☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פארוואס איז עס אזוי באשאפן?

פארוואס איז עס אזוי באשאפן?

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6348
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 7:27 pm

· #198514
פארוואס איז עס אזוי באשאפן?
אין דעם אשכול גיי איך פרעגן קשיות אויף געוויסע זאכן פארוואס עס איז אזוי באשאפן געווארן, זאכן וואס פארדריסט מיר און אנדערע. איך בין מגלה דעת איז דאס מיינט נישט ח"ו פרעגן קשיות אויפן באשעפער כקושיית הרשע וואס דער תירוץ איז הקהה את שיניו, נאר ליבערש כקושיית החכם, וואס שאלת חכם חצי תשובה, איך וויל פשוט פארשטיין, עס זענען ווארשיינליך פאראן תירוצים דערויף אין ספרי הראשונים אדער פילוזופן אדער גאר ע"פ קבלה, אויב איינער ווייסט, איך וויל הערן תשובות עד כמה שידכם מגעת.

מיר ווייסן אז מטבע הטוב להטיב, די סיבה וואס הקב"ה האט באשאפן דער וועלט איז להטיב לברואיו, און אודאי דארף צו זיין צדק ומשפט און עונשים אויכעט, אבער אסאך מאל קוקט עס אויס נישט יושר'דיג פארן פליישיגן אויג, טראץ וואס מען גלייבט אז צדיק ה' בכל דרכיו, אין עול, צדיק וישר הוא, אבער דער תכלית איז צו טון גוטס מיט די מענטשהייט, דער ציל איז דער באשעפער זאל שעפן נחת גענוי ווי א טאטע שעפט נחת ווען דאס קינד האט הנאה פון א גוטן מאכל וכדומה. דעריבער ערוועקט זיך צומאל שטארקע פראגעס וואס דרוקט און איך וויל עס אויסלופטערן.

אין קהלת איז דא א פסוק -- וועלכע איך האב זיך שוין געהערט גדולים וטובים זיך באנוצן דערמיט, פון גרויסע רבי'ס און מגידים ודרשנים, ביז טעראפיסטן און קאונסלערס -- האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. דהיינט אז גאט ב"ה האט באשאפן אלעס גראד און רעכטפארטיג, ווען נישט די מענטשהייט וואלט אלעס געווען א מחי', נאר די מענטשן זענען די דאזיגע וואס מאכן אלעס חרוב, ממש כשיטת דזשאן קערי מיט די איבריגע ענווייראמענטליסטן. אבער גאר אפט פרעגט זיך די פראגע, באמת? איז עס טאקע אזוי?

איך האב אסאך אין מאגן, מיר וועלן אנהייבן צעביסלעך, איין ענין אויף אמאל.

"מאדער נעיטשור"


וויפיל ניקס האבן זיך שוין אפגערעדט אויף די רעגן? רעגן איז דאך א טובה פאר די וועלט, אן דעם קען נישט וואקסן גארנישט. ממילא איז וויכטיג צו מתפלל זיין אויף רעגן, אין ארץ ישראל אויב עס איז פאראן א עצירת גשמים איז מען מתפלל דערויף, כאטש עס שטערט גוט די מענטשהייט, עד כדי כך אז דער כהן גדול האט מתפלל געווען יוהכ"פ אין קדשי קדשים "ואל יכנס לפניך תפלת עוברי דרכים לענין הגשם בשעה שהעולם צריך לו", זעהט אויס עס זענען געווען אזעלכע אידן מיט אזעלכע השגות און מיט א כח צו פועל'ן מיט זייערע תפלות, האט מען דעריבער געמוזט האבן דעם הייליגסטן מאן, אין הייליגסטן פלאץ אין דער וועלט, אין הייליגסטן טאג פון יאר, זאל דאס פארמיידן.

אבער דער באשעפער האט אנדערש געקענט באשאפן. ער האט געקענט מאכן פארשידענע וועגן. אדער אז נאס ווערן און אנגעשפריצט ווערן זאל נישט שטערן דעם מענטש. אדער אז עס זאל וואקסן אזוי ווי אין מצרים ביים נילוס, די טייך טרונקט אן די ערד און עס רעגנט קיינמאל. אויך איז אין קאלאראדע אזוי (אולי אויף איין ראיאן זאל רעגענען כדי עס זאל נישט זיין זאלציגע מצות; אבער חוץ מזה? על מה ולמה.....)

ביי אונז חסיד'ישע אידן שטייגט דער פראבלעם פי כמה. ווייל דער רעגן טוט משחית זיין אונזערע שמונה בגדים וועלכע קאסטן אין אלף הששי אריין, אנגעהויבן פונעם הוט, אדער שטריימל, און דער טייערער רעקל מיט די עקקאו שיך. דער גוי (אדער מאדערנער איד) טוט זיך אן א ביליגן טישערט מיט א דזשאקעט, ביליגע סניקערס וועלכע איז בסדר אינעם מבול אדער אין פאדלס, און געגאנגען.... עס שטערט נישט! דעם קערפער וועט מען זיך שפעטער אפווישן, און די וועש אריין אין שמוצקאסטן, און הגשם כאילו חלף והלך לו.

וועסטו דאך זאגן, 'מאך זיך נישט נאריש, נעם א שירעם און גיב זיך אן עצה'! איז חוץ מזה וואס עס איז א שאד מען זאל דארפן זיך "באשיצן" פון די גשמי ברכה, איז די עצה ניטאמאל פעליג רוב מאל, ווייל גאט האט ברוב רחמיו אריינגעלייגט א טבע אז אין אלגעמיין ווען עס רעגנט בלאזט א ווינט אזש די שירעמ'ס זענען פשוט הילפלאז און זיי צעברעכן זיך, דער הוט פליעט אראפ פון קאפ און קוילערט זיך אריין אין די נאסע פאדלס און מען לויפט עס נאך מיט די צובראעכענע שירעמס אז עס ווערט א געפערליכער מאדנע ספעקטאקל....

אבער "מאדער נעיטשור" איז פיל מער ווי דעם. ווען מען נעמט אין באטראכט די שרעקעדיגע גרויזאמע הוריקעינ'ס, טארנעידאס, ערדציטערנישן, וואלקעינאס, צונאמי'ס, וכל שום וחניכא דאית להו, וועלכע אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים, נכלל יונגע קינדער ויונקי שדיים שלא טעמו טעם חטא, און טוט זיי אלע פארטיליגן מיט ברוטאלע און שוידערליכע אופנים, און זייעט אן שרעקליכע קרבנות וחורבנות, איז זייער שווער צו פארשטיין די "טובה" דערין. פארשער האבן שוין געטראפן א "טובה" אין די ריזיגע וואלד פייערן, אבער נאך נישט אין דעם. אבער לו יהא עס איז יא פאראן א טובה דערין, פארוואס האט מען עס געדארפט אויסשטעלן אויף אזא אופן, אז אזא שרעקליכע זאך זאל זיין א טובה??

דעטס איט פאר נאו, המשך יבא אי"ה.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 1, 2014 7:34 pm

· #198518
אלקים עשה את האדם ישר, איז א שטיקל תשובה אויף דיינע טענות. א גלייכע מענטש איז זיך נישט מתרעם אויף די רעגן וואס איז מחיה כל חי אז עס מאכט נאס זיין שטריימל, כל שכן אז א גלייכע מענטש גייט נישט מיט קיין שטריימל אדער ביבער היט אין א רעגן 🙂 . אז ער איז מבקש חשבונות רבים און גייט מיט א רעקל און צובראכענע שירעם אין די רעגן, איז נישט דער אייבישטער שולדיג..

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 1, 2014 7:40 pm

· #198521
די באשעפער ברוב רחמיו האט געמאכט עס זאל רעגענען ווי נאר מענטשען געפונען זיך, אז זיי זאלן האבן וואס צו עסן און טרינקען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 7:44 pm

· #198522
ביטע ענטפערן אויף די קשיא!
פארוואס קען נישט זיין ווי אין עגיפטן? פארוואס דארף מען זוכן מיטלען צו קענען איבערקלוגן דעם גוטן רעגן?

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 1, 2014 7:45 pm

· #198524
די רעגן איז די באשעפערס וועג צו זאגן פאר'ן עולם החרדי, טוטס אויס די שטריימליך און ביבער הוטן, טוט אייך אן נארמאלע ביליגע (אדער טייערע) קליידער. בת קול יוצאת מהר חורב בכל יום מגושם, ואין קול ואין עונה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 7:47 pm

· #198525
הייסט בעפאר די עולם החרדי עפאכע האט נישט גערעגנט?

נאך איין וויץ איך הער און דער אשכול פארט אריין צו א שמייכל פארום.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 1, 2014 7:52 pm

· #198528
ווילסט אן אנדערע תירוץ? אבער עס איז על פי קבלה. אין די רעגן זענען דא ניצוצות הקדושה וואס דארפן אנקומען אין געוויסע ערטער, ווי למשל צווישען צוויי געוויסע האר אין א שטריימל, וואס קומט פון א גלגול פון א אנדערער נשמה, און די צוויי ניצוצות דארפן זיך טרעפן, און ווען א חסידישער איד פאלט עם אראפ פונקט וועגן דעם זיין קאפל און לויפט עס נאך, איז דער כוח פון די מצווה מתקן די נשמות וואס קענען נישט האבען קיין תיקון קיין שום אנדערע וועג.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:16 pm

· #198540
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז אויך מבטל די שאלה, ווייל אויב האט ער באשאפען די לאגיק וואס פרעגט די שאלה אליינס, וואסארא פשט האט צו פרעגן פון דעם א שאלה אויף עם.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:23 pm

· #198544
אויב אזוי קען מען שוין זאגען תירוצים וואס שטימען אין דער לאגיק אויך.

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:27 pm

· #198546
געווען אמאהל א פארפאלק וואס האט געטראפן א רעדל פון מזל (wheel of fortune) זיי האבן באשלאסן נישט צו כאפן אלעס "גרידי בלע"ז" און בעטן א טריליאן דאלער. האבן זיי געמאכט א חשבון וויפיל חובות זיי האבן, און אלעס צוזאמען איז ארויסגעקומען "צוואנציג טויזענט דאלער". האבן זיי געמאכט א "וויש " צום רעדל צו באקומען אזויפיל ממש! און נישט מער.

יענע נאכט איז זייער זון געשטארבן ל"ע .

דעם אנדערן טאג באקומען זיי א ידיעה אז די טראסט פאנד וואס זיי האבן אוועקגעלייגט פארן קינד האלט פונקט ביי צוואנציג טויזענסט דאלער.

זענען זיי צוריקגעלאפן צום רעדל און זיי וויינען מיט יללות ..... "נעם צוריק דאס געלט! אבער מיין קינד ברענגט מיר צוריק......"

יענע נאכט צוויי אזייגער הערן זיי פוס טריט קומען צו גיין נענטער און נענטער, ביז ס'האט זיך אפגעשטעלט ביי זייער פענסטער, און דאן הערט זיך קלאפן אויפן פענסטער. קודם שוואכע דערנאך שטערקערע. זיי הערן ווי נעגל גראזשעט אויפן גלאז ...

זיי לויפן צוריק צום רעדל און שרייען "פליז פליז מאך ס'זאל אלעס צוריקגיין ווי איידער מיר האבן דיך געטראפן". און פאר גרויס כעס נעמען זיי דאס רעדל און צוברעכן איר אויף שטיקער.

יעצט שמעקעדיג, לאמיר דיך פרעגן: אויב מ'גיט דיר איבער דעם שליסל פון אונזער אוניווערס און דו האסט א ברירה דאס אוועקצוגעבן פאר וועם דו ווילסט נאר, קענסט דאס אפילו האלטן פאר דיר. אבער דער וואס קריגט דעם שליסל דער איז אין טשארדזש אויף אלעס!! אויפן וועטער,זון, לבנה, מענטשן, חיות, עופות. און יא שיעור פארגעסן....אויך אין טשארדזש אויף דיין ווייב און קינדער, פיר און צוואנציג שעה א טאג, זיבן טעג א וואך, 365 א יאר. פון יעצט ביז אייביג!!

נו פארוועם וואלסטו איבערגעגעבן דעם שליסל??

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:43 pm

· #198552
[ציטאט אראפגענומען]


די לאגיק וואס זאגט אז מ'דארף גלייבן, איז אויך באשאפן געווארן פון אים.
און די לאגיק וואס זאגט אז די לאגיק וואס זאגט אז מ'דארף גלייבן איז אויךבאשאפן פון אים, איז אויך באשאפן פון אים. עד אין סוף..... און די לאגיק וואס זאגט אז וויבאלד ס'איז עד אין סוף, דעריבער איז נישט שייך צו פרעגן לאגישע פראגעס פונעם לאגיק לארד, איז אויך....... אוי כ'האב שוין נישט קיין כח.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 1, 2014 9:25 pm

· #198563
שמעקעדיג, הייב נישט אהן ווייל דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען, ווען דו טרעפסט א תירוץ אויף רעגן אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס א צוויי יאהר'יגער גוי אין גריכלאנד דארף זיין קראנק, אדער פארוואס עס פעהלט אויס א ספעציפישע מין פון מאנקיע'ס אין די ווילדענישן פון טשיינע (גוט, דאס איז אפשר פארבינדן מיט'ן איקאו סיסטעם, באט יו געט די פאינט).

די בריאה איז על הכללות נאמרה, ענדערש לאז זיך ארויס זיכען עפעס א יונעפייעד טעאריע אויף די בריאה בדרך כלל וואס איינע פון איהרע קאמפאונענטס זאלן אודאי זיין אז משום איזה סיבה האט דער בורא נישט געשפירט פאר וויכטיג אז זיינע נבראים זאלן ארויסהאבן אלע פרטי פרטים.

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 9:32 pm

· #198565
נישט געשפירט פאר וויכטיג? אדער געשפירט פאר וויכטיג נישט....

פארוואס? » דאנערשטאג מאי 1, 2014 10:04 pm

· #198571
פארשטייסט עס? נאר איך מעג נישט פרעגן פארוואס…

פליקער » דאנערשטאג מאי 1, 2014 10:10 pm

· #198573
ווען מיר האבן וועין שכל וואלטן מיר וועין געשטאנען און די גאַס און די גאָס רעיגן און געשריגן מה רבו מעשיך השם, רעיגן איז פיל מיט חסד השם, רעיגן איז לעיבן, אן רעיגן איז נישטא קיין לעיבן

אפילו און די גרויסע אמעריקע אויב איז דא א טריקעניש איז עק וועלט, אגב און מצרים איז רוב לאנד מדבריות, די ביסל וואסער וואס זיי האבן איז ווען עס גייט רעיגן, און וואסער פאלט אריין אינעם נילוס אדער ים סוף האבען זיי עפעס ווען עס רינט אריבער, זיי מיזן דערפאר גראבען גריבער כסדר צי ברעינגען דאס וואסער צי די פעלדער, פאר אינז ברעינגט דער אייבישטער דאס וואסער פון די הייעך, דאס וואלט אפגעקאסט תועפות זהב צי פארטירן, היינט און די פארגעשריטענע וועלט האבן מיר פלאמבינג האלט עס שוין ביי דעים אז מיר קיקן בייז אויף רעיגן.

אמאל און די צייטן פינעם כהן גדול איז קיינע גאסן נישט געוועין, נאר א אויסגערעיטענע וועיג און די זאמד, עס איז נישט געוועין קיין סוער סיסטעים'ס, אך און וויי איז געוועין ווען דער פערד און וואגן איז געווארן אריינגעכאפט און א רעיגן, עס איז געוועין סכנות נפשות ממש, מען האט נישט געקענט וויסן פון פאראויס, דער וואגן האט נישט געהאט פארוויל דרייוו, חברים איז נאך דאן נישט געוועין אקטיוו, טריפ עי איז נאך אויך נישט געוועין קיין וועיג ווי אזוי אנציריפן, דער מאן אויפן וועיג האט געגעיבן א ביטערע קרעכץ פון די טיפעניש פון זיין הארץ, אנא השם הושיעה נא, האט מען געברויכט א כהן גדוך און יום כיפור זאל דאס מבטל זיין, ווייל אזא תפילה קען מהפך זיין די וועלט אויף תוהו ובוהו, און דעסט וועיגן דאך כאטש עס האט זיך געגרעינעצט מיט פיקוח נפש איז געוועין וויכטיגער די רעיגן ווי אלעם, יעדער האט פארשטאנען אז די וועלט ברויך א וועלט וואש וואס נאר א איילמעכטיגער באשעפער קען באווייזן.

דער אייבישטער מגודל רחמיו וחסדיו ווייסט אז אז מיר ברויכן וואסער, ער מאכט ניסים ביי יעדע רעיגן וואס מיר קענען זעין מיט די אויגן, אבער מיר קענען דאס נישט פארשטיין, ווי אזוי רעיגענט ציביסלעך נישט אלעס אויף א מאל, מיר ווייסן אז אויב רעיגנט אלעס אויף א מאל ווערט אלעס דינג צישמעטערט, א קליין אצבע אלקים ווייזט מען פון צייט צו צייט וואס עס קען פאסירן ווען די וועטער גייט ארויס פון קאנטראל, עס רעיגנט ציביסלעך, און שיין שטייט עס זאל נישט וויי טיען, אויך האט דער אייבישטער געמאכט אז מיר זאלן קענען די חכמה, מיר זאלן וויסן פאראויס ווען עס גייט רעיגענען, כדי מיר זאלן זיך קענען היטן מזרם וממטר, אויב האט איינער נישט געוויסט פאראויס האט דער אייבישטער געמאכט אז מיר זאלן האבן שירעמעס, מעיל'ס, קארס, געפלאסטערטע שאסייען, אויך מיר זאלן ווערן געווארנט דורך דינערען מיט בליצען אז מיר זאלן נישט אריין גיין אינעם קאר וואש.

א קינד שרייט און וויינט זיין מאמע שלאגט זיך מיטנעם ארים די מאמע בעיט זיך ביי אים נעם א שויער די שמעקסט נישט גיט, די קינד שרייט און וויינט וואס ווילסטו פון מיין לעיבן האבן, איך וויל נישט ווערן נאס איך האב נישט קיין געדילד צי די גאנצע מעשה, לייג אריין דיין קאפ בעיט זיך די מאמע, אוי וויי מיין אויגן גייט ציפן, מאך שיין צי דיין אויגן, אוי גייסטו גיט שמעקן, פינף מיניט נאכן וואנע, אה ממש א מחיה א נייע מענטש, דאס קינד פארשטייט נישט פינקטלעך וואס עס האט פאסירט, אבער ער ווייסט אז ער שטייט איצט פיל בעסער ווי פריער.

דער גרויסער לעכטיגער באשעפער האט אינז געגעיבן קארס מיר נעמען דעים קאר יעדע שטיק צייט צים קאר וואש, שטייט דער נער ביי די זייט און קלערט צי זיך די קאר איז דאך אזא רחמנות ער גייט דורך אזעלכע אימבאקוועימליכקייט מען באפאלט אים מיט כוח, מען מקל'ט אן דעים קאר מיט געוועלד, גייט ער צי צים דרייווער מיט א וויי געשריי, פארוואס האסטו אזוי פיינט דיין קאר, ציוואס ציהאקסטו די קאר, עס איז דאך א ברענד נייע קאר, עס האט קאם צוויי טויעזנט מייל, פאר וואס באשפריצטו די קאר מיט זייף די מאכסט דאך די קאר עקעלדיג, זאגט אים די דרייווער פארשטיי גיט די ביזט דאך א נער, איך רייניג דאך די קאר, איך טי עס ווייל איך ליעב די קאר, עס גייט דאך ווערן פיל שענער ווי פריער.

ביבער » דאנערשטאג מאי 1, 2014 10:35 pm

· #198579
אין איין ווארט, פארוואס האט ער אזוי באשאפן אז איך זאל נאר קענען פרעגן פארוואס אבער פארשטיין פארוואס קען איך שוין נישט?
ווייל פארוואס קען מען נישט פרעגן,
פארוואס קען מען נישט פרעגן פארוואס?
דאס טאר מען נישט פרעגן.

מיין רבי פלעגט פרעגן פארוואס ביסטו געקןמען שפעט היינט?
ווייל איך האב נעכטן...
פארוואס ענטפערסטו מיר?
ווייל דער רבי פרעגט...
פארוואס ענטפערסטו ווייטער?
ווייל ווייל..
פראסק, יעצט גיי צו דיין פלאץ.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 1, 2014 10:39 pm

· #198580
דו דערמאנסט מיר אין א קוואט פון מארק טוועין:

Don't go around saying the world owes you a living. The world owes you nothing. It was here first.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:00 pm

· #198582
זאג פאר טוועין בראשית ברא אלקים, בשביל ישראל שנקראו ראשית.

שטייצעך, זכה אדם כו' ואם לאו יתוש קדמך וכו'.

פלעין יודיש » פרייטאג מאי 2, 2014 8:43 am

· #198645
@שמעקעדיג
איך וואלט דיר געעצה'ט זיך אריבערכאפן קיין ארץ ישראל פאר א וואך

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 2, 2014 9:37 am

· #198652
פלעין איך בין שוין דארט געווען. ועדיין הקושיא במקומה עומדת.

פלעין יודיש » פרייטאג מאי 2, 2014 9:39 am

· #198653
געוועין ווינטער צו זימער?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 9, 2014 3:20 pm

· #199805
ונבנתה העיר
שמעקעדיג, הייב נישט אהן ווייל דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען, ווען דו טרעפסט א תירוץ אויף רעגן אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס א צוויי יאהר'יגער גוי אין גריכלאנד דארף זיין קראנק, אדער פארוואס עס פעהלט אויס א ספעציפישע מין פון מאנקיע'ס אין די ווילדענישן פון טשיינע (גוט, דאס איז אפשר פארבינדן מיט'ן איקאו סיסטעם, באט יו געט די פאינט).

די בריאה איז על הכללות נאמרה, ענדערש לאז זיך ארויס זיכען עפעס א יונעפייעד טעאריע אויף די בריאה בדרך כלל וואס איינע פון איהרע קאמפאונענטס זאלן אודאי זיין אז משום איזה סיבה האט דער בורא נישט געשפירט פאר וויכטיג אז זיינע נבראים זאלן ארויסהאבן אלע פרטי פרטים.

דעמאלס פארוואס האלטסטו מיר אין איין זאגן אז איך מוז גלייבן אז השי"ת איז א גוטער, ער האט באשאפן די וועלט פשוט להטיב לברואיו, מקור החסד, וויפיל פסוקים אין תהלים טוען דאס איבער'חזר'ן, חנום ורחום ה', טוב ה' לכל, ורחמיו על כל מעשיו, טוב ומטיב, אב הרחמן, וואס ווילסטו פון מיר? איך זעה נישט אז טוב ה' לכל, (זעה צב"ש די אשכול דא און מיין תגובה דא און אזוי אויך דעם אשכול האט מען עס אסאך אויסגעשמועסט), פאר מיינע אויגן קוקט אלעס אויס אכזריות, אנגעהויבן פון די וועג ווי אזוי מענטשן לעבן מיט רשעות און הרג'ענען זיך, די שרעקליכע יסורים וואס מענטשן גייען אדורך (מער איבער דעם אין א קומענדיגע תגובה בל"נ), דער דרך החיים פון חיות ובהמות כנ"ל, ביז מאדער-נעיטשור מיט די שרעקליכע נאכווייען וואס עס ברענגט. א פשוט'ע שטארקע רעגן קען פארפלייצן א גאנצע געגנט און שאדן מאכן מיליאנען דאלער פאר אומשולדיגע איינוואוינער און זיי מאכן פארלירן זייער גאנצע האב און גוטס, נכלל זאכן וואס האט נישט קיין שום ערזאץ.

עס איז שווער צו זאגן אז מען מוז פשוט "גלייבן" אז אלעס איז גוט, בשעת אלעס קוקט אויס פארקערט. מילא ווען א איינצעלנער מענטש גייט אדורך שוועריגקייטן קען מען נאך אנהענגען אז עס איז א עונש, צי פון דעם גלגול צי א פריערדיגן, תיסרך רעתך, כ'וועל נישט אריינגיין דערין; אבער זאכן וואס השי"ת האט לכתחילה באשאפן אויף דעם אופן (אנדערע זאגן אז די שרעקליכע וועטערס האט זיך גאר אנגעהויבן נאכן מבול, ווי דער פסוק פארציילט אז ה' האט געזאגט נאכן מבול "זרע וקציר קור וחום קיץ וחורף יום ולילה לא יושבתו"), ווי אזוי קען איך גלייבן נאכדעם אז דער תכלית צו וואס דער באשעפער האט באשאפן די וועלט איז געווען כדי להטיב לברואיו? וואס וועט מיינען מאתו לא תצא הרעות?? ווער דען מאכט די טארנעידאס, איך??

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 9, 2014 3:20 pm

· #199806
פליקער
ווען מיר האבן וועין שכל וואלטן מיר וועין געשטאנען און די גאַס און די גאָס רעיגן און געשריגן מה רבו מעשיך השם, רעיגן איז פיל מיט חסד השם, רעיגן איז לעיבן, אן רעיגן איז נישטא קיין לעיבן

פליקער זיסקייט, דו האלסט שוין ביים צווייטן שטאפל.
איך האלט נאך פריער. ווער האט געמאכט אז אנע רעגן איז נישטא קיין לעבן? פארוואס?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 9, 2014 3:41 pm

· #199809
מאטי
יעצט שמעקעדיג, לאמיר דיך פרעגן: אויב מ'גיט דיר איבער דעם שליסל פון אונזער אוניווערס און דו האסט א ברירה דאס אוועקצוגעבן פאר וועם דו ווילסט נאר, קענסט דאס אפילו האלטן פאר דיר. אבער דער וואס קריגט דעם שליסל דער איז אין טשארדזש אויף אלעס!! אויפן וועטער, זון, לבנה, מענטשן, חיות, עופות. און יא, שיעור פארגעסן.... אויך אין טשארדזש אויף דיין ווייב און קינדער, פיר און צוואנציג שעה א טאג, זיבן טעג א וואך, 365 א יאר. פון יעצט ביז אייביג!!

נו פארוועם וואלסטו איבערגעגעבן דעם שליסל??


אקעי, מאטי איז אריין אין א צווייטן ענין וועלכע איך האב שוין לאנג געוואלט אויסשמועסן, כ'האב עס שוין דערמאנט בקוצר אמרים אין אנדערע אשכולות, און דאס איז דער יסוד פון "באלאנס". נישט פאראן קיין שלימות אויף דער וועלט, די בעסטע זאך וואס איז פאראן האט א שלעכטע חלק צו זיך, און ווידעראום ביי די ערגסטע זאך קען מען זעהן א גוטע חלק. נאך די בעסטע סאפער און רייכסטע עסן האט מען בויך וויי און די מאגן ברענט און מען מוטשעט זיך אין ביהכ"ס... און נאך די גרעסטע טראגעדיע זעהט מען כל מיני חסד ונחמות וכו'.

עס איז אויך אביסל נכלל דערין די קאנצעפט פון "יתרון האור מן החושך", דהיינו אויב וואלט כסדר געווען א שיינע וועטער מיט א בלויע הימל וואלט איך עס קיינמאל נישט אפרישיעטעד.

איז אזוי, קודם כל, מיט די טעאריע בלייבט נאך אלץ איבער מיין פריערדיגע קשיא, פארוואס זאגסטו אז השי"ת האט אלעס באשאפן להטיב לברואיו, קענסט זיין אויפריכטיג און זאגן אז כדי עס זאל זיין "באלאנס לברואיו", ע"כ האט ער באשאפן גוטע און שלעכטע זאכן אויכעט. פארוואס פאקוסט מען נאר אויף די גוטע חלקים און די נישט-גוטע איגנארירט מען? מען וועט עס אנהענגען אין יעדע זאך אויף דער וועלט, נאר נישט אין אים? וועמען וויל מען דא מכלומר'שט פאפן??

איך וויל אויך נישט בארירן מיין קשיא וואס איך האב שוין אזויפיל מאל ערווענט אז דער חלק הרע קוקט מיר אויס פיל מער ווי דער טוב, עס איז בכלל נישט באלאנסירט, ווי דוד המלך אליינס וויינט שוין "ימי שנותינו בהם שבעים שנה וכו' ורהבם עמל ואון", נישט האלב, נישט באלאנסירט, נאר "רוב" איז פלאג און ווייטאג, ווי יעדער קען מעיד זיין אויף זיך "אין רגע בלי פגע", יעדן טאג כמעט מוטשעט מען זיך פארשידענע פראבלעמען מיט געזונט פרנסה נחת ה"י. די זאך וועל איך אויסשמועסן בל"נ אין אן אנדער געלעגנהייט, ווען מען וועט מאריך זיין אין דעם נושא פון "באלאנס".

אבער לענינינו, פארשטיי איך נישט מאטי'ס תשובה, עס פארענטפערט נישט מיין שאלה, דו רעדסט פון נעמען טשארדש, אחריות אויף אלעמען, דאס איז בכלל נישט דער מדובר דא. און אפילו מיסודו האב איך שוועריגקייטן צו פארשטיין פארוואס מוז עס אזוי זיין אז אויב מען נעמט פון דא פעלט ערגעץ אנדערש? פארוואס זאל נישט זיין כולו טוב, כולו שלימות? אלמלי כ'וואלט געזעהן אז די צדיקים עובדי ה' וועלכע גיבן זיך אוועק פאר השי"ת האבן א גרינגערן לעבן, זיי זענען קיינמאל נישט ארעם, זיי זענען קיינמאל נישט קראנק, שטארבן א גרינגע מיתת נשיקה, וואלט מען געקענט תולה זיין אלע שלעכטע זאכן אויף דער וועלט בלויז אין די חטאים פון די פשוטי עם; עס איז דאך אבער נישט אזוי! גיימיר שוין ווייטער אריין אין די קשיא פון צדיק ורע לו וכו', און דער סייקל דרייעט זיך ווייטער און ווייטער און מאכן דעם קאפ שפינען..... איך אליין ווער שוין פארדרייט!!

ברסלבער » זונטאג מאי 11, 2014 11:01 am

· #199898
תנחומא בראשית י"ב:
[list]ויאמרו לאל סור ממנו ודעת דרכיך לא חפצנו מה שד-י כי נעבדנו ומה נועיל כי נפגע בו. אר"י למה היו מורדין? שהיו זורעין שנה אחת ועושין מזון למ' שנה. א"ל הקב"ה: וכך אתם עושים? עוד כל ימי הארץ זרע וקציר.
ור' שמואל בר אבא אמר למה היו מורדין שהיו רואין לעצמן בנים ובני בנים חמשה וששה דורות ולא היו מתין. אמר הקדוש ברוך הוא וכך אתם מורדין? מכאן ואילך עוד כל ימי הארץ זרע קציר שתהיו מולידין וקוברין, וקר וחם שתהיו מתיסרין בשחפת ובקדחת, וקיץ וחורף שתהיו מתקייצין ופניכם מתחרפין והייסורין אינן פוסקין ותהיו מצטערין בגופיכם אין אתם שובתין יומם ולילה ותהיו נדונין באש ובשלג:[/list:u]

בראשית רבה ל"ד, י"א:
[list]מעשה היה באחד מגדולי הדור, שהיה חושש את ראשו, ואית דאמר ר' שמואל בר נחמן היה אומר: חמי מה עבד לן דרא דמבולא.

הא כיצד היה להם? אויר יפה כמן הפסח ועד העצרת. [/list:u]

ברכות נ"ט א':
[list]אמר ר' יהושע בן לוי לא נבראו רעמים אלא לפשוט עקמומית שבלב שנאמר והאלהים עשה שייראו מלפניו[/list:u]

smartinof » זונטאג מאי 11, 2014 1:31 pm

· #199927
פליקער
ווען מיר האבן וועין שכל וואלטן מיר וועין געשטאנען און די גאַס און די גאָס רעיגן און געשריגן מה רבו מעשיך השם, רעיגן איז פיל מיט חסד השם, רעיגן איז לעיבן, אן רעיגן איז נישטא קיין לעיבן


עס איז נישט ממש אזוי, נאר מען וואלט געשטאנען ביים פענסטער און געדאנקט גאט, והא ראי', דער גאנצער סיבה פון דעם דינער און דער בליץ, איז צו געבן א מעסעדזש פאר דער וואס איז אינדרויסען, אז ער זאל זיך געבן א יאג אונטער און זיך גיין באשיצען פון די נאסקייט, איי וואס דארף מען סיי דעם בליץ און סיי דעם דינער, דינער פאר די בלינדע, און א בליץ פאר די טויבע, נמצא, אז איז נישט ממש אוזי די דיסקרייבסט עס, וויבאלד עס פארהאנען א גוטע תוצאה פון א זאך מיינט נאך נישט אז דער זאך אליינס איז באטעמט, עס איז נישט דא קיין לאגישער סיבה פארוואס מען דארף זיך נערן אז שטיין און די רעגן איז באטעמט, ובפרט שהוכחתי לעיל,
און בנוגע שמעקעדיג'ס שאלה, קיין ריכטיגע תירוץ איז באמת נישט פארהאן, איך וואלט געפרעגט די קשיא אביסעל אנדערש, דא זאגט מען אז דער אויבערשטער איז מקור הטוב וכו' און בנוגע צו טוב זאגט מען אז ער איז אינסוף טוב, מיט אכזריות איז ער אויך אין סוף, ווייל אויב וועסטו זאגין אז ביי אכזריות איז אנדערש האסטו דעם גאט מצמצם געווען, איז די אלע איבערמענטשליכע רציחות און די טיפע אינסופדיגע רע איז אלס פון די אינסוף פון אכזריות פונם בורא,

smartinof » זונטאג מאי 11, 2014 1:36 pm

· #199928
[ציטאט אראפגענומען]

קודם וואלט מען געדארפט פארשטיין פארוואס האט גאט בכלל געמאכט אזא זאך וואו שפירען וויטאג און שפירען צער, זאל מיר גאט באשאפען אלס א טישו פאפיר און אלס וועט מיר גוט זיין, די רוב פון לעבן איז דאך סייווי רע, ווי שמעקעדיג האט שוין ערווענט, איז פאר די ביסל טוב, לוינט זיך דורך גיין 90 פראצענט רע פאר 10 פראצענט טוב, איינמאל דאס איז קלאר וואלט אפשר גרינגער געוען צו פארענטפערן דיין שאלה

ממרום שלח אש » זונטאג מאי 11, 2014 1:38 pm

· #199929
איך האף שמעקעדיג אז דו פלאנסט נישט ארויסצוגיין פון דעם אשכול מיט אלע דיינע קושיות פארענעפערט, נישט ווייל סנישט דא קיין תירוצים, נאר ווייל סנישט דא קיין סוף צו קיין קושיות.

בקיצור, ברענגט דאס נאכאמאל ארויף צום אויבערפלאך דעם פאקט אז מען קען זען אין די בריאה

חשבון, סיבה, השגחה
ווי אויך
באלאגאן, סענסלאזיקייט און טאטאלע כאאס

מען קען זען אין די בריאה

חסד, רחמים און דין
ווי אויך
קאלטבלוטיגקייט, געזעצלאזיקייט און אפטמאל א רוצחישע אכזריות

סיי מאמינים און סיי בלתי מאמינים נעמען אן געוויסע זאכן פאר עיקר, און די איבעריגע איז מען מדחיק, און יאמין לי מר, אלעס קען מען פארענטפערן, שערי תירוצים לא ננעלו.

די אמתע פראגע פון די אשכול איז, פארוואס קלויבסטו איין מהלך איבער די צווייטע?

געפילטע פיש » זונטאג מאי 11, 2014 1:39 pm

· #199930
smartinof
פליקער
ווען מיר האבן וועין שכל וואלטן מיר וועין געשטאנען און די גאַס און די גאָס רעיגן און געשריגן מה רבו מעשיך השם, רעיגן איז פיל מיט חסד השם, רעיגן איז לעיבן, אן רעיגן איז נישטא קיין לעיבן


עס איז נישט ממש אזוי, נאר מען וואלט געשטאנען ביים פענסטער און געדאנקט גאט, והא ראי', דער גאנצער סיבה פון דעם דינער און דער בליץ, איז צו געבן א מעסעדזש פאר דער וואס איז אינדרויסען, אז ער זאל זיך געבן א יאג אונטער און זיך גיין באשיצען פון די נאסקייט, איי וואס דארף איך מען סיי דעם בליץ און סיי דעם דינער, דינער פאר די בלינדע, און א בליץ פאר די טויבע, נמצא, אז איז נישט ממש אוזי די דיסקרייבסט עס, וויבאלד עס פארהאנען א גוטע תוצאה פון א זאך מיינט נאך נישט אז דער זאך אליינס איז באטעמט, עס איז נישט דא קיין לאגישער סיבה פארוואס מען דארף זיך נערן אז שטיין און די רעגן איז באטעמט, ובפרט שהוכחתי לעיל,
און בנוגע שמעקעדיג'ס שאלה, קיין ריכטיגע תירוץ איז באמת נישט פארהאן, איך וואלט געפרעגט די קשיא אביסעל אנדערש, דא זאגט מען אז דער אויבערשטער איז מקור הטוב וכו' און בנוגע צו טוב זאגט מען אז ער איז אינסוף טוב, מיט אכזריות איז ער אויך אין סוף, ווייל אויב וועסטו זאגין אז ביי אכזריות איז אנדערש האסטו דעם גאט מצמצם געווען, איז די אלע איבערמענטשליכע רציחות און די טיפע אינסופדיגע רע איז אלס פון די אינסוף פון אכזריות פונם בורא,


לויטן רמב"ם מיט'ן זאגן אז ער קימערט זיך בכלל אויב דו ווערסט נאס צו נישט ביסטו עם אויך מצמצם.

מאטי » זונטאג מאי 11, 2014 1:50 pm

· #199934
דער רמב"ם לאזט זאגן וואס גאט איז "נישט". ער לאזט נאר נישט זאגן וואס גאט איז "יא"
גאט איז נישט קיין אכזרי /שקרן/חונף וכדומה איז אקעי

smartinof » זונטאג מאי 11, 2014 1:51 pm

· #199936
געפילטע פיש
smartinof
פליקער
ווען מיר האבן וועין שכל וואלטן מיר וועין געשטאנען און די גאַס און די גאָס רעיגן און געשריגן מה רבו מעשיך השם, רעיגן איז פיל מיט חסד השם, רעיגן איז לעיבן, אן רעיגן איז נישטא קיין לעיבן


עס איז נישט ממש אזוי, נאר מען וואלט געשטאנען ביים פענסטער און געדאנקט גאט, והא ראי', דער גאנצער סיבה פון דעם דינער און דער בליץ, איז צו געבן א מעסעדזש פאר דער וואס איז אינדרויסען, אז ער זאל זיך געבן א יאג אונטער און זיך גיין באשיצען פון די נאסקייט, איי וואס דארף איך מען סיי דעם בליץ און סיי דעם דינער, דינער פאר די בלינדע, און א בליץ פאר די טויבע, נמצא, אז איז נישט ממש אוזי די דיסקרייבסט עס, וויבאלד עס פארהאנען א גוטע תוצאה פון א זאך מיינט נאך נישט אז דער זאך אליינס איז באטעמט, עס איז נישט דא קיין לאגישער סיבה פארוואס מען דארף זיך נערן אז שטיין און די רעגן איז באטעמט, ובפרט שהוכחתי לעיל,
און בנוגע שמעקעדיג'ס שאלה, קיין ריכטיגע תירוץ איז באמת נישט פארהאן, איך וואלט געפרעגט די קשיא אביסעל אנדערש, דא זאגט מען אז דער אויבערשטער איז מקור הטוב וכו' און בנוגע צו טוב זאגט מען אז ער איז אינסוף טוב, מיט אכזריות איז ער אויך אין סוף, ווייל אויב וועסטו זאגין אז ביי אכזריות איז אנדערש האסטו דעם גאט מצמצם געווען, איז די אלע איבערמענטשליכע רציחות און די טיפע אינסופדיגע רע איז אלס פון די אינסוף פון אכזריות פונם בורא,


לויטן רמב"ם מיט'ן זאגן אז ער קימערט זיך בכלל אויב דו ווערסט נאס צו נישט ביסטו עם אויך מצמצם.

איין מינוט, און זאגען אז רעגן ברענגט אז עס זאל פיינע פרוכט איז אויך צימצום?!, בסה"כ איז מיין פוינט געווען, אז אפילו א זאך ברענגט גוטס, מיינט נאך נישט אז דער זאך אליינס איז גוט, כגון, הגשם שהתוצאה הטוב הוא פירות מתוקים, אבער דער רעגן אליינס איז גרויליג און אומעטיג, [כשלעצמי האלט איך נישט אזוי וועגן אנדערע סיבות, אבער דאס צו זאגען אז וויבאלד עס ברענגט גוט מוז זיין אז די זאך כשלעצמו איז גוט האט קיינע לאגיק], אבער וואס זיכער זאגען אז גאט איז נאר אינסוף בנוגע טוב און נישט בנוגע רע ואכזריות איז צימצום לכל הדיעות

שמעקעדיג » זונטאג מאי 11, 2014 2:17 pm

· #199948
און מען האט בלויז בארירט רעגן דא, ניטעמאל האט מען בארירט די ביטערע פראסטן און אדער שוידערליכע היצן מיט עקלדיגע יומידיטי, און די טארנעידא'ס און ערדציטערנישן האט מען ניטעמאל אנגעהויבן פרובירן צו פארענטפערן.

smartinof » זונטאג מאי 11, 2014 2:23 pm

· #199950
שמעקעדיג
און מען האט בלויז בארירט רעגן דא, ניטעמאל האט מען בארירט די ביטערע פראסטן און אדער שוידערליכע היצן מיט עקלדיגע יומידיטי, און די טארנעידא'ס און ערדציטערנישן האט מען ניטעמאל אנגעהויבן פרובירן צו פארענטפערן.

מען דארף מחלק זיין, צווישען זאכען וואס עס וויכטיג פאר די בריאה און שלעכטע געשעהנישען, היץ יומידיטי און קעלט, וועלן די פארמערס קומען מיט תורות, היץ איז פאר געוויסע סארט פרוכט צו ווערן געצייטיגט, קעלט אז די ערד זאל באקומען א געוויסע טעמפעשטור אז עס זאל קענען פרודעצירען ריכטיג אירע פירות וכו', וואס אויף דעם איז די קשיא זאל עס גאט אויסשטעלן אז די החרכים זאלן פארפילט ווערן אויף בעסרן און באטעמטערע וועג,
אבער אויף געשעהנישען איז די קשיא על מה ולמה בכלל

שמעקעדיג » זונטאג מאי 11, 2014 2:33 pm

· #199951
"מאלעסטעישאן"
נעקסט אין די רייע איז מיין ברענענדיגע פראגע, וואס איז דער תועלת פון דעם בריאה "מאלעסטעישא"ן.

יעדע בריאה האט א געוויסע מעלה,א בענעפיט, אפילו עונשים און שלעכטע זאכן קען מען בדיעבד פארשטיין, און אזוי אויך יעדע סארט נסיון און תאוה וואס א מענטש האט ברענגט ערגעץ-וואו אין לעבן א געוויסע תועלת. אבער מאלעסטעישאן? דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל. דאס איז גורם שוידערליכע נאכווייען און טוט רואינירן דאס לעבן פארן אומשולדיג קינד, על לא דבר, ה"י, מען מוטשעט זיך א גאנץ לעבן דערמיט, בפרט נאך די חתונה, קיינער פארדינט גארנישט דערפון אויסער דער בעל תאוה, אלעס צוליב א נידריגע גוטע געפיל מיט וואס ער איז באשאפן געווארן און ער קען עס כמעט נישט קאנטראלירן.

גוטער באשעפער! איך ווייס אז "פארוואס" איז קיין פראגע פאר א איד.... אבער... "פארוואס"?????? געוואלד!!!!

יואליש » זונטאג מאי 11, 2014 8:19 pm

· #200027
שאלה גדולה שאלת
פארוואס האבן די אפריקאנער ברייטע פיס?

יאיר » זונטאג מאי 11, 2014 8:36 pm

· #200032
שמעקעדיג, אפשר בין איך אביסל נאאיוו, אבער פון וואנעט נעמסטו אז גאט איז אזא גוטער? עס שטייט טאקע אין די תורה טוב ה' לכל, עס שטייט אבער אויך אל קנא ונוקם פוקד עוון אבות על שילשים ועל רבעים.

מאטי » זונטאג מאי 11, 2014 8:43 pm

· #200037
נו אז די רשעים האבן א מפלה מילא... אבער וואס טוט זיך מיט די האלב מיליון מענטשן וואס זענען אומגעקומען ביים צונאמי. ועוד. אפשר ציונות?? נע

יאיר » זונטאג מאי 11, 2014 8:45 pm

· #200038
מאטי
נו אז די רשעים האבן א מפלה מילא... אבער וואס טוט זיך מיט די האלב מיליון מענטשן וואס זענען אומגעקומען ביים צונאמי. ועוד. אפשר ציונות?? נע

אפשר האבן זיי נישט געהיטן שמיטה? אפשר איז זיי געלונגען צו האבן דעם ביטערן מזל אז בלעם זאל זיי שעלטן פונקט אין די סעקונדע וואס א-ל זועם בכל יום?
מיין עיקר פוינט איז אז א גאט וואס איז קנא ונוקם און פוקד עוון אבות איז נישט דער גוטער ליבליכער זיידע וואס טיילט קענדיס וועמען שמעקעדיג האט אין מיינד ביים פרעגן זיינע הארבע קשיות. די גענויע סיבה וואס שטיפט אים זיך צו נוקם זיין איז אומרעלעוואנט.

מאטי » זונטאג מאי 11, 2014 8:53 pm

· #200040
שוין אז נישט די ליבליכע זיידע, זאל ער כאטשיג זיין אנקעל זשימי.. וואס נעמט נישט קיין קרעפ פון קיינעם, אבער דאך א פיין הארץ.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 11, 2014 9:16 pm

· #200046
יאיר, לפי דבריך דאן זאל מען אויפהערן דרש'ענען ווי גוט ער איז. פארוואס הער איך ביי יעדע צרה אז באמת איז אלעס גוט גוט גוט....

יאיר » זונטאג מאי 11, 2014 9:26 pm

· #200048
שמעקעדיג
יאיר, לפי דבריך דאן זאל מען אויפהערן דרש'ענען ווי גוט ער איז. פארוואס הער איך ביי יעדע צרה אז באמת איז אלעס גוט גוט גוט....

נו, אפשר קענסטו שתדל'ן ביי די בעלי דרשנים. האסט דאך פראטעקציע.

יאיר » זונטאג מאי 11, 2014 9:41 pm

· #200052
און ביי די וועי, שמעקעדיג, וועלקאם טו די קלאב. ביסט נישט דער ערשטער צו חושד זיין אז מאלעסטעישאן און די האלאקאוסט זענען גארנישט אזוי גוט ווי מען מאכט עס.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 11, 2014 10:40 pm

· #200066
יואליש
פארוואס האבן די אפריקאנער ברייטע פיס?

איך כאפ נישט דעם צינישן חלק.
וואס מיינסטו ארויסצוברענגען? אז מיינע שאלות זענען בלויז אומוויכטיגע קלאץ קשיות וועלכע קראצט די נערוון ווי ביי הלל ערב שבת אין מרחץ?

ממרום שלח אש » זונטאג מאי 11, 2014 10:42 pm

· #200067
מאטי
שוין אז נישט די ליבליכע זיידע, זאל ער כאטשיג זיין אנקעל זשימי.. וואס נעמט נישט קיין קרעפ פון קיינעם, אבער דאך א פיין הארץ.


האט דאך שוין ניעלס בארר געזאגט פאר איינשטיין בשעתו "סטאפ איינצוטיילן פאר גאט וואס צו טון".

שמעקעדיג » זונטאג מאי 11, 2014 10:46 pm

· #200069
יאיר
שמעקעדיג
יאיר, לפי דבריך דאן זאל מען אויפהערן דרש'ענען ווי גוט ער איז. פארוואס הער איך ביי יעדע צרה אז באמת איז אלעס גוט גוט גוט....

נו, אפשר קענסטו שתדל'ן ביי די בעלי דרשנים. האסט דאך פראטעקציע.

פראטעקציע? כ'געדענק נישט אויפן מאמענט...

יאיר פרובירסט דא צו נעמען אלעס וואס איך האב געלערנט פון אלס קינד און עס אוועקמאכן כלאחר יד? עס גייט נישט אזוי. די שאלות דרוקן מיר שוין יארן און עס פלאצט ארויס.

לאמיר אננעמען אז גאט איז טאקע נישט בלויז א גוטער, אבער גערעכט איז ער זיכער! נישט אזוי? הצור תמים פעלו, כי כל דרכיו משפט, צדיק ה' בכל דרכיו, צדיק ה' כי פיהו מריתי, וכו' וכו'. קענסטו פארשטיין געבן די שרעקליכע פאסירונגען?

אבוויעסלי, אז ער שיקט אונז א עונש דארפן מיר זיך מתבונן זיין, עפעס וויל ער דאך! ער שיקט נישט סתם אזוי קיין האלאקאוסט אדער טארנעידאס פאר פאן. א בליץ כדי לפשט עקמומיות שבלב קען איך הערן, עס איז "פראפארשענד" צו דעם מטרה, אבער שיקן א צונאמי וועגן גויים זינדיגן אדער אנצושרעקן אידן אדער צו ווייזן זיין שטארקקייט אדער איינזינקען טויזענטער אומשולדיגע מענטשן אין אקעאן ווייל דער בויער האט זיך אויסגעדרוקט אז קיינער קען נישט זינקען דעם שיף איז, ווי מען זאגט ביי אונז, די פאנישמענט דאזנט פיט דע קריים. ס'שרעקעדיג!

יאיר » זונטאג מאי 11, 2014 11:29 pm

· #200079
שמעקעדיג, הער זיך איין וואס איך גיי דיר יעצט זאגן, כתבם על לוח לבך, קשרם על גרגרותיך. איך ווייס אז ס'גייט דיר זיין שווער צו אננעמען, אבער דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי צו מאכן סענס פון דעם לעבן. מאך דיך צו די סיט בעלטס און זיי גרייט אויפ'ן ערגסטן.
ביסט גרייט? אקעי.
גאט, אדער וואס און ווער אימער עס איז פאראנטווארטליך פאר זאכן וואס געשעען, טוט זאכן וואס אין אונזער דיקשאנערי ווערט באצייכנט אלס שלעכט. פינטל.
ער טוט עס נישט צוליב דאס און צוליב יענץ. ער טוט עס נישט כדי דו זאלסט תשובה טון. ער טוט עס נישט כדי גראד צו מאכן קרומקייטן פון הארץ. ער טוט עס סתם אזוי. דאס איז זיין נאטור, צו טון גוטע זאכן און שלעכטע זאכן. יעדער וואס רעדט דיר איין אז ער ווייסט פארוואס גאט האט געטון עפעס איז אדער א שקרן אדער א בעל דמיון. קיין איין מענטש היינטיגע צייטן קען נישט אנאליזירן אדער פארשטיין דעם כח וואס פירט די וועלט. כי לא יראני האדם וחי. מען קען מאכן שיינע תורות, געדרייטע פשט'לעך, אבער אלעס איז בלויז שפעקולאציעס.
איז דאך זייער שרעקעדיג? הא? שוין גארנישט שמעקעדיג.
אויף דעם איז פארהאן א שטיקל עצה. טאקע נישט א גענצליכע עצה, אבער פארט עפעס. באמת זענען דא צוויי עצות. צוויי פערטל עצות, וואס צוזאמען דעקט עס האלב פונעם בילד.
די ערשטע עצה איז אמונה. דורך דעם וואס מיר זענען אידן, גיבט דאס אונז עפעס חיזוק אז סוף כל סוף, ערגעץ וואו איז דא עפעס א גוטע כוח וואס האט עפעס א ציל מיט דעם גאנצן אוניווערס, כאטש קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס און ווי אזוי דאס איז, קענען מיר פרובירן צו טון אונזער בעסטע וואס זעט אונז אויס לויט די מינוט, און דאס איבריגע איז נישט אונזער דאגה.
די צווייטע עצה איז לאגיק. ווען מיר זעען אז עס געשעט א צונאמי, אדער אז קינדער ווערן מאלעסטעט, זאלן מיר נוצן אונזער געבענטשע כח פון שכל כדי זיך צו אויסלערנען ווי אזוי צו פארמיידן אזעלכע אומגליקן אויף ווי ווייט מעגליך. מען העלפט ארויס די געשעדיגטע, און מען מאכט זיכער אז מען זאל וויסן אויף א צווייטן מאל זיך אפצוהיטן אויב עס איז שייך.
און יא, ס'איז דא נאך אן עצה. דאס איז אפטימיזם. די וועלט גייט זיך נישט טוישן סייווי, מה שהיה הוא שיהיה. אנשטאט זיצן און פאוקוסן אויף די שלעכטס, און זיך פרובירן צו פארפירן דעם דמיון אין א יוטאפיע וועלט וואו אלע שלעכטע זאכן ווערן צום סוף אויפגעוויזן הפלא ופלא אז דאס איז די בעסטע וואס איז נאר שייך, פרובירט מען צו טראכטן וואס מער פון די גוטס און וואס ווייניגער פון די שלעכטס. אנשטאט צו זיצן און קלאגן און זיך אויפעסן דאס געזונט אויף אלע שלעכטס, מאכט מען שלום מיט דעם מצב, מען הערט אויף פילאזאפירן (אויסער אויב מען פילאזאפירט פשוט לשם הנאת הפילאזאפירן), און מען טוט זיך אריין אין די גוטע חלקים פון די אוניווערס.
הא, שמעקעדיג? האסט שוין אויסגעדרוקט אפרישיעישן אז היינט איז געווען א שיינער זומערדיגער טאג? האסט שוין איינמאל געגעבן א טראכט, אה, ווי גליקליך מיר זענען אז מיר האבן עיר קאנדישאן? האסט שוין זיך מתבונן געווען היינט ווי גוט עס שפירט זיך צו האבן א דאך איבער'ן קאפ און א ווארעמע בעט?
פארגעס פון צונאמיס, פארגעס פון מאלעסטעישאן. דארטן זאלסטו זיך באגנונגן מיט פראקטישע, הארטע לאגיק. א קינד איז געווארן מאלעסטעט? לאמיר טון דאס בעסטע זיכער צו מאכן אז דאס קינד ווערט באהאנדלט און דער מאלעסטער אומשעדליך. א צונאמי האט גע'הרג'עט פופציג טויזנט מענטשן? שרעקליך. לאמיר אריינווארפן א צוואנציגער פאר צדקה פאר די משפחות.
גלייב מיר, ווען מענטשן וואלטן געטראכט אויף דעם אופן, וואלט די וועלט געווען אסאאאאאאך א בעסערע פלאץ צו וואוינען.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 12, 2014 12:06 am

· #200092
זייער שיין יאיר, אבער עס איז געפערליך אווער-סימפליפייאינג.

ווען גיימיר ארויס וועטשערן?... מיר האבן אסאך צו שמועסן...

זוכער » מאנטאג מאי 12, 2014 12:27 am

· #200099
שמעקעדיג
יאיר
שמעקעדיג
יאיר, לפי דבריך דאן זאל מען אויפהערן דרש'ענען ווי גוט ער איז. פארוואס הער איך ביי יעדע צרה אז באמת איז אלעס גוט גוט גוט....

נו, אפשר קענסטו שתדל'ן ביי די בעלי דרשנים. האסט דאך פראטעקציע.

פראטעקציע? כ'געדענק נישט אויפן מאמענט...

יאיר פרובירסט דא צו נעמען אלעס וואס איך האב געלערנט פון אלס קינד און עס אוועקמאכן כלאחר יד? עס גייט נישט אזוי. די שאלות דרוקן מיר שוין יארן און עס פלאצט ארויס.

לאמיר אננעמען אז גאט איז טאקע נישט בלויז א גוטער, אבער גערעכט איז ער זיכער! נישט אזוי? הצור תמים פעלו, כי כל דרכיו משפט, צדיק ה' בכל דרכיו, צדיק ה' כי פיהו מריתי, וכו' וכו'. קענסטו פארשטיין געבן די שרעקליכע פאסירונגען?

אבוויעסלי, אז ער שיקט אונז א עונש דארפן מיר זיך מתבונן זיין, עפעס וויל ער דאך! ער שיקט נישט סתם אזוי קיין האלאקאוסט אדער טארנעידאס פאר פאן. א בליץ כדי לפשט עקמומיות שבלב קען איך הערן, עס איז "פראפארשענד" צו דעם מטרה, אבער שיקן א צונאמי וועגן גויים זינדיגן אדער אנצושרעקן אידן אדער צו ווייזן זיין שטארקקייט אדער איינזינקען טויזענטער אומשולדיגע מענטשן אין אקעאן ווייל דער בויער האט זיך אויסגעדרוקט אז קיינער קען נישט זינקען דעם שיף איז, ווי מען זאגט ביי אונז, די פאנישמענט דאזנט פיט דע קריים. ס'שרעקעדיג!



ווען עמיצער גייט ארויס אויפן גאס ווינטער, ווען עס איז ביטע קאלט, און ער פארקילט זיך געפערליך, האסטו טענות אויף גאט?

ווען דער פארקילטער פארשוין, נעמט זיך הוסטן, און באקומט פיבער און גייט נישט צום דאקטער, ווייל ס'איז נאו פראבלעם! און ער באקומט א לונגעו אנטצינדונג, און א ביטערע אינפעקציע און שטארבט, האסטו טענות אויף גאט?

זיכער אז נישט! דער מענטש האט געברויכט אכט געבן אויף זיין געזונד. (הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים).

יעצט, ווען דער קאפיטאן פונעם טיטאניק האט געוואוסט אז אן אייזבארג איז דערנעבען, אבער ער האט זיך אויסגעלאכט ווייל דער טיטאניק איז אומזינקבאר, און די שיף איז געזונקען און טויזנטער אומגעקומען, בלעימסטו גאט?

דעם צונאמי פארענטפערט דאס טאקע נישט, אבער די מארדן אין רעוואנדע, הוצוס און טוצוס יא.

smartinof » מאנטאג מאי 12, 2014 3:07 pm

· #200149
יאיר, ווי איך פארשטיי פארענטפערסטו נישט גארנישט נאר ביסט מסביר ווי גוט עס איז ווען מען פרעגט נישט קיין קשיות, קומט דאס נישט אהער, דא רעדט מען ווען די קשיא איז שוין יא שווער וואס איז דער ענטפער, אויב סאיז דא, און וואס איז דער בעסטער ביאור המתיישב על לב השואל, עצות דאכט זיך האט שמעקעדיג אויך נישט געזוכט

זוכער » מאנטאג מאי 12, 2014 4:11 pm

· #200163
איך האב געליינט וואס שמעקעדיג האט געשריבן, און מיט מיין קורצן שכל, באגרייף איך בכלל נישט די קשיא וואס שמעקעדיג האט לגבי רעגן.

ער האט א פראבלעם אז ער ווערט נאס? נעבעך נעבעך. איך קען פשוט אויסגיין פאר צער אז ער ווערט נעבעך באנעצט, און זיין הוט גייט צוגרינד. R U FOR REAL?

איך האב א פיל גרעסערן פראבלעם אז די קאץ עסט אויף דאס נעבעכדיג מייזל, וואס אנטלויפט מיט די נשמה אין די הענט.
איך האב פיל מער רחמנות אויף די שעפעלע, וואס דער וואלף פארצוקט עס אכזריות'דיג.
איך האב פיל מער מיטלייד אויף דעם שיינעם פישל וואס שווימט און וואסער, און אן אדלער גיט אים א פרעס אויף אין א סעקונדע.
איך שוין שטארק די מיליאנען קליינע פישלעך, וועלכע ווערן א פרישטאג פאר דעם גרויסן פיש.



דער וואס זאגט א רעגן איז אומעטיג און גרויליג, איז סעלפיש און און אראגאנט. עס איז טיילמאל אומבאקוועם, אבער גרויליג? R U NUTS?
רעגן איז שפרודלדיג און ביוטיפול, עס קלינט די וועלט, עס רייניגט די אטמאספערע, און הייבט אן א קייט פון שפראצונגען און גראוט וואס מאכט די וועלט ארבעטען און טוען זיין דזשאב.

באלד וועט קומען א צווייטער משוגענער און זאגן אז די אויגן איז א סטופיד ארגאן. אסאך מאל טרערט עס, טיילמאל ווערט עס רויט. געוויסע מאל ציפט עס... דער אייבישטער האט געגופט...

מענטשן דארפן עטליעסט פראבירן צו נוצן זייער שכל ווען צו קאמפלעינען. רעגן איז נישט איינס פון די. סארי.

איך האב געקלערט אז צו הערן אזא סארט טאטאל צעדרייטע סטעיטמענט אז רעגן איז עקלדיג און א נארישע פאטענט, פון אזא איינעם ווי ריטשארד דאקוינגס אדער קריסטאפער היטשינס!
בלאט: 1 2