מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס
354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #972
מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס
יעצט קומט פאר אן אסיפה מיט די באטייליגונג פון די צוויי סאטמארע רבי'ס, ר' ישראל האגער, ר' נח אלבוים, פאפא רבי, וויען, ר' מענדל זילבער, גאלאנטא, און נאך אנדערע רבנים. אויך באטייליגן זיך מערערע מוהלים.
ווער ס'האט בילדער (פון ווי כ'האב גענומען די נעמען) זאל ארויפשטעלן.
בדרך צחות
אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א האט זיך אויסגענימען אז מ'זאל דארט רעדן נאר אויף אידיש. ווייסט איינער וויאזוי מ'זאגט 'מציצה בפה' אויף אידיש?
אויף ענגליש ווייס איך....
כ'האף מען רעדט פון ציונות אויך 😂
זיכער, דער ציוני טענדלער... וועלכע איז אן איידעם ביי ר' משה פיינשטיין (אין סאטמאר פסל'ט מען יעדען לויט ווי מ'איז אן איידעם)
דא האסטו א בילד
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=16825&p=586108#p586108">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 08#p586108</a>
א היסטאריש בילד....
פון כל העולם כלו:
ברעיקינג: יום ד' חקת תשע"ב.
א זעלטענע אסיפת הרבנים וואס איז שוין קרוב צו צען יאר נישט פארגעקומען איבער די גזירות וואס די רעגירונג טיילט אויס מיט'ן פראבירן צו רעגולירן די הייליגע מצות מילה, מיט'ן פארלאנגען אונטערשרייבן פונעם מוהל און פון די עלטערן, און מיט'ן פראבירן צו צוימען נישט צו לאזן מאכן ברית'ן אין בתי מדרשים, נאר אין שפיטעלער וכו'.
שוין עטליכע וואכן וואס דער רבי שליט"א איז עוסק אין דעם מיט פארשידענע כלל טוער. די וואך איז דער הויפט לאיער געווען ביים רבי'ן שליט"א אין שטוב איבער איבער דעם ענין, און רבינו שליט"א האט אויסגעדרוקט אז עס איז וויכטיג אז אלע רבנים זאלן הערן פונעם לאיער אליין וואס ער זאגט איבער דעם, און פארשטיין דעם חומר הענין, וואס די רעגירונג פארלאנגט, און אזוי וועלן די רבנים קענען באשליסן כדת מה לעשות, דארף מען באקעמפן די רעגירונג אדער דארף מען זיי איגנארירן, דארף מען פארהאנדלען, דארף מען שיקן דעלעגאציעס, דארף מען ענטפערן, וכו' וכו'.
ווען די זאך האט זיך גענומען רוקן האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ער פארלאנגט מ'זאל ספעציעל רופן צו די אסיפה אזעלכע רבנים וועלכע האבן באקאנטשאפט אין רעגירונגס ווירשאפטן ווי הגאון רבי בנימין לאנדא, הגאון ר' נח אלבום פון קווינס, הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א און נאך עטליכע.
ווען דער רבי שליט"א האט געהערט אז מ'האט גערופן די רבנים וואס ער האט פארלאנגט איז דער רבי שליט"א געקומען.
נאך
📎 2012628_3241624695_jpg.jpg
ווער האט גענימען די בילד? וועלעכע רב האט ארויסגענימען זיין בלעקבערי....
די שמועס איז צו מ'זאל נאכגעבן מאכן אין שפיטאל אדער מ'זאל זיך עקש'ן דוקא אין שול? אדער עפעס ערנסטער?
קען איינער ערלעדיגען אז ר' ישראל האגער זאל זיך אויפשטעלען פאר אפאר מינוט?
זאג אים אז ער האט טעלעפאן אינדרויסען (ביי מיין מגי"ש און ישיבה קטנה - נישט מער געדאכט - פלעגט עס ארבעטן געוואלדיג 😂 )
איינער זאגט מיר יעצט אז איינער פון די סאטמארע רבי'ס זענען ארויס אינמיטן די אסיפה, איינער קען עס קאנפירמען דא?
ממש א קידוש השם ווי צוויי ברידער קענען זיצען אזוי נאנט איינער צום צווייטען מיט א מסך המבדיל פון בלויז איין רב...
משה געצילממש א קידוש השם ווי צוויי ברידער קענען זיצען אזוי נאנט איינער צום צווייטען מיט א מסך המבדיל פון בלויז איין רב...
חלילה נישט דורך ברעכן די חומת התבדלות.
[ציטאט אראפגענומען]
כ'מיין ווייל רוב מוהלים האבן הערפיס. אייגענטילך, כ'מיין אז רוב ערוואקסענע האבן דאס.
מציצה בפה לאור הלכה אין קאווע שטיבל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/139">viewtopic.php?f=13&t=139</a><!-- l -->
ביי מיינע ביידע יונגלעך האבעך געבעטען די מוהל פארען ברית איך וויל זעהן וואו ער וואשט אויס זיין מויל מיט אלקאהאל ערהאטמעך אנגעקיקט פארווינדעט אבער קיין ברירה האטער נושט געהאט
וויאזוי פורט בעלזער רב אויס?
וממני ילמדו וכן יעשו
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האף אז האדמו"ר מהר"א מסאטמאר, וועלכע איז זעלבסט א מוהל טעגליך, גיט זיך באזונדער אכטונג איבער זיין געזונט און הייגין. דאס ערגסטע סקאנדאל וועט זיין חלילה א פאטאליטעט פון אונטער זיין מוהל מעסער.
יואליש אודה ולא אבוש. איך כאפ נישט די דזשאוק
שמעקעדיגיואליש אודה ולא אבוש. איך כאפ נישט די דזשאוק
עס איז נישט א דשאוק עס איז זייער ערנסט
די אייבישטער זאל אפהיטען וואס ס'קען געשעין אויב עפעס געשעיט צו א קינד וואס ער איז מוהל זיינע שונאים וועלען מאכען מטעמים דערפון
JDN שרייבט דארט:
"כתב JDN ששהה בתוך האסיפה מסר כי גם
רופא מומחה בתחום נכח בה, וקבע חד
משמעית כי מדובר בעלילה על רקע דתי,
ומעולם לא ניזוק שום נימול."
קען איינער ווערעפייען אז דאס איז געווען די טאן דארט? וואס איז דארט געבליבן תאכלעס?
א בפירושע jdn וואס דארפסטו מער?
לעמילשמעקעדיגיואליש אודה ולא אבוש. איך כאפ נישט די דזשאוק
עס איז נישט א דשאוק עס איז זייער ערנסט
די אייבישטער זאל אפהיטען וואס ס'קען געשעין אויב עפעס געשעט צו א קינד וואס ער איז מוהל זיינע שונאים וועלען מאכען מטעמים דערפון
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז א מוהל?
ער האט יעדן טאג ברית'ן?
וואס איך ווער נישט אלס דא געוואויר...................
און די סיבה איז נישט ווייל "זיינע שונאים וועלען מאכן מטעמים דערפון". ביטע לעמיל. נאר וועגן דעם זאל ער זיך וואטשן?
יואליש[ציטאט אראפגענומען]
כ'האף אז האדמו"ר מהר"א מסאטמאר, וועלכע איז זעלבסט א מוהל טעגליך, גיט זיך באזונדער אכטונג איבער זיין געזונט און הייגין. דאס ערגסטע סקאנדאל וועט זיין חלילה א פאטאליטעט פון אונטער זיין מוהל מעסער.
ער גיבט אכטונג פונקט ווי יעדן מוהל, וואס שייך באזונדער?
כ'האף אז יעדע מוהל גיט אכטונג. אבער א אדמו"ר פון א גרויסע חסידות (און א קעמפער קעגן מציצה בפה) איז א היי פראפיל מענטש און ס'וועט זיין מטעמים - לאו דוקא פון זיינע שונאים, הגם פון א טייל פון זיי אויך - אז מ'קען אזא פישל בראטן, ממילא האף איך אז ער טעסט זיך כסדר מרצונו הטוב.
למעשה וואס האט מען אויפגעטין ביי די מיטונג? חוץ אז ביידע סטאמער זענען געזעצען צוזאמען
[ציטאט אראפגענומען]
סתם פאלט אראפגעבערענגט.
ער מיינט "פאלש" נישט "פאלט".
שמעקעדיגכ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז א מוהל?
לויט ווי איך האב געהערט מאכט ער בלויז חיתוך, פריעה און "מציצה בפה" מאכט זיין איידעם דער מוהל מומחה ר' ברוך ט"ב בן אב"ד וואלאווע.
ניין ווי איך ווייס פין א משפחה ברית, מאכט ער שוין אלעס אבער ער האט א עומד על גביו געווענליך איז עס ר' אהרן ווייס פין מאנרא.
שווערע בריתן ווי נולד מהול אין דאס גלייכן נעמט ער נישט אן.
קאמפיאטערניין ווי איך ווייס פין א משפחה ברית, מאכט ער שוין אלעס אבער ער האט א עומד על גביו געווענליך איז עס ר' אהרן ווייס פין מאנרא.
שווערע בריתן ווי נולד מהול אין דאס גלייכן נעמט ער נישט אן.
געווענליך - און אפשר גאר אייביג - איז ער סנדק און מוהל באנאזאם. דאס זיצן פארשפארט מסתם פון מאכן די עזריאל גליק פאטענט פון ארומגארטלן די טלית.
שמואל הלוישמעקעדיגכ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז א מוהל?
לויט ווי איך האב געהערט מאכט ער בלויז חיתוך, פריעה און "מציצה בפה" מאכט זיין איידעם דער מוהל מומחה ר' ברוך ט"ב בן אב"ד וואלאווע.
שוין עטליכע יאר געהעריג אלעס חיתוך פריעה מציצה, עומד על גביו איז נישטא קיין קביעות, יעדער וועלט וועם ער וויל
דאס איז א בילד, ווי רבנים נעמען זיך צוזאם אנקעגן דעם חתם סופר וואס זיי ניצן טעגליך אין זייער תורה'לעך. אן זיך רעכנען מיט די בעביס וואס וועלן ליידער ליידן די ביטערע רעזולטאטען פון הערפיס.
📎 kb.jpg
ווער איז דער אינגערמאן אן די בארד מיטן קאפעלע וואס זיצט אינדערמיט אקעגן די רבנים און אלע רבנים קוקן אויף אים?
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס פאפא רב דרשנ'ט דארט. איינער וויל מסביר זיין?
יידלווער איז דער אינגערמאן אן די בארד מיטן קאפעלע וואס זיצט אינדערמיט אקעגן די רבנים און אלע רבנים קוקן אויף אים?
דער איז די לויער לכאורה
איינערדאס איז א בילד, ווי רבנים נעמען זיך צוזאם אנקעגן דעם חתם סופר וואס זיי ניצן טעגליך אין זייער תורה'לעך. אן זיך רעכנען מיט די בעביס וואס וועלן ליידער ליידן די ביטערע רעזולטאטען פון הערפיס.
שוין נאך איינער וואס האקט א טשייניק בלי ידיעות
קוק שו"ת מהר"ם שיק או"ח סימן קנב, אז די הוראה פון דעם חת"ס איז נאר געווען א הוראת שעה לעיר ווינא הבירה, ודעתו שהוראה זו לא נמסרה לדורות כי לא נעתקו ע"י החת"ס בפנקס התשובות
קוק אויך בשו"ת מנחת יצחק ח"א סי' צ"א וואס שרייבט דלא ניחא ליה להחתם סופר בהתגלות תשובה זו לרבים וכו'
אויכעט אין שבט הלוי ח"ב סימן קל שבודאי לא טוב עשה הג"ר אליעזר הורוויץ אב"ד ווינא [שאליו נכתבה התשובה] שפרסם התשובה ברבים ועשה מזה הוראה קבועה בעירו כו'
הער אויף צו ליינען אלע משכילישיע סייטס וועסטו וויינעגער ווערען אנגעשטאפט מיט דיעות כוזבות
אלע תלמידי חת"ס האלטען אנדערש ווי די, רובם ככולם פון די פוסקי הדורות האלטען אז דאס איז יא א חלק ממצות מילה וכו' אין די האלטסט אנדערש, איך הער
חוץ מזה די חתם סופר אליינס אין יענער תשובה שרייבט אז ער איז נאר מתיר בספוג אם יעידו הרופאים אז עס מאכט דער זעלבער פעולה ממש ווי מציצה בפה, דהיינו אז עס קומט אהן לדם בכל מקומות הרחוקים בגיד, און ער איז מעיר אז ממה שראה אינו כך וכו', ממילא איז דער חתם סופר נישט רעלעוואנט לענינינו, אם כי בשפופרת קאן זיין אנדערש די מציאות
פראפעסאר שפירא
סימן של"א:
משנה ברורה (ד)
חוזר וכו' - דאף דגמר לחתוך הערלה ובדיעבד יצא ידי מצות מילה אפילו בלא אלו הציצין מ"מ כל זמן שלא סילק ידו מן המילה מקרי כלכתחלה וכולה חדא מלתא היא דנתנה שבת לדחות אצלה ועיין בחידושי הר"ן שכתב דאפילו כבר סילק ידו מן החתוך והתחיל לפרוע מקרי עדיין לא סילק ידו מן המילה דמילה ופריעה חדא מילתא היא [אך כשהוא עוסק במציצה מסתפק שם אם מותר בשבת לחזור לציצין שאינם מעכבין
דדלמא המציצה מקרי רק רפואה ולא צורך מילה עי"ש] ולפ"ז פשוט דאפילו אם הפורע הוא אחר כ"ז שהוא עוסק במצותה מותר לו לראשון לחזור ולגמור את הציצין שאינם מעכבין דלא משגחינן במה שהוא סילק ידו כיון דעדיין לא נגמרה מצות מילה
ביאור הלכה:
ופורעין ומוצצין. עיין בתשובת בנין ציון סימן כג וכד דהמציצה דוקא בפה ולא ע"י דבר אחר שהמציאו הרופאים החדשים. ובתשובת יד אליעזר סימן (?)
מתיר למצוץ בספוג, דבדוקה דיותר טוב ממציצה בפה, ואפילו בשבת יש להתיר בספוג, ע"ש [פ"ת על או"ח]
געפילטע פיש
סימן של"א:
משנה ברורה (ד)
חוזר וכו' - דאף דגמר לחתוך הערלה ובדיעבד יצא ידי מצות מילה אפילו בלא אלו הציצין מ"מ כל זמן שלא סילק ידו מן המילה מקרי כלכתחלה וכולה חדא מלתא היא דנתנה שבת לדחות אצלה ועיין בחידושי הר"ן שכתב דאפילו כבר סילק ידו מן החתוך והתחיל לפרוע מקרי עדיין לא סילק ידו מן המילה דמילה ופריעה חדא מילתא היא [אך כשהוא עוסק במציצה מסתפק שם אם מותר בשבת לחזור לציצין שאינם מעכבין
דדלמא המציצה מקרי רק רפואה ולא צורך מילה עי"ש] ולפ"ז פשוט דאפילו אם הפורע הוא אחר כ"ז שהוא עוסק במצותה מותר לו לראשון לחזור ולגמור את הציצין שאינם מעכבין דלא משגחינן במה שהוא סילק ידו כיון דעדיין לא נגמרה מצות מילה
ביאור הלכה:
ופורעין ומוצצין. עיין בתשובת בנין ציון סימן כג וכד דהמציצה דוקא בפה ולא ע"י דבר אחר שהמציאו הרופאים החדשים. ובתשובת יד אליעזר סימן (?)
מתיר למצוץ בספוג, דבדוקה דיותר טוב ממציצה בפה, ואפילו בשבת יש להתיר בספוג, ע"ש [פ"ת על או"ח][/
quote]
ער ברענגט דייקא נישט דעם חתם סופר נאר דעם יד אליעזר להרב הורוויץ מווינא.
און לגבי דעם חפץ חיים ראה בשו"ת שבט הלוי ח"י וואס ער איז מעיד פון דעם חזון איש בנוגע צו דעם
אהוב,
אין דעם
אשכול האב מען שוין ארום גערעדט פון דעם חתם סופר.
דאס וואס איז געשריבן דארט:
איך ווייס נישט וויפיל מאל איך וועל מיך דארפן איבערזאגן, דער חתם סופר וואלט נישט מקיל געווען אויף א הלכה למשה מסיני. און איך קויף נישט אפ די מעשה פון שדי חמד, ווען איך זע וואס מען פארקויפט היינט פאר די רבנים. דער "יד אלזער" וואס איז אויך געווען א תלמוד פון חתם סופר שרייבט אז עס האט עס שוין איינגעפירט פאר "אכט יאר" און ער דערמאנט נישט בכלל אז מען האט עס געטון בשעת דחק/הוראת שעה. לאמיר נישט פארגעסן די ווערטער פון חתם סופר "ואוד אני אומר אפילו הי' מפורש בש"ס מוצץ בפיו, מ"מ כיון שאין זה מהכשר מילה אלא משום סכנה....", זעט מען פון דעם חתם סופר אז וויבאלד די גמרא איז נישט מפרש "מוצץ בפיו" קען עס מיינן "בכלי" און אז עס "נישט" קיין הלכה למשה מסיני.
עס איז דא א מציצה בפה לאור ההלכה אשכול און מ'קען זיך דארטן טענה'ן. איך וויל נאר זאגן איין זאך. פון די לייקס וועלכע ביידע צדדים באקומען, איז מיר משמע אז דאס איז מער א פאליטישע קריג ווי אן הלכה'דיגער מחלוקת.
אוהב ספריםהער אויף צו ליינען אלע משכילישיע סייטס וועסטו וויינעגער ווערען אנגעשטאפט מיט דיעות כוזבות
וואס מיינט למשל משכילישיע סייטס? חתם סופר? משנה ברורה?
אדער פשוט אז די האלסט אנדערש ווי מיר, ביזטו א משכיל!
עס ווייזט נישט אויף חכמה צו אטאקירן יענעם'ס אינטעלעקט, ווייל ער האלט אנדערש ווי דיר.
איינעראוהב ספריםהער אויף צו ליינען אלע משכילישיע סייטס וועסטו וויינעגער ווערען אנגעשטאפט מיט דיעות כוזבות
וואס מיינט למשל משכילישיע סייטס? חתם סופר? משנה ברורה?
אדער פשוט אז די האלסט אנדערש ווי מיר, ביזטו א משכיל!
עס ווייזט נישט אויף חכמה צו אטאקירן יענעם'ס אינטעלעקט, ווייל ער האלט אנדערש ווי דיר.
כ'מיין אז ס'איז צייט פאר די מנהלים צו ענפארסירן א שטרענגע אנטי
אד האמינום אטאקעס פאליסי!
Re: מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס
דער חזון איש האט געזאגט אז הגם ביי זיי איז מען נישט נזהר אין דעם, ביי אונז זאל מען יא זיין נזהר. א שטייגער די בלייב משוגע.
עס קען זיין אז מציצה בפה איז יא מעיקר הדין, אבער די ממשלה וויל עס נישט אוועקנעמען, מען וויל מען זאל עס טוהן מיט געוויסע אנווייזונגען, און אויף דעם שלאגט מען זיך כאילו זיי ווילען עס מבטל זיין, ועל זאת לבנו דוי.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
איחוד פעלדדער חזון איש האט געזאגט אז הגם ביי זיי איז מען נישט נזהר אין דעם, ביי אונז זאל מען יא זיין נזהר. א שטייגער די בלייב משוגע.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
א שטייגער די בלייב משוגע, די ביזט משקר ביודעין, די חזון איש האט איהם געזאגט אז ביי אונז איז דאס שוין נאך די פירצה[!], די הערסט פירצה, אלזא זאגט ער איהם
אבל אצליכם עדיין הענין לפני הפרצה, תהיו חזקים לעמוד על זהאון אין ח"ו סימן קמח ברענגט ער נאך שארפער די לשון:
הנה אצלכם שעדיין לא נפרצה הפרצה לעשות בכלי תעמדו ותלחמו על זה לעשות בפה דוקא, אבל אצלינו לצערינו [כך אמר החזון איש זי"ע] כבר אנו עומדים אחרי הפרצה בזהאון זעה נאך ח"ט סימן רז:
ואמר לי שאחזיק מאד בזה למחות ע"ז ולעמוד על המנהג, והפטיר בפה קדשו דלו ז"ל לא עלה בידו כיון שאצלם חלק מהמונים אינם נזהרים בזה, וב"ה כי כהיום כל מי שיש בו ריח תורה ויראה מכל העדות עומז ע"ז כמקובל לנוווי זעהסט דא
א שטייגער די בלייב משוגעהיינט זונטאג איז דער לויער נאכאמאל אריבערגעקומען צו האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א צוזאמען מיט עטליכע מוהלים דן צו זיין איבער וויטערדיגע שריט בנוגע די נושא
שרייבערהיינט זונטאג איז דער לויער נאכאמאל אריבערגעקומען צו האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א צוזאמען מיט עטליכע מוהלים דן צו זיין איבער וויטערדיגע שריט בנוגע די נושא
ווער קען מיר געבן א רבי, וואס וועט אריבער רופן א דאקטאר מיט עטליכע מוהלים,דן צו זיין, וויאזוי צו מאכן די מצוה ברית מילה זיכערער אן דעם אז עס זאל ארויס קומען מכשולות.