☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

2551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8116
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:43 pm

· #318101
סביב העולם
איך מיין אז סאיז שוין צייט צו טון ווי וועטער באריכט האט פארלאנגט און נישט לייגן זיין גאנצע דרשה נאכאמאל ווען מהאט עפעס צוצוגעבן

דאס איז געווען מיין כוונה הנ"ל, והמבין יבין.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3068">viewtopic.php?f=12&t=3068</a><!-- l -->

וועטערבאריכט » דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:57 pm

· #318118
דינסטאג אווענט- פרשת בשלח- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, נאך א היבש קאלטער טאג איז אדורך אין די ווינט רייסט , היינט נאכט וועט בלייבען שטארק ווינטיג אין קאלט, מארגען וועט זיין בעסער אבער דער ווינט איז נאך דא, וועט עס זיך נאך פילען גאנץ קאלט. דאנערשטאג אין פרייטאג צופרי וועלען זיין זיניג אבער קאלט אין וואלקענעס קומען אריין פרייטאג מיטאג מיט א גרויסע שטורם וואס קומט פאר פרייטאג צונאכטס ביז זונטאג אינדערפרי. מאדעלס זענען נאך אלע פאר די שטורם די קאלטע לופט איז אויך דא געניג. די שאלה איז דער פונקטליכע שטורם טרעק. אזוי ווי פריער אסאך ארומגערעדט א שניי שטורם טרעק טויש פון אפאר הונדרעט מייל קען אויסמאכען א ריזיגע חילוק. אין דאס פונקליך ציוויסען אין באטרעפען איז זייער שווער. ביז יעצט איז דער שטורם נישט געווען אויפ׳ן אמעריקאנער לאנד איינמאל דאס קומט אריין אין די וועסט קאוסט פאנגען אהן די מאדעלס צו פרעדיקטען עס בעסער. לאמיר זען ווי אזוי די מאדעלס ריקען זיך אין די נעקסטע 24 שעה אין מען וועט קענען קלארער וויסען אויב מען דארף זיך אנגרייטען פאר א גרויסע שטורם צו נישט. ממה נפשך ביי מאנטאג אין דינסטאג נעקסטען וואך ווערט עס מילדער אין זיניג .

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין קאלט , ארום 22 ביינאכט wind chills near 5.
מיטוואך אין דאנערשטאג - טייל זיניג אין קאלט, ארום 32-35 בייטאג . ארום 22-25 ביינאכט.
פרייטאג-זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט, שניי מעגליך פארנאכטס. ארום 32.
פרייטאג צונאכטס-שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען , ארום 27.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען, ווינטיג אין קאלט , ארום 30. שניי מעגליך איבערנאכט, ארום 25.
זונטאג - שניי ענדיגט זיך צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 35. קלאר אין קאלט , ארום 22 ביינאכט.
מאנטאג אין דינסטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , ארום 40 בייטאג , ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין קאלט , ארום 18 , wind chills near 5.
מיטוואך אין דאנערשטאג - טייל זיניג אין קאלט, ארום 35 בייטאג . (אפאר פלאריס מעגליך מיטוואך נאכט)ארום 22 ביינאכט.
פרייטאג-זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט, שניי מעגליך נאכמיטאג. ארום 32.
פרייטאג צונאכטס-שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען , ארום 28.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען, ווינטיג אין קאלט , ארום 32. שניי מעגליך איבערנאכט, ארום 28.
זונטאג - פארוואלקענט צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 38. קלאר אין קאלט , ארום 20 ביינאכט.
מאנטאג אין דינסטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 40-45 בייטאג , ארום 30 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

דינסטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין קאלט , ארום 16 ביינאכט wind chills near 0.
מיטוואך אין דאנערשטאג - טייל זיניג אין קאלט, ארום 30 בייטאג . 15-20 ביינאכט.
פרייטאג-זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט נאכמיטאג. ארום 28.
פרייטאג צונאכטס-שניי מעגליך ,קאלט אין ווינטיג , ארום 20.
שבת- שניי מעגליך , ווינטיג אין קאלט , ארום 25. שניי מעגליך איבערנאכט, ארום 20.
זונטאג - שניי ענדיגט זיך צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 32. קלאר אין קאלט , ארום 15 ביינאכט.
מאנטאג אין דינסטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , ארום 37 בייטאג , ארום 20 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט , א גוטע נאכט.
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg 📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » דינסטאג יאנואר 19, 2016 11:23 pm

· #318171
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
אפדעיט- דער נייע אמעריקאנער איז געגאנגען די פארקערטע ריכטינג ווי די euro, נענטער צו אינז מער שניי אבער עס איז אפילו נאנט געניג פאר א מיש פון רעגען אדער אייז אין די מיטטען פון שטורם ספעציעל אין לעיקוואוד. עס ווייזט אז דער שטורם שטעלט זיך פשוט אפ אין ברענגט שטארקע ווינט , אסאך קאוסטעל פלאדינג אין שניי פון פרייטאג נאכט ביז זונטאג !דער קענעדיען ברענגט אויך א גרויסע שטורם מיט ארום 20 אינטשעס פאר נאו יארק סיטי .דערווייל לאמיר זען וואס דער נייער euro האט צו זאגען . דאס איז ארום 2am ביינאכט , טאמיר איך קען אין בין אויף וועל איך אי״ה אפדעיטען.


Sent from my iPhone using Tapatalk

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 20, 2016 1:31 am

· #318188
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נייער euro איז שוין ארויס אין עס ברענגט דער שטורם אויך נענטער , גרעסערע שניי שטורם איז נאך זייער מעגליך יעצט פאר נאו יארק סיטי מיט אלע מאדעלס .
סך הכל- אמעריקאנער מאדעל 12 אינטשעס פלאס, euro 12 פלאס , קענעדיען 12 פלאס ,דאס איז ממש ווי א roller coaster . איך וועל אפדעיטען צופרי אי״ה , א גוטע נאכט.


Sent from my iPhone using Tapatalk

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 20, 2016 7:07 am

· #318196
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
מיטוואך צופרי- אפדעיט: זייער קאמפלעצירט געווארען, שטורם קומט נענטער לויט אלע מאדעלס, אבער ווייל עס קומט צו נאנט קען עס זיך טוישען אדער כאטש מישען מיט רעגען פאר אפאר שעה אין דער מיטען פון דער שטורם. איך וועל אדורך גיין אלע אינפארמעישען אין ארויסלייגען דער ערשטער שניי מעפ היינט נאכט בעזרת ה׳. דערווייל גרייט זיך פאר א שטארקע שטורם מיט הויכע ווינט, שניי, אייז אין רעגען מיט קאוסטעל פלאדינג . דאס זעט אויס אנצוהייבען שבת פארטאגס, שפעטער ווי פריער גערעכנט. ארויסצולייגען א early first עסטימעט לאמיר זאגען 6-12 אינטשעס פאר נאו יארק סיטי, מאנסי 5-10 אינטשעס , 3-6 פאר מאנרא, 8-16 אינטשעס לעיקוואוד. דאס זענען conservative אמאונטס. עס קען זיין אסאך מער אויב די שטורם טרעק ווערט בעסער.
דערווייל וועט זיין נישט אזוי קאלט היינט מיט זון אין טעמפרעטורס נאנט צו 35 מיט ווייניגער ווינט.


Sent from my iPhone using Tapatalk

למדן » מיטוואך יאנואר 20, 2016 7:26 am

· #318197
דאס איז וועטער.קאם
זענען זיי ווערט זיך צו פארלאזן אויף אין אלגעמיין?
ון איגנארירן זיי דעם שטורעם?
📎 Screenshot_2016-01-20-07-23-44-1.png

למדן » מיטוואך יאנואר 20, 2016 7:37 am

· #318198
אז מ' גייט אריין אין עס, זעה איך אז ער לייגט צו 5-8 פאר מוצאי
📎 Screenshot_2016-01-20-07-34-36-1.png

ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 20, 2016 7:41 am

· #318199
וועטערבאריכט
אבער ווייל עס קומט צו נאנט קען עס זיך טוישען אדער כאטש מישען מיט רעגען פאר אפאר שעה אין דער מיטען פון דער שטורם.

וואס מיינט 'צו נאנט' און פארוואס זאל דאס איבערלאזן ווייניגער שניי?
איך האב דאס שוין עטליכע מאל געהערט. קען איינער מסביר זיין וויאזוי דאס ארבייט?

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 20, 2016 8:59 am

· #318202
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
בעסיקלי, די ווינט ארום א שטורם גייט counterclockwise דאס הייסט אז ווילאנג דער שטורם גייט ווייטער איסט אדער סאוט בלייבט דער ווינט פון דער נארט וואס דאס האלט די קאלטע לופט אין פלאץ פאר שניי, אויב אבער קומט א שטורם צו נאנט קומט דער ווינט פון די איסט אדער סאוטאיסט וואס דאס ברענגט אריין ווארעמע לופט פון ים אין טוישט דער שניי צו רעגען.


וועטערבאריכט
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg

גאנצל » מיטוואך יאנואר 20, 2016 2:09 pm

· #318233
@וועטער פאר א לייק העסטו מיר גרינגער מאכן די וועטער מיט ווייניגער שניי ?..........

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 20, 2016 6:19 pm

· #318260
מיטוואך אווענט- פרשת בשלח- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, נאך א טאג צוויי פון קילע אבער טרוקענע וועטער קומט פאר דער שניי שטורם פאר שבת. פרייטאג צונאכטס ווערט פארוואלקענט אין שניי קען זיך אנהויבען פארטאגס אדער אביסעל פריער פון סאוט ביז נארט. שבת וועט זיין שנייעיג אין זייער ווינטיג מיט נאנט צו blizzard conditions פאר די שטאט אין לעיקוואוד. לעבען די קאוסט קען זיין פלאדינג. דאס איז א שטורם וואס וועט אראפלייגען מער שניי נאנט צו דער שטאט אין סאוט אין סענטרעל נאו דזערסי. ווייניגער שניי אין ווינט ווי מען גייט נארט אין וועסט, זע ערשטע מעפ פאר שניי אמאונטס. די שניי קען זיך מישען מיט אביסעל אייז אדער רעגען שבת נאכמיטאג , ספעציעל אין לעיקוואוד אבער דאס וועט נישט אראפקלאפען צופיל פון די טאטעלס. מוצאי שבת וועט דאס זיך איבעראל צירוקטוישען צו שניי אין שנייען לייכטער ביז זונטאג אינדערפרי. ביי זונטאג נאכמיטאג איז עס דעריבער אין פון מאנטאג ביז מיטוואך וועט זיין זיניג אין מילדער.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מיטוואך נאכט- טייל פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר א פלארי, קאלט, ארום 25.
דאנערשטאג - טייל זיניג אין קאלט, ווינטיג ,ארום -35 בייטאג . קלאר אין קאלט ,ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג-אביסעל זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט נאכמיטאג, ארום 32.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן פארטאגס , ווערט ווינטיג, ארום 25.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען, קאלט , ארום 30. לייכטערע שניי מעגליך איבערנאכט, ארום 28.
זונטאג - שניי ענדיגט זיך צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 35. קלאר אין קאלט , ארום 22 ביינאכט.
מאנטאג ביז מיטוואך-מערסטענס זיניג אין מילדער , ארום 40 בייטאג , ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -
Winterstorm watch friday evening to sunday morning
מיטוואך נאכט- טייל פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר א פלארי, קאלט, ארום 22.
דאנערשטאג - טייל זיניג אין קאלט, ווינטיג ,ארום -35 בייטאג . קלאר אין קאלט ,ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג-אביסעל זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט נאכמיטאג, ארום 32.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן אין אווענט , ווערט זייער ווינטיג, ארום 30.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען,שניי קען זיין געמישט מיט רעגען, קאלט , ארום 35. לייכטערע שניי מעגליך איבערנאכט, ארום 26.
זונטאג - שניי ענדיגט זיך צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 37. קלאר אין קאלט , ארום 22 ביינאכט.
מאנטאג ביז מיטוואך-מערסטענס זיניג אין מילדער , ארום 42 בייטאג , ארום 28 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

מיטוואך נאכט- טייל פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר א פלארי, קאלט, ארום 20.
דאנערשטאג - טייל זיניג אין קאלט, ווינטיג ,ארום -32 בייטאג . קלאר אין שטארק קאלט ,ארום 16 ביינאכט.
פרייטאג-אביסעל זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט נאכמיטאג, ארום 28.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן פארטאגס , ווערט ווינטיג, ארום 18.
שבת- שניי מעגליך, ווינטיג אין קאלט , ארום 27. לייכטערע שניי ענדיגט זיך איבערנאכט, ארום 20.
זונטאג - טייל זיניג אין קאלט, ארום 32. קלאר אין קאלט , ארום 15 ביינאכט.
מאנטאג ביז מיטוואך-מערסטענס זיניג אין מילדער , ארום 37 בייטאג , ארום 23 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט , א גוטע נאכט.
📎 image.png

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 20, 2016 10:20 pm

· #318276
ווילדע נאכט פאר די וועטער מאדעלס
דאס איז דער headache פון מאכען שניי פרעדיקטשענס, איין מאדעל ווייזט אביסעל מער איין ווייניגער, אין נאך דעם קומט אהן א nam model וואס ווארפט אריין 25 אינטשעס פאר נאו יארק סיטי אין 35 פאר חלקים פון סענטרעל נאו דזערסי אפשר לעיקוואוד גאר, סאו וואס טוט מען ? איך וואלט עס נישט אנגענומען ערענסט , לעצטע יאר ערב די גרויסע שטורם וואס איז נישט געווארען האט עס געוויזען משונה׳דיגע אמאונטס וואס איז נישט געשען. אבער אזוי ווייט זאגט עס יא אז דער שטורם איז נישט א שטורם וואס מען קען אוועקמאכען. מען מיז האלטען אן אויג אויף די מאדעלס אין אויפן דער שטורם , רעדערס זעלבסט אין ביז פרייטאג וועט מען נישט וויסען קלאר.
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg 📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 5:57 am

· #318346
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
א גוט מארגען, די נייע מאדעלס איבערנאכט זענען געווען all over the place. דער nam ווייזט נאך א מעכטיגע בליזזארד , אבער דער euro האט שטארק צירוקגעצויגען , דער בעסטע פלאן איז צו נעמען א מידדעל אדער אווערעד׳ג. איך וואלט געבליבען מיט מיינע נאמבערס , 8-12 נאו יארק סיטי, 6-10 מאנסי, 3-6 מאנרא. לעיקוואוד איז מסתם נענטער צו 12 אינטשעס . עס איז נאך אלס דא א chance אז שבת דורך דער טאג טוישט זיך אדער מישט זיך עס מיט רעגען אין שטאט פאר א פאר שעה אין אין לעיקוואוד פאר א לענגערע צייט. צום סוף אבער וועט דאס נישט אויסמאכען א ריזיגע חילוק ווייל די פלעצער זענען נענטער צום heavier שניי דורך דער שטורם.

א פרישע מעפ וועל איך ארויפלייגען היינט אווענט אי״ה מיט די וועטערבאריכט.

א גוטען טאג


Sent from my iPhone using Tapatalk

וועטערבאריכט » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 5:59 am

· #318347
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Blizzard Watch

Expires 1:00 PM EST on January 24, 2016
Statement as of 3:42 am EST on January 21, 2016

... Blizzard watch in effect from Saturday morning through Sunday
afternoon...

The National Weather Service in Upton has issued a blizzard
watch... which is in effect from Saturday morning through Sunday
afternoon.

* Locations... the five boroughs of New York City... coastal
portions of northeast New Jersey... and Long Island.

* Hazard types... heavy snow along with strong and potentially
damaging winds.

* Accumulations... snow accumulation of 8 to 12 inches.

* Winds... northeast 25 to 35 mph with gusts up to 50 mph.

* Temperatures... in the lower 30s.

* Visibilities... one quarter mile or less at times.

* Timing... Saturday morning through Sunday afternoon.

* Impacts... extremely dangerous travel due to heavy snowfall and
strong winds with whiteout conditions likely. Secondary and
tertiary roads may become impassable. Strong winds may down
power lines and tree limbs.

Precautionary/preparedness actions...

A blizzard watch means there is a potential for falling and/or
blowing snow with strong winds and extremely poor visibilities.
This can lead to whiteout conditions and make travel very
dangerous.







Sent from my iPhone using Tapatalk

בן נריהו » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 9:45 am

· #318358
@וועטערבאריכט, פילייכט ביזטו - אדער אנדערע מיטגלידער דאהינען - באוואוסטזיניג וויאזוי צו שיצען א דאך/דעכל דעס עס זאל פון די וואג נישט איינפאלן? 12 אינצ'עס שטארק געפאקטע שניי - פער סקווער אינצ' - וועגט - ווארשיינליך - פיל. מיט פילע דאנקע.

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:49 pm

· #318382
בן נריהו פילייכט וועסטו ערקלערן וועלכע סארט דעכל איהר זענט באזארגט, וועט מען אייך קענען בעסער ראטן.

בן נריהו » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 1:05 pm

· #318386
/

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 1:33 pm

· #318388
זעה איך, בן נריהו זאגט ס'איז א שיף דעכל. מ'דארף נישט זארגן, שניי אויף א שיף דעכל גליטשט זיך אראפ.

וועטערבאריכט » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 2:30 pm

· #318394
בן נריהו
@וועטערבאריכט, פילייכט ביזטו - אדער אנדערע מיטגלידער דאהינען - באוואוסטזיניג וויאזוי צו שיצען א דאך/דעכל דעס עס זאל פון די וואג נישט איינפאלן? 12 אינצ'עס שטארק געפאקטע שניי - פער סקווער אינצ' - וועגט - ווארשיינליך - פיל. מיט פילע דאנקע.

דער אידיש איז געוואלדיג, איך פיל ווי איך לערן אין די בית יהודה חומש אדער די פרישע תחינה אין מחזורים. עס זעט נישט אויס צו זיין אזא פראבלעם , רוב פון גי שניי וועט זיין טרוקענע נישט נאסע שניי אין ווילאנג עס פאלט נישט אפאר פוס שניי זענען די דעכער שטארק געניג ב״ה. די ווינט אבער קען זיין זייער שטארק.
📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 5:36 pm

· #318424
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
א גוטען אווענט, אין אזעלעכע טעג אין מיט שניי שטורמס , בין איך צופרידען אז מידיאראלאגי איז נישט מיין פרסנה ב״ה נאר א האבי. פארוואס זאג איך דאס? א שניי איז פון די שווערסטע פרעדיקטשענס צו מאכען, לאמיר זאגען אז ביי רעגען וואס 1 אינטש איז פארגעזאגט אין עס פאלט 2 , אדער נאר 1/4 אינטש האט דאס נישט א גרויסע אימפעקט, דער עולם זעט א רעגען , רוב מענטשען גייען נישט מעסטען דער רעגען. שניי אבער האט א ratio וואס דאס מיינט אז פאר א יעדער 1 אינטש רעגען איז עס פון 10 ביז 15 אינטשעס שניי געוואנדען ווי קאלט עס איז. סאו לאמיר זאגען אז איינער פראדיקט 10 אינטשעס שניי (איין אינטש רעגען) אין עס לאזט זיך אויס מיט 2-4 אינטשעס (1/4 רעגען ) איז דאס א גרויסע פלאפ, אויב פאלט 22 אינטשעס ( צוויי אינטשעס רעגען ) איז דאס אויך א גרויסע טעות.
וואס דאס האט מיט אינז היינט איז אז אלע קאמפוטער מאדעלס האבען געוויזען א גרויסע שניי פאר די מיד-אטלענטיק/נארטאיסט זייט מוצאי שבת פרשת בא. א גאנצע וואך האט זיי אביסעל געטוישט די טרעק ארויף אין אראפ . אבער די פארשטעדעניש איז געווען אז ביי מיטוואך אדער דאנערשטאג וועט מען האבען מער אין ווייניגער א גוטע איידיע פון די פיינעל טרעק אין וועלעכע ערטער זעהן די מעגא-שטארם אין ווי עס גייט זיין א miss. אינז האלטען מיר שוין 24-30 שעה אוועק פון דער אנהויב פון שניי אין עס זענען נאך דא ריזיגע חילוקים אין די מאדעלס. בעצם די פראבלעם איז אז דער היי פרעשור וואס מען דארף טאקע האבען פאר א גוטע שניי שטורם דא , מיז אבער זיין אין די ריכטיגע פלאץ , אויב עס איז צו שטארק ברענגט עס קאלטע אבער טרוקענע לופט וואס לאזט בשום אופן נישט די שניי ארויפקריכען העכער ווי סענטרעל נאו דזערסי אין אמאל ביז נאו יארק סיטי אליין. אין פעביאר 2010 איז געווען אזא פאל ווי עס האט געשנייט כמעט 28 אינטשעס אין פילעדעלפיא אין נאו יארק סיטי איז געווען נאר פלאריס , אין די סאוט חלק פון סטעטען איילענד איז אפילו געווען 3 אינטשעס אזוי שארף איז די וואנט פון שניי /טרוקענע לופט געווען.
די לעצטע 24 שעה האבען כמעט אלע לאנג רענד׳ג מאדעלס אנגעהויבען צו ווייזען אז די שווערע שניי וועט נישט קענען ארויפקומען ווייטער ווי נאו יארק סיטי אויב דאס יא. איז קען מען זאגען storm cancel ? ניין דאס אויך נישט ווייל די short range models וואס זענען מער accurate נענטער צו דער שטורם ווייזען פארקערט , גאר הויכע אמאונטס פאר נאו יארק סיטי אין אפילו א העפטיגע שניי ביז די האדסען וואלי. נא סאו וואס טוט מען יעצט? אויף וועלעכע מאדעלס קין מען זיך פארלאזען ? איך וועל האלטען אן אויג איבערנאכט , אבער דערווייל וועל איך ארויסגעבען א צווייטע מעפ . לאמיר האפען אז עס וועט קלארער ווערען ביי מארגען נאכמיטאג.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-
Blizzard watch from shabbos morning to sunday afternoon

דאנערשטאג נאכט- קלאר אין שטארק קאלט ,ארום 22 ביינאכט.
פרייטאג-אביסעל זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט שפעט נאכמיטאג, ארום 32.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן פארטאגס , ווערט ווינטיג, קאלט ארום 25.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען, עס קען זיך מישען מיט רעגען אדער אייז ,קאלט , ארום 32.
מוצאי שבת- שניי מיט הויכע ווינטען מעגליך, ארום 25.
זונטאג - שניי ענדיגט זיך צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 35. קלאר אין קאלט , ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 40-45 בייטאג , ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -
Blizzard watch friday evening to sunday morning

דאנערשטאג נאכט- קלאר אין שטארק קאלט ,ארום 22 ביינאכט.
פרייטאג-אביסעל זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט שפעט נאכמיטאג, ארום 34.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן שפעט ביינאכט , ווערט ווינטיג, קאלט ארום 25.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען, עס קען זיך מישען אדער טוישען צו רעגען אדער אייז פאר א חלק פון טאג ,קאלט , ארום 35.
מוצאי שבת- heavy שניי מיט הויכע ווינטען מעגליך, ארום 27.
זונטאג - שניי ענדיגט זיך צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 37. קלאר אין קאלט , ארום 20 ביינאכט.
מאנטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 40-45 בייטאג , ארום 25 ביינאכט.


וועטער מאנסי-
Winterstorm watch from shabbos morning through Sunday afternoon

דאנערשטאג נאכט- קלאר אין שטארק קאלט ,ארום 18 ביינאכט.
פרייטאג-אביסעל זון אינדערפרי ,פארוואלקענט אין קאלט שפעט נאכמיטאג, ארום 30.
פרייטאג צונאכטס-לייכטע שניי הייבט זיך אהן פארטאגס , ווערט ווינטיג, קאלט ארום 20.
שבת- שניי מעגליך אין ווינטיג ,קאלט , ארום 28.
מוצאי שבת- שניי מיט הויכע ווינטען מעגליך, ארום 20.
זונטאג - פארוואלקענט צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 32. קלאר אין קאלט , ארום 20 ביינאכט.
מאנטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 37-42 בייטאג , ארום 25 ביינאכט.


וועטער מאנרא -
Winterstorm watch from shabbos morning through Sunday afternoon

דאנערשטאג נאכט- קלאר אין שטארק קאלט ,ארום 12 ביינאכט.
פרייטאג-טייל זיניג ,מער פארוואלקענט שפעט נאכמיטאג, קאלט ,ארום 28.
פרייטאג צונאכטס-פארוואלקענט , ווערט ווינטיג, שטארק קאלט ארום 16.
שבת- א chance פאר שניי, ווינטיג ,אין קאלט , ארום 25.
מוצאי שבת- א chance פאר שניי , ווינטיג אין שטארק קאלט, ארום 18.
זונטאג - טייל זיניג אין קאלט, ארום 30. קלאר אין קאלט , ארום 18 ביינאכט.
מאנטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 33-38 בייטאג , ארום 20 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה פרייטאג נאכמיטאג , א גוטע נאכט.
📎 image.png

וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 4:32 am

· #318491
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Warning

Expires 12:00 PM EST on January 24, 2016
Statement as of 4:18 am EST on January 22, 2016

... Blizzard Warning in effect from 4 am Saturday to noon EST
Sunday...

The National Weather Service in Upton has issued a Blizzard
Warning... which is in effect from 4 am Saturday to noon EST
Sunday. The blizzard watch is no longer in effect.

* Locations... the five boroughs of New York City... coastal
portions of northeast New Jersey... and Long Island.

* Hazard types... heavy snow along with strong and potentially
damaging winds. Blowing and drifting snow with near zero
visibilities is expected Saturday afternoon and evening.

* Winds... north 25 to 35 mph with gusts up to 50 mph.

* Temperatures... in the upper 20s to low 30s.

* Visibilities... one quarter mile or less at times.

* Timing... Saturday morning through Sunday afternoon.

* Impacts... extremely dangerous travel due to heavy snowfall and
strong winds with whiteout conditions likely. Secondary and
tertiary roads may become impassable. Strong winds may down
power lines and tree limbs.

A Blizzard Warning means severe winter weather conditions are
expected or occurring. Falling and blowing snow with strong winds
and poor visibilities are likely. This will lead to whiteout
conditions... making travel extremely dangerous. Do not travel. If
you must travel... have a winter survival kit with you. If you get
stranded... stay with your vehicle.


Sent from my iPhone using Tapatalk

וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 4:47 am

· #318492
אפדעיט -
די שניי שטורם "קען" זיין גרעסער ווי פארגעזען, כמעט אלע מאדעלס איבערנאכט ברענגען די שווערע שניי ארויף צו דער שטאט. איך וועל אי"ה ארויפלייגען א פול אין אפדעיטעט באריכט ארום 1:30 נאכמיטאג, מיט א פיינעל מעפ,

אבער א heads up איז אז ניו יארק סיטי "קען" אפשר זען 12-18 אינטשעס (העכסטע סאוט חלקים פון ברוקלין אין קווינס), לעיקוואוד 15-20, מאנסי 5-10, מאנרא 3-6.
ווינטן פון 35-55 מ.פ.ש קען לאזען דריפטס פון 2-3 פוס!

נאכאמאל, געדענקט. די נאמבערס וואס איך שרייב דא זענען אין די worst case scenario.

וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 6:49 am

· #318496
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן




וועטערבאריכט

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 22, 2016 1:10 pm

· #318551
וועטערבאריכט
איך וועל אי"ה ארויפלייגען א פול אין אפדעיטעט באריכט ארום 1:30 נאכמיטאג

איך ווארט מיט שפאנונג........

שלום על ישראל » פרייטאג יאנואר 22, 2016 1:11 pm

· #318552
די זעלבע דא

קול הלשון » פרייטאג יאנואר 22, 2016 1:44 pm

· #318561
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
וועטערבאריכט איך ווארט אויף די אפדעיטעט

וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 1:50 pm

· #318563
מיטאג ערב שבת קודש פרשת בשלח - וועטערבאריכט
א גוטען ערב שבת, עס איז א ביזי טאג אבער מען מיז ארויסלייגען א פרישע וועטער באריכט אז מען זאל זיך קענען גרייטען פאר א שבת blizzard. איך גיי נישט אריין אין אלע דיטעילס אבער ווי איך האב געשריבען 4 אזייגער אינדערפרי מער אין מער זעט עס אויס ווי דאס גייט זיין א גרויסע שניי פאר נאו יארק סיטי אין א ריזיגע שניי פאר לעיקוואוד, אפסטעיט קען דאס זיין א וויכטיגע שניי אבער דער כלל וועט זיין ווייניגער שניי וואס מער איהר גייט נארט אין נארטוועסט פון שטאט. (אפסטעיט אויך איז דא דער גרעסטע ספקות דעריבער איז דער קאנפידענס קלענער דארט)אפילו אין שטאט קען זיין העכערע אמאונטס אין די סאוט חלקים פון די בארא׳ס ווי די נארט . אין שטאט אין אין לעיקוואוד וועט דער ווינט זיין זייער שטארק
אין די קאוסטעל פלאדינג קען זיין א פראבלעם פאר סיגעיט אין די five towns . עס זעט אויך אויס ווי דער שטורם קען זיך אנהויבען פריער מיט א פאר שעה עס קען שנייען ביי אווענט אין לעיקוואוד אין ארום 11-1 אין ברוקלין. אויב עס פעלט אויס וועל איך לייגען אפדעיטס ביז פאר דער זמן. א גוט שבת!

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-
Blizzard Warning from Shabbos morning to Sunday midday

״סך הכל פון 12-18 אינטשעס מעגליך - דריפטס פון 2-3 פוס.״

פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט אין קאלט, נאכמיטאג, ארום 32.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן ארום 12 אזייגער , ווערט ווינטיג, קאלט ארום 25 דעגריס. 1 ביז 2 אינטשעס מעגליך ביי צופרי.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען, 35-55 מ.פ.ש. בליזארד קאנדיטשענס ,עס קען זיך מישען מיט אביסעל אייז ,קאלט , נאך 6-12 אינטשעס מעגליך ביי מוצאי שבת, ארום 30.
מוצאי שבת- שניי מיט הויכע ווינטען מעגליך, נאך 3-6 אינטשעס מעגליך ,ארום 25.
זונטאג - שניי ענדיגט זיך פארטאגס , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 35. קלאר אין קאלט , ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 40-45 בייטאג , ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -
Blizzard Warning 7 pm friday evening to sunday morning

סך הכל פון 15-20 אינטשעס מעגליך , דריפטס פון 3-4 פוס. ״

פרייטאג- פארוואלקענט אין קאלט, נאכמיטאג, ארום 30.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן ארום 9 אזייגער , ווערט ווינטיג, קאלט ארום 25 דעגריס. 4 ביז 6 אינטשעס מעגליך ביי צופרי.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען, 35-60 מ.פ.ש. בליזארד קאנדיטשענס ,עס קען זיך מישען מיט אביסעל אייז אדער רעגען ,קאלט , נאך 6-12 אינטשעס ביי מוצאי שבת, ארום 30.
מוצאי שבת- שניי מיט הויכע ווינטען מעגליך, נאך 3-6 אינטשעס מעגליך ,ארום 25.
זונטאג - שניי ענדיגט זיך צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 37. קלאר אין קאלט , ארום 20 ביינאכט.
מאנטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 40-45 בייטאג , ארום 25 ביינאכט.


וועטער מאנסי-
Winterstorm watch from shabbos morning through Sunday afternoon

״סך הכל פון 5-10 אינטשעס מעגליך״

פרייטאג- פארוואלקענט אין קאלט, נאכמיטאג, ארום 28.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן ארום 2-4 אזייגער , ווערט ווינטיג, קאלט ארום 20 דעגריס.
1-2 אינטשעס מעגליך ביי צופרי.
שבת- שניי מעגליך heavy מיט שטארקע ווינטען, 25-35 מ.פ.ש. ,קאלט , נאך 3-6 אינטשעס ביי מוצאי שבת, ארום 30.
מוצאי שבת- שניי מיט הויכע ווינטען מעגליך, נאך 2-4 אינטשעס מעגליך ,ארום 25.
זונטאג - פארוואלקענט צופרי , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 32. קלאר אין קאלט , ארום 20 ביינאכט.
מאנטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 37-42 בייטאג , ארום 25 ביינאכט.


וועטער מאנרא -
Winterstorm watch from shabbos morning through Sunday afternoon

״סך הכל פון 3-6 אינטשעס מעגליך ״

פרייטאג- פארוואלקענט אין קאלט, נאכמיטאג, ארום 28.
פרייטאג צונאכטס-שניי הייבט זיך אהן פארטאגס, ווערט ווינטיג, קאלט ,ארום 16 דעגריס.
א קאוטינג צו 1 אינטש מעגליך ביי צופרי.
שבת- שניי מעגליך מיט שטארקע ווינטען, 20-30 מ.פ.ש. ,קאלט , נאך 1-3 אינטשעס ביי מוצאי שבת, ארום 25.
מוצאי שבת- שניי מיט הויכע ווינטען מעגליך, נאך 1-3 אינטשעס מעגליך ,ארום 16.
זונטאג - טייל זיניג אין קאלט, ארום 30. קלאר אין קאלט , ארום 18 ביינאכט.
מאנטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג אין מילדער , 33-38 בייטאג , ארום 20 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי שבת קודש, א גוט שבת.
📎 image.png

וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:50 pm

· #318600
נעשענאל וועטער סערוויס ליינט קאווע שטיבל?
אינטראסאנט , 4 אזייגער היינט אינדערפרי האב איך אנגעפאנגען צו זאגען אז מען וועט אפשר מיזען הייבען די נאמבערס פאר׳ן שטאט, דערווייל איז דער national weather service אין נאו יארק אראפגעגאנגען פון 8-12 נעכטען אווענט צו 6-10 היינט אינדערפרי. יעצט צוויי שעה (זעה די טיים סטעמפ 3:32) נאך איך האב ארויסגעגעבען מייין דריטע מעפ, האבען זיי אויס געהעכערט צו 12-18 אינטשעס . 😂 .
אלע וויטצען אויפן זייט ,דאס קען זיין א מעכטיגע בליזזארד, טאמיר א טייל מאדעלס זענען גערעכט קענען מיר ווערען באדעקט מיט 20 אדער 25 אינטשעס, 65 מ.פ.ש. דאס איז נישט קיין joke.
📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 22, 2016 4:03 pm

· #318602
פיינעל אפדעיט- א גוט שבת
דאס זענען די לעטיסט ווארענונגס . א גוט שבת.
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg 📎 image.jpeg 📎 image.jpeg

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 6:27 pm

· #318608
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Ok, what a surprise, about 24-28 inches on the ground in NYC , snow still falling . Another 4-6 inches over Brooklyn . This looks to be the biggest snowstorm in NYC history. I will do a write up and forecast. Now I need to go out and start cleaning up.


וועטערבאריכט

Bpjew » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 6:27 pm

· #318609
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Wow such a snow in Brooklyn omg!

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 6:28 pm

· #318610
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

Bands of heavy snow over the city still 4-6 inches possible for a total of around 30 inches !!!


וועטערבאריכט

ישראל קאפקע » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 6:51 pm

· #318612
JFK airport.📎 IMG_20160123_185030.jpg
#jonasblizzard

הוגה » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:21 pm

· #318620
איינער קען מאכן א סך הכל פון אלע געגנטער, וויפיל איז געפאלן ביז יעצט אין וואס מען קען ערווארטן אין קומענדע 24 שעה? יישר כח למפרע.

petergrifin » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:31 pm

· #318622
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
📎 uploadfromtaptalk1453595423129.jpg

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:32 pm

· #318623
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

Amazing bands keep feeding into the city , another 1-2 inches per hour until it snows itself out


וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:33 pm

· #318624
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
איך זעה אלע האקערס פארען ארום דא אין בארא פארק , סאשי אין בעגעלס מוצאי שבת , דאס קען מער בשום אין אופן נישט פארפעלען


וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:36 pm

· #318625
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
פיינעל אמואנטס , די נעשענאל וועטער סערוויס שפילט נאך catch up , איך האלט אז jfk האלט שוין נאנט צו 30 אינטשעס.


וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:46 pm

· #318627
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נייע אמואנטס אריינגעקומען 7 אזייגער.
סענטרעל פארק- 25.1 inches
לאו גווארדיע-24.5
קענעדי- 27.7
דאס איז 7 עס שנייט נאך בערך 1-2 אינטשעס א שעה


וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:47 pm

· #318628
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן


וויליאמסבורג 25 אינטשעס !!!


וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:57 pm

· #318630
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
איין זאך וואס איז ממש אמעזינג איז אז דער euro האט געוויזען דער שניי מעפ לעצטע זונטאג נאכט! דערנאך האט עס געשפרינגען ארויף אין אראפ אבער די אמונטס זענען ממש קראנט, לעבען סאוט קווינס אין ברוקלין ווייזט עס 28 אינשטעס אין עס איז טאקע דארט דא 27.7 אינטשעס.


וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:15 pm

· #318634
הוגה
איינער קען מאכן א סך הכל פון אלע געגנטער, וויפיל איז געפאלן ביז יעצט אין וואס מען קען ערווארטן אין קומענדע 24 שעה? יישר כח למפרע.

דאס איז פון 7 אזייגער :
לעיקוואוד- ארום 18 אינטשעס , אפאר פלאריס יעצט ביז midnight עס איז מער ווייניגער דעריבער .
בארא פארק - ארום 24-26 אינטשעס וואס איך האב געקענט מעסטען , נישט אפיציעל. עס שנייט נאך אין עס קען נאך זיין 2-3 אינטשעס. ענדיגט זיך ביי midnight.
וויליאמסבורג- 25 אינטשעס אפיציעל ריפארט, עס שנייט נאך, אין קען נאך זיין 2-3 אינטשעס . עס ענדיגט זיך ביי midnight.
מאנסי- ארום 18 אינטשעס אין mahwah וואס דאס איז די נענטסטע ריפארט. שניי איז דערנאך, אפאר פלאריס ביז midnight.
קרית יוא-ל: נענסטע ריפארט איז greenville וואס דאס איז אין orange county אין זיי האבען ארום 8 אינטשעס. שניי איז דערנאך.
📎 image.png

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:33 pm

· #318637
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
8 אזייגער - 28 אינטשעס jfk


וועטערבאריכט

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:33 pm

· #318638
כי כאשר ירד הגשם והשלג וגו' כן דברי אשר יצא מפי לא ישוב ריקם.

ווען @וועטערבאריכטזאגט אז דאס מאל איז ערענסט, איז עס אזוי.

יישר כח פאר די כסדר'דיגע פונקטילכע באריכטן

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 9:15 pm

· #318652
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
ירח בן יומו
כי כאשר ירד הגשם והשלג וגו' כן דברי אשר יצא מפי לא ישוב ריקם.

ווען @וועטערבאריכטזאגט אז דאס מאל איז ערענסט, איז עס אזוי.

יישר כח פאר די כסדר'דיגע פונקטילכע באריכטן

א ישר כח , מיין שניי מעפ איז געווען אסאך ווייניגער ווי די עכטע אמואנטס אבער איך האב כאטש אריינגעווארפען די ליינס פאר שבת.



וועטערבאריכט

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 9:39 pm

· #318657
מוצאי שבת קודש- פרשת בשלח- וועטערבאריכט
א גוטע וואך, פארשטיי זיך עס איז א ביזי מוצאי שבת, לאמיר גיין גראד צו דער וועטער באריכט.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מוצאי שבת- שניי ענדיגט זיך איבערנאכט, מיט הויכע ווינטען , נאך 1-2 אינטשעס מעגליך , טאטאלס ארום 30 אינטשעס. ארום 23 דעגריס .
זונטאג - blowing and drifting snow , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 32. קלאר אין קאלט , ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג - זיניג אין קאלט, ארום 35 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 30.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט דערנאך אביסעל רעגען מעגליך נאכמיטאג, ארום 42. לייכטע רעגען ענדיגט זיך , ארום 32 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 35-40 בייטאג , ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת- שניי ענדיגט זיך איבערנאכט, מיט הויכע ווינטען , נאך 1-2 אינטשעס מעגליך , טאטאלס ארום 20 אינטשעס. ארום 20 דעגריס.
זונטאג - blowing and drifting snow , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 35. קלאר אין שטארק קאלט , ארום 16 ביינאכט.
מאנטאג - זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 30.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט דערנאך אביסעל רעגען מעגליך נאכמיטאג, ארום 45. לייכטע רעגען ענדיגט זיך , ארום 32 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 35-40 בייטאג , ארום 28 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

מוצאי שבת- שניי פלאריס ענדיגט זיך איבערנאכט, מיט הויכע ווינטען . ארום 18.
זונטאג - טייל זיניג אין קאלט, ארום 30. קלאר אין קאלט , ארום 15 ביינאכט.
מאנטאג - זיניג אין קאלט, ארום 35 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 25.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט דערנאך אביסעל רעגען מעגליך נאכמיטאג, ארום 42. לייכטע רעגען אדער שניי ענדיגט זיך , ארום 30 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 33-38 בייטאג , ארום 25 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט. א גוט וואך.

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:03 pm

· #318658
Snow amounts at 8:30 pm
Not all are updated check time next to each entry .
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:04 pm

· #318660
באריכטער, ביז ווען פרעדיקסטו וועט די שניי זיין צולאזט? די קומענדיגע פאר טאג קוקן אויס צו זיין זוניג און נישט זייער קאלט.

וועטערבאריכט » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:16 pm

· #318663
שמעקעדיג
באריכטער, ביז ווען פרעדיקסטו וועט די שניי זיין צולאזט? די קומענדיגע פאר טאג קוקן אויס צו זיין זוניג און נישט זייער קאלט.

א דיקע שיכט פון שניי מאכט איהר אייגענע וועטער, נעכט ווערען קעלטער מיט שניי אויפן ערד. מארגען וועט בלייבען ארום פריזינג אבער מיט זון וועט זיך עס אנהויבען צו צולאזען. דער כח פון די זון איז שטערקער ווי אין דעצעמבער. אין מאנטאג רוב פון די וואך וועלען טעגליכע טעמפרעטורס ארויף גיין העכער פריזינג אבער עס איז א slow process ווייל איבערנאכט וועט עס פארפרוירען ווערען .

סביב העולם » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:16 pm

· #318664
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Make sure dryer vents are clear before doing laundry to avoid carbon monoxide backup
Co2 exhausts outside when u do laundry , if there is ice and snow it can't get outside
If your vent is blocked by snow outside you can't use it now
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52