☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

2551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8116
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:32 pm

· #318666
Nyc and other citys got a whole winters worth of snow
.
📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:40 pm

· #318667
לעצטע בענד האט זיך אפגעשוואכט אין רוקט זיך אוועק פון שטאט.
Cleanup time.
א גוטע וואך אין נאכט.
📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:46 pm

· #318669
א חילוק פון 48 מיילס , אמעזינג
.
📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 7:58 am

· #318736
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
אפדעיטעט פיינעל אמואנטס -די זענען די העכסטע אמאונטס פאר דער סיטי.
1-port richmond, staten island-31.3 inches (10:20pm)
2-Jfk airport- 30.5 inches (final)
3-Williamsburg-29.0 inches (9:00pm)
4-La Guardia airport-27.9 inches (final)
5-Central Park -26.8 inches (final )
New York's Central Park just missed their Record snowfall by 0.01 inches
That was back in 2006.





וועטערבאריכט

גאנצל » זונטאג יאנואר 24, 2016 8:35 am

· #318739
א ריזיגען דאנק פון 30 אינטשעס אין סענטראל פארק פאר אונזער באריכטער פאר דיין שווערע ארבעט די לעצטע פאר טאג

יעצט באריכטער whats next ?

למדן » זונטאג יאנואר 24, 2016 9:17 am

· #318742
מ' מעג שוין פאהרן
יעצט אז מ' מעג שוין פאהרן הערט מען נישט קיין פיפס פון קיינעם, איך ווארט אז אלע פאונס זאלן זיך נעמען ווייטער דריזלען אנזאגן אז מ' מעג שוין פאהרן

http://m.nydailynews.com/news/national/gov-cuomo-declare-state-emergency-blizzard-article-1.2506950


Travel ban lifted after storm dumps 26 inches of snow on NYC

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 24, 2016 12:43 pm

· #318764
יעצט איז די צייט צו אויסדריקן נאכאמאל א ריזן דאנק פאר אונזער @וועטערבאריכטער וואס האט אונז אזוי געטריי באגלייט די לעצטע טעג, אין די שפעטע נאכט שעות און אין די פריע פארטאגס שטונדן, ערב שבת ממש ביים זמן און מוצ"ש ביז עס איז געווען פאראיבער, נאך אמאל א יישר כח.

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 1:50 pm

· #318781
גאנצל
א ריזיגען דאנק פון 30 אינטשעס אין סענטראל פארק פאר אונזער באריכטער פאר דיין שווערע ארבעט די לעצטע פאר טאג

יעצט באריכטער whats next ?

אויף דערווייל זעט אויס ווי אביסעל רעגען דינסטאג נאכמיטאג אין אווענט, קליינע chance דאס ענדיגט זיך ווי אביסעל שניי, דער קומענדיגער דאנערשטאג אין פרייטאג קומט א שטורם אדורך אבער דערווייל זעט עס אויס ווי עס גייט אין ים אריין אין עס בלייבט טרוקען דא. לאמיר האפען עס בלייבט אזוי , מיר האבען שוין געניג שניי איך האב געארבייט שעות ארוכות צו רייניגען ביי זיך אין די היים, מיינע עלטערען, מיין דרייוועי וכו׳ ...
היינט אווענט וועל איך בעזרת ה׳ ארויפלייגען א געהעריגע וועטער באריכט. א גוטען טאג.

ישראל קאפקע » זונטאג יאנואר 24, 2016 1:53 pm

· #318783
New York's Central Park just missed their Record

דאס מיינט אז וויליאמסבורג האט טאקע געהאט די העכסטע שניי אין איר היסטאריע?

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 2:46 pm

· #318789
עס איז דא א געשפרעך אז סענטרעל פארק האט געמיזט האבען העכער , מען האט עס נישט גוט געמאסטען, ארום מענהעטען סיי אין נאו דזערסי , קווינס, ברוקלין, סטעטען איילענד זענען אלע אריינגעקומען מיט ארום 30 אינטשעס. די 26.9 אין 2006 איז ממש געווען נאר אין סענטרעל פארק מיט קלענערע אמאונט איבעראל. לכאורה איז דאס דער גרעסטע שניי אין נאו יארק היסטארי פאר די באראס פון קווינס, ברוקלין אין סטעטען איילענד.

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 5:36 pm

· #318811
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
א שיינע סעטעלייט פיקטשער ווייזט די שניי איבער די נארטאיסט , אבער ווי מען גייט נארטוועסט צו אפסטעיט נ.י. (קעטצקילס)איז דער ערד ליידיג.


וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 5:40 pm

· #318812
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
רעקארד יאר , מיט נאך רעקארדס
דער גרעסטער שניי אין א טאג (24 שעות) פאר אלע נ.י. עירפארטס. די רעקארד גרעסטע שניי שטורם פאר אלע אויסער סענטרעל פארק.


וועטערבאריכט

ישראל קאפקע » זונטאג יאנואר 24, 2016 5:41 pm

· #318813
היינטיגע זון אונטערגאנג, ניו יארק סיטי.
📎 IMG_20160124_173750.jpg 📎 IMG_20160124_173747.jpg 📎 IMG_20160124_174032.jpg

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 5:45 pm

· #318817
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן




וועטערבאריכט

שלום על ישראל » זונטאג יאנואר 24, 2016 5:49 pm

· #318820
וועטערבאריכט

וועטערבאריכט

ווי איז page 2?

פאלענד ספרינג » זונטאג יאנואר 24, 2016 8:46 pm

· #318844
דאס מיינט עפעס פאר די היימישע געגענטער?
<a class="postlink" href="http://m.accuweather.com/en/weather-news/east-face-more-snow-next-blizzard-nyc/54990853">http://m.accuweather.com/en/weather-new ... c/54990853</a>

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 9:07 pm

· #318845
שלום על ישראל
וועטערבאריכט

וועטערבאריכט

ווי איז page 2?
📎 image.png

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 9:08 pm

· #318846
פאלענד ספרינג
דאס מיינט עפעס פאר די היימישע געגענטער?
<a class="postlink" href="http://m.accuweather.com/en/weather-news/east-face-more-snow-next-blizzard-nyc/54990853">http://m.accuweather.com/en/weather-new ... c/54990853</a>

זעה מיין וועטערבאריכט פאר אביסעל וועגען דער שטורם, דערווייל זעט עס אויס ווי עס גייט ווייטער ארויס אין ים. אבער עס איז נישט א זיכערע זאך.

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 24, 2016 9:09 pm

· #318847
זונטאג אווענט- פרשת יתרו- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, היינט איז געווען זיניג אבער קאלט, היינט נאכט וועט זיין קאלט מיט פרישע שניי פאלען טעמפרעטורס שנעלער.אלע אייז אדער שניי וואס איז צוגאנגען היינט וועט נאכאמאל פארפרוירען ווערען , אין מאגען אינדערפרי קען זיין זייער גליטשיג. מארגען וועט זיין אין די הויכע 30s אין ביי דינסטאג קען עס זיין אין די 40s. דינסטאג נאכט איז מעגליך צו זען אפאר רעגען showers , אין איבערנאכט ביז מיטוואך אינדערפרי קען זיין רעגען אדער snow showers אבער נישט קיין גרויסע זאכען. דאנערשטאג ביז זונטאג וועט דערווייל זיין טייל זיניג אין קיל , אבער מען נישט אינגאנצען איגנארירען אז א שטורם רוקט זיך אדורך די סאוט אין דרייט זיך נארטאיסט ארויס אין אטלענטיק. נעכטען האבען אםאר מאדעלס געוויזען אז עס פארט ארויס אין ים אין האט נישט אן אימפעקט אויף אינזער וועטער. יעצט נאכמיטאג האט דער euro מאדעל עס יא געברענגט נענטער אין דאס קען ברענגען רעגען אדער שניי פאר דאנערשטאג נאכט אין פרייטאג. עס איז נאך פרי אין מיט דעם שטורם זענען די מאדעלס בכלל נישט איינשטומיג , אבער מען דארף האלטען אן אויג. דערווייל בלייב איך מיט א טרוקענע forecast.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

זונטאג נאכט- קלאר אין קאלט , ארום 22.
מאנטאג - זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 38 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 32.
דינסטאג- טייל זיניג ,מילד, ארום 45. לייכטע רעגען showers קען זיך ענדיגען מיט שניי showers, ארום 34 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג , ארום 42 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 27 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 37-42 בייטאג , קלאר אין קאלט 27-32 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

זונטאג נאכט- קלאר אין שטארק קאלט , ארום 15.
מאנטאג - זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 38 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 27.
דינסטאג- טייל זיניג ,מילד, ארום 45. לייכטע רעגען showers קען זיך ענדיגען מיט שניי showers, ארום 35 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג , ארום 42 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 27 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 40-45 בייטאג , קלאר אין קאלט 25-30 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

זונטאג נאכט- קלאר אין שטארק קאלט , 10-15.
מאנטאג - זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 38 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 22.
דינסטאג- טייל זיניג ,מילד, א shower מעגליך ,ארום 40. לייכטע רעגען showers קען זיך ענדיגען מיט שניי showers, ארום 28 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג , ארום 38 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 20 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 35-40 בייטאג , קלאר אין קאלט 25-30 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מאנטאג אווענט, א גוטע נאכט.

וועטערבאריכט » מאנטאג יאנואר 25, 2016 1:45 pm

· #318901
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
גוטע נייעס- נעכטען איז דער euro געווען אויף א טרעק פון דער נעקסטער שטורם נענטער צו אינז מיט מעגליכע שניי, היינט זענען אלע לאנג רענד׳ג מאדעלס אין אגרימענט אז דאס גייט ארויס אין ים. זון מיט טעמפרעטורס אין די 30s אין 40s וועלען אינז העלפען פטור ווערען פון אסאך פון די שניי איבער דער נעקסטע וואך.

Euro


American gfs


Canadian gem




וועטערבאריכט

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 25, 2016 1:48 pm

· #318902

Bpjew » מאנטאג יאנואר 25, 2016 1:49 pm

· #318903
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
רויטע וואנצעס
:קלאטש

איך קלאטש מיט באט איך האפ גייט זיך נישט טוישן אין דארפן זעצען [emoji1]

וועטערבאריכט » מאנטאג יאנואר 25, 2016 4:18 pm

· #318919
מאנטאג אווענט- פרשת יתרו- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, ציביסעליך ווערט די וועטער בעסער אין מילדער, מארגען וועט מען קענען זען טעמפרעטורס אין די מיטטעלע 40s אין שטאט מיט זון כאטש פארמיטאג, וואלקענעס קומען אריין פאר נאכמיטאג מיט א chance פאר א רעגען shower , ביינאכט גייט אדורך א קאלד פראנט מיט א רעגען אדער שניי shower. די קאלד פראנט וועט נישט ברענגען קיין שטארק קאלטע וועטער מיט 40s מיטוואך , 30s דאנערשטאג,פרייטאג אין שבת, אין צירוק צו די 40s פאר זונטאג אין מאנטאג. די שטורם וואס האט געקענט קומען פאר דאנערשטאג נאכט אין פרייטאג בלייבט געניג ווייט פון אינז, עס קען זיין מער פארוואלקענט אין ווינטיג פרייטאג אבער מער פון דעם איז נישט עקספעקטעט יעצט. רבותי איך פאר אוועק קיין פלארידע פאר אפאר טעג, וועל איך מיזען נעמען א ברעיק ביז מוצאי שבת/זונטאג. אויב עפעס ספעציעל קומט ,וועל איך אפדעיטען אי״ה.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מאנטאג נאכט-טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 32.
דינסטאג- טייל זיניג ,מילד, קליינע chance פאר א רעגען shower שפעט,ארום 45. לייכטע רעגען showers קען זיך ענדיגען ווי שניי showers, ארום 35 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג , ארום 42 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 25 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל (מער פארוואלקענט פרייטאג), 35-40 בייטאג , קלאר אין קאלט 25-30 ביינאכט.
זונטאג אין מאנטאג- טייל זיניג אין מילדער, 40-45 בייטאג. ארום 32 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט-טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 27.
דינסטאג- טייל זיניג ,מילד, קליינע chance פאר א רעגען shower שפעט,ארום 48. לייכטע רעגען showers קען זיך ענדיגען ווי שניי showers, ארום 32 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג , ארום 42 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 22 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר לייבטע שניי אדער רעגען נאכמיטאג. ארום 37 בייטאג. ארום 27 ביינאכט.
פרייטאג אין שבת-מערסטענס זיניג אין קיל (מער פארוואלקענט פרייטאג), 38-42 בייטאג , קלאר אין קאלט, ארום 25 ביינאכט.
זונטאג אין מאנטאג- טייל זיניג אין מילדער, ארום 45 בייטאג. ארום 32 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

מאנטאג נאכט-טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 20.
דינסטאג- טייל זיניג ,מילד, קליינע chance פאר א רעגען shower שפעט,ארום 40. לייכטע רעגען showers קען זיך ענדיגען ווי שניי showers, ארום 28 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג , ארום 38 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 18 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל (מער פארוואלקענט פרייטאג), 32-37 בייטאג , קלאר אין קאלט ,20-25 ביינאכט.
זונטאג אין מאנטאג- טייל זיניג אין מילדער, 38-42 בייטאג. ארום 27 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה נעקסטע מוצאי שבת אדער זונטאג , א גוטע נאכט.

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 25, 2016 4:19 pm

· #318921
ענדזשוי דיין וואקאציע.

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:04 pm

· #319276
אפדעיט-מיטוואך נאכט-פרשת יתרו
א גוטען אווענט, איך בין דא אין מיאמי אין עס איז היינט געווען 82 טייל זיניג אין זייער humid. אביסעל העכער ארויף ביי פאלם ביטש איז געווען אסאך רעגען אין אפילו א שטיקעל טארנעדא ערגעץ. דער שטורם מיט א קאלד פראנט וועט ארויף גיין די איסט קאוסט אבער וועט בלייבען ווייט געניג נאר צו ברענגען מער וואלקענעס דאנערשטאג נאכט אין פרייטאג. עס וועט בלייבען קיל אבער נישט צו קאלט מיט טעמרעטורס נאנט צו 40 ביז זונטאג , אין ארויף גיין אין די 40s פאר נעקסטען וואך , א שטורם וואס קומט דעמאלטס פאר דינסטאג וועט זיין רעגען. דער פאטטערן קען צוריק גיין צו קעלטער ענדע פון נעקסטע וואך. איך וועל אי״ה ארויפלייגען די רעגאלער וועטערבאריכט אנפאנגענדיג זונטאג אווענט. א גוטע נאכט.

וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 29, 2016 6:48 am

· #319455
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
אפדעיט-היינט גייט זיין א ווינטיג אין קילע טאג , אפאר snow showers זענען מעגליך, אבער טעמפרעטורס זענען נישט קאלט געניג פאר שניי צו קלעבען, אויב עס זענען דא heavier snow squalls קען זיין א קאוטינג אבער עס איז א שוואכע chance אז דאס וועט געשען. היינט נאכט וועט זיין קאלט אין ווינטיג אין מארגען וועט אויך בלייבען גאנץ קיל, נעקסטען וואך וועט אבער ווערען אסאך מילדער מיט מיטעלע 50s ביי דינסטאג אין מיטוואך. א גוט שבת !


וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 7:14 pm

· #319536
מוצאי שבת קודש-פרשת יתרו- וועטערבאריכט
א גיטע וואך, נאך א קעלטערע שבת , וועט זיך דער וועטער אנווארעמען די וואך. איך בין צירוקגעקומען פון פלארידע ערב שבת אין עס איז ממש א ווינדער וויפיל די שניי האט זיך צולאזט איבער איין וואך, אין די קומענדיגער וואך קענען מיר אינגאנצען פטור ווערען פון עס. רוב וואך בלייבט אין די 40s אין אפילו 50s מיט רעגען מאנטאג אין מיטוואך. ביי פרייטאג אין שבת קומט צירוק די קעלטערע לופט. ווינטער נעמט טאקע א ברעיק פאר א וואך אבער עס זעט אויס צירוקצוקומען ביי פרשת תרומה מיט קעלט אין אפילו די מעגליכקייט פאר שניי.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מוצאי שבת- טייל פארוואלקענט אין נישט אזוי קאלט, ארום 35.
זונטאג-מערסטענס זיניג אין מילד, ארום 50 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין מילד, ארום 40.
מאנטאג- מערסטענס פארוואלקענט. אפאר רעגען showers מעגליך נאכמיטאג אין אווענט, ארום 52 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 38 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג. פארוואלקענט אין מילד, ארום 40 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 55 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 38 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 45 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 30 ביינאכט.
פרייטאג אין שבת- טייל פארוואלקענט אין קיל, ארום 38 ביינאכט. קלאר אין קאלט ,ארום 28 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת- טייל פארוואלקענט אין נישט אזוי קאלט, ארום 30.
זונטאג-מערסטענס זיניג אין מילד, ארום 52 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין מילד, ארום 42.
מאנטאג- מערסטענס פארוואלקענט. אפאר רעגען showers מעגליך נאכמיטאג אין אווענט, ארום 57 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קיל, ארום 50 בייטאג. פארוואלקענט אין מילד, ארום 40 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 60 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 38 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 47 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 30 ביינאכט.
פרייטאג אין שבת- טייל פארוואלקענט אין קיל, ארום 40 ביינאכט. קלאר אין קאלט ,ארום 28 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

מוצאי שבת- טייל פארוואלקענט אין נישט אזוי קאלט, ארום 28.
זונטאג-מערסטענס זיניג אין מילד, ארום 48 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין מילד, ארום 35.
מאנטאג- מערסטענס פארוואלקענט. אפאר רעגען showers מעגליך נאכמיטאג אין אווענט, ארום 47 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג. פארוואלקענט אין קיל, ארום 32.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 52 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 32 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 42 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג אין שבת- טייל פארוואלקענט אין קיל, ארום 35 ביינאכט. קלאר אין קאלט ,ארום 20 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט, א גוטע וואך.

דעת תורה » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 8:34 pm

· #319545
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נאך איינער האט דא דעם פראבלעם, אז אנשטאט טראגן צו די נייעסטע הודעה (וואס איך האב נאכנישט געליינט) אין דעם אשכול, קום איך אן א צוואנציג תגובות בעפאר? איך נוץ געווענליך טעפטאטאלק אבער איך מיין אז די פראבלעם איז ביים קאמפיוטער אויך.

סביב העולם » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 8:36 pm

· #319548
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
דעת תורה
נאך איינער האט דא דעם פראבלעם, אז אנשטאט טראגן צו די נייעסטע הודעה (וואס איך האב נאכנישט געליינט) אין דעם אשכול, קום איך אן א צוואנציג תגובות בעפאר? איך נוץ געווענליך טעפטאטאלק אבער איך מיין אז די פראבלעם איז ביים קאמפיוטער אויך.


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8471">viewtopic.php?t=8471</a><!-- l -->

שלום על ישראל » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 8:41 pm

· #319549
סביב העולם
דעת תורה
נאך איינער האט דא דעם פראבלעם, אז אנשטאט טראגן צו די נייעסטע הודעה (וואס איך האב נאכנישט געליינט) אין דעם אשכול, קום איך אן א צוואנציג תגובות בעפאר? איך נוץ געווענליך טעפטאטאלק אבער איך מיין אז די פראבלעם איז ביים קאמפיוטער אויך.


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8471">viewtopic.php?t=8471</a><!-- l -->

כ'האב די זעלבע פראבלעם, און כ'ניץ נישט די עפפ.

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 31, 2016 9:09 am

· #319591
אקטיוו וועטער קומט אהן פאר שי נעקסטע 7-10 טעג.
א גוט מארגען, ווי איך האב נעכטען אדורכגערעדט קומט א מילדע וואך מיט צוויי מעגליכע רעגענס , נעקסטער וואך קומט צירוק קעלטערע וועטער. געדענקט אז עס דארף נישט זיין גאר קאלט פאר א שניי טעג אין די 30s אין נעכט אין די 20s זענען קאלט געניג. סאו איבערנאכט האבען די נייער מאדעלס געוויזען צוויי מעגליכע שניי שטורמס פאר נעקסטען וואך. די פרעדיקטשענס זענען נאך אלל אווער די פלעיס אבער די מעגליכקייט איז דא , סאו לאמיר הנאה האבען פון דער מילדע וואך דערווייל.
📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » זונטאג יאנואר 31, 2016 5:27 pm

· #319666
זונטאג אווענט- פרשת משפטים- וועטערבאריכט
א גיטען אווענט, היינט איז געווען נאר ווארעמער ווי גערעכנט עס איז אנגעקומען ביז 55 מיט זון. היינט נאכט וועט בלייבען מילד אין בכלל וועט בלייבען מילד די וואך ביז דאנערשטאג. די שטורם פאר מאנטאג זעט אויס נאר צו ברענגען א שוואכע קאלד פראנט אין די showers קענען זיך אויסטרוקענען אויפן וועג אריין. אביסעל קילערע לופט קומט אהן פאר דינסטאג אבער א שטערקערע שטורם ברענגט רעגען פאר מיטוואך, אויב עס פאנגט זיך אהן דינסטאג איבערנאכט , קען זיין אביסעל אייז אין אנפאנג אפסטעיט. מיטוואך וועט זיין זייער מילד מיט טעמפרעטורס אין די הויכע 50s ביז אפילו 60! קעלטערע לופט אין טרוקענע וועטער קומט צירוק פאר סוף וואך , אבער לויט טייל מאדעלס קענען מיר זען אביסעל לייכטע שניי פרייטאג מיט א שטורם וואס גייט מער ווייניגער ארויס אין ים. שבת זעט אויס טרוקען אין קיל , אבער א קליפפער (קליינער קאנעדיען שטורם)קען ברענגען א נייע chance פאר אביסעל שניי אדער רעגען זונטאג. קיין ערענסטע ווינטער וועטער איז נישט פארגעזען ביז כאטש די מיטטען פון נעקסטען וואך, אבער עס איז נאך צו פרי פונקטליך צו וויסען די דיטעילס. מיר וועלען האלטען אן אויג אויף דעוועלאפמענטס בעזרת ה׳.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט אין מילד, ארום 40.
מאנטאג- מערסטענס פארוואלקענט, א קליינער chance פאר רעגען showers נאכמיטאג אין אווענט, ארום 52 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג. פארוואלקענט אין מילד,chance פאר רעגען פארטאגס, ארום 40 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 58 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 38 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 45 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג אין שבת- טייל פארוואלקענט אין קיל, ארום 40 בייטאג. קלאר אין קאלט ,ארום 30 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען אין שניי געמישט מעגליך, ארום 38.

וועטער לעקוואוד -

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט אין מילד, ארום 42.
מאנטאג- מערסטענס פארוואלקענט, א קליינער chance פאר רעגען showers נאכמיטאג אין אווענט, ארום 57 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קיל, ארום 48 בייטאג. פארוואלקענט אין מילד,chance פאר רעגען איבערנאכט, ארום 42 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 60 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 38 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 47 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 30 ביינאכט.
פרייטאג אין שבת- טייל פארוואלקענט אין קיל, ארום 42 בייטאג. קלאר אין קאלט ,ארום 30 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען אין שניי געמישט מעגליך, ארום 40.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט אין מילד, ארום 35.
מאנטאג- מערסטענס פארוואלקענט, א chance פאר רעגען showers נאכמיטאג אין אווענט, ארום 50 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קיל, ארום 42 בייטאג. פארוואלקענט אין קיל,chance פאר רעגען געמישט מיט אייז פארטאגס, ארום 35 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 55 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 35 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 42 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג אין שבת- טייל פארוואלקענט אין קיל, ארום 37 בייטאג. קלאר אין קאלט ,ארום 25 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 35.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מאנטאג אווענט, א גוטע נאכט.

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 1, 2016 5:42 pm

· #319811
מאנטאג אווענט-פרשת משפטים- וועטערבאריכט
א גיטען אווענט, showers וועלען זיך ענדיגען אין אווענט אין א קאלד פראנט וועט אדורכגיין אין ברענגען קילערע לופט. מארגען וועט זיין זיניג אין קילער. דינסטאג נאכט קומט אהן א גרעסערע שטורם דאס וועט ברענגען א גוטע אינטש אדער מער דאס וועט זיין רעגען מיט דער שטורם טרעק ווייט צו אינזער west. עס וועט אויך זיין זייער מילד אין דאס וועט העלפען צולאזען די איבערגעבליבענע שניי הויפענעס. דאנערשטאג קומט אהן קילערע לופט אבער נישט צו קאלט אין בלייבט מיט אינז ביז נעקסטער וואך. אפאר chances פאר שניי/רעגען זענען נאך דא פאר פרייטאג ביז זונטאג אבער דאס ווענדט זיך ווי א פראנט ווערט אפגעשטעלט. דערווייל וועלען מיר גיין מיט א טרוקענע אויסזיכט. ביי די מיטטעלע חלק פון נעקסטער וואך קען יא זיין א מער ערענסטע שטורם אבער אנדערשט פון אינזער בליזזערד זענען די מאדעלס מחולק אויב ס׳איז שניי, רעגען אדער ארויס אין ים, אין טוישען דראסטיש פון טאג צו טאג . דעריבער ,וועלען מיר מיזען זען אויב דאס ווערט קלארער אין די נעקסטע פאר טעג.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מאנטאג נאכט-לייכטע רעגען ענדיגט זיך , דערנאך קלאר אין קילער, ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קילער, ארום 47 בייטאג. פארוואלקענט אין קיל,chance פאר רעגען פארטאגס, ארום 38 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 58 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 40 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 48 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג- טייל זיניג אין קיל, ארום 40 בייטאג. קלאר אין קאלט ,ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט-לייכטע רעגען ענדיגט זיך , דערנאך קלאר אין קילער, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קילער, ארום 47 בייטאג. פארוואלקענט אין קיל,chance פאר רעגען פארטאגס, ארום 42 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 65 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 40 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 48 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג- טייל זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג. קלאר אין קאלט ,ארום 30 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

מאנטאג נאכט-פארוואלקענט , דערנאך קלאר אין קילער, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אין קילער, ארום 45 בייטאג. פארוואלקענט אין קיל,chance פאר רעגען פארטאגס, ארום 34 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 55 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך אין קילער, ארום 35 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קילער, ארום 45 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג- טייל זיניג אין קיל, ארום 37 בייטאג. קלאר אין קאלט ,ארום 25 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט, א גוטע נאכט.

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 1, 2016 6:14 pm

· #319815
January not very cold but snowy month
די חודש פון יאנואר איז פאריבער אין עס איז טאקע געווען אסאך קעלטער ווי דעצעמבער אבער נאך אלס העכער ווי נארמאל. לגבי שניי האט אינזערע בליזזארד אינז געגעבען די גאנצער ווינטערס שניי אין א מעת-לעת.
📎 image.png

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 2, 2016 7:37 am

· #319887
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
גרויסע נייעס-ביידע גראונדהאגס האבען נישט געזען זייער שאטען קומט דאך אויס אז פרילינג איז אויפן וועג.
אויב איר גלייבט אין דעם....
Spring is coming! Punxsutawney Phil and Staten Island Chuck are in agreement.


וועטערבאריכט

סביב העולם » דינסטאג פעברואר 2, 2016 8:37 am

· #319893
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
וועטערבאריכט
גרויסע נייעס-ביידע גראונדהאגס האבען נישט געזען זייער שאטען קומט דאך אויס אז פרילינג איז אויפן וועג.
אויב איר גלייבט אין דעם....
Spring is coming! Punxsutawney Phil and Staten Island Chuck are in agreement.


וועטערבאריכט
קענט איר עפשער מסביר זיין וואס די איינרעדעניש איז?
וואס זעיט מען אין די גראונדהאגס?

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 2, 2016 6:14 pm

· #320004
דינסטאג אווענט- פרשת משפטים- וועטערבאריכט
א גיטען אווענט, עס קומט א רעגענדיגע אין מילדע טאג פאר מארגען. איבערנאכט אדער דאנערשטאג צופרי וועט זיך דער רעגען ענדיגען. דארנאך וועט ווערען קיל אין מערסטענס טרוקען פאר פרייטאג ביז מאנטאג. עס איז דא גאר א קליינער chance פאר אביסעל לייכטע שניי/רעגען דאנערשטאג נאכט/פרייטאג אויב א שטורם קומט נאנט געניג אבער דערווייל לייג איך עס נישט אריין. נעקסטע וואך דינסטאג קומט א שטערקערע אין מער וויכטיגע שטורם, לויט די קענעדיען אין euro קענען מיר זען א שיינע שניי די בעסטע chance אפסטעיט, לויט דער אמעריקאנער מאדעל איז דאס ארויס אין ים. די ענדע פון נעקסטע וואך קען אבער ברענגען עכט קאלטע וועטער לויט אלע מאדעלס.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט-פארוואלקענט אין קיל,chance פאר רעגען פארטאגס, ארום 40 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 58 בייטאג. רעגען מיט א קליינער chance פאר thunderstorms, ארום 45 ביינאכט.
דאנערשטאג- רעגען ענדיגט זיך אינדערפרי , דערנאך טייל זיניג אין קילער, ארום 50 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג- טייל זיניג אין קיל, 40-45 בייטאג. קלאר אין קאלט , 30-35 ביינאכט.
דינסטאג- פארוואלקענט אין קיל, ארום 40.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט-פארוואלקענט אין קיל,chance פאר רעגען פארטאגס, ארום 40 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 62 בייטאג. רעגען מיט א קליינער chance פאר thunderstorms, ארום 47 ביינאכט.
דאנערשטאג- רעגען ענדיגט זיך אינדערפרי , דערנאך טייל זיניג אין קילער, ארום 52 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג- טייל זיניג אין קיל, 43-48 בייטאג. קלאר אין קאלט , 27-32 ביינאכט.
דינסטאג- פארוואלקענט אין קיל מיט רעגען מעגליך ,ארום 42.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

דינסטאג נאכט-פארוואלקענט אין קיל,chance פאר רעגען פארטאגס, ארום 35 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען מעגליך, ווינטיג אין זייער מילד, ארום 52 בייטאג. רעגען מיט א קליינער chance פאר thunderstorms, ארום 42 ביינאכט.
דאנערשטאג- רעגען ענדיגט זיך אינדערפרי , דערנאך טייל זיניג אין קילער, ארום 48 בייטאג. קלאר אין קעלטער, ארום 28 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג- טייל זיניג אין קיל, 37-42 בייטאג. קלאר אין קאלט , 25-30 ביינאכט.
דינסטאג- פארוואלקענט אין קיל, ארום 37.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט, א גוטע נאכט.
📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 2, 2016 7:43 pm

· #320023
סביב העולם
וועטערבאריכט
גרויסע נייעס-ביידע גראונדהאגס האבען נישט געזען זייער שאטען קומט דאך אויס אז פרילינג איז אויפן וועג.
אויב איר גלייבט אין דעם....
Spring is coming! Punxsutawney Phil and Staten Island Chuck are in agreement.


וועטערבאריכט
קענט איר עפשער מסביר זיין וואס די איינרעדעניש איז?
וואס זעיט מען אין די גראונדהאגס?

בעסיקלי עס איז איין אלטע איינרעדעניש אז אויב פעביואר דער 2nd איז זיניג אין חיות קענען זען זייער שאטען מיינט עס אז עס קומט 6 מער וואכען פון ווינטער. אויב אבער איז פארוואלקענט אין די חיה קען נישט זען איהר שאטען מיינט עס אז ווינטער איז שוין דעריבער אין ווארעמע וועטער קומט. די אפיציעלע נאשענאל וועטער סערוויס רעקארדס ווייזען אז די גרוינדהאגס פרעדיקשען איז געווען גערעכט ווייניגער ווי 40 % פון די צייט. דער אמת איז אסאך יארען פאנגט זיך טאקע אהן אנצווארעמען ביי די צייט, אין אסאך יארען איז נאך וויטערדיג פאר אפאר וואכען . סאו קיין גרויסע נביאות איז עס נישט. גראדע די לעצטע פאר יאר האט זיך ווינטער אנגעהויבען שפעט אין געענדיגט שפעט ... מ׳ממער זען ווי דאס ווינטער גייט דאס יאהר.

וועטערבאריכט » מיטוואך פעברואר 3, 2016 7:13 am

· #320074
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
א גוט מארגען, עס איז זייער מילד היינט אינדערפרי און עס קען ארויף גיין אין די העכערע 50s היינט. אפאר showers זענען מעגליך אינדערפרי, אבער דער מעין heavier רעגן קומט אהן שפעטער נאכמיטאג און אויך אין דער אווענט. מער מאדעלס ווייזען אז דער פראנט שטעלט זיך אפ נענטער צו אינז און א שטורם טרעקט נענטער, דאס מיינט אז א קליינער שניי (coating to 1 inch)קען פאלען דאנערשטאג נאכט און פרייטאג צופרי. מער שניי וואלט געפאלען סאוט און איסט פון שטאט, ווי לעיקוואוד , און לאנג איילענד. ווייניגער אויב עפעס אפסטעיט. איך וועל אפדעיטען היינט אווענט בעזרת ה׳ .
א גוטען טאג.

נ.ב. איינער האט מיר אריינגעזאגט אין אישי אז איך קען נישט שרייבען אידיש און איך פארמיש מיינע אין אדער און׳ס. רעגען אנשטאטס רעגן.
איך וועל פרובירען צו שרייבען בעסער ,אבער איך האף מיין אפעטיט צו שרייבען גייט נישט אוועק פון ווערען נאכגעקוקט ווי איך שרייב פאר א צייטונג...

באמת׳ן איז מיין ענגליש שרייבען בעסער ווי אידיש.

וועטערבאריכט

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 3, 2016 10:45 am

· #320085
איך באגריס דיין נייע אוואטאר

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 3, 2016 5:01 pm

· #320125
וועטערבאריכט
נ.ב. איינער האט מיר אריינגעזאגט אין אישי אז איך קען נישט שרייבען אידיש און איך פארמיש מיינע אין אדער און׳ס. רעגען אנשטאטס רעגן.
איך וועל פרובירען צו שרייבען בעסער ,אבער איך האף מיין אפעטיט צו שרייבען גייט נישט אוועק פון ווערען נאכגעקוקט ווי איך שרייב פאר א צייטונג...

ביטע גיבט ארויס די אדרעסס פון די אישי קעסטל
מיר האבן פאררופן א מאסן פראטעסט פארנט פונעם אישי קעסטל פאר דאנערשטאג אווענט 8:00 באסעס וועלן פארן פון ווי אימער!
און נאך איינמאל ביטע נישט דערקיטשענען אונזער וועטערבאריכטער אין אישי דאס טוט ער נאר פאר אונזער הנאה עס גייט אונז נישט אהן ווען ער נוצט אין אדער און די עיקר אז מיר פארשטייען וואס צו ערווארטען

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 3, 2016 5:08 pm

· #320128
גם אני מצטרף צו לית דין'ס מחאה, אונז האבן הנאה פון יעדע באריכט, גרעמער וועט מען שמועסן אין די פאסיגע אשכול, ביטע פארליר נישט דיין אפעטיט.

שלום על ישראל » מיטוואך פעברואר 3, 2016 5:19 pm

· #320133
גם אני מצטרף, אבער איך בין דער א.ג. קריטיקירער. איך האב נאר געבעטן אז ער זאל זיך אנשטרענגן מיט די ספעלינג. פאר די וואס זענען ברוגז, וועל איך שפירן אייער פיין ווען איר וועט שפירן מיינע. פאר די פראטעסטירער, ביטע זייט מפרסם די זמן און פלאץ.

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 3, 2016 5:25 pm

· #320135
טוה תשובה זאג אים אז די ביסט אקעי however it is די עיקר ער זאל שרייבן און נישט האבן קיין פרעשו"ר
לכאורה וועט מען אפרופען די פראטעסט ווייל מודה בקנס פטור!

שלום על ישראל » מיטוואך פעברואר 3, 2016 5:27 pm

· #320137
לית דין בר נש
טוה תשובה זאג אים אז די ביסט אקעי however it is די עיקר ער זאל שרייבן און נישט האבן קיין פרעשו"ר
לכאורה וועט מען אפרופען די פראטעסט ווייל מודה בקנס פטור!

ביסט'ך אזא מענטש, אבי דו זאגסט @לית דין בר נש...

וועטערבאריכט » מיטוואך פעברואר 3, 2016 5:49 pm

· #320144
מיטוואך אווענט- פרשת משפטים- וועטערבאריכט
א גיטען אווענט, גאנץ א ביזי וואך פון וועטער קומט יעצט. קודם כל די יעצטיגע רעגן וועט זיך אפשטילען און ענדיגען איבערנאכט. א קאלד פראנט וועט אדורכגיין מארגען אינדערפרי און עס וועט ווערען כאטש טייל זיניג און אביסעל קילער דורכ׳ן טאג. דאנערשטאג נאכט פארט א שטורם ארויף אויף די קאלד פראנט, און עס זעט אויס ווי עס קומט נאנט געניג פאר א קאלטער רעגען וואס מישט זיך און טוישט זיך אויף שניי דאנערשטאג איבערנאכט. אפסטעיט וועט מסתם זען זייער ווייניג שניי, אויב עפעס. אבער פון דער שטאט און ווייטער איסט און סאוט קען זיין פון א קאוטינג צו איינס, און אפילו צוויי אינטשעס אין ערגסטען פאל. אין לאנג איילענד קען זיין א מער ערענסטע 3-6 אינטשעס אין ערגסטען פאל. פון פרייטאג צופרי ביז מאנטאג זעט אויס מערסטענס זיניג און קיל. מאנטאג נאכט און דינסטאג קען א שטערקערע שטורם אנקומען און ברענגען א גרעסערע שניי פאר אלע פלעצער. דיטעילס זענען נאך אלס נישט קלאר, וויפיל , און אויב עס בלייבט בלויז שניי אדער א מיש פון שניי/רעגען . דער אמעריקאנער מיט די קענעדיען ווייזען יעצט יא דער שניי ,אבער דער euro איז געגאנגען פארקערט אין ווייזט אז עס גייט ארויס אין ים. סאו קליגער זענען מיר נאך נישט פאר נעקסטער וואך.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מיטוואך נאכט- רעגען קען זיין heavy אווענט, ענדיגט זיך איבערנאכט, מילד,ארום 48 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט אינדערפרי, טייל זיניג און קילער נאכמיטאג, ארום 52 בייטאג. פארוואלקענט און קעלטער, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי טוישט זיך צו שניי פארטאגס, ארום 34.
פרייטאג- שניי מעגליך אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל, ארום 45. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 45 בייטאג. קלאר און קאלט , 30-35 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג- פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, קיל, ארום 35. ארום 30 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג און קאלט, ארום 37.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט- רעגען קען זיין heavy אווענט, ווערט לייכטער איבערנאכט, מילד,ארום 48 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט אינדערפרי, טייל זיניג און אביסעל קילער נאכמיטאג, ארום 52 בייטאג. פארוואלקענט און קעלטער, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי טוישט זיך צו שניי פארטאגס, ארום 32.
פרייטאג- שניי מעגליך אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל, ארום 44. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 27 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 45 בייטאג. קלאר און קאלט ,ארום 30 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 40 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג- פארוואלקענט מיט שניי/רעגן מעגליך, קיל, ארום 38. ארום 25 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג און קאלט, ארום 37.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

מיטוואך נאכט- רעגען קען זיין heavy אווענט, ענדיגט זיך איבערנאכט, מילד,ארום 45 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט אינדערפרי, טייל זיניג און קילער נאכמיטאג, ארום 48 בייטאג. פארוואלקענט און קעלטער, אפאר flurries מעגליך פארטאגס, ארום 30.
פרייטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 42 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 22 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 42 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג- פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, קיל, ארום 32. ארום 22 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג און קאלט, ארום 35.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט, א גוטע נאכט.

שלום על ישראל » מיטוואך פעברואר 3, 2016 7:13 pm

· #320162
היות די סיסטעם לאזט נישט לייק'ן מער ווי איינמאל פער תגיבה, בין איך פשוט צוריקגעגאנגן צו לייק'ן אפאר אלטע באריכטן; פאר די מוסדות...

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 4:12 pm

· #320263
דאנערשטאג אווענט-פרשת משפטים-וועטערבאריכט -שניי מעפ
א גיטען אווענט, איך דארף באמערקען אז דאס ווינטער איז בכלל זייער אן אינטרעסאנטער און אויסערגעווענטליכער ווינטער. איינס,איז אז עס איז בכלל נישט קיין קאלטער ווינטער, אבער טראצדעם האט עס ליב צו שנייען , אין דווקא אין פלעצער וואס זעהן פול ווייניגער שניי אין א געווענטליכער יאהר. אויך אז די מאדעלס ווייזען מער אין מער שניי ווי נענטער מען ווערט צו א שטורם וואס געווענטליך גייט עס ארויף און אראפ ביז א פשרה. סאו יעצט צום ענין א קאלד פראנט איז אדורך היינט אינדערפרי און אפילו אויב עס איז געבליבען מילד היינט, קומט געניג קאלטע לופט אריין איבערנאכט פאר נאך א קליינע שניי שטורם. די שטורם לויפט ארויף דער פראנט פון היינט צופרי אבער עס קומט נענטער ווי גערעכנט. אויב עס וואלט געווען גוט קאלט וואלטען מיר געקענט זען א פיינע 6-12 אינטש שטורם היינט נאכט און מארגען אינדערפרי. אבער עס איז זייער מילד , דער גראונד איז ווארעם ,און ווען די precipitation פאנגט אהן צו פאלען וועט עס זיין רעגן. פארטאגס וועט עס איבערגיין אויף שניי און אנהויבען צו פאלען heavy at times. דאס איז א שטורם מיט הויכע bust potential. ד״ה-אז אויב די קאלטע לופט קומט נישט אריין שנעל געניג און אויב שניי פאלט נישט heavy געניג קען עס איז אויסלאזען מיט פול ווייניגער ווי מיין מעפ. אבער אויפ׳ן אנדערע צד , איך קען נישט איגנארירען אלע מאדעלס וואס ווייזען אז עס קען זיין אפאר שעה פון שטארקע שניי. איך לייג צו א מעפ אבער מיט די הערה אז די אמונטס זענען וואס קען קלעבען אויף קעלטערע פלעצער, אויף די גאסען און ראודס קען זיין אסאך ווייניגער אדער אפשר נאר slush. ביי פרייטאג פארמיטאג איז עס פאריבער און עס וועט ווערען טייל זיניג און שיין ביז מאנטאג. מאנטאג נאכט ביז מיטוואך איז נאך זייער פארנעפעלט ,אבער עס קען קומען נאך איין אדער אפילו צוויי שטורם. רעגען , שניי , וויפיל , ארויס אין ים, נאך צו פרי...

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דאנערשטאג נאכט- פארוואלקענט און קעלטער, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי טוישט זיך צו שניי איבערנאכט, ארום 32.
פרייטאג- שניי מעגליך heavy אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל נאכמיטאג, ארום 45. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 28 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 45 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 30 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען מעגליך, קיל, ארום 35. ארום 30 ביינאכט.
דאנערשטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 35.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט- פארוואלקענט און קעלטער, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי טוישט זיך צו שניי איבערנאכט, ארום 32.
פרייטאג- שניי מעגליך heavy אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל נאכמיטאג, ארום 45. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 45 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 27 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען מעגליך, קיל, ארום 37. ארום 30 ביינאכט.
דאנערשטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 35.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

דאנערשטאג נאכט- פארוואלקענט און קעלטער, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי טוישט זיך צו שניי איבערנאכט, ארום 27.
פרייטאג- שניי מעגליך אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל נאכמיטאג, ארום 38. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 40 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, קאלט, ארום 32. ארום 25 ביינאכט.
דאנערשטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 30.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי שבת קודש, אפדעיטס אויב עס פעלט אויס. א גוטען שבת.
📎 image.png

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 4:53 pm

· #320279
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן



וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 9:32 pm

· #320317
Changeover times -winter weather advisories
.
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52