בין איך דער איינציגסטער?...
495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
איש עבריוואס קען קוים ווארטן אויף די דריטע וועלט מלחמה
איש עבריאבער איך מיין אז איך בין נישט דער איינציגער, יעדע מאהל וואס פוטין מיט אובאמא קוקן זיך אהן שטרענג האבן אונזערע אלץ-ווייסער ליב צו פאראויס זאגן אז אט ברעכט אויס די דריטע וועלט מלחמה, זיי זאגן עס מיט אזא שמייכל און א האפענונג אז דאס מאהל זאל זיך שוין טאקע עפעס אויסלאזן ערנסט.
זעהט אויס אז מענטשן האבן חשק צו וויטנעסן היסטארי זיי זענען מקנא די פריערדיגע דור וואס האט מיטגעלעבט אזאנע ביטארישע געשעענישן, און אונז איז עפעס באשערט צו לעבן אין אזא גרויע טרוקענע תקופה
דער איש עברי לעבט נאך ערגעץ?
וואס קען נישט קאנצטעטרירען די מח ווען ס’דא אפילו אביסל נויז ארום
בין איך די איינציגסטע אויף קאווע שטיבל וואס גלייכט צו ליינען / שרייבען דא בלויז ווען איך בין אין א פאול( pool), האט טאוב, אדער אין שאווער?
וואס באקומט א מעסעדזש אז די קאווע שטיבל וועבסייט איז מער נישט סעיף?
@אנאנים📎 ks.png
קידושבין איך די איינציגסטע אויף קאווע שטיבל וואס גלייכט צו ליינען / שרייבען דא בלויז ווען איך בין אין א פאול( pool), האט טאוב, אדער אין שאווער?
איך שרייב נישט קיין ק"ש אין שאwער,( וויאזוי ארבעט עס? אינטרען שטראם שטייסטו און די טייפסט?), אבער איך הער מיוזיק אין שאwער.
... וואס האט באמערקט אז די צאל קאווע שטיבל באניצער האט געבראכן איר רעקארד נעכטן, און נאכאמאל היינט?!?!
לעבן זאל קאווע שטיבל!!!
Six hundred guests at 2 am?
Something is not right
חמלה גדולהSix hundred guests at 2 am?
Something is not right
קאווע שטיבל ליינער פון א"י לייגן אן די טראפיק...
מתבודד... וואס האט באמערקט אז די צאל קאווע שטיבל באניצער האט געבראכן איר רעקארד נעכטן, און נאכאמאל היינט?!?!
לעבן זאל קאווע שטיבל!!!
וואוו כ'האב נישט געחלומט אז איבער 8k נפשות זענען אויף ק"ש, די שאלה איז צי די נומערן זענען ריכטיג, אויב ציילט ער יוזערנעימס זענער די נומערן סאך העכער ווייל ער ציילט נישט די אומרעגעסטרירטע באניצער, משא"כ אויב ציילט ער אייפי אדרעססען זענען די נומערן סאך ווייניגער, ווייל יעדע מאל א אייפי אדרעסס טוישט זיך ציילט ער עס פאר נאך איין, און אויך אויב איין מענטש עקסעסט ק"ש פון אפאר אנדער דיווייסעס ציילט ער אויך יעדע עקסטער.
אפשר
@אנאנים וועט וויסן.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
וואס האלט אז ס'איז א גאר גוטע זאך אז ק''ש - וואו איך דריי מיר - איז געבלאקט ביי די היימישע פילטערס?
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
קליינע צדיק #
וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
ניין ביסט נישט.
צומאל קען איך אפילו נישט טון מיינע צרכים צוליב די פרעשור וואס כ'שפיר.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם, איך האב א פראבלעם ווען איך זיץ און טוילעט פאר פופצען מינוט און די נשמות פון די עסן האלטן נישט ביים ארויסקומען, און אינמיטן קומט אן א באס דרייווער און רייסט אויף די נעקסטע טיר ווארפט ארויף די ציצות אויף די טיר לאזט אראפ די הויזן און נאך פאר די שליסלעך דערגרייכט די פלאר הערט מען שוין א תקועה גדולה און א סקונדע שפעטער איז ער שוין פארטיג און צוריק אויף די באס, און די נשמות און מיין גוף פייטן זיך נאך ארום ווער עס זאל זיין די ערשטע ארויס צוקומען.

טאקע וועגן דעם גיי איך נישט דארט, כ'שפיר עס אלץ אומאיידל די מהלך פון שטייעדיגע ביה''כ, ס'איז אומבא'טעם'ט.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
חרדישע משוגעת'ן. מ'ניצט נישט די ערשטע שטייעדיגע ביים טיר, מ'שטייט א מייל אוועק פון די נעקסטע שטייער, און מ'קוקט לצדדין אויב מ'קען די נייע שטיי'ער וואס האט יעצט אריין שפאצירט. וכו'
Just stay focused, keep your eyes on the road ahead, and you'll be ok
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
דערהויבענע איד #
קליינע צדיק #
וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
ניין ביסט נישט.
צומאל קען איך אפילו נישט טון מיינע צרכים צוליב די פרעשור וואס כ'שפיר.
Paruresis /shy bladder syndrome בלע"ז
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
וואלווי #
חרדישע משוגעת'ן. מ'ניצט נישט די ערשטע שטייעדיגע ביים טיר, מ'שטייט א מייל אוועק פון די נעקסטע שטייער, און מ'קוקט לצדדין אויב מ'קען די נייע שטיי'ער וואס האט יעצט אריין שפאצירט. וכו'
די גרעסטע חרדיש'ע משוגעת איז אז מ'נעמט עפעס וואס די אלגעמיינע מענטשהייט פלאגט זיך, און עס פארוואנדלען אין א 'חרדי'שע' פראבלעם.

די נישט-חרדים האבן ניטאמאל מחיצות.
משתין ואינו ממתין
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
משה רבקש #

סאוי די ווארט וואס מ'האט פריער געברענגט דא aruresis /shy bladder syndrome איז א חרדי'שע טערמין, כ'הער.
אינטערעסאנט צו זען ווי אויפגעקלערטע חרדים גלייבן נאך אין חרדיז'ם שטערקער ווי די געווענליכע חרדי.....
שוין לאמיר נישט פארקריכן.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
זאקן #
קליינע צדיק #
וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם, איך האב א פראבלעם ווען איך זיץ און טוילעט פאר פופצען מינוט און די נשמות פון די עסן האלטן נישט ביים ארויסקומען, און אינמיטן קומט אן א באס דרייווער און רייסט אויף די נעקסטע טיר ווארפט ארויף די ציצות אויף די טיר לאזט אראפ די הויזן און נאך פאר די שליסלעך דערגרייכט די פלאר הערט מען שוין א תקועה גדולה און א סקונדע שפעטער איז ער שוין פארטיג און צוריק אויף די באס, און די נשמות און מיין גוף פייטן זיך נאך ארום ווער עס זאל זיין די ערשטע ארויס צוקומען.
וואס כאפסטו נישט?
דער באס דרייווער הייבט אן זיין טאג זעקס אזייגער. ער פראבירט צו מתקן זיין די נשמות אבער אן ערפאלג. ער מאכט א קאווע און הויבט אן זיין רוט. נאכן פארן פופצען מינוט הייבט ער אן שפירן ווי די אראלים מיט די מצוקים שלאגען זיך, אבער ער פארט זיך ווייטער געמיטלעך. ווען עס קומט אבער זיין צווייטע רוט שפירט ער ווי דער מצב הויבט אן ווערן ענג, די אראלים הויבן זיך אן מתגבר זיין איבער די מצוקים און ער האט נאך א צוואנציג מינוט רוט צו מאכן....
יעצט דער נערישער צוקוקער וואס זעהט ווי אזוי דער באס דרייווער פייפט מיטן גרויסען פייפער ווען א אינגעל שפעטיגט. פארדריסט אים פארוואס דער דרייווער טוט דאס. ער כאפט גארנישט אז דער באס דרייווער האט אן אגענדע יעצט עוסק צו זיין אין גלגולי נשמות, און ער יאגט זיך אהין... נעקסט מאל זיי אים דן לזכות...
ווען דו טרעפסט אים אכט אזייגער האלט ער שוין נאנט צו כלות הנפש, נו אודאי איז נצחו אראלים את המצוקים... וואס כאפסטו נישט??
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
דערהויבענע איד #
וואלווי #
חרדישע משוגעת'ן. מ'ניצט נישט די ערשטע שטייעדיגע ביים טיר, מ'שטייט א מייל אוועק פון די נעקסטע שטייער, און מ'קוקט לצדדין אויב מ'קען די נייע שטיי'ער וואס האט יעצט אריין שפאצירט. וכו'
די גרעסטע חרדיש'ע משוגעת איז אז מ'נעמט עפעס וואס די אלגעמיינע מענטשהייט פלאגט זיך, און עס פארוואנדלען אין א 'חרדי'שע' פראבלעם.
,זיי ווייסען נישט וואס עס טוט זיך אידרויסן.
If you ever realized ,by the rest areas those hasidim run immediately to the closed doors bathroom
...
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
ווי קען מען קויפן א צינג סענדוויטש פאר 15 טאלער ?
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
אין מעקסיקא.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
וואס האט ליב אז די קאר אינסייד האט א שיינע בעזשע קאליר! סגעט צי א מורהדיגע הרחבות הדעת!
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
טעם וריח לא יתן ....
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
וואס מוטשעט זיך געפערליך זיך צו רוקן אין א חלום? אפטמאל אין א חלום דארף איך לויפן/אנטלויפען און עס רוקט זיך קוים ס'פילט כאילו איך שטופ א בארג. אפי' גיין פון איין פלאץ צום אנדערן נעמט אסאך ענערדזשי און גייסטישע כוחות. מ'קען משוגע ווערן
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
שאלתיאל #

נו, לאמיר הערן, וואס האסטו געחלומ'ט היינט?
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
וואס האט נישט געחלומ’ט פון אלס קליין קינד? איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל געהאט א חלום
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
שאלתיאל #
וואס מוטשעט זיך געפערליך זיך צו רוקן אין א חלום? אפטמאל אין א חלום דארף איך לויפן/אנטלויפען און עס רוקט זיך קוים ס'פילט כאילו איך שטופ א בארג. אפי' גיין פון איין פלאץ צום אנדערן נעמט אסאך ענערדזשי און גייסטישע כוחות. מ'קען משוגע ווערן
איך האב עס אויך!
איך שפעקיליר נאר אז עס האט לכאו' מיט די וועג וויאזוי די מח עקספיריענסד די פעולה פון גיין, אנדערש ווי אלע אנדערע מחשבות/דמיונות/געפילן וועלכע דארפן נישט קיין פיזישע input כדי זיי צו שפירן, דארף דאס 'גיין' יא מער אקטועלע מאוומענטס כדי עס זאל זיך שפירן ווי מ'גייט, און וויבאלד דאס געשעט נישט אין (stationary) חלום בלייבט עס ביים urge צו לויפן אבער אן די אקטיווע perception אז מ'רוקט זיך טאקע..
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
זאקן #
וואס האט נישט געחלומ’ט פון אלס קליין קינד? איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל געהאט א חלום
טאקע?
אשאד. אז דו טוסט גארנישט אין די צייט ענדזשוי כאטש א זאפטיגע חלום
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
אדרבה קום אריין מיט א עצה, איך האב לעצטענס אנגעהויבן כאפן אז איך בין אנדערש פון רוב מענטשן אין זייער א סאך עספעקס, איך בין אבער צופרידן מיט עס, אין איך האלט אז רוב זאכן איז א מעלה אבער יעדע שטיק צייט למשל נאכן ליינען ווי אזוי א מענטש טראכט אדער ראגירט צו זאכן הייב איך אן טראכטן אז אפשר איז עפעס ראנג מיט מיך

איך האב נישט געוויסט אז ס'דא מענטשן וואס חלומ'ן נישט, א שנעלע סירטש קוקט אויס אז דו ביסט נישט די איינציגסטע כאטש ס'איז זעלטן אז א מענטש חלומ'ט בכלל נישט. ס'אויך מעגליך אז דו חלומ'סט יא נאר געדענקסט נישט.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
איך האב אפילו נישט געמאכט א סירטש ווייל איך האב מיך פארגעשטעלט אז איינער פון די תירוצים גייט זיין אז איך חלום אבער איך געדענק נישט אז איך האב גע׳חלומ׳ט, די אמת איז וואס א חילוק צו איך חלום אבער איך פארגעס עס גלייך אדער איך חלום נישט אינגאנצן
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
זאקן #
אדרבה קום אריין מיט א עצה, איך האב לעצטענס אנגעהויבן כאפן אז איך בין אנדערש פון רוב מענטשן אין זייער א סאך עספעקס, איך בין אבער צופרידן מיט עס, אין איך האלט אז רוב זאכן איז א מעלה אבער יעדע שטיק צייט למשל נאכן ליינען ווי אזוי א מענטש טראכט אדער ראגירט צו זאכן הייב איך אן טראכטן אז אפשר איז עפעס ראנג מיט מיך
איך גלייב אז אויב דו וועסט אויסשמועסן וועסטו געוואור ווערן אז אין רוב זאכן ביזטו אין גוטע קאמפעני
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
בין איך דער איינציגסטער וואס פארט ווען די לייט ווערט גרין? סעריעסלי, דא אין מאנסי ווען די לייט ווערט גרין און דער עולם ווארט נאך, האלאו עטץ האטס נישט וואס צי טוען מיט ענקער לעבן? איך האלט אז פונקט ווי מען געט טיקעטס פאר איינער וואס פארט אריבער א רויט לייט דארף מען פונקט אזוי געבן טיקעטס פאר איינער וואס סטאפט ביי א גרינלייט.
איז עס די פרויען דרייוון, די ליטווישע חברה איך ווייס נישט, אבער מען דארף אויסראטן די משוגעת, איך קען נישט מער, איך קען שוין נישט 🤬🤬🤬🤬🤬

איך האב פריער געטראפן א חתן וואס גייט חתונה האבן בקרוב, ער איז אינגאנצען אנגעדרייט און נערוועז, איך האב אריינגעטראכט וואס איז געווען ווען איך בין געווען א חתן אין איך האב מיך דערמאנט ווי מיין טאטע איז געווען אנגעצויגן אין נערוועז פאר מיר, איך האב נישט געוויסט וואס ער וויל פון מיר אין פארוואס ער מאכט א ביג דיל פון חתונה האבן, איך דערמאנט זיך ווי ער האט געזאגט פאר מיין ברודער אז ער האט מורא פאר מיך ווייל עס זעהט נישט אויס ווי איך ווייס וואס חתונה האבן מיינט, איך בין אויפגעשטיינען אין די טאג פון די יום החופה פונקט ווי יעדע טאג ארום 9:00 צייט, געגאנגען דאווענען אין געבליבן רעדן צו מיינע חבירים אביסל, נאך דעם בין איך געגאנגען קויפן א גוטע פרישטאג (בא אונז פאסט מען נישט אין די יום החופה) בקיצור אלעס איז געווען פונקט ווי א נארמאלע טאג אין מיין טאטע האט געהאלטן אז איך דארף א דאקטער.
נאך א מעשה וואס איך דערמאנט זיך יעצט איז געווען ווען איך האב געווארט א קינד אין די דאקטער האט געזאגט א בשורה וואס קיינער וויל נישט הערן, מיין ווייב איז געווען נערוועז אויף נעקסט לעוועל, זי האט נישט אויף געהערט צו טראכטן ווי אזוי זי גייט האבן די כח קער צו נעמען פון א שטוב ווען זי גייט זיך דארפן אפגעבען מיט איין קינד א גאנצע טאג, יעדע מינוט האט זי געטראכט אין זיך געזארגט אויף א צווייטע זאך, מיך האט עס אפילו נישט געגעבן א קיצעל, איך האב עס אנגעקוקט ווי ס׳איז א זאך וואס מ׳קען גארנישט טוהן אין סליגט נישט אין מיינע הענט סוי וואס האט מען זיך צו זארגן אין טראכטן וואס עס גייט זיין (איך האב איר ממש נישט געקענט פארשטיין) ווען די פראבלעם גייט דא זיין גייט מען טרייען צו טוהן די מערסטע אין בעסטע וואס איז שייך לפי המצב (נ.ב. איך לאוו מיינע קינדער אין איך געב מיך אפ מיט זיי מן הסתם נאך מער ווי רוב מענטשן, סוי די סיבה איז נישט ווייל איך קער נישט אויף זיי) למעשה ווען מ׳איז אריין אין שפיטאל בין איך אריין פונקט אזוי ווי מיינע אנדערע קינדער בשעת מיין ווייב איז געווען נישט אויף די וועלט, ב״ה ס׳איז געווען א געזונט קינד אין מיין ווייב איז געווען אנגעצויגן אפאר חדשים פאר גארנישט.
איך האב נאך אפאר מעשוית וואס קומט ארויף יעצט בשעת שרייבן, אבער נישט אלעס קען מען שרייבן משום חשש גלוי אין איך בין זייער פארנומען, אויב איינער האט א ABC פאר מיר זאל ער מיך לאזן וויסן 😂 😂
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
ראדני #
בין איך דער איינציגסטער וואס פארט ווען די לייט ווערט גרין? סעריעסלי, דא אין מאנסי ווען די לייט ווערט גרין און דער עולם ווארט נאך, האלאו עטץ האטס נישט וואס צי טוען מיט ענקער לעבן? איך האלט אז פונקט ווי מען געט טיקעטס פאר איינער וואס פארט אריבער א רויט לייט דארף מען פונקט אזוי געבן טיקעטס פאר איינער וואס סטאפט ביי א גרינלייט.
איז עס די פרויען דרייוון, די ליטווישע חברה איך ווייס נישט, אבער מען דארף אויסראטן די משוגעת, איך קען נישט מער, איך קען שוין נישט 🤬🤬🤬🤬🤬
פארוואס איז @ראדני אין מאנסי?
גארנישט געוויסט….
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
@זאקן נישט קיין ABC, דשאסט א עקסטרעמע מאנגל אין פילינגס און הרגשים. אין די צוויי פעלער איז עס טאקע געווען א מעלה אבער ס'קען זיין א חסרון אויך.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
זאקן #
די אמת איז וואס א חילוק צו איך חלום אבער איך פארגעס עס גלייך אדער איך חלום נישט אינגאנצן
גמ' ברכות יד.
א''ר יונה א''ר זירא כל הלן שבעת ימים בלא חלום נקרא רע שנאמר {משלי יט-כג} ושבע ילין בל יפקד רע אל תקרי שבע אלא שבע
ברכות נה:
תניא נמי הכי כל שנותיו של דוד לא ראה חלום טוב וכל שנותיו של אחיתופל לא ראה חלום רע והכתיב (תהלים צא, י) לא תאונה אליך רעה ואמר רב חסדא אמר רב ירמיה בר אבא שלא יבהילוך לא חלומות רעים ולא הרהורים רעים ונגע לא יקרב באהלך שלא תמצא אשתך ספק נדה בשעה שאתה בא מן הדרך אלא איהו לא חזי ליה אחריני חזו ליה וכי לא חזא איהו מעליותא הוא והאמר ר' זעירא כל הלן שבעה ימים בלא חלום נקרא רע שנאמר (משלי יט, כג) ושבע ילין בל יפקד רע אל תקרי שבע אלא שבע אלא הכי קאמר דחזא ולא ידע מאי חזא
רש"י נה:
ומשני דחזי ולא ידע מאי חזי - אדם טוב מראין לו חלום טוב ועד שלא יקיץ משתכח ממנו כדי שלא ישמח:
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
חב''ד הויזן #
@זאקן נישט קיין ABC, דשאסט א עקסטרעמע מאנגל אין פילינגס און הרגשים. אין די צוויי פעלער איז עס טאקע געווען א מעלה אבער ס'קען זיין א חסרון אויך.
לאו דווקא אז ער האט נישט קיין פילינגס, ער ווערט נאר נישט איבער גענומען דערפון, דהיינו מער easygoing
אמאל קען עס זיין פונקט פארקערט, אז ער קומט פון זיין צו איבערגענומען, דאן גייט מען אריין אין אזא פריזער אדער denial
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
וואס חלומ'ט א סאך מאל ווי איך בין אויף א (ביסל) א הויעכן שטאק. איך קום אן צום עק און איך טראכט וויאזוי וועל איך אראפגיין פון דא? נאר איך געב מיר אייביג אן עצה. איך קום אן מיט א סאפט לענדינג.
ניין: געב מיר נישט דעם פתרון וואס דו ווילסט זאגן. ווייל ס'איז נישט אמת.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
berlbalaguleh #

אינטערעסאנט, איך פלעג אלטץ קינד זייער אסאך חלמ׳ן ממש דאס..
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
איינער וואס רעדט זיך איין אז ער איז א פותר חלומות און א פסיכאלאג האט געוואלט זאגן אז מיינע חלומות פון די הויכע שטאקן מיינט אז איך טראכט (ח"ו) אראפ צו דזשאמפן פון א הויכע שטאק. האב איך איהם מקדים געווען און געזאגט אז איך וויל נישט הערן זיין נארישן און פאלשן פיתרון.
נאר די אינטרעסאנטע זאך איז אז אין חלום טראכט איך אייביג אן עצה וואס איז קרוב למציאות.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
שאלתיאל #
וואס מוטשעט זיך געפערליך זיך צו רוקן אין א חלום? אפטמאל אין א חלום דארף איך לויפן/אנטלויפען און עס רוקט זיך קוים ס'פילט כאילו איך שטופ א בארג. אפי' גיין פון איין פלאץ צום אנדערן נעמט אסאך ענערדזשי און גייסטישע כוחות. מ'קען משוגע ווערן
To dream that you have difficulties walking indicates that you are reluctant and hesitant in proceeding forward in some situation. You may also be trying to distance yourself from certain life experiences. The difficulty in walking is a reflection of your current situation and the obstacles that you are experiencing.
גענומען פון דא. איך געפון זיי גאנץ אקוראט.
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
חתן בחור #

אינטערסאנט