אז מען רייניגט אויס די מויל מיט אלקאהאל איז שוין נישט קיין סכנה?
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס
מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס
354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #972
לויט ווי איך האב געהערט פון א מוהל, אויב רייניגט מען די מויל מיט וואס מען דארף העלפט עס פאר א האלבע שעה אפילו מען האט הערפיס
*
איינער זיי דיך מסביר
*
איינער זיי דיך מסביר
שרייבערלויט ווי איך האב געהערט פון א מוהל, אויב רייניגט מען די מויל מיט וואס מען דארף העלפט עס פאר א האלבע שעה אפילו מען האט הערפיס
*
איינער זיי דיך מסביר
דער ערשטער פראבלעם אז די האסט עס געהערט פון א מוהל נישט פון א דאקטער.
אויב די רבנים וועלן זיך אריינלייגן מיט דאקטורים און פארזיכערן אז אויב מען שווענק אויס דעם מויל מיט אלקאהאל, מיט פונקלעכער מאס און שטארקייט, דאן קען מען נישט איבערגעבן הערפיס וועל איך גראד צוריק ציען. לויט וויפיל איך האב געזען העלפט אלקאהאל א מכה. אבער לאמיר זען אז די רבנים זאלן כאטש דאס פראבירן און נישט סתם גיין מיטן קאפ אין וואנט.
איך האב נישט געפרעגט קיין מוהל פאר איך האב געהאלטן א ברית פון מיין אייגן קינד
איך האב גערעדט צו א מוהל א נאנטער חבר, און אים אויסגעפרעגט אויב ער אליין האט נישט מורא ער וועט זיין אין פעקל, האט ער מיר געזאגט דאס א. ד., פארשטייט זיך ער האט דאס נישט אליין באשלאסן, ער האט געפרעגט א דאקטאר
קיינער זוכט נישט צו מאכן קיין פראבלעמען, יעדער זוכט דאס בעסטע, קיינער וויל נישט זיין אין פעקל

דער וואס גייט מיט דעם קאפ אין וואנט ביסטו לכאורה, ווייל די CDC האט נאך נישט פעסטגעשטעלט זייערע טענות מיט קיין 100 פראצענט אז ס'איז אזוי נאר אז סקען זיין ס'מוז זיין וכו'
ב. טויב האט א לענגערן ארטיקל אין איד, ס'וואלט גוט געווען אויב מ'קען עס דעבאטירן.
זר זהבב. טויב האט א לענגערן ארטיקל אין איד, ס'וואלט גוט געווען אויב מ'קען עס דעבאטירן.
שאף אהער א פי די עף
אוהב ספריםזר זהבב. טויב האט א לענגערן ארטיקל אין איד, ס'וואלט גוט געווען אויב מ'קען עס דעבאטירן.
שאף אהער א פי די עף
דו רעדסט צו מיר ספאניש...
אוהב ספריםדער וואס גייט מיט דעם קאפ אין וואנט ביסטו לכאורה, ווייל די CDC האט נאך נישט פעסטגעשטעלט זייערע טענות מיט קיין 100 פראצענט אז ס'איז אזוי נאר אז סקען זיין ס'מוז זיין וכו'
וואס!? אויב די פארשטייט נישט קיין ענגליש דא האסט עס אין אידיש.
זר זהבאוהב ספריםזר זהבב. טויב האט א לענגערן ארטיקל אין איד, ס'וואלט גוט געווען אויב מ'קען עס דעבאטירן.
שאף אהער א פי די עף
דו רעדסט צו מיר ספאניש...
מאך א קלארער פיקטשור מיט דיין פאון אין לייג עס דא ארויף.
שרייבעריידלווער איז דער אינגערמאן אן די בארד מיטן קאפעלע וואס זיצט אינדערמיט אקעגן די רבנים און אלע רבנים קוקן אויף אים?
דער איז די לויער לכאורה
דער לויער פאר די חסידישע מערכה איבער עלטערן'ס קאנסענט פאר מציצה בפה איז העסקן ירחמיאל סימענס פון מאנסי, א טייטל לויער...
ס' קיקט נישט אויס אז דער מיטן קאפעל איז הרב סימענס. אבער דאס בלויזע האבן א קאפעל און א געשוירענע בארד איז איבער געניג אז רבנים זאלן שפירן אז זיי הערן א "פראפעסיאנעלע" מיינונג.
ניין, דער מיטן קאפל איז נישט דער לויער, כ'האב נעכטן געזען א בילד פון אים, מעגליך דער איז א דאקטאר איך ווייס נישט
יואליש וואס ביסטו אזוי סארקאסטיש יעצט, דו ביסט אויך קעגן מציצה בפה?
יואליש וואס ביסטו אזוי סארקאסטיש יעצט, דו ביסט אויך קעגן מציצה בפה?
איינעראוהב ספריםדער וואס גייט מיט דעם קאפ אין וואנט ביסטו לכאורה, ווייל די CDC האט נאך נישט פעסטגעשטעלט זייערע טענות מיט קיין 100 פראצענט אז ס'איז אזוי נאר אז סקען זיין ס'מוז זיין וכו'
וואס!? אויב די פארשטייט נישט קיין ענגליש דא האסט עס אין אידיש.
כנראה אז די קענסט נישט קיין אידיש, איך האב נישט געשריבען די NYC DEPT OF HEALTH איך האב געשריבען וועגען די שטודיע ון די CDC
קאפיש
כ'בין נישט קעגן מציצה בפה. כ'בין אויך נישט קעגן נעמען פון עלטערן קאנסענט נאכן מודיע זיין די ריסקס. כ'בין אבער יא קעגן פארפירערישע דערקלערונגן אז "קיינער איז נאכנישט געשעדיגט געווארן" און "ס'איז קיינמאל נישט איבערגעוויזן אז מציצה בפה האט אריבערגעפירט הערפיס צו קינדער" אדער אז "מ'פארלייגט זיך אויף אונז און מ'וויל אויסרייסן אידישקייט."
איינער וואס זאגט: יא כ'ווייס אז מציצה בפה איז א חשש סכנה, יא כ'ווייס אז ס'איז דא געניג פוסקים וועלכע זענען מתיר מציצה בכלי אדער מציצה בפה בהספק, פאר א געוויסע סיבה וויל איך נישט אז עלטערן פון די נייע געבוירן פיצלעך זאלן ליינען איבער די סכנה, און כ'האלט מ'ברויך זיך איינרייסן דערפאר מיט די איסטאנצען און מיט די גאנצע וועלט, מ'ברויך האבן מסירות נפש דערפאר. אזא איינער איז דאס מערסטע אויפריכטיג אין די דעבאטע. ער זעהט די פאקט און זאגט נאכאלס וואס ער האלט.

גראדע הער איך אז די סיבה פארוואס מוהר"א מסאטמאר איז אצינד שטארק פארמישט אין די נושא אזש צו קומען צו התאחדות הרבנים זיצונג, איז צוליב דעם ווייל עס האט זיך געמאכט אז א קינד וואס ער האט גע'מל'ט אין קרית יואל האט באקומען הערפיס.
אוהב ספריםאלע תלמידי חת"ס האלטען אנדערש ווי די, רובם ככולם פון די פוסקי הדורות האלטען אז דאס איז יא א חלק ממצות מילה וכו' אין די האלטסט אנדערש, איך הער
ס'איז דיר קיינמאל נישט קשה געווען, וויאזוי קען זיין אז דער חת"ס שרייבט זייער קלארע ווערטער אז 1) מציצה איז נאר דא לרפואה, נישט אלס א חלק פון די מצוה 2) סיי וועלכע מעטאד ס'טוט די חלק הרפואה איז גיט גענוי ווי מציצה 3) מ'זאל זיך פארלאזן אויף דאקטארים לגבי מציצה און רפואה 4) די וואס זענען מקפיד פאר בפה אלס קבלה, אין לנו עסק בנסתרות. יעצט ווי קומען זיינע תלמידים און מאכן זיין גאנצע תשובה צו'נער? ס'זענען אפי' געווען וועלכע האבן געהאט חשק צו לייקענען אז דער חת"ס האט עס בכלל געשריבן, אבער דער מהר"ם שיק באשטעטיגט עס יא.
טייל ווילן זאגן אז דער מהר"ם שיק ודעימיה וועלכע האבן געפירט א קאמף מיט די רעפארמער וועלכע האבן געפירט א קאמף מיט מציצה זענען געגאנען עקסטרעם אויף דעם ענין כדי נישט צו נאכגעבן אן אינטש פאר די רעפארמער. דאס הייסט, אז דער אמת להלכה איז ווי דער חת"ס שרייבט, נאר דער מהר"ם שיק אין אנדערע האבן געהאט א פראבלעם אין השקפה אלס א חלק פון א ברייטערע מלחמה, אין מציצה בפה איז געפאלן א קרבן אין די טעקטיקעל שלאכט.
ווען מ'טרעפט זיך אין א פאל ווי מ'זעהט מ'איז מהפך דברי אלוקים חיים און מ'קוועטשט אריין פשטים און מ'לייקענט די אוטענטישקייט וכו' שמעקט עס תיכף פון א לאקאל אגענדע. ממילא ווען מ'נעמט דעם פערספעקטיוו, קומט מען צוריק אז דער אמת איז ווי דער חת"ס געשריבן, און דאס איבעריגע זענען תירוצים.
אלבערטגראדע הער איך אז די סיבה פארוואס מוהר"א מסאטמאר איז אצינד שטארק פארמישט אין די נושא אזש צו קומען צו התאחדות הרבנים זיצונג, איז צוליב דעם ווייל עס האט זיך געמאכט אז א קינד וואס ער האט גע'מל'ט אין קרית יואל האט באקומען הערפיס.
שטארקע קלעימס ברויכן שטארקע מקורות. "איך הער" איז נישט געניג פאר אזא מעשה וואס האט פאטענציעל פולווער.
יואלישכ'בין נישט קעגן מציצה בפה. כ'בין אויך נישט קעגן נעמען פון עלטערן קאנסענט נאכן מודיע זיין די ריסקס. כ'בין אבער יא קעגן פארפירערישע דערקלערונגן אז "קיינער איז נאכנישט געשעדיגט געווארן" און "ס'איז קיינמאל נישט איבערגעוויזן אז מציצה בפה האט אריבערגעפירט הערפיס צו קינדער" אדער אז "מ'פארלייגט זיך אויף אונז און מ'וויל אויסרייסן אידישקייט."
איינער וואס זאגט: יא כ'ווייס אז מציצה בפה איז א חשש סכנה, יא כ'ווייס אז ס'איז דא געניג פוסקים וועלכע זענען מתיר מציצה בכלי אדער מציצה בפה בהספק, פאר א געוויסע סיבה וויל איך נישט אז עלטערן פון די נייע געבוירן פיצלעך זאלן ליינען איבער די סכנה, און כ'האלט מ'ברויך זיך איינרייסן דערפאר מיט די איסטאנצען און מיט די גאנצע וועלט, מ'ברויך האבן מסירות נפש דערפאר. אזא איינער איז דאס מערסטע אויפריכטיג אין די דעבאטע. ער זעהט די פאקט און זאגט נאכאלס וואס ער האלט.
יואליש, די רירסט אהן איטליכע נקודות, למעשה האט זיך ארויס געשטעלט ביי די מערכה מיט די סטעיט אז געוויסע עלמענטען האבין געפירט א מערכה דערקעגען לאו דוקא וועגען געזונטייט סיבות, ממילא גייט דאס אריין אין דעם כלל פון אפילו ערקתא דמסאנא לויט כמה וכמה רבנים.
ב. די פאקט אז א גרויסער טייל פון ערוואקסענע האבען הערפיס און צענדליגע טויזענטער ווערן געמל'ט במשך כל השנים און ס"ה [ליידער אויכעט צו פיל] איז דא 2 קעיסיס וואס זיי זענען תולה אין דעם אויכעט נישט 100 פראצענטיק איז הדבר אומר דרשיני
נעמען געוויסע פוסקים וואס זענען מתיר בו בזמן וואס אונזערע פוסקים כולם פה אחד הודו והמליכו ואמרו אז מען טוט נישט אזוי פאסקענען איז אבי גערעדט און געהאקט אין טשייניק, לדוגמא יעצט דער חפץ חיים לראשונה, יוצאי אונגארין האבין זייערע מסורות זיערע פסקים מאכט נישט דעם גרעסער אדער דעם צווייטער קלענער. לדוגמא דער ענין פון שערען האר ביי נשים וואס ביי יוצאי אונגארין איז דאס להשמיד ולהרוג, וגדולים וטובים אצל יוצאי ליטא איז ביי זיי דאס נישט קיין עסק און ביי געוויסע איז דאס נאך א איסור פון לא תלבש, אבער ווען א אונגארישער יוד וועט זעך אזוי פירען וועט ער זיין א שגץ. און ווי לדגומא עס וועט קיינער נישט מפקפק זיין בגדלות תורתו צדקתו פון הגר"מ פיינשטיין, וואס ביי אונזערע קרייזען איז כמעט נישט געווען אזאנס וועסטו דען אנ-נעמען זיין פסק לגבי הזרעה מלכותית
ממילא צו קומען שרייען דער חפץ חיים איז נישט מאסגעבנד לענינינו
ב. דער חתם סופר שרייבען דעך אלע תלמידיו ותלמידי תלמידיו כמעט, ובראשם המהר"ם שיק שלא נתכוין לדורות אלא הוראת שעה היתה וכו' וכו' קומט מען היינט זיין א חכם און מען שרייט דער זעלבער חתם סופר וכו'
אוהב ספרים
די פאקט אז א גרויסער טייל פון ערוואקסענע האבען הערפיס און צענדליגע טויזענטער ווערן געמל'ט במשך כל השנים און ס"ה [ליידער אויכעט צו פיל] איז דא 2 קעיסיס וואס זיי זענען תולה אין דעם אויכעט נישט 100 פראצענטיק איז הדבר אומר דרשיניו
ביסטו גרייט מ'זאל אנהייבן באזונדער רעפארטן יעדע קעיס ווי א רך הנימול האט הערפיס כדי מ'זאל דאס קענען בעסער שטודירן (אזוי ווי די שטאט וויל איינפירן)? אדער ביסט איינשטימיג מיט די רבנים אז דאס טאר מען אויך נישט טוהן (ווייל זיי ציטערן פון די רעזאלטאטן)? דאס אז בלויז עטליכע קעיסעס זענען געווארן פארבינדן מיטן מוהל מיינט נישט אז ס'איז דא נאך. נישט אלעמאל ווייסט מען עס צו פארבינדן, נאר לעצטענס איז אויפגעקומען אן אויפוואכונג אין דעם ענין, אבער פון די אנדערע זייט זענען חרידים געווארן זיינער נישט קאאפעריטיוו אין דעם ענין, מ'זאגט נישט אויס ווער דער מוהל איז וכדו', וואס מיינט נישט אז ס'איז פארהאן ווייניג קעיסעס, נאר אז ס'איז פארהאן ווייניג קעיסעס וואס מ'קען קלאר אינדענטיפיצירן.
אוהב ספריםדער חתם סופר שרייבען דעך אלע תלמידיו ותלמידי תלמידיו כמעט, ובראשם המהר"ם שיק שלא נתכוין לדורות אלא הוראת שעה היתה וכו' וכו' קומט מען היינט זיין א חכם און מען שרייט דער זעלבער חתם סופר וכו'
די קשיא איז נישט אויף די קלארע רייד פונעם חת"ס נאר אויף די אויבענאויף אומפארשטענדליכע רייד פונעם מהר"ם שיק און כ'האב שוין אויבן פרובירט מלמד זכות זיין אויפן מהר"ם שיק.
אלבערטגראדע הער איך אז די סיבה פארוואס מוהר"א מסאטמאר איז אצינד שטארק פארמישט אין די נושא אזש צו קומען צו התאחדות הרבנים זיצונג, איז צוליב דעם ווייל עס האט זיך געמאכט אז א קינד וואס ער האט גע'מל'ט אין קרית יואל האט באקומען הערפיס.
דו הערסט וואס דו וואלסט געקענט באשטיין
במציאות הדברים, יא ס'איז דא א קינד אין קרית יואל וואס איז געווען אין שפיטאל נאך א ברית (כ'ווייס נישט צו וועגן הערפיס אבער די דאקטורים האבן עס כמובן תולה געווען אויף דעם) דער מוהל איז גראדע נישט געווען מהר"א נאר א צווייטער, באלאנגט גראדע נישט צו צד מהר"א
אבער וואס האט מען דא צו רעדן פון פריוואטע מענטשן
מהר"א איז פארמישט אין דעם פונקט ווי אין אנדערע אידישקייטן זאכן וואס בארירן כלל ישראל, ווען ער וואלט נישט געווען פארמישט וואלסטו געקענט הייבן ברעמען פארוואס נישט, אדער ווען א צווייטער וואס איז קיינמאל נישט פארמישט און פלוצים יעצט יא קענסטו אויך פרעגן, אבער אזוי זע איך נישט די פליאה אז ער איז פארמישט
יואלישאוהב ספרים
די פאקט אז א גרויסער טייל פון ערוואקסענע האבען הערפיס און צענדליגע טויזענטער ווערן געמל'ט במשך כל השנים און ס"ה [ליידער אויכעט צו פיל] איז דא 2 קעיסיס וואס זיי זענען תולה אין דעם אויכעט נישט 100 פראצענטיק איז הדבר אומר דרשיניו
ביסטו גרייט מ'זאל אנהייבן באזונדער רעפארטן יעדע קעיס ווי א רך הנימול האט הערפיס כדי מ'זאל דאס קענען בעסער שטודירן (אזוי ווי די שטאט וויל איינפירן)? אדער ביסט איינשטימיג מיט די רבנים אז דאס טאר מען אויך נישט טוהן (ווייל זיי ציטערן פון די רעזאלטאטן)? דאס אז בלויז עטליכע קעיסעס זענען געווארן פארבינדן מיטן מוהל מיינט נישט אז ס'איז דא נאך. נישט אלעמאל ווייסט מען עס צו פארבינדן, נאר לעצטענס איז אויפגעקומען אן אויפוואכונג אין דעם ענין, אבער פון די אנדערע זייט זענען חרידים געווארן זיינער נישט קאאפעריטיוו אין דעם ענין, מ'זאגט נישט אויס ווער דער מוהל איז וכדו', וואס מיינט נישט אז ס'איז פארהאן ווייניג קעיסעס, נאר אז ס'איז פארהאן ווייניג קעיסעס וואס מ'קען קלאר אינדענטיפיצירן.אוהב ספריםדער חתם סופר שרייבען דעך אלע תלמידיו ותלמידי תלמידיו כמעט, ובראשם המהר"ם שיק שלא נתכוין לדורות אלא הוראת שעה היתה וכו' וכו' קומט מען היינט זיין א חכם און מען שרייט דער זעלבער חתם סופר וכו'
די קשיא איז נישט אויף די קלארע רייד פונעם חת"ס נאר אויף די אויבענאויף אומפארשטענדליכע רייד פונעם מהר"ם שיק און כ'האב שוין אויבן פרובירט מלמד זכות זיין אויפן מהר"ם שיק.
ווייל דיין דעת בעל הבתים פארשטייט נישט לשון קדשון פינעם הייליגען מהר"ם שי"ק, דרייט מען נאך נישט איבער די וועלט
און וויאזוי פארשטייט דיין דעל בעל הבית?
שרייבעראלבערטגראדע הער איך אז די סיבה פארוואס מוהר"א מסאטמאר איז אצינד שטארק פארמישט אין די נושא אזש צו קומען צו התאחדות הרבנים זיצונג, איז צוליב דעם ווייל עס האט זיך געמאכט אז א קינד וואס ער האט גע'מל'ט אין קרית יואל האט באקומען הערפיס.
דו הערסט וואס דו וואלסט געקענט באשטיין
במציאות הדברים, יא ס'איז דא א קינד אין קרית יואל וואס איז געווען אין שפיטאל נאך א ברית (כ'ווייס נישט צו וועגן הערפיס אבער די דאקטורים האבן עס כמובן תולה געווען אויף דעם) דער מוהל איז גראדע נישט געווען מהר"א נאר א צווייטער, באלאנגט גראדע נישט צו צד מהר"א
אבער וואס האט מען דא צו רעדן פון פריוואטע מענטשן
מהר"א איז פארמישט אין דעם פונקט ווי אין אנדערע אידישקייטן זאכן וואס בארירן כלל ישראל, ווען ער וואלט נישט געווען פארמישט וואלסטו געקענט הייבן ברעמען פארוואס נישט, אדער ווען א צווייטער וואס איז קיינמאל נישט פארמישט און פלוצים יעצט יא קענסטו אויך פרעגן, אבער אזוי זע איך נישט די פליאה אז ער איז פארמישט
גראדע ווייס איך פון א פאל וואס באלאנגט יא צו צד מהר"א און ער איז געווען מוהל, וזיל גמור.
אפיציעלע מודעה פון ניו יארק סיטי איבער ברית מילה און מציצה בפה (אין אידיש).
<a class="postlink" href="http://www.nyc.gov/html/doh/downloads/pdf/notice/2012/amend-non-medical-circumcision.pdf">http://www.nyc.gov/html/doh/downloads/p ... cision.pdf</a>
דא איז דא א איבערזעצונג אין אידיש
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=16825&p=587313#p587313">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 13#p587313</a>

אלבערטגראדע ווייס איך פון א פאל וואס באלאנגט יא צו צד מהר"א און ער איז געווען מוהל, וזיל גמור.
אלבערטגראדע הער איך אז די סיבה פארוואס מוהר"א מסאטמאר איז אצינד שטארק פארמישט אין די נושא אזש צו קומען צו התאחדות הרבנים זיצונג, איז צוליב דעם ווייל עס האט זיך געמאכט אז א קינד וואס ער האט גע'מל'ט אין קרית יואל האט באקומען הערפיס.
טראכסט אז דא איז היידפארק און פראבירסט צו ספינענן?
לאמיר רעדן ווי ערוואקסענע, וואס איז דיין ציל? האלסט אז דו קענסט דא קאנווינסען דעם עולם אז עס איז אמת?
איך פרוביר קיינעם נישט צו קאנווינסן, איך ווייס א נאמען אויך. איך האב קעגן ר' אהרן גארנישט.
אלבערטאיך פרוביר קיינעם נישט צו קאנווינסן, איך ווייס א נאמען אויך. איך האב קעגן ר' אהרן גארנישט.
יא, דאס האב איך קלאר פארשטאנענן פון אנפאנג אז די ביסט גאר א אהרוני, און די האסט זיכער נישט פיינט ר' אהרן, דו פראבירסט פלעין עטליכע מאל צו דערציילען א מעשה וואס די ווייסט,
אבער אפשר ביסטע מיר פארט מסביר וואס די ווילסט דא, טראכסט אז דא איז היידפארק און פראבירסט צו ספינענן?
לאמיר רעדן ווי ערוואקסענע, וואס איז דיין ציל? האלסט אז דו קענסט דא קאנווינסען דעם עולם אז עס איז אמת?
מנשה פילאפף'ס באמבאסטישע ערקלערונג
די וואך אין זיין וועכענטליכע ארטיקל אין "די צייטונג", דערקלערט מנשה פילאף אז ער איז אין באזיץ פון "סטאטיסטיקס" איבער מציצה בפה פון "טויזענטער" יארן און "מיליאנען" מילות. און זיינע סטאטיסטיקס צייגן קלאר אז ס'האט נאך קיינמאל נישט געשאדט פארן רך הנימול.
אייניגע געדאנקן:
1) ווען וועלן מיר באקומען צוטריט צו די געהיימע דאקומענטן וועלכע שטיצן אונטער זיינע סטאטיסטיקס?
2) אין די גמרא (פופצען הונדערט יאר צוריק) ווערט נישט דערמאנט מציצה "בפה."
3) די גמרא וואס זאגט אז מציצה איז א רפואה ווייל ס'שלעפט ארויס די בלוט, דערמאנט נישט אז ס'ברויך זיין בפה.
4) דער אמת איז אז ס'איז ניטאמאל דא סטאטיסטיקס פון די לעצטערע יארן, פשוט ווייל ס'איז נישט דא קיין דאטא. איינע פון די זאכן וואס די העלט דעפארטמענט וויל איינפירן איז אז מ'זאל רעפארטן אויב אן אינפעקטעט פאציענט האט געהאט מציצה בפה, אזוי ארום וועט מען טאקע אנהייבן האלטן רעקארדס וועלכע וועלן קענען פארוואנדעלט אין סטאטיסטיקס.

מנשה פילאף טרומפייטערט אז א ריעל עסטעיט אדוואקאט האט אפגעווארפן די באריכטען פון די מעדעצינישע וועלט. די שאלה איז אויב הרב פילאף וואלט גענימען פערסקריפשאן מעדעצינען פון א טייטל אדוואקאט.
יואליש1) ווען וועלן מיר באקומען צוטריט צו די געהיימע דאקומענטן וועלכע שטיצן אונטער זיינע סטאטיסטיקס?
אלע דאקומענטן זענענן געהעריג אפן, גיי ארויס און דאס און קוק זיך אים כמעט יעדן איד וואס דו זעסט, יעדעס אינגל, יעדע בחור, יעדע אינגערמן, יעדער האט געהאט מציצה בפה דאס זענענן אלע דאקומענטן, און עס איז די שטערקסטע באווייז ווי סיי וואס, יעדער וואס עס איז נאר גרייט צו קיקען זעט די מציאות, אז מען מאכט זיך צו די אויגן זעט מען נישט,
ר' מנשה'ס צוגאנג ווייזט פשוט אויף א חסרון הבנה אינעם סיינעטיפישן מעטאד. נישט אז ער איז נישט גערעכט. ס'קען זיין אז אן אויספירליכע שטודיע וועט ווייזן אז די חשש איז א גאר קליינע. די פראבלעם איז אז אזא שטודיע קען נישט ווערן אויסגעפירט צוליב אונזער נישט-קאאפעראציע.
די אמת איז אז ווען מ'טראכט אריין דערין ווערט שווער א געוואלדיגע קושיא. וואס האבן מיר אזוי מורא פון א שטודיע? אויב זענען מיר אזוי זיכער אז מציצה בפה שאפט נישט קיין שום סכנה, נו, האמיר דאך נישט וואס מורא צו האבן פון די רעזולטאטן?

פריינדליךיואליש1) ווען וועלן מיר באקומען צוטריט צו די געהיימע דאקומענטן וועלכע שטיצן אונטער זיינע סטאטיסטיקס?
אלע דאקומענטן זענענן געהעריג אפן, גיי ארויס און דאס און קוק זיך אים כמעט יעדן איד וואס דו זעסט, יעדעס אינגל, יעדע בחור, יעדע אינגערמן, יעדער האט געהאט מציצה בפה דאס זענענן אלע דאקומענטן, און עס איז די שטערקסטע באווייז ווי סיי וואס, יעדער וואס עס איז נאר גרייט צו קיקען זעט די מציאות, אז מען מאכט זיך צו די אויגן זעט מען נישט,
פריינדליך, איך זאג דיר צו אז דו וואלסט נישט געגאנגען צו א דאקטאר וואס ניצט אזעלכע מעטאדן ווי דיר. די גאנצע סיבה פארוואס די היינטיגע מעדעצינישע וועלט האט מצליח געווען טויזענט מאל מער ווי די אמאליגע מעדעצינישע וועלט איז ווייל זיי האבן זיך אפגעלאזט פון דיין נארישע קאפ-אין-וואנט מהלך, און זיי האבן זיך גענומען צו די סייענטיפישע מעטאד.
זיי נישט ברוגז, אבער איך פארשטיי נישט וואס דו האסט מיר גענפערט,
איך ברענג דיר א 100% מציאות, און די קימסט מיט סייענטיפישע מעטאד, און די טראכסט נאך אז די ביסט גערעכט?
ווער און וואס קען מכחיש זיין א מציאות? קיינער!
איך ברענג דיר א 100% מציאות, און די קימסט מיט סייענטיפישע מעטאד, און די טראכסט נאך אז די ביסט גערעכט?
ווער און וואס קען מכחיש זיין א מציאות? קיינער!
פריינדליךזיי נישט ברוגז, אבער איך פארשטיי נישט וואס דו האסט מיר גענפערט,
איך ברענג דיר א 100% מציאות, און די קימסט מיט סייענטיפישע מעטאד, און די טראכסט נאך אז די ביסט גערעכט?
ווער און וואס קען מכחיש זיין א מציאות? קיינער!
וויאזוי ווייסטו וויפיל פון די מענטשן האבן באקומען הערפיס צוליב מצב"פ?
פריינדליך, היות אלעס איז אזוי קלאר, לאמיך דיר פרעגן א א שאלה כדי צו טעיסטן דיינע ברייטע ידיעות. כ'פרעג נישט א קאמפלעצירטע שאלה ווי וואס גענוי איז די אדער יענע קינד קראנק געווארן, וואראום פארדעם ברויך מען דאך זיין א מומחה. כ'פרעג, זאג מיר וויפיל קינדער ווערן האספיליטאזירט און די פיר אדער אכט וואכן פונעם ברית? כ'בין זיכער אז דו ווייסט די ענטפער. העמיר ווארטן.
פריינדליךזיי נישט ברוגז, אבער איך פארשטיי נישט וואס דו האסט מיר גענפערט,
איך ברענג דיר א 100% מציאות, און די קימסט מיט סייענטיפישע מעטאד, און די טראכסט נאך אז די ביסט גערעכט?
ווער און וואס קען מכחיש זיין א מציאות? קיינער!
בכלל מיסטי מיין פאונט. משנה פילאף זאגט "סטאטיסטיק". דאס איז "ס'איז מעשים בכל יום" איז נישט קיין סטאטיסטיק. ס'איז א שקר. צווייענס, וויאזוי קען ער וויסן וואס האט זיך אפגעטוהן אין טויזענטער יארן? דאס איז זיכער אז 50 פראצענט בעביס (אויב נישט מער) זענען געשטארבן אין די מיטל אלטער צוליב אלע מחלות. פון ווי ווייסט ער וויפיל זענען געשטארבן פון הערפיס צוליב מציצה בפה?
יידלוויאזוי ווייסטו וויפיל פון די מענטשן האבן באקומען הערפיס צוליב מצב"פ?
איך ווייס נישט, עס אינטערסירט מיר נישט, מער קינדער האבן באקימען זייטיגע פראבלעמען פון די אלע נידעלס וואס קליינע קינדער באקימען, און עכ"ז גיט מען עס ווייטער ווייל די פראצענט איז נישט גענוג גרויס צו מאכען א אישו דערפון,
אויב איך זעט טויזענטער טויזנעטער געזינטע מענטשן מאך ציציה בפה, איז עס א גרעסערע סוקסעס ווי סיי וואס
יואלישפריינדליך, היות אלעס איז אזוי קלאר, לאמיך דיר פרעגן א א שאלה כדי צו טעיסטן דיינע ברייטע ידיעות. כ'פרעג נישט א קאמפלעצירטע שאלה ווי וואס גענוי איז די אדער יענע קינד קראנק געווארן, וואראום פארדעם ברויך מען דאך זיין א מומחה. כ'פרעג, זאג מיר וויפיל קינדער ווערן האספיליטאזירט און די פיר אדער אכט וואכן פונעם ברית? כ'בין זיכער אז דו ווייסט די ענטפער. העמיר ווארטן.
וויפול קינדער עס זענענן שוין געשטארבן מחמת מילה דאס ווייסטו יא? דו ווייסט אז עס איז דא א הלכה פון מיתו אחיו מחמת מילה, אפשר ווילסטע איבער דעים אויך רעדן,
הו קעריס וופיל קינדער עס האבן געדארפט נעמען מעדעצין דערפאר, מער מענטשן זענענן שוין במשך הדורות געשטארבן נאכען מקיים זיין אנדערע מצוות, ווילסט מבטל זיין יענע מצוות?
פריינדליךיידלוויאזוי ווייסטו וויפיל פון די מענטשן האבן באקומען הערפיס צוליב מצב"פ?
איך ווייס נישט, עס אינטערסירט מיר נישט, מער קינדער האבן באקימען זייטיגע פראבלעמען פון די אלע נידעלס וואס קליינע קינדער באקימען, און עכ"ז גיט מען עס ווייטער ווייל די פראצענט איז נישט גענוג גרויס צו מאכען א אישו דערפון,
אויב איך זעט טויזענטער טויזנעטער געזינטע מענטשן מאך ציציה בפה, איז עס א גרעסערע סוקסעס ווי סיי וואס
יעצט זאגסטו עפעס אנדערש: ס'אינטערסירט דיך נישט קיין סטאטיסטיקס. דו קוקסט נישט אין שפיטאל אדער אין ביה"ח. דו קוקסט אין שול, און דארט איז אלעס זייער גיט. כ'הער דיין מהלך.
ס'איז אבער דא מאמעס וועם ס'אינטערעסירט יא.
יואלישפריינדליךזיי נישט ברוגז, אבער איך פארשטיי נישט וואס דו האסט מיר גענפערט,
איך ברענג דיר א 100% מציאות, און די קימסט מיט סייענטיפישע מעטאד, און די טראכסט נאך אז די ביסט גערעכט?
ווער און וואס קען מכחיש זיין א מציאות? קיינער!
בכלל מיסטי מיין פאונט. משנה פילאף זאגט "סטאטיסטיק". דאס איז "ס'איז מעשים בכל יום" איז נישט קיין סטאטיסטיק. ס'איז א שקר. צווייענס, וויאזוי קען ער וויסן וואס האט זיך אפגעטוהן אין טויזענטער יארן? דאס איז זיכער אז 50 פראצענט בעביס (אויב נישט מער) זענען געשטארבן אין די מיטל אלטער צוליב אלע מחלות. פון ווי ווייסט ער וויפיל זענען געשטארבן פון הערפיס צוליב מציצה בפה?
איר האט געקוואט א נישט ריכטיגע תגובה, גייט צוריק, קוואט די ריכטיגע תגובה דערנאך פרעגט וואס איר ווילט פרעגן, די תגובה וואס איר האט געקוואט באציעט זיך נישט צו אייער פוינט,
פריינדליךיואלישפריינדליך, היות אלעס איז אזוי קלאר, לאמיך דיר פרעגן א א שאלה כדי צו טעיסטן דיינע ברייטע ידיעות. כ'פרעג נישט א קאמפלעצירטע שאלה ווי וואס גענוי איז די אדער יענע קינד קראנק געווארן, וואראום פארדעם ברויך מען דאך זיין א מומחה. כ'פרעג, זאג מיר וויפיל קינדער ווערן האספיליטאזירט און די פיר אדער אכט וואכן פונעם ברית? כ'בין זיכער אז דו ווייסט די ענטפער. העמיר ווארטן.
וויפול קינדער עס זענענן שוין געשטארבן מחמת מילה דאס ווייסטו יא? דו ווייסט אז עס איז דא א הלכה פון מיתו אחיו מחמת מילה, אפשר ווילסטע איבער דעים אויך רעדן,
הו קעריס וופיל קינדער עס האבן געדארפט נעמען מעדעצין דערפאר, מער מענטשן זענענן שוין במשך הדורות געשטארבן נאכען מקיים זיין אנדערע מצוות, ווילסט מבטל זיין יענע מצוות?
יעצט איז בכלל נישט די רעדע פון מבטל זיין. סך הכל וויל מען מודיע זיין די מאמע איבער די ריסק, אזוי ווי מ'איז מודיע פאר יעדע מעדעצינישע פראצעדור. זאל די מאמע באשלוסן וואס זי וויל טוהן, היות ס'איז ממילא דא אויף וועם זיך צו פארלאזן. צווייטנעס וויל מען מוהלים זאלן נזהר זיין. ב"ה זייט די שטאטישע מערכה האט זיך אנגעהויבן זענען מוהלים סך מער נזהר (איינער מיט ברוינפן א צווייטער מיט מאוט וואש).
מנשה פילאף איז אומוויסענד? אדער ער זאגט ליגענט?
מנשה פילאף באשולדיגט די רעגירונג און פארשרייטן די עיטש איי ווי וויירוס דורך ערלויבן געי מעריזש. ער זאגט ס'איז דא "אומאפרעגבארע סטאטיסטיקס" אז די חוקי התועבה פארשפרייטן די וויירוס. דער אמת איז אז ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס ער רעדט! די מחלה ווערט פארשפרייט ווען מ'איז נישט צוגעבינדן צו איין שותף, אפגעזעהן צו געי אדער סטרעיט. אויב האט מען חתונה און מ'איז צוגעבינדן צו איין שותף זענען די שאנסן כמעט זעראו. סאו די חוקי התועבה "פארמיידן" דאס פארשפרייטונג פון די מחלות, און די פארשפרייטונג פון די מחלות בי איינער וואס בארדערט ארום איז פונקט אזוי ביי סטרעיטס ווי ביי געיס.
ביסט נישט גערעכט, גיי אויף גוגול וועסטע זען אז HIV און STD איז העכער ביי די מנוולים מושחתים, מילא ר מנשה פילאפ איז דערמיט יא גערעכט,
יואלישזאל די מאמע באשלוסן וואס זי וויל טוהן, היות ס'איז ממילא דא אויף וועם זיך צו פארלאזן.
דא קריכט מען שוין אריין און א העווי מחלוקה צווישען אלע רבנים אויף איין זייט, און בלאג שרייבער אויף די צווייטע זייט,
אלע רבנים - וואס לעבן היינט צוטאגס לאוי"ט - זאגען אז אין על מי לסמוך, און בלאג שייבער זאגען אז יא,
פארשטייט זיך אליינס אז ווען מען זעט ווער עס איז קעגן וועם, קען מען רואיג זאגען אז אין על מי לסמוך, און עס פארלאנגט זיך מסי"נ דערפאר,
אדרבה, קען איינער אהערברענגן א ליסטע פון רבנים - נישט ספרים - וואס האלטען אז מציציה בפה פעלט נישט אויס, {אויב עס איז דא אזוינע רבנים, דיינים זענענן אויך גוט}
פריינדליךביסט נישט גערעכט, גיי אויף גוגול וועסטע זען אז HIV און STD איז העכער ביי די מנוולים מושחתים, מילא ר מנשה פילאפ איז דערמיט יא גערעכט,
דו פארשטייסט נישט וואס די ליינסט אויף גוגעל און די מאכסט די זעלבע טעות ווי מנשה. ס'איז מער שייך ביי זיי ווייל ביז היינט - און נאך היינט אין רוב מקומות - האבן זיי נישט געקענט חתונה האבן, ממילא האבן זיי געהאט מערערע שותפים, מער פון חתונה געהאטע מענטשן. אבער ס'איז נישט די מעשה פאר זיך וואס ברענגט עס. פארשטיינען?
יידלר' מנשה'ס צוגאנג ווייזט פשוט אויף א חסרון הבנה אינעם סיינעטיפישן מעטאד. נישט אז ער איז נישט גערעכט. ס'קען זיין אז אן אויספירליכע שטודיע וועט ווייזן אז די חשש איז א גאר קליינע. די פראבלעם איז אז אזא שטודיע קען נישט ווערן אויסגעפירט צוליב אונזער נישט-קאאפעראציע.
די אמת איז אז ווען מ'טראכט אריין דערין ווערט שווער א געוואלדיגע קושיא. וואס האבן מיר אזוי מורא פון א שטודיע? אויב זענען מיר אזוי זיכער אז מציצה בפה שאפט נישט קיין שום סכנה, נו, האמיר דאך נישט וואס מורא צו האבן פון די רעזולטאטן?
לאמיר דיר פרעגען פאר אינטערסאנטקייט, נישט אז איך האלט אז עס מאכט אויס,
איינער האט פארלאנגט א שטודיע?
איינער האט פראבירט צו מאכען א שטודיע?
איינער האט געאפערט צו מאכען א שטודיע און מען האט געזאגט ניין?
אויב די ענטפער איז ניין, דאן זיי מוחל צו צירוק פון דיין באשולדינגען כלפי דעם חרידשען ציבור, אויב די ענטפער איז יא, פראביר צו געבן ווי מער דיטעלעס, ווער ווען וואס ווי, ייש"כ
יואלישפריינדליךביסט נישט גערעכט, גיי אויף גוגול וועסטע זען אז HIV און STD איז העכער ביי די מנוולים מושחתים, מילא ר מנשה פילאפ איז דערמיט יא גערעכט,
דו פארשטייסט נישט וואס די ליינסט אויף גוגעל און די מאכסט די זעלבע טעות ווי מנשה. ס'איז מער שייך ביי זיי ווייל ביז היינט - און נאך היינט אין רוב מקומות - האבן זיי נישט געקענט חתונה האבן, ממילא האבן זיי געהאט מערערע שותפים, מער פון חתונה געהאטע מענטשן. אבער ס'איז נישט די מעשה פאר זיך וואס ברענגט עס. פארשטיינען?
ניין,
ווייל דאס אז די האסט א הסבר אויף די מציאות פרעגט עס נישט אפ די מציאות, און אויב דאס איז די מציאות - אפגעזען פון דיין הסבר דערויף - דאן איז מנשה גערעכט, א מציאות איז א מציאות, פארשטאנענן!!
איך האב א ענטפער צו דיין הסבר פארוואס דיין הסבר איז נישט גערעכט, איך וויל אבער נישט מרחיב בדיבור זיין און יענע נושא משום הרחק מן הכיעור עס פעלט זיך נישט אויס פאר אונזער שמיעס דא,
יואלישדי קשיא איז נישט אויף די קלארע רייד פונעם חת"ס נאר אויף די אויבענאויף אומפארשטענדליכע רייד פונעם מהר"ם שיק און כ'האב שוין אויבן פרובירט מלמד זכות זיין אויפן מהר"ם שיק.
די מהר"ם שיק טאנצט פאר שמחה. מסתמא לאזט מען איהם שוין אריין אין די פרוזדור פון גן עדן, ווייל ענדליך איז איינער אין קאווע שטיבל שוין "מלמד זכות" אויף זיינע הייליגע דיבורים