☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נאבעל פרייז געווינער - חסידים

נאבעל פרייז געווינער - חסידים

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4960

יואליש » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:09 pm

· #156597
נאבעל פרייז געווינער - חסידים
ס'איז באקאנט די שענדליכע אנטיסעמיטיזים וואס הערשט אין אסלא קעגן חסידישע אידן. פון די אלע נאבעל פרייז געווינער דורכאוס די יארן זענען פארהאן פיל אידן, אבער קיין איין חרידי'שע איד. דאס קען נישט זיין קיין פערצופאל, זינט עהרליכע אידנטום באטרעפט א באדייטענדע חלק פון די אלוועלטליכע אידישע אפשטאמיגע, אבער צווישן די געווינער זעהן זי זיך בכלל נישט אן, איז מוכרח אז אסלא איז אויף אן ליבעראלע אנטי-רעליגיע מלחמה. אנדערש איז סטאטיסטיקלי נישט מעגליך.

ס'איז צייט צוריקצושמייסן. מיר וועלן באקרוינען אונזערע אייגענע נאבעל פרייזן!

לאמיר אנהייבן מיט די נאמינאציע פראצעס און אים ר"ח אדר ב' וועלן די ענדגילטיגע געווינער באעהרט ווערן.

חסידיש נאבעל פרייז, ליטארעטור: דבר יום ביומו
חסידיש נאבעל פרייז, מעדעצין: מרת ווידער
חסידיש נאבעל פרייז, עקאנאמיקס: כולל חצות
חסידיש נאבעל פרייז, פיזיקס: פלאסטישע בעג שוץ נגד טומאת מת שבוקעת ועולה
חסידיש נאבעל פרייז, כעמיסטריי: כרייענעיז
חסידיש נאבעל פרייז, שלום: וואסידאס?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:14 pm

· #156600
חסידיש נאבעל פרייז, אויפגעקלערטע פעסטע חברה: קאווע שטיבעל

יואליש » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:17 pm

· #156602
דער (פינטעל) איד
חסידיש נאבעל פרייז, אויפגעקלערטע פעסטע חברה: קאווע שטיבעל

וחוט המשולש; איין הודעה, איין לייק געגעבן איין לייק באקומען, און אלעס אין איין אשכול.

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:19 pm

· #156605
איין הודעה איין לייק געגעבן און איין לייק גענומען אלעס אין איין אשכול = 4... איז נישט א משולש 😉

יואליש » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:21 pm

· #156607
דער (פינטעל) איד
איין הודעה איין לייק געגעבן און איין לייק גענומען אלעס אין איין אשכול = 4... איז נישט א משולש 😉

בלויז דריי ווערט רעקארדירט דארט אויפן לינקע זייט. אבער צדקה ממני, און די נאבעל פרייז אין מאטעמאטיק איז נאך אפען....

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:38 pm

· #156627
איים סארי, אבער אויב גייט ספעלינג און גראמאטיק אריין אין כלל פון ליטעראטור, דאן איז הידעת די אנקאנטעסטעד ווינער.

פרישער » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:39 pm

· #156629
ווער ברויך ליטערעטאר ווען מיר האבן ק"ש

ווער ברויך מעדעצין ווען מיר האבן תהילם כולל

ווער ברויך עקענאמיקס ווען מיר האבן זיבן זאכן

ווער ברויך פיזיקס ווען מיר האבן ביטחון

ווער ברויך קעמעסטרי ווען מיר האבן פילטערס

ווער ברויך שלום ווען מיר האבן רבי'ס

מיר זענען חסידים, ביזן עק

היימישער ליטוואק » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:46 pm

· #156631
חסידיש נאבעל פרייז, פיזיקס: "לעשן" עין הרע דורך גיסן בליי. קען זיין אז יענער געוואונט אויך דעם פרייז אויף עקונאמיקס...

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:03 pm

· #156642
די בעסטע ביכל פארקויפט - 'אתהלך' - פון אהרן מרגלית

די אינטערעסאנטסטע שלום - מענדל סרוליק

[אזוי ווייטער מעגן מיר שרייבן אמת'ע פאקטן נישט נאר אויסגעזויגענע פון פינגער]

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:31 pm

· #156650
קעמיסטרי איז פאר גוים, מיר האבן שדכנים.

קינות גירושין » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:46 pm

· #156651
אלטוועלטליכער געווינער אויף קאמעדי, מנשה לוסטיג

יתרו » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:06 am

· #156749
יואליש
פון די אלע נאבעל פרייז געווינער דורכאוס די יארן זענען פארהאן פיל אידן, אבער קיין איין חרידי'שע איד. דאס קען נישט זיין קיין פערצופאל, זינט עהרליכע אידנטום באטרעפט א באדייטענדע חלק פון די אלוועלטליכע אידישע אפשטאמיגע, אבער צווישן די געווינער זעהן זי זיך בכלל נישט אן, איז מוכרח אז אסלא איז אויף אן ליבעראלע אנטי-רעליגיע מלחמה. אנדערש איז סטאטיסטיקלי נישט מעגליך.

נישט אמת, פאר א פאר יאר צוריק האט א חרדי'שער מזרחיסטישער רעליגיעזער באבערדעלטער איד געווינען די נאבעל אויף עקינאמיקס. ער האט געטראגען א גרויסע קאפל מיט א לאנגע ווייסע בארד ביי די צערמאניע און געמאכט א ברכה שחלק מכבבודו לבשר ודם אויףן קעניג דארט.

יואליש » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:17 am

· #156751
יתרו

דערפאר האב איך געשריבן "חרידיש". דו מיינסט דער מאטאמאטיקער ישראל אומן. און אפי' מיט אומן, איז דער איינער עהרליכער איד בלויז איינס פון איבער 150. זייער נישט פראפארשאנעל צו די אלגעמיינע עהרליכע דעמאגרעפיקס.

ממרום שלח אש » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:00 pm

· #156837
מענין לענין...

והיה שארית יעקב בקרב עמים רבים, כטל מאת ה' כרביבים עלי עשב
והיה שארית יעקב בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן

23% פון די מקבלי הנאבעל פרייז זענען אידען.
בשעת אידן זענען בלויז 0.2% פון די וועלטס באפעלקערונג.

וויפיל מען זאל עס נאר ראציאנאליזירן גיבט עס א לייכטע שוידער לאדם המשכיל.

זע ליסטע דא, אין אנדערע פרסים זענען זייערע נומערן נאך העכער

<a class="postlink" href="http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html">http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html</a>

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:54 pm

· #156864
[ציטאט אראפגענומען]

ממרום שלח אש » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:59 pm

· #156867
יידל איז נישטא מער? גארנישט געוויסט דערפון?
איך דריי מיך שוין נישט דא אפט, אבער ווילאנג ער קומט מיר נישט זאגן בחלום מה נעשה בדינו, איז ער בחזקת חיים, ווייל ער האט קיינמאל נישט עובר געווען אויף קיין תקיעת כף.

מנשה לוסטיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:11 pm

· #163259
קינות גירושין
אלטוועלטליכער געווינער אויף קאמעדי, מנשה לוסטיג

How common a person get a compliment like that?

היימישער ליטוואק » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:22 pm

· #163260
ממרום שלח אש
מענין לענין...

והיה שארית יעקב בקרב עמים רבים, כטל מאת ה' כרביבים עלי עשב
והיה שארית יעקב בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן

23% פון די מקבלי הנאבעל פרייז זענען אידען.
בשעת אידן זענען בלויז 0.2% פון די וועלטס באפעלקערונג.

וויפיל מען זאל עס נאר ראציאנאליזירן גיבט עס א לייכטע שוידער לאדם המשכיל.

זע ליסטע דא, אין אנדערע פרסים זענען זייערע נומערן נאך העכער

<a class="postlink" href="http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html">http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html</a>

אין דיין פסוק שטייט והיה שארית יעקב האשכנזים בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן?
אין אנדערע ווערטער, אויב איז דאס א יידישע אייגנשאפט דאן פ"וו זענען די נישט-אשכנזישע יידן אונטער-רעפרענזענטירט?

ממרום שלח אש » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 6:27 pm

· #163279
היימישער ליטוואק
ממרום שלח אש
מענין לענין...

והיה שארית יעקב בקרב עמים רבים, כטל מאת ה' כרביבים עלי עשב
והיה שארית יעקב בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן

23% פון די מקבלי הנאבעל פרייז זענען אידען.
בשעת אידן זענען בלויז 0.2% פון די וועלטס באפעלקערונג.

וויפיל מען זאל עס נאר ראציאנאליזירן גיבט עס א לייכטע שוידער לאדם המשכיל.

זע ליסטע דא, אין אנדערע פרסים זענען זייערע נומערן נאך העכער

<a class="postlink" href="http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html">http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html</a>

אין דיין פסוק שטייט והיה שארית יעקב האשכנזים בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן?
אין אנדערע ווערטער, אויב איז דאס א יידישע אייגנשאפט דאן פ"וו זענען די נישט-אשכנזישע יידן אונטער-רעפרענזענטירט?

און דיין פסוק שטייט אנשים? פארוואס זענען פרויען אונטער רעפרעזענטירט?
נישט קיין חכמה זיך נעמען שניידן די פאפיולאציע אויף אלע אופנים און פרעגן קושיות, ווילאנג סשטייט נישט אין פסוק אז עס וועט זיין אייניג דיסטריביוטירט צווישן אלע דעמאגראפיעס קריכסטו סתם אויף גראדע ווענט. די פסוק רעדט פון די נעט רעזולטאט, די אפעקט פון שארית יעקב אויף עמים רבים.

או יאמר, אז מכאן ראיה אז די ספרדים זענען נישט קיין ריינע אידן, א שאד הרב עובדיה לעבט שוין נישט, עס וואלט געווען ווערט אלע געלטער צו זען זיין רעאקציע צו די באהויפטונג.

או יאמר אז די ווייסע אידן זענען נישט קיין אידן, אזוי ווי סדא פארשער וואס טענהן, ממילא איז שוין מובן די לשון "שארית" יעקב, מיר זענען עפעס אזא ערב רב, וואס האבן זיך צוגעטשעפעט.

קענסט טשוזען וועלכע תירוץ די ווילסט און נאכזאגן אין דיין נאמען.

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 12, 2015 12:30 am

· #274295
מנשה לוסטיג
קינות גירושין
אלטוועלטליכער געווינער אויף קאמעדי, מנשה לוסטיג

How common a person get a compliment like that?

דאס איז נאר די התחלה

מי אני » מאנטאג מערץ 2, 2020 10:09 pm

· #443560
Re: נאבעל פרייז געווינער - חסידים
יואליש

בלויז דריי ווערט רעקארדירט דארט אויפן לינקע זייט. אבער צדקה ממני, און די נאבעל פרייז אין מאטעמאטיק איז נאך אפען....

ס׳איז גראדע נישט דא א מאטעמאטיקס קאטעגאריע ביי די נאבעל פרייז. די וועלט זאגט אז דאס איז וויבאלד דער מייסד, דער כעמיסט אלפרעד נאבעל (וואס איז אויפגעקומען מיט TNT און דאדורך צוזאמען מיט׳ן פראדוצירן און פארקויפן אמוניציע איז ער רייך געווארן), איז געווען ברוגז אויף א מאטעמאטיקער (גוסטא מיטאג-לעפלער) פאר׳ן מזנה זיין מיט זיין פרוי. די מעשה איז אבער נישט אמת. די ריכטיגע סיבה איז ווייל ער האט נאר געוואלט מייסד זיין די פרייז פאר ״פראקטישע״ אויפטוהונגען אין די סייענסעס און ער האט געהאלטן אז מאטעמאטיקס איז צו טעארעטיש און גייט נישט אריין אין די כלל.

לעומת זה איז דא ביי מאטעמאטיקס די פיעלד מעדאל.

***

‏דאס איז די לינק צום אשכול וואס מ׳האט דערמאנט. (ועיין ג״כ כאן.)

חוקר ודורש » מאנטאג מערץ 2, 2020 10:37 pm

· #443561
נאבעל פרייז געווינער - חסידים
זיצט זיך א חסידישע איד א בנש”ק אין בית מדרש איינס אזייגער נאכמיטאג מיט א גלעזעל בראונפען און לקח אין די הענד, רעדט דורך כל מה שיעלה בשפתיו פון חסידישע פאליטיק ביז פרעזידענט טראמפ, ארבעטן ארבעט ער נישט געהעריג, ענגליש קען ער נישט געהעריג, וכו׳, אינמיטען קומט אריין אינעם שמועס דאס אז טראמפ וואלט זייער שטארק געוואלט געוואונען די נאבעל פרייז פאר שלום אזוי ווי פרעזידענט אבאמא האט, געט ער זיך א רופ אן מיט א קורת רוח ווייסטו דען וויפיל אידן האבן שוין געוואונען די נאבעל פרייז אפי׳ מיר זענען אזא קליינעם פאלק?!
דאס איז דאך ממש וואס די פסוק זאגט ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הזה, און די חבריה קדישא האבן צוגעשאקלט מיט די קאפ, און געגאנגען דערנאך דאווענען מנחה.

Sent from my iPhone using Tapatalk