☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

2551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8116
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:38 pm

· #254081
יישר כח @וועטערבאריכט פאר די ספעציעלע אנשטרענגונג צו גרינדן אונזער אייגעגע וועטער סערוויס, מיר באדאנקען זיך זייער
מער ועלן מיר נישט דארפן גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:05 pm

· #254103
מאנטאג נאכט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, נאך א קאלטען טאג ווערט שוין פארוואלקענט, די שטורם וואס ברענגט אינז שניי היינט נאכט איז נאנט צו atlanta , עס וועט שנעל ארויפקריכען צו די middle atlantic coast אין אריין אין די אטלענטיק. שטארקע היי פראעשור אין קאלטע טרוקענע לופט וועט איינהאלטען די שטורם פון ווערען צו גרויס. אויך דאס איז א שטורם וואס וועט דעליווערען מער שניי south פון New York City. דער שטאט איז אויפ׳ן עק פון די שניי, איך גיי נישט טוישען די אמאונטס דערווייל אבער ווי געווענטליך דארף מען זען ווי אזוי עס אנטוויקעלט זיך היינט נאכט. אין דער טיפ פון שטורם קען די קאלטע זייער טריקענע לופט אפשטעלען די שניי פון אנקומען בכלל העכער north פון ברוקלין. נאך דער שניי מארגען נאכמיטאג אין ביז מיטוואך וועט בלייבען קאלט אבער נישט געפערליך, מיטוואך שפעט קען זיין אפאר פלאריס אדער א snowshower, דערנאך קומט אריין א פרישע ארטיק לופט מאסע פאר דאנערשטאג אין פרייטאג. עס קען זיין אפילו קעלטער ווי די זינטאג קעלט, אויב עס איז דא שניי אויף די ערד , העלפט דאס אפקילען די ליפט שנעלער ביינאכט אין אפילו ברוקלין וועט דעמאלטס זען א נאכט פון zero דעגריס. שבת וועט ווערען מילדער אבער שניי קען ציריקומען מוצאי שבת וואס טוישט צו רעגען אדער אייז אויף זינטאג.

וועטער ברוקלין-
(NWS-Winter weather advisory for 2-4 inches of snow tonight and Tuesday)
מאנטאג נאכט-פארוואלקענט, שניי שפעט, 1-2 אינטשעס ביז צופרי, קאלט 15.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי ,מעגליך נאך 1-2 אינטשעס , 25 בייטאג, פארוואלקענט , 15 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג, א snowshower מעגליך אין אווענט .28, קלאר שטארק קאלט 10, ביינאכט.
דאנערשטאג & פרייטאג - זיניג, ווינטיג זייער קאלט, 15-20 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 32 בייטאג , 29 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -
(NWS-Winterstorm Warning : 4-6 inches possible tonight and Tuesday.)

מאנטאג נאכט-פארוואלקענט, שניי שפעט, 2-4 אינטשעס ביז צופרי, קאלט 15.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי ,מעגליך נאך 1-2 אינטשעס , 28 בייטאג, פארוואלקענט , 13 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג, א snowshower מעגליך אין אווענט .28, קלאר שטארק קאלט 8, ביינאכט.
דאנערשטאג & פרייטאג - זיניג, ווינטיג זייער קאלט, 15-20 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך נאכמיטאג טוישט אויף אייז ביינאכט, 32 בייטאג , 28 ביינאכט.

וועטער מאנסי -

מאנטאג נאכט-פארוואלקענט, שניי מעגליך נאך 12 אזייגער , 1 אינטש ביז צופרי, קאלט 10.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי ,מעגליך נאך 1-2 אינטשעס , 22 בייטאג, פארוואלקענט , 9 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג, א snowshower מעגליך נאכמיטאג .26, קלאר שטארק קאלט 7 , ביינאכט.
דאנערשטאג & פרייטאג - זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 10-15 בייטאג, 0- ביז 5 below zero ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 29 בייטאג , 23 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

מאנטאג נאכט-פארוואלקענט, שניי מעגליך נאך 2 אזייגער ,א קאטינג מעגליך, קאלט 8.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי ,מעגליך אינדערפרי 1-2 אינטשעס סך הכל , 20 בייטאג, פארוואלקענט , 6 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג, א snowshower מעגליך נאכמיטאג .24, קלאר שטארק קאלט 6 , ביינאכט.
דאנערשטאג & פרייטאג - זיניג, ווינטיג גאר קאלט,ארום 10 בייטאג, 5 ביז 10 below zero ביינאכט. שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 26 בייטאג , 20 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט דינסטאג אווענט אי״ה.

ישראל קאפקע » דינסטאג פעברואר 17, 2015 6:08 am

· #254194
ישראל קאפקע
פידלער
And the good news is...

It's Too Cold To Murder Anybody In NYC

<a class="postlink" href="http://gothamist.com/2015/02/13/too_cold_to_kill_nyc.php">http://gothamist.com/2015/02/13/too_col ... ll_nyc.php</a>

איך וואונדער זיך אויב דער רעקארד האלט נאך אן.

געבראכן געווארן נאך 12 טעג
<a class="postlink" href="http://www.nbcnewyork.com/news/local/Queens-Killing-Ends-City-Crime-Record-292023451.html">http://www.nbcnewyork.com/news/local/Qu ... 23451.html</a>

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 17, 2015 6:24 am

· #254195
וועטער אפדעיט דינסטאג צופרי
א גיט מארגען, די שניי איז טאקע אנגעקומען אין עס גייט שנייען פאר נאך א פאר שעה, דערנאך וועט עס זיך ענדיגען פון נארט ביז סאוט, דאס הייסט מאנרא דערנאך מאנסי אין ברוקלין אין צום לעצט אין לעיקוואוד. עס איז א טריקענער קאלטע שניי אבער זייער slippery. די גאסען זענען צוגעדעקט מיט שניי אין אייז דא אין בארא פארק ווי איך קען זען אין געדענקטס אז מיט די טעמפרוטורס אין די 10-15 דעגרי טוט נישט זאלץ צופיל אויף צו מעלטען די שניי. עס זעט אויס אז מיין מאפ פון נעכטען ווערט גאנץ גיט פארווירקליכט אין רוב פון סאוט ברוקלין( בארא פארק)וועט זען נאנט צו 3-4 אינטשעס, רוב פון נארט ברוקלין (ווילאמסבורג) זעט 2-3 אינטשעס, מאנסי נאנט צו 2 , מאנרא נאנט צו 1 . לעיקוואוד וועט זען נאנטער צו 4-5. בקיצור א שיינע שניי. די זין וועט ארויסקומען שפעטער היינט אין עס בלייבט גאנץ קאלט ארום 25 אין שטאט.

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:27 am

· #254202
נאך איין לעצטע heavier band פון שניי רוקט זיך אדורך לעבען נאו יארק סיטי יעצט דערנאך ענדיגט זיך די שניי.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:11 am

· #254208
Snow totals for storm
די פאלגענדיגע זענען די אמואנטס וואס זענען דערווייל אריינגעקומען, נאך אפאר פלאריס דא אין דארט אין דערנאך וועט די זון פרובירען ארויסציקומען. אויב איינער קען זיין אזוי גיט אין אריינשיקען וואס די שניי אמאונטס זענען געווען אין מאנסי אין אויך קרית יוא-ל וואלט איך געווען דאנקבאר.
היינט אווענט וועל מיר זען אי״ה וואס טוט זיך מיט די קעלט אין מעגליכע וויקענד שניי אייז וכו׳ no rest for the weary.
א גיטען טאג.back to work for me.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 17, 2015 1:08 pm

· #254243
Actual snow amounts forecasted yesterday and reports today
איך האב צוזאמענגעלייגט א מעפ מיט די נעכטידיגע פרעדיקשונס אין אקטואל שניי אמאונטס ביי 11:30 am שניי ריפארטס. נישט צו זיין א ביג שאט, אבער כאטש איין שטורם וואס איך מיין איך האב ב״ה גוט פראדוקטעט.
(Note: Monsey area didn't report so I used wayne NJ which is close by)

📎 image12.jpg

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:10 pm

· #254260
ווי אזוי ארבייט עס ? Solar radiation
וואונדערט איהר זיך וויאזוי די שניי צולאזט זיך א סאך שנעלער היינט ווי למשל חנוכה צייט טיף אינמיטן ווינטער? עס איז אין די low 20s, איז פארוואס טאקע צוגייט עס אזוי שנעל היינט?

איין טעם איז אז דאס שניי וואס איז געפאלען איבערנאכט איז זייער לייכט און טרוקען, דאס הייסט עס אנטהאלט זייער ווייניג וואסער. אמאל קען אן אינטש רעגן זיין 10 אינטשעס שניי דאס הייסט wet snow. דאס געשעהט ווען עס איז קיל ארום 30-32 דעגרי. נעכטען ביינאכט איז געווען 15-18 דעגרי ווען די שניי איז געפאלען קומט אויס אן אינטש רעגן ביי די טעמפרעטורס פארוואנדעלט זיך אויף 20 אינטשעס שניי דאס רופט מען dry, fluffy snow. אונז האב מיר טאקע נישט באקומען מער ווי 1/4 אינטש נאסקייט, איז עס פארוואנדעלט געווארען צו 4 אינטשעס שניי. איז יעצט זאל מען וויסען אז טרוקענע שניי האלט אין זיך א סאך לופט, דעריבער מיט דער זון וואס שיינט אויף די שניי צוגייט עס א סאך שנעלער ווי wet snow or ice.

די צווייטע און מער וויכטיגע טעם איז, עס איז דא א זאך וואס הייסט solar radiation - דאס הייסט די שטארקייט און כח מיט וואס די זון שיינט. דאס טוישט זיך דורך דער יאהר, עס איז די שטערקסטע זיממער צייט אין די שוואכסטע אין ווינטערס קורצע טעג -(December) איך לייג צו א פאר גרעפיקס פון מיין וועטער סטעישען וואס ווייזט טאקע אז דער solar radiation די קראפט פון די זון ווערט שטערקער און שטערקער יעדן טאג, ממילא העלפט עס מעלטען די שניי שנעלער. די אינטערסאנטע זאך איז מיט אזא שטארקע זון צו קענען זען די גאר קאלטע טעמפארעטורס אונז האב מיר און גייען זען די וואך. אויב אזא לופט מאסע וואלט אריינגעקומען אין early January וואלט געווען נאך קעלטער לויט דער חשבון.
📎 image16.jpg 📎 image15.jpg 📎 image14.jpg

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:16 pm

· #254262
וואס מען קען זיך אלץ נישט אויסלערנען אין די יארן!
די ביסט מוראדיג! מסביר יעדע זאך אויף קליין געלט

וועטערבאריכט » דינסטאג פעברואר 17, 2015 4:50 pm

· #254286
דינסטאג אווענט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, גראדע נאך די שניי איז זייער שיין געווארען דער נאכמיטאג. א סאך פון די שניי האט זיך צולאזט אין יעצט לאמיר גיין ווייטער אין אינזער ווינטער וואס וויל זיך נישט ענדיגען. היינט נאכט וועט זיין זייער קאלט אינדרויסען פון נאו יארק סיטי, מיט לייכטערע ווינטען אין פרישע שניי אויף דער ערד איז דא א זאך וואס הייסט radiational cooling. דאס מיינט אז די ווארעמערע לופט פון דורכאויס דער טאג ווערט שנעל אפגעקילט. אין דער שטאט ווי עס איז דא מער buildings, sidewalks and streets , וואס בלייבען בטבע א סאך ווארעמער ווי לאמיר זאגען גראז ציגעדעקט מיט פרישע שניי, פאלט דער טעמפערעטורס אסאך ווייניגער די נעכט. אויף קעלטערע ווינטיגע נאכט גלייכט זיך דאס אויס בעסער ווייל דער ווינט מישט די לופט בעסער. מארגען וועט זיין אביסעל מילדער ווי היינט , כמעט 30 אין שטאט. מארגען נאכט קימט א שטארקען ארטיק קאלד פראנט אדורך. עס איז מעגליך אז עס וועט באגלייט ווערען מיט snowshowers אדער flurries וואס קענען איבערלאזען פון א קאטינג ביז איין אינטש. דאנערשטאג אין פרייטאג וועט זיין געפערליך קאלט נאכאמאל. עס וועט זיין אין די teens בייטאג, אין נאנט צו 5 ביידע נעכט אין די שטאט. שבת קומט א warm front צו גיין אין נאך א שיינער זיניג מילדער טאג וועט דאס ברענגען מער שניי מוצאי שבת וואס קען טוישען אויף פריזינג רעין אין רעין זינטאג, אין צירוק צו שניי זינטאג נאכט מיט די נעקסטע קאלד פראנט. Believe it or not , מאנטאג אין דינסטאג זענען מיר צירוק צו די 20s בייטאג אין לעבען 10 ביינאכט. אביסעל האפענינג איז דא אין די long range אז דער פאטטערן וועט זיך טוישען אין ביי שבת פרשת תצוה קען מען אפשר זען 40-50s .

וועטער ברוקלין-

דינסטאג נאכט-קלאר אין זייער קאלט, 12.
מיטוואך- טייל זיניג, נישט אזוי קאלט אדער ווינטיג, 30.
מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך אין אווענט , ווינטיג אין קאלט שפעטער .15.
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 14-18 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 35 בייטאג , 32 ביינאכט.
זינטאג- שניי , רעגען , אדער פריזינג רעין טוישט צירוק צו שניי ביינאכט, 40 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג- טייל זיניג אין קאלט, 20s בייטאג, פון 10-15 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט-קלאר אין זייער קאלט, 6.
מיטוואך- טייל זיניג, נישט אזוי קאלט אדער ווינטיג, 32.
מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך אין אווענט , ווינטיג אין קאלט שפעטער .12.
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 15-20 בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך נאכמיטאג אין אווענט וואס טוישט זיך צו פריזינג רעין אדער רעין , 35 בייטאג , 32 ביינאכט.
זינטאג- רעגען , וואס קען זיך טוישען צירוק צו שניי ביינאכט, 42 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג- טייל זיניג אין קאלט, 25-30 בייטאג, פון 15-20 ביינאכט.

וועטער מאנסי -

דינסטאג נאכט-קלאר אין זייער קאלט, ארום 0.
מיטוואך- טייל זיניג, נישט אזוי קאלט אדער ווינטיג, 28.
מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך אין אווענט ארום איין אינטש מעגליך , ווינטיג אין קאלט שפעטער .12.
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 10-15 בייטאג, 0 ביז below 5- ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 29 בייטאג , 25 ביינאכט.
זינטאג- שניי , רעגען , אדער פריזינג רעין טוישט צירוק צו שניי ביינאכט, 37 בייטאג , 15 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג- טייל זיניג אין קאלט, 20-25 בייטאג, 10-15 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

דינסטאג נאכט-קלאר אין זייער קאלט, ארום 2-below zero.
מיטוואך- טייל זיניג, נישט אזוי קאלט אדער ווינטיג , 26.
מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך אין אווענט ,ארום איין אינטש מעגליך , ווינטיג אין קאלט שפעטער .10.
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, ארום 10 בייטאג, 0 ביז below 5- ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 26 בייטאג , 22 ביינאכט.
זינטאג- שניי ,אין פריזינג רעין טוישט צירוק צו שניי ביינאכט, 35 בייטאג , 10 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 20 בייטאג, 0-10 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט מיטוואך אווענט אי״ה.

וועטערבאריכט » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:40 pm

· #254516
מיטוואך אווענט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, א פרישע ארטיק קאלד פראנט קומט אריין שפעטער אין אווענט, א פאר snowshowers אין פלאריס וועלען דאס באגלייטען ווי אויך ווינטיג אין גאר קאלטע וועטער. מארגען אין פרייטאג וועלען זיין זייער קאלטע אין ווינטיגע טעג בערך אזוי קאלט ווי פריער אין די וואך. שבת קומט א שטורם צו פארען אבער ווי עס זעט יעצט אויס וועט דאס גייט צו אינזער west. דאס מיינט אז ווארעמער לופט וועט אריינגעשלעפט ווערען אין שניי וואס קען זיך אנהויבען שפעט שבת נאמיטאג וועט זיך טוישען אויף אייז אין רעגען, עס וועט רעגענען זינטאג אין זיין גאנץ מילד ספעצעיל אין לעיקוואוד אין ברוקלין, אבער זינטאג נאכט קומט קאלטע לופט צירוק אין די רעגען קען זיך ענדיגען ווי שניי. די פאטטערן טויש וואס האט אויסגעזען ווי עס קומט שוין אין א וואך איז דערווייל נישט אזוי זיכער. עס בלייבט קאלט ווי אויך נאך דא מעגליכע שניי כאטש פאר די נעקסטע וואך.

וועטער ברוקלין-

מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך פון א קאטינג צו אפשר איין אינטש , ווינטיג אין קאלט .15. (Wind chills near zero)
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 15-20 בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט, 32 בייטאג , 29 ביינאכט.
זינטאג- שניי טוישט אויף רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 45 בייטאג , 22 ביינאכט.
מאנטאג , דינסטאג & מיטוואך- טייל זיניג אין קאלט, 25-30 בייטאג, פון 15-20 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך א קאטינג איבערנאכט, ווינטיג אין קאלט .13. (Wind chills near zero)
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 18-22 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט טוישט אויף רעגען איבערנאכט, 34 בייטאג , 28 ביינאכט.
זינטאג- רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי שפעט ביינאכט, 47 בייטאג , 24 ביינאכט.
מאנטאג , דינסטאג & מיטוואך- פארוואלקענט אין קאלט,מעגליכקייט פאר שניי אדער פלאריס
25-30 בייטאג, פון 15-20 ביינאכט.

וועטער מאנסי -

מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך פון א קאטינג צו אפשר איין אינטש , ווינטיג אין קאלט .13. (Wind chills near zero)
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 12-16 בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -20 night.)
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט, 28 בייטאג , 25 ביינאכט.
זינטאג- שניי טוישט אויף אייז דערנאך רעגען שפעט אינדערפרי, דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 40 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג , דינסטאג & מיטוואך- טייל זיניג אין קאלט, 22-27 בייטאג, פון 10-15 ביינאכט.


וועטער מאנרא-

מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך פון א קאטינג צו אפשר איין אינטש , ווינטיג אין קאלט .10. (Wind chills near zero)
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 10-15 בייטאג, ארום 5 below zero ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -25 night.)
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט, 26 בייטאג , 22 ביינאכט.
זינטאג- שניי טוישט אויף אייז אין רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 38 בייטאג , 16 ביינאכט.
מאנטאג , דינסטאג & מיטוואך- טייל זיניג אין קאלט, 20-25 בייטאג, פון 5-10 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט דאנערשטאג אווענט אי״ה.

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 7:07 am

· #254613
אפדעיט דאנערשטאג צופרי
ברררר.... עס איז שוין ווייטער זייער שטארק קאלט , היינט וועט בלייבען אין די teens אין א שטארקע ווינט וועט ברענגען wind chills נאנט צו zero א גאנץ טאג . היינט נאכט וועט זיין גאר קאלט אין די שטאט וועט זיין נאנט צו 3 דעגריס, עמיר זען אויב מען קען זיין א דעגרי אדער 2 קעלטער ווי דער low temperature מאנטאג צופרי פון 4. עס איז א מעגליכקייט, די ווינטען היינט נאכט אין פרייטאג וועלען זיין אביסעל שוואכער ווי די זינטאג, מאנטיג זענען געוועזען אבער עס מאכט נישט קיין סאך אויס wind chills פון 15-20 below איז נישט א joke. שבת שפעט נאכמיטאג אדער אין די אווענט וועט זיך אנפאנגען די נעקסטער שניי, דאס זעט אויס זיכער אז מיר גייען אריבער צו אייז אין דערנאך רעגען שפעט מוצאי שבת. די שאלה איז נאך וויפיל שניי פאלט פאר די changeover? דערווייל לייג איך צו די snow and ice map פון די נאשענאל וועטער סערוויס. שפעטער היינט וועל איך אי״ה מער באשרייבען אין אויך ארויסגעבען א וועטערבאריכט מעפ. א גיטען טאג אין א גיטען חודש.

נופת צופים » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:13 am

· #254615
יא יא, די היץ האט אביסל נאכגעלאזט אין ברוקלין.

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:07 pm

· #254691
Snow maps - מוצאי שבת אין זינטאג
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:59 pm

· #254702
שניי אין ירושלים
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:15 pm

· #254811
דאנערשטאג אווענט- וועטער באריכט
א גיטען אווענט, א ווינטיגע קאלטע טאג איז אדורך אין די עולם ווארט שוין מסתם פאר א ביסעל ווארעמע וועטער. דערווייל זעט מען דאס נישט אויפן האריזאנט. היינט נאכט ביז שבת צופרי גייט זיין גאר שטארק קאלט. שבת וועט זיין אביסעל בעסער אבער וואלקענעס קומען אריין אין שניי וועט אנפאנגען צו פאלען שפעט נאכמיטאג אדער אווענט. עס זעט נאך אויס ווי עס טוישט איבער צו אייז אין רעגען ספעציעל אין שטאט. אבער נישט פאר אינז זעהן מיר אן accumulation. די מערסטע שניי אין דעם שטורם וועט פאלען אין מאנרא, מאנסי אין נארטוועסט פון די סיטי. די קלענערע אמאונטס וועלען זיין איסט אין סאוט ווי אין לעיקוואוד. ביי זינטאג צופרי וועט מען זען א לייכטע רעגען אין שטאט, אין אויך לעיקוואוד מיט א מיקס אין מאנסי אין מאנרא. דער שטורם קען זיך ענדיגען ווי אביסעל שניי אין אלע פלעצער זינטאג נאכט. קאלטע לופט פליסט צירוק אריין פאר די נעקסטע וואך אין לויט דער euro מאדעל קענען מיר זיך זעהן מיט א פעסטע שניי דינסטאג- מיטוואך צייט. איך גיי צולייגען א פאוסט שפעטער מיט א וועטערבאריכט מעפ לגבי די שבת- זינטאג שטורם פונקטען אין שניי אמאונטס.


וועטער ברוקלין-


דאנערשטאג נאכט-קלאר, ווינטיג אין זייער קאלט, 5 דעגריס, ( wind chills 15 below zero)
פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 18-בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט קען זיין געמישט מיט אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט , 32 בייטאג , 30 ביינאכט.
זינטאג- שניי אדער מיקס טוישט אויף רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 38 בייטאג , 22 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, קאלט, 25-30 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.
דינסטאג נאכט &מיטוואך- שניי מעגליך ,קאלט, ארום 25 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט-קלאר, ווינטיג אין זייער קאלט, 3 דעגריס, ( wind chills 20 below zero)
פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 16-בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -20 night.)
שבת- ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך נאכמיטאג, א מיקס פון שניי אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט , 34 בייטאג , 32 ביינאכט.
זינטאג- רעגען , נישט אזוי קאלט, ווינטיג, , 42 בייטאג ,פארוואקענט , קעלטער ביינאכט- 20.
מאנטאג- זיניג, ווינטיג אין קעלטער, 25 בייטאג, 8 ביינאכט.
דינסטאג-ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך נאכמיטאג אין ביינאכט, קאלט,ארום 25 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.
מיטוואך- שניי מעגליך אינדערפרי ,קאלט, ארום 30 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.


וועטער מאנסי -

דאנערשטאג נאכט-קלאר, ווינטיג אין זייער קאלט, 0 דעגריס, ( wind chills 20 below zero)
פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 14-בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט קען זיין געמישט מיט אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט , 26 בייטאג , 25 ביינאכט.
זינטאג- שניי אדער מיקס טוישט אויף רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 36 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, קאלט, 20-25 בייטאג, 5-10 ביינאכט.
דינסטאג נאכט &מיטוואך- שניי מעגליך ,קאלט, ארום 23 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.


וועטער מאנרא-

דאנערשטאג נאכט-קלאר, ווינטיג אין זייער קאלט, ארום 0 דעגריס, ( wind chills 15 below zero)
פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 12-בייטאג, ארום 5-below zero ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט קען זיין געמישט מיט אייז איבערנאכט , 25 בייטאג , 24 ביינאכט.
זינטאג- שניי אדער מיקס פון שניי , אייז אין רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 35 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, קאלט ארום 20 בייטאג, 0-10 ביינאכט.
דינסטאג נאכט &מיטוואך- שניי מעגליך ,קאלט, ארום 22 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט מוצאי שבת אי״ה.
א גיט שבת.

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:34 pm

· #254817
Storm map
.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:42 pm

· #254819
9:30 temperatures
עס איז יעצט 12 אין בארא פארק, 10 אין לעיקוואוד , 6 אין מאנסי אין 4 אין מאנרא. נישט אזוי קאלט ווי זינטאג נאכט אין דער זעלבע שעה אבער די נאכט איז נאך נישט דעריבער, זינטאג זענען די טעפרוטורס שטארק געפאלען אין אווענט אבער נאך דעם געבליבען steady א גאנצע נאכט. לאמיר זען וויאזוי עס גייט היינט נאכט. געווענדליך קומט די נידיריגסטע טעמפרוטורס ארום 6-7 אינדערפרי.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:10 pm

· #254827
שניי אין ירושלים
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:15 pm

· #254828
וויאזוי זעט אויס דער outlook for march?
Oy vey. Will we be cold and snowy until pesach this year
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:07 pm

· #254834
11 אזייגער אפדעיט
10 אין בארא פארק, 9 אין לעיקוואוד, 4 אין מאנסי , 2 אין מאנרא.
אויב מען וויל פילען א ביסעל בעסער האב איך צוגעלייגט די forecast פאר מיאמי , פלארידא, פאר מיאמי גייט זיין רעקארד קאלט היינט ביינאכט. עס איז יעצט 49 דעגריס דארט מיט א ווינט פון 12 מייל א שעה פילט עס ווי 35.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 5:43 am

· #254879
פרייטאג צופרי אפדעיט
א גיטען ערב שבת אין חודש. יעצט ביי 5:30 אינדערפרי איז 3 דעגריס אין נאו יארק , די ווינט בלאזט פון 15-20 מייל א שעה דאס מיינט אז דער wind chill איז 18 below zero, אבער די gusts דאס הייסט פון צייט צו צייט בלאזט עס ביז 30-35 מייל א שעה וואס דעמאלטס איז די wind chill -24 דאס איז מסוכנדיג קאלט. עס קען נאך פאלען 1-2 דעגריס פאר 7 am.
אין לעיקוואוד איז יעצט 1 דעגרי. Wind chills 18 below to 25 below.
אין מאנסי איז 2 below zero אין wind chills זענען 25-30 below zero.
אין קרית יוא-ל איז יעצט 4.5 below zero אין די wind chills זענען אויך 25-30 below zero.

וועטערבאריכט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 6:08 am

· #254880
ירושלים שניי פרייטאג צופרי
די שניי האט זיך געטוישט אויף רעגען אין ירושלים יעצט אבער דא האט איהר אפאר בילדער וויאזוי עס האט אויסגעזען דארט ערב שבת צופרי.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 6:11 am

· #254881
Niagra falls
עס איז אזוי קאלט אין די נארטאיסט אז דער niagra falls איז מערסטענס פארפרוירען געווארען.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 6:26 am

· #254882
עס איז אראפ ביז 2 דעגריס דא אין נאו יארק יעצט אין עס קען נאך פאלען ביז איינס פאר די low temprature. איך פאר היינט שפעטער אויף לעיקוואוד בעזרת השם פאר שבת , וועל איך נישט האבען קיין אפדעיטס פאר שבת , איך וועל פרובירען צו שרייבען די וועטער באריכט מוצאי שבת. די מעפ פון די שבת- זינטאג שטורם האב איך דא ציגגעלייגט פון נעכטען no changes דערווייל ,די latest וועטער באריכט איז אויף page 18. א גיטען לעכטיגע ווארעמען שבת אידען.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:30 pm

· #255007
ערב שבת לעצטע מינוט אפדעיט- א פאר changes .
דער שטורם זעט אויס צו קימען פריער, עס וועט שוין שנייען שבת נאכמיטאג . א פאר שעה פריער ווי גערעכט. אויך עס קען זיין 1-2 אינטשעס מער ווי מיין מעפ. סא לאמיר זאגען 2-3 לעיקוואוד, 4-5 שטאט, 6-8 מאנסי אין מאנרא, אייז אין א מיקס מוצאי שבת שפעט אין די שטורם וועט שוין זיין פארטיג ביי זינטאג מיטאג. א גוט שבת!

וועטערבאריכט » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 7:42 pm

· #255017
מוצאי שבת-וועטער באריכט
א גיט וואך, א שנייעדיגע שבת נאכמיטאג, דער שניי איז אריינגעקומען ביי 2 אזייגער דא אין לעיקוואוד ווי איך בין אויף שבת, עס איז געפאלען שטארק אין שנעל אינז האמיר באקומען בערך 4 אינטשעס אבער ממש יעצט האט עס איבערגעטוישט אויף אביסעל רעגען אין אייז. אין ברוקלין ווי אויך מאנרא אין מאנסי וועט עס נאך פאלען פאר א פאר שעה. עס גייט אויך טוישען צו רעגען אין אייז אין ברוקלין אבער נישט פאר עס שנייט כאטש 4 אינטשעס אין אפשר אזוי סאך ווי 6 אינטשעס. אין מאנרא אין מאנסי קען מען זען די טויש שפעטער אבער די שניי איז אויך לייכטער , דעריבער וועלען זיי זעהן אויך פון 4-6 אינשטעס. פאר די קומענדיגע וואך זעט אויס צו זיין ווייטער גאנץ קאלט, ספעציעל מאנטאג-דינסטאג, אין דאנערשטאג צו פרייטאג. דערווייל אבער זעט אויס צו זיין טריקען מיט די מעגליכע שטורם וואס וואלט געקענט קומען דינסטאג - מיטוואך דאס זעט אויס צו זיין א miss.



וועטער ברוקלין-

מוצאי שבת- שניי אין אווענט, טוישט איבער צו אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט, פון 4-6 אינטשעס , 30 אווענט, טעמפרוטורס וועלען ארויפגיין שפעט.
זינטאג- אביסעל רעגען אדער מיקס רעגען מיט אייז , אינדערפרי דערנאך טיילווייז זיניג אין מילדער נאכמיטאג, 38 בייטאג , קלאר אין קאלט ביינאכט- 16.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 20-25 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת טיילווייז זיניג ,קאלט, ארום 25-32 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת- פריזינג רעגען , אייז געמישט מיט שניי אווענט, טוישט איבער רעגען איבערנאכט, ארום 4 אינטשעס , 30 אווענט, טעמפרוטורס וועלען ארויפגיין שפעט.
זינטאג- אביסעל רעגען אינדערפרי דערנאך טיילווייז זיניג אין מילדער נאכמיטאג, 42 בייטאג , קלאר אין קאלט ביינאכט- 18.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 20-25 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת טיילווייז זיניג ,קאלט, ארום 25-35 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.


וועטער מאנסי -

מוצאי שבת- שניי אין אווענט, טוישט איבער צו שניי געמישט אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט, פון 4-6 אינטשעס , 26 ביינאכט טעמפרוטורס וועלען ארויפגיין שפעט.
זינטאג- אביסעל פריזינג רעין אדער מיקס שניי מיט אייז , אינדערפרי, דערנאך טיילווייז זיניג אין מילדער נאכמיטאג, 36 בייטאג , קלאר אין קאלט ביינאכט- 10.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 15-20 בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת טיילווייז זיניג ,קאלט, ארום 23-28 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

מוצאי שבת- שניי אין אווענט, טוישט איבער צו שניי געמישט אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט, פון 3-4 אינטשעס , 24 ביינאכט טעמפרוטורס וועלען ארויפגיין שפעט.
זינטאג- אביסעל פריזינג רעין אדער מיקס שניי מיט אייז , אינדערפרי, דערנאך טיילווייז זיניג אין מילדער נאכמיטאג, 34 בייטאג , קלאר אין קאלט ביינאכט- 8.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 12-18 בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת טיילווייז זיניג ,קאלט, ארום 20-28 בייטאג, ארום 5 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט זינטאג נאכט אי״ה.

וועטערבאריכט » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 8:14 pm

· #255021
עס גייט יעצט א שטארקע פריזינג רעין אין לעיקוואוד די גאסען זענען זייער מסוכנדיג.

וועטערבאריכט » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:00 pm

· #255047
אייז שטורם אין tennessee
די יעצטיגע שטורם האט אנגעמאכט א חורבן מיט היעווי פריזינג רעין אין טענעסי.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:10 pm

· #255050
Snow amounts
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:44 pm

· #255057
Snow amounts updated
.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:54 pm

· #255059
אפדעיט
אין לעיקוואוד רעגענט יעצט אין עס איז העכער פריזינג 33, די ראודס זענען זייער slushy, אין נאו יארק סיטי איז עס יעצט פריזינג רעין אין עס איז נאך קאלט געניג 30 פאר זייערע icy roads. אין מאנסי אין אין מאנרא שנייעט נאך אין עס איז 24 דעגריס. Be very careful if you are out tonight. א גיטע וואך.

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:00 am

· #255120
זינטאג צופרי אפדעיט
א גיט מארגען, אזוי ווי מיט די לעצטע פאר ווינטערשטורמם דאס יאהר וויל די קאלטע לופט נישט אויפגעבען שנעל, א גאנצע נאכט איז דער טעפרוטור געבליבען ביי די פריזינג פונקט פון 32. יעצט אינדערפרי טוישען זיך אפילו די פלעצער ווי עס איז געגאנגען א פריזינג רעין אין אייז צוריק צו שניי. דער לעצטע פאר בענדס פון precipitation גייען נאך דורך אין עס וועט נאך, האגלען, שנייען , אדער פאלען פריזינג רעין ביז כאטש 9-10 אזייגער. מיט דעם אז דער טעמפרוטער איז ביים פריזינג פונקט מיינט עס אז ווי מען האט נישט געזאלצען גיט, וועט זיין זייער גליטשיג. שפעטער נאכמיטאג קען די זין אביסעל ארויסקומען אין דעמאלטס זאל מען ענדיגען אוועקרייניגען די slush, snow etc ווייל היינט נאכט גייט עס אראפ צו 15 אדער קעלטער וועט אלעס ווערען איין שיכט פון אייז. What a winter!

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:55 am

· #255134
שניי אמאונס אנקעגען מיין מעפ פון דאנערשטאג נאכט.
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

צדיק נסתר » זונטאג פעברואר 22, 2015 11:56 am

· #255153
נארוואס יעצט געאפדעיט פון די NWS

<a class="postlink" href="http://mesonet.agron.iastate.edu/wx/afos/p.php?pil=PNSOKX&e=201502221651">http://mesonet.agron.iastate.edu/wx/afo ... 1502221651</a>

(וומ"ס "4.1, קיריעס דזשאול "3.1)

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 12:15 pm

· #255161
צדיק נסתר
נארוואס יעצט געאפדעיט פון די NWS

<a class="postlink" href="http://mesonet.agron.iastate.edu/wx/afos/p.php?pil=PNSOKX&e=201502221651">http://mesonet.agron.iastate.edu/wx/afo ... 1502221651</a>

(וומ"ס "4.1, קיריעס דזשאול "3.1)

יישר כח. איך לייג דא צו א snapshot פון דער לינק.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:08 pm

· #255174
מיטאג אפדעיט
עס איז שיין אינדרויסען, זיניג אין נישט ווינטיג. טעמפרוטורס זענען 40 אין לעיקוואוד, 39 אין בארא פארק, 38 אין מאנסי אין 36 אין מאנרא. בקיצור די אייז אין שניי צולאזט זיך כדבעי, יעצט איז די צייט ארויסצוגיין שעפען אביסעל פרישע לופט אין אפרייניגען דער סלאשי מעס. אלעס וואס איז יעצט וואסער אין סלאש וועט פארפרוירען ווערען היינט נאכט אין מארגען ווייל מיר גייען אין פריזער אריין , מארגען נאכט זעט אויס צו זיין נאך א 5 דעגרי נאכט פאר׳ן שטאט אין אינטער אדער גלייך ביי zero אין אפסטיעט. פרטים אין דער וועטער באריכט אי״ה היינט אווענט.

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:12 pm

· #255176
מענהעטען ארומגענימען מיט אייזיגע וואסערען
.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 2:37 pm

· #255193
אביסעל האפענינג פאר וואראמערע וועטער?
לויט די gfs מאדעל אין יעצט אויך די european מאדעל קענען מיר זען א טאג צוויי פון 40s אין אפילו 50s ערגעץ אין די וואך פון פורים... קען עס זיין ? יא. דער פאטטערן וועט זיך עווענטיאל טוישען. די שאלה איז אויף ווי לאנג? וועט עס טאקע געשען? נאר דער באשעפער ווייסט.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

קרעקער » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:14 pm

· #255198
קומט א בליזערד אינמיטען די וואך?

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:47 pm

· #255214
קרעקער
קומט א בליזערד אינמיטען די וואך?

ניין, עס וועט זיין א שטארקע low pressure system לעבען די קארליינעס אבער עס פארט שיין אין ים אריין , דערווייל זעט נישט אויס ווי מער ווי א פאר פלאריס א גאנץ וואך. בקיצור קאלט אבער טריקען.

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:32 pm

· #255225
זינטאג אווענט- וועטער באריכט
א גיטען אווענט, א שיינע זיניגער נאכמיטאג האט אינז ארויסגעשלעפט פון די טיפע קאלטע ווינטער פאר א פאר שעה. עס איז געווען נאנט צו 45 אין אלע היימישע ערטער פון נאו יארק. אבער עס איז נאר געווען א קליינער taste פון שיינע וועטער אינז גיין מיר צוריק צו ריאליטי היינט נאכט. א קאלד פראנט קומט אדורך שפעט ביינאכט אדער מאנטאג אינדערפרי אין דערנאך קומט אן ארטיק קאלד פראנט אדורך שפעט מאנטאג, פרישע קאלטע לופט וועט ווערען באזעצט אין די נארטאיסט. מאנטאג וועט ווערען קילטער דורכאויס דעם טאג אין מאנטיג נאכט קען זיין נאנט צו 5 דעגרי אין שטאט, אין קעלטער אפסטיעט. מיטוואך וועט ווערען בעסער אבער נייע קאלטע לופט קומט צירוק פאר דאנערשטאג ביז שבת. איין זאך זעט יא אויס צו ווערען בעסער, די שטורם טרעק וועט האלטען אלע שטורמס ווייט פון אינז, טריקען אין קאלט איז כאטש בעסער ווי שנייאיג אין קאלט.

וועטער ברוקלין-

זינטאג נאכט- טייל פארוואלקענט אין עס ווערט ווינטיג אין קעלטער, 18.
מאנטאג-טייל פארוואלקענט אינדערפרי, דערנאך זיניג אין קאלט, זייער ווינטיג, ארום 22 טעמפרוטערס וועלען פאלען נאכמיטאג.
מאנטאג נאכט- קלאר, ווינטיג אין גאר קאלט, ארום 5 דעגריס , wind chills to 10 below zero.
דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 22 בייטאג, פארוואלקענט פלאריס מעגליך ארום 20 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג אין נישט אזוי קאלט, 40. קלאר , קעלטער ביינאכט,13.
דאנערשטאג &פרייטאג - טייל זיניג , ווינטיג אין זייער קאלט, 20-25 בייטאג, 10-15 ביינאכט.
שבת & זינטאג- טיילווייז זיניג ,קאלט, 32-38 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

זינטאג נאכט- טייל פארוואלקענט אין עס ווערט ווינטיג אין קעלטער, 22.
מאנטאג-טייל פארוואלקענט אינדערפרי, דערנאך זיניג אין קאלט, זייער ווינטיג, ארום 24 טעמפרוטערס וועלען פאלען נאכמיטאג.
מאנטאג נאכט- קלאר, ווינטיג אין גאר קאלט, ארום 0 דעגריס , wind chills to 10 below zero.
דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 24 בייטאג, פארוואלקענט אין קאלט, ארום 18 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג אין נישט אזוי קאלט, 40. קלאר , קעלטער ביינאכט,12.
דאנערשטאג &פרייטאג - טייל זיניג , ווינטיג אין זייער קאלט, 20-25 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
שבת & זינטאג- טיילווייז זיניג ,קאלט, 32-38 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.

וועטער מאנסי -

זינטאג נאכט- טייל פארוואלקענט אין עס ווערט ווינטיג אין קעלטער, 12.
מאנטאג-טייל פארוואלקענט אינדערפרי, דערנאך זיניג אין קאלט, זייער ווינטיג, ארום 16 טעמפרוטערס וועלען פאלען נאכמיטאג.
מאנטאג נאכט- קלאר, ווינטיג אין גאר קאלט, ארום 2 below zero דעגריס , wind chills to 15 below zero.
דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 18 בייטאג, פארוואלקענט פלאריס מעגליך ארום 15 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג אין נישט אזוי קאלט, 35. קלאר , קעלטער ביינאכט,8.
דאנערשטאג &פרייטאג - טייל זיניג , ווינטיג אין זייער קאלט, ארום 20 בייטאג, 5-10 ביינאכט.
שבת & זינטאג- טיילווייז זיניג ,קאלט, 28-35 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

זינטאג נאכט- טייל פארוואלקענט אין עס ווערט ווינטיג אין קעלטער, 8.
מאנטאג-טייל פארוואלקענט אינדערפרי, דערנאך זיניג אין קאלט, זייער ווינטיג, ארום 12 טעמפרוטערס וועלען פאלען נאכמיטאג.
מאנטאג נאכט- קלאר, ווינטיג אין גאר קאלט, ארום 7 below zero דעגריס , wind chills to 15 below zero.
דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 16 בייטאג, פארוואלקענט פלאריס מעגליך ארום 13 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג אין נישט אזוי קאלט, 30. קלאר , קעלטער ביינאכט, ארום 5 .
דאנערשטאג &פרייטאג - טייל זיניג , ווינטיג אין זייער קאלט, ארום 18 בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
שבת & זינטאג- טיילווייז זיניג ,קאלט, 27-33 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט מאנטאג אווענט אי״ה.

וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:50 pm

· #255229
ווי האלטען מיר יעצט מיט די שניי פאר די ווינטער?
.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:00 am

· #255406
מאנטאג צופרי אפדעיט
אויב איר זענט אויפגעשטאנען אין געטראכט אז עס איז נישט צו קאלט היינט אידערפרי זענט איר גערעכט. די קאלד פראנט האט זיך אביסער פארזוימט אויפן וועג צו אינז. אבער עס קומט דורך היינט אינדערפרי אין טעמפרוטורס וועלען נאר פאלען א גאנצען טאג. עס וועט זיין נאנט צו 2 אדער 3 דעגריס היינט נאכט אין די סיטי . א גיטען טאג.

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:57 pm

· #255537
מאנטאג אווענט -וועטער באריכט
א גיטען אווענט, עס איז טאקע געווען א טאג וואס איז געווארען קעלטער אין קעלטער דורכאויס דער טאג. היינט נאכט וועט זיין נאך א גאר קאלטער נאכט אין די דריטע נאכט פון נאנט צו zero דאס יאר. דאס איז א זעלטענער זאך. מארגען וועט ווערען אביסעל בעסער אין די ווינט שוואכער. מיטוואך זעט אויס צו זיין א break אין די קעלט מיט טעמפרוטורס אין די 30s. אבער קעלטערע לופט קומט גלייך צוריק פאר דאנערשטאג אין פרייטאג ווי אויך א מעגליכקייט פאר א לייכטע שניי דאנערשטאג נאכט אין פרייטאג אינדערפרי. שבת וועט זיין קאלט אין טריקען אין די 20s , זינטאג ווערט נאכאמאל בעסער מיט נאנט צו 40. זינטאג נאכט קענען מיר זען א messy שטורם מיט אייז , שניי אין אפדר פריזינג רעין וואס גייט איבער צו רעגען אין ווארעמערע וועטער מאנטאג. לגבי א warmup, עס זעט אויס די ווארעמסטער טאג קען טאקע זיין דער קומענדיגער מאנטאג מיט הויכע 40s אבער די קאלטע לופט קימט גלייך צוריק פאר פורים צייט. דערווייל זעט אויס ווי עס קען זיין גאר קאלט אויף פורים. מיט שניי מעגליך תענית אסתר, עס איז נאך גאנץ ווייט אוועק טאקע, אבער דאס יאהר וואלט עס נישט געווען א חידוש.


וועטער ברוקלין-

מאנטאג נאכט- קלאר, ווינטיג אין גאר קאלט, ארום 3 דעגריס , wind chills to 10 below zero.
דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 22 בייטאג, פארוואלקענט , 18 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג אין נישט אזוי קאלט, 37. קלאר , קעלטער ביינאכט,15.
דאנערשטאג &פרייטאג - פארוואלקענט לייכטע שניי מעגליך ביינאכט אין פרייטאג צופרי , ווינטיג אין זייער קאלט, 20-25 בייטאג, 10-15 ביינאכט.
שבת- זיניג אין קאלט, 28. קלאר אין קאלט ביינאכט ארום 20.
זינטאג- טיילווייז זיניג ,נישט אזוי קאלט , 38 בייטאג, שניי, אייז מעגליך ביינאכט ארום 30.
מאנטאג- אייז טוישט צו רעגען, מילדער נאכמיטאג, 40-45.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט- קלאר, ווינטיג אין גאר קאלט, ארום 0 דעגריס , wind chills to 10 below zero.
דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 22 בייטאג, טייל פארוואלקענט , 10 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג אין נישט אזוי קאלט, 39. קלאר , קעלטער ביינאכט,15.
דאנערשטאג &פרייטאג - פארוואלקענט , ווינטיג אין זייער קאלט, 20-25 בייטאג, 5-10 ביינאכט.
שבת- זיניג אין קאלט, 28. קלאר אין קאלט ביינאכט ארום 18.
זינטאג- טיילווייז זיניג ,נישט אזוי קאלט , 38 בייטאג, שניי, אייז מעגליך ביינאכט ארום 30.
מאנטאג- רעגען, מילדער נאכמיטאג, 45-50.


וועטער מאנסי -

מאנטאג נאכט- קלאר, ווינטיג אין גאר קאלט, ארום 5 below zero דעגריס ,
wind chills to 15 below zero.
דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 16 בייטאג, פארוואלקענט פלאריס מעגליך , 14 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג אין נישט אזוי קאלט, 32. קלאר , קעלטער ביינאכט, 8 .
דאנערשטאג &פרייטאג - פארוואלקענט לייכטע שניי מעגליך ביינאכט אין פרייטאג צופרי , ווינטיג אין זייער קאלט, 18-22 בייטאג, 5-10 ביינאכט.
שבת- זיניג אין קאלט, 26. קלאר אין קאלט ביינאכט ארום 18.
זינטאג- טיילווייז זיניג ,נישט אזוי קאלט , 35 בייטאג, שניי, אייז מעגליך ביינאכט ארום 26.
מאנטאג- שניי אדער אייז טוישט צו רעגען שפעט, מילדער נאכמיטאג, ארום 40.

וועטער מאנרא-

מאנטאג נאכט- קלאר, ווינטיג אין גאר קאלט, ארום 8 below zero דעגריס ,
wind chills to 15 below zero.
דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 16 בייטאג, פארוואלקענט פלאריס מעגליך , 10 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג אין נישט אזוי קאלט, 29. קלאר , קעלטער ביינאכט, 5 .
דאנערשטאג &פרייטאג - פארוואלקענט לייכטע שניי מעגליך ביינאכט אין פרייטאג צופרי , ווינטיג אין זייער קאלט, 15-20 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
שבת- זיניג אין קאלט, 24. קלאר אין קאלט ביינאכט ארום 10.
זינטאג- טיילווייז זיניג ,נישט אזוי קאלט , 35 בייטאג, שניי, אייז מעגליך ביינאכט ארום 23.
מאנטאג- שניי אדער אייז טוישט צו רעגען שפעט, מילדער נאכמיטאג, ארום 40.

נעסקטע וועטער באריכט דינסטאג אווענט אי״ה.

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:59 pm

· #255539
עס איז 6 אזייגער אין עס איז שוין זייער קאלט, 20 אין לעיקוואוד, 18 אין בארא פארק,11 אין מאנסי אין 9 אין מאנרא.

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:36 pm

· #255550
7:30 אפדעיט
בארא פארק איז יעצט 15, לעיקוואוד 16, מאנסי 8, מאנרא 6.

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:31 pm

· #255570
8:30 pm
בארא פארק 13, לעיקוואוד 15, מאנסי 6, מאנרא 4.

וועטערבאריכט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:48 pm

· #255581
9:45pm
עס איז 13 אין לעיקוואוד , 11 אין בארא פארק, 4 אין מאנסי, אין 2 אין קרית יוא-ל , עס זעט אויס ענדליך צו לעצטער דאנערשטאג נאכט לויט דעם קענען מיר זיך זען נאנט צו 2-3 דעגריס ביי מארגען אינדערפרי. ממש א פלא אזוי קאלט צו ווערען אזוי שפעט אין פעבואר.

פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:55 pm

· #255583
.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52