☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין איך דער איינציגסטער?...

בין איך דער איינציגסטער?...

495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

sunbar » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:23 am

· #52430
נו, וואס איז פשט?

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:43 am

· #52445
אפשר א געוויסע פארנאכלעסיגקייט

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:49 am

· #52451
די אחראים/מנהלים זיצן דאך נישט דא 24/7 (סארי, 6) אויף א פעטן פעיראל,
זיי קומען און גייען פונקט ווי אנדערע!

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:15 am

· #53643
נאך 2 נייע קארס וואס איך האב פיינט זייער גראביאנישן אויסקוק פון פארנט.
(בין איך טאקע דער איינציגסטער? איך הער נישט!)

פארד פאקוס
פארד עסקעיפ
📎 2013_Ford_Escape_445w.jpg 📎 2013fordfocusreview-main-627x414.jpg

קוגל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:59 am

· #54620
זר זהב
1) וואס האט נישט נארמאל וואו צו זיין אויף סוכות שוין זייט איך געדענק מיר? {מיין טאטע איז פון די פראדזשעקטס, און מיין שווער'ס סוכה איז נישט מער פון ראשו ורובו, א דופן עקומה
מיט לביד.}


2) וואס קען נישט דערליידן סעלפ פראקלאמירטע באמעס, אפילו איך בין ווייט פון זיין א יר"ש?

3) וואס קען זיך נישט העלפן נאר שמייכלען ווען איך זעה דעם בארא פארקער סקווירא דיין מיט די שטיוול (הרב שטיינמעץ שליט"א) ווייל איך
שפיר אז ס'איז "אין רגליו וליבו שווים"?

4) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}

5) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)

6) וואס קען נישט אנהייבן דעם טאג פאר איך נעם א שויער, און ביז דעמאלס בין איך אין א כעס מאוד?
-----------------------------------
ענטפערס ווערן אנגענומען אויך אויף איטליכער פראגעס.

עמו אנכי בצרה
נומבער 2 - 4 - 5 - 6

Espresso » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:03 pm

· #54654
זר זהב
2) וואס קען נישט דערליידן סעלפ פראקלאמירטע באמעס, אפילו איך בין ווייט פון זיין א יר"ש?

איך קען אויך נישט דערליידען סעלף פראקלימירטע יר"ש, אפילו איך בין ווייט פון זיין א באם. 😕

כ׳בין פריי » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:32 pm

· #58412
בינעך דיר אינציגסטער וואס שפארט צו די קאר מיטן רימאוט אפאר מאל זיכער מאכנדיג אז די פייף קומט טאקע פון מיין קאר???

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:39 pm

· #58418
כ׳בין פריי
בינעך דיר אינציגסטער וואס שפארט צו די קאר מיטן רימאוט אפאר מאל זיכער מאכנדיג אז די פייף קומט טאקע פון מיין קאר???

ביז יעצט האב איך געמיינט אז איך בין די איינציגעיסטאר וואס טוט עס

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:51 pm

· #58429
איך ווארט אויך אויפן פייף
דאס איז די איינציגסטע פארזיכערוננג אז אלע טירן זענען פארשלאסן ריכטיג.
אויב נישט, פייפט עס נישט.

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:39 pm

· #58460
שמעקעדיג
איך ווארט אויך אויפן פייף
דאס איז די איינציגסטע פארזיכערוננג אז אלע טירן זענען פארשלאסן ריכטיג.
אויב נישט, פייפט עס נישט.


עס נוצט אויס מיין בעטערי

כ׳בין פריי » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:50 pm

· #58468
איא אבער אפארמאל?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:56 pm

· #58473
ניין. איין מאל איז גענוג פאר מיר.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:17 pm

· #60525
ביניך דער איינציגסטער וואס מיינט אייביג אז איך בין דער איינציגסטער?

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:10 am

· #60614
דו ביסט דער איינציגסטער וואס מיינט אלץ אז דו ביסט דער איינציגסטער צו טראכטן אזוי.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:07 pm

· #61434
בין איך דער איינציגסטער
חבר
וותיק
5000

???????????????????????????????????????????????????


זעה איך גוט?


שמואל הלוי » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:09 pm

· #61436
מזל טוב צו דיין נייעם טיטול און ראנג, כה לחי!

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:10 pm

· #61438
יש"כ ביי דיר בקרוב!

שמואל הלוי » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:11 pm

· #61440
איך האב אויספיעט צו כאפן א "היסטארישע" בילד
untitled.JPG

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:12 pm

· #61442
פאר דעם קומטסיך דיר שוין א ריזן דאנק!

נעם אפאר לייקס הרב שמואל!

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:22 pm

· #61452
זר זהב!
יא ביסט דער איינציגסטער דערווייל!
אויך דער איינציגסטער צו מאכן שיינע קאלירטע אותיות אויף דיין מזל טוב מודעה!
(דארפסט אפשר אריינגיין אין די גראפיקס ליין)

און איך וואונטש דיר אז.... זאלסט נישט אזוי שנעל אנקומען צום זעקסטן טויזענט. אמן כי"ר.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:24 pm

· #61457
אוודאי נישט! איי עם דאן! איי ריטשט די ענד! פון יעצט און ווייטער איז מער נישטא קיין טויש אין ראנגען. פארוואס זאליך וועלן אנקומען צו 6000....???

פיקציע » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:27 pm

· #61497
זר זהב
אוודאי נישט! איי עם דאן! איי ריטשט די ענד! פון יעצט און ווייטער איז מער נישטא קיין טויש אין ראנגען. פארוואס זאליך וועלן אנקומען צו 6000....???

ווארט נאר וואס עס גייט קומען ביי צען טויזענט!

___
א דאנק פאר דיין 5,000 ביז איצטיגע הודעות!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:11 am

· #62231
כ׳בין פריי
בינעך דיר אינציגסטער וואס שפארט צו די קאר מיטן רימאוט אפאר מאל זיכער מאכנדיג אז די פייף קומט טאקע פון מיין קאר???

איך וואלט דיר מייעץ געווען צו מאכן אן אפוינטמענט ביי דר. בהרב. וואס אדווערטייזט אז ער קען העלפן מענטשן אין די היימישע קאמיוניטי וואס זענען חושש אז זיי ליידן אויף או.סי.די. ביטע נעם עס נישט ערנסט. ס'איז נאר א דזשאוק.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:15 am

· #62232
זר זהב
אוודאי נישט! איי עם דאן! איי ריטשט די ענד! פון יעצט און ווייטער איז מער נישטא קיין טויש אין ראנגען. פארוואס זאליך וועלן אנקומען צו 6000....???

אפשר ביז דאן וועט די הנהלה אויסטראכטן עפעס א נייעם גימיק. דו מיינסט אז די אויסצייכענונגען אין מיליטער זענען געמאכט געווארן אין איין טאג. 😂

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 6:34 am

· #65499
בין איך דער איינציגסטער?
וועלכער גלייכט נישט קאווע מיט בלויע מילך? נאר רויטע?

העלא » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:01 am

· #65502
וואס נוצט יעצט עיר קאנדישאן?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 9:53 am

· #65518
ניין, איך אויכעט!

ביינער פיש » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 9:57 am

· #65520
אין א קאווע דארף מען לייגן עכטע מילך נישט בלויע. אבער פארוואס נוצט מען יעצט עיר קאנדישאן אין ניו יארק?

העלא » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 10:00 am

· #65522
ווייל ביי מיר אין אפיס איז בבחינת:
אפילו בתקופת טבת חמימי ליה,
עס איז קליין, עס האט נישט קיין פענסטערס, און די קאמפיוטער גיט געווענלעיך ארויס א שטיקל היץ,

משכיל » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 10:05 am

· #65523
דער תירוץ איז וואס די גמ' זאגט אין מסכת שבת נג ע"א חמרא אפילו בתקופת תמוז קרירא לה, און דאס איז דער פארקערטער עקסטרעם,י

אויך אויף ענגליש ער איז פיל מיט הייסע לופט

sunbar » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 10:16 am

· #65530
העלא
ווייל ביי מיר אין אפיס איז בבחינת:
אפילו בתקופת טבת חמימי ליה,
עס איז קליין, עס האט נישט קיין פענסטערס, און די קאמפיוטער גיט געווענלעיך ארויס א שטיקל היץ,


האסט פלאץ פאר א עקסטרע דעסק?

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:22 pm

· #65621
וואס עסט יעצט סקינלעסס און באונלעסס סארדינס?

משה געציל » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:38 pm

· #65648
וואס א יעדענס מאל וואס איך זעץ זיך אריין אין קאר מיט צוויי זעקלעך אין די האנט צוקלינגט זיך מיין טעלעפאן?

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:09 pm

· #65668

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 2:50 pm

· #66576
זר זהב
סיז א דיזעסטער. כ'קען נישט אוועקווארפן, ווייל איך ווייס קלאר אז ס'דא ארטיקלען וואס איך וויל שטארק לייענען
און איך קען אויף דעם נישט מוותר זיין.
און לייענען ליין איך נישט קיין סאך, 'ווייס נישט וואו אנצוהייבן.

א שטארקער גורם דערצו איז אז איך לייען נישט גלייך וואס איך וויל ליינען.
קודם מאכט מען זיכער אז דו צייטונג בלייבט שיין מ'טריעט דעם צייטונג ווי א קעניג, ממש אן אבסעסיע!

ווען איך זעה אן ארטיקל וואס איך וויל ליינען, אנשטאט עס אפצולייענען און פארטיג, לייג איך עס אפ אויף שפעטער, אלעס ווערט אזוי פראגראמירט וואס מ'גייט לייענען ווען...
און אזוי האלט מען דא.

איר האט געמיינט אז ס'איז א וויץ? איך האמיר אנגעשטויסן יעצט אין א צייטונג פון פונקט 2 יאר צוריק וואס ווי ס'זעהט אויס איז מיר נישט אויסגעקומען עס צו ליינען בשעתו. איך זעה אבער דערינען אן השגחה פרטית, ה' האט צוגעזען מיין צער נאכער וואס דער סאציעליסטישע אבאמא האט געווינען... גיימער ליינען!!

ארכיוו (3).jpg

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:07 pm

· #81862
וואס בענקט נאך חבר ותיק זר זהב???

בעל הבית » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:03 pm

· #96649
וואס האט נישט וואס צוטהון

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:08 pm

· #96651
וואס זוכט מענטשן וואס האבן נישט וואס צו טון זאלן מיר העלפן מיט מיין ארבעט?

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:08 pm

· #96652
זיכער, וויפיל צאלט איר?

בעל הבית » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:11 pm

· #96656
איך בין גרייט צו צאלן פאר אביסיל OCCUPATION

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:17 pm

· #96663
בעל הבית און זר זהב, זעצט אייך לערנען בחברותא.

בעל הבית » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:19 pm

· #96665
איך האב שון

למדן » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:18 pm

· #96733
דאס איז דיין ארבייט?

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:21 pm

· #96769
וואס לעכצט ס'זאל זיך דא אנהייבן עפעס קאכן, נישט קיין חילוק וואס, א סומאטוכע, א זאווארוכע, א סענזאציע, אין פארברענגען, תורה ודעת, צימעס, מוזיק, מאחורי, אבי עפעס, ערגעץ, א קאשע, א געקעכטס?

יידל » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:02 pm

· #96790
וואס איז שלעכט מיט הציץ'ס מאטעמאטישע סומאטוכע?...

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:37 pm

· #96841
יידל
וואס איז שלעכט מיט הציץ'ס מאטעמאטישע סומאטוכע?...

אודה ולא אבוש, הלואי ווען איך וואלט פארשטאנען אן אות אחת וואס ער רעדט דארט.
יידל, פארוואס האט זיך קיינער נישט צוגעכאפט צו ברעט מענינגס אפפער אז ער איז גרייט צו געבן וואויס לעסאנס? איז טאקע נישטא קיינער אין קאווע שטיבל וואס האלט זיך פאר א בעל תפלה?! כ'מיין, קיינער הערט דאך נישט, איך האב גאנץ שטארק ליב דעם ברעטל.

מזלטוב » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:12 pm

· #96858
די אלע אויבנדערמאנטע קשיות האבן איין ענטפער: "עדיקשן'ס"! עס זענען פארהאן 70 סארטן עדיקשן. און עס איז נישט נאר עסן אלקאהאל רייכערן געמבלען וכו אויך ליינען אדער קאלעקטן איז א עדיקשן ווען עס שטערט פון א נארמאלן לעבן. יעדער מענטש וואס איז עדיקטעד האט איין הויפט עדיקשן און אונטער דעם נאך אפאר קלענערע. די וועג צו זיך היילן דערפון איז קודם אנערקענען די הויפט עדיקשן און זיך אויסמיידן דערפון מיט פעסטקייט. דערנאך מיט די צייט צולייגן די קלענערע אויך. נאר די ערשטע 2 וואכן איז שווער נאכדעם פיהלט צען א געוואלדיגע גבורה און סיפוק אז עס גלוסט זיך נישט עס צו ברעכן. ( רוב עדיקטעד מענטשן זענען טיפע טראכטער און סענסעטיוו)

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:06 am

· #98346
וואס ווייסט אז דער ניק לעמעלע האט געהאט א שעפסעלע?
מזל טוב!

טעפל » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:07 am

· #98360
זר זהב
וואס ווייסט אז דער ניק לעמעלע האט געהאט א שעפסעלע?
מזל טוב!

ניין יעצט ווייסען מיר אלע און געבען איהם אפ אונזער מז"ט!

לעמיל » מאנטאג מערץ 25, 2013 1:23 pm

· #100073
וואס דארף זיין נארמאל אין ארבעט היינט?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10