☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #972
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

קלאר » מיטוואך יולי 25, 2012 5:08 pm

· #28531
blauvelt
קלאר
מ'דארף ווען עפנען א באזונדערע אשכול אין צימעס
איבער נידערמאן'ס פאלטשקייט איבער די מערכה פין מציצה בפה

are you childish do you really believe everything you read in the blatt come on grow up (btw dont believe the yid either


ניין איך גלייב נישט אלעס, נאר וואס כ'האב געזעהן
אבער כ'וויל נישט אריינגיין נאר אויס עס וועט זיין א אשכול אין צימעס
אין איך וועל האבען צייט דערצו

קלאר » מיטוואך יולי 25, 2012 5:11 pm

· #28532
וועם וויל די בלומבערג געפעלן מיטן שטערן מציצה?
וויל ער געפעלען פאר די כופרים, פארוואס דארף עס צו זיי יא צוקימען?
אדער וויל ער פשוט ציפוקסען די שות''מ?
וואס איז זיין אמת'ע ציהל דא

איך גלייב די לעצטע אז אים שטערט די געזינט פין די פריש געבוירענע קינדער

אריינגעטראכט » מיטוואך יולי 25, 2012 6:59 pm

· #28583
די פרעגסט ממש וואס דרוקט מיר שוין פון ווען אן די מערכה האט זיך אנגעהויבן
וואס וויל ער
וואס שטערט אים
ער איז נישט דער ערענסט באזארגטער מענטש

יידל » מיטוואך יולי 25, 2012 7:30 pm

· #28596
gehlungen
יידל
גאלד
דער צד השוה פון דיינע אלע משלים איז אז די אלע ריזיקעס נעמט מען אויפן אייגן חשבון, א ברית מילה איז אויפן חשבון פון א אומבאהאלפן פיצל קינד, און ווער ווייסט צו וועלן זיך נישט שטעלן,

פרוכט קענען פארשפרייטן קרענק צו אנדערע מענטשן. עלטערן קענען אונטערשרייבן אפאראציעס פון פיצלעך קינדער. ס'זעט נישט אויס אז זיי גייען זיך שטעלן דערויף עני טיים סון.

Can somebody tell me the mkor for mez-bpe???

די מקור איז אין די גמרא. עס איז דא אין תורה ומחשבה פארום אן אשכול "מציצה בפה להלכה".

אויס מענטש » מיטוואך יולי 25, 2012 9:23 pm

· #28652
בלומבערג טענהט ער האט געהאט מציצה בפה און עס האט אים גייסטיש געשאדט {סארקאסטיש}

real jew » דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:14 pm

· #29047
Did Hikind Perform 'Metzitzah B'peh' on his children?
Brooklyn State Assemblyman Dov Hikind says he's "frankly aghast" at Mayor Bloomberg's comments concerning a controversial circumcision under review by the city Health Department.

Hikind said Bloomberg's comments on metzitzah b'peh, in which the mohel performing a bris removes blood from the baby's circumcision wound by mouth, were insensitive and disrespectful.

"Orthodox Judaism isn't barbaric," said Hikind, an Orthodox Jew. "Who cares more about children than their own parents? There's no call for Mayor Bloomberg to speak disrespectfully to our community, to speak condescendingly about our cultural traditions."

"This issue is not about soda pop," Hikind added, getting in a swipe at the mayor's mission to limit sugary soda sales. "it's about religious tenets and it requires an extremely sensitive and respectful approach, not flip remarks that are insulting to an entire community."

Bloomberg said Tuesday that the practice of metzitzah b'peh, which is under review by the New York City Health Department and was the subject of a recent hearing, is potentially dangerous to newborns.

"There are certain practices that doctors say are not safe and we will not permit those practices to the extend that we can stop them," Bloomberg said. "You don't have a right to put any child's life in danger, and this clearly does."

Metzitzah b'peh came under harsh scrutiny after a Brooklyn infant died after contracting herpes through the ritual.

Asked about Hikind's criticism, a Health Department spokesperson told The Daily Politics, "There is no safe way to perform oral suction on any open wound in a newborn. To protect infant health, parents considering ritual Jewish circumcision need to know that circumcision should only be performed under sterile conditions, like any other procedures that create open cuts, whether by mohelim or medical professionals."

<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/blogs/dailypolitics/2012/07/hikind-aghast-at-mayors-circumcision-stance">http://www.nydailynews.com/blogs/dailyp ... ion-stance</a>

כאפצעם » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:05 pm

· #29056
Real Jew דעיס איז א אידישע וועב זייטל גענוג געוועהן !

real jew » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:45 pm

· #29073
can you read english?

real jew » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:45 pm

· #29075
כאפצעם
Real Jew דעיס איז א אידישע וועב זייטל גענוג געוועהן !


Can you read english?

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:00 pm

· #41506
די וואך איז ארויס ארויסגעקומען די בריוו אקעגען די וואס ווילען מבטל די הייליגע מצוה פון מציצה בפה געחתמעט דורך די חשובסטע אדמורי"ם ורבנים פון גרעטער ניו יארק, ווי אויך איז דא די חתימות פון גאב"ד לאנדאן און גאב"ד אנטוורפען

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:05 pm

· #41510
דאס איז די בריוו

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:21 pm

· #41519
א טיפיקעל הערשל קלאר/ברילל/זיכערמאן/צימערמאן קול קורא, געדריקט אין איד אפיס
שטינקט פין פאליטיק פין אינטען ביז אויבן

וועם ער מאכט אפ אז ער האט גענוג א ברייטע היט, מעג גיין ביי די אויבערשטע ליסט אין ווער נישט דארף גיין אינטען לפי סדר הא'ב'
אין ביי די אויבערשטע ליסט דארף מען האבען גענוג ??? צו קענען זיין קודם אין נאכדעם, עס האט נישט מיט קיין כפי סדר קבלתן אדער סדר הא'ב'

פארוואס זאל נישט ר' משה מאיר בריעף זיין פאר ר' זלמן לייב? האסט געטשעקט ווער עס איז א גרעסערע פוסק הדור?
פארוואס איז ר' חיים יושע ה''ש אבד''ק סאטמאר מאנסי אין ר' אברהם הערש וואזנער אבד''ק יטב לב, האסט זיי ביידע פארהערט? האסט געשטעקט ווער עס פירט א גרעסערע קהילה? אדער וועס עס האט א ברייטערע הויכע היט?
פארוואס איז ר' משה גרין אינטען פין די ערשטע ליסט? ווייל ער האט נישט קיין לאנג בארד? אדער ווייל ער האט א שטאפענע היט?
יעדע נאמען אין יעדע פלאץ ווי דער נאמען ליגט האט א חשבון

ווער רעדט נאך פין די חתימות, למשל ביי די זאליס וועט ער נעמען פין יעדן שמויגער אריינגערעכנט מנשה פילאפ, יצחק מאנדעל וכו' אין ביי קלויזענבורג האט ער ניטעמאל איין חתימה
אין אזוי ווייטער מיט יעדע קהילה רעכנט מען זיך אפ וויפיל דיינים מען ניצט
ער חלומ'ט אז לייגן חתימות אויפן קול קורא מאכט גרויס יענעם רב אדער דייין

בקיצור די האבען איין ציהל אין פארדעם קומט זיי גיט די מערכה

זארגט אייך נישט, זיי פירן נישט די מערכה, ווען יא איז אך אין וויי
זיי פירן בלויז זייער פאליטיק

נישט אימזינסט איז דער איד אפיס די די מכירה ראשית פונעם קול קורא - ה"קול קורא" באדיבות 'דער איד'

שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:24 pm

· #41521
איז גאלאנטא רב נישט אזוי גרויס ווי אבדק תולדות צבי ספינקא?

אוי ווי ס'שמעקט

אריין אין צימעס

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:29 pm

· #41525
שרייבער
איז גאלאנטא רב נישט אזוי גרויס ווי אבדק תולדות צבי ספינקא?

אוי ווי ס'שמעקט

אריין אין צימעס

פארוואס פין אלע ספינקא רבי'ס האט הערשל געגליכן בלויז ר' אייזיק? וואס טוט זיך מיט ר' יוסף מאיר?

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:32 pm

· #41531
רעג דיך נישט. די קול קורא איז ליידער נישט מעלה און נישט מוריד,
(קען זיין אז די חתימה פון מהר"א און נאך אדמורי"ם און אלע אנדערע דומ"ץ'ליך פון אנדערע קהלות וועלן זיין במודעה הבא...)

אינטערסאנט אז וויזשניצע רבי האט נישט אינטערגעשריבן און ניטאמאל זיינע קינדער בשמו.

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:43 pm

· #41538
קיינער רעגט זיך נישט

ווען די קארפען קעפ שפילן זייער פאליטיק אזוי צירוקגעבליבן אין אומדיפלאמטיש
די פראבלעם איז נאר אז אזוי באגראבען זיי יעדע מערכה

לגבי ר' אהרן, ער פערזענליך שרייבט נישט אינטער פאר זיי קיין שום קול קורא, אזווי אסאך קליגע אידן, אויב עפעס וועט ער געבן א בריוו פאר זיין קהילה (כמדומה אז אזא בריוו ליגט אויפן טיש)
רביה''ק מ'סאטמאר האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ''פאר א נער שרייבט מען נישט אינטער אפי' אויף די עשרת הדברות'', כ''ש בכגון דא

נאר פארוואס האבען זיי דאסמאל פארגעסן די נומבער פין ר' חיים יעקב טויבער? שטייט ער נישט אין די זעלבע ביזנעס דירעקטארי פין ר' יצחק שטיין?
אז זיי זענען אנגעקומען צו ר' יואל מארגענשטערן וויאזוי קען זיין אז זיי האבען נישט געקענט ריטשען די קראלי רב?

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:52 pm

· #41546
עס איז נאר אינטערסאנט ציצולייגן אז ביי די פרשה פין נחום ראזענבערג'ס קול קורא האט ער צוגעזאגט אז ער גייט נישט שפילן קיין שום פאליטיק מיט חתימות, טיטלון, פלעצער צילוב די נחיצות פין די מערכה, ווייל ער האט געוואלט אז יעדער זאל מיט אים מיטארבייטן
עס האט אנגעהאלטן ביז דאנערשטוג ווען דער איד איז ארויסגעקומען

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:51 pm

· #41580
קאהל איט זעהט אויס אז דער גאלאנטע רב האט עס נישט פארלאנגט בפירוש

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 6:21 pm

· #41586
אין דער בלאט איז טאקע דא אן עקסטערע בריוו פון כ"ק אדמו"ר (מהר"א) מ'סאטמאר שליט"א.

אויף דעם צענטראלן קול קורא זעה איך אז ס'פעלט רוב גרויסע אדמורי"ם ווי: ווישניץ-מאנסי, סקווירא, ראכמסטריווקא, באבוב (מהרב"צ), מונקאטש, דינוב, קראלי, ועוד,

קלאר » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 3:12 pm

· #41942
דער בריוו פין סאטמאר רבי ר' אהרן
שעפטל
אין דער בלאט איז טאקע דא אן עקסטערע בריוו פון כ"ק אדמו"ר (מהר"א) מ'סאטמאר שליט"א.

אויף דעם צענטראלן קול קורא זעה איך אז ס'פעלט רוב גרויסע אדמורי"ם ווי: ווישניץ-מאנסי, סקווירא, ראכמסטריווקא, באבוב (מהרב"צ), מונקאטש, דינוב, קראלי, ועוד,
📎 x9q2_MichtavKodeshMetzitza72.jpg

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 5:54 pm

· #42211
איך וויל נישט פארקריכן פונעם ענין, אבער איך האב שוין לאנג געטראכט, ווען איך זעה א קול-קורא אונטערגעשריבן מיט מערערע רבנים, האלט איך נישט אז ס'איז די רבנים וואס פארלאנגען דעם ענין,
עס איז בעיסיקלי א עסקן אדער א גרויס מויל-מאכער וואס באשליסט אפצושרייבן א שיינע נוסח, און גייט ארום מקבל זיין חתימות. וליתר שאת שרייבט מען "יתר החתימות עדיין מתקבלים".

ווען איך באשלוס עפעס שרייבן אדער פארלאנגען שרייב איך אליינס א בריוו, מיין נוסח, (העכסטנס בעט איך א פראפעשאנעל זאל מגיה זיין און משפר זיין דעם לשון), דאס איז "הקולמוס לשון הלב",
משא"כ א קול קורא מיט טויזענט רבנים, איז גארנישט אנדערש ווי מיר סיינען א פעטיציע פאר, למשל, רובאשקין. איך וויל טאקע אז ער זאל ארויסגיין פריי, אדער דעם פארלאנג האב איך נישט געשריבן, און מוז נישט רעפלעקטירן מיין חוות דעת 100%, ס'איז אפילו יתכן אז איך האב פשוט אדורכשפאצירט א געגנט וואו מען האט פארלאנגט פון יעדן דורכגייער אונטערצושרייבן.

כ'האף אז מיין פוינט איז גענוג קלאר, און וועט אנקומען צו די גרויסע עסקנים, ווייל איך בין שוין סיק-ענד-טייערד פון נייע באמבאסטישע קול קורא'ס יעדע חודש מיט טויזענט אונטערגעשריבענע רבנים וואס מאכט נאר די אויגן שווינדלען.

נ.ב. איך האב גארנישט אקעגן די מערכה פון מציצה בפה, מי אנכי אריינצושטעקן מיין קעפל בין ההרים הגבוהים והרמים, איך זאג נאר מיין שיטה איבער קול-קורא'ס אין דזשענעראל.

פיינע קאווע » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 7:55 pm

· #42250
דער קול קורא מיט די פארשטינקענע פאליטיק האט געהרגט די זאך
יעדער בר דעת זעהט אז דער ציהל איז נישט דער תוכן נאר דער מי בראש, יעדע ערנסטע מערכה ווערט באלד פארוואנדעלט אין א חאזעריי דורך די זעלבע בעלי מחלוקה. דערנאך איז א ווינדער אז קיינער קימערט זיך ניטאמאל

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:46 pm

· #42538
און "עמי" איז געווען א שמועס דערוועגן
רב בעלסקי שמועס אויך וועגן דעם חרם אויף גרויסע סאדע באטלעך
ס'זעהט אויס ווי א חסידישע מערכה צוזאמען מיט אפאר יחידים פון די ישיבישע חדר

אשכנ » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 4:31 pm

· #42717
קאווע טרינקער
און "עמי" איז געווען א שמועס דערוועגן
רב בעלסקי שמועס אויך וועגן דעם חרם אויף גרויסע סאדע באטלעך
ס'זעהט אויס ווי א חסידישע מערכה צוזאמען מיט אפאר יחידים פון די ישיבישע חדר


רב בעלסקי איז איינער פון די ישיבה'שער מוהלים וואס זענען מקפיד אויף מציצה בפה דוקא. אנדערע זענען מער מקיל.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:26 pm

· #43125
ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא

פריינדליך » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:10 pm

· #43193
שעפטל
ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא


די רבנים פון קאנדא זענענן שוין דא?

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:33 pm

· #43204
בילדער
📎 מציצה בפה3.jpg 📎 מציצה בפה2.jpg 📎 מציצה בפה1.jpg

לעמיל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:37 pm

· #43209
דעי מאל זיצט אדמו"ר מגאלאנטע צווישען אדמורי"ם מסאטמער צוליב דעים וואס אב"ד וויזניץ מאנסי איז און ארץ ישראל
יישר כח שעפטל פאר די בילדער

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:40 pm

· #43212
פריינדליך
שעפטל
ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא


די רבנים פון קאנדא זענענן שוין דא?

לעמיל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:47 pm

· #43216
היסטאריקער
פריינדליך
שעפטל
ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא


די רבנים פון קאנדא זענענן שוין דא?

??? זיי מסביר וואס דו ווילסט מיט די גרויסע ווערטער

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:52 pm

· #43219
לעמיל
היסטאריקער
פריינדליך
שעפטל
ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא


די רבנים פון קאנדא זענענן שוין דא?

??? זיי מסביר וואס דו ווילסט מיט די גרויסע ווערטער

that it doesn't say RABUNIM from Canada, it just say that the meeting was in the OFFICE of an organization named crc of usa & CANADA

is that simple?

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:54 pm

· #43221
דורך געפארן, כ'האב געזעהן ר חיים יעקב טויבער, דומ"ץ באבוב, ווארט פאר א קאר-סערוויס. כ'האב אים גע'אפערט א רייד, ער זאגט, כ'האב שוין גערופן א קאר.

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:15 pm

· #43230
קאווע טרינקער
דורך געפארן, כ'האב געזעהן ר חיים יעקב טויבער, דומ"ץ באבוב, ווארט פאר א קאר-סערוויס. כ'האב אים גע'אפערט א רייד, ער זאגט, כ'האב שוין גערופן א קאר.

ער וועט היינט נאכט ארויפקומען אויף קאווע שטיבל, וועט ער שוין וויסן ווער קאווע טרינקער איז, דער אינגערמאן וואס האט עם געאפערט א רייד.

NAVY SEAL » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:16 pm

· #43231
וואס דער בלומבערג האט דא אנגעדרייט? צאמגעברענגט צוויי ברודערס צוזאמען ביי איין טיש.... 😃

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:22 pm

· #43239
וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...

באמת » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:23 pm

· #43241
שעפטל
וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...

זעהט אויס האסט נישט גזעהן די גוט מארגן היינט

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:28 pm

· #43244
באמת
שעפטל
וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...

זעהט אויס האסט נישט גזעהן די גוט מארגן היינט

כ'האב יא געזעהן. אמער?

באמת » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:37 pm

· #43252
דא
📎 4-79d65e1efa.jpg

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:39 pm

· #43256
אבער רוב פון די רבנים ביים זיצונג האבן נישט אנגענומען וואס דער ראב"ד שליט"א שרייבט

(לאמיך סטאפן דא פאר דעס פליעט אריין אין צימעס)

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 6:23 pm

· #43270
דאס מאל איז נישטא קיין קליפ פונעם אסיפה?

גינות » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:48 pm

· #43415
כינוס מיוחד של גדולי ישראל בנושא גזירת מציצה בפה

גינות » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:48 pm

· #43417
וידאו ראשונה מאסיפת הרבנים בלשכת התאחדות הרבנים

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:04 am

· #43436
איך ווער דיפרעסט ווען איך זע ווער עז זענען די וואס בארזאגען דעם ציבור.
פארוואס איז נישט דא אפאר בעלי בתים לויערס וכד' ביי די מיטונגען, מענטשען וואס זענען אין טאטש מיט ריעלעטי?

פראפעסאר שפירא » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:35 am

· #43455
*
📎 convert.gif

פיינע קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:43 am

· #43496
נולד מאחר,
לויערס און בעה"ב זענען ביזי דערמיט אבער ביי רבנים אין שטוב, ביי די מיטינג זענען עפ"י רוב רבנים וואס זענען אויך מוהלים און האבן שוין דורך גערעדט מיט די לויערס די פרטים. יעצט קומט מען אויף הלכה למעשה פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט

דא האט איר א ווידיאו פון די אסיפה
<a class="postlink" href="http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/309-AsifasRabunimElul2-5772">http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/ ... Elul2-5772</a>

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:50 am

· #43498
רבש"ע....
מ'טאר נישט ארויסגעבן די ווידיאו'ס
ס'מאכט מיר מחשבות פון כפירה....
בשעת מהר"א רעדט, איז דער שר בית הזוהר פארנומען רעדן מיט מהר"א יונגערע ברודער..

מהר"א איז חושש אז אויב ס'קומט ארויס א פסק (פון בלומבערג) וועלען זיי דערנאך זיך פארלייגן אויף חליצה.... יא, די רבי נעבן אים האט אויך געכאפט די JOKE

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:44 am

· #43537
מענצער און גאלדבערגער זענען רבנים?
אדער זענען זיי געקומען מצד בלומבערג?

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:08 pm

· #43559
מהר"א מאכט מיר לאכן, זיין "אינאסענס" איז אזוי קיוט! מ'קען עס נישט אוועקנעמען פון אים. אבער דער גאלאנטער רב האט נישט קיין נערווען צו אים! (קוקט ביי 0:40)

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:11 pm

· #43561
איך האב באמערקט ווי איינע פון די פראמינענטע רבנים וואס האט געהאט דארט א ברודער און א נעפיו, איז די גאנצע צייט געזיצן שטיל (און זיך געביסן די נעגל פון צייט צו צייט).

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:20 pm

· #43564
מיינסט מהרז"ל? יא, ער האט נישט געהאט וואס צו זוכן דארט. ער האט צופיל קאמפלעקסן. ער איז נישט ווי זיין ברודער וואס רעדט און רעדט. (סתם בלא בלא בלא)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8