בין איך דער איינציגסטער?...
495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
שמעקעדיגאיך רעד פשוט פונעם אויסקוק, נישט נאסטאלגיע. די 2 פשוטע מאיעסטעטישע בנינים האבן געמאכט א סטעיטמענט וואס די נייע האט נישט, וכנבנתה, חלק מההרגש איז צוליב וואס איז פאראן נאר איינס אנשטאט דעם סעט.
קען זיין ווען מ'וועט זיך אביסל צוגעוויינען צום נייעם בנין וועט דיר עס אויך געפעלן..
בין איך דער איינציגסטער וועלכער מאכט אפט א טעות צווישן די צוויי?
📎 הודעות.jpg
לעמילוואס בענקט נאך חבר ותיק
@זר זהב ???
וואס האט יעצט באמערקט אז @אנאנים איז דאהי?
שמעקעדיגבין איך דער איינציגסטער וועלכער מאכט אפט א טעות צווישן די צוויי?
יא!
...וואס אדווערטייזמענטס רעדט נישט צו מיר? און גייט מיר זאגאר אויף די נערוון?
ווען איך וויל א רעקל, ווייס איך וואו G&G אדער זייער קאמפעטישן געפינט זיך,
ווען איך וויל א ווייטאמין, ווייס איך פון מעקסי העלט און צאהלערס אין מיין העלט פוד געשעפט,
ווען איך דארף א נייע שטריימל, ווייס איך פון מילער/קרויס/כתר/ווידער וכו',
און ווען די קינדער דארפן שיכעלעך ווייס איך אויך וואו צו גיין, (יא, דארטן ווי איך בין געווען לעצטע יאר)
צו וואס זענען די פעיפערס פול יעדע וואך מיט אדווערטייזמענטס? פארוואס די אלע בילבאורדס? פארוואס די אלע צעטלעך אויף ליע עוו. ביי די די מחיצות העכערן הייוועי? פארוואס שיקן פאסט אדער פארפלייצן מיין אינבאקס?
די איינציגסטע מאל וואס איך אפרישיעט עס, איז אויב עס איז פאראן גוטע נייעס, צב"ש א סעיל, דאן טראכט איך א מינוט אויב איך קען נהנה זיין דערפון. אדער אויב עס איז ערשינען א ברענד-ניו אייטעם.
אבער סתם לייגן יעדע וואך ווייל דער קאמפעטישן לייגט אויכעט, אין יעדע איינציגע אויסגאבע?
נעבעך וויפיל אידיש געלט זענען שוין פארפאלן געגאנגען פון די עדס נאר פון G&G און GB. זיכער מער ווי זייער גאנצע פראפיט מיט א שמוץ אריבער. איך וואלט אסאך גוטע זאכן געקענט אויפטון דערמיט!!
אבי כאטש די צייטונגען און גראפיקער מאכן אביסל פרנסה.
אבער געלט פראבלעם אין די זייט. לאמיר זאגן זיי האבן יא געלט. צו וואס פעלט עס בכלל אויס? פארוואס דארף איך יעדע וואך זעהן נאך א עד פון די זעלבע סטאר מיט א אנדערע פיקטשער? איין וואך א הארסי, די נעקסטע א בער?
און אז מען רעדט שוין פון אדוערטייזמענטס, לאמיר שוין רעדן פון די עדס אויפן קאמפיוטער.
ס'שוין נישט אזוי נוגע היינט, ווייל אין רוב פלעצער נוץ איך שוין עד בלאקערס, הגם אין מיין פאון ווייסעך נאך נישט וויאזוי דאס ארויפצולייגן (געפילטע? ביזטא? שקויעך!)
למשל איך האב מיר געקויפט א קעמערע. יעצט די נעקסטע פאר וואכן, וואו אימער איך וועל גיין (אדער וועלכע עפפ איך וועל עפענען וואס איז "אומזיסט מיט עדס") וועט מיר עדווערטייזן דעם מאדעל קעמערע!
אדער, איך האב געקויפט א פרינטער, אדער סקאטש טעיפ, אדער סיי וואס, וועט דער "קלוגער" אדווערטייזער פארשטיין אז "איך ליג אין די זאכן" (איך ליג אין סקאטש טעיפ, נישט געוואוסט?), און ממילא מיר צייגן די זעלבע זאך 101 מאל.
בינו בוערים בעם וכסילים מתי תשכילו? אז איך האב שוין געקויפט דעם קעמערע/פרינטער, מיינט אז מיין בקשה איז ערפילט געווארן, און איך האף אז לאורך ימים ושנים (הערת באלעגאלע: ונשים) טובות וועט דאס מיר דינען! פארוואס מיינט ער אז 10 מינוט ארום וויל איך נאך א פרינטער, גענוי דעם זעלבן סארט??
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז אדווערטייזמענטס איז געמאכט דורך נאראנים פאר נאראנים?
העי, מאך נישט אוועק אדווערטייזמענט, אנליין אדווערטייזמענט איז א מולטי ביליאן דאלער מארקעט, גוגל וואס מאכט כמעט זייער גאנצע געלט פון adsense מאכט אן ערך פון 16 ביליאן דאלער א יאר פון אנליין עדווערטייזמענט. איך ווייס טאקע נישט וויאזוי אדער פארוואס, אבער איי געס רוב מענטשען קוקן יא אויף גוגל'ס עדס. דאס וואס דו פרעגסט פארוואס זיי עדווערטייזן נאכדעם וואס דו האסט שוין געקויפט. זייער קוקי'ס זעען נאר אז דו האסט לעצטענס געזוכט א קעמרע\סקאטש טעיפ, זיי ווייסן אבער נישט אויב דו האסט שוין געקויפט אדער נישט.
נ.ב. מ'קען האבן עדבלאק אויף ענדרויד, אבער מ'דארף זיין rooted.
Adaway דארף צו זיין די בעסטע.
קענסט מיך רופן א נאר, אבער איך קען יא קוקן אויף אדווערטייזמענטס. איך זאג נישט אז די קאלירפולע בלעטער קענען מיר נישט צוטרעטן צו די געהירן, ספעציעל אזא ערב יום טוב ווען די הענט איז שוין שווארץ פון מישן אזויפיל פארפירישע אדעווערטייזמענטס. איך ווייס דאך אויב גיי איך אריין צו זיי אין געשעפט, קען מיך דער פארווע אינגערמאן ארויסשאקלן פון ארבל אזאנע לעכערליכע תשובות ווי: "די קאמפאני מאכט דאס שוין נישט", "נאר וואס דו זעסט דא", אא"וו.
דזשי ענד דזשי און דזשי בי אינטערסירט מיר טאקע נישט, פשוט ווייל אין טעגליכן לעבן אינטערסירט מיך דאס קנאפ.
איך האב אבער תחומים וואו איך קען אריינקליקן אויב ס'קוקט אויס אינטערסאנט. זאל זיין קארס, פאני עדווערטייזמענס, עקענאמישע זאכן און נאך.
ואחרון חביב: "עסן". איך דערקוויק זיך סתם אזוי צו זען ווי ס'קאסט פינף אינגעלייט פון פאמאגרענעט צו האלטן איין ריזן בני ענק'ישן רויט שטיקל פלייש, מיט אזאנע אטראקטיווע ווייסע שטרייפן. ס'קאסט מיך עפעס קרוב צו ארגעזעם.
פארגאנגענע וואך למשל האב איך געזען עפעס א פרישע פיצא פירמע זיך אדווערטייזן. ס'האט מיך יא געכאפט די לאנגע שטיקלעך טשיז וועלכע שלענגלן זיך מיט א בא'חן'טע תמימות פון די קריספי פארקעטשאפטן טייגל. כ'האב געקלערט אולי איז דאס בעסער פון מענדלסאן'ס, לעטס גיוו איט ע טריי.
שמעקעדיג...וואס אדווערטייזמענטס רעדט נישט צו מיר? און גייט מיר זאגאר אויף די נערוון?
ווען איך וויל א רעקל, ווייס איך וואו G&G אדער זייער קאמפעטישן געפינט זיך,
ווען איך וויל א ווייטאמין, ווייס איך פון מעקסי העלט און צאהלערס אין מיין העלט פוד געשעפט,
ווען איך דארף א נייע שטריימל, ווייס איך פון מילער/קרויס/כתר/ווידער וכו',
און ווען די קינדער דארפן שיכעלעך ווייס איך אויך וואו צו גיין, (יא, דארטן ווי איך בין געווען לעצטע יאר)
צו וואס זענען די פעיפערס פול יעדע וואך מיט אדווערטייזמענטס? פארוואס די אלע בילבאורדס? פארוואס די אלע צעטלעך אויף ליע עוו. ביי די די מחיצות העכערן הייוועי? פארוואס שיקן פאסט אדער פארפלייצן מיין אינבאקס?
די איינציגסטע מאל וואס איך אפרישיעט עס, איז אויב עס איז פאראן גוטע נייעס, צב"ש א סעיל, דאן טראכט איך א מינוט אויב איך קען נהנה זיין דערפון. אדער אויב עס איז ערשינען א ברענד-ניו אייטעם.
אבער סתם לייגן יעדע וואך ווייל דער קאמפעטישן לייגט אויכעט, אין יעדע איינציגע אויסגאבע?
נעבעך וויפיל אידיש געלט זענען שוין פארפאלן געגאנגען פון די עדס נאר פון G&G און GB. זיכער מער ווי זייער גאנצע פראפיט מיט א שמוץ אריבער. איך וואלט אסאך גוטע זאכן געקענט אויפטון דערמיט!!
אבי כאטש די צייטונגען און גראפיקער מאכן אביסל פרנסה.
אבער געלט פראבלעם אין די זייט. לאמיר זאגן זיי האבן יא געלט. צו וואס פעלט עס בכלל אויס? פארוואס דארף איך יעדע וואך זעהן נאך א עד פון די זעלבע סטאר מיט א אנדערע פיקטשער? איין וואך א הארסי, די נעקסטע א בער?
?[/b]
פאצעלע דער איינציגסטער סיבה פארוואס דו זעסט עדס איז ווייל ס'דא קאמפטישן און ווען איינער וויל דו זאלסט קויפן ביי עם וועט ער פארפלייצן אלע צייטונגען אז דו זאלסט עם זען אויב אזוי קען דער אנדערע געשעפט נישט זיין אונטערשטעלינג און מוז אויך שיסן עדס און ס'זעט אויס ווי ס'זעט אויס. פון דור ישרים איז נישט דא קיין עדס
פינטל, דו וואלסט אריינגעקומען די זעלבע קלאר אויב דו וואלסט אנגעהויבן דיין תגובה מיטן צווייטן ווארט.
מאטיאון א געווינס פאר די טעראריסטן, איך האב דיר צוטראסקעט צוויי קריכערס, און דו האסט נישט די גאטס צוריק צובויען נאר איינס? הייסט מיר זענען איווען יעצט. איינס פאר מיר און איינס פאר דיר.
ווען עס ווענדט זיך אין מיר, בוי איך ווען פיר בנינים אנשטאט צוויי, פוןן 222 שטאקן איטליכע אנשטאט 111 אויף צוויי סקוועיר בלאקס איטליכע אנשטאט איין.
דאס איז די ענפער פון א מאכטפולע געזונטע פאלק.
נאר אזוי ווי מיר האבן צו טון מיט א באנדע אותו מקום'ס, לאזן זיי ליידיג די פלאץ כדי מען זאל קענען "ריפלעקטן" אויף די טראגעדיע...
דער (פינטעל) אידפאצעלע דער איינציגסטער סיבה פארוואס דו זעסט עדס איז ווייל ס'דא קאמפטישן און ווען איינער וויל דו זאלסט קויפן ביי עם וועט ער פארפלייצן אלע צייטונגען אז דו זאלסט עם זען אויב אזוי קען דער אנדערע געשעפט נישט זיין אונטערשטעלינג און מוז אויך שיסן עדס און ס'זעט אויס ווי ס'זעט אויס. פון דור ישרים איז נישט דא קיין עדס
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Prisoner's_dilemma#In_economics">http://en.wikipedia.org/wiki/Prisoner's ... _economics</a>
קיין נער בין איך נישט זעט איר
דער (פינטעל) אידקיין נער בין איך נישט זעט איר
יא ביסט די איינציגסטע וואס זעט עס...
בין איך דער איינציגסטער?...
... וואס האט נאך קיינמאל נישט געהערט קיין קליידער שרייען?
עס איז א בחינה פון רואים את הקולות...
אוי לעינים שכך רואות.
וואס פאסט נישט היינט?
וואס האט נאך קיינמאל נישט געזען קיין רעגן בויגן?
וואס פאסט היינט
מאראנצןזאפטוואס האט נאך קיינמאל נישט געזען קיין רעגן בויגן?
והיינו דתנו רבנן: לא הרי
@מאראנצןזאפט בדורו כהרי רשב"י בדורו. רשב"י בדורו איהו לא חזי ובני דרא לא חזו, ואילו מאראנצןזאפט בדורו איהו לא חזי אבל בני דרא חזו.
בעל הביתוואס פאסט היינט
ניין איך פאסט אויך
וואס טיפס פאר פורים גייט מיך קאסטן קרוב צו א אלף'ל?
יעדער קינד מיינע האט א רבי, טיטשער, באס דריווער, באס רבי. איו די יונגערע האבן אין פלעי גראפ א טיטשער אין העלפער אין אויך א באס דריווער.
כ'האב הערשט חנוכה געגעבען טיפס,
שוין אלץ לוינט זיך טאמער
@berlbalaguleh איז מיין זוהן'ס דרייווער, איז עס א ענין פון הנותן מתנה לחבירו צריך להודיע....
דו טיילסט יעדן איינעם 75 טאלער?
און מיינע 5 מיידלעך דארפן געבן 15 שלח מנות'ער איטש פאר זייערע בעסט פרענדס.
וואס האלט שוין נאך שחרית, און עסט א געהעריגע פרישטאג...
וואס יעדן מאל וואס איך שרייב זיך ארויס פון קאווע שטיבל, קומט ארויף:
ארויסשרייבן [פארוואס?].
א נייע משוגעת, איך דארף זיי פונקטליך שרייבן פארוואס איך וויל זיך ארויסשרייבן.
פארוואס?וואס יעדן מאל וואס איך שרייב זיך ארויס פון קאווע שטיבל, קומט ארויף:
ארויסשרייבן [פארוואס?].
א נייע משוגעת, איך דארף זיי פונקטליך שרייבן פארוואס איך וויל זיך ארויסשרייבן.
עלאעל... קוקט נישט אויס ווי עניבאדי כאפט...
ביסט נישט דער איינציגסטער וואס כאפט..
וואס האלט שוין פאר יאר נאכן חתונה און געזאגט ביז היינט ביים בענטשן הרחמן הוא יברך את אבי מורי בעל הבית הזה. היינט האב איך אויפגעפאסט אז איך דארף זאגן הרחמן ...אותי ואת אשתי. אין בענטשערל שטייט ''ואם סמוך על שלחנ עצמו יאמר הרחמן הוא יברך אותי (ואבי ואמי) ואת אשתי ואת זרעי", און וואס זאגט מען אויב מ'איז נישט אינדערהיים ? איך בין צומישט אינגאנצן, אזא חולם בין איך?
ביים מצוה טאנץ האט דער בדחן מיר מעורר געווען איבער דעם. אן דעם וואלט איך נאך היינט געזאגט ווי אמאל.
מיר האט אויך א פעטער מעורר געווען ביים חתונה... אמת'דיג געטריי, די חברה...
נאכן חתונה האב איך געפרינט א נוסח פארן ווייב, ואת בעלי.
...וואס יעדע מאל איך זע
דעם אשכול קוק איך אויב ס'אפשר נישט אין מאחורי?
וואס האט דער פורים געהאט א טשעק'בוק אנגעטרונקען, אין איך זעה אז כ'האב געטיילט איבער 60 טשעקס (חוץ פון דער אנגעגרייטע קעש) ?
איך ציטער ארויף צו לאגן צו טשעיס,
ווי זעה איך א וועג ארויס?
Tizke L'mitzvos
שטילע אינגערמאן
ווי זעה איך א וועג ארויס?
דזשאסט הער אויף דמיינ'ן והכל על מקומו יבא בשלום....
וואס טראכט אסאך מאל, אז די גאנצע וועלט האט עפעס א סוד צווישן זיך וואס נאר איך ווייס נישט.
מאטי, ס'בעסער אז דו ווייסט נישט, גלייב מיר אויפן ווארט.
sefishשטילע אינגערמאן
ווי זעה איך א וועג ארויס?
דזשאסט הער אויף דמיינ'ן והכל על מקומו יבא בשלום....
בחורל טייערע, ווען די גייסט חתונה האבן אין זיין א אינגערמאן גייסטו אויך האבן א טשעקבוק,
וועסט זעהן אז ס'איז גארנישט קיין דמיון גייסט אין ריל לייף האבן א טשעקבוק,
א טשעקבוק יא, איך רעד פון דיין אנדערע העלפט מעשה
@sefish דיין טוטער טשעפעט דיר... האסט געמיינט ער'ז א שטילע יונגערמאן
וואס האט פארגעסען צו געבן מחצית השקל?
מ'קען נאך?
שטילע אינגערמאןוואס האט דער פורים געהאט א טשעק'בוק אנגעטרונקען, אין איך זעה אז כ'האב געטיילט איבער 60 טשעקס (חוץ פון דער אנגעגרייטע קעש) ?
איך ציטער ארויף צו לאגן צו טשעיס,
ווי זעה איך א וועג ארויס?
שעפעלע טייערע, א טשעק ביכל האט נישט קיין זעכציג טשעקס, עס קומט בערך דרייסיג צו פערציג טשעקס אין די קליינע ביכלעך
משולם שטיינפעלדשטילע אינגערמאןוואס האט דער פורים געהאט א טשעק'בוק אנגעטרונקען, אין איך זעה אז כ'האב געטיילט איבער 60 טשעקס (חוץ פון דער אנגעגרייטע קעש) ?
איך ציטער ארויף צו לאגן צו טשעיס,
ווי זעה איך א וועג ארויס?
שעפעלע טייערע, א טשעק ביכל האט נישט קיין זעכציג טשעקס, עס קומט בערך דרייסיג צו פערציג טשעקס אין די קליינע ביכלעך
לעמעלע טייערע, וואס פאלט דיך אן כ'האב די קליינע? אפשר האב איך די גרויסע ביכער? דארט קומט אפאר הונדרעט שטיק,
📎 businesscheck.jpeg
שטילע ידידי ,שיק מיר אויך א טשעקעלע און איך וועל זאגן פאר יעדעם איינעם אז דיין מעשה איז אמת ,דיעל?
קאווע טרינקערוואס האט פארגעסען צו געבן מחצית השקל?
מ'קען נאך?
@קאווע טרינקער אויב קומסטו אויף מיט עפעס אן הוראה, לאז וויסן ווייל איך האב אויך פארגעסען... דערווייל ארבייט איך נאך אויף וועים ארויפצילייגען דעם שילד..
קאווע טרינקערוואס האט פארגעסען צו געבן מחצית השקל?
מ'קען נאך?
איך אויך.
איך בין נוהג אלע יארן צו געבן מחצית השקל פורים צופרי.
ספעיציעל דאס יאר איז מיר נישט געפאלען צו געבן דאנערשטאג תענית אסתר ביי מנחה. וואס האט דאס מיט די תענית.
פורים צופרי האב איך געזוכט א טעלער אויף אלע בלעמערס אין איך האב נישט געטראפן.
אינמיטן פורים האב איך זיך דערשראקען ׳כופר נפש׳. אבער איך האב זיך בארואיגט אז מען ציילט נישט היינט מיין משפחה.
קאווע טרינקערוואס האט פארגעסען צו געבן מחצית השקל?
מ'קען נאך?
אוודאי קען מען נאך, עס האט בעצם גארנישט מיט תענית אסתר, עס איז א זכר צו די מחצית השקל, וואס מען פלעגט געבן חודש אדר בזמן שבית המקדש היה קיים.
און די סיבה פארוואס מען געט עס דווקא תענית אסתר איז ווייל עס זאל זיין א כפרה מיטן תענית, אבער עס האט מיט תענית אסתר גארנישט איינגעלייגט, עס האט מיט חודש אדר.
אגב איז דא וואס פירען זיך צו געבן מחצית השקל פורים צופרי פאר קריאת המגילה.
וואס האט פיינט צו געבן מחצית השקל [אפשר ווייל ס'דערמאנט פון כפרות שלאגן]
וואס קען קוים ווארטן אויף די דריטע וועלט מלחמה
איך אויךשטילע ידידי ,שיק מיר אויך א טשעקעלע און איך וועל זאגן פאר יעדעם איינעם אז דיין מעשה איז אמת ,דיעל?
ס'קען דיר נאך קאסטן די באנק טשארטש פאר'ן דעפאזיטן א טשעק וואס האט נישט קיין דעקונג.