☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין איך דער איינציגסטער?...

בין איך דער איינציגסטער?...

495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:30 pm

· #34312
בין איך דער איינציגסטער?...
1) וואס האט נישט נארמאל וואו צו זיין אויף סוכות שוין זייט איך געדענק מיר? {מיין טאטע איז פון די פראדזשעקטס, און מיין שווער'ס סוכה איז נישט מער פון ראשו ורובו, א דופן עקומה מיט לבוד.}

2) וואס קען נישט דערליידן סעלפ פראקלאמירטע באמעס, אפילו איך בין ווייט פון זיין א יר"ש?

3) וואס קען זיך נישט העלפן נאר שמייכלען ווען איך...... (מחקתי)

4) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}

5) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)

6) וואס קען נישט אנהייבן דעם טאג פאר איך נעם א שויער, און ביז דעמאלס בין איך אין א כעס מאוד?
-----------------------------------
ענטפערס ווערן אנגענומען אויך אויף איטליכער פראגעס.

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:38 pm

· #34313
ביזט ווייט נישט דער איינציגסטער אין קיין איין פון די זאכן. פארענטפערט דיין שאלה?

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:39 pm

· #34314
ניין, איך דארף רעדן מיט דעם יעניגן.

DotCom » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:40 pm

· #34315
איך וויל נאר צולייגן איין שאלה און מעגליך דאס וועט פארענטפערן אלע דיינע שאלות.

8) וואס דארף עמערדזשענסי א פול טיים דזשאב זעקס טעג א וואך?

סיז נאר בדרך טשעפע 😉 , פליז נעם עס נישט פערזענליך.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:41 pm

· #34316
איך דארף! אויב האסטע געמיר פליז

DotCom » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:46 pm

· #34319
זר זהב
איך דארף! אויב האסטע געמיר פליז


טעלל מיט אבאוט איט, און נאר א 7-7 דזשאב מיט א נעסטי מענעדזשער.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:47 pm

· #34321
עקשועלי א 8-6 דזשאב מיט א מענעדזשער א קאפאו.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:06 pm

· #34333
8) וואס וועט ספענדען 15 דאללער פאר א צינג סענדוויטש אבער וועט נישט ספענדען 6 דאלאר פאר א אידישן מאגאזין ווייל איך האלט אז סלוינט נישט?

Shmilly » זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:30 pm

· #34338
א דשאב וואס קאווע שטיבעל איז געבלאקט

חאצקל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:55 pm

· #34358
DotCom
איך וויל נאר צולייגן איין שאלה און מעגליך דאס וועט פארענטפערן אלע דיינע שאלות.

8) וואס דארף עמערדזשענסי א פול טיים דזשאב זעקס טעג א וואך?

סיז נאר בדרך טשעפע 😉 , פליז נעם עס נישט פערזענליך.

איר האלט טאקע ערנסט אז די אישוס פון זר זהב נעמט זיך פון דעם וואס ער האט נישט קיין פול טיים דזשאב?

ברוין » זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:57 pm

· #34360
א פחד ווי איינער קען זיך אזוי אויספראקן ברבים. ווי נעמט מען די שטארקייט

משה געציל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:03 pm

· #34363
זר זהב

5) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}

דו דערמאנסט מיר פון דעם רב וואס צוויי אידען זענען אים געקומען פארלייגן זייער טענות, ער הערט דעם ערשטן צד ער זאגט אים ביזט גערעכט. ער הערט דעם צווייטנ׳ס צד דו ביזט אויך גערעכט. די רעביצין אין דער זייט נעמט זיך מאכן קולות זאג נאר ווי אזוי קענען ביידע זיין גערעכט? גוט געפרעגט זאגט ער איר... ווייסט וואס דו ביזט אויך גערעכט....

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:04 pm

· #34364
גוט! שוין געהערט אמאל, אבער שוין געהאט פארגעסן...

דעינעש » זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:06 pm

· #34365
בין איך דער איינציגסטער...?
8) וואס גלייכט זר זהב'ס מהלך אין ג'ענעראל ?.
Shmilly
א דשאב וואס קאווע שטיבעל איז געבלאקט

אויף וועמענס חשבון ביסטו א גוטער!?

חאצקל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:14 pm

· #34369
נאכן שרייבן איבער צוויי טויזנט תגובות רעדט מען שוין אביסל אפענער

קווארטין » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:28 am

· #34981
זר'ל, פון 4 און ווייטער שפיריך זעך היימיש.

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:20 am

· #34993
איך מיין איך קען צולייגן צום ליסטע
בין איך דער איינציגסטע וואס קאווע שטיבל איז אזא עדיקשאן?

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:16 pm

· #35848
ליידער אויך געווארן א געטראפענער אזוי

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:21 pm

· #35853
איך קען מיר אביסל טרעפן אין נומבער 4.
און עס קרענקט מיר געפערליך!
ווי אזוי ווער איך פטור דערפון??

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:56 pm

· #35869
1) די פראבלעם האב איך ב"ה נישט
2)אין דעם ביזטו נישט די איינציגסטע, רוב עולם איז אזוי, איך האב פשוט רחמנות אויף זיי.

4)דאס האב איך נאר אין זאכן וואס איך אליין בין מסופק.
5)מ'ארבעט דערויף
6)גראדע ביי מיר איז פארקערט, במקום ל' בתחילתו נותן ה' בסופו.

8) דאס איז נישט מער ווי פארשטענדליך.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:15 pm

· #35971
) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)

1) דאווען אין א שנעלע מנין
2) נעם מיט א ספר
3) בלו-טוט אונטערען טלית און הער "קול מבשר".

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:23 pm

· #35975
פונקט ווען איך האב חרטה פאר'ן עפענען דעם אשכול, נעמט זיך דער עולם צו שרייבן...
א מין וועלט!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:29 pm

· #35978
9) בין איך דער איינציגסטער וואס האט פיינט קול מבשר?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:42 pm

· #35983
זר זהב
9) בין איך דער איינציגסטער וואס האט פיינט קול מבשר?


כ'האב עס נישט פיינט, איך האב פשוט נישט קיין צייט צו נאך א עדיקשאן.....

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:48 pm

· #35990
10) בין איך דער איינציגסטער וואס איז אנגעסטאקט מיט צייטונגען און איך פיהל ווי איך מוז אלעס ענדיגן און איך ווער פשוט משוגע!
ס'גייט צוריק נאך פון א יאר!

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:01 pm

· #36007
זר.... שוין אביסל עקסטרעם...
איך האב אויך, אבער נאר פון 2-3 וואכן.

וואס עס ווערט נישט געלייענט ביז א 2-3 וואכן גייט אין מיסט, ווייל מען וועט עס שוין קיינמאל נישט ליינען!
בפרט אויב זיצטו אויף קאווע שטיבל!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:07 pm

· #36010
סיז א דיזעסטער. כ'קען נישט אוועקווארפן, ווייל איך ווייס קלאר אז ס'דא ארטיקלען וואס איך וויל שטארק לייענען
און איך קען אויף דעם נישט מוותר זיין.
און לייענען ליין איך נישט קיין סאך, 'ווייס נישט וואו אנצוהייבן.

א שטארקער גורם דערצו איז אז איך לייען נישט גלייך וואס איך וויל ליינען.
קודם מאכט מען זיכער אז דו צייטונג בלייבט שיין מ'טריעט דעם צייטונג ווי א קעניג, ממש אן אבסעסיע!

ווען איך זעה אן ארטיקל וואס איך וויל ליינען, אנשטאט עס אפצולייענען און פארטיג, לייג איך עס אפ אויף שפעטער, אלעס ווערט אזוי פראגראמירט וואס מ'גייט לייענען ווען...
און אזוי האלט מען דא.

אברעמעל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:52 am

· #36073
געפילטע פיש
8) דאס איז נישט מער ווי פארשטענדליך.

כ'האב געדארפט ארויפמישן צו זעהן אויף וואס דאס גייט ארויף.. 🙂

ידען » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:22 am

· #36113
אברעמעל
געפילטע פיש
8) דאס איז נישט מער ווי פארשטענדליך.

כ'האב געדארפט ארויפמישן צו זעהן אויף וואס דאס גייט ארויף.. 🙂

איך ווער צימישט פון מישן ארויף און אראפ. סע דארף זיין א תקנה אז ווען מע גייט ארויף אויף איינעםס זאכן, זאל מען לייגן יענעםס זאך אויף וואס מע גייט ארויף.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:35 am

· #36192
שוין ווייטער מיט דיינע תקנות, מ'דארף דאך גרינגער מאכן אידישקייט, נישט צולייגען נאך תקנות...
אבער לפנים משורת הדין, דא, נאדער.
זר זהב
8) וואס וועט ספענדען 15 דאללער פאר א צינג סענדוויטש אבער וועט נישט ספענדען 6 דאלאר פאר א אידישן מאגאזין ווייל איך האלט אז סלוינט נישט?

אברעמעל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:19 pm

· #36271
געפילטע איך האב מיך באצויגן צו א אנדערע 8
DotCom
8) וואס דארף עמערדזשענסי א פול טיים דזשאב זעקס טעג א וואך?

קורץ און שארף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:46 pm

· #36280
זר זהב
סיז א דיזעסטער. כ'קען נישט אוועקווארפן, ווייל איך ווייס קלאר אז ס'דא ארטיקלען וואס איך וויל שטארק לייענען
און איך קען אויף דעם נישט מוותר זיין.
און לייענען ליין איך נישט קיין סאך, 'ווייס נישט וואו אנצוהייבן.

א שטארקער גורם דערצו איז אז איך לייען נישט גלייך וואס איך וויל ליינען.
קודם מאכט מען זיכער אז דו צייטונג בלייבט שיין מ'טריעט דעם צייטונג ווי א קעניג, ממש אן אבסעסיע!

ווען איך זעה אן ארטיקל וואס איך וויל ליינען, אנשטאט עס אפצולייענען און פארטיג, לייג איך עס אפ אויף שפעטער, אלעס ווערט אזוי פראגראמירט וואס מ'גייט לייענען ווען...
און אזוי האלט מען דא.



איך האב מיך ממש געטראפן אין דער תגובה, יעדע ווארט איז אויך ביי מיר.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:56 pm

· #36288
אברעמעל
געפילטע איך האב מיך באצויגן צו א אנדערע 8
DotCom
8) וואס דארף עמערדזשענסי א פול טיים דזשאב זעקס טעג א וואך?

קלי וקלי דברי שלום ואמת.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:58 pm

· #49130
וואס האט נאך נישט אן אתרוג? (איים סיריעס!)

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 2, 2012 10:55 pm

· #49187
זר זהב
6) וואס קען נישט אנהייבן דעם טאג פאר איך נעם א שויער, און ביז דעמאלס בין איך אין א כעס מאוד?

איי שאר האופ אז דו נעמסט דעם שויער זעקסע פארטאגס.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 7, 2012 4:19 am

· #49533
ענטפער צו זר זהב
דיין שאלה נומער 4 איז א באקאנטע מעשה. ס'זענען אמאל אריינגעקומען צוויי בעלי דין און האבן פארגעלייגט זייערע טענות. פאר א יעדן פון זיי האט דער רב געזאגט אז ער איז גערעכט. האט די רעבעצן, וואס איז דארט געשטאנען געפרעגט דעם רב וויאזוי קענען ביידע זיין גערעכט. האט דער רב געענטפערט. דו ביסט אויך גערעכט. 😂

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 7, 2012 4:21 am

· #49534
ונבנתה העיר
זר זהב
6) וואס קען נישט אנהייבן דעם טאג פאר איך נעם א שויער, און ביז דעמאלס בין איך אין א כעס מאוד?

איי שאר האופ אז דו נעמסט דעם שויער זעקסע פארטאגס.

דאס קען נישט זיין. ווען דער טאג הייבט זיך עפ"י רוב אן נאך חצות.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 7, 2012 4:31 am

· #49535
משה געציל
זר זהב

5) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}

דו דערמאנסט מיר פון דעם רב וואס צוויי אידען זענען אים געקומען פארלייגן זייער טענות, ער הערט דעם ערשטן צד ער זאגט אים ביזט גערעכט. ער הערט דעם צווייטנ׳ס צד דו ביזט אויך גערעכט. די רעביצין אין דער זייט נעמט זיך מאכן קולות זאג נאר ווי אזוי קענען ביידע זיין גערעכט? גוט געפרעגט זאגט ער איר... ווייסט וואס דו ביזט אויך גערעכט....

איך האב געשריבן די זעלבע מעשה'לע אין מיין תגובה צו זר זהב. נאר איצט האב איך באמערקט אז דו האסט עס שוין געשריבן. וה' הטוב יכפר. 😂 😳

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 7, 2012 4:37 am

· #49536
חכם מחוכם
איך מיין איך קען צולייגן צום ליסטע
בין איך דער איינציגסטע וואס קאווע שטיבל איז אזא עדיקשאן?

איך מיין אז מיין עדיקשן צו קאווע שטיבל יר"ה איז שטארקער. איך האלט שוין ב"ה ביי אריבער 320 תגובות, בלע"ה. און מיין פאון ליין איז געווען "אוט אף סערוויס" פאר א גאנצן חודש זייט איך האב אנטדעקט דאס קאווע שטיבל. 🙄

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 7, 2012 12:23 pm

· #49551
berlbalaguleh
חכם מחוכם
איך מיין איך קען צולייגן צום ליסטע
בין איך דער איינציגסטע וואס קאווע שטיבל איז אזא עדיקשאן?

איך מיין אז מיין עדיקשן צו קאווע שטיבל יר"ה איז שטארקער. איך האלט שוין ב"ה ביי אריבער 320 תגובות, בלע"ה. און מיין פאון ליין איז געווען "אוט אף סערוויס" פאר א גאנצן חודש זייט איך האב אנטדעקט דאס קאווע שטיבל. 🙄

פאון ליין? דו נוצט דייל-אפ?

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 7, 2012 2:23 pm

· #49555
אריין אין בין איך דער איינציגסטער? אשכול...

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:25 pm

· #50818
וואס האט ליעב דעם ווינטער? ס'ממש מאכט מיר פרייליך שפאצירענדיג אויפ'ן גאס. די עשטע שפירן פונעם ווינטער, א קאלטער ריינער לופט. אוועק מיט'ן פארשטונקענעם זומער!

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:11 pm

· #50850
ניין, ביזט נישט דער איינציגסטער!
איך גיי אי"ה עפענען א אשכול דערוועגן בקרוב.

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:11 pm

· #50851
טשי-הא... כ'קען נישט ווארטן!

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:16 pm

· #50855
אנהויב ווינטער, א נייע סעזאן און סעמעסטער, פרישע קילע לופט, די גערוך פון די אראפגעפאלענע בלעטער (עלה קטן), מענטשן קריגן א פרישקייט, די פריע נעכט מיט די לעמפעלעך, איינגעפאקט און שטוביג, און ועל כולם אזוי ראמאנטיש...

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:20 pm

· #50862
זר זהב
טשי-הא... כ'קען נישט ווארטן!


שוין געעפענט.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2063">viewtopic.php?f=24&t=2063</a><!-- l -->

כ'האב דיר נישט געוואלט לאזן ווארטן צו לאנג.....

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:14 am

· #50927
berlbalaguleh
דיין שאלה נומער 4 איז א באקאנטע מעשה. ס'זענען אמאל אריינגעקומען צוויי בעלי דין און האבן פארגעלייגט זייערע טענות. פאר א יעדן פון זיי האט דער רב געזאגט אז ער איז גערעכט. האט די רעבעצן, וואס איז דארט געשטאנען געפרעגט דעם רב וויאזוי קענען ביידע זיין גערעכט. האט דער רב געענטפערט. דו ביסט אויך גערעכט. 😂


נישט גערעכט
וכידוע הסיפור מיט דעם יאמער רב
דער שופט זאגט ענפער מיר בלויז יא אדער ניין,
יארמער רב: עס איז אוממעגליך
שופט: ס'איז יא מעגליך, איך וויל נאר א יא אדער ניין ענפער!
יארמער רב: הויכגעשעצטע שופט, קענסטו מיר ענפערן אויף יעדער שאלה בלויז יא אדער ניין?
שופט: יא
די שאלה וואס דער יארמער רב האט געפרעגט דעם שופט: איז אמת די האסט אויפגעהערט צו נעמען שוחד?

ווי אזוי דער שופט ענפערט האט ער פיטער אויף זיין קאפ...

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:17 am

· #52424
בין איך דער איינציגסטער וואס האט ממש פיינט די נייע דיזיינס פון קארס?
איך רעד בעיקר פון דעם גראבן נאז/מויל (גריל בלע"ז).

די 3 בילדער דא זענען אלע 2013 מאדעלס.

דאדזש דארט
טאיאטע אוואלאן
פארד פיוזשען
📎 2013-ford-fusion-lead-opt.jpg 📎 2013-toyota-avalon-ny1212-opt.jpg 📎 01-2013-dodge-dart.jpg

sunbar » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:21 am

· #52426
בין איך די איינציגסטע וואס דארף ווארטן אזוי לאנג פאר א תשובה פון איינער פון די אחראים?

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:22 am

· #52427
איך ווארט אויך זייער לאנג
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10