☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #972
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:30 pm

· #46010
לאדיך אפ
וואס איז געווען די געקענסעלטע מיטנג נעכטן?


געהערט נאכטן פין א זאלי אז עס גייט זיין אן אסיפה פין פאלעטישאן'ס ביי מהרז''ל אינדערהיים וועגן מציצה בפה
אין יעצט זעה איך אז די ארונים זאגען אז ס'איז געקענסלט וועגן פאליטיק

קען זיין אז ס'נישט אמת, אין די אסיפה איז יא געווען/גייט יא זיין/קיינמאל נישט געדארפט זיין,

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:31 pm

· #46011
קען דעס בלייבן אין אידישע נייעס? צו דעס גייט באלד אנקומען אין צימעס? מ'רעדט דא פון התאחדות און נישט פריוואטע געריפענע צו געוועזענע מיטונגן

John Doe » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:37 am

· #46230
פריינדליך
קלאר
זיי האבען נאר א פראבלעם פין די ליינער פין קאווע שטובל וואס גלייבן די העלט דעפארטמענט


דו ביסט אויף אריינגעפאלען און די טרעפ וואס הייסט "העלט דעפארטמענט"

די העלט דעפארטמענט איז א מאשין אנע געפילען וואס קען רעדען?
וואס איז העלט דעפארטמענט? עס איז א קאמפיוטער?

די העלט דעפארטמענט האט מענטשן וואס ארבייטען דארט און זיי ניצען אויס זייערע פאוער וואס זיי האבן ארבייטענדיג דארט דורכפירען זייער רשעות וואס קימט פון זייער אנגעגעסענע האס וואס זיי האבן קען ארטעדאקסישע אידן,

בעבר האט עס געפירט דר פרידמאן א איד וואס האלט נישט קיין אידשקייט, יעצט האבן זיי אנדערע אידן וואס פירען עס, בלומבערג איז אויך א איד,
בסך הכל ליידט מען דא פון אידן וואס האבן הויכע פאזציעס,היטען נישט קיין אידשקייט, און ניצען זייער פאזציע צו זאגען און אויסציפירען וואס זייער הארץ באגערט,


דו לעבסט אין אן עולם הדמיון. די NYC העלטה דיפארטמענט איז אן ארגעניזאציע געשטעלט אפצוהיטן דאס געזונטהייט פון די נו יארקע באפעלקערונג. רוב פירער פון די העלטה דיפארטמענט זענען דאקטורים אדער שפעציאליסטן אין פארשידינע פעלדער פון דעזיז פריווענשן. געב א קוק דא און זעה אליין <a class="postlink" href="http://www.nyc.gov/html/doh/downloads/pdf/public/dohmh-orgchart.pdf">http://www.nyc.gov/html/doh/downloads/p ... gchart.pdf</a>

יום כיפור, וואס איז זדונו בכרת, פארשטייט יעדער נישט צו זיין קיין חסיד שוטה און אויספאלגן פונקליך אויב א דאקטער הייסט נישט פאסטן. פארוואזשע דא זאל מען נישט פאלגן וואס די דאקטוירם הייסן?

היסטאריקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:36 pm

· #46326
גזירת מציצה בפה יעצט אדורך ליידער
פרטים?
עצות?

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:38 pm

· #46329
ברעכענדיג: די ניו יארק סיטי באורד פון העלטה האט באשטימט די נייע מציצה בפה געזעץ! כולנו למערכה!

פריינדליך » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:38 pm

· #46330
John Doe
פריינדליך
קלאר
זיי האבען נאר א פראבלעם פין די ליינער פין קאווע שטובל וואס גלייבן די העלט דעפארטמענט


דו ביסט אויף אריינגעפאלען און די טרעפ וואס הייסט "העלט דעפארטמענט"

די העלט דעפארטמענט איז א מאשין אנע געפילען וואס קען רעדען?
וואס איז העלט דעפארטמענט? עס איז א קאמפיוטער?

די העלט דעפארטמענט האט מענטשן וואס ארבייטען דארט און זיי ניצען אויס זייערע פאוער וואס זיי האבן ארבייטענדיג דארט דורכפירען זייער רשעות וואס קימט פון זייער אנגעגעסענע האס וואס זיי האבן קען ארטעדאקסישע אידן,

בעבר האט עס געפירט דר פרידמאן א איד וואס האלט נישט קיין אידשקייט, יעצט האבן זיי אנדערע אידן וואס פירען עס, בלומבערג איז אויך א איד,
בסך הכל ליידט מען דא פון אידן וואס האבן הויכע פאזציעס,היטען נישט קיין אידשקייט, און ניצען זייער פאזציע צו זאגען און אויסציפירען וואס זייער הארץ באגערט,


דו לעבסט אין אן עולם הדמיון. די NYC העלטה דיפארטמענט איז אן ארגעניזאציע געשטעלט אפצוהיטן דאס געזונטהייט פון די נו יארקע באפעלקערונג. רוב פירער פון די העלטה דיפארטמענט זענען דאקטורים אדער שפעציאליסטן אין פארשידינע פעלדער פון דעזיז פריווענשן. געב א קוק דא און זעה אליין <a class="postlink" href="http://www.nyc.gov/html/doh/downloads/pdf/public/dohmh-orgchart.pdf">http://www.nyc.gov/html/doh/downloads/p ... gchart.pdf</a>

יום כיפור, וואס איז זדונו בכרת, פארשטייט יעדער נישט צו זיין קיין חסיד שוטה און אויספאלגן פונקליך אויב א דאקטער הייסט נישט פאסטן. פארוואזשע דא זאל מען נישט פאלגן וואס די דאקטוירם הייסן?



עס איז א גיטע עצה אז ווען מען קוואט איינעם זאל מען קודם קיקען וואס יענער האט געשריבען, און דערויף פראבירען צו ענטפערען,
האסט מיר גע'קוואט, און דערויף געשריבען זאכען וואס האט אינגאנצען נישט מיט דאס וואס איך האב געשריבען, מן הסתם האסטע זיך פארטוישט אויף וועלכע תגובה האסט געוואלט מגיב זיין

לאדיך אפ » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:41 pm

· #46331
עצה: פארן קיין מאנסי/קרית יואל/לעיקוואד/יונאן סיטי/אדג צו מאכן בריתים

פיינע קאווע » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:54 pm

· #46375
קען מיר איינער מסביר זיין וואס גיי איך ברויכן טוען אנדערש יעצט אויב איך וועל מאכן א ברית ? אינטערשרייבן א צעטיל? אדער עפעס מער

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:57 pm

· #46377
אינטערשרייבען א צעטיל, און אויב חס ושלום דיין קינד גייט איין טאג אראפ פאלען און די דאקטער וועט מחליט זיין אז ער וויל מאכען א טשיילד עביאוז קעיס וועט דעיס זיין א ראיה און קארט אז דו קערסט נישט אויף דיינע קינדער ווייל דו ביסט מאכסט אפי' מציצה בפה אפי' דו ווייסט אז עס איז א סכנה

פיינע קאווע » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:29 pm

· #46391
אבער וויאזוי אין די וועלט קענען זיי מיר איבערצייגען אז מען האט ביי מיין קינד געמאכט מצי"ב ?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:31 pm

· #46396
קול מבשר וויינט.
ער זאגט ס'איז היינט א שווארצע טאג פאר דאס יהדות החרדית.
.
אינטערסאנט, כ'האב יעצט גערעדט מיט א חבר אין YU, ער זאגט ס'איז היינט א פשוט'ע טאג, איינס פון 365. - וואס מיינט יהדות החרדית?

שרייבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 5:07 pm

· #46455
אנומעלט שפאציר איך אין אייוועלט, און איך באגעגן פיר הארבע קשיות, דער רעדט דברים כדרבונות, אפשר קען עס איינער דא פארענטפערן
**********

חברים לעבן, איך וויל ענק פיר קשיות פרעגן

די ערשטע קשיא איז, פארוואס האט מען נישט אריינגעשיקט א קלאגע אין געריכט אז די העלט דעפארטמענט זאל נישט טארן דן זיין אויף די גאנצע אישו ווייל ס'האט מיט רעליגיע (און ווי איך הער האט איינע פון די אדמורי"ם גערעדט דערפון ביי די אסיפה אין התאחדות הרבנים ביורא, און געזאגט, אין די סיסטעם אין אמעריקא קען מען שלעפן א געריכט ביז ווייס איך ווען, נו מען דארף נאר איין יאר צו שלעפן, און דערנאך איז בלומבערג אינדרויסן)

די צווייטע קשיא איז, אונז האב מיר כלל טוער, פירער, מיט ריזיגע קאנעקשאנס, איך גיי נישט מזכיר נשמות זיין, אבער יעדער האלט כסדר מיט ווי מען קען ריקן מיט געזעצן אהין און צוריק מיט די ריכטיגע קאנעקשענס, ווי מאלט זיך דאס אז מען האט נישט קיין קאנעקשאן מיט קיין איינעם פון די בארד אוו העלט וואס זאל זיך ארויסשטעלן פאר אונז? און אז ס'פעלט אויס שמירט מען אביסל! פאר אלע פאליטיק'ס קען מען ערלעדיגן, און דא פאר אזא וויכטיגע זאך קען מען נישט?

די דריטע קשיא איז איז טאקע דער עוכר ישראל ווי דער פריץ אינדערהיים, ער קען טון מיט זיין מאשקע וואס ער וויל? מיר האב מיר דאך א רעגירונג, א חסד לאומים חטאת, ער האט א גאווערנער העכער זיך, ער האט א פרעזידענט העכער זיך, און מן הסתם נאך וואס איך קען נישט די אלע שמות הנרדפים, נו אויב טוט ער א זאך וואס איז לויט רוב דעות קעגן די ערשטע אמענדמענט פון אמעריקא, ווי קומט דאס אז מען קומט נישט ארויס אים צו פארדאמען?

די פערטע קשיא איז, וואס טוט מען ווייטער?

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 5:34 pm

· #46472
די ערשטע תירוץ איז, שרייבן אויף אייוועלט אדער קאווע שטיבל וועט נישט מוסיף אדער גורע זיין קיין כי הוא זה.
די צווייטע תירוץ איז, לויט ווי כ'האב געהערט פלאנט אגודת ישראל יא אריינצוגעבן א קלאגע.
א דריטע תירוץ איז, איך מיין אז עס איז נישט בלויז בלומבערג שר"י, נאר די גאנצע העלט דעפארטמענט, וואס וועט בפשטות ווייטער אנגיין אפילו נאך בלומבערג'ס עפאכע.
און פיינעלי, די פערטע תירוץ, מיר טוען וואס די ערליכע אידן וועלן הייסן, יעדער קען פרעגן זיין פריוואטן מורה דרך באיזה דרך ישכון אור (נישט יושבי חשך...)

און ווי איינער האט שוין געשריבן, אין ערגסטן פאל וועט מען ארויסטראגן דעם ברית אין אפסטעיט....

יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 6:00 pm

· #46483
לעמיל
אינטערשרייבען א צעטיל, און אויב חס ושלום דיין קינד גייט איין טאג אראפ פאלען און די דאקטער וועט מחליט זיין אז ער וויל מאכען א טשיילד עביאוז קעיס וועט דעיס זיין א ראיה און קארט אז דו קערסט נישט אויף דיינע קינדער ווייל דו ביסט מאכסט אפי' מציצה בפה אפי' דו ווייסט אז עס איז א סכנה

סתם אן אנשרעקער. און קיין לאוער אדער פראעסקיוטער וועסטו שוין נישט זיין.
מען פארפעלט צו כאפן אז די צעטל וועלכע מ'דארף אונטערשרייבן איז צו באשיצן די מוהל, נישט די עלטערן. דער מוהל מאכט א פראצעדור וואס קען זיין א ריזיקע, און די שטאט וויל אז דער מוהל זאל מוזן לאזן וויסן עלטערן אז עס קען זיין א ריזיקע. אויב שרייבט מען נישט אונטער די צעטל איז נישט דער טאטע אין פעקל, נאר דער מוהל.

אויף די פיר קושיות, אויב שיטה און שמעקעדיג מעגן ענטפערן, מעג איך דאך אויך:
די ערשטע קשיא איז, פארוואס האט מען נישט אריינגעשיקט א קלאגע אין געריכט אז די העלט דעפארטמענט זאל נישט טארן דן זיין אויף די גאנצע אישו ווייל ס'האט מיט רעליגיע (און ווי איך הער האט איינע פון די אדמורי"ם גערעדט דערפון ביי די אסיפה אין התאחדות הרבנים ביורא, און געזאגט, אין די סיסטעם אין אמעריקא קען מען שלעפן א געריכט ביז ווייס איך ווען, נו מען דארף נאר איין יאר צו שלעפן, און דערנאך איז בלומבערג אינדרויסן)

מען קען נישט אריינגעבן קיין קלאגע אויף א געזעץ וואס עקזעסטירט נישט. קודם מוז דער געזעץ באשטעטיגט ווערן און הערשט דערנאך קען מען אנקלאגן.
די צווייטע קשיא איז, אונז האב מיר כלל טוער, פירער, מיט ריזיגע קאנעקשאנס, איך גיי נישט מזכיר נשמות זיין, אבער יעדער האלט כסדר מיט ווי מען קען ריקן מיט געזעצן אהין און צוריק מיט די ריכטיגע קאנעקשענס, ווי מאלט זיך דאס אז מען האט נישט קיין קאנעקשאן מיט קיין איינעם פון די בארד אוו העלט וואס זאל זיך ארויסשטעלן פאר אונז? און אז ס'פעלט אויס שמירט מען אביסל! פאר אלע פאליטיק'ס קען מען ערלעדיגן, און דא פאר אזא וויכטיגע זאך קען מען נישט?

מיי געס איז אז מ'האט פרובירט. פונעם צווייטן זייט איז אבער געווען א גרויס דרוק מצד די מעדצינישע קאמיוניטי.

די דריטע קשיא איז איז טאקע דער עוכר ישראל ווי דער פריץ אינדערהיים, ער קען טון מיט זיין מאשקע וואס ער וויל? מיר האב מיר דאך א רעגירונג, א חסד לאומים חטאת, ער האט א גאווערנער העכער זיך, ער האט א פרעזידענט העכער זיך, און מן הסתם נאך וואס איך קען נישט די אלע שמות הנרדפים, נו אויב טוט ער א זאך וואס איז לויט רוב דעות קעגן די ערשטע אמענדמענט פון אמעריקא, ווי קומט דאס אז מען קומט נישט ארויס אים צו פארדאמען?

רוב הדעות? וועלכע דעות? דער שטאטישער לויער האט געזאגט אז עס איז געזעצליך. והסברא נותנת אז די ערשטע אמענדמענט איז נישטא במקום סכנה פאר א קינד (פאר זיך אפשר יא, איך ווייס נישט).
די פערטע קשיא איז, וואס טוט מען ווייטער?

דאס איז דאך קלאר אז אויב ביסטו נישט קיין וויזניץ מאנסיער, און דו ווילסט נעמען א חסידישען מוהל וועסטו אפילו נישט באקומען דעם צעטל אונטערצושרייבן. והיה און ס'וועט זיך חלילה מאכן א הוירפיס קעיס, וועט דער דאקטאר פרעגן ווער איז געווען די מוהל, האסטו דריי ברירות: אדער זאג ליגנט אז ס'געווען מציצה בכלי. אדער זיי דיך מוסר נפש און גיב נישט ארויס די נאמען פונעם מוהל און שטיי אויס צו קלאגעס פון טשיילד עביוז. אדער געב ארויס די נאמען פונעם מוהל און לאז אים זיך מוסר נפש זיין...

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 6:24 pm

· #46491
יידל
הסברא נותנת אז די ערשטע אמענדמענט איז נישטא במקום סכנה פאר א קינד (פאר זיך אפשר יא, איך ווייס נישט).


נאר א הערה בעלמא, גאנס איז אויך א סכנה, אסאך א גרעסערע סכנה פון מציצה בפה (נניח אז מציצה איז בכלל א סכנה, אבער אפילו לדבריהם).
און עכ"ז קען מען עס נישט פארבאטן צוליב דעם אמענדמענט.
אפשר דאס מיינסטו מיטן זאגן "פאר זיך אפשר יא"?

יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 6:25 pm

· #46492
שמעקעדיג
יידל
הסברא נותנת אז די ערשטע אמענדמענט איז נישטא במקום סכנה פאר א קינד (פאר זיך אפשר יא, איך ווייס נישט).


נאר א הערה בעלמא, גאנס איז אויך א סכנה, אסאך א גרעסערע סכנה פון מציצה בפה (נניח אז מציצה איז בכלל א סכנה, אבער אפילו לדבריהם).
און עכ"ז קען מען עס נישט פארבאטן צוליב דעם אמענדמענט.
אפשר דאס מיינסטו מיטן זאגן "פאר זיך אפשר יא"?

אקוראט אזוי.

יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 6:33 pm

· #46496
באקומען אין אימעיל פון א ידיד
די מעשה איז אזוי.
אריגענעל איז געווען אן ערנסטע שמועס צווישן די רבנים פון שטאט נישט זיך צו אנקעגנשטעלן די גזירה פון אונטערשרייבן א קאנסענט פארם. זענען געגאנגען אפאר היץ קעפ און אראנדזשירט אז די רבני הבד"ץ עדה החרדית אין ירושלים זאלן ארויסגעבן א בריוו אז מ'דארף זיך מוסר נפש זיין און נישט אונטערשרייבן אויף דעם צעטל. די בריוו איז פארעפנטליכט געווארן אין "דער איד" איבער א וואך בעפאר התאחדות הרבנים'ס ערשטע מיטינג!! אין אנדערע ווערטער, מ'איז פשוט און גראד פארלאפן דעם וועג פאר די רבנים וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל זיך נישט צוריק שלאגן!! פארשטייט זיך אז איינמאל ס'איז שוין געווען אזא צעטל, האבן דאך די רבנים דא נישט געוואלט זיין אונטערשטעליג און אויסקוקן ווי קלי דעת, און האבן אויך כמעט אלע פה אחד "גע'פסק'נט" ווי די עדה (כמעט אלע און נישט אלע. כידוע זענען אפילו נאכן בריוו פון די עדה געווען רבנים ווי ר' ישראל האגער בן האדמו"ר מ'וויזשניץ וואס האבן ווייטער גע'טענה'ט אז מ'זאל ניטש מאכן א טומל איבער דעם געזעץ.)

לויט דעם קומט אויס אז די גאנצע מעשה איז פשוט אן אנדרייעניש פון אפאר היץ קעפ עסקנים!
די שאלה איז נאר: מה ראה בד"ץ ד'עדה החרדית לשטות זה צו פסק'ן פאר די לאקאלע רבנים האבן בכלל דן געווען אופן שאלה?!

צדיקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 6:44 pm

· #46500
AGUDATH ISRAEL OF AMERI

FOR IMMEDIATE RELEAS

September 13, 2012

Contact: Rabbi Avi Shafran

shafran@agudathisrael.o

Statement from Agudath Israel of America

On NYC Board of Health Approval of Circumcision Regulati

Agudath Israel of America is profoundly disappointed in the New York City Board of Health’s adoption today of a regulation requiring a mohel (Jewish ritual circumciser) to obtain written consent from parents of baby boys before performing metzitzah b’peh, or oral suction, as part of bris milah, the Jewish circumcision rite.

While not all Jewish religious authorities require metzitzah b’peh, many do – which means, for the tens of thousands of families in New York City who follow the view that the practice is an integral part of bris milah, that the City is inserting itself directly into a religious practice. It does so by compelling mohalim to deliver a message with which they fundamentally disagree. The regulation raises serious constitutional concerns, and will surely be subject to strict judicial scrutiny.

The regulation, moreover, is based on the assumption that the risks associated with metzitzah b’peh are so substantial as to warrant an aggressive governmental campaign against the practice. However, serious questions have been raised regarding the Health Department’s assessment of the risk. What is more, the city has never moved to regulate any of a number of other activities carrying significantly greater and more demonstrable risks.

Looming in the background of the regulation’s adoption is the fact that the circumcision rite itself has come under attack in other parts of the world, raising the specter that New York City’s move may establish a dangerous precedent for additional governmental interference in bris milah.

Agudath Israel had appealed to Mayor Michael Bloomberg and Commissioner Thomas Farley for an adjournment of today’s vote so as to allow responsible Orthodox Jewish leaders to engage Health Department officials in substant

הציץ ונפגע » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 9:16 pm

· #46521
די פארווערטס באריכט די נייעס.

דזשיי ווארמא, א דעפיוטי קאמיסינער פאר דיזיס קאנטראל אין די העלטה דעפארטמענט האט געזאגט די פאלגענדע ווערטער פאר די פרעסע נאכן אפשטימונג. "מיר טוען נישט פארבאטן דעם פראצעדור, מיר טוען אויך נישט רעגולירן וויאזוי ברית מילות זאלן ווערן אפגעטון. מיר טוען בלויז פארלאנגן אז מענטשן זאלן פארשטיין אז עס איז דא א ריזיקע, און אויב מענטשן ווילן זייער בייבי זאל זיין גע'מל'ט, דארפן זיי פארשטיין אז די פראצעדור האט די פאטענציעל צו טראנסמיטן אן אינפעקציע וועלכעס איז סיי ערנסט און סיי לעבנס-באדרואינג."

בעת די זיצונג פון די באורד אף העלטה האט באורד מעמבערטע סאנדרא גאליע געזאגט אז די קאנסענט פארמס זענען א "געקינצעלטע מעשה" ("a tricky issue"). זי האט אבער, צוזאמען מיט אלע אנדערע מעמבערס, געוויילט פאר דעם געזעץ וועלכעס איז אדורך 9 קעגן 0. קאמיסיאנער טאָמעס פארלי האט געזאגט אז ער האפט צו ממשיך זיין דיאלאג מיט די קריטיקערער.

א פראטעסט פארנט פון די ניו יארק סיטי העלטה דעפארטמענט געביידע היינט נאכמיטאג


די שטאטישע בראשור אין אידיש וועלכעס ווערט פארטיילט אין די שפיטעלער.

הציץ ונפגע » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:09 pm

· #46528
די ניו יארק טיימס באריכטעט אז דר. יואל פארמען, פראפעסאר פון פידיאטריקס אין הר סיני שפיטאל איז אנטוישט פון די רעגירונגס אפשטימונג. "עס איז משוגע אז מיר ערלויבן דאס אנצוגיין!" זאגט ער. לשיטתו דארף מען עס גענצליך פארבאטן. די ניו יארק טיימס באריכט טוט אויך אנצייכענען אז די ברייטע מעדעצינישע גאס האלט אז מציצה בפה קען ברענגן הוירפיס. וואס וועט זיין אויב מען פאלגט נישט אויס דעם געזעץ? פאלגנד איז וואס די נ.י. טיימס באריכטעט בשם דער אויבן דערמאנטער דר. דזשיי ווארמא:
"אויב מען פאלגט נישט אויס די געזעצן וועלן די מוהלים באקומען ווארענונג בריוון אדער קנסות. מען וועט עס אבער נאר אינפארסירן באזירט אויף אינוועסטיגיישאן פון ספעציפישע קאמפלעינטס און הוירפיס פעלער, און נישט דורך איבערפאלן אדער ספאַט-טשעקס, אזוי וועלן נישט זיין קיין פארפליכטעטע עונשים".
די ניו יארק טיימס באריכט לייגט די ריזיקע פון קאנטראקטען הוירפיס דורך מציצה בפה ביי איינס פון 4000 פעלער, מיט א געשאצטע 3,600 קינדער וואס באקומען מציצה בפה פער יאר.
"זיי שפירן אז אויב זייער קינד האט נישט די מציצה בפה, איז ער נישט אידיש, ממילא איז דאס צו זיי דאס וויכסטיגסטע אקט וואס זיי קענען טון אין זייער לעבן פאר זייער קינד", זאגט דר. קענעטה גלאסבערג, דירעקטאר פון די דעוויזיע פון פידיאטריק יוראלאגיע אין די מארגען סטענלי קינדער שפיטאל אין נ.י. פרעסביטעריען, פאר די טיימס. ער לייגט צו אז "מעדעציניש טו איך עס נישט גוטהייסן, אבער אויב איר פרעגט מיר 'איז עס גורם שאדן?', איך האב נישט געזען גענוג באווייזן אז עס איז גורם שאדן".
CBS באריכט אז לויט די CDC איז דא א ריזיקע פאר 24.4 קינדער פון 100,000 קינדער וואס האבן מציצה בפה צו קאנטראקטען הוירפיס. די באריכט ברענגט אויך פון הארץ ווי זיי לייגן אין ציטאט צייכענעס די טענה וואס ווערט דערמאנט אין די רבנישע קול קורא אז די סיטי באנוצט זיך מיט "פארשפרייטן ליגנט" כדי צו קענען דורכפירן דעם געזעץ.
הארץ האט באריכטעט אז אין ישראל האט די ישראל'ישע פידיאטריק אסאסיאציע אויך געראטן די רעגירונג צו נעמען שריט אנטקעגן מציצה בפה, אבער די רעגירונג'ס פאזיציע איז דערווייל נישט זיך אריינצומישן. (ווייזט אויס אז זיי ווייסן וואס גייט פאסירן אויב פרובירן זיי נעמען שריט...)

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:51 pm

· #46545
דער דר. גלאסבערג איז גראדע א איד, פון די גרעסטע פעדיעטריק יוראלאגיסטס אין ניו יארק, און האט קאנטאקטן מיט די גרויסע מוהלים אין שטאט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:55 pm

· #46565
ווען זיי זאלן וויסן ווי גארנישט ביי אונדז א סיגניטשערע מיינט, פארקערט גאר רוב פון אונדזער סיגניטשרס זענען אויף זאכן וואס מיר ווייסען קלאר אז דו פאקטן זענען אנדערש. וואלטן זיי קיינמאל נישט געניצט די מעטאד פון סיינען די קאנסענט.

קלוג און יונג » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:08 am

· #46569
נולד מאוחר
ווען זיי זאלן וויסן ווי גארנישט ביי אונדז א סיגניטשערע מיינט, פארקערט גאר רוב פון אונדזער סיגניטשרס זענען אויף זאכן וואס מיר ווייסען קלאר אז דו פאקטן זענען אנדערש. וואלטן זיי קיינמאל נישט געניצט די מעטאד פון סיינען די קאנסענט.

מרת שווארץ אויף ראטלידזש סט פילט אויס די פארם פאר $20

לאדיך אפ » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:18 am

· #46572
איך פארשטיי נישט איין זאך. וועלכע טאטע דארף זיין משוגע נישט ארויסצוגעבן די נאמען פון די מוהל. ווייל אויב געט ער נישט ארויס דראעט אים טשיילד אביוז טשארדזשעס און אויב געט ער יא ארויס דראעט פארן מוהל א ווארענונגס בריוו...

רואיק » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:29 am

· #46577
24.4 קינדער פון 100,000 קינדער, מעה, ביג דיעל. ווילאנג מ'שלעפט זיי נישט אוועק קיין ברעסלעוו צו וואו איז נאכנישט עק וועלט.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:13 am

· #46587
קלוג און יונג
נולד מאוחר
ווען זיי זאלן וויסן ווי גארנישט ביי אונדז א סיגניטשערע מיינט, פארקערט גאר רוב פון אונדזער סיגניטשרס זענען אויף זאכן וואס מיר ווייסען קלאר אז דו פאקטן זענען אנדערש. וואלטן זיי קיינמאל נישט געניצט די מעטאד פון סיינען די קאנסענט.

מרת שווארץ אויף ראטלידזש סט פילט אויס די פארם פאר $20

משולם ראטשילד האט א מוהל וואס האט הערפיס פאר דו וואס זענען מחמיר, פאר א פאר דאללער.

דרך אגב סדא מוהלים וואס ביים ערשטען קונד נעמען זיי שוין די סיגניטשערס פאר דו נעקסטכע צען .פארווכס זאל מען זיין ביזי ביי יעדע קינד מיט די פעפער ווארק?

שרייבער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 8:30 am

· #46612
דער מוהל ביי אונז אין שוהל האט אוועקגעשליידערט דעם פיצעלן כוס של מציצה, געענדיגט, מען דארף דאס מער נישט.

פון מארגן אנגעהויבן נוצט ער א 16 אונס'יגע גלעזל, לקיים מה שנאמר אין איסור חל על איסור.


קרעדיט אייוועלט

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:49 am

· #46986
שרייבער
אויף ענגליש ווייס איך....

כ'האף מען רעדט פון ציונות אויך 😂

דאס קומט ממילא אריין אין שמועס. אפילו מען זאל רעדן פון די לבנה אדער פון זויערע פיקלס וועט אין צווייטן סענטענס אויטאמאטיש אריינקומען א שמועס וועגן ציונות. אזוי ווי הרהגה"צ כ"ק אדמו"ר מזשיבוי שליט"א האט זייער שיין משלב געווען אינטערנעט מיט ציונות ביי דעם כינוס כלל ישראל העעל"ט.

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:08 pm

· #47241
איך האב נישט קיין צייט דורכצוליינען די גאנצע אשכול אין אלע אנדערע אשכולות איבער דעם ענין
סיידן געבן א בליק דא אין דארט

ביי מיר איז די זאך נישט קיין ספק
ווי דער סאטמערע רבי - רבי אהרן האט נעכטן אזוי שיין ארויסגעברענגט
אינז זעמיר שוין אזוי לאנג אונעם אמעריקאנער גלות, אין די גוים איז קיינמאל נישט בייגעפאלען זיך צו מישן אינזערע געשעפטן
פינקט ווי זיי מושן זיך נישט אין להבדיל אין גוישע רעליגיעס

אין דא קומט א מומר אין מיינט גאר אינזער טובה - פינקט ווי די משכילים בימיהם
ווער ווייזט וויפיל ער וועט נאך מיינען 'אינזער' טובה

אין די 'קלוגערע' פין צווישן אינזער שטובל
ווייסן נאך צו זאגען אז די רבנים זענען סתם רוצחים זיי מאכען געלט אויף יעדע מציצה
אין דער בלומבערג 'ראטעוועט כלל ישראל'

איך טראכט נאר ביי מיר
שטעלטס ענק פאר
ווען די מנהג זאל זיין אז מ'דארף מאכען מציצה בכלי
אין דער פויבסט וועט פארפירן אז פארן קינד'ס טובה דארף מען מאכען דאס מציצה מיט די בלויזע מויל
וויפיל הסברים די 'קלוגע' וואלטען געהאט אז דער פויבסט מיינט אינזער טובה


מ'דארף זיין א בהמה צו טראכטען אז בלומבערג מיינט דא אינזער טובה

אים שטערט אז אין קלויסטער טרינקען אלע שמייליגע פין זעלבן גלאז?
וואס איז באמת א סכנה לכ''ע
אים שטערט אז 1 פין ווייסעך וויפיל קינדער זענען געווארען מיט עפעס אנגעשטעקט
אין ער קען ניטעמאל אויפווייזן אז דאס קומט פין מציצה אין פארוואס מ'טרעפט די זעלבע ביי קינדער וואס האבען נישט געהאט מציצה

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:18 pm

· #47250
קלאר, עס איז באמת א שאד אז דו האסט נישט גענומען די מי דורכצוליינען כאטשיג טייל פון די אשכולות איבער דעם נושא. וואו צום ביישפיל, קוק דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/46590">viewtopic.php?p=46590#p46590</a><!-- l --> וואס אנאנים האט געשריבן לגבי דעם שמייליגען גלאז אין קירכע.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:23 pm

· #47252
אז דו האסט נישט קיין צייט צו ליינען די אשכול, האב איך נישט קיין צייט איבער צו קייען וואס מ'האט שוין געשריבן צו פארענטפערן דיינע לעכערליכע טענות.

---

יידל האקט, נייס אוו יו פאר'ן געבן מראי מקומות.

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:25 pm

· #47254
איך האב נישט געוויסט אז עס טוט זיך שוין איבער דעם גלאז אין קירכע
די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגן איז דאס

קלאר


איך טראכט נאר ביי מיר
שטעלטס ענק פאר
ווען די מנהג זאל זיין אז מ'דארף מאכען מציצה בכלי
אין דער פויבסט וועט פארפירן אז פארן קינד'ס טובה דארף מען מאכען דאס מציצה מיט די בלויזע מויל
וויפיל הסברים די 'קלוגע' וואלטען געהאט אז דער פויבסט מיינט אינזער טובה


יידל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:54 pm

· #47268
איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט, און דו זאגסט נאר אזוי בלויז ווייל דו האסט נישט געליינט די פילע אשכולות ווי מ'האט דיסקוסירט די מעדעצינישע דעטאלן.

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:55 am

· #54616
נעכטען איז פארגעקומען און פלעטבוש א פרעסע קאנפרענץ בנוגע די שווערע גזירה פון מציצה בפה עס האבען זיך באטייליגט עסקנים פון אגודת ישראל ווי אויך העסקן ר' משה דוד נידערמאן ווי מ'האט אויס געשמוסט די פלענער ויאזוי צו באקעמפען די שווערע גזירה
בילדער

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:12 pm

· #55619
פאר אים האט עטץ געוואוט? פאר דעם סעלף העיטינג איד?
NYC Mayor Prides Self For Standing Up To “10,000 Guys in Black Hats” During Metzitzah B’peh Debate



שר"י

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:36 pm

· #55624
On regulating metzitzah b’peh, the practice during circumcision whereby the mohel sucks the blood from the infant’s wound:

I think it’s fair to say that nobody else would take that on. I mean, come on! … Who wants to have 10,000 guys in black hats outside your office, screaming?

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:37 pm

· #55625
[ציטאט אראפגענומען]

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:04 pm

· #55630
[ציטאט אראפגענומען]

I think it's fair to say that nobody else would take that on. I mean, come on! Forget about the fact that -- "They do what!?" -- Who wants to have 10,000 guys in black hats outside your office screaming?

קלאר » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:45 pm

· #55792

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:44 am

· #56414
https://mail.google.com/mail/?pc=ha&shva=1#inbox/13a9eea9375
Memo to Orthodox Jewish Leaders: Stop Whining About Bloomberg!

Posted: 26 Oct 2012 11:20 AM PDT

Some civic and political leaders in The Orthodox Jewish Community in Brooklyn are expressing outrage over Mike Bloomberg’s bigoted statement that he ‘withstood pressure of 10,000 black hats’ on the issue of MBP.

While I share in this outrage, I must point out that many of those loud voices were and are the same who enabled Bloomberg all those years and who made his third term possible. One of the loud voices made it to the City Council in large part because Bloomberg Alumni and funds made it happen; another outraged voice was the Chairman of the NYC Council committee that approved for Bloomberg to ignore the referendum and run for a third term, and a a key person in the MBP fight was on the front lines pushing Hasidim to vote for Bloomberg three years ago.

Agreeing with Bloomberg on some things while publicly disagreeing on others is good. But that’s true only in the first or perhaps second term of Bloomberg. However by the time he came for a third term, it was very clear to everyone that his tax-hiking; anti-Religious agenda is not good for the Orthodox Community. If so, why enable him to run another term?

I am not saying the Orthodox Jewish Community gave Bloomberg the votes on Election Day, but it was a close election. And if those who have now “the courage” to stand up to Bloomberg had the courage to do the same while serving in the City Council, perhaps, just perhaps, the Council would have never reversed the public’s will that barred Bloomberg from running for a third term. Now that he is there and is degrading Orthodox Jews, stop whining because you made it possible in the first place!

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:52 am

· #56443
דאס איז ממש משוגע, און בכלל נישט ריכטיג.

הגם איך בין אויך געווען געפערליך אויפגעברויזט אז די היימישע פארטרעטער האבן געהייסן שטימען פאר בלומבערג שר"י, נישט נעמענדיג אין באטראכט די טעקסעס און טיקעטס און אנדערע רשעות וגזירות רעות וועלכע מיר ליידן זיך צוזאם פון אים, אבער איך האב פארשטאנען זייער צד, אז אויב מען זעהט אז ער גייט עס ממילא מאכן, אלע פאולס האבן געוויזן קלאר אז ער גייט עס מאכן נאך א טערמין, דארף מען דאך זיין משוגע נישט צו לויפן מיטן געווינער און אים לעקן, כולי האי ואולי וועט מען האבן א טובת הנאה פון אים.

מיט זיין געלט און יד החזקה האט ער געמאכט א ווינט, און יעדער איז געגאנגען מיטן שטראם. זיין א אויבערחכם דאן וואלט געמיינט זיך אליינס שיסן אין די פוס. איבערהויפט אז מען האט געגלייבט אז די מציצה בפה גזירה איז שוין הונטער אונז, מען האט עס שוין אדורכגעבראכן. מי מילל ומי פילל אז דאס וועט נאכאמאל פאסירן אויף אזא פארנעם.

ס'איז נאריש יעצט צו באשולדיגן אויף א זאך וואס קיינער האט נישט געוואוסט און גע'חלומ'ט.

פריינדליך » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:10 pm

· #56462
שמעקעדיג
דאס איז ממש משוגע, און בכלל נישט ריכטיג.

הגם איך בין אויך געווען געפערליך אויפגעברויזט אז די היימישע פארטרעטער האבן געהייסן שטימען פאר בלומבערג שר"י, נישט נעמענדיג אין באטראכט די טעקסעס און טיקעטס און אנדערע רשעות וגזירות רעות וועלכע מיר ליידן זיך צוזאם פון אים, אבער איך האב פארשטאנען זייער צד, אז אויב מען זעהט אז ער גייט עס ממילא מאכן, אלע פאולס האבן געוויזן קלאר אז ער גייט עס מאכן נאך א טערמין, דארף מען דאך זיין משוגע נישט צו לויפן מיטן געווינער און אים לעקן, כולי האי ואולי וועט מען האבן א טובת הנאה פון אים.

מיט זיין געלט און יד החזקה האט ער געמאכט א ווינט, און יעדער איז געגאנגען מיטן שטראם. זיין א אויבערחכם דאן וואלט געמיינט זיך אליינס שיסן אין די פוס. איבערהויפט אז מען האט געגלייבט אז די מציצה בפה גזירה איז שוין הונטער אונז, מען האט עס שוין אדורכגעבראכן. מי מילל ומי פילל אז דאס וועט נאכאמאל פאסירן אויף אזא פארנעם.

ס'איז נאריש יעצט צו באשולדיגן אויף א זאך וואס קיינער האט נישט געוואוסט און גע'חלומ'ט.


לו יהא אז ביסט גערעכט, דאן פארוואס גייט מען שטיצען סטיוו לעווין? ער הלפט אונז נישט קיין כי הוא זה מיט די מערכה, וואס איז די בארעכטענוג אים צו שטיצען? אלא מאי........

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:12 pm

· #56467
לעווינס קעגנער העלפט יא? דאן וועלעך וואוטען פאר יענעם

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:20 pm

· #56472
איך מיין א קאנסולמאן קען דא גארנישט טון, אויסער שרייען

כ׳בין פריי » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:08 pm

· #56500
ווי האלט למעשה די גאנצער קעיס??

נס קאווע » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:24 pm

· #56508
קיין איין קאנדידאט העלפט אדער שטערט, נאר אין צימעס.

פריינדליך » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 2:08 pm

· #56553
היסטאריקער
איך מיין א קאנסולמאן קען דא גארנישט טון, אויסער שרייען


זאל ער שרייען, זאל ער ווייזען אז ער קימערט זיך מיט אונזערע זארגען, זאל ער פראבירען צו פויעלן ביי זיינע קאליגעס אז זיי זאלן אונז העלפן, עס איז דא וואס צו טיען ער דארף נאר וועלען טיען ער דארף זען אז מיר מיינענן עס ערענסט.

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 12:13 pm

· #59326
די שווארצע היטן סטעיטמענט האט זיך זייער שנעל אפגעשטילט אין ליכט פין די האריקעין
די נייע פיןס איז נישט קיין ארטיקעל
📎 gdaqey.jpg

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 16, 2013 2:25 pm

· #105421

פרישער » זונטאג מאי 5, 2013 3:52 pm

· #112067
מציצה בפה
קודם כל ווילעך דא מוסר ומודעה זיין אז די ציעל פינקט פין מיין שרייבעריי דא איז נישט געווידמעט חלילה אראפצירייסן אדער אוועק מאכען וועלכע חלק פין הלכות מילה אדער אפילו א מנהג קל, השתה נא וואס ווילסי זאג שוין

איך האב עטליכע פראבלעימן וואס איך מיין זענען די יסודות פין דע פראבלעימן מיט מציצה בפה
- ס'הייבצעך אן מיט ווער איז א מוהל,
- וויזוי איזער געווארן א מוהל,
- אויב ווילעך ווערן א מוהל וויזוי ווערט מען
- די לעצטע פיפציג יאר איז עפעס בעסער געווארן אין די ענין פין מוהלת
- מיר האבן זיך זייער אסאך געלערנט אין די ענין פין היידזשין, האבן מוהלים אויך געמאכט פארשריט
- וואס זענען די סיבות אז סנישטא קיין שום מהלך וואס צוויי מוהלים זענען גלייך, יעדער ניצט אנאנדערן פראטענט, פאדער, יאט, שמיראכץ, בענדלעך, אדער סתם אנייצע,
- וויזוי איז דער ענין ביי די מער אמעריקאנע וועלט
- איז פאראן ביי מוהלים א וועד אדער א גרופע מוהלים יוניען אויב סמאכצעך פראבלען זאלמען קעיר נעמען
- ווען האט מען די לעצטע פיפציג יאהר איינגעזעין אויף א גוויסע מוהל אז ממיז עם מעביר זיין ווייל ער טויג ל"ע נישט פשוט כמשמעו צוויי לינקע הענט,
- אויב א טאטע איז מחליט אז ער וויל מאכן חיתוך ווייל סיז מצוה בו יותר ווער קענעם אפהאלטן אין זאגען די קענסטאך נישט וואס איז דיין בעיבי שילדיג אז ער קען נישט אנטלויפן סידאך א שאלה פין רציחה ממש

נאר וואס דען, איך מיין אסיז פאראן אנערענסטער פראבלעים, אין סהייבצעכאן טאקע ביי דעי מוהלים וואס טויגען נישט אדער זענען אלט, אדער פארלירן די יונגע קאריזמע, אין אנשטאץ איינצילערנן די יונגע, סטרייקען זיי אין בארעדן די גדויים אין מאכן זיכער אז סזאלניש זיין קיין טיושים, ווייל דענסמאל קענען זיי גיין ריטייערן קיין מיאמי, אנאדער פראבלעים איז רעבעלעך אין אידן פינעם שענערן סארט, האט א שילעכעל אדער א זין איידעם ביי רעיבל אין קעניש בשום אופן ארבייטן אין די זיבן זאכן קלעקן נישט אויפן טעגליך געברויך דערקלערן זיך אלץ מוהל מימחה

וויזוי, זייער פשוט. מדארף זעך קודם אנהאנדלען א ביזנעס קארד וואס גיבט דעים טיטל רעב צאצמעך הייליקאוויץ, מוהל מומחה, אין דענאך צי סילען דעים דיעל ריפט מען די ביזנעס דרעקטארי דזשאסט צי קאנפערמען אז ס'נאמענדעל פיגירירט אינעם ליסט פין מוהלים מימחם, אין פין דארטן אין ווייטער איז אלעס א שטיקל מזונות, מטרעפט א שוואגער, פינקט געהאט א קינד למזל טוב אין מהייבט אן לייגען דריק אז סגייט רויעך, משיקט אינטער יעדען מיט איינפלוס, ביז ס'אייז ברעכצעך אין פין דארט ביז זה הכסא דערציילט ער די וואכנאכט מעשה לויט אלע גרסאות, לאט איבער א מעסער אויסגיקריצט מיטן נאמען, מאכט זיכער יעדער ביים וואכנאכט ווייסט אז ער איז נישט סתם א מוהל נאר יארען עקספיריענס, אין די בעל ברית אויף דעפענסיבע זאגט נאך גרויסע זאכען אז דער מוהל מימחה האטאך מורעדיגע הענט זייער בארימט, אזש אז ווען ער האט לעצטע וואך געהאקט מזוזה ביי אנושר אין וואינדערבאר ס'הויז איז בעבליבן שטיין ממש מורהדיג, שוין מפאשלט שוין, דינגטזעך דער מוהל צי א עומד על גביו ריקטעם אריין א מטבע של אש אין דער עומד מיז מאכען אן אפיל אין יעדעם פארציילן די אומן יד דער מוהל חדש מלא ישן איז ספעציעל, אחר הברית מיז ער ציגיין צי יעדע זיידע אין עלטערפעטער אין זאגען עפעס מורדיג פאזעטיוו קניינעהארע פאקטאן אלע אלטע מוהלים, ווען ער ווייזט נישט אפילו אין וועכע חלק חושן משפט הלכות מילה איז קוואטירט, ווער רעדט נאך אז ער רימצעך אליינס אין זאגט ב"ה שיין געמאלעט, אין אצייט וואס ער ווייסט נישט די חיליק פין עור הפרוע אין אור המקיף , אדער ציצין המעקבים אין ציצים ופרחים, איך רעד שוין נישט פין די גאר פיפיגע מהלים וואס תיקף אחר הברית נעמען זיי צאם אלע שרייעם מיט די דם באשמירטע מעסער נישט אפגעווישט אין מלייגט ציריק צווישן אלע אנדערע חפצים ווייל ער יאגטזעך עפעס מורעדיג צי נאך א ברית..

וויפיל מאל האטיר געזעין א מוהל אפווישן דעם טיש מיט אלקהל איידער ער לייגט ארויף זיינע סטערל חפצים איך האב נאכניש געהאט די זכיה וואס סטערל ווען סטערל זיי שנארכצען די נאז אין מאכן א פריש בענדעל א וואך פאר די ברית.. ווען מאכט מען די קליינע אנגעדרייטע האלבע אינטשיגע ראלעגאז כעל אייך זאגן דעיס קויפט מען נישט אזוי נאר זה בכה וזה בכה מדרייט אהער מווישט די שווייץ אין מדרייט אהין אין צד השוה איז א קליינע איינגעדרייטע בענדל וואס מנעמט ארויס פין א ספעציעלא פישקע וואס קאדעקט פלעגט פראדאצירן פילם אין די ניינציגער יארן, אדער א אלטע מעדיצין באטעל, אין ערגער פין אלעם יעדער גלאצט אריין אינעם קינדס ווי מטארנישט, אין אין פוצע אז א עוולה קלאפע דעים קליינעם קימט פאר, א קריים וואס יעדער זעיט אין שתיקה כהודאה דמיא

פיר טאג נאכן ברית באשעפער העלף ס'קינד האט א רעש וואס טיט מען, בלומבערג ימ"ש איז דאך שם רשעים ירקב ווייסטאך נישט וואס דא קימט פאר מיינטאך אז אלעס איז כשורה נאר מצב"פ איז דע פראבלעם זאל מיר מוחל זיין אדיטען עני גיווען מוהל'ס עקוויפמענט אין ער רייסצעך אויף אזווי די דזשעט אינעם טווין טאער, שטערן קנייטשנדע מוהלים זענען נישט קיין מומחום מווערט נישט קיין מומחה סתם אזוי, מדארף שטארק פראקטיצירן אין זיין א אומן יד נישט א געקנייטשטע געזיכט אדער א קיפערט וואס שוואנגערט, אין א ירושה פינדעריים, א מעסער וואס האט איבער געלעיבט די ערשטע וועלט קריג, ניין מדארף להלכה שארפען א מעסער, וועלכע מוהל קען מלאכת שחיזה סיניש שחוטה וואס דארט ווערטמען מיסמך נאר מקויפט א מעסער אין מ'מלעט אין מאיז מתפלל אויפן בעסטען, איינער ווייסט וואסערע פאדער מלייגט, עפעס אריינגעווערצט פין ארץ ישראל אין סישטייט דעראף אין ידיש אפקה לברית, אויב די מוהל האט די באטעלע, אויב נישט קימט עס אויך פין א סעקענד הענד באטעל פין א מעדיצין וואס האצעך אויסגעניצט, אין האט באקימען א תיקון אין מוהל טאשקע, אין מגיסט דאס ארויף אויפן וואנד אין מאיז באוויליגט פארן ציבור,

די הערפיס אישא איז בכלל נישט ציפארשטיין, עס איז געניג אין מיינע אויגען אז ממיזעך מוסר נפש זיין אויף א קיצו של יוד, מיילה נישטא וואס צי רעדען מוועט מאכן מצב"פ נישט קיין חיליק וואס דעים מעיאר פאלט אן, אבער סידראך דא איבער הינדרעטער אנדערע מוהלים, זאלן זעך די מוהלים בודק זיין בכדי צי קענען ציגיין צים געפאשלטען שעפעלע, וואס איז דעי ויצעקו דא, ער איז א אנטעסעמיט, א סעלף העטינג דשזא, סכהכל וואס ער וויל איז מעורר זיין אז סיז דא א שאנס אז מוהלים אנטהאלטן דעים הערפיס וויירעס, מיילע איז א פראבלעים מיטן ענין פין מוצץ זיין בפה, זאל מיר דא איינער זאגען אין פנים אריין אז לי יציער מווייסט קלאר אז א געוויסע מוהל האט הערפיס, אז איינער וועטעם אהין געבען זיין קינד פאר א מציצה, אוודאי נישט, סידאך א שאלה פין פיקוח נפש, טא פארוואס פארשרייט מען דעים מעיאר אז ער איז א שייגעץ, אין אנשטאץ מיר זאלען זיך א נעם געבען צים ענין אין ציזאמען אסראטען די אימגעווינטשענע מוהלים וואס פארשפרייטען הערפיס, לייגטמען גרויסע פליקאטן אין משטעלטעם אינטער פיסלעך מקלאגטעם אן אין געריכט, מלייגטעם אין חרם, איך פארשטיי אויך אז ער איז נישט קיין גרויסער צדיק, אבער איך גלייב אז ווען ער וואלט געזעין אז מנעמט ערענסט דעים ענין אין מנעמט זעך טעסטען מוהלים דא העטער וועין גארנישט נישט געטאן נאר ער וואלט ציגעשטעלט לאקאציאס פאר אלע מכובדים זאלן זיך קענען בודק זיין אין געהיים אנע פאמפע, אנשטאץ דעים שעלטעם יעדער תינוק בן יומו ער גייט אריין אין די היסטאריע מיט המן אין נבוכדרצר וואס האבן געוואלט אויסרייסן מיט כוח די מצות מילה,

ווי איך זעי עס איז עס א אויסגעפלאנטע אקציע מטעם השטאט טאטעס דא וואס פירן אינז ווי די קעלבער צים שחוטה אין מיר שוטים קויפן עס אף אז דא רעציך פין א ביטערע גזירה וואס ממיז אפשרייען מין יעקב אבינו'ס עצות דורן תפילה אין מלחמה, ממאכט מיטינגען אין סאכדעס, ב"ה אלע פני העיר צאמגעקימען גערעדט בלויז וויפיל מקען מחייב זיין דעים עולם גולם, אין מקענעס נעמען ממעות מעשר שטייצעך, אין אז ממיז מוסף זיין בצדקה, אין דעי פרויען סאםהא קאנווינצן אנטיען ברייטערע קליידונג, אין מרעיש עולמת זיין מבייש זיין דעים מעיאר ווי סלאצעך, שטייצעך גיין צי די פרעסע א מאסט האט נידערמן מוסף געוועין, ממיז געבען צי פארשטיין יעדען גוי אויפען ערד קיגל אז מיר מאכן מציצה בפה מיט אלע דעטאלן אין אויב מעט גיין אין די דרכים האט א רב מסכים גיוועין וועלן די גיווינטשענע ריזאלטאטן נישט שפעטיגן צי קימען,

ב"ה די מיט גהויבענע געמיטער זענען זעך אלע רבנים ציגאנגען שעפשענדיג מיט א תפילה קצרה אז די בילדער וועלן זיין קלאר אין יעדער וועט זעין אז איך ביניש אבי ווער, אין דער עולם זעיענדיג אז סיי וויליאמסבורגער סאטמער רבי אין סיי די רבי פין קרית יואל זענען געוועין באותו מעמיד, האבען תיכיף גענימען די זאך זייער ערנסט אין גענימען טוויטען די בילדער יעדער אין זיין וואטסעף, ביבי אדער טוויטער גרופעס אין מאיז געוועין זיכער אז מאיר בלומבערג פאלט אויך אין דעים טרעף, אבער זעיט אויס אז נישט, ער איז עומד במרדו, ער וויל פין גארניש וויסן, ער וויל וויסען וועלכע מוהל האט הערפיס, אין אינז ווייסזעיצעך אויס העמער אנגיין מיטן בהיימישקייט ווייטער, אין מוועט ריפן נאך א מיטיניג, אין מחייב זיין דעם עולם יותר מכפי יכלתם.

אין די סעים טיים וויל איך דא זאגען אז די ציגאנג איז ראנג, דעי וועיג ארבייט שוין נישט, דעי שיף האט שוין אפגערייזט, דער עולם פאלט שוין נישט פאר דעים, מיר מיינען ביזנעס העט מען דא מאכן טשעינזעס אין נעמען דעים ענין מיט א ערענסטקייט הרי טוב אויב נישט וועלן מיר ענק אויסקראסן.

וואס מיר דארפן דא האבען איז סימפל, א וועד המוהלים וואס נעמען די ענין פין מוהלת אין די הענט אריין, ס'קענישט יעדער וואס קען אנכאפן א מעסערל שניידן, ווילסט זיין א מוהל, נאו פראבלעם, גיי ברענג א כתב פינעם וועד אז די קענסט, אין דערנאך וועסטי זיין א מוהל, אין די וועד דארף טאקע אהערשטעלן א מהלך פין בחינות מיט פראקטיק אין אויסלערנען די תלמידים די מלאכה פאר א פרייז שטייצעך, ביז דער תלמיד ווערט סערטיפייד אין מסמך, אין דערנאך דארף ער האבן א ערנסטען עומד על גביו ביז ווי לאנג ער רעפיינט זיין אמנות, זיך נאכדעים אינטערעסירן ביי די עלטערן צי אלעס איז טאקע אקעי, אויב האט איינער א פראבלעים קענער עס איבערשמיסען מיטן וועד, אין די וועד וועט נאכגיין די ווארהייט אין שוקל זיין צי ממיז עם צינעמען די סערטיפיקאציא, אויב א טאטע איז מחליט צי מאכן חיתוך ווייל ער איז א פרימער, מיז ער זיך גיין לערנען ביים וועד זעין צי ער קען די מלאכה, אין אז ס'וועטעים קאסטען פינעף מייעות וועטער שויניש זיין אזוי פרום גארענטירט, א מוהל'ס עקוויפמענט אין זיין ציגאנג מיז ווערן סערטיפיקירט יעדע ניינציג טאג, קיקן צי דער מוהל איז הייגעניק אויסגעהאלטן אדער א חזר מיט א בליטיגע רענצעל, אין אז איינעם פאלט אן א נייע פאטענט דארפעס קודם ווערן פרעזענטירט פארן וועד המוהלים, אין די וועד זאל פארלאנגען אלע מוהלים בודק צי זיין צי זיי זענען נישט אנשטעקיג מיט ווייסעכוואס, אין אז מעט אזוי טיען אין סמאכצעך א פראבלעים נעמט מענעס מיט א ערנסקייט אפיר, נישט מיט א ציגאנג וואס האט א עפעקט אויף די בילדער, נאר מיט א ציגאנג וויזוי די מעדיצינישע וועלט גייט צי אדער אנדערע וואוילטעטיגע ארגענעזאציאס וואס גייען דורך פראבלעימען, אין טאקע די וועד וועט דארפן כסדר נאכגיין אלע נייע פאטענטן וואס די מעדיצינישע וועלט פראדוצירט אנעדאפטען נייע מעטאדן וואס זענען אויסגעהאלטען להלכה,

אין אז דער מעיאר וועטזעך אריינמישן אין פרעגען וואס דא קימט פאר, וועט מען עים צייגען די פראצעדור וואס א מוהל גייט דארך, די טרעינינג וואס מטיט כסדר אין די אויסערגעוועינליכע דגוש אויף ריינקייט מיט א זערא טאלאראנץ, וועט ער געראנטיט אראפבעקן אין אנקיקן די זאך אינגאנצען אנדערש ווי אז משיקט אראף אפאהר פארשלאפענע רבנים זיך טענן מיט עים אין ווייסן נישט פין קאף ציזאגען אויף קיין שום סטאטיסטיק אדער פראגעס וואס ער שטעלט,

הקב"ה ימלא רחמים עלינו ווייל סיז א חלום, אין לכאורה נישט טוישן דעים סטאטוס ביז משיח'ס טאג, אדער נישט, ס'בלייבט איבער נאר ציווינטשען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8