וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
2551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8116
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
שלום עליכם, איך האב שוין לאנג נאכגעקוקט די וועטער באריכטען , עס פעלט אויס א מידיאראלאגיסט א היימעשע, איך נעם זיך אינטער איבערציגעבען די וועטער פאר די היימעשע געגענטען אין אויך ענטפערען פראגעס וועגען וועטער. איך וועל אנפאנגען מיט שרייבן א וועטער באריכט פאר ברוקלין , מאנרא, לעיקוואד אין מאנסי צוויי מאל א טאג . איך וועל אויך ארומרעדען די וועטער טעמע פון די וואך. דערווייל קענט איר זען די יעצטיגע וועטער פון מיין station אין בארא פארק מיט דעם לינק
<a class="postlink" href="http://www.wunderground.com/personal-weather-station/dashboard?ID=KNYNEWYO176">http://www.wunderground.com/personal-we ... NYNEWYO176</a>
וועטער באריכט דאנערשטיג אווענט
די וואך האט מען געזעהן אז ווינטער קען נאך דעליווערען ,אפילו דאס יאר וואס ביז יעצטיגע איז נישט געווען צו קאלט אדער שנייעדיג. דער טעמפריטארס זענען געפאלען צי 8 אין בארא פארק, 7 אין לעקוואוד , 3 אין מאנסי אין 0 אין מאנרא. למעשה איז היינט געווען אביסעל בעסער אבער נאך אלס ווינטיג אין קאלט.
היינט נאכט וועט א שוואכער שטורם אן alberta clipper זוך צאמשטעלען מיט א arctic cold front אין ברענגען א לייכטע שניי אין סך הכל וועט נישט זיין מער ווי א פאר אינטשס מיט די מערסטע דאס מאל אין מאנסי אין מאנרא. פרייטאג נאכמיטאג ווערט שנעל ווערען א סאך קאלטער אין עס וועט זיין א שטארק קאלטער שבת. אויף נעקסטע וואך זעהט דערווייל אויס אז עס ווערט מער נארמאל קאלט אבער עס קען זיין שניי ,אייז ,אין רעגען
אויף מאנטיג-מיטוואך עס איז נאך צו פרי צו וויסען מער פרטים. אבער לייגט נישט אוועק די מאנטלען אדער snowshovels.
וועטער ברוקלין -
דאנערשטיג נאכט - פארוואלקענט מיט מעגליך א לייכטע שניי נאך 5 אזייגער. Temp 17
פרייטאג- א לייכטע שניי מעגליך ארום 1 אינטש , 35 ארום מיטאג אבער עס וועט ווערען ווינטיג אין קאלטער נאךמיטאג.
פרייטאג נאכט-קלאר , קאלט אין ווינטיג ,temp 15. Windchills 0
שבת-זיניג אבער קאלט temp 25,windchills 15.
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 18
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 35
מאנטיג - שניי, אייז , אינדערפרי דערנאך מעגליך רעגען אין די 30s .
וועטער לעקוואוד -
דאנערשטיג נאכט - פארוואלקענט אין קאלט .Temp 12
פרייטאג- א לייכטע שניי מעגליך וויניגער ווי 1 אינטש ,38 ארום מיטאג אבער עס וועט ווערען ווינטיג אין קאלטער נאך מיטאג.
פרייטאג נאכט-קלאר , קאלט אין ווינטיג -temp 10 . Windchills 0
שבת-זיניג אבער קאלט temp 25,windchills 15.
מוצאי שבת- קלאר , קאלט. 12 דעגריז
זינטאג- טיילווייז זיניג , 38 .
מאנטיג - שניי, אייז , אינדערפרי דערנאך מעגליך רעגען אין די 30s.
וועטער מאנסי -
דאנערשטיג נאכט - פארוואלקענט מיט מעגליך א לייכטע שניי נאך 2 אזייגער. 12 דעגריז
פרייטאג- א לייכטע שניי מעגליך ארום 1 אינטש ביז 2 , 32 ארום מיטאג אבער עס וועט ווערען ווינטיג אין קאלטער נאךמיטאג.
פרייטאג נאכט-קלאר , קאלט אין ווינטיג ,temp 10. Windchills -5
שבת-זיניג אבער קאלט temp 22,windchills 10.
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 10
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 32
מאנטיג - שניי, אייז , 30-35 .
ועטער מאנרא -
דאנערשטיג נאכט - פארוואלקענט מיט מעגליך א לייכטע שניי נאך 2 אזייגער. 8 דעגריז
פרייטאג- א לייכטע שניי מעגליך ארום 1 אינטש ביז 2 , 28 ארום מיטאג אבער עס וועט ווערען ווינטיג אין קאלטער נאךמיטאג.
פרייטאג נאכט-קלאר , קאלט אין ווינטיג ,temp 5. Windchills -10
שבת-זיניג אבער קאלט temp 19,windchills 8.
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 8-10
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 29
מאנטיג - שניי, אייז , 30-32 .
דאנק.
יהא בואכם לברכה, מיט די קלארע באריכטן וועט שוין נישט זיין קיין תירוצים צו באזוכן דעם סייט שאין רוח חכמים נוחה הימנו.
פרייטאג וועטער באריכט
א גיטען ערב שבת, נאך א קאלטען אין ווינטיג נאכט קומט א שנעלע ליין פון שניי (snowshowers) אדורך עס רוקט זיך אריין אין ברוקלין ארום 6:45-7:00 אזייגער עס האט זיך אסאך אנגעווארעמט איבערנאכט אבער די הויכע 20s איז נאך קאלט געניג אז דער שניי וועט קלעבען. די שניי וועט זיין פאראיבער ביי 10 אזייגער אין די זין וועט ארויסקומען מיט פרישע שטארקע ווינטען אין קעלט נאכמיטאג.
פרייטאג אפדעט 6:30.
וועטער ברוקלין -26 יעצט.
פרייטאג-שניי אינדערפרי מעגליך ארום 1 אינטש , 35 ארום מיטאג אבער עס וועט ווערען ווינטיג אין קאלטער נאך מיטאג.
פרייטאג נאכט-קלאר , קאלט אין ווינטיג ,temp 15. Windchills 0
שבת-זיניג אבער קאלט temp 22,windchills 10.
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 18
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 35
מאנטיג - שניי, אין רעגען , אינדערפרי דערנאך מעגליך רעגען,38.
דינסטאג-זיניג, קעלטער 28.
וועטער לעקוואוד -25 יעצט
פרייטאג- א לייכטע שניי ווייניגער ווי 1 אינטש ,36 ארום מיטאג אבער עס וועט ווערען ווינטיג אין קאלטער נאך מיטאג.
פרייטאג נאכט-קלאר , קאלט אין ווינטיג -temp 10 . Windchills 0
שבת-זיניג אבער קאלט temp 23,windchills 10.
מוצאי שבת- קלאר , קאלט. 9 דעגריז
זינטאג- טיילווייז זיניג , 37 .
מאנטיג - שניי, אייז , אין רעגען אינדערפרי דערנאך רעגען 38.
דינסטאג-מעגליך אביסעל שניי אינדערפרי דערנאך פארוואלקענט, 32.
וועטער מאנסי-יעצט 23.
פרייטאג- א לייכטע שניי ארום 1 אינטש , 30 ארום מיטאג אבער עס וועט ווערען ווינטיג אין קאלטער נאךמיטאג.
פרייטאג נאכט-קלאר , קאלט אין ווינטיג ,temp 10. Windchills -5
שבת-זיניג אבער קאלט temp 20,windchills 5.
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 10
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 32
מאנטיג - שניי, אייז , 30-35 .
דינסטאג-זיניג , קאלט 26.
וועטער מאנרא יעצט -15 עס שנייעט .
פרייטאג- שניי אינדערפרי ארום 1 אינטש ביז 2 , 26 ארום מיטאג אבער עס וועט ווערען ווינטיג אין קאלטער נאךמיטאג.
פרייטאג נאכט-קלאר , קאלט אין ווינטיג ,temp 5. Windchills -10
שבת-זיניג אבער קאלט temp 18,windchills 8.
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 8
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 29
מאנטיג - שניי, אייז , 30-32 .
דינסטאג- זיניג אין קאלט, 22.
א גיט שבת .
שניי פרייטאג amounts
א שניי איז געפאלען היינט ציפרי די אפיציעלע amounts זענען געווען :
ברוקלין - 1.5-2 אינטשעס
קרית יואל- 1.2 אינטשעס
סענטראל פארק 1.3 אינטשעס
אירמאנט (מאנסי) 1.0 אינטשעס
לעיקוואוד-0.5 אינטשעס
די העכסטע איז געווען אין קווינס אין אויך וועסטשעסער קאינטי מיט 2.5 אינטשעס .
עס איז געווען אביסעל מער ווי פארגעזעהן אין די נאו יארק סיטי area.
עס איז געפאלען שטארק אין שנעל איבער א שעה צוויי אין אויך דורכאויס rush hour. עס האט געכאפט דער שטאט ביי סורפרייז אין עס זענען געווען אסאך עקסידענטס אין שווערער טרעפיק.
יעצט גייט זיין א בריעק ביז מאנטיג מיט קאלטע אבער טריקענע וועטער. עס זעט אויס אז דער נעקסטער שטורם וועט זיין אייז אדער רעגען אין די שטאט אין לעיקוואוד, שניי אין אייז מאנסי אין מאנרא. מער פרטים אי״ה נאך שבת. איך ווער פרובירען צי געבען טעגליכע וועטער אפדעטס אין forecasts כאטש איינמאל א טאג ,אין מער אויב עס פארלאנגט.
א גוט שבת.
מוצאי שבת וועטער באריכט
א גוט וואך, נאך א קאלטען שבת, גייען מיר אריין אין א נייע וואך. וואס האט אויסגעזעהן פריער ווי א שנייעדיג, רעגענדיגע וואך , לויט דער נייער וועטער מאדעלס זעט אויס אז רוב וואך וועט זיין מער זיניג אין מער געווענטליך קאלט. די פראנט וואס געווענטליך ארבייט ווי א railroad track , וואס די שטורמען לויפען ארויף נעבען דעם וועט בלייבען ווייט צי אינזער סאוט (south) אין למעשה וועט דאס מיינען אז מיר וועלען בלייבען אין א קאלטען אין טרוקענען וועטער. די יוצא מן הכלל וועט זיין א שטורם וועט אדורכקומען זינטאג נאכט אין מאנטאג, די קאלטער לופט וועט דערווייל זיך נאכלאזען ספעציעל אין די סיטי אין לעקוואוד אין אפילו אין מאנסי אין מאנרא שפעטער מאנטאג. עס וועט אנפאנגען ווי אביסעל שניי אדער אייז אין ברוקלין אין לעיקוואד אין טוישען אויף רעגען מאנטיג צופרי, אין מאנסי אין נאכמער אין מאנרא וועט זיין מער שניי מיט א פאר אינטשעס מעגליך פאר עס גייט אריבער אויף רעגען, אין דעם ערגסטען פאל קען זיין פריזינג רעגען (freezing rain) מאנטיג אינדערפרי, איך וועל אייך האלטען אפדעטיט.
וועטער ברוקלין
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 16
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 37
זינטאג נאכט-פארוואלקענט שניי אדער אייז מעגליך נאך 3 אזייגער, 32 temp.
מאנטיג - שניי, אייז , אינדערפרי , רעגען שפעטער , ווארעמער ארום 38 .
מאנטיג נאכט - רעגען קען ענדיגען ווי א אביסעל שניי , קעלטער, 28.
דינסטאג- זיניג אין קאלט , 30.
מיטוואך-שבת , זיניג ,קאלט, 30s ביי טאג, 20s ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 10
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 37
זינטאג נאכט-פארוואלקענט רעגען אדער אייז מעגליך נאך 12 אזייגער, 32 temp.
מאנטיג - , אייז , אינדערפרי , רעגען שפעטער , ווארעמער ארום 40 .
מאנטיג נאכט - רעגען ענדיגט זיך , קעלטער, 28.
דינסטאג- זיניג אין קאלט , 32.
מיטוואך-שבת , זיניג ,קאלט, 30s ביי טאג, 20s ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 12
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 35
זינטאג נאכט-פארוואלקענט שניי,אייז ,פריזינג רעגען מעגליך נאך 3 אזייגער, 28 temp.
מאנטיג - שניי, אייז ,פריזינג רעגען , קען זיין 1-2 אינטשעס , רעגען נאכמיטאג , ווארעמער ארום 35 .
מאנטיג נאכט - רעגען קען ענדיגען ווי א אביסעל שניי , קעלטער, 22.
דינסטאג- זיניג אין קאלט , 24.
מיטוואך-שבת , זיניג ,קאלט, 28-34 ביי טאג, 17-23 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
מוצאי שבת- קלאר , קאלט temp 5
זינטאג- טיילווייז זיניג , temp 30
זינטאג נאכט-פארוואלקענט שניי,אייז ,פריזינג רעגען מעגליך נאך 3 אזייגער, 26 temp.
מאנטיג - שניי, אייז ,פריזינג רעגען , קען זיין 1-2 אינטשעס , רעגען אדער אייז נאכמיטאג , ווארעמער ארום 35 .
מאנטיג נאכט - רעגען קען ענדיגען ווי א אביסעל שניי , קעלטער, 18.
דינסטאג- זיניג אין קאלט ,22.
מיטוואך-שבת , זיניג ,קאלט, -20s ביי טאג, 10-20 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט זינטאג אווענט אי״ה. א גיטען וואך.
ווינטער וועטער מארגען אינדערפרי
זעט די גרעפיק פאר מעגליכע צייט פון גליטשיג אייז וועטער מארגען אינדערפרי.
📎 image.jpg
זינטאג אווענט וועטער באריכט
א גוטן אווענט,
נאך א שיינעם מער מילדען זונטאג, זעהט אויס אז דער וועטער וועט ווערן מער קאמפליצירט שפעט ביינאכט און מארגען צופרי. עס איז שווער צי וויסן פינקטליך אויב דער שטאט וועט ליידן פין אייז אדער פריזינג רעגן. (freezing rain). אויף איין זייט איז געווארען אביסעל ווארעמער ווי גערעכנט, אין די ווינטען היינט באנאכט וועלען זיין פין די southwest וואס געווענטליך לאזט דאס נישט די טעמפרעטשור פאלען צי סאך, וואס קען אבער געשעהן איז ווען די רעגען אדער שניי פאנגט זיך אהן פאלט דער טעמפרעטשור אביסעל אין דער ערד איז נאך גאנץ קאלט. יעצט וואלט איך געזאגט אז אין ליעקוואוד אין אינעם שטאט וועט מען נישט זעהן מער ווי א רעגען וועס קען זיך אנטפאנגען ווי אביסעל אייז, אין עס וועט נישט אנמאכען פראבלעמען. אין מאנסי אין מאנרא וועט זיין מער פראבלאמאטיש מיט שניי אין אייז וואס וועט ציביסליך זיך טוישען צי סתם רעגען מאנטיג נאכמיטאג.
פאר די קומענדיגער וואך זעהט נאך אויס טריקען אין נארמאל קאלט, אבער עס וועט ווערען אביסעל מילדער יעדען טאג. א שטורם וועט דורכגיין צו אינזער south אין עס זעהט אויס דערווייל ווי עס וועט נישט ברענגען שניי ביז דער שטאט. לאיקוואוד האט א בעסערע טשאנס צי זעהן אביסעל שניי ארום מיטוואך. דאס קען זיך טוישען ,אין איך וועל אי״ה אפדעיטען ווען נוטיג.
וועטער ברוקלין
זינטאג נאכט-פארוואלקענט , אייז מעגליך נאך 3 אזייגער, 32 temp.
מאנטיג - רעגען אין אייז , אינדערפרי , רעגען שפעטער , ווארעמער ארום 42 .
מאנטיג נאכט - רעגען ענדיגט זיך , קעלטער, 28.
דינסטאג- זיניג אין קאלט , 32.
מיטוואך-שבת , זיניג ,קאלט, 30s ביי טאג, 20s ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
זינטאג נאכט-פארוואלקענט רעגען אדער אביסעל אייז מעגליך נאך 12 אזייגער, 32 temp.
מאנטיג - רעגען , ווארעמער ארום 42 .
מאנטיג נאכט - רעגען ענדיגט זיך , קעלטער, 28.
דינסטאג- זיניג אין קאלט , 32.
מיטוואך-דאנערשטיג , פארוואלקענט אביסעל שניי מעגליך (30% chance),קאלט- 30s ביי טאג, 20s ביי נאכט.
פרייטאג -שבת- זיניג , קאלט 35-40 בייטאג, 22-27 באנאכט.
וועטער מאנסי -
זינטאג נאכט-פארוואלקענט שניי,אייז ,פריזינג רעגען מעגליך נאך 3 אזייגער, 28 temp.
מאנטיג - שניי, אייז ,פריזינג רעגען , קען זיין -1 אינטש שניי אין אייז , רעגען נאכמיטאג , ווארעמער ארום 37 .
מאנטיג נאכט - רעגען קען ענדיגען ווי א אביסעל אייז,שניי , קעלטער, 22.
דינסטאג- זיניג אין קאלט , 29.
מיטוואך-שבת , זיניג ,קאלט, 28-34 ביי טאג, 17-23 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
זינטאג נאכט-פארוואלקענט שניי,אייז ,פריזינג רעגען מעגליך נאך 2 אזייגער, 25 temp.
מאנטיג - שניי, אייז ,פריזינג רעגען , קען זיין 1-2 אינטשעס , רעגען אדער אייז נאכמיטאג , ווארעמער ארום 35 .
מאנטיג נאכט - רעגען קען ענדיגען ווי א אביסעל שניי אדער אייז, קעלטער, 20.
דינסטאג- זיניג אין קאלט ,25.
מיטוואך-שבת , זיניג ,קאלט, 25-30 ביי טאג, 10-20 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט מאנטאג אווענט אי״ה.
📎 image.jpg 📎 image.jpg
מאנטאג אווענט- וועטער באריכט
א גיטען אווענט, עס איז געווען א רעגענדיגע טאג אין עס איז געווען אביסעל אייז אין מאנרא אין מאנסי היינט ציפרי ,אבער עס וועט זיך אויסטרוקענען היינט ביינאכט אין ווערען קעלטער. מיט די קעלטערער לופט איז דא א קליינער טשאנס א פאר שניי showers אדער flurries אפילו אין שטאט. דערנאך וועט מען אריינגיין אין א נייער טריקענען ליפט מאסע. עס וועט זיין זיניג אין קאלט דינסטאג אין מיטוואך אבער נאכדעם ביז סוף וואך וועט מילדער א יעדען טאג.
וועטער ברוקלין
מאנטיג נאכט - רעגען ענדיגט זיך , אביסעל שניי מעגליך שפעט , דערנאך קלאר אין קעלטער, 27.
דינסטאג- זיניג אין קאלט ,ווינטיג, 30.
דינסטאג נאכט- קלאר, שטארק קאלט 18, ווינטיג.
מיטוואך-זיניג אין קאלט ,30.
דאנערשטאג-שבת , זיניג ,קאלט, 30s ביי טאג, 20s ביי נאכט.
זינטאג-מאנטאג, זיניג , מילדער, 40s ביי טאג, 30s ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
מאנטיג נאכט - רעגען ענדיגט זיך , דערנאך קלאר אין קעלטער, 27.
דינסטאג- זיניג אין קאלט ,ווינטיג, 32.
דינסטאג נאכט- קלאר, שטארק קאלט 18, ווינטיג.
מיטוואך-זיניג אין קאלט ,35.
דאנערשטאג-שבת , זיניג ,קאלט,הויכע 30s ביי טאג, 20s ביי נאכט.
זינטאג-מאנטאג, זיניג , מילדער, 40s ביי טאג, ארום 30 ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
מאנטיג נאכט - רעגען ענדיגט זיך , אביסעל שניי מעגליך שפעט , דערנאך קלאר אין קעלטער, 22.
דינסטאג- זיניג אין קאלט ,ווינטיג, 24.
דינסטאג נאכט- קלאר, שטארק קאלט, 10, ווינטיג.
מיטוואך-זיניג אין קאלט ,26.
דאנערשטאג-שבת , זיניג ,קאלט,ארום 35 ביי טאג, ארום 20 ביי נאכט.
זינטאג-מאנטאג, זיניג , מילדער,40-45 ביי טאג, 25-30 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
מאנטיג נאכט - רעגען ענדיגט זיך , אביסעל שניי מעגליך שפעט , דערנאך קלאר אין קעלטער, 18.
דינסטאג- זיניג אין קאלט ,ווינטיג, 22.
דינסטאג נאכט- קלאר, שטארק קאלט, 5, ווינטיג.
מיטוואך-זיניג אין קאלט ,25.
דאנערשטאג-שבת , זיניג ,קאלט,ארום 32 ביי טאג, ארום 18 ביי נאכט.
זינטאג-מאנטאג, זיניג , מילדער,ארום 35-40-ביי טאג, 20-25 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט דינסטאג אווענט אי״ה.
📎 image.jpg
Cold front and possible snowshowers
דא זעהט איר דער cold front, מיט קעלטערע לופט קענט איר זעהן די snowshowers וואס קענען אדורכגיין דער שטאט אין אפאר שעה.
📎 image.jpg
גוטע איידיע צו מאכן א נייע אשכול לכבודו. מען וואלט עס געקענט א קעפל געבן קש''מ וועטער ביורא (ק'אווע ש'טיבל מ'יטיעראלאדזשיסט)
איך קען מיך נישט אויס מיטען מאכען אוואטארס, טאמער איינער קען עפעס צאמשטעלען וואט איך עס אריינגעלייגט אין מיין פראפייל.
וועטערבאריכטאיך קען מיך נישט אויס מיטען מאכען אוואטארס, טאמער איינער קען עפעס צאמשטעלען וואט איך עס אריינגעלייגט אין מיין פראפייל.
ווי איז
@יין שרף ווען מען דארף אים??
בשבילי!📎 3098983_G.jpg
א יישר כח עס פיט אבער נישט אריין אן אוואטאר דארף זיין אינטער 90x90 pixels, איך האב עפעס צאמגעלייגט דערווייל.
דיינע איז גאר גוט.
וועטערבאריכטעס איז געווען אביסעל אייז אין מאנרא אין מאנסי היינט ציפרי
מער ווי אביסל אייז געווען.
דוד בערוועטערבאריכטעס איז געווען אביסעל אייז אין מאנרא אין מאנסי היינט ציפרי
מער ווי אביסל אייז געווען.
איך הער וואס די זאגסט, ווען עס קומט צי אייז נעמט עס נישט קיין סאך אנצומאכען פראבלעמען, זעה דער ריפארט:
Local Storm Report
01/12/2015 1015 am
Florida, Orange County.
Freezing rain u0.00 inch, reported by broadcast media.
*** 1 fatal *** automobile accident due to icy roads on Route 94 east of Rick way.
אבער געווענטליך מעסט מען די ביי א 1/16, 1/4 אינטש , לאמיר זאגען מער ווי א 1/4 אינטש איז ערענסט, עס ברענגט אראפ עלעקטריק ווייערס וכו׳ לגבי דעם איז נעכטען נישט געווען מער פין אביסעל אייז.
וועטער- ווי אזוי ארבייט עס ?חלק א׳
ציזאמען מיט די געווענטליכע וועטער באריכט וועל איך אי״ה אויך פרובירען צי באשרייבען וועטער אין קליימאט כאטש איינמאל א וואך.
דא האט איהר די ערשטער שטיקעל- storm tracks.
דאס ווינטער איז דער סדר דערווייל געווען וואס קאלטע טריקענע לופט טוישט זיך אויף מיט נאסע אין ווארעמער שטורמען. געווענטליך איינמאל מען פאלט אריין אין אזא ווינטער בלייבט עס אזוי. דאס האט ציטוהן מיט א זאך וואס הייסט א long range weather pattern. געווענטליך ארבייט עס מיט א trough וואס דאס אנטהאלט קילער אדער קאלטע לופט אין א ridge וואס דאס ברענגט ווארעמער וועטער. ציווישען די ביידע איז דא א טייך פין שטארקע שנעלע ווינטען וואס מען רופט די jet stream. זעה די ערשטע בילד באהאפטען צי דעם פאסט. די שטורמען (winterstorms) פארעמען זיך געווענטליך לעבען די jet stream לופט בעלט אין רוקען זיך פין מערב ביז מזרח אריבער די U.S .
עס איז דא א כלל אויב א שטורם פארט north אדער west פין דיין לאקאל זע צווייטער בילד (לייכטע בלוי אדער גרינער קאליר ), ברענג עס מיט זיך ווארעמער ווינטען ,אין לעבען דער שטאט וואס אזעלעכע ווינטען בלאזען פין אטלאנטיק ים איז כמעט 90 פערצענט אז עס טוישט אויף רעגען. אפילו טיפער אינלאנד ווי מאנסי אדער מאנרא ווערט געניג ווארעמע לופט אריינגעשלעפט צי טוישען שניי אויף אייז אדער רעגען. אזעלעכע שטורם רופט מען inland runners אדער cutters . אויב אבער א שטורם פארט דרום אין צי אינזער מזרח (שטארק בלוי אדער פערפעל) דעמאלטס איז שוין א גאנץ אנדערע מעשה אין געווענטליך בלייבט עס א קאלטען שנייעדיגער שטורם. דאס רופט מען coastals, noreasters, אויב אבער דער שטורם גייט אסאך ווייטער מזרח אדער דרום פינעם לאקאל ענדיגט זיך מיט קאלטע קלארע וועטער אבער עס הייסט out to sea , a miss .
געווענטליך , איינמאל עס ווערט א storm track אין א ווינטער season האלט זיך שוין דער טרעק פאר רוב ווינטער.
נעקטער וואך וועל איך מסביר זיין וויאזוי high pressure אין north antlantic blocking קען טוישען די טרעק אדער ווינטער pattern
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
דינסטאג אווענט וועטער באריכט
א גיטען אווענט, עס איז געווען א א קאלטער טאג אין עס ווערט ווערען נאך קעלטער , א שטורם וועט אדוירכגייען ווייט צי אינזער south ,אבער דאס קען ברענגען אביסעל שניי אין לעיקוואוד אין אפשר flurries אין ברוקלין מארגען. דערנאך וועט ווערען מילדער אין זיניג פאר שבת - זינטאג אין דער אנטפאנג פין נעקסטער וואך. אביסעל רעגען איז מעגליך ארום מאנטיג.
וועטער ברוקלין
דינסטאג נאכט- קלאר, דערנאך פארוואלקענט, שטארק קאלט 18, ווינטיג.
מיטוואך-פארוואלקענט, flurries מעגליך , קאלט ,30.
מיטוואך נאכט- פארוואלקענט, קאלט 25.
דאנערשטאג-זיניג, קאלט , 32.
פרייטאג-שבת , זיניג ,קאלט 32-37 ביי טאג, 30 - 25 ביי נאכט.
זינטאג-דינסטאג, זיניג , מילדער, 38-44 ביי טאג , 28-33 ביי נאכט.(ווארעמסטער טאג זינטאג)
וועטער לעקוואוד -
דינסטאג נאכט- קלאר, דערנאך פארוואלקענט, שטארק קאלט 20, ווינטיג.
מיטוואך-פארוואלקענט, מעגליך לייכטע שניי , קאלט ,32.
מיטוואך נאכט- פארוואלקענט, קאלט 22.
דאנערשטאג-זיניג, קאלט , 38.
פרייטאג-שבת , זיניג ,קאלט 35-40 ביי טאג, 30 - 25 ביי נאכט.
זינטאג-דינסטאג, זיניג , מילדער, 38-48 ביי טאג , 25-35 ביי נאכט.(ווארעמסטער טאג זינטאג)
וועטער מאנסי -
דינסטאג נאכט- קלאר, דערנאך אביסעל פארוואלקענט, שטארק קאלט 10, ווינטיג.
מיטוואך- רוב פארוואלקענט, קאלט ,26.
מיטוואך נאכט- פארוואלקענט, flurries מעגליך ,קאלט ,16.
דאנערשטאג-זיניג, קאלט , 28.
פרייטאג-שבת , זיניג ,קאלט 29-32 ביי טאג, 25 - 15 ביי נאכט.
זינטאג-דינסטאג, זיניג , מילדער, 35-42 ביי טאג , 20-25 ביי נאכט.(ווארעמסטער טאג זינטאג)
וועטער מאנרא -
דינסטאג נאכט- קלאר, דערנאך אביסעל פארוואלקענט, שטארק קאלט, ארום 5, ווינטיג.
מיטוואך- טיילווייס פארוואלקענט, קאלט ,25.
מיטוואך נאכט- רוב פארוואלקענט, flurries מעגליך ,קאלט ,10.
דאנערשטאג-זיניג, קאלט , 28.
פרייטאג-שבת , זיניג ,קאלט 28-32 ביי טאג, 22 - 15 ביי נאכט.
זינטאג-דינסטאג, זיניג , מילדער, 32-40 ביי טאג , 20-25 ביי נאכט.(ווארעמסטער טאג זינטאג)
נעקסט אפדעט מיטוואך אווענט אי״ה.
מיטוואך אווענט- וועטער באריכט
א גיטען אווענט, דער ווינטער אזוי ווי איך האב אדורכגערעדט נעכטען זעהט אויס ווי עס גייט מיט א סדר פין קאלטע אין טריקענע לופט אבער ווען א שטורם קומט אריין ברענגט עס ווארעמער לופט אין רעגען נישט שניי. עס זעהט אויס ווי דאס גייט ווייטער געשעהן. נאך א פארוואלקענטער טאג היינט וועלען מיר זעהן מער זין מארגען, פרייטאג אין שבת, עס ווערט אבער זיין קאלט ספעצעיל שפעט פרייטאג אין שבת צופרי. אויף זינטאג וועלען מיר זעהן א שטורם וואס ברענג מיט זיך מילדערער לופט אין רעגען, דער שטורם וועט אפציען מיט אפשר אביסעל שניי ביים סוף אין דערנאך ווערט נאכאמאל נארמאל קאלט אין טריקען. עס איז מעגליך מיר וועלען זעהן נאך א שטורם מיט שניי אדער רעגען אין מיטען וואך.
אויב איהר קוקט אויס פאר שניי איז דאס יאהר נישט דאס ווינטער פאר אייך.
אין די long range קען זיין דער pattern וועט זיך טוישען אין לויט עטליכע וועטער מאדעלס וועט פעבריאר זיין מער שנייעדיג אין קאלט.
וועטער ברוקלין
מיטוואך נאכט- פארוואלקענט, דערנאך קלאר ,קאלט 25.
דאנערשטאג-זיניג, קאלט ,ווינטיג 35.
דאנערשטאג נאכט - קלאר, קאלט , ווינטיג, 26
פרייטאג-טייל פארוואלקענט דערנאך זיניג, זייער ווינטיג, 38, עס וועט ווערען קעלטער נאכמיטאג.
פרייטאג נאכט- קלאר, זייער קאלט אין ווינטיג, 18.
שבת , זיניג ,נישט אזוי קאלט 36.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען נאכמיטאג, 45
מאנטאג-דינסטאג, זיניג , קאלט, 35-40 ביי טאג , 20-25 ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
מיטוואך נאכט- פארוואלקענט, דערנאך קלאר ,קאלט 22.
דאנערשטאג-זיניג, קאלט ,ווינטיג 38.
דאנערשטאג נאכט - קלאר, קאלט , ווינטיג, 25
פרייטאג-טייל פארוואלקענט דערנאך זיניג, זייער ווינטיג, 38, עס וועט ווערען קעלטער נאכמיטאג.
פרייטאג נאכט- קלאר, זייער קאלט אין ווינטיג, 20.
שבת , זיניג ,נישט אזוי קאלט 36.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען נאכמיטאג, 48
מאנטאג-דינסטאג, זיניג , קאלט, 37-42 ביי טאג , 20-25 ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
מיטוואך נאכט- פארוואלקענט, דערנאך קלאר ,קאלט 18.
דאנערשטאג-זיניג, קאלט ,ווינטיג 29.
דאנערשטאג נאכט - קלאר, קאלט , ווינטיג, 22
פרייטאג-טייל פארוואלקענט דערנאך זיניג, זייער ווינטיג, 32, עס וועט ווערען קעלטער נאכמיטאג.
פרייטאג נאכט- קלאר, זייער קאלט אין ווינטיג, 12.
שבת , זיניג ,נישט אזוי קאלט 30.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען נאכמיטאג, 42. (עס קען זיך ענדיגען ווי אביסעל שניי שפעט זינטאג נאכט)
מאנטאג-דינסטאג, זיניג , קאלט, 30-35 ביי טאג , 15-20 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
מיטוואך נאכט- פארוואלקענט, דערנאך קלאר ,קאלט 10.
דאנערשטאג-זיניג, קאלט , 27.
דאנערשטאג נאכט - קלאר, קאלט , ווינטיג, 18
פרייטאג-טייל פארוואלקענט דערנאך זיניג, זייער ווינטיג, 30, עס וועט ווערען סאך קעלטער נאכמיטאג.
פרייטאג נאכט- קלאר, זייער קאלט אין ווינטיג, 8.
שבת , זיניג ,נישט אזוי קאלט 26.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען נאכמיטאג, 40 (עס קען זיך ענדיגען ווי שניי שפעט זינטאג נאכט)
מאנטאג-דינסטאג, זיניג , קאלט, 28-32 ביי טאג , 12-18 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט דאנערשטאג אווענט אי״ה.
.
סיריעס? אלע אכט קינדער אינדערהיים פון חדר און סקול איז וויקעישאן?
און צו דיר אנאנים די וועסט נאך איין טאג בעטן שיגע ווען קומט שוין א פריש קיהל ווינטל
[ציטאט אראפגענומען]
איי אם סארי, דשוסט טעלינג איט לייק איט איז, עס זעהט אויס אז דאס גייט נישט זיין א שנייעדיגער ווינטער דערווייל , אבער אלס קעלט , זעהט אויס צי בלייבען קאלט אין אפשר אסאך קעלטער דער נעקסטער פאר וואכען. די natural gas prices זענען ארויפגעגאנגען איבער 13 פערצענט היינט וועגען די מאדעל פרידיקשענס פון מער קעלט. פערסאנאלי, אויב עס גייט נישט שניי, קען איך ביישטיין עס זאל שוין זיין ווארעם. איהר ווילט ווארעמע וועטער וועט איהר עס געפינען אין פלארידע אדער קאליפארניא.
Long range forecast models
דא קענט איר זעהן דער "European" וועטער מאדעל אין ווי עס ווייזט א שטארקער קאלטער trough איבער די northeast ענדע נעקסטע וואך , אין אויך א מעגליכע שניי אויף דער אמעריקאן וועטער מאדעל פאר נעקסטער פרייטאג- שבת, דערווייל איז עס נאך א miss out to sea.
📎 image.jpg 📎 image.jpg
דאנערשטאג אווענט- וועטער באריכט
א גיטען אווענט, עס איז געווען א שיינעם זיניגע טאג , היינט ביינאכט וועט זיין רואיג אין נישט אזוי קאלט. מארגען וועט אן arctic cold front , אדורכגיין אין דער נאכמיטאג שעה׳ן דעס וועט ברענגען אסאך קעלטערע לופט מיט שטארקע ווינטען. פרייטאג צונאכט וועט פילען זייער קאלט לעבען אדער אינטער 0 , שבת וועט ווערען עטוואס בעסער אבער נאך אלס זייער קאלט. אויף זינטאג ווערט ווערען פארוואלקענט אין רעגען וועט זיך אנפאנגען נאכמיטאג אין די שטאט אין לעיקוואד,אין מאנסי אין מאנרא וועט אויך זיין א לייכטע רעגען וואס קען זיך אויסמישען מיט שניי אין אנהייב. זינטאג וועט נאך זיין דאס ווארימסטע טאג פין די קומינדיגע וואך, די שטורם וועט אפציען אין עס קען זיך ענדיגען ווי אביסעל שניי איבעראל. דערווייל זעהט נאך אויס קאלט מיט די מעגליכקייט פון אפאר snowshowers אויף מאנטאג אין אפשר מיטוואך. די מעגליכע שטורם סוף וואך זעהט נאך אויס א miss. מען רופט עס א "storm for the fish" .
דערווייל בלייבן מיר מיט א שוואכער שניי ווינטער. דא האט איהר די רעקארדס פין די ווינטערס פין ווייניגסטע שניייען אין ווי אונז האלטען מיר ביז יעצט.
Winters with least snowfall in NYC :
1. 1972-73 2.8 inches
2. 2001-02 3.5"
3. 1918-19 3.8"
4. 1931-32 5.3"
5. 1997-98 5.5"
6. 2011-12 7.4"
7. 1877-78 8.1"
1988-89 8.1"
9. 1900-01 9.1"
3.2" snowfall - ביז יעצט דער ווינטער האט דער שטאט געזעהן
וועטער ברוקלין
דאנערשטאג נאכט - קלאר, קאלט , ווינטיג, 27
פרייטאג- זיניג, זייער ווינטיג, 40, עס וועט ווערען קעלטער נאכמיטאג.
פרייטאג נאכט- קלאר, זייער קאלט אין ווינטיג, 16.wind chills near zero
שבת - זיניג , קאלט 30.
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט,נישט אזוי קאלט 27.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען נאכמיטאג, 45
מאנטאג-א פאר snowshowers אינדערפרי, 38.
דינסטאג, -דאנערשטאג- זיניג , קאלט, (קען זיין snowshowers-מיטוואך) , 32-38 ביי טאג,22-28 ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
דאנערשטאג נאכט - קלאר, קאלט , ווינטיג, 24
פרייטאג- זיניג, זייער ווינטיג, 42 , עס וועט ווערען קעלטער נאכמיטאג.
פרייטאג נאכט- קלאר, זייער קאלט אין ווינטיג, 13 .wind chills near zero
שבת - זיניג , קאלט 30.
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט,נישט אזוי קאלט 26.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען , 46
מאנטאג-א פאר snowshowers אינדערפרי, 40.
דינסטאג, -דאנערשטאג- זיניג , 38-42 ביי טאג, 22-28 ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
דאנערשטאג נאכט - קלאר, קאלט , ווינטיג, 23
פרייטאג- זיניג, זייער ווינטיג, 35, עס וועט ווערען קעלטער נאכמיטאג.
פרייטאג נאכט- קלאר, זייער קאלט אין ווינטיג, 10 .wind chills near 5 below zero
שבת - זיניג , קאלט 26.
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט,נישט אזוי קאלט 22.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען נאכמיטאג, 44
מאנטאג-א פאר snowshowers אינדערפרי, 36.
דינסטאג, -דאנערשטאג- זיניג , קאלט, (קען זיין snowshowers-מיטוואך) , 32-36 ביי טאג,18-22 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
דאנערשטאג נאכט - קלאר, קאלט , 20
פרייטאג- זיניג, זייער ווינטיג, 32 ,עס וועט ווערען קעלטער נאכמיטאג.
פרייטאג נאכט- קלאר, זייער קאלט אין ווינטיג, 5 .wind chills near 5 below zero
שבת - זיניג , קאלט 23.
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט,נישט אזוי קאלט 20.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען נאכמיטאג, 39
מאנטאג-א פאר snowshowers אינדערפרי, 35.
דינסטאג, -דאנערשטאג- זיניג , קאלט, (קען זיין snowshowers-מיטוואך) , 29-34 ביי טאג,16-22 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט מוצאי שבת אי״ה. א גיטען שבת.
פרייטאג- צופרי אפדעיט
דער ארטיג קאלד פראנט היינט קען ברענגען מיט זיך אביסעל שניי, בעסטער שאנס איז מאנרא. געווענטליך טרוקענט זיך אויס די אטמאספער ביז עס קומט אהן צי דער שטאט.
דא זעט איהר דעם פראנט ווי עס גרייט זיך אריינצירוקען פון קאנאדע. די לייכטע בלוי זענען snowshowers , זייער קאלט אין ווינטיג היינט נאכט אין שבת צופרי. עס וועט מסתם זיין אפאר גראד קעלטער ווי פריער גערעכנט.
א גוט שבת.
📎 image.jpg
מוצאי שבת-וועטער באריכט
א גוט וואך, עס איז געווען א קאלטען אבער קלארע שיינע שבת, דער נעקסטער שטורם ריקט זיך אריין פאר מארגען. אזוי ווי פריער דעם ווינטער וועט עס ברענגען מיט זיך ווארעמע ליפט אין רעגען אין שטאט, די רעגען קען זיך אנהייבען ווי א ביסעל אייז זינטאג צופרי אין מאנרא אין מאנסי ווי עס וועט אויך רעגענען במשך זינטאג , שפעט באנאכט קען עס זיך ענדייגען ווי אביסעל שניי ווען קעלטערע ליפט קומט צוריק נאך דער שטורם. עס וועט זיין זיניג אין נארמאל קאלט מאנטאג אין דינסטאג אבער דינסטאג נאכט זעהט אויס ווי מיר וועלען באקומען א שניי. עס איז נאך דא חלוקי דיעות אבער מיר קענען באקימען פין 2 ביז 3 אינטשעס אין דעם ערגסטען פאל. אויף סוף וואך וועלען מיר זעהן טריקענע אין נארמאל קאלטע וועטער. אין די לאנג רענד׳ג זעט דערווייל אויס אז מיר וועלען זעהן קאלטע וועטער ווי אויך לייכטע שנייען , דערווייל איז נישט פארגעזאגט קיין גרויסע שנייען.
וועטער ברוקלין
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט,נישט אזוי קאלט, רעגען פאנגט זיך אהן אינדערפרי 28.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען ,ווינטיג , מילד , 44
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 34
מאנטאג & דינסטאג-זיניג אין קיל, 40-42, ביי טאג, 28-32 ביי נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך נאך דריי אזייגער , 30.
מיטוואך-שניי מעגליך, קאלט, 35.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 30-35 ביי טאג ,22-28 ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט,נישט אזוי קאלט, רעגען פאנגט זיך אהן אינדערפרי 27.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען ,ווינטיג , מילד , 46
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 32
מאנטאג & דינסטאג-זיניג אין קיל, 38-40, ביי טאג, 25-30 ביי נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך נאך דריי אזייגער , 30.
מיטוואך-שניי מעגליך, קאלט, 37.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 30-35 ביי טאג ,20-25 ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט,נישט אזוי קאלט, רעגען אדער אייז פאנגט זיך אהן אינדערפרי 24.
זינטאג-פארוואלקענט, רעגען ,ווינטיג , מילד , 42
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 32
מאנטאג & דינסטאג-זיניג אין קיל, 35-40, ביי טאג, 22-26 ביי נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך נאך דריי אזייגער , 26.
מיטוואך-שניי מעגליך, קאלט, 34.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 29-34 ביי טאג ,20-25 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
-פריזינג רעגען ווארנינג פאר מארגען ציפרי-
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט,נישט אזוי קאלט, אייז פאנגט זיך אהן אינדערפרי 20.
זינטאג-פארוואלקענט,אייז , דערנאך רעגען ,ווינטיג , מילד , 40
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך מעגליך ווי שניי, פארוואלקענט , 30
מאנטאג & דינסטאג-זיניג אין קיל, 32-36, ביי טאג, 18-22 ביי נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך נאך דריי אזייגער , 24.
מיטוואך-שניי מעגליך, קאלט, 32.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 27-32 ביי טאג ,12-18 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט זינטאג אווענט אי״ה. א גיטע וואך.
📎 image.jpg
ווארענינג- עס איז זייער גליטשיג אין מאנסי אין מאנרא , אפילו אין שטאט ווי עס איז 37 אסאך העכער פריזינג איז דאס ערד נאך גליטשיג ווייל עס נעמט צייט זיך אנצוווארעמען.
Numerous reports of people slipping in ICE in NYC. Please be careful and only go out if you absolutely must! Stay Safe!!
📎 image.jpg 📎 image.jpg
זייער סכנה׳דיג אויף די ראודס
קוקט אויף גוגל מעפס וועט איהר זעהן די עקסידענטס אין אויך פארשפארטע ראודס just north and west of the city.
📎 image.jpg
Update- freezing rain
די וואראמער לופט ריקט זיך אריין ציביסליך, מאנרא איז שוין איבער 34, עס וועט ווערען בעסער, מאנסי נאך נאנט צי 32 עס איז נאך זייער icy. עס וועט ווערען בעסער נאך 11 אזייגער אין אלע פלעצער, אין לעיקוואד איז שוין 47, ברוקלין 38 אין די פלעצער איז עס נאר רעגען יעצט, heavy at times.
📎 image.jpg
Update 11am- very icy conditions still northwest of the city
עס האלט שוין ביי 11 אזייגער , אין עס איז נאך זייער גליטשיג אין פיל מיט אייז. דער פראבלעם איז אז געווענטליך העלפט די ווינט אויסמישען די לופט אין דאס ברענגט די ווארמערע לופט פון די ים אין פין דרום, די ווינט איז זייער שוואך אין דאס מאכט א פראבלעם, למשל עס איז 36, אין בארא פארק יעצט אבער אפשר 10 מייל פין דא אין staten island איז 32, אפילו ווייט פון שטאט אין central and north NJ איז דא א pocket פון קאלטע לופט וואס געווענדליך בלייבט שטעקן לענגער אין די valleys . אין אזא פאל קען זיין ווארעמער אמאל אויף די בערג אפילו אין מאנטיסעלא איז למשל שוין 33. זעהט די בילד אין אלע פלעצער אין די פערפעל רינג זענען נאך זייער סכנה׳דיג אייזיג. היינט איז א טאג וואס עס לוינט זיך צי בלייבען אנדערהיים טאמער מעגליך. מאנרא איז גראדע ציריק אראפ צי 32 אין יעצט איז מאנסי נאך 33, very bad situation out there .
📎 image.jpg
12:30 update , still some icy areas
עס איז נאך אלס דא פלעצער ווי עס איז אייזיג, ביז די ווינט פאנגט אהן צי בלאזען שטערקער וועט עס נאך זיין א פראבלעם אין די ארומגערונגעלטע גרינע ליין.
📎 image.jpg
עס זעט אויס ווי פיינאלי זענען טענען די טעמפריטשערס ארויף אויף 34-36 אין מאנסי אין מאנרא, עס איז געווען אן אומגעראכטענע אייז שטורם סערפרייז, איך וועל עס באשרייבען אביסעל אי"ה היינט אווענט מיט די רעגולער וועטער באריכט.
זינטאג נאכט וועטער באריכט
א גוטען אווענט, א שווערען טאג איז אדורך היינט מיט אן ערענסטע אייז שטורם אין אסאך פלעצער אינדרויסען פין שטאט, עס איז געווען אומצאליגער עקסידענטס אין כמעט 10 פאטאליטיעס אין די נארטאיסט, אריינגערעכענט א היימישער יונגערמאן אין מערילאנד רח״ל. וואס איז געשעהן אז דער וועטער עקספערטץ נאבער זיך נישט פארגעריכט אויף אזא ערענסטער מצב? עס איז געווען א געשפראך פין אייז פאר א שעה צוויי אבער עס איז געווען פארגעשאצט אז ווארעמע לופט וועט שנעל איבערנעמען. דאס איז נישט געשעהן , למעשה האט זיך דער רעגען אריינגערוקט אביסעל פריער אין די קלארע קאלטע וועטער איבערנאכט האט אריינגעשפארט אסאך קאלטע לופט. אויך די ווינטען וואס געווענטליך בלאזען 15-25 מייל א שעה אין דאס העלפט ארויסשארען די קאלטע לופט איז קיינמאל נישט אנגעקומען. אויב א שטורם איז ווייט פון אינז מאכט עס אן א שטערקערע ווינט, דער שטורם איז ציגעקומען זייער נאנט צי נאו יארק סיטי אין ווען דאס געשעהט בלייבט די ווינט שוואך. אויך איז דא א זאך וואס הייסט cold air damming, דאס הייסט אז די קאלטע לופט וועט trapped אין די נידיריגע טאלען (valleys) ןןאס לויפען ציווישען די העכערע בערג אין קאננעטיקאט, אין די קעטסקיל בערג אין אויך די אפעלעטשיען (appalachian) בערג וואס לויפען אויף מערב זייט פין נאו זשערזי, פענסעוועניא אין מערילאנד. בקיצור איינמאל עס איז געווען אזוי קאלט אין נאך אפאר טעג פון שטארקע קעלט איז די לופט געבליבען stuck אין די פלעצער אין עס האט אנגעמאכט אזא פראבלעם.
דער רעגען וועט זיך ענדיגען דער אווענט אין עס וועט ווערען קעלטער אסער נישט שטארק קאלט איבערנאכט. מארגען וועט זיין א זיניג , ווינטיגער טאג מיט א פאר וואלקענעס . דערנאך קוקען מיר צום נעקסטען מעגליכער שטורם, א שטורם וועט אדורכגיין ווייט צו אינזער south, טאמער דאס גייט ווייטער אין רוקט זיך שנעל אין ים אריין וועלען מיר נישט זעהן מער ווי א פאר snowshowers אדער flurries אין פטור אן עסק. עס איז אבער דא נייער וועטער מאדעלס וואס ווייזען אז ווען דער שטורם קומט נאנטער צום ים וועט זיך דאס אנטוויקלען אין ווערען שטערקער אין גיין שטייטער. דאס געט צייט פאר די שטורם ציריקציווארפען מער moisture , וואס וואלט געווען שניי אין אזא פאל וואלט נאו יארק אין לעיקוואד געקענט זעהן א גיטע שניי פין 3 ביז אפשר אפילו 6 אינטשעס. עס איז נאך צו פרי צי וויסען ווי אזוי דאס וועט זיך אנטוויקלען, פרטים יבאו.
וועטער ברוקלין
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 34
מאנטאג & דינסטאג-זיניג , ווינטיג,אין קיל, 35-40, ביי טאג, 25-30 מאנטאג נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך שפעט , 30.
מיטוואך-שניי מעגליך אויסגעמישט מיט רעגען ,עס איז מעגליך אפאר אינטשעס, קאלט, 36.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 30-35 ביי טאג ,22-28 ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 32
מאנטאג & דינסטאג-זיניג , ווינטיג אין קיל, 35-40, ביי טאג, 25-30 מאנטאג נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך שפעט , 30.
מיטוואך-שניי מעגליך אויסגעמישט מיט רעגען ,עס איז מעגליך אפאר אינטשעס, קאלט, 37.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 32-37 ביי טאג ,20-25 ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 32
מאנטאג & דינסטאג- וואקענעס מיט זין,ווינטיג אין קיל, 33-38, ביי טאג, 20-25 מאנטאג נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך שפעט , 25.
מיטוואך-שניי מעגליך , קאלט, 35.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 28-32 ביי טאג ,18-23 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך,עס קען זיין אייזיגע גאסען איבערנאכט ,פארוואלקענט , 28
מאנטאג & דינסטאג-וואקענעס מיט זין,ווינטיג אין קיל, 30-35, ביי טאג, 20-25 מאנטאג נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך שפעט , 22.
מיטוואך-שניי מעגליך , קאלט, 32.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 25-30 ביי טאג ,15-20 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט מאנטאג אווענט אי״ה.
זינטאג אווענט- וועטער באריכט
א גוטען אווענט, א שווערען טאג איז אדורך היינט מיט אן ערענסטע אייז שטורם אין אסאך פלעצער אינדרויסען פין שטאט, עס איז געווען אומצאליגער עקסידענטס אין כמעט 10 פאטאליטיעס אין די נארטאיסט, אריינגערעכענט א היימישער יונגערמאן אין מערילאנד רח״ל. וואס איז געשעהן אז דער וועטער עקספערטץ נאבער זיך נישט פארגעריכט אויף אזא ערענסטער מצב? עס איז געווען א געשפראך פין אייז פאר א שעה צוויי אבער עס איז געווען פארגעשאצט אז ווארעמע לופט וועט שנעל איבערנעמען. דאס איז נישט געשעהן , למעשה האט זיך דער רעגען אריינגערוקט אביסעל פריער אין די קלארע קאלטע וועטער איבערנאכט האט אריינגעשפארט אסאך קאלטע לופט. אויך די ווינטען וואס געווענטליך בלאזען 15-25 מייל א שעה אין דאס העלפט ארויסשארען די קאלטע לופט איז קיינמאל נישט אנגעקומען. אויב א שטורם איז ווייט פון אינז מאכט עס אן א שטערקערע ווינט, דער שטורם איז ציגעקומען זייער נאנט צי נאו יארק סיטי אין ווען דאס געשעהט בלייבט די ווינט שוואך. אויך איז דא א זאך וואס הייסט cold air damming, דאס הייסט אז די קאלטע לופט וועט trapped אין די נידיריגע טאלען (valleys) ןןאס לויפען ציווישען די העכערע בערג אין קאננעטיקאט, אין די קעטסקיל בערג אין אויך די אפעלעטשיען (appalachian) בערג וואס לויפען אויף מערב זייט פין נאו זשערזי, פענסעוועניא אין מערילאנד. בקיצור איינמאל עס איז געווען אזוי קאלט אין נאך אפאר טעג פון שטארקע קעלט איז די לופט געבליבען stuck אין די פלעצער אין עס האט אנגעמאכט אזא פראבלעם.
דער רעגען וועט זיך ענדיגען דער אווענט אין עס וועט ווערען קעלטער אסער נישט שטארק קאלט איבערנאכט. מארגען וועט זיין א זיניג , ווינטיגער טאג מיט א פאר וואלקענעס . דערנאך קוקען מיר צום נעקסטען מעגליכער שטורם, א שטורם וועט אדורכגיין ווייט צו אינזער south, טאמער דאס גייט ווייטער אין רוקט זיך שנעל אין ים אריין וועלען מיר נישט זעהן מער ווי א פאר snowshowers אדער flurries אין פטור אן עסק. עס איז אבער דא נייער וועטער מאדעלס וואס ווייזען אז ווען דער שטורם קומט נאנטער צום ים וועט זיך דאס אנטוויקלען אין ווערען שטערקער אין גיין שטייטער. דאס געט צייט פאר די שטורם ציריקציווארפען מער moisture , וואס וואלט געווען שניי אין אזא פאל וואלט נאו יארק אין לעיקוואד געקענט זעהן א גיטע שניי פין 3 ביז אפשר אפילו 6 אינטשעס. עס איז נאך צו פרי צי וויסען ווי אזוי דאס וועט זיך אנטוויקלען, פרטים יבאו.
וועטער ברוקלין
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 34
מאנטאג & דינסטאג-זיניג , ווינטיג,אין קיל, 35-40, ביי טאג, 25-30 מאנטאג נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך שפעט , 30.
מיטוואך-שניי מעגליך אויסגעמישט מיט רעגען ,עס איז מעגליך אפאר אינטשעס, קאלט, 36.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 30-35 ביי טאג ,22-28 ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 32
מאנטאג & דינסטאג-זיניג , ווינטיג אין קיל, 35-40, ביי טאג, 25-30 מאנטאג נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך שפעט , 30.
מיטוואך-שניי מעגליך אויסגעמישט מיט רעגען ,עס איז מעגליך אפאר אינטשעס, קאלט, 37.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 32-37 ביי טאג ,20-25 ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך, פארוואלקענט , 32
מאנטאג & דינסטאג- וואקענעס מיט זין,ווינטיג אין קיל, 33-38, ביי טאג, 20-25 מאנטאג נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך שפעט , 25.
מיטוואך-שניי מעגליך , קאלט, 35.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 28-32 ביי טאג ,18-23 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
זינטאג נאכט-רעגען ענדיגט זיך,עס קען זיין אייזיגע גאסען איבערנאכט ,פארוואלקענט , 28
מאנטאג & דינסטאג-וואקענעס מיט זין,ווינטיג אין קיל, 30-35, ביי טאג, 20-25 מאנטאג נאכט.
דינסטאג נאכט- פארוואלקענט שניי מעגליך שפעט , 22.
מיטוואך-שניי מעגליך , קאלט, 32.
דאנערשטאג- שבת -טיילווייז זיניג , קאלט, 25-30 ביי טאג ,15-20 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט מאנטאג אווענט אי״ה.
Quick morning update
א גוט מארגען, קודם כל זייט באווארענט אז איבערנאכט איז קעלטער געווארען אין אלעס וואס איז געבליבען נאס קען זיין פארפרוירען אין גליטשיג היינט צופרי, צווייטענס דא האט איהר די צוויי בילדער פון די amounts forcasted פין שניי וואס קומט מיטוואך אי״ה. עס זעהט יעצט אויס ווי עס קען זיין וואס מען רופט א plowable snow, אין אויך אז עס וועט זיך אנהויבען דורך מיטוואך אינדערפרי .עס קען זיך נאך טוישען, איך וועל אי״ה האבען אן אפדעט היינט אווענט.📎 image.jpg 📎 image.jpg
צייטונג אפדעיט דעם וועטער באריכט, מיט דעם טראגישן אומקום פון דעם א.ג. פעיסבוק ראביי!
<a class="postlink" href="http://www.ditzeitung.com/bulletin2.pdf">http://www.ditzeitung.com/bulletin2.pdf</a>
<a class="postlink" href="http://youtu.be/O7ApxVyskuI">http://youtu.be/O7ApxVyskuI</a> ice storm in NJ
מאנטאג אווענט-וועטער באריכט
א גיטען אווענט, עס איז געווען א קילע, ווינטיגע טאג מיט מער וואלקענעס ווי זין היינט, דער קעלט וועט זיך אביסעל פארשטארקערען באנאכט אין מארגען וועט זיין מער זיניג אבער אויך קעלטער ווי היינט. פאר מיטוואך גרייט מען זיך אויף א שניי, די וועטער מאדעלס פארען אהין אין ציריק, קודם האט דאס אויסגעזען ווי א לייכטע שניי , נעכטען האבען זיי גיוויזען מער שניי, אין צום לעצטענעס ציריק צי א שוואכערען שניי אויסקוק.
למעשה איז נאך די געשפרעך אויב דער שטורם וועט בלייבען ווייט צי אונזער דרום (south) אדער זיך ארויפריקען נאנטער צום נארטאיסט קאיסט. (זעט די מעפ מיט צוויי מעגליכע טרעקס ,עס זעט אויס ווי דאס רויטע טרעק וועט זיין נישט די גרינע )עס זעט אויס ווי מען וועט דאס נישט קענען וויסען ביז צום לעצטע מינוט. די שטערקסע באווייז איז לכאורה אז א ווינטער געווענטליך כאפט אהן א פאטטערן (pattern) עס איז דא ווינטערס ווי למשל לעצטער יאהר וואס עס האט ליב צו שנייען אין אלע שטורמען געפינען א וועג לעבען אונז אין האבען געניג קאלטער לופט אראפצילייגען א גוטע שניי.
דאס ווינטער איז פארקערט דערווייל, שטורמען פארען גלייך איבער אינזער ארט אדער צום מערב פון אינז וואס דאס שלעפט אריין ווארעמע לופט אדער די שטורמען פארען ווייט ארויס south and east פון נאו יארק. דער שטורם וואס קומט פאר מיטוואך זעהט אויס צי האלטען די חזקה אין וועט נאר ברענגען לייכטע שנייען , פון 1-2 אינטשעס -מער אין ברוקלין אין לעיקוואד ,ווייניגער אין מאנסי אין מאנרא.
נאך דער שטורם וועט מען זעהן אפאר טעג פון נארמאל קאלטע לופט. פאר אנהייב נעקסטע וואך זעט מען א שטערקערע שטורם מיט גוט קאלטע לופט אבער דאס זעהט נאך אויס ארויסציפארען ווייט צו אינזער southeast אין אפשר ברענגען גוטע שנייען צו די carolinas, virginia etc. עס איז נאך דא צייט צי זעהן וועגען דעם. (עס קען אלעמאל זיין א יוצא מן הכלל ) למשל די ווינטער תשמ״ג איז געווען א ווארעמער איז שניילאזידיגער ווינטער ביז שבת שירה וואס עס איז געווען א בליזערד, סאו יא נעווער נא.
דערווייל, בין איך זיכער אז רוב מענטשען ( אויסער די קינדער)זענען ציפרידען מיט דעם סיסטעם וואס ארבייט דעם ווינטער ביז יעצט . לגבי די קעלט ,גייט נעקסטע וואך זיין גאנץ קאלט .
וועטער ברוקלין
מאנטאג נאכט-טיילווייז פארוואלקענט, ווינטיג אין קאלט,28.
דינסטאג-זיניג אין קיל, 38, ביי טאג, 27 ביי נאכט.
מיטוואך-פארוואלקנט ,שניי מעגליך נאכמיטאג, קאלט, 36.
מיטוואך נאכט - שניי, מעגליך 1-2 אינטשעס,28.
דאנערשטאג ביז מאנטאג -טיילווייז זיניג , קאלט, (קען זיין אפאר snowshowers - שבת אין מאנטיג),33-38-ביי טאג, 23-28 ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
מאנטאג נאכט-טיילווייז פארוואלקענט, ווינטיג אין קאלט,27.
דינסטאג-זיניג אין קיל, 40, ביי טאג, 27 ביי נאכט.
מיטוואך-פארוואלקנט ,שניי מעגליך נאכמיטאג, קאלט, 38.
מיטוואך נאכט - שניי, מעגליך 1-2 אינטשעס, 26.
דאנערשטאג ביז מאנטאג -טיילווייז זיניג , קאלט, (קען זיין אפאר snowshowers - שבת אין מאנטיג),35-40-ביי טאג, 20-25 ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
מאנטאג נאכט-טיילווייז פארוואלקענט, ווינטיג אין קאלט,23.
דינסטאג-זיניג אין קיל, 36, ביי טאג, 20 ביי נאכט.
מיטוואך-פארוואלקנט ,שניי מעגליך נאכמיטאג, קאלט, 33.
מיטוואך נאכט - שניי ענדיגט זיך שפעט, מעגליך 1-2אינטשעס ,23.
דאנערשטאג ביז מאנטאג -טיילווייז זיניג , קאלט, (קען זיין אפאר snowshowers - שבת אין מאנטיג),30-35-ביי טאג, 18-23 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
מאנטאג נאכט-טיילווייז פארוואלקענט, ווינטיג אין קאלט,21.
דינסטאג-זיניג אין קיל, 32, ביי טאג, 15 ביי נאכט.
מיטוואך-פארוואלקנט ,שניי מעגליך נאכמיטאג, קאלט, 32.
מיטוואך נאכט - שניי ענדיגט זיך שפעט, מעגליך 1-2 אינטשעס ,22.
דאנערשטאג ביז מאנטאג -טיילווייז זיניג , קאלט, (קען זיין אפאר snowshowers - שבת אין מאנטיג),28-33-ביי טאג, 12-18 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט דינסטאג אווענט אי״ה.
📎 image.jpg
נעקסטער וואכידיגער ( זינטאג-מאנטאג- פרשת בשלח )שטורם טרעק
דא האט איהר די european model טרעק פאר א גרויסען שטורם פאר נעקסטע וואך, עס איז גראדע גאנץ נאנט צי זיין א שניי שטורם פאר אינז, מיר וועלען האלטען אן אויג אויף דעם.
📎 image.jpg
נייער snowfall forecast map
עס ווייזט בעסיקלי די זעלבע, דאס וועט זיין א שנייקעלע נישט צו ערענסט.
📎 image.jpg
וועטער אפדעיט - דינסטאג צופרי
דער שניי פאר שפעט מיטוואך אין מיטוואך נאכט זעהט אויס ווייניגער ווי אן אינטש יעצט, אבער א נייער דעוועלאפמענט איז אז עס קען זיין א גרעסערע שטורם שפעט שבת אריין אין זינטאג, עס קען נאך ארויספארען ארויס אין ים, אבער מער אין מער זעט דאס אויס ווי קומט נאנטער צי אינז, דאס וואלט געמיינט א שיינע שניי שטורם געווענטליך אבער די יאהר איז שווער אנצוקימען צי אזא פאקט. בכלל לויט די לעצטערע וועטער מאדעלס וועט זיין זייער ביזי די נעקסטע צוויי וואכען, איך וועל האבען מער אינפארמעשען היינט אווענט אי״ה. 📎 image.jpg
וועטער- ווי אזוי ארבייט עס ?חלק ב׳
דא האט איהר די צווייטער ארטיקעל-, North atlantic blocking,Storm tracks , high pressure
לעצטער וואך האבען מיר ארומגערעדט פארוואס א שטורם אין די ווינטער קען ברענגען שניי אדער רעגען ווי עס ווענד זיך אויפ׳ן טרעק . פארוואס אבער איז דא יארען וואס אסאך שטורמס ברענגען שניי אין עס איז געניג קאלט , ווי אנדערע יאהרען ברענגען נאסע וואראמער וועטער אין טרוקען קאלטע (ווי דאס ווינטער דערווייל) ?
דאס ערשטע זאך וואס מען דארף וויסען איז אז א שטורם הייסט לאו פרעשור (low pressure), אבער פונקט אזוי וויכטיג ווי די לאו פרעשור איז ווי די היי פרעשור (high pressure) איז ווען די שטורם קומט אדורך. א היי פרעשור סיסטעם איז א גרויסע מאסע פין קאלטע לופט. אויב די היי פרעשור איז north or northwest פון אינז אין דער שטורם פארט נאנט ( 100 מייל ) צי אינזער southeast דעמאלטס זעהן מיר א גרויסער שניי , אויב אבער די היי פרעשור ריגט זיך צי אינזער east אדער southeast וועט דאס ברענגען רעגען אדער א mix.
סאו פארוואס זענען דא יארען וואס רוב ווינטער ברענגען זיי קאלטע שנייעדיגע וועטער ? עס איז דא א זאך וואס רופט זיך north atlantic oscillation אדער greenland block. ווען דאס בלאק געשעהט איז עס ווי א שטיין וואס בלאקט די פליס פון וואסער , דאס וואסער דרייעט זיך אין לויפט ארום דער שטיין, דא אויך אין יארען וואס מיר האבען א גרינלאנד בלאק אדער negative NAO לויפען די ווינטען פון די jet stream ארום די בלאק. דאס שטעלט אפ די היי פרעשור פון זיך אוועקריקען east , אין העלפט אויך דעם שטורם נישט ארויסלויפען אין ים אריין. יארען וואס מיר האבען געזען אזא בלאק זענען געווען 10-11' winters '95-'96 and .
אין א יאר אבער ווי עס איז נישט דא דער בלאק אדער ווי מען רופט עס positive NAO , דעמאלטס פארט אלעס שנעל פון וועסט ביז איסט אין ווען א שטורם קומט האט זיך דער היי פרעשור שוין אפגערוקט אין האלט נישט די קאלטע לופט אין פלאץ פאר די שטורם, אין אזא יאר אפולי אויב עס איז שוין יא קאלט אדער די פרעשור איז צו אינזער north or west, פארט די שטורם ווייט south פון אינז אין ים אריין.
איך לייג צו אפאר בילדער מסביר צי זיין דער ארטיקעל. 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
פרישע אפדעט- מוצאי שבת -זינטאג מעגליכע שניי שטורם
קודם כל, איך האב פינקט וועיקעטשען דער וואך, אנישט וואלט איך נישט געקענט שרייבען א פאר מאל א טאג 😛 . אבער מיט די נייע דעוועלאפמענטס פאדערטס זיך מיטציהאלטען מיט׳ן עולם. ווי לאנג די מיטוואך שניי איז אמערסטע געגאנגען צי גרונד, זעהט אבער אויס אז א עכטע שניי שטורם לאקערט אויפ׳ן הארייזען. נעכטען נאכט האט די european model אנגעהויבען צי ווייזען א שטורם וואס רוקט זיך נאנט גענוג אין ווערט זייער שטארק ווען עס קומט אדורך, די לופט איז נישט אזוי קאלט גראדע אבער די כלל איז אז ווען א שטורם שטארקט זיך ווען עס רוקט זיך northeast געניג נאנט ברענגט עס איהר אייגענען קאלטע ליפט. מען רופט עס dynamic cooling. יעצט איז ארויסגעקומען די אמעריקאנער וועטער מאדעל מיט׳ן זעלבער track. געווענטליך ווען אפאר מאדעלס ווייזען בערך די זעלבער רוזאלט, האט דאס א גיטע טשאנס צי געשען.
ווייל אפאר מאדעלס ווייזען עפעס אויף איין מאל מיינט נאך נישט אז מען דארף ארויסלויפען קויפען ברויט אין מילך אבער איטס סאמטינג to think about .
דא האט איר א פאר בלידער פון די היינטיגע אמעריקאנער וועטער מאדעל דאס איז פאר שפעט שבת-זונטאג.📎 image.jpg 📎 image.jpg
דינסטאג אווענט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, עס איז אינטערסאנט ווי אפאר טעג ציריק האבען מיר גערעדט וועגען א טריקענע אין קאלטע ווינטער אין דערווייל נישט קיין גרויסע שנייען. פלוצלינג זעט אויס אז דער פעטטערן גייט טוישען אין עס קען זיין אפילו צוויי צו דריי snowstorms אין די נעקסטע 10 טעג. דער מארגענדיגע שניי וועט נאר זיין א לייכטע אין מען קען זעהן בערך אן אינטש, דערנאך וועט מען האלטען אן אויג אויף דער שבת שניי. ווי דערמאנט קען עס זיך נאך טוישען אפאר מאל, אבער עס קען זיין א 6-12 אינטש גרויסע שניי מיט שטארקע ווינטען, אדער רעגען מיט שניי, אדער גארנישט.
פאר נעקסטע וואך וועט מען זען איין זיניגער טאג אויף זינטאג , פאר די צווייטער מעגליכער שניי וואס קען קומען מאנטאג -דינסטאג עס איז נאך צו פרי צו שאצען ווי שטארק דאס וועט זיין.
איך וועל האלטען דעם עולם אפדיעטעט אי״ה ,ווי נאר מעגליך.
וועטער ברוקלין
דינסטאג נאכט-פארוואלקענט , קלאר שפעטער, 30.
מיטוואך- עס ווערט פארוואלקנט אינדערפרי,שניי מעגליך נאכמיטאג, קאלט, 36.
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי, בערך 1 אינטש , 26.
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,33-38-ביי טאג, 25-30 ביי נאכט.
שבת- פארוואלקענט , שניי אדער רעגען טוישט זיך איבער צו שניי שפעט, ווינטיג,37
זינטאג- זיניג אין קיל, 35
מאנטאג-דינסטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ביינאכט ,אין פרי דינסטאג, 30-35 ביי טאג, 22-27 ביי נאכט.
וועטער לעקוואוד -
דינסטאג נאכט-פארוואלקענט , קלאר שפעטער, 27.
מיטוואך- עס ווערט פארוואלקנט אינדערפרי,שניי מעגליך נאכמיטאג, קאלט, 36.
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי, בערך 1 אינטש , 27.
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,33-38-ביי טאג, 25-ביי נאכט.
שבת- פארוואלקענט , שניי אדער רעגען טוישט זיך איבער צו שניי שפעט, ווינטיג,38
זינטאג- זיניג אין קיל, 38
מאנטאג-דינסטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ביינאכט ,אין פרי דינסטאג, 30-35 ביי טאג, 22-27 ביי נאכט.
וועטער מאנסי -
דינסטאג נאכט-פארוואלקענט , קלאר שפעטער, 23.
מיטוואך- עס ווערט פארוואלקנט, קאלט, 32.
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי, ווייניגער ווי אן אינטש , 23.
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,35-ביי טאג, 20-25 ביי נאכט.
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ווינטיג ,34
זינטאג- זיניג אין קיל, 32
מאנטאג-דינסטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ביינאכט אין פרי דינסטאג, 28-32 ביי טאג, 18-22 ביי נאכט.
וועטער מאנרא -
דינסטאג נאכט-פארוואלקענט , קלאר שפעטער, 15.
מיטוואך- עס ווערט פארוואלקנט, קאלט, 28.
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי , 20.
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,32-ביי טאג, 18-22 ביי נאכט.
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ווינטיג ,34
זינטאג- זיניג אין קיל, 30
מאנטאג-דינסטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ביינאכט אין פרי דינסטאג, 25-30 ביי טאג, 15-20 ביי נאכט.
נעקסט אפדעט מיטוואך אווענט אי״ה.
מיטוואך צופרי אפדעיט - דא קומט די שניי!
א גוט מארגן,
עס גייט אי"ה זיין א ביזי פאר טעג פאר וועטער.
קודם האבען מיר די היינטיגע קליינע שטורם וואס קומט פון די מידוועסט, דער שטורם וועט פארען ווייט סאוט אין דאס אליינס וועט נישט ברענגען מער ווי אן אינטש, אבער ווען עס קומט אן צו דער ים וועט עס זיך פארשטערקערן און צוריקווארפן מער שניי אין סאוט אין סענטרעל ניו דזערסי, דאס מיינט אינקלאדינג לעיקוואוד, וואס קען זעהן אפשר 2-3 אפשר אפילו פיר אינטשעס אינעם ערגסטען פאל. פאר ברוקלין זעהט אויס ארום 1 אפשר 2 . מאנסי און מאנרא נישט אפילו איין אינטש. די שניי וועט אנקומען אין די נאכמיטאג שעות היינט.
למעשה איז דאס נאר א פארשפייז, עס זעהט אויס ווי א גרויסע שניי קומט פאר שבת קודש פרשת בא. איבערנאכט האבן כמעט אלע מאדעלס געהאלטען ביי זייערס אז א שטורם וועט ארויפקומען צו די נארטאיסט, עס קען זיין מער אדער ווייניגער צום סוף אבער כאטש 6 אינטשעס פלאס פון שניי און שטארקע ווינטען פון שבת אינדערפרי ביז שפעט מוצאי שבת. נעקסטע וואך קומט לכאורה נאך א שניי, אויך אפשר א גרויסע, אויף מאנטאג אין דינסטאג. געט רעדי, רבותי!
א גוטן טאג. 📎 image_14.jpg 📎 image_03.jpg 📎 image_02.jpg 📎 image_01.jpg
וועטערבאריכטא גוט מארגען, עס גייט אי״ה זיין א ביזי פאר טעג פאר וועטער. קודם האבען מיר די היינטיגע קליינע שטורם וואס קומט פון די מידוועסט, דער שטורם וועט פארען ווייט סאוט אין דאס אליינס וועט נישט ברענגען מער ווי אן אינטש , אבער ווען עס קומט אן צו דער ים וועט עס זיך פארשטערקערען אין צירוקווארפען מער שניי אין סאוט אין סענטרעל נאו דזערסי, דאס מיינט אינקלאדינג לאיקוואוד וואס קען זעהן אפשר 2-3 אפשר אפילו פיר אינטשעס אינעם ערגסטען פאל. פאר ברוקלין זעהט אויס ארום 1 אפשר 2 . מאנסי אין מאנרא נישט אפילו איין אינטש. די שניי וועט אנקומען אין די נאכמיטאג שעות היינט.
למעשה איז דאס נאר א פארשפייז, עס זעהט אויס ווי א גרויסע שניי קומט פאר שבת קודש פרשת בא. איבערנאכט האבען כמעט אלע מאדעלס געהאלטען ביי זייערס אז א שטורם וועט ארויפקומען צו די נארטאיסט, עס קיין זיין מער אדער ווייניגער צום סוף אבער כאטש 6 אינטשעס פלאס פון שניי אין שטארקע ווינטען פון שבת אינדערפרי ביז שפעט מוצאי שבת. נעקסטע וואך קומט לכאורה נאך א שניי אויך אפשר א גרויסע אויף מאנטאג אין דינסטאג . געט רעדי רבותי!
א גוטען טאג.
״הערה: די ערשטע מעפ פון snow accumulation איז פאר די שבת שטורם״מיטוואך מיטאג אפדעט.
די נייער european וועטער מאדעל איז יעצט אריינגעקומען. עס ווייזט גאר א שטארקע שטורם, heavy snow and strong winds even blizzard conditions, מיט אזוי סאך ווי א פוס פון שניי פאר שבת. יעצט אז די מאדעלס ווייזען דאס פאר צוויי טעג מיינט עס אז עס גאנץ מעגליך צו ווערען א ריאליטי, מער פרטים היינט אווענט מיט די רעגאלער אפדעט.📎 image.jpg
Snowfall totals. Euro model showing up to 12-16 inches nyc.