☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #972
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

בדחן » זונטאג מאי 5, 2013 7:08 pm

· #112120
און די עצות גייט פארמיידען די טעגליכע טויטליכע פאטאליטעטן וואס מוהלים מאכען?
און דאס גייט אויך פארמיידען אז איינס פון דריי אבר ברית זאל נישט נישט ווערן אינגאנצן אראפגעשניטען?

קענסט זאגען בקיצור וואס דו ווילסט? א וועד אויף וואס? איז דא פראבלעמן ביי מוהלים וואס דו ווייסט און קיינער ווייסט נישט??

שרייבער » זונטאג מאי 5, 2013 7:19 pm

· #112125
בדחן
און די עצות גייט פארמיידען די טעגליכע טויטליכע פאטאליטעטן וואס מוהלים מאכען?
און דאס גייט אויך פארמיידען אז איינס פון דריי אבר ברית זאל נישט נישט ווערן אינגאנצן אראפגעשניטען?

קענסט זאגען בקיצור וואס דו ווילסט? א וועד אויף וואס? איז דא פראבלעמן ביי מוהלים וואס דו ווייסט און קיינער ווייסט נישט??

אפשר מאכט מען א וועד וואס זאל איבערליינען תגובות פאר מען שיקט עס? נישט בייגעפאלען...??

איך ווייס נישט בדחן פארוואס דו אטאקירסט אים אזוי, למעשה זאגט ער עפעס ווערטער, ב"ה איך האב קיין פראבלעם מיט קיין מוהלים נישט געהאט, אבער איך האב גענוג חברים וואס האבן פעטערס שווערס וואס מוזן זיין מוהל, און ביי איינעם האט שוין דאס קינד שיעור אויסגעבלוטיגט, וואס דאן האט דער אינגערמאן באשלאסן מער קען איך נישט דעם פעטער
מ' זאל נישט וויסן וואס דאס מיינט אז מען האט א שווער אדער פעטער וואס האט זיך ממנה געווען אלס מוהל מומחה

בדחן » זונטאג מאי 5, 2013 7:26 pm

· #112128
ח"ו, איך אטעקיר אים נישט, בסך הכל העלף איך אים מיט זיינע חלומות, ווייל ער האט אהער געשטעלט א זייער - נישט ריכטיגע - שווארץ בילד איבער די מוהלים והמסתעף, האב איך אים געוואלט ארויס העלפן אז אויב מען גייט מען מיט חלומות דאן איז שוין בעסער צו גיין עד הסוף, און טראכטען כאילו יעדע אכטע קינד ענדיגט {ח"ו} אין איי סי יו צוליב מוהלת און ביי יעדע אנדערע קינד דארף מען סטישעס,

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:45 am

· #197691
דער פארווערטס אטאקירט דעם מעיאר דעבלאזיא היתכן ער נעמט נישט קעיר פון די אידישע עלטערן וואס פארלעצן דעם חתימת ה'קאנסענט, דער פארווערטס איז צוריק בתקפו מיט'ן העצן קעגן אידען צו פארשווערן זייער לעבן
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/162521/2014/04/25/new-york-ny-forward-slams-de-blasio-for-failing-to-respond-to-newspapers-mbp-policy-inquires/">http://www.vosizneias.com/162521/2014/0 ... -inquires/</a>




יעצט באמערקט אז אויף טייוועלט איז שוין זינט לעצטע וואך באריכטעט איבער די אטאקע פינעם פארווערטס. <a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=16825&start=875">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=875</a>
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8