215
וואס קייט די עסען אויף איין זייט אין די מויל?
יעצט באמערקט, כ'ווייס נישט פשט, נישט כאילו כ'האב די אנדערע זייט א שוואכע ציין,

חסיד » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:18 pm

· #238216
וואס ביים שפאצירן מיט א קאווע האלט מען די צווייטע האנט אויך אין דער הייעך?

שושן פורים » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:57 pm

· #238257
never heard of this 1

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:06 pm

· #238261
רוב מאל יא ווייל איך האלט א ציגארעטל אין די צווייטע האנט איז עס אויך אין די הייעך
אבער אויב מאכט זיך אמאל מען נעמט א קאווע אהן א ציגארעטל זעה איך נישט וואס די צווייטע האנט זיכט אינדערהייך

גנדי » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:10 pm

· #238262
וואס צינדט אן די GPS פון מיין הויז צום שול?

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:26 pm

· #238263
איך צינד אויך אהן די GPS פון דיין הויז צו שוהל

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:57 pm

· #241452
וועמען עס דאכט זיך אז 35 איז ווייטער פון 50 ווי עס איז באמת?

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:26 pm

· #241461
מיר האט זיך געדאכט אז דו ביזט ווייטער אפגעריקט פון ק''ש ווי דו ביזט באמת.. ב''ה

מילכיג » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:40 pm

· #241466
חסיד
וואס ביים שפאצירן מיט א קאווע האלט מען די צווייטע האנט אויך אין דער הייעך?

לכאורה האט דאס א פשוטע הסבר...באלאנס.

chusid » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 11:53 pm

· #242291
וואס ווערט יעצט צעדרייט ביי א קוויטל געים..?

יואב » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:35 am

· #242330
וואס דער אשכול דערמאנט מיך פון די אימעילס אויף מיין סעלפאון. ס'גיבט א בליץ אויף סיי אינעם אלגעמיינעם אימייל באקסל, און דערנאך אינעם ג'מייל באקסל אלץ אין דער זעלבער מינוט.

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:58 pm

· #242663
וואס האט נאר איין ניק?
איך זעה אין די נייע גבאי החודש אשכול ווי מ'שמועסט אין גרויסן וועגן די "צווייטע ניק" ווי ס'וואלט געווען א נארמאלע זאך דא.

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:24 pm

· #242678
וואס איבלט שוין פון תגובות וואס הייבן זיך אן מיט ''בין איך דער איינציגסטער''?
שטייציך חוץ פון תגובות אין די אשכול.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:47 am

· #242848
איך האב ספעציעלע פילן פאר איבל.

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 5, 2015 2:00 pm

· #246004
וואס האט געמיינט אז די CE לאגא איז עפעס פארבינדן מיט'ן ווערן געמאכט אין די PRC?
📎 Conformité_Européenne_(logo).svg.png
און אז מען רעדט שוין, פונקט כינע רופט זיך the People's Republic of China, צפון קאריעא רופט זיך DRPK - Democratic People's Republic of Korea, בבחינת ווי 'גוי גמור' מיינט אז פון א גוי רעדט מען זיכער 'נישט'...

שמן זית » מאנטאג יאנואר 5, 2015 3:06 pm

· #246024
וואס איך זעה נישט איך זאל זיין ספעציעל איינציג מיט עפעס?
אלעס איז ביי מיר העכסט נארמאל (אדער מיין איך אזוי עכ"פ), עס גייט מיר ווי עס גייט פאר יעדעם, עפעס איז ראנג מיט מיר?

יין שרף » מאנטאג יאנואר 5, 2015 6:51 pm

· #246076
בין איך דער איינציגסטער
וואס אויב בטעות גיב איך א לייק פאר איינעם וועל איך עס נישט אוועקנעמען?

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 7:36 pm

· #246086
טעות

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:13 am

· #252531
וואס טוט זיך נישט אן קיין קאלוטשען יעדעס מעל ס'פאלט ביי צו שנייען, און די שוך ווערן מיר טאקע קאליע, ניין איך בין נישט פויל אנצוטאן, איך בין פויל צו קויפן, איי באלד דארף איך דאך שוין קויפן נייע שיך, נו שיך מוז מען דאך.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10