☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין איך דער איינציגסטער?...

בין איך דער איינציגסטער?...

495 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

מאטי » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:43 pm

· #191325
וואס מאכט פאקסן אין א ליידיגע עלעוועיטער.

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:45 pm

· #191327
מאטי
וואס מאכט פאקסן אין א ליידיגע עלעוועיטער.

האסט נאכנישט געזען קיין קליפס ווי לצים מאכן דאס נאך? זייער פעיוואריט סאבדזשעקט... מ'קוקט אויפן דאך, מ'טופעט מיט די פיס...

מ גפני » מיטוואך מערץ 19, 2014 2:51 pm

· #191330
גנדי

ספעיציעל דאס יאר איז מיר נישט געפאלען צו געבן דאנערשטאג תענית אסתר ביי מנחה. וואס האט דאס מיט די תענית.

גראדע האט דאס יא מיט'ן תענית, פרעג דיך בעסער נאך

קליגער אינגערמאן » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:26 am

· #192218
וואס ווען איך זעה א נייע תגובה פון דער זיסער @אפטעמיסט המכונה אפטע לויף איך אין א ווינקל פאר מערערע סיבות ?

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 30, 2014 3:37 pm

· #193495
וואס יעדע זונטאג ווען עס קומט צו שרייבן מצוה צעטלעך באקום איך קאפוויי? איך האב שוין לעצטע וואך אין צוויי וואכן צריק אין דריי וואכן צריק וכו' געשריבן אז ער האט גוט גיקענט די חומש רש"י אין די משניות אין די עלטערע די גמרא אויך, אין די אינגערע האבן קע"ה גוט גיקענט די שאלות, אין אלע האבן געהאלפן אוועק פאקן די טאויס.
וואס זאל איך דער וואך שרייבן?????????

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 30, 2014 3:43 pm

· #193505
[ציטאט אראפגענומען]

אבער איך שרייב די צעטל אז מיין קינד זאל פיעלן גוט נישט די רבי/טיטשער

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 30, 2014 4:30 pm

· #193531
יישר כח
א גוטע איידיע איז עס עניוועי!!!

מ גפני » זונטאג מערץ 30, 2014 5:39 pm

· #193558
אז די שרייבסט א שיינעם "קוויטל" פארן רבי'ן דאן קענסט דיך אפשר שפארן אויפן "פדיון" ווען ס'קומט ר"ח...

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 30, 2014 5:45 pm

· #193563
איש עברי
וואס קען קוים ווארטן אויף די דריטע וועלט מלחמה

😮
???????????????

איש עברי » זונטאג מערץ 30, 2014 5:47 pm

· #193564
וואס טוט אויסדרוקן די סמיילי? איך האב נישט גענומען קיין שימוש ביי רבי בערעלע אויף די עניינים

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 30, 2014 5:58 pm

· #193568
It's a surprise. drag your mouse over the face and it will tell you the answer

but seriously, you have to explain yourself for saying such a shocking statement

גאלד » זונטאג מערץ 30, 2014 6:17 pm

· #193573
וואס העט קיינמאל גראד טרעפן די הפטורות פון די ספעציעלע שבתים, און די חמושי חומשי תורה חומשים, הערשט נאכן מישן און מישן די ענדע פון יעדן ספר נאר נישט ווי ס'ליגט, און ווען איך טרעף עס שוין ענדליך האלט מען שוין ביי יקום פורקן,
דאס איז ביי מיר יעדעס איינציגער מאל,
די זעלבע ביי טרעפן מגילה אדער איכה, כעל עס קיינמאל גראד טרעפן,

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 30, 2014 6:43 pm

· #193587
ספעציעלע שבתים גיי דאווען אין יאנג איזרעל. דארט רופט מען שיין הויעך אויס די פעיזש נאמבער.

איש עברי » זונטאג מערץ 30, 2014 7:20 pm

· #193606
עסקן בדברים
It's a surprise. drag your mouse over the face and it will tell you the answer

but seriously, you have to explain yourself for saying such a shocking statement


עס איז ריין הומאריסטיש, איך מיין אז טיילמאהל האב איך אזא מין מעזאכיסטישע דראנג אז איך וויל אז די וועלט זאל נעמען א סוף, האב איך געפרעגט דא צו איך בין דער איינציגער, דערווייל זעהט אויס אז יא, איך דארף הייסט עס קאנסאלטן א פראפעשאנעל.

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 30, 2014 7:26 pm

· #193609
איש עברי
עס איז ריין הומאריסטיש.

נחמתני
איש עברי לצחק בנו...

איש עברי » זונטאג מערץ 30, 2014 7:30 pm

· #193612
אבער איך מיין אז איך בין נישט דער איינציגער, יעדע מאהל וואס פוטין מיט אובאמא קוקן זיך אהן שטרענג האבן אונזערע אלץ-ווייסער ליב צו פאראויס זאגן אז אט ברעכט אויס די דריטע וועלט מלחמה, זיי זאגן עס מיט אזא שמייכל און א האפענונג אז דאס מאהל זאל זיך שוין טאקע עפעס אויסלאזן ערנסט.
זעהט אויס אז מענטשן האבן חשק צו וויטנעסן היסטארי זיי זענען מקנא די פריערדיגע דור וואס האט מיטגעלעבט אזאנע ביטארישע געשעענישן, און אונז איז עפעס באשערט צו לעבן אין אזא גרויע טרוקענע תקופה

אויס מענטש » זונטאג מערץ 30, 2014 9:30 pm

· #193650
וואס פרייד זיך אז ממי שאמרו איז צוריק מיט אונז
#בין איך דער איינציגסטער

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 30, 2014 10:38 pm

· #193670
אודאי אז נישט. מיר זענען כמעט אלע העפי. נישט יעדער געדענקט זיינע שיינע לענגערע אפהאנדלונגען מלא מדע וחכמה וואס מיר האבן געשלונגען מיט דארשט. לאמיר האפן עס וועט זיין חדש ימינו כקדם.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 31, 2014 11:19 am

· #193769
שמעקעדיג
אודאי אז נישט. מיר זענען כמעט אלע העפי. נישט יעדער געדענקט זיינע שיינע לענגערע אפהאנדלונגען מלא מדע וחכמה וואס מיר האבן געשלונגען מיט דארשט. לאמיר האפן עס וועט זיין חדש ימינו כקדם.

גם אני מצטרף מיט די שמחה איבער @אנאנים. לאמיר האפן אז ער וועט ווייטער ממשיך זיין מיט זיינע לענגערע באלערנדע מאמרים.

מ גפני » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:19 am

· #194284
וואס פארשטייט נישט וואס @כוכב האט דא געשריבן

יין שרף » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:14 pm

· #194375
מ גפני
וואס פארשטייט נישט וואס @כוכב האט דא געשריבן


עיין כאן ותמצא נחת...

בעל הבית » מיטוואך אפריל 9, 2014 9:26 pm

· #195570
וואס קאסט די לעצטע פאר טעג הונדרעט דאללער א שעה?

גראף » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:59 am

· #196653
וואס ליגט אין בעט, אין א בעד מוד,מיט א מאגן וואס פארלאנגט אביסל יושר נאך 8 טעג עסן רוחניות'דיגער עסן, טראכט וועגן די ארבייט מארגן, האט שוין נישט קיין נערווען פאר די ארבייט קאלעגע'ס,קען נישט טרעפן עפעס פריש וואס ציט מיך צו ליינען, האט געמיינט אז אונזער שיבער וועט צירוק קומען מיט אן ארטיקל איינס אין דער וועלט, (ער שטייט נאך אינגאנצן פארגאפט ביים אויווען און קוקט אויף די פלאמען און זעט שוין די גהינם) קען נישט איין שלאפן, און דארף שוין באלד אויפשטיין?

גאלד » מיטוואך אפריל 23, 2014 11:54 pm

· #196950
וואס האט דעם פסח עט-ליסט 2 מאל געגריסט "גוט יו"ט" שטאטס "גוט שבת" אדער פארקערט

גראף » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 12:31 am

· #196961
[ציטאט אראפגענומען]


@אנאנים למשל? אפשר לײגסטו ארויף די ארטיקל פון װאס די רעדסט?

לאליפאפ » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:33 am

· #196974
גראף
[ציטאט אראפגענומען]


@אנאנים למשל? אפשר לײגסטו ארויף די ארטיקל פון װאס די רעדסט?


אבוויוסלי רעדט ממי פון דעם
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/196653">viewtopic.php?p=196653#p196653</a><!-- l -->

גראף » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:57 am

· #196991
איך האב נישט ק/פ פון קיינעם סא אויב איינער האט עס גענומען פון דא "דען הי מעיד מיי דעי"!

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:15 pm

· #197046
בין איך דער איינציגסטער...?
וואס איז נאך צוגעוואוינט צו זאגן ותן ברכה...?

רוח קדים » זונטאג אפריל 27, 2014 12:17 am

· #197302
וואס בשעת'ן קייען די לאנגווייליגע כזיתים ביים סדר, זע איך אויף די צעקאלישטע מצות גייאגראפישע אויסלייגן. ארץ ישראל אפט

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 27, 2014 1:06 am

· #197309
לאנגווייליגע כזיתים? איי לאוו איט!!

גאלד » זונטאג אפריל 27, 2014 1:17 am

· #197312
וואס האט א טרעדישן צו שפילן פסח די געים "ציבראכן אדער גאנץ"

שטילע אינגערמאן » זונטאג אפריל 27, 2014 2:39 pm

· #197467
וואס פארשטייט נישט היתכן ס'נישט דערמאנט געווארן קיין ווארט אויף ק"ש וועגען די שלום צווישען עליש עלגלאנדער מיט די בערגער'ס?

פלעין יודיש » זונטאג אפריל 27, 2014 2:50 pm

· #197473
שטילע אינגערמאן
וואס פארשטייט נישט היתכן ס'נישט דערמאנט געווארן קיין ווארט אויף ק"ש וועגען די שלום צווישען עליש עלגלאנדער מיט די בערגער'ס?

ביזט דאך א מיליאן פערצענט גערעכט
וואס גייט דא פאר?
ס'פאסט נישט
נא געגאנגען צום ארבעט
ביסט מכובד!!!!!!!!

עפל סיידער » זונטאג אפריל 27, 2014 2:58 pm

· #197476
די סכסוך זייערע איז שוין יא באשריבען? אויב יא ווי?

גאלד » זונטאג אפריל 27, 2014 3:26 pm

· #197482
ווער ס'איז ענגלענדער און בערגער איז שוין יא באשריבען? אויב יא ווי?

בעל הבית » זונטאג אפריל 27, 2014 3:29 pm

· #197483
Here u go
image.jpg

שטילע אינגערמאן » זונטאג אפריל 27, 2014 3:29 pm

· #197484
גאלד
ווער ס'איז ענגלענדער און בערגער איז שוין יא באשריבען? אויב יא ווי?

מיינסט עס ערענסט?
ווער אהרן טייטעלבוים איז ווייסטו יא? נישט די נירבאטער

עפל סיידער » זונטאג אפריל 27, 2014 3:32 pm

· #197485
גאלד
ווער ס'איז ענגלענדער און בערגער איז שוין יא באשריבען? אויב יא ווי?

<a class="postlink" href="http://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%9C%D7%99'%D7%A9_%D7%A2%D7%A0%D7%92%D7%9C%D7%A2%D7%A0%D7%93%D7%A2%D7%A8">http://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D ... 7%A2%D7%A8</a>

שטילע אינגערמאן » זונטאג אפריל 27, 2014 3:36 pm

· #197487
עפל סיידער
גאלד
ווער ס'איז ענגלענדער און בערגער איז שוין יא באשריבען? אויב יא ווי?

<a class="postlink" href="http://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%9C%D7%99'%D7%A9_%D7%A2%D7%A0%D7%92%D7%9C%D7%A2%D7%A0%D7%93%D7%A2%D7%A8">http://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D ... 7%A2%D7%A8</a>

פשששש אזא רייכע באשרייבונג. כבין זיכער @מאראנצןזאפט איז געזעצן דערויף חדשים,

עפל סיידער » זונטאג אפריל 27, 2014 3:36 pm

· #197488
לטובת נשמתו פוןרבי געציל ע''ה איז זיכער נישט ניחא צו באשמירען יענע מח' יארען וואס נאך אין די אנהויב מ' יארען איז'ס געווען פארעכנט ווי א שיינע מחלוקעלע צווישען פילע אנדערע וועלט'ס איבערקערנעישען בימים ההם.

עפל סיידער » זונטאג אפריל 27, 2014 3:42 pm

· #197490
שטילע אינגערמאן
עפל סיידער
גאלד
ווער ס'איז ענגלענדער און בערגער איז שוין יא באשריבען? אויב יא ווי?

<a class="postlink" href="http://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%9C%D7%99'%D7%A9_%D7%A2%D7%A0%D7%92%D7%9C%D7%A2%D7%A0%D7%93%D7%A2%D7%A8">http://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D ... 7%A2%D7%A8</a>

פשששש אזא רייכע באשרייבונג. כבין זיכער @מאראנצןזאפט איז געזעצן דערויף חדשים,

עס זענען פארהאן עטליכע באשרייבונגען איבער יענע תקופה ווי די פרויען בנותי' של ר' געציל האבען מיט א זון און די מוטער זיך געקריגט מיט'ן בכור, עס איז נאר נישט לטובת הנשמה סתם צו פאטשקען אין יענעמ'ס קריגעריי, דאכצעמער פון די זונען לעבט שוין קיינער נישט נאר די צוויי איידימער

פלעין יודיש » זונטאג אפריל 27, 2014 4:49 pm

· #197496
וואס ווען איך זעה דער קאוד ק''ש דערמאן איך מיך צו ליינען קריאת שמע?

בעל הבית » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:30 pm

· #198045
סערה בלונדון: בנו של הנגיד ר׳ אליש אנגלנדר קנה מכל המרכולים בשכונת סטמפורד היל את כל עיתוני ״משפחה״ שכתבו כתבה ראשית על אביו והמחלוקת שהיה בתוך המשפחה
כזכור במשך שנים לא דיברו כמה אחים ואחיות עקב קרב ירושה והשלימו בערב החג לאחר הסכם ביניהם על הירושה שמסתכמת במיליוני ליש״ט

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 2, 2014 1:04 am

· #198621
בין איך דער איינציגסטער?...
וועם די רעכניץ פעמעלי גייט אויף די נערווען?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 2, 2014 3:01 pm

· #198712
וואס בענקט זיך נאך א פרישע קאלטע סטראבערי אין א ווארימע זומער טאג?

מאטי » פרייטאג מאי 2, 2014 3:37 pm

· #198715
וואס זוכט יעצט מיט וואס צו זיין די איינציגער אבער טרעפט נישט.

סאשי פיש » פרייטאג מאי 2, 2014 3:42 pm

· #198717
וואס גלייבט זיך נישט אז @שמעקעדיג האט געפענט אן אשכול אין העמק דבר...!!

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 7, 2014 5:38 pm

· #199475
וואס האט מוחין אין מירון אגאנץ יאהר חוץ ל”ג לעומר?

petergrifin » מאנטאג יוני 30, 2014 8:26 pm

· #208823
װאס נאך איך לײן א פאום (גראם) לײן איך איעדע זאך כאילו ס׳איז א פאום?

פלעין יודיש » דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:22 pm

· #213590
... וואס @קאווע טרינקער'ס אוועטער ברענגט מיר הרהורים...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10