די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7232
די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב
אין וואין יעצט אין די סיטי, א דירה וואס כ'האב געקויפט אפאר יאר צירוק.
פאר איך הייב אן אראפ לייגן די מצב וויל איך געבן צו פארשטיין כ'בין ב"ה א פיינע פארדינער, כ'קען זיך נישט אפרעדן ב"ה.
איך וואין אין א 4 בעד רום דירה. (4 לעכער) א דיינוג רום (א ביה"כ סייז) אין א קאך (א פלעי רום סייז).
איך מוז מודה זיין איך האב געקויפט די דירה בין איך געווען זייער צופרידען, א אינגערמאנטשיק מיט א דאך איבערן קאפ אפאר יאר נאכן חתונה.
אבער אלץ האט זיך געטוישט נאך א באזוך ביי א קרוב משפחה אין מאנסי.
איך דארף געבן צו פארשטיין, די פלעי רום איז אין איינער פון די בעדרום'ס, מיין ספרים שטוב איז געווארן א בעדרום, די פסח קאך איז א קלאזיט, די לאנדרי רום איז א ד' על ד', וגו'
אין אויף דעים האב איך געצאלט גראב געלט, אין ס'טאקע ווערד גראב געלט.
אז מ'געבט א קוק וואס כ'קען האבן אין מאנסי פאר דעים פרייז איז א שרעק.
אז איך פארקויף מיין דירה מארגן אין מיט די געלט קויף אין א דירה אין מאנסי וואין איך ווי גראף פאטאצקי אליין מיט א מאה אלף אין טאש.
איך קען האבן א גרויסע פארקינג ספאק אין מאנסי
א הערליכע פראנט יארד מיט גראז אין ביימער
א בעק יארד מיט א טרעמפעלין אין א סווינג סעט
פענצטער פון אלע פיהר זייטן פון די פאלאץ
א ריזיגע פאר ציממער ביי די ענטרענטס
א גרויסע פלעירום
א גרויסע לאנדרי רום
א געהעריגע פסח קאך
א דיינוג רום גרויס ווי א חתונה זאל
א קאך גרעסער ווי אוז מלך הבשן'ס שיך
א ספרים שטוב ווי כ'קען לערנען מיט א חברותא באקוועם
א קאוטש רום (סתם פאר די העק)
א עקסטרע רום פאר סוכות ווי די דאך עפענט זיך אויפ
א קליינע סוכה'לע פון מיין מעסטער בעדרום
4 ביה"כ
צוויי ריזיגע פארטשיס, קענען זיצן יעדער אינדערפרי מיט א קאווע באקוועם,
א סטאריד'ז ציממער צו האלטן קרעפ
נעווער מיינד די קליינע זאכן ווי וואלק אין קלאזיטס, אין צוויי עקסטרע פריזיס וגו'
עכ"פ איך קען דאס אלץ באקומען היינט נאכט, איך דארך נאר פארקויפן מיין פיצעלע דירה אין די סיטי אין קויפן א הויז אין מאנסי, אין איך בלייב נאך מיט טשעינז אין טאש
אבער ניין, דאס קען נישט געשעהן עטץ ווייסט פארוואס???
ווייל מיין פריקין ווייב וועט נישט קענען גיין איינמאל א חודש צו אירע צוחישטע מאמע פאר א האלבע שעה, אדער גיין באזוכן איערע שוועסטער יעדער שבת מברכין
וואס די העלל, טוע איך דא. ס'מאכט נישט קיין טראפ סענטס, איך זאל וואינען אין א לאך ווייל איערע סטופיד פרענדס דארפן וואינען אין די זעלבע זיפ קאוד????
מ'קען מיינען אז זי טרעפסט זיך מיט זיי יעדער טאג.
זי רעדט בס"ה מיט זיי אויפן טעלעפון, ענד לעסט טיים איי טשעקט איז דא טעלעפאנען אין מאנסי.
אבער איך קען רעדן צו א וואנט, זי דארף וויסען יעדער וואס איז פרעגנענט אין נאך אנדערע קרעפ.
איז נישט דא קיין פרויען אין מאנסי וואס וועלען מקרב זיין מיין ווייב? ווי בין איך מסביר זעלעכע פשוטע זאכן פאר מיין פרוי. אוי אוי נשים דעתן קלה
איך האב שוין אינוועסיטי שעות אין דער שמועסן, געלעקט, געקוקשט, געהאלצט, געשריגען, געשלאגן, געבייזערט. אבער גארנישט
דעממ איט
אהההההה........ כי ידעתי את מכאוביו...
שטאפענע קאפעליטשמיין פריקין ווייב ווער נישט קענען גיין איינמאל א חודש צו איערע צוחישטע מאמע
👍 👍 😂 😂
😂 די קעפל אויב מקען אביסל צופיצן.
פארראכטן
צרת רבים חצי נחמה.
אבער איך מיין דו טרייבסט אביסל איבער. מען קען שוין היינט שווער טרעפן די סארט פאלאצן אין מאנסי, אדער שטופסטו זיך אריין אין א דעוועלאפמענט פון אסאך צושטופטע הייזער, אדער טרעפסטו א אלטע הויז אין די עירמאנט/טשענסטנאט עריע וועלכע האבן אביסל קלענערע סארט הייזער ווי פאטאצקי אליין. און מען שמועסט אז די פרייזן דארט גייען ארויף מיט יעדן חודש.
און פארגעס נישט די מוסדות דארט מאכן מער צרות ווי אין שטאט...
שרייב צו אין די כתובה, אז אויב מ'מופט צו מאנסי, וועסטו למען שלום אמה הצדיקת אריינקומן יעדע שבת מברכין. נאך אפאר חדשים וועט זי זיין סיק ענד טייערד פון זיך אריינשלעפן. איין זאך נאר, אויב גייסטו קיין עירמאנט, טויש איין די שטאפענעם פאר א האמבורגער מיט אן אראנזשען גאנץ פעדער.
רויטע וואנצעסשרייב צו אין די כתובה, אז אויב מ'מופט צו מאנסי, וועסטו למען שלום אמה הצדיקת אריינקומן יעדע שבת מברכין.
ס'דא אזא אפשען? וואס זאגסטו נישט מיט אפאר יאר צירוק?
איך וואלט שוין געהאט ביז היינט פיפציג foot notes
טאמער איז איין בלאט נישט גענוג קען מען צו סטעיפלען נאך א בלאט?
אויך איך האב נישט קיין אנונג ווי די כתובה ליגט, ווי הייב איך אן זוכן? לעצטע מאל כ'האב עס געזעהן איז געווען אין יחוד שטוב, מיינסט קאנטינעטעל האט עס אוועק געלייגט?
דאס קען זיין פשט, לא תחמוד בית רעיך, ווייל אויב יא וועט עס צוקומען צו לא תחמוד אשת רעיך.... ודברי פי חכם חן.
גוט, גוט... אייגענס אדער פונעם מילקשעיקער?
שמעקעדיגגוט, גוט... אייגענס אדער פונעם מילקשעיקער?
היינו הך, איך בין זיין תורה שרייבער.
כוכב:lol: די קעפל אויב מקען אביסל צופיצן.
פארראכטן
יעצט מאכסטי מיך נייגעריג. וואסי געווען די ארגינעלע קעפל?
נעקסט טיים שיק א אישי אדער מעלד איין די גבאים זאלן עס פארעכטן נישט שרייב עס ארויס ברבים
כ'בין מוחה, נישט ווייל כ'קען דיין ווייב, נאר אויב זי איז נארמאל נאר זי האט די שיטה ווי 25,000 פרויען פון איר שטאט קענסטו איר נישט רופן סטופיד ווייב...
outspokenכ'בין מוחה, נישט ווייל כ'קען דיין ווייב, נאר אויב זי איז נארמאל נאר זי האט די שיטה ווי 25,000 פרויען פון איר שטאט קענסטו איר נישט רופן סטופיד ווייב...
@שמעקעדיג עלערט, איינער דארף בעטעריעס
📎 images.jpg
ביי די פרויען איז שווערע דאס מופען. די וועסט גיין אין שיהל דריי מאהל א טאג אין שבתים אויך מיט קידשים. די ביסט איינגעארדענט מיט דיין social life. אבער זי איז עפעס א לאמפ? מיט וועם זאל זי זיך דרייען
צרת רבים חצי נחמה, 😃
ביי די וועי כמיז זאגען ביסט א זשיניעס, ביסט דערגאנגען דעם סוד פארוואס אינז אלע קוועטשען זיך אריין אין זענען סטאק אגאנץ לעבן אין די זעלבע זיפ קאוד פין די חתונה ביז צאת הנשמה. . שששש סאיז נישט שיין זיך צי אפרעדן אויף די ווייבער אין ווי די גמרא זאגט איז מען א כפוי טובה , אבער דאך וויאזוי גייט די ווערטעל. You can't live with them, you can't live without them.
שטאפענע קאפעליטשאויך איך האב נישט קיין אנונג ווי די כתובה ליגט, ווי הייב איך אן זוכן? לעצטע מאל כ'האב עס געזעהן איז געווען אין יחוד שטוב, מיינסט קאנטינעטעל האט עס אוועק געלייגט?
מופ שוין ארויס פון דערהיים און די זאלסט נישט אהיימגיין ביז מען שרייבט דיר א נייע כתובה מיט צוויי עדים!
אזוי לאנג מ'לאזט זיי נישט דרייוון זענען זיי וואויל גערעכט,
הגיע הזמן צו מבטל זיין די גזירה!!
לפענ"ד קען מען זיין א וואוילע אשה צניעה און דרייוון א קאר, ס'קיין שום סתירה,
אדרבא ווילאנג מ'צווינגט זיי צו זיין איינגעשפארט אין הויז, איז מען מער עלול צו פארברענגן אויף פייסבוק,
ואפי' את"ל אז ס'יא אפשר א תועלת, זעה איך אבער נישט פארוואס ס'עפעס אזא סטריקט גזירה,
פאר סתם א מעין-סטרים פרוי, וואס איז די תועלת מיטן זיך דרייען אויף די טרעינס, באסעס, און קאר סערוויסעס,
אדרבא, אז מ'זיצט און א אייגן קאר, דרייט מען זיך ווייניגער אויפן גאס, מ'איז איינגעשפארט אין די קאר,
מ'איז ווייניגער געצווינגען צו האבן א פארקער מיט מענער,
און די אויסוואל פון פלעצער ווי צו וואוינען און סאך ברייטער,
אז איינער וויל אויפטון פאר אידישקייט זאל ער אויסרייסן די גזירה, עכ"פ אין אפסטעיט זיכער
[...]
אין מאנסי ביי די ליטווישע דרייווען די פרויען נישט די מענער עפ''י ר' יעקב קאמענעצקי ז''ל ווייל מענער דארפן האבן שמירת עינים.
עס איז געווען לעצטענס צוויי פאטאלע עקסידענס אין מאנסי ערשטע מיט א אלטע איד כהן און יעצט א קליין מיידל,ביידע מאל זענען געווען פרויען דרייווערס!
יעצט ביסטו סתם א סעקסיסט
לעמילעס איז געווען לעצטענס צוויי פאטאלע עקסידענס אין מאנסי ערשטע מיט א אלטע איד כהן און יעצט א קליין מיידל,ביידע מאל זענען געווען פרויען דרייווערס!
More men than women die each year in motor vehicle crashes
<a class="postlink" href="http://www.iihs.org/iihs/topics/t/general-statistics/fatalityfacts/gender">http://www.iihs.org/iihs/topics/t/gener ... cts/gender</a>
עס איז לעצטענס געווען 100 פאטאלע עקסידענטס, אלע 100 זענען געווען אגרעסיווע מענער דרייוווערס.
שמעתי, אז אינמיטען די ל' האבען פרויען אנגהויבען צו דרייווען אין וויליאמסבורג צו קענען גיין אין טיאטערס קיין לאנג איילענד, איז מען ארויסגעקומען מיט אן איסור.(ניין כ'וועל נישט זאגען ווער ס'געווען, כאטש אין אישי האבן מיר 2 חברים געבעטען וד''ל)
גאלדאזוי לאנג מ'לאזט זיי נישט דרייוון זענען זיי וואויל גערעכט,
הגיע הזמן צו מבטל זיין די גזירה!!
לפענ"ד קען מען זיין א וואוילע אשה צניעה און דרייוון א קאר, ס'קיין שום סתירה,
אדרבא ווילאנג מ'צווינגט זיי צו זיין איינגעשפארט אין הויז, איז מען מער עלול צו פארברענגן אויף פייסבוק,
ואפי' את"ל אז ס'יא אפשר א תועלת, זעה איך אבער נישט פארוואס ס'עפעס אזא סטריקט גזירה,
פאר סתם א מעין-סטרים פרוי, וואס איז די תועלת מיטן זיך דרייען אויף די טרעינס, באסעס, און קאר סערוויסעס,
אדרבא, אז מ'זיצט און א אייגן קאר, דרייט מען זיך ווייניגער אויפן גאס, מ'איז איינגעשפארט אין די קאר,
מ'איז ווייניגער געצווינגען צו האבן א פארקער מיט מענער,
און די אויסוואל פון פלעצער ווי צו וואוינען און סאך ברייטער,
אז איינער וויל אויפטון פאר אידישקייט זאל ער אויסרייסן די גזירה, עכ"פ אין אפסטעיט זיכער
ס'וואלט אפשר געדארפט זיין אן עקסטער אשכול אויף וואס מענער מעגן און פרויען נישט וואס האט נישט קיין הסבר ווי דרייווען רייכערען ועוד(און אזוי פארקערט אויך). אדרבה, ווער קען צולייגען?
שטאפענע פליז מאך אונז שנעל א בירור אויף די פרייז פון די מאניסע הייזער און מ'וועט רעדען צו מיין ווייב אויך..
... א באזונדערע אשכול העט ווען געברויכט געשריבן ווערן צו לערנען דעם עולם, אנשים ונשים, וויאזוי צו זיצן ביי א טיש און דיסקאסירן מיט אינטעליגענץ אזעלכע גרויסע לעבנס החלטות. ווען א יונגערמאן רעדט זיך אפ צו זיין בכלומר'שן לעבנס-שותף אז דאס לעבן אין דעם און דעם שטאט איז איהם לעול ולמשא מער ווי ער קען דערטראגן, וואלט דאס געברויכט זיין א שווארצע טאג אין די לעבן פון זיין פרוי, עס וואלט איר געברויכט איבערנעמען פון טיפן הארצען אז איר מאן פאלט צאם מחמת קושי השיעבוד, אדער מחמת הלחץ זו הדחק. דערווייל, מיט איין אויער אויף די טעלעפאן צו א חבר'טע, געבט זי אזא מין מאך אוועק "ס'נישטא וואס צו דיסקאסן, אונז מופען נישט!". אנטשולדיגט? מיר זענען גראון אפס, ניין? א ענין ברויך מען איבערשמועסן, נישט אנידערקלאפן. דאס זעלבע איז ווען עס איז די ווייב וואס האלט נישט אויס אין שטאט, אדער אין די ענגע דירה'לע, און דער מאן, מיט'ן סעלפאן אין איין האנט און די אויגן אינעם צייטונג פטר'ט איר אפ מיט א "סאק איט אפ און שווייג פליז, מאכסט מיך נערוועז" ענטפער. דאס זענען לעבנס החלטות, און עס דארף אויפגענומען ווערן דורך ביידע ווי א ערענסטע ענין אדער פראבלעם וואס מען ברויך צעזאמען סאלווען, וואן וועי אר ענאדדער.
פישעלע!! שפתים קישאק!
אוי ווי ריכטיג דו זאגסט!
שטאפענע, אין דער איד האט איינע געשריבן א בריוו, ווי פאלגענד:
.
📎 מאנסי 2.jpg 📎 מאנסי 1.jpg
וואס?
כ׳בין שבת אין מאנסי, אוי לעבט מען דא באקוועם
ווי נעמט מען די האמער אריין צו קלאפן שכל אינעם ווייב?
די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב
איך שוין געוואלט מוחה זיין אדער אויף נ.. אדער אויף בזיון המת
וואוינען אין א ווייב??.?..?
Re: די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב
די פארשטינקענע ברעינוואשונג איז א בולט'ע סימן אויף די קראנקע חינוך סימן פון די היימישע מוסדות
יעדע חסידישע משפחה פון בארא פארק אדער מאנסי צו גאר ירושלים ווייסט אז איך בין איך און מיין שכן איז נישט איך, און וואס זי טוט ווייל זי וויל אדער ווייל איר רבי אדער מנהיג עלויבט עס צו טוהן, מיינט נישט אז דאס איז פאר מיר די זעלבע, ווייל מיין חברטע וואס איך בין געגאנגען צוזאמען מיט איר אין קעמפ דרייווט, מיינט נאך נישט אז איך דארף דרייוון, אייגנטליך, זיי ווייסן בכלל וואס די איסור אדער מנהג פון נישט דרייוון איז, משא"כ די שטאטישע וואס זענען מחונך געווארן אז איך טוה אלעס ווייל 'מ'טאר נישט, אהן קיין שום חילוק און מנהגים און חומרות, האבן זיי טאקע א פראבלעם ווען א צווייטער מעג למעשה יא עפעס....
ודו"ק כי קצרתי
.
📎 IMG-20171116-WA0046.jpg
ער האט נעבעך געמוזט גיין ארבעטען. פשוט ווייל ער איז געווען לאנגווייליג. אה, און ער האט געדארפט דעקען הוצאות.
מופט נישט קיין מאנסי, בלייבט אין שטאט אין א לאך, וועט איר נישט דארפען ארבעטען קיין איין טאג אין לעבען.
Re: די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב
די שרייבערן (אדער דער בויער פון ווילי וואס בויעט יעצט נייע דירות דארט און ווערט אנגעצויגן פון די אויסוואנדערונג און האט באשלאסן אז ער גייט נעמען שריט) קוקט אויס צו א פרוי, און ביי אונז געווענליך גייט א מאמע פון קיינער נישט ארויס ארבעטן, און זע ווי זי קרעכצט וועגן קאר סערוויס, וואס א מאן על פי רוב האט נישט די פראבלעם
קורקלענד.
דאס איז סתם פאמפע פון וויליאמסבורג שטיצער וואס ווילן גיין מיט די קאפ אין וואנט און קויפן הייזער וואס הייזער דירעלעך פאר 850k אויף די 4טע שטאק מיט נאך עטליכע שכינים פון אלע פיהר זייטן
יא קען זיין פון אנהייב ווען מען מופט ארויס קען עס זיין אביסל איינזאם ווייל מען האט נאכנישט געהעריג חבר׳טארינס און מען דרייווט נישט
אבער דאס איז אמאל זיכער אז די קינדער גלייכן עס סאך מער ווי די סיטי,
און למעשה געוויינען זיך די עלטערן אויך צו און מען קען שוין נישט דערנאך טראכטן פון צירוק גיין