☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין איך דער איינציגסטער?...

בין איך דער איינציגסטער?...

495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:47 pm

· #254373
וואס האט נישט ליב צו זיין די לעצטע תגובה פון אן אשכול?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 2, 2015 1:28 pm

· #256670
בין דער איינציגסטער איך - וואס אביסל שפירט - אז אונזער נריהו-בן ניק - די מוחות פארדרייט טוט?

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 2, 2015 1:33 pm

· #256671
גיב איהם אפאר מינוט, עס וואקסט זיך נישט אויס אזא בערגער איבערנאכט...

משבק » זונטאג מערץ 15, 2015 3:45 pm

· #258689
בין איך דער איינציגסטער וואס האט נאכן אויסגעפינען די אידענטיטעט פון לעקוואד אנגעהויבען איבערצולייענען אלע זיינע תגובות?

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 15, 2015 5:56 pm

· #258733
איך האב א חשש אז די ביסט גיוועהן די איינציגסטע וואס האט ביז יעצט נישט געוויסט זיין אידענטיטעט

געוואלדיג » זונטאג מערץ 15, 2015 5:59 pm

· #258735
איך האב אויך נישט געוואוסט

איך אויך » זונטאג מערץ 15, 2015 7:07 pm

· #258742
געוואלדיג
איך האב אויך נישט געוואוסט

בכלל אינטרעסירט מיך ווייניגער פון די פאריעריגע שניי צו וויסן ניקס איידענטיטעטן. כ'מיין לאמיר שוין זאגן אז איך וועל געוואויר ווערן אז געפילטע הייסט עכט מאטל שמעונאוויטש נו איז וואס? קען איך דען מאטל? עס איז סתם א נארישע עצת היצר תאוה פונקט ווי אלע תאוות.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:24 am

· #258883
בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט אז בערל בעל עגלה הייסט ניטאמאל בערל... 😂 און איז נישט קיין בעל עגלה. נאר א ראש ישיבה...!

יואב » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:17 pm

· #263169
וואס האלט אז שלום דין ערהאלט לכאורה דאס גרעסטע צאל פריוואטע הודעות דא אין שטיבל? ( אויב נעמט מען נישט אין חשבון די פריוואטע הודעות, וודאות און הודאות פון כוכב – כמובן.)

הוגה » דינסטאג מערץ 31, 2015 6:16 pm

· #263281
@יואב, דו האלטסט אז ס'דא אזויפיל ק"ש מיטגלידער וואס זוכן צו פארלאזן?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:17 pm

· #263947
וועלכער מוז קודם אדורכמישען די גאנצע אויסגאבע, פאר מען הייבט עס אן ליינען געהעריג?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:20 pm

· #263949
איי געיס דו האסט בשיטה ליב די בילדער, זיי זענען העכער ווי אותיות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:41 pm

· #263987
בין איך דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך אז דער רבי מהר"א שליט"א וועט לאזן אדורכגיין די ערב יו"ט טעג אן ארויסגעבן עפעס א ווילדן סטעיטמענט כדי מ'זאלל וויסן אז ער איז חי וקיים...!

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 23, 2015 8:16 pm

· #284712
אומן שונא בני אומנותו
וואס האט לעצטענס אויפגעפאסט אז ס'הערשט א שטיקל נו וויאזוי הייסט עס (קוק העדליין), צווישן געוויסע העכערע קאליבאר ק"ש שרייבער?

כוכב » דינסטאג יוני 23, 2015 8:18 pm

· #284714
דהיינו?

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 23, 2015 8:21 pm

· #284715
כ'ווייס נישט. א קשיא אויף א געפיל/חלום. כ'קען נישט עלעבארירן

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2015 8:22 pm

· #284717
ישמעאל הכהן
וואס האט לעצטענס אויפגעפאסט אז ס'הערשט א שטיקל נו וויאזוי הייסט עס (קוק העדליין), צווישן געוויסע העכערע קאליבאר ק"ש שרייבער?

בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט אז ישמעאל הכהן האט מיך געמיינט...למי יחפוץ המלך לעשות יקר וגדולה יותר ממני... 😂 🙄

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:56 pm

· #302147
בין איך דער איינציגסטער וואס האט זיך געמוטשעט עשי"ת צו געדענקען דעם המלך הקדוש, (#רויטע אלערט) און היינט האט זיך כמעט פון זיך אליין ארויס געזאגט המלך הקדוש?

mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:31 pm

· #302571
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
[ציטאט אראפגענומען]

הלואי אויף מיר....

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:45 pm

· #302577
ווער האט דאס געשריבן דו אדער דין ווייב? נוגע לגבי לייקן.

טמיר » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 9:32 am

· #306605
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
[ציטאט אראפגענומען]

בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז בעצם איז דער געוואגטער א יונגל, נאר ער שרייבט דאס משום חשש גילוי? וערך אונטערן יוכיח

לית דין בר נש » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:46 pm

· #306844
רבותי די גילעכטער דא איז קול באשה ביטע פארשטאפן די אוירען

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:44 am

· #314170
איך זוך מיך איינער זאל לערנען מיט מיר אידיש!
עפעס זינט די 'קאַשמו"ז' קאשמאר איז געקומען צו א טאלק, ווידמען זיך דא אשכולות ווי פעטע טראפענעס אין א פּרי-פרילינג רעגן, הערינג פישלעך אין א סארדינען שאכטל און שטודיעס פון אומליצענצטע וויסנשאפטלער.

צו מיין שלימזל פארשטיי איך נישט קיין אות אחת פון די חמש מגילות.

א פריוואטע לערער ווערט דרינגענד געזוכט צו לערנען מיט איך/זיך/מיך מאמע-לשון ווערסיע 'פאוסט-קאַשמוז'?
א טהעראפיסט א פּראָוּ באפארציגט צו אן אמאטע"ר אדער מעטעא"ר, ספעציעל די וואס שטאמען פון מארס אדער ווענוס.

ולמת-מצוה גדולה יחשב.

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:33 am

· #314175
צו מיין שלימזל פארשטיי איך נישט קיין אות אחת פון די חמש מגילות.

הצד השווה ביניהן, זיי פאדערן טאלאראנץ, אבער אומדירעקט.

רעינבאו דעש » פרייטאג מערץ 11, 2016 11:14 am

· #324316
[ציטאט אראפגענומען]


ניין. רעינבאָו דאש (Rainbow Dash) איז א פיקטיווער, בלויער פעגאסוס (פערד מיט פליגלען) פּאָני כאראקטער פונעם קארטון סעריע "מיין קליינער פּאָני: פריינטשאפט איז צויבער" (My Little Pony: Friendship is Magic). זי איז געווען דער אינספיראציע פאר מיין באניצער נאמען. דאס איז א בילד פון איר:



בין איך בלויז א "בראָני" (brony) וואס רעדט יידיש.

BTW, "באב דער קאנסטרוקטאר" איז א בריטישער סעריע.

ירח בן יומו » פרייטאג מערץ 11, 2016 12:02 pm

· #324339
וואס האט געזען היינט אסאך אנגעציגענע מענטשן אין בית מדרש?

קל וחומר » פרייטאג מערץ 11, 2016 2:04 pm

· #324372
וואס טשעקט אריין יעדע פאר מינוט אין ק"ש צו קוקן פאר אפדעיטס?

גר ותושב » פרייטאג מערץ 11, 2016 2:06 pm

· #324373
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
קל וחומר
וואס טשעקט אריין יעדע פאר מינוט אין ק"ש צו קוקן פאר אפדעיטס?

ניין בוסט נישט די איינציגסטע

ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 17, 2016 2:41 pm

· #329551
וואס האט מוחין פון זיך אריינלייגן אינעם מיינדסעט פון א גוי וועלכער וואוינט איינער אליין ארומגענומען מיט אידן?

ווער קען איהם?...

zurich » מיטוואך יולי 27, 2016 2:05 am

· #343675
וואס ווארט פאר לייקס בכליון עיניים

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:01 am

· #343800
וואס דער טעלעפאן ווערט פארפלייצט פון טעלעגראם מעסעדזעס אז מען קען משוגע ווערן

בן אדם » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:04 am

· #343802
פארוואס האסטו טעלעגראם?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:40 am

· #343810
zurich
וואס ווארט פאר לייקס בכליון עיניים

איך 'עלל דיך פרעגן אן אנדערע קשיא. דו ביסט שוין דא אריינגעסיינט אויף קאווע שטיבל זייט מאי דעם 16'טן יארע 12'ער. ולמספרם...ווייסעך נישט. און דו האסט נאכנישט קיין 1000 תגובות...?

בן אדם » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:47 am

· #343811
ער איז זייער א שטילער מענטש...

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 9:41 pm

· #344137
וואס נעמט אראפ די לעיבעל, פון די גראסערי ארדער באקסעס, פאר מ'ווארפט עס ארויס?

יואב » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 11:23 pm

· #344153
דער דאס
וואס נעמט אראפ די לעיבעל, פון די גראסערי ארדער באקסעס, פאר מ'ווארפט עס ארויס?

לכאורה. פון וואס האסטו מורא, ווייל דו לייגסט דאס אריין ביים שכן, אדער אז די רעגירונג וועט שמעקן אין די באקסעס זאכן וואס ס'איז נישט ערלויבט צו קויפן מיט פוד-סטעמפס, זיי וועלן נאכגיין דיין גראסערי אקאנטע און זען אז ס'איז אמת?

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 11:55 pm

· #344156
גראדע האב איך נישט קיין פ.ס. (נישט בשיטה כ'בין פשוט נישט אנגעקומען צו מאכן.)

און כ'בין ברוך השם נישט שולדיג אין גראסערי. (כ'האב שוין אמאל געשריבן)

ס'איז א זאך וואס כ'האב מיך אזוי איינגעוויינט, ביי מיין טאטע זז"ג איז עס געווען א שטארקע זאך. גירסא דינקותא?

למעשה בין איך דער איינציגסטער???

ליפא » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 11:57 pm

· #344157
אז דיין טאטע טוט עס אויך ביזטו דאך נישט דער איינציגסטער

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:03 am

· #344160
דער דאס
גראדע האב איך נישט קיין פ.ס. (נישט בשיטה כ'בין פשוט נישט אנגעקומען צו מאכן.)

און כ'בין ברוך השם נישט שולדיג אין גראסערי. (כ'האב שוין אמאל געשריבן)

ס'איז א זאך וואס כ'האב מיך אזוי איינגעוויינט, ביי מיין טאטע זז"ג איז עס געווען א שטארקע זאך. גירסא דינקותא?

למעשה בין איך דער איינציגסטער???

איך האב נישט די חזר'יי בשיטה, און נאך קיינמאל נישט געהאט קיין גראסערי חוב מער פון אפאר טעג פאר אפאר דאללער.

דער דאס » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:09 am

· #344162
ליפא
אז דיין טאטע טוט עס אויך ביזטו דאך נישט דער איינציגסטער


ער פלעגט עס טוהן, היינט שוין נישט.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:27 am

· #344165
דער דאס
גראדע האב איך נישט קיין פ.ס. (נישט בשיטה כ'בין פשוט נישט אנגעקומען צו מאכן.)

און כ'בין ברוך השם נישט שולדיג אין גראסערי. (כ'האב שוין אמאל געשריבן)

ס'איז א זאך וואס כ'האב מיך אזוי איינגעוויינט, ביי מיין טאטע זז"ג איז עס געווען א שטארקע זאך. גירסא דינקותא?

למעשה בין איך דער איינציגסטער???

איך ווייס פון עקספיריענס (ליידער) אז דער עיקר טעם פארוואס מ'נעמט אראפ דעם לעיבל איז ווייל מ'האט א כוונה תחילה דאס צו דאמפן ביים שכן. אין מיין פריערדיגע דירה וואו כ'האב געוואוינט איז געווען א שטיקל הפקר וועלט. און עטליכע היימישע שכנים האבן זיך ערלויבט דארט צו דאמפן זייער גארביטש. איינמאל ביניך פונקט געשטאנען ביים פענצטער פון מיין דירה ווען איך זעה א שכן וואס האט געברענגט א פעקל מיט גארביטש. נאר פאר ער איז אוועקגעגאנגען האט ער מדקדק געווען אראפצושניידן זיין אדרעס מיט א מעסער'ל. ביניך געגאנגען און איך האב איהם צוריקגעטראגן דעם גאנצן משלוח און אראפגעלייגט ביי זיין טיר. און ער איז נאך געקומען מיט טענות. האביך איהם געזאגט. ר' איד איך האב דיך געזעהן (כ'האב אפילו א פיקטשער. כך אמרתי) ווי דו ברענגסט דיין סחורה און דו שניידסט אראפ דעם נאמען מיט די אדרעסס...!
א צווייטן עפיזאד. איך בין א תמימות'דיגער מענטש בטבע. איינמאל ביינאכט נאך מעריב זעה איך ווי א שכן שלעפט א גרויסן פעקל. אן אלטן אויל קלאטה (ווער ס'ווייסט נאך וואס דאס איז) איך. נאר, בין געגאנגען איהם העלפן שלעפן דעם פעקל. וואו האט ער עס געשלעפט...? צו דעם קהל'ישן דאמפינג גראונד. אין פראנט פון מיין פענצטער... 😂 🙄
ווען כ'האב אים געזאגט אז די שטאט גייט לייגן קעמערעס, האט ער זיך א ביסל דערשראקן און ר'האט גענימען טענה'ן אז א יעדער לייגט דארטן די גארביטש...!
ומעשה שהיהי כך היה. ס'איז געווען ביי א קארנער. (פונקטליך וואו וויל איך נישט שרייבן, משום גילוי...) און מיין לענדלארד האט געהאט א סטאר. און דער עולם האטציך איינגערעדט אז ס'איז א פאבליק פלאץ. אבער למעשה האט ער באקומען די טיקעטס.

דער דאס » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:43 am

· #344184
אז דיין שכן טוט אויך אזוי, בין איך רואיג אז איך בין נישט דער איינציגסטער...

אבער לייגן גארבעדזש ביים שכן? פליז זיי מיך נישט חושד מיט דעם, איך האב ב"ה גענוג פלאץ אין מיין אייגענע פראנט יארד, די חברה קומען אויפפיקען עטליכע מאל א וואך.

כ'האב פלעין אויפגעפאסט, ביים ארויס טראגען די באקסעס היינט, אז איך נעם אראפ די סטיקערס, כ'האב מיך יעצט געכאפט אז איך טוה אזוי אייביג..

פליקער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:08 am

· #344194
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
איך האב אויך בירושה די געוואוינהייט, אראפ פליקן די לעיבל, די סיבה איז ווייל די גארבידש טיקעט טיילערס געבן טיקעטס אייף די נעמען וואס שטייט אויפן באקס, זיי פרייען זיך צי זען א נאמען, איך האב שוין זעלבסט אמאל געהאע אזא מעשה, און דאס האט מיר געגעבן א שטיפ אז יא מיין אלטער מאן ווייסט יא וואס טיצעך מיטזעך.

Sent from my VS987 using Tapatalk

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:39 pm

· #344404
פליקער
איך האב אויך בירושה די געוואוינהייט, אראפ פליקן די לעיבל

שטימט טאקע מיט דיין נאמען.

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:44 pm

· #344406
בין איך טאקע די אייציגסטער?
וואס מאכט צו יעדע שענקל אדער לעדל אין די צימער וואן איך צינד אן די עיר קאנדישאן אז די צימער זאל זיך שנעלער אפקילען?

שלום על ישראל » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:23 pm

· #344466
קאמענטירער
וואס מאכט צו יעדע שענקל אדער לעדל אין די צימער וואן איך צינד אן די עיר קאנדישאן אז די צימער זאל זיך שנעלער אפקילען?

וויניגער קוביק צו קיהלען, כאטש כ'האב נאך פון אזא סגולה נישט געהערט (אפשר ס'איז א געליציאנער..)

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 9:12 pm

· #344480
וואס מיין גאנצע פראבלעם מיטן דילס אשכול איז, אז עס איז איין אשכול וואס ווייזט מיר כסדר א אומגעליינטע אשכול?

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 12:18 am

· #344526
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
ביי טעפטאלק קען מען מאכען עס זאל זיין אזוי ווי געליינט

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 6:26 pm

· #344703
וואס מיינע גויטעס מאכן מיר הארציגע סורפרייזעס?

ווי למשל ווען מען נעמט אראפ די לינען זעהט מען איין אז עס איז הארציג אייגעפאקט געווארן אין צוויי סעט, ווייל די גויטע ווען מען האט איר געהייסן טוישן לינען האט אנשטאט אראפנעמען די גענוצטע ארויף געלייגט די פרישע אויף דעם? שוין געטראפן איינמאל דריי לעיערס...

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 7:12 pm

· #344705
געוואלדיג
וואס מיינע גויטעס מאכן מיר הארציגע סורפרייזעס?

ווי למשל ווען מען נעמט אראפ די לינען זעהט מען איין אז עס איז הארציג אייגעפאקט געווארן אין צוויי סעט, ווייל די גויטע ווען מען האט איר געהייסן טוישן לינען האט אנשטאט אראפנעמען די גענוצטע ארויף געלייגט די פרישע אויף דעם? שוין געטראפן איינמאל דריי לעיערס...

געוואלדיג: כ'האב געמיינט אז דו וועסט זאגן אז די גוי'טעס מאכן אזאלכע הארציגע סורפרייזעס ווי טרעפן לאטערי טיקעטס פון די פאוערבאלל וואס דו האסט באהאלטן אונטער'ן מאטראץ און פארגעסן דערפון. אדער הונדערטער'ס. איך פלעג באהאלטן הונדערטערס אונטער'ן מאטראץ אדער להבדיל אין א גמרא. ווען כ'האב געדארפט א פאר דאללער אין א עמערדזשענסי ביניך געגאנגען דארט זוכן... 😂
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10