☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #972
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

פיינע קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:29 pm

· #43567
אינטערסאנט ער רעדט בלא בלא און אלע הערן אים אויס, נידערמאן אין איצא אלעס רעדט צו אים. ביזט א מבין? מען מיז אים שוין אויפהערן רופן צו די מיטינגען
דער ברידער האט זייער אסאך צו זאגן נאר פון גרויס עניות דרימעלט ער.
דער קליפ רעדט מער פון א מיליאן ווערטער !!!

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:35 pm

· #43571
האסט געוואלט זיי אלן זיך צושטאפן די אויערן? טראסט מיר זיי לאכן פון אים דיעפ דאון.

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:35 pm

· #43572
גאלאנטער רב פרעגט דארט גאר א הארבע פראגע, נאר א שאד אויפן ווידעא האבן זיי ארויסגעשניטן די ענטפער. ער פרעגט וואס וועט זיין אז עס וועט זיך יא מאכן א קעיס פון הוירפיס, און דאס קינד וועט קומען אין שפיטאל און דער דאקטאר וועט פארשטייט זיך גלייך פרעגן ווער איז געווען דער מוהל. והיה אז דער טאטע וועט נישט ווילן ענטפערן וועט מען דאך אים אנקלאגן אויף טשיילד עביוז! מהר"א הייבט זיך אן דינגן אז מ'קען נישט קלאגן און דער גאלאנטער זאגט אז מ'קען יא און נאכדעם איז אפגעשניטן.
מיין שאלה איז, צו קען דער אינגערמאן זאגן פארן דאקטאר פלוני אלמוני איז געווען מוהל, און ווען מ'וועט אנרופן פלוני אלמוני און מ'וועט אים פרעגן ווי איז די לעטער אף קאנסענט און ער וועט זאגן אין לי, וועט ער דאך גיין זיצן אדער וועט ער ווערן אנגעקלאגט מיט מעל-פרעקטיס. די שאלה איז וואס איז ענדערש - אז דער אינגערמאן זאל האבן א ריזיקע פון פארלירן די קינדער אלס טשיילד עביוז אדער אז דער מוהל זאל האבן א ריזיקע פון פארלירן זיין מוהלות פאסטן אלס מעל-פרעקטיס?

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:38 pm

· #43573
אשפג! ביי 6:15 זאגט הרב יצחק גליק אז מ'דארף זאגן פארן עולם אז לויט די אלע שטוידעס און די אלע אינזשענירן איז נישט דא קיין סכנה...

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:39 pm

· #43575
און הג"ר הלל וויינבערגער איז מציע אז מ'זאל איינרייסן ביי די נשים ביים תקיעת שופר דרשה.

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:43 pm

· #43578
פון הרב מענדל טייטלבוים (7:56) פארשטיי איך אז אויב גייט זיין אן אסיפה פאר די מאסן וועט מען מוזן אראפברענגן דר. דניאל בערמאן צו מסביר זיין אז עס נישט קיין סכנה, ווייל אז די רבנים וועלן זאגן אז עס איז נישט קיין סכנה וועט דאך דער עולם פרעגן מי כנגד מי, רבנים זאגן אז נישט און דאקטוירים זאגן דאך אז יא. זיין טאטע מהר"א ענטפערט אים דארט "ס'דאך דא אידישע אויסגעארבעטע [דאקטוירים]!".
הג"ר הלל וויינבערגער טענה'ט אבער אז ס'פעלט נישט אויס. מ'וועט שרייבן אז די רבנים זענען געזעצן מיט דאקטוירים און מ'איז געקומען צו א החלטה אז עס נישט קיין סכנה. ס'דערקענט זיך אז ר"מ ט"ב איז פונעם היינטיגן דור 😉

עסן עסט'זיך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:45 pm

· #43579
ניין, ער זאגט סאיז דא די אידישע אויסגאבן, מעט דארט שרייבן אס איז נישט קיין סכנ ה

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:46 pm

· #43580
אה ער זאגט אידישע אויסגאבן! כ'האב נישט פארשטאנען.

פיינע קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:55 pm

· #43586
זר זהב
אז דו וויסט וואס טוט זיך ביי יענעם. וואס זאגן זיי צום ברידער דיעפ דאון?

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:59 pm

· #43589
איך גיי מיט'ן נארם. א יעדער "נארמאלער" מענטש לאכט פון מהר"א. ער איז אינטערעסאנט. קיינער האלט עס נישט אגעינסט אים, ס'נישט זיין שולד. איך גראדע גלייך עס. דאס איז מיין אפיניאן. -- יעצט לאמיך סטאפן דא בעפאר מ'פירט עס אריין אין צימעס.
ביי

צדיקל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:13 pm

· #43597
יידל
פון הרב מענדל טייטלבוים (7:56) פארשטיי איך אז אויב גייט זיין אן אסיפה פאר די מאסן וועט מען מוזן אראפברענגן דר. דניאל בערמאן צו מסביר זיין אז עס נישט קיין סכנה, ווייל אז די רבנים וועלן זאגן אז עס איז נישט קיין סכנה וועט דאך דער עולם פרעגן מי כנגד מי, רבנים זאגן אז נישט און דאקטוירים זאגן דאך אז יא. זיין טאטע מהר"א ענטפערט אים דארט "ס'דאך דא אידישע אויסגעארבעטע [דאקטוירים]!".
הג"ר הלל וויינבערגער טענה'ט אבער אז ס'פעלט נישט אויס. מ'וועט שרייבן אז די רבנים זענען געזעצן מיט דאקטוירים און מ'איז געקומען צו א החלטה אז עס נישט קיין סכנה. ס'דערקענט זיך אז ר"מ ט"ב איז פונעם היינטיגן דור 😉


די נושא איז געווען ווייל פארדעם האבן די רבנים גערעדט אז אפשר זאל מען מאכן א גרויסען כינוס און אויפקלערן דעם ציבור אז ס'איז שקר ס'איז נישט קיין סכנה, ס'זאלן רעדן דארט רבנים און דאקטוירים. אבער צום סוף האבן די רבנים באשלאסן מ'גייט נישט מאכן קיין כינוס, נאר יעדע רבי/רב זאל רעדן ביי זיין שבת תשובה דרשה און ביי תקיעת שופר דרשה אז ס'איז סתם א שקר און מציצה בפה איז בכלל נישט קיין סכנה.

אויף דעם האט הרב מענדל ט"ב שליט"א געפרעגט אויב מאכט מען נישט קיין כינוס נאר די רבנים וועלן רעדן און מ'וועט נישט האבן קיין דאקטוירים וואס וועלן רעדן, וועט זיין אזאלכע וואס וועלן פרעגן מי כנגד מי, אויף דעם האט מהר"א געזאגט אז ס'איז דא אידישע אויסגאבן און מ'זאל נעמען דאקטוירים וואס זאלן דארט שרייבן ארטיקלן

איינער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:18 pm

· #43600
וואס איך זע אין די ווידאו איז רבנים וואס רעדן וועגן וויאזוי צו מאכן פי. אר. פאר מציצה בבפה. קיינער פראבירט נישט אפילו פארצושלאגן אז קען זיין עס איז יא דא א פראבלעם וואס מען דארף נעמען ערענסט.

דאס הייסט גייען מיט די קאפ אין וואנט.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:30 pm

· #43610
זר, וואס די רבנים טוהן נאכדעם ווייסעך נישט, און דו אויך נישט. וואס דו ווילסט זיי זאלן טוהן דאס שרייבסטו....
אבער וואס הגז"ל טוהט דארט זעהט יעדער קליפ און קלאר! ער איז היפש אומבאקוועם, זיין נעפיו פילט זיך שוין דארט בעסער.
וואס איך זעה אויך איז אז אלע עסקנים און רבנים רעדן צו מהר"א' און חוץ ביי מהר"י רובין וואס זיצט נעקסט צו הגז"ל עקזעסטירט ער נישט...

עניוועיס, איין לימוד זכות, מהר"א איז א מוהל, און אזוי כמעט אלע באטייליגטע דארט, סאו זיי קוקט אויס זיכן באמת סעלושען'ס וויאזוי עס אויסצוארבייטן.

בד"וו איך גלייך ווען מהר"א זאגט: "הרב גליק שרייבטס אראפ"...

פיינע קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:42 pm

· #43621
איינער
ווי זעהסטו פי אר?
דער קליפ ווייזט נישט די גאנצע. און ווי געשמועסט איז מען אויך דן אין פריוואט . רבנים מיט רבנים און רבנים מיט לויערס. ותשועה ברוב יועץ.
פאריגע וואך איז געווען הרב מגאלאנטא מיט ר' מענדל זילבער ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר אין שטוב כמעט א שעה, איך גלויב עס איז געווען בדברים אלו העומדים על הפרק.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:55 pm

· #43626
איינער
וואס איך זע אין די ווידאו איז רבנים וואס רעדן וועגן וויאזוי צו מאכן פי. אר. פאר מציצה בבפה. קיינער פראבירט נישט אפילו פארצושלאגן אז קען זיין עס איז יא דא א פראבלעם וואס מען דארף נעמען ערענסט.

דאס הייסט גייען מיט די קאפ אין וואנט.

איבער פינף טויזענט יאר מאכט מען שוין מציצה בפה. טויזענטע קינדער א יאר, און אין פאקט אפילו די פאר הערפיס קעיסעס האט מען נישט געהאט קיין ערענסטע פראוו אז ס'קומט פון דעם, די העלט דיפארטמענט האט עס נאכנישט געקענט פראווען.

ווי אויך, מ'רעד דאך די עיקר יעצט וויאזוי צו פייטן די נייע גזירה, אויך רעדט מען איבער א אסיפת מוהלים ווי דארט גייט מען זיי נישט זאגן אז זיי טארן נישט האבן קיין סמארט פאון... מ'גייט דארט רעדן וואס מ'קען טאקע טוהן אז ס'זאל ח"ו נישט ארויסקומען קיין סכנה.

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:12 pm

· #43632
שעפטל און איינער, ביטע, טוט עס דא.

פריינדליך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:19 pm

· #43641
שעפטל
איינער
וואס איך זע אין די ווידאו איז רבנים וואס רעדן וועגן וויאזוי צו מאכן פי. אר. פאר מציצה בבפה. קיינער פראבירט נישט אפילו פארצושלאגן אז קען זיין עס איז יא דא א פראבלעם וואס מען דארף נעמען ערענסט.

דאס הייסט גייען מיט די קאפ אין וואנט.

איבער פינף טויזענט יאר מאכט מען שוין מציצה בפה. טויזענטע קינדער א יאר, און אין פאקט אפילו די פאר הערפיס קעיסעס האט מען נישט געהאט קיין ערענסטע פראוו אז ס'קומט פון דעם, די העלט דיפארטמענט האט עס נאכנישט געקענט פראווען.
.


פארדריי נישט די קאפ מיט קיין פאקטן, עס איז א מציאות אז מאנכע האבן אפעגעמאכט אז עס איז א סכנה,
ווי קען דיינע פאקטן אוועקנעמן א מציאות וואס מאנכע האבן באשלאסן אז עס איז??

אויב וועסט קימען מיט גאר א גיטע שאלה וועט מען עס אדער איגנארירען אדער פארדרייען, ווייל א פאקט קען נישט אוועק נעמען א באשלוס וואס מאנכע האבן באשלאסן,

__

איינער האקט

טעלעפאן » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:29 pm

· #43649
נאכן קוקן די ווידיאו... צוויי פונקטן;

1. מ׳קען זעהן דעם ווייטאג פון די רבנים אז דער עולם גלייבט נישט די (אמת׳ע) פי.אר. אז ס׳איז באמת נישטא קיין סכנה און זיי טראכטן וויאזוי אויפצוווייזן דעם עולם. נו, יעצט שרייט מען ״וואלף״...

2. מהר״א האט געסקאורט ביי מיר ווי משוגע

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:14 pm

· #43721
טעלעפאן
נאכן קוקן די ווידיאו... צוויי פונקטן;

1. מ׳קען זעהן דעם ווייטאג פון די רבנים אז דער עולם גלייבט נישט די (אמת׳ע) פי.אר. אז ס׳איז באמת נישטא קיין סכנה און זיי טראכטן וויאזוי אויפצוווייזן דעם עולם. נו, יעצט שרייט מען ״וואלף״...

2. מהר״א האט געסקאורט ביי מיר ווי משוגע

נאמבער 2 זאגסטו נישט ווייל האסט אזוי געזעהן נאר ווייל די ווילסט אזוי זעהן
די וואלסט עס געשריבן בעפארן זעהן אויך
די לייגסט זיך צו נער, ווען די ווילסט מען זאל נישט רעדן פין ר' זלמן לייב'ס אפוועזנהייט

ווי ענדיגט זר אזא צייט: איך סטאפ דא ווייל עס גייט ארייין אין צימעס

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:17 pm

· #43723
נאך די אסיפה
📎 A git yur...jpg

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:18 pm

· #43725
בשעת די אסיפה
📎 A1__bJdCUAAGNgr.jpg

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:20 pm

· #43726
מהרז''ל אויפן וועג ארויס פין די אסיפה
📎 19-610x500.jpg

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:23 pm

· #43728
די רבנים האלטן פאקטיש אז עס איז נישט קיין סכנה, מאיזהו סיבה שהוא
אויב זאלען זיי האלטן אז עס איז סכנה וואלטן זיי גרינג מתיר געווען במקום פיקוח נפש
די שאלה איז נאר אויף וואס זייער סברה איז געבויט
זיי טענה'ן אז זיי גלייבן דעם דאקטער וואס איז געווען ביי די פאריגע אסיפה
אין פין די אנדערע זייט זענען די השערות פין די העלט דעפארטמענט זייער לעכערליך
זיי האבען נאר א פראבלעם פין די ליינער פין קאווע שטובל וואס גלייבן די העלט דעפארטמענט

פריינדליך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:32 pm

· #43730
קלאר
זיי האבען נאר א פראבלעם פין די ליינער פין קאווע שטובל וואס גלייבן די העלט דעפארטמענט


דו ביסט אויף אריינגעפאלען און די טרעפ וואס הייסט "העלט דעפארטמענט"

די העלט דעפארטמענט איז א מאשין אנע געפילען וואס קען רעדען?
וואס איז העלט דעפארטמענט? עס איז א קאמפיוטער?

די העלט דעפארטמענט האט מענטשן וואס ארבייטען דארט און זיי ניצען אויס זייערע פאוער וואס זיי האבן ארבייטענדיג דארט דורכפירען זייער רשעות וואס קימט פון זייער אנגעגעסענע האס וואס זיי האבן קען ארטעדאקסישע אידן,

בעבר האט עס געפירט דר פרידמאן א איד וואס האלט נישט קיין אידשקייט, יעצט האבן זיי אנדערע אידן וואס פירען עס, בלומבערג איז אויך א איד,
בסך הכל ליידט מען דא פון אידן וואס האבן הויכע פאזציעס,היטען נישט קיין אידשקייט, און ניצען זייער פאזציע צו זאגען און אויסציפירען וואס זייער הארץ באגערט,

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 6:09 pm

· #43745
פראפעסאר שפירא
*

די תשובה פון ר' שר"ה וואס דו ברענגסט רעדט פון נישט מאכן קיין מציצה בכלל, אויך נישט בכלי אדער בפה בהפסק כלי.

היימישער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 6:36 pm

· #43754
איינער ווייסט וואס מען האט געטיען פון די פאריגע אסיפה בערך 2 חדשים ציריק ביז יעצט ?

לויט ווי איך האב געהערט און די לעצטע פאר וואכען זענען געווען קליינע אסיפות רבנים מיט דאקטוירים סיי E&T און סיי טרענסמידעט דיזיעס, מיט לויערס וכדומה, דא איז מען נאר ציזאם געקומען מיט אלע פאקטען

שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:13 pm

· #43776
די ווינט דא איז אז מען דארף פאלגן די העלט דיפארטמענט און די רבנים זענען סתם מחמירים

אפשר קען איינער זאגן וואסערע נגיעה זאלן די רבנים האבן מחמיר צו זיין אויף א זאך וואס אויב ס'איז א סכנה קען עס שאדן טון פונקט אזוי פאר זייערע אייגענע קינדער?

לאדיך אפ » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:20 pm

· #43782
קודם זאג די נגיעה פון די העלט דיפרטמענט.

פריינדליך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:15 pm

· #43818
לאדיך אפ
קודם זאג די נגיעה פון די העלט דיפרטמענט.


דו ביסט אויף אריינגעפאלען און די טרעפ וואס הייסט "העלט דעפארטמענט"

די העלט דעפארטמענט איז א מאשין אנע געפילען וואס קען רעדען?
וואס איז העלט דעפארטמענט? עס איז א קאמפיוטער?

די העלט דעפארטמענט האט מענטשן וואס ארבייטען דארט און זיי ניצען אויס זייערע פאוער וואס זיי האבן ארבייטענדיג דארט דורכפירען זייער רשעות וואס קימט פון זייער אנגעגעסענע האס וואס זיי האבן קען ארטעדאקסישע אידן,

בעבר האט עס געפירט דר פרידמאן א איד וואס האלט נישט קיין אידשקייט, יעצט האבן זיי אנדערע אידן וואס פירען עס, בלומבערג איז אויך א איד,
בסך הכל ליידט מען דא פון אידן וואס האבן הויכע פאזציעס,היטען נישט קיין אידשקייט, און ניצען זייער פאזציע צו זאגען און אויסציפירען וואס זייער הארץ באגערט,

שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:32 pm

· #43826
לאדיך אפ
קודם זאג די נגיעה פון די העלט דיפרטמענט.

זיי ווערן געשטופט פון די פרייע (בנוסף וואס אין די בארד אוו העלט איז דא אויך היבש פון זיי) ואין שנאה כשנאת הדת

אויס מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:51 am

· #43879
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס זאל דער מהר"ם שיק ואתו עמו די אלע פוסקים
וואס האבן געשריבן אז מציצה בפה איז הלל"מ געמיינט צו שפילן פאליטיק?
קען זיין אז די היינטיגע רבנים שפילן פאליטיק אבער אז מציצה בפה איז הלל"מ איז נישט זייערס אן אויפטו.

הירשל ציג » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:18 am

· #43881
גאלאנטע רב
ער איז א מוהל? ער הייסט א מומחה אין די ענינים?

שרייבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:40 am

· #43884
הירשל ציג
ער איז א מוהל? ער הייסט א מומחה אין די ענינים?

ער איז א מוהל

משה רוקח » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:01 pm

· #43932
איך האב א סעלושען פאר די רבנים.
מען זאל אויפנעמען א צוויי דריי מוהלים וואס זיי וועלן זיך כסדר טעסטן פאר הערפיס און אויב ס'וועט זיך מאכן אמאל א קעיס מיט א קינד און די דאקטאר וועט פרעגן ווער דער מוהל איז, וועט מען שיקן צו די צוויי מוהלים וואס מען איז זיכער אז זיי זענען ריין דערפון.
אזוי וועט מען קענען פראוון אז ס'קומט נישט פון מציצה בפה בכלל.

שטערן » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:16 pm

· #43940
Councilman Fidler Offers to Join Lawsuit Against Health Department Edict on Metzitzah B’peh


<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/139462/Councilman+Fidler+Offers+to+Join+Lawsuit+Against+Health+Department+Edict+on+Metzitzah+B'peh.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... B'peh.html</a>

נס קאווע » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:59 pm

· #44084
שוין גיהערט אזא סעלושען, ווי אויך האט איינער געברענגט דא אז ס' גייט זיין א אסיפה מיט די מוהלים איך ווייס נישט וואס מ' גייט דארט רעדן
פאר דאם ריזען האבן די רבנים מורא אז עווענטועל ווילן די אינסטאנצן אינגאנצן מבטל זיין מציצה בפה און אז מ' גייט זיך מיט זיי אראפזעצן גייט זיך זייערע פארלאנגען נישט ענדיגן דא

לאדיך אפ » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 6:20 pm

· #44167
אויס מענטש
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס זאל דער מהר"ם שיק ואתו עמו די אלע פוסקים
וואס האבן געשריבן אז מציצה בפה איז הלל"מ געמיינט צו שפילן פאליטיק?
קען זיין אז די היינטיגע רבנים שפילן פאליטיק אבער אז מציצה בפה איז הלל"מ איז נישט זייערס אן אויפטו.

און פארוואס האט די חתם סופר און רשר"ה און אפילו הרב וואזנר און נאך עס מתיר עגעווען?

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 6:57 pm

· #44179
לאדיך אפ
אויס מענטש
[ציטאט אראפגענומען]



הרב וואזנער האט דאך געשריבן א בריוו
ווי ער שרייבט זייער שארף אז מ'דארף אנהאלטן מציצה

יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 7:35 pm

· #44190
איך ווייס נישט וואס לאדיך אפ האט געמיינט מיט הרב וואזנער, אבער לויט הרב דר. מרדכי הלפרין און זיין ספר "רפואה מציאות והלכה" האט הרב וואזנער מתיר געווען פאר א מוהל מיט הוירפיס (א.א.וו. רוב מוהלים) צו מאכן מציצה בפה בהפסק כלי, ער האט אבער שפעטער באשלאסן נישט צו פארענפטליכן דעם פסק ווייל לדעתו איז יעצט א מצב ווען די רעפארמער און אנדערע פירן א מערכה אנטקעגן מילה. אזוי אויך האט הרב וואזנער אין שו"ת שבט הלוי חלק ח' סימן רסז גע'אסר'ט מציצה בפה דירעקט פאר ערוואקסענע עולים פון רוסלאנד.

יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 7:36 pm

· #44191
משה רוקח
איך האב א סעלושען פאר די רבנים.
מען זאל אויפנעמען א צוויי דריי מוהלים וואס זיי וועלן זיך כסדר טעסטן פאר הערפיס און אויב ס'וועט זיך מאכן אמאל א קעיס מיט א קינד און די דאקטאר וועט פרעגן ווער דער מוהל איז, וועט מען שיקן צו די צוויי מוהלים וואס מען איז זיכער אז זיי זענען ריין דערפון.
אזוי וועט מען קענען פראוון אז ס'קומט נישט פון מציצה בפה בכלל.

מיינס צו זאגן אויספאפן, נישט פראוון, ריכטיג?

אויס מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:07 pm

· #44199
פארוואס טאקע מיינסטו אז דער מהר"ם שיקס פסק איז געווען פאליטיק נניח אז עס איז געווען לשם שמים
אבער ווער זאגט אז עס איז געווען פאליטיק בכלל!
אם כן לא הנחת בי"ד עד רשב"ג אז אלעס איז געווען פאליטיק
און אפשר איז בעצם די גאנצע מושג פון הלכה למשה מסיני אויך א פאליטיק לשם שמים
איך מיין ווי ענדיגט זיך פאליטיק און ווי הייבט זיך אן אמתע הלכה?

פריינדליך » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:39 am

· #44307
אויס מענטש
פארוואס טאקע מיינסטו אז דער מהר"ם שיקס פסק איז געווען פאליטיק נניח אז עס איז געווען לשם שמים
אבער ווער זאגט אז עס איז געווען פאליטיק בכלל!
אם כן לא הנחת בי"ד עד רשב"ג אז אלעס איז געווען פאליטיק
און אפשר איז בעצם די גאנצע מושג פון הלכה למשה מסיני אויך א פאליטיק לשם שמים
איך מיין ווי ענדיגט זיך פאליטיק און ווי הייבט זיך אן אמתע הלכה?


די דעבאטע פון מציצה בפה האט שוין לאנג עקספייערד, א דעבאטע האט בדרך כלל דריי שטאפלען,

די ערשטע שטאפעל איז, ווען מענטשן באקימען און זאגען קעגען זייטיגע מיינוגען איבער א אישו,
די צווייטע שטאפעל איז, ווען מען שמיעסט צוזאמען און מען פראבירט איינער דעם אנדערן צו איבערצייגען,
די דריטע שטאפעל איז, ווען מען שמיעסט טאקע, אבער נישט צוזאמען, נאר יעדער פראבירט צו זאגען א פוינט העכער און שטערקער אפגעזען צו די פוינט האט מיט די מציאות אדער צו די פוינט קען איינעם איבערצייגן עפעס,

דא און שטיבעל האלט די דעבאטע ביים דריטען שטאפעל, ווי יעדער איז פעסט מיט זיין מיינוג טייל שרייבער האבן אנגענימען די זייט פון די רבנים, אנדערע האבן אנגענימען די זייט פון די העלט דיפארטמענט, במילא זאל עס דיר נישט זיין מאדענע אז די טרעפט ארגעמונטן וואס איז נישט ריכטיג און באלאנגט נישט אהער, ווייל די אישו ווערט מער נישט דעבאטירט אז איינער זאל ווערן הערן פינעם צווייטען,

עס איז א ערענסטע שאלה צו די דעבאטע האט בכלל אמאל געהאט א טשאנס, אבער לאמיר עס געבן די בענעפיט אוו די דאוט אז יא,

דבילה » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:14 am

· #44322
יידל
אזוי אויך האט הרב וואזנער אין שו"ת שבט הלוי חלק ח' סימן רסז גע'אסר'ט מציצה בפה דירעקט פאר ערוואקסענע עולים פון רוסלאנד.


וואס איז געשען מיט מסירת נפש פאר א מצוה?! מל ולא מצץ כאילו לא מל!!!

(ווי האט נאר דער פויער געזאגט, ווער ווייסט וואס נאך די רבנים ווייסן און זיי פארציילן אונז נישט...)

אויס מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 10:34 am

· #44381
ר' יאנקל דאס הייסט גענטפערט צו דערזאך
יישר כח איך האב געליינט דעם לינק
יישר כח נאכאמאל

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:15 am

· #45863
קלאר
א טיפיקעל הערשל קלאר/ברילל/זיכערמאן/צימערמאן קול קורא, געדריקט אין איד אפיס
שטינקט פין פאליטיק פין אינטען ביז אויבן

וועם ער מאכט אפ אז ער האט גענוג א ברייטע היט, מעג גיין ביי די אויבערשטע ליסט אין ווער נישט דארף גיין אינטען לפי סדר הא'ב'
אין ביי די אויבערשטע ליסט דארף מען האבען גענוג ??? צו קענען זיין קודם אין נאכדעם, עס האט נישט מיט קיין כפי סדר קבלתן אדער סדר הא'ב'

פארוואס זאל נישט ר' משה מאיר בריעף זיין פאר ר' זלמן לייב? האסט געטשעקט ווער עס איז א גרעסערע פוסק הדור?
פארוואס איז ר' חיים יושע ה''ש אבד''ק סאטמאר מאנסי אין ר' אברהם הערש וואזנער אבד''ק יטב לב, האסט זיי ביידע פארהערט? האסט געשטעקט ווער עס פירט א גרעסערע קהילה? אדער וועס עס האט א ברייטערע הויכע היט?
פארוואס איז ר' משה גרין אינטען פין די ערשטע ליסט? ווייל ער האט נישט קיין לאנג בארד? אדער ווייל ער האט א שטאפענע היט?
יעדע נאמען אין יעדע פלאץ ווי דער נאמען ליגט האט א חשבון

ווער רעדט נאך פין די חתימות, למשל ביי די זאליס וועט ער נעמען פין יעדן שמויגער אריינגערעכנט מנשה פילאפ, יצחק מאנדעל וכו' אין ביי קלויזענבורג האט ער ניטעמאל איין חתימה
אין אזוי ווייטער מיט יעדע קהילה רעכנט מען זיך אפ וויפיל דיינים מען ניצט
ער חלומ'ט אז לייגן חתימות אויפן קול קורא מאכט גרויס יענעם רב אדער דייין

בקיצור די האבען איין ציהל אין פארדעם קומט זיי גיט די מערכה

זארגט אייך נישט, זיי פירן נישט די מערכה, ווען יא איז אך אין וויי
זיי פירן בלויז זייער פאליטיק

נישט אימזינסט איז דער איד אפיס די די מכירה ראשית פונעם קול קורא - ה"קול קורא" באדיבות 'דער איד'


איך זעה אז 'התאחדות' רעכנט זיך מיט קאווע שטובעל
מ'האט געטוישט די קול קורא אין געמאכט אלע רבנים לויט די א' ב'
אפשר איז עס יעצט א בזיון התורה אז ר' אייזיק ספינקער איז אין די דריטע קאלום
די עיקר איז אז התאחדות רעכנט זיך מיט קאווע שטובל וואס דאס מיינט אז אינז די האמיר הכשר פין התאחדות...

עס איז נאר אינטערסאנט ווי די פאליטקאנטען ארבייטן
אין די היימישע צייטונגען אין מאגזינען לייגן זיי די נייע קול קורא
אבער אין די ענגליש צייטונגען לייגן זיי ווייטער די אלטע קול קורא 😕
נו, איז עס נישט איין שטוק פאליטיק?

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:24 am

· #45876
זעהט אויס אונז האבען נישט די הכשר פין די ou

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:43 am

· #45889
יעצט געווען א מיטינג אראנדזשירט ביי ר' פישל (פרעד) קרייזמאן, אין די סיטי האל מיטן מעיאר מייקל בלומבערג (שר"י?).
משתתפים: כ"ק הגה"צ אדמו"ר וגאב"ד וויען שליט"א - בשם התאחדות הרבנים, העסקן ר' יצחק אלעזר ווירצבערגער - אידישע ליעזאן צום מעיאר, הרב חיים דוד צוויבל - עקזעקיוטיוו ווייס פרעזידענט פון אגודת ישראל אף אמעריקע, הרב גדלי' וויינבערגער - אגו"י, און ר' משה דוד נידערמאן - יו.דזשעי.או. וויליאמסבורג און כ'הער איינער פון די או.יו.

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:50 pm

· #45908
אבי מ'רעדט נישט פין די געקענסעלטע מיטינג נעכטן אין וויליאמסבורג...

לאדיך אפ » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:53 pm

· #45912
וואס איז געווען די געקענסעלטע מיטנג נעכטן?

לעמיל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:54 pm

· #45914
גישאסען א סטעטמענט פארוואס נישט.....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8