☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין איך דער איינציגסטער?...

בין איך דער איינציגסטער?...

495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

היימישער ליטוואק » זונטאג יוני 9, 2013 4:44 pm

· #123218
א פרויען מנין? אין שטיבלאך אין מאה שערים.

הוגה » זונטאג יוני 9, 2013 4:46 pm

· #123220
קאווע טרינקער
מ גפני
קאווע טרינקער
בין איך דער איינציגסטער וואס גייט נישט צום עצרת?
וואו וועל איך האבן מנין פאר מנחה?

איך אויך נישט

הושיעה, את, -- נאך אלץ נישט קיין מנין.


איך קען נישט קיינער 'פערזענליך' וואס גייט יא.

אביגדור » זונטאג יוני 9, 2013 5:01 pm

· #123233
איני יודע.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 5:04 pm

· #123234
פארשטייט זיך, באבוב איז דאך ר"ת (אדער גמטריא) הן עם לבדד ישכון ובקהילות לא יתחשב.
זיי זענען צו "בעסער" צו שטיין נעבן א "נישט היימישער" רח"ל.

איך מיין נישט דיך, איך מיין דיין "רב"...

אביגדור » זונטאג יוני 9, 2013 5:15 pm

· #123240
אח"ד.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 5:21 pm

· #123244
ס'דערמאנט מיך א גאר גאר טיפע ווארט מענין לענין..

באבו"ב ר"ת: בעלזא איז בעסער ווי באבוב...
האט א באבובע(ר) צוריקגע'ענטפערט מיניה וביה תוך כדי קינוח
"באבוב ר"ת: באבוב איז בעסער ווי בלעזא"... כחכחכחכחכ

וויאזוי פלעגט ער, נו, דער בדחן אין באבוב, קעסלער, אה, יא, ר' שלום קעסלער - זאגן:
וויאזוי ווייסט מען אז ווען תוס' זאגט "ק"ק" מיינט דאס "קצת קשה", אפשר מיינט דאס "קשה קצת"?
תירוץ: ווייל אויב יא, וואלט דער צווייטע ק געדארפט שטיין בעפאר די ערשטע ק.

אביגדור » זונטאג יוני 9, 2013 5:32 pm

· #123261
ממש.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 5:38 pm

· #123266
דער עיקר איז דאך דער "בחצוצרות וקול שופר", די היילייט פון א בא'חנ'טע בעל-תפילה,

בד"וו, בין איך דער איינציגסטער וואס שפירט אז די באבובע שבת נוסח, למשל "ובכן! ישתבח שמך לעד מלכינו! הא הא הא הא האללללל!!! המעילעך..." אדער: "מהר, והבא עלינו, חיים ברכה ושלום... ושבור עול... " קומט פון קעמפ גילה?

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יוני 16, 2013 1:28 am

· #125130
[ציטאט אראפגענומען]

און מיין געדאנק לויפט דורך: קאווע טרינקער, געפילטע פיש, משה געציל, יואליש, זר זהב, שמעקעדיג, מוטי מאה ושבע, (און אויך יידל אויך נאך זיין לעצטע געלונגענע שמייכל אשכול "רבותי ס'איז עק וועלט") און נאך א פינעף ניקס וואס איך וועל נישט אויסרעכענען זייער נעמען כדי יעדער זאל זיך איינרעדען אז איך מיין זיי.
די סבה פאר וואס דו האסט נישט אויסגערעכנט די אויבענדערמאנטע ניקן, לדעתי, איז ווי די וועלט זאגט אויפן חפץ חיים און ר' חיים, נעמליך אז דער חפץ חיים'ס צדקות האט פארדעקט זיין גאונות און ר' חיים'ס גאונות האט פארדעקט זיין צדקות והכי נמי כן די אויבנדערמאנטע ניקן שרייבן איבער אלע נושאים ממילא ווערט זייער חוש פאר הומאר פארשאטנעט דורך זייערע אנדערע טאלאנטן.

אביגדור » זונטאג יוני 16, 2013 1:57 am

· #125138
ניין.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יוני 16, 2013 2:25 am

· #125142
גראגע ביסטו אויפן ליסט, אבער די ביסט דער לעצטער וואס איך בין מגלה.

אביגדור » זונטאג יוני 16, 2013 8:50 am

· #125167
למה?

שמעקעדיג » זונטאג יוני 16, 2013 9:41 am

· #125172
איך בין מוחה אז ער'ס איז נישט אויף די ליסטע.
שמעקעדיג קומט נישט צו לקרסולי רגליו, שמעקעדיג האט בכלל א שוואכע חוש פאר הומאר און זיינע סארקאזם דעטעקטערס ארבעט זעלטן, כידוע ליודעים.
ער איז דער זאך! כה לחי.

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 16, 2013 10:31 am

· #125180
ווען קיינער האט נישט געוואלט ארויסקומען מיט מיר וועטשערען אדער על כל פנים צו א מצוה טאנץ מיט פינקי אדער א חתונה וואו רבי מאטל טאנצט שאו שערים החרשתי.
אבער בין איך טאקע אזא זויערע אויגירקע אז איך זאל מיך דארפן יוצא זיין מיט בענזשעמינס חתן כל הנערים.
יא, מוצאי שבת בין איך טאקע רב נפחא, איך זיץ מיט די טאמס און ס'גייט א רויעך, אבער פאר דעם בין איך נישט שולדיג, און מיסטער פרענקלין האט א ברירה דא צו באזוכן אפטער, אפשר וועט אים מאראנצן אויך געבן א טיקל.

אביגדור » זונטאג יוני 16, 2013 10:45 am

· #125184
תורה.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 12:17 pm

· #128120
קאווע טרינקער
בין איך דער איינציגסטער וואס שטערט מיך שטארק אז אויף מיין מצבה שטייט מיט בלויע אותיות:
מערסטע אקטיוו אין די אשכול:די וועבערמאן סומאטאכע
(66 הודעות / 2.35% פון אייערע הודעות)


ס'איז מיר נישט קיין כבוד.
😢

לכאורה גייט דאס אזוי בלייבן, ווייל קיין לענגערע אשכולות זעהט נישט אויס ס'זאל קומען.

היינט באמערקט אז ס'האט זיך שוין געטוישט אויף א צווייטען אשכול "זאכן וואס כ'וויל וויסן".
גאנץ פיין, דאס איז טאקע איינע פון מיינע אינטערעסן, כ'וויל וויסן (בעיקר די זאכן וואס דו ווילסט מיר נישט זאגן..)

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 1:03 pm

· #128144
וואס ווען וואו?

📎 kave profile.PNG

ביי דיר איז עס נישט אזוי געפערליך, האסט נאר 66 תגובות דארט, איך האב אבער 112 תגובות דארט, (כמספר יב"ק), וואס וועט ליידער שוין פארבלייבן ביזן נעקסטן סומאטאכע.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 1:32 pm

· #128160
Omg
פארוואס היינט אינדערפרי האב איך געזען אנדערשט?
א באג אין שטיבל אדער מיין גלעזער איז שמוציג?

וויאזוי קען איך וויסן אין וועלכן אשכול איך האב איינס פאר די מערסטע הודעות?

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 1:34 pm

· #128161
זעה דא
📎 Screenshot_2013-06-26-13-33-26.png

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 1:43 pm

· #128166
היות ביידע האבן די זעלבע מספר תגובות (66) ווייזט עס מעגליך אמאל אזוי אמאל אזוי. לייג צו איין תגובה צו וועלכע אשכול דו ווילסט זאל פיגורירן אויף דיין פראפיל.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 2:09 pm

· #128192
אזוי געטוהן און "נושעתי"!

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 4:47 pm

· #128281
געפילטע פיש
ביי דיר איז עס נישט אזוי געפערליך, האסט נאר 66 תגובות דארט, איך האב אבער 112 תגובות דארט, (כמספר יב"ק), וואס וועט ליידער שוין פארבלייבן ביזן נעקסטן סומאטאכע.

ארום בליקענדיג אויף דעם נושא אביסל, איז מיר ליכטיג געווארן פאר די אויגן, ביי פינף טויזענט תגובות גייט עס אינגאנצען אוועק! אויס סומאטאכע!
און טאקע זר זהב און שמעקעדיג'ס פראפיליס האבן נישט מערסט אקטיווע אשכול\פארום. סא וואס מיינט איר וועט געשעהן שנעלער? איך זאל שרייבן נאך 700 הונדערט תגובות, אדער נאך א סומאטאכע?

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 4:48 pm

· #128282
כאב עס שוין לאנג באמערקט. וואסי טאקע פשט? נישט אז ס'גייט מיר אן

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 5:20 pm

· #128300
ס'זאל נישט איבערשטרענגען די סערווער צו דארפן דורכקוקן אזויפיל תגובות יעדע מאל דו לאודס'ט דיין פראפיל פעידזש.
מ'קען מאכן ס'זאל יא ווייזן.

יין שרף » פרייטאג יוני 28, 2013 2:44 am

· #128809
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט די טיפקייט און גוטסקייט פון טשולענט???
און נעמט נאר איין לעפל שבת פאר א זכר לחורבן? (אדער כנגד אפאר ציונים...?)

זר זהב » פרייטאג יוני 28, 2013 2:51 am

· #128811
איך וואלטיר פשוט געגעבן א בעסערן רעסעפי. אויב פרובירסטע אלע מהלכים און דו גלייכסט נישט קיין איינס איז וויל איך נישט צו ענדיגן, נעם מיך נישט ליטעראל אבער סגאנץ מעגליך אז לא עמדו רגליך וכו׳

יין שרף » פרייטאג יוני 28, 2013 1:47 pm

· #128903
ב"ה לא עמדה רגלי על אדמת נכר אונגארן! איך בין מיוצאי פולין/רוסלאנד/האלאנד. (אפשר מיט דעם בין איך אויך די איינציגסטע...?)
כ'קען יוצא זיין מיט הייסע קאשע יועך ווי סקווער (?) צו מיט א הייסע קאווע! (יוצא צו זיין עונג שבת אנשטאט די קאווע וואס איך קען נישט האבן שבת...)
אגב יתכן אז כ'ווער נישט נכשל דורך דעם אין איסורי דאורייתא פון רציחה, ווייל איך הרג'ע נישט קיין ציונים שבת... 😂

מ. גליקמאן » מיטוואך יולי 10, 2013 1:43 pm

· #132159
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט וויאזוי זר זהב באווייזט דאס?
Capture.PNG

דענקער » מיטוואך יולי 10, 2013 2:54 pm

· #132217
בין איך דער איינציגסטער וואס גיט נישט קיין פליעדיגע בעילה צו קרעמער האט יא אדער נישט פארלאזט אייוועלט?

זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 3:02 pm

· #132225
ניין

סאשי פיש » פרייטאג יולי 12, 2013 2:59 am

· #132917
וואס ווארט יעצט אז @טעפל זאל לייקען מיינע הודעות פון היינט??..!!...??...!!

זר זהב » פרייטאג יולי 12, 2013 3:02 am

· #132919
ניין. יעדער ווארט מיט שפאנונג!

טעפל » פרייטאג יולי 12, 2013 6:48 am

· #132932
יעצט שיק מיר א לינק וואס צו לייקן 😉

סאשי פיש » מיטוואך יולי 17, 2013 2:43 am

· #134161
וואס קען יעצט נישט שלאפען נאכען שלאפען היינט א גאנצע טאג?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:41 pm

· #134661
שמעקעדיג
נאך 2 נייע קארס וואס איך האב פיינט זייער גראביאנישן אויסקוק פון פארנט.
(בין איך טאקע דער איינציגסטער? איך הער נישט!)

פארד פאקוס
פארד עסקעיפ

בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז טאיאטעס נייער אוואלאן איז א הערליך שטיקל, נאר דער 'נזם חזיר באף זהב' אין פארענט הרג'עט עס קאמפליטלי אפ?
וואס איז לעצטנס ראנג מיט די קאר דעזיינערס?
📎 Avalon_Front.jpg 📎 White_Avalon_Rear.jpg 📎 Avalon_Rear.jpg

יואב » זונטאג אוגוסט 4, 2013 9:06 am

· #138196
איך גלייך גראדע נאר די פארענט, און דאס הונטן עקלט מיר.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 9:31 am

· #138198
יואב
איך גלייך גראדע נאר די פארענט, און דאס הונטן עקלט מיר.

איך האב עטליכע פירושים אין דעם....
עכ"פ לויט איין מהלך בין איך גלייך מיט דיר.

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:27 pm

· #139127
וואס האלט אז מנאשעלע לוסטיג(?) מאכט אן קאפ וויי פאר די מנהלים און אחראים וואס דארפען האלטען און איין מעקען?

בעל הבית » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 12:00 pm

· #148571
וואס האט נאכטען געפאסט

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:43 pm

· #148948
וואס האט נארוואס - די ערשטע מאל זינט בריאת העולם אין די אידישע היסטאריע לכאורה - אויפגעגעסן אויפאיינמאל א גאנצן האלב גאללאן קארטן קליינ'ס מילכיגע אייז-קריעם? אלע דריי קאלירן גארנישט געבליבן

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:53 pm

· #148953
אוי בינעך דיר מקנא.

מה-דאך מיט א טינק אין האניג איז מען זוכה צו א גוט יאר, על אחת כמה וכמה נאך אזא סעודה פון זיסע אייזקריעם, וועסטו נישט וויסן איבערן יאר ווי זיך אהינצוטון פון זיסקייט!

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:19 pm

· #148975
פארעווע?

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:19 pm

· #148976
זר זהב
וואס האט נארוואס - די ערשטע מאל זינט בריאת העולם אין די אידישע היסטאריע לכאורה - אויפגעגעסן אויפאיינמאל א גאנצן האלב גאללאן קארטן קליינ'ס מילכיגע אייז-קריעם? אלע דריי קאלירן גארנישט געבליבן

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:56 pm

· #149202
בין איך דער איינציגסטער וואס האט פאר א טשעינדזש צום ערשטן מאל היינט ביי מעריב געדענקט צו זאגן אלע עשי"ת Ad ins?

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 6:03 am

· #151927
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז דער נייער מאדערנער פרידאם טאוער האט נישט די חן און מאיעסטעטישע אויסקוק פון די אלטע פשוט׳ע צווילינג טורעמס?

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 2:54 pm

· #151996
ס'הייסט נאסטאלגיע, א נאטורליכע געפיל מענטשען האבן צום גלאררייכן אמאל.

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:30 pm

· #152010
איך האב עס תולה געווען אין דעם וואס עס איז נאר איין בנין.

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:54 pm

· #152019
און א געווינס פאר די טעראריסטן, איך האב דיר צוטראסקעט צוויי קריכערס, און דו האסט נישט די גאטס צוריק צובויען נאר איינס? הייסט מיר זענען איווען יעצט. איינס פאר מיר און איינס פאר דיר. 

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:36 am

· #152080
איך רעד פשוט פונעם אויסקוק, נישט נאסטאלגיע. די 2 פשוטע מאיעסטעטישע בנינים האבן געמאכט א סטעיטמענט וואס די נייע האט נישט, וכנבנתה, חלק מההרגש איז צוליב וואס איז פאראן נאר איינס אנשטאט דעם סעט.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:44 am

· #152083
שמעקעדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז דער נייער מאדערנער פרידאם טאוער האט נישט די חן און מאיעסטעטישע אויסקוק פון די אלטע פשוט׳ע צווילינג טורעמס?

ניין איך אויך
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10