וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
2551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8116
מיטוואך נאכט -וועטער באריכט
א גיטען אווענט, קודם כל לאמיר רעדען וועגען די יעצטיגע שניי, די שניי האט זיך אנגעהויבען אין לעיקוואוד אין אויך אסאך פון סאוט אין סענטרעל נאו דזערזי אבער דערווייל האט עס א שוועריקייט ארויפציקומען ביז ברוקלין עס זעט אויס אז אדער עס וועט בכלל נישט שנייען היינט נאסט דא אין שטאט אדער אפילו אויב יא ווען עס זיין זייער לייכט אדער flurries.
לגבי דער צווייטער אין גרעסערע שטורם איז אויך אריינגעפאלען א מאנקי רענטש, דער וועג די זאכען גייען איז אז דער וועטער סערוויס ווי אויך די מידאראלאגיסטס פארלאזען זיך אויף וועטער מאדעלס אין טוישען די forecast , לויט ווי עס זעט אויס אין די לעצטע מאדעלס, עס איז א מחלוקת געווארען יעצט מיט די אמעריקאנער וועטער מאדעלס וואס ווייזען אז דער שטורם פאר שבת וועט זיך אוועקציען מער ווייט ווי גערעכנט אין וועט ברענגען א לייכטע שניי אדער א געמיש פון רעגען אין שניי, אין אנטקעגען דעם דער european and canadian מאדעלס וואס ווייזט א שטערקערער שניי, די אמת איז אז געווענטליך איז דער european פאררעכענט ווי די קעניג לגבי אזעלעכע שטורמס אין דער אמעריקאנער קען סווינגען אהין אדער ציריק אין איז נישט אלעמאל גערעכט. איך קען נישט טיהן מער ווי איבערגעבען וואס איך זעה אין דאס איז געווען נישט אזוי קלאר יעצט. וואס איך קען יא זאגען איז אז עס זעט אויס ווי א וויכטיגע שטורם קומט אויף שבת, אבער צי מען וועט טאקע זעהן א פיס שניי אדער א פאר אינטשעס אין א רעגען שניי געמושט איז up in the air.
איך וועל פרובירען צו אפדעטען ווען מען ווייסט מער, דאס איז א hobby פאר מיר נישט מיין job. סא אנטשולדעגט מיר פאר די בעק אין פארט. I will try to do the best I can אי״ה.
וועטער ברוקלין
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי מעגליך , -27
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,33-38-ביי טאג, 25-30 ביי נאכט.
שבת- , שניי אדער רעגען געמישט מיט שניי, ווינטיג, 35
זינטאג- זיניג אין קיל, 35
מאנטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט אין ביינאכט 32-ביי טאג, 22-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 28-32 בייטאג, 16-22
וועטער לעקוואוד -
מיטוואך נאכט - שניי ענדיגט זיך שפעט ,2-3 אינטשעס -25
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,38-ביי טאג, 25 ביי נאכט.
שבת- , שניי אדער רעגען געמישט מיט שניי, ווינטיג, 37
זינטאג- זיניג אין קיל, 37
מאנטאג- שניי מעגליך ביז שפעט ביינאכט 35-ביי טאג, 22-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 30-32 בייטאג, נאכט-18-22
וועטער מאנסי -
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי מעגליך , -23
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,30-35-ביי טאג, 18-23 ביי נאכט.
שבת- , שניי מעגליך, ווינטיג, 32
זינטאג- זיניג אין קיל, 32
מאנטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט אין ביינאכט 28-ביי טאג, 18-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 25-30 בייטאג, נאכט 10-15
וועטער מאנרא -
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי מעגליך , -20
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,30-35-ביי טאג, 15-20 ביי נאכט.
שבת- , שניי מעגליך, ווינטיג, 32
זינטאג- זיניג אין קיל, 32
מאנטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט אין ביינאכט 25-ביי טאג, 15-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 20-25 בייטאג, נאכט 10-15
נעקסט אפדעט דאנערשטאג אווענט אי״ה.
אפדעט דאנערשטאג אינדערפרי
היינט אינדערפרי איז מען נאך זייער אומקלאר וועגען די שבת שניי שטורם, עס זעט אויס ווי עס זיין שניי, רעגען אין אביסעל אייז , מען וועט קענען זעהן אפאר אינטשעס ביז אפשר 6 , אבער די גרויסע נאמבערס מען האט ארומגערעדט נעכטען זעהט נישט אויס צו זיין יעצט. אויף מאנטיג קען נאך זיין נאך איין שטורם וואס דאס וואלט געווען all snow.
אינטערסאנט איז אז א כלל בלייבט א כלל. פאר א גרויסע שניי שטורם דארף מען האבען 1.א קאלטע היי פרושור אין קאנאדע לעבן טאראנטא אדער מאנטריאל ,2. א 50/50 low pressure וואס דאס שפארט אריין די קאלטע לופט אין לאזט נישט דער שטורם ארויסלופען אינעם אטלאנטיק צי שנעל. 3. א גרינלאנד בלאק אדער negative Nao, אלע דריי זענען נישט דא יעצט סאו וויאזוי זעהט מען א גרויסע שטורם, דער european האט געוויסען אז דער שטורם וועט זיין אזוי שטארק אז דאס וועט אריינשלעפען איהר אייגענע קאלטע לופט (dynamic cooling) אויב אבער איז דער שטורם נישט נאנט אדער שטארק געניג בלייבען מיר מיט די שניי, רעגען, אייז slushy mess.
די נייערע אמעריקאנער מאדעלס קומען ארויס בערך 11 אזייגער, אין דער european קומט ארויס ארום 1. איך וועל ארויפלייגען אפדעטס ווי מעגליך אי״ה.
איך לייג צו די לעטעסט שניי מאפס פון די national weather service , אבער וויסען זאלט איהר דאס טוישט זיך נאך אפאר מאל פאר א שטורם.
א גיטען טאג.📎 image.jpg 📎 image.jpg
חילוק ציווישען א שטורם מיט א קאלטע היי פרעשור אין ווען נישט.
זעט די בילד פאר א גיטע משל ווי א קאלטע היי פרעשור אין קאנאדע קען העלפען א שטורם בלייבען שניי אין פארקערט. אויף די לינקי זייט איז דער שבת׳דיגע שטורם , אויף די רעכטע זייט דער מאנטיג׳דיגע. די arrow ווייזט די לופט וואס קומט אריין אינעם שטורם. פון צפון -קאלט, דרום- ווארעם.
📎 image.jpg
מיטאג אפדעט
דערווייל זענען די נייער מאדעלס די אמעריקאן אין די קאנאדיען אריינגעקומען אין עס זעט נאך אויס ווי שניי וואס וועט זיך טוישען אויף רעגען אין ציריק צו שניי. אין מאנסי וואלט מען געזען די העכסטע שניי פון 6-8 , ברוקלין- 2-4 , מאנרא -2-4, לעיקוואוד 1-3. דערווייל זעהן מיר נישט אזא שטארקע אנטוויקעלטע שטורם ווי זיי האבען געוויזען ביז נעכטען, אין ווי געזאגט היינט אידערפרי -דאס אז עס איז נישט דא א קאלטע היי פרעשור צי אינזער נארט, וועט העלפען אריינברענגען ווארעמערע לופט. Sounds familiar? ווי נישט ווי זעהט עס אויס דאס שבת שניי נאך צו זיין אונזער ״גרעסטער״ שניי פאר דאס ווינטער.
אויב דער european ווייסט עפעס א גרויסען חידוש וועל איך אפדעטען, אויב נישט וועל איך שרייבען די רעגאלער פארקאסט אין די אווענט אי״ה.
📎 image.jpg
די european model
דער european ווייזט נישט קיין גרויסע changes, אפשר קעלטער מיט מער שניי פאר נאו יארק 4-6 inches. אבער עס האט פארלוירען די מעגא-סטארם idea.
וועטערבאריכטאין מאנסי וואלט מען געזען די העכסטע שניי פון 6-8 , ברוקלין- 2-4 , מאנרא -2-4, לעיקוואוד 1-3.
ווי אזוי מאכט עס סענס אז אין מאנסי איז העכער סיי פון ברוקלין און סיי פון מאנרא?
די טעם איז אז מאנסי איז נענטער צו דעם שטורם, מאנרא איז טאקע קעלטער אבער מיט ווייניגער precipitation. די העכסטע שניי amounts וועלען מסתם זיין גלייך north and west פונעם שטאט.
א גרויסן דאנק פאר דיינע קלארע באריכטן, ס'איז ממש א פלעזשור צו ליינען.
אבער דאס מאכט נישט קיין סענס און איז אומשכל'דיג אז מאנסי זאל זיין 6-8 און מאנרא 2-4 (יא כ'האב געזעהן וואס דו האסט געשריבן אין די אויבערשטע תגובה פאר שמעקעדיג)
סארי
דאנערשטאג אווענט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, היינט זענען די אויסזיכטען פאר אונזער שבת שניי שטורם געווארען אביסעל קלאר, דאס וועט נישט זיין א גרויסער שניי אדער א בליזארד, אבער עס זעט אויס ווי די גרעסטע שניי פונעם ווינטער וועט עס יא זיין. היינט נאכט וועט זיין קלאר אין געווענטליך קאלט אין מארגען וועט צוביסליך ווערען פארוואלקענט דורך די טאג, די שניי וועט אריינקומען אין שטאט שפעט ליל שבת נאך 1-2am.
עס וועט זיך אויסמישען מיט רעגען אדער אייז שבת אינדערפרי אין דערנאך ענדיגען אפשר ווי מער שניי נאכמיטאג. אין מאנסי וועט עס זיין רוב שניי, אין מאנרא וועט עס זיין שניי אבער נישט אזוי heavy. אין לעיקוואוד וועט זיך עס אנהויבען ווי שניי אין אייז אבער טוישען אויף רעגען שבת צופרי.
זינטאג וועט זיין זיניג אבער נאך דער בריעק קען קומען נאך א שטורם פאר שפעט זינטאג נאכט אין מאנטאג, דאס זעט אויס צו זיין נאר שניי,א קעלטערע שטורם, אין קען זיין א גרעסערע פון די שבת׳דיגע אויב אלס פאלט אין פלאץ. נאך דער מאנטיג וועט ווערען ווינטיג אן אסאך קעלטער פאר די משך פון נעקסטער וואך.
וועטער ברוקלין
דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קאלט, 25
פרייטאג- טיילווייז זיניג , פארוואלקענט נאכמיטאג,קיל ,38.
ליל שבת-פארוואלקענט , שניי פאנגט זיך נאך 1-2 אזייגער, 30
שבת- , רעגען געמישט מיט שניי, אדער שניי ,ווינטיג, 34 (3-5 אינטשעס סך הכל)
זינטאג- זיניג אין קיל, 37 , שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 26
מאנטאג-שניי מעגליך 32-ביי טאג, טייל פארוואלקענט ביינאכט 18-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 22-28 ביי טאג, 12-18 ביי נאכט
וועטער לעקוואוד -
דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קאלט, 23
פרייטאג- טיילווייז זיניג , פארוואלקענט נאכמיטאג,קיל ,38.
ליל שבת-פארוואלקענט , שניי אין אייז אווענט ,טוישט אויף רעגען צופרי,(1-2 אינטשעס סך הכל) 30
שבת- , רעגען געמישט מיט שניי,ווינטיג, 38.
זינטאג- זיניג אין קיל, 38 , שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 28
מאנטאג-שניי מעגליך 34-ביי טאג, טייל פארוואלקענט ביינאכט 18-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 22-28 ביי טאג, 12-18 ביי נאכט
וועטער מאנסי -
דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קאלט, 20
פרייטאג- טיילווייז זיניג , פארוואלקענט נאכמיטאג,קיל ,36.
ליל שבת-פארוואלקענט , שניי פאנגט זיך נאך 2-3 אזייגער, 27
שבת- , שניי, אדער שניי מיט אייז ,ווינטיג, 32 (3-6 אינטשעס סך הכל)
זינטאג- זיניג אין קיל, 35 , שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 21
מאנטאג-שניי מעגליך 29-ביי טאג, טייל פארוואלקענט ביינאכט 12-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 18-22 ביי טאג, 5-10 ביי נאכט
וועטער מאנרא -
דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קאלט, 18
פרייטאג- טיילווייז זיניג , פארוואלקענט נאכמיטאג,קיל ,34.
ליל שבת-פארוואלקענט , שניי פאנגט זיך נאך 4 אזייגער, 24
שבת- , שניי, מעגליך ,ווינטיג, 32 (2-4 אינטשעס סך הכל)
זינטאג- זיניג אין קיל, 33 , שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 18
מאנטאג-שניי מעגליך 26-ביי טאג, טייל פארוואלקענט ביינאכט 8-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 16-20 ביי טאג, 0-8 ביי נאכט
נעקסט אפדעט פרייטאג אינדערפרי אי״ה.
יישר כח פאר דיינע קלארע און בע'טעם'טע באריכטן
שניי deficit ביז יעצט פאר א פאר שטעט
דא האט איר א ליסטע פון שטעט, די שניי וואס איז געפאלען ביז יעצט אין די געווענטליכער שניי ביז דער דאטום.📎 image.jpg
געוואלדיגיישר כח פאר דיינע קלארע און בע'טעם'טע באריכטן
עס איז מיין פארגעניגען צוצישטעלען וואס בעסער פאר׳ן עולם , ווי פריער דערמאנט האב איך געהאט וועקעישען דער וואך, האב איך געהאט צייט צו שרייבען מער די וואך.
יישר כח!
זעה אלץ צו נעמען וואקאציע בעפאר א מעגליכע שניי שטורעם...
אויב מעג איך פרעגן ביסטו אפשר דער וועטער עקספערט וואס זיצט ביי קול מבשר'ס וועטער-טישל מיט הענדל ברייער?
צדיק נסתראויב מעג איך פרעגן ביסטו אפשר דער וועטער עקספערט וואס זיצט ביי קול מבשר'ס וועטער-טישל מיט הענדל ברייער?
ניין, איך בין נישט נישט איהם.
איך זעה אז דיין חתימה לינקט צו wunderground.com
איז דאס קראנטער ווי עקיו וועטער?
צדיק נסתראיך זעה אז דיין חתימה לינקט צו wunderground.com
איז דאס קראנטער ווי עקיו וועטער?
די לינק איז צו מיין וועטער סטעשען, וואס מעסט די טעפראטור, ווינט, נאסקייט, זין שטארקייט, וכו׳ איך האב עס אויף מיין דאך אין בארא פארק, דאס ווערט ארויסגעשיקט דורך underground , זיי האבען א נעטווארק פין 26,000 וועטער סטעשענס פון איבער די גאנצע וועלט. לגבי די בעסטער וועטער source, ווענדט זיך, די נייער וועג פון מאכען א forecast, איז על פי רוב מיטען קומפעטור, דאס געט ארויס די טרוקענע נאמבערס אבער עס נעמט א וועטער עקפערט אויסצוקלויבען מער פונקטליך לאקאל זאכען וואס קען דאס טוישען. דא אין דער שטאט איז accuweather גוט ווען די meteorologist רעדט אויפן רעדיא, די וועבסייט accuweather is אדער די weather channel זייער נישט פראקטיש עס שפייט ארויס א וועטער פארקאסט גלייך פונעם קאמפוטער. Wunderground האט די forecasts פון די national weather service אין אויך א הסברה אין ענגליש מיט וואס עס האנדעלט זיך.
Snowmap update from weather service
די האט איהר די לעטעסט מעפס
📎 image.jpg 📎 image.jpg
לויט קיין איין פון די מאפעס זעה איך ניט אז מאנסי זאל באקומען מער פון ברוקלין און מאנרא
צדיק נסתרלויט קיין איין פון די מאפעס זעה איך ניט אז מאנסי זאל באקומען מער פון ברוקלין און מאנרא
איך לייג ארויף די מעפס, לאו דווקא בין איך מסכים מיט דעם אבער. עס וועט זיין דריי חלקים צו דעם שטורם ערשטער חלק the front end , וועט זיין שניי אפשר heavy ליל שבת פון לאמיר זאגען 1am ביז בערך 5-6 צופרי, דאס וועט אראפלייגען די עיקר accumulations, דערנאך קומט א changeover and mix to sleet and then rain, עס קען זיין נאכמיטאג גייט עס ציריק אויף שניי דאס הייסט די back end -wraparound פאר עס ענדיגט זיך אפילו אין שטאט. סאו איך האלט אז מאנרא וועט נישט זעהן די heavy שניי פרייטאג נאכט, די שטורם רוקט זיך northeast , מאנרא איז west פון די שטערקערע חלק פון שטורם, מאנסי אבער קען זיין נאנט געניג אריינצוכאפען. Just my opinion.אפדעט פרייטאג צופרי
א גוט מארגען, איבערנאכט האבען די מאדעלס אביסעל דא געטוישט , דא ארויף דא אראפ, למעשה בלייב איך מיט מיין נאמבערס פון נעכטען, ברוקלין 3-5 אינטשעס שניי,
לעיקוואד 1-2,
מאנסי 3-6 ,
מאנרא 2-4 .
( די שניי קען אנקומען מיט אפאר שעה פריער ווי איך האב נעכטען פארגעזאגט.)
א גוט שבת.📎 image.jpg 📎 image.jpg
ערב שבת אפדעיט
א גיטען ערב שבת , פאר איך מאך צו דעם קאמפוטער , אפאר זאכען, עס זעט נאך אויס ווי שניי קומט אריין שנעלער 9pm לעיקוואד, 11pm ברוקלין , 12 מאנסי , 1 מאנרא. די שניי קען זיין heavy פאר א פאר שעה אין נאך דעם טוישען אויף האגעל (sleet) אין רעגען פארטאגס אין שטאט, מארגען אידערפרי גייט זיין פלעין רעגען אין שטאט אין א מיקס שניי, האגעל , רעגען אפילו אין מאנסי אין מאנרא שפעט שבת אידערפרי, אין מיטן טאג קען זיין אביסעל א ברעיק, אין אסאך שניי וועט אוועקגעוואשט ווערען ,דערנאך וועט אדורכקומען די backend וואס דאס קען טוישען די רעגען צוריק צי שניי אפילו אין שטאט אבער עס וועט שוין נישט קלעבען , מוצאי שבת וועט קאלט ווערען נאכאמאל אין אלס גייט פארפרוירען ווערען.
אויף מאנטאג זעהט דערווייל אויס ווי עס גייט זיין א miss. אבער שטארק קאלטע לופט קומט אין די נעקסטע 2 וואכען. גיט שבת.
א גרויסען יישר כח
1000% אקוראט
כה לחי! 👍
ירח בן יומוא גרויסען יישר כח
1000% אקוראט
כה לחי! 👍
עס איז געווען מער שניי אין מאנסי ווי איך האב געמיינט ,אבער פאר ברוקלין אין לעיקוואד איז טאקע געווען גאנץ accurate.
Major snowstorm - blizzard conditions could be 12 inches
איך דארף מער צייט איבערצוקוקען אלעס ,אבער עס זעהט אויס ווי די big one קומט פאר מאנטאג נאכט- דינסטאג נאכט דאס האט די potential צו זיין א ערענסטע שטורם. פרטים אין אויך די וועטער באריכט coming up....
ן מעגליכער מעגא שטורם אפדעט
א גיטע וואך נאך א שניידיג אין רעגענדיגע שבת, וועלען מיר זעהן איין שיינער טאג פאר גרויסע changes קומען. ווי פריער דערמאנט עס איז געווען א רעדע פון א מעגליכער שטורם וואס מען רופט אן אלבערטע קליפפער (alberta clipper) עס האט אויסגעזען אז דאס קען ברענגען שניי אויף מאנטיג אין מאנטיג נאכט. יעצט זענען כמעט אלע וועטער מאדעלס געקומען צו דער מסקנה אז דער שאורם וועט אדורכפארען אין אינז געבען א לייכטע שניי אבער איינמאל עס גייט אין אטלאנטיק וועט עס זיך זייער פארשטערקערען אין דערנאך שטייטליך פארען נארטאיסט ארויף ביז new england.
דאס מאל נישט ווי שבת זענען דא מער ingredients וואס מען דארף האבען פאר א גרויסע שניי, דער high pressure , איז אין quebec , דאס האלט די קאלטע ליפט דא אין עס וועט זיין אין די 20s במשך די שניי, אויך איז דא די 50/50 low pressure , די שטורם וואס אינז האבען מיר יעצט געהאט שבת וועט זיין ווי א בלאק וואס וועט נישט לאזען דער דינסטאגער שטורם זיך אוועקריקען שנעל. סא נאכאמאל א שטארקע שטורם, קאלטע לופט אין דאס עס עס רוקט זיך שטייטליך קען מיינען אז אינז גיין מיר זעהן א major snowstorm.
געדענקט אבער רבותי אז אליס מיז אריינפאלען אין פלאץ פונטקליך אז מיר זאלען טאקע זען אזא שטורם. איך וועל האלטען דער עולם אפדעיטעט אי״ה וואס איר קענט יעצט טוהן איז זיך גרייטען פאר די מעגליכקייט פאר א גרויסע שניי שטורם שפעט מאנטאג נאכט אין דינסטאג.
א פאר גרעפיקס פון די מעגליכער שטורם
נאכאמאל געדענקט דאס איז די worst case scenario אבער דאס וועס די מאדעלס ווייזען יעצט.📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
ייש"כ פאר דיינע רעפארטס.
וואס מיינט א מעידזשאר שטורם? פון וויפיל אינטשעס רעדט מען? אין שטאט, אפסטעיט?
מוצאי שבת -וועטער באריכט
״א גרויסע שניי אפשר א בליזארד מעגליך מאנטאג נאכט אין דינסטאג אינדערפרי״
דא האט איהר די וועטער באריכט, איך האב באשריבען דער וועטער אויף די פריערדיגע פאסט.
וועטער ברוקלין
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט, דערנאך קלאר, קיל, 30.
זינטאג- זיניג אין קיל, 38 , אביסעל שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 23
מאנטאג- לייכטע שניי מעגליך 28-ביי טאג, שניי heavy , זייער ווינטיג ,24-ביי נאכט.
דינסטאג - שניי מעגליך אידערפרי, דערנאך פארוואלקענט , קאלט , 27.
מיטוואך&דאנערשטאג- זיניג אין קאלט, 30-35 ביי טאג, 15-20 ביי נאכט
וועטער לעקוואוד -
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט, דערנאך קלאר, קיל, 28.
זינטאג- זיניג אין קיל, 40 , אביסעל שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 23
מאנטאג- לייכטע שניי מעגליך 30-ביי טאג, שניי heavy , זייער ווינטיג ,23-ביי נאכט.
דינסטאג - שניי מעגליך אידערפרי, דערנאך פארוואלקענט , קאלט , 27.
מיטוואך&דאנערשטאג- זיניג אין קאלט, 30-35 ביי טאג, 15-20 ביי נאכט
וועטער מאנסי -
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט, דערנאך קלאר, קיל, 26.
זינטאג- זיניג אין קיל, 36 , אביסעל שניי /פלאריס מעגליך שפעט ביינאכט, 15
מאנטאג- לייכטע שניי מעגליך 26-ביי טאג, שניי קען זיין heavy , זייער ווינטיג ,20-ביי נאכט.
דינסטאג - שניי מעגליך אידערפרי, דערנאך פארוואלקענט , קאלט , 25.
מיטוואך&דאנערשטאג- זיניג אין קאלט, 28-33 ביי טאג, 10-15 ביי נאכט
וועטער מאנרא -
מוצאי שבת-טיילווייז פארוואלקענט, דערנאך קלאר, קיל, 24.
זינטאג- זיניג אין קיל, 34 , אביסעל שניי/פלאריס מעגליך שפעט ביינאכט, 12
מאנטאג- לייכטע שניי מעגליך 23-ביי טאג, שניי , זייער ווינטיג ,15-ביי נאכט.
דינסטאג - שניי מעגליך אידערפרי, דערנאך פארוואלקענט , קאלט , 25.
מיטוואך&דאנערשטאג- זיניג אין קאלט, 22-27 ביי טאג, 8-13 ביי נאכט
נעקסט אפדעט זינטאג אווענט אי״ה. פרישע אפדעטס אויפ׳ן שניי מארגען אינדערפרי,אי״ה , א גיטע וואך.
שמעקעדיגייש"כ פאר דיינע רעפארטס.
וואס מיינט א מעידזשאר שטורם? פון וויפיל אינטשעס רעדט מען? אין שטאט, אפסטעיט?
אויב דאס ארבייט זיך אויס ווי די מאדעלס ווייזען יעצט זעט ברוקלין 12-18 אינטשעס , לעיקוואד 8-12 אינטשעס, מאנסי 4-8 , מאנרא 3-6. דאס מאל וואט געווען מער שניי east and northeast of the nyc.
איך וויל נאר צילייגען אז אזא שטורם איז ווי א puzzle אלעס דארף אריינפאלען אין די ריכטיגע פלאץ. אויב יא קען דאס אראפלייגען 1-2 פיס (לויטען euro) אבער צוויי מאל א טאג בערך 11-1 קומען ארויס די נייע מאדעלס אין א קליינע טויש אין איינע פון די שטיקליך אין פאזעל קען עס צירוקברענגען צי א לייכטע שניי. איך וועל האלטען אן אויג אויף די פרושע מאדעלס אין אפדיעטען אי״ה.
נייער מאדעלס אפדעט
דערווייל איז אריינגעקומען די nam אין די gfs וואס זיי זענען די אמעריקאנער וועטער מאדעלס, די nam ווייזט א לייכטער שניי, אבער דער gfs איז מסכים מער ווייניגער מיטען euro, דערווייל its storm on. אויב ווייזט דער euro דער זעלבער נאכאמאל היינט נאכט, וועט די מידיא אנפאנגען צי רעדען פין דעם.
נייע גרעפיקס פאר די שטורם
דא האט איהר די gfs model snowfall , אויך די ערשטע מעפ פין די national weather service, זיי גייען העכערען די אמאנטס אויב די נייע euro קומט ארויס מיט די זעלביגע ווי פריער, trust me.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
דערווייל נאך א מאדעל מיט א גרויסע שטורם( ggem (canadian
NYC snowfall inches by tonights computer models
אינטשעס SREF: 12
אינטשעס Nam :2
אינטשעס GFS. :15
אינטשעס GGEM: 20
יעצט ווארט מען פאר׳ן european . 😲
Canadian model snow maps
Canadian model buries us under 20+ inches in Brooklyn?!? 😮
New euro model out with this snowmap just wow
[color=#FF0000]איך דארף גיין ציריק שלאפען , אבער רבותי, געט רעדי פאר א blizzard, דער מעפ ווייסט 30 אינטשעס פלאס- א היסטאריק בליזארד פאר nyc!!![/color]
📎 image.jpg
סל הכל פון די וועטער מאדעלס היינט נאכט
1/25 00Z Summary
NYC QPF (Snowfall)
אינטשעס SREF: more than 12)
NAM: around 2 inches )
אינטשעס GFS: more than or around 15")
אינטשעס GGEM: more than or around 20")
אינטשעס GEFS: more than or around 15")
אינטשעס UKMET : around 5")
European more than 30 inches ")
אין די וועטער פלעצער וואס איך מאך research,גייען זיי יעצט אינגאצען משוגע מיט דעם שטורם, איינער דערמאנט טאקע דאס יאהר 2001 מארטש, דעמאלטס איז אויך געווען א פראדיקשען פאר 2-3 פיס אין עס איז צום סוף געווארען גארנישט.... נאכאמאל אלעס קען געשעהן, דער באשעפער איז דער וואט איז משנה עיתים ומחליף את הזמנים, אבער ווי עס זעט אויס יעצט , גייט מארגען קויפען די שטיוועל, ברויט אין מילעך א היסטארישער שניי שטורם קומט קיין new york.
וואס גייט דא פאר?
פאר 2 וואכן צוריק האסטו געשריבן "אויב איר ווילט שניי איז דאס יאר נישט פאר אייך", און אויך האסטו געשריבן אז איינמאל ס'ווערט א טרעק פון שטורעמס בלייבט עס שוין אזוי א גאנץ ווינטער, און דאס יאר שטעלט זיך עס אויס אז אלס קומט אריין ווארעמערע לופט, וואס איז יעצט געשעהן אז מ'ערווארט אזא היסטארישע שניי שטורעם?
און בד"וו האסט אויך מסביר געווען אז די NAO דארף זיין נעגעטיוו אויב מ'וויל א מעידזשער שניי שטורעם, גייט עס יעצט טאקע זיין אזוי?
צדיק נסתרוואס גייט דא פאר?
פאר 2 וואכן צוריק האסטו געשריבן "אויב איר ווילט שניי איז דאס יאר נישט פאר אייך", און אויך האסטו געשריבן אז איינמאל ס'ווערט א טרעק פון שטורעמס בלייבט עס שוין אזוי א גאנץ ווינטער, און דאס יאר שטעלט זיך עס אויס אז אלס קומט אריין ווארעמערע לופט, וואס איז יעצט געשעהן אז מ'ערווארט אזא היסטארישע שניי שטורעם?
און בד"וו האסט אויך מסביר געווען אז די NAO דארף זיין נעגעטיוו אויב מ'וויל א מעידזשער שניי שטורעם, גייט עס יעצט טאקע זיין אזוי?
צדיק נסתר האט געשריבן:
וואס גייט דא פאר?"
עס איז אמת אז איך האב דאס געזאגט, עס קען אמאל טוישען ביים צווייטער האלב פון א ווינטער, אין עס איז שוין געווען אזאנס לששל 1978, אין אויך 1983 . מען רופט דאס א back loaded winter.
אויך איז דא כללים, אין נאכדעם קומט אהן א יוצא מן הכלל.
"און בד"וו האסט אויך מסביר געווען אז די NAO דארף זיין נעגעטיוו אויב מ'וויל א מעידזשער שניי שטורעם, גייט עס יעצט טאקע זיין אזוי?"
דער nao טאקע נישט שטארק נעגעטיב יעצט אבער די 50/50 low , וואס אינזער שבת שטורם גייט ווערען, דאס הייסט אז די שבת שטורם גייט זיין בערך ביי 50 latitude אין 50 longitude, וועט ארבייטען ווי א block , אין וועט סיי האלטען דער נייער שטורם פון ארויסלויפען out to sea אין אויך מאכען זיכער אז עס פארט slow דאס פארלענגערט די שניי.
נייער מעפ פון national weather service
דערוויל איז דאס פאר new jersey אבער די נאמבערס ווערען העכער ווי איר גייט איסט .
📎 image.jpg
ייש"כ פאר די שיינע קלארע תשובות.
וועטערבאריכטדערוויל איז דאס פאר new jersey אבער די נאמבערס ווערען העכער ווי איר גייט איסט .
פארוואס נאר 10 ביז 14?
פון די מאדלס וואס דו האסט געפאוסט זעהט דאך אויס מער שניי פאר לעיקוואד?
Blizzard watch for long island, winterstorm warning nyc
דא האט איר א פאר מאפס פאר דער קומענדיגער שניי שטורם, א פילע אפדעט שפטער אינדערפרי בעזהי״ת.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
Get ready today snow starts early monday morning
היינט איז דער טאג זיך אנצוגרייטען פאר׳ן snowstorm/blizzard , עס וועט זיין א שיינער זיניגער טאג מיט טעפראטורס כמעט 40, היינט נאכט ווערט קעלטער מיט א לייכטער שניי , דער heavy snow קומט שפעט מאנטאג ביז שפעט דינסטאג.
How to Prepare for a Winter Storm
Winterize your vehicle and keep the gas tank full. A full tank will keep the fuel line from freezing.
Insulate your home by installing storm windows or covering windows with plastic from the inside to keep cold air out.
Maintain heating equipment and chimneys by having them cleaned and inspected every year.
If you will be going away during cold weather, leave the heat on in your home, set to a temperature no lower than 55° F.
Put Together a Supply Kit
Water—at least a 3-day supply; one gallon per person per day
Food—at least a 3-day supply of non-perishable, easy-to-prepare food
First aid kit
Medications (7-day supply) and medical items (hearing aids with extra batteries, glasses, contact lenses, syringes, etc.)
Multi-purpose tool
Sanitation and personal hygiene items
Cell phone with chargers
Family and emergency contact information
Extra cash
Baby supplies (bottles, formula, baby food, diapers)
Pet supplies (collar, leash, ID, food, carrier, bowl)
Tools/supplies for securing your home
Sand, rock salt to make walkways and steps less slippery
Warm coats, gloves or mittens, hats, boots and extra blankets and warm clothing for all household members
זינטאג צופרי -וועטער באריכט
WINTERSTORM WATCH FOR NYC METRO AREA, BLIZZARD WATCH LONG ISLAND
וועטער ברוקלין
זינטאג- זיניג אין קיל, 39
זינטאג נאכט- לייכטער שניי מעגליך שפעט ביינאכט,coating to an inch 23
מאנטאג- לייכטע שניי 1-3 אינטשעס ,ווינטיג 28.
מאנטאג נאכט, שניי heavy , בליזערד קאנדישענס ,זייער ווינטיג, 12-18 אינטשעס איבערנאכט,24.
דינסטאג - שניי מעגליך heavy אינדערפרי, ענדיגט זיך אין אווענט, 6 נייע אינטשעס , קאלט , 27.
מיטוואך&דאנערשטאג- זיניג אין קאלט, 27-32 ביי טאג, 15-20 ביי נאכט
וועטער לעקוואוד -
זינטאג- זיניג אין קיל, 40
זינטאג נאכט- לייכטער שניי מעגליך שפעט ביינאכט,coating to an inch 25
מאנטאג- לייכטע שניי 1-3 אינטשעס ,ווינטיג 32.
מאנטאג נאכט, שניי heavy , בליזערד קאנדישענס ,זייער ווינטיג, 10-15 אינטשעס איבערנאכט,24.
דינסטאג - שניי אינדערפרי, ענדיגט זיך נאכמיטאג , 4 נייע אינטשעס , קאלט , 29.
מיטוואך&דאנערשטאג- זיניג אין קאלט, 27-32 ביי טאג, 15-20 ביי נאכט
וועטער מאנסי -
זינטאג- זיניג אין קיל, 36
זינטאג נאכט- פארוואלקענט ,18
מאנטאג- לייכטע שניי , 1-2 אינטשעס ,ווינטיג 26.
מאנטאג נאכט, שניי heavy ,זייער ווינטיג, 10-15 אינטשעס איבערנאכט,22.
דינסטאג - שניי מעגליך heavy אינדערפרי, ענדיגט זיך אין אווענט, 4-6 נייע אינטשעס , קאלט , 25.
מיטוואך&דאנערשטאג- זיניג אין קאלט, 25-30 ביי טאג, 10-15 ביי נאכט
וועטער מאנרא -
זינטאג- זיניג אין קיל, 35
זינטאג נאכט- פארוואלקענט ,13
מאנטאג- לייכטע שניי , 1-2 אינטשעס ,ווינטיג 22.
מאנטאג נאכט, שניי heavy ,זייער ווינטיג, 6-12 אינטשעס איבערנאכט,20.
דינסטאג - שניי מעגליך heavy אינדערפרי, ענדיגט זיך אין שפעט אווענט, 4-6 נייע אינטשעס , קאלט , 23.
מיטוואך&דאנערשטאג- זיניג אין קאלט, 22-27 ביי טאג, 10-15 ביי נאכט
נעקסט אפדעט היינט אווענט אי״ה. פרישע אפדעטס אויפ׳ן שניי שטורם דורכ׳ן טאג.
די חילוק ציווישען א winterstorm /blizzard
בעצם איז דער חילוק ציווישען א שטורם מיט שטארקע ווינטען, איך האב ציגעלייגט א בילד פון די קאנדישאנס וואס פאדערט א בליזארד ווארנינג.
לגבי דער שניי accumulations איז נישט א בליזארד דווקא מער שניי ווי מיט א winterstorm . אויך ווען מען גרייט זיך דערפאר הייסט עס א watch אבער ווען עס ווערט נענטער ווערט עס געווענטליך א ווארנינג. Either way , מען זאל זיך גרייטען צו א סאך שניי.
📎 image.jpg
יעצט איז אריינגעקומען דער נייער nam model
נעכטען ביינאכט האט איין מאדעל זיך געקרוגט אין געוויזען א לייכטע שניי פון אונזער געגענט, יעצט איז ארויסגעקומען דער נייע nam אין עס ווייזט 20-25 אינטשעס אין nyc.
📎 image.jpg
בליזארד וואטש פאר נאו יארק סיטי