☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין איך דער איינציגסטער?...

בין איך דער איינציגסטער?...

495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

דער דאס » מוצ"ש אוגוסט 6, 2016 10:23 pm

· #344709
בין איך דער איינציגסטער?...
וואס איז געווען זיכער אז מיין עונג שבת די וואך גייט זיין די נייע 'דער וועקער' ?

סיריעסלי כ'פלאץ פאר שפאנונג! ס'קומט זיכער איינס און א גוטס... כ'קען שוין נישט ווארטן מער.

פליקער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 12:55 pm

· #344889
וואס הערט נישט אויף צי ריפרעשן, אולי יחות און עס וועט זיך באווייזן 'דער וועקער',

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 1:14 pm

· #344897
ביסט ווייט פון דער איינציגסטער! ס'קומט עפעס וואס איז נאך נישט געווען אין היסטאריע..

שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 1:34 am

· #354299
וואס וויינט נישט אז שש לאזט אונז איבער?

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 1:36 am

· #354300
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
שמעון וואלף
וואס וויינט נישט אז שש לאזט אונז איבער?

פארוואס טאקע נישט? האסט נישט הנאה געהאט פון. איהם?

כלבאשבוע » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 1:56 pm

· #354324
שמעון וואלף
וואס וויינט נישט אז שש לאזט אונז איבער?

לכאורה נישט.

שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 3:14 pm

· #354334
mevakesh
שמעון וואלף
וואס וויינט נישט אז שש לאזט אונז איבער?

פארוואס טאקע נישט? האסט נישט הנאה געהאט פון. איהם?


איך האב געשריבן באריכות אבער די הנהלה האט עס געמעקט.
סייווי האלט איך אז ער וועט מסתמה מגולגל ווערן אין א צווייטע ניק

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 12, 2017 12:41 am

· #362525
וואס פלעג גרייזיג זאגן די פסוק: והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ד', אנשטאט יד ד'?

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 12, 2017 9:23 am

· #362549
ווען קומט אויס אז יעדער זאל זאגן דעם פסוק?

סאשי פיש » זונטאג פעברואר 12, 2017 11:17 am

· #362561
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
ביים זינגען די ניגון

סמבטיון » פרייטאג יוני 9, 2017 9:34 am

· #373966
ניין ביזט נישט,

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 9, 2017 3:48 pm

· #374011
שמעקעדיג


שמעון וואלף
וואס פלעג גרייזיג זאגן די פסוק: והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ד', אנשטאט יד ד'?


ווען קומט אויס אז יעדער זאל זאגן דעם פסוק?


ווען מ'דערציילט נאך וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן ביים רבין'ס טיש

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 1:12 am

· #383278
איך האב אויך געהאט אלע דיינע קשיות אויף אים. ביז אונזער חתן דינן האט געשעירט א קליפ פון דעם אומסטאבילן מייקל סעוועדזש איז מיר פלוצלינג גארנישט שווער געוועהן מעהר. אלעס איז פארענטפערט. סעוועדזש איז דאך א הייבריד פון א צומישטע עווענדזשעליקול קריסט מיט פון א פרייע פרומע קאנסערוועטיו ניו יארק ליבעראל JEW צאמגעמישט מיט טראמפס חזרת, קריס קריסטי'ס זרוע און זשוליאני'ס האלבע פארלוירענע ביצה.

דיףף און כמעט אלע פרומע חרדישע אידן האלטן דאך אז אבאמא איז עפעס א שונאי ישראל און ווידער טראמפ איז א איד ליבהאבער. למעשה איז טראמפ א ראסיסט בן בנו של א ראסיסט. ער וואלט פארברענט זעקס מיליאן אידן רח"ל נישט נאר ווייל ער האסט זיי, נאר פאר זיין איגאו אליינס. קושנער וואלט ער אפשר געלאזט לעבן אויב זיין טאכטער-ווייב איוואנקא וואלט אים געבעטן שיין און זיך געביקט צו אים.

ווידער אבאמא וואלט געראטעוועט נישט נאר אידן אין א צרה רח"ל. נאר אפילו א קאץ פון די גאס. 'דער שחור' איז דאך א מוסלים. (אזא מוסלים ווי איך א העלבראנץ געצן דינער), און ער האלט אז די ישראלים טארן נישט דערשטיקן די מיליאנען פאלעסטינער וואס זענען געשטראנדעט אונטער א אנגייענדיגע איליגעאלע בלאוקעיד וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן פאר טויזנטער יאהרן. אלזא מוז זיין אז ער איז א שרעקליכע אנטיסעמיט. ווייל אלעס וואס ביבי און די ישראלים ווילן, מוזן דאך די אמעריקאנער בעל כרחך יענה אמן. און נאכדערצו אז ער איז א שחור און טראמפ א לבן הארמי...



גיי אין יעדע מקוה מאך א אנקעטע. די אויטמאטישע רעזולטס:

טראמפ= אוהב ישראל

אבאמא=שונא ישראל

Little do they know אז טראמפ׳ס בלוט איז דורכגעווייקט פון ווייסע סופרעמיסטן און ער שטאמט פון גאר גרויסע ראסיסטישע בעיקראונד. און ער האט פיינט יעדען איינעם חוץ ווער ס׳דינט אים בלינדערהייט און טאנצט נאך זיינע משעוגעתן, גלייבענדיג יעדע ליגענט וואס קומט ארויס פון זיין מויל.

טראמפ טראמפ טראמפ

מיין מאמע טראמפ...! 😛 וואס טראמפ? ווען טראמפ?

diff » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 4:27 am

· #383281
רוב אידן זיינען הייברידס. טאטע איטאליענער מאמע אינגערישער וכו' זיידעס באבעס. בקיצור צוויי יודען דריי דיעות

מאיז געבליבן סטאק מיט די נאציס און מזעט נישט אז מיר האבן נייע שונאים

נאטירליך » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:04 am

· #383283
diff
רוב אידן זיינען הייברידס. טאטע איטאליענער מאמע אינגערישער וכו' זיידעס באבעס. בקיצור צוויי יודען דריי דיעות

מאיז געבליבן סטאק מיט די נאציס און מזעט נישט אז מיר האבן נייע שונאים

א פלעינע טראלל......

diff » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:37 am

· #383286
דער איזרעלי בלאקעיד מוז ווייטער אנגיין. אז דער וועלט זאל נישט צירוק ווערן ראסיסטיש

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:43 am

· #383287
די סופרעמיסיסט "פראבלעם" איז פין די נאציס, און דיפפ זאגט אז מען איז געבליבן סטאק מיט די נאצי פראבלעם. ער איז נישט קיין טראל, נעקסט טיים פראביר צו פארשטיין אביסל בעסער.

טראמפ איז בעסער פאר ישראל, אבאמא איז א שונא ישראל, טוען טראמפ וואלט פיינט געהאט אידען, ביליוו מי, וואלסט שוין געוויסט. ווייל אבאמא האט געמאכט א שיינע פנים, מיינט נישט ער איז א אוהב ישראל, דארף מען טאקע דערמאנען וואס ער האט געטוהן אין זיינע לעצטע טעג אין די יו ען?

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 9:59 am

· #383296
אישתישבי
די סופרעמיסיסט "פראבלעם" איז פין די נאציס, און דיפפ זאגט אז מען איז געבליבן סטאק מיט די נאצי פראבלעם. ער איז נישט קיין טראל, נעקסט טיים פראביר צו פארשטיין אביסל בעסער.

טראמפ איז בעסער פאר ישראל, אבאמא איז א שונא ישראל, טוען טראמפ וואלט פיינט געהאט אידען, ביליוו מי, וואלסט שוין געוויסט. ווייל אבאמא האט געמאכט א שיינע פנים, מיינט נישט ער איז א אוהב ישראל, דארף מען טאקע דערמאנען וואס ער האט געטוהן אין זיינע לעצטע טעג אין די יו ען?


אבאמא איז נישט קיין שונא ישראל, קיינמאל נישט געוועהן. ער איז געוועהן זייער גיט פאר ישראל ביז ביבי האט פרובירט צושטערן די איראן דיעל האבן זיי זיך פארפלאנטערט.

טראמפ איז אזוי גיט פאר ישראל ווי מעקסיקא גייט באצאלן פאר די וואנט...

די נאציס אין אמעריקע האבן זיך געהויבן די קאפ זינט טראמפ איז אין אפיס. און ער זאגט נאך אז ״ביידע זייטן״ זענען שולדיג? מיט אזעליכע ״אוהבי ישראל״ ווי טראמפ וואס ליבט אזוי שטארק איוואנקא 😮 מיט קושנער ווער דארף נאך שונאים?

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:24 am

· #383298
@שבת. פארוואס האט ביבי געבאדערט די איראנער אפמאך?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 11:38 am

· #383301
שבת אחים: ביניך דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך אויב אונזער טייערער חבר, דער נעא-אינטעלעקטואל. אדער פסעוודא-אינטעלעקטואל זעהט זאכן מיט די ראנג סייז פארגרעסערונגס גלעזער.טראמפ איז נישט אזא נאצי ראסיסט און אבאמא (און, לאמיר נישט פארגעסן פון דיין רבי'ן, בערני סאנדערס ע"ה,זצ"ל תמ"ל.) איז נישט אזא פערפעקטער אלטרואיסט. און דאס וואס די איזראעליס האלטן אן די ..."שרעקליכע"..בלאקאדע אויף די טמא'נע, רוצח'ישע הערצעלעך פון די פאלעסטינער איינוואוינערס פון עזה, זאלל דיר נישט אזוי שטארק וויי טון. ווייל דיינע וואוילע , אומשולדיגע פאלעסטינער אראבערס, ימ"ש וועללן דיך דערשטעכן אדער דערשיסן נאך פאר דו וועסט האבן א טשענס צו זאגן פאר זיי אז דו נעמסט דיך אייביג אן פאר זיי. און דו ביסט אקעיגן די פאליסיס פון די אכזריות'דיגע איזראעליס. (דעיס אז דו גייסט אין די שיטה הקדושה פונ'ם רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע האביך נישט דערמאנט ווייל דו ביסט דאך נישט רעלידזשיעס.)...!

מפוזרי » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 1:42 pm

· #383314
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
שבת אחים
. .
און ער האלט אז די ישראלים טארן נישט דערשטיקן די מיליאנען פאלעסטינער וואס זענען געשטראנדעט אונטער א אנגייענדיגע איליגעאלע בלאוקעיד וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן פאר טויזנטער יאהרן.

טויזנטער יארן? מיליאנען יאר!

#_אהבת_ישראל

שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 3:56 am

· #383370
מפוזרי
שבת אחים
. .
און ער האלט אז די ישראלים טארן נישט דערשטיקן די מיליאנען פאלעסטינער וואס זענען געשטראנדעט אונטער א אנגייענדיגע איליגעאלע בלאוקעיד וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן פאר טויזנטער יאהרן.

טויזנטער יארן? מיליאנען יאר!

#_אהבת_ישראל


פון א אידשע פרומע שטאנדפונקט:

דער הייליגער רבי דער אהבת ישראל איז ארויס זייער שארף אזויווי אלע ערליכע רבנים קעגן די רעיון הציוני. ער האט געשריבן מזאל זיך דערוואטערן פון זיי ווייל זיי ווילן אויסרייסן יעדע פארום פון אידישקייט. ער האט אסאך גערעדט און געשריבן דערוועגן. פארשטייט זיך אויב א ציוני האט זיך באוויזן ביי זיין טיר האט ער יענעם אויפגענומען מיטן גרעסטן כבוד און מכבד געוועהן פונקט ווי יעדעם איינעם, ער האט קיינעם נישט אוועקגעווארפן און מיט קיינעם זיך געקריגט אדער גע׳טענהט דערוועגן.

ר׳ חיים מאירל האט געהאלטן פונקט ווי זיין טאטע און אינטערגעשריבן יעדע קול קורא קעגן ציונים נאך אינדערהיים ווען ער איז געוועהן רב אין ווילחאויץ. ער האט טאקע געהאלטן אז די מדינה איז נישט אויסגעהאלטן ע״פ תורה. אבער היות די מדינה איז יא אויפגעשטעלט געווארן, און די צוריקהאלטונג פון אויפשטעלן א אידיש לאנד איז נישט געוועהן בידם האבן זיי געהאלטן אז די בעסטע וועג פאר די פרומע אידן איז צוזיין א חלק פון זיי, ווי למשל האבן אייגענע פרומע מאנדאטן וואס וועלן פרובירן צומאכן די חוקים און משפטים פונעם לאנד די מערסטע צו זייער זייט וואס זיי האבן געהאלטן איז ריכטיג.

שטעל דיך פאר אז די פאלעסטינער צי די ישראלדיגע אראבער וואלטן געקענט האבן דרייסיג אדער מעהר בענקעלך אין כנסת? די זעלבע האבן די פרומע אגודיסטישע רבנים געהאלטן אז דעס איז א בעסערע צוגאנג ווי די סאטמארער רב וואס האט געהאלטן אז מ׳דארף שרייען פון אינדורסן און נישט האבן די מינדסטע שייכות מיט זיי. ר׳ חיים מאירל, ר׳ אהרן בעלזער, די בית ישראל, קלוינבורגער, וכו׳ האבן געהאלטן אז מדארף זיי פייטן פון אינעווענדיג.

פון א וועלטליכע פרייע שטאנדפונקט:
די הקמת המדינה איז געוועהן א ביטערע טעות פאר די אידן. משלאגט זיך שוין דארט פון די טאג די מדינה האט זיך געפענט עד היום הזה nonstop און פאר גאר אסאך אנדערע סיבות וואס איך כהאב נישט קיין געדולט יעצט אריינצוגיין אין דעם.

קען זיין ביסט גערעכט אז די ישראלים האבן זייערע סיבות פארוואס זיי בלאוקירן. מיינט נאכנישט אז איינער וואס איז עגריט נישט מיט דעם ווערט אויטאמאטיש א שונא ישראל און אנטיסמיט, איך למשל בין א אוהב ישראל און איך בין קעגן די בלאוקיעד.

די וועלט קוקט עס אן אזוי:
די ישראלים האבן נישט קיין רעכט צונעמען מיליאנען מענטשען און זיי ארומרינגלן און קאנטראלירן פאר אזויפיל יאהרן. זיי שיסן? שיס צוריק, אזויווי זיי האבן געטוהן מיט לבנון, און אזויווי יעדער איינער האט געטוהן פאר די לעצטע דריי טויזנט יאהר. זיי קענען נישט נעמען מיליאנען מענטשען און זיי פארשפארן. ס׳ארבעט נישט אזוי. וואס זענען די אלע פאלעסטינע יונגענטליכע וואס זענען דארט געבוירן שולדיג?

די בלאוקעיד איז נישט אויסגעהאלטן. NO DOUBT דער אהבת ישראל וואלט געוועהן קעגן דעם. אידן טארן זיך נישט רייצן מיט קיינעם. ער שלאגט? גיי וואוינען קיין אמעריקע, קאנדא, בעלגיע, אוסטראליע. ווי מ׳הייבט הענד דארף מען הייבן פוס. סאיז נישט קיין שום מצוה צו וואוינען היינט אין ישראל, און מדארף זיך נישט מוסר נפש זיין פאר דעם, און מ׳מעג האלטן קעגן ״ביביס רעיון״ אויכעט. מ׳ווערט נישט אפגעפרעגט צי א אנטיסמיט דערפאר. ביבי איז נישט קיין נביא פון נ״ך. ער איז סה״כ א פראפעגאנדע מיניסטער, צי א פריים מיניסטער, מ׳מעג האלטן אז סאיז בעסער פאר ״די אידן״ אויב סאיז נישטא קיין בלאוקעיד. און אזוי האלטן טאקע זייער אסאך אידן. זיי זענען אפיקורסים? ווייל זיי זאגן אנדערש? פון וועם פונקטליך?

diff » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 4:49 am

· #383373
די גויים האבן אונז בלאקעידעד טויזענטער יארן. נאר דערפאר איז געווארן דער מדינה. יעצט ווען מיר טוהן עס, זענען זיי פלוצלונג געווארן פיינע.
דארפן מיר אלס טון אנצוהאלטען זייער געמאכטע פיינקייט

די אראבער זענען דאך אלע אנגעקומען נאכן הערן אז סגייט זיין א מדינה. און מיר טון גארנישט, אקעגען וואס זיי האבען געוואלט טון מיט אונז

גראף » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 10:59 am

· #383383
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
אבי גערעדט. ווייל אונז זענען אין גלות צוויי טויזענט פלאס יאר דארף מען מאכן א ווארשעווער געטא אויף אראבער? ס'איז דער זעלבער געדאנק גאנג ווי ענק האבן געהרגעט אונזער יוזל און פארדעם מאכען אונז שוין טויזענטער פאגראמען.
יא יעצט ווען מען זעהט נישט א וועג ארויס שרייט מען האלטס זיי אין קייטן אבער דער שנאה ווערט נאר ערגער און ערגער מיט נאו טשענס פאר שלום.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

diff » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 11:35 am

· #383384
ערשט סאיז אונזער יוזל נישט זייער

נאכאמאל נאר וועגען די פאגראמען, דארפען מיר א מדינה און ביז סווערט אנערקענט דארף זיין בלאקאדעס. זיי וואלטען ענדערש געדארפט פיינט האבן די וואס ווילן ניש אנערקענען. מ'פארלאנגט דא נישט טוישן גלויבען ווי פון אונז

גראף » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 2:43 pm

· #383403
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
איך הער, דער רבי אין חדר פלעגט פראסקענען ביז מען שרייט רוצה אני. דו מיינסט טאקע אז עס קען ארבעטען אזוי מיט מיליאנען מענטשן? דער צוגאנג צו דער ''פאליסטינער פראבלעים'' (דערמאנט דיר עפעס?) האט נישט געארבייט ביז יעצט ס'האט נאר ערגער געמאכט סאו וואס מיינט גייט געשעהן אין די נעקסטע צען צוואנציג יאר? מען דארף נישט זיין א לינקע דאס איין צו זען.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

diff » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 2:59 pm

· #383405
יא סדערמאנט מער ווי עפעס און דערפון האביך מורה. זייער ניש אנערקענען ווייזט אז דער פראבלעים איז נאך זייער ערענסט און מדארף האלטן דעם בייטש
אויך מיינ'ך אז דער רבי אין חדר האט געוויסט וואס ער טוט

מפוזרי » מוצ"ש אוגוסט 26, 2017 10:46 pm

· #383426
@שבת אחים,
זאגן אז די אידן טוען אפ אזאנס וואס די וועלט האט נאכנישט געזען טויזנטער יארן (אין אנדערע ווערטער: דער גרעסטער פארברעך אין היסטאריע), און זיך נאך דערקלערן אלס אן אוהב ישראל, איז בלויז א סטעיטמענט אויף דיין integrity.

@גראף,
ווארשעווער געטא, לא פחות?!

דאס איז אן נעמען א שטעלונג אין דער נושא.
לעצם העניין, האלט איך אויך אז דער וועג ווי מ'באהאנדלט די פאלעסטינער איז נישט יושר'דיג.
יושר דיקטירט אז מ'זאל זיך באגיין מיט די טעראריסטן מיט סאך א הארטערע האנט.

גראף » מוצ"ש אוגוסט 26, 2017 11:40 pm

· #383436
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
@מפוזרי דו פארשטייסט אליין אז נישט אלע אראבער אין עזה זענען אדער זוכען צו זיין טעראריסטן. (דער "נישט אלע מוסלעם'ס זענען טעראריסטן אבער אלע טעראריסטן זענען מוסלעם'ס קומט נישט אריין דא.)
אויב האלט איר אזוי דעמאלסט איז דער בלאקאדע נאר עפעס וואס איז גוט אויף יעצט אבער עפעס וואס מאכט עס ערגער פאר דער צוקנופט. ווי מען זעהט למעשה אז וואס לענגער עס ציט זיך ווערן דער פארהאנדלונגן שווערע און שווערער.
טאמער האלט איר אנדעריש דעמאלסט וואס איז דער חשבון? ביי א געוויסע פונקט גייט עס פלאצען. זייער פאפולעישן וואקסט און דער אינטערנאציאל געמיינדע גייט עפעס טיען דערוועגן. אפילו אמעריקע'ס דעת הקהל טוישט זיך און א שיין חלק פון דער יונגערע פאלק איז מער נוטע צו דער פאלעסטינער צד ספעציעל די מינארעטען.


Sent from my XT1096 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:37 am

· #383444
אין תרופה למכה זו.

אפשר ווען מען קען אין די שטחים קאנטראלירן די סקול סיסטעם, און אזוי ארום אויפציען א דור פין אראבער וואס זענען נישט אזעלכע וואס זענען ראדיקאל, אדער א שטאפעל אוועק פין ווערען ראדיקאל, קען זיך די מצב טוישען אין פערציג יאר.

לעת עתה קען מען זיי נישט לאזען פאר זיך, ווייל די טעראריסטן נעמען די מאכט, און ווען מען קאנטראלירט זיי צו פיל ווערען זיי אויך ווילד. ואין תקופה למכה זו, יעדער ווייסט דאס לינקע רעכטע מיטלער, קענסט פראבירן צו זיין נייס, שטרענג, הארטער ווייכער, נישט קיין חילוק, זיי ווילען זעהן די מדינה א אראבישע.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:07 am

· #383448
גראף
אבי גערעדט. ווייל אונז זענען אין גלות צוויי טויזענט פלאס יאר דארף מען מאכן א ווארשעווער געטא אויף אראבער? ס'איז דער זעלבער געדאנק גאנג ווי ענק האבן געהרגעט אונזער יוזל און פארדעם מאכען אונז שוין טויזענטער פאגראמען.
יא יעצט ווען מען זעהט נישט א וועג ארויס שרייט מען האלטס זיי אין קייטן אבער דער שנאה ווערט נאר ערגער און ערגער מיט נאו טשענס פאר שלום.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

גראף: במחילת כבוד תורתך הרמה האסטו א טעות. די פאלעסטינער אראבערס ווערן נישט געהאלטן אונטער א טיילווייזע בלאקאדע אין עזה אלס נקמה פון אונזער ליידן אין גלות. נאר דאס איז געמאכט צו פארהיטן אדער פארמינערן פון אן עכטע, רעאליסטישע און יעצטיגע סכנה. ווייל די פארשאלטענע רוצחים פון אידישע קינדער רוען נישט איין . און די געלט און רוי מאטעריאל וואס זיי באקומען אריין נוצן זיי אויס אויף צו פיהרן מלחמה אקעיגן מדינת ישראל און די אידישע באפעלקערונג. און דע המון עם הונגערט. און זיי האבן נישט קיין עלעקטריציטעט און סאניטארישע באדינגונגען. פארשטייצעך. נאכ'ן אוועקגנבנ'ען און אוועק רויבן די מערסטע געלטער און רעסורסן וואס ס'קומט אריין. אויך איז די בלאקאדע נאר א טיילווייזע. ווייל מדינת ישראל לאזט אריין עסנווארג און מעדיצינען...!

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 27, 2017 9:00 am

· #383455
מפוזרי
@שבת אחים,
זאגן אז די אידן טוען אפ אזאנס וואס די וועלט האט נאכנישט געזען טויזנטער יארן (אין אנדערע ווערטער: דער גרעסטער פארברעך אין היסטאריע), און זיך נאך דערקלערן אלס אן אוהב ישראל, איז בלויז א סטעיטמענט אויף דיין integrity.

@גראף,
ווארשעווער געטא, לא פחות?!

דאס איז אן נעמען א שטעלונג אין דער נושא.
לעצם העניין, האלט איך אויך אז דער וועג ווי מ'באהאנדלט די פאלעסטינער איז נישט יושר'דיג.
יושר דיקטירט אז מ'זאל זיך באגיין מיט די טעראריסטן מיט סאך א הארטערע האנט.



וואס פארא שטותים מיט הבלים רעדסטו צאם דא?

קודם כל. איך האב נישט געזאגט אז סאיז די גרעסטע פאברעך אין היסטאריע. איך האב געזאגט אז ״אזא מין בלאוקעיד״ ווי די מדינת ישראל אויף א די פאלעסטינער פאלק איז נאכנישט געוועהן פאר טויזנטער יאהרן. סאיז נישט אמת?

און אז איינער האלט אקעגן די בלאוקעיד איז נישט אויטמאטיש קיין ״שונא ישראל״, אפילו נישט קיין שונא מדינת ישראל. איך האלט די מדינה וואלט בעסער געשטאנען אן די בלאוקעיד און סוואלט געוועהן בעסער פאר אונז אידן ווען מיר בלאוקירן זיי נישט.

diff » זונטאג אוגוסט 27, 2017 9:26 am

· #383456
לכאו' פארשטייסטו נישט פ"וו א גוי פיינט א יוד. און דיין רעבא ווען ער וואלט געלערנט זיינע תלמידים אין חו"ל שיסן, איז אינטארסאנט וואס ער האלט. אניש ניש
צולאזן יודן פארברענען דארףמ נישט זיין א חכימה דיהודאי

מפוזרי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 9:51 am

· #383457
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
שבת אחים
איך האב נישט געזאגט אז סאיז די גרעסטע פאברעך אין היסטאריע. איך האב געזאגט אז ״אזא מין בלאוקעיד״ ווי די מדינת ישראל אויף א די פאלעסטינער פאלק איז נאכנישט געוועהן פאר טויזנטער יאהרן. סאיז נישט אמת?
.

ניין, ס'נישט אמת.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:06 am

· #383461
שבת אחים: דיין רבי. און איך מיין נישט דעם הייליגן אהבת ישראל אדער זיינע אייניקלעך. נאר להבדיל, דעם קאמוניסט וועלכער האט חתונה געהאט מיט א א וואוילע, שיינע...? גוי'טע. בערני סאנדערס עליו השנאבל. האט דאך טאקע געהאט פונקט אזא בליעדינג הארט אויף די אומה שפילה פון רוצחים און מערדערס ווי דו. נאר דער אייבישטער האט געהאלפן און ער האט געליטן (דערווייל א פאליטישע) מפלה. וויל איך פרעגן ביי דיר. דו געסט דיך אן אלס איינער וואס האט ..."אהבת ישראל". סאו אוואו איז דיין קאמפעש'ן פאר די אידישע משפחות וואס זייערע מיטגלידער זענען אזוי ברוטאל דערמארדעט געווארן. אויף די עמלקים וועלכע וועללן דיך דערשטעכן אדער דערשיסן נאך איידער דו וועסט האבן א טשענס זיי צו זאגן אז דו ביסט א ליבערעל. און דו ביסט פון בערני סענדערס'ס געטרייע תלמידים. אויף זיי האסטו רחמנות...! דו האסט פארטוישט די יוצרות...!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 3:35 pm

· #387678
וואס פארשטייט נישט פארוואס מען לייגט א בית הכסא אין מקוה?

מוז איך זען ווי א איד טוט זיך אויס, גייט צו מיט א רואיגקייט צום שטייעדיגען ביה"כ, שטייט א מינוט, און דרייעט זיך ארום גראד צו א טבילה אין בור?

איך שלאג פאר אז עלעוועיטארס זאלן זיין אויף די ליסטע פאר מקוואות.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 3:41 pm

· #387679
עס איז בעסער ווי טובל'ן אהן א ביסכיסע.

בן אדם » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:45 am

· #387726
מ'זאל אנהייבן צו שטעלן א איד ביים מקוה, פונקט ווי ביי די פרויען, און ער זאל נישט מעגן זיין מער ווי א מינוט. (און פאר שי טבילות קען ער גיין סטוטשין).

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 27, 2017 12:01 pm

· #387727
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
מ'זאל אנהייבן צו שטעלן א איד ביים ביהכ"ס, און ער זאל נישט מעגן זיין מער ווי א מינוט. (און פאר שי טבילות קען ער גיין סטוטשין).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:23 am

· #387778
וואס האט באמערקט אז די רויט לייטס דויערן לעצטענס אפאר סעקונדעס לענגער ס'זאל ווערן גרין?

ליפא » זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:29 am

· #387781
ניין. און ס'איז מער ווי אפאר סעקונדעס

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 29, 2017 5:17 am

· #387792
די שטאט האט עס געטון כדי צו געבן פאר די ..."פעדעסטריענס"... די פוסגייערס, א העד סטארט. ווייל קארס פלעגן זיי נישט לאזן אריבערגיין...!

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 29, 2017 2:53 pm

· #387808
berlbalaguleh
די שטאט האט עס געטון כדי צו געבן פאר די ..."פעדעסטריענס"... די פוסגייערס, א העד סטארט. ווייל קארס פלעגן זיי נישט לאזן אריבערגיין...!

אויך געטס עס א שאנס פאר די קארס אויף די אנדערע זייט אריינצוכאפן די גרינלייט נאך וואס ס'שוין רויט...

ליפא » מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:49 pm

· #396486
וואס הערט קול מבשר קיינמאל, זאל עס זיין א גרינעם דינסטאג, רובאשקין, תשעה באב, ג' בשלח אדער ערב פורים?

איך אויך » דינסטאג פעברואר 27, 2018 8:55 pm

· #396547
איך אויך.

החוקר » דינסטאג פעברואר 27, 2018 10:31 pm

· #396554
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נישטאמאל ווייס איך די נאמבער. איך געדענק אז עס פלעגט זיין א 212 עריע קאוד.

מפיל קינד » דינסטאג פעברואר 27, 2018 11:59 pm

· #396557
החוקר
נישטאמאל ווייס איך די נאמבער. איך געדענק אז עס פלעגט זיין א 212 עריע קאוד.

עפעס דערמאנסטו מיר, איך קען אויך ב"ה נישט דעם נאמבער.



כ'האב עס אויף ספיד-דייל.

החוקר » מיטוואך מערץ 18, 2020 9:44 am

· #443962
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
וואס איז געבליבן לעבן?

וואלווי » מיטוואך מערץ 18, 2020 8:15 pm

· #443986
אפילו אויב יא, האלט דיך צו דיין זייט פון די ראוד פליז

zurich » פרייטאג יוני 24, 2022 6:42 pm

· #502957
וואס קיקט יעצט דעם אשכול?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10